פֿון אַן אָנטיטלדיקער סעריע

ירמיהו אהרן טאַוב

43.

װען דער רײַטער איז אַראָפּגעשאָסן געװאָרן פֿון פֿערד
איז דער פֿערד װײַטער געגאַנגען זײַן װעג.
פּלוצעם האָט ער זיך אָפּגעשטעלט און אױסגעדרײט.
צוריקגעגאַנגען, שטײן געבליבן, געשװיצט, און אַזױ איז געװען: אַהין און צוריק.
קײנער פֿון דער צוריקטרעטנדיקער קאַװאַלעריע האָט אים נישט באַרויִקט אָדער גענומען.