פֿון "אױ, ייִדיש, איך האָב דיר ליב"

משה דוד חײט

ליבע. דאָס אײדעלע װאָרט װאָס באַדײַט פֿיל װאָס אין לעבן. עס זײַנען פֿאַרשװוּנדן געװאָרן פֿיל געװױנהײטן אין משך פֿון טױזנטער יאָרן, נאָר ליבע איז געבליבן, נאָך פֿון אדם הראשון עד-היום. ...

ליבע הערשט נישט נאָר צװישן מענטשן, נאָר אױך צװישן מענטש און אַנדערע באַשעפֿענישן. עס איז אפֿילו פֿאַראַן אַ ליבע צו שפּײַז אָדער בגד און אַ ליבע צו אַ שפּראַך, צום בײַשפּיל --- צו ייִדיש, און פֿאַרװאָס טאַקע צו ייִדיש און נישט צו טערקיש? װײַל ערשטנס ייִדיש האָט מיר געלערנט מײַן מאַמע און באָבע און צװײטנס װער װײסט דען נישט דעם שפּריכװאָרט אַז עבֿרית רעדט מען און ייִדיש רעדט זיך. קײנער טראַכט דאָך נישט, אַז טערקיש רעדט זיך --- דאָס איז אפֿשר בײַ די טערקן אָבער נישט בײַ די ייִדן.

חוץ מזה איז מיר געקומען די טעמע צום געדאַנק נאָך אײניקע דערפֿאַרונגען.

װאָס איז דער ציל פֿון אַ ייִדישן שרײַבער װען ער גיט אַרױס אַ בוך? פֿאַרשפּרײטן אים עס זאָל נאָך בלײַבן אַ שפּור אין לעבן פֿאַר די קומעדיקע דורות װעגן אַקטועלע דערמאָנונגען, זכרנות, איבערלעבונגען אאַ"װ.

עס איז אָבער לײַכט צו שרײַבן: פֿאַרשפּרײטן. די גרעסטע האָפֿענונג איז אױף ארץ-ישׂראל. דאָ זײַנען די מערסטע אײַנװױנער --- ייִדן. פֿיל פֿון זײ קענען ייִדיש און רעדן אױף די שפּראַך. און אַז גאָט העלפֿט און אין ירושלימער אוניװערסיטעט װערט אָרגאַניזירט אַ קאָנגרעס װעגן ייִדישקײט איז, װי געזאָגט, די פֿיש אין דײַנע הענט. טראָגט זיך דער מחבר מיט זײַן בוך, װי מיט אַן אָקאָרשט געבױרן קינד, צו די אָנטײלנעמער פֿון קאָנפֿערענץ. טאַקע אין דעם בוך זײַנען פֿאַראַן דערצײלונגען װעגן גורל פֿון ייִדנטום אונטער די הערשאַפֿט פֿון היטלערן און סטאַלינען.

--- װאָס, דו װילסט דאָ פֿאַרקױפֿן ביכער? --- פֿרעגט אים אַ מיטאַרבעטערין פֿון אוניװערסיטעט.

--- יאָ, פֿאַרװאָס טאַקע נישט? נישט קײן ביכער, נאָר אַן אײגן בוך --- באַרימט זיך דער מחבר.

--- װאָס איז דאָס פֿאַר אַ בוך?

װײַזט ער איר דאָס בוך.

זי האָט זיך נעבעך געביטן אין פּנים. געל און װײַס איז זי געװאָרן.

--- װאָס, אױף ייִדיש? בײַ אונדז אױפֿן שטח פֿון אוניװערסיטעט איז פֿאַרבאָטן צו האַנדלען מיט ביכער.

--- אפֿשר זאָל איך רעדן מיטן מנהל?

--- איך בין דער מנהלת.

אָבער ליבע איז אַן אײדעלע זאַך און מיט ליבע װאַרפֿט מען זיך נישט אַרום, איז דער ליבהאָבער, ד"ה דער מחבר געזעסן לעבן אוניװערסיטעט פֿאַרצװײפֿלט מיט זײַנע אױסגעלײגטע ביכער. ...

--- װײסט אַז אין אוניװערסיטעט זײַנען פֿאַראַן קלײטן, װאָס האַנדלען מיט ביכער? זײ באַקומען דאָס פֿון זײער אַ פֿאַרלאַג --- זאָגט דעם מחבר אַ יונגערמאַן. --- גײ צו זײ און זײ װעלן פֿאַרקױפֿן דײַן בוך. דו דאַרפֿסט שרײַבן אָבער נישט פֿאַרנעמען זיך מיטן פֿאַרקױפֿן.

טאַקע, פֿאַרװאָס נישט אױסניצן די עצה?

--- מיר האַנדלען מיט ביכער, אָבער נאָר מיט די װעלכע עס גיט אַרױס דער אוניװערסיטעט, דאָס הײסט אײגענע, נישט קײן פֿרעמדע. איך האָב טאַקע ליב ייִדיש --- זאָגט ער שױן דאָס אױף מאַמע-לשון --- דערפֿאַר איז כּדאַי דיר צו װענדן אין אַ ייִדישן פֿאַרלאַג.

באַקום איך אַ נײַע עצה פֿון דעם מנהל.

פֿאָרט דער מחבר קײן תּל-אָבֿיבֿ.

--- מיר קענען נעמען בלױז צען ביכער, דאָס אַלץ. װען מיר װעלן אױספֿאַרקױפֿן די אָ, װעלן מיר נעמען נאָך צען.

--- אַ דאַנק. אָבער װאָס טאָן מיט די איבעריקע? --- פֿרעגט דער מחבר.

--- דער װאָס זוכט, דער געפֿינט. זוך, װעסטו געװיס געפֿינען.

גײט דער מחבר צוריק אַהײם מיט אַן אַראָפּגעלאָזענעם קאָפּ.

נאָר אַז מע טראַכט דערטראַכט מען זיך. דער מחבר האָט זיך דערמאָנט אַז בײַם אוניװערסיטעט אין מוזעום "יד ושם" איז דאָ אַ קיִאָסק װאָס האַנדלט מיט ביכער. דאָ זײַנען דאָ ביכער אױף ענגליש און דײַטש, רוסיש און פּױליש, פֿראַנצײזיש און עבֿרית און צענדליקער אַנדערע שפּראַכן. ס'איז בלױז נישטאָ אױף ייִדיש, װי דאָס װאָלט געװען אַ שפּראַך פֿון אַן אַנדער װעלט. דאָ קומען יעדן טאָג טױזנטער טוריסטן פֿון דער גאָרער װעלט, און פֿיל פֿון זײ ייִדן, און געװיס אַזעלכע װעלכע קענען ייִדיש. דער מחבר נעמט אַרױס פֿון טאַש זײַן בוך און לײגט פֿאָר דעם מנהל צו נעמען עטלעכע ביכער צום פֿאַרקױף.

--- בײַ אײַך אין געשעפֿט זײַנען דאָך קײן ייִדישע ביכער נישט פֿאַראַן.

--- נישט פֿאַראַן און ס'װעט נישט זײַן. איך אַרבעט שױן דאָ פֿופֿצן יאָר און איך האָב שױן אַרױסגעװאָרפֿן הונדערטער ביכער און מאַנוסקריפּטן.

--- װאָס, ייִדישע?

--- װאָס איז די נפֿקא-מינה: ייִדישע, נישט ייִדישע, אפֿילו העברעיִשע. קײנער פֿרעגט דאָך נישט.

--- אַז עס איז נישטאָ אױף די פּאָליצעס פֿרעגט מען נישט. איך בעט דאָך נישט פֿון פֿאָרױס קײן געלט. װעט איר פֿאַרקױפֿן, איז גוט, און אױב נישט, איז גוט.

--- נײן, און נאָך אַ מאָל נײן. קײן ייִדישע ביכער װעל איך נישט נעמען --- האָט מיר דער מנהל געענטפֿערט אױף ייִדיש.

נו, װי געפֿעלט עס אײַך. ייִדיש איז טריף-פּסול. דעם מנהל האָט אפֿילו נישט אינטערעסירט דער אינהאַלט פֿון בוך. ער האָט עס אָפּגערוקט פֿון זיך װי קאָכעדיקע װאַסער.

נאַט איר שױן אַז שׂנאה און ליבע זײַנען אין אײן רײ.

אָבער מע טאָר נישט פֿאַרלירן די האָפֿענונג. און אַזאַ האָט זיך באַװיזן: עס האָט זיך צונױפֿגערופֿן אַ װעלט-קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישן אַלװעלטלעכן קולטור-קאָנגרעס, און דװקא אין ישׂראל. עס זײַנען זיך צונױפֿגעפֿאָרן דעלעגאַטן פֿון איבער צװאַנציק לענדער פֿון דער װעלט. די קאָנפֿערענץ איז געװען אײנע פֿון די גרעסטע פֿאַר די לעצטע צענדליקער יאָרן. אַלע רעדנער האָבן גערעדט אַ שײנעם, רײנעם ייִדיש, מיט ליבע און האַרציקײט, און זיך געשלאָגן אין ברוסט על-חטא אַז מע מוז קעמפֿן פֿאַרן קיום און צוקונפֿט פֿון אונדזער זאַפֿטיקן ייִדיש.

װאָס טוט דער מחבר? ער כאַפּט מיט זיך אַ פּעקל פֿון זײַן בוך און איז זיכער אַז צוריק װעט ער פֿאָרן מיט לײדיקע הענט. אײן קלײניקײט --- אַ װעלט-קאָנפֿערענץ, אַזױ פֿיל װאַרעמקײט לטובֿת ייִדיש. פֿיר טעג איז געװען די קאָנפֿערענץ. פֿיר טעג איז דער מחבר געזעסן בײַם אַרײַנגאַנג פֿון זאַל מיט פֿונאַנדערגעלײגטע ביכער. דאָס פּעקל האָט ער געשלעפּט צוריק. די ליבע צו ייִדיש איז נאָר אין די רײד. קײנעם האָט נישט פֿאַראינטערעסירט דער אינהאַלט פֿון בוך. קײנער כּמעט האָט זיך נישט פֿאַרהאַלטן אַ קוק צו טאָן װאָס איז דאָס פֿאַר אַ בוך.

--- װאָס ביסטו אַזױ פֿאַרזאָרגט? --- זאָגט דער מחבר זײַנער אַ פּען-חבֿר. --- צי דען זעסטו נישט אַז שרײַבער אױף ייִדיש זײַנען מער פֿאַראַן װי לײענער? נעם זיך נישט צום האַרצן. רעדן איז לײַכטער װי לײענען. --- און ער איז שטילערהײט און פּאַמעלעך אַװעק. ...

אױ מאַמע, אױ טאַטע, באָבע, זײדע, װוּ זײַט איר מיט אײַער פֿרעכטיקן, פֿרײלעכן, טרױעריקן און זאַפֿטיקן ייִדיש. די ליבע װעלכע איר האָט פֿאַרזײט איז באַװאַקסן מיט דערנער.

ירושלים תּשנ"ח