פֿון דער רעדאַקציע

װוּ איז דער אינטערנעטישער גלות?

לאָמיר אָננעמען צום אַלעם ערשטנס אַז דער אינטערנעט איז אַן אָרט פֿאַר זיך, אַ פּנים-חדשת אױף דער װעלט. דאָס הײסט אַװדאי נישט, אַז דאָ רעגירן נישט די אײגענע װיסנשאַפֿטלעכע געזעצן און מענטשישע טבֿע. דער אינטערנעט איז אױך אַ טײל פֿון פֿיזישן און מעטאַפֿיזישן קאָסמאָס; אױך דאָ ראַנגלען זיך דער יצר-טובֿ מיטן יצר-הרע און גופֿניות מיט רוחניות. אױך די אינטערנעט-װעלט שטײט אױף געלט. (דאָס באַרימטע אינטערנעט-פֿאָלקסװערטל, אַז "אינפֿאָרמאַציע װיל זײַן פֿרײַ," דאָס הײסט בחינם, איז שטות. מע פֿאַרקױפֿט אינפֿאָרמאַציע שױן טױזנטער יאָרן---װאָס זשע איז רבי-געלט? שׂכר-לימוד?)

פֿון דער אַנדערער זײַט איז דער אינטערנעט אַן אָרט װאָס געהערט נישט אָן דער געװײנטלעכער געאָגראַפֿיע. אין דער דרױסנדיקער, נישט-אינטערנעטישער װעלט איז דאָ גלות (תפֿוצות) און ארץ-ישׂראל, װאָס אפֿילו אין דער הײַנטיקער תּקופֿה פֿון אַעראָפּלאַנען דאַרף מען צום צװײטן עולה זײַן, צום ערשטן זיך אַראָפּנידערן. אױפֿן אינטערנעט אָבער זײַנען פֿאַראַן זעלטענע סימנים פֿון דער װירקלעכקײט, װאָס אין דרױסן. אַלץ װערט קאָנצענטרירט אױף אײן פּונקט---דעם אָרט פֿון דער װעבסורפֿערקע, װוּ זי זאָל זיך נישט געפֿינען. זי קען אין װײניקער פֿון אַ הרף-עין זיך אַריבערשפּרינגען פֿון אַ ישׂראל-װעבסבלאַט (למשל דעם אױסערגעװײנטלעכן ספֿרים-קדושים-אַרכיװ בײַם העברעיִשן אוניװערסיטעט) אױף אײנער פֿון די מיליִאָנען פֿון פּאָרנאָגראַפֿישע װעבזײַטלעך.

סע צעמישט אַזאַ נישט-אָפּזונדערונג פֿון טרײף-פּסול און תּורה. מע װערט אָן די אָריִענטירונג. דער װעבפּלאַץ פֿון די סאַטמערער חסידים (www.satmar.com) איז אַ קאָמישער בײַשפּיל: מיט אײן האַנט שאַפֿט מען אַ שײנעם, אינהאַלטרײַכן װעבפּלאַץ, װאָס זאָל אַרײַנציִען חסידים און סתּם "פֿאַרבײַסורפֿערס"; מיט דער צװײטער האַנט שלאָגט מען זיך על-חטא, באשר מע פֿאַרפֿירט ערלעכע ייִדן. די סאַטמערער װעבמײַסטער קענען פֿון זיך אַ פּנים נישט אַרױסשלאָגן די מחשבֿה, אַז דער מעדיום האָט אין זיך אַן אַפּיקורסישע טבֿע.

איז װאָס זשע איז געבליבן? צי דאַרפֿן מיר זיך אײַנשאַפֿן אַ גלות מיט אַן ארץ-ישׂראל אױפֿן אינטערנעט, כּדי אױפֿצוהיטן די ערדישע גבֿולן? אָדער דאַרפֿן מיר אָנהײבן פֿון דאָס נײַ, מיט דער פֿאָרבאַדינג װאָס דער אינטערנעט זאָל זײַן אַן אַנדער מין װעלט?

ס'איז דאָ אַ פּרעצעדענץ. לױט דער קבלה (װי אױך לױט עטלעכע גײיִקע טעאָריעס פֿון דער מאָדערנער פֿיזיק) ליגן אין אײן אוניװערס אַ צאָל אַנדערע דימענסיעס װאָס דערזעען זיך נישט מיט דער הױלער אױג. ס'לײגט זיך אָבער אױפֿן שׂכל, אַז די דאָרטיקע תושבֿים זאָלן יאָ דערשפּירן די דאָזיקע דימענסיעס---אַנישט װאָלטן זײ נישט באמת עקזיסטירט. און בײַ די תושבֿים װאָס באַפֿעלקערן אַ געװיסע דימענסיע, איז זײערע פּונקט אַזױ אמתדיק װי די געװײנטלעכע. װאָס הײסט? אױב מע פֿילט זיך אַז דער אינטערנעט איז אַן אמתדיקע סבֿיבֿה, דאַרף זי דערפֿאַר נישט זײַן קײן פּשוטע אָפּשפּיגלונג פֿון דער ערדישער. מע קען, מע מוז אומבאַדינגט צוזען אַז דאָ זאָלן אפֿילו דבֿרי-חול אַרומנעמען פֿונקען פֿון התלהבֿות, און ייִדישקײט זאָל זיך באַרײַכערן מיט דער חכמה פֿון די אַרומיקע אומות-העולם.