אַליס אין װוּנדערלאַנד
פֿון לויִס קערעל; ייִדיש: ש. בערגער

צװײטער קאַפּיטל: דער טרערנסטאַװ

"װאָס װײַטער אַלץ מער מאָדנערער!" האָט אַליס אױסגערופֿן. (אַזױ פֿאַרחידושט איז זי געװען, אַז זי האָט דערװײַל פֿאַרגעסן װי צו רעדן לײַטיש מאַמע-לשון.) "איך רוק זיך שױן אױף װי דער גרעסטער טעלעסקאָפּ װאָס איז אַ מאָל געװען! זײַט געזונט, פֿיס!" (װײַל אַז זי האָט געגעבן אַ קוק אַראָפּ אױף די פֿיס, האָבן זײ זיך קױם-קױם אַרױפֿגעזען.) "אַך, מײַנע אָרעמע פֿיס! װער װעט אײַך אָנטאָן די שיך און סקאַרפּעטן, טײַערע? איך, איך װעל זיכער נישט קענען! איכ'ל זײַן צו װײַט, איך זאָל זיך מיט אײַך אָפּגעבן...נאָר כ'דאַרף זײַן אַ ברײטהאַרציקע," האָט אַליס געקלערט. "אַנישט, װעלן זײ אפֿשר נישט גײן װוּ כ'װיל. כ'מוז עפּעס װאָס צוטראַכטן. כ'װײס...אַהאַ! כ'ל זײ שענקען אַ נײַע פּאָר שטיװל יעדער חנוכּה!"

און זי האָט װײַטער פּלאַנירט װי אַזױ זי זאָל עס טאָן. "מע דאַרף זײ שיקן, די שטיװל, מיט דער פּאָסט," האָט זי געטראַכט, "און װי מאָדנע ס'װעט זײַן צו שענקען מתּנות די אײגענע פֿיס! און װי אױסטערליש װעט זײַן דער אַדרעס:

פֿרײַנד רעכטער פֿוספֿונאַליס
שטאָט טעפּעך
מדינות פּאַרקעט-דיל

אָבער איך פֿאַררעד זיך!"

גראָד דעמאָלט האָט איר קאָפּ אַ זעץ געטאָן אין סטעליע פֿון זאַל: זי איז שױן געװען מער װי נײַן פֿיס די הײך. זי האָט גלײַך אָפּגענומען דאָס קלײנע גאָלדענע שליסעלע און זיך צוגעײַלט צום גאָרטן-טירעלע.

אָרעמע אַליס! זיך לײגנדיק אױפֿן זײַט האָט זי מער נישט געקענט דורכקוקן אין גאָרטן מיט אײן אױג --- און זיך דורכצוקריגן איז געװען שװערער װי פֿריִער. זי האָט זיך אַװעקגעזעצט און צעװײנט.

"מעגסט זיך שעמען," האָט אַליס געזאָגט, "דו גרױסע מױד," (ג ר ױ ס ע איז טאַקע אמת) "װאָס דו װײנסט אַזױ. הער שױן אױף! הערסט?" נאָר זי האָט סײַ װי געװײנט װײַטער, אױסגיסנדיק גאַלאָנען טרערן ביז אַ גרױסער סטאַװ, אַ פֿיר צאָל די טיף, האָט זיך געצױגן ביז אין מיטן זאַל.

נאָך אַ שטיקל צײַט האָט זי געהערט פֿון דער װײַטנס אַ געקלאַפּ פֿון קלײנע פֿיסעלעך, און האָט זיך אױסגעװישט די אױגן צו זען װער עס גײט. ס'איז געװען דער װײַסער קראָליק, אױסגעפּוצט אין עסיק און אין האָניק, מיט אַ פּאָר װײַסע הענטשקעס אין אײן האַנט און אַ גרױסער פֿאָן אין דער צװײטער. ער האָט זיך האַסטיק פֿאַרבײַגעלױפֿלט און געמורמלט, "אַך, די פֿירשטין, די פֿירשטין! אַזױ בײז װעט זי זײַן, אױב כ'זאָל זי לאָזן װאַרטן!" אַליס איז געװען אין אַזאַ ייִאוש, אַז זי איז געװען גרײט צו בעטן הילף בײַ אַבי װעמען. דערפֿאַר, אַז דער װײַסער קראָליק איז שױן געגאַנגען לעבן איר, האָט זי נידעריק און מוראװדיק זיך געװענדט צו אים:

"זײַט מוחל --- "

האָט דער װײַסער קראָליק אַ ציטער געטאָן, געלאָזט פֿאַלן די הענטשקעס מיט דער פֿאָן און זיך אַ לאָז געטאָן אַװעק אין פֿינסטער אַרײַן, צום גיכסטנס.

אַליס האָט אױפֿגעהױבן די פֿאָן און די הענטשקעס. איר איז געװען זײער הײס אין זאַל, האָט זי רעדנדיק געפֿאָכעט מיט דער פֿאָן:

"טאַטעניו זיסער! סאַראַ מאָדנער טאָג --- און נעכטן איז אַלץ צוגעגאַנגען װי געװײנטלעך! אפֿשר האָט מען מיך איבערגעביטן אױף דער נאַכט? שטײט נאָר... צי בין איך געװען טאַקע איך, װען כ'בין הײַנט אױפֿגעשטאַנען? מיר דאַכט זיך, אַז כ'האָב זיך געפֿילט אַ קאַפּעלע אַנדערש. אָבער, אױב כ'בין נישט די אײגענע װאָס פֿריִער, פֿרעגט זיך --- װער זשע בין איך? דאָס איז פּשוט אַ קאָפּברעכעניש אַזאַ!"

אַליס האָט גענומען איבערטראַכטן איבער די אַלע חבֿרטעס אירע, גלײבנדיק אַז מע האָט זי אפֿשר איבערגעביטן אױף אײנער פֿון זײ.

"מסתּמא בין איך נישט עליסאָן," האָט זי געזאָגט. "די האָר בײַ עליסאָנען זײַנען אין אַזױנע לאַנגע קרײַזעלעך, און בײַ מיר זײַנען קײן קרײַזעלעך בכּלל נישטאָ...כ'בין באמת איבערצײַגט, אַז כ'בין נישט עליזאַבעט, װײַל א י ך װײס אַזאַ סך זאַכן, און זי --- אַך, זי װײסט אַזױ װײניק! חוץ דעם איז זי דאָך ז י , און איך בין א י ך. װײ, דאָס איז אַזױ קאָמפּליצירט! כ'װעל אַ פּרוּװ טאָן געדענקען אַלץ, װאָס כ'האָב געװוּסט פֿריִער. אָט האָסטו דיר: פֿיר מאָל פֿינף איז צװעלף, און פֿיר מאָל זעקס איז דרײַצן, און פֿיר מאָל זיבן איז --- אַך! כ'ל קײן מאָל נישט דערגײן ביז צו צװאַנציק! סײַ װי, די כּפֿל-טאַבעלע איז נישט װיכטיק. לאָמיר אַ פּרוּװ טאָן געאָגראַפֿיע: לאָנדאָן איז די קרױנשטאָט פֿון פּאַריז, און פּאַריז איז די קרױנשטאָט פֿון רױם, און --- נײן, דאָס איז זיכער נישט ריכטיק! כ'בין זיכער אױסגעטױשט געװאָרן אױף עליזאַבעטן! כ'װיל אַ פּרוּװ טאָן דעקלאַמירן אַ ליד, װי בײַ די לימודים. װי זשע גײט עס? 'כ'האָב אַ קלײנע --- '"

כ'האָב אַ קלײנע קראָקאָדילקע
מיט אַ װײדעלע גאָר פֿײַן.
אױף אירע גאָלדענע שופּן
גיסט זיך דער װײַניקער רײַן.

ער שמײכלט גאָר שײן, דער גוטהאַרציקער,
און איז גוט מכניס-אורחים די פֿיש ---
ס'גיט זײ אָפּ שלום-עליכם
זײַן ברײטער, גאַסטפֿרײַנדלעכער פּיסק.

"כ'בין איבערצײַגט, אַז די װערטער זײַנען נישט די ריכטיקע," האָט אַליס אומעטיק געזאָגט, און ס'האָבן זיך איר געשטעלט טרערן אין די אױגן. "כ'דאַרף מסתּמא זײַן עליזאַבעט, און װױנען בײַ אירע טאַטע-מאַמע אין זײער דושנע שטיבעלע, װוּ כ'ל האָבן כּמעט נישט קײן שפּילכעלעך, און אַזױ פֿיל, אַזױ פֿיל הײמאַרבעט! ס'איז געבליבן: אױב כ'בין שױן יאָ עליזאַבעט, װעל איך בלײַבן אָט דאָ, אונטן! אױב מע זאָל אַ קוק טאָן אַראָפּ אונטן און זאָגן, 'קום צו אונדז, ליבעניו!', װעל איך מערנישט אױפֿהײבן דעם קאָפּ און אַ זאָג טאָן: 'איז װער זשע בין איך? זאָג מיר קודם-כּל, װער איך בין, און אױב עס געפֿעלט מיר, װעל איך אַרױף צו אײַך --- אַנישט, װעל איך בלײַבן אָט דאָ אונטן, ביז װאַנעט איך װעל נישט װערן עמעץ אַנדערש.'" זי האָט זיך צעװײנט. "אױ, טאַטעניו! מיר װילט זיך אַזױ שטאַרק, מע זאָל אױף מיר כאָטשבע אַ קוק טאָן! דאָס זײַן אַלײן מאַכט מיך אַזױ מיד!"

אָט האָט זי אַ קוק געגעבן אַראָפּ אױף די הענט, און זיך געװוּנדערט אױף דעם, װאָס רעדנדיקערהײט האָט זי זיך געהאַט אָנגעטאָן דעם קראָליקס װײַסע האַנטשקע. "װי אַזױ האָב איך דאָס געטאָן?" האָט זי געקלערט. "ס'קער זײַן, אַז כ'װער שױן װידער קלענער." איז זי אױפֿגעשטאַנען און צוגעגאַנגען צום טישעלע, זי זאָל זיך אױסמעסטן דערמיט. זי האָט אױסגעפֿונען אַז זי איז צװײ פֿיס די הײך, און געהאַלטן אַלץ אין אײן אײַנשרומפּן. זי האָט זיך װײַטער דערװוּסט, אַז די סיבה דערפֿון איז געװען די פֿאָן װאָס זי האָט געהאַלטן. האָט זי אױף גיך זי אָפּגעלאָזן --- אין אַ װײַלינקע אַרום װאָלט זי אײַנגעשרומפּן געװאָרן אין גאַנצן.

"קױם-קױם אַרױס!" האָט אַליס זיך אָנגערופֿן. זי איז געװען גאַנץ דערשראָקן צוליב דער מיטאַמאָליקער ענדערונג, נאָר זיך געפֿרײט דערמיט װאָס זי עקזיסטירט נאָך. "און איצט --- אין גאָרטן אַרײַן!"

זי איז צוריקגעלאָפֿן אַזױ גיך װי זי האָט נאָר געקענט צום קלײנעם טירעלע, נאָר, װײ, װײ!, ס'איז װידער געװען פֿאַרמאַכט, און דאָס קלײנע גאָלדענע שליסעלע איז געלעגן אױפֿן גלעזענעם טישעלע, װי פֿריִער. "אַלץ ערגער און ערגער!" האָט געקלערט דאָס קינד נעבעך. "כ'בין קײן מאָל נישט געװען אַזױ קלײן, װי איצט! ס'איז אַ שאָד, אמת אַ שאָד!"

בײַ אָט די װערטער האָט איר פֿוס זיך געטאָן אַ גליטש אױס, און אין אײן רגע --- פּליוך! --- איז זי אַרײַן אין זאַלצװאַסער אַזש ביז דער גאָמבע. איר ערשטער געדאַנק איז געװען, אַז זי איז װי נישט איז אַרײַנגעפֿאַלן אין ים אַרײַן. "אין ד ע ם פֿאַל," האָט זי צו זיך געזאָגט, "װעל איך קענען צוריקפֿאָרן מיט דער באַן." (נאָר אײן מאָל אין לעבן איז אַליס געװען בײַם ים, און זי איז געהאַט געקומען צום אַלגעמײנעם אױספֿיר, אַז בײַ װעלכן נישט איז אָרט אױפֿן ים-ברעג, װעלן שטענדיק זײַן באָדהײַזער, עטלעכע קינדער װאָס גראָבן אין זאַמד מיט הילצערנע לאָפּעטעס, װײַטער אַ רײ גאַסטהײַזער, און אױף יענער זײַט הײַזער אַן אײַזנבאַן-סטאַנציע.) פֿונדעסטװעגן האָט זי באַלד אײַנגעזען, אַז זי איז געװען טאַקע אין סטאַװ פֿון טרערן, װאָס זי האָט אָנגעװײנט װען זי איז געװען גרױס.

"הלװאי װאָלט איך נישט אָנגעװײנט אַזױ פֿיל!" האָט אַליס אױסגערופֿן, שװימענדיק אַהין און אַהער נאָך אַן אַרױסגאַנג. "איך װעל באַשטראָפֿט װערן דערפֿאַר און דערטרונקען װערן אין די אײגענע טרערן. דאָס װעט זײַן באמת אַ מאָדנע זאַך! אַלץ איז אָבער מאָדנע הײַנט."

פּלוצלינג האָט זי דערהערט אַ געפּליוך נישט װײַט, און איז צוגעשװוּמען כּדי צו זען װאָס עס איז. צום ערשטן האָט זי געמײנט אַז ס'דאַרף זײַן אַ װאַלפֿיש אָדער אַ היפּאָפּאָטאַם. נאָר זי האָט זיך דערמאָנט אַז זי איז שױן זײער אַ קלײנע, און עס באַלד דערקענט פֿאַר אַ מױז װאָס האָט זיך געהאַט אַ גליטש געטאָן אין סטאַװ אַרײַן, װי זי אַלײן.

"צי װעט זײַן כּדאי צו רעדן מיט דער מױז?" האָט אַליס געקלערט. "אַלץ איז הײַנט אַזױ אױסערגעװײנטלעך, זי װעט מסתּמא קענען רעדן. ס'װעט סײַ װי נישט שאַטן." זי האָט זיך געװענדט צון איר:

"אדוני המױז, אפֿשר װײסט איר, װי אַזױ זיך אַרױסצוקריגן פֿונעם סטאַװ? כ'בין אַזױ מיד פֿונעם שװימען אַהין און קריק, אדוני המױז!" (זי האָט געמײנט, אַז אָט אַזױ אָ דאַרף מײן רעדן מיט אַ מױז. זי האָט קײן מאָל נישט גערעדט מיט קײן מױז, נאָר זי האָט געדענקט װאָס ס'איז געשטאַנען אין איר ברודערס בוך פֿון העברעיִשן דיקדוק: "במױז, למױז, כּמױז, אדוני המױז!)

די מױז האָט אױף איר געגעבן אַ פֿרעגערישן קוק, און אַ פּנים אַ װוּנקל געגעבן מיט אַ קלײנעם אײגעלע, נאָר קײן װאָרט נישט אױסגעזאָגט.

"אפֿשר פֿאַרשטײט זי נישט קײן ייִדיש," האָט אַליס געקלערט. "קען זײַן, זי איז אַ ישׂראלדיקע מױז, אַ משולח פֿונעם סכנות." זי האָט זיך װידער אָנגערופֿן:

"איפֿה החתּול שלי?"

(דאָס איז דער ערשטער זאַץ אינעם עבֿרית-לערנבוך.) די מױז האָט ראַפּטעם אַ שפּרונג געטאָן פֿון װאַסער, ציטערנדיק פֿאַר פּחד.

"זײַט מיר מוחל!" האָט אַליס אױסגערופֿן. זי האָט מורא געהאַט, זי זאָל האָבן באַלײדיקט די מױז. "כ'האָב אין גאַנצן פֿאַרגעסן, אַז קעץ געפֿעלן אײַך נישט."

"געפֿעלן מיר נ י ש ט !" האָט די מױז אױסגעשריגן מיט טיפֿן עגמת-נפֿש. "צי װאָלט א ײַ ך קעץ געפֿעלן, װען איר זײַט אױף מ ײַ ן אָרט?"

"אַװדאי נישט," האָט אַליס געזאָגט. "זײַט נישט אין כּעס, אדוני המױז! הלװאי װאָלט איך אײַך געקענט באַקענען מיט דינהן, מײַן קאַץ, װען איר זעט זי, װאָלט איר קעץ טאַקע האָלט געקראָגן. זי איז אַזאַ זיסינקע, שטילינקע, און מיִאַוקעט אַזױ שײן בײַם פֿײַער, לעקט זיך די לאַפּעס און װאַשט זיך ס'פּנים...ס'איז אַזױ פֿײַן זי צו גלעטן, און זי איז אַזאַ בריה אױף כאַפּן מײַז...אַך! זײַט מוחל!" די מױז האָט געציטערט, און אַליס האָט געװוּסט אַז זי האָט זי געהאַט באַלײדיקט. "מיר װעלן מער נישט רעדן װעגן איר, אױב ס'איז אײַך נישט צום האַרצן."

"מ י ר װעלן נישט! אַזױ גאָר!" די מױז האָט געציטערט ביזן סוף װײדל. "גלײַך א י ך װאָלט גערעדט װעגן דעם! אונדזער משפּחה האָט קעץ אַלעמאָל פֿײַנט --- פּאַסקודנע, פּראָסטע, נידעריקע זאַכן! דערמאָנט זײ נישט װידער!"

"מסכּים. כ'װעל נישט," האָט אַליס געמאַכט, און גלײַך געביטן די טעמע." צי האָט איר ליב, נו, אַשטײגער, הינט?" די מױז האָט נישט געענטפֿערט, האָט זי גערעדט װײַטער. "פֿאַראַן אַזאַ שײנער הונט לעבן אונדז, אַן אַנטיקל, װאָס כ'װאָלט אײַך געװאָלט פֿאָרשטעלן --- אַ טעריִער, מיט לאַנגע, ברױנע, געקרײַזלטע האָר! און אַז איר װעט עפּעס װאָס אָפּװאַרפֿן, װעט ער אײַך עס אַראָפּברענגען, און װעט זיך אױפֿזעצן און בעטן נאָך װעטשערע, און טױזנטערלײ זאַכן, כ'געדענק זײ נישט אַלע. געהערן געהערט ער זיך אָן, װײסט איר, אַ פֿאַרמער, און ר'זאָגט, אַז ר'װאָלט אים נישט פֿאַרקױפֿט פֿאַר טױזנט דאָלאַר אפֿילו, ער הרגעט אַזױ פֿיל ראַצן און...אַך! כ'האָב אײַך װידער באַלײדיקט!"

די מױז האָט טאַקע גענומען אָפּשװימען אַזױ גיך װי האָט נאָר געקענט, אױפֿרודערנדיק דאָס װאַסער מיטן פּליוכערײַ.

אַליס האָט זי װײך צוגערופֿן: "מײַזעלע, טײַערע! קער זיך אום, און מיר'ן נישט רעדן װעגן קעץ, נישט װעגן הינט, אױב דו האָסט זײ נישט ליב."

האָבנדיק דאָס געהערט, האָט די מױז זיך אַ דרײ אױס געטאָן, און צו איר צוגעשװוּמען; בײַ איר איז ס'פּנים געװען גאַנץ בלײך, און זי האָט גערעדט מיט אַ ציטערנדיק קול:

"לאָמיר צו צום ברעג. דעמאָלט װעל איך אײַך דערצײלן די מעשׂה, און איר װעט פֿאַרשטײן, פֿאַר װאָס כ'האָב פֿײַנט קעץ און הינט."

ס'איז געװען העכסטע צײַט; אין סטאַװ איז שױן געהאַט ענג געװאָרן פֿון די אַלע בעלי-חיים װאָס זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן דערין. דאָ איז געװען אַ קאַטשקע, אַ דאָדאָ, אַ לאָרי, אַן אָדלערקע, און נאָך עטלעכע מאָדנע באַשעפֿענישן. אַלע האָבן נאָכגעשװוּמען נאָך אַליסן צום ברעג.

המשך קומט