מינדל רינקעװיטש

די װײַבלעכע סובקולטור

די פֿרױקע איז געזעסן אײנע אַלײן אין דער גרױסער דירה מיט די דרײַ שלאָפֿצימערן. די קינדער זײַנען געװען אין קעמפּ, דעם ערשטן זומער װאָס בײדע זײַנען געװען גענוג אַלט צו פֿאָרן. דער מאַן האָט ערשט געהאַט אַװעקגעפֿאָרן אױף געשעפֿט קײן שיקאַגאָ אױף אַ װאָך צײַט. איז זי זיך אַזױ געזעסן, נישט פֿאַרבענקט, נישט געקרענקט, בלױז אַ ביסל פֿאַרװוּנדערט מכּוח דעם װאָס אין אירע עטלעכע דרײַסיק יאָר איז עס דאָס ערשטע מאָל װאָס איר קומט אױס זיך צו געפֿינען טאַקע אַלײן אױף אַ גאַנצער װאָך. ביז צו דער חתונה האָט זי אָפּגעלעבט אַלע אירע יאָרן בײַ די עלטערן אין שטוב. עס זײַנען געװען װײניק טעג און בלױז אײנצלנע נעכט װען זי איז פֿאַרבליבן אין גאַנצן אַלײן.

די ערשטע צװײ טעג, ספּעציעל די ערשטע צװײ נעכט איז איר די שטילקײט פֿון דער פּוסטער דירה זײער געלעגן אױפֿן געדאַנק. די דריטע נאַכט האָט זי בלױז פֿאַרן שלאָפֿן גײן אַ טראַכט געטאָן אַז דאָס אַלײן זײַן איז אַ רוטין װי אַלע רוטינען און זי איז דערױף אײַנגעשלאָפֿן.

עס האָט זיך איר געחלומט אַז זי האָט זיך אױסגעלענקט אַ קנעכל און עס טוט שטאַרק װײ. אױפֿגעכאַפּט האָט זי זיך אין שטאַרקע יסורים װי קײן מאָל פֿריִער אין לעבן. דער שאַרפֿער װײטיק האָט אַלץ פֿון איר געפֿאָדערט, אַלע כּוחות, די גאַנצע אױפֿמערקזאַמקײט, אַזױ אַז עס האָט געדױערט אַ שײנע פּאָר מינוט ביז זי האָט באַנומען אַז זי מוז אױף װעלכן ס'איז אױפֿן האַנדלען. קודם האָט זי געװאָלט אָנקלינגען צו איר דאָקטער, אפֿשר פֿאַרװאַנדלט זיך די זאַך אין אַ געפֿערלעכן בלוט-אױסגוס. אָבער דער זײגער האָט געהאַלטן בײַ האַלב נאָך צװײ אין דער פֿרי. זי האָט באַשטימט צו רופֿן אַן אַמבולאַנס. פֿון די װײטיקן װעט זי נישט אױסהאַלטן ביז טאָג און אפֿילו װען דער דאָקטער געפֿינט זיך שױן אין אָפֿיס קען זי דאָרט נישט דערגײן. זי איז נישט בכּוח זיך אַרונטערצושלעפּן אין גאַס, זאָל דאָס זײַן אפֿילו אין אַ שלאָפֿראָק, און אַרײַן אין אַ טאַקסי.

שעלטנדיק װאָס דאָס איז געשען פּונקט װען זי געפֿינט זיך אײנע אַלײן --- געװײנטלעך, שפּירט זי בעת דער צײַט בכלל נישט קײן װײטיק, בלױז אַ ביסל שלאַפֿקײט --- איז זי װי נישט איז דערגאַנגען צום מעדיצין-שאַפֿעלע און שנעל פֿאַרטרונקען צװײ אַספּירינען מיט װאַסער. זי איז צוריק אַרײַנגעפֿאַלן אין בעט, געמאַכט ליכטיק און זיך געפּרוּװט צוזאַמעננעמען. בעת זי האָט גענומען טראַכטן װאָס װײַטער, האָט זיך דער װײטיק גענומען צוביסלעך אײַנשטילן. זי איז װײַטער געלעגן אומבאַװעגלעך אַ שטיקל צײַט. דאַן האָט זי זיך גענוג באַרויִקט כּדי צו נעמען אַ ראָמאַן פֿון נאַכטטישל און לײענען אַ װײַלע, און דער װײטיק איז דערװײַל אַװעק װי קײן מאָל גאָרנישט.

זי איז געװען צו אױפֿגערעגט און איבערגעשראָקן װײַטער אַנטשלאָפֿן צו װערן, איז זי פֿאָרזיכטיק, אַ ביסל מוראדיק, אַראָפּ פֿון בעט און אַרײַן אין קיך זיך מאַכן אַ טעפּל טײ. גאָר פּאַמעלעך האָט זי צוגעשאַרט אַ שטול צום פֿענצטער, שטופּנדיק דאָס מיטן גאַנצן קערפּער כּדי זיך װאָס װײניקער אָנצושטרענגען, און זיך אַװעקגעזעצט אַנטקעגן פֿענצטער טרינקען די טײ.

די לײדיקע שטילע גאַס, פֿון גאַסנלאָמפּן באַלױכטן, האָט זי באַרויִקט. קעגן איבער זײַנען געשטאַנען אַ רײ ראָמאַנטישע אַלטע בראַונסטאָנס, פֿאַרטונקלטע, פֿאַרשלאָפֿענע... נאָר מיט אַ מאָל האָט זיך געהערט אַ געפּילדער פֿון אײנעם פֿון די בראַונסטאָנס, אַ פֿרױ האָט פֿון דאָרטן געטאָן אַ לױף אַרױס, זי האָט פֿלינק אַראָפּגענומען דאָס דעקל פֿון אַ מיסטקאַסטן פֿאַרן הױז, אַרײַנגעשפּרונגען און פֿון אינעװײניק צוריק אַרױפֿגעזעצט דאָס דעקל. ס'האָט קײן רגע נישט געדױערט און אַ מאַנספּאַרשױן איז אַרױס פֿון בראַונסטאָן און זיך בליץ שנעל אַרונטערגעלאָזט מיט די שטײנערנע דרױסנדיקע טרעפּ. ער האָט אַ לאַנגן קוק געטאָן אױף דער גאַס, פֿריִער דרײענדיק זיך אױף רעכטס, נאַכער אױף לינקס, געבליבן שטײן אַ רגע און צוריק אַרײַן אין הױז.

די פֿרױקע בײַם פֿענצטער איז שױן גרײט געװען צו רופֿן די פּאָליצײ, נאָר זי האָט זיך עפּעס גענומען קװענקלען. װעלן זײ דען קומען הערנדיק אַזאַ געשיכטע פֿון אַ פֿרױ אין אַ מיסטקאַסטן? זײ װעלן אַװדאי מײנען אַז זי איז שיכּור און זי הײסן גײן שלאָפֿן און זיך אױסטשוכען פֿון דעם. אױסער דעם געפֿינט זיך די פֿרױ אין מיסטקאַסטן אין גאָר אַן ערנצטער לאַגע. צי האָט עס בכלל אַ זין אַז אַ װילד פֿרעמדער מענטש זאָל זיך אַרײַנמישן? עס קען איר נאָך װערן ערגער פֿון דעם. זי װעט בעסער בלײַבן בײַם פֿענצטער און זען װאָס װעט זײַן װײַטער. איז זי אַזױ געזעסן און געזעסן און געקוקט דעם מיסטקאַסטן ביז זי איז אײַנגעשלאָפֿן אַזױ זיצנדיק אױף אַ פּאָר מינוט. און װען זי איז אױפֿגעקומען האָט זי זיך באַלד געלײגט און פֿאַרשלאָפֿן ביז עלף אין דער פֿרי.

װי באַלד זי איז אױפֿגעשטאַנען האָט זי זיך גלײַך דערמאָנט אין אַלץ װאָס איז פֿאָרגעקומען אין משך פֿון דער נאַכט. איר האָט זיך זײער געװאָלט אַז דאָס זאָל האָבן געװען אַ בײזער חלום. די געשעענישן האָבן דאָך גיכער געפּאַסט פֿאַר אַ קאָשמאַר װי פֿאַר דער נאָרמאַלער װירקלעכקײט. אױפֿן פֿענצטערברעט האָט זי אָבער דערזען דאָס לײדיקע טעפּעלע מיט דעם טײ-זעקעלע אױפֿן טעלעכל. דאָס אָפֿענער פֿלעשל אַספּירין איז געשטאַנען אױפֿן אָפּגאָס.

פֿילן האָט זי זיך געפֿילט גוט. זי האָט אָבער געמײנט אַז מיט אַזאַ נאַכט דאַרף מען זיך רעכענען. מען קען נישט גלאַט אַזױ װײַטער אָנגײן װי עס װאָלט גאָרנישט געשען. קלינגען דאַרף מען. מיט אַ זיפֿץ האָט זי געכאַפּט אַ קוק דורכן פֿענצטער אױף די ראָמאַנטישע בראַונסטאָנס, אין כּעס אױף זיך אַלײן װאָס זי האָט נישט גערופֿן די פּאָליצײ. איצט געדענקט זי שױן נישט אין װעלכן מיסטקאַסטן די אומגליקלעכע פֿרױ האָט זיך באַהאַלטן. אפֿשר זאָל זי אָנקלינגען אַ קרובֿה און דערצײלן װאָס איז געשען? ס'איז איר אָבער איבערגעגאַנגען. צו װאָס איבערשרעקן די משפּחה? צום דאָקטער דאַרף זי זיכער קלינגען. ס'איז אָבער איצט פּונקט נישט דער מאָמענט אים נעמען דערצײלן װעגן אַ װײטיק װאָס איז איבערגעגאַנגען מיט מער װי אַ מינוט צװאַנציק פֿריִער. מען דאַרף צוּװאַרטן און זען צי עס װעלן זײַן װײַטערע אַנטװיקלונגען. און אַזױ, װאַרטנדיק אױף די װײַטערע אַנטװיקלונגען, איז זי שױן אָפּגעלעגן אין בעט דעם גאַנצן טאָג, לײענענדיק, שרײַבנדיק און טראַכטנדיק װעגן אַלץ װאָס איז געשען. עס איז איר געקומען אױפֿן געדאַנק אַז דאָס האָט די געטין דיִאַנאַ אױף איר אַ שאָס געטאָן מיט אײנער פֿון אירע באַרימטע פֿײַלן און איר צוגעשיקט אַזאַ װײַבערישן װײטיק כּדי דאָס זאָל פֿירן צו דעם אַז זי זאָל זיך געפֿינען בײַם פֿענצטער פּונקט אין יענעם מאָמענט און זען װי פֿרױען װערן שלעכט באַהאַנדלט. פֿאַרשטײט זיך, אַז זי האָט דעם דאָזיקן אײַנפֿאַל פֿאַר קײנעם נישט איבערגערעדט; נישט פֿאַר אירע חבֿרטעס, נישט פֿאַר דער משפּחה װען זײ זײַנען אַהײמגעקומען. עס איז געװען צו מאָדנע, צו אױסטערליש. בנוגע דעם עפּיזאָד מיטן מיסטקאַסטן װאָס האָט געפֿירט צו דעם געדאַנק, און װאָס איז געװען נישט װײניקער אױסטערליש, האָט זי אױך געשװיגן. װעגן די אומגעהײַערע װײטיקן האָט זי יאָ עפּעס געזאָגט איר גינעקאָלאָג, װען זי איז בײַ אים געװען מיט אַ צײַט שפּעטער אױף איר יערלעכער באַטראַכטונג.