װאָס עפּעס ,,שענקט אַ נדבֿה?'' יאָ, מיר בעטן נדבֿות. ניט כּדי אױסצורעמאָנטירן אונדזער דב"י-פּאַלאַץ אָדער מאַכן פּליטה קײן בערמודע, נאָר װאָדען - צו פּרוּװן שאַפֿן עפּעס פֿאַר די װאָס האָבן ליב דאָס ייִדיש װאָרט. מיר װאָלטן געװאָלט שאַפֿן אַ דב"י ליטעראַרישע פּרעמיע. (דאָס שױן פֿאַראַנענע ליטעראַרישע פּרעמיעס פֿאַר ייִדיש-שרײַבערס זײַנען שטאַרק באַגרענעצט צו די װאָס װױנען אין ישׂראל. ניט װאָס מע האָט ניט ליב ישׂראל, נאָר ניט יעדער שרײַבער װױנט דאָרט!) װאָס װעלן מיר טאָן מיטן געלט װאָס איר זײַט מנדבֿ? מיר װעלן אי''ה שאַפֿן אַ פּרעמיע כּדי צו באַלױנען די בעסטע ייִדיש-שרײַבערס ממש בכל מקום שהם -- פֿרום צי פֿרײַ, װאָס דרוקן זיך אין בלאָגס צי אױף די שפּאַלטן פֿון ,,דער איד''. די ריכטערס װעלן מיר אױסקלײַבן אױב און װען מיר זאָלן באַקומען גענוג אונטערשטיצונג פֿון דער לײענערשאַפֿט, נאָר זײ װעלן זײַן אױף װי װײַט מעגלעך אומאָפּהענגיקע מומחים אױף דער ייִד' ליטעראַטור הײַנט צו טאָג. איר װײסט מסתּמא אַז בײדע רעדאַקטאָרן זײַנען פֿרײַװיליק. מיר בעטן דאָס געלט ניט חלילה פֿאַר זיך אַלײן, נאָר צו מוטיקן די ייִד' ליטעראַטור דורך אונדזער קלײנעם זשורנאַלכל. אַ דאַנק פֿאָרױס!