איבער אַ נאָמען
א. איך גײ אַרױסגעבן אַ צײַטונג
אַרױסגעבן אַ צײַטונג, אַן אײגענע ייִדישע צײַטונג, זײַן אַ רעדאַקטאָר
פֿון אַ זשורנאַל ― דאָס איז געװען מײַן אידעאַל, איך האָב מורא, אױב ניט פֿונעם
ערשטן יאָר װאָס איך האָב אָנגעהױבן צו שרײַבן.
דער אידעאַל איז, מײן איך, דער װוּנטש פֿון אַלע מײַנע קאָלעגן, די עלטערע
און די ייִנגערע.
עס איז אַזױ נאַטירלעך, װי דער װוּנטש פֿון אַ דינסט צו װערן אַ װירטין,
אָדער פֿון אַ געזעלן צו זײַן בעל־הבית פֿאַר זיך. יעדער אַרבעטער װאָלט װעלן
װאָס גיכער זײַן אַ פֿאַבריקאַנט, און יעדער פֿרײַער בירגער חלומט, אַז ער קאָן
נאָך אַ מאָל זײַן אַ פּרעזידענט.
מעגלעך, אַז משיח װעט קומען, װעלן אַלע דינסטמײדלעך װערן װירטינס, אַלע
געזעלן װעלן זײַן בעלי־בתּים, אַלע אַרבעטערס ― פֿאַבריקאַנטן, אַלע בירגערס ―
פּרעזידענטן.
דענסטמאָל װעלן אױך אַלע שרײַבערס זײַן רעדאַקטאָרן.
דערװײַלע איז דאָס נאָר אַ שטרעבונג, אַן אידעאַל. און אַן אידעאַל, װאָס
שװערער ס'איז צו גרײכן, װערט אַלץ זיסער, דער יצר־הרע גרעסער און דער
חשק שטאַרקער און שטאַרקער.
מיט אײן װאָרט, איך האָב מיר געזאָגט, איך מוז זײַן אַ רעדאַקטאָר. איך מוז
האָבן אַ צײַטונג!
ניט אַזױ גיך אָבער טוט זיך עס, װי עס רעדט זיך, און אומעטום װוּ אַ
מענטש קערט זיך, טרעפֿט ער מניעות, שטערונגען, שטײנער אױפֿן װעג אָן
אַ שיעור.
די ערשטע מניעה איז געװען ― די צענזור. אױף אַרױסצוגעבן אַ צײַטונג
אין אונדזער געבענטשטן לאַנד האָט מען אין די פֿריִערדיקע יאָרן באַדאַרפֿט
דורכגײן אַלע שיבֿעה־מדורי־גיהנום: פֿאָרן, שרײַבן, בעטן, שמירן, זיך באַקענען
מיט פֿאַרשידענע מינים ברואים, ברעכערס, טוערס, בעלי־טובֿות, בעלי־עצות,
|
|
iber a nomen
#. ikh gey aroysgebn a tsaytung
aroysgebn a tsaytung, an eygene yidishe tsaytung, zayn a redaktor
fun a zhurnal ― dos iz geven mayn ideal, ikh hob moyre, oyb nit funem
ershtn yor vos ikh hob ongehoybn tsu shraybn.
der ideal iz, meyn ikh, der vuntsh fun ale mayne kolegn, di eltere
un di yingere.
es iz azoy natirlekh, vi der vuntsh fun a dinst tsu vern a virtin,
oder fun a gezeln tsu zayn balebos far zikh. yeder arbeter volt veln
vos gikher zayn a fabrikant, un yeder frayer birger kholemt, az er kon
nokh a mol zayn a prezident.
meglekh, az moshiyekh vet kumen, veln ale dinstmeydlekh vern virtins, ale
gezeln veln zayn balebatem, ale arbeters ― fabrikantn, ale birgers ―
prezidentn.
denstmol veln oykh ale shraybers zayn redaktorn.
dervayle iz dos nor a shtrebung, an ideal. un an ideal, vos
shverer s'iz tsu greykhn, vert alts ziser, der itsr-hre greser un der
kheyshek shtarker un shtarker.
mit eyn vort, ikh hob mir gezogt, ikh muz zayn a redaktor. ikh muz
hobn a tsaytung!
nit azoy gikh ober tut zikh es, vi es redt zikh, un umetum vu a
mentsh kert zikh, treft er meniyes, shterungen, shteyner oyfn veg on
a shiyer.
di ershte meniye iz geven ― di tsenzur. oyf aroystsugebn a tsaytung
in undzer gebentshtn land hot men in di frierdike yorn badarft
durkhgeyn ale shiBeh-mduri-genem: forn, shraybn, betn, shmirn, zikh bakenen
mit farshidene minem bruem, brekhers, tuers, beli-toyves, baley-etsuT,