אַן אַסיפֿה פֿון ייִק″אַ [ייִדישע קאָלאָניזאַציע אַסאָציאַציע] אין פּאַריז: אַ קאַטאָװעס אין אײן אַקט
די פּאַרשױנען:
אַבֿימלך ― פּרעזידענט
פֿיכל ― װיצע־פּרעזידענט
מהומן, בזתא, חרבונא, בגתא,
אַבֿגתא, זתר, כּרכּס ― מיטגלידער
הגי ― סעקרעטאַר
די געשיכטע קומט פֿאָר ענדע אָקטאָבער הײַנטיקס יאָר, אין דעם
קאָמיטעט פֿון דער ייִק″אַ אין פּאַריז. (אַ רײַכער זאַל. אַ גרױסער
טיש, מיט רױט געװאַנט באַצױגן, מיט גילדענע קאָטעסן. הױכע
שטולן אַרום טיש. דער עולם האָט זיך אײַנגעטײלט אין פּאָרלעך,
מען שטײט און מען רעדט),
* * *
אַבֿימלך: (קוקט זיך אַרום) ניטאָ נאָך אונדזער סעקרעטאַר?
פֿיכל: אונדזער סעקרעטאַר איז הײַנט באַשעפֿטיקט: איך װײס אַפֿילו װוּ.
אַבֿימלך: װוּ?
פֿיכל: אונדזער סעקרעטאַר האָט הײַנט אַ ראַנדעװוּ: איך װײס אַפֿילו מיט
װעמען.
אַבֿימלך: מיט װעמען? (בײגט אָן צו אים אַן אױער, פֿיכל ראַמט אים אײַן
אַ סוד, בײדע לאַכן).
מהומן: װאָס סודען זײ זיך דאָרטן?
בגתא: װער?
|
|
an asife fun yik″a [yidishe kolonizatsye asotsyatsye] in pariz:
a katoves in eyn akt
di parshoynen:
aBimeylekh ― prezident
fikhl ― vitse-prezident
mhumn, bzT#, Hrbun#, bgT#,
aBgT#, zTr, KrKs ― mitglider
hgi ― sekretar
di geshikhte kumt for ende oktober hayntiks yor, in dem
komitet fun der yik″a in pariz. (a raykher zal. a groyser
tish, mit royt gevant batsoygn, mit gildene kotesn. hoykhe
shtuln arum tish. der oylem hot zikh ayngeteylt in porlekh,
men shteyt un men redt),
* * *
aBimeylekh: (kukt zikh arum) nito nokh undzer sekretar?
fikhl: undzer sekretar iz haynt basheftikt: ikh veys afile vu.
aBimeylekh: vu?
fikhl: undzer sekretar hot haynt a randevu: ikh veys afile mit
vemen.
aBimeylekh: mit vemen? (beygt on tsu im an oyer, fikhl ramt im ayn
a sod, beyde lakhn).
mhumn: vos suden zey zikh dortn?
bgT#: ver?
|
אַן אַסיפֿה פֿון ייִק″אַ [ייִדישע קאָלאָניזאַציע אַסאָציאַציע] אין פּאַריז: אַ קאַטאָװעס אין אײן אַקט
די פּאַרשױנען:
<<אַבֿימלך>> ― פּרעזידענט
<<פֿיכל>> ― װיצע־פּרעזידענט
<<מהומן>>, <<בזתא>>, <<חרבונא>>, <<בגתא>>,
<<אַבֿגתא>>, <<זתר>>, <<כּרכּס>> ― מיטגלידער
<<הגי>> ― סעקרעטאַר
די געשיכטע קומט פֿאָר ענדע אָקטאָבער הײַנטיקס יאָר, אין דעם
קאָמיטעט פֿון דער ייִק″אַ אין פּאַריז. (אַ רײַכער זאַל. אַ גרױסער
טיש, מיט רױט געװאַנט באַצױגן, מיט גילדענע קאָטעסן. הױכע
שטולן אַרום טיש. דער עולם האָט זיך אײַנגעטײלט אין פּאָרלעך,
מען שטײט און מען רעדט),
* * *
<<אַבֿימלך>>: (קוקט זיך אַרום) ניטאָ נאָך אונדזער סעקרעטאַר?
<<פֿיכל>>: אונדזער סעקרעטאַר איז הײַנט באַשעפֿטיקט: איך װײס אַפֿילו װוּ.
<<אַבֿימלך>>: װוּ?
<<פֿיכל>>: אונדזער סעקרעטאַר האָט הײַנט אַ ראַנדעװוּ: איך װײס אַפֿילו מיט
װעמען.
<<אַבֿימלך>>: מיט װעמען? (בײגט אָן צו אים אַן אױער, פֿיכל ראַמט אים אײַן
אַ סוד, בײדע לאַכן).
<<מהומן>>: װאָס סודען זײ זיך דאָרטן?
<<בגתא>>: װער?
|