מנחם"מענדל פֿון װין צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל
אין כּתרילעװקע
25
לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי'!
ר א ש י ת בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב"ה בקו החײם והשלום, השם"
יתברך זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט
בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן
והשנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז מיר האַלטן שױן בײַ נעילה, הײַנט
בײַ נאַכט װערט דער קאָנגרעס געשלאָסן ― און איך בין מיט מײַן פּראָיעקט
נאָך אַלץ פֿון פֿאָרנט. און ס'איז גאָר קײן חידוש ניט ― ס'איז אַזױ װױנציק צײַט
געװען, און צו טאָן איז געװען אַזױ פֿיל, אַז איך װײס גאָר ניט, איך קאָן גאָר
אַזױ קלוג ניט זײַן, װי אַזױ װועט מען פֿאַרטיק װערן מיט די אַלע זאַכן װאָס
מיר האָבן אָנגעהױבן? צי װעלן מיר ניט בלײַבן שטעקן חלילה אין מיטן?
געװאַלד, װען װעלן מיר אױסקלױבן אַ קאָמיטעט? און װאָס װעט זײַן מיטן
פּרעזידענט? מען דאַרף דאָך אױסקלױבן אַ פּרעזידענט אױף צױי יאָר! איך שטײ
און קוק אַרױף אַהין גאַנץ אױבן און אױף דער עסקאַדרע, װוּ ס'זיצן אונדזערעט
גדולים, און טראַכט מיר: װעמען פֿון זײ מאַכט מען פֿאַר אַ פּרעזידענט? אַז
ס'איז פֿאַראַן קײן עין־'הרע אַזױ פֿיל קאַנדידאַטן און אַלע אױסגעצײכנטע, אַלע
װאָלטן זײ גאַנץ גוט געטױגט און קײנער פֿון זײ װאָלט זיך ניט אָפּגעזאָגט.
מילא פֿון זײערע, פֿון די דײַטשן הײסט עס, איז דאָך אָפּגערעדט. איטלעכער
דײַטש איז אַ געבױרענער פּרעזידענט. דער אױסזען, דאָס האַלטן זיך, דאָס גײן
אָנגעטאָן אַזױ אַז ס'זאָל גלאַנצן און ס'זאָל פֿינקלען און סזאָל זינגען. הײַנט
דאַרף מען קענען קאָמאַנדעװען, מײן ניט! מען דאַרף קענען געבן אַ זעץ מיטן
האַמער איבערן טיש אַזױ, אַז דער זאַל זאָל געבן אַ ציטער. הײַנט די שפּראַך?
דו שפּילטט זיך מיט דער שפּראַך? למאַי זאָלן מיר זיך נאַרן, איך שטעל מיר
פֿאָר, װױ װאָלט זײַן, אַ שטײגער, װען איך בין אַ פּרעזידענט און טו מיר אַ רעד
אױף אונדזער ייִדיש לשון:;הערט זשע אױסעט רבותים, די מעשׂה דערפֿון איז
אַזױ*... אמת, מען װעט מיך טאַקע פֿאַרשטײן, װאָס איך זאָג און װאָס איך ול
זאָגן, נאָר װאָס פֿאַר אַ פּנים װועט דאָס האָבן? צו װאָכעדיק! מעשׂה אַסיפֿה!..
257
|
|
Menakhem"mendl fun vin tsu zayn vayb sheyne-sheyndl
in KTrilevke
25
lzugosi hikrh hkhokhme htsnueh mores sheyne-sheyndl shTHi'!
reyshes bin ikh dir moydiye, az ikh bin b"h bku hakhayem uhshlum, hashem"
yisborekh zol helfn m'zol tomed horkhn eyns fun dos andere nor guts mit
bsures toyves yeshues unHmuT btokh klaleyshr#l ― omeyn
vehasheynes zay oysn, zugosi hikrh, az mir haltn shoyn bay nile, haynt
bay nakht vert der kongres geshlosn ― un ikh bin mit mayn proyekt
nokh alts fun fornt. un s'iz gor keyn khidesh nit ― s'iz azoy voyntsik tsayt
geven, un tsu ton iz geven azoy fil, az ikh veys gor nit, ikh kon gor
azoy klug nit zayn, vi azoy vuet men fartik vern mit di ale zakhn vos
mir hobn ongehoybn? tsi veln mir nit blaybn shtekn kholile in mitn?
gevald, ven veln mir oyskloybn a komitet? un vos vet zayn mitn
prezident? men darf dokh oyskloybn a prezident oyf tsoyi yor! ikh shtey
un kuk aroyf ahin gants oybn un oyf der eskadre, vu s'zitsn undzeret
gedoylem, un trakht mir: vemen fun zey makht men far a prezident? az
s'iz faran keyn eyn-'hore azoy fil kandidatn un ale oysgetseykhnte, ale
voltn zey gants gut getoygt un keyner fun zey volt zikh nit opgezogt.
meyle fun zeyere, fun di daytshn heyst es, iz dokh opgeredt. itlekher
daytsh iz a geboyrener prezident. der oyszen, dos haltn zikh, dos geyn
ongeton azoy az s'zol glantsn un s'zol finklen un szol zingen. haynt
darf men kenen komandeven, meyn nit! men darf kenen gebn a zets mitn
hamer ibern tish azoy, az der zal zol gebn a tsiter. haynt di shprakh?
du shpiltt zikh mit der shprakh? lemay zoln mir zikh narn, ikh shtel mir
for, voy volt zayn, a shteyger, ven ikh bin a prezident un tu mir a red
oyf undzer yidish loshn:;hert zhe oyset raboysaym, di mayse derfun iz
azoy*... emes, men vet mikh take farshteyn, vos ikh zog un vos ikh ul
zogn, nor vos far a ponem vuet dos hobn? tsu vokhedik! mayse asife!..