שײנע־שײנדל פֿון פֿתרילעװקע צו איר מאַן מנהם־מענדל
אין װאַרשע
8
לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוחר"ר מנחם מענדל נ"י!
ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן אַז מיר זענען אַלע גאָט צו דאַנקען
אין בעסטן געזונט. גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײײַטער ניט
ערגער. צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז די צרות װאָס מיר טראָגן
איבער דאָ אין כּתרילעװקע, װײס איך ניט אױב ס'איז דאָ נאָך אַ שטאָט אױף
דער װועלט װאָס האָט גאָר געהערט פֿון זײ. אַזאַ זאַך, װאָס האָט זיך פֿאַרלאָפֿן
בײַ אונדז דאָ ניט לאַנג, האָט זיך נאָך ניט געטראָפֿן אין ערגעץ זינט די װעלט
שטײט. מיר לעבן נאָך איצט אױך אין אײנע שרעק און אין אײנע פּחדים. גאָט
האָט אונדז צוגעשיקט אַ המן אַ פּריסטאַ, װיל ער זיך אָן אונדז נוקם זײַן
און װער איז שולדיק מײנסטו? טאַקע אונדזערע נגידים אַלײן. און ניט אַזױ נאָך
די נגידים, װױ די לײדיק"גײערס די שרײַבערס, װאָס שרײַבן אױף די געזעטן
זי האָבן ניט װאָס צו טאָן, כאַפּן זײ זיך אָן אין יעדער נאַרישקײט, צעשמירן
עס אױף די בלעטער און מאַכן דערפֿון, ױ זאָגט די מאַמע: אַ גאַנצן צימעס
צעלײגט אױף זיבן טעלערלעך... װען ניט זײ, װאָלט גאָרניט געװען. דער פּריסטאַ:ז
דער המן װאָלט זיך מסתּמא געמאָרדעװעט און געמאָרדעװעט און װאָלט זיך
איבערגעמאָרדעװעט. נאָר איך פֿאַרכאַפּ דיר די פֿיש פֿאַר דער נעץ, גאָר פֿאַר"
געסן אַז מען דאַרף דיר פֿריִער דערצײלן די מעשׂה. די מעשׂה איז א שײנע
מעשׂה נאָר אַ קורצע. איך קאָן זי דיר איבערגעבן אין דרײַ װערטער, אױב דו
האָסט צײַט מיך אױסהערן ביזן סוף און אוב דו קענסט אַװעקװאַרפֿן אױף אַ
מינוט דײַנע גרױסע עסקים מיט דײַנע טערקן און מיט דײַנע מלכים און מיט
דײַנע מיליאָנערן און דערמאָנען זיך אַו דו האָסט אַ װוײַב ביז הונדערט און
צװאַנציק יאָר, װאָס קען ניט אפֿשר אַזױ פֿױגלדיק שרײַבן, ױ איר מאַן דער
שרײַבער, נאָר אַ מעשׂה דערצײלן קאָן אַ גױ אין פּאָסטעלעס אױך.
הכּלל, דו דאַרפֿסט געדענקען לװי דעם טױבנס זונדל, שלמח־װעלװל
שאַרלאַטאַן 1 איז ער הײַנט געװאָרן אַ גאַנצער יאַדטעבע־ראַם, אַ נגיד מיט אַ
פֿאַיטאָנדל. דער אײנציקער נגיד און דער אײנציקער פֿאַיטאָן! פֿון װאַנען האָט זיך
139
|
|
sheyne-sheyndl fun fTrilevke tsu ir man mnhm-mendl
in varshe
8
lekoved baley hikr hkhokhem mufleg hngid hmfursm moyekhr"r Menakhem mendl n"i!
ershtns kum ikh dir tsu meldn az mir zenen ale got tsu danken
in bestn gezunt. gib got dos nemlekhe fun dir tsu hern oyf veyayter nit
erger. tsveytns shrayb ikh dir, baley hikr, az di tsores vos mir trogn
iber do in KTrilevke, veys ikh nit oyb s'iz do nokh a shtot oyf
der vuelt vos hot gor gehert fun zey. aza zakh, vos hot zikh farlofn
bay undz do nit lang, hot zikh nokh nit getrofn in ergets zint di velt
shteyt. mir lebn nokh itst oykh in eyne shrek un in eyne pekhodem. got
hot undz tsugeshikt a homen a prista, vil er zikh on undz noykem zayn
un ver iz shuldik meynstu? take undzere negidem aleyn. un nit azoy nokh
di negidem, voy di leydik"geyers di shraybers, vos shraybn oyf di gezetn
zi hobn nit vos tsu ton, khapn zey zikh on in yeder narishkayt, tseshmirn
es oyf di bleter un makhn derfun, oy zogt di mame: a gantsn tsimes
tseleygt oyf zibn telerlekh... ven nit zey, volt gornit geven. der prista:z
der homen volt zikh mistome gemordevet un gemordevet un volt zikh
ibergemordevet. nor ikh farkhap dir di fish far der nets, gor far"
gesn az men darf dir frier dertseyln di mayse. di mayse iz # sheyne
mayse nor a kurtse. ikh kon zi dir ibergebn in dray verter, oyb du
host tsayt mikh oyshern bizn suf un ub du kenst avekvarfn oyf a
minut dayne groyse asokem mit dayne terkn un mit dayne melokhem un mit
dayne milyonern un dermonen zikh au du host a vuayb biz hundert un
tsvantsik yor, vos ken nit efsher azoy foygldik shraybn, oy ir man der
shrayber, nor a mayse dertseyln kon a goy in posteles oykh.
haklal, du darfst gedenken leyvi dem toybns zundl, shlmH-velvl
sharlatan 1 iz er haynt gevorn a gantser yadtebe-ram, a noged mit a
faytondl. der eyntsiker noged un der eyntsiker fayton! fun vanen hot zikh