I
צו מײַן ביאָגראַפֿיע
(געשריבן אין יאָר 1903 צו מײַן אינטימסטן פֿרײַנט י. ח. ראװניצקי)
ליבסטער חבֿר, טײַערסטער פֿרײַנט ראַװניצקי!
איר װילט, איך זאָל אײַך געבן כאָטש אַ ביסל רשימות צו מײַן ביאָ־
גראַפֿיע? איך האָב זײער מורא, צי איז בכלל ניט קײן איבעריקע זאַך די
ביאָגראַפֿיע מײַנע? אפֿשר איז נאָך אַ ביסל צו פֿרי? דאָס איז נומער אײנס.
והשנית, האָב איך חשק אַלײן אָנשרײַבן די געשיכטע פֿון מײַן לעבן ―
אַ גאַנצן ספֿר *. און דריטנס, בין איך איצט, לא עליכם, שטאַרק פֿאַרטאָן
אין עסק. טאַקע אין ליטעראַטור. זינט איך שרײַב בין איך נאָך קײנמאָל
נישט געװען אַזױ פּראָדוקטיװ, אַזױ פֿרוכטבאַר, װי אַצינד. צי גוט, צי
שלעכט ― נאָר סע שרײַבט זיך אַ סך. און איר װײסט דאָך, װי אַזױ איך
בין מסוגל צו שרײַבן ― אַפֿילו אַף אַ שפּיץ פֿון אַ נאָדל און אַף אַ שאַרף
פֿון אַ שװערד!... אַ חסרון ― די צײַט איז ניט גוט, און באַ אונדזער פֿאָלק
אין דרױסן איז כמאַרנע, גלוסט זיך ניט לאַכן, און אַז סע לאַכט זיך ―
לאַכט זיך מיט יאַשטשערקעס... הײַנט דאָס איבערשרײַבן זיך מיט אונד־
זערע גדולים, די ייִדן און, להבֿדיל, די גױיִם ― נעמט צו באַ מיר אַ גוזמא
צײַט. און דאָך האָב איך זיך אָפּגעריסן פֿון אײַערטװעגן אַ גאַנצע שעה
(רוצח!), און נאַט אײַך נאָך אַ ביסל רשימות. אפֿשר װעלן זײ אײַך צונוץ
קומען באַ אײַער אַרבעט? און גאָט לאָז אײַך זײַן צו הילף!
אײַער איבערגעבנסטער חבֿר
ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם.
... אין אַ קלײן שטעטל װאָראָנקאָ, װי אַ טל־ומטר די גרױס, ניט װײַט
פֿון דער שטאָט פּערעיאַסלאַװ (װוּ איך בין אינעם יאָר 1859 געבױרן) ―
דאָרט האָב איך פֿאַרבראַכט די בעסטע גילדענע יאָרן, מײַנע ערשטע גוטע
נאַרישע קינדערשע יאָרן. אין דעם דאָזיקן קלײנעם װאָראָנקאָ איז מײַן פֿאָ־
טער געװען דער מיוחס, דער גבֿיר, דער גבאי ראשון פֿון אַלע חבֿרות ―
„רב נחום װעװיקס“! און מיר, רב נחום װעװיקס קינדער, ― אױך נישט
――――
דעם ספֿר האָב איך טאַקע אָנגעהױבן נאָכדעם צו שרײַבן אין איטאַליע מיטן
נאָמען „שלום עליכמס ביאָגראַפֿיע, פֿון אים אַלײן געשריבן“.
אָנגעמערקט (פֿון שלום עליכם) אין 1913.
|
|
ay
tsu mayn byografye
(geshribn in yor 1903 tsu mayn intimstn fraynt i. H. r#vnitski)
libster khaver, tayerster fraynt ravnitski!
ir vilt, ikh zol aykh gebn khotsh a bisl reshimes tsu mayn byo-
grafye? ikh hob zeyer moyre, tsi iz bekhlal nit keyn iberike zakh di
byografye mayne? efsher iz nokh a bisl tsu fri? dos iz numer eyns.
vehasheynes, hob ikh kheyshek aleyn onshraybn di geshikhte fun mayn lebn ―
a gantsn seyfer *. un dritns, bin ikh itst, loy aleykhem, shtark farton
in eysek. take in literatur. zint ikh shrayb bin ikh nokh keynmol
nisht geven azoy produktiv, azoy frukhtbar, vi atsind. tsi gut, tsi
shlekht ― nor se shraybt zikh a sakh. un ir veyst dokh, vi azoy ikh
bin mesugl tsu shraybn ― afile af a shpits fun a nodl un af a sharf
fun a shverd!... a khesorn ― di tsayt iz nit gut, un ba undzer folk
in droysn iz khmarne, glust zikh nit lakhn, un az se lakht zikh ―
lakht zikh mit yashtsherkes... haynt dos ibershraybn zikh mit und-
zere gedoylem, di yidn un, lehavdil, di goyim ― nemt tsu ba mir a guzme
tsayt. un dokh hob ikh zikh opgerisn fun ayertvegn a gantse sho
(retseyekh!), un nat aykh nokh a bisl reshimes. efsher veln zey aykh tsunuts
kumen ba ayer arbet? un got loz aykh zayn tsu hilf!
ayer ibergebnster khaver
sholem - elikh m.
... in a kleyn shtetl voronko, vi a tl-umtr di groys, nit vayt
fun der shtot pereyaslav (vu ikh bin inem yor 1859 geboyrn) ―
dort hob ikh farbrakht di beste gildene yorn, mayne ershte gute
narishe kindershe yorn. in dem dozikn kleynem voronko iz mayn fo-
ter geven der meyukhes, der gevir, der gabe rishen fun ale khevres ―
"reb Nokhem veviks''! un mir, reb Nokhem veviks kinder, ― oykh nisht
――――
dem seyfer hob ikh take ongehoybn nokhdem tsu shraybn in italye mitn
nomen "sholem elikhms byografye, fun im aleyn geshribn''.
ongemerkt (fun sholem aleykhem) in 1913.
|
I
צו מײַן ביאָגראַפֿיע
(געשריבן אין יאָר 1903 צו מײַן אינטימסטן פֿרײַנט י. ח. ראװניצקי)
ליבסטער חבֿר, טײַערסטער פֿרײַנט ראַװניצקי!
איר װילט, איך זאָל אײַך געבן כאָטש אַ ביסל רשימות צו מײַן
ביאָגראַפֿיע? איך האָב זײער מורא, צי איז בכלל ניט קײן איבעריקע זאַך די
ביאָגראַפֿיע מײַנע? אפֿשר איז נאָך אַ ביסל צו פֿרי? דאָס איז נומער אײנס.
והשנית, האָב איך חשק אַלײן אָנשרײַבן די געשיכטע פֿון מײַן לעבן ―
אַ גאַנצן ספֿר *. און דריטנס, בין איך איצט, לא עליכם, שטאַרק פֿאַרטאָן
אין עסק. טאַקע אין ליטעראַטור. זינט איך שרײַב בין איך נאָך קײנמאָל
נישט געװען אַזױ פּראָדוקטיװ, אַזױ פֿרוכטבאַר, װי אַצינד. צי גוט, צי
שלעכט ― נאָר סע שרײַבט זיך אַ סך. און איר װײסט דאָך, װי אַזױ איך
בין מסוגל צו שרײַבן ― אַפֿילו אַף אַ שפּיץ פֿון אַ נאָדל און אַף אַ שאַרף
פֿון אַ שװערד!... אַ חסרון ― די צײַט איז ניט גוט, און באַ אונדזער פֿאָלק
אין דרױסן איז כמאַרנע, גלוסט זיך ניט לאַכן, און אַז סע לאַכט זיך ―
לאַכט זיך מיט יאַשטשערקעס... הײַנט דאָס איבערשרײַבן זיך מיט
אונדזערע גדולים, די ייִדן און, להבֿדיל, די גױיִם ― נעמט צו באַ מיר אַ גוזמא
צײַט. און דאָך האָב איך זיך אָפּגעריסן פֿון אײַערטװעגן אַ גאַנצע שעה
(רוצח!), און נאַט אײַך נאָך אַ ביסל רשימות. אפֿשר װעלן זײ אײַך צונוץ
קומען באַ אײַער אַרבעט? און גאָט לאָז אײַך זײַן צו הילף!
אײַער איבערגעבנסטער חבֿר
ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם.
... אין אַ קלײן שטעטל װאָראָנקאָ, װי אַ טל־ומטר די גרױס, ניט װײַט
פֿון דער שטאָט פּערעיאַסלאַװ (װוּ איך בין אינעם יאָר 1859 געבױרן) ―
דאָרט האָב איך פֿאַרבראַכט די בעסטע גילדענע יאָרן, מײַנע ערשטע גוטע
נאַרישע קינדערשע יאָרן. אין דעם דאָזיקן קלײנעם װאָראָנקאָ איז מײַן
פֿאָטער געװען דער מיוחס, דער גבֿיר, דער גבאי ראשון פֿון אַלע חבֿרות ―