77
אַ שטעלע פֿאַר אַ „סעקרעטאַר“
ער פֿאָרט מיט זײַן נײַעם פּאַטראָן קײן ביעלאָצערקאָװ. ― מע נעמט אים אױף, װי
אַ טײַערן גאַסט ― פֿאַמיליען־אידיליעס. „רב לױ“. ― דער בעל־הבית לערנט
מיטן סעקרעטאַר הלכות אַדװאָקאַט. ― מיאוס אָפּגענאַרט. ― ער שרײַבט אַ מליצה־
בריװ צום פֿאָטער און באַקומט נײַע האָפֿענונגען.
פֿאָרנדיק פֿון קיִעװ קײן ביעלאָצערקאָװ, האָט זיך דער „פּריסיאַזשנע
פּאָװיערענע“ עפּעלבױם געשטעלט גאַנץ ברײט, אױפֿגעפֿירט זיך װי אַ רײַ־
כער פּאָמעשטשיק, ניט געזשאַלעװעט קױפֿן בילעטן ערשטע קלאַס. אַפֿן
װאָקזאַל, אין פֿאַסטאָװ, געגעבן שײן צו לײזן געלט דעם בופֿעט. דעם
מענטשן, װאָס האָט זײ באַדינט, האָט ער אױך גאַנץ פֿײַן באַהאַנדלט. אונד־
זער יונגן העלד האָט ער פֿאַר זײַנע באַקאַנטע פֿאָרגעשטעלט אַלס „סעקרע־
טאַר“. און װאָס ער האָט אַזעלכעס דערצײלט אַף זײַן „סעקרעטאַר“ באַ זיך
אינדערהײם ― װײס נאָר אײן גאָט אין הימל... נאָר מ'דאַרף זיך פֿאָרשטעלן
אַז מסתּמא האָט דער „פּריסיאַזשנע פּאָװיערענע“ אױסגעמאָלט פֿאַר זײַנע
הײמישע זײַן „סעקרעטאַר“ מיט די רײַכסטע און שענסטע פֿאַרבן. װאָרעם
ער האָט געהאַט אַזאַ גרױסאַרטיקע װאַרעמע אױפֿנאַמע, װאָס נאָר אַ לאַנג־
דערװאַרטעטער גאַסט, אָדער אַ רײַכער קרובֿ פֿון אַמעריקע, קאָן זיך װינטשן:
אַזאַ קרובֿ, װאָס מע קוקט־אַרױס אַף זײַן ירושה... משה עפּעלבױמס װײַב,
אַ ייִדענע אַ צדיקית און אַ זעלטענע װירטן, האָט זיך אָנגעטאָן שבתדיק און
אױסגעצװאָגן די קינדער. דערנאָך האָט זי אָפּגעקאָכט אַף װעטשערע אַ
מאָלצײַט, װאָס אים װאָלט געמעגט עסן דער קײסער. עפּעלבױמס עלטע־
רער בחור לױ, אַ חכם אַ יונגאַטש, ― אין שטוב האָט מען אים גערופֿן
„רב לױ“ ― האָט זיך ניט געקאָנט אײַנהאַלטן פֿון התפּעלות און האָט אַ
בורקע געגעבן, אױפֿשטײענדיק פֿון טיש און גלעטנדיק זיך דאָס בײַכל,
אַז עס װאָלט גאָרניט געשאַרט, אַז אַלע טאָג זאָלן זײַן אַזעלכע געסט און
מע זאָל קאָכן אַזעלכע גוטע מאָלצײַטן. האָט אים משה עפּעלבױם געשענקט
אַ פּאַטש און האָט אים אַ זאָג געגעבן, אַז ס'װאָלט גאָר ניט געשאַדט, אַז
ער, רב לױ, זאָל זײַן אַ ביסעלע קליגער און זאָל ניט האָבן אַזאַ לאַנגע
צונג. און צום „סעקרעטאַר“ האָט ער אַ זאָג געגעבן:
― װי געפֿעלט אײַך מײַן קדיש, רב לױ? אַ פֿײַנער תּכשיט! קײן עין־
הרע, אַ מושלם! מײַן קאָפּ מעג שױן דעמאָלט ליגן אין דער ערד, װען ער
װעט קאָנען זאָגן נאָך מיר קדיש...
פֿונעם װיץ האָבן זיך אַלע צעלאַכט, און רב לױ אױך בתּוכם. פֿונ־
דעסטװעגן האָט די מוטער געפֿונען פֿאַר נײטיק זיך אָננעמען די קריװדע
|
|
77
a shtele far a "sekretar''
er fort mit zayn nayem patron keyn byelotserkov. ― me nemt im oyf, vi
a tayern gast ― familyen-idilyes. "reb loy''. ― der balebos lernt
mitn sekretar halokhes advokat. ― mies opgenart. ― er shraybt a mlitsh-
briv tsum foter un bakumt naye hofenungen.
forndik fun kiev keyn byelotserkov, hot zikh der "prisyazhne
povyerene'' epelboym geshtelt gants breyt, oyfgefirt zikh vi a ray-
kher pomeshtshik, nit gezhalevet koyfn biletn ershte klas. afn
vokzal, in fastov, gegebn sheyn tsu leyzn gelt dem bufet. dem
mentshn, vos hot zey badint, hot er oykh gants fayn bahandlt. und-
zer yungn held hot er far zayne bakante forgeshtelt als "sekre-
tar''. un vos er hot azelkhes dertseylt af zayn "sekretar'' ba zikh
inderheym ― veys nor eyn got in himl... nor m'darf zikh forshteln
az mistome hot der "prisyazhne povyerene'' oysgemolt far zayne
heymishe zayn "sekretar'' mit di raykhste un shenste farbn. vorem
er hot gehat aza groysartike vareme oyfname, vos nor a lang-
dervarteter gast, oder a raykher korev fun amerike, kon zikh vintshn:
aza korev, vos me kukt-aroys af zayn yerushe... Moyshe epelboyms vayb,
a yidene a tsadikiT un a zeltene virtn, hot zikh ongeton shabesdik un
oysgetsvogn di kinder. dernokh hot zi opgekokht af vetshere a
moltsayt, vos im volt gemegt esn der keyser. epelboyms elte-
rer bokher loy, a khokhem a yungatsh, ― in shtub hot men im gerufn
"reb loy'' ― hot zikh nit gekont aynhaltn fun hespayles un hot a
burke gegebn, oyfshteyendik fun tish un gletndik zikh dos baykhl,
az es volt gornit geshart, az ale tog zoln zayn azelkhe gest un
me zol kokhn azelkhe gute moltsaytn. hot im Moyshe epelboym geshenkt
a patsh un hot im a zog gegebn, az s'volt gor nit geshadt, az
er, reb loy, zol zayn a bisele kliger un zol nit hobn aza lange
tsung. un tsum "sekretar'' hot er a zog gegebn:
― vi gefelt aykh mayn kadesh, reb loy? a fayner takhshet! keyn eyn-
hore, a mushlem! mayn kop meg shoyn demolt lign in der erd, ven er
vet konen zogn nokh mir kadesh...
funem vits hobn zikh ale tselakht, un reb loy oykh btokhm. fun-
destvegn hot di muter gefunen far neytik zikh onnemen di krivde
|
77
אַ שטעלע פֿאַר אַ „סעקרעטאַר“
ער פֿאָרט מיט זײַן נײַעם פּאַטראָן קײן ביעלאָצערקאָװ. ― מע נעמט אים אױף, װי
אַ טײַערן גאַסט ― פֿאַמיליען־אידיליעס. „רב לױ“. ― דער בעל־הבית לערנט
מיטן סעקרעטאַר הלכות אַדװאָקאַט. ― מיאוס אָפּגענאַרט. ― ער שרײַבט אַ
מליצהבריװ צום פֿאָטער און באַקומט נײַע האָפֿענונגען.
פֿאָרנדיק פֿון קיִעװ קײן ביעלאָצערקאָװ, האָט זיך דער „פּריסיאַזשנע
פּאָװיערענע“ עפּעלבױם געשטעלט גאַנץ ברײט, אױפֿגעפֿירט זיך װי אַ
רײַכער פּאָמעשטשיק, ניט געזשאַלעװעט קױפֿן בילעטן ערשטע קלאַס. אַפֿן
װאָקזאַל, אין פֿאַסטאָװ, געגעבן שײן צו לײזן געלט דעם בופֿעט. דעם
מענטשן, װאָס האָט זײ באַדינט, האָט ער אױך גאַנץ פֿײַן באַהאַנדלט.
אונדזער יונגן העלד האָט ער פֿאַר זײַנע באַקאַנטע פֿאָרגעשטעלט אַלס „
סעקרעטאַר“. און װאָס ער האָט אַזעלכעס דערצײלט אַף זײַן „סעקרעטאַר“ באַ זיך
אינדערהײם ― װײס נאָר אײן גאָט אין הימל... נאָר מ'דאַרף זיך פֿאָרשטעלן
אַז מסתּמא האָט דער „פּריסיאַזשנע פּאָװיערענע“ אױסגעמאָלט פֿאַר זײַנע
הײמישע זײַן „סעקרעטאַר“ מיט די רײַכסטע און שענסטע פֿאַרבן. װאָרעם
ער האָט געהאַט אַזאַ גרױסאַרטיקע װאַרעמע אױפֿנאַמע, װאָס נאָר אַ
לאַנגדערװאַרטעטער גאַסט, אָדער אַ רײַכער קרובֿ פֿון אַמעריקע, קאָן זיך װינטשן:
אַזאַ קרובֿ, װאָס מע קוקט־אַרױס אַף זײַן ירושה... משה עפּעלבױמס װײַב,
אַ ייִדענע אַ צדיקית און אַ זעלטענע װירטן, האָט זיך אָנגעטאָן שבתדיק און
אױסגעצװאָגן די קינדער. דערנאָך האָט זי אָפּגעקאָכט אַף װעטשערע אַ
מאָלצײַט, װאָס אים װאָלט געמעגט עסן דער קײסער. עפּעלבױמס
עלטערער בחור לױ, אַ חכם אַ יונגאַטש, ― אין שטוב האָט מען אים גערופֿן
„רב לױ“ ― האָט זיך ניט געקאָנט אײַנהאַלטן פֿון התפּעלות און האָט אַ
בורקע געגעבן, אױפֿשטײענדיק פֿון טיש און גלעטנדיק זיך דאָס בײַכל,
אַז עס װאָלט גאָרניט געשאַרט, אַז אַלע טאָג זאָלן זײַן אַזעלכע געסט און
מע זאָל קאָכן אַזעלכע גוטע מאָלצײַטן. האָט אים משה עפּעלבױם געשענקט
אַ פּאַטש און האָט אים אַ זאָג געגעבן, אַז ס'װאָלט גאָר ניט געשאַדט, אַז
ער, רב לױ, זאָל זײַן אַ ביסעלע קליגער און זאָל ניט האָבן אַזאַ לאַנגע
צונג. און צום „סעקרעטאַר“ האָט ער אַ זאָג געגעבן:
― װי געפֿעלט אײַך מײַן קדיש, רב לױ? אַ פֿײַנער תּכשיט! קײן
עיןהרע, אַ מושלם! מײַן קאָפּ מעג שױן דעמאָלט ליגן אין דער ערד, װען ער
װעט קאָנען זאָגן נאָך מיר קדיש...
פֿונעם װיץ האָבן זיך אַלע צעלאַכט, און רב לױ אױך בתּוכם.
פֿונדעסטװעגן האָט די מוטער געפֿונען פֿאַר נײטיק זיך אָננעמען די קריװדע
|