336 שלום עליכם
ניקן. קופּערניק, ער זאָל װעלן, קאָן ער טאָן אַ סך. זײער אַ סך! אַ קלײ־
ניקײט קופּערניק? מיט אַזאַ פּראָטעקציע קאָן מען דורכברעכן מױערן!
באַװעגן די גרעסטע לײַט! און נישט לאַנג געטראַכט, זעצט זיך אַװעק
דער „אוטשאָנע יעװרײ“ און שרײַבט אַ קאַרטל צו זײַן בעסטן פֿרײַנט
און קאָלעגע, צום באַרימטן אַדװאָקאַט לעװ אַבראַמאָװיטש קופּערניק.
76
קופּערניק
ער זוכט דעם באַרימטן אַדװאָקאַט אַפֿן „קרעשטשאַטיק“. ― „מעניאַלנאַיאַ קאָנטאָראַ
קופּערניקאַ“. ― אין אָקרוזשנע סוד. ― ער געפֿינט ענדלעך װעמען ער זוכט. און
די פּראָטעקציע װירקט. ― אַ קלײנער טעות: ניט קופּערניק, נאָר משה עפּעלבױם
פֿון ביעלאָצערקאָװ
דער נאָמען קופּערניק, אָדער װי מע האָט אים גערופֿן צװישן ייִדן
„ ק אָ פּ ע ר נ י ק אָ װ “, איז געװען כּמעט אַזױ באַרימט און פּאָ־
פּולער, װי אַלכּסנדר פֿאָן הומבאָלד אין אײראָפּע, אָדער װי קאָלומבוס אין
אַמעריקע. דער פּראָצעס פֿון קוטאַאיס, דער באַרימטער בלוט־בלבול, װאָס
קופּערניק האָט פֿאַרטײדיקט און רײנגעװאַשן, האָט אים געמאַכט אַזױ באַ־
רימט, װי אין אַ סך יאָרן אַרום האָט באַרימט געמאַכט אַן אַנדערן אַד־
װאָקאַט, אָ. אָ. גרוזענבערגן, דער פּראָצעס פֿון מענדל בײליס. און אַזױ
װי גרוזענבערגן, אַזױ האָט מען פֿון קופּערניקן אין זײַן צײַט דערצײלט
נסים ונפֿלאָות, אַרומגערינגלט אים מיט לעגענדעס.
האָבנדיק אַ פּראָטעקציע צו אַזאַ מאַן, װי קופּערניק, מעג מען זיך
שױן דערלױבן צו טרױמען, פֿאַנטאַזירן און חלומען די בעסטע חלומות.
כאַפּן זיך שטאַרק איז אױך ניטאָ װאָס. ובפֿרט, אַז ער װײס נאָך גאָרניט,
װוּ קופּערניקס אַדרעס איז. האָט ער זיך פּאַװאָליע אַרױפֿגעדראַפּעט אַפֿן
הױכן „קרעשטשאַטיק“, די שענסטע גאַס אין קיִעװ, און דאָרט איז
אונדזער העלד ניט שװער געװען צו דערפֿרעגן זיך, װוּ קופּערניק זיצט.
אַרײַן אין אַ הױף אַקעגן האָטעל „יעװראָפּאַ“, האָט ער איבערגעלײענט אַף
רוסיש: „מיעניאַלנאַיאַ קאָנטאָראַ קופּערניקאַ“. איז אים אַפֿילו געװען אַ
חידוש, װי קומט צו קופּערניק דעם אַדװאָקאַט אַ „מיעניאַלנע קאַנטאָר“?
נאָר עס איז אים באַלד פֿאַרענטפֿערט געװאָרן די קשיה.
אַרײַנגעקומען אינעװײניק אין קופּערניקס קאַנטאָר, האָט ער געטראָפֿן
אַ יונגנמאַן מיט בלױע ברילן און אַ ייִדענע אַ ליטװעטשקע אין אַ װײַסן
פּאַריק.
|
|
336 sholem aleykhem
nikn. kupernik, er zol veln, kon er ton a sakh. zeyer a sakh! a kley-
nikayt kupernik? mit aza protektsye kon men durkhbrekhn moyern!
bavegn di greste layt! un nisht lang getrakht, zetst zikh avek
der "utshone yevrey'' un shraybt a kartl tsu zayn bestn fraynt
un kolege, tsum barimtn advokat lev abramovitsh kupernik.
76
kupernik
er zukht dem barimtn advokat afn "kreshtshatik''. ― "menyalnaya kontora
kupernika''. ― in okruzhne sod. ― er gefint endlekh vemen er zukht.
un
di protektsye virkt. ― a kleyner toes: nit kupernik, nor Moyshe epelboym
fun byelotserkov
der nomen kupernik, oder vi me hot im gerufn tsvishn yidn
" kopernikov '', iz geven kemat azoy barimt un po-
puler, vi eyleksender fon humbold in eyrope, oder vi kolumbus in
amerike. der protses fun kuta#is, der barimter blut-blbul, vos
kupernik hot farteydikt un reyngevashn, hot im gemakht azoy ba-
rimt, vi in a sakh yorn arum hot barimt gemakht an andern ad-
vokat, o. o. gruzenbergn, der protses fun mendl beylis. un azoy
vi gruzenbergn, azoy hot men fun kupernikn in zayn tsayt dertseylt
nisem unflouT, arumgeringlt im mit legendes.
hobndik a protektsye tsu aza man, vi kupernik, meg men zikh
shoyn derloybn tsu troymen, fantazirn un kholemen di beste khaloymes.
khapn zikh shtark iz oykh nito vos. ubfrt, az er veys nokh gornit,
vu kuperniks adres iz. hot er zikh pavolye aroyfgedrapet afn
hoykhn "kreshtshatik'', di shenste gas in kiev, un dort iz
undzer held nit shver geven tsu derfregn zikh, vu kupernik zitst.
arayn in a hoyf akegn hotel "yevropa'', hot er ibergeleyent af
rusish: "myenyalnaya kontora kupernika''. iz im afile geven a
khidesh, vi kumt tsu kupernik dem advokat a "myenyalne kantor''?
nor es iz im bald farentfert gevorn di kshih.
arayngekumen ineveynik in kuperniks kantor, hot er getrofn
a yungnman mit bloye briln un a yidene a litvetshke in a vaysn
parik.
|
336 שלום עליכם
ניקן. קופּערניק, ער זאָל װעלן, קאָן ער טאָן אַ סך. זײער אַ סך! אַ
קלײניקײט קופּערניק? מיט אַזאַ פּראָטעקציע קאָן מען דורכברעכן מױערן!
באַװעגן די גרעסטע לײַט! און נישט לאַנג געטראַכט, זעצט זיך אַװעק
דער „אוטשאָנע יעװרײ“ און שרײַבט אַ קאַרטל צו זײַן בעסטן פֿרײַנט
און קאָלעגע, צום באַרימטן אַדװאָקאַט לעװ אַבראַמאָװיטש קופּערניק.
76
קופּערניק
ער זוכט דעם באַרימטן אַדװאָקאַט אַפֿן „קרעשטשאַטיק“. ― „מעניאַלנאַיאַ קאָנטאָראַ
קופּערניקאַ“. ― אין אָקרוזשנע סוד. ― ער געפֿינט ענדלעך װעמען ער זוכט. און
די פּראָטעקציע װירקט. ― אַ קלײנער טעות: ניט קופּערניק, נאָר משה עפּעלבױם
פֿון ביעלאָצערקאָװ
דער נאָמען קופּערניק, אָדער װי מע האָט אים גערופֿן צװישן ייִדן
„ ק אָ פּ ע ר נ י ק אָ װ “, איז געװען כּמעט אַזױ באַרימט און
פּאָפּולער, װי אַלכּסנדר פֿאָן הומבאָלד אין אײראָפּע, אָדער װי קאָלומבוס אין
אַמעריקע. דער פּראָצעס פֿון קוטאַאיס, דער באַרימטער בלוט־בלבול, װאָס
קופּערניק האָט פֿאַרטײדיקט און רײנגעװאַשן, האָט אים געמאַכט אַזױ
באַרימט, װי אין אַ סך יאָרן אַרום האָט באַרימט געמאַכט אַן אַנדערן
אַדװאָקאַט, אָ. אָ. גרוזענבערגן, דער פּראָצעס פֿון מענדל בײליס. און אַזױ