200 שלום עליכם
און דער קאָלעקטאָר מיט די שװאַרצע ברילן, װאָס רײַבט זיך אַרום יונגע־
לײַט, האָט אױך צוגעבאָמקעט, אַז ער זאָגט שױן לאַנג, אַז מע קאָן
גאָר ניט װיסן, װאָס פֿון דעם „שײגאַץ“ (אַ קװעטש אַף דער „אַץ“)
קאָן אַמאָל זײַן... און דער ימח־שמוניק, אָדער דער שײגאַץ, װאָס איז גע־
שטאַנען דערבײַ, האָט דאָס אַלצדינג געהערט, און די נשמה האָט אים
געצאַפּלט, און דאָס האַרץ איז אים געװאַקסן, און דער קאָפּ האָט זיך אים
געדרײט, װי באַ אײנעם װאָס קלעטערט אַף אַ גאַנץ הױכן לײטער, און
מענטשן שטײען אַרום אים און זעען, װי ער קלעטערט גוט, און גיבן אים
אונטער היץ און מאַכן אים קוראַזש. אַ קלײניקײט, אַזעלכע מענטשן לױבן
אים, זאָגן, אַז „מ ע װ ײ ס נ י ט , װ אָ ס פֿ ו ן א י ם ק אָ ן
אַ מ אָ ל ז ײַ ן!“... און דער טאַטע ― שמועסט מען ניט. יענער
איז געװען אַפֿן זיבעטן הימל! יעדער זיפֿץ פֿונדעסטװעגן האָט אױסגעריסן
אַ שטיק האַרץ. דאָס זיפֿצן האָט באַדאַרפֿט זאָגן: „איך װײס אַלײן, אַז מע
קאָן גאָר ניט װיסן, װאָס פֿון דעם ימח־שמוניק קאָן אַמאָל זײַן; נאָר גיט
מיר אַן עצה, ייִדישע קינדער, װאָס טוט מען מיט אים? װי אַזױ מאַכט
מען אים פֿאַר אַ „מענטשן“? אַדרבה, גיט עפּעס אַן עצה?“...
און עס האָט זיך געפֿונען אײנער, װאָס האָט אים געגעבן אַן עצה, אַ
שאַרפֿע, אַ ראַדיקאַלע, נאָר אַ רעכטע עצה ― און אים האָט דער טאַטע גע־
פֿאָלגט. דאָס איז געװען אײנער פֿון די גרעסטע פּערעיאַסלאַװער אינטעלי־
גענטן מיטן נאָמען „אַרנאָלד“, אַ יונגערמאַן אַ פֿילאָזאָף פֿון הינטער דער
שטאָט, פֿון די אַזױ־גערופֿענע „פּידװאָרקעס“. אים שענקען מיר אַ באַ־
זונדער קאַפּיטל.
49
אַרנאָלד פֿון די פּידװאָרקעס
די פֿאָרשטאָט פֿון פּערעיאסלאװ. ― אַרנאָלד אַן אַפּיקורס ― יציאת־מצרים אַ
לעגענדע ― װאָס דרעפּער זאָגט אַפֿן רמב″ם ― ראַבינער־שול און גימנאַזיע
כּמעט יעדע שטאָט פֿון דער געבענטשטער „טשערטאַ“ האָט זיך איר
פֿאָרשטאָט, איר „סלאָבאָדקע“, װאָס איר באַפֿעלקערונג באַשטײט מער פֿון
גױיִם אײדער פֿון ייִדן, און די ייִדן, װאָס זיצן דאָרט, זײַנען ניט די ייִדן,
װאָס אין שטאָט. אַן אַנדער טיפּ ייִדן. זײ זעען־אױס מער דאָרפֿיש, זײַנען
ניט אַזױ פֿיפֿיק, װי די שטאָט־ייִדן, אַביסל פֿאַרגרעבט, טראָגן גרױסע
שטיװל, שמעקן מיט פּעלץ. אָנשטאָט „גענוג“ זאָגן זײ „האָדי“. לאַכן
לאַכן זײ הױך און מיט אַ קמץ: כאָ־כאָ! און די רי″ש רײדן זײ אַרױס
|
|
200 sholem aleykhem
un der kolektor mit di shvartse briln, vos raybt zikh arum yunge-
layt, hot oykh tsugebomket, az er zogt shoyn lang, az me kon
gor nit visn, vos fun dem "sheygats'' (a kvetsh af der "ats'')
kon amol zayn... un der yemakh-shmunik, oder der sheygats, vos iz ge-
shtanen derbay, hot dos altsding gehert, un di neshome hot im
getsaplt, un dos harts iz im gevaksn, un der kop hot zikh im
gedreyt, vi ba eynem vos kletert af a gants hoykhn leyter, un
mentshn shteyen arum im un zeen, vi er kletert gut, un gibn im
unter hits un makhn im kurazh. a kleynikayt, azelkhe mentshn loybn
im, zogn, az "me veys nit , vos fun im ko n
amol zay n!''... un der tate ― shmuest men nit. yener
iz geven afn zibetn himl! yeder zifts fundestvegn hot oysgerisn
a shtik harts. dos ziftsn hot badarft zogn: "ikh veys aleyn, az me
kon gor nit visn, vos fun dem yemakh-shmunik kon amol zayn; nor git
mir an eytse, yidishe kinder, vos tut men mit im? vi azoy makht
men im far a "mentshn''? adrbh, git epes an eytse?''...
un es hot zikh gefunen eyner, vos hot im gegebn an eytse, a
sharfe, a radikale, nor a rekhte eytse ― un im hot der tate ge-
folgt. dos iz geven eyner fun di greste pereyaslaver inteli-
gentn mitn nomen "arnold'', a yungerman a filozof fun hinter der
shtot, fun di azoy-gerufene "pidvorkes''. im shenken mir a ba-
zunder kapitl.
49
arnold fun di pidvorkes
di forshtot fun perey#sl#v. ― arnold an apikoyres ― yetsiyas-mtsrim a
legende ― vos dreper zogt afn rmb″m ― rabiner-shul un gimnazye
kemat yede shtot fun der gebentshter "tsherta'' hot zikh ir
forshtot, ir "slobodke'', vos ir bafelkerung bashteyt mer fun
goyim eyder fun yidn, un di yidn, vos zitsn dort, zaynen nit di yidn,
vos in shtot. an ander tip yidn. zey zeen-oys mer dorfish, zaynen
nit azoy fifik, vi di shtot-yidn, abisl fargrebt, trogn groyse
shtivl, shmekn mit pelts. onshtot "genug'' zogn zey "hodi''. lakhn
lakhn zey hoykh un mit a komets: kho-kho! un di ri″sh reydn zey aroys
|
200 שלום עליכם
און דער קאָלעקטאָר מיט די שװאַרצע ברילן, װאָס רײַבט זיך אַרום
יונגעלײַט, האָט אױך צוגעבאָמקעט, אַז ער זאָגט שױן לאַנג, אַז מע קאָן
גאָר ניט װיסן, װאָס פֿון דעם „שײגאַץ“ (אַ קװעטש אַף דער „אַץ“)
קאָן אַמאָל זײַן... און דער ימח־שמוניק, אָדער דער שײגאַץ, װאָס איז
געשטאַנען דערבײַ, האָט דאָס אַלצדינג געהערט, און די נשמה האָט אים
געצאַפּלט, און דאָס האַרץ איז אים געװאַקסן, און דער קאָפּ האָט זיך אים
געדרײט, װי באַ אײנעם װאָס קלעטערט אַף אַ גאַנץ הױכן לײטער, און
מענטשן שטײען אַרום אים און זעען, װי ער קלעטערט גוט, און גיבן אים
אונטער היץ און מאַכן אים קוראַזש. אַ קלײניקײט, אַזעלכע מענטשן לױבן
אים, זאָגן, אַז „מ ע װ ײ ס נ י ט , װ אָ ס פֿ ו ן א י ם ק אָ ן
אַ מ אָ ל ז ײַ ן!“... און דער טאַטע ― שמועסט מען ניט. יענער
איז געװען אַפֿן זיבעטן הימל! יעדער זיפֿץ פֿונדעסטװעגן האָט אױסגעריסן
אַ שטיק האַרץ. דאָס זיפֿצן האָט באַדאַרפֿט זאָגן: „איך װײס אַלײן, אַז מע
קאָן גאָר ניט װיסן, װאָס פֿון דעם ימח־שמוניק קאָן אַמאָל זײַן; נאָר גיט
מיר אַן עצה, ייִדישע קינדער, װאָס טוט מען מיט אים? װי אַזױ מאַכט
מען אים פֿאַר אַ „מענטשן“? אַדרבה, גיט עפּעס אַן עצה?“...
און עס האָט זיך געפֿונען אײנער, װאָס האָט אים געגעבן אַן עצה, אַ
שאַרפֿע, אַ ראַדיקאַלע, נאָר אַ רעכטע עצה ― און אים האָט דער טאַטע
געפֿאָלגט. דאָס איז געװען אײנער פֿון די גרעסטע פּערעיאַסלאַװער
אינטעליגענטן מיטן נאָמען „אַרנאָלד“, אַ יונגערמאַן אַ פֿילאָזאָף פֿון הינטער דער
שטאָט, פֿון די אַזױ־גערופֿענע „פּידװאָרקעס“. אים שענקען מיר אַ
באַזונדער קאַפּיטל.