32
דער „בחור“
זײַן ברודער הערשל װערט אַ חתן. ― דאָס פֿאַרהערעניש מיט אַ סופֿלער. ― אַ
תּפֿילין־זעקל, אַ זײגער און אַ כּלה
― אַצינד ביסטו שױן, מיט גאָטס הילף, אַ בחור. אױס ייִנגל, אױס
שײגעץ, אױס קונדס. צײַט װערן אַ מענטש און אַן ערלעכער ייִד, װאָרעם
די צײַט שטײט ניט: אָט־אָט, אָקערשט װי מע זעט ניט, װערסטו אַ חתן...
דאָס איז געװען דאָס ביסל מוסר, װאָס מע האָט אַרײַנגערעדט דעם
בר־מצװה אַף מאָרגן נאָך דעם פֿײַערלעכן שבת, און דער רבי האָט אים גע־
האָלפֿן אָנטאָן די תּפֿילין. ער האָט אים אײַנגעקרעמפּעװעט דעם „של־יד“
אַף דער לינקער האַנט, אַז די פֿינגער האָבן זיך אָנגעגאָסן און געװאָרן
בלױ, און דער גרױסער „של־ראָש“ האָט זיך אַלע מינוט אַראָפּגערוקט
צװישן די אױגן, אָדער אַראָפּגעפֿאָרן אַביסל אַף אַ זײַט, יעדנפֿאַלס שטאַרק
חשק געהאַט אַראָפּגליטשן זיך אַראָפּ. דעם בר־מצװה האָט געקאָסט מי
אײַנצוהאַלטן גלײַכגעװיכט, נישט געקאָנט זיך אַ ריר טאָן פֿרײַ און אַפֿילו
אַ קוק צו טאָן אַף די װײַסע־חבֿרהניקעס, װאָס האָבן מיט נײַגעריקײט
אַרומגערינגלט דעם בר־מצװה, זען, װי ער דאַװנט צום ערשטן מאָל אין
תּפֿילין. און מע דאַרף דעם אמת זאָגן, אַז װען ניט זײ, אָט די װײַסע־
חבֿרהניקעס, װאָלט דער בר־מצװה איצטיקס מאָל געדאַװנט מיט האַרץ,
מיט כּװנה און מיט ליבשאַפֿט. עס איז אים געפֿעלן די צערעמאָניע פֿון
תּפֿילן־לײגן; עס איז אים געפֿעלן די טײַטש פֿון די װערטער „וארשׂתּיך“;
עס איז געפֿעלן דער מחיהדיקער יוכטן־ריח פֿון די פֿרישע, נאָר־װאָס אױס־
געמאַכטע רצועות; עס איז אים געפֿעלן, װאָס מע זאָגט אים, אַז ער איז
שױן אַ בחור; עם איז אים געפֿעלן, װאָס מען איז אים מצרף צו אַ מנין.
די משמעות, אַז ער איז שױן אַ ייִד גלײַך מיט אַלע ייִדן, אַ מענטש גלײַך
מיט אַלע מענטשן. אַפֿילו רפֿאל דער שמשׂ מיטן אױגל קוקט אַף אים שױן
גאָר אַנדערש, מיט פֿאַרבאָרגענעם דרך־ארץ. פֿון די חבֿרים שמועסט מען
ניט, אַז זײ זײַנען אים מקנא, װאָרעם ער געדענקט, אַז ער אַלײן האָט
אַמאָל מקנא געװען זײַן עלטערן ברודער הערשל צו זײַן בר־מצװה. און
ניט אַזױ אַף דער בר־מצװה, װי אַף דעם, װאָס באַלד נאָך דער בר־מצװה
איז זײַן ברודער געװאָרן אַ חתן, און די כּלה האָט אים געשענקט אַן אױס־
גענײט תּפֿילן־זעקל, און דער מחותּן ― אַ זילבערנעם זײגער. בײדע
פֿאַקטן, דאָס הײסט, װי אַזױ דער ברודער הערשל איז אַ חתן געװאָרן
און װאָס ס'איז געװאָרן פֿונעם מחותּנס מתּנה, פֿונעם זײגער, דאַרפֿן באַ־
שריבן װערן כאָטש אין קורצן.
|
|
32
der "bokher''
zayn bruder hershl vert a khosn. ― dos farherenish mit a sufler. ― a
Wfilin-zekl, a zeyger un a kale
― atsind bistu shoyn, mit gots hilf, a bokher. oys yingl, oys
sheygets, oys kundes. tsayt vern a mentsh un an erlekher yid, vorem
di tsayt shteyt nit: ot-ot, okersht vi me zet nit, verstu a khosn...
dos iz geven dos bisl muser, vos me hot arayngeredt dem
br-mtsvh af morgn nokh dem fayerlekhn shabes, un der rebi hot im ge-
holfn onton di tfilen. er hot im ayngekrempevet dem "shelyad''
af der linker hant, az di finger hobn zikh ongegosn un gevorn
bloy, un der groyser "shelrosh'' hot zikh ale minut aropgerukt
tsvishn di oygn, oder aropgeforn abisl af a zayt, yednfals shtark
kheyshek gehat aropglitshn zikh arop. dem br-mtsvh hot gekost mi
ayntsuhaltn glaykhgevikht, nisht gekont zikh a rir ton fray un afile
a kuk tsu ton af di vayse-khevrenikes, vos hobn mit naygerikayt
arumgeringlt dem br-mtsvh, zen, vi er davnt tsum ershtn mol in
tfilen. un me darf dem emes zogn, az ven nit zey, ot di vayse-
khevrenikes, volt der br-mtsvh itstiks mol gedavnt mit harts,
mit kavone un mit libshaft. es iz im gefeln di tseremonye fun
Wfiln-leygn; es iz im gefeln di taytsh fun di verter "u#rQWikh'';
es iz gefeln der mikhyediker yukhtn-reyekh fun di frishe, nor-vos oys-
gemakhte retsues; es iz im gefeln, vos me zogt im, az er iz
shoyn a bokher; am iz im gefeln, vos men iz im metsaref tsu a minyen.
di mashmoes, az er iz shoyn a yid glaykh mit ale yidn, a mentsh glaykh
mit ale mentshn. afile Refoyl der shames mitn oygl kukt af im shoyn
gor andersh, mit farborgenem drkh-#rts. fun di khaveyrem shmuest men
nit, az zey zaynen im mekane, vorem er gedenkt, az er aleyn hot
amol mekane geven zayn eltern bruder hershl tsu zayn br-mtsvh. un
nit azoy af der br-mtsvh, vi af dem, vos bald nokh der br-mtsvh
iz zayn bruder gevorn a khosn, un di kale hot im geshenkt an oys-
geneyt Wfiln-zekl, un der mekhutn ― a zilbernem zeyger. beyde
faktn, dos heyst, vi azoy der bruder hershl iz a khosn gevorn
un vos s'iz gevorn funem mekhutns matone, funem zeyger, darfn ba-
shribn vern khotsh in kurtsn.
|
32
דער „בחור“
זײַן ברודער הערשל װערט אַ חתן. ― דאָס פֿאַרהערעניש מיט אַ סופֿלער. ― אַ
תּפֿילין־זעקל, אַ זײגער און אַ כּלה
― אַצינד ביסטו שױן, מיט גאָטס הילף, אַ בחור. אױס ייִנגל, אױס
שײגעץ, אױס קונדס. צײַט װערן אַ מענטש און אַן ערלעכער ייִד, װאָרעם
די צײַט שטײט ניט: אָט־אָט, אָקערשט װי מע זעט ניט, װערסטו אַ חתן...
דאָס איז געװען דאָס ביסל מוסר, װאָס מע האָט אַרײַנגערעדט דעם
בר־מצװה אַף מאָרגן נאָך דעם פֿײַערלעכן שבת, און דער רבי האָט אים
געהאָלפֿן אָנטאָן די תּפֿילין. ער האָט אים אײַנגעקרעמפּעװעט דעם „של־יד“
אַף דער לינקער האַנט, אַז די פֿינגער האָבן זיך אָנגעגאָסן און געװאָרן
בלױ, און דער גרױסער „של־ראָש“ האָט זיך אַלע מינוט אַראָפּגערוקט
צװישן די אױגן, אָדער אַראָפּגעפֿאָרן אַביסל אַף אַ זײַט, יעדנפֿאַלס שטאַרק
חשק געהאַט אַראָפּגליטשן זיך אַראָפּ. דעם בר־מצװה האָט געקאָסט מי
אײַנצוהאַלטן גלײַכגעװיכט, נישט געקאָנט זיך אַ ריר טאָן פֿרײַ און אַפֿילו
אַ קוק צו טאָן אַף די װײַסע־חבֿרהניקעס, װאָס האָבן מיט נײַגעריקײט
אַרומגערינגלט דעם בר־מצװה, זען, װי ער דאַװנט צום ערשטן מאָל אין
תּפֿילין. און מע דאַרף דעם אמת זאָגן, אַז װען ניט זײ, אָט די
װײַסעחבֿרהניקעס, װאָלט דער בר־מצװה איצטיקס מאָל געדאַװנט מיט האַרץ,
מיט כּװנה און מיט ליבשאַפֿט. עס איז אים געפֿעלן די צערעמאָניע פֿון
תּפֿילן־לײגן; עס איז אים געפֿעלן די טײַטש פֿון די װערטער „וארשׂתּיך“;
עס איז געפֿעלן דער מחיהדיקער יוכטן־ריח פֿון די פֿרישע, נאָר־װאָס
אױסגעמאַכטע רצועות; עס איז אים געפֿעלן, װאָס מע זאָגט אים, אַז ער איז
שױן אַ בחור; עם איז אים געפֿעלן, װאָס מען איז אים מצרף צו אַ מנין.
די משמעות, אַז ער איז שױן אַ ייִד גלײַך מיט אַלע ייִדן, אַ מענטש גלײַך
מיט אַלע מענטשן. אַפֿילו רפֿאל דער שמשׂ מיטן אױגל קוקט אַף אים שױן
גאָר אַנדערש, מיט פֿאַרבאָרגענעם דרך־ארץ. פֿון די חבֿרים שמועסט מען
ניט, אַז זײ זײַנען אים מקנא, װאָרעם ער געדענקט, אַז ער אַלײן האָט
אַמאָל מקנא געװען זײַן עלטערן ברודער הערשל צו זײַן בר־מצװה. און
ניט אַזױ אַף דער בר־מצװה, װי אַף דעם, װאָס באַלד נאָך דער בר־מצװה
איז זײַן ברודער געװאָרן אַ חתן, און די כּלה האָט אים געשענקט אַן
אױסגענײט תּפֿילן־זעקל, און דער מחותּן ― אַ זילבערנעם זײגער. בײדע
פֿאַקטן, דאָס הײסט, װי אַזױ דער ברודער הערשל איז אַ חתן געװאָרן
און װאָס ס'איז געװאָרן פֿונעם מחותּנס מתּנה, פֿונעם זײגער, דאַרפֿן
באַשריבן װערן כאָטש אין קורצן.
|