אַרבע־כּוסות
― ברוך־הבאָ אַ ייִד, אַ גאַסט, זיצט, זעצט זיך, פֿאַרװאָס זיצט
איר ניט?
מיט אַזאַ מין ברײטן ברוך־הבאָ באַגעגנט אונדז, דאָס הײסט מיך
מיטן טאַטן, אַ טאָג פֿאַר ערבֿ־פּסח, רב יודל װײַנשענקער, אַ בעסאַראַבער
געפּאַקט ייִדל, מיט רױטע בעקלעך, מיט אַ בײַכל און מיט אַ קאַרק, װאָס
נעמט זיך ניט פֿון אײגענע און ניט פֿון פֿרעמדע צרות, נאָר פּשוט פֿון
אַ מאַמעליגע מיט אַ ראָסלפֿלײשל, פֿאַרזופּט מיט אַ גלעזל װײַן... פֿון
מײַן טאַטן האַלט יודל אַן עולם־ומלואו נאָר פֿאַר אײן זאַך ― דערפֿאַר
װאָס דער טאַטע איז אַ מבֿין אױף אַ גלעזל װײַן. נאָר צוריק שמועסנדיק,
װעלכער ייִד איז ניט קײן מבֿין אױף אַ גלעזל װײַן? װײַן ― דאָס איז
דאָך אײנע פֿון די דרײַ זאַכן, װאָס מיר זײַנען אין דעם די גרעסטע
ספּעציאַליסטן אין דער װעלט: דאָס ערשטע איז נגינה, דאָס הײסט געזאַנג,
דאָס צװײטע איז אַ גלעזל װײַן און דאָס דריטע איז בריליאַנטן. אַמאָל,
אַז איך הײב מיך אָן באַרעכענען, פֿרעג איך זיך אַלײן אַ קשיא: מילא,
אױף די ערשטע צװײ זאַכן, נגינה און אַ גלעזל װײַן, איז קײן חידוש ניט,
װאָרעם װעלכער ייִד האָט פֿײַנט הערן זינגען? װעלכער ייִד האָט ניט
געהערט קײן רעכטע באַרימטע חזנים, װאָס לאָזן זיך הערן אױף דער װעלט,
למשל: ירוחם, פּיצע, בעניע, בצלאל, ניסע בעלזער, ברוך קאַרלינער,
בלומענטאַל, באַכמאַן, פּיניע מינקאָװסקי וכדומה נאָך אַזעלכע װעלט־חזנים?
און טאָמער האָט ער ניט געהערט, האָבן אַנדערע געהערט. װאָס מאַכט
דאָס אױס? ― מיר פֿאַרשטײען נגינה מיטן שׂכל... נו, און פֿון װײַן
שמועסט מען ניט; װײַן טרינקט דאָך יעדער ייִד, אַפֿילו דער אָרעמסטער,
אַלע יאָר, פּסח צום סדר; ניטאָ קײן װײַן, טרינקט ער ראָזשינקעס, טרינקט
ער מעד, טרינקט ער באָרשט, עפּעס מוז ער דאָך טרינקען צו די
|
|
arbe-koyses
― brukh-hbo a yid, a gast, zitst, zetst zikh, farvos zitst
ir nit?
mit aza min breytn brukh-hbo bagegnt undz, dos heyst mikh
mitn tatn, a tog far erB-peysekh, reb yudl vaynshenker, a besaraber
gepakt yidl, mit royte beklekh, mit a baykhl un mit a kark, vos
nemt zikh nit fun eygene un nit fun fremde tsores, nor poshet fun
a mamelige mit a roslfleyshl, farzupt mit a glezl vayn... fun
mayn tatn halt yudl an eulm-umlu#u nor far eyn zakh ― derfar
vos der tate iz a meyvn oyf a glezl vayn. nor tsurik shmuesndik,
velkher yid iz nit keyn meyvn oyf a glezl vayn? vayn ― dos iz
dokh eyne fun di dray zakhn, vos mir zaynen in dem di greste
spetsyalistn in der velt: dos ershte iz negine, dos heyst gezang,
dos tsveyte iz a glezl vayn un dos drite iz brilyantn. amol,
az ikh heyb mikh on barekhenen, freg ikh zikh aleyn a kashye: meyle,
oyf di ershte tsvey zakhn, negine un a glezl vayn, iz keyn khidesh nit,
vorem velkher yid hot faynt hern zingen? velkher yid hot nit
gehert keyn rekhte barimte khazonem, vos lozn zikh hern oyf der velt,
lemoshl: iruekhm, pitse, benye, Betsalel, nise belzer, borekh karliner,
blumental, bakhman, pinye minkovski ukhdoyme nokh azelkhe velt-khazonem?
un tomer hot er nit gehert, hobn andere gehert. vos makht
dos oys? ― mir farshteyen negine mitn seykhl... nu, un fun vayn
shmuest men nit; vayn trinkt dokh yeder yid, afile der oremster,
ale yor, peysekh tsum seyder; nito keyn vayn, trinkt er rozhinkes, trinkt
er med, trinkt er borsht, epes muz er dokh trinken tsu di