פֿעליעטאָנען

שלום עליכם (אַלע װערק)

דער בעזעם און די באַרשט: אַ מעשׂה פֿונעם חדר אין צװײ טײלן, ספּעציעל געשריבן לכּבֿוד דעם „בעזעם“
ערשטער טײל: אַ באַרשט אַנשטאָט בעזעם

דער רבי נפֿתּלי זאָל מאַריך־ימים־ושנים זײַן ― ער לעבט נאָך ― איז געװען אַ מענטשל פֿון דער אַלטער װעלט. ער האָט געװוּסט, אַז אַ שטוב דאַרף האָבן אַ בעזעם, פּונקט אַזױ װי דער געװיסער חלק פֿון אַ חדר־ייִנגל דאַרף האָבן אַ קאַנטשיק, אָדער פּונקט אַזױ װי אַ הונט להבֿדיל דאַרף האָבן אַ שטעקן, װי אַ קאָפּ ― אַ יאַרמלקע, אַ טעפּל ― אַ פּאָקרישקע, װי אַ ייִד ― געלט, װי פֿיש ― כרײן, װי אַ קאָזאַק ― אַ טרונק בראָנפֿן, װי דער „ערשטער בעזעם“ ― אַ פֿעליעטאָן פֿון שלום־עליכם… עס קאָן אַנדערש ניט זײַן און עס דאַרף אַנדערש ניט זײַן און עס װעט אַנדערש ניט זײַן! אַזױ האָט געפּסקנט דער רבי נפֿתּלי. נאָר גײ מאַך מיט אַ ייִדענע! די רביצין ראַצל האָט זיך אײַנגעשפּאַרט ― זי װיל אַ באַרשט! הײַנט איז אַ מאָדע ― אַ באַרשט. אַלע שכנהטעס האָבן בערשט, װיל זי אױך אַ באַרשט! אַרױפֿגעפֿירט דערױף האָבן זי (איך מוז אײַך אױסזאָגן דעם גאַנצן אמת) מיר, װײַסע־חבֿרהניקעס, די חדר־ייִנגלעך. דער בעזעם האָט זיך אונדז שױן צו שטאַרק צוגעגעסן. צו אָפֿט האָט דער רבי געצױגן פֿון דאָרטן ריטלעך פֿון אונדזער כּבֿוד װעגן. קורץ ― דאָס האָבן מיר זי אונטערגעדרודלט, אַלע מאָל שטילערהײט, דער רבי זאָל ניט הערן: „רביצין! װאָס טױג אײַך דער בעזעם? דער בעזעם ― פֿע! אַ באַרשט! װאַרפֿט אַרױס דעם בעזעם און קױפֿט אַ באַרשט!…“ אַזױ לאַנג אַזױ ברײט ביז די רביצין האָט זיך גענומען צום רבין, עסן און טאָטשען, פֿידלען און זידלען, װי אַ װײַב קען. דער רבי האָט זיך געפּרוּװט מיט גוטן, געפּרוּװט מיט בײזן ― עס העלפֿט ניט.

― ייִדענע! ― האָט ער איר געזאָגט, ― באַרעכן זיך װאָס דו טוסט. נעמסט אַזאַ גאָלד, אַזאַ בריליאַנט און בײַטסט אים אױס אױף דער רוח װײסט װאָס! פֿון אַ בעזעם האָסטו נוצן, פֿון אַ באַרשט װעסטו האָבן צרות. ראשית, װילסטו אױסקערן די שטוב, ― טונקסטו אײַן דעם בעזעם אין אַ פּאָמױניצע און פֿאַרטיק. אַ באַרשט װעט זיך ניט לאָזן טונקען אין קײן פּאָמױניצע. װילסט אַרױסטרײַבן אַ הונט, אַ חזיר, הײבסטו אױף דעם בעזעם ― װאָן! אַ טשו! ― פֿאַרטיק. װאָס װעסטו מאַכן מיט אַ באַרשט? מיט װעלכער זײַט װעסטו מאַכן קונצן? אַ באַרשט איז װי אַ קאָטשערע: טרעטסטו אָן אױף איר ― דערלאַנגט זי דיר צוריק. הײַנט װוּ בין איך אַלײן? (דאָ צעהיצט זיך שױן דער רבי און די אױגן װערן מלאַװע.) איך דאַרף אַ מאָל אַ ריטל, אָפּשמײַסן אַ װײַסן־חבֿרהניק, גײ איך מיר צום בעזעם ― ריטלעך אַ גן־עדן! אַנו, פּרוּװ די ריטלעך פֿון אַ באַרשט?

די רביצין האָט זיך אָבער אַרײַנגענומען אין קאָפּ: אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל ― אױס בעזעם! (געװײנטלעך האָבן מיר, װײַסע־חבֿרהניקעס, געאַרבעט פֿון אונטן.) זי װעט אים, זאָגט זי, אַרױסװאַרפֿן צו אַל די שװאַרצע יאָר אױפֿן מיסט און װעט בלײַבן אָן אַ בעזעם און אָן אַ באַרשט ― און רוף מיך קנאַקניסל! ― אַ גאַנצע רעװאָלוציע.

האָט זיך מישבֿ געװען דער רבי און רופֿט זיך אָן צו איר:

― װײסט דו װאָס, מײַן װײַב? דו װילסט אַ באַרשט? איך זאָג שױן לאַנג אַ באַרשט. קױף אַ באַרשט. נאָר מיט אַ תּנאַי: דעם בעזעם טראָג אַרױף זײַ מוחל אױפֿן בױדעם. לאָז ער ליגן דאָרט בשלום. אַ קשיא אױף אַ מעשׂה, ער קאָן אַ מאָל צו ניץ קומען…

צװײטער טײל: אױס באַרשט ― צוריק בעזעם

געבראַכט צו טראָגן אַהײם די באַרשט, האָט אונדזער רביצינס פּנים געשײַנט װי אַ זילבערנע מנורה. זי האָט זיך באַרימט פֿאַר אַלע שכנים, באַקומען קרעדיט אין קלײטל, אין יאַטקע; אַ קלײניקײט ― אַ בעל־הביתטע מיט אַ באַרשט! זי האָט גאָרניט געװוּסט, װוּ זאָל זי אַװעקשטעלן אַזאַ טײַערן גאַסט? אױסקערן די שטוב שמועסט מען ניט: ס'אַן עבֿירה! און אַגבֿ האָבן זיך איר טאַקע ניט געלײגט די הענט. אירע הענט זענען געװױנט צו אַ בעזעם. דאָך האָט זי געבעטן בײַ דער באַרשט מחילה, זי זאָל זיך מטריח זײַן מיט איר אַ ביסל צװישן בעט און אונטערן בעט, צװישן אױװן און אונטערן אױװן, און אַז זי האָט אַװעקגעשטעלט צוריק די באַרשט, איז די רביצין געװען עפּעס מאָדנע רױט אױף דער מראה און דאָס פּנים האָט געשװיצט. זי איז געװען אומצופֿרידן. שטאַרק אומצופֿרידן. דער רבי האָט געזען, אַז די רביצין איז לא־עליכמדיק; נאָר ער האָט זיך געמאַכט כּלא־ידע, געקוקט אױף דער ערד, געשאַרט מיט די פּאַנטאָפֿל און געװאָרטשעט אונטער דער נאָז: ― פֿאַר װאָס פֿאַרקערט מען ניט דאָס מיסט? װאָס איז דאָס פֿאַר אַ הקדש אָט אָ דאָ?

די רביצין האָט געמוזט נעמען נאָך אַ מאָל די באַרשט און מאַכן אַ נײַע רעפּאַראַציע. און װי אױף צו להכעיס טראָגט אָן דער רוח אַ הונט און כאַפּט אױס דעם לעבער און אײדער די רביצין קוקט זיך אַרום, שטײט אַ חזיר און כליעפּטשעט פֿון דער פּאָמױניצע ― אַן אָנשיקעניש פֿון גאָט!… און די רביצין האָט זיך צעלאָזט צום הונט מיט דער באַרשט, געװאָלט אױסלאָזן כּל־המיתה אױפֿן חזיר, טראַך מיט דער באַרשט און גלײַך אין פֿענצטער, אױסגעזעצט אַ שױב און פֿאַרבײַגײענדיק צעבראָכן אױך אַ טעלער. די שױב מיטן טעלער האָבן זי אַזױ צעקאָכט, אַז זי האָט שױן פֿאַרגעסן להבֿדיל אינעם חזיר, און דער חזיר האָט פֿאַרגעסן להבֿדיל אין דער רביצין און ער האָט זיך געכליעפּטשעט פֿון דער פּאָמױניצע װי אַ יוסטער בעל־הבית.

דער רבי נפֿתּלי זאָל מאַריך־ימים־ושנים זײַן ― ער לעבט נאָך ― האָט דאָס אַלצדינג געזען און געמאַכט זיך כּלא־ידע. ער האָט זיך געטראַכט: „לאַנג לעבן זאָל דער חזיר“. פֿאַר האַרצװײטיק, װאָס דער רבי שװײַגט, האָט די רביצין געגעבן אַ שטעל אַװעק די באַרשט אין װינקל צו דער װאַנט און געכאַפּט אַ געשמאַקן קלאַפּ אין שטערן, טאַקע פֿון דער באַרשט אַלײן.

דאָ האָט זי זיך שױן מער ניט געקאָנט אײַנהאַלטן און האָט אַ װײַז געטאָן דעם רבין מיטן פֿינגער גלײַך אױף אונדז:

― דאָס װאַקסט פֿון זײ, פֿון אָט די װעװריקעס, ממזרים! מען דאַרף זײ געבן צו פֿאַרזוכן פֿונעם אַלטן בעזעם…

איבערגעביטן האָבן זיך דעם רבינס אױגן. אונדז האָט ער ניט געזאָגט דאָס צװײטע װאָרט. ער האָט נאָר אַ קוק געטאָן אױף אונדז און אַ װוּנק געגעבן צו דער רביצין מיט זײַנע ברעמען. און די רביצין האָט אים רעכט פֿאַרשטאַנען. זי איז באַלד מחילה אַרױף אױפֿן בױדעם, אַראָפּגעברענגט צוריק דעם אַלטן בעזעם, און דער רבי האָט זיך מטריח געװען, אױסגעקליבן אַ פּאָר אַלטע, נאָר גוטע ריטלעך, אױסגעלײגט אונדז אײנציקװײַז און דװקא מיט גוטן מוט אונדז אַרײַנגעצימבלט, װי עס קערט צו זײַן. צימבלענדיק האָט ער אונדז זײער פֿרײַנדלעך אױסגעפֿרעגט, מיר זאָלן אים זאָגן אױפֿריכטיק, דעם רײנעם אמת, אַזױ װי מיר, קינדער, האָבן ליב:

― װאָס איז בעסער ― אַ נײַע באַרשט, צי אַן אַלטער בעזעם?…

1908