די פּאַרשױנען:
מאַדאַם פּאַלעסטינע ― אַן אַלמנה, ניט אַזױ רײַך װי אַ מיוחסת
ציוניזם ― איר זון, אַ זײַדענער יונגער־מאַנטשיק
פֿרײַלין אוגאַנדאַ ― אַ שװאַרץ־חנעװדיק מײדל, אַ רײַכע יתומה
טעריטאָריאַליזם ― אַ לאַנד־שדכן
מאַקס נאָרדױ(שׂימחה) Max Nordau 1849-1293 ― אַ לײַב־דאָקטאָר בײַ מאַדאַם פּאַלעסטינע
זאַנגװילIsrael Zangwill 1864-1926 ― אוגאַנדאַס אַ גליד־שװעסטערקינד
ציוני־ציון ― די משפּחה פֿון מאַדאַם פּאַלעסטינע
די געשיכטע קומט פֿאָר הײַנטיקס יאָר אױפֿן געװיסן קוראָרט ― אין באַזעל.
אַ גרױס צימער אין האָטעל „קאַזינאָ“ ― מאַדאַם פּאַלעסטינע זיצט אױבן אָן. ― אַרום איר דרײען זיך אַרום ציוני־ציון ― איבער אַ ביכל בײַם טיש זיצט ציוניזם. ― עס הערט זיך אַ קלאַפּ אין טיר.
פּאַלעסטינע: (שטיל) אַרײַן!
ציוני־ציון: (הױך) אַרײַן! (עס קומט אַרײַן טעריטאָריאַליזם)
טעריטאָריאַליזם: (גאַנץ העפֿלעך) איך בין דער באַװוּסטער לאַנד־שדכן און מײַן נאָמען איז טעריטאָריאַליזם.
פּאַלעסטינע: (ליגט צו אַן אױער) האַ? טעריטירי…?
טעריטאָריאַליזם: (בײגט זיך צו) טעריטאָריאַליזם!
פּאַלעסטינע: אַ מאָדנער נאָמען! זיצט, פֿאַר װאָס זיצט איר ניט?
טעריטאָריאַליזם: אַ דאַנק, מיר קאָנען באַשטײן. (זעצט זיך אַװעק, קוקט זיך דורך מיט דער „משפּחה“ עפּעס זײער ניט פֿרײַנדלעך.)
ציוני־ציון: מיר האָבן געהערט פֿונעם דאָזיקן לאַנד־שדכן.
פּאַלעסטינע: װאָס װעט איר עפּעס זאָגן גוטס, הער טעריטאָריאַליזם? טעריטאָריאַליזם: װאָס קאָן זאָגן אַ ייִד אַ שדכן! איך האָב געהערט זאָגן, אַז איר זענט געקומען אַהער קײן באַזעל און, װי דער שטײגער איז, ניט אַזױ צו קורירן זיך, װי צוליב אַ שידוך מסתּמא פֿאַר אײַער זון; האָב איך מיך מישבֿ געװען, לאָמיך אַ פּרוּװ טאָן: איך האָב פֿון אײַערט װעגן אַ שידוך, אַן אַנטיקל װאָס אַנטיקל הײסט! (קושט זיך די שפּיץ פֿינגער) המ… (קוקט זיך אײַן. אָט איז ער טאַקע אײַער בחורל?
ציוני־ציון: הערט איר, אַ בריה אַ שדכן!
פּאַלעסטינע: (צו ציוניזם) קום נאָר אַהער, מײַן זון, װעל איך דיך באַקאַנט מאַכן: דאָס איז דער טעריטירי… מיר איז שװער אױסצורעדן.
טעריטאָריאַליזם: (מאַכט צו רעכט) טע־רי־טאָירי־אַליזם..! (צו ציוניזם) איך בין דער באַװוּסטער לאַנד־שדכן. געװיס האָסטו געהערט פֿון מיר?
ציוניזם: הערן האָב איך געהערט פֿון אײַך, נאָר זען זע איך אײַך דאָס ערשטע מאָל. װאָס מאַכט איר עפּעס?
טעריטאָריאַליזם: אַ דאַנק, װאָס זאָל מען מאַכן! עט, מען לעבט, מען האָרעװעט… און דו װאָס מאַכסט? דו זיצסט אַלץ איבער די ביכלעך? דו לערנסט? שטודירסט?
ציוניזם: אַ ברירה האָט מען?
פּאַלעסטינע: (צו די ציוני־ציון) הײסט נאָר מען זאָל ברענגען עפּעס צובײַסן! (גיך װערן באַשאַפֿן אױפֿן טיש אַלערלײ פּירות פֿון ארץ־ישׂראל: טײטלען, אײלבערטן, פֿײַגן און באָקסערן.) נעמט עפּעס, רב טעריטאָריאַליזם, אין מױל אַרײַן, אַ טײטל, אַ באָקסער, אַ פֿײַג אַ פֿרישע… װאָס פֿאַר אַ שידוך, למשל, האָט איר פֿאַר מײַן ציוניזם זאָל געזונט זײַן? װאָס פֿאַר אַ כּלה האָט איר פֿאַר זײַנעט װעגן אױסגעקליבן?
טעריטאָריאַליזם: כּלות האָב איך פֿון זײַנעט װעגן אַ סך. נאָר איך װיל אײַך גאָר פֿון די היגע שידוכים אַפֿילו ניט פֿאָרלײגן. איך בין דאָך עפּעס אַ לאַנד־שדכן. איך האָב פֿאַר אײַער זון אַ כּלה, הערט איר, אײנע אין דער װעלט, ניט קײן היגע איז זי, אַזש פֿון אַפֿריקע.
פּאַלעסטינע: װײ איז מיר! אַזאַ װײַטע מדינה?
ציוני־ציון: (אױפֿגערודערט) אַזש פֿון אַפֿריקע? װאָס זאָגט איר צו זײַן קאָפּ? נײן, אָבער גאָר לא! שרײַט זשע, קינדער, לא!!! (עס װערט אױף אַ װײַלע אַ טומל).
טעריטאָריאַליזם: װאָס פֿאַר אַ ראָלע שפּילט דאָס הײַנטיקע יאָרן? איך זאָל האָבן די ברכות, װאָס די װעלט טוט הײַנט שידוכים נאָך פֿון װײַטער. אַבי, הערט איר, דאָס קרן איז אַ קרן.
פּאַלעסטינע: (פֿאַרטראַכט) אפֿשר זענט איר גערעכט… װער זשע איז זי? פֿון װאַנען שטאַמט זי?
טעריטאָריאַליזם: אַ יתומה, נאָר ניט קײן אָרעמע חלילה. האַלט זיך אױף בײַ אַ מומע: די „ענגלישע מומע“ רופֿט מען זי. אומגעהײַער רײַך און אַ מיוחסת דערצו.
פּאַלעסטינע: ייִחוס בין איך אַלײן. װאָס האָט זי? װאָס גיט מען איר נדן?
טעריטאָריאַליזם: לאָמיך עס פֿאַרמאָגן אַ צענט־חלק! ערד האָט זי, ערד אַ סך, פֿעלדער און װעלדער אָן אַ שיעור, פּוסטע, ניט קײן באַזעצטע…
פּאַלעסטינע: ערד ניט קײן באַזעצטע האָב איך אַלײן… װי אַזױ רופֿט מען זי?
טעריטאָריאַליזם: װי אַזױ רופֿט מען זי? מען רופֿט זי אוגאַנדאַ רופֿט מען זי.
פּאַלעסטינע: אוגאַנדאַ? דער נאָמען איז מיר עפּעס ניט קענטלעך.
ציוני־ציון: (ליאַרעמען) אוגאַנדאַ? אָבער נאָר לא! שרײַט זשע, קינדער, לא!
טעריטאָריאַליזם: פֿאַר װאָס עפּעס „שרײַט זשע, קינדער, לא!“ איר קענט זי?
ציוני־ציון: קענען קענען מיר זי ניט; נאָר געהערט האָבן מיר פֿון איר!
פּאַלעסטינע: זאָגט זשע מיר, איך בעט אײַך, װי אַזױ זעט זי אױס, אײער אוגאַנדאַ? װיפֿל אַלט איז זי?
טעריטאָריאַליזם: איך קען אײַך אַקוראַט ניט זאָגן אירע יאָרן. דאָ איז פֿאַראַן מיט מיר אירער אַ שטיקל קרובֿ, אַן אײגן גליד־שװעסטערקינד, זאַנגװיל רופֿט מען אים. אײַער זון איז מיט אים גוט באַקאַנט, אױב איר װילט, רוף איך אים אַרײַן.
ציוני־ציון: (ליאַרעמען) אַדרבא, לאָז מען אים ניט אַרײַנרופֿן! לאָמיר זיך האַלטן נײן, שרײַט זשע, קינדער, נײן!
פּאַלעסטינע: נו מהיכא־תּיתי, רופֿט אים אַרײַן.
טעריטאָריאַליזם: (עפֿנט אױף די טיר) רב ישׂראל! זײַט זשע מוחל! (עס קומט אַרײַן זאַנגװיל.)
זאַנגװיל: (שטעלט זיך פֿאָר) איזראַיל זאַנגװיל. אײַער זונס אַן אַלטער באַקאַנטער.
פּאַלעסטינע: זיצט! פֿאַר װאָס זיצט איר ניט? (באַװײַזט אים אַן אָרט) אפֿשר װעט איר עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן? אָט שטײען טײטלען, פֿײַגן… פֿרישע פֿײַגן..
זאַנגװיל: אַ דאַנק, איך האַלט ניט פֿון דער פּרי.
ציוני־ציון: איר הערט? ער האַלט ניט פֿון דער פּרי!… אַ רעכטער עזות־פּנים.
פּאַלעסטינע: דאָס מײדל, װאָס מען רעדט מײַן זון, איז טאַקע אײַערע אַן אײגענע הײסט עס?
זאַנגװיל: אַ שני־שבשלישי, אַ גליד־שװעסטערקינד.
ציוני־ציון: דעם פֿעטערס פֿערדס בײַטש־שטעקעלע.
פּאַלעסטינע: װיפֿל אַלט איז זי?
זאַנגװיל: בלוט און מילך.
פּאַלעסטינע: עפּעס אַ שינע?
זאַנגװיל: אַ גאַנץ קלוגע.
פּאַלעסטינע: אַ שײנע, פֿרעג איך?
זאַנגװיל: אַ חכמה.
פּאַלעסטינע: אָבער אַ שײנע?
זאַנגװיל: אַ מזג־טובֿ.
פּאַלעסטינע: איך מײן װי זעט זי אױס אױפֿן פּנים?
זאַנגװיל: אַ זעלטענע װירטין
ציוני־ציון: װאָס זאָגט איר צו זײַן קאָפּ! מען פֿרעגט אים דאָס, ענטפֿערט ער בױדעם! שרײַט זשע, קינדער, לא!
פּאַלעסטינע: װאָס קאָן זי?
זאַנגװיל: זי קאָן געפֿעלן.
פּאַלעסטינע: װאָס האָט זי?
זאַנגװיל: גוטע מחשבֿות.
פּאַלעסטינע: װאָס פֿעלט איר?
זאַנגװיל: אַ חתן.
ציוני־ציון: הערט איר? אָט דער קרובֿ אירער איז אָדער גאָר אַ גרױסער חכם, אָדער גאָר אַ גרױסער טיפּש.
פּאַלעסטינע: װײסט איר װאָס? רופֿט זי אַרײַן, לאָמיר זי אָנקוקן.
זאַנגװיל: (צו די ציוני־ציון) זײַט זיך אַקאָרשט מטריח עמעצער פֿון אײַך. זי װאַרט דאָ אינעם אַנדערן צימער.
ציוני־ציון: (װאָרטשען) געפֿעלט אײַך אַ השׂגה! זײַן טאַטנס משרתים! (שאַפֿן זיך אַ ביסל אײנס מיט דאָס אַנדערע: „הער נאָר, גײ רוף זי!“ „װאָס עפּעס איך? גײ דו!“… ציוניזם און פּאַלעסטינע קוקן זיך דורך. עטלעכע ציוני־ציון גײען ברענגען אוגאַנדאַן. טעריטאָריאַליזם רײַבט זיך אַ האַנט אָן אַ האַנט. אין עטלעכע מינוט אַרום קומען אַרײַן די „שלוחים“; נאָך זײ קומט אַרײַן אוגאַנדאַ, דאָס פּנים איבערגעדעקט מיט אַ געדיכטן שלײער.)
אוגאַנדאַ: (בלײַבט שטײן פֿאַרצװײפֿלט) װאָס האָט מען מיך אַהער גערופֿן?
זאַנגװיל: (שטעלט זי פֿאָר) פֿרײַלין אוגאַנדאַ.
פּאַלעסטינע: קום אַהער נענטער, מײַן קינד. לאָמיך דיך אָנקוקן. (אוגאַנדאַ גײט צו נענטער, נאָר דעם שלײער דעקט זי ניט אױף.
זאַנגװיל: איך האָב מורא, אַז אײַער זון באַדאַרף עס נאָך מער אינטערעסירן װי אײַך…
טעריטאָריאַליזם: פֿירט צו פֿאַר אַ האַנט דעם יונגן ציוניזם) הער ציוניזם, פֿרײַלין אוגאַנדאַ. (דאָס יונגע פּאָר שטײט אַ װײַלע אײנס אַקעגן דאָס אַנדערע אָן װערטער, ביסלעכװײַז פֿאַרבינדן זײ אַ שמועס, װאָס װײַטער מיט אַלץ מער היץ. ציוני־ציון גליִען װי אױף פּאָקן… טעריטאָריאַליזם קװעלט, קלײַבט נחת.)
טעריטאָריאַליזם: צו זאַנגװילן) װי עס װײַזט זיך אױס פּיקט זיך עס…
זאַנגװיל: נאָר ניט געכאַפּט! די „משפּחה“ װעט ניט דערלאָזן…
פּאַלעסטינע: (צו טעריטאָריאַליזם) איך בעט אײַך, זאָלט איר מיר געזונט זײַן, איר זענט דאָך דער שדכן; אפֿשר װאָלט איר געפּועלט בײַ איר, זי זאָל אױפֿדעקן אַ ביסל דעם שלײער, לאָמיר שױן אָנקוקן, װאָס פֿאַר אַ פּנים זי האָט?
טעריטאָריאַליזם: װער קוקט הײַנטיקע צײַטן אױף אַ פּנים, אױף שײנקײט? דער עיקר אַבי זײ זאָלן זיך צונױפֿקומען מיט זײערע געדאַנקען, אױסגלײַכן זיך מיט די כאַראַקטערן.
פּאַלעסטינע: איר לעבט אין אַ טעות. ציוניזם איז בײַ מיר אײנער, װיל איך אַז זײַן באַשערטע זאָל טאַקע זײַן מיט אַלע מעלות.
טעריטאָריאַליזם: אַלץ אין אײנעם איז בײַ גאָט, ניט בײַ קײנעם.
ציוני־ציון: טאַקע זײער אַ גלײַך װאָרט און צום גראַם דערצו; נאָר צו אַ שײן מײדל קומט עס ניט.
זאַנגװיל: איך זאָג אױך דאָס אײגענע…
פּאַלעסטינע: (צו זאַנגװילן) אױב איר זאָגט „אױך דאָס אײגענע“. װיל איך אײַך בעטן איר זאָלט איר הײסן זיך אױפֿדעקן דאָס פּנים. איר זענט דאָך ניט קײן נאַר, װי איך זע אַרױס, באַדאַרפֿט איר פֿאַרשטײן, אַז קײן בלינדן אתרוג װעל איך בײַ אײַך ניט קױפֿן…
זאַנגװיל: מיט אתרוגים האַנדלט מען אין ארץ־ישׂראל און מיר פֿאַרנעמען זיך מיט אַלצדינג, נאָר ניט מיט האַנדל… מיר מײנען אַז אונדזער קרובֿה איז פֿאַר אײער זון אָנגעמאָסטן; ס'איז אַ זיװג מן־השמים! ― גאָט זיצט אױבן און פּאָרט אונטן… מיר זאָגן אײַך פֿאָרױס, אַז שװאַרץ איז זי, אָבער חנעװדיק, װי אין שיר־השירים שטײט געשריבן: שחורה אַני ונאװה…
ציוני־ציון: װאָס זאָגט איר? דאַכט זיך אַ גלוח און האַקט מיט פּסוקים!… אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל ― לא! שרײַט זשע, קינדער, לא!
זאַנגװיל: למאַי זאָלט איר לױפֿן פֿאַר די כּלי־זמר און כאַפּן די לאָקשן פֿאַר די פֿיש? פֿאַרלאָזט זיך שױן בעסער אױפֿן פּאָרפֿאָלק אַלײן, און לאָז דאָס גײן מיט אַ ייִדישן „ממה־נפֿשך“…
טעריטאָריאַליזם: אױף אונדזער לשון־השדכנים זאָגן מיר אַזױ: „איז דאָס פֿון מײערןמערן, װעט זיך עס פֿאַרשלײערן; איז דאָס פֿון כרײן, װעט זיך עס צעגײן…
ציוני־ציון: (ליאַרעמען) װאָס האָבן מיר זיך אַװעקגעשטעלט דאָ אױסהערן גלײַכע װערטלעך מיט שײנע גראַמען? ביז װאַנען װעט מען אונדז פֿירן אין בלענדעניש? פֿאַרקױפֿן אַ קאַץ אין אַ זאַק?! (מען גײט צו צו אוגאַנדאַ און מען רײַסט איר אַראָפּ דעם שלײער פֿונעם פּנים) זעט נאָר, זעט! װאָס זאָגט איר אױף דער יפֿהפֿיה? אַן אמתע ציגײַנערין!.. (קאַטשען זיך פֿאַר געלעכטער).
פּאַלעסטינע: אַךְ!… (פֿאַלט חלשות)
טעריטאָריאַליזם: (לױפֿט אונטער) גאָט איז מיט אײַך!
זאַנגװיל: װאָס איז אײַך, באָבעניו?
ציוני־ציון: (פּילדערן) דעם דאָקטאָר! דעם דאָקטאָר! גיכער! רופֿט אַרײַן דעם דאָקטאָר!
(מען קלינגט. עס קומט אַרײַן מאַקס נאָרדױ.)
מאַקס נאָרדױ: (קוקט זיך אַרום) װאָס איז דאָס? װאָס טוט זיך דאָ מיט דער מאַדאַם? װאָס האָט מען איר געזאָגט אַזעלכעס? זי איז אַן אַלטע פֿרױ, אַ קראַנקע! (גײט צו, מונטערט זי אױף) באַרויִקט אײַך, מאַדאַם!
פּאַלעסטינע: אַך. הער דאָקטאָר! (באַװײַזט אים מיט די אױגן אױף אוגאַנדאַ.)
דאָקטאָר נאָרדױ: (צו אוגאַנדאַ) פֿרײַלין אוגאַנדאַ?… אַנטשולדיקן זי!…
ציוני־ציון: (ליאַרעמען) װאָס װײסט איר? װאָס װײסט איר? סכּנות־נפֿשות! מען טאָר דעם שידוך ניט דערלאָזן? אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל לא! שרײַט זשע, קינדער, לא!
מאַקס נאָרדױ: (צום שדכן און צום קרובֿ) מײַנע הערן! האָט קײן פֿאַראיבל ניט, לאָזט אונדז פֿרײַ… איך בעט אײַך, לאָזט אונדז פֿרײַ, זי איז אַן אַלטע פֿרױ אַ קראַנקע, איר קאַנט זי חלילה טױטן! (אַ שװערע סצענע, דױערט עטלעכע מינוט. ציוניזם קוקט מיט טרױער אױף אוגאַנדאַ. אוגאַנדאַ װאַרפֿט אױף ציוניזם אַ לאַנגן ברענענדיקן קוק. דאָס שװאַרצע פּנים אירס גלאַנצט, די באַקן פֿלאַמען.)
טעריטאָריאַליזם: (ברעכט די הענט) איך האָב אָבער געװוּסט אַז עס װעט אַזױ זײַן! אַן אומגליק מיט די מיוחסים! דערלאַנג זײ די בת־מלכּה! (שרײַט הױך, מען זאָל אים האָרכן.)
ציוני־ציון: (שרײַען נאָך העכער) װאָס הערט איר אים ― אים דעם עזות־פּנים! געקומען אַהער צו אונדז קאָמאַנדעװען! מען דאַרף אים געבן דעם װעג! קינדער, נידער מיט אוגאַנדאַ! נידער מיט טעריטאָריאַליזם! (עס װערט אַ מהומה.)
זאַנגװיל: (שטילט אײַן דעם עולם) נאָר אָן געשרײ! שרײַען איז פֿונעם גאָרגל, שרײַען קאָנען מיר אױך. צו באַװײַזן אַז מיר מײנען ניט חלילה אָנהענגען אײַך אַ לונג־און־לעבער אױף דער נאָז, גײען מיר גלײַך אַװעק פֿון דאַנען. פֿאַראַן אַן אַלטער מינהג, פֿאַרן אַװעקגײן זיך צו זעצן זאָגן אַ גוט װאָרט. איך האָב ליב אַלטע מינהגים. איך בעט נאָר עטלעכע מינוט מיך רויִק אױסהערן. איר מעגט אײַך זײַן װער איר זײַט, נאָר מען טאָר ניט מיט אַן אורח אַזױ זיך באַגײן, װי איר באַגײט זיך. װי אַזױ עס הײסט בײַ אײַך ― װײס איך ניט. אױף אונדזער לשון הײסט עס „אומהעפֿלעך“, דאָס הײסט אַ ביסעלע שװײַנעריש… אמת, מײַן פֿרײַנד טעריטאָריאַליזם האָט אײַך דעם שידוך פֿאָרגעשלאָגן. איר האָט דאָך אָבער די כּלה געשיקט רופֿן. איר האָט דאָך זי אַלײן אַראָפּגעבראַכט אַהער. אמת, אײַער בחור איז אָן עין־הרע אַ געראָטענער בחור. מיר װײסן דאָס אָבער אַלע, װאָס אים פֿעלט: אים פֿעלט, האָט קײן פֿאַראיבל ניט, אַ פּאָר גאַנצע שטיװל מיט אַ העמד אױפֿן לײַב. אַ קבצן, זאָגט מען בײַ אונדז, טאָר זיך ניט איבערנעמען, אַ „דל־גאה“ ― דאָס איז אײנער פֿון די דרײַ װאָס גאָט אַלײן האָט זי פֿײַנט. אמת, ציוניזם איז אײַך טײַער, ער איז מיר אָבער, מעגט איר מיר גלײבן בנאמנות, ניט װינציקער טײַער װי אײַך. אין דער קורצער צײַט װאָס איך האָב אים קענען־געלערנט, האָב איך אים ליב געקראָגן, װי אַן אײגענעם. איך האָב מורא, פֿאַרשטײט איר מיך, אַז איר װעט אַזױ װעלן איבערקלײַבן, זאָל ער חלילה־וחס ניט פֿאַרזיצן, ניט בלײַבן אַן אַלטער בחור. אמת, די כּלה איז שװאַרצלעך אױפֿן קאָליר. פֿאַרגעסט אָבער ניט װאָס פֿאַר אַ גליק עס דערװאַרט אײַער חתן דאָרט אױף דעם נײַעם אָרט. ער װעט דאָך זײַן דאָרטן געהױכט און געקרױנט. ער װעט אױספֿירן, װי מען זאָגט, דאָס טעלערל פֿונעם הימל. ער װעט קומען נאָך דעם צו אײַך צו פֿאָרן אַ זאַטער, אַן אױסגערוטער, אַן אױסגעפּוצטער, אַ נײַ־געבױרענער, אַ פֿרישער מענטש! פֿאַרגעסט נאָר ניט װוּהין ער פֿאַלט אַרײַן, אין װאָסערע הענט! ― דאָס איז דאָך עפּעס ניט קײן יאַכנע־סאָסי פֿונעם מאַרק: דאָס איז דאָך די ענגלישע מומע אַלײן!…
ציוני־ציון: (מיט אַ מוראדיקן רעש) אַ טײַערער אַנטיק! מיר האָבן אַלײן אַ רײַכע מומע, הײסט זי ייִק″אַייִדישע קאָלאָניזאַציע אַסאָציאַציע… מיר װײסן אָבער דעם טעם פֿון די רײַכע מומעס! קינדער, נידער מיט די רײַכע מומעס!… און אונדז זאָל גאָט העלפֿן אַלײן, איטלעכן בײַ זײַנעם! אַהײם, חתן, אַהײם, צוריק, צו דער אַלטער מאַמע! עס לעבט די אַלטע מאַמע! הידד!!!
זאַנגװיל: (מיט פֿײַער) געדענקט זשע, איר זאָלט קײן חרטה ניט האָבן! זעט מ'זאָל אױף אײַך ניט טײַטן מיט די פֿינגער, חלילה ניט זאָגן דעם פּסוק: „אבֿן מאַסו הבונים“ ― אומזיסט האָט איר פֿאַרמיאוסט דעם װינקלשטײן! אומזיסט־אומנישט האָט איר אײַער גליק פֿאַרשפּילט!… יאָ, מיר שײדן זיך, מיר גײען אַװעק, נאָר איך האָף, אַז ניט אױף שטענדיק. איך האָף אַז מיר װעלן זיך נאָך זען.. אױף װידערזען!
ציוני־ציון: (מיט קולי־קולות) בשם אלוקי ישׂראל ― לאָז דער קרענקען, װער ס'װעט נאָך אײַך בענקען!… (טעריטאָריאַליזם קלאַפּט מיטן שטעקל איבערן טיש, װיל עפּעס זאָגן, לאָזט מען ניט. עס פֿליִען אין דער לופֿטן אַ פּאָר היטלען מיט אַ פֿיסל פֿון אַ בענקל. עס קומט אַרײַן דער שװײצער פֿון דער אַכסניא, שרײַט, מאַכט מיט די הענט, ס'זאָל זײַן שטיל, אַניט װעט מען זײ בעטן פֿון דאַנען מחילה… נאָר קײנער הערט אים ניט, ס'איז אַ שרעקלעכע מהומה.)
פּאַלעסטינע: (װײנט) אַ חרפּה, אַ בושה פֿאַר לײַטן… יענער דאָקטאָר ― הערצלTheodor Herzl 1860-1904 ― זאָל איצט לעבן, װאָלט ער ניט דערלאָזט צו אַזעלכע סקאַנדאַלן… (חלשט, דער דאָקטאָר נאָרדױ מונטערט זי, שפּריצט אױף איר אָדעקאָלאָן. זי כאַפּט זיך אױף, עס הערט זיך אַ געזאַנג: „עו־ו־וד לא אָבדה תּקװ־ת־נו“…)
(דער פֿאָרהאַנג פֿאַלט)
דרוסקעניקDruskininkai/Друскенiкi, יולי 1905