די פּאַרשױנען:
דער װעג ― אַ יונגער־מאַנטשיק, נאָר־װאָס פֿון אונטער דער חופּה.
דער פֿרײַנד ― זײַנער אַן אמתער גוטער פֿרײַנד.
דער טאָג ― ניט קײן פֿרײַנד, ניט קײן פֿײַנט אַ נעכטיקער טאָג,
די יודישע צוקונפֿט ― אַ ציוניסט.
דאָס יודישע װאָרט ― אַן עזות־מחוצף פּנים.
װאַרשע ― אַן אױסגעשלײערט װײַבל.
װילנע ― אַ ליטװאַטשקע.
דאָס פֿאָלק ― אַ פּראָסטער מענטש, זעט אױס אַ בעל־מלאָכה, פֿאַרשטײט ניט קײן אַנדער שפּראַך, אַחוץ זשאַרגאָן.
די געשיכטע קומט פֿאָר דעם 1טן אױגוסט 1905טן יאָר אױפֿן באַנהױף.
דער װעג: שטײט אָנגעטאָן מיט אַ רײַזעטאַש איבער די פּלײצעס. ― אױף דער ערד ליגן אָנגעװאָרפֿן טשעמאָדאַנעס, פּעקלעך, ביכער, צײַטונגען, כּתבֿים, פּאַפּיר און פּענעס גאַנצע בערג. ― דער עולם שטײט און מען װאַרט, אַז עמעצער זאָל שױן עפּעס אָנהײבן. װילנע שטײט נעבן װאַרשע און מאַכט איר צו רעכט דעם שלײער, עס זאָלן זיך ניט אַרױסזען צו פֿיל די אײגענע האָר. דאָס פֿאָלק קוקט אַרום און װיל האָרכן אַ גוט װאָרט.
דער פֿרײַנד: (הוסט זיך אָפּ) רבותי! עס איז געשען אַ געשעעניש בײַ אונדז; אין אונדזער ליטעראַריש געזינדל, אין אונדזער קלײן ייִדיש װעלטל: אונדזער פֿיל געליבטער און זײער טײַערער ייִנגערער ברודער דער װעג האָט חתונה געהאַט אין אַ גוטער שעה אַ מזלדיקער, גענומען אַ פֿרױ פֿון פּױלן מיטן נאָמען װאַרשע און פֿאָרט מיט איר איצט אין װײַטן װעג אַרײַן, פֿאַרלאָזט אונדז, זײַנע בעסטע פֿרײַנד, אױף שטענדיק, אױף אײביק. װאָס זאָלן מיר אים װינטשן? איר װײסט גאַנץ גוס, רבותי, װי װײַט שװער דאָס געשעעניש איז פֿאַר אונדז! (װישט די אױגן) אָבער לאָז עס אונדז אָנגײן, װאָס מיר װינטשן אים.
אַלע: אָמן
דאָס פֿאָלק: אָ־מ־ן!
דער פֿרײַנד: (שנײַצט אױס די נאָז) דאָס געשעעניש װאָס איז געשען איז אַפֿילו געװען פֿאַר אונדז צו פּלוצעם. און דאָך, מײַנע דאַמען און הערן, אַלס גוטער פֿרײַנד און אַלס עלטערער ברודער, נעמען מיר זיך דאָס רעכט צו זאָגן אונדזער פּאָרפֿאָלק עטלעכע פֿרײַנדלעכע װערטער. דער װעג װאָס שטײט פֿאַר אײַך פֿאָר, איז ניט גרינג, פֿול מיט דערנער. איר װעט גענוג אױסגעריסן װערן, האָבן צו זינגען און צו זאָגן, ביז איר װעט זיך אַרױפֿשלאָגן אױף אַ שטיקל װעג… לאָז גאָט געבן, איר זאָלט ניט מיד װערן, איר זאָלט זיך ניט צועסן, ניט װערן נימאס אײנער דעם אַנדערן, און עס זאָל זיך אײַך חלילה ניט גלוסטן פֿאָרן צוריק… מיר װינטשן אײַך שליסן גוטע קענטשאַפֿט אין אײַער װעג. ניט אײן פּאָר־פֿאָלק װעט איר באַגעגענען אין װעג, װאָרעם עס גײט אַ צײַט פֿון חתונות.
דאָס פֿאָלק: בראַװאָ!!!
דער װעג: (גערירט) פֿון טיפֿן האַרצן דאַנקען מיר דעם גוטן פֿרײַנד פֿאַר אַלע זײַנע גוטע װערטער. האָפֿנטלעך, אַז ער װעט אונדז ניט פֿאַרגעסן אױך אױף װײַטער און װעט אונדז געװיס דערמאָנען גאַנץ אָפֿט צום גוטן… מיר קענען אים זאָגן אַז מיר, פֿון אונדזער זײַט, װעלן אים חלילה ניט לאָזן װאַרטן לאַנג אױף אַן ענטפֿער… מיר צװײפֿלען ניט אין דעם קײן מינוט אַפֿילו אַז דער פֿרײַנד איז אונדזער בעסטער פֿרײַנד. װאָרעם װער פֿאַרשטײט עס ניט מיטן שׂכל, אַז דעם פֿרײַנד איז ביז אַהער געװען ניט אָנגענעם, װאָס ער איז אַ יחיד אין קהל, אײנער אױפֿן יריד הײסט עס… הלװאַי זאָל טאַקע גאָט געבן דער דאָזיקער װוּנטש װעגן נײַע חתונות זאָל מקוים װערן (!) איך דאַנק נאָך אַ מאָל מײַן בעסטן פֿרײַנד פֿאַר זײַן ליבן טאָסט פֿון מײַן נאָמען און פֿונעם נאָמען פֿון מײַן יונגער פֿרױ װאַרשע און מיר װינטשן אונדזער גוטן פֿרײַנד, אַז זײַן װוּנטש זאָל דערפֿילט װערן. און לאָזן טאַקע אונדזערע שװעסטער און ברידער גאַזעטן און זשורנאַלן זיך פֿרוכפּערן און מערן, װי זאַמד אױפֿן ברעג ים און װי שטערן אין הימל! (טרינקט.)
דאָס פֿאָלק: בראַװאָ!!!
דער טאָג: (רעדט צום גראַם) הערט װאָס איך זאָג הײַנטיקן טאָג, די אײגענע װערטער, װאָס כ'האָב געזאָגט אין פֿיל ערטער, אױב איר געדענקט, אין די „בלעטער“ פֿון „איש יהודי“ דעם פֿעטער: זאָל גאָט געבן דעם װעג דעם ליבן, ער זאָל קײן מאָל ניט שטײן, נאָר גײן און גײן, ניט לינקס, ניט רעכטס, ניט רעדן קײן שלעכטס, אױף אַלעמען גלײַך, סײַ אָרעם, סײַ רײַך…
דאָס װאָרט: (האַקט אים איבער, אױך צום גראַם) מען האָט געלאָזט בעטן מחילה פֿון דער גאַנצער קהילה און געבן צו װיסן, מען זאָל אױפֿהערן גיסן אַ מבול פֿון גראַמען, ס'קאַן ניט־גוט װערן די דאַמען…
דער טאָג: (טוט זיך זײַנס, שיט װי פֿונעם אַרבל) ער זאָל דערציִען דאָס פֿאָלק, מיט שׂכל, מיט טאָלק, אױף די קװאַלן פֿון תּורה, מיט דרך־ארץ, מיט מורא, מען זאָל אים מיט װרעדנע אידעען דעם קאָפּ ניט פֿאַרדרײען, מיט דיערזקעдєрзке: געװאַגטע לצנות אים ניט פֿירן אין סכּנות, ניט גײן מיט נאַכאַלסטװאָнахальство: חוצפּה קעגן נאַטשאַלסטװאָ.
דאָס פֿאָלק: בראַװאָ!
דאָס װאָרט: (װידער צום גראַם) מײַנע הערן און דאַמען! הערט ער ניט אױף צו שיטן מיט גראַמען, און באַװײַזן זײַן גאונות, װעל איך דערמאָנען עװנות… (דער טאָג בלײַבט אָן לשון, רוקט זיך אָפּ אָן אַ זײַט.)
דאָס פֿאָלק: בראַװאָ! בראַװאָ!
דער װעג: אַ שײנעם דאַנק דעם ליכטיקן טאָג פֿאַר זײַן װינטשעװאַניע, כאָטש מיר קאָנען אים ניט מבֿטיח זײַן, אַז מיר װעלן דאָס אױספֿירן. (צום פֿאָלק) לחײם ברידער! (טרינקט),
דאָס פֿאָלק: בראַװאָ! בראַװאָ!
צוקונפֿט: ביז אַהער האָבן גערעדט די עלטערע, אונדזערע בערן, האָב איך מיך ניט געװאָלט אַרײַנמישן. איצט דערלױב איך מיר אַ פּאָר װערטער אַרײַנצושטעלן װעגן פּראָגראַם פֿון אונדזער פּאָרפֿאָלק. ניט די פּראָגראַם, װאָס דער טאָג לײגט פֿאָר; דאָס איז אַ פּראָגראַם פֿון שװײַגן, אַ שטילשװײַגנדיקע פּראָגראַם. אַ פּראָגראַם פֿון אַ נעכטיקן טאָג… איך שמועס פֿון אַן אַנדער פּראָגראַם, פֿון אַ רעדנס־פּראָגראַם. אַן אַרבעטס־פּראָגראַם. אַ פּראָגראַם פֿון…
דאָס װאָרט: (האַקט אים איבער אין מיטן) צײלט נאָר, איך בעט אײַך, װיפֿל מאָל אונדזער ציוניסט האָט דאָ אַרײַנגעהאַקט דאָס װאָרט „פּראָגראַם“, װי ער האָט זיך עס אַ ביסל צעפּראָגראַמט! אַ פּראָגראַמעניש אױף אים אָנגעפֿאַלן! װאָס דאַרף מען זיך אַזױ לאַנג קװעטשן? אַמער מאַכט בקיצור: איר װילט, אַז דאָס פּאָרפֿאָלק זאָל זײַן ציוניסטיש.
צוקונפֿט: אָט װעל איך אײַך גײן פֿרעגן װי אַזױ צו רעדן! איר זענט אַ גרױסער עזות־פּנים!
דאָס פֿאָלק: בראַװאָ!
דאָס װאָרט: און איר זענט אַ בריװן־שטעלער.
דאָס פֿאָלק: בראַװאָ! בראַװאָ!
צוקונפֿט: שײגעץ! (לאָזט זיך צום װעג.)
דאָס פֿאָלק: בראַװאָ! בראַװאָ!
דאָס װאָרט: ארץ־ישׂראל־ייִד! (לאָזט זיך צו צוקונפֿט.)
דאָס פֿאָלק: בראַװאָ! בראַװאָ!
דער פֿרײַנד: (צענעמט זײ) קינדערלעך! װאָס פֿאַר אַ געשעעניש! לאָז זײַן שטיל! מיר זענען אַרױסגעקומען אַהער אַרױסבאַגלײטן דאָס יונגע פּאָרפֿאָלק אין װעג אַרײַן. און איר כּלומרשט רעכנט זיך מיט אײַערע חשבונות! אונדזער געזינדל איז נאָך אַזױ קלײן און איר קאָנט זיך כּלומרשט ניט אײַנטײלן מיט דער ירושה? װאָס װעט זאָגן אױף אונדז די װעלט? די װעלט װאָס װעט זאָגן?
דער טאָג: אַ חרפּה אַ בושה פֿאַרן זשאַנדאַר!…
דער פֿרײַנד: אונדזער געזינדל איז אַזױ קלײן, אַזױ אָרעם! קוק זיך אַקאָרשט אַרום, װער זענען מיר, װיפֿל זענען מיר? װוּ זענען אַלע אונדזערע איבעריקע שװעסטער און ברידער? איך מײן אונדזערע העברעיִשע גאַזעטן און זשורנאַלן ― װוּ זענען זײ? װוּ זענען זײ? (קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן.)
דאָס װאָרט: (שפּרינגט אַרױס) פֿון װעמען רעדט איר? פֿונעם המליץ, װאָס איז שױן לאַנג אױף דער אמתער װעלט? פֿון דער אױפֿגעפּוצטער דאַמע װאָס מען רופֿט זי הצפֿירה? פֿונעם הזמן, דעם יודע הכּל, װאָס אײנער פֿון זײַן האַלב טוץ רעדאַקטאָרן זאָגט בפֿירוש: „מעולם לא טנפֿתּי את ידי ― איך האָב ניט מײַן האַנט פֿאַרפּאַסקודיעט צו שרײַבן זשאַרגאָן“…? צי איר רעדט פֿונעם אַריסטאָקראַט השלוח, װאָס מען דאַרף האָבן אַ זכיה אים צו זען? צי אפֿשר רעדט איר פֿונעם הדור, דעם בײזן פּעסימיסט, װאָס װאַרפֿט אונדז אַלע יאָר דעם גט פֿאַר די פֿיס? צי אפֿשר פֿונעם גרוש הצופֿה רעדט איר, װאָס דאָס װײַב האָט אים געגט? צי גאָר פֿון יענע מחותּנים רעדט איר, װאָס מען רופֿט זײ השקפֿה, הפּיסגה? לאָזט זײ צו רו די אַריסטאָקראַטן אונדזערע, װאָס עס שטײט זײ ניט אָן זיך מטפּל זײַן מיט דער „דינסטמױד“, מיטן אָרעמען זשאַרגאָן!…
דאָס פֿאָלק: בראַװאָ! בראַװאָ!
דער פֿרײַנד: (מיט פֿאַראַכטונג) נאָר ניט געהיצט זיך! מיר גײען ניט אַרײַן אין װײַטע חקירות. װער איז די בעל־הביתטע און װער איז די דינסטמױד? מיר שטעלן זיך אָפּ נאָר אױף הױלע פֿאַקטן, אױף געשעענישן. געשעענישן שפּילן בײַ אונדז די הױפּט־ראָלע…
דאָס װאָרט: (שפּרינגט אַרױס) טאָמער װאָלט געשען אַ געשעעניש, אַז עס זאָל שױן אױפֿהערן געשעען געשעענישן?
דער פֿרײַנד: (קוקט אױפֿן װאָרט מיט פֿאַראַכטונג) אַלזאָ פֿון װאָס האָבן מיר גערעדט? מיר רעדן פֿון שלום, פֿון פֿרידן רעדן מיר. איר גיט זיך בעסער אײנס דאָס אַנדערע די האַנט, קינדערלעך, און זײַט שלום, לעבט פֿרײַנדלעך… די צײַט שטײט ניט, לאָמיר זיך אָנהײבן געזעגענען מיט אונדזער פּאָרפֿאָלק און װינטשן זײ אַ גליקלעכע רײַזע.
דאָס פֿאָלק: בראַװאָ! בראַװאָ!
דער װעג: נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל אַ שײנעם דאַנק דעם ליבן פֿרײַנד פֿאַר זײַנע לעצטע „פֿרײַנדלעכע“ װערטער. אַ שאָד, װאָס ס'האָט זיך אַרײַנגעמישט דאָס װאָרט און האָט ניט דערלאָזט, אַז צוקונפֿט זאָל אַרױסזאָגן דער װעלטס מײנונג איבער אונדזער מאַרשרוט און איבער אונדזער פּראָגראַם. אַ שאָד, װאָס די צײַט דערלױבט ניט צו רעדן אַ סך. (קוקט אױפֿן זײגער) מיר האָבן נאָך צו פֿאַרברענגען צוזאַמען מיט אײַך סך־הכּל עטלעכע געצײלטע מינוט. איך מײן, אַז אונדזער מאַרשרוט איז אײַך באַװוּסט, און װעגן אונדזער פּראָגראַם האָבן מיר, דאַכט מיר, געזאָגט אין אונדזער „פּראָספּעקט“, װאָס מיר האָבן צעשיקט אױף דער װעלט אַ פּאָר װאָכן פֿאַר אונדזער האָכצײַטHochzeit: חתונה. מיר װײסן אונדזער מאַרשרוט גאַנץ גענױ. מיר װײסן גאַנץ גוט, אַז אונדזער װעג איז שװער. נאָר מיר האָפֿן, אַז מיר װעלן אונדזער װײַטע, אינטערעסאַנטע נסיעה דורכמאַכן בשלום און מיט גאָטס הילף גרײכן צום צװעק, װוּהין מיר שטרעבן. מיר מײנען, אַז אונדז װעלן ניט אָפּשטעלן קײן שום שװעריקײטן… איבעריקנס, צו װאָס נוצן צוזאָגעכצן, אַנאָנסן, פּראָספּעקטן, פּראָגראַמען. צוזאָגן איז קײן קונץ ניט. צוזאָגן, זאָגן צו אַלע; יעדער איז מבֿטיח… אַ בריהשאַפֿט איז אָבער אױספֿילן, אַ קונץ איז מקײם זײַן!… אַנשטאָט װערטער װעלן מיר אײַך בעסער געבן אַרבעט. אַנשטאָט הבֿטחות, צוזאָגעכצן, װעלן מיר אײַך בעסער שרײַבן אָפֿט און אַ סך; אַלע טאָג, אַלע טאָג װעלן מיר אײַך שרײַבן! און פֿון אײַך פֿאַרלאַנגען מיר (װענדט זיך צום פֿאָלק) און איבערהױפּט פֿון אײַך, מער ניט װי אײן זאַך: איר זאָלט אונדז לײענען. אַדיע! זײַט געזונט! זײַט געזונט!
אַלע: פֿאָרט געזונט! אַ גליקלעכע רײַזע! אַ גליקלעכע רײַזע!
דאָס פֿאָלק: הררררררראאַאַ!!…
(דער עולם געזעגנט זיך. ― װילנע קושט זיך מיט װאַרשע ― דאָס יונגע פּאָרפֿאָלק קריכט אין װאַגאָן אַרײַן, שטעלט זיך אַװעק בײַם פֿענצטער. ― דער צוג רױכערט, פֿײַפֿט און רירט פֿונעם אָרט.)
אַלע: (מאַכן מיט די היטלען און מיט די טיכעלעך.) אַ גליקלעכע רײַזע! אַ גליקלעכע רײַזע!
דאָס פֿאָלק: הורררררראַ!!!…
(דער צוג װערט פֿאַרשװוּנדן. דער רױך צעגײט זיך.)
1905