מנחם־מענדל [2]

שלום עליכם (אַלע װערק)

שײנע־שײנדל פֿון פֿתרילעװקע צו איר מאַן מנחס־מענדל אין װואַרשע

16

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם־מענדל נ"י!

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן אַז מיר זענען דאָ אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט. גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער,

צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז מיר זענען נאָר װאָס גע" קומען פֿונעם פֿעלד, איך און די מאַמע זאָל לעבן, מיט פֿאַרשװאָלענע אױגן און מיט אָנגעװײטיקטע הערצער. מיר האָבן זיך בײדע גוט אױסגעװײנט אױפֿן טאַטנס קבֿר, און גלאַט אָנגעגעסן זיך מיט צרות. מען דאַרף האָבן אַ האַרץ פֿון אַ טאָטער, ױ די מאַמע זאָגט, אַז מ'זאָל צוזען װאָס עס טוט זיך אָפּ בײַ אונדז אױפֿן הײיליקן אָרט, אַז ס'קומט ראָש־חודש אלול. אַ װערטעלע אױסצורעדן קבֿר;אָבֿות! פֿון דער גאָרער װעלט פֿאָרט מען זיך צונױף אַהער, און צום מײנסטן װײַבער ― װײַבער ױ מאָן, װי שטערן אין הימל! אַן ענגשאַפֿט װױ אין שטאָט, ניפּריטשקעם! נאָכן פּאָגראָם און נאָך דער כאָלערע, ניט הײַנט געדאַכט, און נאָכן טרײַבן פֿון די דערפֿער קומען צו קבֿרים, און דאָס הײליקע אָרט װאַקסט אין דער לענג און אין דער ברײט! ס'האָט זיך אַזױ צעװאַקסן, אַז ס'װעט אין גיכן כּמעט שױן ניט זײַן װוּ צו לײגן, מען װעט מוזן אָפּנעמען נאָך פֿעלד, אַניט װעט מען חלילה דאַרפֿן, ױ די מאַמע זאָגט, גאָט בעטן מען זאָל גיכער שטאַרבן.. קאָנסט פֿאַרשטײן, אַז נאָכן טאַטן עליױהשלום גײען דרײַ שורות פֿרישע קבֿרים, צױשן זײ העכער האַלב נאָך ניט קײן געמױערטע. מען דאַרף האָבן אַ קאָפּ פֿון אַ מיניסטער, אָדער פֿון יחיאל דעם קבֿרות־שמש, מען זאָל זיך אָנגעדענקען װוּ ער ס'ליגט! ער איז פֿון אײַזן יחיאל טאַקע, אַז ער האַלט אױס פֿון די װײַבער, מען צעטראָגט אים די בײנער:;רב יחיאל, װײַזט מיר מײַן מאַן! רב יחיאל, װײַזט מיר מײַן טאַטן! װײַזט אונדז די מאַמען:.* ער טראָגט זײ אַלע אױפֿן קאָפּ, איז קלאָר אױף אױסנװײניק, אױסגעבונדן מיט אַלע טױיטע! און יואל דעם חזן זאָלסטו אָנקוקן! אַז מען צעטראָגט אים ניט אױף שטיקלעך אַז עס קומט ראָש־חודש אלול, איז אױך אַ נס מן השמים! איך װײס ניט ױ אַזױ אַלע יאָר ― איך בין אױף

קבֿר269

אָבֿות דעם ערשטן מאָל ― נאָר די געשרײען מיט די געװײנען מיט די קװיטשערײַען פֿון די װײַבער זענען אַזױ גרױס, אַז מײַנע שׂונאים זאָלן אַזױ האָבן יאָרן, ױ מען הערט אַפֿילו דעם חזנס ,מלא". מען זעט נאָר ס'שטײט אַ ייִד און שאָקלט זיך, און אַז ער האָט זיך אָפּגעשאָקלט, ציט ער אױס די האַנט מען זאָל אים עפּעס געבן ― און דאָס איז דאָך בײַ אים דער עיקר. ױ זאָגט די מאַמע: ס'שטײיט געשריבן, אַז כּלי־קודש האָט גאָט באַשאַפֿן זײ זאָלן נעמען פֿון טױט און פֿון לעבעדיק… װאָס גײט זײ אָן יענעמס װײטיק אָדער יענעמס טרערן? מיר דאַכט, אַז אַ שטײן קאָן אױך צעגאַנגען װערן, אַז מען זעט, אַ שטײגער, ױ אַזאַ ייִדענע ױ חיענע די אַלמנה װאַרפֿט זיך פֿון אײן קבֿר אױפֿן אַנדערן. אָט, דאַכט זיך, איז זי געלעגן אױף אַ קבֿר, געיאָמערט און געאַרבעט מעשׂים, און אָט ליגט זי שוױן אױף אַן אַנדער קבֿר און יאָמערט שױן אױף אַ נײַעם אופֿן, און אײדער דו קוקסט זיך אַרום ― אַהאַ, זי װאַלגערט זיך שױן אױף אַ פֿרישן קבֿר און אירע קולות גײען ביזן זיבעטן הימל! אַ גאַנצן מאַיאָנטיק פֿאַרמאָגט זי דאָרט, חיענע טאַקע! נאָר װוּ נעמט זיך צו אַ ייִדענע אַזױ פֿיל טרערן מיט אַזױ פֿיל דיר? זאָלסט זי הערן װי זי טענהט זיך אױסעט מיט די טױטע ― מען זאָל זײַן פֿון אײַזן! נאָר דאָס אַלצדינג איז נאָך גאָלד אַקעגן דעם װאָס טוט זיך אָפּעט בײַ אונדז איף יענער זײַט בית־עולם! איך מײן די אָרעמע־לײַט, װאָס שלעפּן בײַ די פּאָלעס, רײַסן פֿון די הענט, מאַכן ברױן און בלױ, ― זײ װױלן נעבעך אַ נדבֿה. ראָש־חודש אלול, זאָגט די מאַמע, איז זײער צײַט. אָרעמע־לײַט, זאָגט זי, זאָלן ניט האָבן דעם ראָש־חודש אלול, װאָלטן זײ געװען אָנזעצערסס..

אַקעגן װאָס הײסט עס דערצײל איך דיר דאָס אַלצדינג? אַקעגן דעם, טאָמער װעסטו זיך כאָטש צוליב די ױינענדיקע טעג דערמאָנען אַז דו האָסט ערגעץ אַ הײם און אַז דו האָסט אין דער הײם אַ װײַב ביז הונדערט צװאָנציק יאָר מיט קינדערלעך זאָלן געזונט זײַן, און אַז דו װועסט זיך דערמאָנען װועסטו זען מאַכן דײַן נסיִעה אַ ביסל קירצער, בכדי זאָלסט װאָט פֿריִער קאָנען קומען אַהים, מען קוקט דאָ אַזױ אַרױס אױף דיר. די גאַנצע שטאָט כּמעט!. נאָר עפּעס גלײבט זיך מיר ניט, הערסטו, מענדל, אַז אָט אַזױ אָ נעמסטו און קומסט צו פֿאָרן אַהײם! ױ װועלן זיך ניט געפֿינען אין װעג קײן זיבעצן שלימזלס װאָס װעלן דיר פֿאַר" דרײען דעם קאָפּ אַכצן מאָל מיט זײערע חלומות און מיט זײערע פּראָיעקטן, לכה" דודי־ביכלעך, נעכטיקע טעג, אױפֿן הימל אַ יאַריד! מעגסט דיר זאָגן, מענדל, אױף מיר, אַז איך בין אַ ייִדענע און אַ קלײנשטעטלדיקע און װאָס דו װילסט, נאָר ס'פּאַטױפֿען זיך ניט בײַ מיר אין קאָפּ דײַנע גליקן מיט דײַנע גאָלדענע

20

פּראָיעקטן אױף צו נעמען ארץ־ישׂראל, װאָס דו לײגסט עס אָפּעט פֿון טאָג אױף טאָג. ממה־נפֿשך, האָסטו עפּעס װאָס צו זאָגן, זאָגט מען! װאָס דאַרפֿסטו װאַרטן אױף כּבֿוד? איז אײן מאָל אַװעק. און צװײטנס מוז איך דיר זאָגן דעם אמת, אַז עפּעס גלײבט זיך מיר גיט, אַז אַלע רײנע פֿײַנע בריות דאָרטן, די צעניסטן, װאָס האָבן זיך צונױפֿגעקליבן אין װין אױפֿן גאָנגרעס, אַז זײ זענען אַזױ די כּפּרה נאָך ארץ־ישׂראל, ױ דו זאָגסט. ס'איז אַ פּראָסטער שׂכל ― אַז מען האָט ליב ארץ־ישׂראל, פֿאָרט מען קײן ארץײשראל, ניט קײן װין. װי זאָגט די מאַמע: אַז מען יל עסן, זינגט מען ניט קײן זמירות, און אַז מען זינגט זמירות, איז אַ סימן אַז מען איז זאַט… זײ זאָלן געװען בעסער זיך דורכפֿאָרן אַהער צו צו, מאַכן אין כּתרילעװקע דעם גאָנגרעס, װאָלטן כאָטש געבליבן דאָ די עטלעכע קערבלעך, װאָס איר האָט דאָרטן אױסגעבראַכט, פֿאַרדינט אַ מיצװה אין די דײַטשן זײַן זאָלן זײ די כּפּרה פֿאַר מיַנע אַלטע שיך, װאָס װאַלגערן זיך אױפֿן בױדעם! איר האָט דאָרטן געטרענצלט געלט בשעת דאָ ייִדן נעבעך האָבן ניט אױף יוסיטוב ― אױף פּסח איז כאָטש פֿאַראַן מעותיחיטין, און אױף ימים־נוראים איז דאָס אױך ניטאָ! ― דײַנע צעניסטן זאָלן דאָס נעמען אױפֿן קאָפּ כאָטש אײן מינוט, װאָלטן זי זיך באַגראָכן נײַן אײלן פֿאַר זיך אַלײן! נאָר װאָס, מישטײנס געזאָגט, פֿאַר אַ װערט האָבן בי דיר מײַנע װערטער, אַז דו ביסט אין די פֿעדערן, צװױשן אַזעלכע גרױטע מענטשן, װאָס עס שטײט זײ ניט אָן אַפֿילו רעדן אױף ייִדיש מיט אַ ייִדן! איך װאָלט נאָר װעלן װיסן, װוער איז ער אָט אַ יענער שישקין װאָס דו שרײַבסט אַז ער לאָזט קײנעם קײן ייִדיש װאָרט ניט אַרױסרעדן? און פֿון װאַנען נעמט זיך, זאָג מיר, בײיַ ײַדן אַזאַ דציחת? מיר דאַכט, אַז אַפֿילן צװישן גױיִם, להבֿדיל, האָנן מיר נאָך פֿון אַזאַ גזירה ניט געהערט, אַז מיר זאָלן ניט טאָרן רעדן צװישן זיך אױף אונדזער לשון! און ער איז אָט יענער פּיסמעניק, װאָס דו האָסט פֿאַר אים אַזױ מורא? געבענטשט װאָלטן געװען זײַנע הענט, װעך גאָט גיט אים אײַן אַזאַ זין אין קאָפּ, ער זאָל אײַך דאָרט אַלעמען רעכט דורכבױקערן ― איר זאָלט אױפֿהערן זיך טײלן דאָרטן מיט די כּיבודיף. װי בײַ די הקפֿות, מאַכן אײנס דאָס אַנדערע פֿאַר פּרעזידענטן, און בעסער אין זיוען האָבן ― ייִדן זיצן אָן פּרנסה, װערן שער ניט דערשטיקט פֿון אַלע זײַטן.. אַז אָך און װײ איז די יאָר, אַז איך הײס שױן דאָ איצט די נגידית ניט נאָר אין דער מש." פּחה, אין דער גאַנצער שטאָט טאַקע, און מען לאָזט מיך ניט אָטעמען, מען לײגט מיר פֿאָר געשעפֿטן מיט געשעפֿטן, און מען גיט מיר עצות, און מער פֿון אַלץ דער פֿעטער אַבֿרהם־משח, װאָס איך זאָל טאָן מיטן ביסל געלט, װאָס האָט זיך

21

בײַ מיר צונױפֿגעקליבן דורכן זומער, װאָרעם גײן גײט בײַ מיר כּמעט ניט אַװעק גאָרניט, אַ דירה אין אײנעם בײַ דער מאַמען, פֿון מאָדעס האַלט איך ניט. ― מער ניט דאָס עסן װאָס מען עסט, מיטן שׂכר־לימוד פֿאַר די קינדער זאָלן געזונט זײַן. זאָלסט כאָטש קומען שױן און פֿאַרהערן זײ װאָס זײ קענען, איך בין אַ בלינדער מענטש, איך װײס ניט װעלכער חדר איז בעסער, דער מסוכנער צי ניט דער מסוכּנער, פֿרעג מיך בחרם! און אַגבֿ, װען דו ביסט דאָ אױפֿן אָרט, האַלטן מיר דאָ אַלע אין אײנעם זיך אַן עצה, װאָס טוט מען מיטן געלט, ס'אַן עבֿירה, מ'װאָלט עפּעס געקענט דערפֿון האָבן, כאָטש די מאַמע גיט מיר די בעסטע עצה, איך זאָל דאָס געלט האַלטן בײַ זיך גוט גוט באַהאַלטן, אַזױ אַז קײן בן־אָדם זאָל ניט װיסן און אַפֿילו דיר זאָל איך ניט מזכּיר זײַן פֿון דעם. זי זאָגט: ס'איז געזינטער פֿאַר דער בעל־הביתטע, אַז די קאַץ װײסט ניט, אַז ס'איז דאָ סמעטענע אין ששטוב.. נאָר גאָרניט, לאָמיר שױן דערלעבן זען דיך אַ מאָל אין אַ גוטער שעה אַ מזל" דיקער און אָנקוקן דיך װאָס פֿאַר אַ פּנים דו האָסט, צי זעסטו נאָך אױס װי אַ מענטש, צי אַזאַ יאָר אױף מײַנע שׂונאים, ױ עס װױנטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנעישײנדל

22