מנחם"מענדל פֿון װין צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע
25
לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי'!
ר א ש י ת בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב"ה בקו החײם והשלום, השם" יתברך זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן
והשנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז מיר האַלטן שױן בײַ נעילה, הײַנט בײַ נאַכט װערט דער קאָנגרעס געשלאָסן ― און איך בין מיט מײַן פּראָיעקט נאָך אַלץ פֿון פֿאָרנט. און ס'איז גאָר קײן חידוש ניט ― ס'איז אַזױ װױנציק צײַט געװען, און צו טאָן איז געװען אַזױ פֿיל, אַז איך װײס גאָר ניט, איך קאָן גאָר אַזױ קלוג ניט זײַן, װי אַזױ װועט מען פֿאַרטיק װערן מיט די אַלע זאַכן װאָס מיר האָבן אָנגעהױבן? צי װעלן מיר ניט בלײַבן שטעקן חלילה אין מיטן? געװאַלד, װען װעלן מיר אױסקלױבן אַ קאָמיטעט? און װאָס װעט זײַן מיטן פּרעזידענט? מען דאַרף דאָך אױסקלױבן אַ פּרעזידענט אױף צױי יאָר! איך שטײ און קוק אַרױף אַהין גאַנץ אױבן און אױף דער עסקאַדרע, װוּ ס'זיצן אונדזערעט גדולים, און טראַכט מיר: װעמען פֿון זײ מאַכט מען פֿאַר אַ פּרעזידענט? אַז ס'איז פֿאַראַן קײן עין־'הרע אַזױ פֿיל קאַנדידאַטן און אַלע אױסגעצײכנטע, אַלע װאָלטן זײ גאַנץ גוט געטױגט און קײנער פֿון זײ װאָלט זיך ניט אָפּגעזאָגט. מילא פֿון זײערע, פֿון די דײַטשן הײסט עס, איז דאָך אָפּגערעדט. איטלעכער דײַטש איז אַ געבױרענער פּרעזידענט. דער אױסזען, דאָס האַלטן זיך, דאָס גײן אָנגעטאָן אַזױ אַז ס'זאָל גלאַנצן און ס'זאָל פֿינקלען און סזאָל זינגען. הײַנט דאַרף מען קענען קאָמאַנדעװען, מײן ניט! מען דאַרף קענען געבן אַ זעץ מיטן האַמער איבערן טיש אַזױ, אַז דער זאַל זאָל געבן אַ ציטער. הײַנט די שפּראַך? דו שפּילטט זיך מיט דער שפּראַך? למאַי זאָלן מיר זיך נאַרן, איך שטעל מיר פֿאָר, װױ װאָלט זײַן, אַ שטײגער, װען איך בין אַ פּרעזידענט און טו מיר אַ רעד אױף אונדזער ייִדיש לשון:;הערט זשע אױסעט רבותים, די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ*… אמת, מען װעט מיך טאַקע פֿאַרשטײן, װאָס איך זאָג און װאָס איך ול זאָגן, נאָר װאָס פֿאַר אַ פּנים װועט דאָס האָבן? צו װאָכעדיק! מעשׂה אַסיפֿה!..
257
אױף לשוןזיקודש װאָלט עס שױן אױסגעקומען אַפֿילו אַ סך שענער, איז אָבער דער חסרון ― סאַפֿערדיט! ,ראַבאָטײַ?, {רבותי( ,;הקאָנגרעט* )דער קאָנגרעס(.. ,;באָרעט* )אין אָדעס(,.. וכדומה. ― שײן איז דאָס טאַקע, נאָר װער װועט עס פֿאַרשטײן?.. קאָן מען דאָס גלײַכן צו דײַטש, אַז אַ דײַטש שטעלט זיך אַװעק, פֿאַרלײגט די הענט אַהינטער און הײבט אָן:?מײַנע דאַמען אונד העררען!* ― אָדער: ;גע־הער־טער קאָנגרעס!* ― עס קלינגט דאָך װי אַ גלאָק! נײן, מעגסט דיר זאָגן װאָס דו ױלסט, נאָר אַזױ פֿיל קאַנדידאַטן װי די דײַטשן האָבן, פֿאַרמאָגן מיר ניט. אַז מ'טוט אַ קוק אַ שטיגער אױפֿן איצטיקן פּרעזידענט, אױף דוד װאָלפֿסאָן, זעט מען טאַקע בחוש, אַז גאָט אַלײן האָט אים געהײסן זײַן אַ פֿרע" זידענט. דאָס זיצן זײַנס, דאָס שטײן, דאָס רעד דאָס בנעימותדיקע שמײכלען, דער קוק, דער מאַך מיט דער האַנט ― אַ קיסר! און װאָס איז באָדענהײַמער מײנסטו? אַ שלעכטער פּרעזידענט? און װאַרבורג? און האַנטקע? און סימאָן? און זשאַן פֿישער פֿון אַנטװערפּן? ― חקיצור, איך רעד ניט פֿון די דײַטשן איך רעד פֿון אונדזערע, פֿון די רישעשע רעד איך. אָט נעם למשל אונדזער סאָקאַלאָװן ― אַזאַ יאָר אױף מיר, װאָס פֿאַר אַ פּרעזידענט! צי אַ שטײגער דאָקטאָר טשלענאָװ? צי אוסישקין? זעט ער דען ניט אױסעט בעת ער זיצט אױיבן אָן אױף דער עסקאַדרע סײַ ױ סײַ ױ אַ פּרעזידענט? אָדער דער דאָקטאָר שמריהו לעװין? אָדער דעם דאָקטאָר װײצמאַן װאָס פֿעלט? צי אַ שטײגער מזאה פֿון מאָסקװע, ― אָדער טיאָמקין פֿון יעליזאַװעטגראַד? זײ װאָלט ניט אָנגעשטאַנען צו זײַן פּרעזידענטן? צי זשעבעטינסקי, אָט דער װאָס מען רופֿט אים װלאַדימער, כאָטש אַפֿילו איז ער נאָך אַ ביסל צו יונג, מײנסטו װאָלט ער ניט געטױגט? בײַ מיר װאָלסטו געפּועלט דאָקטאָר פּאַסמאַניק אױך, װען ער זאָל ניט זײַן פֿון דער פּאָזיציע, ,פּאָזיציע* װערן אָנגערופֿן די שרײַערס, די װאָס קריטיקירן, די װאָס ס'געפֿעלט זײ ניט קײן זאַך. זײער עובֿדה איז נאָר אײנס: זײ באַדאַרפֿן זוכן אױף אַלעמען חסרונות און אױף אַלצדינג באַדאַרפֿן זײ דיר זאָגן אַז ס'איז שלעכט. אַזױ איז אומעטום אין אַלע פּאַרלאַמענטן פֿון דער גאַנצער װעלט און אַזױ איז אױך בײַ אונדז אױפֿן קאָנגרעס. אַז אײנער גײט אַרױף אױף דער בימה און הײבט אָן עפּעס זאָגן, אָדער פֿאָרלײגן, קוקן מיר אַלע בעת־מעשׂה אױף דער פּאָזיציע, אױפֿן דאָקטאָר פּאַסמאַניק הײסט עס, װאָס װעט דער דאָקטאָר פּאַסמאַניק זאָגן? דאַכט זיך יענער רעדט אַזױ זיס, אַזױ אױסגעצײכנט גוט, גאָלד מיט זילבער, נאָר אים באַדאַרף עס מסתּמא ניט געפֿעלן און כּדיהװה. יענער האָט נאָך גאָרניט אָנגעהױבן צו זאָגן ― אַהאַ, דער דאָקטאָר פּאַסמאַניק שרײַבט
258
שױן אַ צעטעלע ― דאָס גרײט ער זיך שױן מעלדן צום װאָרט! יענער האָט נאָר װאָס געענדיקט, מען פּאַטשט אים נאָך בראַװאָ, ער האָט נאָך קײן צײַט ניט געהאַט אַפֿילו איבערפֿאַפּן דעם אָטעם, אָפּװישן דעם שװײס, ליגט ער שױן אַ צעקלאַפּטער, אַ צעקאַליעטשײטער, אַ צעריבענער ― אַ מת! דאָס האָט אים דער דאָקטאָר פּאַסמאַניק צו רעכט געמאַכט. אַ מױל ― זאָל דער אײבערשטער שומרומציל זײַן! ס'איז דאָ אױפֿן קאָנגרעס, מאָל דיר, נאָך אַזעלכע שרײַערס ױ ער. ס'איז דאָ אַ דוד טריטש פֿון קפֿריסין, אַ דאָקטאָר קאָן פֿון האָג, נאָר פֿאַר קײנעם האָב איך אַזױ ניט מורא ױ פֿאַרן דאָקטאָר פּאַסמאַניק. פֿאַר אָט דעם ייִדן ציטער איך אימת־מװת! איך װײס פֿריִער, אַז ער װעט מײַן פּראָיעקט פֿון ארץײשראל צעברעכן, צעמאָלן, מאַכן פֿון אים אַש! נאָר ס'אַרט מיך ניט. לאָז נאָר קומען צו מיר די אָטשערעד, װעט שױן זײַן רעכט. װאָס הער איך די פּאָזיציע, אַז דאָס פּובליקום, דאָס פֿאָלק איז מִיט מיר! פֿון װאַנען װײס איך דאָס? פֿון מײן נײַעם גוטן פֿרײַנד פֿון יעהופּעץ, אָט דער װאָס האָט אַװעקגעקױילעט דעם זשאַרגאָן אױף דער קאָנפֿערענציע. דו קענסט זיד גאָר ניט פֿאָרשטעלן װאָס פֿאַר אַ ליבער מענטש דאָס איז און װאָס פֿאַר אַ לעבן צװישן אונדז איז געװאָרן. נפֿש־אַחת! אומעטום זענען מיר בײדע אײנס נעבן דאָס אַנדערע. אױף די גרופּעס װאָס מיר האָבן זיך דאָ אַראָפּגענומען מיט אַלע דעלעגאַטן שטײען מיר אױך אײנער נעבן אַנדערן. אױף אײן פּאָרטרעט שטײען מיר אַראָפּגענומען אין צװײען אַרומגענומען. שיק איך דיר אים מיט זײַנעם אַן אױפֿשריפֿט פֿון אונטן: הנאהבים והנעימים בחײהם ובמותם לֹא נפֿרדו.. דער פּשט איז, אַז די װאָס האָבן זיך ליב באמת איז נאָר דער טױט קאָן זײ צעשײדן. ער גײט ניט אין ערגעץ אָן מיר און איך אָן אים. און גײן איז דאָ פֿאַראַן ברוך־השם װוּחין. מיר האָבן דאָ אונדזער אײ" גענעם ייִדישן טעאַטער, װוּ מען שפּילט אױף לשון־קודש. מיר האָבן דאָ אַפֿילו אונדזער אײגענעם ייִדישן קינעמאַטאָגראַף, װוּ דו קאָנסט זען פֿאַר אײן האַלבע קרױן, פֿאַר צװאַנציק קאָפּיקעס הײסט עס, גאַנץ ארץײשראל מיט ארץ־יהודה מיט דער מערת־המכפֿלה מיט דעם כּותל־מערבי, װי ס'לעבט אַלצדינג און ס'שװעבט פֿאַר די אױגן. זאָלסט געװען זען די טרערן װאָס מיר בײדע האָבן פֿאַרגאָסן קוקנדיק אױף די אַלע זאַכן! ניט אומזיסט זאָגט צו מיר מײַן פֿרײַנד, געװײנטלעך אױף לשון־קודש, אַז װען מיר זאָלן געװען קומען אַהער צו צו קײן װין נאָר צוליב דעם אַלײן ― איז דײנו! איך װײס ניט פֿאַר װאָס, נאָר איך האָב מיך צוגעקלעפּט צו אָט דעם ײַדן. שבת זענען מיר געגאַנגען בײדע אין אײנעם אין דער דײַטשער שול. נאָר אַזױ װי מיר האָבן ניט קײן צילינדערס, ניט איך
259
ניט ער, האָט מען אונדז ניט געװאָלט אַרײַנלאָזן. בײַ די דײַטשן איז דער צילינ" דער טײַערער פֿונעם טלית. אַז זײ דערזעען אין שול אַ ייִדן אָן אַ צילינדער, נעמען זײ אײַן אַ מיתח־משונה. האָבן מיר געמוזט גײן זוכן אַ ייִדישע שול, און מחמת װין איז נישקשהדיק גרױס, זענען מיר זיך גענוג אָנגעגאַנגען און איך האָב אים בדרך־אַגבֿ איבערגעגעבן מײַן גאַנצן פּלאַן פֿון נעמען ארץײשראל ― איז אים דער דאָזיקער פּלאַן אַזױ געפֿעלן, אַז ער איז אַרױס פֿון די כּלים! ס'איז נאָר אַן עבֿירה, זאָגט ער, װאָס ער איז בײַ מיר אױיסגעאַרבעט געװאָרן אױף זשאַרגאָן, ניט אױף לשון־קודש. אױף לשון־קודש, זאָגט ער, װאָלט עס געהאַט גאָר אַן אַנדער טעם. נאָר איך דאַרף זיך, זאָגט ער, ניט זאָרגן. ער נעמט זיך אונטער אים איבערזעצן אױף לשון־"קודש גלי־נדר שבת, זאָגט ער, און אָן א גראָשן געלט, ער װיל איך זאָל אים דיקטעװען אױף ײַדיש און ער װעט עס איבערזעצן װאָרט אין װאָרט. ס'איז בי אים, זאָגט עֶר, אַזױ גרינג װי אױסרײכערן אַ פּאַפּיראָס. נאָך גרינגער. װאָרעם אַ פּאַפּיראָס דאַרף מען ערשט קריגן, און שרײַבן איז בלאָטע ― מען טונקט אײַן די פּען, זאָגט ער, און מען שרײַבט. ובפֿרט לשון" קודש, װאָס עס איז זײַן מוטערשפּראַך ― איז דאָך ניט שײך. מיר װאָלטן זיך שױן גענומען צו דער אַרבעט, איז ניטאָ קײן צײַט, זאָלסטו זאָגן, אַ מינוט! ― מען דאַרף דורכפֿירן אַן אוניװערסיטעט אין ירושלים ― ס'איז ניט קײן װער" טעלע! נאָר מיר האָבן אים שױן כּמעט ױ דורכגעפֿירט. געלט שיט זיך אַזי ױ באָב. פֿופֿציק טױזנט, זיבעציק טױזנט און הונדערט טױזנט. פֿון דרײ טױזנט, פֿון פֿינף טױזנט און פֿון צען טױזנט רעדט מען גאָר ניט. דאָס האַרץ װאַקסט און די נשמה פֿרײט זיך, אַז מען טוט אַ קוק ױ די נגידים װאַרפֿן מיט נדבֿות ― הונדערטער טױזנטער, אַ װערטעלע אױסצורעדן! בײַ אָט אַזעלכע נתינות, װאָס איז דער חידוש װאָס מיר װעלן באַלד אין גיכן האָבן אַלצדינג. מיר האָבן שױן כּמעט אַלצדינג. מיר האָבן אַן אײגענע גימנאַזיע האָבן מיר אין יפֿו. הײַנט האָבן מיר אַן אײגענעם פּאָליטעכניק אין חיפֿה. און איצט אַן אײגענעם אוניװער" סיטעט אין ירושלים. װאָס ױלסטו נאָך? עס בלײַבט איבער נאָך אַריבערפּעקלען אַהין צו צו דאָס ביסל ייִדן און מיר זענען שױן פֿאַרטיק אַרום און אַרום,. װעגן דעם האָב איך שױן געזאָרגט און דאָ ועט מען שױן מוזן אָנקומען צו מיר, צו מײַן פּלאַן הײסט עס. מען װעט זיך פֿון מײַנע הענט שױן ניט אַרױסדרײען אי"ה מיטן אײבערשטנס הילף. דערװײַלע דאַרף מען לױפֿן אין זאָל פֿונעם קאָנגרעס, ס'איז דער לעצטער טאָג, ס'איז מײַן טאָג הײסט עס, װאָס איך באַדאַרף אַרױסטרעטן אין אַ גוטער שעה אַ מזלדיקער. און מחמת איך האָב קײן צײַט ניט
260
מאַך איך עס בקיצור. אי"ה אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט מזל־ברכה, מיט גליק און מיט הצלחה. זײַ געזונט און קוש די קינדער שיחיו און גריס די שװיגער שתחי, און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך, ממני בעלך מנחם ־ מ ענדל
עיקרישכחתי: איך האָב אָפּגעהאַלטן דעם בריװ דעם גאַנצן טאָג אין קעשענע ― איך האָב אַלץ גערעכנט אָט אָט קומט מײַן אָטשערעד און איך װעל לײענען מײן פּראָיעקט, על איך דיר שױן אין אײן װענס קאָנען שרײַבן פֿון דעם אױך. צום סוף לאָזט זיך אױס, אַז ס'איז שױן נאָך אַלע היומס, ס'איז שױן לאחר־הקאָנגרעס און מײַן פּראָיעקט איז נאָך בײַ מיר! איך האָב אים געהאַלטן ביז דער לעצטער שעה. װאָס האָב איך גערעכנט? איך האָב גערעכנט, אַז ס'װעט האַלטן בײַ נעילה, בײַם שליסן דעם קאָנגרעס הײסט עס, װעל איך גאָרניט װאַרטנדיק אױף קײן אָטשערעד נעמען און אַרױפֿגײן אױף דער בימה, געבן אַ פּאַטש אין טיש און זאָגן:;הערט זשע אױס, רבותים, די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ. איר האָט אָפּגעהאַלטן קײן עין־הרע אַזאַ עולם אַכט טעג מיט אַכט נעכט און אױפֿגעטאָן דאַנקען גאָט אַוױ פֿיל גרױסע זאַכן, נאָר אײן זאַך, רבותי, האָט איר פֿאַרגעסן ― ארץ־ישׂראל! דאָס הײסט, ױ אַזױ קומען מיר צו ארץײשראל? על־כּן הײסט עס, האָב איך פֿאַר אײַך אַ פּלאַן אַזױ און אַזי.. און איך װעל אַרוסנעמען מײַן פּעקל כּתבֿים און על זײ איבערלײענען דעם גאַנצן פּראָיעקט פֿון מה טובו ביזקל עלינו. אַזױ האָב איך מיר געטראַכט. נאָר אַ מענטש טראַכט און גאָט לאַכט. פּונקט אין דער מינוט װאָס איך בין אױפֿגעשטאַנען און אַ לאָז געגעבן זיך צו דער עסקאַדרע, שטײט אױף דער פּרעזידענט, דוד װאָלפֿסאָן הײסט עס, דערלאַנגט אַ זעץ מיטן האַמער איבערן טיש: ,מײַנע דאַמען אונד הערן! איך בין אײַך מודיע הײסט עס, אַז דער קאָנגרעס איז געשלאָסן און לשנההבאה הײסט עס, בירושלים!.* און עס װערט אַ פּאַטשערײַ בראַװאָ און דער גאַנצער עולם, װױ אײן מענטש, כאַפּט אונטער דעם;עוד לא אבדה תקותנו", אַלע זינגען און איך אױך בתוכם. װאָס זאָל איך דיר זאָגן, זוגתי היקרה? װער ס'האָט ניט געהערט דאָס דאָזיקע זינגען, דער האָט גאָר קײן שײנס ניט געהערט! און װוער ס'האָט ניט געזען נאָכדעם דאָס געזעגענען זיך, מיטן קושן זיך, דער האָט קײן שײנס ניט געזען! אַלע געזעגענען זיך, אַלע קושן זיך, און איך אױך בתוכם, איצט באַדאַרף מען אָנהײיבן אַ טראַכט טאָן הײסט עס מכּוח װוּ נעמט מען הוצאָות
261
אױף צוריקװעגס? די דײַטשן האָבן אונדז אױסגעבײַטלט ביזן לעצטן העללער. נאָר מילא, איך װעל זיך שױן אַן עצה געבן ― די רעדאַקציע װעט מיך מסתּמא ניט לאָזן שטעקן אין דער בלאָטע. װאָס װעלן אָבער אַנדערע טאָן? למשל, ניט אױסגערעדט זאָל זײַן, מײַן נײַער גוטער פֿרײַנד פֿון יעהופֿעץ? זאָגן זאָגט ער ניט, נאָר איך פֿאַרשטײ אין אים, אַז ס'איז בײַ אים גראָמלעך אין קעשענע און ס'װעט אים ניט סטײיען קײן קלײנגעלט ביז יעהופּעץ.. ער באַרימט זיך אָבער אַז ער האָט רגלים…;אױף אַ קאָנגרעס, זאָגט ער, מעג מען, נישקשה, גײן צו פֿוס * און לאַכט נאָך בעת־מעשׂה. אַ מאָדנער ייִד! ער לאַכט און מיך בראָט עס, קײן עין־הרע אַזױ פֿיל נגידים אױפֿן קאָנגרעס, גבֿירים אַדירים, ייִדן זאַטע, מיט בײַכלעך, מען זאָל עס נעמען אױפֿן קאָפּ, אַ שטײגער, טאָמער האָט יענער ניט? טאָמער דאַרף נעבעך יענער?.. פֿע, אַ מיאוסע װעלט, הערסטו װאָס איך על דיר זאָגן? אַ פּאַסקודנע ועלט!.. אַ שטײגער, נעם טאַקע מיך אַלײן מיט מײַנע פּראָיעקטן. אַלע האָבן דאַכט זיך געװוסט גאַנץ גוט, אַז איך בין געקומען אַהער צו צו ניט מיט לײדיקע הענט ― עמעצן זאָל עס דיר אײַנפֿאַלן אין קאָפּ אַ מחשבֿה, ער זאָל צוגײן און זאָגן:;רב מנחם־מענדל, אֲנו באַװײַזט, װאָס האָט איר?5 נײן, איטלעכער האָט בעסער זיך אין זינען. איטלעכער איז געקומען מיט זיַנעם און איטלעכער איז אַ בעלן מען זאָל אים האָרכן!.. נאָר אַז מען װיל צוריק, איז אפֿשר גאָר גלײַך אַזױ? איך פֿאָר דאָך במילא אַרױסעט אױף דער װעלט, װעל איך דעם דאָזיקן פּראָיעקט מיט אַלע מײַנע פּראָיעקטן לײענען אין מײַנע ריפֿעראַטן פֿאַרן עולם ― דאָרט האָב איך צײַט. מען דאַרף זיך ניט כאַפּן, מען דאַרף זיך ניט מעלדן צום װאָרט און האָב קײן מורא ניט פֿאַרן דאָקטאָר פּאַסמאַניק. איך װײס, אַז איך װעל בײַם עולם אי"ה אױסנעמען. און בפֿרט אַז איך װעל אַרױס מיט מײַן נײַעם פּראָיעקט, װאָס פּיקט זיך איצט בײַ מיר אין קאָפּ, אַ נײַער פּלאַן, אַ שפּאָגל נײַע קאָמבינאַציע, טאַקע אױף רישענלאַנד, אָבער אַ קאָמבינאַציע ― זאָג איך דיר ― אַן אַנטיק שבאַנטיקן! װי באַלד אַזױ, מעג
מען דאָך טאַקע זאָגן;גם זו לטובה". הנ"ל
262