מנחם"מענדל פֿון װין צו זײן װײַב שײנע"שײנדל אין כּתרילעװקע
24
לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי'!
ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב"ה בקו החײם והשלום. השם" יתברך זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן,
והשנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז ס'טוט זיך חושך, עס קערט זיך די װעלט, אַלע לױפֿן, אַלע רעדן, אַלע היצן זיך, אַלע פּאַטשן בראַװאָ, אַלע גײען אַרױס פֿון די כּלים און איך אױך בתוכם. איצט, פֿאַרשטײסטו אױך, איז שױן אױס קאָנפֿערענציעס, איצט איז שױן טאַקע דער אמתער קאָנגרעס! עס לאָזט זיך גאָר ניט באַשרײַבן, װאָס איז אַזעלכעס קאָנגרעס! מען מוז אַלײן זײַן דערבײַ מען זאָל װיסן װאָס דאָס איז! שטעל דיר פֿאָר אַ זאָל, װאָס איז גרױס למשל ױ דער גאַנצער מאַרק אין כּתרילעװקע, אױב ניט גרעסער נאָך, און דער דאָזיקער זאַל איז אָנגעפּאַקט פֿון אױבן ביז אַראָפּ מיט דעלעגאַטן, קאָרעספּאָנדענטן און געסט, געסט פֿון דער גאָרער װעלט, אַזױ פֿיל, װאָס איז טאַקע לא יספּר מרוב! און מחמת דעריבער איז אַן ענגשאַפֿט מיט אַ טומל מיט אַ שטופֿעניש מיט אַ דערשטיקעניש מיט אַ היץ עד אִין־לשער! דאָס אין אינעױיניק. הײַנט װיפֿל זענען געבליבן אין דרױטן? װאָרעם ס'איז דען דאָ אַזאַ זאָל אױף דער ועלט, װאָס זאָל קענען אַרײַננעמען אין זיך אַזױ פֿיל מענטשן קײן עין־הרע? האָט מען צוגעטראַכט אַ מיטל )אַ רײַטש פֿאַלט דיר אױף אַ שׂכל( מען האָט אַרױסגעזען פֿריִער, טאָמער קומען אַ סך מענטשן, איז מען געגאַנגען און מען האָט איבערגעצײלט װיפֿל ערטער ס'איז דאָ אין זאַל, האָט מען פּונקט אַזױ פֿיל אָפּגעדרוקט קאַרטלעך. װיפֿל ערטער אַזױ פֿיל קאַרטלעך. דו פֿאַרשטײסט? און די קאַרטלעך האָט מען אײַנגעטײלט, אומזיסט געװײנטלעך, קודם פֿאַר די דעלעגאַטן, פֿאַר די ציוניסטן הײסט עס, דערנאָך פֿאַר די קאָרעספּאָנדענטן, די שרײַבערס פֿון די גאַזעטן הײסט עס. און די איבעריקע קאַרטלעך האָט מען געלאָזט פֿאַרקױפֿן צװישן די געסט, די װאָס קומען גלאַט אַזױ אָנקוקן דעם קאָנגרעס. און דאָס איז זעסטו דװקא אַ שׂכל: זענט איר ניט קײן ציוניסטן און קומט צו פֿאָרן גלאַט אַזױ אָנקוקן,
2951
טאָ צאָלט זשע געלט! נאָר אַזױ װי אַזעלכע געסט זענען זיך צונױפֿגעפֿאָרן טױזנט מאָל אַזױ פֿיל װי ס'איז אָפּגעדרוקט געװאָרן קאַרטלעך, האָט ניט געסטײַעט קײן קאַרטלעך און מען האָט אָנגעהױבן צו כאַפּן די קאַרטלעך און צאָלן פֿאַר די קאַרטלעך אין טאָג אַרײַן, צו צװאַנציק קרױן, צו פֿופֿציק קרױן, צו הונדערט קרױן פֿאַר אַ קאַרטל, ס'איז גאָר ניט געװען קײן טײַער, אַבי גיט אַהער קאַרטלעך! דערזעענדיק ס'איז שלעכט, זענען די דײַטשן געפֿאַלן אױף אַ המצאה און האָבן אָנגעהױבן צו פֿאַרקױפֿן ערטער. נאָר װעלכע ערטער האָבן זײ גענומען פֿאַרקױפֿן? געװײנטלעך, די אומזיסטע ערטער פֿון די קאָרעספּאָנדענטן, די שרײַבערס פֿון די גאַזעטן הײסט עס. זענען אַ סך קאָרעספּאָנדענטן דעריבער גע" בליבן אין דרױסן און איך אױך בתוכם. איז דאָך געװאָרן אַ גרױסער גװאַלד מיט אַ גרױסן טומל און מיט אַ גרױסן ליאַרעם. מער פֿון אַלעמען האָט גװאַלדעװעט דער יעהופּעצער דעלעגאַט, דער װאָס האָט אױף דער קאָנפֿערענציע, ױ איך האָב דיר שױן געשריבן, אױפֿגעהױבן בײדע ידים און דערמיט באַגראָבן אונדזער ייִדיש. ער איז אױך אַ קאָרעספּאָנדענט, אַ שרײיבער אַזױ װי איך, נאָר פֿון אַ לשון־קודשדיקער גאַזעט. ער האָט אױפֿגעהױבן אַזאַ סקאַנדאַל קעגן די דײַטשן, אַז זײ װעלן אים האָבן צו געדענקען: ,דײַטשאָנים! ― האָט ער זיך צעשריגן שױן ניט אױף לשון־קודש נאָר אױף זשאַרגאָן ― דײַטשאָנים! גנבֿים! קאַרמאַנשטשיקעס! מידן אײַך צעטראָגן דעם קאָנגרעס! מידן אײַך אַזױ און אַזױ! מידן אײַך דאָס און דאָס!..* גוט, גוט אַװעקגעגעבן! און װאָס מײנסטו איז געװען דער סוף? מען האָט אונדז אַרײַנגעלאָזט! װאָס דען? פֿאַר אַ שרײַבער האָט מען דרך־ארץ, נאַרעלע, אומעטום, בפֿרט אַז ער הײבט אױיף אַ קול און רעדט װערטער! אמת, אַז מיר זענען אַרײַן האָבן מיר שױן געהאַט אַ פֿײַג, ניט קײן ערטער און האָבן געמוזט בלײַבן שטײן אױף די פֿיס, נאָר װער קוקט דע" רױף? אַבי מיר זענען אינעװױיניק און קענען זען גלײַך מיט אַלעמען, און קענען האָרכן גלײַך מיט אַלעמען, און קענען פּאַטשן בראַװאָ גלײַך מיט אַלעמען אַזױ איז די מאָדע אױף אַ קאָנגרעס. װער ס'זאָל ניט אַרױף אױף דער בימה פּאַטשט מען אים בראַװאָ. דערנאָך, אַז ער הײבט אָן צו רעדן פּאַטשט מען אים װײַטער. און אַז ער הערט אױף צו רעדן פּאַטשט מען אים אַװדאי און אַװדאי, עטלעכע מינוט כּסדר!.. דו קענסט דיר דען משער זײַן אַ שטײגער װאָס עס טוט זיך אָפּ, אַז, קײן עין"הרע, אַזאַ עולם פֿון אפֿשר צען טױזנט פּאַרשױן הײבן אָן אַלע מיט אַ מאָל צו פּאַטשן בראַװאָ? מער פֿון אַלעמען האָט מען געפּאַטשט סאָקאָלאָון. געפּאַטשט כּמעט אַלע פֿינף מינוט. נאָר אַז ס'איז געקומען צו מענדל בײליס און
252
ער האָט גענומען צו דערצײלן װי דער בײליס נעבעך קומט אָפּ גאָט די נשמה שולדיק, און אין װאָס מען איז אים חושד, איז געװאָרן אַזאַ פּאַטשערײַ, אַז מען האָט צעטראָגן דעם זאַל! אַן עבֿירה װאָס ער אַלין אין דאָ ניט געװען איך מײן טאַקע מענדל בײליס. װען ער זאָל געװען זײַן דעױבײַ, װען ער זאָל געװען הערן די געשרײען פֿון צען טױזנט מײַלער, װאָס האָבן געהאַלטן אין אײן ליאַרעמען:;ס, אַ ליגן!* ,ס'אַ בילבול!* ,שקר־וכּזב 1 ― װען ער זאָל דאָס אַלצדינג, זאָג איך, געװען זען און הערן, װאָלט ער געמעגט װערן ברײטער װױ לענגער און װאָלט געקענט גרינגער אַריבערטראָגן די צרות מיט די יסורים, װאָס ער טראָגט נעבעך איבער דאָרטן אין געפֿענגעניש! אױ, בײליס, בײליס 1 אַז איך דערמאָן זיך אָן דעם ייִדן, טוט מיר אַ ריס בײַם האַרצן און עס פֿליט מיר דורך אַ מחשבֿה אין קאָפּ: מיט װאָס באַלױנט מען אַזאַ מענטשן, װאָס איז געװען נעבעך אַן אומ" זיסטער קרבן פֿאַר כּלײשׂראל, בשעת ער װעט אסײרצהישם מיט גאָטס הילף אַרױיס רײן און פֿרײַ פֿון געפֿענגעניש? קײן געלט איז דאָך דאָ ניט שײך, װאָרעם עס לאָזט זיך דען אָפּשאַצן? נאָר אַ קאָמבינאַציע האָב איך פֿאַר זײַנעט װעגן אַזעלכע, װאָס הלװאַי דערלעבן מיר שױן די מינוט, די רגע!. דערװײַל קערן מיר זיך אום צוריק צום קאָנגרעס.
װאָס זאָל איך דיר זאָגן, זוגתי היקרה? איך האָב גאָר ניט אַזױ פֿיל װערטער איך זאָל דיר קאָנען אָפּמאָלן אַקוראַט װאָס דאָס איז אַזױנס אַ קאָנגרעס! זען פֿאַר זיך טױזנטער ײַדן, אַלע אָנגעטאָן יום־טובדיק און אַלע מיט אײן מחשבֿה, מיט אײן געדאַנק ― ציון, װוערט שױן יום־טובדיק אױף דער נשמה! הײַנט װאָס איז װערט צו װיסן אַז ס'איז נאָך דאָ לענדער אױף דער װעלט, װוּ ייִדן קאָנען זיך צונױפֿזאַמלען פֿראַנק און פֿרײַ און אַרױסזאָגן הױך אױף אַ קול ― אַלצדינג װאָס יעדער טראַכט בײַ זיך אין האַרצן!. זאָלסט געװען זײַן דערבײַ בעת מען האָט איבערגעלײענט די טעלעגראַמע, װאָס מיר האָבן אַװעקגעשיקט צום זקן, צו פֿראַנץ־יוספֿן, אים אָפּגעגעבן מזליטוב מיטן קאָנגרעס און געבענטשט מיט אַריכת־ימים פֿאַר זײַן באַגײן זיך מיט די ייִדן, און דערנאָך דעם ענטפֿער װאָס ער האָט אונדז געענטפֿערט!. אָדער זאָלסט געװען זען דעם ים מיט מענטשן װאָס האָט פֿאַרפֿלײצט די גאַסן פֿון שטאָט װין, בעת מיר זענען געגאַנגען אַלע ױ אײן מענטש צו הערצלען אױף קבֿר'־אָבֿות און געלאָזט אַ טרער! און דעם פּאָראַדאָק װאָס דערבײַ איז געװען, און די שטילקײט! דעמאָלט װאָלסטו אַלין געזאָגט, אַז דער קאָנגרעס ― דאָס איז אַ מין קיבוץ'גלױות, אַ מין יוסיטוב בבחינת עולה"רגל, ױ פֿאַר צײַטן, אַ מאָל ― אַ מאָל, בעת די ייִדן פֿלעגן זיך
253
פֿון גאַנץ ארץ־ישׂראל צונױפֿקומען אונטער אַ יום־טובֿ עולה־רגל זײַן קין ירושלים. איך זאָל ניט מורא האָבן טאָמער זינדיק איך, װאָלט איך געמעגט זאָגן אַז איצט רוט די שכינה אין װין. בקיצור, דער ייִד װאָס איז ניט געוען כאָטש אײן מאָל אױף אַ קאָנגרעס, איז ניט װערט װאָס די ערד טראָגט אים! זינט איך לעב האָב איך מיך אַזױ ניט געפֿילט אַז איך בין צװישן ייִדן, ױ דאָ אױפֿן קאָנגרעס. עס װײַזט זיך מיר אױסעט, אַז איך בין נײַ געבױרן, גלײַך װי עס װאָלטן מיר אױיסגעװאַקסן פֿליגל און איך פֿלי, איך פֿלי! עס איז נאָר אַן עבֿירה װאָס דער קאָנגרעס װעט מער ניט געדױערן ױ אײן װאָך. װאָס איז אַ װאָך? און אַגבֿ האָב איך מורא צו זאָגן, אַל תּפֿתח פֹּה לשׂטן, איך טראַכט איבער: װײ איז מיר, װען על איך קומען צו גאָט? דאָס הײסט, װען װעט קומען די גליקלעכע שעה, װאָס איך װועל אױך קאָנען אַרױסטרעטן מיט מײַנע פּראָיעקטן? אַז אַלע שטופּן זיך צו דער בימה, אַלע װילן רעדן, יעדער װיל עפּעס זאָגן און יעדער האָט װאָס צו זאָגן ― און בסך־הכּל איז דאָ אױסגעטײלט געװאָרן די צײַט, װער אין װאָסער אַ שעה ס'זאָל רעדן און װיפֿל מינוט ער זאָל רעדן ― אַז צען מינוט איז בי זײ אַ סך! נײן, איך זע ניט אַרױס ס'זאָל אַזױ גיך קומען צו מיר, נאָר מסתּמא װעל איך שױן מיטן אײבערשטנס הילף כאַפּן די מינוט פֿון אײנעם צום אַנדערן ― ס'איז נאָך װײַט צו נעילה און װעל מיך מעלדן צום ואָרט. אַזױ איז דאָ דער מינהג: מען באַדאַרף זיך מעלדן צום װאָרט. װילסטו דאָך װיסן װאָס דאָס הײסט? װעל איך דיר קלאָר מאַכן. למשל, דו װילסט זיך אַרױפֿכאַפּן אױף דער בימה עפּעס זאָגן, קענסט ניט נעמען און גלײַך אַרױפֿשפּאַנען און גלײַך אָנהײיבן זאָגן. אָבער גאָר לא! מען ועט דיך ניט לאָזן! װאָס דען? דו באַדאַרפֿסט זיך פֿריִער פֿאַרשרײַבן, אַז דו האָסט עפּעס װאָס צו זאָגן, פֿאַרשרײַבט מען דיר די אָטשערעד, נאָר אַזױ ױ ס'איז פֿאַראַן בעלנים צו רעדן אָן אַ שיעור און צײַט זײער װינציק ― לכן, איז גאָר אוממעגלעך אַז די אַלע װאָס מעלדן זיך צום װואָרט זאָלן אַ מאָל קומען צום װאָרט, מען זאָל אַפֿילו זיצן גאַנצע טעג מיט גאַנצע נעכט, ניט עסן, ניט טרינקען, ניט שלאָפֿן.. איז דאָך שלעכט? איז דאָ אַן עצה ― זאָלסט גאָר קײן יסורים ניט האָבן, אַ דײַטש האָט דיר צו אַלצדינג אַן עצה! די אַלע װאָס מעלדן זיך צום װאָרט, אַז זײ דערזעען פֿאַר זיך אַ סך רעדערס, נעמען זײ און קלױבן אױס צװישן זיך אײנעם אַ גענעראַל, דאָס הײסט אַזעלכן װאָס זאָל רעדן פֿאַר זי אַלעמען, איז דאָך ממהינפֿשך: װעט מען מיך אױסקלױבן פֿאַר אַ גענעראַל, איז מה־טובֿ. אלא ניט, װעל איך מײַן פּראָיעקט אַװעקגעבן דעם אױסגעקליבענעם גענעראַל, לאָז ער אים לײענען, לאָז מען אים פּאַטשן בראַװאָ
254
― מוחל דעם כּבוֹד, מוחל די פּעטש. װאָרעם דער עיקר איז דאָך בײַ מיר נאָר די טובח, װאָס קאָן דערפֿון אַרױסקומען פֿאַרן כּללײשראל. און מחמת איך האָב קײן צײַט ניט ― ס'איז נאָך דאָ גענוג אַרבעט, ס'איז נאָך דאָ אַ באַנק אַ קאָלאָניאַלע און אַ פֿאָנד אַ נאַציאָנאַלער, װאָס מען דאַרף באַװאָרענען, ס'איז ניט קײן קנעפּלעך, ס'איז געלט, נײַן מיליאָן! אַ װערטעלע! הײַנט אַ קאָמיטעט, װאָס מען דאַרף קלױבן, מיט אַ פּרעזידענט, מיט טשלענעס, װען װעלן מיר מיט דעם אַלצדינג פֿאַרטיק װערן 1 ― לכן מאַך איך דאָס בקיצור. אי"ה אינעם אַנדערן בריװ װועל איך דיר אַרױסשוײַבן מער באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט מזלברכה, מיט גליק און מיט הצלחה. זײַ געזונט און קוש די קינדער שיחיו און גריס דער שװיגער שתחי, און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך, ממני בעלך מנחם ־ מ ענדל
עיקרהישכחתי: דו מינסט אַז דער הימל איז צו דער ערד געפֿאַלן און עס האָט זיך ניט געפֿונען דאָ קײן אײן און אײנציקער מליקץיושר װאָס זאָל האָבן אין זיךף די שטאַרקײט און אָננעמען זיך די קריװדע פֿון אונדזער ייִדיש? עס האָט זיך געפֿונען אַזעלכע, און ניט אײנער, נאָר צװײ. ער זײ זענען װילסטו װיסן? אײנער איז אַן אינזשעניר פֿון יעהופּעץ און דער אַנדערער אַן אַדװאָקאַט פֿון װאַרשע ― און בײדע נאָך גאָר יונגע לײַט, מזיקים! צו זײ אױף דער צונג אַרײַנפֿאַלן, זאָל גאָט שומר־ומציל זײַן! אױ האָבן זײ זיך אָפּגערעכנט מיט די מתנגדים פֿון זשאַרגאָן! אױ האָבן זײ געדברט! פּעך־און־שװעבל! פּאַסן האָבן זײ געשניטן! ס'איז נאָר אַן עבֿירה, אַז זײ האָבן זיך שױן אײַנגעשטעלט און מוסר"נפֿש געװען פֿאַר אונדזער ייִדיש, פֿאַר װאָס האָבן זײ דאָס ניט אַרױיסגעזאָגט טאַקע אױף ייִדישׁ? דאָס אײגענע וען זײ זאָגן אױף ייִדיש װאָלטן דאָך עס אַלע פֿאַרשטאַנען… נאָר װי די מעשׂה איז ― ס'איז דאָ אַ האָפֿענונג, אַז אױף אונדזער ייִדיש זאָל קומען אַ שטיקל ישועה… װאָס דאַרפֿסטו מער, זאַרעלע? ס'איז אַ סבֿרה, אַז דער זשעבעטינסקי אַלין, װאָס מען רופֿט אים װלאַדימער, זאָל האָבן געזאָגט, אַז אױפֿן צװעלפֿטן קאָנגרעס װעט ער שױן רעדן גאָר אױף זשאַרגאָן, און גי טו אים עפּעס! דאָס, זעסטו, װעט זײַן שײן! נאָר שענער פֿון אַלצדינג װאָלט געװען, גאָט זאָל טאָן אַ נס ― גאָט אַז ער װױל קען ער! ― און אוסישקין זאָל זיך עפּעס אַרױסכאַפּן כאָטש אומגערן מיט אַ ייִדיש װאָרט ―
255
דו מײנסט ער קען ניט? ער קען זײער גוט, נאָר ער װיל ניט ― אַ קאַפּרי! ― דעמאָלט װאָלטן שױן אַלע ייִדן הײסט עס געקאָנט רעדן אױיף ייִדיש פֿראַנק און פֿרײַ, אַ סוף, אױס גלות!. װאָס דען מײנסטו? ס'איז אױף אַלצדינג דאָ אַ צײַט..
הנ"ל
256