מנחטס"מענדל פֿון װין צו זײין װוײַב שײנע־שײנדל אין פֿתרילעװקע ־
28
לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי,
ר ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך'השם בקו החײם והשלום. השית"ב זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ױשועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן,
וה שנית זײַ װױסן, זוגתי היקרה, אַז איך בין אין ארץ־ישׂראל. דאָס הײסט סע רעדט זיך נאָר אַזױ ארץ־ישׂראל. הײסן הײסט עס, אַז איך בין דערװײַל אין װין, נאָר גוט איז מיר ױ אין ארץײשראל. אַ קלײניקײט, ײַדן גײען דאָ אַרום פֿראַנק און פֿרײַ מיט די מגן"דודס אין די לאַצן, מען רעדט לשװיקודש אױף אַלע גאָסן און מען קושט זיך און איך אױך בתוכם. געקומען צו פֿאָרן קײן װין, זענען מיר באַלד אַװעק אין שטאָט אַרײַן אױף די סטאַנציעס, װאָס די ציוניסטן האָבן אָנגעגרײט פֿון אונדזערט װעגן שױן פֿון לאַנג און פֿאַרשריבן פֿריִער יעדע סטאַנציע אױף פּאַפּיר. אַ סבֿרה, אַז זײ האָבן אונדז מיט עטלעכע װאָכן פֿריִער נאָך באַװאָרנט מיט קװאַרטירן, גענוג אָנגעטױטשעט זיך ביז זײ האָבן דאָס אַלצַדינג אײַנגעסטאַלעװעט, אױסגערעכנט אַז די דעלעגאַטן פֿון דער שטאָט באַדאַרפֿן שטײן דאָ, און די דעלעגאַטן פֿון יענער שטאָט באַדאַרפֿן שטײן דאָרטן, אַלצדינג פֿאַרשריבן נאָך די נומערן און עליפּי א"ב, פֿײַנטשיק, אין אַ לאַנגן ספּיסעק, אױפֿן דײַטשן שטײגער. נאָר אַ פּנים מחמת גרױס אימפּעט און טומל ― אַ װערטעלע, אַזױ פֿיל ייִדן קײן עין'הרע קומען אָן מיט אַ מאָל? ― האָט זיך אױסגעלאָזט, אַז ס'איז אַרױס אַ שטיקל מישמאַש, מען האָט זיך פֿאַרביטן מיט די יוצרות, מיט די דעלעגאַטן הײסט עס און מיט די האָטעלן! האָבן מיר דאָס געהאַט אַ ביסל דאָס לױפֿעניש, װאָס זאָלסטו קלערן? אַ שײן ביסל געשױצט, אַרומגעטראָגן זיך מיט די קלומקעס פֿון אײן האָטעל צום אַנדערן, װאָרעם אַלע האָטעלן זענען שױן פֿאַרנומען, ביז מיר האָבן, מיט גאָטס הילף, אַרום פֿאַר נאַכטלעך שױן, קױם קּױם געפֿונען אַ מקום־מנוחה ערגעץ בײַ אַ דײַטש, װאָס ניט מיר פֿאַרשטײען זײן לשזן, ניט ער פֿאַרשטײט אונדזער לשון, כאָטש אונדזער לשון איז כּמעט העכער האַלב דײַטש כּידוע. נאָר דאָס אַלײן װאָלט נאָך געוען
244
אַ האַלבע צרה. מילא, פֿאַרשטײט אונדז ניט דער דײַטש ― אַ שײנע כּפַּרה! קײן שידוך באַדאַרפֿן מיר מיט אים ניט טאָן און אײביק װועלן מיר דאָ ניט זײַן, סוףכּליסוף װעט מען דאָך שליסן דעם קאָנגרעס און מיר װעלן פֿון דאַנען אי"ה אַװעקפֿאָרן, הלװאַי זאָלן מיר שױן אַזױ גיך אױסגעלײזט װערן פֿון גלות. און פֿאַר נױט, אַז ס'איז שױן גאָר שלעכט, איז גענוג פֿאַר אַ דײַטש אַז מ'באַװײַזט אים אַ מטבע אין צװײ פֿינגער, פֿאַרשטײט ער דיך אױסגעצײכנט! ביטער איז מיט אונדזער אײגן לשון, װאָס מען טאָר עס דאָ ניט באַניצן און מען מוז רעדן אױף לשון־קודש. װאָס זאָל מען טאָן? אַז אַלע רעדן אַזױ! אוסישקין, זאָגט מען, האָט אַ מאָל אַרױסגעלאָזט אַ װאָרט:;היבריט או רוססיט". דער פּשט איז אַזױ: לשון־קודש אָדער רישעס! ― און אַז אוסישקין זאָגט אַ װאָרט, איז פֿאַרפֿאַלן אײַ װעסטו דאָך פֿרעגן, װאָס טוען די דאָזיקע דעלעגאַטן װאָס קענען ניט קײן לשון־קודש און ניט קײן רישעס? װאָס זשע מײנסטו? איז טאַקע ניט גוט. זיצט מען און מען שװײַגט. אַ ברירה האָט מען 1 נאָר שײך זאָגן מען שװײַגט? װי איז דאָס מעגלעך? אַ מענטש איז דאָך ניט קײן בהמה. ובפֿרט מען איז דאָך עפֿעס געקומען אױף אַ קאָנגרעס דאַכט זיך מיר! גיט מען זיך אַן עצה: מען גײט אַװעק אין אַ װינקעלע און מען רעדט שטילערהײט אױף ייִדיש, אוסישקין זאָל ניט הערן… נאָר האָב צײַט, ביסט נאָך ניט פֿאַרטיק. די גזירה פֿון רעדן דװקא אױף לשון־קודש װאָלט נאָך אױך געװען אַ האַלבע צרה, װען מען זאָל מעגן רעדן כאָטש װי מען רעדט בײַ אונדז. איז אָבער בײַ זי אַ גזירה בתּוך גזירה: מען דאַרף רעדן אױף לשון־קודש ניט װי די ייִדן בײַ אונדז רעדן, נאָר װי די טערקן אין ארץ־ישׂראל, ,סאַפֿערדיט* װוערט עס בײַ זײ אָנגערופֿן. דאָס הײסט אַלצדינג איז בײַ זײ מיט אַן;אַ" און האַרט מיט אַ אָטאָ*. למשל נעם הױזן. פּשוטע הױזן װאָס מען טראָגט. דאַכט זיך, װאָס װאָלט זײ געאַרט זי זאָלן זאָגן מכנסים, ױ מיר זאָגן? איז נײן? קומט אױס בײַ זײ אַז מען באַדאַרף זאָגן ,מיכנאַטאַים". װאָס דאַרפֿסטו מער? דו װײסט גאַנץ גוט, אַז איך בין ברוךזהשם אױך ניט אַזאַ גרױסער עם־האַרץ און האָב אױך געלערנט אַ מאָל אין אַ חדר, און ניט שלעכט געלערנט, פֿון דעסטװעגן מוטשע איך מיך, קױם־קױם װאָס איך כאַפּ מיטן אױער! נאָר פֿון דעסטװעגן אַז יענער רעדט איז דאָס אַ מחיה צו הערן אַפֿילו די װאָס פֿאַרשטײען ניט קײן װאָרט, זאָגן אױך, אַז עס קלינגט זײ אין די אױערן, גלײַך ױ זײ װאָלטן הערן די שענסטע ניגונים פֿונעם בעסטן חזן. װאָס דאַרפֿסטו מער? אַ מײדל איז דאָ אַרױפֿגעגאַנגען און האָט געגעבן אַ רעד אױף לשון"קודש, האָט זיך עס צעגאָסן אין אַלע אבֿרים! אָדער זאָלסט האָרכן, פֿאַראַן דאָ אײנער
2045
אַ דעלעגאַט, דאַכט זיך פֿון אָדעס, אַ ליבער מענטש, אַ גאָלד, זשעבעטינסקי רופֿט מען אים, נאָר הײסן הײסט ער װלאַדימער. אַפֿילו אַ גױַשער נאָמען, נאָר װאָס פֿאַר אַ הײסער ייִד דאָס איזן! אַש־להבה! נאָך גאָר אַ יונגער־ מאַנטשיק, בלוט און מילך! איז אָט דער זשעבעטינסקי, װלאַדימער הײסט עס, אַז ער שטעלט זיך אַװעק און הײבט אָן רעדן אױף לשון"קודש, ― איז װאָס זאָל איך דיר זאָגן 1 ממש טעם גױ־עדן! אַ כּפּרה אַלע בעסטע חזנים פֿון דער גאַנצער װעלט! אַ גאַנצן טאָג מיט אַ גאַנצער נאַכט װאָלסטו געזעסן און װאָלסט נאָר געהערט, עס װאָלט דיר גאָרניט נימאס געװאָרן! עס מאַכט ניט אױס װאָס דו פֿאַרשטײסט ניט קײן לשון־קודש, נאָר דו װאָלסט אַזױ הנאה געהאַט, אַז דו װאָלסט זיך גאָרניט געקענט אָפּרײַסן. אַזאַ כּוח האָט עס אין זיך! און פֿאַרגעס ניט, אַז דאָס אין נאָך אַלץ קודם הקאָנגרעס. דאָס איז גלאַט אַזױ, אַ קאַנפֿערענציע איז דאָס. װעסטו דאָך פֿרעגן װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין אָט דאָס קאָנפֿערענציע? װעל איך דיר קלאָר מאַכן. קאָנגרעס ױיסטו דאָך װאָס דאָס איז? אַז מען קומט אױפֿן קאָנגרעס, די דעלעגאַטן הײסט עס, און ביז דער קאָנגרעס הײבט זיך אָן קלױבט מען זיך דער" װײַל צונױף אַלע טאָג, עטלעכע מאָל אַ טאָג, און אַלע מאָל אין אַן אַנדער אָרט, און מען רעדט זיך אױס, און מ'שמועסט זיך אױס און מען קריגט זיך איבער אײנס מיט דאָס אַנדערע, און מען טראָגט אַרױס אַ רעװאָלוציע, אַ פּסק"דין הײסט עס, הקיצור, מען גרײט צו אַלצדינג פֿריִער צום קאָנגרעס ― װערט דאָס אָנגערופֿן קאָנפֿערענציע. פֿאַרשטײסטו שױן?: די ערשטע קאָנפֿערענציע, װאָס איז דאָ געװען, איז געוען אַ שפּאַרעניש איבערן לשון. דאָס הײסט מען האָט זיך מפּלפּל געװען אױף װאָס פֿאַר אַ לשון מיר זאָלן רעדן דאָ אױפֿן קאָנגרעס, בכדי מיר זאָלן זיך קענען גוט פֿאַרשטײן? איז אַפֿילו אין פֿלוג, אין עצם גענומען, דער דאָזיקער פּילפּול, נאָך מײַן נאַרישן שׂכל, גאָר אין גאַנצן איבעריק. נאָך אַ מאָל: ייִדן פֿאָרן זיך צונױף און ױלן זיך אַ ביסל דורכשמועסן, לאָז זיך יעדער רעדן ױ ער קען. און אַז מען װיל מען זאָל זיך גאַנץ גוט פֿאַרשטײן, איז דאַכט מיר ניטאָ קײן גרינגערס װי אונדזער פּשוט ייִדיש לשון, װאָרעם װאָסער ײַד פֿאַרשטײט עס ניט קײן ייִדיש? נײן! זענען אָבער דאָ אַזעלכע אײַנגעשפּאַרטע ייִדן, און דװקא אונדזערע רישעשע ייִדן, פֿון פּײיטערבאַרג, פֿון אָדעס און פֿון באָהסלעװו, װאָס זאָגן בפֿירוש, אַז זײ פֿאַר" שטײען ניט קײן ייִדיש װאָרט, כאָטש נעם זײ אַראָפּ דעם קאָפּ!;ייִדיש גע פֹּאָנימאַיעם!* ― האָבן זײ נעבעך געטענהט און צענומען מיט די הענט און מיט אַזאַ פּנים, אַז ס'איז טאַקע געװען אַ רחמנות צו קוקן. אַנדערע האָבן געשריגן:
246
ייִדיש גע זשעלאַיעם! נאַש ראָדנאי יאַזיק אילי דערעװני יאַװרײסקי אילי נאַש רוסקי 1 אָדער לשוןיקודש הײסט עס אָדער רישעס! װאָס טױג דיר ― סאיז געװאָרן אַ רעכטער טומל מיט אַ רעכטן געפּילדער, אײנע האָבן געטענהט מען זאָל רעדן אױף דרײַ לשונות, אױף לשון־קודש הײסט עס און אױף רישעס און אױף ייִדיש אױך. און אַנדערע האָבן געשריגן: נײן, גענוג אױף צװײ לשונות, אױף לשון־קודש און אױף רישעס, װאָרעם ייִדיש פֿאַרשטײען מיר גיט, און װידער אַ מאָל דאָס אײגענע פֿונעם אָנהײיב: אײַדיש גע פּאָנימאַיעם! ייִדיש גע זשעלאַיעם! נאַש ראָדנאָי יאַזיק אילי דערעװני יאַװרײיסקי אילי נאַש רוטקי ױ האָט דער פּרינצעדאַטעל דערזען אַז ס'איז אַ מעשׂה ביז מאָרגן, איז ער געפֿאַלן אױף אַ שׂכל און רופֿט זיך אָן:;שאַט, רבותים! אָט ועלן מיר באַלד זען. מיר װעלן מאַכן אַ באַלעטיראָװקע מיט הענט. ער ס'איז מסכּים נאָר אױף די צױי לשונות, דאָס הײסט לשון־קודש און רישעס, זאָל אױפֿהײבן די רעכטע האַנט אין דער הײך!* האָבן זיך געגעבן אַ הײב אױף הענט! פֿאַרשטײט זיך, אַז איך האָב מיט מײַן האַנט אַפֿילו קײן ריר ניט געגעבן, װאָרעם װאָס הײסט איך װעל מיך אָפּזאָגן פֿון מײַן ייִדיש?,. הקיצור, ס'איז שער שיִער ניט געבליבן, אַז די גרעסטע העלפֿט איז מסכּים, אַז מען מעג אױף ייִדיש אױך. איז זיך מישבֿ אײנער, אַ דעלעגאַט פֿון יעהופּעץ, אַ ייִד אַ לערער, אַ װילדער בעל־לשן־קודש, און הײבט אױף בײדע הענט, די רעכטע מיט דער לינקער, איז שױן במילא אױסגעקומען אַחרי רבים להטות, און מען האָט אַרױסגעטואָגן אַ רעװאָלוציע, אַז ייִדיש מאַן זכר שמה, ייִדיש איז פּסול! און אָט אַזױ װי דן זעסט האָט מען אונדזער לשון נעבעך באַגראָבן לעבעדיקערהײט, און סך־חכּל איבער אײן האַנט!. אַװדאי האָט עס מיך אַ נעם געטאָן בײַם האַרצן: פֿאַר װאָס? פֿאַר װעמענס זינד? קײן עין"הרע אַזױ פֿיל ייִדן האָבן אַזאַ צײַט גערעדט אױף ייִדיש און דאַכט זיך גאָרניט. פֿון ייִדיש רעדן איז נאָך קײנער ניט געשטאָרבן. און פּלוצעם מיט אַ מאָל ― נאַט אײַך אַ גזירה: אױס ייִדיש! איך האָב שױן געהאַט אַפֿילו אַרײןגעפֿאַלן אין אַ שטיקל מרה־שחורה און אַ טראַכט געטאָן מיט זיך אַלֵײן: עװײ איז מיר! צי קױלן זי זיך ניט אָפּ אָן אַ מעסער, איך מײן טאַקע די ציוניסטן מײן איך, דערמיט װאָס זײ פֿאַרמאַכן אונדז דאָס מױל, מיר זאָלן ניט קענען רעדן מער אַ װאָרט מיט אונדזער עולם, ניט װעגן ציוניזם, ניט װעגן קײן זאַך? װאָס זאָל מען על"־כּל־פּנים טאָן: רעדן מיט אַ ייִדן אױף לשון־קודש, צי רעדן מיט אים אױף רישעס, אַז ניט איך יכול, ניט ער איז מבֿין?*., איך האָב שױן אַפֿילו געװאָלט אַרױסשפּרינגען מיט אַ געשרײ:;גװאַלד, ייִדן, װאָס טוט איר? איר
27
הרגעט זיך אַלײן אַװעק! איר זענט עתיד ליתן את הדין! דערמאָנט אײַך אין אײַערע מיליאָנען ברידער, װאָס רעדן ייִדיש, ױיסן ניט קײן אַנדער לשון. האָב איך מיך צוריק דערמאַנט װאָס אין פּרק שטײט:;שבֿע דבֿרים בגולם".. ,הדיוט קופֿץ בראָש…" װאָס בין איך עפֿעס פֿאַר אַ מוכיח? זײ זענען דען קײן ײַדן ניט? צי זײ זענען ניט קײן ציוניסטן, װאָס זײ װילן דערטרינקען דעם גאַנצן ציוניזם אין אַ לעפֿל לשן־קודש? צי דער מוח איז זײ חלילה אױסגעטריקנט און זײ זעען ניט אין װאָס פֿאַר אַ סכּנה זײ קריכן?.,. והראיה, אַז ס'איז אױפֿגעשטאַנען אָט דער װלאַדימער זשעבעטינסקי, װאָס איך זאָג דיר, און האָט גענומען רעדן אױף לשון־קודש, איז מיר אָפּגעגאַנגען דער גאַנצער כּעס מיטן גאַנצן פֿאַר" דראָס, און איך האָב געמוזט מסכּים זײַן מיט אים, אַז ער איז נעבעך גערעכט, װאָס ער װיל אַז אַלע ייִדן באַדאַרפֿן קענען רעדן אױף לשון־קודש. ער זאָגט, אַז אַ ציוניסט װאָס קאָן ניט רעדן קײן לשון־קודש, איז קײן תּירוץ ניט ― לאָז ער זיך אױסלערנען! מען גיט אים צײַט ביזן איבערצװיײיאָריקן קאָנגרעס. זײער גערעכט! אין צװײ יאָר קאָן מען אױסלערנען אַפֿילו אַ בער טאַנצן. פֿאַר װאָס זאָלן מיר טאַקע ניט קענען אַלע רעדן אױף לשװיקודש? אָט האָט ער אַלײן, זשעבעטינסקי װלאַדימער הײסט עס, זאָגט מען, ערשט פֿאַר צװײ יאָרן אױך ניט געקענט אַ װאָרט, און הײַנט! אױף אַלע ייִדן געזאָגט געװאָרן! נײן, איך רעכן, בלי נדר, אַז איך על קומען אי"ה אַהײם, קײן װאַרשע הײסט עס, װעל איך מיר דינגען אַ ייִדן װאָס קען און װעל מיט אים אַװעקרעדן אַ שעה אין טאָג, צװײ שעה, דרי שעה אין טאָג, װאָס מער איז אַלץ בעסער, און אַז איך װעל זיך אױסלערנען, װעל איך דעמאָלט אין דער רעדאַקציע און אױף דער אַכסני װוּ איך שטײ, און אומעטום, קײן אַנדער שפּראַך ניט רעדן, אַחוץ לשון־קודש! קאָנסט פֿאַרשטײן ױ װײַט ס'איז מיר אָפּגעגאַנגען דאָס האַרץ, אַז אַפֿילו מיט דעם דעלעגאַט פֿון יעהופּעץ, װאָס האָט אױפֿגעהױבן בײדע הענט און אָפּגעקױלעט דעם זשאַרגאָן, זענען מיר געװאָרן נאָכדעם אוהבים נאמנים. ער איז אַלין צוגעגאַנגען צו מיר און האָט זיך פֿאָרגעשטעלט ער ער איז און אָנגעהױבן צו מיר בזה־יהלשון:;אַ נעים זמירות ושירים אארוג כי אליך נפֿשי תּערוג" ― דאָס הײסט, ער װועט מיר מאַכן קופֿלימענטן און זינגען לידלעך, װאָרעם ער איז נאָך מיר אַ כּפּרה… װאָס ענטפֿערט מען אַזעלכן? גײ איך און איך זאָג אים דאָס װאָס װײַטער שטײט: ,נפֿשי חמדה בצל ידיך לדעת כּל דן סודיך". דאָס האָב איך אים געגעבן אַן אָנצוהערעניש אױף זײַנע ידים, װאָס ער האָט אױפֿגעהױבן, און גע" געבן אים צו װיסן, אַז איך װײס הײסט עס דעם גאַנצן סוד… מײנסטו מסתּמא
248
אַז ער האָט זיך געשטױסן װאָס איך מײן? עס הײבט זיך גאָר ניט אָן! דערהערט פֿון מיר די דאָזיקע װוערטער, מאַכט ער צו מיר ױיטער מיט אַ קופּלימענט: ;עליכּן אדבר בך נכבדות ושמך אכבד בשירי ירידות" ― בקיצור, מיר האָבן זיך צעקושט און פֿון דעמאָלט אָן קאָנען מיר זיך שױן ניט צעשײדן. מיר גײען אַרום כּסדר אין צװײען און רעדן. ער מיט פּסוקים אױף לשון־קודש, איך אױף רישעס דערװײַל… איך װאָלט דיר באַדאַרפֿט איבערגעבן אַפֿילו אונדזערע שמועסן װאָרט אין װאָרט, נאָר מחמת איך האָב קײן צײַט ניט ― ציוניסטן לױפֿן אַלע מאָל אױף אַ נײַער קאָנפֿערענציע און איך אױך בתוכם ― מאַך איך דאָס בקיצור, אי"ה אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן נאָך מער באַריכות. לעתעֹתּה לאָז גאָט געבן מיט מזל־"ברכה, מיט גליק און מיט הצלחה. זײַ געזונט און קוש די קינדער שיחיו און גריס דער שװיגער שתחי, און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך. ממני בעלך מנחם־מענדל
עיקרי־שכחתי: איך האָב געװוּסט פֿריִער, אַז סװעט אַזױ זײַן. װאָס דען? מען װעט מבֿטל מאַכן אונדזער לשון און דער עולם װעט שװײַיגן? געשיקט זיך עס! כּך־הװה. די ערשטע באָמבע איז געקומען פֿון סמאָרגאָן. סמאָרגאָן פּראָטעסטירט שטאַרק קעגן די 27 הענט, װאָס האָבן זיך אױפֿגעהױבן קעגן אונדזער ײַדיש! נאָך איר איז אַרױסגעטראָטן באָהסלעװ, שױן גלײַך צו מיר מיט אַ פּראָטעסט, און װי עס שײַנט זענען זײ געװען אַ ביסל אױפֿגעטראָגן אױף דער מעשׂה, ,אױב, זאָגן זײ, אונדזער דעלעגאַטס האַנט איז אױך געװען צװישן די 27 הענט ― מעג זי אים אָפּדאַרן. נאָר ס'איז נאָך ניט קײן ראיה, זאָגן זײ, אַז גאַנץ באָהסלעװ און די גאַנצע װעלט באַדאַרפֿן פּלוצעם אין מיטן דערינען משוגע וערן און אױיפֿהערן צו רעדן ייִדיש.* דערנאָך גײט אָשמיאַנע. פֿון דאָרטן שרײַבט מען מיר, אַז כאָטש מיר זענען ניט באַקאַנט;ליטשנע", פֿון דעסטװעגן זענען מיר שטיקלעך מחותּנים דורך זײערן אַן אָשמיאַנער שמואל מאַטעסעס, הײַנט זיצט ער אין באַקו,.. לכן, פֿרעגן זײ בײַ מיר אַן עצה, װי בײַ אַ גוטן פֿרײַנד: אַדרבה, װאָס זאָלן זײ טאָן? לשון־קודש ― פֿאַרשטײען ניט די קינדער. רישעס פֿאַרשטײען ניט די טאַטעס. סײַדן רעדן אױפֿן װינק? דערנאָך האָב איך באַקומען אַ שאַרפֿן פּראָטעסט פֿון אונדזער כּתרילעװקע, זידלען זײ מיך כאחד הריקים: ,סטײַטש, װוּ בין איך געװען? למאַי האָב איך געשװיגן? למאַי אַזױ און למאַי אַזױ? עס װועט מיר אױספֿאַלן באָקאָם, זאָגן זײ! לאָם איך זיך נאָר דערװעגן קומען, זאָגן
249
זײ, צו פֿאָרן קײן כּתרילעװקע, װעל איך שױן זען!. אױפֿן בריװ איז ניט געַי חתמעט קײנער, נאָר צװײ װוערטער: אייִדן שבייִדן".. און פֿון דער גרױסער ריסטאָקראַטישער יעהופּעץ )אַחרון אַחרון חבֿיבֿ( האָב איך אױך מקבל געװען אַ גאַנץ פֿײַנעם פּראָטעסט, געחתמעט פֿון די גרעסטע סאַכאַרנעזאַװאָטשיקעס און מיליאָנערן. ,איר װײסט גאַנץ גוט, רב מנחם־מענדל ― אַזױ הײבט זיך אָן זײער פּראָטעסט ― אַז מיר, יעהופּעצער מיליאָנערן, זענען ניט אַזעלכע הײסע חסידים פֿון אײַער זשאַרגאָן און ניט קײן גרױסע לײענער פֿון ייִדישע ביכלעך דאָרטן גאַזעטן וכדומה. װאָרעם ערשטנס, װוּ האָבן מיר צײַט? ס'איז גענוג אַז מען קאָן אָפּכאַפּן אַ רוסיש בלאַט, טעלעגראַמעס, קורסן פֿון דער בערזע וכדומה, זאָל מען נאָך לײענען אײַערע ייִדישע גאַזעטן דאָרטן.. און צױיטנס פּאַסט אונדז ניט, װי זאָגט דער פֿראַנצױז: זאַבלעס אַבליזש )װאָס דאָס באַדײַט ― װײס איך ניט. מסתּמא מײנען זײ, אַז מען טאָר ניט װײַזן אַ ייִדן אַ װעג..( נאָר איר װײסט גאַנץ גוט ― איר זענט דאָך עפּעס אַ מאָל אױך געװען אונדזערער אַ יעהופּעצער ― מיר האָבן ליב, מיר האָבן זײער ליב, אַז מען דערצײלט אונדז אַ ייִדישן װיץ און דװקא אױף זשאַרגאָן, און בפֿרט אַ פֿעפֿעריקן װיץ, ובפֿרט באַלד נאָכן עסן.. אֲנוּ פּרוּװט דערצײלן דעם אײגענעם װיץ אױף לשון־קודש ― װוער װעט אים פֿאַרשטײן? אָדער אױף רישעס ― װאָס פֿאַר אַ טעם װעט ער האָבן 1 הײַנט װאָס דרײען זי אַ מוח, טאַקע די ציוניסטן אײַערע?* אַזױ לאָזן זײ אױס זײער פּראָטעסט און עס גײיען געחתמעט אַלע גרעסטע: די בראָצקיס און די האַלפּערינס און די זײַצעװס און באַראָן גינסבורג און פּאַליאַקאָװ. דערנאָך גײט אַ צעטל פֿון קלענערע מיליאָנערן און סאַכאַרנעזאַװאָטשיקעס: ראָבינערזאָן, באַלאַכאָװסקי העפֿנער ― די איבעריקע זענען שױן צו פֿאַרדרײט… הנ"ל
250