מנחט־מענדל פֿון װואַרשע צו זײן װוײַיב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע
21
לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי'!
ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב"ה בקו החײם והשלום. השם" יתברך זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות, ישועות ונחמות בתּוך כּלל ישׂראל ― אָמן,
והשנית זײַ װיסן זוגתי היקרה, אַז איך האָב שױן אַן אױסלענדערשן אַ גובערנאַטאָרסקי פּאַס ― אַזױ גרינג קומט אָן אַ ייִדן אַ גובערנאַטאָרסקי פּאַס? ― און אסײרצה־השם גאָר אָן אַ שום תּירוץ לא יִוחר ױ מאָרגן פֿאַר נאַכט אָדער אױפֿן ערגסטן פֿאַל איבער מאָרגן אין דער פֿרי ― אױב ס'װעט ניט זײַן חלילה עפּעס אַן איבערשלאָג, פֿאָר איך אַרױס גלײַך קײן װין אױפֿן קאָנגרעס, איך שטעל מיר פֿאָר, װאָס װעט זיך דאָרט טאָן, אַז די ציוניסטן װעלן געװױר װערן פֿון מײַן פּלאַן אױף נעמען ארץײשראל אין דער אַרענדע. ביז אַהער האָט יעדער ציוניסט געמײנט, אַז דערמיט װאָס ער איז אַ ציוניסט מאַכט ער גליקלעך דאָס ייִדישע פֿאָלק, און אַז ער האָט אײַנגעצאָלט אַ שקל אָדער געקױפֿט אַן אַקציע, איז ער שױן יוצא. און װער שמועסט, אַז אײנער זאָגט צו פֿאָרן קײן ארץײשראל און קױפֿן דאָרט אַ שטיקל ערד ― קאָן מען זיך שױן פֿון אַזעלכע גאָרניט אױסצאָלן! װיפֿל דו זאָלסט ניט שרײַבן פֿון אים אױף די גאַזעטן איז אים ױנציק. ער װאָלט װעלן, אַז אַלע ייִדן פֿון דער גאַנצער װעלט זאָלן אים אונטערטראָגן אַ גאָלדענעם מענדאַל פֿון אַ פּוד אײַזן. װאָרעם אַ קלײניקײט, אַ ײַד איז זיך מפֿקיר, װאַרפֿט אַװעק אַ לאַנד, װוּ מען האָט אים אַזױ ליב, מען קײנלט אים און מען יאַכלט אים און מען גיט אים אַלע פּראַװעס, אים און זײַנע קינדער און זײַנע קינדסקינדער ― קומט אים ניט קײן קניפ אין בעקל! ― נײן, זוגתי היקרה, לאָז נאָר דורכגײן מיַן פּלאַן װועגן נעמען ארץײשראל אין דער אַרענדע, װעסטו זען אַז אַלע ייִדן װעלן װערן ציוניסטן און אַלע װעלן פֿאָרן קײן ארץ־ישׂראל, סײַדן שױן טאַקע אַן אמתער שׂונאײשראל, אָדער אַ קאַליקע װאָס קאָן זיך ניט רירן פֿונעם אָרט, אָדער גאָר אַ משומד. װאָרעם באַרעכן זיך אַלײן, ער װעט זיך דאָס אָפּזאָגן, אַ שטײגער, פֿון אַזאַ זאַך? מען
230
נעמט און מען ברענגט דיך צו פֿירן אין דײַן לאַנד, אין דײַן אײגענעם לאַנד, ― אין דײַן באַטקאָװושטשינע גװאַלד געשריגן! ― און מען באַזעצט דיך, און מען בױט דיר אױס אַ דירה, און מען קױפֿט דיר אײַן סקאָט, מיט מאַשינעס אױף אױסצאָלן, מיט רעמאָנענט, מהכּל בכּל מכּל פֿלעקל ― פּאָלנע כאַזיַסטװע! ― נעמט זײַט מוחל און פֿאַרזײט אײַך תּבֿואה, אָדער פֿלאַנצט אײַך אַ װײַנגאָרטן און מען זאָגט צו דיר: רב ײַד! אָט האָט איר אײַך אַ פֿאַרטיקן שלוש־סעודות, אָדער מאַכט אײַך אַ פֿערמע, פֿאַרפֿירט אײַך אַ מאָלאָטשנע, האָדעװעט אײַך עופֿות, קאַטשקעס, גענדז ― נײן, מ'באַדאַרף דאָך זײַן אַ רײנער אַ משוגענער מ'זאָל זאָגן איך װױל בעסער פּגרן פֿון הונגער דרײַ מאָל אַ טאָג אַחוץ װעטשערע אַבי זײַן אין כּתרילעװקע!. איצט בלײַבט איבער נאָר אײן זאַך: ױ קומט די קאַץ איבערן װואַסער? דאָס הײסט, ױ אַזױ נעמט מען דאָס קײן עין־'הרע מיליאָנען מיט ייִדן און מען פּעקלט זײ אַריבער מיט װײַב און קינדער און מיטן גאַנצן בעטגעװאַנט און מיטן פּסחיקן געפֿעס אױף אַ נײַ אָרט? נאָר דאָס פֿאַרשטײט דאָך אַ מינדסט קינד, אַז ניט מיט אַ מאָל אין אײן אימפּעט װערט אױפֿגעטאָן אַזאַ זאַך. אָדעס איז אין אײן טאָג ניט אױפֿגעבױט געװאָרן, פּאַװאָלינקע, ביסלעכװײיז, אײינציקװײַז באַדאַרף מען זיך אַריבערטראָגן און באַזעצן זיך. פֿריִער װעלן פֿאָרן געװײנטלעך די פֿאַרמעגלעכע, די גדולים אונדזערע, די בראָצקיס, די װיסאָצקיס, די גינזבורגס מיט די פּאָליאַקאָװס, מיט די האַלפֿערינס, מיט די זאַיצעװס און מיט די איבעריקע מיליאָנשטשיקעס אונדזערע, דערנאָך די קלענערע נגידים, דערנאָך מיטעלע בעלי"במים, דערנאָך אַ ביסל געמײנערע ײַדן, בעל" מלאָכות, כּלידקודש, געפֿאַלענע מענטשן און גלאַט אָרעמע־לײַט. װאָרעם דאָס לעבן איז אַ מאַרק און די װעלט אַ יָאַריד. אַזױ ױ אין אַ קראָם מוז זיך געפֿינען פֿון כּל מאַמינים שהוא, און אַזױ װױ אױף אַ יאַריד װערן אַרױסגעפֿירט כּלערלײי מינים סחורות, סקאָט און שאַר־ירוקות, אַזױ איז אױך דער ייִשובֿ פֿון מענטשן אין אַ מדינה מוז זײַן אַלצדינג. כּליזמן עס איז פֿאַראַן נגידים, גבֿירים־אָדירים, מיליאָנערן, מוזן זײַן אױך אָרעמע־לײַט און קבצנים, דלפֿנים, ענײם ואביונים, װאָרעם אַז ס'װעלן ניט זײַן קײן קבצנים, צו װאָס װעט מען דאַרפֿן דעמאָלט די נגידים? אײַ, װעסטו װעלן זאָגן ― דאַרף מען זײ טאַקע אױף כּפּרות? האָסטו בײַ מיר געפּועלט. איך װאָלט, מעגסטו מיר גלײבן בנאמנות, גאָרניט געהאַט קעגן דעם, מען זאָל נעמען אַלע זײערע מיליאָנען און צעטײלן צװישן די אָרעמע־לײַט חלק כּחלק, אַזױ אַז ס'זאָל אױסקומען אַלעמען גלײַך. איז אָבער דער חסרון, װאָס מען באַדאַרף בײַ זײ, בי די נגידים הײסט עס, אױך אָנפֿרעגן, און זײ, די נגידים
231
הײסט עס, װילן דאָס בשום־אופֿן־ווּפֿן ניט. אַדרבה, װאָס מער אַ מיליאָנער האָט מיליאָנען װױל ער נאָך מער. ער זאָל קענען װאָלט ער אײַנגעשלונגען אַלע מיליאָנערן מיט אַלע מיליאָנען פֿון דער גאַנצער װעלט! אַזױ איז שױן דער שטײגער פֿון דער װעלט מששת ימי בראשית. אַ שײנעם פּנים האָבן בײַ מיר יענע, װאָס װילן מיר אײַינרעדן און ברענגען טױזנט ראַיות פֿון געלערנטע פֿילאָזאָפֿן, אַז ס'װעט קומען אַ צײַט װאָס מענטשן װעלן זײַן ברידער און ס'װעט ניט זײַן מער ניט קײן נגידים, ניט קײן אָרעמע־לײַט. בהמות? זײ ױיסן ניט, אַז אונדזער ישעיה האָט דאָס געזאָגט נאָך מיט טױיזנטער יאָרן צוריק. נאָר װאָס דען? מיט אַ ,יעזשעלי? האָט ער עס געזאָגט: והיה, אַזױ זאָגט ישעיה הנביא ― און עס װעט זײַן, זאָגט ער, באחרית הימים ― אַז משיח, זאָגט ער, װעט קומען.. הקיצור, זענען מיר שױן מיט דער עמיגראַציע, דאָס הײסט מיטן אַריבער" פּעקלען דאָס ביסל ײַדן קײן ארץ־ישׂראל, אַזױ שײן ױ פֿאַרטיק. איצט בלײַבט איבער װידער די אײגענע צרה: געלט! געװאַלד, זאָגסטו, װּ װועט מען נעמען אַזױ פֿיל געלט? באַדאַרף איך דיר דערמאָנען, זוגתי היקרה, װאָס איך האָב דיר געהאַט געשריבן שױן אין אײנעם פֿון מײַנע פֿריִערדיקע בריו, אַז קעגן דער דאָזיקער צרה האָב איך אַ תּרופֿה: ― אַקציעס. דוֹ באַדאַרפֿסט ױסן אַז אײן מענטש אַלין, ער מעג זײַן דער גרעסטער מיליאָנער, װעלן מיר זאָגן ראָטשילך אַפֿילו, איז ניט אומשטאַנד אױפֿצוהײבן אַ געשעפֿט אָן שותּפֿים, אַקציאָנערן הײסט עס, נאַרעלע! די גרעסטע הלװוּת, װאָס ראָטשילד מאַכט די מלוכות, מאַכט ער זײ קײן מאָל ניט אַלין, נאָר מיט שותּפֿים, דאָס הײסט רעדן פֿון געשעפֿט רעדט מען טאַקע מיט ראָטשילדן, יאָ! און דינגען זיך פֿאַר פּריצענט דינגט מען זיך טאַקע מיט אים. נאָר אַז עס קומט צום רעכטן סמיק, דאָס הײסט צו צײלן די גראָשנס, שלעפּט מען צו בלעכרעדערן מיט מענדעלסאָנען פֿון בערלין מיט רב יאַנקל שיף און מיט װאַנדערבליטן פֿון אַמעריקע און מיט די אַלע איבעריקע שור־הברס און לװיתנס פֿון דער בערזע און מען מאַכט אַן אָבשטשע סאָבראַניע אין לאָנדאָן, אין פֿראַנקפֿורט, אין װין אָדער אין פּאַריז, און ראָטשילד הײבט זיך אױף און זאָגט זיך אָפּ עטלעכע געצײלטע װערטער: אקינדער! אָט די און די מלוכה, זאָגט ער, באַדאַרף האָבן אַ הלװאה פֿון עטלעכע מיליאַרד אױף אַזאַ און אַזאַ טערמין און אױף אַזעלכע און אַזעלכע פּראָצענטן. אױב איר זענט, זאָגט ער, סאָגלאַסנע אױף אַקציעס, בשותּפֿות הײסט עס, נעם איך דריט האַלבן מיליאַרד און דאָס איבעריקע, זאָגט ער, נעמט איר, איז דאָס געמאַכט? לאָז זײַן, זאָגט ער, מיט מזל־ברכה"… אַזױ זאָגט זיך אָפּ ראָטשילד זײַן דרשה. און אױב דאָס גע"
232
שעפֿט איז אַ גוט געשעפֿט, װאָס מען קאָן דערבײַ אַחוץ פּריצענט נאָך עפֿעס כאַפּן פֿון אױבן, שטײט אױף ואַנדערבליט פֿון אַמעריקע און רופֿט זיך אָן צו ראָטשילדן: זאָגט נאָר, איך בעט אײַך, װאָס איז מיט אײַך דער מער, פּאַני ראָטשילד, װאָס איר האָט זיך עפּעס צעלאָזט, זאָגט ער, און אַלין זיך גענומען דעם בעסטן פּסוק פֿון אֹתֹּה הראית, זאָגט ער, און האָט זיך אײנגעטילט אַ חתיכה הראױה להתכבד, די העלפֿט, און די אַנדערע העלפֿט, זאָגט ער, לאָזט איר איבער פֿאַר אונדז קבצנים? דאָס, זאָגט ער, װײסט איר כאָטש אַז איך, װאַנדערבליט, זאָגט ער, קאָן נעמען אױף מײַנע פּלײיצעס די גאַנצע הלװאה, אַלע פֿינף מיליאַרד 77 ענטפֿערט אים אָפּ ראָטשילד אײדל, דיפּלאָמאַטיש:;איך גלײב אײַך, זאָגט ער, הער װאַנדערבליט, אַז מיט אײַער אַפּעטיט, זאָגט ער, קאָנט איר אײַנשלינגען פֿינף מאָל פֿינף מיליאַרד. דאַרפֿט איר אָבער ניט פֿאַרגעסן, זאָגט ער, אַז בײַ אונדז אין דער תּורה שטײט געשריבן: וחי אחיך עמך. אױף אײַער ענגלעש לשון װעט עס, זאָגט עֹר, הײסן: לעבן אונד לעבן לאַסען…* פֿאַרדריסט דאָך עס װאַנדערבליטן ― ער איז אַ קריסט ― למאַי אַ ייִדל, ראָטשילד הײסט עס, לערנט אים דרך־ארץ? ענטפֿערט ער אים אָפּעט, אױך אײדל און אױך דיפ" לאָמאַטיש, אַז כאָטש ער האָט ניט די ערע צו זײַן, זאָגט ער, אַ ייִד אַזױ װי ער, ראָטשילד הײסט עס, פֿון דעסטװעגן װײסט ער גאַנץ גוט, זאָגט ער, װאָס אין דער ייִדישער תּורֹה, אין דער ביבל שטײט געשריבן, גלײַך װי ער.;און דאָס װאָס איז שײך, זאָגט ער, צו לשון־אַפּעטיט, מײנט ער אַז זײ, די ראָטשילדס הײסט עס, װעלן זיך נאָך אױסגלײַכן מיט אים, מיט װאַנדערבליטן הײסט עס".. אױך ניט שלעכט אַועקגעגעבן! קאָן דאָך ראָטשילד מסתּמא ניט פֿאַרטראָגן אַזאַ שטאָך. פּאַריז איז ניט מאָסקװע, פֿאַרשטײסטו מיך, און ראָטשילד איז ניט גע װױנט געװאָרן צו הערן שטעכװוערטער, װיל ער אים אָפּענטפֿערן צוריק נאָך מיט אַ גרעסערן שטאָך. איז דאָך אָבער דאָ רב יענקל שיף פֿון אַמעריקע, אַ ייִד מיט אַ קעפּעלע און מיט אַ צונג, כאַפּט ער זיך אױף און צענעמט זײ, דעם אַהער, דעם אַהין, שאַ! און מאַכט אַ פּשרה ―;יחלוקו".. ביסטו שױן פֿאַרטיק? דו מײנסט אַװודאי אַז דערמיט קאָנטשעט זיך דער גאַנצער עסק! דאָס הײסט זי צעטײלן זיך מיט די אַקציעס, גיבן אָפּ דאָס געלט און אַ גוטער טאָג? האָסטו אַ טעות! דאָס געלט גיבן זײ טאַקע, נאָר זײ נעמען דאָס באַלד אָפּ צוריק. װי אַזױ? גאָר פּשוט. יעדער פֿון זײ, פֿון די דאָזיקע שור־הברס און לװיתנס הײסט עס, קומט צו פֿאָרן צו זיך אַהײם און לאָזט אַרױס אַ קלאַנג, געױינטלעך אױף די גאַזעטן, אַז ער האָט געמאַכט דער און דער מלוכה אַ הלװאהלע אַ פֿעטס, אַ גע"
233
שמאַקס, אַ צוקערדיקס, אָבער טאַקע פֿון די אַנטיקן! און הײבט אָן אָפּלױבן די מלוכה, אַז זי איז נאָר לעילא ולעילא און אַז אירע פֿינאַנסן זענען אײַזן! װערט אַ קאָך אױף דער בערזע און מען הײבט אָן פֿאַרשרײַבן זיך אױף די אַקציעס און מען כאַפּט די אַקציעס ױ הײסע לאָקשן. און אַקציעס האָבן אין זיך אַ טבֿע, אַז װי באַלד מען פֿרעגט זיך נאָך אױף זײ ― הײבן זײ זיך! און אָט אױף אַזאַ אופֿן װערן די אַקציעס געכאַפּט און פֿאַרצוקערט עד לפֿק, אַזױ אַז בײַ ראָטשילדן בלײַבט ניט איבער אײן אַקציע, זאָלסט זאָגן אױף אַ רפֿואה!
װאָס זשע טוט מײנסטו ראָטשילד מיטן געלט? זוכט ער צו מאַכן אַ נײַע הלװאה, בײַ אַן אַנדער מלוכה, ניט אַלײן חלילה, נאָר דורך די מעקלערס די דיפּלאָמאַטן, און אױך מיט די זעלבע שותּפֿים, די שור־הברס מיט די לװיתּנס פֿון דער בערזע, און װידער אַ מאָל פֿאָרט מען זיך צונױף אױף אַ זאַסעדאַניע, און װידער אַ מאָל אַקציעס, און װידער אַ מאָל געקומען אַהײם און צעשיקט די אַקציעס צװישן ברײטן עולם מיט אַ פֿאַרדינסטל פֿון אױבן,
הקיצור, עס קומט אױס אַז די אַלע הלװוּת, װאָס די מלוכות מאַכן בײַ ראָטשילדן, מאַכן זײ גאָר אײגנטלעך בײַ אונדז, בײַ מיר, בײַ דיר און בײַ כּלי ישׂראל און בײַ דער גאַנצער װעלט. װאָרעם יעדער װער עס האָט געלט, דער האָט אַ חלק אין דער הלװאה. און אַפֿילו דער װאָס האָט ניט קײן געלט, האָט אױך אַ חלק. ױ איז דאָס מעגלעך? װעל איך דיר קלאָר מאַכן אין צװײ װערטער. למשל, דו קױפֿסט פֿלײש בײַם קצבֿ און ברױט בײַם בעקער. דער קצבֿ מיטן בעקער קױפֿן פֿאַר דײַן געלט דעם װײַב אַ קלײדל און די קינדער שיכלעך. דער קרעמער און דער שוסטער באַציִען זײערע סחורות פֿון די פֿאַבריקעס, און דער פֿאַבריקאַנט װערט דערפֿון רײַך און קױפֿט אַקציעס ― קומט ניט אױס, אַז דו האָסט אין זײ אַ חל? דעריבער, פֿאַרשטײסטו מיך, װועט בײַ דיר ניט זײַן אָפּגעפֿרעגט, אַז איך װעל דיר זאָגן, אַז ס'איז גאָרניט דאָ אַזאַ סומע, װאָס די װעלט זאָל ניט קענען דעקן. און קײנער באַדאַרף זיך דעריבער ניט שרעקן, טאָמער װעט דער טערק אױסבעטן צו אַ הױכן מקח פֿאַר דער אַרענדע פֿון ארץ־ישׂראל, און טאָמער װעט ער זיך הײסן באַצאָלן ראַטע פֿאַר עטלעכע יאָר פֿריִער, אָדער טאָמער װעט ער זיך הײסן געבן צו אַ גרױסן זאַלאָג. הלװאַי זאָל נאָר זײַן אין דעם די מניעה און מ'זאָל שױן קאָנען צוטרעטן צום קאָנטראַקט פֿון דער אַרענדע נאָך דעם פּלאַן, װאָס איך האָב מיט גאָטס הילף אױיסגעאַרבעט. און אָט אַזױ װי דו זעסט זענען מיר הײסט עס צוגעקומען צום רעכטן שפּיץ, װאָס איך האָב דיר געװאָלט אױספֿירן, װעגן דעם פּלאַן פֿון דער אַרענדע. נאָר מחמת איך האָב
234
קײן צײַט ניט מאַך איך דאָס בקיצור. אי"ה אינעם אַנדערן בריװ פֿונעם װעג על איך דיר אַרױסשרײַבן אַ סך מער באַריכות. לעת־עתה לאָז גאָט געבן מיט מזל־ברכה, מיט גליק און מיט הצלחה. זײיַ געזונט און קוש די קינדער שיחיו און גריס דער שװיגער שתחי, און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך,
ממני בעלך מנחם־ מ ענ דל
235