מנחם־מענדל [2]

שלום עליכם (אַלע װערק)

מנחם־מענדל פֿון װאַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

18

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחי′!

ר א ש י ת בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב″ה בקװ־החײם־והשלום. השית″ב זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּלל־ישׂראל ― אָמן.

ו ה ש נ י ת זײַ װיסן, זוגתי היקרה, אַז איך האָב גאָרניט קעגן דעם, װאָס צװישן די באַלקאַנער ברידער איז געשלאָסן געװאָרן שלום. שלום איז אײנע פֿון די דרײַ זאַכן װאָס אױף זײ שטײט די װעלט, און װען מ'זאָל מיך פֿרעגן און װען עס זאָל אין מיר זײַן געװענדט, װאָלטן אַלע פֿעלקער אױף דער גאַנצער װעלט באַדאַרפֿט לעבן בשלום־ובשלװה, און אַז משיח װעט קומען װעט דאָך עס טאַקע אַזױ זײַן אם־ירצה־שם… האָבן האָב איך נאָר קעגן דעם, װאָס דער שלום איז אונטערגעשריבן געװאָרן אין בוקאַרעשט, אין דער הױפּטשטאָט פֿון יענער מדינה, װאָס מען רופֿט זי רומיניע. איך װײס ניט װי אַזױ דו, נאָר מיר אַז מען דערמאָנט מיר דעם נאָמען רומיניע װער איך אַ צעקאָכטער! ס'איז דאָך נאַריש כ'לעבן ― פֿאַראַן גענוג לענדער, װוּ אונדזערע אַחינו־בני־ישׂראל לעקן ניט קײן האָניק. איז כאָטש דער פֿאַרדראָס ניט אַזױ גרױס. מילא, מען זאָגט זײ כאָטש אָפֿן: „איר זענט ייִדן ― און מיר האָבן אײַך אין דער ערד!“ רומיניע אָבער ― דאָס איז עפּעס אַ מין אַנדרוגינוס: דאַכט זיך, גוט און פֿײַן און שײן און לײַטן גלײַך, נאָר אַזאַ יאָר אױף איר, אױף רומיניע מײן איך, װי זי האַנדלט קעגן אונדז! אױף פּאַפּיר האָבן דאָרט ייִדן אַלע פּראַװעס גלײַך מיט אַלע פֿעלקער, ניט געמינערט אַ האָר. נאָר קומט צו עפּעס, זאָגט מען זי אַז זײ זענען „פֿרעמדע“, און „פֿרעמדע" האָבן שױן אױף זיך גאָר אַנדערע דינים. נאָר אַז מען זאָל װעלן שמועסן דאָס אײגענע װידער צוריק, איז דאָס גאָר קײן גרױסע עװלה ניט. װאָס איז זי שולדיק, טאַקע רומיניע מײן איך, אַז מיר זענען בײַ איר פֿאָרט פֿרעמדע. אַ ביסל זענען מיר, אױב דו װילסט, אַלײן שולדיק אין דעם. װאָרעם אונדזערע אָבֿות־אַבֿותינו זאָלן געװען אַרױסגײנדיק פֿון מצרים בעסער זיך באַזעצט אינעם לאַנד רומיניע אײדער אינעם לאַנד כּנען, װאָלטן מיר אין רומיניע ניט געװען קײן „פֿרעמדע"… אײַ די קשיא ― װי באַלד אַזױ, קאָנען דאָך אַלע פֿעלקער אין אַלע מדינות זאָגן, אַז מיר זענען בײַ זײ „פֿרעמדע“? ― הערסטו, זאָגן זײ טאַקע! נישט מער, פֿאַראַן אַלערלײ זאָגענישן. אײנער, דער װאָס איז אַ גראָבער יונג, זאָגט דאָס גראָבלעך, מיט אַ שײַט האָלץ איבערן קאָפּ. דער אַנדערער, דער װאָס איז אַן אײדלמאַן, זאָגט דאָס אײדל, פֿאַרשטעלט, קױם װאָס מען שטױסט זיך, װאָס ער מײנט…

בקיצור, װי אַזױ עס איז שױן דאָרטן, אַבי דער שלום איז אַ שלום, הלװאַי ער זאָל זײַן לאורך־ימים און ס'זאָל ניט אַרױס חלילה קײן נײַער סיכסוך מיט קײן נײַעם פּלאָנטער און די ברידער זאָלן זיך װידער אַ מאָל ניט אָנכאַפּן בײַ די גאָרגלען ― אָמן… איצט בלײַבט איבער נאָר אײנס: װאָס װעט זײַן מיטן טערק? צי װעט ער פֿאָלגן דעם ענװערבײİsmail Enver , דעם מאַכער פֿון די יונגע טערקן, װאָס האַלט זיך שטאָל־און־אײַזן און זאָגט, אַז ביז ער װעט ניט פּטרן דעם לעצטן סאָלדאַט גיט ער ניט אַװעק אַדרינאָפּאָל? אָדער ער װעט בעסער גײן נאָך מײַן פּלאַן און װעט בעסער נעמען אױף דער יד און אַװעקגעבן עס מיט גוטן? עס טראָגט מיך אין דער לופֿטן, אַז איך זע פֿון דער װײַטן װי יענער בלאָנדזשעט, יענער טרינקט זיך און איך קאָן אים גאָרניט העלפֿן! איך רעכן אָבער, אַז סוף־כּל־סוף װעט ער זיך אַלײן אַרומקוקן. דער טערק, פֿאַרשטײסטו מיך, איז אַ סוחר און אַ סוחר דערשמעקט מיט דער נאָז דאָס װאָס אַן אַנדערער זעט מיט די אױגן, מ'באַדאַרף דאָך זײַן אַ פֿערד שבפֿערד מ'זאָל ניט פֿאַרשטײן, אַז איצט, בשעת די סלאַװיאַנער זענען שױן װידער חבֿר און װידער קוצעניו־מוצעניו, איז דאָס פֿאַרן טערק אַ שחיטה. נײן, מ'װעט מיך ניט אײַנרעדן אַז ער איז אַזאַ גזלן אױף זיך אַלײן און װיל ניט זען אַז ער קױלעט זיך אָן אַ מעסער דערמיט, װאָס ער גיט ניט אָפּ אַדרינאָפּאָל. אַ ראיה האָסטו ― עס גײען טאַקע קלאַנגען אַז ער פֿרעגט זיך נאָך, װי װאָלט געװען, למשל, װען ער טרעט אָפּ אַדרינאָפּאָל? ער זאָגט ניט הײסט עס, אַז ער טרעט אָפּ. חס־וחלילה! ער װאָלט נאָר הײסט עס אַ בעלן געװען, זאָגט ער, װיסן, װיפֿל װאָלט מען אים פֿאַר אַזאַ זאַך למשל משלשל געװען? בלשון־הסוחרים װערט עס אָנגערופֿן ― געגאַנגען האַרט בײַ די װענט, אָדער אַ טאַפּ אין װאָגן…

הקיצור, עס װעט זיך שױן אױספּלאָנטען דאָרטן, אױסגלײַכן, מ'װעט מאַכן אַ שטיקל טאָלק און ס'איז דאָ אַ האָפֿענונג צום השם־יתברך, אַז עס װעט װערן טאַקע באמת שלום אױף דער װעלט ― כאָטש אױף אַ צײַט ― און דעמאָלט װעט מען אױפֿהערן זיך טומלען מיט פּוסטע געשעפֿטן און מ'װעט זיך קאָנען אַ נעם טאָן צו אונדזערע אײגענע אינטערעסן, װאָס זענען אי בילכער, אי נענטער. למשל, אָט נעם אַ שטײגער אַנגאָלע. אַנגאָלע הײסט דאָס לאַנד, װאָס איך האָב דיר געהאַט אַ מאָל געשריבן, אַז מ'לײגט עס אונדז פֿאָר אױף צו באַזעצן זיך, ס'איז שױן איצטער אױס סוד. געפּלאַצט דער בלאָטער. װער עס האָט זיך אַרױסגעכאַפּט און אױסגעזאָגט דעם סוד ― קאָן איך דיר ניט זאָגן, נאָר דאָס געשעפֿט איז אַ גוט געשעפֿט, עס געפֿעלט מיר. בײַ די פּאָרטוגאַלער ליגט עס. דאָס הײסט, ליגן ליגט עס אין אַפֿריקע, נאָר געהערן געהערט עס צו פּאָרטוגאַליע. דאָס לאַנד איז מוראדיק גרױס, שױן צו גרױס, האָב איך מורא, און רײַך, מיט אַלעם גוטן, װי איך האָב דיר שױן געהאַט געשריבן, טאַקע אַן ארץ־זבֿת־חלבֿ־ודבֿש. נאָר װאָס דען? ס'איז נאָך זײער װילד און פּוסט און סקוטשנע. מ'דאַרף עס באַזעצן און ס'איז ניטאָ קײן מענטשן. אַז מ'װעט דאָס באַזעצן, װעט דאָס ערשט דעמאָלט זײַן אַ גן־עדן, און פֿאַר ייִדן טאַקע אַ מין ארץ־ישׂראל. װעסטו דאָך פֿרעגן, װי קומט צו אונדז אָט דאָס לאַנד? באַדאַרף איך דיר קלאָר מאַכן אַקוראַט, װי אַזױ ס'איז געװען די מעשׂה.

דאָס לאַנד איז זיך געװען אַ לאַנד, װי אַלע װיסטע לענדער אינעם װילדן אַפֿריקע, זענען געקומען די פּאָרטוגאַלער פֿון פּאָרטוגאַליע און האָבן דאָס פֿאַרנומען. נאָר אַזױ װי פּאָרטוגאַליע איז אַ קלײן מלוכהלע, קלענער פֿון אונדזער אַ גובערניע, האָט נישט ניט קײן מענטשן, ניט קײן געלט, מחילה־בקבצנו, איז זיך געלעגן דאָס לאַנד און געװאַרט. באַדאַרף זיך טרעפֿן אַ מעשׂה, ― אַז ס'איז באַשערט אַ זאַך! ― זענען די בעלי־בתּים פֿונעם לאַנד, די פּאָרטוגאַלער פֿון פּאָרטוגאַליע הײסט עס, געװױר געװאָרן אַז ס'איז דאָ אױף דער װעלט אַ פֿאָלק ישׂראל, װאָס באָמבלט זיך און בלאָנקעט זיך און בלאָנדזשעט און שלעפּט זיך אַרום איבער דער װעלט שױן באַלד אַ פּאָר טױזנט יאָר און קאָן ניט געפֿינען אין ערגעץ קײן מקום־מנוחה… הײַנט האָבן זײ אָנגעשמעקט, אַז אין לאָנדאָן איז דאָ אײנער אַ ייִד, װאָס מען רופֿט אים זאַנגעװילIsrael Zangwill. ער, אָט דער זאַנגעװיל, דאַרף איך דיר פֿאָרשטעלן, איז אױך האַלב אַ שרײַבער, האַלב אַ סוחר, אַזױ װי איך, נאָר װאָס דען? ס'אַ ביסל אַ חילוק ― איך שרײַב אױף ייִדיש און ער שרײַבט אױף ענגליש שרײַבט ער. פֿאַרדינט ער מסתּמא אַ ביסל מער פֿון מיר, װאָרעם ענגליש איז ניט ייִדיש, װאָס גלײַכסטו? נאַרעלע! אים צאָלט מען פֿון דער שורה. נאָר װױ אַזױ צאָלט מען אים? אַ סבֿרה, זאָגט מען, אַ רענדל אַ שורה צאָלט מען אים! װיפֿל שורות, אַזױ פֿיל רענדלעך. נישקשה פֿון אַ געשעפֿטל, װי מײנסטו? מילא, בין איך דיר ניט אױסן… הקיצור, זענען זײ געװױר געװאָרן, אַז אָט דער דאָזיקער זאַנגעװיל, װאָס איך זאָג דיר, איז דער פֿירער פֿון די טעריטאָריסטןטעריטאָריאַליסטן און אַז ער פֿאָרט אַרום איבער דער גאָרער װעלט און זוכט אַ טעריטאָריע, אַ לאַנד הײסט עס אַזעלכעס, װוּ אַ ייִד זאָל זיך קאָנען באַזעצן, װערן אַ בעל־הבית איבער זײַן אײגן שטיקל ערד און קײן מורא ניט האָבן טאָמער װעט מען אים מאָרגן אַרױסדאָסן… דערװוּסט זיך אַזאַ זאַך, האָבן זיך די פּאָרטוגאַלער פֿון פּאָרטוגאַליע הײסט עס, אונטערגעשיקט צו אָט דעם זאַנגעװילן מעקלערס ― זײ זאָלן זיך מיט אים זען. בעט זײ זאַנגעװיל זײ זאָלן אַרײַנקומען. אַרײַנגעקומען, זיך אַװעקגעזעצט, פֿאַררײכערט אַ פּאַפּיראָס, מאַכן זײ צו אים אַזױ און אַזױ: „מיר זענען, זאָגן זײ, פּאָרטוגאַלער פֿונעם לאַנד פּאָרטוגאַליע. אונדזערע עלטער־עלטער־זײדעס האָבן, זאָגן זײ, קעגן אײַך ניט אַזױ שײן געהאַנדלט. ס'איז שױן אַפֿילו, זאָגן זײ, אַ ליטװישער אַנומלט, אַ שײנע פּאָר הונדערט יאָר, נאָר באַגאַנגען איז מען זיך מיט אײַך זײער, זײער ניט שײן!… נישט מער, זאָגן זײ, שולדיק דערינען זענען ניט מיר, נאָר אונדזערע נאָענטע שכנים, די שפּאַניער, זאָגן זײ, פֿון שפּאַניע. דאָס האָבן זײ אַרױפֿגעפֿירט אונדזערע עלטער־עלטער־זײדעס, אַז מ'זאָל אײַך אַרױסטרײַבן בשם־אליקי־ישׂראל… און אַזױ װײַטער ― אַ שמועס אפֿשר אױף אַ האַלבער שעה. איז אָבער זאַנגעװיל אױך ניט פֿון די עשׂרה־בטלנים, האָט ער זיך באַלד אָנגעשטױסן מיט װאָס דאָ שמעקט, רופֿט ער זיך אָן צו זײ בזה־הלשון: „עט, נאַרישקײטן! װער רעדט פֿון אַזעלכע זאַכן, זאָגט ער, װאָס אַ מאָל איז געװען? מיר האָבן דאָס שױן, זאָגט ער, לאַנג פֿאַרגעסן! אַ ייִד איז, זאָגט ער, בטבֿע ניט קײן נוקם־ונוטר. ס'שטײט בײַ אונדז, זאָגט ער, געשריבן אין דער תּורה: לא תּקם ולא תטר ― מ'דאַרף ניט װעלן נוקם זײַן זיך אין יענעם, און אַז מיר זאָלן זיך װעלן נוקם זײַן אין אַלע װאָס האָבן אונדז שלעכטס געטאָן, טע־טע־טע ― װאָלטן מיר זיך באַדאַרפֿט האַלטן אין אײן נוקם זײַן זיך. װאָרעם װער האָט ניט אין אונדז קײן חלק? אַ שטײגער כּדומה־למשל, נעמט, זאָגט ער, די דײַטשלעך, אָדער די פֿראַנצױזלעך ― שױן גאָר, דאַכט זיך, פֿײַנע מענטשן? ― װי אַזױ האָבן זײ געהאַנדלט קעגן אונדז ניט הײַנט געדאַכט?… אָדער שאַט, זאָגט ער, נעמט טאַקע, זאָלט מיר מוחל זײַן, אונדזער אײגענע ענגלישע מדינה, האָט מען אונדז קאַרג, זאָגט ער, דאָ געיאָגט און גערודפֿט און געטאָן װאָס מען טוט קײן ייִדן ניט? בלאָטע, זאָגט ער, מען פֿאַרגעסט. אַ ייִד האָט אַ קאַצענעם מוח… נאָר װאָס דען, זאָגט ער, איר זענט דאָך עפּעס געקומען מסתּמא װעגן אַן עסק, און מיר רעדן פֿון װײס איך װאָס! זאָגט, רבותים, אין קורצע װערטער, װאָס װילט איר?…“

הקיצור, בע, מע, זײ קװעטשן זיך און קװעטשן זיך, ― אַהין, אַהער, זײ האָבן זיך אױסגעקװעטשט: „די מעשׂה, זאָגן זײ, איז אַזאַ, פּאַניע זאַנגעװיל. איר זוכט זאָגט מען אַ לאַנד, זאָגן זײ, פֿאַר אײַערע עטלעכע מיליאָנען ייִדן נעבעך, װאָס שלאָגן זיך קאָפּ אין װאַנט, האָבן ניט מיט װאָס אַ טאָג איבערצוקומען און קײן װינקעלע װוּ דעם קאָפּ אָנצושפּאַרן, און מיר, זאָגן זײ, האָבן אַ לאַנד, הײסט עס אַנגאָלע. עס ליגט אין אַפֿריקע ליגט עס. גרױס, זאָגן זײ, אָט אַזױ אָ! ― אַ סך גרעסער פֿון אײַער ארץ־ישׂראל! אײַער ארץ־ישׂראל װעט זיך אין דעם באַהאַלטן. אפֿשר, זאָגן זײ, װאָלטן מיר געמאַכט מיט אײַך אַ געשעפֿט?…“ איז אָבער זאַנגעװיל קײן נאַר ניט, משלנו, פֿאַרשטײסטו מיך, מאַכט ער זיך תּמעװאַטע, קאַלט װי אײַז, גלעט זיך בײַ דער באָרד און טוט זײ אַ פֿרעג: „דהײַנו, כּדומה־למשל נאַפּרימערнапример: למשל, װאָס פֿאַר אַ געשעפֿט?“ זאָגן זײ „ייִד! װאָס פֿאַרשטײט איר דאָ ניט? נאַשי הראָשי, װאַש טאָװאַרнаші гроші ваш товар: אונדזער געלט איז אײַער סחורה ― מיר זענען אַ לאַנד אָן מענטשן, איר זענט מענטשן אָן אַ לאַנד, אַ כּשרער טאָפּ מיט כּשרן לעפֿל. מיר לײגן אײַך פֿאָר, זאָגן זײ, אַ טעריטאָריע אַ מציאה, װאָס טרעפֿט אײן מאָל אין הונדערט יאָר. ס'איז אַ סלוטשאַיслучай: געלעגנהײט, זאָגן זײ, און איר דאַרפֿט זיך װאָספּאָלזעװעןвоспользовати: ניצן. מיר גיבן עס אײַך אַװעק, זאָגן זײ, אין גלײַכן געלט, טאַקע גאַנץ װאָלװל, בזיל־הזול, כּמעט אומזיסט!“… איז עס אַװדאי זאַנגעװילן געװען װי בױמל אױפֿן האַרצן, װאָס איז דאָ צו רעדן? קװעלט ער, גאָר נתפּעל װערן, אַרױסבאַװײַזן הײסט עס, אַז ער איז צופֿרידן, פּאַסט ניט. אַ סוחר! ברעקלט ער זיך: „ער דאַנקט זײ זײער פֿאַר דער פּרעדלאָזשעניעпредложеньє: אָנבאָט, פֿאַר דער טעריטאָריע. נאָר ער האָט, זאָגט ער, טעריטאָריעס גענוג: טעריטאָריעס ― אױך מיר אַ דאגה! ער זאָל שױן האָבן, זאָגט ער, אַזאַ דאגה מיט װײס איך װאָס!… קאַרג טעריטאָריעס איז פֿאַראַן אױף דער װעלט? נעמט, זאָגט ער, אַמעריקע…“ שלאָגן זײ אים איבער: „ע! װאָס גלײַכט איר, זאָגן זײ, אַפֿריקע צו אַמעריקע! סװיניאַ דאָ קאָניאַсвинья до коня: אַ חזר אַקעגן אַ פֿערד! דאָס איז אַמעריקע, זאָגן זײ, דאָס איז אַפֿריקע ― ארץ־זבֿת־חלבֿ־ודבש! איר װײסט גאָר ניט, זאָגן זײ, װאָס פֿאַר אַן אַנטיק דאָס איז, אָט דאָס אַנגאָלע! מיר װאָלטן עס, זאָגן זײ, אײַך ניט אַװעקגעגעבן פֿאַר כּל־הון־דעלמא. נאָר אַזױ װי, זאָגן זײ, אונדזערע עלטער־עלטער־זײדעס,…“ שלאָגט ער זײ איבער, זאַנגעװיל הײסט עס, און מאַכט צו זײ: „אײַערע עלטער־עלטער־זײדעס לאָזט געמאַך. לאָזן זײ זיך, זאָגט ער, רוען דאָרטן אין גן־עדן! אין דעם גן־ערן זאָגט ער, װאָס זײ האָבן פֿאַרדינט בײַ גאָט, װאָרעם זײ האָבן דאָך עס געטאָן, זאָגט ער, לשם־שמים, פֿון גאָטס װעגן געבראָטן אונדז אױף הײסע סקאָװראָדעס. און פֿון גאָטס װעגן, זאָגט ער. געשניטן פֿון אונדז פּאַסן לעבעדיקערהײט… נאָר בלאָטע! װער רעדט דערפֿון? איך האָב דאָך אײַך, זאָגט ער, געזאָגט, אַז אַ ייִד איז בטבֿע ניט קײן נוקם־ונוטר, אַ ייִד האָט אַ קאַצענעם מוח. װאָס געװען איז געװען. איצט רעדן מיר ביזנעס. און ביזנעס, זאָגט ער, איז ביזנעס. ס'איז אַן אָפֿענער זעקס און זעכציק. גאָט האָט אײַך געהאָלפֿן, איר האָט אײַך דערװאָרבן, זאָגט ער, אַ לאַנד װאָס הײסט אַנגאָלע. איך פֿרעג אײַך ניט װױ אַרום, צי בירושה, צי מיט גזילה ― דאָס איז ניט מײַנע ביזנעס. איך װײס נאָר, זאָגט ער, אַז אײַער לאַנד שטעקט ערגעץ װײַט, אַזש אין אַפֿריקע, און איר זענט במחילה־כּבֿודכם אַ ביסל בקבצנט, איר האָט נישט ניט קײן געלט, ניט קײן מענטשן אױף צו באַזעצן דאָס לאַנד. בכן, װילט איר, אַז מיר, ייִדן הײסט עס, זאָלן קומען און באַזעצן אײַער לאַנד, אַזױ, דאַכט זיך, האָב איך אײַך פֿאַרשטאַנען?“ זעען זײ אַז זײ האָבן דאָ צו טאָן ניט מיט קײן ייִנגעלע. מאַכן זײ צו אים: „אַזאַ יאָר אױף אונדז, װאָס פֿאַר אַ חכם איר זענט. נאָר װאָס װעט איר עפּעס זאָגן אונדז אױף אונדזער פּרעדלאָזשעניע?“ נעמט ער זיך אָן װידער אַ מאָל בײַ דער באָרד, זאַנגעװיל הײסט עס, און רופֿט זיך אָן צו זײ: „װאָס איז שײך? װאָס קאָן איך אײַך, זאָגט ער, דערױף זאָגן? דאָס געשעפֿט מהיכא־תּיתי, קאָן זיך אױספּיקן ס'זאָל זײַן אַ געשעפֿט. נאָר מיר דאַרפֿן אױסנעמען מיט אײַך, זאָגט ער, תּנאָים און תּנאָים און תּנאָים! ערשטנס, זאָגט ער, דאַרף אַ ייִד זען, װאָס ער האַנדלט. מ'דאַרף אַ קוק טאָן קודם, װאָס פֿאַר אַ פּנים אײַער אַנגאָלע האָט, װוּ ליגט עס און װאָס איז דאָס װערט? אַ קאַץ אין אַ זאַק טױג ניט. דאָס איז, זאָגט ער, ניט מעשׂה־סוחר. והשנית, זאָגט ער, װעט איר אונדז מוחל זײַן אַרױסגעבן, זאָגט ער, אױף פּאַפּיר כּתובֿ־וחתום, אַז מיר זענען דאָרטן פּאָלנע בעלי־בתּים און דאַרפֿן אײַך ניט קוקן אין די צײן אַרײַן…“ כאַפּן זײ זיך אױף: „שײך בעלי־בתּים? בעלי־בתּים צו בעלי־בתּים איז ניט גלײַך. פּריצים!…“ זאָגט ער, זאַנגעװיל הײסט עס: „פּריצים יאַק פּריצים, נאָר מיר װעלן זיך דאָרט אײַנשטאָלעװען אַזױ װי בײַ זיך אין דער הײם. מיר װעלן אײַך ניט צאָלן קײן גרױסע שטײַערס, זאָגט ער, מיר װעלן אײַך ניט געבן קײן סאָלדאַטן, מיר װעלן זיך, זאָגט ער, האָבן אונדזערע אײגענע סאָלדאַטן, מיר װעלן זיך רעדן אױף אונדזער לשון, אײַנפֿירן אונדזערע אײגענע שקאָלעס, חדרים, בתּי־מדרשים, ― הכּלל ― זאָגט ער, מיר װעלן דאָס מאַכן פֿאַר אַ מין ארץ־ישׂראל. האָט איר עס צעקײַט? נישט מער, זאָגט ער, דאָס לאַנד װעט זיך רעכענען אױף אײַער נאָמען, און פֿאַר דער ערד װעלן מיר אײַך באַצאָלן, געװײנטלעך, ניט מיט אַ מאָל ― װער האָט דאָס אַזױ פֿיל געלט הײַנטיקע צײַטן? ― נאָר ביסלעכװײַז, לכשירחיבֿ הײסט עס, און לאָמיך האָבן, זאָגט ער, אַזאַ יאָר מיט אײַך אין אײנעם, װאָס פֿאַר אַ גוט געשעפֿט איר װעט דאַן מאַכן! װאָרעם דאָס לאַנד, װאָס װעט זיך עס אױסליגן? עס װעט אַזױ לאַנג ליגן, ביז מ'עט עס בײַ אײַך צונעמען אונטער דער נאָז, למשל טאַקע אײַערע שכנים, די פֿראַנצױזלעך, אָדער טאַקע אונדזערע ענגלענדער מיט די קעסטלדיקע הױזן…“

הקיצור, ער האָט זײ אַװעקגעלײגט אַ מענה־לשון ― זאַנגעװיל אַז ער װיל קאָן ער! דערנאָך האָט ער צונױפֿגערופֿן אַן אַסיפֿה, טאַקע בײַ זיך אין לאָנדאָן, פֿון סאַמע די גרעסטע טעריטאָריסטן, מיט רױטשילדן פֿון לאָנדאָן, מיט שיפֿןJacob H. Schiff פֿון אַמעריקע, מיט בראָצקין פֿון קיִעװ, מיט טײטלעןיעקבֿ טײטל פֿון סאַראַטאָװ, מיט יאַצקאַנעןשמואל יעקבֿ יאַצקאַן פֿון װאַרשע און מיט שריראַן פֿון באַקו ― און ס'איז געבליבן מ'זאָל שיקן קודם אױסזען דאָס לאַנד. איז מען געפֿאָרן און מ'האָט אױסגעזען דאָס לאַנד און מען האָט געבראַכט צו פֿירן די בעסטע ידיעות. דאָס הײסט אַז דאָס לאַנד איז טאַקע צען מאָל אַזױ גרױס װי ארץ־ישׂראל, און אַז מען קאָן אַהין־צו אַרײַנפּאַקן אַלע ייִדן פֿון דער גאַנצער װעלט און זײ זאָלן זיך אַפֿילו ניט אָנזען. נאָר װי יעדעס גרױס לאַנד האָט דאָס אין זיך אַלערלײ מינים ערד. פֿאַראַן ערד שמאַטע, װאָס טױג אױף תּישעה־נײַנציק כּפּרות, און פֿאַראַן ערד גינגאָלד, װאָס װאַקסט מיט רוחות. הײַנט איז פֿאַראַן אַלערלײ ערטער: פֿאַראַן ערטער גן־עדן און פֿאַראַן ערטער אַזעלכע, װאָס ס'איז גלײַכער מ'זאָל אַהין־צו צו ניט גײן. נאָר װער נײט מיך איך זאָל קריכן אַהין װוּ ס'איז ניט גוט, אַז איך קאָן גײן אַהין װוּ ס'איז גוט? איצט איז געבליבן נאָר אױסאַרבעטן אַ קאָנטראַקט מיט דער פּאָרטוגאַלער מלוכה, אױב זי װעט אײַנגײן אױף אַלע אונדזערע תּנאָים, איז גוט, אלא ניט, איז װי זי װיל זיך. נאָר פֿון „ניט“ איז גאָר קײן רײד ניט, װאָרעם װאָס װעט זי טאָן מיט אַזאַ גרױסער מדינה און װוּ װעט זי קריגן נאָך אַזאַ אומה, װי אונדזערע ייִדן אױף דער גאַנצער װעלט?… האָט מען געמאַכט צוליב דעם ניט לאַנג אין בערלין װידער אַן אַסיפֿה פֿון די גרעסטע טעריטאָריסטן און מ'האָט אױסדערװײלט דרײַ דעלעגאַטן, װאָס פֿאָרן קײן פּאָרטוגאַליע מכּוח קאָנטראַקט אױסאַרבעטן, און דאָ װעט מען דערװײַל צונױפֿרופֿן נאָך אַ גרעסערע אַסיפֿה פֿון אַלע טעריטאָריסטן פֿון דער גאַנצער װעלט. מ'װײסט נאָך ניט װוּ און װען, נאָר איך װעל מסתּמא װיסן דער ערשטער, װאָרעם איך דאַרף עס װיסן ― איך האָב אױסגעאַרבעט, פֿאַרשטײסטו מיך, אַ גאַנצן פּראָיעקט, װי אַזױ מ'זאָל באַזעצן דאָס נײַע לאַנד אַנגאָלע. דער דאָזיקער פּראָיעקט װעט פֿאַרנעמען העכער 20 בױגנס פּאַפּיר, איך האַלט אים בײַם איבערשרײַבן אױף רײן. און מחמת איך האָב קײן צײַט ניט מאַך איך דאָס בקיצור. אי″ה אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לע″ע לאָז גאָט געבן מיט מזל־ברכה, מיט גליק און מיט הצלחה. זײַ געזונט און קוש די קינדער שיחיו, און גריס דער שװיגער שתּחי′, און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך.

ממני בעלך מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל