מנחם־מענדל [2]

שלום עליכם (אַלע װערק)

מנחס־מענדל פֿון װאַרשע צו זײן װײַב שײנע־שײנדל אין פֿתרילעװקע

17

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה שײנע־שײנדל שתחי'!

רא שית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוךי'השם בקו החײם והשלום, השם־יתברך זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן

וה שנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז װי באַלד איך האָב מקבל געװען דײַן מכתּב מכּוח דער חבֿרה;הכנסת־כּלה", װאָס בײַ אײַך אין כּתרילעװקע, אַזױ בין איך גלײַך אַװעקגעגאַנגען צו מײַן פֿרײַנד כאַסקל קאָטיק און האָב אים געטראָפֿן בײַ דער אַרבעט ― ער מאַכט אַ נײַעם אוסטאַו פֿון אַ נײַער חבֿרה. װאָס פֿאַר אַ חבֿרה דאָס איז ― װיל ער ניט זאָגן. ס'איז נאָך דערװײל, זאָגט ער, אַ סוד. נאָר אַז מ'װעט געװױר װערן, זאָגט ער, ועט זיך טאָן חושך, װאָרעם ס'איז לא בא כבושם הזה ― ס'איז נאָך אַזעלכעס ניט געוען, זאָגט ער, אין ערגעץ ניט. בקיצור, האָב איך אים דערצײלט די מעשׂה װעגן אײַער:; הכנסתכּלה" און איבערגעלײענט דײַן בריװל, האָט ער זיך צעלאַכט, אָבער װי אַזױ מײנסטו געלאַכט? זיך געהאַלטן בײַ די זײַטן, ממש געקאַטשעט זיך. איך האָב געמײנט דער ייִד װעט פּלאַצן פֿאַר געלעכטער! אַז ער האָט זיך גוט אױסגעלאַכט רוף איך מיך אָן צו אים: אפֿשר קאָנט איר מיר זאָגן, מײַן ליבער רב כאַסקל, װאָס האָט איר דערזען אין מײן װײַבס בריװל אַזעלכעס אַ לעכעריקס, װאָס איז אָנגעפֿאַלן אױף אײַך פּלוצעם אַזאַ װילדער געלעכטער? מאַכט ער צו מיר: ,ניט פֿון אײַער װײַב, זאָגט ער, לאַך איך, און ניט פֿון איר שרײיבן װאָס זי שרײַבט, נאָר פֿון אײַערע כּתרילעװקער ייִדן, װאָס זענען אַזעלכע בחמות, װײסן ניט, זאָגט ער, מאַי דקאמרי רבצין און נעמען זיך פֿאַר אַזאַ זאַך, זאָגט ער, װי מאָכן אַ חבֿרה! אױף מאַכן חבֿרות, זאָגט ער, און אױסאַרבעטן אוסטאַװן פֿרעגט מיך, װעל איך אײַך, זאָגט ער, געבן מאַטעריאָל!? ― הערסטו, זאָג איך, אָט צוליב דעם בין איך דאָך טאַקע געקומען. מײַנע כּתרילעװקער מאַכערס, זאָג איך, זענען אַרײַן אין אַ בלאָטע, װיל איך, זאָג איך, איר זאָלט מיר געבן עפּעס אַ רעכטע עצה, ױ אַזױ מ'שלעפּט זײ אַרױס.;אָך! ― זאָגט ער ― אַן עצה? פֿאַר

192

װאָס ניט? אַדרבה, זאָגט ער, מיטן גרעסטן כּבֿוד! אַבי זײ זאָלן נאָר ניט זײַן, זאָגט ער, קײַן פּרא־אָדמס און זאָלן פֿאָלגן װאָס מען זאָגט זײ. װאָרעם אײַערע כּתרילעװקער לײַט, זאָגט ער, האָבן אַ טבֿע, װאָס מען זאָל זײ ניט זאָגן געפֿעלט זײ ניט און אױף יעדן מענטשן געפֿינען זײ אײַך אַ חסרון". פֿון װאַנען, זאָג איך, קענט איר עס אַזױ גוט אונדזערע כּתרילעװקער? ,ס'איז גענוג, זאָגט ער, אַז איך קען אײַך, אײנעם אַ כּתרילעװקער… נאָר בקיצור, זאָגט ער, פֿון די רײד װעט ניט זײַן גאָרניט. מען דאַרף זען עפּעס צוטראַכטן, זאָגט ער, פֿאַר איַערע לײַט עפּעס אַ רעכטן פּלאַן. אַ רחמנות אױף זײער געלט. עס רײַסט מיר דאָס האַרץ ױ" און מיט די דאָזיקע װוערטער הײבכט ער זיך אױף פֿונעם אָרט און, ניט לאַנג געטראַכט, טוט ער זיך אַ רײַב דעם שטערן, גײט אַרום עטלעכע מאָל הין און צוריק איבער דער שטוב, שטעלט זיך אָפּ און מאַכט צו מיף אַזװ:;איך בין, זאָגט ער, באַלד פֿאַרטיק אַרום און אַרום. נאָר זאָגט מיר, זאָגט ער, רב מנחם" מענדל, װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן ― איר האָט עפּעס צײַט:7 זאָג איך: װאָס איז שײך? איך זאָל זאָגן, זאָג איך, אַז איך האָב אַ סך צײַט האָב איך ניט. נאָר אױב, זאָג איך, ס'איז נײטיק, קאָן זיך געפֿינען, זאָג איך, בײַ מיר אַזאַ האַלבע שעה. קאױב אַזױ, זאָגט ער, איז גוט. נאַט אײַך אַ בױגן פּאַפּיר. אָט שטײט אַ טינט און פּען, זעצט זיך אַװעק, זאָגט ער, איך על אײַך דיקטירן און איר, זאָגט ער, װעט זײַן אַזױ גוט און פֿרום און װעט שרײַבן. זאָג איך: װאָס איז שײך איר װצט דיקטירן? און טאַקע שױן אַזױ גיך? גאָר ניט געטראַכט אַפֿילו? צעלאַכט ער זיך:;איר מײנט אַ פּנים, זאָגט ער, אַז ס'איז בײַ מיר דער ערשטער אוסטאַװו פֿון חכנסת"־כּלה? איר זעצט אײַך נאָר אַװעק, זאָגט ער, נעמט, זײַט מוחל, די פּען און שרײַבט און פֿרעגט ניט קײן קשיות…* פֿאָלג איך אים, זעץ מיך אַװעק בײַם טיש, טונק אײַן די פּען און װאַרט װאָס װעט זײַן. מײנסטו אפֿשױ אַז עס האָט לאַנג געדױערט, אָדער אַז ער האָט אַרױסגענומען עפּעס אַ בוך, אָדער אַ פּאַפּיר, צי װאָס? נײן, דװקא אױף אױסנװײניק און דװקא גאָרניט לאַנג גע" טראַכט, נאָר געקנײטשט זיך דעם שטערן, און אַזױ ױ איך שרײַב דיר, אַזױ איז דאָס געגאַנגען בײַ אים, װי אַ מיזמור, און פֿײַנטשיק, און גלאָט, און קײַלעכיק, פּערל, ניט קײן װערטער!

הקיצור, ער האָט גענומען דיקטירן און איך שרײַב. /ראשית־חכמה, זאָגט ער, פֿאַרקאַטשעט נאָר אַקאָרשט דעם אַרבל, טונקט אײַן די פּען אין טינטערל און שטעלט אַװעק, זאָגט ער, מיט אײַער כּשר הענטל: דער פּראָיעקט פֿון דעס אוסטאַװ פֿון דער כּתרילעװקער חבֿרה, ,הכנסת־כּלה", װאָס דאַרף אוטװערדיעט

193

װערן פֿון קאַזזאַ ירום הודו. פּאַראַגראַף נומער אײנס: אין דער שטאָט כּתרילעװקע װערט געגרינדעט אַ חבֿרה;הכנסת־כּלה", װאָס איר צװעק איז: זי פֿאַרזאָרגט ייִדישע מײדלעך מיט נדן צו דער חופּה, בכדי אַז איטלעכער ייִד װאָס האָט טעכטער, ― און טעכטער האָבן אַ טבֿע זײ װאַקסן, ― זאָל אים ניט דאַרן דער קאָפּ װוּ נעמט מען נדן און חתונה־הוצאָות אױף צו חתונה מאַכן זײ בשעת זײ װערן אַלט אַכצן יאָר אָדער חלילה נאָך מער. צּאַראַגראַף נומער צװײ: די חבֿרה;הכ" נסת"כּלה* באַשטײט פֿון אַ קאָמיטעט און פֿון אַ קאָמיסיע. דער קאָמיטעט נעמט צו טשלענעס, געלט און פּראָשעניעס, און די קאָמיסיע קוקט איבער אַלע פּראָי שעניעס, מאַכט אױספֿאָרשונגען אין שטאָט, הערט אױס זשאַלאָבעס און קאָנטראָלירט דעם קאָמיטעט. פּאַראַגראָף נומער דרײַ: דער קאָמיטעט באַשטײט פֿון דרײַ אױסדערװײלטע עלטערע פּאַרשױנען פֿון די פֿײַנסטע און ערלעכסטע בעלי־בתּים פֿון שטאָט. זײ קלױבן אױס צװישן זיך אײנעם אַ פּרעזידענט, װעלכער האָט צױי גאָלאָסן. און די קאָמיסיע באַשטײט פֿון זיבן אױסדערװײלטע יונגע־לײַט, משׂכּילים בכּבֿודע, קלוגע און ערלעכע, און די אַלע אױסדערױילטע, סײַ די װאָס פֿון דעם קאָמיטעט, סײַ די װאָס פֿון דער קאָמיסיע אַרבעטן אומזיסט, נאָר באמונה, מיט אמת און מיט יושר, לטובֿת הכּלל, פּאַראַגראַף נומער פֿיר: יעדער ײַד, װאָס איז אַ באַװײַבטער און האָט טעכטער, קאָן װערן אַ טשלען פֿון דער חבֿרה, און צוליב דעם צאָלט ער אײַן, װי באַלד נאָר עס װערט בײַ אים געבױרן אַ מײדל, אײן פֿינפֿערל, נאָר מיט אַ תּנאַי, אַז ױ באַלד דאָס מײדל װערט אַלט אַ יאָר באַדאַרף ער שױן צאָלן מיט אײן רובל מער, דאָס הײסט זעקס רובל. אױפֿן אַנדערן יאָר צאָלט ער שױן זיבן רובל. אױפֿן דריטן יאָר אַכט רובל. אױפֿן פֿערטן יאָר ― נײַן רובל. אױפֿן פֿינפֿטן ― צען רובל. אױפֿן זעקסטן ― עלף רובל. אױפֿן זיבעטן ― צװעלף רובל. אױפֿן אַכטן ― דרײַצן רובל. אױפֿן נײַנטן ― פֿערצן רובל. אױפֿן צענטן ― פֿופֿצן רובל. אױפֿן עלפֿטן ― זעכצן רובל. אױפֿן צװעלפֿטן ― זיבעצן רובל. אױפֿן דרײַצנטן ― אַכצן רובל. אױפֿן פֿערצנטן ― נײַנצן רובל. אױפֿן פֿופֿצנטן ― צװאַנציק רובל. אױפֿן זעכצנטן ― אײן און צװאַנציק רובל. אױפֿן זיבעצנטן ― צװײ און צװאַנציק רובל. אױפֿן אַכצנטן ― דרײַ און צװאַנציק רובל. און אױפֿן נײַנצנטן יאָר באַקומט זי איר נדן דרײַ הונדערט רובל און דעמאָלט מוֹז זי חתונה האָבן, פּאַראַגראַף נומער פֿינף: דאָס מײדל װאָס װיל ניט חתונה האָבן, קאָן מען זי ניט נײטן מיט גװאַלד זי זאָל דװקא יאָ חתונה האָבן. נאָר װאָס דען? זי פֿאַרלירט דאָס רעכט אױף די דרײַ הונדערט קערבלעך נדן דערמיט װערט דערגרײכט דרײַ צװעקן מיט אַ מאָל: 1( ייִדן װעלן זיך אױסלערנען אַפּי

194

שפּאָרן. 2( עס ועט פֿאַרשװינדן די מאָדע בײַ אונדז זיך צינױפֿלײגן אױף אַן אָרעמע כּלה און 3( עס ועלן ניט זײַן מער בײַ אונדז קײן אַלטע מױדן פּאַראַגראַף נומער זעקס: אַלע יאָר, חול־המועד סוכּות, װוערט אױסגעקליבן אַ נײַער קאָמיטעט מיט אַ נײַע קאָמיסיע, װאָס זאָלן פֿירן די חבֿרה אינעם װעג פֿון שלום און אמת און יושר, צום װױלזײַן און צו שײנקײט פֿאַר כּלײשראל אָמִן.."

אָמן ואָמן ― זאָג איך, דאָס איז אַלצדינג זײער שײן און פֿײַן, װאָס זשע טוט מען אָבער, זאָג איך, מיט יענע, װאָס האָבן שױן אײַנגעצאָלט די ערשטע פֿינפֿערלעך אין דער ערשטער חבֿרה און זענען געבליבן, זאָג איך, שטעקן ניט אַהין און ניט אַהער? זאָגט ער צו מיר: קאָט דאָס איז דאָך די מעשׂה מיט אַ ייִדן! אַ ייִד האָט דיר קײן צײַט ניט! מיר האַלטן ערשט בײַם אָנהײב, זאָגט ער, און איר פֿרעגט שױן קשיות. גלײבט מיר, איך האָב ניט פֿאַרגעסן קײנעם, זאָגט ער, און איך האָב שױן פֿון זײ אױך געטראַכט. איצט שרײַבט, זײַט מוחל, זאָגט ער, פּאַראַגראַף נומער זיבן: װער עס טראָגט אַרײַן די ערשטע פֿינף רובל און װיל ניט צאָלן װײַטער, אָדער ער קאָן ניט צאָלן, אָדער ער האָט פֿאַרגעסן צאָלן, באַקומט ער צוריק זײַן געלט, נאָר װאָס דען? ניט באַלד, ערשט אין אַכצן יאָר אַרום, אַזױ אַז אײַער פֿעטער, ױ אַזױ הײסט ער דאָרטן, קאָן שױן, זאָגט ער, זײַן גאַנץ רויִק. אַצינד, זאָגט ער, גורט אָן אײַערע לענדן, מײַן טײַעױער מנחםמענדל, מיר האַלטן נאָך גאָר פֿון פֿאָרנט. מיר האָבן נאָך צו רעדן און צו רעדן, זאָגט ער, מכּוח דער הנהגה, מכּוח דעם קאָנטראָל, מכּוח דער בוכהאַלטעריע. מיר האָבן נאָך, זאָגט ער, אַזױ גרױס װי עטלעכע און זעכציק פּאַראַגראַפֿן..*

דערהערט ־נאָך עטלעכע און זעכציק פּאַראַגראַפֿן", איז מיר פּרחה נשמתי געװאָרן, כאַפּ איך אַ קוק אױפֿן זײגער און בעט בײַ אים ער זאָל מיר הונדערט מאָל מוחל זײַן: איך האָב קײן צײַט ניט, זאָג איך, איך װעל אַרײַנקומען אַ צװײטן מאָל, עס ברענען אױף מיר די האָר, איך בין אַ פֿאַרקױפֿטער מענטש, זאָג איך, איך דאַרף לױפֿן אין דער רעדאַקציע. מי יודע, זאָג איך, װאָס דאָרטן טוט זיך אַצינד? אָט זיצן מיר, זאָג איך, מיט אײַך אָט אָ דאָ און מאַכן חבֿרות, און דאָרטן, זאָג איך, קאָן די װועלט זיך איבערקערן…

בקיצור, איך האָב מיך אַרױסגעריסן און אַװעק אין דער רעדאַקציע און ― כּך־הװה ― גלײַך װי איך װאָלט געװען אַ נבֿיא ― איך האָב געטראָפֿן דעפּעשן מיט דעפּעשן מיט דעפּעשן, און אַלץ פֿון אײן שטאָט, פֿון בוקאַרעשט. דאָרט איז איצט דער מקום, פֿון װאַנען עס באַדאַרף אַרױס דער שלום אױף דער װעלט. ־ אַהין צו האָבן זיך דאָס צונױפֿגעפֿאָרן די גרעסטע דיפּלאָמאַטן פֿון אַלע

באַל195

קאַנער מדינות, װאָס באַדאַרפֿן אױסאַרבעטן אַ טראַקטאַט, אױיסגלײַכן אַלע סיכ" סוכים צװישן די ברידער, װאָס קאָנען זיך ניט אײַנטײלן מיטן פֿעטער ישמעאלס ירושה. ניטאָ ער ס'זאָל לאַכן, כ'לעבן! בוקאַרעשט ― אױך מיר אַ שטאָט! רומיניע ― אױך מיר אַ לאַנד! מאָלדאָװאַנער און װאָלאַכן ― אױך מיר אַ פֿאָלק! זײ זענען דאָס איצט די בוררים, די בעלי־יושר! זײ װעלן דאָס איצט אױיסאַרבעטן אַ טראַקטאַט און זי װעלן דאָס אַכטונג געבן מ'זאָל האַלטן װאָרט, פֿאָלגן װאָס אין טראַקטאַט שטײט געשריבן! פֿרעגט זיך, װי באַלד אַז יאָ פֿאָלגן װאָס אין טראַקטאַט שטײט געשריבן! פֿאַר װאָס פֿאָלגן זײ ניט, איך מײן טאַקע די רומענער, יענעם טראַקטאַט, װאָס איז אונטערגעשריבן געװאָרן אין בערלין נאָך פֿאַר ביסמאַרקס צײַטן, װוּ עס שטײט געשריבן בפֿירוש שװאַרץ אױף װײַס, אַז ייִדן האָבן אין רומיניע אַלע פּראַװעס?.. מענטשן, װאָס צאָלן אַלײן קײן װעקסל ניט, טאָרן ניט װעלן אַז יענער זאָל חתמענען װעקסלען. הײַנט זעט גלאַט אױס די גאַנצע מעשׂה בײַ מיר פֿון חוזק. עס גלײבט זיך מיר ניט, אַז ס'זאָל עפּעס זײַן פֿון דער דאָזיקער בוקאַרעשטער קאָנפֿערענציע און פֿון זײערע טראַקטאַטן. װאָרעם פֿון אײן זײַט די גרעקן מיט די באָלגאַרן, דינגען זיך ױ אױף אַ יריד, שטעלן זײערע תּנאָים װעגן מאַקעדאָניע ― עפּעס אַ קאַװאַלאַ האָט זיך געשטעלט אין האַלדז ױ אַ בײן ― און פֿון דער אַנדערער זײַט בעט זיך מאַקעדאָניע מ'זאָל זי לאָזן צו רו, זי יל בעסער אַלין זײַן אַ בעליהביתטע פֿאַר זיך און זי װינטשט זײ, די גרעקן מיט די באָלגאַרן, זײ זאָלן בײדע אָנלײיגן מיטן קאָפּ. און דער טערק מיט זײַן אַדרינאָפּאָל! ער רירט זיך ניט פֿון אָרט אױף קײן האָר אַפֿילו, כאָטש פֿון די;הױכע פֿענצטער* האָט מען אים שױן לאַנג געגעבן צו װיסן ער זאָל מיט גוטן מאַכן אַן אָפּטריט און װאָס פֿריִער, װאָרעם אַניט װעט מען אים מיט בײזן הײסן אַרױס, אַזױ װױ מען האָט אַנומלטן געהײסן דעם מלך מיקיטאַ פֿון מאָנטענעגערע עֶר זאָל אָפּרײיניקן סקעטאָריע… איך קאָן דיר גאָר אַזױ פֿיל ניט אַרױסשרײַבן, זוגתי היקרה, די יסורים און דעם עגמת" נפֿש װאָס איך האָב דערפֿון. דאַכט זיך, אין פֿלוג, װאָס גײט מיך אָן אַדרינאָפּאָל, װאָס על־פּי דין און על־פּי יושר און על־פּי מענטשלעכקײט און על"פּי איך װײס אַלײן ניט װאָס ― באַדאַרף עס געהערן צום טערק, ניט צו קײנעם ניט! נאָר ױ זאָגט די מאַמע דײַנע: אַז מען קען ניט אַריבער מח מען אַרונטער.. און באמת טאַקע: אײדער יענער זאָל בײַ מיר אַרױסרײַסן מיט גװאַלד, איז דאַכט זיך שענער טױזנט מאָל װען איך גיב עס אים אַװעק מיט גוטן:;נאַ, װאַרג זיך!7 דו פֿאַרשטײסט, צי נײן? בײַ מיר איז דאָ אַ גאַנצע קאָמבינאַציע אױף דעם

196

אַדרינאָפּאָל, דהײַנו, װאָס פֿאַר אַ קאָמבינאַציע? באַדאַרף מען דיר קלאָר מאַכן די מעשׂה איז פּשוט, װי צװײ מאָל צװײ: אַזױ װױ דער מלך פֿערדינאַנד פֿון באָלגאַריע איז איצט אַ געשלאָגענער ― און מיט אַ געשלאָגענעם איז זײער גוט צו מאַכן אַ געשעפֿט ― זאָל ער, דער טערק הײסט עס, װערן מיט אים איצט גאָר שלום־ושלװה, גוטע פֿרײַנד ביז גאָר, און אונטערטראָגן אים אַ מתּנה אַדרי נאָפּאָל און אױסרעדן זיך דערפֿאַר, אַז ניט נאָר ער, דער טערק הײסט עס, זאָל עמעצן דאַרפֿן צאָלן קאָנטריבוציע פֿאַר די שײנע מלחמות װאָס מ'האָט מיט אים געפֿירט און פֿאַר דערפֿאַר װאָס מען האָט אים געבראָכן די בײנער, נאָר אדרבה, זײ, די סלאַװיאַנער הײסט עס, זאָלן אים, דעם טערק, באַפֿרידיקן מיט אַ היפּשע פֿױטיקע פֿאַר אַדרינאָפּאָל מיט מאַקעדאָניע מיט אַלבאַניע. פֿאַרשטײסטו שױן? דעמאָלט װעט ער בלײַבן אי אַ פֿײַנער מענטש, אי ער װעט אַראָפּלאָזן אַ שײנעם קאַפּיטאַל אין קעשענע אַרײַן. איך רעכן טאַקע אם־ירצה־שם גאָר אין גיכן זיך אַ נעם טאָן צו דער דאָזיקער אַרבעט און דורכפֿירן דעם פּלאַן מיט אַלע אַנדערע פּראָיעקטן, װאָס האָבן זיך אָנגעזאַמלט בײַ מיר. נאָר מחמת איך האָב קײן צײַט ניט מאַך איך דאָס בקיצור. אי"ה אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן נאָך מער באַריכות, לע"ע לאָז גאָט געבן מיט גליק און מיט הצלחה. זײַ געזונט און קוש די קינדער שיחיו און גריס דער שױגער שתחי, און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך. ממני בעלך מנחם מ ענ דל

197