מנחם־מענדל [2]

שלום עליכם (אַלע װערק)

שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין װאַרשע:

15

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם־מענדל נ"י!

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן אַז מיר זענען דאָ אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער. צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז אױב דו װילסט מיר שרײַבן זאָלסטו מיר ניט שרײַבן פֿון דײַנע שלימזלען די קלײנע מיט די גרױסע מיט די גאָר גאָר גרױסע לידל־מאַכערס, לאָזן זײ דיר גײן כּף־הקלע מיט זײערע גראַמען, זײ זאָלן האָבן מײַן מיגרען מיט מײן קאָפּװײטיק, װאָלט זיך זײ מער ניט געגראַמט. זײ זאָלן אַזױ קענען עסן װי איך קען איצט שרײַבן דיר אַ בריו, אַז סךיהכּל, אױב דו װױלסט װיסן, דרײט זיך מיר די גאַנצע שטוב און עס פֿינטלט מיר אין די אױגן. נאָר װאָס דען? מ'האָט מיך געבעטן הײַנט אין דער פֿרי עטלעכע מענטשן, אַז איך זאָל דיר למען־השם שרײַבן מכּוח אַ מעשׂה װאָס בײַ אונדז האָט זיך געטראָפֿן, די גאַנצע שטאָט איז אַרײַנגעקראָכן אין אַ בלאָטע, ניט אַהער ניט אַהין, װילן זײ טאָמער קענסטו זײ עפּעס העלפֿן מיט / אַן עצה, כאָטש איך װײס ניט, װאָס ביסט דו עפּעס געװאָרן בײַ זײ מיט אַ מאָל דער גרױסער חכם, מיטן גרױסן קאָפּמענטש, מיטן בעל־יועץ. נאָר ױ זאָגט די מאַמע: גיב מיר גאָטעניו ניט קײן שׂכל, ניט קײן פֿאַרשטאַנד, נאָר אײן קלײן שטיקעלע הצלחה… די מעשׂה איז אַזאַ מעשׂה: ‏

ס'איז פֿאַראַן בײַ אונדז אַ חבֿרה, אַ שפּאָגל נײַע חבֿרה, הײסט זי מיט איר הײיליקן נאָמען ,הכנסת־כּלה" און פֿאַרנעמט זיך דערמיט, װאָס זי פֿאַרזאָרגט מיט נדן אַלע מײדלעך. װי באַלד נאָר אַז גאָט העלפֿט, אַ מײדל װערט אַ כּלה, אַזױ באַקומט זי דרײַ הונדערט קערבלעך נדן פֿון דער חבֿרה! דער טאַטע מעג זיך זײַן װער עס ױל, ― אַ סוחר אָדער אַ בעלימלאָכה, אַ קרעמער אָדער אַ מלמד, אַ נגיד אָדער אַ קבצן אַבי ער איז אַ טשלען פֿון דער חבֿרה, איז שױן גוט. און אַ טשלען קאָן זײַן יעדערער, מ'דאַרף דערצו ניט קײן חכמה, ניט קײן בריהשאַפֿט, נאָר אײן פֿינפֿערל, דאָס הײסט װער עס האָט און קאָן און ױל אײַנשטעלן אַ פֿינפֿערל, אַזױ װערט ער אַ טשלען פֿון דער חבֿרה, און זײַן טאָכטער,

16

לאָז זי נאָר װערן אַ כּלה, אַזױ איז זי שױן באַװאָרנט מיט דרײַ הונדערט קערב" לעך נדן, װאָס קלײַבן זיך אָן טאַקע פֿון די פֿינפֿערלעך, װאָס איטלעכער טשלען טראָגט אַרײַן. און פֿינפֿערלעך האָבן זיך אָנגעקליבן אַזױ פֿיל דאָס ערשטע אאָר, אַז ס'איז געװאָרן אָן אַ שיעור געלט! טױזנטער בעלי־בתּים, טױיזנטער פֿינפֿערלעך, אַ קלײניקײט, אַז פֿאַר אײן פֿינפֿערל װאַרפֿט אַראָפּ אַ טאַטע פֿון זיך דעם גאַנצן עול פֿון נדן אוֹן ער קאָן טאָן דעם גרעסטן שידוך! מײַן פֿעטער אַבֿרהם־משה, אוב דו געדענקסט אים נאָך, פֿאַרמאָגט זײַן אײגנס דרי טעכטער קײן עין־הרע, װאָס אַלע דרײַ האָט מען געמעגט שױן לאַנג אין אײן טאָג צו דער חופֿה פֿירן. איז װי באַלד ער האָט דערהערט פֿון דער נײַער חבֿרה, אַזױ איז עֶר אַװעקגעלאָפֿן און אַרײַנגעבראָקט אַ פֿינפֿערל און האָט זיך פֿאַרשריבן פֿאַר אַ טשלען און האָט באַלד איבערגערעדט מיט אַ שדכן ער זאָל זוכן פֿון זײַנעט װעגן דרי חתנים אין אײן גאַנג,

װאָרעם אַז אײנער האָט דרײַ טעכטער און אַלע דרײַ װערן כּלות, גיט מען אים אַרױס פֿון דער חבֿרה דרײַ מאָל צו דרײַ הונדערט קערבלעך נדן, אַזױ איז דער דין. און טאָמער האָט אײנער פֿיר טעכטער און אַלע פֿיר װוערן כּלות, דאַרף מען אים אַרױסגעבן פֿיר מאָל צו דרײַ הונדערט קערבלעך נדן. און אַז אײנעם האָט גאָט געבענטשט מיט פֿינף טעכטער, מוז מען אים געבן פֿינף מאָל צו דרײ הונדערט קערבלעך נדן. הכּלל, װאָס מער טעכטער איז אַלץ בעסער, װי זאָגט די מאַמע: ס'שטײט געשריבן, אַז ס'װעט קומען אַ צײַט װאָס אַ טאַטע װעט זיך ניט זאָרגץ ער האָט צו פֿיל קינדער או אַ מאַמֹע װעט ניט װײנען זי האָט אַ סך טעכטער…

האָבן זײ זיך אָבער אַרומגעקוקט, אַ מכּה זײ, װאָס טוט מען טאָמער האָט אײנער זיבן טעכטער, צען טעכטער, דרײַצן טעכטער, ― אַ קשיא װאָס סע מאַכט זיך? אָט איז בײַ אונדז אין כּתרילעװקע געװוען אַ שוסטער, ייִדל בעז" דעטניק האָט מען אים אַ נאָמען געגעבן, דערפֿאַר װאָס גאָט האָט אים געגליקט מיט גאַנצע אָנדערטהאַלבן טוץ קינדער פֿון צװײ װײַבער, און אַלע זענען זי מײדלעך! אַ גליק װאָס ער האָט זיך באַצײַטנס אָפּגעטראָגן קײן אַמעריקע. צי איז ער דערפֿאָרן מיט זײַן כאַליאַסטרע אױפֿן אָרט, צי ער האָט זײ געפּטרט אײינציקװײַז אין װעג ערגעץ אױף דער זײַט גרענעץ אָדער אױף יענער זײַט גרענעץ ― דאָס װײס מען ניט. ער האָט אין זינען אַ שוסטער? קאַרג שוסטערס און קאַרג שנײַדערס און גלאַט ייִדן זענען אױסגעשטאָרבן ביז זײ האָבן זיך דערלעבט צו קומען אױפֿן אָרט בכדי זײ זאָלן דאָרטן קאָנען האָרעװען װי זי

187

פֿערד מ'זאָל ניט שטאַרבן פֿון הונגער? נאָר אַז מ'האָט אַ טראַכט געגעבן, װאָס װאָלט געװען װען אַזאַ מין בעזדעטניק למשל נעמט און װערט אױך אַ טשלען און פֿאָרט ניט אַװעק קײן אַמעריקע און זײַנע אַלע אַכצן מײדלעך װאַקסן אױס און װוערן כּלות? װוּ װעט מען נעמען אַזױ פֿיל געלט? איז מען געפֿאַלן אױף אַן עצה, פֿאַלן זאָלן זײ אױף די אױגן, און מ'האָט אָפּגעפּסקנט אַזױ: אַז װער עס צאָלט אײין נאָר אײן פֿינפֿערל אַ יאָר, דער קאָן חתונה מאַכן נאָר אײן טאָכ" טער, און װער עס האָט צװײ טעכטער דאַרף ער צאָלן צװײ פֿינפֿערלעך אַ יאָר און װער עס האָט דרײַ טעכטער ― דרײַ פֿינפֿערלעך, פֿיר טעכטער ― פֿיר פֿינפֿערלעך, צען טעכטער ― צען פֿינפֿערלעך, ― צען פֿינצטערע יאָר אײף זײער קאָפּ! װאָס טוג דיר חכמות ― דער פֿעטער אַבֿרהם־משה האָט נעבעך געמװט מפֿקיר זײַן נאָך צװײ פֿינפֿערלעך. אַ ברירה האָט ער געהאַט? װױ זאָגט די מאָמע: װער עס האָט ליב אַ פֿעטן קוגל, דער באַדאַרף ליב האָבן אַרײַנטאָן שמאַלץ.. ביסטו שױן פֿאַרטיק? האָב צײַט אַ ביסל. די רעכטע געדיכטע הײבט זיך ערשט אָן.

חכּלל, האָט מײן פֿעטער אַבֿרהם־משה ניט געמאַכט קײן לאַנגע שהיות און האָט אַ שידוך געטאָן מיט אַלע דרײַ טעכטער און געקראָגן פֿאַר זײ חתנים דװקא אױסגעצײכנטע, אײנער בעסער פֿונעם אַנדערן. װאָס איז דער חידוש? פֿאַר געלט קריגט מען היַנטיקע יאָרן די מציאה, און דער נדן איז דאָך זיכער, ױ אין באַנק, די;חבֿרה" איז באַגלײיבט, װאָרעם די גבאָים און די רעכטע מאַכערס איז דער סאַמע צימעס. קאָנסטו פֿאַרשטײן, אַז רב יהושע־העשל אַלײן איז אױך אַ מאַכער צװישן די מאַכערס. איז דאָך גוט? האָב זשע צײַט, װעסטו הערן װײַטער.

אַ שידוך געטאָן, האָט ער אָפּגעלײגט די חתונה טאַקע אױף באַלד, אין צװײ װאָכן אַרום, און אַלע דרײַ חתונות אױף אײן טאָג. װאָס איז דער שׂכל?! דער שׂכל איז פּראָסטער שׂכל, ער האָט, פֿאַרשטײיסטו מיך, גערעכנט אַזױ: ער װעט חתונה מאַכן אַלע דרײַ טעכטער אין אײן קלאַפּ, װעט ער פֿאַרשפּאָרן דרײ חופּה־װעטשערעס מיט דרײַ מאָל כּלײזמר מיט דרײַ נעכט ניט שלָפֿן אַ מערכה װאָס מ'קאָן ניט פֿאַרשפּאָרן צאָלן דרײַ מאָל שדכנות־געלט. לאָזט זיך אױס, אַז דער פֿעטער אַבֿרהם־משה איז גאָר קײן נאַר ניט. דער פֿעטער אַבֿרהם" משה האָט קײן שדכנות אױך ניט געצאָלט ― ער האָט זיך מישבֿ געוען און האָט דאָס אָפּגעלײגט אױף נאָך דער חפּה, בכדי ער זאָל צאָלן פֿאַרשטײסטו מיך, טאַקע פֿון יענעם געלט, פֿונעם נדן הײסט עס, װאָס די;חבֿרה" װעט

88

געבן, װי זאָגט די מאָמע: מיט פֿרעמדע פֿוטער איז גוט צו ששמירן זיך.. װאָלט ער דאַכט זיך געמעגט זײַן צופֿרידן, אַיאָ? איז אָבער דער פֿעטער אַבֿרהם־משה ניט אַזאַ מענטש. ער איז דיר קײן מאָל ניט צופֿרידן: אװאָס איז אײַך, פֿעטערל? װאָס האָט איר אַראָפּגעלאָזט די נאָז 7" קרעכצט ער: סטײַטש, ער באַדאַרף זיך שײדן מיט דרײ קינדער אין אײן װאָך, װאָרעם אַלע דרײַ חתנים האָבן אָפּגעשמועסט צװישן זיך, אַז אין אַ װאָך אַרום נאָך דער חופֿה פֿאָרן זײ

אַלע אַװעק קײן אַמעריקע, געלט האָבן זײ צו דרײ הונדערטער יעדער ― װאָס װועלן זײ דאָ טאָן+ ‏

הכּלל, איז ער אַרומגעגאַנגען אין אײנע יסורים, דער פֿעטער אַבֿרהם־משה הײסט עס. אַן אומגליק, װוּ איז דאָס געהערט געװאָרן, דרײַ טעכטער מיט דרי אײדעמס, קױם אַ מאָל דערלעבט אַ שטיקל נחת ― הײבן זײ זיך איף און פֿליִען אַװעק אַלע אין אײן װאָך! מ'זאָל אים לאָזן, זאָגט ער, כאָטש אָנטיעשען זיך אַ ביסל! אַזױ קלאָגט ער זיך נעבעך, דער פֿעטער אַבֿרהם־משה הײסט עס, און אין אמתן זעט מען אַז דעם ייִדן קומט צו אַ שטיק געזונט, אַ קלײניקײט אַ מענטש פּטרט אַראָפּ אַזאַ האָרב פֿון די פּלײיצעס ― דרײַ דערװאַקסענע טעכטער אין אײן טאָג! קאָן דאָך די מאַמע קײן עװלות ניט לײַדן און האָט פֿײַנט אַז אַ מענטש האָט פֿאַרשטאָכענע אױגן און זאָגט ניט דאָס װאָס ער מײנט, הײבט זי אָן אױסרעדן מסתּמא דאָס האַרץ, װי זי קען, אַז ער װײנט אומזיסט, מיר האָבן אַ שטאַרקן גאָט. גאָט קאָן טאָן אַ נס, זאָגט זי, אַז זײ זאָלן גאָר בלײַבן היגע און זאָלן ניט פֿאָרן אין ערגעץ, װאָרעם ס'שטײט געשריבן, זאָגט זי, אַז אַ מענטש האָט אײן װועג און גאָט האָט אָן אַ ש"עור.. װערט ער ברוגז, דער פֿעטער אַבֿרהם־משה הײסט עס, און מאַכט צו איר:;עפּעס האָט איר מיר צו פֿיל אָנגעהױבן רעדן מיט גאָט!.* הכּלל, װער איז געװען גערעכט? פֿאַרשטײט זיך, אַז די מאַמע! זײַנע דרײַ טעכטער האָבן אַזױ חתונה געהאַט אין אײן טאָג, אַזױ ױ איך בין אַ רב, װאָרעם אַז ס'איז געקומען צוֹ דער חתונה און די חתנים האָבן אַ טרעבעװע געגעבן דעם נדן, איז דער פֿעטער אַברהםמשה אַװעקגעלאָפֿן נאָכן נדן, לאָזט זיך אױס ― װוער נדן, װאָס נדן? ― עס באַדאַרף ערשט זײַן אַ זאַסעדאַניע. איז אים באַלד געװאָרן קאַלעמוטנע, נאָר אַז מען זאָגט אַ זאַסעדאַניע איז אַ זאַסעדאַניע. װוען זשע ועט זײַן די זאַסעדאַניע 1 אם־ירצה־השם שבת צו נאַכטס.;סטײַטש, שבת צוֹ נאַכטס איז שױן בי אים דאָס פֿאָרשפּיל און דינסטיק די חױפּה, דאָס הײסט אַלע דרײַ חופֿות!"

1289

מילא, שרײַ הײַנט, שרײַ מאָרגן ― מיט אַ שטאָט קאָן מען זיך ניט קריגן. קױם דערלעבט דעם שבת צו נאַכטס, די עחברה" איז זיך צונױפֿגעקומען אױף דער זאַסעדאַניע, טאַקע בײַ רב יהושע־העשלן אין שטוב, און מ'האָט געפּסקנט, װעסטו הערן אַ שײנס: אַזױ ױ פֿון די פֿינפֿערלעך האָט זיך טאַקע אָנגעקליבן אַ שײן ביסל געלט, נאָר אַזױ ױ ייִדֹן האָבן זיך אַ לאָז געטאָן חתונה מאַכן זײערע טעכטער, און אַלע אין אײן צײַט, אַ סבֿרה אַז אױף ראָש'חודש אלול זענען אָפּגעלײגט געװאָרן הונדערטער חתונות, האָבן זײ זיך באַרעכנט, אַז טאָמער װעלן זײ אַרױסגעבן אַלעמען זײערע נדנס, װועט זײ ניט קלעקן ראָטשילדס פֿאַרמעגן און װעלן נאָך מוזן זײַן אָנזעצערס, על־כּן, איז בײַ זײ געבליבן זײ זאָלן אָפּװאַרטן און ניט אַרױסגעבן דערװײַל קײנעם ניט אַ גראָשן, ביז מ'װעט געפֿינען עפּעס אַן עצה ― אָדער מ'אָל צעטײלן דאָס צונױפֿגעזאַמלטע געלט צװישן די כּלות װאָס האָבן חתונה ביז ראָש־חודש אלול, װיפֿל ס'װעט זיך אָנ" נעמען, אָדער מ'זאָל אומקערן די טשלענעס צוריק זײערע פֿינפֿערלעך, װועט דאָס האָבן אַן עק! װי געפֿעלט דיר אַזאַ מעשׂה? מעג ניט קומען אױף זײ אַ כאָלערע נאָך אײדער דער ראָש־חודש אלול איז אַרײַנגעטראָטן? אַבי מען האָט גענומען און מ'האָט אױפֿגערודערט אַ שטאָט, טאָמער ױיסטו װאָס? ױ זאָגט די מאַמע: אַז מען בױט אױף זאַמד, מוז עס פֿאַלן, און פֿון שנײ לאָזט זיך תּמיד אױס אַ טײַך.. דו קאָנסט זיך דען פֿאָרשטעלן דעם חורבן װאָס אין שטאָט? מיטן טרױער פֿון די כּלות? מיטן רחמנות װאָס אױף די טאַטעס נעבעך? אַנדערע שרײַען גװאַלד, מאַכן סקאַנדאַלן! אַנדערע שעמען זיך אין גאַס אַרױסצוגײן. און זײ, די מאַכערס פֿון דער;חבֿרה", אַ קלאָג צו זײערע קעפּ! זײ װײסן נאָר אײן זאַך ― מאַכן זאַסעדאַניעס! נאָך אַ זאַסעדאַניע און נאָך אַ זאַסעדאַניע און נאָך אַ זאַסעדאַניע, ― אַ זאַסעדאַניע זאָל זיך אַרײַנכאַפּן צו זײ אין האַלדז, רבונו־דשל־עולם! דער" װײַל איז בײַ זײ געבליבן, אַז מ'זאָל צעשיקן בריװ אין אַלע גרױסע שטעט, װוּ עס געפֿינען זיך אױך אַזעלכע;חבֿרות", און מ'זאָל בײַ זײ אָנפֿרעגן אַן עצה, װאָס טוט מען? און אַזױ ױ דו ביסט דאָך איצט אין אַזאַ גרױסער שטאָט ױ װואַרשע, און דו קענסט זיך דאָרט מיט עפּעס אײנעם אַ ייִדן, װאָס מען רופֿט אים כאַסקל און װאָס ער פֿאַרנעמט זיך זאָגסטו דערמיט װאָס ער מאַכט ,חבֿרות", לכן, האָט מיך געבעטן, טאַקע דער פֿעטער אַבױהם־משה און זײַנע קינדער, זײ לײענען דײן געזעט, אַז איך זאָל למען־השם צו דיר שרײַבן אַז דו זאָלטט זיך דאָרטן זען למען־השם מיט אַ יענעם ייִדן און זאָלסט מיר למען־השם באַלד אָפּשרײַבן צוריק, װאָס זאָגט ער, אָט דער כאַסקל הײסט עס? צי ס'איז פֿאַראַן

190

עפּעס אַן עצה דערצו, צי ס'איז אַ נעכטיקער טאָג? איך האָב מורא, אַז ס'איז דרײַ נעכטיקע טעג און אַז אַלע מעגן זיך באַגראָבן מיט דער קחברה" אין אײַנעם, װי זאָגט די מאַמע: ס'שטײט געשריבן, אַז אָך און װײ איז שױין דעם קראַנק, אַז מ'דאַרף איס ראַטעװען מיט פֿיזעם.. װ עס װינטשט דיר פֿיל גליק און אימער גוטס דײַן באמת געטרײַע פֿרױ

שײנע־שײנדל

121