מנחם"מענדל פֿון װאדרשע צו זײַן װניב שײנע־שײנדל אין פֿתרילעװקע
14
לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי!
דראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב"ה בקו החײם והשלום. השית"ב זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן.
והשנית זײַ װיסן אַז דײַנע בריו, װאָס שרײַבסט מיר ועגן אונדזערע עמיגראַנטן, װאָס װערן אױסגעריטן איבער די אַגענטן אױף דער זײַט גרענעץ און אױף יענער זײַט גרענעץ, האָבן געטאָן אַ גרױסע טובֿה פֿאַרן כּלל, װאָרעם איך װעל זײ אַרײַנשטעלן אַזױ װי זײ שטײען און גײיען אין יענעם ספֿר, װאָס איך קלױב מיך אַרױסצוגעבן אין זעקס מיליאָן ביכלעך און צעטײלן זײ אומזיסט אין בכּליתּפֿוצות־:ישׂראל, געלט אוֹיף אַרוסצוגעבן דאָס ביכל, האָב איך דיר שױן געשריבן אַז איך װעל האָבן זײוחותר דורך די אַנאָנסן, װאָס איך װעל צונױם" נעמען. עטלעכע צענדליק אַנאָנסן האָבן איך שױן, נאָר דאָס זענען נאָך לעת־עתּה אַנאָנסן געביטענע, דאָס הײסט אַנאָנסן פֿאַר אַנאָנסן. דהײַנו? דו גיסט אַרױס אַ ביכל און איך גיב אַרױס אַ ביכל, װילסטו אַז איך זאָל אַנאָנסירן דײַן ביכל, און איך װיל אַז דו זאָלטט אַנאָנסירן מײַן ביכל. װאָס זשע טוען מיר? בײַטן מיר זיך, מײַן ביכל אַנאָנסירט דײַן ביגל און דײַן ביכל אַנאָנסירט מײַן ביכל. דאָס איז אַזױי פּראָסט, ױ אַ בײגל אַ גראָשן. נישט מער, פֿון די ביכלדיקע אַנאָנסן פֿאַלט קײן מזומנים ניט אַרײַן. דערפֿאַר אָבער ציֶען זײ צו אַ סך זײַטיקע אַנאָנסן, װאָס קאָנען שױן אַרײַנברענגען געלט אױך, און אַ סך. למשל, פֿון די שיפֿס־קאָמפֿאַניעס אַלײין קאָן אַרײַנפֿאַלן אַ שײנע קאָפּיקע, ― לאָזן זײ נאָר דערשמעקן אַז דאָס ביכל, װאָס איך װיל אַרױסגעבן, שמועסט װעגן ייִדישע עמיגראַציע און זײ דרוקן זיך זעקס מיליאָן ביכלעך. און װי באַלד ס'װעלן אַרײַנפֿאַלן די ערשטע עטלעכע גילדן, אַזױ באַשטעל איך עטלעכע שליחים־קאָמיװאָיאַשערן, זי זאָלן זיך לאָזן איבער דער ועלט זאַמלען אַנאָנסן,
הקיצור, װױ דו זעסט, זוגתי היקרה, בין איך מיט מײַן ביכל כּמעט אַזױ ױ פֿאַרטיק און איך עוסק מיך איצט אין מײַן צױיטער קאָמבינאַציע, װאָס איך
163
האָב דיר געהאַט געשריבן ועגן איר אין מײַן פֿריִערדיקן בריװ. דאָס איז די קאָמבינאַציע װעגן אונדז אַלײן טאַקע, װעגן ייִדישע שרײַבערס, הן דאָ אין װאַר" שע, הן אױף דער גאַנצער װעלט, זײ זאָלן װערן אײן זעל, אײן נשמה, זײ זאָלן ניט זײַן צעזײט און צעשפּרײט און זאָלן אַלע זײַן ביכולת צו אַרבעטן לטובֿת הכּלל ― און דערפֿון קאָן אַרױסקומען די גרעסטע טובֿה הן פֿאַר אונדז, שרײי בערס, הן פֿאַר אַלע אונדזערע אחינו בני־ישׂראל דאָ בײַ אונדז און אומעטום אױף דער גאַנצער װעלט. װעסטו דאָך פֿרעגן, װי קום איך צו דעם געדאַנק? דאַרף איך דיר מודה זײַן, אַז דאָס האָב איך צו פֿאַרדאַנקען דװקא די פּאָליאַקן מיט זײער בױיקאָט, װאָס זײ בױקאָטעװען די ייִדן. װױ אַזױ איז דאָס געװאָרן? װועסטו האָרכן,
אַז ס'האָט זיך אָנגעהױבן דער קאָך האָבן אַלע ייִדישע שרײיַבערס, און דײַן מאַן מנחם־מענדל אױך בתוכם, גענומען גװאַלדעװען און שרײַבן פֿלאַם־פֿײַערדיקע אַרטיקלען אין די גאַזעטן, אַזױ און אַזױ, הבה נתחכמה, מיר װעלן דאָך זײַן ערגער פֿון ערגער, אַז מיר װעלן ניט מאַכן ידיאחת און ניט אַרױס קעגן דעם שׂונאס ,סװאָי דאָ סװעגאָ" מיט אַן אײגענעם;סװאָי דאָ סװועגאָ". האָבן זיך אַפֿילן געפֿונען חכמים, װאָס זענען אַרױס מיט זײערע אַרטיקלען און מיט דרשות אױף אַסיפֿות: ― סטײַטש, װוּ איז דאָס געהערט געװאָרן, טענהן זײ, אַז ייִדן זאָלן זיך װאָרענען מיט די אײגענע כּלי־זײן װאָס בײַ זײערע שׂונאים? למשל, זאָגן זײ, עמעצער זאָל אונדז הײסן צאָלן מיט אַ פּאָגראָם פֿאַר אַ פּאָגראָם, װאָלטן מיר דען ניט געמאַכט יענעם פֿאַר אַ משוגענעם? איז אײן מאָל אַװעק. והשנית, זאָגן זײ, װאָס איז דאָ דער גװאַלד, טאָמער זענען עטלעכע פֿױלישע קרעמערס, בור" זשוקעס הײסט עס אױף זײער לשון, אַרױסגעטראָטן קעגן עטלעכע ייִדישע קרע" מערס בורזשוקעס ― מה רעש? לאָזן זיך די קרעמערלעך, זאָגן זײ, רײַסן, לאָזן זי זיך בײיסן, װאָס געהערט זיך עס אָן מיטן כּללימענטש?… נאָר מער פֿון אַלץ האָט זײ פֿאַרדראָסן אױף מיר. סטײַטש, זאָגן זײ, מנחם־מענדל, װאָס איז קײן מאָל ניט געװען קײן בורזשוק, נאָר אַ שפּעגעלאַנט, זאָל ער זיך אָננעמען די קריװדע פֿון די בורזשוקעס און האַלטן פֿון אַ ייִדישן;סװאָי דאָ סװעגאָ? האָב איך אַפֿילו געהאַט יענעם בעלידרשן אָפּגעענטפֿערט מיט אַ לאַנגן בריװ און האָב אים אַװעקגעגעבן אַ רעכטע פּאָרציע! האָט דאָס אָבער מײַן רעדאַקטאָר פֿאַרבראַי קעװעט. די רידאַקטאָרעס האָבן אַ טבֿע ― זײ בראַקעװען. ער האָט געפֿונען אַז. ס'איז צוֹ פֿיל זידלערײַ… האָב איך אים אַפֿילו געפּרװוט אַ זאָג טאָן, אַז עס מאַכט זיך אַ מאָל, אַז ער אַלײן זידלט זיך אױך גאַנץ גוט אױס… האָט ער מיר
געענט144
פֿערט, אַז דערױף איז ער אַ רידאַקטאָר, אַז איך װעל זײַן אַ רידאַקטאָר, זאָגט ער, װעל איך זיך אױך זידלעןי.
הקיצור, ס'איז געװען אַ שרײיבעניש אױף טיש און אױף בענק און נאָך עד" היום־הזה הערט מען ניט אױף צו פֿײַערן און צו גװאַלדעװען:;סטײַטש, ייִדן װאָס שװײַיגט מען? פֿאַר װאָס זעט מען ניט פֿאַר װאָס טוט מען ניט?*,. און בסך"הכּל באַדאַרף איך דיר זאָגן דעם גאַנצן אמת, ס'זאָל זײ צו קײן חרפּה ניט זײַן, איך מײן טאַקע אונדזערע שרײיַבערס מײן איך, מען שרײַבט און מען שרײַבט און קומט צו עפּעס ― גײט מען אַלײן אין די פּױלישע קאַװיאַרניעס טרינקען טײ, כאָטש מען קוקט אױף זײ דאָרטן ױ דער הונט אױפֿן שליח־מנות, נאָר ױ זאָגט די מאַמע דײַנע: דער ייִך איז טרײף, זײַן גראָשן איז כּער.. טענה איך מיט זײ:;ברידערלעך, היתּכן, װי טוט איר דאָס אַזאַ זאַך! אַ חרפֿה, אַ בושה פֿאַר לײַטן! איך זאָג שױן ניט אונדזערע ייִדן אַ ײַד פֿאַר אַ ייִדן שעמט זיך װינציק, װאָס אָבער זײ, די פּאָליאַקן אַלײן, טײַטן דאָך אױף אײַך מיט די פֿינ"י גער!*… זאָגן זי:;װאָס זאָל מען טאָן, אַז ס'איז בדליבא? דאָס הײסט, אַז ס'איז ניטאָ קײן רעכטע ייִדישע קאַװיאַרניע אין װאַרשע..* זאָג איך:;אַז ס'איז ניטאָ, זעט מען ס'זאָל זײַן". זאָגן זײ:;אַדרבה, איר זענט דאָך עפּעס אַ ייִד מיט קאָמבינאַציעס, אַ ייִד װאָס קאַטאָרע מ'רופֿט אים מנחט־מענדל, טאָמער װאָלט איר צוגעטראַכט דערצו עפּעס אַ קאָמבינאַציע 7 זאָג איך:;גיט מיר אײן װאָך צײַט". זאָגן זײ:;אַפֿילו צװײ". בין איך אַװעק און האָב אױיסגעאַרבעט אַ פּראָיעקט אױף צען בױגנס פּאַפּיר װעגן אַ ייִדישע קאַװיאַרניע אױף אַקציעס. די קאַװיאַרניע זאָל זײַן סײַ פֿאַר שרײַבערס. סײי ניט פֿאַר שרײַבערס, און דאָרטן זאָל מען קריגן בזול ניט נאָר קאַװע, טײ, שאָקאָלאַד, ברױט מיט פּוטער וכדומה, דאָרט זאָל מען קאָנען קריגן צו יעדער צײַט במקח השװה עסן און טרינקען און אַ גלעזל ביר, און אַ פּאַפּיראָס, און אַ היטל אַז מ'דאַרף, און אַ העמד, און אַ מלבוש, און אַ שוך, און אַ באָד אַז מען װיל זיך אָפּבאָדן, און אַ מנין זאָל זײַן אַן אײגענער, און להבֿדיל אַ טעאַטער אױך אַן אײגענער מיט אַן אײגענעם ,הזמיר" און מיט ייִדישע קאָנ" צערטן, און פֿונעם ריװח, װאָס װעט בלײַבן נאָכן דעװועדענד פֿאַר די אַקציאָנערן, זאָל מען אױסהאַלטן אַלע נױטבאַדערפֿטיקע שרײַבערס אין װאַרשע, הן פֿון דער גאַנצער װעלט. און דאָרטן זאָלן זײַן דירות בזול אױף צו פֿאַרדינגען נאָר פֿאַר ייִדישע שרײַבערס, און אַלע רידאַקציעס זאָלן דאָרטן זײַן, די ײַדישע געװײנטלעך, און דאָרטן זאָל מען שרײַבן, און דאָרטן זאָל מען זײַן אַלע מאָל, און מ'זאָל כּסדר אַרומרעדן די ייִדישע לאַגע און זוכן עצות װאָס צו טאָן, מיט אײן װאָרט ― עוסק
165
זײַן זיך לטובֿת הכּלל, דעמאָלט װעלן אױף אונדז קוקנדיק די איבעריקע װאַרשעװער ייִדן אפֿשר אױך מאַכן זיך זײערע חבֿרות ― קרעמערס באַזונדער, בעל־מלאָכות באַזונדער, באַנקירן באַזונדער, לערערס באַזונדער ― יעדע חבֿרה ועט זיך האָבן איר קאַװיאַרניע מיט אירע געשעפֿטן, מיט אירע אינטערעסן, און אַלע אין אײנעם װעלן מיר זײַן אַזאַ כּוח, װאָס די פּאַָליאַקן װעלן זיך שעמען, באַגראָבן זיך נײַן אײלן, װעלן זײ קומען צו אונדז און װועלן זיך שלאָגן אָשמנו ― דעמאָלט װעלן מיר שױן װיסן װאָס צו טאָן… דערװײַל האַלט איך נאָך דעם פּראָיעקט בסוד, איך האָב נאָר דערצײלט פֿון אים ראָשיפּרקים פֿאַר כאַסקל קאָטיק, איז ױ באַלך ער האָט נאָר דערהערט דאָס װאָרט;/חבֿרה", אַזױ איז ער אױפֿגעשפּרונגען און האָט מיך אָפּגעשאָטן מיט עצות ױ אַזױ איך זאָל דעם פּראָיעקט פּוצה מן המוח אַל הכולל זײַן, מײנט ער מוציא מן הכּוח אַל הפּועל זײַן. ער האָט שױן זאָגט ער, געמאַכט אַזעלכע חבֿרות אָן אַ שיעור. איך האָב ניט, זאָגט ער, אַזױ פֿיל האָר אין קאָפּ. ער איז אױף חבֿרות מאַכן גאָר אַ מזיק, זאָגט ער. אײן חבֿרה, זאָגט צֵר, האָט ער געמאַכט, הײסט זי, זאָגט עֶר, געוזר דלים". אױב איך ױל, זאָגט ער, גיט ער מיר אַ ביכל, צװײ ביכלעך, דרײַ ביכלעך פֿון זײַן חבֿרה;עוזר דלים", בכדי איך זאָל זיך אָפּלערנען פֿון אים און ניט מאַכן, זאָגט ער, קײן נאַרישקײטן. דאַנק איך אים זײער און זײער און זאָג אים, אַז ער זאָל זיך מיט זײַן ,עוזר דלים" עלטערן אין עושר און אין כּבֿוד, איך װעל מיך באַגײן אָן זײַן;עוזר דלים", דערװײַל איז איצט נאָך זײער הײס און דער גאַנצער עולם זיצט אױף דאַטשעס. טאַקע אױף פּױלישע דאַטשעס, כאָטש מען טרײַבט זײ פֿון דאָרט מיט שטעקנס. נאָר ייִדן פֿאָלן ניט אַראָפּ בײַ זיך. קומט דער זומער לױפֿט מען אױף דאַטשעס… לאָז נאָר װערן אַ ביסל קילער, און לאָז דער עולם זיך אַ ביסל צונױפֿפֿאָרן פֿון די דאַטשעס, אַזױ רוף איך זײ צונױף אין אחזמיר" און לײען זײ אסײרצהיהשם אַ ריפֿיראַט װעגן מײַן פּראָיעקט פֿון דער ייִדישער קאַװיאַרניע, און איך האָף אַז אױף מײַן ריפֿיראַט װעלן קומען אַלע און אַלע װועלן זײ זיך אָן מײַן פּראָיעקט אָנכאַפּן מיט בײדע הענט. דערװײַל באַדאַרף מען לױפֿן אין דער רידאַקציע געבן אַ שמעק, װאָס הערט זיך עפּעס מיט דער מלחמה װאָס צװישן די באָלגאַרן מיט די סערבן און מיט די גרעקן. װוער װעמען עס באַגראָבט און װוער האָט די מפּלה? װאָרעם אַז מען לײענט זײערע שרײַבעכצן, װאָס זײ שרײַבן, קומט אױס, אַז זײ האָבן אַלע די מפּלה… עס גלײבט זיך גאָר ניט, אַז מען לײענט ױ אַזױ;ברידער" באַגראָבן זיך אײנס דאָס אַנדערע לעבעדיקערהײט, עס גײט אַזש איבער אַ קעלט איבערן לײַב. שטעל דיר פֿאָר, אַז פֿאַר גרױסע היצן האָט מען אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך
206
די מלבושים און מען שלאָגט זיך אָדם נאַקעט, װי די מאַמע האָט זײ געהאַט.. און אַז מ'כאַפּט זיך אַרײַן אײנס דאָס אַנדערע אין אַ שטאָט אָדער אין אַ דאָרף, קױלעט מען אױס אַלעמען מיט די װײַבער און מיט די קינדער און מ'טוט אָפּ מעשׂים, אַשר לא יעשׂו!. קאָנסט פֿאַרשטײן עדיהיכן הדברים מגיעים, אַז דער מלך פֿון די גרעקן איז אַרױס מיט אַ פּראָטעסט צום יושר פֿון דער װעלט און טענהט: היתּכן הישמע כזאת, אַז די באָלגאַרן זענען אַרײַן אין אַ דאָרף פֿון גרעקן און האָבן מאַנס געװען אַלע מײדלעך און געריסן קינדער אױף דער האַלב! ― פֿונקט דאָס אײגענע װאָס אױף אַ ייִדישן פּאָגראָם, נאָר פֿאַר ייִדן איז ניטאָ ער ס'זאָל שרײיען און רופֿן צום יושר פֿון דער װעלט… מײנסטו װאָס טוען די באָלגאַרן? זײ זענען אױך ― אַרױס מיט אַ פּראָטעסט און רופֿן צום יושר פֿון דער װעלט, װאָס די רומענער װילן זײ באַפֿאַלן און צונעמען זײער האָב־און"גוטס. און די רומענער, מײנסטו, װאָס טוען 1 זײ שרײיען אױך יושר און יושר! אַלע גײען מיט יושר און בלוט גיסט זיך װױ װאַסער. מען שרײַבט אין די בלעטער, אַז דאָרט װזּ מען שלאָגט זיך איצט איז ניטאָ קײן טראָפּן װאַסער, נאָר בלוט… אין אַ שײנער צײַט לעבן מיר, זוגתי היקרה, ניטאָ װאָס צו רעדן! הלװאַי לעבן מיר דאָס איבער! און מחמת איך האָב קײן צײַט ניט מאַך איך דאָס בקיצור. אי"ה אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן מער באַריכות. לעת־עתה זאָל גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. זײ געזונט און קוש די קינדער שיחיו און גריס די שװיגער שתחי, און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך. ממני בעלך מ נחם־ מענדל
עיקרישכחתי ואָס זאָגסטו אױפֿן טערק! מען שרײַבט פֿון סאָפֿיע, אַז ער גײט טאַקע פֿאָרט אױף אַדרינאָפּאָל, אַן עװלה פֿון אים. איך גײ מיר מיט מײַן גאַנג: איך זאָג, אַן ס'איז נאָך ניט די צײַט.. הלװאַי סאָל אים אמ לױפֿן גלאַט,:
הנ"ל
167