מנחם־מענדל [2]

שלום עליכם (אַלע װערק)

שײנע־שײנדל פֿון פֿתרילעװקע צו איר מאַן מנחט־מענדל אין װאַרשע:

10

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם מענדל נ"י!

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זענען דאָ אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער. צװײט נס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, ס"אָל זיך זײ אַזױ גלוסטן צו לעבן אױף דער וװעלט, איך מײן טאַקע דײַנע שײנע לײַט, די דײַטשן ױ מיר גלוסט זיך דיר שרײַבן נאָך אַ מאָל פֿון דעם, ױ אַזױ זײ באַגײען זיך מיט אונדזערע מיגראַנטן, ערגער װי מיט סקאָט. ניט נאָר שרײַבן אָפּשרײַבן זאָל מען זי פֿון קדחת, נאָר עס ױלט זיך אַפֿילו ניט רעדן פֿון זײ, רעדן זאָלן זײ דיר פֿון היץ, און שעלטן זײ ױלט זיך אַװדאי ניט. פֿאַרשאָלטן זאָלן זײ װערן פֿון גאָט, די גאַנצע תּוכחה זאָל אױף זײ אױיסגעגאָסן װערן פֿאַר אונדזער בלוט, װאָס גיסט זיך אומברחמנותדיק אין אַלע גאַסן פֿון אַלע שטעט אױף דער גאַנצער װעלט, אָמן רבונױשל־עולם! נאָר אַזױ ױ איך האָב דיר צוגעזאָגט אַז איך װעל דיר שרײַבן אַלצדינג, איז פֿאַרפֿאַלן, װי זאָגט די מאַמע זאָל לעבן: עס שטײט גע" שריבן, אַז אַ ױיב גיט דעם מאַן אַ װאָרט, באַדאַרף זי האַלטן, װאָרעם אַ מױיל איז ניט קײן כאֲליװע… און אַגבֿ ביסטו דאָך עפּעס איצטער מיט גאָטס הילף אַ שרײי בער פֿון די שרײַבערס, װאָס שרײיבן אױף די געזעטן, באַדאַרפֿסטו דאָך האָבן פֿון װאָס צו שרײַבן, און אײדער שרײַבן דער רוח ױיסט װאָס, מלחמות מיט פּלאַי נעס מיט נעכטיקע טעג, איז שױן גלײַכער זאָלסט בעסער אַרײַנשרײַבן אין דײַן געזעט אָט דאָס װאָס נח שרײַבט צו זײַן ברודער פֿײַטלימשה באָס און דאָס בריװל, װאָס ברוך־לײב שרײַבט צו זײַן מאַמע פּערקעלע די אַלמנה. דאָס איז נײטיקער פֿון אַלע דײַנע שרײַבעכצן. איך גיב דיר זײ איבער אין קורצן, װאָרעם אַרױסשרײַבן דיר אַלצדינג װאָס זײ שרײיבן האָב איך קײן צײַט ניט, די קינדער װעלן באַלד אױפֿשטײן, באַדאַרף מען זי אָפּגעבן זײער אָנבײַסן און אָפְשִׁיקְן זי אין חדר אַרײַן,

מילא די צרות װאָס די בײדע, איך מײן טאַקע נח און ברוך:לײב, זענען אױסגעשטאַנען ביז דער גרענעץ, בין איך דיר מוחל. פֿײַטל־משה באָס איז ניט

158

קײן ליגנער, און אַפֿילו פּערקעלע די אַלמנה, װאָס די מאַמע רופֿט זי ,קלאָני מוטער* פֿאַר איר װײנען װאָס זי װײנט און פֿאַר אירע פּיסקעס װאָס זי מאַכט, װעט אױך ניט דערצײלן װאָס ניט געשטױגן ניט געפֿלױגן. אַז זײַן נח איז געקומען צו פֿאָרן צו דער גרענעץ ― אַזױ דערצײלט פֿײַטלימשה באַס ― האָט ער זיך שױן אַרומגעקוקט, אַז די שפּיל איז פֿאַרן טײַװל, די אַגענטן האָבן אים באַנומען פֿון ‏ קאָפּ ביז די פֿיס, צוגעזאָגט הרים־וגבעות, און אױסגעמאָטעט די קישקעס, ניט קײן בילעטן, ניט קײן געלט, ניט קײן גנבֿענען די גרענעץ ― גאָרניט! איז אָבער נח ניט קײן מלופּים־קינד, צװײ מאָל אַזױ גרױס ױ פֿײַטל, האָט ער זיך צעשריגן אױף אַ קול, אַז ער ועט זײ אַזױ און אַזױ, האָט מען אים געהרגעט, געשלאָגן. אַ גליק, װאָס זײַן בליומע האָט זיך אַרײַנגעמישט און װאָס די קינדער האָבן געמאַכט אַ גװאַלד, איז מען זיך צונױפֿגעלאָפֿן מענטשן און מ'האָט אים אָפּגע" ראַטעװעט. האָט אים גאָט צוגעשיקט נײַע אַגענטן, װאָס האָבן אים איבערגעפּעקלט איבער דער גרענעץ און אױסגעמאַנטאָטשעט דאָס איבעריקע ביסל געלט און געלאָזט שטעקן אין דער בלאָטע. אַ גליק, װאָס ער האָט זיך דערשלאָגן צום קאָמיטעט, װאָס האָט אים אָפּגעשיקט װײַטער, נאָר מיט אַזאַ מין אײַלעניש און מיט אַזאַ אימפּעט, אַז פֿאָרנדיק אין װאַגאָן האָט בײַ בליומען פֿון די הענט אַרױסגעגליטשט זיך אַ קינד פֿון אָנדערטהאַלבן יאָר, אַ מײדעלע אַ גאָלד, פֿײגעלע האָט דאָס געהײסן, איז בליומע שיִער ניט אַראָפּ פֿונעם זינען, און נח האָט געאַרבעט מעשׂים, געשריגן, געליאַרעמט, האָט מען אים געהרגעט, געשלאָגן. איז מען דאָך אָבער צװױשן ייִדן, האָט מען אים געגעבן אַן עצה ער זאָל אײַנגעבן מאָנען תרפּײט אַלפֿים פֿאַױן היזוק ― אַ קלײניקײט אַ קינד, כאָטש עס זענען דאָ בײַ אים גענוג, ניט פֿאַרי זינדיקן. נאָר, װי זאָגט די מאַמע: בײַם גבֿיר די מיליאָנען און בײַם אָרעמאַן די קינדער ― ױיסט מען ניט װאָס איז טײַערער.. האָט ער געפֿאָלגט און האָט אײַנגעגעבן, נאָר אױסגעלאָזט האָט זיך דערפֿון אַ בױדעם, װאָרעם אַז מ'האָט ניט דאָס לשון, מישטײנס געזאָגט, צו װאָס טױג אַ מענטש 1 ױ זאָגט די מאַמע: עס שטײט געשריבן, אַז גאָט האָט געװאָלט באַשטראָפֿן די װעלט, האָט ער אָפּגענומען בײַ די מענטשן דאָס לשו, אַזױ אַז אײנער האָט געזאָגט, למשל, גיב מיר ברױט, האָט מען אים דערלאַנגט אַ שטײן אין קאָפּ, און אַז ער האָט געבעטן אַ טרונק, האָט מען אים אונטערגעטראָגן אַ מעסער… דער שפּיץ איז ― בליומע איז קראַנק געװאָרן פֿאַר צרות און נח קאָן אָן איר מיט די קינדער װײַטער ניט פֿאָרן, זיצט ער אין געהאַקטע װוּנדן און שרײיבט בריװלעך צו זײַן ברודער פֿײַטל, ער זאָל אים העלפֿן מיט װאָס ער קאָן. שרײַבט ער אים, פֿײַטל הײסט עס, ער זאָל

159

זיך דאָרט אױססטאַרען אױף הוצאָות און קומען צוריק, שרײַיבט ער אים, נח הײסט עס, ער זאָל װיסן דער טױט זאָל אים זײַן, װעט ער שױן צוריק ניט קומען. די מאַמע איז גערעכט. זי זאָגט: אַזאַ כּוח האָט אין זיך דאָס אַמעריטשקע, אַז טאָמער פֿאָרט מען אַהין אַװעק, װועט מען גיכער ניט דערלעבן קומען אױפֿן אָרט אײדער אומקערן זיך צוריקי..

האָב איך דיר געפּטרט נחן. איצט װעסטו הערן אַ שײנס, װאָס ברוך־ לײב שרײיבט צו זײַן מאַמע פּערקעלע די אַלמנה. נאָר בײַ פּערקעלען װעסטו אַזױ גיך דערגײן אַ טאָלק, אַז אַלײן איז זי הײזעריק און רעדן רעדט עס ― אַ מיל מאָלט,. און באַלד עפּעס, איז אָדער געװײנט אָדער געמאַכט אַזעלכע פֿיסקעס, אַז עס מעג זײַן װי טראָװערדיק, גלוסט זיך לאַכן. פֿון אַלע אירע מעשׂיות, װאָס זי דער" צײלט זיך אָן פֿון איר זון און פֿון איר שנור און פֿון אירע אײניקלעך, איז אַרױסצובאַקומען נאָר אײן זאַך, אַז אַ צײַט זענען זײ אָפּגעלעגן אין אײנעם מיט נחן אין קיניסבערג ערגעץ אין אַ הקדש, געװאַלגערט זיך אױף פֿאַרפֿױלטע שטרױ, געגעסן אײן מאָל אין טאָג אַ שטיקל ברױט מיט װערעם, און אַלע מאָל איז בײי זײ קראַנק געװאָרן אַן אַנדער קינד אױף געזונטע אױגן, אַזױ לאַנג אַזױ ברײט ביז זײ האָבן זיך קױם מיט צרות פֿאַרשלעפּט קײן לאָנדאָן, און אַז זײ זענען געקומען קײן לאָנדאָן, האָט זיך ערשט אָנגעהױבן פֿאַר זײ דער אמתער גיהנום, װאָרעם כּל־זמן, שרײַיבט ברוך־לײב, זײ זענען געװען צװישן די דײַטשן, האָבן זײ די דײיטשן נאָך װי עס איז פֿאַרשטאַנען, װאָרעם אונדזער ייִדיש, שרײַבט ער, און זײער דײַטש, איז אַזױ װױ אַ פּױלישער מיט אַ ליטװאַק. ס/איז טאַקע פּריקרע, שרײַבט ער, אַז מ'הערט ױ אַ ליטװואַק זאָגט אױף ברױט ― ברײט און אױף פֿלײש ― פֿלײַס און אױף מילך ― מולאַך, נאָר פֿון דעסטװעגן שטױסט מען זיך װאָס ער מײנט, אַזױ איז, זאָגט ער, מיט די דײַטשן אױך. זײ לאַכן טאַקע פֿון אונדז ױ מיר רעדן און האָבן אונדז טאַקע פֿײַנט, זאָגט ער, װי חזיר, נאָר אַז מיצאָלט זײ געלט, פֿאַרשטײען זײ… נאָר דאָרטן אין לאָנדאָן, זאָגט ער, איז אַן אומגליק. מיר זענען דאָרטן, זאָגט ער, ערגער װױ די שטומע. און ערגער פֿון אַלץ, זאָגט ער, איז דאָס, װאָס די דאָרטיקע ייִדן מאַכן זיך אַז זײ פֿאַרשטײען אונדז ניט, אָדער זי פֿאַרשטײען אונדז טאַקע ניט. נאָר דאָס אַלצדינג, שרײַבט ער, איז נאָך אַלץ גאָרניט. אָט דאָס לאָנדאָן, שרײַבט ער, װאָלט געמעגט אײַנגעזונקען װערן אַזױ װי סדום, אײדער ער איז אַהין צו צו געקומען, װאָלט ער געהאַט, זאָגט ער, איצטער אַ זון מנשה. מנשה איז בײַ אים געװען, שרײַבט ער,

200

דער שפּיגל, און אױף אים האָט ער געלײגט אַלע האָפֿענונגען. האָט דאָס אים באַדאַרפֿט, שרײַבט ער, ברענגען צו טראָגן קײן לאָנדאָן, און אין לאָנדאָן דרײען זיך אַרום, שרײַבט ער, מײנסטנס צװישן די אָרעמע מיגראַנטן, אַזעלכע מענטשלעך, װאָס רעדן אָן מ'זאָל זיך שמדן. זײ זעען ייִדן נעבעך וערן אױסגעריסן, הונגערן, פֿאַסטן תּעניתים, פֿאַרנאַרן זײ צו זיך, זאָגן צו גאָלדענע בערג, האָדעוען און טרינקען אָן, גיבן אַ דאָקטאָר אומזיסט און אַלע רפֿווּת אַז מען דאַרף. ― און אַ גוטן טאָג… די ערשטע צײַט, שרײַבט ער, האָבן זײ גאָרניט געװװסט, װאָס מיט מנשהן טוט זיך. עפּעס איז ער געװען זײער פֿאַרטראַכט און מאָדנע פֿאַר" זאָרגט, פֿלעגט אַװעק און פֿאַרגעסן דעם זײ־געזונט, אַזױ לאַנג אַזױ ברײט, ביז ער איז אײן מאָל אַװעק און שױן צוריק ניט געקומען. נאָר אַ בריװל האָט ער צוגעשיקט, אַז מ'זאָל ניט איבערטראַכטן און מ'זאָל אים ניט זוכן און מ'זאָל אױף אים ניט װאַרטן, ער װעט שױן צוריק ניט קומען קײן מאָל, װאָרעם ער איז עױן ניט ער… װאָס פֿאַר אַ בשׂורה דאָס איז געוען פֿאַר טאַטע־מאַמע קאָן מען זיך שױן פֿאָרשטעלן! זײ בעטן אױף זיך, שרײַבט ער, דעם טױט אַלע טאָג, נאָר דער טױט װיל ניט קומען, װי זאָגט די מאַמע: ס'שטײט געשריבן, אַז דער אײבערשטער האָט גענומען בײַס מלאך־המװת די האַנט תקיעת־כּף, ער זאָל ניט גײן װוּ מען רופֿט אים, נאָר װוּ מען באַהאַלט זיך פֿון אים., דאָס אײגענע װאָס מיטן טאַטן עליו־השלום. װאָס װאָלט גאָט געאַרט, זאָגט זי, אַז דער טאַטע זאָל לעבן נאָך אַ יאָר צװאַנציק? װעמען האָט ער ענג געמאַכט און װעמענס זאַלץ און ברױט האָט ער געגעסן? נאָר אַז עס איז באַשערט, איז די באָבע ריקל בלינד און טױב און שלעפּט זיך און דער טאַטע ליגט אין דער ערד! אַזױ װױ פֿרומע"גיטל, אונדזער מומע לאהס טאָכטער, איז זיך מישבֿ יענע װאָך און שטאַרבט אַװעק. טרעף פֿון װאָס? פֿון אַ דערשרעק. זי איז געגאַנגען פֿון מאַרק אַהײם מיטן קאָשיק, האָט זי דערזען מ'לױפֿט און מ'קוקט אַרױף. האָט זי געמײנט, מי יודע װאָס, ― אַ פּאָנ" ראָם, אַ שׂרפֿה, אַ מגפֿה,.. צום סוף לאָזט זיך אױס, אַז ס'איז גאָר אַ לופֿטבאַלאָן, זאָגט מען, דורכגעפֿלױגן איבער כּתרילעװקע ― מײַנע צרות און דײַנע צרות און אונדזערע אַלעמענס צרות אױף זײער קאָפּ! איבער אַ לופֿטבאַלאָן איז נעבעך ראובֿן געבליבן אַן אַלמן און זײַנע קינדער יתומים ― דאָס איז נאָך ערגער, װאָרעם אַזאַ מכּה ראובֿנען און אַזאַ שטיק גאָלד מיר, װי ער װעט חתונה האָבן נאָך אַ מאָל, ױ עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק, דײַן באמת גע" טרײיַע פֿרױ שײנע־שײנדל

161

די ביכלעך, װאָס דו שרײַבסט אַז דו האָסט אַרױסגעשיקט פֿאַר די קינדער, זענען דערװוײַל נאָך ניטאָ. איך פֿאַרשטײ ניט פֿאַר װאָס? אָדער דו װעסט זי ערשט אַ מֿאָל אַרױסשיקן מירטשעם מיט אַן א"בערגעכאַפּטער פֿור, אָדער זײ גײען בי דיר צו פֿוס..

262