זײַ געזונט, װאָראָנקאָ!
דער העלד געזעגנט זיך אָפּ מיט זײַן שטעטעלע ― ער שװערט װעגן אוצר. ―
ער איז גרײט אַװעקצושענקען גערגעלען זײַנע אַלטע שיך. ― אַ נאַרישער אינצידענט מיט „פֿרומע די מױד“.
װיפֿל דאָס שטעטל האָט זיך ניט צוגעגעסן, װיפֿל די מענטשן זײַנען ניט נמאס געװאָרן, און װיפֿל פּיניעלע שימעלעס האָט אין זײַן צײַט ניט געמאַכט עס צו קלײנגעלט, האָט װאָראָנקאָ פֿאַרן אַװעקפֿאָר פֿון נחום װעװיקס קינדער אין דער גרױסער שטאָט אַרײַן צוריק באַקומען באַ זײ אין די אױגן דעם אַמאָליקן חן מיטן אַמאָליקן גלאַנץ, און עס האָט באמת האַרצעדיק באַנג געטאָן מיט דעם זיך צו שײדן.
גלײַך װי מיט עפּעס אַ לעבעדיקער זאַך, גלײַך װי מיט אַ ליבן און גע־ טרײַען חבֿר ― אַזױ האָט זיך שלום נחום װעװיקס געזעגנט מיטן שטעטל, אָנגעהױבן פֿון דעם הױף מיטן גאָרטן און מיט איטלעכס בײמעלע, װאָס האָבן שױן איצטער געהערט צו אַן אַנדערן, און אױסגעלאָזט מיטן באַרג, װאָס אַף יענער זײַט בית־המדרש, און מיט דער „לעװאַדע“, װאָס אַף יענער זײַט שטאָט, ― די ערטער, װוּ ער האָט פֿאַרבראַכט מיט זײַנע בעסטע חבֿרים, רעכענענדיק פֿון דעם ערשטן, פֿון שמואליק דעם יתום, ביזן לעצטן ― ביז גערגעלע־גנבֿ.
גאַנץ באַזונדער האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אַף יענעם אָרט, װוּ עס איז געלעגן, װעדליק שמואליק האָט געװוּסט כּמעט פֿאַר געװיס, באַהאַלטן דער אוצר; װי אַ פֿאַרכּשופֿטער איז ער געשטאַנען אײנער אַלײן אין אַ הײליקער שטילקײט, און אַ גאַנצע רײע פֿון מחשבֿות האָבן זיך דורכגעטראָגן אין זײַן קאָפּ: װאָס װעט זײַן מיטן דאָזיקן אוצר, טאָמער חס ושלום געפֿינט אים אַ גױ, ניט קײן ייִד?… און צי איז דאָס מעגלעך, אַז אַ גױ זאָל אים געפֿינען? ― דאָס קאָן װיסן נאָר אַזאַ מענטש, װי זײַן חבֿר שמואליק… װוּ קאָן זײַן איצטער שמואליק? צי װעט ער זיך באַגעגענען אַמאָל מיט שמואליקן? און װאָס װעט זײַן, אױב זײ װעלן זיך באַגעגענען? ― אַז זײ װעלן זיך באַגעגענען ערגעץ־װוּ, איז דאָס ערשטע װעלן זײ מסתּמא בײדע קומען צו פֿאָרן אַהער אַף אַ קורצע צײַט, בײדע אינאײנעם, באַקוקן נאָך אַמאָל די אַלע ערטער, װוּ זײ האָבן אינאײנעם פֿאַרבראַכט זײערע בעסטע ייִנגלשע יאָרן. און דערנאָך װעלן זײ זיך אַ נעם טאָן צום אוצר אַף אַלע כּלים: פֿריִער װעט אײנער פֿאַסטן תּעניתים, דערנאָך דער אַנדערער, און אַז זײ װעלן פֿאַרטיק װערן מיט די תּעניתים און מיטן תּהלים־זאָגן, װעלן זײ נעמען זוכן דעם אוצר. און אַז זײ װעלן געפֿינען דעם אוצר, װעלן זײ זיך מיט אים צעטײלן אַף דער האַלב, חלק כּחלק ― און אַך! סאַראַ יום־טובֿ דאָס װעט זײַן! דעם גרעסטן חלק, פֿאַרשטײט זיך, װעט באַקומען דער טאַטע, נחום װעװיקס. דערנאָך דער פֿעטער ניסל ― אױך אַ היבשן חלק. דערנאָך דער פֿעטער פּיניע און די איבעריקע קרובֿים פֿון דער משפּחה. גאָר אַ גרױסער טײל פֿונעם אוצר װעט אַרײַנפֿאַלן טאַקע דאָ גופֿא, צו די װאָראָנקאָװער ייִדן. משה דעם שוחטס װײַב, די אַלמנה נעבעך ― איר דאַרף מען געבן אַזױפֿיל, אַז זי זאָל ניט רײדן פֿון חתונה האָבן און זאָל פֿאַרשפּאָרן זיך שלעפּן קײן כװאַסטעװ צו אירע אָרעמע קרובֿים, װאָס האָבן אַלײן קױם אַ טאָג איבערצוקומען. די 2 גבאיטעס, „פֿרומע די מױד“ און „פֿײגעלע אַשמדאַי“, כאָטש זײ האָבן דאָס נישט פֿאַרדינט, װעלן אױך פֿונדעסטװעגן באַקומען אַזױ פֿיל, װאָס זײערע מאַנען האָבן עס אַפֿילו אין חלום ניט געזען. די אַלטע רודע־בתיה, װאָס באַקט בײגל, בלינעס און קאָרזשעס און האַלט־אױס מיט אירע געשװאָלענע הענט אַ גאַנצע משפּחה, װאָלט שױן געמעגט אַף דער עלטער, נישקשה, זיך אַביסל אָפּרוען. און מלך דער שמשׂ, און גדליה דער שכּור ― פֿאַרװאָס זאָל מען זײ דורכלאָזן? צי, אַשטײגער, שמואל־אלי דער חזן קלאָגט זיך, אַז ס'איז אים דאָ ענג, ער האָט אַ קול און װאָלט געקאָנט זינגען אַ סך בעסער פֿון די גרעסטע חזנים אין דער װעלט, װען ער זאָל האָבן נאָטן ― באַדאַרף מען זען, אַז ער זאָל האָבן נאָטן. בלײַבט־איבער איצטער נאָר אײן גערגעלע־גנבֿ. װאָס טוט מען מיט דעם יונג, אַז ער זאָל װערן אױס גנבֿ? קודם דאַרף מען זען, אַז זײַן מאַמע זאָל װערן אױס קעכן, און זײַן שטיפֿטאַטן דעם העקער באַדאַרף מען קױפֿן אַ שטוב אַן אײגענע, און געלט באַדאַרף מען אים אָנשיטן פֿולע קעשענעס, און זאָגן אים בפֿירוש, אַז דאָס איז ניט צוליב אים, נאָר צוליב זײַן שטיפֿזון גערגעלע ― ער זאָל אים אױפֿהערן צו שלאָגן און צו רופֿן גנבֿ…
באַ די געדאַנקען װאַקסט־אױס גערגעלע־ננבֿ! אַ באָרװעסער, װי אַלע מאָל, און אַן אָפּגעריסענער.
― װי קומסטו אַהער?
― און דו?…
זײ צערײדן זיך און לאָזן זיך גײן. שלום איז אים מודיע, אַז ער פֿאָרט־אַװעק. גערגעלע װײס עס. ער האָט שױן געהערט און געזען אַפֿילו די בױד מיט די דרײַ פֿערד.
― געזען? װאָס זאָגסטו אַף זײ?
― אַף װעמען?
― אַף די פֿערד.
― װאָס זאָל איך זאָגן? פֿערד…
― און די בױד װי געפֿעלט דיר?
― אַ בױד…
גערגעלע איז נישט אױפֿגעלײגט, נישט גוט געלױנט. זײַן חבֿר װיל אים מאַכן פֿרײלעכער.
― דו װײסט? איך האָב נאָר־װאָס פֿון דיר געטראַכט, ביסטו אָנגעקומען אַקוראַט אינמיטן…
― טאַקע? װאָס האָסטו געטראַכט, אַשטײגער?
― איך האָב געטראַכט… איך האָב דיר אין זינען געהאַט באַם אוצר…
― באַ װאָסער אוצר?
שלומען װערט שלעכט: זאָל ער אים זאָגן, צי זאָל ער אים ניט זאָגן? גערגעלע פֿרעגט נאָכאַמאָל: „װאָסער אוצר?“ עס העלפֿט נישט ― מע מוז אים זאָגן. און ער דערצײלט אױס װעגן אוצר. גערגעלע װערט נײַגעריק: „װוּ־זשע געפֿינט ער זיך, דער אוצר?“ זײַן חבֿר װערט נאָך ערגער: זאָל ער אים זאָגן, צי זאָל ער אים נישט זאָגן? אין גערגעלעס אױגן צינדט זיך אָן אַ פֿײַערל: „װאָס האָסטו מורא זאָגן ― איך װעל אים אױסכאַפּן?“… שלום האָט שױן חרטה, װאָס ער האָט גאָר אָנגעהױבן, און ער רעדט צו אים מיט דעם אײגענעם טאָן, װי פּיניעלע שימעלעס האָט אַמאָל מיט א י ם גערעדט ― פֿון אױבן אַראָפּ.
― נאַרעלע, און אַז איך װעל דיר אַפֿילו זאָגן װוּ, װעסטו אױך אַהין נישט קאָנען צוקומען, װאָרעם מע דאַרף דערצו קאָנען קבלה ― איז אײנס; און צװײטנס, באַדאַרף מען פֿאַסטן פֿערציק תּעניתים און אַפֿן אײן־און־פֿערציקסטן טאָג…
― און אַפֿן אײן־און־פֿערציקסטן טאָג ביסטו אַ שוטה! ― שלאָגט אים איבער גערגעלע און כאַפּט אַ קוק אַראָפּ אַף זײַן חבֿרס שטיװעלעך. אַפּנים, זײ זײַנען אים געפֿעלן.
― נײַע?
זײַן חבֿר װערט װי פֿאַרשעמט: שפּאָגל־נײַע שטיװעלעך אין דער צײַט, װען גערגעלע איז אַ באָרװעסער! און ער רופֿט זיך אָן צו גער־געלען:
― אױב דו װילסט, קום מיט מיר צום פֿעטער ניסלען, װעל איך דיר עפּעס שענקען…
― עפּעס שענקען? פֿאַר װאָס ניט?… ― גערגעלע איז גאַנץ צופֿרידן, און בײדע מאַכן זײ גיכע טריט. געקומען אַהײם צום פֿעטער ניסלען, טרעפֿן זײ דאָרט אַ גאַנצע כאַליאַסטרע פֿרײַנט און גוטע פֿרײַנט, װאָס האָבן דערהערט, אַז אַ פֿור איז געקומען צו פֿאָרן נאָך נחום װעװיקס קינדער, זײַנען זײ דאָס געקומען זיך געזעגענען און לאָזן גריסן זײערע טאַטע־מאַמע גאָר פֿרײַנטלעך…
צװישן דער כאַליאַסטרע האָבן זיך געפֿונען אױך די צװײ גבאיטעס, „פֿרומע די מױד“ און „פֿײגעלע־אַשמדאַי“, דערװײַלע אַלײן, אָן זײערע מאַנען. שפּעטער אַביסל װעלן קומען די מאַנען אױך זיך צו געזעגענען און צו לאָזן גריסן. אַלע קוקן אַף די קינדער מיט רעספּעקט ― מענטשן פֿאָרן אין אַ גרױסער שטאָט, קײן פּערעיאַסלאַװ! מע רעדט שױן צו זײ גאָר מיט אַן אַנדער לשון. מע גיט זײ עצות, װי אַזױ זײ זאָלן פֿאָרן און װוּ זײ זאָלן זיך אָפּשטעלן אין באַרישפּאָליע. דער פֿעטער ניסל שענקט זײ צו שנעל, װי זײַן שטײגער איז, און פֿרעגט די שקצים, אױב זײ װעלן שרײַבן אַלע װאָך, צװײ מאָל אַ װאָך, אַלע טאָג!… שמואל־אלי דער חזן בעט, זײ זאָלן איבערגעבן פֿון אים גאָר אַ באַזונדערן גרוס דעם טאַטן און זאָגן, אַז זינט יענער איז אַרױסגעפֿאָרן פֿון דאַנען, האָט ער, שמואל־אלי, נאָך אײן שאָך אַפֿילו ניט געשפּילט, װאָרעם װאָראָנקאָ איז אַ פּוסטע! די מומע האָדל איז מיטאַמאָל געװאָרן גוט, כאָטש לײג זי צו צו אַ מכּה. זי האָט געזאָגט, אַז זי פֿאַרשטײט ניט, װי אַזױ שיקט מען דאָס אַרױס קינדער הונגעריקע? און װאָס איז דאָס פֿאַר אַ שפּײַז אין װעג אַף צװײ מעת־לעת קיכלעך, האַרטע אײער און באַרן? די קינדער װעלן דאָך אױסגײן פֿון הונגער! און זי האָט גענומען פּאַקן זײ אין װעג אַרײַן װאָס זי האָט געקאָנט: שמאַלץ אין אַ קלײן טעפּעלע, אַ סלאָיעקל פֿאַרצוקערטן אײַנגעמאַכטס, אַפּנים, פֿון פֿאַראַיאָרן זומער, און פּאָװידלע, נאָר אַזאַ זױערע, װאָס מע קאָן דערזען קראָקע מיט לעמבעריג!
אין דער צײַט, װאָס די מומע האָדל האָט געפּאַקט אין װעג אַרײַן און די קינדער זײַנען געװען פֿאַרנומען מיטן געזעגענען זיך, האָט זיך דערװײַל אָפּגעשפּילט אַ קלײנע טראַגעדיע צװישן „פֿרומע די מױד“ און גערגעלע־גנבֿ. פֿרומע האָט דערזען גערגעלען, האָט זי אַ קוק געגעבן אַף אים מיטן בלינדן אײגל און אַ פֿרעג געטאָן באַ פֿײגעלע־אַשמדאַי: „װאָס טוט דאָ דער גנבֿ?“… האָט גערגעלע ניט געװאַרט, ביז יענע װעט ענטפֿערן, און האָט פֿון זײַן זײַט אַ פֿרעג געגעבן: „װאָס טוט דאָ די בלינדע?“… עס װאָלט געקאָנט אַרױס דערפֿון אַ מיאוסער סקאַנדאַל, װען שלום נעמט נישט זײַן חבֿר גערגעלע פֿאַר אַ האַנט און פֿירט אים ניט אַרױס אין הױף אַרײַן (אין אַזאַ טאָג מעג מען אַלצדינג, אַפֿילו חבֿרן זיך מיט גערגעלע־גנבֿ).
― איך האָב געזאָגט, איכל דיר עפּעס שענקען אַ זאַך? נאַ!…
און שלום נחום װעװיקס, צופֿרידן פֿון זײַן פֿילאַנטראָפּיע, שטרעקט אױס זײַן חבֿר גערגעלע־גנבֿ זײַנע אַלטע שטיװעלעך, אַרױסגענומען פֿון אונטער דער פּאָלע. גערגעלע, אַפּנים, האָט זיך געריכט אַף אַן אַנדער מין מתּנה, ניט אַף אַ פּאָר אַלטע שטיװעלעך. און דערצו איז ער געװען צעקאָכט פֿונעם אינצידענט מיט דער בלינדער פֿרומע און נישט צופֿרידן מיט דעם, װאָס זײַן חבֿר האָט פֿון אים פֿאַרלײקנט דעם אָרט פֿונעם אוצר,