― קיצלען? װאָס הײסט דאָס: מיט איר קיצלען?
― קיצלען װײסט איר ניט װאָס הײסט? אָט װעל איך אײַך װײַזן, װי אַזױ אַ מכשפֿה קיצלט.
און פֿײגעלע־אַשמדאַי האָט זיך אַ לאָז געגעבן מיט די צעפּאַטלטע האָר, באַװײַזן, װי אַזױ אַ מכשפֿה קיצלט. פֿריִער האָבן די ייִנגלעך געלאַכט; דערנאָך האָבן זײ גענומען זיך אָפּשלאָגן פֿון איר, זיך באָרען. חבֿרה האָבן זיך רעכט אײַנגעפּלאָנטעט איר אין די צעפּאַטלטע האָר, איר אײַנגעטײלט קלעפּ מיט קולעקעס, מיט בוכענצעס, װי גאָט האָט געבאָטן. פֿײגעלע האָט זיך כּלומרשט באַשיצט, נאָר ס'איז געװען צו זען, אַז די קלעפּ זײַנען איר אײַנגענעמען… זי האָט צוגענומען די קלעפּ און געװאָלט נאָך… דאָס פּנים האָט איר געפֿלאַמט. די אױגן (העל־נרינע אױגן, װי באַ אַ קאַץ) האָבן געגלאַנצט. אַקעגן דער שײַן פֿון דער לבֿנה האָט זי אױסגעזען, װי אַן אמתע מכשפֿה! נאָר ערגער פֿון אַלץ איז געװען דאָס, װאָס די דאָזיקע מכשפֿה האָט זײ ניט נאָר בײַגעקומען אַלעמען, נאָר זי האָט זײ יעדן אײנציקװײַז אַרומגענומען, צוגעקװעטשט צום האַרצן און געקושט, געקושט גלײַך אין די ליפּן אַרײַן!…
אָ גליק, װאָס דאָס איז געװען פֿאַר הושענא־רבה, אײדער דאָס קװיטל איז נאָך אָפּגעחתמעט, און מע קען נאָך אױסבעטן באַם רבונו־של־עולם, ער זאָל דאָס דאָזיקע ניטװילנדיקע קושן זיך מיט אַ נקבֿה נישט פֿאַררעכע־ נען פֿאַר אַ צו גרױסע עבֿירה, װאָרעם גאָט איז אַן עדות, אַז דאָס איז געװען ניט במזיד, נאָר בשוגג…
פֿון װאַנען האָט זיך גענומען אָט די פֿײגעלע־אַשמדאַי? װאָס פֿאַר אַ באַשעפֿעניש איז דאָס געװען: אַ רוח? אַ שד? אַ גלגול? אָדער דער שׂטן המקטרג האָט זיך פֿאַרשטעלט אינעם געשטאַלט פֿון אַ נקבֿה, בכדי צו ברענגען אומשולדיקע קינדער צו אַזאַ עבֿירה ― זיך קושן קעגן זײער אײגענעם רצון מיט אַ מײדל?…
15
ד ע ר ל ץ
אַ „דאָמאָװיק“, װאָס טוט־אָפּ מעשׂים. ― געכאַפּט דעם לץ. ― מע מאַכט חתונה אַן אױסגעלאָזענע מױד און זי װערט אַן אשה צנועה
װער פֿײגעלע־אַשמדאַי איז געװען ― האָט זיך גיך אַרױסבאַװיזן, און אַף אַזאַ װוּנדערלעכן אופֿן, אַז ס'איז כּדאַי צו דערצײלן.
דעם זעלבן װינטער ― אַרום חנוכּה איז דאָס געװען ― קומט צו פֿאָרן אָט דער ליפֿשיץ פֿון הלובאָקע מיט אַ נײַעס, אַז באַ אים אין שטוב האָט זיך פֿאַרנאַדעט אַ לץ, אַ „דאָמאָװיק“, װאָס מאַכט אים אומגליקלעך!… תּחילת האָט דער „לץ“ ― אַזױ דערצײלט ליפֿשיץ ― געמאַכט פֿון זײ נאָר חוזק: אַלע נאַכט האָט ער איבערגעבלעטערט די גמרות, צעריסן די סידורים מיט די חומשים, איבערגעקערט די טעלער אין שאַפֿע, צעבראָכן די טעפּ, אַרײַנגעװאָרפֿן אין פּאָמעניצע דאָס תּפֿלין־זעקל, דעם געמאָלטן מזרח, און משה מאָנטעפֿיאָרען אױסגעדרײט מיטן פּנים צו דער װאַנט ― און מע זאָל דאָס הערן, איר זאָלט זאָגן, אַפֿילו אַ שאָרך פֿון עמעצן! שפּעטער האָט דער לץ אָנגעהױבן אױסלײדיקן און איבערקערן זײ אַלע קעשענעס, אַרױסגנבֿענען דאָס קלײנגעלט פֿון טישקעסטל, צוגענומען און פֿאַרטאַכטאָרעט ערגעץ דעם װײַבס פּערל ― אַ רײנער אומגליק!… איז ער, הײסט עס, איצטער געקומען צו זײַן קרובֿ, צום נחום װעװיקס, פֿרעגן אַן עצה, װאָס טוט מען? צי זאָל ער מעלדן אין סטאַן? צי זאָל ער פֿאָרן קײן טאַלנע צום רבין? צי זאָל ער זיך גאָר אַרױסקלײַבן פֿון הלובאָקע?
אױסגעהערט די מעשׂה, האָט אים נחום װעװיקס מער ניט אַ פֿרעג געטאָן: „און װוּ שלאָפֿט דאָס דינסטמײדל? און װי אַזױ איז זי מיט דער בעל־הביתטע?“… ליפֿשיץ האָט זיך אַזש געפֿונען באַלײדיקט: ערשטנס, איז פֿײגל זײערע אַן אָרעמע קרובֿה, װאָס זײַן װײַב װיל זי חתונה מאַכן, געבן נדן, און ס'איז איר באַ זײ גוט, װי די װעלט; און צװײטנס, שלאָפֿט זי װי אַ געהרגעטע ערגעץ װײס איך װוּ, אין קיך, באַ דער פֿאַרשלאָסענער טיר!
― האָט זי ניט עפּעס באַקאַנטע אין דאָרף?… ― האָט אים נחום װידער אַ פֿרעג געגעבן, און ליפֿשיץ איז שױן גאָר אין כּעס געװאָרן און צעשריִען זיך:
― פֿון װאַנען האָבן זיך גענומען צו איר באַקאַנטע אין אַ דאָרף פֿון סאַמע גױים? צי אפֿשר מײנסטו, אַז דער לץ דאָס איז פֿײגל?…
― חס וחלילה! ― האָט אים נחום װעװיקס געענטפֿערט און גוט אױסגעלאַכט זיך פֿון זײַן נאַרישן קרובֿ, געפּרוּװט אים איבערצײַגן, אַז קײן לצים און קײן „דאָמאָװיקעס“ זײַנען בכלל נישטאָ. ליפֿשיץ האָט אָבער נישט געװאָלט הערן אַפֿילו. ער האָט געשװאָרן, ער זאָל אַזױ דערלעבן הערן שופֿר של משיח, װי ער האָט אַלײן געהערט באַנאַכט אַ סאָפּען פֿון אַ מין לעבעדיק באַשעפֿעניש, אַ קראַצן פֿון נעגל, און אַף מאָרגן האָט מען געזען אין קיך עפּעס משונה־מאָדנע סימנים פֿון הינערשע פֿיסלעך אַפֿן אױסגעשאָטענעם זאַמד, װאָס אַף דער ערד.
דערזען, מיט װעמען ער האָט צו טאָן, האָט נחום װעװיקס אַ דרײ געגעבן, װי מע זאָגט, דעם דישל צוריק: עס קאָן זײער זײַן, אַז דער לץ איז אַ לץ. נאָר װאָס דען? ער װאָלט אַ בעלן געװען זײַן דערבײַ… אױב ער װיל, לאָז ער מיטנעמען אים, נחומען, צו זיך אין דאָרף אַרײַן ― ער װיל זען מיט זײַנע אױגן… און װיבאַלד אַז שױן יאָ פֿאָרן, זאָל שױן מיטפֿאָרן אױך זײַן ייִנגערער ברודער, ניסל װעװיקס, אָדער ניסל ראַבינאָװיטש.
― מײַן ניסל ― האָט נחום געגעבן צו פֿאַרשטײן ― איז אַ יונגערמאַן אַ כװאַט, אַ מענטש װאָס פֿילט זיך, קײן עין־הרע, אין כּח. ער האָט שױן אַמאָל אױסגעפּאַטשט אַ סטאַנאָװאָי פּריסטאַװ, איז צו גאָט אַ האָפֿענונג, אַז ער װעט קאָנען גובֿר זײַן אַ לץ אױך… פֿאָרן מיר?
― מיטן גרעסטן כּבֿוד! ― האָט זיך ליפֿשיץ אָנגעכאַפּט מיט בײדע הענט, און אַלע דרײַ האָבן זיך גוט אָנגעפּעלצט מיט װאַרעמע יענאָטענע פּעלצן, זיך אַרײַנגעזעצט אין אַ ברײטן שליטן און זײַנען אַװעק צו ליפֿ־שיצן אין דאָרף אַרײַן, קײן הלובאָקע.
געקומען אין דאָרף שױן פֿאַרנאַכטלעך, האָט מען די ליבע געסט זײער שײן אױפֿגענומען, געקאָכט פֿון זײערטװעגן אַ מילכיקע װעטשערע, און מע האָט געשמועסט די גאַנצע צײַט פֿון דעם לץ, װאָס האָט זיך באַ זײ פֿאַרנאַדעט.
שפּעטער, בעת פֿײגל האָט דערלאַנגט צום טיש, האָט נחום געמאַכט אַ גאַנץ ברײטן שמועס װעגן דעם, אַז ער און זײער גאַנצע משפּחה, די ראַבינאָװיטשעס, הײסט עס, האָבן פֿון געבױרן אַ מאָדנע האַרטן שלאָף, כאָטש נעם און טראָג זײ אַרױס מיט די בעטלעך, כאָטש שיסט אין זײ מיט האַרמאַטן! נאָר פֿונדעסטװעגן האָבן זײ פֿאַר אַ דיבוק, פֿאַר אַ לץ און פֿאַר אַ „דאָמאָװיק“ קײן מורא ניט, כאָטש זײ פֿירן מיט זיך געלט, װאָרעם זײ זײַנען נישט קײן נאַראָנים: דאָס געלט האַלטן זײ באַ זיך גוט אײַנגענײט, מחילה, אין די אונטערשטע בגדים, װעלכע זײ טוען קײנמאָל ניט אױס, און זײ גלױבן גלאַט ניט אין דיבוקים, לצים און „דאָמאָװיקעס“, מכשפֿים און נאָך אַזעלכע זאַכן ― װײס איך װאָס! דאָס האָבן שׂונאים אױסגעטראַכט און נאַראָנים גלױבן זײ!…
דערױף האָט זײ ליפֿשיץ געענטפֿערט בתּמימות, אַז ס'װאָלט געװען אַ גרױסער יושר, אַז דער לץ זאָל זיך אַ נעם טאָן צו זײ הײַנטיקע נאַכט, זײ זאָלן װיסן, מיט װאָס מע עסט דאָס. און אָט אַזױ האָט מען דעם אָװנט פֿאַרבראַכט אַלץ אין אַזעלכע שמועסן, געהײסן דערלאַנגען װײַן, און בײדע ברידער האָבן זיך געמאַכט כּלומרשט, װי מען איז שױן שיכּורלעך, און מע האָט זיך געלײגט שלאָפֿן, אױסגעלאָשן די ליכט, און די געסט האָבן זיך גיך געלאָזט הערן מיט אַ כראָפּען, אײנער העכער פֿונעם אַנדערן ― אַ גאַנצער קאָנצערט.
אַרום האַלבער נאַכט האָט זיך דערהערט אַ געשרײ, מיט אַ געשלעג, מיט מאָדנע קולות, אַף ייִדיש און אַף גױיִש, אַזױ אַז די ליפֿשיצעס האָבן זיך אױפֿגעכאַפּט אין אײן ציטערניש, אָנגעצונדן פֿײַער, און פֿאַר זײערע אױגן האָט זיך באַװיזן אַזאַ מין בילד: באַ נחומען אין די הענט איז געלעגן פֿײגעלע־אַשמדאַי אַ געבונדענע און געריסן זיך מיט אַלע כּחות, און ניסל (געװען אַ ייִד אַ גבֿר) האָט זיך געראַנגלט מיט כװעדאָר דעם װאָלאָסטנאָי שרײַבער פֿון דאָרף, װאָס האָט אים צעביסן און צעבלוטיקט די הענט, נאָר ניסל האָט אים געפּאַקט, געבונדן װי אַ באַראַן ― און אַז ס'איז געװאָרן טאָג, האָט מען זײ בײדן, פֿײגל די מױד און כװעדאָר דעם שרײַבער, אָפּגעפֿירט אין װאָלאָסט אַרײַן. דאָרט האָט מען געשטעלט צװײ עמער בראָנפֿן, און מע איז געקומען צו אַזאַ מין ספּראַװע: אַזױ װי כװע־דאָר איז אַלײן דער װאָלאָסטנאָי שרײַבער, זאָל ער זיך מודה זײַן און אָפּגעבן אַלצדינג, װאָס ער האָט דורך דער מױד באַ די ליפֿשיצעס אַװעקגעלקחנט, װעט מען אים נאָר מקײם פּסק זײַן, דאָס הײסט, פֿון דער גרינג אָפּשמײַסן, און מע װעט מאַכן אַ שװײַג. און צו דער מױד האָט מען זיך גענומען מיט גוטע רײד, אַז איבערגעבן זי אין גױיִשע הענט װיל מען זיך בשום אופֿן, כאָטש זי איז אַן אַשמדאַי, אַ הולטײַקע און ערגער פֿון אַ משומדת… מע פֿאָדערט פֿון איר נאָר, זי זאָל אױסזאָגן, װוּ די פּערל און די איבעריקע זאַכן זײַנען, און מע גיט איר אַ תּקיעת־כּף, אַז מע נעמט זי צו אין שטאָט אַרײַן און מע גיט איר אַ חתן, טאַקע שױן און טאַקע באַלד און אַפֿן שענסטן אופֿן, מיט כּלי־זמר און מיט חתונה־קלײדער און מיט אַ חופּה־װעטשערע, װי אַן ערלעכער, אַ כּשרער ייִדישער טאָכטער.― קײן פֿױגל װעט ניט װיסן פֿון דער גאַנצער מעשׂה, קײן האָן װעט ניט קרײען!
און אַזױ איז דאָס טאַקע געװען. אַ חתן האָט מען איר געגעבן אַ יונג מיט בײנער, משה־הערש האָט ער געהײסן, אַ דאַמסקי שנײַדער. די ראַבינאָװיטשעס זײַנען געװען די מחותּנים און די אונטערפֿירער. אַף דער חתונה איז געװען די גאַנצע שטאָט און אױך „נאַטשאַלסטװע“. מע האָט אױסגעטרונקען אָן אַ שיעור פֿלעשער מיט װײַן און מיט ביר, און ניסל ראַבינאָװיטש מיטן סטאַנאָװאָי פּריסטאַװ האָבן בײדע אַזױ געטאַנצט, אַז מע האָט באַדאַרפֿט גײן קוקן אַף חידושים!
נאָך דער חתונה איז פֿײגעלע געװאָרן ניט צו דערקענען. פֿרום װי אַ רביצן, ניט געקוקט קײן מאַנצביל גלײַך אין די אױגן אַרײַן, און מיט נחום װעװיקס ייִנגלעך איז זי גלײַך װי קײנמאָל נישט געװען באַקאַנט. און אַז מע האָט באַדאַרפֿט אין שטאָט עמעצן מאַכן אַ נדבֿה, נעמען אַ פֿעטשײלע און גײן איבער די הײַזער, איז זי געװען פֿון די ערשטע. אַז מע שמועסט אַן אשה כּשרה, אַ גבאיטע, איז דאָך ניט שײך! נאָר אײנס צום