פֿונעם יריד

שלום עליכם (אַלע װערק)

איז מען שױן במילא נאָכגעגאַנגען אים, װי אַ קעלבל, און געטאָן אַלצדינג, װאָס דער יצר־הרע האָט געהײסן טאָן. און דער יצר־הרע האָט שױן אַזאַ גליק, אַ ז א י ם פֿ אָ ל ג ט מ ע ן אַ ס ך מ ע ר, װ י ד ע ם י צ ר ־ ט ו בֿ. עס העלפֿט נישט קײן שום מוסר־זאָגן מיט קײן שום מאָראַל פּרעדיקן. אַדרבה ― װאָס מער דער יצר־טובֿ פֿלײַסט זיך, אַלץ שטאַרקער אַרבעט דער יצר־הרע. איך האָב מורא אַרױסצורײדן, נאָר מיר שײַנט, אַז ס'זאָל ניט זײַן קײן יצר־טובֿ, װאָלט דער יצר־הרע נישט געהאַט װאָס צו טאָן…

13

גנבֿה, קאָרטנשפּיל און אַנדערע עבֿירות

די קינדער העלפֿן דער מאַמע אַפֿן יאַריד. ― קאָרטן לכּבֿוד חנוכּה. ― בערל דער אלמנהס לערנט גנבֿענען. ― אַ יונג אַן אױסװוּרף.

מיט נחום װעװיקס קינדער האָט זיך דער יצר־הרע באַגאַנגען, װי אַ מערדער. לא די װאָס די קונדסים האָבן פֿאַרקנײטשט דאָס דאַװנען, העכער האַלב איבערגעהיפּערט און געזאָגט דער באָבען אַ גרױסן ליגן, אַז זײ האָבן אױסערן דאַװנען נאָך געזאָגט עטלעכע קאַפּיטלעך תּהלים, ― האָבן זײ נאָך פּשוט אױסגעלערנט זיך גנבֿענען, נאַשן, קאָרטן־שפּילן און נאָך אַנדערע עבֿירות… פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס אַלצדינג איז געגאַנגען בהדרגה, אײנס האָט מיטגעשלעפּט דאָס אַנדערע, װי אין פּסוק שטײט געשריבן: עבֿירה גוררת עבֿירה… און געגאַנגען איז דאָס אָט װי אַזױ:

איך האָב אײַך שױן, דאַכט זיך, געזאָגט אױבן, אַז די װאָראָנקאָװער ייִדן האָבן געלעבט פֿונעם גױ, און איבערהױפּט פֿון די גרױסע יאַרידים, װאָס האָבן געהײסן מיטן נאָמען „קראַסנע טאָרגעס“. אַף די דאָזיקע יאַרידים האָבן ייִדן אַרױסגעקוקט, האָבן זיך געטומלט, געמאַכט געשעפֿטן, געלײזט געלט, און גױים האָבן געטאָן זײערס ― זײ האָבן געגנבֿעט, און איבערהױפּט די גױעס. ס'איז גאָר ניט געװען אױסצושטײן און אײַנצוהיטן זיך פֿון זײ! אָט האָט איר באַ אײנער אַרױסגעטרײסלט פֿון אַרבל אַ פֿאַטשײלע, אָדער אַ סטענגעלע, און אָט האָט שױן די אַנדערע גױע אַװעקגעלקחנט אונטער דער נאָז אַ חלבֿן ליכטל, אָדער אַ באָקסער. װאָס טוט מען? איז די מאַמע, חיה־אסתּר נחום װעװיקס, געפֿאַלן אַף אַן עצה: אַװעקגעשטעלט אירע ייִנגלעך אין קלײט, זײ זאָלן אַכטונג געבן, מע זאָל ניט גנבֿענען ― און חבֿרה האָבן איר גוט און געטרײַ אַכטונג געגעבן: אַ חוץ װאָס מע האָט אָנגעשטופּט פֿולע קעשענעס מיט באָקסערן, מיט טיטון, מיט ניסלעך און מיט טרוקענע פֿלױמען, האָט מען זיך נאָך צוגעכאַפּט צום גרינעם קעסטעלע, װוּ דער „פּדיון“ איז געלעגן, און אַקוראַט בעת די מאַמע האָט זיך פֿאַררעדט מיט אַ קונהטע, האָט מען אַרײַנגערוקט אין קעשענע אַ פּאָר מזומנע מטבעות, האַרטע זעקסערלעך, און מען איז אַװעק מיט זײ דערנאָך אין חדר און דאָרט פֿאַרנאַשט אַף בלינעס, קאָרזשעס, מאָנעלעך, אַרבעסלעך און סעמעטשקעס, אָדער ― גאָר פֿאַרשפּילט אין קאָרטן.

שפּילן אין קאָרטן איז געװען אַ מין חולאת, אַן עפּידעמיע אין אַלע ייִדישע חדרים, װאָס גענומען האָט זיך עס פֿון חנוכּה און איז פֿאַרבליבן אַפֿן גאַנצן װינטער. עם איז באַװוּסט, אַז חנוכּה איז אַ מצװה צו שפּילן. װער סע שפּילט אין דרײדל, און װער סע שפּילט אין קאָרטן. אמת, מיר מײנען נ י ש ט חלילה קאָרטן ממש, אָפּגעדרוקטע קאָרטן; מיר רײדן דאָ פֿון געמאַכטע, פֿון ייִדישע קאָרטן, פֿון „למ″ד־אַל″ף־קאָרטן“. נאָר ס'איז אַלץ אײנס. דער אײגענער יצר־הרע מיטן אײגענעם אַזאַרט. געקומען חנוכּה, האָט דער רבי אַלײן נישט נאָר געהײסן שפּילן ― ער האָט אױך גענומען אָנטײל אינעם שפּילן און איז, אַדרבה, פֿאַרקערט, געװען צופֿרידן אָפּגעװינען באַ זײַנע תּלמידים דאָס גאַנצע חנוכּה־געלט. און פֿאַרשפּילן דעם רבין דאָס חנוכּה געלט איז געװען אַ פֿאַרגעניגן און אַ כּבֿוד און אַ פֿרײד. יעדנפֿאַלס ― בעסער צו פֿאַרשפּילן דעם רבין דאָס חנוכּה־געלט, אײדער זײַן פֿון רבין אַ געשמיסענער ― דאָס װעט, דאַכט מיר, צוגעבן יעדער פֿאַרשטענדיקער מענטש…

דערפֿאַר אָבער, אַז ס'איז אַװעק חנוכּה, איז געװען אױס יום־טובֿ און אױס קאָרטן! דאָס הײסט, דער רבי האָט אָנגעזאָגט מיטן האַרבן װאָרט: הזהר והשמר ― טאָמער װעט מען זיך דערװעגן עמעצער צורירן זיך צו אַ קאָרט, אָדער אַפֿילו רײדן פֿון קאָרטן, אָדער טראַכטן װעגן קאָרטן, איז אַחת דתו להמית ― אין ער אַ געשמיסענער!…

אַפּנים, אַז דער רבי איז אַלײן געװען אַמאָל אַ רעכטער קונדס און האָט ליב געהאַט אַ קערטל נישט נאָר לכּבֿוד חנוכּה. װאָרעם אַז ניט, פֿון װאַנען נעמט זיך צו אים גאָר דער דאָזיקער געדאַנק?… װי אַזױ די מעשׂה איז, נאָר זײַנע תּלמידים האָבן דעם גאַנצן װינטער נאָך חנוכּה געשפּילט אין קאָרטן מיט אַ סך מער היץ און מיט נאָך אַ גרעסערן אַזאַרט, װי חנוכּה. מע האָט פֿאַרשפּילט די אָנבײַסנס מיט די מיטאָגס, מע האָט פֿאַרשפּילט װוּ װער ס'האָט געהאַט אַ מזומנעם גראָשן, און אַז ס'איז ניט געװען קײן געלט און שפּילן האָט זיך געװאָלט, האָט מען געזוכט כּל־ערלײ װעגן אַף צו קריגן געלט. װער עס האָט זיך דערגריבלט צו רב־מאיר־בעל־נס־פּושקע און דורך אַ שטרױעלע מיט װאַקס אַרױסגעקריגן פֿון דאָרטן אײנציקװײַז די פֿאַרװײנטע גראָשנס, װאָס די מאַמע האָט אַהין אַרײַנגעװאָרפֿן אַלע פֿרײַטיק פֿאַרנאַכט פֿאַר ליכט־בענטשן. װער עס האָט זיך אַן עצה געגעבן, דורך אַ שליחות אין מאַרק, עפּעס אַראָפּכאַפּן אַ פּאָר גראָשנס „קאָמיסיע“. און װער עס האָט זיך פּשוט דערביװעט צום טאַטנס בײַטעלע, אָדער צו דער מאַמעס קעשענע, באַ דער נאַכט, װען אַלע שלאָפֿן, און אױסגעטרײסלט פֿון דאָרט װיפֿל עס האָט זיך געלאָזט. און דאָס אַלצדינג איז געטאָן געװאָרן מיט די גרעסטע פּחדים און מיט דער גרעסטער ריזיקע. און דאָס אַלצדינג איז אַװעק אַף קאָרטן־שפּיל אין למ″ד־אַל″ף!

די פֿראַגע איז נאָר געװען: װ ע ן און װ וּ? און װי אַזױ שפּילט מען, אַז דער רבי זאָל ניט געװױרע װערן? דערפֿאַר האָבן שױן געזאָרגט די חבֿרים פֿון דער עלטערער כּתּה; אַזעלכע ייִנגלעך, װי אלי קײלעס, אַ חתן־בחור, אַ געלער, מיט אַ זילבערנעם זײגער, און בערל דער אַלמנהס, גלאַט אַ בחור מיט גראָבע ליפּן און מיט מאָדנע געזונטע צײן, װאָס קאָנען ברעכן אײַזן. עס האָט שױן דעמאָלט זיך געשיט אים אַ בערדל ― און ער אַלײן איז שולדיק אין דעם: װײַל ער רײכערט ציגײַערן. אַזױ האָט בערל אַלײן געזאָגט אַף זיך. „אַ סימן האָט איר, ― האָט ער געטענהט ― אָט הײבט איר אָן צו רײכערן ציגײַערן, װעט זיך באַ אײַך אױך אָנהײבן אױסשיטן בערדלעך“… און ער האָט אױסגעלערנט אַף אַ טשיקאַװעס אַ סך חבֿרים „רױכערן ציגײַערן“. און נישט נאָר רײכערן האָט ער זײ אױסגעלערנט ― ער האָט זײ באַװיזן אַ װעג, װי אַזױ מע קריגט דעם מאַטעריאַל אַף צו רײכערן… דאָס הײסט, בעסער געזאָגט ― ער האָט זײ אױסגעלערנט גנבֿענען. פֿאַרשטײט זיך, אַז פֿאַר זײַן אױסלערנען האָט בערל באַקומען באַצאָלט ― טאַקע מיט „טיטון“ און מיט פּאַפּיראָס־פּאַפּיר.

און בערל האָט זיך געהאַט זײַן סיסטעם: דער, װאָס האָט אים געפֿאָלגט און געבראַכט טיטון מיט פּאַפּיראָס־פּאַפּיר ― דער איז געװען אַ װױל ייִנגל, אַ חבֿר. און װער ס'האָט מורא געהאַט, אָדער נישט געקאָנט גנבֿענען ― דער האָט באַ אים געהײסן „אַ קװאַטש און אַ לעמעשקע“ און איז אַרױס פֿון חבֿרשאַפֿט, און אַז ס'איז אים אָפּגעגאָלטן, האָט ער נאָך געכאַפּט געשלאָגן אױך, טאַקע פֿון אים אַלײן, פֿון בערלען הײסט עס. פֿאַרקריגן זיך אַף בערלען אָדער באַקלאָגן זיך אַף אים ― איז געװען אוממעגלעך, װאָרעם דאָס װאָלט געהײסן אַרױסגעבן זיך אַלײן ― און דערױף זײַנען געװען װינציק העלדן. דעריבער האָט מען געטאָן אַלצדינג, װאָס בערל דער אַלמנהס האָט געהײסן, און מען איז געזונקען מיט אים װאָס