פֿונעם יריד

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס באַקאַנטע באַראַניעפּאָליע, דער װאַלד, דער לאַן, די „קלאַדבישטשע“, דו װינטמילן, װאָס זעען־אױס פֿון דער װײַטן װי ריזן, װאָס מאַכן מיט די הענט: „אַהערצוצו! אַהערצוצו!“… נאָך עטלעכע מינוט ― און אָט איז שױן דעך הױף. די גרױסע װײַסע שטוב מיט די צװײ גאַניקעס. נײן. עס איז אַ ספֿק, אױב עס קאָן זײַן אַ גרעסערע שׂמחה, װען אַן אײגן קינד קומט אַ באַפֿרײַטער אַהײם צו די פֿאָטער און מוטער. דער העלד האָט געהאַט צו דערצײלן און צו דערצײלן נסים ונפֿלאָות פֿונעם „פּריזיװ“ ― יציאת־מצרים! נאָר דאָס סאַמע װיכטיקסטע, װי ער האָט זיך געהאַט געגרײט, האָט ער נ י ט דערצײלט, און די קאָרטן האָט ער פֿאַרן אַלטן לאָיעװ נ י ט אױפֿגעדעקט… דאָס האָט ער אָפּגעלײגט אַף מאָרגן, אַף שפּעטער… און דערװײַל איז פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ טאָג און אַ טאָג, אַ װאָך און אַ װאָך. ביז עס איז געקומען אַ קאַטאַסטראָפֿע גאָר אומגעריכט, דורך אַ זײַטיקן פּאַרשױן, װאָס האָט דעם אַלטן געעפֿנט די אױגן אַף דעם ראָמאַן…

דאָס איז געװען אַ ייִדענע אַ חכמה מיט אַ װײַטן קוק, דעם אַלטנס אַ קרובֿה פֿון באַרדיטשעװ, מיטן נאָמען טױבע. מיר רופֿן זי די „מומע טױבע פֿון באַרדיטשעװ“. אַז איר װעט זיך באַקענען מיט איר, װעט איר זען, אַז דער נאָמען פּאַסט איר. נאָר װעגן איר ― אַ באַזונדער קאַפּיטל.

73

די מומע טױבע פֿון באַרדיטשעװ

די מומע טױבע קוקט־נאָך די יונגעלײַט. ― דער אַלטער לאָיעװ װערט געװאָר

פֿונעם סוד ― די קאַטאַסטראָפֿע ― דער העלד לאָזט זיך אין דער װעלט אַרײַן

אַ באַלײדיקטער ― מע כאַפּט־איבער זײַנע בריװ, און ער בלאָנדזעט אין דער פֿינצ־ טערער נאַכט

אין דער אמתן האָט זי דאָרט קײנעם ניט אָנגעקערט קײן מומע. סך־הכּל איז זי געװען דעם אַלטן לאָיעװס אַ קוזינע. נאָר, װי געזאָגט, דער נאָמען „מומע“ האָט איר געפּאַסט צום פּנים. אַ ייִדענע ניט קײן שײנע, מיט אַ ראַבעטינע געפּינטלט פּנים און מיט אַ לאַנגער נאָז ,האָט זי פֿאַרמאָגט אַ פּאָר זײער קלוגע אױגן, װאָס אַז זײ קוקן אַף אײַך, נעמען זײ אײַך דורך און דורך. באַ איר מאַן, זאָגט מען, גײט זי אין ספּאָדיק, פֿירט אַלע געשעפֿטן, איז גאַנץ רײַך. און געקומען איז זי אַהער צוגאַסט נאָך אַ סך יאָרן, װאָס מע האָט זיך נישט געזען.

פֿאַרשטײט זיך, אַז פֿאַר אַזאַ מומע, װאָס איז געקומען אַזש פֿון באַרדיטשעװ, האָט דאָס פּריצישע לעבן אין דאָרף אױסגעזען גענוג נײַ און װילד, און זי האָט אַף יעדע זאַך געקוקט מיט אירע באַרדיטשעװער אױגן און האָט יעדע זאַך באַװוּנדערט. מיט דעם אַלטן לאָיעװ איז זי געװען אַף „דו“ און האָט אים אַלצדינג אַרױסגעזאָגט, װאָס זי דענקט און װאָס איר געפֿעלט און װאָס נישט.

למשל, איר איז געפֿעלן דאָס לעבן אין דאָרף, די לופֿט, די קי, די פֿערד, די פֿרישע מילך, װאָס הערט זיך פֿון דעם די פּאַשע, דאָס ברױט פֿון די אײגענע װײצן. אַלץ שמעקט מיט ערד, אײגענע האָרעװאַניע ― אַלצדינג גוט, אױסגעצײכנט גוט. אַפֿילו דאָדי דער נאַטורמענטש איז איר געפֿעלן. איז זי אָבער ניט אײַנפֿאַרשטאַנען מיט איר קוזינס דיסציפּלין, װאָס ער פֿירט זיך שױן צופֿיל מעשׂה פּריץ. אַ ייִד אַ פּאָמעשטשיק, לױט איר פֿאַרשטאַנד, קלעפּט זיך עפּעס ניט… אָדער, אַשטײגער, לאָמיר זאָגן דאָס, װאָס ער איז אַ גוטער פּאָסעסאָר, אַ ליבהאָבער פֿון ערד ― מהכתּיתי, אַבי גאָט העלפֿט, מע קאָן מאַכן געלט, װערן אַ גבֿיר, פֿאַר װאָס ניט? זי װאָלט זיך אפֿשר אױך ניט אָפּגעזאָגט דערפֿון… נאָר צו װאָס דאַרף מען זיך אַזױ דערװײַטערן פֿון ייִדן? ― אָט װאָס זי פֿאַרשטײט ניט. פֿאַר װאָס פֿאָרט ער ניט אַרױס קײן באָסלאַװ, אַז עס קומט אַ ייִדישער יום־טובֿ? און װידער האַלט זי אים פֿאָר, למאַי ער לאַכט־אָפּ פֿון אַן ערלעכן ייִדן, אַן „אײניקל“ מיט אַ גרינער שאַל, װאָס פֿאַרבלאָנדזשעט צו אים נאָך אַ נדבֿה? אַ נדבֿה גיט ער, און נאָך מיט אַ ברײטער האַנט, נאָר ער מאַכט חוזק פֿונעם ייִדן. „אַמער גיב ניט און מאַך ניט חוזק“… אַזױ טענהט מיט אים די מומע טױבע פֿון באַרדיטשעװ.

און נאָך אַ זאַך. דער מומע טױבע איז געפֿעלן דער לערער. אַ גאַנץ פֿײַנער בחור ― מע קאָן ניט זאָגן. און אַ קענער. און דערצו נאָך אַ „טאַטנס אַ קינד“ ― איז דאָך אַװדאי גוט. נאָר װוּ שטײט דאָס געשריבן, אַז אַ לערער דאַרף זײַן אַ נאָענטער מחותּן מיט דער שילערן? און לױט איר מײנונג, איז דער דאָזיקער לערער שױן צו אַ נאָענטער מחותּן מיט זײַן שי־לערן. פֿון װאַנען װײס זי דאָס? ― די מומע טױבע װײס. די מומע טױבע האָט אַן אױג. די מומע טױבע האָט זיך געגעבן די מי נאָכצוקוקן דעם יונגן פּאָר אַף טריט און שריט, און זי האָט אַלײן געזען מיט אירע אױגן, װי זײ האָבן געגעסן פֿון אײן טעלער. װוּ איז דאָס געװען? באַ דאָדין. די מומע טױבע פֿון באַרדיטשעװ האָט שױן באַלד פֿונעם ערשטן טאָג באַמערקט, אַז דאָס מײדל „גײט־אױס נאָכן בחור“ און אַז דער בחור „איז די כּפּרה נאָכן מײדל“… דאָס זעט־אַרױס, האָט זי געזאָגט, יעדער מענטש, סײַדן אפֿשר דער, װאָס איז אָדער אַ בלינדער אַף בײדע אױגן, אָדער ער װיל ניט זען װאָס באַ אים אונטער דער נאָז טוט זיך… ס'איז גאַנץ גענוג, האָט די מומע טױבע געזאָגט, מע זאָל זיך צוקוקן, װי די צװײ זיצן באַם טיש און װאַרפֿן זיך דורך מיט אַ קוק, רײדן זיך איבער מיט די אױגן… פֿון דעמאָלט אָן, זאָגט זי, האָט זי פֿון זײ קײן אױג ניט אַראָפּגעלאָזט. די מומע טױבע האָט זיך ניט געפֿױלט נאָכקוקן נאָך זײ, בעת זײ זיצן און לערנען, בעת זײ גײען שפּאַצירן, אָדער בעת מע זעצט זיך פֿאָרן.

אײנמאָל ― אַזױ האָט די מומע טױבע דערצײלט פֿאַרן אַלטן ― האָט זי זײ באַמערקט אַרײַנשפּאַצירן צו דאָדי דעם עקאָנאָם אין שטיבעלע אַרײַן. איז איר די מעשׂה באַלד נישט געפֿעלן: „װאָס האָבן אַזעלכע קינדער צו טאָן באַם עקאָנאָם אינעם אָרעמען שטיבל?“ פֿױלט זי זיך ניט, די מומע טױבע פֿון באַרדיטשעװ, און כאַפּט אַ קוק אַרײַן צו דאָדין דעם עקאָנאָם דורכן פֿענצטער און דערזעט, װי דאָס פּאָרל עסן בײדע פֿון אײן טעלער. װאָס זײ האָבן געגעסן ― װײס זי ניט. נאָר געזען האָט זי, זי זאָל אַזױ זען אַלדאָס גוטס, װי מע עסט און מע רעדט און מע לאַכט… „איז דאָך ממה־נפֿשך: איז דאָס אַ שידוך ― איז מהכתּיתי. באַדאַרפֿן דאָך טאַטע־מאַמע װיסן. אלא װאָס דען ― ס'איז אַ ליבע? אַ ראָמאַן? באַדאַרפֿן דאָך אַװדאי טאַטע־מאַמע װיסן דערפֿון… װאָרעם ס'איז אַ סך געזינטער און בעסער און שענער געבן דער טאָכטער פֿאַר אַ חתן אַן אָרעמען לערער, װאָס פֿאַרמאָגט אינגאַנצן אײן פּאָר העמדער, אײדער װאַרטן, ביז דער דאָזיקער לערער װעט אַנטלױפֿן מיט דער טאָכטער אין אַ פֿינצטערער נאַכט קײן באָסלאַװ, אָדער קײן טאַראַשטשע, אָדער קײן קאָרסון, און דאָרטן שטעלן אַ שטילע חופּה“…

אָט דאָס זײַנען געװען די טענות פֿון דער מומע טױבע, װי עס האָט זיך נאָכדעם אַרױסבאַװיזן. און אַנטדעקט האָט זי דאָס איר קוזין בסוד־סודות, אַ האַלבע שעה פֿאַר איר אַװעקפֿאָרן. און אירע װערטער האָבן געפֿונען אַן אָפּקלאַנג אין האַרצן פֿונעם אַלטן לאָיעװ, װאָרעם אַז ער איז אַרױסגעגאַנגען מיט זײַן קרובֿה זי צו באַגלײטן, איז ער געװען אַ צעקאָכטער און האָט דעם גאַנצן טאָג נאָכדעם ניט אױסגערעדט מיט קײנעם אַ װאָרט אַפֿילו. ער האָט זיך פֿאַרשפּאַרט באַ זיך אין חדר און האָט זיך שױן מער יענעם טאָג ניט באַװיזן.

אַף דער נאַכט איז געקומען צו פֿאָרן דער זון דער משׂכּיל, יהושעקע, און איז שױן געבליבן נעכטיקן אין סאָפֿיעװקע. עפּעס האָט זיך דאָרט געטאָן. עפּעס האָט זיך געקאָכט. מע האָט זיך פֿאַרשלאָסן מיטן אַלטן אין די אַלקערס און מע האָט זיך געסודעט. מע האָט געהאַלטן, אַפּנים, אַ פֿאַמי־ליענראַט. די שילערן האָט זיך געקליבן גײן אַפֿן שפּאַציר מיטן לערער ― האָט מען זי אָפּגעהאַלטן. צום טיש איז מען ניט געגאַנגען אַלע אינאײנעם, װי אַלע טאָג, נאָר יעדער באַזונדער איז געקומען אין אַן אַנדער צײַט, אָפּגעגעסן, אױפֿגעשטאַנען און אַװעק צו זיך. עס איז פֿאָרגעקומען אין דער דאָזיקער שטוב עפּעס אומגעװײנלעכעס. אַ מאָדנע שטילקײט. די גרױזאַמע שטילקײט, װאָס טרעט־אַרײַן פֿאַר אַ שטורעם… װער װאָלט זיך דאָס געקאָנט ריכטן, אַז אַ פּאָר פֿילדײַטיקע װערטער, װאָס די מומע טױבע פֿון באַרדיטשעװ האָט אַרײַנגעװאָרפֿן, זאָל אָנאַרבעטן אַזאַ חתונה און ברענגען אַן איבערקערעניש אין אַ שטוב? עס קאָן זײַן אַז װען די מומע טױבע זאָל געװען װיסן פֿריִער, אַז אירס אַ װאָרט װעט ברענגען אַזעלכע רעזולטאַטן, װאָלט זי זיך ניט אַרײַנמישן אַהין, װוּ מע דאַרף ניט. ערשט העט־שפּעטער, אין אַ צײַט אַרום, איז מען געװױרע געװאָרן, אַז די מומע טױבע פֿון באַרדיטשעװ האָט באַלד חרטה געהאַט אַף דער גאַנצער מעשׂה און האָט געװאָלט כאַפּן צוריק, נאָר ס'איז שױן געװען צו שפּעט. האָט זי פֿאַרקערעװעט דעם דישעל און גענומען אײַנטענהן מיטן אַלטן, אַז דאָס אומגליק איז, אײגנטלעך, גאָרניט אַזױ גרױס, און אַז זי זעט ניט, װאָס האָט מען זיך דאָ אַזױ צו ערגערן? װאָס איז שולדיק דער בחור, װאָס ער איז אָרעם? „אָרעם איז קײן שאַנדע“, און ,,גליק איז באַ גאָט“. און נאָך אַזעלכע װערטער האָט זי אין אים אַרײַנגערעדט. עס האָבן אָבער ניט געהאָלפֿן שױן קײן װערטער. די גאַנצע טענה פֿונעם אַלטן איז געװען, אַז צום בחור, אײגנטלעך, האָט ער גאָרניט. נאָר װי אַזױ האָט מען געװאַגט פֿירן אַ ראָמאַן באַ אים אין שטוב אָן זײַן װיסן? און אַז זײַן טאָכטער זאָל נעמען אַ חתן אַן אָרעם־בחור אַרט אים אױך ניט. נאָר װאָס דען? װען ער, איר פֿאָטער, זאָל אים געבן. ניט זי זאָל אַלײן זיך אױסקלײַבן, גאָרניט האָבן זיך אָנגעפֿרעגט באַ אים! אָט דאָס האָט אים געקרענקט מער פֿון אַלצדינג.

די אַלע טענות מיט די רײד איז מען געװױרע געװאָרן ערשט נאָכדעם, אין אַ צײַט אַרום. דעמאָלט אָבער האָט דאָס פּאָרפֿאָלק, װי די כּשרע לעמעלעך, נישט געװוּסט, װער עס האָט זײ געשלײערט. זײ האָבן נאָר געפֿילט, אַז עפּעס קאָכט זיך. װאָס װעט זיך אױסקאָכן ― װעלן זײ זען מאָרגן. דער פֿרימאָרגן װעט זאָגן…

און אַז ס'איז געקומען דער פֿרימאָרגן און אונדזער העלד איז אױפֿגעשטאַנען, האָט ער שױן ניט געטראָפֿן קײנעם. ניט דעם אַלטן, ניט זײַן פֿרױ, ניט דעם זון, ניט זײער טאָכטער. װוּ זײַנען זײ אַלע? אַװעקגעפֿאָרן. װוּהין? מע װײס ניט… פֿון די מענטשן אין הױף קאָן קײנער ניט זאָגן. אַפֿן טיש איז געװען אָנגעגרײט פֿון זײַנעטװעגן אַ פּאַקעט. געעפֿנט דעם פּאַקעט, האָט ער געהאָפֿט צו געפֿינען אַ בריװ, אַ דערקלערונג. צום סוף איז אינעם פּאַקעט נישט געװען קײן אײן װאָרט אַפֿילו. דאָרט איז געלעגן נאָר געלט ― די שׂכירות, װאָס האָבן זיך צונױפֿגעקליבן פֿאַר דער גאַנצער צײַט ― און מער גאָרנישט. אין הױף איז געשטאַנען גרײט פֿונעם לערערס װעגן אַ שליטן (אין מיטן װינטער איז געװען די געשיכטע) און אַ װאַרעמע „באַ־ראַניצע“ אַף אײַנצודעקן די פֿיס. פֿון די מענטשן איז נישט געװען אַרױסצובאַקומען קײן אײנציק װאָרט. אַפֿילו דאָדי דער עקאָנאָם, װאָס װאָלט זיך פֿאַרן לערער און פֿאַר דער שילערן געלאָזט שנײַדן די הענט, האָט אַף אַלע נאָכפֿרעגענישן געענטפֿערט נאָר מיט אַ קנײטש מיט די פּלײצעס און מיט אַ זיפֿץ. די מורא פֿאַרן אַלטן איז באַ אים געװען שטאַרקער פֿון אַלץ… דערפֿון איז דער באַלײדיקטער לערער געװאָרן נאָך מער אױפֿגערעגט. ער האָט זיך פֿאַרלױרן, נישט געװוּסט װאָס צו טאָן. ער האָט זיך אַ פּאָר מאָל גענומען שרײַבן אַ בריװ, פֿריִער צום אַלטן, דערנאָך צום זון צום „משׂכּיל“, דערנאָך ― צו דער שילערן. עס האָט זיך אָבער ניט געשריבן. אַ קאַטאַסטראָפֿע איז דאָס געװען אַ גרױסע. נאָר אַף אַזאַ פּאַטש אין פּנים האָט ער זיך נישט געריכט… עס איז אים געװען אַ בזיון, אַ בזיון פֿאַר זיך אַלײן און פֿאַר די מענטשן. ער האָט דעריבער ניט געמאַכט קײן לאַנגע שהיות און האָט זיך אױפֿגעזעצט אַפֿן שליטן און האָט זיך געלאָזט פֿירן צו דער סטאַנציע, בכדי צו פֿאָרן פֿון דאָרטן ― װוּהין? ער װײס נאָך אַלײן ניט װוּהין. װוּ די אױגן װעלן טראָגן… נאָר דערװײַל, אײדער ער קומט צו דער באַן־סטאַנציע, האָט ער געהײסן דעם קוטשער זיך אָפּשטעלן אין באַראַניע־פּאָליע ― די פּאָסט־סטאַנציע, פֿון װאַנען סאָפֿיעװקע באַקומט איר קאָרעספּאָנדענץ. אין באַראַניעפּאָליע האָט דער העלד פֿון דער ביאָגראַפֿיע געהאַט אַ פֿרײַנט. איר קענט אים. דאָס איז געװען דער סמאָטריטעל פֿון דער סטאַנציע, אָדער דער פּאָסטמײַסטער, מאַלינאָװסקי.

בטבֿע איז מאַלינאָװסקי דער פּאָסטמײַסטער געװען אַ גױ אַ כאַבאַרניק און האָט ליב געהאַט, װי מיר װײסן שױן, דעם טרונק. פֿונעם אַלטן לאָיעװס פּאָסעסיעס האָט ער געהאַט אָפֿטע מתּנות: אַ זעקל װײץ, אַ װאָגן שטרױ, אַמאָל אונטער אַ יום־טובֿ אַ מזומנע מטבע. מיטן לערער און מיט דער שילערן האָט ער געשלאָגן בלאַט, און בכלל געװען אַ גוטער גױ.

באַ אים האָט זיך דאָס דער לערער אָפּגעשטעלט און פֿאַר אים האָט ער אַ ביסל אַנטפּלעקט זײַן האַרץ. ער האָט געהאַט אַ מײן דערבײַ, װאָס איז באַשטאַנען אין דעם, אַז ער, מאַלינאָװסקי, זאָל זײַן דער שליח אַף איבערצופּעקלען קאָנטאַרבאַנד ― אַ בריװ צו לאָיעװס טאָכטער, און איבערשיקן פֿון איר, אױב ס'װעט זײַן, אַן ענטפֿער. אױסגעהערט די בקשה, האָט דער פּאָסטמײַסטער מאַלינאָװסקי אױסגעצױגן אַ האַנט און געשװאָרן באַ גאָט, און טאָמער גלױבט מען אים ניט, האָט ער זיך איבערגעצלמט, אַז ער װעט אױספֿאָלגן אַלצדינג אַפֿן בעסטן אַרט. און אַזױ װי עס איז, הײסט עס, געשלאָסן געװאָרן צװישן גוטע פֿרײַנט אַ געשעפֿט, באַדאַרף מען דעם אָפּמאַך באַנעצן מיט אַ ביסל בראָנפֿן און פֿאַרבײַסן מיט אַ הערינג. עס האָט ניט געהאָלפֿן קײן שום תּירוץ. מע האָט זיך אַװעקגעזעצט בײדע און מע איז ניט אױפֿגעשטאַנען, ביז דאָס פֿלעשל איז געװאָרן לײדיק און מאַלינאָװסקי איז געװאָרן מלא און האָט זיך אַרומגעכאַפּט קושן מיטן לערער און האָט זיך פֿאַרשװאָרן נאָך אַ מאָל, און נאָך אַ מאָל זיך איבערגעצלמט, אַז ער װעט זײַנע בריװ איבערגעבן צו לאָיעװס טאָכטער גלײַך אין די הענט אַרײַן ― ער מעג שױן זײַן רויִק. װאָרעם מאַלינאָװסקי, אַז ער זאָגט אַ װאָרט, איז הײליק…

און כּך הװה: די ערשטע עטלעכע הײסע פֿלאַמפֿײַערדיקע ליבע־בריװ, װאָס דער העלד האָט אים צוגעשיקט אײנס נאָך דאָס אַנדערע, האָט דער פּאָסטמײַסטער מאַלינאָװסקי, װי עס האָט זיך אַרױסבאַװיזן נאָכדעם, אי־