פֿונעם יריד

שלום עליכם (אַלע װערק)

געלעגער!“ ― באַװײַזט זיך דיר אַ בעטל פֿון עלפֿנבײן, מיט גאָלד באַפּוצט, מיט אַן איבערבעט ― װײך װי פּוטער, און מיט זײַדענע קישעלעך צוקאָפּנס, און מיט אַן אַטלעסענע קאָלדרע איבערגעדעקט. ציסטו זיך אױס און װערסט אַנטשלאָפֿן, און עס חלומען זיך דיר מלאָכים מיט כּרובֿים, מיט שׂרפֿים, מיטן גן־עדן העליון, מיטן גן־עדן התּחתּון… אָדער, אַז ניט, טוסטו אַ רײַב מיטן שטײנדעלע, הײבסטו דיך גאָר אױף אין דער הײך ביז דער כמאַרע, און אַריבער דער כמאַרע, און דו פֿילסט זיך, װי אַן אָדלער, הױך־הױך! װײַט־װײַט!…

צי האָט אָט דער אָרעמער יתום מיט זײַנע װוּנדערלעכע מעשׂיות זיך װען אָפּגערופֿן נאָכדעם אין די שרײַבעכצן פֿון זײַן חבֿר שלום, בעת שלום נחום װעװיקס איז געװאָרן אַ „שלום־עליכם“ ― דאָס איז שװער צו זאָגן. אײן זאַך איז געװיס: זײַן פֿאַנטאַזיע האָט ער געמאַכט ,רײַכער, זײַן השׂגה ברײטער, און שמואליקס חלומות און שמואליקס טרױמען װעגן אוצרות, װוּנדערשטײנער און נאָך אַזעלכע גוטע זאַכן טראָגט ער באַ זיך טיף אין האַרצן נאָך עד־היום. אפֿשר אין אַן אַנדער פֿאָרעם, אפֿשר אין אַנדערע געשטאַלטן ― נאָר ער טראָגט זײ, ער טראָגט זײ ביז צו הײַנטיקן טאָג.

6

דער רבֿ אין גן־עדן

די פֿרײַנדשאַפֿט פֿון דװיד מיט יהונתן. ― דער לױתן מיטן שור־הבר. ― װי זעען אױס די צדיקים אַף יענער װעלט.

די שײנע, װוּנדערלעכע מעשׂיות פֿון שמואליק דעם יתום האָבן זײַן יונגן חבֿר אינגאַנצן פֿאַרכּשופֿט און געבראַכט דערצו, אַז די פּרינצן מיט די פּרינצעסינס זײַנען אים געגאַנגען צו חלום, געװעקט, געשלעפּט באַ די אַרבל: „שטײ־אױף, שלום, טו דיך אָן און קום מיט אונדז!“… און נישט נאָר אין חלום ― אױך אַף דער װאָר האָט ער זיך געפֿונען כּמעט שטענדיק צװישן פּרינצן און פּרינצעסינס, ערגעץ אין אַ קרישטאָלענעם פּאַלאַץ, אָדער אַפֿן פֿאַרגליװערטן ים, אָדער אַף אַ װיספּע, װוּ עס געװעלטיקן װילדע מענטשן, אָדער גאָר אין גן־עדן התּחתּון, װוּ עס געפֿינען זיך צװעלף ברונעמס מיט קװעקזילבער און דרײַצן גערטנער פֿון זאַפֿרען, און גאָלד און זילבער װאַלגערט זיך, אַזױ װי מיסט; אָדער ער הײבט זיך אױף, מיטן שטײנדעלע „ישפּה“, גאָר אין דער הײך, אַף יענער זײַט כמאַרעס… עס איז דערגאַנגען אַזױ װײַט, אַז ער האָט אָנגעהױבן אָנרופֿן די אַלע זאַכן באַם נאָמען און זעען זיך מיט זײ אַף יעדן טריט און שריט.

עטלעכע צונױפֿגעלײגטע באַלקנס אין הױף אײנס אַף דאָס אַנדערע זײַנען שױן געװען גענוג פֿאַר אים, ער זאָל זיך אַרױפֿכאַפּן אַף זײ גאַנץ הױך און זיך פֿאָרשטעלן, אַז דאָס איז אַ „װיספּע“, און ער איז דער פּרינץ, און די גענדז מיט די קאַטשקעס, װאָס שפּאַצירן־אַרום אין הױף, ― דאָס זײַנען די װילדע מענטשנפֿרעסער, און ער איז איבער זײ דער מלך, װאָס קאָן זײ טרײַבן װוּהין ער װיל און קאָן טאָן מיט זײ װאָס ער װיל, װאָרעם זײ זײַנען דאָך זײַנע אונטערטעניקע… עס איז גענוג געװען אַ שטיקל גלאָז טאָמער האָט ער געפֿונען, זאָל עס װערן באַ אים פֿאַרװאַנדלט אין אַ טײַערן װוּנדערשטײן, אַ מין „כּדכּד“… אַ שטײנדעלע, אַ פּראָסט, פֿון דער ערד אױפֿגעהױבן ― קאָן עס זײַן אפֿשר דאָס שטײנדעלע „ישפּה“ ― װער װײס? פֿױלט ער זיך ניט, נעמט און טוט דאָס אַ רײַב, אַז קײנער זעט ניט, אין דער רעכטער לאַץ און אַ זאָג, װי שמוליק זאָגט: „ס'זאָל מיר אַרױסגײן און אַרױסגײן…“

מער פֿון אַלץ אָבער האָבן זיך אײַנגעװאָרצלט אין אים שמואליקס מעשׂיות װעגן „אוצרות“. ער איז געװען מער װי זיכער, אַז ניט הײַנט איז מאָרגן, נאָר אַן אוצר מוז זיך אים אַנטפּלעקן. דאָס גאַנצע גאָלד װעט ער, געװײנלעך, אַװעקגעבן דעם טאַטן מיט דער מאַמען. דער טאַטע װעט שױן נישט דאַרפֿן זײַן אַזױ פֿאַרזאָרגט און פֿאַרטראָגן אין די געשעפֿטן. די מאַמע װעט פֿאַרשפּאָרן פֿרירן גאַנצע טעג אין קלײט. מיט דעם כּח פֿונעם שטײן „ישפּה“ װעט ער זײ אױסבױען אַ פּאַלאַץ פֿון קרישטאָל, אַרומגערינגלט מיט אַ גאָרטן פֿון סאַמע זאַפֿרען. און אין מיטן גאָרטן װעט זיך געפֿינען אַ ברונעם פֿון קװעקזילבער. אַ פּלעגהונט װעט היטן דעם אַרײַנגאַנג, און פּיפּערנאָטערס, שרעטעלעך מיט װילדע קעץ װעלן זיך דראַפּען אַף די בײמער. און ער, דער פּרינץ אַלײן, װעט אױסטײלן פֿון זײַן ברײטער האַנט די װאָראָנקאָװער אָרעמעלײַט נדבֿות, גרױסע נדבֿות און קלײנע נדבֿות, איטלעכן אַזאַ נדבֿה, װי ער פֿאַרדינט.

עס איז געװען שװער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז די צװײ געליבטע חבֿרים, שלום נחום װעװיקס און שמואליק דער יתום, זאָלן װען אַמאָל זיך דאַרפֿן צעשײדן אַף אײביק און אײביק. ערשטנס, גלאַט למאַי זאָלן זיך חבֿרים שײדן? און אױסער דעם, האָבן זײ זיך געשװאָרן בײדע באַ גאָט און איבערגעשלאָגן מיט אַ ציצה, אַז אײנער אָן דעם צװײטן זאָל נישט אַװעקפֿאָרן קײנמאָל ניט אין ערגעץ ניט, און אַז װאָס ס'זאָל זיך מיט זײ ניט טרעפֿן און װוּ זײ זאָלן ניט מגולגל װערן, זאָלן זײ תּמיד זײַן אײן נפֿש, אײן נשמה. דאָס איז געװען אַ ליבשאַפֿט, װי צװישן דװיד מיט יהונתן. נײט ריכט זיך אַף אַזאַ מעשׂה, אַז דער רבֿ, װאָס איז טאַקע געװען אַפֿילו אַ ייִד אַ זקן, איך האָב מורא, אױב ניט אַ בן־שבֿעים, װעט נעמען און װעט זיך פּלוצעם אינמיטן דערינען אַװעקלײגן גאָר און װעט מאַכן אַ שטאַרב, און דער יתום שמואליק װעט אַװעקפֿאָרן מיט דעם רבֿס אַלמנה ערגעץ אין אַ קלײן שטעטל, װײס איך װוּהין, ערגעץ אין כערסאָנער גובערניע, און אַז שמואליק זאָל פֿאַרשװוּנדן װערן, גלײַך װי ס'איז גאָר קײנמאָל קײן שמואליק אַף דעך װעלט נישט געװען!

מאָלט אײַך, ניט אַזױ גיך טוט זיך עס, װי עס רעדט זיך. ניט אַזױ גרינג לײגט זיך אַװעק אַ רבֿ און שטאַרבט־אַװעק. דער רבֿ, װאָס איז געװען תּמיד אַ „חלוש“, אַ קראַנקער מענטש פֿון פֿאַסטן תּעניתים און פֿון גלאַט ניט עסן, האָט זיך אַף דער עלטער אַװעקגעלײגט אין בעט, אָפּגעלעגן אַ געלײמטער העכער אַ יאָר, אָן עסן, אָן טרינקען, און נאָר געלערנט און נאָר געדאַװנט, און געראַנגלט זיך מיטן מלאך־המװת. שמואליק האָט דערצײלט פֿאַר זײַן חבֿר און געשװאָרן מיט כּל השבֿועות, אַז אַלע פֿאַרנאַכט, בין מנחה למעריבֿ, פֿליט־אַרײַן דורך אַ שפּאַרונקעלע פֿון אַ פֿענצטער דער „בעל־דבֿר“, שטעלט זיך אַװעק באַס רבֿ צוקאָפּנס און װאַרט, טאָמער װעט ער אױפֿהערן „זאָגן“, װעט ער אים מאַכן „כיק“… איז אָבער דער רבֿ קליגער פֿון אים: ער הערט ניט אױף צו „זאָגן“ אַפֿילו אַף אַ רגע כּמימרא; אָדער ער לערנט, אָדער ער דאַװנט.

― װי אַזױ זעט ער אױס?

― װער?

― דער „בעל־דבֿר“.

― פֿון װאַנען זאָל איך װיסן?

― דו זאָגסט, אַז ער קומט, האָסטו מסתּמא אים געזען.

― נאַרעלע! װער עס זעט דעם „בעל־דבֿר“, דער קאָן נישט לעבן מער. הײַנט װי אַזױ האָב איך אים געקאָנט זען?

― פֿון װאַנען־זשע װײסטו, אַז ער קומט?

― נײן! װאָס דען װעט ער טאָן? ער װעט װאַרטן אַף כּבֿוד?…

און אַז דער רבֿ איז געשטאָרבן, איז פֿאַר די צװײ חבֿרים געװען אַ יום־טובֿ. דער רבֿ האָט געהאַט אַזאַ שײנע לװיה, װי עס קאָן זיך פֿאַרגינען צו האָבן נאָר אַ רבֿ אין אַ קלײן שטעטל. די קלײטן האָט מען געשלאָסן און די חדרים האָט מען צעלאָזט, און די גאַנצע „שטאָט“ איז אים געגאַנגען באַגלײטן.

אַף צוריקװעגס זײַנען די פֿאַרליבטע חבֿרים „דװיד ױהונתן“, געװען די לעצטע שבלעצטע. מע האָט זיך גענומען פֿאַר די הענט און מע איז געגאַנגען פּאַװאָליע, בכדי מע זאָל זיך קאָנען גוט אָנרײדן. און רײדן איז געװען פֿון װאָס. פֿונעם רבֿס טױט און פֿון זײַן קומען אַף יענער װעלט, װי אַזױ מע װעט אים דאָרטן באַגעגענען באַ די טױערן פֿון גן־עדן, און װי אַזױ מע װעט אים אױפֿנעמען, און װער װעלן זײַן די, װאָס װעלן אים מקבל־פּנים זײַן.

אַלצדינג האָט שמואליק געװוּסט, אַפֿילו װאָס ד אָ ר ט ן טוט זיך. און פֿון אַלצדינג האָט ער גערעדט אַזױ, גלײַך װי ער װאָלט געװען דערבײַ. עס איז אױסגעקומען אַזױ, אַז דער רבֿ איז גאָרנישט געשטאָרבן. ער האָט זיך נאָר איבערגעטראָגן אין אַן אַנדער װעלט, אין אַ בעסערער װעלט, װוּ מע האָט געװאַרט אַף אים מיטן לױתן און מיטן שור־הבר און מיטן ײן־המשומר און מיט אַלע גוטע זאַכן פֿון גן־עדן. אָ, דאָרט װעט ער ערשט אָנהײבן צו װיסן פֿון אַ לעבן, אַ נײַ לעבן, אַ גליקלעך לעבן, אין אַ פּראַכטפֿולן גן־עדן, אינאײנעם מיט אַזעלכע מאַגנאַטן, װי אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ, און יוסף הצדיק, און משה מיט אַהרונען, און דװיד המלך, און שלמה המלך, און אליהו הנבֿיא, און דער רמב″ם, און דער בעל־שם־טובֿ, און דער ריזשינער ― װי לעבעדיקע האָט זײ שמואליק אָפּגעמאָלט, און װי לעבעדיקע זײַנען זײ געשטאַנען פֿאַר די אױגן, יעדער מיט זײַן געשטאַלט און מיט זײַן פּנים און מיט זײַן אױסזען: אַבֿרהם אָבֿינו ― אַ זקן מיט אַ װײַסער באָרד, יצחק ― אַ לאַנגער און אַ דאַרער, יעקבֿ אָבֿינו ― אַ קראַנקער און אַ סוטולעװאַטער, יוסף ― אַ „קראַסאַװעץ“, משה רבינו ― אַ נידעריקער װוּקס, נאָר אַ ברײטער שטערן, אַהרון הכּהן ― דװקא אַ הױכער מיט אַ לאַנגן יאַמשאָװן שטעקן, דװיד המלך ― מיט אַ פֿידל, שלמה המלך ― מיט אַ גאָלדענער קרױן, אליהו הנבֿיא ― אַן אָרעם ייִדל, דער רמב″ם ― אַן אױסגעפּוצטער מיט אַ קײַלעכיקער באָרד, דער בעל־שם־טובֿ ― אַ פּראָסטער ייִד מיט אַ פּראָסטן שטעקן, דער ריזשינער ― אַ שײנער ייִד אין אַ זײַדענער זשופּיצע…

עס האָט אַזש אָנגענומען אַ חשק צו זען זיך מיט די דאָזיקע אַלע לײַט; עס האָט זיך פּשוט געגלוסט זײַן מיט זײ דאָרטן אין גן־עדן, פֿאַרזוכן כאָטש אַ שטיקל פֿונעם לױתן מיטן שור־הבר, כאָטש אַ טראָפּן פֿונעם ײן־המשומר. עס איז געװען באמת מקנא צו זײַן דעם רבֿ, װי ער לעבט דאָס איצט דאָרטן אַ גוטן טאָג, גאָר פֿאַרגעסן, אַז מע האָט אים נאָר־װאָס אַראָפּגעלאָזט אין אַן ענגן פֿינצטערן קבֿר, און אַז מע האָט אים פֿאַרשאָטן מיט קלעפּיקער שװאַרצער ערד און צוגעקלאַפּט מיט הילצערנע לאָפּעטעס, און אַז שמואליק אַלײן טאַקע האָט געזאָגט נאָך אים קדיש. װאָרעם דער רבֿ איז געשטאָרבן אָן קינדער ― ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, ניט פֿאַר קײן שום ייִדן געדאַכט.