צװישן פּעלצן
דעם זײדנס בוכהאַלטעריע. ― זײַן מוסר־זאָגן, זײַנע ספֿרים און זײַן צדקה. ― װאָס װעט זײַן, אַז משיח װעט קומען. ― דעם זײדנס עקסטאַז.
דאָס ערשטע, װאָס דער זײדע משה־יאָסיע האָט פֿאָרגענומען פֿאַר זײַנע אײניקלעך, אַז זײ האָבן אָפּגעדאַװנט און אָפּגעגעסן, ― ער האָט זײ פֿאַרהערט.
פֿאָרגעקומען איז דער עקזאַמען טאַקע באַ אים, אין זײַן חדר מיוחד, װוּהין קײן בן־אָדם האָט נישט געטאָרט אַרײַנקומען. נישט געטאָרט און נישט געקאָנט, װאָרעם ס'איז ניט געװען װוּ.
דאָס איז געװען אַ חדרל עטװאָס גרעסער פֿון אַ שטײַג, װוּ מען האַלט עופֿות. אין דער דאָזיקער שטײַג האָט זיך געפֿונען, ערשטנס, דער זײדע, דערנאָך זײַנע ספֿרים, גאַנץ ש″ס און פּוסקים און קבלה־ספֿרים, און חוץ לזה זײַנען דאָרטן געװען משכּנות: זילבערנע לעפֿל, טעצלעך, הדסלעך און לעמפּלעך, קופּערנע פֿאַנען, סאַמאָװאַרן, ייִדישע קאַפּאָטעס, גױיִשע קאַרעלן, סװיטקעס און פּעלצן, דערהױפּט פּעלצן, אָן אַ שיעור פּעלצן!
דאָס איז געװען אַ מין לאָמבאַרד, געפֿירט פֿון דער באָבע גיטל שױן פֿון יאָרן־לאַנג. זיצנדיק אַ געלײמטע אין בעט, האָט זי געפֿירט דאָס געשעפֿט ביד רמה, געהאַלטן דאָס ביסל מזומן באַ זיך אונטער די קישנס, נישט צוגעלאָזט צו דער קאַסע קײנעם. נאָר אַף די משכּנות האָט געװעלטיקט דער זײדע. צונעמען אַ משכּון און אַרױסגעבן אַ משכּון ― דאָס איז געװען זײַן אַרבעט. אָנגעדענקען זיך, צו װעמען װאָסער משכּון עס געהערט ― האָט מען באַדאַרפֿט האָבן אַ קאָפּ פֿון אַ מיניסטער. עס קאָן זײַן, אַז דער זײדע משה־יאָסיע האָט טאַקע געהאַט אַף זיך אפֿשר אַ קאָפּ פֿון אַ מיניסטער, האָט ער זיך אָבער ניט געװאָלט פֿאַרלאָזן אַף זײַן מיניס־טאָרשן קאָפּ אַלײן. אַ קשיא, װאָס סע מאַכט זיך! איז ער געפֿאַלן אַף אַ המצאה ― זײַן אײגענע המצאה: אַף יעדן משכּון האָט ער צוגענײט מיט אַ נאָדל־פֿאָדעם ― און דװקא אַלײן ― אַ שטיקל פּאַפּיר, און אַף יעדן שטיקל פּאַפּיר האָט ער אָנגעשריבן מיט זײַן האַנט: „ ז ה ה ק אַ פּ אָ ־ ט ע ש ײ ך ל ב ע ר י ל ''. אָדער: ,, ז ה ה פּ ע ל ץ ש ײ ך ל ה ע ר ל א י װ אַ ן ''. אָדער: ,, ז ה ה ק אַ ר ע ל ע ן ש ײ ך ל ה ע ר ל י ת י אַ װ ד אָ כ ע “. אַי, ס'האָט זיך געמאַכט אַמאָל, אַז בערל איז געקומען צו גײן אױסקױפֿן די קאַפּאָטע און מע האָט אים אַרױסגעגעבן אַן אַנדערנס אַ קאַפּאָטע, װאָס יענער הײסט אױך בערל? ― איז דאָ אַן עצה: מע טראָגט־אַרױס בײדע בערלס קאַפּאָטעס, און מע הײסט אים, ער זאָל דערקענען. אַ ייִד װעט דאָך ניט גײן זאגן אַף אַ פֿרעמדער קאַפּאָטע, אַז ס'איז זײַנע. זעט איר, מיט אַ גױ, אַז סע מאַכט זיך אַזאַ זאַך, איז שױן ניט אַזױ גוט. איז דערצו אױך דאָ אַ המצאה (אַ ייִד אַ למדן גיט זיך אַן עצה): מע הײסט איװאַנען, ער זאָל זיך מטריח זײַן זאָגן עפּעס אַ סימן אַף זײַן פּעלץ. יעדער איװאַן קען אַזױ גוט זײַן פּעלץ, אַז עפּעס אַ סימן מוז ער אַף אים האָבן. ס'איז לא ימלט! פֿונדעסטװעגן, נישט קוקנדיק אַף די אַלע המצאָות, זײַנען גאַנץ אָפֿטלעך אַרױס מיאוסע מחלוקתן צװישן דער באָבע מיטן זײדן. די באָבע האָט אַלץ געטענהט צום זײדן:
― איך פֿרעג דיך, אַלטער דורין װאָס דו ביסט, אַז דו האַלטסט שױן יאָ באַ שרײַבן און שרײַבסט שױן יאָ „זה הקאַפּאָטע שײך לבעריל“, ― װאָס װעט דיך אַרן, אַז דו װעסט שױן צושרײַבן נאָר אײן װאָרט ― „בעריל זאַאיקע“? אָדער אַז דו שרײַבסט שױן יאָ „זה הפּעלץ שײך להערל איװאַן“, ― שרײַב שױן אינגאַנצן דעם נאָמען זײַנעם: „איװאַן זלאָדי“. אָדער: „זה הקאַרעלן שײך להערלית יאַװדאָכע די קאַרנאָסע“…
איז אָבער דער זײדע משה־יאָסיע ― ס'זאָל אים צו קײן חרפּה ניט זײַן אַף יענער װעלט ― געװען במחילת־כּבֿודו אַ מוראדיקער עקשן. אָט דװקא װײַל זי װיל אַזױ, װיל ער ניט. און ער איז געװען ניט אינגאַנצן אומגערעכט: אַ ייִדענע אַ קאַליקע, ליגט אין בעט ― און פֿאַרגינט זיך אַזױ צו קאָמאַנדעװען מיט אַ מאַן, אים רופֿן „אַלטער דורין“ פֿאַר די אײניקלעך אין די אױגן! ער איז דאָך עפּעס נישט קײן אַבי־װער ― רב משה־יאָסיע דעם האַמאַרניקס! אַ ייִד, װאָס זיצט יומם ולילה על התּורה ועל העבֿודה. אָדער ער לערנט, אָדער ער דאַװנט. הײַנט פֿאַסט ער אַלע תּעניתים און אַלע מאָנטיק און דאָנערשטיק און קײן שטיקל פֿלײש קומט גלאַט ניט אַרײַן אין מױל אַרײַן צו אים אַ גאַנצע װאָך, חוץ שבת און יום־טובֿ. אין שול קומט ער פֿריִער פֿון אַלעמען און גײט־אַרױס שפּעטער פֿון אַלעמען. מאַכט קידוש דעמאָלט, װען אַלע ייִדן שלאָפֿן שױן ― װאָרטשעט זי טאַקע, די באָבע גיטל, און בײזערט זיך. מילא, פֿאַר זיך אַרט איר שױן ניט ― זי איז שױן געװױנט געװאָרן צו הונגערן. אָבער אַף די קינדער נעבעך, אַף די יתומים, איז אַ רחמנות!
פֿון אַלע קינדער די יתומים האָט דער זײדע משה־יאָסיע ליב געקריגן נאָר אײנעם ― שלומען. טאַקע אַ שקאָץ, אַ ייִנגל אַ ברען, דערפֿאַר אָבער אַ גוט קעפּל. פֿון אים װאָלט געקאָנט זײַן אַ לײַט, ער זאָל נאָר אַביסל מער װעלן זיצן מיטן זײדן אין זײַן חדר מיוחד, צװישן די פּעלצן, און ניט האָבן קײן טבֿע לױפֿן מיט באָסלאַװער ייִנגלעך צום „ראָס“, זען װי מע כאַפּט פֿיש, אָדער אין װאַלד אַרײַן טרײסלען באַרלעך, אָדער נאָך אַזעלכע קונדסערײַען.
― דײַן טאַטע זאָל זײַן אַ מענטש ― אַזױ האָט דער זײדע מיט אים אײַנגעטענהט ― דײַן טאַטע זאָל ניט זײַן אָנגעשמעקט מיטן תּנ″ך און מיטן דקדוק און מיט משה דעסעװער און מיט די איבעריקע אַפּיקורסישע גענג, װאָלט ער דיך על־פּי יושר באַדאַרפֿט איבערלאָזן דאָ באַ מיר כאָטש אַף עטלעכע זמנים, װאָלט איר דיך מיט גאָטס הילף געמאַכט פֿאַר אַן ערלעכן ייִדן. עס װאָלט פֿון דיר אַרױס דער אמתער חסיד מיטן אמתן בעל־קבלה מיטן אמתן ברען. און אַזױ װאָס װעט פֿון דיר זײַן? אַ גאָר נישט מיט אַ נישט, אַ פּוסטעפּאַסניק, אַ שײגעצל, אַ קנאַקער, אַ פֿײַפֿער, אַ ימח־שמוניק, אַ דער־רוח־װײס־װאָס, אַ הולטײַ, אַ רשע־מרושע, אַ שמדילניק, אַ מחלל־שבתניק, אַ טריפֿניאַק, אַ פּושע באלקי ישׂראל!…
― משה־יאָסיע! טאָמער װאָלט געװען גענוג מוטשען אַ קינד?
„לאַנג לעבן זאָל די באָבע גיטל!“ ― טראַכט זיך דער אױסגעלײזטער פֿונעם זײדנס הענט, אַף װעמען עס װאַרטן שױן באָסלאַװער ייִנגלעך־קונדסים אין דרױסן.
פֿונדעסטװעגן זײַנען געװען מינוטן, װאָס דער זײדע משה־יאָסיע איז אים געװען אױך צום האַרצן, ליב און טײַער. אײנמאָל האָט ער אים געטראָפֿן זיצנדיק מיטן טלית־זאַק אונטער דער האַנט באַ דער באָבע אין בעט. ער האָט זי עפּעס זײער שטאַרק געחנפֿעט, גערעדט שטילערהײט, געדונגען זיך און געבעטן באַ איר נאָך געלט, און זי האָט נישט געװאָלט געבן מער. דאָס האָט ער זיך געדונגען ניט פֿאַר זיך ― פֿאַר צדקה, פֿאַר זײַנע אָרעמע חסידים, װאָס אין קלױז, און זי האָט געטענהט אײנס: „מע דאַרף ניט. זי האָט אירע אײגענע יתומים ― אַף זײ איז מער רחמנות“…
נאָך אײן מאָל האָט ער געטראָפֿן דעם זײדן זיצן באַ זיך אין חדר מיוחד, אָנגעטאָן אין טלית און תּפֿלין, דעם קאָפּ פֿאַרװאָרפֿן, די אױגן צוגעמאַכט, עפּעס גאָרנישט בהאי עלמא, און אַז ער האָט זיך אױפֿגעכאַפּט, האָבן באַ אים די אױגן געשײַנט און געלױכטן, און זײַן מגושמדיק פּנים האָט אױסגעזען שױן נישט אַזױ מגושמדיק. „די שכינה האָט אַף אים גערוט“… און ער האָט גערעדט װי צו זיך אַלײן, און מיט אַ שמײכל אַף די מוראדיק גרױסע געדיכטע װאָנצעס:
― אדום װעט נישט לאַנג געװעלטיקן… די ישועה איז נאָענט, נאָענט, נאָענט!… קום אַהער, מײַן קינד, זיץ אַביסל, װעלן מיר שמועסן פֿונעם קץ, פֿון משיחן ― װאָס װעט זײַן, אַז משיח װעט קומען…
און דער זײדע משה־יאָסיע האָט גענומען דערצײלן פֿאַר זײַן אײניקל, װאָס װעט זײַן, אַז משיח װעט קומען, מיט אַזאַ התלהבֿות, מיט אַזױפֿיל היץ און מיט אַזעלכע פֿלאַמענדיקע פֿאַרבן, אַז דעם אײניקל האָט זיך ניט געװאָלט אָפּטרעטן פֿונעם זײדן, און ניט װילנדיק איז אים געקומען אַפֿן זינען זײַן ערשטער און זײַן בעסטער חבֿר שמואליק. דער חילוק