ס'חאָט געװאָרפֿן. טער־טער־טער־טער! עס האָט אױסגעװיזן, אַז ס'װעט אײביק אַזױ טערקען, עס װעט גאָר קײנמאָל ניט אױפֿהערן. און עס האָט זיך אָנגעהױבן װעלן אַראָפּקריכן, און עס האָט זיך אָנגעהױבן בענקען נאָך דער ערד, בענקען אַהײם, בענקען נאָכן שטעטעלע, נאָך װאָראָנקאָ. און דער העלד פֿון דער דאָזיקער ביאָגראַפֿיע האָט זיך פֿאַרשלאָגן אין אַ װינקעלע באַ מאיר־װעלװלען אין בױד, אָפּגעזיפֿצט פֿון דער גרינג און מיט האַרץ געזעגנט זיך מיט דעם נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל און געשעפּטשעט שטילערהײט, זײַנע ברידער זאָלן עס ניט הערן:
― זײַ געזונט, װאָראָנקאָ! זײַ געזונט, זײַ געזונט!…
25
אין דער נײַער הײם
פּערעיאַסלאַװ אַ כּרך ― אַ קאַלט באַגעגעניש. ― דאָס זילבער איז פֿאַרזעצט, פּרנסה געשלאָגן. ― דער טאַטע איז פֿאַרזאָרגט.
נאָך צװײ טעג טרײסלען זיך און העצקען זיך, װאַרפֿן זיך און קאַטשען זיך, און אָנגעגעסן זיך מיט שטױב, און אָנגעהערט זיך מיט בעל־עגלה־מעשׂיות, האָבן די יונגע רײַזנדע אַפֿן צװײטן טאָג פֿאַרנאַכט דערפֿילט, אַז זײ זײַנען שױן אָט־אָט אינדערהײם. נאָך אַביסעלע און עס האָבן זיך אין דער פֿינצטערער נאַכט אָנגעהױבן באַװײַזן קלײנע פֿײַערלעך ― סימנים פֿון אַ שטאָט. דערנאָך האָבן די רעדער גענומען קלאַפּן איבער שטײנער, און די בױד האָט געטראַסקעט נאָך ערגער װי פֿריִער. דאָס איז שױן געװען די אמתע שטאָט, די גרױסע שטאָט פּערעיאַסלאַװ. מיט אַ רעש און מיט אַ האַרמידער האָט זיך מאיר־װעלװלס בױד צוגעקאַטשעט צו אַ פֿינצטערן הױף, װוּ ס'איז געהאַנגען איבערן טױער אַ פֿאַררײכערטע לאַמטערנע מיט אַ בעזעמל פֿון הײ ― אַ סימן אַף אַן אײַנפֿאָר־הױז.
אַז זײערע עלטערנס פּרנסה איז איצט אַן אײַנפֿאָר־הױז ― דאָס איז פֿאַר די קינדער געװען אַ סורפּריז און אַ באַלײדיקונג. סטײַטש, זײער טאַטע נחום װעט אױפֿנעמען געסט? זײער מאַמע חיה־אסתּר װעט קאָכן פֿאַר זײ װאַרעמעס? זײער באָבע מינדע װעט זײ באַדינען? קײן שטאַרקערן אַראָפּפֿאַל, קײן גרעסערן בזיון האָבן זײ זיך ניט געקאָנט פֿאָרשטעלן. און דער טרױמער שלום, װאָס האָט שטענדיק געחלומט פֿון בעסערע צײַטן, װאָס האָט זיך אַרומגעטראָגן מיט זײַן אוצר, האָט דערנאָך אין דער שטיל געטרױערט, געװײנט אין דער פֿאַרבאָרגעניש און שטאַרק געבענקט צוריק צום ליבן קלײנעם װאָראָנקאָ. ער האָט ניט פֿאַרשטאַנען, פֿאַרװאָס האָבן די גרױסע געהאַט געזאָגט: משנה מקום ― משנה מזל? אַ שײנער „משנה מקום ― משנה מזל“ ― נישטאָ װאָס צו רײדן!…
― קריכט־אַרױס, ממזרים, מיר זײַנען שױן געקומען! ― אַזױ האָט מאיר־װעלװל אָנגעזאָגט די בשׂורה נאָכדעם װי ער האָט מיט אַ לאַנגן „טפּררררו“ זיך אָפּגעשטעלט באַם גאַניק פֿונעם אײַנפֿאָר־הױז.
צעבראָכענע, צעלאָמעטע און הונגעריקע, האָבן חבֿרה גענומען אײנציקװײַז אַרױסקריכן פֿון בױד און אױסגלײַכן זיך די בײנער. גיך האָט זיך געעפֿנט די שטוב־טיר און עס האָבן זיך אָנגעהױבן באַװײַזן אַפֿן פֿינצטערן גאַניק פֿיגורן, אײנע נאָך דער אַנדערער, װאָס מע האָט זײ אין דער פֿינצטערניש פֿון דער נאַכט געקאָנט דערקענען נאָר נאָכן קול. די ערשטע פֿיגור איז געװען אַ הױכע און אַ ברײטע. דאָס איז געװען די באָבע מינדע. זי האָט אױסגעצױגן דעם אַלטן קאָפּ און אַ זאָג געגעבן: „אָ! געלױבט ביסטו גאָט, זײ זײַנען שױן געקומען“. די צװײטע פֿיגור איז געװען אַ קלײניטשקע, אַ זשװאַװע. דאָס איז געװען די מאַמע חיה־אסתּר. זי האָט װי אָ פֿרעג געגעבן עמעצן אַ דריטן: „שױן געקומען?“ ― „שױן געקומען!“ ― האָט איר אָפּגעענטפֿערט מיט פֿרײד אַ דריטע פֿיגור, אַ לאַנגע און אַ דינע. דאָס איז געװען דער טאַטע, רב נחום װעװיקס, איצט שױן רב נחום ראַבינאָװיטש (אין דער גרױסער שטאָט האָט מען דעם זײדן װעװיק געגעבן דימיסיע).
אַ באַגעגעניש איז דאָס געװען נישט אַזאַ, װי די קינדער האָבן געװאַרט. מע האָט זיך אַפֿילו צעקושט, נאָר קאַלטלעך. דערנאָך האָט מען זײ אַ פֿרעג געגעבן: „ס'מאַכט איר?“ װאָס קאָן מען ענטפֿערן דערױף? „גאָרנישט“… די ערשטע איז געװען די באָבע מינדע, װאָס האָט זיך דערמאָנט, אַז די קינדער קאָנען װעלן עסן. „איר זײַט הונגעריק?“ נאָך אַ מין הונגעריק! „אירט עפּעס עסן?“ נאָך אַ מין עסן! „מנחה־מעריבֿ געדאַװנט?“ נאָך אַ מין דאַװנען!…
די מאַמע האָט זיך אַ װאָרף געגעבן אין קיך מאַכן עפּעס עסן, און דער טאַטע האָט דערװײַל פֿאַרהערט די קינדער, װוּ זײ האַלטן אין לער־ נען. אָ, זײ האַלטן װײַט! נאָר װאָס דרײט מען זײ אַ מח, אַז עס װילט זיך גאָר באַטראַכטן די נײַע הײם, די נ ײַ ע ש ט ו ב?
און זײ בױגן דעם קאָפּ אַף אַלע זײַטן און קוקן זיך אַרום, װוּ זײ זײַנען אין דער װעלט. זײ דערזען פֿאַר זיך אַ גרױסע, נאָר אַ סומנע, אַ נאַרישעװאַטע שטוב מיט אַ סך חדרימלעך, איבערגעצױמט מיט דינע ברעטלעך. דאָס זײַנען חדרים פֿאַר אורחים, און אורחים ― ניט אײנער. אין מיטן שטוב איז אַ זאַל. אין זאַל האָבן חבֿרה דערקענט דאָס גאַנצע װאָראָנקאָװער מעבל: דעם קײַלעכיקן רױטן טיש אַף דרײַ לאַפּעס, די אַלטע פֿאַנירטע רױטע קאַנאַפּע מיטן אױסגעטריפּעטן געזעס, דעם קײַלעכיקן פֿאַנירטן רױטן שפּיגל מיט די צװײ אױסגעשניצטע הענט פֿון אױבן, װי באַ כּהנים צום דוכענען, און די גלעזערנע שאַפֿע, פֿון װאַנען עס האָבן אַרױסגעקוקט נאָר די פּסחדיקע פֿילפֿאַרביקע טעלער, דאָס זילבערנע חנוכּה־לעמפּל מיטן אַלטן זילבערנעם הדס־בעכער, װאָס איז געמאַכט געװאָרן װי אַן עפּל אַף אַ גרױסער צװײַג מיט בלעטלעך. די אַלע איבעריקע זילבערנע־געגילטע כּוסות, בעכער, בעכערלעך, גאָפּלען, מעסערס און לעפֿל און דאָס גאַנצע זילבער ― איז נישט געװען שױן מער. װוּ איז דאָס אַהינגעקומען? ערשט העט־שפּעטער, אין אַ צײַט אַרום, זײַנען זײ געװױרע געװאָרן, אַז טאַטע־מאַמע האָבן עס אינאײנעם מיט דער מאַמעס פּערל און צירונג פֿאַרזעצט באַ אַ פּערעיאַסלאַװער נגיד און נישט געקאָנט שױן מער אױסקױפֿן קײנמאָל.
― גײט װאַשט אײַך! ― זאָגט די באָבע מינדע נאָך דעם, װי די מאַמע חיה־אסתּר האָט געבראַכט צו טראָגן פֿון קיך עפּעס נישט אַזאַ געהױבענע װעטשערע: צוגעװאַרעמטע קאַשע מיט פֿאַסאָלעס, און דאָס דאַרף מען עסן מיט ברױט, און דאָס ברױט איז אַלטגעבאַקן! די מאַמע אַלײן שנײַדט דאָס מיט אַ מעסער און טײלט־אױס יעדן זײַן חלק ― דאָס איז באַ זײ קײנמאָל נישט געװען. אַ קבצנישער מנהג!… און דער טאַטע זיצט באַ דער זײַט און הערט נישט אױף צו עקזאַמענירן, װוּ האַלט מען אין תּנ″ך. דער טאַטע זעט־אױס צופֿרידן. די קינדער האַלטן װײַט. און װער שמועסט, דער מיטלסטער, שלום, דער איז קלאָר בעל־פּה, קאָן זאָגן גאַנצע קאַפּיטלעך ישעיה אַף אױסװײניק, װי אַ װאַסער.
― נו, גענוג שױן, לאָזן זײ גײן שלאָפֿן! ― זאָגט די מאַמע און נעמט צו דאָס איבערגעבליבענע ברױט פֿון טיש און פֿאַרשליסט דאָס אין שאַפֿע. דאָס איז אױך נישט געװען באַ זײ דאָרטן אין װאָראָנקאָ. דאָס איז גאָר אַ מיאוסער מנהג!…
עס איז שװער צו זאָגן: צי װײַל דער װעג איז געװען אַ לאַנגער, אַ שװערער און מע איז געװען צעבראָכן אַף שטיק־שטיקלעך, אָדער אפֿשר דערפֿאַר, װאָס דאָס באַגעגעניש איז געװען עפּעס נישט איבעריק פֿרײַנטלעך און די אױפֿנאַמע קבצנישדיק ― נאָר די נײַע הײם, װאָס הבֿרה האָבן װעגן איר אַזױ פֿיל געחלומט, האָט נישט געפֿונען באַ זײ אין די אױגן יענעם חן, װאָס זײ האָבן געמײנט און געװאָלט. צו־פֿיל האָבן זײ, אַפּנים, געװאַרט פֿון דעם ― דעריבער האָבן זײ זיך געפֿילט װי אָפּגעשמיסענע און זײַנען געװען צופֿרידן, אַז מע האָט זײ געהײסן לײענען קריאת־שמע און גײן שלאָפֿן.
ליגנדיק דערנאָך אַף שטרױענע זעק, אױסגעבעט אַף דער ערד, אַלע קינדער אינאײנעם, אין אַ גרױסן פֿינצטערן חדר אָן אַ שום מעבל ― אַ מין דורכגאַנגס־חדר פֿון זאַל אין קיך אַרײַן, ― האָט דער העלד פֿון דער דאָזיקער ביאָגראַפֿיע לאַנג נישט געקאָנט אַנטשלאָפֿן װערן. אין זײַן קאָפּ האָבן זיך געבאָמבלט אַלערלײ מחשבֿות און געדאַנקען מיט קשיות, קשיות און קשיות: פֿאַרװאָס איז דאָ אַזױ פֿינצטער און אומעטיק? פֿאַרװאָס זײַנען דאָ אַלע אַזױ פֿאַרזאָרגט? װאָס איז דאָס מיט דער מאַמען, װאָס זי איז געװאָרן אַזױ קאַרג מיט סכּנות? װאָס איז דאָס מיטן טאַטן, װאָס ער איז געװאָרן אַזױ אײַנגעבױגן, סוטולעװאַטע און אַזױ שטאַרק פֿאַרעלטערט, אַז עס קלעמט דאָס האַרץ קוקנדיק אַף זײַן געל־געקנײטשט פּנים? ניט שױן־זשע איז דאָס אַלצדינג נאָר צוליב דעם, װאָס מע האָט געזאָגט אין װאָראָנקאָ, אַ ז ד י פּ ר נ ס ה א י ז ג ע ש ל אָ ג ן? ניט שױן־זשע איז אָט דאָס דער „משנה מקום ― משנה מזל“? װאָס טוט מען דערצו? דערצו איז ― דער אוצר. אַך! װען ער ברענגט מיט זיך כאָטש אַ קלײנעם חלק פֿון יענעם אוצר, װאָס ליגט באַהאַלטן אין װאָראָנקאָ!…
דערמאָנט זיך אינעם אוצר, קומט אים אַפֿן זינען זײַן חבֿר שמואליק דער יתום מיט זײַנע װוּנדערלעכע מעשׂיות װעגן שײנע אוצרות פֿון גאָלד און זילבער, דימענטן און בריליאַנטן, װאָס געפֿינען זיך אין גן־עדן התּחתּון, און װעגן יענעם אוצר, װאָס געפֿינט זיך אַף יענער זײַט װאָראָנקאָװער בית־מדרש נאָך פֿון כמעלניצקיס צײַטן… און עס חלומען זיך אים אוצרות, גאָלד און זילבער, דימענטן און בריליאַנטן. און זײַן חבֿר שמואליק קומט אים צו חלום, דער ליבער שמואליק מיט זײַן חנעװדיקן פּנים, מיט זײַנע גלאַנצנדיקע, מיט פֿעטן אָנגעשמירטע האָר. און עס מאָלט זיך אים אױס, אַז ער הערט זײַן װײך־הײזעריק קול, װי ער רעדט צו אים זיס־פֿרײַנטלעך, װי אַן אַלטער, און װי ער טרײסט אים מיט גוטע װערטער: „זאָרג ניט, שלומאָני טײַערער, אָט האָסטו פֿון מיר אַ מתּנה ― אַ שטײן פֿון יענע צװײ שטײנער; קלײַב דיר אױס װעלכן דו װילסט ― דעם שטײן, װאָס הײסט „ישפּה“, אָדער דעם שטײן, װאָס הײסט „כּדכּד“… שלום איז אין פֿאַרלעגנהײט. ער װײס ניט, ער האָט פֿאַרגעסן, װעלכער שטײן איז בעסער ― דער שטײן, װאָס הײסט „ישפּה“, אָדער דער שטײן, װאָס הײסט „כּדכּד“? און אַזױ װי ער טראַכט דאָ אַזױ, שפּרינגט־אונטער גערגעלע־גנבֿ, כאַפּט־אױס בײדע שטײנער און װערט מיט זײ פֿאַרשװוּנדן. און פּי־ניעלע שימעלעס ― פֿון װאַנען האָט ד ע ר זיך גענומען אַהער? ― האַלט די הענט אין די קעשענעס און קאַטשעט זיך פֿאַר געלעכטער. „פּי־ניעלע, װאָס לאַכסטו?“ „פֿון דײַן מומע האָדל מיט איר פּאָװידלע ― כאַ־כאַ־כאַ!“…
― שטײט־אױף, חבֿרה פּלעצל! זע נאָר, ס'איז זײ גאָרניט צו דערקענען! מע דאַרף אַרױסטראָגן דעם הקדש! מע דאַרף קאָכן װאַרעמעס! און זײ שלאָפֿן ― אַ זיסער שלאָף אַף זײ! קלאָגט זיך די מאַמע חיה־אסתּר, אַ קלײניטשקע, אַ זשװאַװע, אַ פֿאַרפּאָרעטע, אַ פֿאַרטאַרעראַמטע פֿון דער אַרבעט אין שטוב און אין קיך ― אײן מענטש אַלײן.