אַ שפּאַס אין אײן אַקט.
די פּאַרשױנען: ח ײ ם ־ ל ײ ב ק ר ע נ ד ע ל מ אַ ן, אַן אױפֿגעקומענער גבֿיר פֿון אַ יאָר
פֿופֿציק. אַ ייִד מיט אַ קאַפּאָטע. נאָר אָן אַ היטל.
ח נ ה ־ ל א ה, זײַן װײַב. קײן יאָרן װײס מען ניט. האַלט זיך יונג, רײַבט
זיך צװישן „הײַנטיקע”. באַהאָנגען מיט גאָלד, דימענטן, בריליאַנטן און פּערל.
װ י ע ר אָ ט ש ק ע, זײער טעכטערל. אַ שײן מײדל פֿון „הײַנטיקע װעלט“.
אַ ב ר אַ מ ט ש י ק, זײער זון. אַ גײַציק בחורל, אַ „משׂכּיל”.
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן, אַ ייִד אַ שדכן מיט אַ יאַרמלקע און מיט אַ
גרינער קאַפּאָטע.
ז ל אַ ט ק ע ד אָ ס מ ײ ד ל, אַ פּאָקאָיאָװע באַ די קרענדעלמאַנס.
ב ר ײַ נ ע ד י ייִ ד ע נ ע, אַ קעכן באַ די קרענדעלמאַנס. אַ ייִדענע מיט
װאָנסעס.
בראָנדזענע שפּיגלען. אַ סך טישן מיט קלײנע טישעלעך. גלעזערנע שאַפֿעס, אָנ־
געשטעלט מיט פֿיל זילבער, כּוסות, טעצעלעך, געגילטע לעפֿעלעך, גרינע און
רױטע גלעזער. די פֿאָטעלן פֿאַרװאָרפֿן מיט פֿיל פֿאַרשײדענע זײַדענע און סאַ־
מעטענע דאַמען־קלײדער. אַפֿן טיש אַ „בלאַט לאָקשן”. אַפֿן פֿענצטער אַ גרױסע
קופּערנע קװאָרט מיט צװײ אױערן. פֿאַרטריקנטע, נאָר טײַערע װאַזאָנעס, אַף
װעלכע עס הענגען אַ פּאָר אױסגעבערשטלטע הױזן מיט אַ װײַסן זשילעט. אַף
אַ גוטער עטאַזשערקע מיט ספֿרים װאַלגערן זיך אַ סך אָנגעשניטענע שטיקלעך
קױלעטש מיט אַ סלאָי אײַנגעמאַכטס. אַפֿן פֿאָרטעפּיאַן ― אַ קישן. דורך ―
אַ זעלטענער „פּאָראָנדעק”.
ערשטע סצענע
ח ײ ם ־ ל ײ ב: (מאַכט מיט די הענט און לױפֿט אַרום איבער דער שטוב). װאָס דולדט ער מיר מײַן קאָפּ?
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: (לױפֿט אים נאָך מיט אַ בריװ אין די הענט). נאַט, זעט אַלײן, װאָס מע שרײַבט מיר װאָס; איך װעל אײַך אָפּנאַרן װעל איך אײַך?
ח ײ ם ־ ל ײ ב: אָבער אַז איך בעט אײַך ניט! איך דאַרף ניט קײן שידוך! איך װיל ניט! װאָס דולדט ער מיר מײַן קאָפּ?
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: אַז איך פֿאַרלאַנג אָבער פֿון אײַך גאָרניט, בלתּי װאָס איר זאָלט זיך נאָר מטריח זײַן איבערלײענען אָט דאָס דאָזיקע בריװעלע, װאָס מע שרײַבט מיר װאָס.
ח ײ ם ־ ל ײ ב: װאָס האָט איר צו מיר? אָבער טשעפּעט זיך אָפּ פֿון מײַן לעבן! איך האָב קײן צײַט ניט מיט אײַך צו רײדן! איר װעט קומען אָן אַנדערס מאָל, איך בעט אײַך! װאָס דולדט ער מיר מײַן קאָפּ?
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: (צו זיך אַלײן). עס פּאַסט אים ניט האָרכן פּאַסט אים ניט… ער װיל ניט געבן קײן נדן, דער דבֿר־אחר!… צו חײם־לײבן). הונדערט און צװאַנציק יאָר זאָלט איר מיר לעבן! עטלעכע שורות, עטלעכע װערטער, געצײלטע דרײַ װערטער, רב חײם סערד־צע, װאָס אַרט אײַך עס װאָס? טוט מיר צוליב טוט מיר! גלײבט מיר, איך זאָג אײַך בנאמנות זאָג איך אײַך, ס'איז אַ גליק, אַ זעלטענע זאַך, כ'לעבן. אײן מאָל אין צען יאָר מאַכט זיך אַזאַ גליק. נאַט, טוט, זײַט מוחל, אַ קוק אַלײן מיט אײַערע אױגן, זעט, אָטאָ…
ח ײ ם ־ ל ײ ב: (כאַפּט זיך מיט בײדע הענט פֿאַרן קאָפּ). גװאַלד! גװאַלד! װאָס איז דאָס פֿאַר אַן אומגליק? װאָס איז דאָס פֿאַר אַן אָנשי־ קעניש אַף מיר? װאָס דולדט ער מיר מײַן קאָפּ? גװאַלד!… גװאַלד!… גװאַלד!… (עס לױפֿט אַרײַן חנה־לאה). ח נ ה ־ ל א ה: (אַ דערשראָקענע). שאַ! װאָס איז דאָרטן?
ח ײ ם ־ ל ײ ב: (װיל רײדן, לאָזט אים ניט שלום שדכן. ער האַלט אים צו מיט אײן האַנט דאָס מױל, און אין דער אַנדערער האַלט ער דאָס בריװל). מ מ מ…
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: פֿאַרשטײט איר מיך, חנה־לאה קרױן, געזונט זאָלט איר מיר זײַן, איך װײַז זײ דאָס בריװל װײַז איך זײ; למאַי זאָלן מיר זיך נאַרן למאַי? איך מײן טאַקע באמת מײן איך, אַ גליק, אַ גליק פֿאַר אײַער טאָכטער, איך זאָל אַזױ געזונט זײַן מיט אײַך אינאײנעם! אָט נעמט, נאַט, לײענט, לײענט, װעט איר זען, אַז איך זאָג אײַך ניט קײן ליגן זאָג איך אײַך! צו װאָס טױג עס מיר, איך זאָל אײַך אַרײַנפֿירן חלילה זאָל איך אײַך? אָט זעט, נאַט, לײענט, נאַט, נאַט…
ח נ ה ־ ל א ה: (נעמט דאָס בריװל און גיט דאָס איבער דעם מאַן אין די הענט אַרײַן). פֿאַרװאָס זאָלסטו טאַקע ניט איבערלײענען, חײם־לײב? װאָס אַרט דאָס דיך? עס קאָסט דיר געלט, צי װאָס?
ח ײ ם ־ ל ײ ב: (נעמט דאָס בריװל; טוט אָן אַ פּאָר זילבערנע ברילן אַף דער נאָז; זעצט זיך אַנידער און הײבט אָן צו לײענען הױך, אַף אַ קול. חנה־לאה זעצט זיך לעבן אים, און רב שלום שדכן שטײט און שאָקלט צו מיטן קאַפּ נאָך יעדן װאָרט און מאַכט מיט די ליפּן; עס קומט אים צו אַ שטיק געזונט). „לכּבֿוד ידידי היקר הנכבד והמופֿלג הנגיד והקצין איש חסיד ױרא שמים כש"ת מוהר"ר שלום נ"י! ראשית אוריעכם, אַז איך בין ברוך השם בקו החײם והשלום, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון אײַך צו הערן אַף װײַטער ניט ערגער, אָמן. והשנית, זײַט װיסן, אַז השידוך עם הגבֿיר שלכם, װאָס איר האָט מיר געהאַט געשריבן, ועם הגבֿיר שלנו, האָב איך מורא װעט ניט גײן, מחמת ערשטנס האָט איר מסתּמא געהערט די מעשׂה, װאָס האָט זיך געטראָפֿן מיטן מחותּן של הגבֿיר שלנו, װאָס זײַן עלטערע טאָכטער האָט זיך…" צו װאָס טױג עס מיר? צו װאָס דאַרף איך עס װיסן?
ד ב ש ל ו ם ש ד כ ן: (כאַפּט אים באַ דער האַנט). װאָס אַרט עס אײַך װאָס? לײענט, װעט איר זען װײַטער, װעט איר זען.
ח נ ה ־ ל א ה: אַנו? לײען, לײען, װאָס האָט זיך דאָס אַזעלכעס געטראָפֿן מיט איר? עס קער זײַן אַ שײנע מעשׂה.
ח ײ ם ־ ל ײ ב: (לײענט װײַטער). „…זײַן עלטערע טאָכטער האָט זיך אָנגעקלעפּט, רחמנא ליצלן, אין אַ לערער און איז מיט אים מחילה אַנטלאָפֿן אין אַ שטאָט אַרײַן און האָט דאָרטן געװאָלט שטעלן אַ חופּה. איז ער געקומען מיט זײַן פּלוניתטע צום רבֿ שטעלן אַ חופּה. האָט אים דער רבֿ מסתּמא ניט געװאָלט געבן קײן חופּה וקידושין. איז ער אַװעקגעגאַנגען צום קאַזיאָנע רבֿ שטעלן אַ חופּה, האָט אים דער קאַזיאָנער רבֿ געזאָגט…” װאָס קער זיך דאָס אָן מיט אונדז, איך בעט אײַך?…
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן : װאָס אַרט אײַך װאָס? אָט לײענט װײַטער, לײענט!
ח נ ה ־ ל א ה: נו, לײען שױן אַז דו לײענסט.
ח ײ ם ־ ל ײ ב : (רױט װי פֿײַער פֿאַר כּעס, לײענט װײַטער). „…האָט אים דער קאַזיאָנע רבֿ געזאָגט: װאָס װילט איר? האָט ער אים געזאָגט: איך װיל, איר זאָלט מיר געבן חופּה וקידושין.האָט אים דער קאָזיאַנער רבֿ געזאָגט: װאָס הײסט, איך זאָל אײַך געבן חופּה וקידושין? איך קען אײַך? האָט ער אים געזאָגט… האָט אים דער קאַזיאָנער רבֿ געזאָגט… האָט ער אים געזאָגט…” טפֿו זאָלט איר װערן! ,, האָט אים ע ר געזאָגט! האָט ער א י ם געזאָגט! צו װאָס טױגן מיר די אַלע זאָגעכצן? װאָס װילט איר האָבן פֿון מײַנע יאָר און טעג? (ער טוט אַ שמיץ דאָס בריװל און װיל אַנטלױפֿן. רב שלום שדכן לאָזט אים ניט. ער האַלט אים צו באַ דער האַנט און נעמט אַלײן לײענען דאָס בריװל).
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן : (לײענט גיך און פֿאַרכלינעט זיך). „…אי־אי־אי! אָט דאָס האָט איר פֿון הײַנטיקע לערערס מיט הײַנטיקע דאָקטױרים…” על־כּל־פּנים… יאָ… „איז הגבֿיר שלנו ניט קײן מחותּן פֿאַר הגבֿיר שלכם; על־כּן האָב איך אַ בעסערן, אַ שענערן, אַ פֿײַנערן און אַ גרעסערן שידוך בעבור הגבֿיר שלכם אין אַלע אופֿנים, הײנו: עס איז דאָ אין דער שטאָט ליפּעװעץ זײער אַ פֿײַנע אַלמנה מרת בײלה שתּחיה, בײלה גאָלדשפּינער, און הגם זי איז ניט אַזױ רײַך, װי הגבֿיר שלכם, דערפֿאַר שטאַמט זי אָבער פֿון גאָר אַ הױך אָרט, פֿון רבֿ פּינחסל ליפּע־װיצער, און איבערהױפּט ― װאָס זי האָט אַ זון, אַ בן־יחיד, אַן אַנטיקל, װאָס מע קריגט דאָס ניט בכל קצױ ארץ, הײנו: שײן, פֿײַן, שרעקלעך געבילדעט מיט שכנות ופּשטות! אַ געשטודירטער, פֿאַרשטײט איר מיך, אַף אַלע לשונות, געבילדעט באמת װי אַ דאָקטער, און אפֿשר נאָך מער װי אַ דאָקטער, װאָס פֿאַרשטעקן אַלע דאָקטאָרים אין גאַרטל…” (צו חנה־לאהן). נו? װאָס װעט איר עפּעס זאָגן אַפֿן שידוך? איר זײט דאָך, װי זאָגט מען, קײן עין־הרע, אַ קלוגע ייִדענע, אַ חכמה…
ח נ ה ־ ל א ה: (דרײט מיט דער נאָז). נײן, ניט דאָס מײנען מיר.
ח ײ ם ־ ל ײ ב: ניט דאָס האָבן מיר געמײנט.
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: (צו זיך). אָט האָסטו דיר! הײב זיך אָן מיט די אױפֿגעקומענע נגידים! דאָס טעלערל פֿונעם הימל איז זײ קאַרג! (צו זײ בײדן). װאָס דען האָט איר געװאָלט װאָס?
ח נ ה ־ ל א ה: מיר האָבן געװאָלט, ס'זאָל זײַן עפּעס… עפּעס… אַזעלכעס װאָס… אַן אַנטיק!
ח ײ ם ־ ל ײ ב : עפּעס אַן אַנטיקל זאָל זײַן!
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: פֿאַר צען טױזנט װילט איר האַנדלען מציאות װילט איר?
ח נ ה ־ ל א ה: צען טױזנט? צװאַנציק טױזנט!
ח ײ ם ־ ל ײ ב : צװאַנציק טױזנט? צען טױזנט!
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן : (צו זיך). הײַנט דערגײ אַ טאָלק! צען טױזנט, צװאַנציק טױזנט! צװאַנציק טױזנט, צען טױזנט!
ח נ ה ־ ל א ה: (הױך). אַז מע זאָגט אײַך צװאַנציק טױזנט, איז צװאַנציק טױזנט!
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: צװאַנציק טױזנט!
ח ײ ס ־ ל ײ ב: (הױך). אַז מע זאָגט אײַך צען טױזנט איז צען טױזנט!
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: צען טױזנט!
ח נ ה ־ ל א ה: (נאָך העכער). צװאַנציק טױזנט!
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: צװאַנציק טױזנט!
ח ײ ם ־ ל ײ ב: (נאָך העכער). צען טױזנט!
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: צען טױזנט! (צו זיך). דול און משוגע קאָן מען פֿון זײ װערן! (עס קומט אָן אַבראַמטשיק מיט אַ פּאַק ביכער אונטער די הענט. גײט צו דער שאַפֿע).
דריטע סצענע
ח ײ ם ־ ל ײ ב: פֿון װאַנען קומט דאָס אָן אַזאַ ייִד, װי דו?
אַ ב ר אַ מ ט ש י ק: (קוקט ניט אַף קײנעם). אַזאַ ייִד, װי איך, קומט אָן פֿון דער ביבליאָטעקע… פֿו! אַ היץ! (דערזעט רב שלום שדכן). אַ? רב שדכן? װאָס טוט איר דאָ? װידער אַ שידוך? װידער שידוכים? גװאַלד, ביז װאַנען װעט איר האַנדלען מיט לעבעדיקע מענטשן? ביז װי לאַנג װעט איר פֿאַרקױפֿן כּלות מיט חתנים? איר זײַט דאָך ערגער פֿון אַזיאַטן, װילדע מענטשן, דעספּאָטן!
ח ײ ם ־ ל ײ ב: (לײגט צו אַן אױער, קוקט אַפֿן שדכן מיט גרױס גדלות). האַ, װאָס האָסטו געזאָגט?
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: װאָס האָסטו געזאָגט װאָס?
אַ ב ר אַ מ ט ש י ק: אַז איך װעל אײַך זאָגן, װעט איר שױן װיסן?
ח נ ה ־ ל א ה: פֿאַרװאָס ניט? רב שלום זײַנען דען אַזאַ בהמה?
אַ ב ר אַ מ ט ש י ק: װער זאָגט דען, אַז ער איז אַ „בהמה“? איך זאָג נאָר, אַז ער װײס ניט, װײַל ס'איז אַן „אינאָסטראַנע” װאָוט.
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: אַ װאָסער אַ װאָרט זאָגסטו?
אַ ב ר אַ מ ט ש י ק: (בײגט זיך צו צו רב שלום שדכן). א י נ אָ ־ ס ט ר אַ נ ע ― װײסט איר שױן? אינאָסטראַנאָיע סלאָװאָ!
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: (פּינטלט מיט די אױגן). אַהאַ! (פֿאָטער און מוטער קװעלן).
אַ ב ר אַ מ ט ש י ק : אַהאַ? װאָס אַהאַ? אַ ייִד זאָגט דיר באַלד „ אַהאַ ”!
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן : איך מײן דאָס װאָרט מײן איך. הײסט
74 ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם עס, אַפּנים, אַזאַ װאָרט, װאָס דער פּשט איז דערפֿון… (ער מאַכט מיט די פֿינגער). ע־ע־ע…
אַ ב ר אַ מ ט ש י ק: (כאַפּט זיך מיט בײדע הענט באַם בױך). כאַ־כאַ־כאַ! אױ, פֿאַנאַטיקער! אױ, פֿאַנאַטיזם! אױ, חסידיזם! אינאָס־טראַנע װערטער װערן אָנגערופֿן פֿרעמדע װערטער, װערטער פֿון פֿרעמדע שפּראַכן, למשל, „דעספּאָט“, „דעספּאָטן“. פֿון װאַנען נעמט זיך דאָס, װײסט איר?
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: אַדרבה, פֿון װאַנען, אַדרבה? איך בין אַ ייִד אַ פּראָסטער בין איך, אין די שקאָלעס האָב איך ניט געלערנט און אין די אוניװערסטוטן בין איך ניט געגאַנגען… גיב מיר נאָר אַ פּאַפּיראָס גיב מיר. (נעמט באַ אים אַ פּאַפּיראָס).
אַ ב ר אַ מ ט ש י ק: (מיט גדלות). דאָס װאָרט „דעספּאָט” נעמט זיך פֿון דעספּאָטיזם… הײַנט װײסט איר שױן?
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: (שאָקלט מיטן קאָפּ). אַזױ? פּס!… װאָס־זשע הײסט דאָס „דעספּאָטיזמאַ“?
אַ ב ר אַ מ ט ש י ק: דעספּאָטיזם איז דאָס זעלבע, װאָס דעספּאָט.
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: אַהאַ, אױב אַזױ װײס איך שױן! אפֿשר האָסטו אַ שװעבעלע? (נעסט באַ אים אַ שװעבעלע). װאָס־זשע הײסט דאָס דעספּאָט? (פּיפּקעט דעם פּאַפּיראָס). אַדרבה, מאַך מיך קלאָר, אַדרבה!
אַ ב ר אַ מ ט ש י ק: אַ דעספּאָט הײסט אַזאַ מענטש, װאָס פֿירט זיך דעספּאָטיש, און שױן!
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: איך פֿאַרשטײ, איך פֿאַרשטײ! (רײכערט דעם פּאַפּיראָס און בלאָזט מיט די ליפּן). איז װאָס־זשע הײסט דאָס דעספּאָטיש?
אַ ב ר אַ מ ט ש י ק: דעספּאָטיש הײסט, אַז ער פֿירט זיך װי אַ דעספּאָט, און אַ דעספּאָט הײסט אַ טיראַן, דעספּאָט און טיראַן איז כּמעט אַלץ אײנס, און לאָזט מיך צורו! (קוקט אין די ביכלעך אַרײַן און מישט בלעטלעך).
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: איך פֿאַרשטײ שױן, איך פֿאַרשטײ שױן! עס הײסט, דער שורש דערפֿון איז אַזױ, נאָר דער פּשט איז אַן אַנדערער. על־פּי דקדוק, הײסט עס… (מאַכט מיט די פֿינגער). זאָג־זשע מיר, אַבראַמטשיק, זאָלסט מיר געזונט זײַן זאָלסטו מיר, פֿון װאָסער אַ שפּראַך נעמט זיך דאָס דאָזיקע װאָרט פֿון װאָסערער? פֿון דײַטשעס, צי פֿון פֿראַנטשעײזשעס?
אַ ב ר אַ מ ט ש י ק: (קוקט אין ביכל אַרײַן). האַ? דעספּאָטיזם? פֿון לאַטײַן.
ד ב ש ל ו ם ש ד כ ן: אַזױ? טצאַ־טצאַ־טצאַ! אַזש פֿון לעטײַן! (צו רב חײם־לײב מיט זײַן װײַב). אָ? זעט איר? אָט דאָס הײסט געקענט שפּראַך אָט דאָס! אָט דאָס הײסט הײַנטיקע װעלט אָט דאָס! אין אונדזערע יאָרן, רב חײם־לײב, האָבן מיר עפּעס אַ סך געװוּסט פֿון אַ שפּראַך מיט אַ לעטײַן? האַ? (דער פֿאָטער מיט דער מוטער קװעלן).
אַ ב ר אַ מ ט ש י ק : (קוקט פֿון אױבן אַראָפּ). װאָס איז דער חתן אײַערער, װאָס איר רעדט מײַן שװעסטער: אַ דאָקטער מעדיצין, צי אַ יוריסט? צי אפֿשר גאָר אַן אינזשענער טעכנאָלאָג?
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: (בלאָזט דעם פּאַפּיראָס). ניט דאָס און ניט יענץ און ניט גאָרנישט.
אַ ב ר אַ מ ט ש י ק: ניט דאָס און ניט יענץ און ניט גאָרנישט? טאָ װאָס דען איז ער? אַ קופּטשיק? אַ טונעיאַדעץ?
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: חס וחלילה! ער איז אַ גבֿיריש קינד, װאָס איך שײַד ― אַ קענער, אַ מוראדיקער קענער! לשונות מיט שפּראַך, מיט ייִדיש, מיט רוסיש, מיט דײַטש, מיט פֿראַנצױז, מיט סכּנות־נפֿשות!
אַ ב ר אַ מ ט ש י ק: זײַט איר דאָס דער מבֿין? גוטע יאָרן! אומזיסט אײַער טרחה! מײַן שװעסטער װעט ניט נעמען קײנעם, אַ חוץ אַ דאָקטער, און דװקא אַ דאָקטער מעדיצין.
ח ײ ם ־ ל ײ ב: װער פֿרעגט דיך? װאָס ביסטו פֿאַר אַ מחותּן אַהער אַף זאָגן דעות?
אַ ב ר אַ מ ט ש י ק: װאָרעם אַזױ! איך װײס, אַז װיעראָטשקע װעט ניט נעמען קײן אַנדער חתן, אַ חוץ אַ דאָקטער מעדיצין.
ח ײ ם ־ ל ײ ב: יאָ. אָבער װאָס ביסטו פֿאַר אַ שאַלאַטן־שמשׂ? דײַן געשעפֿט איז ביכער און ביכלעך. גײט געזונטערהײט!
ח נ ה ־ ל א ה: (שטעלט זיך אײַן). װאָס אַרט דיך, אַז דאָס קינד רעדט?
ח ײ ם ־ ל ײ ב: איך האָב פֿײַנט אַן עזות־פּנים! ס'איז ניט זײַן באָבעס דאגה!
אַ ב ר אַ מ ט ש י ק: (לאָזט זיך גײן, בלײַבט שטײן אַף אַ װײַלע אין אַ טראַגישער פּאָזע, שאָקלט מיטן קאָפּ און רעדט צו זיך אַלײן). אָ, דעספּאָטיזם, פֿאַנאַטיזם, חסידיזם, אָבסקוראַנטיזם!… (גײט אַװעק. דער פֿאָטער און די מוטער קװעלן).
פֿערטע סצענע
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: אָט דאָס הײסט אַ מושלם! אָט דאָס הײסט געקענט אָט דאָס! הקיצור, איז װיִאַזױ בלײַבט דאָס װיִאַזױ? איר האָט מיר פֿאַרשלאָגן די פּאָמערקעס האָט איר מיר… יאָ! קלאַפּ איך, הײסט עס, אַװעק אַ דעפּעש, אָדער איך שרײַב אַרײַן אַן אָטקריטקע צו מײַן שותּף װעגן דעם דאָזיקן שידוך, אַז…
ח נ ה ־ ל א ה: (שלאָגט אים איבער). זײַט זיך ניט מטריח, קלאַפּט ניט קײן דעפּעשן און שרײַבט ניט קײן אָטקריטקעס ― דער שידוך איז ניט פֿאַר אונדז.
ח ײ ם ־ ל ײ ב: ס'איז ניט פֿאַר אונדז דער שידוך.
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: פֿאַרװאָס איז?
ח נ ה ־ ל א ה: דערפֿאַר, װאָס מיר װילן אַ דאָקטער. הײַנט װײסט איר שױן? אײנמאָל פֿאַר אַלעמאָל ― אַ דאָקטער.
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: אַ דאָקטער? מילא, אױך די אײגענע מעשׂה; איר זאָגט אַ דאָקטער? לאָז זײַן אָ דאָקטער לאָז זײַן.
ח ײ ם ־ ל ײ ב: (צו חנה־לאהן). אַ דאָקטער? אַנדערש לױנט דיר ניט?
ח נ ה ־ ל א ה: אַנדערש לױנט מיר ניט.
ח ײ ם ־ ל ײ ב: נו, װיל איך דװקא אַ סוחר. איך האָב דיר װיפֿל מאָל געזאָגט, אַז איך װיל נעמען אַ סוחר, ניט קײן דאָקטער! אַ טײַערע מציאה אַ „יאָקטער“! ער האָט געשטודירט און געשטודירט, קױם אױס־געשטודירט ― און פֿונדעסטװעגן װער קומט צו װעמען, אַז עס טוט אים װײ דער בױך? װער נעמט באַ װעמען אַ קערבל? איך באַ אים, צי ער באַ מיר? נײן, אַדרבה, זאָגט שױן איר אַלײן, רב שלום! הקיצור, איך נעם ניט פֿאַר מײַן טאָכטער קײן דאָקטער! איך נעם איר אַ סוחר! פֿאַרשרײַבט אײַך, רב שלום: אַ סוחר!
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: אַ סוחר? מילא, אױך די אײגענע מעשׂה! איר זאָגט אַ סוחר? לאָז זײַן אַ סוחר לאָז זײַן.
ח נ ה ־ ל א ה: איז דװקא װײַל דו װילט אַ סוחר, װיל איך אַ דאָקטער!
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: אַ דאָקטער.
ח ײ ם ־ ל ײ ב: (הױך). איר הערט, רב שלום? אַ סוחר!
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: אַ סוחר.
ח נ ה ־ ל א ה: (הױך). אַ דאָקטער!
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: אַ דאָקטער.
ח ײ ם ־ ל ײ ב: (נאָך העכער) אַ סוחר!
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: אַ סוחר.
ח נ ה ־ ל א ה: (נאָך העכער). אַ דאָקטער!
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: (צו זיך). משוגע צו װערן פֿון זײ! (צו זײ בײדן). װײסט איר גאָר װאָס? איך װעל אײַך געבן אַ סוחר װעל איך אײַך געבן אַזעלכן, װאָס הײלט, אָדער אַ דאָקטער, װאָס האַנדלט, און לאָז דאָס האָבן אָן עק לאָז דאָס, און הײסט עפּעס דערלאַנגען צום טיש, דורכשװענקען דעם גאָרגל, טרוקן געװאָרן אין האַלדז רײדנדיק מיט אײַך, און טאַקע… (חנה־לאה טוט אַ קלונג. מע טראָגט אַרײַן לעקעך מיט בראָנפֿן, עס קומט אָן פֿון דער גאַס װ י ע ר אָ ט ש ק ע מיטן היטעלע, מיטן זאָנטיקל און מיט די הענטשקעלעך).
פֿינפֿטע סצענע
װ י ע ר אָ ט ש ק ע: (צום שדכן). באָנזשור, מאָנסיע!
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: מע רופֿט מיך רב שלום, ניט מאָסײ.
װ י ע ר אָ ט ש ק ע: כאַ־כאַ־כאַ! אָט אַ ניעװעזשדאַ! „באָנזשור מאָנסיע” הײסט ― גוט מאָרגן אײַך, מײַן הער.
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: אַ שײנער גוט מאָרגן אַף איר; שױן באַלד נאַכט… אַ גוטער אָװנט זאָל דיר זײַן! לחײם, רב חײם־לײב! לחײם, חנה־לאה! נו,לאָז גאָט געבן באַ איר צו דער חופּה.
װ י ע ר אָ ט ש ק ע: כאַ־כאַ־כאַ! אָט אַ קאָמיק! װאָס טוט איר דאָ? אַלץ מכּוח חתנים? אומזיסט אײַער מי, אומזיסט ברעכט איר פֿיס.
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: די פֿיס זײַנען מײַנע, ניט קײנעמס.
װ י ע ר אָ ט ש ק ע: (גײט אױס פֿון געלעכטער). כאַ־כאָ־כאַ! כאַ־כאַ־כאַ!
ח נ ה ־ ל א ה : װאָס לאַכסטו אַזױ, טאָכטער?
ח ײ ם ־ ל ײ ב: װאָס איז דער געלעכטער?
װ י ע ר אָ ט ש ק ע: (צו דער מוטער). אַ קאָמיטשעסקע פֿיגור! כאַ־כאַ־כאַ! פֿון װאַנען נעמען זיך אַזעלכע ניעװעזשדעס? װאָס טוט דאָ באַ אײַך דער שדכן?
ח נ ה ־ ל א ה: װאָס טוט אַ שדכן? ער רעדט שידוכים.
װ י ע ר אָ ט ש ק ע: װעמען רעדט ער דאָס שידוכים?
ח ײ ם ־ ל ײ ב: װעמען? מיר!
ח נ ה ־ ל א ה: זײ רײדן דיר אַ חתן, װיעראָטשקע.
װ י ע ר אָ ט ש ק ע: װאָס הײסט, ער רעדט מיר אַ חתן דאַרף זיך רײדן אַלײן. (טוט אױס די הענטשקעלעך). װעמען, אַ שטײגער, רעדט ער מיר?
ח נ ה ־ ל א ה : זײ רײדן דיר אַ דאָקטער.
ח ײ ם ־ ל ײ ב: אַ סוחר רעדט ער דיר.
ה נ ה ־ ל א ה: (הױך). אַ דאָקטער, ניט קײן סוחר! (רב שלום שדכן זאָגט נאָך: „אַ דאָקטער ”).
ח ײ ם ־ ל ײ ב: (הױך). אַ סוחר, ניט קײן דאָקטער! (רב שלום שדכן זאָגט נאָך: „אַ סוחר ”).
ח נ ה ־ ל א ה: (נאָך העכער). אַ דאָקטער! (רב שלום שדכן: „אַ דאָקטער ”).
ח ײ ם ־ ל ײ ב: (נאָך העכער). אַ סוחר! (רב שלום שדכן: „אַ סוחר ”).
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: (צו זיך). יאָ! עס הײבט זיך שױן אָן אַ טרעיאַטער! (צו פֿאָטער און מוטער). שאַט! װײסט איר נאָר װאָס? לאָמיר פֿרעגן באַ איר אַלײן לאָמיר.(צו װיעראַן). װאָס װילסטו בעסער, מײדל, אַ סוחר, צי אַ דאָקטער?
װ י ע ר אָ ט ש ק אַ: איר זײַט אַ נאַכאַל!
ד ב ש ל ו ם ש ד כ ן: אַ װאָס?
װ י ע ר אָ ט ש ק ע: אַ נאַכאַל.
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן : נײן, דו האָסט אַ טעות, מײדל, איך בין אַ שדכן בין איך, ניט קײן נעכאַל; איז אױב דו װילסט, קאָן איך דיר געבן אַף אױסצוקלײַבן קאָן איך דיר; רב שלום שדכן האָט ברוך השם גענוג. איך קאָן דיר געבן אַ סוחרישן דאָקטער, אָדער אַ דאָקטערשן סוחר. די ברירה איז באַ דיר די ברירה.
װ י ע ר אָ ט ש ק ע: (קײַכט פֿאַר געלעכטער). כאַ־כאַ־כאַ! אַ סוחרישער דאָקטער, אָדער אַ דאָקטערשער סוחר! כאַ־כאַ־כאַ!…
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: (צו זיך). דאָס מײדל איז מיר עפּעס פֿרײלעך דאָס מײדל… (צו פֿאָטער און מוטער). לחײם, רב חײם־לײב! לחײם, חנה־לאה! נו, לאָז גאָט געבן אין גיכן צו דער חופּה!…
ח נ ה ־ ל א ה: װאָס שװײַגסטו, טאָכטער? זאָג אים, דעם טאַטן דײַנעם, דעם טיראַן, דעם דעספּאָט, אַז דו װעסט נעמען אַ דאָקטער, ניט קײן סוחר! (רב שלוס שדכן זאָגט נאָך: „אַ דאָקטער, ניט קײן סוחר ”).
ח ײ ם ־ ל ײ ב: אַ סוחר װעט זי נעמען, ניט קײן דאָקטער! (רב שלום שדכן זאָגט נאָך: „אַ סוחר, ניט קײן דאָקטער ”).
ח נ ה ־ ל א ה: (הױך). אַ דאָקטער! ( שלום שדכן זאָגט נאָך: „ אַ דאָקטער ”).
ח ײ ם ־ ל ײ ב: (הױך). אַ סוחר! ( שלום שדכן זאָגט נאָך: „ אַ סוחר ”).
ח נ ה ־ ל א ה: (אַ טופּ מיטן פֿוס). אַ דאָקטער! אַ דאָקטער! אַ דאָקטער!
ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: (זאָגט נאָך). אַ דאָקטער! אַ דאָקטער! אַ דאָקטער! לחײם, רב חײם־לײב! לחײם, חנה־לאהניו!
װ י ע ר אָ ט ש ק ע: (קאַטשעט זיך פֿאַר געלעכטער). כאַ־כאַ־כאַ! אַ דאָקטער! אַ דאָקטער! אַ דאָקטער! (פֿון יענער זײַט װאַנט הערט זיך אַ קול פֿון אַבראַמטשיקן:„ אַ דאָקטער! אַ דאָקטער! אַ דאָקטער!” ― עס עפֿנט זיך די קיכטיר און עס לױפֿט אַרײַן אַן איבערגעשראָקענע זלאַטקע דאָס דינסטמײדל מיט אַ האַנטעך און מיט אַ פֿלעדערװיש, און נאָך איר ברײַנע די ייִדענע מיט אַ האַנטשערקע און מיט אַ ראַהאַטש).
זעקסטע סצענע
ז ל אַ ט ק ע ד אָ ס מ ײ ד ל: אַ דאָקטער? װעמען איז אַ דאָקטער? װעלכן דאָקטער? אָט לױף איך ברענגען דעם דאָקטער!
ב ר ײַ נ ע ד י ייִ ד ע נ ע: אַ מכּה איז מיר אַ גרױסע! אַ דונער האָט מיך דערשלאָגן! װאָס איז דאָ? מע חלשט? פֿאַר װעמען דאַרף מען דאָס דעם דאָקטער? (װיעראָטשקע הערט ניט אױף צו קאַטשען זיך פֿאַר געלעכטער).
ח נ ה ־ ל א ה: (לאָזט זיך צו די דינסטן מיט בײדע קולאַקעס). אַ בײזער! אַ װיסטער! אַ פֿינצטערער חלום צו אײַער קאָפּ און צו אײַערע הענט און פֿיס! װאָן, שלים־מזלען! אַרױס פֿון דאַנען, דראַנקעס! חצו־