בילדער פֿונעם ייִדישן לעבן אין דרײַ אַקטן
די פּאַרשױנען:
מ א י ר ש אַ ל אַ נ ט, אַ ייִד אַ סוחר, אַן אױפֿגעקומענער גבֿיר, אַ פּראָס־ טער חי־וקים, שנײַדט זיך אַף אַן אַריסטאָקראַט.
מ ל כּ ה, זײַן װײַב, אַ ייִדענע אַן ערלעכע, אַ כּשרע נשמה.
מ אַ ט װ ײ, זײער עלטערער זון, אַ „פֿראַנט“.
פֿ ל אָ ר אַ, זײער עלטערע טאָכטער, אַ גרושה ,„פֿען־דע־סיעקל”.
ח נ ה, זײער ייִנגערע טאָכטער. געשאָרענע האָר. רײַסט זיך אַף די קורסן.
ח ײ ם, זײער ייִנגערער זון, אַ ציוניסט.
װ אַ ל אָ ד י ע, זײער זון, חנהס חתן, אַ „סטאַטעטשנער“ בחור.
ס אַ ש ק ע, זײער מיזיניקל, אַ צעבאַלעװעט בר־מצװה־בחורל.
מ ש ה ל ע ז ײַ ד ע נ ש ט אַ מ ע ר, שאַלאַנטס מחותּן, אַן אָפּגעפּוצט
א י ט ע ל ע, זײַן װײַב, טראָגט פּערל אינדערװאָכן.
אַ ר אָ נ ט ש י ק, זײער דריטער זון, אַ „חבֿרה־מאַן“.
פּ ע ס ל, אַן אָרעמע קרובֿה מלכּהס, אַ װײַבל מיט אַ פֿאַטשײלע.
ד אַ װ י ד ק ע, מאַטװײס אַ חבֿר, אַ קאָרטנשפּילער.
ב ע נ י ע, אַ ייִד מיט אַ זאָנטיק, האַלב מעקלער, האַלב שדכן.
מ אַ ש ע, אַ שטובמײדל באַ די שאַלאַנטס.
בחורים מיט שװאַרצע העמדלעך, מײדלעך מיט רױטע בלוזקעס און גלאַט פּאַרשױנען.
די געשיכטע קומט פֿאָר אין אַ גרױסער שטאָט. צו דער צװײטער אױפֿלאַגע ―
מיט אײניקע יאָר צוריק האָט זיך געדרוקט פֿון מיר אַ פֿעליעטאָן אין דער „ייִדישער פֿאָלקס־צײַטונג“ אונטער דעם נאָמען „צעזײט און צעשפּרײט, בילדער פֿונעם ייִדישן לעבן“. הגם די דאָזיקע בילדער זײַנען געשריבן אין אַ דראַמאַטישער פֿאָרעם, דאָך האָט זיך מיר אַפֿילו ניט געחלומט, אַז איך װעל אַמאָל זוכה זײַן צו זען זײ אױפֿגעפֿירט אַף דער סצענע.
אין עטלעכע יאָר אַרום האָט מען די פּיעסע איבערגעזעצט אין דער פּױלישער שפּראַך און מע האָט זי געשפּילט אין פּױלישן טעאַטער אין װאַרשע. אמת, דאָס פּובליקום האָט אױפֿגענומען די פּיעסע און דעם מחבר פֿון דער פּיעסע זײער רױשיק, די גאַלעריע האָט געפּאַטשט „בראַװאָ“, װי געװײנלעך, נאָר װאָס מער דער עולם האָט געגװאַלדעװעט, אַזױ מער האָט דאָס דעם מחבר פֿאַרדראָסן: ער האָט געפֿילט, אַז דער פּיעסע פֿעלט אַ סך מער װיפֿל זי פֿאַרמאָגט; ער האָט געפֿילט, אַז אַף דער בינע װערט געשפּילט אַ פֿעליעטאָן, ניט קײן דראַמע. דאָס, װאָס איך האָב דעמאָלט געליטן, קאָן מען באמת אָנרופֿן „חבוט־הקבֿר“. „קײנער װײס ניט, זאָגט מען, װעמען דער שוך קװעטשט“. איך בין געװען דענסטמאָל אױב ניט דער אײנציקער, װאָס האָט אױסגעפֿײַפֿט דעם מחבר פֿון דער פּיעסע.
איצט, באַ דער צװײטער אױפֿלאַגע, צום אױפֿפֿירן זי אַף דער ייִדישער בינע, האָב איך זי גענומען צום אױסבעסערן. דאָס „אױסבעסערן“ האָט מיך אָבער אַזױ װײַט פֿאַרשלעפּט, אַז איך האָב כּמעט אָנגעשריבן אַ גאַנץ נײַע פּיעסע, כּמעט נאָר איבערגעלאָזט דעם הױפּט־געדאַנק, די נעמען פֿון די פּאַרשױנען און אַ צװײ־דרײַ סצענעס אומגעענדערט. איך האָב געװאָלט, אַז מײַן ערשטע פּיעסע אַף דער ייִדישער בינע זאָל האָבן כאָטש אַ שטיקל פּנים פֿון אַ פּיעסע, אַזױ, אַז אױב די גאַלעריע װעט זיך ניט קענען אײַנהאַלטן און װעט אַמאָל װעלן „פּאַטשן בראַװאָ“, זאָל זי ניט פּאַטשן אומזיסט… „יונגע דראַמאַטורגן ― זאָגט טשעכאָװ ― באַדאַרף מען װינציקער אַפּלאָדירן און מער אױספֿײַפֿן“. גאָלדענע װערטער!…
ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם
קיִעװ, מײַ, 1905. באַ אַ גרױסן, רײַך־געדעקטן טיש זיצט מ א י ר ש אַ ל אַ נ ט
אין אַ כאַלאַט, פֿאַרטיפֿט אין חשבונות. ― מ ל כּ ה איז באַשעפֿטיקט
באַם סאַמאָװאַר, טראָגט אונטער איטלעכן טײ. ― פֿ ל אָ ר אַ, אַן אָנגע־
פּודערטע, מיט ברײטע צעשניטענע אַרבל, זיצט אין אַ װיגשטול, װיגט
זיך און זינגט שטילערהײט. ― ח נ ה, פֿאַרטיפֿט אין אַ ביכל, לײענט.
מ אַ ט װ ײ, אַ צעקאָשמעטער, פֿײַפֿט אונטער שטילערהײט.
ערשטע סצענע
מ ל כּ ה: (אַף רוסיש). שאַשע! שאַשענקע?
ס אַ ש ק ע: (פֿונעם אַנדערן חדר, אַף רוסיש). װאָס איז, מאַ־מאַשאַ?
מ ל כּ ה: װאָס טוסטו דאָרטן?
ס אַ ש ק ע: איך װאַש די קאַץ. װאָס איז דען?
מ ל כּ ה: גײ טרינקען טײ! (מאַטװײ און פֿלאָראַ לאַכן).
ח נ ה: (צו דער מוטער). אַנדערש קאָנסטו טאַקע מיט אים ניט רײדן, נאָר אַף רוסיש?
מ ל כּ ה: װיִאַזױ דען זאָל איך רײדן, אַז איר רעדט אַלע אַזױ? איך װאָלט אַװדאי געװאָלט בעסער רײדן אַף ייִדיש, אַף מאַמע־לשון, נאָר װאָס זאָל איך טאָן, אַז איר אַלע, און אַפֿילו אָט דער אַלטער נאַר )זי באַװײַזט אַף מאירן), האָט זיך אָנגערעדט, מע זאָל אַרױסטרײַבן אונדזער הײליקן לשון. און װער שמועסט, פֿון זינט מיר זײַנען אַריבערגעפֿאָרן אַהער, אין דער דאָזיקער פֿאַרשאָלטענער שטאָט! װאָס, אפֿשר ניט אַזױ, מאיר?
מ א י ר: װאָס ניט אַזױ? אַז דו ביסט אַ בהמה? (מאַטװײ און פֿלאָראַ לאַכן).
מ ל כּ ה: לאַכט, לאַכט! דאָס עפּעלע פֿאַלט ניט װײַט פֿונעם בײמעלע. „יאַקי טאַטקאָ, טאַקי דזיעצקאָ“…
מ אַ י ר: שױן? האָסט שױן אָנגעהױבן מיט דײַן מוסר, מיטן טײַטש־חומש און מיטן פּעטשענע־װאַרענע? (מאַטװײ און פֿלאָראַ לאַכן). װוּ איז חײם? װוּ איז װאַלאָדיע? (קוקט זיך אַרום). פֿאַרװאָס זעט מען זײ ניט?
מ ל כּ ה: שלאָפֿן נאָך מן־הסתּם.
מ א י ר: אַזױ שפּעט? טאָמער װאָלט מען זײ אױפֿגעװעקט טרינקען טײ?
מ ל כּ ה: אַ רחמנות, זײ האָבן זיך שפּעט געלײגט שלאָפֿן.
מ א י ר: (קוקט אין די פּאַפּירן). געלערנט?
מ אַ ט װ ײ: פֿאַרשטײט זיך! װי דען? מיר דאַכט, אַז זײ זײַנען בײדע געקומען אַהײם מיטן טאָג גלײַך.
פֿ ל אָ ר אַ: מיטן טאָג גלײַך? געװען שױן גרױסער טאָג.
מ א י ר: (צו מלכּהן). װאָס הײסט דאָס? װוּ איז מען דאָס געװען? װוּהין גײט מען דאָס אַרום גאַנצע נעכט? װאָס פֿאַר אַרומגײעכצן באַנאַכט?
מ ל כּ ה: װײס איך װאָס ― קינדער פּלאַפּלען!
מ אַ ט װ ײ: מאַמאַשע! װאָס דאַרפֿסטו זײ פֿאַרענטפֿערן? זײ זײַנען געװען אַף אַ „זאַסעדאַניע“. װאָס איז דער אומגליק?
מ א י ר: װאָס פֿאַר זאַסעדאַניעס גאָר?
פֿ ל אָ ר אַ: שפּילסט זיך מיט זײ? יענע קערן װעלטן!
מ אַ ט װ ײ: מע ברענט די באָד!
ח נ ה: (ניט צוגענומען די אױגן פֿונעם בוך). אַלץ בעסער װי שפּילן גאַנצע נעכט אין קאָרטן.
פֿ ל אָ ר אַ: (צו מאַטװײען). דאָס איז שױן אין דײַן גאָרטן אַרײַן, מאַטװײ…
מ אַ ט װ ײ: „לאַנגע האָר, זאָגט מען, קורצער שׂכל“. באַ איר איז בײדע זאַכן: אי קורצע האָר, אי קורצער שׂכל.
ח נ ה: אי פּלאַטשיק, אי אָן טעם.
מ אַ ט װ ײ: (ציט אױס אַ לאַנגן פֿײַף). פֿי־יו־יט!
מ א י ר: (הײבט אױף דעם קאָפּ). װער פֿײַפֿט עס? װאָס פֿאַר אַ פֿײַפֿערײַ?
מ ל כּ ה: (צו די קינדער מיט אַ געבעט). לאָז זײַן שטיל, איך בעט אײַך! (עס קומט אָן ח ײ ם, טוט אַ קוש דעם פֿאָטער. גיט חנהן די האַנט. מ ל כּ ה טראָגט אים אונטער טײ).
צװײטע סצענע
מ א י ר: װוּ ביסטו דאָס געװען, הײם? װאָס פֿאַר זאַסעדאַניעס באַ דיר?
ה ײ ם: פֿון ציוניסטן.
מ אַ ט װ ײ: פֿון ארץ־ישׂראל־ייִדן.
מ א י ר: (איראָניש). װאָס־זשע איז געבליבן דאָרטן באַ אײַך אַף דער אַסיפֿה?
מ אַ ט װ ײ: מע זאָל אַריבערפּעקלען אַלע ייִדן קײן ארץ־ישׂראל.
ח ײ ם: ניט אַלע… די ייִדן, װאָס זײ געפֿעלט ניט ארץ־ישׂראל, קאָנען בלײַבן דאָ.
מ אַ ט װ ײ: עס גײט זײ אָפּ צום רומל נאָר אַ װײַס פֿערדל. (פֿלאָראַ לאַכט נערװעז. עס קומט אָן װאַלאָדיע מיט אַ פּעקל ביכער, טוט אַ קוש דעם פֿאָטער, קװעטשט חײמען און חנה די האַנט. מלכּה טראָגט אים אונטער טײ).
דריטע סצענע
װ אָ ל אָ ד י ע: װאָס איז דאָ אַזױ פֿרײלעך?
ח ײ ם: װאָס פֿעלט זײ?
מ א י ר: (צו װאַלאָדיען, ניט אױפֿגעהױבן די אױגן). נו, און דו, װאַלאָדקע? װוּהין װילסטו אַריבערפֿירן די ייִדן? אױך קײן ארץ־ישׂראל? צי אפֿשר גאָר קײן מצרים?
װ אָ ל אָ ד י ע: װאָס דאַרף מען קײן מצרים? מע קאָן ניט זײַן קײן שקלאַפֿן דאָ?
מ אַ ט װ ײ: פּאַפּאַ! דאָס מײנט מען אונדז און דיך אױך בתּוכם…
מ א י ר: (צו װאַלאָדיען אין גוטן מוט). מיט אַ טאַטן רעדסטו אַזעלכע װערטער, דו שײגעץ אײנער?
װ אָ ל אָ ד י ע: װאָסערע װערטער? (מאַטװײ פֿײַפֿט, פֿלאָראַ לאַכט).
מ א י ר: (שטרענג). װאָס פֿאַר אַ פֿײַפֿערײַ? װאָס פֿאַר אַ געלעכטער?
מ ל כּ ה: (לױפֿט צו). אָבער לאָז זײַן שטיל! קינדער, לאָז זײַן שטיל, איך בעט אײַך! (עס קומט אָן סאַשקע מיט צװײ קעצלעך אונטער בײדע הענט. ער קושט פֿריִער דעם פֿאָטער, נאָכדעם די מוטער. מלכּה באַזעצט אים, דרײט זיך אַרום אים, גיט אים טײ, ער האָדעװעט די קעץ מיט מילך).
פֿערטע סצענע
מ אַ ט װ ײ: אַהאַ! ער איז שױן דאָ מיט דער משפּחה!
פֿ ל אָ ר אַ: סאַשקע מיט די קעץ!
ס אַ ש ק ע: (קוקט ניט אַף קײנעם). פֿאַרװאָס קױפֿט מען מיר ניט קײן װעלאָסיפּעד?
מ ל כּ ה: (לױפֿט צו צו אים). לאָז זײַן שטיל, סאַשענקע! װאָס טױג דיר זיך האַלטן מיט אַזאַ מיאוסקײט? װאַרף זײ אַרױס! שאַט צום זכּרון! אַ שרץ!
ס אַ ש ק ע: (הערט זי ניט). פֿאַרװאָס קױפֿט מען מיר ניט קײן װעלאָסיפּעד? (הױך). קײן װעלאָסיפּעד פֿאַרװאָס קױפֿט מען מיר ניט?! (אַלע לאַכן, חוץ מלכּהן).
מ א י ר: (רײַסט זיך אָפּ פֿון די פּאַפּירן). האַ? װאָס האָט ער געזאָגט? װאָס זאָל מען אים קױפֿן?
מ ל כּ ה: װײס איך װאָס אַ קינד פּלאַפּלט!… אַ לעסיפּעד האָסטו צוגעזאָגט אים קױפֿן, װאָס?
מ א י ר: װאָסערע לעסיפּעדן! װאָסערע פֿלױמען! אַזאַ קלײנער װעװריק װי דו דאַרפֿסט נאָר לערנען, ניט אַרומפֿאָרן אַף לעסיפּעדן און שפּילן זיך מיט אַזאַ פּאַסקודסטװע! (װאַרפֿט אַראָפּ די קעץ; סאַשקע הײבט זײ אױף אײן מאָל און צװײ מאָל און דרײַ מאָל. אַלע לאַכן חוץ מלכּהן). װוּ זײַנען דײַנע לערערס װוּ?
ס אַ ש ק ע: לערערס? כאַ־כאַ־כאַ! געװען אײנער אַ לערער, איז ער אױך ניטאָ.
מ א י ר: װאָס הײסט אײנער אַ לערער? נו, און דער מלמד ― װוּ איז דער רבי?
ס אַ ש ק ע: װאָסער מלמד? װאָסער רבי? שױן לאַנג דורכגעטריבן!
מ א י ר: (איבערראַשט). האַ? װאָס? דורכגעטריבן? װער האָט אים דורכגעטריבן? װער האָט דאָס געהאַט אַ העזה אַרױסצוטרײַבן אַ מלמד אָן מיר? (קלאַפּט מיט די הענט אין טיש). איך בין דאָ באַלעבאָס, צי נײן? װאָס שװײַגט איר? װער איז דאָ באַלעבאָס? (ער גײט אַרײַן װאָס װײַטער אין אַלץ מער כּעס, װאַרפֿט די קעץ פֿונעם טיש; סאַשקע װיל זײ אױפֿהײבן, דער פֿאָטער טרײַבט אים דורך). גײ דיר, דו פּיד־סװיניק אײנער, מיט דער פּאַסקודסטװע! (סאַשקע מיט די קעץ גײט אַװעק, מורקעט אונטער דער נאָז: „אַ פֿאַרשאָלטענע שטוב“…).
פֿינפֿטע סצענע
מ אַ ט װ ײ: (ציט אױס אַ לאַנגן פֿײַף). פֿי־יו־יט!
פֿ ל אָ ר אַ: (שטיקט זיך שטילערהײט). כי־כי־כי!
ח ײ ם: (צו װאַלאָדיען). אַ זעלטן בחורל!
ח נ ה: זעלטענע דערציִונג!
װ אַ ל אָ ד י ע: (דעקלאַמירט). „װאָט זלאָנראַװיאַ דאָסטאָיניאַ פּלאָדי“…(אַ פּאָר מינוט הערשט אַ שטילשװײַגעניש).
ח ײ ם: (צו װאַלאָדיען). װען מאַכן מיר אַ דיסקוסיע?
װ אַ ל אָ ד י ע: ניטאָ דערװײַל קײן פּלאַץ… (צו חנהן). נעמסט אַן אָנטײל אין אונדזער דעבאַטע?
ח נ ה: מיט פֿאַרגעניגן. װען װעט דאָס זײַן?
פֿ ל אָ ר אַ: װאָס? אַ ספּעקטאַקל?
ח ײ ם: (צו װאַלאָדיען). װאָס חלומט זיך אַ הון?
ח נ ה: פּראָסע.
פֿ ל אָ ר אַ: (צו מאַטװײען). װאָס זאָגסטו אַף אונדזער קורסיסטקע? זי מײנט, אַז װי באַלד מע שערט זיך אונטער די האָר, אַזױ נעמט מען שױן צו אַף די קורסן…
מ אַ י ר: האַ? קורסן? װאָס פֿאַר קורסן?
מ ל כּ ה: װײס איך װאָס קינדער פּלאַפּלען!
מ אַ ט װ ײ: זי פֿאַרגעסט, אַז דערװײַל איז זי אַ ייִדישע טאָכטער, דאָס הײסט, אַ „זשידאָװקע מיט אַן אַטעסטאַט“.
ח ײ ם: אַלץ שענער װי װאַלגערן זיך אין אַלע קלובן.
װ אַ ל אָ ד י ע: און שפּילן אין קאָרטן.
מ א י ר: װאָס פֿאַר קלובן? װאָס פֿאַר קאָרטן?
מ ל כּ ה: װײס איך װאָס קינדער פּלאַפּלען! (צו די קינדער). איך בעט אײַך, לאָז זײַן שטיל! (עס װערט אַף אַ װײַלע שטיל. יונגװאַרג רײדן צװישן זיך שטילערהײט).
מ א י ר: (שטײט אױף פֿונעם טיש). װער װעט מיר אָנשרײַבן עפּעס אַ רעכטן בריװ צום פּריץ, צום גראַף מײן איך?… ער שרײַבט מיר, דער גראַף, אַז מע דינגט באַ אים װאַלד, מע גיט אים, זאָגט ער, אַן אײַזערנעם פּרײַז… ער מײנט, איך װײס ניט, װאָס ער מײנט!… עס ציט אים שױן אַהין, קײן „מאָנטעקאַרעל“ ציט עס אים! אַ קערטעלע!… באַדאַרף ער האָבן געלט… בלאָטע! איך װעל ניט דערלאָזן, מע זאָל האַקן דעם װאַלד, מאַכן אים אַ תּל פֿון דער אימעניע, אָבער גאָר לא!… (גײט צו צו אַ שרײַבטישל, װאָס באַ דער זײַט). מע באַדאַרף אים אַװעקשרײַבן אַזאַ בריװל, ס'זאָל אים נעמען!… נו, קינדער! װער שרײַבט?
מ אַ ט װ ײ: איך האָב גאָר פֿאַרגעסן, אַז כ'האָב הײַנט קײן צײַט ניט. (הײבט זיך אױף און גײט אַװעק).
פֿ ל אָ ר אַ: איך װעל מיר הײַנט אַמאָל אָנטאָן, צי נײן? (הײבט זיך אױף און גײט אַװעק).
מ א י ר: נו?
ח ײ ם: (צו װאַלאָדיען). נו? װעסט אפֿשר שרײַבן?
װ אַ ל אָ ד י ע: (צו חײם). פֿאַרװאָס ניט דו?
מ א י ר: נו?
ח נ ה: (גײט צו צום טישל). אָט װעל איך. (נעמט זיך צו דער פּען).
מ א י ר: שעמען מעגט איר זיך! מילא יענע צװײ עלטערע האָבן זיך אָפּגעטראָגן, איז כאָטש דער פֿאַרדראָס ניט אַזױ גרױס; ס'איז פֿאַר זײ אַ סוד, זײ קענען נעבעך ניט… אָבער איר, ימח־שמוניקעס? איר יכולט דאָך יאָ! קאַרג קאָסט איר מיך אָפּ?… אַ װױל קינד איז טאַקע חנהלע… (צו חנהן). שרײַב… (שטעלט זיך אַװעק אין אַ פֿאַרטראַכטע פּאָזע, דיקטירט). שרײַב אים אַזױ: „יעװאָ סיאַטעלסטװוּ יאַסנאָװעלמאָזש־נעמו פּאַנו כראַביאַ“… שױן?
ח נ ה: שױן.
מ א י ר: (מיט די הענט). „ראשית חכמה קום איך דיר, יאַסנאָ־װעלמאָזשנע פּאַן כראַביאַ, צו מעלדן… נײן! דערנידעריקסט צו מעלדן מײַן איבערגעבנהײט… נײן! מײַן אַלערטיפֿסטע איבערגעבנהײט“… שױן?
ח נ ה: שױן.
מ א י ר: „מײַן אַלערטיפֿסטע איבערגעבנהײט און געטרײַשאַפֿט… נײן! מײַן שטענדיקע געטרײַשאַפֿט צו דיר, יאַסנאָװעלמאָזשנע פּאַן כראַ־ביאַ, און צו דײַן הױזגעזינט… נײן! צו דײַן יאַסנאָװעלמאָזשנע הױזגעזינט…“
ח ײ ם: (הױך). איך פֿאַרשטײ ניט, צו װאָס זאָל אַ ייִד זיך מאַכן אַזױ נידעריק פֿאַר אַ פּריץ?
װ אַ ל אָ ד י ע: װאָס עפּעס אַ ייִד? און גלאַט אַ מענטש פֿאַר אַ מענטשן?
מ א י ר: (אױפֿגעהױבן דעם קאָפּ). האַ? שרײַבן קען איך ניט ― מע האָט מיך ניט געלערנט. נאָר װ אָ ס און װ י אַ ז ו י צו שרײַבן צו אַ פּריץ ― דאָס באַדאַרף איך מיך באַ אײַך ניט לערנען. איך װעל מיר נאָך אױסגלײַכן מיט אַלע אײַערע קענערס דאָרטן, און אפֿשר נאָך מיט אַ סמיטשיק. צי איר מײנט טאַקע, אַז װי באַלד איר קען ניט קײן געאָגראַפֿיע, אַזױ בין איך שױן גאָר אַ בהמה און פֿאַרשטײ שױן גאָרניט?
ח ײ ם: װער זאָגט דען? מע שמועסט נאָר פֿון דעם, למאַי זאָל אַ ייִד אַזױ אָנבױגן דעם קאָפּ פֿאַר אַ פּריץ הײַנטיקע צײַטן?
װ אַ ל אָ ד י ע: װאָס עפּעס אַ ייִד? יעדער מענטש באַדאַרף זיך האַלטן מענטשנגלײַך. אַ מענטש באַדאַרף קודם־כּל אַכטן זיך אַלײן, אַלײן קוקן אַף זיך, װי אַף אַ מענטשן.
מ א י ר: גוט, גוט. דער גראַף קען מיך, ברוך השם, ניט דאָס ערשטע יאָר, און כאָטש איך האָב אין די „גימענאַזיעס“ ניט געלערנט, װעט ער פֿונדעסטװעגן אַװעקגעבן פֿאַר מיר דרײַ הונדערט פּאָר פֿײַנע בריות אַזעלכע װי איר, װאָרעם ער װײס, פֿאַרשטײט איר מיר, אַז איך בין אים געטרײַ און איבערגעגעבן װי אַ הונט…
ח ײ ם און װ אַ ל אָ ד י ע: (בײדע מיטאַמאָל). אָט־אָט, אָט דאָס מײנט מען טאַקע! אָט דאָס װאָרט „הונט“ איז איבעריק.
מ א י ר: (אױפֿגערעגט). װילט איר מיך לערנען שׂכל, הײסט עס? די נאָז שנײַצט אױס, יונגע צוציקעס װאָס איר זײַט! (שרײַט אַלעמאָל העכער). װאָס פֿאַר אַ העזה האָט איר דאָס גאָר אַזױ צו רײדן מיט אַ טאַטן, האַ? װאָס שװײַגט איר?!…
מ ל כּ ה: (לױפֿט אונטער אין אימפּעט). אָבער גענוג! לאָז זײַן שטיל, אין גאָטעס װילן, מאיר! (שיקט אַרױס חײמען און װאַלאָדיען, נעמט צו די פּען באַ חנהן). נו, גענוג. לאָז איבער אַף שפּעטער. מע װעט שױן שפּעטער שרײַבן. (חנה גײט אָפּ, מאיר און מלכּה בלײַבן אַלײן).
זעקסטע סצענע
מ א י ר: (שפּאַנט אַרום איבערן שטוב). נו, אַ שטוב! נו, קינדער!
מ ל כּ ה: דײַן שטוב, דײַנע קינדער…
מ א י ר: און דײַן השגחה.
מ ל כּ ה: ניט דו האָסט דאָס באַדאַרפֿט זאָגן!
מ א י ר: און דו װאָלסט בעסער שװײַגן.
מ ל כּ ה: שװײַגן? איך האָב שױן גענוג געשװיגן. אײַנגעמידט זיך שװײַגנדיק. צײַט איך זאָל שױן עפּעס רײדן. איר לאָזט מיך דען אױסרײדן אַ װאָרט? איך האָב דען אױך עפּעס אַ דעה? און װער איז שולדיק, אַז ניט אָט די שטאָט מיט דער שטוב מיט דעם נײַעם שניט? ניט געװען קײן געלט, איז ניט געװען קײן טאַרעראַם, מיט קײן האַרמידער, מיט קײן פּוסטעקראַטישע גענג. ניט געװען די גרױסע שטאָט, האָב איך ניט געװוּסט פֿון קײן שפּיגלען, מיט קײן פֿאָטעלן, מיט קײן צאַצקעס, מיט קײן טאָפּטשאַנעס, מיט קײן לעסיפּעדן…
מ א י ר: װער האָט דאָס אױסגעטראַכט, אַז ניט דו, צוליבן טײַערן מיזיניקל?
מ ל כּ ה: (אַ פּליעסק מיט די הענט). אױ, איך װעל מיר נאָך אַ מעשׂה אָנטאָן! איך האָב אױסגעטראַכט? איך? דו האָסט שױן, אַפּנים, פֿאַרגעסן, מאיר, אַז רו ביסט געקומען צו פֿאָרן אַנומלטן פֿונעם גראַף, האָסטו אַלײן געזאָגט, אַז דו װעסט אים קױפֿן אַ לעסיפּעד. איך װײס? איך זאָל, דאַכט מיר, לעבן דרײַ הונדערט יאָר, װאָלט איך מיך באַגאַנגען אָן דעם! אַדרבא, איך האָב געזאָגט, מע דאַרף ניט, איך האָב גאָר מורא געהאַט, דאָס קינד זאָל זיך סך הכּל ניט אױסברעכן אַ האַנט אָדער אַ פֿוס, האָט מען נאָך געמאַכט פֿון מיר דאָס גרעסטע געלעכטער!
מ א י ר: פֿאַרשטײט זיך, מע האָט געלאַכט. ביסט אַ געשלײערטע האַנדזי, לאַכט מען!
מ ל כּ ה: און דו ביסט דאָך דער גרױסער חכם מיטן גרױסן פּוסטעקראַט! זינט מיר האָבן באַקומען געלט און אַרױסגעפֿאָרן אין דער דאָזיקער גרױסער שטאָט, זײַנען מיר געװאָרן מיט גאָטס הילף גאַנצע פּוסטעקראַטן!
מ א י ר: און אַז מיר זײַנען, ניט הײַנט געדאַכט, געזעסן אינעם פֿאַרשטונקענעם שטעטל און געפּגרט פֿאַר אַ דרײַערל, איז דיר געװען בעסער? עס לױנט דיר ניט, אַפּנים, װאָס איך הײס איצטער „פּאַני שאַ־לאַנט“ און בין אַ מחותּן מיט משהלע זײַדענשטאַמער? צי נאָך דײַן שׂכל קומט אפֿשר אױס, אַז ס'איז געװען שענער דעמאָלט, אַז איך האָב געהײסן „מאיר טשאָלנט“. און דיך האָט מען גערופֿן „די טשאָלנטעכע“ ― אַ יאָ?
מ ל כּ ה: איך זאָל האָבן די ברכות, רבונו של עולם! ס'איז מיר גאָר געװען בעסער, אַז איך האָב געהײסן „טשאָלנטעכע“ און בין מיר געשטאַנען באַ די פֿיש…
מ א י ר: ש ש ש!… בהמה! דאַרפֿסט, אַז די קינדער זאָלן נאָך דערהערן?
מ ל כּ ה: איז װאָס? זאָלן זײ הערן! איך דאַרף מיך שעמען פֿאַר זײ? איך האָב עפּעס געגנבֿהט? חלילה צוגענומען פֿרעמדס? איך האָב ערלעך, כּשר פֿאַרדינט.. הלװאַי װאָלטן מיר ניט אַװעקגעװאָרפֿן די אַלטע פּרנסה, ניט פֿאַרגלוסט קײן גרינגע פֿײגעלעך מיט קײן פּריצים, מיט קײן גראַפֿן, מיט קײן אימעניעס, און ניט אַריבערגעפֿאָרן אַהער, אין דער דאָזיקער פֿאַרשאָלטענער שטאָט, צװישן הולטײַעס, װאָס מע װײס נאָר אױסברענגען, טרענצלען קערבלעך דער רוח װײס אַף װאָס, אַף שפּיגלען מיט טאָפּטשאַנעס, מיט „טרעיאַטערס“, מיט גימענאַזיעס, מיט סאָ־בראַניעס, מיט גוליאַניעס ― טפֿו!
מ א י ר: (לאַכט). „סאָבראַניעס־גוליאַניעס“? כאַ־כאַ־כאַ!
מ ל כּ ה: לאַכסט? אַז אָך און װײ צו דײַן געלעכטער!… איך זאָל האָבן די טױזנטער, װאָס ס'איז געװען בעסער דעמאָלט אָן געלט, װי אַצינד מיט געלט… ניט געװען קײן געלט, זײַנען די קינדער געװען קינדער; אַצינד זײַנען די קינדער קײן קינדער ניט, די מאַמע איז קײן מאַמע ניט. איטלעכער גײט װוּהין ער װיל: אײנער אין ליסי, דער אַנדערער אין סטריסי. משטײנס געזאָגט, צעזײט און צעשפּרײט אַף אַלע זיבן ימים!… (װײנט, לאָזט זיך צו דער טיר, באַגעגנט זיך מיט די מחותּנים. משהלע זײַדענשטאַמער און זײַן װײַב איטעלע, טוט זיך אַ נעם צוריק).
זיבעטע סצענע
מ א י ר: (שטײט אױף, גײט זײ אַקעגן, רײַבט אַ האַנט אָן אַ האַנט). אַ? ברוך הבא, געסט! זיצט, זיצט, מחותּן! מחותּנתטע, זיצט! מלכּה! הײס געבן טײ, הײס מאַכן קאַװע, הײס דערלאַנגען עפּעס פֿאַרבײַסן! (מלכּה שאַפֿט. עס הערט אַרײַנגעטראָגן אַ גרױסע זילבערנע טאַץ מיט אַל דאָס גוטס). װאָס־זשע מאַכט איר עפּעס, מחותּן? װי גײט עס אײַך אין געזונט? װאָס מאַכט עפּעס דער חתן? פֿאַרװאָס זעט מען אים ניט?
ז ײַ ד ע נ ש ט אַ מ ע ר: װאָס זאָלן מיר מאַכן? מע לעבט, דאַנק גאָט. (צעלײגט זיך גאַנץ ברײטלעך אין אַ הײכן פֿאָטעל, טראָגט אונטער אַ זילבערן פּושקעלע מיט טאַבעקע צו דער נאָז, רעדט הױך, געצײלטע װערטער, און לאָזט אױס אַלעמאָל מיט אַ לאַנגן „און יאָאָאָאָ!!!”. בײדע מחותּנתטעס זעצן זיך אַװעק אײנע אַקעגן די אַנדערע מיט צונױפֿגעלײגטע הענט און מע רעדט שטילערהײט).
מ א י ר: װאָס־זשע הערט זיך עפּעס באַ אײַך? זעט, נעמט עפּעס אין מױל אַרײַן, מחותּן. מחותּנתטע, נעמט עפּעס! מלכּה! בעט, זײ זאָלן עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן!
מ ל כּ ה: נעמט עפּעס, פֿאַרװאָס נעמט איר עפּעס ניט, איך בעט אײַך!
ז ײַ ד ע נ ש ט אַ מ ע ר: ס'איז אַזױ די מעשׂה. געגאַנגען פֿאַרבײַ. װאָלט ניט אַרײַנגעגאַנגען. רופֿט זיך אָן צו מיר זי: „לאָמיר אַרײַנגײן“. זאָג איך: „װאָס עפּעס פּלוצעם אין מיטן דרינען?“ זאָגט צו מיר זי: „װאָס אַרט דיך? מיר זײַנען שױן דאָ, לאָמיר אַרײַנגײן“. זאָג איך: „מילא, לאָמיר אַרײַנגײן“… און יאָאָאָאָ!… איך בין, דאַרפֿט איר װיסן, ניט קײן ליבהאָבער אַף גײן. מיר אַלע האָבן ניט ליב גײן. די זײַדענשטאַמערס האָבן פֿײַנט גײן. כאָטש אַפֿילו דער דאָקטער האָט מיר אָנגעזאָגט, איך זאָל דװקא גײן, און דװקא אַ סך! צוליב דער לופֿט. װאָרעם לופֿט איז אַ גרױסער ענין… און יאָאָאָ! נאָך מײַן זײדע, עליו־השלום, פֿלעגט זאָגן, אַז לופֿט ― דאָס איז אַזאַ מין זאַך, װאָס סײַ אַ מענטש, סײַ, להבֿדיל, אַ בהמה אָדער אַ חיה, אָדער אַזױ אַ לעבעדיקע זאַך, קאָן זיך אָן דעם ניט באַגײן. מחמת לופֿט איז אַזאַ מין זאַך, װאָס, װאָס… פֿאַרשטײט איר מיך… נאָך דער רמב"ם ברענגט, אַז על־פּי חכמת הדאָק־טאָריע קומט אױס, אַז בשעת אַ מענטש כאַפּט דעם אָטעם… און יאָאָאָ!.. איר האָט דאָך געהערט מסתּמא פֿונעם רמב"ם?
מ א י ר: געהערט, װי דען?… פֿאַרװאָס נעמט איר עפּעס ניט אין מױל אַרײַן, מחותּן? מחותּנתטע, פֿאַרװאָס נעמט איר עפּעס ניט? מלכּה, בעט זײ זאָלן עפּעס נעמען איז מױל אַרײַן!
מ ל כּ ה: נעמט עפּעס, פֿאַרװאָס נעמט איר עפּעס ניט, איך בעט אײַך?
ז ײַ ד ע נ ש ט אַ מ ע ר: ברענגט ער, דער רמב"ם הײסט עס, ערגעץ אין אַן אָרט, אַז על־פּי „חכמת הפּילוסופֿיע“ איז לופֿט כּמעט אַזױ נײטיק, װי װאַסער. און װאַסער איז דאָך מים, פֿון די ארבעה יסודות, הײסט עס… (צײלט אַף די פֿינגער). רוח―לופֿט, מים־װאַסער, אַש―פֿײַער, עפֿר―ערד… (טוט אַ ניס).
א י ט ע ל ע: צו געזונט און צו אַריכת ימים!
מ א י ר און מ ל כּ ה: צו געזונט און צו אַריכת ימים.
ז ײַ ד ע נ ש ט אַ מ ע ר: אַ דאַנק… און יאָאָאָ!… איז װוּ האַלט איך, הײסט עס? באַ די אַרבעה יסודות…
א י ט ע ל ע: יאָ! דו האָסט דאָך געװאָלט, דאַכט מיר, שמועסן מיט זײ פֿון עפּעס אַן אַנדער ענין גאָר?…
ז ײַ ד ע נ ש ט אַ מ ע ר: װאָס־זשע האָבן מיר אַזױ קײן צײַט ניט? מיר װעלן נאָך רײדן. דו װײסט דאָך, אַז די זײַדענשטאַמערס האָבן פֿײַנט כאַפּ־לאַפּ. די זײַדענשטאַמערס האָבן צײַט. די זײַדענשטאַמערס האַלטן פֿונעם גלײַכװערטל: „גײ ניט גיך, װעסטו ניט רײַסן קײן שיר“. איר האָט געהאָרכט אַמאָל דאָס דאָזיקע גלײַכװערטל? דאָס איז מײַן זײדנס אַ װאָרט. מײַן זײדע, עליו־השלום, האָט געהאַט אין זיך װערטער ― װאָס װײסט איר? װאָס װײסט איר?… און יאָאָאָ!… „דאָס עפּעלע, פֿלעגט ער זאָגן, פֿאַלט ניט װײַט פֿונעם בײמעלע“. און „יחוס־אָבֿות, .פֿלעגט ער זאָגן, נאַ בית־הקבֿרות“. אָדער: „אַז גאָט װיל, שיסט אַ בעזעם“. האָט איר געהערט אַמאָל דאָס װאָרט? איז דאָס אױך זײַנס… האַ, איטעלע, װאָס זאָגסטו?
א י ט ע ל ע: זײַנס, זײַנס, זכר צדיק לברכה! נאָר מיר דאַכט, אַז…
ז ײַ ד ע נ ש ט אַ מ ע ר: האָב קײן יסורים ניט, איך װײס װוּ איך האַלט… און יאָאָאָ!… איז מײַן זײדע, זכר צדיק לברכה, איז געװען אַ ייִד אַ חכם און אַ גרױסער מיוחס, װי אײַך איז באַװוּסט, דעם אַלטן דזשישטשעװער רענדאַרס אַן אײניקל. איר פֿאַרשטײט? פֿון אײַז זײַט דער „בעל השור שנגה“, פֿון דער אַנדערער זײַט דער רזשישטשעװער רענדאַר, װאָס געהײסן האָט ער אַהרן און גערופֿן האָט מען אים „רב אַהרן“. דאָס איז ער טאַקע נאָר אים נאָמען, דער חתן אײַערער, אַ שקאָץ אַ גרױסער! װעדליק דער נאָמען זײַנער, װאָלט ער געמעגט זײַן אַ קאַפּיטשקע פֿרומער, כע־כע, נאָר גאָרניט, מע קאָן מיט הײַנטיקע קינדער גאָרניט מאַכן. אַז ס'איז גאָר געװאָרן אַ מאָדע ― אַלע װילן לערנען זיך! אַלע װילן לערנען!
א י ט ע ל ע: שטונדירן אין די קלאַסן.
ז ײַ ד ע נ ש ט אַ מ ע ר: און יאָאָאָ!… האָב איך געזאָגט מײַן זון: לערנען ― װיפֿל דו װילסט, אַבי ניט אין די קלאַסן! װאָרעם אונדזער משפּחה, װי אײַך איז ידוע, איז קײן עין הרע אַ היפּשע משפּחה, װעט איר פֿונדעסטװעגן ניט געפֿינען באַ אונדז ניט קײן דאָקטער, ניט קײן אַדװאָקאַט. ניט מחמת מיר זײַנען, חלילה, אַזעלכע פֿאַרברענטע חסידים; אַדרבה, מהיכי־תּיתי, פֿאַרװאָס ניט? נאָר גאָרניט, מיר זײַנען ניט גורס, מיר האַלטן ניט עפּעס דערפֿון! (טוט אַ מאָך מיט דער האַנט). און יאָאָאָ!… קענט איר דערפֿון פֿאַרשטײן, װאָס פֿאַר אַ פּנים עס האָט באַ מיר, אַז ער קומט צו גײן צו מיר, דער חתן הײסט עס, און זאָגט מיר, אַז באשר אַזױ װי זי, הײסט עס, װיל, ער זאָל זיך לערנען נאָך…
א י ט ע ל ע: שטונדירן, הײסט עס, אין די קלאַסן.
ז ײַ ד ע נ ש ט אַ מ ע ר: און יאָאָאָ!… זי איז אים מסית־ומדיח, רעדט אים צו, הײסט עס, ער זאָל זיך מכין זײַן, צוגרײטן זיך הײסט עס, אין די קלאַסן, און די חתונה, זאָגט זי, זאָל מען אָפּלײגן אַף שפּעטער, אַף אַמאָל, הײסט עס. זי האָט צײַט. כע־כע!…
מ א י ר: (צעטראָגן). װער? װוּ?
א י ט ע ל ע: טאַקע אײַער טאָכטער מײנט מען, די כּלה, הײסט עס, דרודלט אָן דעם חתן…
מ א י ר: (כאַפּט זיך אױף). האַ? װאָס? װער? חנה?… מלכּה, דו הערסט?
מ ל כּ ה: װײס איך װאָס קינדער פּלאַפּלען!
ז ײַ ד ע נ ש ט אַ מ ע ר: קינדער, זאָגט איר, פּלאַפּלען? עס קאָן זײַן. מסתּמא קענט איר בעסער אײַערע קינדער… איטלעכער קען זײַנע קינדער… איך װײס, אַז מײַנע קינדער פּלאַפּלען ניט. כע־כע! אָט, למשל, מײַנע קינדער זײַנען ניט קײן ציוניסטן. די זײַדענשטאַמערס האַלטן עפּעס ניט פֿון דעם ציוניזם… ניט מחמת איך האָב עפּעס חלילה צו די ציוניסטן אַ טענה? אַדרבה, מהיכי־תּיתי, פֿאַרװאָס ניט? נאָר גאָרניט, איך בין ניט גורס, איך האַלט ניט דערפֿון! (אַ מאָך מיט דער האַנט). צי אַ שטײגער, כּדומה למשל, די הײַנטיקע װײַסע־חבֿרהניקעס מיט די הײַנטיקע גענג זײערע, װאָס װילן איבערקערן די גאַנצע װעלט מיטן קאָפּ אַראָפּ, מיט די פֿיס אַרױף, װילן זיך צעטײלן מיט אײַער געלט, דרינגען, אַז אַלצדינג, װאָס איר האָט, איז דאָס ניט אײַערס, פֿריִער גאָטס און נאָכדעם פֿרעמדס, הײסט עס, ס'איז באַ אײַך סאַמע גנבֿה, גזלה… און יאָאָאָ!…
מ א י ר: (אױפֿגעבראַכט). איך האָב באַ קײנעם ניט געגנבֿהט, קײנעם ניט באַגזלט. איך האָב מײַן געלט כּשר פֿאַרדינט! איך האָב גענוג געהאָרעװעט דערױף! איך בין גענוג…
ז ײַ ד ע נ ש ט אַ מ ע ר: (שלאָגט אים איבער). איך װײס, איך װײס! ס'ניט איך זאָג עס! דאָס זאָגן זײ, די װײַסע־חבֿרהניקעס, הײסט עס… און יאָאָאָ!..
מ א י ר: װאָסערע װײַסע־חבֿרהניקעס?
ז ײַ ד ע נ ש ט אַ מ ע ר: אָט אָ די דאָזיקע, װי, למשל, אײַערע, די ייִנגערע.
מ א י ר: (טוט זיך אַ װאָרף). האַ?…
ז ײַ ד ע נ ש ט אַ מ ע ר: איר דאַרפֿט זיך ניט אָפּעסן דאָס האַרץ, מחותּן! ס'איז ניט כּדאַי, כ'לעבן… (צו מלכּהן). װיִאַזױ זאָגט איר? קינדער פּלאַפּלען, כע־כע?… (ניסט).
א י ט ע ל ע: צו געזונט און צו אַריכת ימים!
ז ײַ ד ע נ ש ט אַ מ ע ר: אַ דאַנק… און יאָאָאָ!… איז װוּ האַלט איך, הײסט עס? רעדט זי אים צו, מײַנעם, הײסט עס, ער זאָל זיך נאָך אַ ביסל צולערנען…
א י ט ע ל ע: שטונדירן אין די קלאַסן.
ז ײַ ד ע נ ש ט אַ מ ע ר: און יאָאָאָ!… און איך װיל גאָר אָפּשטעלן די חתונה, פֿאַרשטײט איר מיך, אַף ראָש חודש אלול, מחמת איך האָב ניט ליב קײן קלאַסן, ניט מחמת איך האָב עפּעס צו זײ; אַדרבה, מהיכי תּיתי, פֿאַרװאָס ניט? נאָר גאָרניט, איך בין ניט גורס. איך האַלט ניט דערפֿון! (אַ מאָך מיט דער האַנט). און יאָאָאָ!… (אַ קוק אַפֿן זײגער. כאַפּט זיך אױף) או־װאַ! אַ ביסל פֿאַרזעסן. מיר װעלן זיך נאָך אומקערן מסתּמא צו דעם ענין נאָכאַמאָל, אַז עס װעט האַלטן באַ אָפּשטעלן די חתונה, אם ירצה השם… און יאָאָאָ!… איך האָב פֿײַנט דוחק את השעת זײַן, איך האָב ניט ליב כאַפּ־לאַפּ על רגל אַחת. די זײַדענשטאַמערס האָבן צײַט. „װער עס לױפֿט, דער מידט זיך אײַן“. האָט איר געהאָרכט אַמאָל דאָס װאָרט? ס'איז אױך מײַן זײדנס, זכותו יגן עלינו. האַ, איטעלע, װאָס זאָגסטו?
א י ט ע ל ע: (גרײט אַף אַװעקצוגײן). אַלץ, אַלץ איז זײַנס, זכר צדיק לברכה!…
ז ײַ ד ע נ ש ט אַ מ ע ר: (צו מלכּהן מיט אַ זײַט). װיִאַזױ האָט איר געזאָגט? קינדער פּלאַפּלען? כע־כע! ניט אַלע קינדער פּלאַפּלען. מײַנע קינדער פּלאַפּלען ניט. די זײַדענשטאַמערס פּלאַפּלען ניט… אַ גוטן! (זוכט אַ מזוזה, גײען אָפּ. מאיר און מלכּה בלײַבן אַ מינוט אָן לשון, װי געפּלעפֿט). אַכטע סצענע
מ א י ר: (צו מלכּהן). נו?
מ ל כּ ה: (צו מאיר). נו?
מ א י ר: װאָס נו?
מ ל כּ ה: װאָס װאָס נו?
מ א י ר: (אַ שטאַרקן שפּײַ אָן דער זײַט). טפֿו!…
סוף פֿון ערשטן אַקט.
ערשטע סצענע
מ אַ ש ע: (דרײט זיך אַרום מיט אַ באַרשט, שטעלט צונױף דאָס מעבל, קערט און ראַמט און רעדט צו זיך אַלײן). אַ שטוב! דרײַסיק מאָל אַ טאָג דאַרף מען נאָך זײ ראַמען, אױסראַמען זאָל עס זײ!… און קינדער? נו, קינדער! מע זאָל זײ געדיכט זײען און שיטער אױפֿגײען! פֿאָרט אַװעק דער באַלעבאָס ― קערן זײ איבער די גאַנצע שטוב האָרע־קאָרע! (שטעלט אַװעק אַ שטול און צעברעכט אַ פֿיסל). אַ בראָך פֿאַר אַ בראָך… לאָז עס זײַן די כּפּרה פֿאַר מיר און פֿאַר כּל ישׂראל, זײ האָבן גענוג!… בעסער פֿון אַלע איז מאַטװײטשיק, מיטן קאָפּ זאָל ער אָנלײגן! טאָג װי נאַכט נאָר געקנײַפּט זיך!… און אַ פֿלאָרעניו! ס'זאָל אַף איר קומען אַן אױסכאַפּעניש! טאָמער װיל די באַלעבאָסטע אַמאָל שענקען אַ קלײדל אַן אַלטס, צי אַ פּאָר שיך, לאָזט זי ניט… זי מעג טאַקע ניט פֿאַרמאָגן קײנמאָל!… אַ שטיקל גליק, װאָס די „באַרישניע“ שטעלט זיך אײַן אַמאָל, די כּפּרה זאָל זי זײַן פֿאַר דער „באַרישניע“ אינאײנעם מיט דעם קלײנעם סאַשקע, פֿאַרברענט זאָל ער װערן! מיר צעשניטן אַ פּאָר נײַע קאַלאָשן!… אָנגערױכערט װי אין אַ באָד! (עפֿנט אױף אַ פֿענצטער און טריט אַרױס דעם רױך מיטן האַנטעך). טאָמער פֿאָרט אַװעק דער באַלעבאָס אַף אײן טאָג, קלײַבן זיך צונױף אַהערצו, צו די „פּאַניטשלעך“, גאַנץ קעקעלי־קהל, פֿון דער װעלט בחורים; דער רוח װײס זײ, װאָס זײ טוען דאָ; װישן ניט אָפּ די שטיװל אַפֿילו; רײַסן זיך אַף די גאָרגלען און רײכערן, און רײכערן, און רײכערן! (טרײַבט אַרױס דעם רױך מיטן האַנטעך, פֿאַרטשעפּעט און צעברעכט אַ װאַזע). אַ בראָך פֿאַר אַ בראָך! (פֿאַרקערט די שטיקלעך װאַזע). לאָז זי זײַן די כּפּרה פֿאַר מיר און פֿאַר כּל ישׂראל, ס'איז באַ זײ דאָ גענוג!…
(הערט זיך אַ קול פֿון אינעװײניק: „מאַ־שע! מאַ־שע!“ ― מאַשע הױך אַף אַ קול): איך גײ! איך גײ! (שטיל פֿאַר זיך). ס'איז אַװדאי פֿלאָ־רעניו מיט אירע האָר… דרײַ שעה דאַרף מען שטײן אַף די פֿיס בשעת זי פֿאַרקעמט זיך!… אַ מענטש האָט באַ זײ אַ װערט פֿון אַ הונט… עס מעג שױן קומען אַף זײ אַ כאָליערע אַף אַלע באַלעבאַטים, מע זאָל שױן פֿון זײ אַמאָל עפּעס אױפֿגעריכט װערן, ליבער גאָט!… (דורך אײן טיר גײט מאַשע אַװעק; עס קומט אָן פֿון דער אַנדערער טיר מ ל כּ ה, נאָך איר ― פּ ע ס ל. פּעסל קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן איבערראַשט, רעדט גיך, מאָלט װי אַ מיל).
צװײטע סצענע
מ ל כּ ה: װען־זשע, הײסט עס, קומסטו אָן? זיץ פּעסל. האַ? װאָס זיצסטו ניט? פּ ע ס ל: אַ דאַנק, איך קאָן באַשטײן. (זעצט זיך אַװעק מיט אַ זײַט אַף אײן עק בענקל). װען איך קום אָן ― פֿרעגט איר מיך? מיטן באַן קום איך אָן. איך בין געפֿאָרן פֿאַרבײַ, בין איך געפֿאָרן, און האָב מיך אָנגעהױבן דערפֿרעגן, צי װײסט איר ניט, װאָס מאַכט עפּעס טשאָלנט? זאָגן זײ: װאָסער טשאָלנט? זאָג איך: מאיר טשאָלנט. איר קענט ניט מאיר טשאָלנט? זאָגן זײ: מיר װײסן ניט קײן טשאָלנט; אפֿשר מײנט איר, זאָגן זײ, שאַלאַנט, מאיר שאַלאַנט?… זאָג איך: איר װילט שאַלאַנט, לאָז זײַן שאַלאַנט. באַ אונדז האָבן זײ געהײסן טשאָלנט: ער טשאָלנט און זי ― טשאָלנטעכע… מ ל כּ ה: (רײַסט זי איבער). װאָס־זשע מאַכט עפּעס דײַן לײזער? פּ ע ס ל: װאָס זאָל ער מאַכן? אַ מוכר־תּבֿואהניק!… װאָס מע טוט און װאָס מע מאַכט ― איז שלים־שלים־מזל! האָט ער געהאַנדלט מיט װײץ, איז װײץ געלעגן נײַן אײלן אין דער ערד. אַ חוץ װאָס די װײץ אַלײן האָט געטױגט אַף כּפּרות, איז ניט געװען קײן קונה אַף קײן װײץ, כאָטש נעם די װײץ און װאַרף אַרױס די װײץ. זאָג איך אים: װאָס האָסטו זיך אָנגעקלעפּט אין װײץ? זעסט דאָך, אַז די װײץ איז ניט קײן װײץ; נעמט מען, זאָג איך, און מע קױפֿט פּראָסע, און מע קױפֿט הירזש. גײט ער און קױפֿט הירזש. װערט אַ זול אַף הירזש; אומעטום הירזש, װוּ מען טוט זיך אַ װאָרף ― איז הירזש און הירזש! צו װאָס האָט דיר געטױגט, זאָג איך, הירזש? הירזש גײט דיר אָפּ? זאָגט ער: האָסט דאָך מיר אַלײן געהײסן קױפֿן הירזש! האָב איך דען געמײנט, זאָג איך, דװקא הירזש?… מ ל כּ ה: (רײַסט זי איבער). נו, און די קינדער דײַנע װאָס מאַכן? פּ ע ס ל: די קינדער? לאָזן זײ זײַן געזונט און שטאַרק. איר װײסט ניט הײַנטיקע קינדער? הײַנטיקע קינדער איז ניט דאָס, װאָס אַמאָליקע קינדער. אַמאָליקע קינדער זײַנען געװען קינדער, און הײַנטיקע קינדער װאָס? הײַנטיקע קינדער װײסן נאָר גײן אַף „מעניסטראַציעס“, נאָר לױפֿן, און נאָר שרײַען, נאָר ליאַרעמען, און נאָר פּילדערן! אַז עס קומט אונ־ טער אַ יום־טובֿ אָדער אַ כאָגע, פֿאַלט מיר אַרױס די נשמה: קינדער, גײט ניט! קינדער, לױפֿט ניט! קינדער, שרײַט ניט!…
מ ל כּ ה: װיפֿל קינדער האָסטו?
פּ ע ס ל: װיפֿל קינדער איך האָב? לאָזן זײ זײַן געזונט און שטאַרק! איר האָט דען געזען אַמאָל אַ סך קינדער? ניטאָ קײן צופֿיל קינדער! װיפֿל קינדער ס'זאָלן ניט זײַן, זײַנען זײ קינדער! אײנע האָב איך די עלטערע, רופֿט מען זי סאָסל, נאָך דער באָבע סאָסע, איר צו לענגערע יאָר; איז דאָס אַ סאָסל ― װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? זינט גאָט האַנדלט מיט סאָסלעך, האָט ער נאָך אַזאַ סאָסל ניט געהאַט, מעגט איר מיר גלײבן אַף נאמנות! און אַ חתן נעמט זי ― שױן אײנמאָל אַ חתן, פֿון חתן־לאַנד אַ חתן! (עס קומט אָן פֿ ל אָ ר אַ, זעט ניט פֿאַר זיך קײנעם, דרײט זיך אַקעגן שפּיגל, זינגט אַ לידל און טאַנצט אונטער).
דריטע סצענע
פֿ ל אָ ר אַ: (נעמט אַרױס אַ בריװל און לײענט אַף רוסיש). „ליבסטע, טײַערסטע פֿלאָראַ! דײַן זיס בריװעלע האָט מיך דערקװיקט. איך בין זײער צופֿרידן, װאָס דײַן פֿאָטער איז אַװעקגעפֿאָרן און װאָס איך װעל זיך קאָנען זען מיט דיר הײַנט אַף דער אָפּערעטקע. צװישן טאָג און נאַכט װעל איך מיך אַראָפּכאַפּן צו אײַך און װעל דיך נעמען אין טעאַטער אַרײַן. האָב קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך קום ניט באַלד; איך װיל ניט באַגעגענען זיך מיט דײַנע ברידערלעך, װאָס מײנען, אַז זײ מאַכן גליקלעך די װעלט מיט זײערע „סאָבראַניעס“ און מיט זײערע „זאַ־סעדאַניעס“. איך האָב פֿײַנט דײַנע ברידער און האָב פֿײַנט דײַן שװעסטער מיט די געשאָרענע האָר. איך האָב ליב נאָר דיך אַלײן, מײַן טײַערער ענגל, מײַן נשמה, מײַן האַרץ, מײַן לעבן פֿלאָראַ!“ (לײגט צונױף דאָס בריװעלע, קװעטשט דאָס צו צום האַרצן). אַך, מײַן ליבער טײַערער מאַקס!
פּ ע ס ל: אָט דאָס איז די געגטע אײַערע? די גרושה? אַ באַרליאַנט דאָס איז!
פֿ ל אָ ר אַ: (דערזעט, טוט זיך אַ װאָרף צוריק). װאָס איז דאָס פֿאַר אַ שלים־מזל? אַלעמאָל, װען דער פּאַפּאַ פֿאָרט אַװעק, טראָגט אָן דער רוח אַן אַנדער שװאַרץ יאָר!
פּ ע ס ל: שלים־מזל זאָגסטו? שלים־שלים־מזל! װאָס זאָל מען טאָן, אַז גאָט װיל ניט געבן קײן מזל? װי זאָגט מען דאָס: אָן מזל זאָל מען נאָר ניט געבױרן װערן! אײדער אַ פֿונט גאָלד איז בעסער אַ לױט מזל… פֿונדעסטװעגן האָט זיך יעדער מענטש זײַן מזל, און אַפֿילו אַ קינד, אַז ס'װערט געבאָרן, אַזױ שטײט, זאָגט מען, באַ אונדז געשריבן אין די ספֿרים, װערט דאָס אױך געבאָרן מיט זײַן מזל…
פֿ ל אָ ר אַ: זי האָט זיך עס אַ ביסל צעמזלט! װער איז די ייִדענע, מאַמע?
מ ל כּ ה: דאָס איז פּעסל דער מומע סאָסעס, אונדזערע אַן אײגענע, אַ קרובֿה דײַנע.
פּ ע ס ל: (אַף פֿלאָראַן). אַ באַרליאַנט דאָס איז! (גײט צו, טוט אַ קוש פֿלאָראַן אין האַנט).
פֿ ל אָ ר אַ: װאָס־זשע טוט זי דאָ? װאָס דאַרף זי?
פּ ע ס ל: (אַף פֿלאָראַן). אַ באַרליאַנט דאָס איז! װאָס איך טו דאָ? װאָס זאָל איך טאָן? גאָרניט, איך בין געפֿאָרן פֿאַרבײַ, האָב איך מיך אָנגעהױבן צו דערפֿרעגן: „װײסט איר ניט, װאָס מאַכט עפּעס באַ אײַך טשאָלנט?“ זאָגן זײ: „װאָסער טשאָלנט?“…
מ ל כּ ה: (רײַסט זי אָפּ). קום, פּעסל, װעלן מיר עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן. ביסט אַװדאי הונגעריק…
פּ ע ס ל: הונגעריק? ביז מײַן לעבן זאָל איך אַזױ זײַן הונגעריק, װי איך בין איצטער הונגעריק! פֿאַר פֿרײד איז דער גאַנצער הונגער אַװעקגעפֿלױגן, גלײַך װי ס'איז גאָר קײנמאָל קײן הונגער ניט געװען אַף דער װעלט! (מלכּה נעמט זי אַװעק).
פֿ ל אָ ר אַ: (האַלט זיך באַ די זײַטן). כאַ־כאַ־כאַ!
פּ ע ס ל: (אַף פֿלאָראַן). אַ באַרליאַנט דאָס איז! (גײט אַװעק מיט מלכּהן. פֿלאָראַ דרײט זיך אַקעגן שפּיגל. עס קומען אַרײַן מ אַ ט װ ײ און ד אַ װ י ד ק ע).
פֿערטע סצענע
ד אַ װ י ד ק ע: (קוקט, װי פֿלאָראַ דרײט זיך פֿאַרן שפּיגל. רעדט צו מאַטװײען שטיל) הערסטו, װאָס איך װעל דיר זאָגן, מײַן טײַערער שפּילפֿױגל? דײַן שװעסטער איז דאָך נאָך עפּעס טאַקע גאָר אַ „שקאָש־קעװאַטע שטוטשקע!“ .
מ אַ ט װ ײ: פֿי! װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין אױסשפּראַך באַ דיר?
ד אַ װ י ד ק ע: טאַקע באמת! אַף װאָס דען פֿאַר אַ שפּראַך ביסטו געװױנט געװאָרן צו רײדן, דו דזשענטלמען מײַנער?
פֿ ל אָ ר אַ: (דרײט זיך אױס, דערזעט אַ פֿרעמדן מענטשן, טוט זיך אַ װאָרף צו דער טיר). אַך, פּאַרדאָן!
ד אַ װ י ד ק ע: (צו פֿלאָראַן). פּאַרדאָן איז אַ לאָקשנברעט… (פֿלאָראַ װערט אַנטרונען).
פֿינפֿטע סצענע
מ אַ ט װ ײ: אָט אַזױ רעדט מען מיט אַ דאַמע, דו אומגעבילדעטער מענטש װאָס דו ביסט?
ד אַ װ י ד ק ע: װאָס זאָגט איר אַף דעם תּרנגול! למאַי האָסטו מיך ניט פֿאָרגעשטעלט פֿאַר דײַן שװעסטער? עס שטײט דיר ניט אָן, דו שוטה בן פּיקהאָלץ, דו שאַרלאָט־שבשאַרלאָטים, דו פּאַנסקי צאַפּ אײנער?
מ אַ ט װ ײ: נאַכאַל! קומסט צו מיר אין שטוב אַרײַן מיך זידלען?
ד אַ װ י ד ק ע: כאַ־כאַ! צו אים אין שטוב אַרײַן! (באַקוקט די שטוב). אַ גרױסן חלק האָסטו אין דער דאָזיקער שטוב!
מ אַ ט װ ײ: מײַן טאַטנס שטוב…
ד אַ װ י ד ק ע: אַז אָך און װײ איז דײַן טאַטן, װאָס פֿאַר אַ זון ער האָט אױסגעהאָדעװעט! הער נאָר, דו װײסט כאָטש, דו גרינער אַגרעס אײנער, װאָס איך בין צו דיר אַזױ פֿרי געקומען?
מ אַ ט װ ײ: דהײַנו? זאָג, װעלן מיר הערן.
ד אַ װ י ד ק ע: איך האָב צו דיר אַ בקשה, מײַן ליבער רב אליקום, אַ טובהלע.
מ אַ ט װ ײ: (װערט בלײכלעך) אָך, מיטן גרעסטן כּבֿוד!
ד אַ װ י ד ק ע: מיטן גרעסטן בזיון קערסטו מײנען? מע האָט מיך נעכטן „צעלײגט“, װי אַ שעפּס געשלאָגן „צו דער אָדער“, כ'האָב געגליט אַ גאַנצע נאַכט װי „אַף פּאָקן“, און בין אַרױס „נקי“, רײן װי אַ טעלער, נאָך קײנמאָל ניט געװען אַזױ „אָפֿן“, װי הײַנט.
מ אַ ט װ ײ: װער האָט דאָס דיך אַזױ אָפּגערײניקט?
ד אַ װ י ד ק ע: װער ניט? תּחילת האָב איך געהאַט שױן אָנגעשלאָגן אַ היטל מיט גאָלד; טראָגט אָן דער רוח דעם שװאַרצן „קאָטער“, און װיבאַלד דער שװאַרצער קאָטער שטעלט זיך אַװעק און הײבט אָן „שמירן“ פֿאַר מיר, אַזױ װײס איך פֿריִער, אַז איך װעל אַרײַן װי קורח, איך װעל ברענען װי אַ שטרױענער דאַך ― אַזאַ שלים־מזל איז דאָס, ברענען זאָל ער! טוט ער אַ קוק אין װאַסער ― הײבן אָן פּגרן פֿיש… װאָס טױג דיר גרױס ― איך האָב מיך „אַרױפֿגעריסן“ אַף די רײנע דרײַצן „פּאַסן”!
מ אַ ט װ ײ: (מיט ברענענדיקע אױגן). דרײַצן פּאַסן?!
ד אַ װ י ד ק ע: װי די בערן!
מ אַ ט װ ײ: װער האָט „געװאָרפֿן“ די „באַנק“?
ד אַ װ י ד ק ע: דו װײסט ניט װער? אַלץ דער פֿלאָקנשיסער! פֿאַרשטערט זאָל אים װערן! אים, אַז עס גײט אַװעק דאָס „בלעטל“, קאָן ער אױסטאָן די גאַנצע „קוליסע“ אָדם־נאַקעט, צונעמען װוּ ס'איז דאָ ערגעץ אַ העלער און לאָזן זיצן דעם עולם אַפֿן קלאָץ!… איך שאַרף אַף אים די צײן שױן פֿון לאַנג; איך מוז אים אַמאָל כאַפּן און אָפּבײַסן אַן אױער! זײַן גליק, װאָס איך בין איצטער אַן „אַראַפּטשיק“, גײ אַרום אָן קלײנגעלט… און אַפֿן „פֿאָנף“ װיל ער מיט מיר ניט שפּילן; קרײַט איז אַ רפֿואה, זאָגט ער, צו װערעם, װערעם זאָלן עסן זײַן לײַב!… װעסט מיך דערהאַלטן באַ מײַן לעבן, הערסטו, אַז דו װעסט מיר געבן אַ ביסל גאָלד.
מ אַ ט װ ײ: (דערשראָקן). װי קומט צו מיר גאָלד?
ד אַ װ י ד ק ע: מאַך נאָר ניט קײן אָנשטעלן, דו זױערע קיסליצע, און גיב אַהער צװײ „שמאַטעס“. זײַ נאָר ניט דאָס, װאָס סע קװיטשעט!
מ אַ ט װ ײ: (כאַפּט אַרױס דעם טײַסטער). איך זאָל אַזױ רײן זײַן פֿון שלעכטס! נאַ, זע!
ד אַ װ י ד ק ע: (שטופּט אים אָפּ דעם טײַסטער). די קונצן גײען באַ מיר ניט אָן! װײסט דאָך, אַז איך בין אַ מבֿין אַף אַ טשאַד, הײַנט װאָס מאַכסטו אָנשטעלן, דו פּרא־אָדם, דו פּוסטע גלאָק, דו „באָסיאַק“ אײנער? און אַז עס מאַכט זיך, ד ו בלײַבסט זיצן אין קלוב אָן פֿאָדעם, גיב איך דיר ניט, דו יאָקל בן פֿלעקל, דו הונט אײנער, דו כּלבֿ שבכּלבֿים?! (עס קומען אָן פֿון אַן אינעװײניקסטער טיר ח ײ ם און װ אַ ל אָ ד י ע ; נאָך זײ ― פּאָרלעכװײַז יונגעלײַט און בחורים מיט שװאַרצע און בלױע העמדלעך ― חײמס און װאַלאָדיעס חבֿרים; אױך מײדלעך מיט אונטערגעשאָרענע האָר און מיט צעפּלעך און מיט רױטע בלוזקעס; אײניקע גײען אַרום הין און צוריק, רײדן מיט היץ, מאַכן מיט די הענט; אײניקע װיגן זיך אין די װיגשטולן; אײניקע צעלײגן זיך אין די װײכע פֿאָטעלן, װי באַם טאַטן אין װײַנגאָרטן, און רײכערן. אַ פּאָר מײדלעך זעצן זיך אַװעק צום פֿאָרטעפּיאַן; אײנע קלאַפּט מיט די הענט איבער די בײנדלעך. באַזונדער, אָן אַ זײַט, שטײט ח נ ה ; אַקעגן איר ― אַ ר אָ נ ט ש י ק, טענהט עפּעס, האַלט אַ פּאַפּיר. מאַטװײ און דאַװידקע בלײַבן שטײן אין אַ װינקל הינטער די בלומען; מע זעט זײ ניט).
זעקסטע סצענע
ע ר ש ט ע ב ל ו ז ק ע: װאָס טוסטו?
צ װ ײ ט ע ב ל ו ז ק ע: איך שפּיל אַפֿן בורזשואַזנע אינסטרומענט.
ע ר ש ט ע ר ח בֿ ר: אינטערנאַציאָנאַליזם! אינטערנאַציאָנאַ־ליזם!… פֿאַר אַ פֿאָלק, װאָס האָט אַ טעריטאָריע, זיצט אַף זײַן ערד, איז גרינג צו רײדן פֿון אינטערנאַציאָנאַליזם, זיך משדך זײַן מיט אַנדערע פֿעלקער; פֿאַר אונדז, ייִדן, איז דאָס אַ שחיטה!
צ װ ײ ט ע ר ח בֿ ר: מיט װאָס איז דאָס אַ שחיטה?
ח ײ ם: אַזױ. װאָרעם אַלע גרױסע פֿעלקער, נאָך אַלע טענות, בלײַבן פֿאָרט באַלעבאָס באַ זיך אין לאַנד. ענגלענדער װעלן תּמיד זײַן ענגלענדער; פֿראַנצױזן װעלן תּמיד בלײַבן פֿראַנצױזן. און פֿון אונדז װאָס װעט בלײַבן? אָט דאָס אָ! (בלאָזט פֿונעם פּאַפּיראָס).
ד ר י ט ע ר ח בֿ ר: אַן אומגליק מיט די ציוניסטן! באַלד זײַנען זײ דאָ מיט זײער נאַציאָנאַליטעט! מע רעדט פֿון פֿאַראײניקן זיך קעגן קאַפּיטאַל, פֿירן אַ מלחמה מיט דער בורזשואַזיע, קומען זײ צוגײן מיט זײער פֿאָלקס־געפֿיל און מיט זײער גאָט… אַ סך האָט איר געפּועלט מיט אײַער נאַציאָנאַליזם? װוּהין זײַנען אַהינגעקומען אונדזערע גרױסע ייִדן: שפּינאָזע, הײַנע, בערנע, לאַסאַל, מאַרקס און נאָך כּדומה? איר האָט געזאָרגט פֿאַר אײַער נאַציאָנאַלנאָסט, און זײ זײַנען זיך דערװײַל אַװעק צו פֿרעמדע…
װ אַ ל אָ ד י ע: װאָסערע פֿרעמדע? ניטאָ קײן אײגענע! ניטאָ קײן פֿרעמדע!
פֿ ע ר ט ע ר ח בֿ ר: אַהאַ! קאָסמאָפּאָליטיזם האָט זיך שױן צערעדט!
פֿ י נ פֿ ט ע ר ח בֿ ר: מע איז אַרײַנגעגאַנגען אַהער זיך אָפּרוען פֿון דער דיסקוסיע, האָבן זײ פֿאַרבונדן דאָ אַ פֿרישע דיסקוסיע. משוגעים!
ז ע ק ס ט ע ר ח בֿ ר: (לאַכט). כאַ־כאַ־כאַ! כאַ־כאַ־כאַ!
אַ ל ע: װאָס איז אַף אים אַזאַ געלעכטער?
ז ע ק ס ט ע ר ח בֿ ר: קומט אַהער, װעט איר עפּעס הערן אַ שײנס! (אַלע לאָזן זיך צו אים). זעט איר? (ער נעמט באַ חנהס חתן אַ פּאַפּיר פֿון די הענט). דאָס האָט זײַדענשטאַמער געבראַכט צו טראָגן אַהער אַ „פּעטיציע“!
אַ ל ע: אַ „פּעטיציע“?
אַ ר אָ נ ט ש י ק: (רױט. װישט זיך דעם שװײס, שטעלט אַרױס אַ שװערע גאָלדענע קײט מיט אַ גרױסן מעדאַליאָן). װאָס איז פֿאַראַן װאָס צו לאַכן? אַלע גײען הײַנט מיט פּעטיציעס, פֿאַרװאָס זאָלן מיר ניט גײן מיט אַ פּעטיציע? מיט גוטן אַז מיר װעלן גײן, װעלן מיר תּמיד בע־ סער מאַכן… דאָס האָט איר נומער אײנס… (האַלט דעם פֿינגער אַזױ אַז מען זאָל זען, װי דער בריליאַנט פֿונעם רינג פֿינקלט).
ע ר ש ט ע ר ח בֿ ר: װילט איר, אַז מיר זאָלן חתמענען אַף אײַער פּעטיציע?
אַ ר אָ נ ט ש י ק: פֿאַרװאָס ניט?
צ װ ײ ט ע ר ח בֿ ר: אפֿשר װאָלט איר זיך מטריח געװען זי איבערלײענען?
ד ר י ט ע ר ח בֿ ר: (צום צװײטן). האָסט, אַפּנים, מער ניט װאָס צו טאָן? (דער עולם לאַכט).
ח נ ה: (גײט צו). װאָס איז דאָ? (צום חתן). װאָס איז? (זײ רײדן בײדע שטילערהײט. אַראָנטשיק באַהאַלט דאָס פּאַפּיר צוריק אין בוזעם־ קעשענע, װישט דעם שװײס, שטעלט אַרױס די גאָלדענע קײט מיט גרױסן מעדאַליאָן).
װ אַ ל אָ ד י ע: (קוקט אַפֿן זײגער). שױן באַלד איבערגעגאַנגען די מינוטן. קינדער, קינדער, צו דער אַרבעט! די צײַט שטײט ניט! (קלינגט מיט אַ גלעקל. אַלע הײבן זיך אױף פֿון די ערטער, װאַרפֿן אַװעק די פּאַ־ פּיראָסן אַף דער ערד, צעטרעטן מיט די פֿיס, און לאָזן זיך גײן אַלע אין אײן טיר. חנה מיטן חתן גײען פֿון הינטן).
זיבעטע סצענע
ד אַ װ י ד ק ע: װאָס איז דאָס? װאָס פֿאַר אַ קאָמעדיע באַ אײַך? װער זײַנען די דאָזיקע לײַט?
מ אַ ט װ ײ: ס'איז באַ זײ אַן אַסיפֿה… חבֿרה יונגװאַרג… ציוניסטן… סאָציאַל־דעמאָקראַטן…
ד אַ װ י ד ק ע: װאָס װילן זײ?
מ אַ ט װ ײ: װײסט ניט װאָס זײ װילן?
ד אַ װ י ד ק ע: איך זאָל אַזױ װיסן פֿון דיר.
מ אַ ט װ ײ: האָסט קײנמאָל ניט געהערט דאָס װאָרט פּראָלעטאַריאַט?
ד אַ װ י ד ק ע: איך זאָל דיך אַזױ האָבן פֿאַר אַ טאַטן.
מ אַ ט װ ײ: זײ װילן, פֿאַרשטײסטו מיך… זײ שטעלן זיך אײַן פֿאַר די אָרעמע אַרבעטער. זײ װילן אײַנפֿירן, ס'זאָל זײַן װינציקער געאַרבעט און מער גענומען געלט. הײַנט פֿאַרשטײסטו שױן, דו גױיִשער קאָפּ?
ד אַ װ י ד ק ע: אָט דאָס איז גאָר? דו פּוסטע כּלי װאָס דו ביסט! דאָס אײגענע װילן מיר דאָך אױך!…
מ אַ ט װ ײ: װאָס דען מײנסטו? קום, װעלן מיר מאַכן אַן עקאַרטע.
ד אַ װ י ד ק ע: האָסט דאָך געזאָגט, אַז דו האָסט קײן געלט ניט, דו שקרן, דו כּזבֿן, דו ליגנער װאָס דו ביסט!… װײסטו װאָס איך װעל דיר זאָגן, פּאַני פּיפּערנאָטער? ס'איז באַ אײַך אַ שטוב פֿון סאַמע משוגעים, לאָם איך אַזױ לעבן מיט דיר אינאײנעם. קום, יאַקים!… (גײען אָפּ, עס קומען אָן מלכּה מיט פּעסלען).
אַכטע סצענע
פּ ע ס ל: (מאָלט װי אַ מיל). גאָט זאָל אײַך העלפֿן, מלכּהניו, איר זאָלט תּמיד זײַן רײַך, און תּמיד געזונט, און תּמיד אױפֿגעלײגט, און תּמיד פֿרײלעך. איך זע, ס'איז באַ אײַך אַ שטוב, קײן עין הרע, װאָס ס'איז תּמיד פֿרײלעך, קײן עין הרע, אַזױפֿיל געסט באַ אײַך. (װײַזט מיט דער האַנט אַף דער טיר, װוּ עס הערן זיך קולות פֿון יונגװאַרג).
מ ל כּ ה: (קוקט אַף יענער טיר, זיפֿצט). געסט? הלװאַי װאָלטן זײ בעסער װינציקער געגאַנגען אַהער, װאָלט איך געװען רויִקער…
פּ ע ס ל: (מאַכט זיך ניט הערנדיק, מאָלט װײַטער). קײן עין הרע, אַזאַ ראָסקאָש װי באַ אײַך, קײן בײז אױג זאָל ניט שולט זײַן. װאָס פֿעלט אײַך?
מ ל כּ ה: זאָל עס מיר צוקומען! אונדז פֿעלט נאָר שלום־בית. װײסטו שױן, װאָס אונדז פֿעלט?…
פּ ע ס ל: (מאַכט זיך ניט הערנדיק). הײַנט די קינדערלעך אײַערע, קײן עין הרע, קײן בײז אױג, באַרליאַנטן! און דעם נחת, װאָס איר האָט פֿון זײ. מיטן כּבֿוד, קײן עין הרע, קײן בײז אױג!
מ ל כּ ה: װוּ איך האָב ערגעץ אַ שׂונא, רבונו של עולם!… נחת
זאָגסטו? אַ שײנער נחת! די עלטערע טאָכטער געגט זיך… די זין װילן
ניט חתונה האָבן… באַם עלטערן שיט זיך שױן אַ בערדל… די ייִנגערע
האַלטן אין אײן לערנען מיט אײן גײן אַף סאָבראַניעס־גוליאַניעס…צי־
טערט אַף מיר דאָס לײַב פֿאַר זײ… רײדן אַזעלכע װערטער, אַז מע קאָן
שטאַרבן!… אַז ער איז אינדערהײם, מאיר הײסט עס, האָט מען כאָטש
אַ ביסל דרך־ארץ, פֿאָרט אַ מאַנצביל! און פֿאָרט ער אַװעק אַף אײן טאָג,
קערט מען איבער די שטוב! מע קלײַבט זיך צונױף, װוּ ערגעץ אַ שלע־
פּער, אַ בעל־מלאָכה, אַף טיש און אַף בענק! און פּרוּװ זאָגן אַ װאָרט,
ביסטו ניט זיכער מיטן לעבן!… ס'איז עפּעס גאָר הפֿקר געװאָרן, עפּעס
אַ פֿאַרקערטע װעלט: טאַטע־מאַמע האָבן הײַנט מורא פֿאַר די קינדער…
װאָס, ניט אַזױ? פּ ע ס ל: װאָס זאָלט איר קלערן, מלכּהניו, ס'איז אין אונדזער
גראַד אױך ניט בעסער. מע דאַרף הײַנט פֿאַר קינדער האַלטן דאָס היטל;
אַניט, כאַפּן זײ אַ שטעקן מיט אַ רױטע פֿאַטשײלע און מע גײט אַרױס
אַף אַ „מעניסטראַציע“… מ ל כּ ה: (ציטערט אַזש). מער װי פֿאַר אַלע האָב איך מורא פֿאַר
מײַן װאַלאָדיען ― אָט אָ יענער, װאָס כ'האָב דיר אָנגעװיזן, מיטן
העמדל… מילא, דער עלטערער איז טאַקע אַפֿילו אַ גרױסער גאָרנישט,
װערט פֿאַרפֿאַלן אַמאָל אַף אַ גאַנץ מעת־לעת; װער װײס װוּ ער איז גע־
װען? איז ער אָבער דערפֿאַר אַ שטילער, מישט זיך ניט אַהין, װוּ מע
דאַרף ניט… װעט קומען די צײַט, װעט ער מסתּמא חתונה האָבן, װערן
אַ מענטש… דער אַנדערער איז זײער אַ װױלער, איז ער אָבער אַ „צע־
ניסט“, אַ פֿײַעריקער „צעניסט“!
אײַך? מ ל כּ ה: לאָם איך אַזױ װיסן שלעכטס מיט דיר אינאײנעם…
למאַי װאַלאָדיע? פֿון װאַנען קומט צו מיר אַזאַ װאַלאָדיע? דער װאַלאָדיע
האָט אַף זיך אַ קאָפּ, װאָס מע זאָל אױספֿאָרן די גאַנצע װעלט! ער האָט
אים ליב דאָס חיות, מײַן מאיר הײסט עס… ער זאָל אָבער הערן, װאָס
דער װאַלאָדיע רעדט! ער זאָל װיסן, װאָס דער װאַלאָדיע טוט! (בײגט
זיך צו צו פּעסלען אַפֿן אױער). ער לערנט זיך שיסן…
בערשטער זאָל שומר ומציל זײַן! פּונקט דאָס אײגענע, װאָס באַ אונדז.
באַלד עפּעס ― שיסן זײ!… מ ל כּ ה: אײן שטיקל נחת װאָלט איך געהאַט פֿון מײַן קלענע־
רער טאָכטער, פֿון מײַן חנהלען; קױם דערלעבט אַ שידוך טאָן, און נאָך
װאָס פֿאַר אַ שידוך! משהלע זײַדענשטאַמער ― דער ערשטער יחוס באַ
אונדז! און אַ חתן ― אַזאַ יאָר אַף מיר! אַ שטיק גאָלד! האָסט דאָך
אים געזען? פּ ע ס ל: אַ באַרליאַנט דאָס איז! קײן עין הרע, קײן בײז אױג!
מ ל כּ ה: איז אָבער מײַן מזל אַזױ גרױס, אַז זי װיל ניט חתונה האָבן.
פּ ע ס ל: װײ איז מיר! װאָס הײסט, זי װיל ניט חתונה האָבן?
מ ל כּ ה : זי װיל זיך לערנען װיל זי… מײנסט, זי איז װינציק געלערנט? געלערנט מיט סכּנת־נפֿשות! נאָר װאָס דען? פֿאַר איר איז קאַרג, זאָגט זי, זי װיל נאָך! טענה איך מיט איר: נו, און די חתונה? זאָגט זי: די חתונה װעט מעגן זײַן שפּעטער מיט עטלעכע יאָר…דו הערסט? אַ גליק, הערסטו, װאָס ער, מאיר הײסט עס, װײס ניט דערפֿון. ער װײס גאָרניט, מע באַהאַלט פֿון אים ,מע האָט פֿאַר אים דרך־ארץ. פֿאָרט אַ מאַנצביל! אַ מאַנצפּאַרשױן! (עס פֿליט אַרײַן װי אַ װיכער סאַש־קע, גלײַך צו דער מוטער).
נײַנטע סצענע
ס אַ ש ק ע: מאַמע, געלט! געלט, מאַמע! דאַװאַי דיענגי!
מ ל כּ ה: (צו דער קעשענע). שאַ! װאָס פֿאַר געלט? אַף װאָס איז געלט?
ס אַ ש ק ע: אַף װאָס (טראַכט אַ ביסל). אַף… טינט!
מ ל כּ ה: טינט? קאַרג טינט אין שטוב, טאַטעניו? ערשט נעכטן געקױפֿט אַ פֿלאַש טינט! װער טרינקט אױס אַזױפֿיל טינט?
ס אַ ש ק ע: נו, פּענעס!
מ ל כּ ה: פֿאַרשטײט זיך, אַז ניט קײן טינט, איז פּענעס.
פּ ע ס ל: אָט דאָס איז אײַער מיזיניקל, לעבן זאָל ער? אַ באַרליאַנט דאָס איז, קײן עין הרע, קײן בײז אױג! (מלכּה צײלט אים געלט, פּעסל שאָקלט מיטן קאָפּ, מאַכט גרימאַסן; סאַשקע, הינטער אירע פּלײצעס, מאַכט איר נאָך. מלכּה װינקט צו אים, ער זאָל אַװעקגײן. סאַשקע אַנטלױפֿט. עס לױפֿט אַרײַן מאַשע דאָס שטוב־מײדל מיט אַן איבערגע־ שראָקן פּנים).
צענטע סצענע
מ אַ ש ע: געקומען אַהער דער נאַדזיראַטעל מיטן „טשעסנע פּרי־ סטאַװ“… אַ פֿולער הױף… אַרומגערינגלט די גאַנצע שטוב אַרום און אַרום…
מ ל כּ ה: (אַ פּליעסק מיט די הענט). אַ דונער האָט מיך דער־ שלאָגן! (לאָזט זיך אין יענעם חדר, װוּ די קינדער. פֿאַלט חלשות).
פּ ע ס ל: (װאַרפֿט זיך צו מלכּהן). גאָט איז מיט אײַך, מלכּהניו! האַרצעניו! נשמהניו! װאַסער! גיכער! ברענגט אַהערצו װאַסער!… (עס הערט זיך אַ רעש אין יענעם צימער, װוּ קלײנװאַרג איז. ― גיך שפּרינגט אַרױס פֿון דאָרטן אַראָנטשיק, בלאַס װי דער טױט, לױפֿט אַרום, װי אַ פֿאַרסמטער איבערן זאַל; אַלע טירן זײַנען צו).
אַ ר אָ נ ט ש י ק: (רעדט צו זיך אַלײן). מע דאַרף זיך באַצײַטנס אָפּטראָגן פֿון דאַנען… װאָס האָב איך דאָ צו טאָן?… ניט מחמת איך האָב מורא! װאָס האָב איך מורא? נאָר גאָרניט, איך האָב עס פֿײַנט!… (שפּרינגט אַרױס דורכן פֿענצטער).
סוף פֿונעם צװײטן אַקט.
ערשטע סצענע
מ א י ר: יאָ, פֿײַן, פֿײַן… האָסט זיך שײן אױסגעפֿײַנט, מאיר שאַלאַנט, שײן!… די טאָכטער אַנטלאָפֿן ― און מיט װעמען? מיט עפּעס אַ נאַקעטן פּראָװיזאָר, צי אַ צײנרײַסער, אַ דאַנטיסט. דער רוח װײס זײ דאָרטן! און דער זון זיצט… (שטעלט זיך אָפּ אַ װײַלע, ברעכט די הענט). און װער איז שולדיק, אַז ניט דו?
מ ל כּ ה: (דאַװנט). איך?
מ א י ר: װער דען? איך?
מ ל כּ ה: נו, לאָז זײַן איך.
מ א י ר: זאָג אפֿשר, אַז נײן? דו ביסט דאָך די מאַמע!
מ ל כּ ה: נו, יאָ. איך בין אַ מאַמע. (דאַװנט).
מ א י ר: װער דאַרף אַכטונג געבן אַף קינדער, אַז ניט די מאַמע? אַ מאַמע באַדאַרף צו װיסן װאָס באַ אירע קינדער קאָכט זיך. אַלצדינג, אַלצדינג באַדאַרף אַ מאַמע װיסן! (שרײַט אַלעמאָל העכער).
מ ל כּ ה: ביסט גערעכט, גערעכט. אַלצדינג באַדאַרף אַ מאַמע װיסן. נאָר װאָס דען? אײן זאַך װעל איך פֿון דיר בעטן: אָן געשרײ. טאַקע דער אײגענער גװאַלד, נאָר אַ ביסעלע שטילער. לאָז כאָטש די גאַס ניט װיסן אונדזער אומגליק!
מ א י ר: אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד!… עס װײס שױן מסתּמא פֿון דעם די גאַנצע שטאָט פֿון אײן עק ביזן אַנדערן עק… אַזאַן אומגליק! אַזאַ בזיון! װאָס װעט מען זאָגן? שײן געלערנט קינדער! (שטעלט זיך אָפּ. טוט אַ זעץ מיט דער האַנט איבער טיש). מלכּה!
מ ל כּ ה: (טוט זיך אַ װאָרף). האַ? װאָס איז דיר?
מ א י ר: דו דאַװנסט? די טאָכטער דײַנע שפּאַצירט אַרום ערגעץ דער רוח װײס מיט װעמען, דער זון זיצט גאָט װײס װוּ און מיט װעמען ― און דו דאַװנסט?
מ ל כּ ה: איך דאַװן, װאָס דען? אַזױ װי דו? אַזױ װי איר, װאָס האָט אַװעקגעװאָרפֿן דאָס דאַװנען מיטן גאַנצן ייִדישקײט? אַלײן געװאָרן אױס ייִד, און די קינדער געמאַכט פֿאַר גױיִם… מאיר! מיר האָבן פֿאַר־ זינדיקט פֿאַר גאָט, מאיר, באַדאַרף מען אים דאַװנען. דאַװנען דאַרף מען אים!…
מ א י ר: נו, דאַװן, דאַװן. געזונטערהײט. װער לאָזט דיך ניט… (גײט אַרום). אַף אײן טאָג נאָר אַרױסגעפֿאָרן אין װאַלד ― װאָס דאָ טוט זיך! אַן איבערקערעניש: מע באַדאַרף עפּעס טאָן… לױפֿן… שרײַבן… בעטן… שיטן געלט… ראַטעװען אַ קינד… אַזאַ קינד! איך װעל ניט זיצן דאָ בשעת ער װעט זײַן דאָרטן, גאָט װײס װוּ און מיט װעמען!… (כאַפּט זיך פֿאַרן קאָפּ). מע דאַרף שרײַבן אַ בריװ, אַ פּראָשעניע… װוּ זײַנען ער־ געץ די קינדער? װוּ איז מאַטװײ?
מ ל כּ ה: (דאַװנט). מאַטװײ איז ניטאָ.
מ א י ר: װאָס הײסט, ער איז ניטאָ? װוּ איז ער?
מ ל כּ ה: איך װײס װוּ ער איז?
מ א י ר: װער דען װײס? ביסט אַ מאַמע, צי נײן? װוּ איז מאַטװײ, פֿרעג איך דיך?
מ ל כּ ה: שאַ, שרײַ נאָר ניט אַזױ, מע װערט פֿון דיר ניט גליקלעך.. איך באַדאַרף װיסן, װוּ מאַטװײ איז! מע פֿרעגט באַ מיר, צי מע דערצײלט מיר? ביסט נאָר אַװעקגעפֿאָרן פֿון דער הײם, קוק איך אים ניט אָן אין די אױגן שױן דרײַ מעת־לעת!
מ א י ר: (אױסער זיך). האַ? װאָס? דרײַ מעת־לעת?! װוּ זײַנען דײַנע אױגן? אַ קינד גײט אַװעק אַף דרײַ מעת־לעת פֿון שטוב ― עס זאָל זי אַפֿילו אָנהײבן אַרן! זי זאָל דאָס אַפֿילו אַ פֿרעג טאָן, װוּהין מע גײט! װאָס פֿאַר אַ מאַמע ביסטו, פֿרעג איך דיך? ביסט אַ מאַמע צי נײן?
מ ל כּ ה: טשעפּע זיך אָפּ, איך בעט דיך! װאָס פֿאַר אַ מאַמע בין איך דיר, אַז מע הערט מיך װי דעם הונט. פֿונעם גרעסטן ביזן קלענסטן! װאָס פֿאַר אַ מאַמע בין איך אײַך, אַז איר אַלע לאַכט פֿון מיר, מאַכט מיך מיט דער בלאָטע גלײַך? װאָס פֿאַר אַ מאַמע קאָן איך שױן זײַן, אַז דו אַלײן האָסט זײ געלערנט פֿון קינדװײַז אױף שטעלן דער מאַמע אַ פֿײַג? אַלײן געמאַכט אַ תּל פֿון די קינדער ― און טשעפּעט זיך! װאָס? זאָג אפֿשר, אַז נײן?
מ א י ר: גוט־גוט. ביסט גערעכט, גערעכט… װוּ איז חײם? (שרײַט). חײם! חײם! (עס קומט אַרײַן ח ײ ם).
צװײטע סצענע
ח ײ ם: פֿון װאַנען זאָל איך װיסן?
מ א י ר: װאָס הײסט, פֿון װאַנען זאָלסטו װיסן? ער קער דיר, דאַכט מיר, אַזױ אָן אַ ברודער, װי דו אים? צי נײן?
ח ײ ם: אַ ברודער קער ער מיר אָן, נאָר װוּ ער איז װײס איך ניט.
מ ל כּ ה: װאָס װילסטו פֿונעם קינד? פֿון װאַנען זאָל ער װיסן?
מ א י ר: פֿאַרװאָס זאָל ער ניט װיסן? פֿאַרװאָס װײס ער צו מאַכן סאָבראַניעס מיט זאַסעדאַניעס, אַז איך פֿאָר אַװעק? (צו חײמען, איראָניש). װאָס הערט זיך עפּעס מיט דײַן ארץ־ישׂראל?
ח ײ ם: מײַן ארץ־ישׂראל? ארץ־ישׂראל איז אַזױ מײַנס װי דײַנס.
מ א י ר: געװיס! (מיט גיפֿט). רעכנסט אפֿשר אינגיכן טאַקע זיך דורכפֿאָרן אַהינצו, האַ?
ח ײ ם: פֿאַרװאָס ניט?
מ א י ר: און טאַקע אין אײנװעגס דאָרטן בלײַבן זיצן?
ח ײ ם: מיטן גרעסטן כּבֿוד.
מ א י ר: (צום װײַב). מלכּה, דו הערסט?
מ ל כּ ה: װײס איך װאָס אַ קינד פּלאַפּלט!
מ א י ר: (צו חײמען). װאָס רעכנסטו, אַ שטײגער, דאָרטן צו טאָן, כּדומה למשל?
ח ײ ם: דאָס, װאָס אַלע קאָלאָניסטן: באַאַרבעטן די ערד, פֿלאַנצן בײמער, װײַנגערטנער.
מ א י ר: (צום װײַב). מלכּה, דו הערסט? (נעמט חײמס האַנט). ער װעט גראָבן ערד! פֿלאַנצן בײמער! כאַ־כאַ־כאַ! װאָס זאָגסטו אַף דעם ערדגראָבער? אַף דעם בײמערפֿלאַנצער?
מ ל כּ ה: װײס איך װאָס קינדער פּלאַפּלען!
מ א י ר: (מיט כּעס צום װײַב). בהמה! יענער רעדט װערטער, און זי זאָגט (קרימט זי איבער): קינדער פּלאַפּלען!… (צו חײמען). זאָג מיר נאָר, זונעניו. קײן שענערע פּרנסה האָסטו דיר שױן גאָר ניט געקאָנט געפֿינען, אַ חוץ ערד גראָבן און בײמער פֿלאַנצן?
ח ײ ם: מיט װאָס איז ערד־אַרבעט מיאוסער, װי זײַן דעם פּריצס אַ ייִד? מיט װאָס איז קױפֿן און פֿאַרקױפֿן װאַלד אין גלות שענער, װי פֿלאַנצן בײמער באַ זיך אינדערהײם, אינעם אײגענעם לאַנד, צװישן אײגענע ברידער און שװעסטער?
מ א י ר: (צו מלכּהן). דו הערסט? איך האָב אים גאָר קײנמאָל ניט געהאָרכט אַזױ רײדן! (צו חײמען, איראָניש). װען־זשע רעכנסטו מאַכן די רײַזע, אם ירצה השם, אין אַ גוטער שעה?
ח ײ ם: אַפֿילו הײַנטיקן טאָג… מע דאַרף פֿריִער דאָס פֿאָלק רירן פֿונעם אָרט, צוגרײטן אונדזערע אָרעמע ברידער, די אַרבעטער.
מ א י ר: ביסטו דאָס פֿון די דאָזיקע, װאָס רירן דאָס פֿאָלק? פֿון די דאָזיקע, װאָס גרײטן צו די אָרעמע ברידער?
ח ײ ם: װער דען? איר, װאָס זײַט שטענדיק פֿאַרנומען נאָר מיט אײַער געלט און נאָר מיט אײַערע געשעפֿטן? צי אַזעלכע, װי מאַטװײ, װאָס איז פֿאַרנומען מיט זיך אַלײן? צי אפֿשר זײַדענשטאַמער מיט זײַנע קינדער?
מ א י ר: ביסטו דאָס מחױבֿ זיך אָננעמען די קריװדע פֿון אַלע אָרעמע־לײַט? װי געפֿעלט עס דיר!
ח ײ ם: מחױבֿ זײַנען מיר אַלע, װאָרעם מיר אַלע זײַנען קינדער פֿונעם אָרעמען ייִדישן פֿאָלק, װאָס לײַדט שױן באַלד צװײ טױזנט יאָר און װאָס האָט ערשט ניט לאַנג אױפֿגעװאַכט פֿונעם שװערן מוראדיקן שלאָף, ערשט ניט לאַנג אױפֿגעעפֿנט די אױגן און דערזען װוּ ער איז אין דער װעלט.
מ א י ר: װאָס איז דאָס מיט אײַך געװאָרן אַזעלכעס? איך מײן דיך… װאַלאָדיען… חנהן… איך האָב קײנמאָל ניט געהערט פֿון אײַך אַזעלכע װערטער!
ח ײ ם: װאָרעם דו האָסט זיך קײנמאָל ניט אינטערעסירט, מיט אונדז קײנמאָל ניט גערעדט פֿון אַזעלכע עסקים…
מ א י ר: אַזעלכע עסקים? װאָס פֿאַר עסקים באַ אײַך? װי קומט צו אײַך עסקים? דער ― מיט ציוניזם! יענער ― מיט ביכלעך! װאָס פֿאַר ביכלעך האָט מען דאָס געפֿונען באַ װאַלאָדיען? דו מוזט דאָך װיסן! אפֿשר װעט מען עפּעס קאָנען טאָן? ראַטעװען אים?
ח ײ ם: איך האָב דיר שױן געזאָגט, אַז איך קאָן דיר, לײדער, גאָרניט זאָגן, װאָס מיט װאַלאָדיען איז געװען, װאָרעם איך מיט װאַלאָדיען גײען אין פֿאַרשײדענע װעגן…
מ א י ר: אין פֿאַרשײדענע װעגן? נאַט אײַך אַ גראָשן פֿאַר אַלע אײַערע װעגן!…
ח ײ ם: איטלעכן מאָלט זיך אױס, אַז ער גײט אין רעכטן װעג..
מ א י ר: אַזאַ יאָר אַף אַלע מײַנע שׂונאים. אײנער בעסער פֿונעם אַנדערן! די עלטערע זײַנען אַװעק דער שװאַרציאָר װײס װוּהין; האָב איך גערעכנט פֿון אײַך כאָטש אַ שטיקל נחת; צום סוף האָבן זײ זיך גענומען צו פֿרעמדע עסקים גאָר! געשעפֿטן!
ח ײ ם: (מיט פֿײַער). פֿאַרװאָס עפּעס פֿרעמדע? ס'איז אײגענע, ניט קײן פֿרעמדע! װעמען שלאָגט מען? אײגענע, צי פֿרעמדע? װעמענס ברידער לײַדן? אײגענע, צי פֿרעמדע? צי מײנסטו, אַז אַלצדינג, װאָס קומט פֿאָר אַצינד באַ ייִדן, מײנט מען דאָס יענעם, ניט דיך?
מ א י ר: (אַרױס פֿון די כּלים) . שטיל זאָל זײַן, דו שנעק אײנער! אָט אַזױ רעדט מען מיט אַ טאַטן?! (לאָזט זיך צו אים).
מ ל כּ ה: (שטעלט זיך אַװעק אינמיטן). מאיר! זאָל איך שלעכטס האָבן, זאָל איך שטאַרבן, אױב דו װעסט מיר אָנרירן דאָס קינד! (עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן ב ע נ י ע מיט זאָנטיק. חײם גײט אָפּ).
דריטע סצענע
ב ע נ י ע: (מאַכט אַ בואי־בשלום). אַ גוטער מאָרגן זאָל אײַך זײַן, רב מאיר! אַ גוטער מאָרגן זאָל אײַך זײַן, מלכּה! אַ גוטער מאָרגן זאָל אײַך זײַן בײדן! װאָס הערט זיך, װאָס מאַכט עפּעס אײַערע… דאָס? (קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן). אײַערע קינדער מײן איך?
מ א י ר: גוט מאָרגן ― גוט יאָר. זיצט, װאָס מאַכט אַ ייִד?
ב ע נ י ע: עט! װאָס זאָלן מיר מאַכן? (זעצט זיך אַװעק). ניט גוט. דאָס הײסט, ס'װאָלט געװען גוט, מע זאָל פֿאַרדינען. פֿאַרדינט זיך אָבער ניט, איז שלעכט… גוט איז אײַך, אַז איר זיצט זיך, קײן עין הרע, מיט אײַער אַלטיטשקע און מיט אײַערע קינדערלעך, קײן עין הרע. װי שטײט דאָרטן געשריבן באַ אונדז, האַ? אשתך―דײַן װײַב, כגפֿן―װי אַ װײַנשטאָק, פּוריה―װאָס זי פֿרוכפּערט זיך, בנים―די קינדער, כשתילי זיתים ― װי די אײלבירט־צװײַגן, סבֿיבֿ לשולחנך ― רינגלען אַרום דײַן טיש. (קוקט זיך אַרום). װוּ זײַנען זײ ערגעץ אײַערע דאָס… די קינדער מײן איך?
מ א י ר: (קוקט אַף מלכּהן. מלכּה דאַװנט). װאָס איז דען? װאָס דאַרפֿט איר זײ?
ב ע נ י ע: װאָס איך דאַרף זײ? גלאַט אַזױ: איך זע, מע זעט זײ ניט, ― פֿרעג איך… געראָטענע קינדער באַ אײַך, קײן עין־הרע, אײנס בעסער פֿונעם אַנדערן. ס'איז נאָר, הערט איר, אַ מזל. דער נגיד, זאָגט מען, האָט גליק צו אַלצדינג, אַפֿילו צו קינדער. די עלטערע איז באַ אײַך, קײן עין־הרע, אַ פּאַרשױן: שאַדע, װאָס זי זיצט באַ אײַך אַזױ לאַנג אַ דאָס, אַ גרושה, מײן איך; איך האָב שױן װיפֿל מאָל געװאָלט צו אײַך אַרײַנגײן שמועסן מכּוח… איך האָב פֿון אירעטװעגן אַ דאָס, אַ שידוך מײן איך; װיל זי ניט, האָב איך געהערט זאָגן, חתונה האָבן דורך אַ דאָס, דורך אַ שדכן הײסט עס… (קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן). װוּ איז זי ערגעץ אײַערע עלטערע דאָס, די טאָכטער מײן איך?
מ א י ר: (קוקט זיך איבער מיט מלכּהן). װאָס איז דען? װאָס דאַרפֿט איר זי? י
ב ע נ י ע: גלאַט אַזױ, איך זע, מע זעט זי ניט, ― פֿרעג איך… נאָר פֿאַרװאָס ע ר האָט ניט חתונה ― דאָס קאָן איך שױן ניט פֿאַרשטײן. איך מײן אײַער עלטערן דאָס, דעם זון מײן איך… דעם פּריזיװ האָט ער שױן, ברוך השם, געפּטרט לאַנג, קומט אים שױן, דאַכט זיך, אַ דאָס, אַ כּלה מײן איך? שאַדע, װאָס מע טרעפֿט אים קײנמאָל ניט אינדערהײם… (קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן). װוּ איז ערגעץ אײַער עלטערער דאָס, אײַער זון מײן איך?
מ א י ר: װאָס איז דען? איר דאַרפֿט אים עפּעס?
ב ע נ י ע: אַף װאָס דאַרף איך אים? גלאַט אַזױ, איך זע, מע זעט אים ניט, ― פֿרעג איך. זעט איר, דער אַנדערער ― דער איז באַ אײַך גאָר אַ געראָטענער. דער חסרון, װאָס ער איז אַ דאָס, אַ ציוניסט מײן איך. דאָס הײסט, קײן חסרון איז דאָס ניט; אַדרבה, ס'איז גאַר אַ מעלה. אײדער ליגן אין די קלובן און שפּילן אין קאָרטן, איז שױן גלײַכער זײַן אַ דאָס, אַ ציוניסט מײן איך… מײַנע קינדער אַלײן זײַנען אױך ציוניסטן, כאָטש סע געפֿעלט מיר ניט דער דאָס… דער געדאַנק מײן איך. דאָס הײסט, געפֿעלן געפֿעלט ער מיר, פֿאַרװאָס זאָל ער מיר ניט געפֿעלן? אַדרבה, זײער שײן פֿון זײער זײַט, װאָס זײ פֿאַרנעמען זיך מיט אַזעלכע זאַכן, זאָרגן זיך פֿאַרן דאָס, פֿאַרן כּלל הײסט דאָס. דער חסרון, װאָס מע רעדט צופֿיל… אָט בין איך געװען אַנומלטן אַף אַ דאָס, אַן אַסיפֿה הײסט עס: האָט אײַער זון געהאַלטן אַ דאָס, אַ דרשה מײן איך ― צוקער־זיס!… דער דריטער אײַערער איז אױך אַ גוטער שקאָץ! נאָר דאַכט מיר, שױן ניט קײן דאָס, קײן ציוניסט מײן איך? מסתּמא װײסט איר דאָך בעסער װאָס ער איז?… אַ חבֿרה־מאַן איז ער אַ גוטער! ער קען זיך מיט אַלע דאָס, חבֿרה־לײַט מײן איך… (קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן). װוּ איז ער ערגעץ אײַער דאָסיקער דאָס, אײַער ייִנגערער זון מײן איך?
מ א י ר: װאָס פֿרעגט איר זיך אַזױ נאָך? איר דאַרפֿט אים דען?
ב ע נ י ע: װאָס איז שײך, איך דאַרף אים? גלאַט אַזױ, איך זע, מע זעט אים ניט, ― פֿרעג איך… אַן אױסגעשפּילטע, זאָגט מען, איז באַ אײַך די קלײנע. אָט די װאָס מיט די געשאָרענע דאָס, האָר מײן איך… אַ מאַנצבילשער קאָפּ אַף איר, זאָגט מען; און אַ קענערין ― אַ שאַרפֿע! און נעמט אַ דאָס, אַ חתן מײן איך, אױך זײער אַ געראָטענעם… און כאָטש איך בין דאָ קײן שדכן ניט געװען און קײן געלט באַ אײַך ניט פֿאַרדינט, נאָר פֿונדעסטװעגן קאָן מען פֿונעם אמת ניט אַװעקגײן: איר האָט מיטן דאָזיקן שידוך ניט שלעכט געדאָסט, געטראָפֿן מײן איך… װאָרעם לאָמיר זיך ניט נאַרן, איר זײַט טאַקע אַ ייִד אַן עושר, קײן עין הרע, מען קאָן זאָגן אַ גבֿיר, כאָטש איך האָב אײַער געלט ניט געצײלט… נאָר װי קומט איר צו רב משהלע זײַדענשטאַמער? יענער איז אײַנגעטונקען אין דאָס, אין יחוס מײן איך… דער חסרון, װאָס ער נעמט זיך שױן צופֿיל איבער, און פֿאַרגעסט, אַז טאָמער זײַט איר ניט אַזאַ גרױסער יחסן, גיט איר אָבער דערפֿאַר אײַער קינד אַ סך דאָס, נדן מײן איך… װוּ איז זי ערגעץ (קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן) אײַער קלענערע דאָס, טאָכטער מײַן איך?
מ א י ר: אַף װאָס קאָנט איר זי, אַ שטײגער, דאַרפֿן?
ב ע נ י ע: איך? חס ושלום! גלאַט אַזױ, איך זע, מע זעט זי ניט, ― פֿרעג איך… דאָס הײסט, אַז מע װיל שמועסן דאָס אײגענע צוריק, באַדאַרף איך גראַדע צו איר יאָ האָבן. דאָס הײסט, איך האָב צו איר אַ שטיקל דאָס, אַ בריװ הײסט עס…
מ א י ר: אַ בריװ? פֿון װעמען איז אַ בריװ?
ב ע נ י ע: עס רעדט זיך אַזױ אַ בריװ. טאַקע פֿון אים, פֿון אײַער דאָס, פֿונעם מחותּן מײן איך.
מ א י ר און מ ל כּ ה: פֿונעם מחותּן?
ב ע נ י ע: (נעמט אַרױס פֿון דער אונטערשטער קעשענע אַ פּאַ־פּיר). ער האָט מיך געבעטן, איך זאָל אײַך איבערגעבן, אַזױ װי אײַער דאָס, טאָכטער הײסט עס, האָט ניט אין זינען אַפֿילו צו טראַכטן מכּוח דאָס, חתונה הײסט עס, זי װיל גאָר פֿאָרן אַף די דאָס, אַף די קורסן הײסט עס, ― זאָל זי פֿאָרן, זאָגט ער, געזונטערהײט… און אַזױ װי מיט אײַער עלטערער טאָכטער די גרושה האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה… און אײַער זון האָט מען אײַנגעזעצט אין דאָס, אין טורמע הײסט עס, און די גאַנצע שטאָט, זאָגט ער, האַלט אײַך אין די דאָס, אין די מײַלער הײסט עס; לכן בעט ער, איר זאָלט קײן פֿאַראיבל ניט האָבן און זאָלט מוחל זײַן איבערגעבן אײַער דאָס, אײַער טאָכטער הײסט עס, אירע דאָס, אירע תּנאָים הײסט עס. (גיט איבער מאירן דאָס פּאַפּיר).
מ א י ר: (אױסער זיך פֿאַר כּעס). מלכּה! דו הערסט? (צעקנײטשט די תּנאָים אין די הענט). גײט זאָגט אים, אײַער גרױסן יחסן, אַז איך לאַך פֿון זײַן באָבע! איך דאַרף אים אַף זיבן טױזנט כּפּרות מיט זײַן גאַנצן יחוס! זאָגט אים, לאָז ער נאָר ניט פֿאַרגעסן אָפּשיקן דאָס ביסל צירונג, די מתּנות, און טאַקע הײַנט! און אַז איר זײַט שױן יאָ אַ שאַלאַטן־שמשׂ, טאָ גײט־זשע טאַקע פֿון דאַנען גלײַך אַהין, און טאַקע באַלד, און טאַקע שױן! (װײַזט אים אַף דער טיר).
ב ע נ י ע: װאָס דאַרפֿט איר זײַן אַזױ דאָסיק? איך בין דאָך ניט מער װי אַ דאָס, אַ שליח מײן איך, מע זאָגט מיר, איך זאָל דאָסן ― דאָס איך, מײן איך, איך זאָל גײן ― גײ איך…
מ א י ר: דאָסט־זשע געזונטערהײט! (בעניע רוקט זיך אַרױס פֿון דער טיר מיט אַ זײַט).
פֿערטע סצענע
מ א י ר: (צו מלכּהן). נו? דו שװײַגסט?
מ ל כּ ה: (קוקט אין סידור אַרײַן). װאָס זאָל איך שרײַען?
מ א י ר: װאָס זאָלסטו שרײַען, פֿרעגסטו? אַװדאי דאַרף מען שרײַען! אין אַלע גאַסן דאַרף מען אױסשרײַען! קינדער זאָלן אַזױ מוטשען אַ טאַטן! װוּ זײַנען די קינדער אַלע? חנה! חײם! װוּ זײַט איר?!
מ ל כּ ה: שאַ! מע װעט זיך דאָך טאַקע צונױפֿלױפֿן פֿון דער גאַס!
מ א י ר: לאָז מען לױפֿן לאָז מען זען, װאָס קינדער טוען מיט אַ טאַטן! ניטאָ זײ? ניטאָ די קינדער? ניטאָ קײן קינדער, מלכּה! ניטאָ! צעלאָפֿן זיך, װי די מײַז צעלאָפֿן זיך!
מ ל כּ ה: צעזײט און צעשפּרײט אַף אַלע זיבן ימים… (עס קומט אַרײַן ח נ ה, קוקט אַפֿן פֿאָטער און אַף דער מוטער).
פֿינפֿטע סצענע
ח נ ה : פּאַפּאַ!… דער מחותּן האָט אָפּגעשיקט די תּנאָים?… כ'האָב שױן געהערט. ס'איז אמת?
מ א י ר: אַ גדולה אַף דער באָבע! װאָס־זשע ביסטו אַזױ לעבעדיק?
ח נ ה: װאָס־זשע? װײנען זאָל איך?
מ א י ר: נײן, טאַנצן דאַרף מען. מע דאַרף גײן אַ פֿרײלעכס! זאָג מיר, װאָס טוט זיך עס מיט אײַך? חתן־כּלה איז באַ אײַך עפּעס שפּילעכלעך, צי װאָס?
ח נ ה: ס'איז באַ אײַך שפּילעכלעך, ניט באַ אונדז. אײַך האָט זיך געגלוסט אַ שידוך טאָן מיט משהלע זײַדענשטאַמער, אײַנקױפֿן זיך אין יחוס. עס איז אײַך דען אײַנגעפֿאַלן, איר זאָלט פֿרעגן מיך, צי געפֿעלט מיר זײַדענשטאַמערס זון? אַבי גאָט האָט אײַך געהאָלפֿן, איר האָט אַ שײנעם מחותּן… אײַער מחותּן איז אַ נידעריקער מענטש! ער האַנדלט מיט יחוס, װי מיט אתרוגים. אַנשטאָט דעם, װאָס ער זאָל קומען דיך טרײסטן אין דײַן אומגליק, װאָס האָט אונדז געטראָפֿן, האָט ער אונדז אָפּגעשיקט די תּנאָים. איך דאַנק אים זײער און זײער, װאָס איך בין פּטור געװאָרן פֿון אַ חתן, װאָס טראָגט בריליאַנטענע פֿינגערלעך און שרײַבט פּעטיציעס. אַצינד בין איך פֿרײַ און קאָן מיך פֿאָרן לערנען.
מ א י ר: (צו מלכּהן). דו הערסט? זי איז פֿרײַ!… זי קאָן פֿאָרן לערנען!…
מ ל כּ ה: װײס איך װאָס אַ קינד פּלאַפּלט.
ח נ ה: נײן, מאַמע, איך פּלאַפּל ניט. איך רײד ערנסטע װערטער.
מ א י ר: װוּהין, אײגנטלעך, פֿאָרסטו, הײסט עס, אױב מע קאָן װיסן?
ח נ ה: קײן בערן פֿאָר איך. דאָ נעמט מען ניט צו, מוז מען פֿאָרן אין דער פֿרעמד.
מ א י ר: (צו מלכּהן). דו הערסט װערטער? קײן בערל פֿאָרט זי. דאָ איז פֿאַר איר װינציק תּורה, דאַרף מען פֿאָרן אַזש קײן… װיִאַזױ הײסט עס?
ח נ ה: בערן.
מ א י ר: בערל! זײער שײן, אַ שײנער נאָמען! דו קײן בערל און חײם קײן ארץ־ישׂראל.
ח נ ה: איך גיב ניט אָפּ קײן דין־וחשבון פֿאַר חײמען, און חײם ― פֿאַר מיר. איטלעכער פֿאַר זיך.
מ א י ר: די אײגענע װערטער האָב איך געהערט פֿון חײמען. איטלעכער פֿאַר זיך, איטלעכער פֿאַר זיך. נו, און פֿאַר אונדז װער? און פֿאַר װעמען מיר? איר קערט אונדז עפּעס אָן שטיקלעך אײגענע, צי נײן? איר זײַט א ו נ ד ז ע ר ע ק י נ ד ע ר, צי נײן?
ח נ ה: אײַערע.
מ א י ר: און מיר זײַנען אײַערע פֿאָטער און מוטער צי נײן?
ח נ ה: אונדזערע.
מ א י ר: האָבן מיר עפּעס אַף אײַך צו שאַפֿן, צי נײן? װי מײנסטו אַ שטײגער?
ח נ ה: איך מײן, אַז אַ מענטש אַף אַ מענטשן קאָן ניט האָבן צו שאַפֿן.
מ א י ר: ניט דאָס מײן איך. איך מײן, צי קאָנען מיר אײַך זאָגן, למשל, דאָס מעגט איר און דאָס ניט? דאָס װילן מיר און דאָס ניט?
ח נ ה: נײן, איר קאָנט ניט.
מ ל כּ ה : װײס איך װאָס אַ קינד פּלאַפּלט!
מ א י ר: (לאָזט אױס דאָס האַרץ צו מלכּהן). בהמה װאָס דו ביסט! יענע רעדט, װי אַן אַלטער, װי אַ בר־דעת און זי (קרימט איר איבער) ― װי אַ קינד פּלאַפּלט! (צו חנהן). זאָגסטו, הײסט דאָס, אַז נאָך דײַן שׂכל נאָך קומט אױס, אַז מיר מיט אײַך קערן זיך גאָרניט אָן, לחלוטין גאָרניט? איר זײַט זיך ― איר, און מיר זײַנען זיך ― מיר?…
ח נ ה: װער זאָגט דאָס דען? איר זײַט אונדזערע עלטערן, און מיר זײַנען אײַערע קינדער, װאָס זײַנען פֿאַרפֿליכטעט האַלטן אײַך בכּבֿוד, ליב האָבן און…
מ ל כּ ה: (אױפֿגעלעבט). נו יאָ, װי מיר זאָגן אַלע אינדערפֿרי: „איך װעל פֿאָלגן אַלצדינג, װאָס דער טאַטע הײסט, װאָס די מאַמע הײסט, װאָס גוטע־פֿרומע לײַט הײסן“…
מ א י ר: (רײַסט איר איבער, לײגט צונױף בײדע הענט, קוקט אַרױף). „אַ ברכה־הצלחה זאָל קומען אַף מײַן קעפּל. אָמן סלה“… אַװדאי װעט זי דיך באַלד פֿאָלגן! דו זעסט ניט?
ח נ ה: אַבי נאָר אַ גלײַכע זאַך ־ פֿאַרװאָס ניט?
מ א י ר: גוט. למשל, אַז מיר װעלן דיר זאָגן: חנהלע, פֿאָר ניט אַהינצו אין יענער שטאָט, װעסטו דאָך מסתּמא דװקא יאָ פֿאָרן?
ח נ ה: אַװדאי, װאָרעם אין דעם הענגט אָפּ דאָס גאַנצע לעבן מײַנס!
מ א י ר: פֿאַרשטײט זיך! װאָרעם װי קאָן מען גאָר לעבן אַף דער װעלט, אַז מע פֿאָרט ניט אַװעק אַהין… װיִאַזױ הײסט די שטאָט?
ח נ ה: בערן.
מ א י ר: בערל. און דײַן ברודער חײם מוז פֿאָרן קײן ארץ־ישׂראל פֿלאַנצן װײַנגערטנער?
ח נ ה: איך האָב דיר שױן געזאָגט, אַז איטלעכער פֿאַר זיך.
מ א י ר: פֿאַרשטײט זיך, איטלעכער פֿאַר זיך: דער קײן בערל, דער קײן ארץ־ישׂראל, דער װעט זיצן אין טורמע, דער װעט גלאַט פֿאַרפֿאַלן װערן אַף דרײַ מעת־לעת; און די װעט לױפֿן אין דער װעלט אַרײַן ― הכּלל איטלעכער װוּהין די אױגן װעלן אים טראָגן. (צו מלכּהן). נו? און מיר, מלכּה? מיר װעלן זיך בלײַבן דאָ אינצװײען. װי זאָגט ער: „דיד דאַ באַבאַ“. די קינדער אַלע באַװאָרנט, װעמען הערן מיר? (לאַכט מיט גאַל). כאַ־כאַ־כאַ! (צו חנהן). װיאַזױ רעכנסטו, למשל, פֿאַר װעמענס װעגן איז דאָס אָט דאָס אַלץ, דאָס גאַנצע פֿאַרמעגן מיטן גאַנצן געלט? איך מײן ניט איצטער, איך מײן שפּעטער, איבער הונדערט צװאַנציק יאָר?
ח נ ה: אַ מענטש, כּל זמן ער לעבט, דאַרף ער זאָרגן פֿאַרן לעבן, ניט פֿאַרן טױט.
מ א י ר : ביסט קלוג טאַקע גאָר װי שלמה המלך, כ'לעבן, לכן װאָלט איך װעלן, זאָלסט מיך קלאָר מאַכן, פֿאַר װעמענס װעגן אײגנטלעך, האָבן מיר דאָס גאַנצע לעבן געהאָרעװעט, אױסגעריסן געװאָרן, אָפֿטמאָל ניט דערשלאָפֿן, ניט דערעסן, אַ סך מאָל געליטן בזיונות, הכּלל ― זיך מפֿקיר געװען, געקליבן אַ קערבל צו אַ קערבל ― אײַך נאָכגעגעבן אַלצדינג, װאָס אײַער האַרץ גלוסט. בכדי איר זאָלט זיך אױפֿהײבן אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן, צעקריכן זיך דער אַהער, דער אַהין, און אונדז איבערלאָזן אַלײן, עלנט, אָן אַ זײַגעזונט, װי מע זאָגט… (מלכּה בײגט זיך אָן איבערן סידור און װײנט שטילערהײט).
ח נ ה: (גײט צו צו איר, נעמט זי אַרום, קושט זי). מאַמע, װײן ניט, איך קאָן ניט זען, װי דו װײנסט.
מ א י ר: דו קאָנסט ניט זען, װי זי װײנט? און אַז איך קאָן ניט שלאָפֿן קײן נעכט פֿון זינט מע האָט צוגענומען װאַלאָדיען, װאָס איר װילט אַפֿילו ניט זאָגן מיר, פֿאַרװאָס און פֿאַר װען? אַלץ איר? אַלץ פֿון אײַערטװעגן?…
ח נ ה: װאָס־זשע װילסטו, פּאַפּאַ? אַז צוליב דיר זאָל די זון אױפֿהערן װאַרעמען די ערד, נאָר פֿאַרקערט?… דו װילסט, אַז צוליב דיר זאָל די גאַנצע נאַטור זיך איבערבײַטן, און קינדער זאָלן װערן צוגעװאַקסן צו זײערע עלטערן, װי צװײַגן צון אַ בױם? ניט הײַנט, איז מאָרגן, שײדן זיך מוז מען דאָך אַמאָל!
מ א י ר: רעדסט װי אַ בר־דעת, לאָם איך האָבן אַזאַ יאָר… נאָר אַלץ הײסט באַ דיר שײדן זיך? שײדן זיך הײסט באַ מיר, אַז קינדער האָבן חתונה, באַזעצן זיך װי מענטשן, דער באַ אַזאַ געשעפֿט, דער באַ אַזאַ געשעפֿט… אָבער ניט אַזױ װי מיר. אַף מיר איז עפּעס אַן אױסגאָס… (רעדט מיט אַ װײנענדיק פֿאַרדומפּטן קול). אַ גאָטס שטראָף אַף מיר… איובֿס צרות… און ועל־כּולם אָט דער װאַלאָדיע האָט מיר גאָר דעם קאָפּ אַראָפּגענומען!… איך װײס גאָר ניט, װי איך האַלט דאָס אױס… (װישט זיך די אױגן. מלכּה װײנט. אַף איר קוקנדיק ― אױך חנה. פּױזע דױערט אַ מינוט. מאיר נעמט פּלוצעם חנהן פֿאַר אַ האַנט, ציט זי צו צו זיך. חנה קושט אים). זאָג מיר צו ,טאָכטער מײַנע, זאָג מיר צו, אַז דו װעסט ניט פֿאָרן אַהין…
ח נ ה : (ראַנגלט זיך מיט זיך אַ װײַלע). נײן, פּאַפּאַ! נײן! אַלצדינג יאָ, אַלצדינג װעסטו באַ מיר פּועלן, נאָר דאָס ניט, דאָס ניט, איך מ ו ז פֿאָרן! איך קאָן ניט! איך קאָן ניט זײַן דאָ מער, אין דער דאָזיקער שטוב!…
מ א י ר: (שפּרינגט אָפּ). דו קאָנסט ניט זײַן דאָ מער? אין דער ד אָ ז י ק ע ר שטוב? מלכּה! דו הערסט? זי קאָן ניט זײַן דאָ מער, זאָגט זי, אין דער ד אָ ז י ק ע ר שטוב! ס'איז איר דאָ ענג, ס'איז זײ דאָ אַלעמען מיטאַמאָל געװאָרן ענג אין דער ד אָ ז י ק ע ר שטוב!… (כאַפּט זיך אױף, שרײַט מיט כּעס). שױן לאַנג, אַז ס'איז אײַך נמאס געװאָרן די ד אָ ז י ק ע שטוב?!…
מ ל כּ ה: (שטעלט זיך אַװעק צװישן פֿאָטער און צװישן דער טאָכטער). מאיר!… (חנה גײט אָפּ, עס פֿליט אַרײַן סאַשקע מיט אַ גדולה).
זעקסטע סצענע
ס אַ ש ק ע: דו װײסט, מאַמע? מע האָט דאָך מיר טאַקע געבראַכט צופֿירן אַ הונט! אױ, זאָלסט זען װאָסער אַ הונט! גיב מיר, מאַמע, געלט! האָסט דאָך מיר צוגעזאָגט, אַז מע װעט מיר קױפֿן אַ הונט!
מ ל כּ ה: (װינקט צו אים, ער זאַל אַװעקגײן). אָט האָסטו דיר די אַנדערע טעג יום־טובֿ!
מ א י ר: (אין כּעס פֿון פֿריִער). װאָס פֿאַר הינט?
ס אַ ש ק ע: אַ מאָפּס. אַן אמתער מאָפּס!
מ א י ר: איך װעל דיר געבן אַ מאָפּס! הינט פֿעלט דאָ נאָך אין דער ד אָ ז י ק ע ר שטוב! אַװעק, דו װעװריק, דו פּידסװיניק אײנער! װאָן!!!…
ס אַ ש ק ע: אױב אַזױ, גײ איך גאָר זיך טרינקען! (אַנטלױפֿט).
מ א י ר: (שרײַט אים נאָך). זיך טרינקען? טרינק זיך! הענג זיך! הענגט זיך אַלע! אַלע זאָלט איר זיך אױפֿהענגען אַף אײן שטריקל! אַזעלכע קינדער, װי איר, זאָלן גאָר ניט געבאָרן װערן!… (מלכּה װיל זיך לאָזן לױפֿן נאָך סאַשקען; מאיר האַלט זי אָפּ). שאַ! לױף ניט! ציטער ניט! האָב קײן מורא ניט פֿאַרן מיזיניקל! עס װעט אים גאָרניט זײַן, דעם קדיש דײַנעם!… (עס קומט אַרײַן מאַשע דאָס דינסטמײדל).
זיבעטע סצענע
מ אַ ש ע: דאָ איז געקומען צוגײן אַ מענטש פֿון גראַנד־האָטעל זאָגן, מע זאָל אײַך זאָגן, אַז דער פּריץ, דער גראַף הײסט עס, איז געקומען צו פֿאָרן, אין גראַנד־האָטעל הײסט עס, און ער רופֿט אײַך, דער פּריץ, דער גראַף הײסט עס, איר זאָלט באַלד קומען צו גײן אַהינצו, אין גראַנד־האָטעל הײסט עס.
מ א י ר: האַ? װאָס? דער פּריץ? דער גראַף איז געקומען צו פֿאָרן? װאָס־זשע שװײַגט איר? דאָס אָנטאָן גיט אַהער! די שטיװל! דאָס היטל! גיכער! דער פּריץ! דער גראַף איז געקומען צו פֿאָרן, און איר שװײַגט!? (ער װאַרפֿט זיך אַף אַלע זײַטן. מע טראָגט אים צו דאָס אָנטאָן. ער שלעפּט אַף זיך די מלבושים, טרעפֿט ניט װוּ מע דאַרף און װערט נאָך מער צעטראָגן און נאָך מער אין כּעס). בהמות! פֿערד! װאָס שטײט איר, װי די טאָקן? פֿאַרװאָס העלפֿט איר מיר ניט אָנטאָן זיך? איר הערט דאָך, אַז דער פּריץ, דער גראַף איז געקומען צו פֿאָרן, דער גראַף! דער גראַף!!… (זיך אָנגעטאָן, לאָזט ער זיך צו דער טיר און בלײַבט שטײן מיטן צילינדער אַ װײַלע װי פֿאַרטראַכט). מלכּה! (רײַבט זיך אין שטערן). װאָס האָב איך דיר געװאָלט זאָגן? איך האָב דיר עפּעס געװאָלט זאָגן… (דערמאָנט זיך). און װאַלאָדיע זיצט?… און די איבעריקע קינדער?…
מ ל כּ ה: צעזײט און צעשפּרײט אַף אַלע זיבן ימים…
מ א י ר: האַ? װאָס זאָגסטו? מלכּה! װוּ זײַנען אונדזערע קינדער?… (פֿאַלט צו אינעם גאַנצן אָנטאָן צום טיש און װײנט).
מ ל כּ ה: (לױפֿט צו צו אים אין שרעק). מאיר! גאָט איז מיט דיר! מאיר!!…
סוף פֿונעם דריטן אַקט.
געשריבן אין יאָר 1905.