אַ שאַרזש אין אײן אַקט
פּ ע ר ז אָ נ ע ן:
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס, אַן אָלרײַטניק.
מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס, אַז אָלרײַטניטשקע.
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע, אַ היברו־טיטשער.
אַ י יִ ד.
צ װ ײ ע ד ו ת.
אָ ר ט: די װײַטע פּראָװינץ אין אַמעריקע. צ ײַ ט: דאָ ניט לאַנג.אין פּאַטלאָר, אין אַ ראָקינג־טשעט, זיצט מיט אַ ציגאַר איז מױל, די
פֿיס אַרױף, מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס, אַ גוט־געבױטער מאַן פֿון
מיטעלע יאָרן, עלעגאַנט געקלײדט. אַקעגן אים, אַפֿן צװײטן ראָקינג־
טשער, זיצט די מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס, אָ שװערע שטיק מיט אַ דרײַגאָרנדיקן גױדער. בײדע קאַטשען זיך.
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: (אַ קוק אַפֿן זײגער). װאָס איז די מעדער מיטן טיטשער? צוגעזאָגט קומען מיטן רעװרענט פֿון עולם־הבא, און קומט ניט. אַלבעטשיע, אַז ער האָט חרטה.
מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס: נעװער מאַין! (גענעצט).
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: װאָס הײסט נעװער מאַין? ביזנעס איז ביזנעס…
מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס: צו װאָס טױג דיר די ביזנעס, דזשאָ? ס'װעט נאָר קאָסטן געלט…
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: באַ דיר איז דאָס געלט אָנלי. זאָלסט אַ טראַכט טאָן אַ ביסל װײַטער ― דאַט נאָט! ביקאָז דו לעבסט נאָר מיטן הײַנט. איך טראַכט מיך אַרײַן אין מײַן לײַף, װיִאַזױ מיר זײַנען מיט דרײַסיק יאָר צוריק געקומען אין דהיז קאָונטרי, און האָבן בײדע געפּעדלט, זײַנען מיר געװען ייִדן גלײַך מיט אָל די פּיפּל ― באָט װאָס זײַנען מיר איצט? (שטײט אױף, שפּאַנט אום). װאָס פֿאַר ייִדן זײַנען מיר? ניט קײן שבת, ניט קײן יום־טובֿ, ניט קײן טלית, ניט קײן תּפֿילין ― נאָטינג! טאָג װי נאַכט אָדער אין פּאָוקער, אָדער אין פּינאַ־קעל, אָדער אין אַנדערע גײמס, און הײבן גאָרניט אָן צו טראַכטן װעגן יענע װאָרלך. איבער האָנדערט ענד טװענטי יערס, װער װעט עפֿטער אונדז זאָגן קדיש?
מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס: װאָס הײסט? מיר האָבן ניט קײן זין?
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: (האָט דיך אָפּגעשטעלט). אָט די לױפֿערס װעלן זאָגן קדיש?
מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס: דזשײק, קאָן זײַן, װעט קײן קדיש ניט זאָגן, אָבער מאַקסילע? ― מיר פֿאַר זײַן קאָפּ!
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: מאַקס װעט זאָגן קדיש?
מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס: שור װעט ער זאָגן קדיש!
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: אַלבעטשיע, אַז נײן! אפֿשר די ערשטע אַכט טאָג. באָט שפּעטער ― נאָסער!
מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס: יעס מעם!
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: נאָסער!
מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס: יעס מעם!
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: (אַ קלאַפּ אין טיש). אַז איך זאָג נאָסער, איז נאָסער! (מיסעם טשערקיס שליסט צו איר מױל. ― עס דערהערט זיך אַ קלאַפּ אין טיר. בײדע רופֿן אױס). קאַם אין! (עס קוסט אַרײַן דער טיטשער, מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע, אַ זשװאַװע ייִדל מיט אַן אױסגעהונגערט אומרױק פּנים, זעט אױס האַלב שנײַדער ,האַלב רעװרענד).
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: האַו דו יו דו, מיסטער טיטשער, סידאַן!
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: (זעצט זיך אַװעק, װישט זיך דעם שװײס). נו, אַ היץ! קױם מיט צרות אײַנגעבעטן דעם ייִדן!… אײדער איך האָב אים אױסגעזוכט װוּ ער װױנט ― איך װאָלט דערפֿאַר ניט גענומען קײן צען דאָלער, זאָל מײַן נאָמען ניט הײסן קװאָטשקע!
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: טאַקע דהי סײם דזשו, װאָס מיר האָבן גערעדט?
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: טאַקע דער זעלבער ייִד… נאָר ער האָט שױן חרטה געהאַט אַף דער גאַנצער מעשׂה. ניט געװאָלט פֿאַרקױפֿן פֿאַר קײן געלט! װאָס טױג אים, זאָגט ער, געלט? געלט גײט אַװעק, און עולם־הבא בלײַבט אַף אײביק… האָב איך מיך צוגעזעצט צו זײַן װײַב. אַ ייִדענע ― אַהין־אַהער, כ'האָב קױם געפּועלט פֿאַר צװײ הונדערט דאָלער זאָל ער אָפּטרעטן האַלב פֿון זײַן חלק עולם־הבא… איר װעט אָנקוקן אַ ייִד ― איר האָט זינט איר לעבט אַזאַ ייִדן ניט געזען! אָנגעטאָן גײט ער װי אַ טערק, און רעדט מער אַף לשון־קודש… געװען צען יאָר אין ארץ־ישׂראל, געקומען אַהער צו גאַסט צו זײַנע קינדער און פֿאָרט נאָכאַמאָל קײן ארץ־ישׂראל… אַ כּשרער ייִד, זיצט יומם ולילה און לערנט… אָדער ער לערנט, אָדער ער דאַװנט… און פֿאַסט תּעניתים… אַלע מאָנטיק און דאָנערשטיק… װײס ניט קײן צורת מטבע…
מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס: פֿון װאַנען־זשע װײס ער צו נעמען צװײ הונדערט דאָלער?
מ י ס ט ע ט ק װ אָ ט ש ק ע: ער? חס וחלילה! װי קומט ער צו געלט? איך זאָג דאָך אײַך: ער איז צו אַזעלכע זאַכן ניט שײך. דאָס האָב איך מיט איר, מיט זײַן ייִדענע, אָפּגעמאַכט פֿאַר אַ האַלבן חלק עולם־הבא… מיסטער טשערקיס, זײַט איר גרײט און מע קאָן צוטרעטן צו דער צערעמאָניע פֿון מכירת עולם־הבא?
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: פּאַזעטיװלי! נאָר איך האָב צו אײַך אַ קלײנע ביטע. (קװענקלט זיך). איך װאָלט געגליכן, ס'זאָל זײַן דערבײַ, איף איטס פּאַסיבעל, אַ רעװרענט… אַ ריעל רעװרענט…
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: (דערשראָקן). צו װאָס אומזיסטע עקספּענסעס? איך בין באַ אײַך אַ טיטשער, דאַכט זיך, ניט דאָס ערשטע יאָר. איך פֿאַרזיכער אײַך, אַז איך בין קלאָר אין הלכות עולם־הבא, װי דער גרעסטער רעװרענט. על־פּי דין דאַרף מען מער ניט האָבן װי אַ האַנט, תּקיעת־כּף פֿאַר צװײ עדות ― און דאַטס אָלל.
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: איז דאַט די לאָאַ?
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: אַ בפֿירושער דין אין הלכות חדותה, פּרק בבֿלאַי טפּשאַי… מעג איך זײ גײן אַרײַנרופֿן? זײ װאַרטן דאָ אין האָל.
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: אָללרײַט. און װאָס דאַרף איך טאָן?
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: איר דאַרפֿט גאָרניט טאָן. איר װעט זיך נאָר מטריח זײַן איבערטאָן יום־טובֿדיק, מער ייִדיש, װי בעת איר גײט אין שול אַרײַן. אַפֿן קאָפּ װעט איר מוחל זײַן אָנטאָן אַ העט. און אױך די מיסעס װעל איך בעטן עפּעס נעמען אַפֿן קאָפּ, אַבי די האָר צודעקן. און אַז איר װעט זיך אָנטאָן, װעט איר פֿריִער װאַשן די הענט, אָט װי מע װאַשט זיך צום עסן.
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: (מאַכט אַ פֿרום פּנים). װעלל! און זאָגן דערבײַ װאָס?
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: זאָגן ― גאָרניט, נאָר דענקען דאַרפֿט איר װעגן גאָט, װעגן טױט און װעגן יענער װעלט.
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: (מיט דער זעלבער פֿרומער מינע). אָללרײַט. (שטײט־אױף). באַדאַרף איך מיט זיך אַהער ברענגען סאַמטינג, אַ סידור, אָדער… האַו דו יו קאָלל איט?… אַ מחזור?… אַ סליחה?…
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: קײן זאַך! איר דאַרפֿט נאָר טראַכטן פֿונעם טױט און פֿון יענער װעלט. און טאָמער קומט עמעצער װעגן ביזנעס ― טרײַבט אים אַרױס. טאָמער קלינגט מען אין טעלעפֿאָן ― ענטפֿערט ניט. לאָזט אַראָפּ דעם װײער. און איר אױך, מיסעס לעבן, רעדט ניט מיט דער דינסט, און מיטן מאַן אױך װאָס װינציקער, און טראַכט װאָס מער פֿונעם טױט.
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: אָללרײַט! טשענזשען דעם סוט דאַרף באַ מיר נעמען אַ מינוט צען אָדער פֿופֿצן. (צו דער מיסעס). קאַם אַן. דער טאָג שטײט ניט. (גײען אָפּ בײדע. נאָך זײ גײט אָפּ דער טי־טשער און קומט באַלד צוריק מיטן ייִדן. אַ הױכער, אַ שײנער, אַ געזונטער, װי עס גיט זיך אױס אַ געראָטענער קצבֿ, אָדער אַ בעל־עגלה. אָנגעטאָן גײט ער אין אַ מאָדנע כאַלאַט מיט אַ פּלאַכטע אַפֿן קאַפּ. שײנע באָרד און פּאות באַצירן זײַן פּנים, נאָר ס'איז ניט שװער צו דערקענען, אַז דאָס זײַנען פֿרעמדע באָרד און פּאות. ― נאָכן ייִדן שלעפּן זיך נאָך די צװײ עדות. ייִדן פֿון דער גאַס).
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: (בעט די עדות זיצן, און דעם ייִדן פֿירט ער צו נאָענט צו דער ראַמפּע. רעדט צו אים אַזױ, אַז די צװײ עדות זאָלן ניט הערן). די באָרד װאָלט איר געמעגט פֿונדעסטװעגן אָ ביסל צורעכט מאַכן… זעט אױס, װי אַ פֿרעמדע…
ד ע ר ייִ ד: (אַקעגן שפּיגל). דאָס איז דער באַרבער שולדיק, אַ רוח אין זײַן בוזעם אַרײַן! איך זאָג אים: מאַך מיר, װי די אַקטעיױערן אין טרעיאַטער מע זאָל ניט דערקענען. (מאַכט צורעכט די באָרד און פּאות). װאָס־זשע דאַרף איך טאָן? װאָס דאַרף איך זאָגן, הײסט עס?
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: נאָר ניט רײדן! װאָס װינציקער גערעדט! איר שטעלט זיך, זײַט מוחל, אַװעק מיטן פּנים צו דער װאַנט, אָט אַזױ אָ (װײַזט אים װיִאַזױ), גלײַך װי איר דאַװנט.
ד ע ר ייִ ד: װאָס איז פֿאַר אַ דאַװנען אינמיטן דערינען?
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: מינחה װעט איר דאַװנען.
ד ע ר ייִ ד: אינמיטן באַטאָג?
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: ערלעכע ייִדן הײבן אָן מינחה פֿון באַטאָג.
ד ע ר ייִ ד: אָללרײַט ― איר זײַט אַ טיטשער, װײסט איר בעסער מן־הסתּם. איך קאָן אָבער ניט אױסנװײניק.
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: איר דאַרפֿט ניט קאָנען. איר דאַרפֿט נאָך שטײן מיטן פּנים צו דער װאַנט, שעפּטשען מיט די ליפּן און אַרױסלאָזן אַלעמאָל אַ זיפֿץ, װי אַז ערלעכער ייִד… קאָנט איר זיפֿצן?
ד ע ר ייִ ד: איך קאָן, פֿאַרװאָס זאָל איך ניט קאָנען? איך קאָן אײַך זיפֿצן אַזױ, אַז פֿון יעדן זיפֿץ זאָלט איר באַ מיר פֿאַלן אין חלשות…
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: צו שטאַרק דאַרף מען ניט. (װײַזט אים װיִאַזױ). און רײדן װאָס װינציקער. און דאָס, װאָס איר מוזט שױן זאָגן, זאָלט איר זאָגן אַף לשון־קודש.
ד ע ד ייִ ד: װי קומט צו מיר לשון־קודש? איך האָב מיט מײַנע פֿערד קײן לשון־קודש ניט גערעדט.
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: בהמה! זײ קאָנען לשון־קודש גלײַך מיט אײַך! איר דאַרפֿט נאָר באַלעבעטשען װאָס ניט איז, פֿון סידור אָדער פֿון תּהלים, בכדי זײ זאָלן מײנען, אַז איר רעדט אַף לשון־קודש.
ד ע ר ייִ ד: אָללרײַט ― איך װעל אײַך האַקן גאַנצע שטיקער פֿונעם דאַװנען, נאָר איך האָב מורא, איך זאָל מיך ניט צעלאַכן.
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: זאָל אײַך גאָט היטן פֿון אַזאַ געדאַנק! איר'ט אומגליקלעך מאַכן אי זיך, אי מיך… שאַ! זײ גײען… (דער ייִד שטעלט זיך אַװעק מיטן פּנים צו דער װאַנט. עס קוסט אַן מיסטער טשערקיס, נאָך אים די מיסעס טשערקיס. ער האָט זיך איבערגעטאָן אין אַ נײַעם אַנצוג מיטן צילינדער אַפֿן קאַפּ. זי האָט אָנגעטאָן אַלע אירע דײַמאָנדס און דעם קאָפּ האָט זי איבערגעדעקט מיט אַ װײַסן װוּאַל. בײדע זעען אױס האָפֿערדיק, רעליגיעז געשטימט, קוקן מיט גרױס רעספּעקט אַף דעם מאָדנעם ייִדן אין זײַן מאָדנעם קאָסטיום).
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: (שטיל צום טיטשער). דאַט איז די מען?
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: (הױך). איר מעגט רײדן העכער. ערשטנס, איז ער טױבלעך, און צװײטנס ― ער, אַז ער דאַװנט, קאָנט איר שיסן מיט האַרמאַטן, װעט ער אױך ניט הערן.
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: איז דאַטסאָ? לאַנג װעט ער דאַװנען?
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: נײן, ניט לאַנג. דאָס הײסט, דאַװנען דאַװנט ער דרײַ שעה, און פֿיר שעה, און אַמאָל זעקס שעה אױך, נאָר איצט װעט דאָס נעמען עטלעכע מינוט, װאָרעם דאָס דאַװנט ער פֿון פֿאָרנט. (אין דער מינוט לאָזט דער ייִד אַרױס אַ זיפֿץ, אַז בײדע טשערקיסעס טוען זיך אַ װאָרף).
מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס: ליסען, מיסטער טיטשער, איך האָב אײַך געװאָלט פֿרעגן עפּעס אַ זאַך. (קװענקלט זיך).
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: װאָס פֿאַר אַ זאַך האָט איר געװאָלט פֿרעגן, מיסעס? עפּעס אַ דין, װאָס איז שײך צו עולם־הבא?
מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס: יאָ. דאָס געהער זיך אָן מיט עולם־הבא, און טאַקע מיט מיר אַלײן… אינעם חלק עולם־הבא, װאָס מײַן מאַן האַנדלט אײַן באַ אָט דעם ייִדן, האָב איך דאָך אױך אַ טײל?…
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: חס וחלילה! אַ װײַב האָט אַ חלק אין איר מאַנס עולם־הבא נאָר דעמאָלט, װען ער האָט דאָס פֿאַרדינט דורך זײַן לערנען, אָדער דאַװנען, אָדער צדקה־געבן… אין געקױפֿטער עולם־הבא האָט דאָס װײַב באַם מאַן, װי דער מאַן באַם װײַב, קײן שום חלק ניט.
מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס: אַזױ גאָר? אַ שײנער יושר! (בײז).
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: מיסעס לעבן, אַזױ איז דער דין בפֿירוש אין מדרש פּליאה, הלכות גומעראַבעקע, פּרק עולם־הבא ― װאָס זאָל איך טאָן?
מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס: (װײך) גיט־זשע מיר אַן עצה, מיסטער טיטשער, װאָס טוט מען, איך זאָל אױך האָבן כאָטש אַ שטיקל עולם־הבא?
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: (צו דער מיסעס). אַי דאָנט נאָו װאַט איז די מעדער װיט יו? װאָס באַדערסטו? עס גײט אַװעק די צײַט פֿאָר נאָטינג!
מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס: (בײז). באַ דיר הײסט עס פֿאָר נאָטינג… אַבי דו האָסט זיך באַװאָרנט מיט עולם־הבא, און פֿאַר מיר איז נעװער מאַי! גאָרניט! ער װעט זיך זיצן דאָרטן, װי אַ שׂררה, מיט אַלע אָללרײַטניקעס און מיט אַלע אָללרײַטניצעס אין גן־עדן, שפּילן מיט די חצופֿות אין פּאָוקער אָדער אין פּינאַקעל, און איך װעל ברענען װי אַ ליכט אין גיהנום ― װאָס אַרט עס אים, אַ שטײגער? (װײנט שיִער).
מ י ס ט ע r ט ש ע ר ק י ס: (מיט רחמנות). אַיל טעל יו, מיסעס, קאָנסט דאָך קױפֿן פֿאַר דײַן געלט אַ פּאַרט עולם־הבא, און טאַקע באַ דעם דזשו. ער טוט ביזנעס, לאָז ער שױן טאָן.
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: (מאַכט אַ רחמנות־פּנים). איך װײס ניט, אױב ער װעט פֿאַרקױפֿן נאָך עולם־הבא… איך װעל אים אָ פֿרעג טאָן. (גײט צו צום ייִדן, רעדט צו אים הױך, װי צו אַ טױבן). האָט קײן פֿאַראיבל ניט, רב אַהרן ברב משה! די מיסעס בעט אײַך, אפֿשר איז מעגלעך, איר זאָלט איר אָפּטרעטן פֿון אײַער חלק עולם־הבא… ס'איז אַ יושר, אַזױ װי איר מאַן װעט האָבן האַלב פֿון אײַער עולם־הבא, לאָז זי האָבן כאָטש די האַלב פֿון אײַער האַלב.
ד ע ר י יִ ד: אַדון עולם אַשר מלך בטרם…
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: ער זאָגט: דעמאָלט בלײַבט אים איבער עולם־הבא אַפֿן שפּיץ מעסער.
ד ע ר י יִ ד: נשמת כּל חי תּבֿרך את…
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: ער זאָגט: סײַדן מע װעט אים באַצאָלן פֿאַר אַ פֿערטל אַזױפֿיל, װי פֿאַר אַ האַלב.
מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס: אַבי איר זאָגט, ער װײס ניט, װאָס געלט איז ― און דינגט זיך, װי פֿאַר אַן אָקס… פֿאַר אַ פֿערטל מעג ער נעמען אַ פֿערטל…
ד ע ר י יִ ד: כּל הנשמה תּהלל יה…
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: ער זאָגט: אַז פֿאַר אַ פֿערטל איז די העלפֿט. עס מאַכט אױס אַזױ גרױס, װי הונדערט דאָלער.
מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס: פֿאַרװאָס איז פֿאַר אַ פֿערטל די העלפֿט ― פֿאַרשטײ איך ניט.
ד ע ר י יִ ד: אַשרי יושבֿי בֿיתך עוד…
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: ער זאָגט: אַז האַלב פֿון האַלב איז אַלעמאָל אַ פֿערטל.
מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס: זאָגט אים, אַז צוליב מיר מעג ער לאָזן ביליקער, פֿאַר אַ פֿופֿציקער.
ד ע ר י יִ ד: לא אָמות כּי אחיה ואַספּר…
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: ער װיל ניט הערן, ניט זען.
מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס: דאַרף מען ניט. איכ′ל זיך באַגײן אַזױ.
ד ע ר י יִ ד: הודו לה, כּי טובֿ…
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: ער זאָגט: טובֿ ― דאָס הײסט לאָז שױן זײַן װי איר זאָגט.
מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס: װיבאַלד אַזױ, לאָז זײַן פֿערציק דאָלער.
ד ע ר י יִ ד: כּי לעולם חסדו…
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: ער זאָגט: ס'איז צוליב אײַך. אַצינד קאָנען מיר צוטרעטן צו דער צערעמאָניע. (טוט אַ װוּנק צו די עדות. זײ גײען צו).
ע ר ש ט ע ר ע ד ו ת: אונדז האָט מען באַשטעלט, מיר זאָלן זײַן עדות באַ מיסטער טשערקיס, און מע האָט אונדז צוגעזאָגט צו דרײַ דאָלער אַף אַ קאָפּ. איצט, װיבאַלד אַז די מיסעס װעט אױך דאַרפֿן עדות, װילן מיר צװײ מאָל אַזױפֿיל.
צ װ ײ ט ע ר ע ד ו ת: אָדער כאָטש צו פֿינף דאָלער אַף אַ קאָפּ.
מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס: אַזױ גאָר? הפֿקר פּעטרישקע?
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: אַ סטרײַק? קעגן אַ סטרײַק האָבן מיר סקעבס!
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: (זאָגט עפּעס צו בײדע עדות אַפֿן אױער). אָללרײַט! אַצינד קאָנען מיר צוטרעטן צו דער מכירה. מיסטער טשערקיס! זײַט־זשע מוחל, קומט אַהער, איר דאַרפֿט שטײן אָט דאָ, אין דער רעכטער האַנט. (מיסטער טשערקיס שטעלט זיך אַװעק רעכטס). און איר, מיסעס, זײַט זיך מטריח אַהער, אין דער לינקער האַנט. (מיסעס טשערקיס שטעלט זיך לינקס. ― צום ייִדן). רב אַהרן ברב משה! זײַט־זשע מוחל אַהער צו מיר! (דער ייִד גײט צו, זיפֿצט). איצט, מײַנע ליבע ייִדן, דאַרף איך אײַך זאָגן אַ פּאָר ערנסטע װערטער, װאָס איר האָט צו טאָן, טאַקע איר בײדע. איר זאָלט קלערן פֿונעם יום־המװת, פֿונעם לעצטן טאָג, װאָס װעט אַמאָל קומען, דעמאָלט װען די נשמה װעט זיך אָפּטײלן פֿון אײַער גוף און װעט דאַרפֿן גײן אין גן־עדן אַרײַן צו געניסן פֿון דעם עולם־הבא, װאָס עס טרעט אײַך אָפּ מיט זײַן גוטן װילן מורנו רב אַהרן ברב משה. פֿון קײן זאַך אין דער װעלט טאָרט איר אַצינד ניט קלערן, ניט גוט, ניט שלעכט, נאָר פֿון עולם־הבא. דאָס איז אײנס. דאָס צװײטע ― זײַט אַזױ גוט און גיט די רעכטע האַנט צו אָט דעם ייִדן רב אַהרן ברב משה און זאָגט מיר, אױב איר נעמט איבער מיט אײַער גוטן װילן דעם חלק עולם־הבא, װאָס ער טרעט אײַך אָפּ במתּנה? זאָגט „יאָ“.
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ם: יעס.
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: ניט „יעס“, נאָר „יאָ“.
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: יאָ.
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: צי גײט אײַך ניט איבער אַ שלעכטער געדאַנק און צי האָט איר ניט חרטה, װאָס איר קױפֿט עולם־הבא? זאָגט „נײן“.
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: נאָסער!
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: ניט „נאָסער“, נאָר „נײן“!
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: נײן.
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: איצט זאָגט מיר, װי אַזױ רופֿט מען אײַך אַף ייִדיש?
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: דזשאָזעף.
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: און אײַער טאַטן?
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: אַבֿרהמל.
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: יוסף בן אַבֿרהם. און אײַך, מיסעס?
מ י ס ע ס ט ש ע ר ק י ס: איך ― פֿלאָסי, נאָר אַף ייִדיש לאה־דװאָסיע, און מײַן מאַמע נחמה־סאָסיע.
מ י ם ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: אָללרײַט! עדות, קומט אַהער! איר זײַט עדות, אַז מורנו רב אַהרן ברב משה טרעט אָפּ מיט זײַן גוטן װילן במתּנה פֿאַר רב יוסף ברב אַבֿרהם האַלב פֿון זײַן חלק עולם־הבא, און צו האשה מרת לאה־דװאָסיע בת נחמה־סאָסיע די האַלב פֿון זײַן האַלב עולם־הבא מיט אַלע זכיות און פּריװילעגיעס, װאָס ער קאָן האָבן אַף יענער װעלט איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר. אױך זײַט איר עדות, אַז פֿאַר דער מתּנה באַקומט מורנו רב אַהרן ברב משה פֿון רב יוסף ברב אַבֿרהם אַ מתּנה צװײ הונדערט דאָלער, און פֿון האשה מרת לאה־דװאָסיע בת נהמה־סאָסיע אַ חוץ אַ מתּנה פֿערציק דאָלער. האָט איר געהערט? זאָגט „יאָ“.
ב ײ ד ע ע ד ו ת: מיר זײַנען ניט טױב.
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: איך פֿרעג אײַך ניט, צי איר זײַט טױב; איר זאָגט מיר: „יאָ“.
ב ײ ד ע ע ד ו ת: יאָ.
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: האָט איר פֿאַרשטאַנען, װאָס דאָ איז פֿאָרגעקומען? זאָגט „יאָ“.
ב ײ ד ע ע ד ו ת: שור!
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: זאָגט ניט „שור“, זאָגט „יאָ“!
ב ײ ד ע ע ד ו ת: יאָ.
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: האָט דאָ, חלילה, אײנער דעם אַנדערן גענױט, געקריװדעט, אָדער אָפּגענאַרט? זאָגט „נײן“.
ב ײ ד ע ע ד ו ת: ס'איז ניט אונדזערע ביזנעס.
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: (אַרױס פֿון די כּלים). אָט גױיִשע קעפּ! זאָגט „נײן“!
ב ײ ד ע ע ד ו ת: נײן.
מ י ס ט ע ד ק װ אָ ט ש ק ע: דאַנקען גאָט! (צום ייִדן). זאָגט מיר דרײַ מאָל אין אײן אָטעם: מכשפֿה לא תּחיה! תּחיה מכשפֿה לא! לא מכשפֿה תּחיה! (דער ייִד זאָגט אים נאָך דרײַ מאָל. מיסטער טשערקיס שװיצט, הײבט דעם צילינדער, װישט דעם שװײס. די מיסעס טשערקיס איז אױך רױט און פֿאַרשװיצט). מיסטער טשערקיס, מזל־טובֿ! מיסעס טשערקיס, מזל־טובֿ אײַך! גאָט זאָל אײַך העלפֿן, איר זאָלט זיך עלטערן ביז הונדערט מיט צװאַנציק יאָר! נאָר איך דאַרף אײַך זאָגן, איר האָט געהאַנדלט אַ מציאה. אַן אַנדערן װאָלט דאָס געקאָסט פֿינף הונדערט דאָלער ― און אפֿשר טאַקע אַלע טױזנט, זאָל מײַן נאָמען ניט הײסן קװאָטשקע!
מ י ס ט ע ר ט ש ע ר ק י ס: װעלל! (אַװעק די פֿרומע מינע, טוט אױס דעם צילינדער). איצט װעלן מיר גײן נעמען אַ רעפֿרעשמען. נאָר ביזנעס בעפֿאָר פּלעזשור. דאָ האָט איר אײַער געלט. (נעסט אַרױס צװײ הונדערט דאָלער און זעקס דאָלער פֿאַר די עדות און גיט איבער צו מיסטער קװאָטשקע. ― צו דער מיסעס טשערקיס). מיסעס! אַרױס מיט קעש! (די מיסעס בײגט זיך אָן, פֿאַרקאַטשעט אַלע קלײדלעך און שלעפּט אַרױס פֿון זאָק פֿערציק דאָלער, גיט איבער מיסטער קװאָטשקע). װעלל! איך גײ טשענזשען מײַן סוט, ביקאָז איך פֿיל הײס. און דו, מי־סעס, װעסט זײַן אַזױ גוט און װעסט אונדז טריטען מיט אַ גלעזל מאַקסי אָדער עפּל־סײַדער, אָדער אַן אַנדער דרינק. (גײט אָפּ. נאָך אים גײט אָפּ אױך די מיסעס טשערקיס).
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: (אָפּגעװאַרט אַ האַלבע מינוט נאָך זײער אַװעקגײן, גײט ער צו צום ייִדן). נו, אַצינד, יאָקל בן פֿלעקל, לאָמיר זיך טײלן! (טײלט). אײַך הונדערט, מיר הונדערט, אײַך צװאַנציק, מיר צװאַנציק. און דאָס זײַנען צװײ מאָל דרײַ דאָלער פֿאַר די עדות.
ע ר ש ט ע ר ע ד ו ת: צו דרײַ? אָבער גאָר לא!
צ װ ײ ט ע ר ע ד ו ת: צו פֿינף דאָלער, פֿעטער!
מ י ס ט ע ר ק װ אָ ט ש ק ע: נאָך צו דאָלער ― אַן עק!
ע ר ש ט ע ד ע ד ו ת: נײן, ס'װעט ניט גײן!
צ װ ײ ט ע ר ע ד ו ת: קײן נדבֿות װילן מיר ניט. גיט אונדז װאָס אונדז קומט.
ד ע ר י יִ ד: אײַך קומט? פֿאַרװאָס? איר זינגט שײן?
ע ר ש ט ע ר ע ד ו ת: אַזױ? איר האָט שױן באַקומען לשון?
צ װ ײ ט ע ר ע ד ו ת: ביז אַהער האָט איר גערעדט נאָר אַף לאָקשן־קױלעטש.
ד ע ר י יִ ד: שקצים! עזות־פּנימער! גענגסטערס!
ע ר ש ט ע ר ע ד ו ת: אַ גענגסטער זײַט איר אַלײן!
צ װ ײ ט ע ר ע ד ו ת: אַ גענגסטער מיט אַ מאַסקע, אָ רוח אין דײַן פֿרעמדער באָרד אַרײַן!
ד ע ר י יִ ד: אַז ס'איז יאָ אַזױ, טאָ נאַ־זשע דיר! (שטעקט אָפּ דעם עדות אַ פּאַטש).
צ װ ײ ט ע ר ע ד ו ת: (כאַפּט דעם ייִדן פֿאַר דער באָרד). פּאַטשן װעסטו זיך, דו שאַרלאַטאַן, דו עולם־הבא־פּעדלער?… (ציט אים צו זיך. דעם ייִדנס באָרד איז באַם צװײטן עדות אין די הענט. אין דעם עפֿנט זיך די טיר און עס באַװײַזן דיך מיסטער טשערקיס אין אַן אַנדער קאָסטיום און מיסעס טשערקיס מיט אַ טאַץ. אַף דער טאַץ ― אַ פּאָר פֿלעשלעך מיט געטראַנקען און אַ פּאָר שעלעכלעך מיט פֿאַרבײַסן. דערזען אײנעם פֿון די עדות מיט אַ באָרד אין די הענט און דעם ייִדן אָן אַ באָרד, האָבן זײ אַלץ פֿאַרשטאַנען. נאָר פֿאַר גרױס װוּנדער זײַנען זײ געבליבן שטײן אַף דער טיר, חי צוגעשמידט, קוקנדיק אײנס אַף דאָס אַנדערע. אַ מינוט האַלט אָן די שטומע סצענע ,װוּ אַלע זײַנען פֿאַרגליװערט, יעדער אין זײַן פּאָזע. דער פֿאָרהאַנג פֿאַלט).
געשריבן אין יאָר 1915.