אַ שפּאַס אין אײן אַקט
פּ ע ר ז אָ נ ע ן :
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל י ק נ ה ז , אַ יונגערמאַן אַ קלײנשטעטלדיקער, אָנ־
געטאָן אין אַ נײַעם גאַרניטער, נאָרװאָס פֿון דער נאָדל, מיט אַ נײַעם קאַפּעלוש,
װאָס זיצט ניט גוט אַפֿן קאָפּ, און מיט אַ קאָלנער, װאָס קװעטשט אים אַרױס
די אױגן פֿון שטערן. אַפֿן שױס האַלט ער אַ גאַנץ גרױסן פּאָרטפֿעל, אױך אַ
נײַעם מ אַ ר ק מ אָ י ס ע י ע װ י ט ש ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר, אַ יונגער־
מאַן אַ שטשאָגאָל. אױך מיט אַ גרױסן פּאָרטפֿעל. אַ ק י ם אַ י ס אַ ק אָ װ י ט ש ב אַ ק פֿ י ש, אַ געפּאַקטער פּאַרשױן,
װאָס האַלט פֿון דער אַכילה. אױך מיט אַ גרױסן פּאָרטפֿעל. ל אַ ז אַ ר ק אָ נ ס ט אַ נ ט י נ אָ װ י ט ש ט ע ר ק ע ל ט ו י ב,
אַ פּאַרשױן מיט אַ גרױסער באָרד און מיט אַ גרױסער משפּחה: אַ װײַב מיט
עטלעכע קינדער, אײנס קלענער פֿונעם אַנדערן.
פֿאַרשײדענע פּאַרשױנען, סטאַטיסטן.
די געשיכטע קומט פֿאָר אונטערװעגנס, אין װאַגאָן דריטער קלאַס.אין װאַגאָן. ― אײניקע פּאַרשױנען זיצן, אײניקע ליגן אױסגעצױגן,
אײניקע שלאָפֿן. ― אַף די פּאָליצעס פּעקלעך, טשעמאָדאַנעס. ― פֿאָרנט,
אײנער אלײן אַף אַ באַנק, נאָענט צום פֿענצטער, זיצט מ נ ח ם־
ע ר ש ט ע ס צ ע נ ע
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: אָנגעטאָן מיך אַ ביסל ― װי אַ חתן. אױסגעפּוצט ― װי אַ מױד. אַ חסרון ― די הױזן אַ ביסל צו שמאָלדלעך, און דער קאָלנער… אױ, דער קאָלנער! נאָר אַף צו דערװאָרגן װערן!… איך פֿאָר. איך װײס, װוּהין איר פֿאָר? „איר װעט זײַן, זאָגן זײ, אַ גוטער אַגענט. אײַער נאָמען אַלײן, זאָגן זײ, איז שױן גענוג! אַ װערטעלע אױסצורײדן ― מנחם־מענדל יקנהז, װאָס מע קען אים, זאָגן זײ, װי אַ בײזן שילינגער, אומעטום: אין יעהופּעץ, אין בױבעריק, איז מאַזעפּעװקע, און װוּ ניט? פֿאָרט, זאָגן זײ, צװישן אײַערע ייִדעלעך און זײַט מצליח! שטראַפֿירט, זאָגן זײ, מענטשן פֿונעם טױט“… שטראַפֿירן מענטשן פֿונעם טױט? װיאַזױ נעמט מען דאָס און מע שטראַפֿירט אָפּ יענעם פֿונעם טױט? זאָל איך אַזױ װיסן אַ בײזע װעטשערע. כאָטש זײ האָבן מיך געלערנט צװײ טאָג כּסדר הלכות־אַגענט, און „אַװאַנס“ האָט מען מיר אױך געגעבן, און דאָס איז דאָך דער עיקר, מחמת אַלע אַגענטן נעמען אַװאַנסן. ס'זאָל ניט זײַן קײן אַװאַנסן, װאָלטן ניט געװען, זאָגן זײ, קײן אַגענטן… חוץ לזה, האָבן זײ מיר אָנגעפּאַקט אַ פֿולן פּאָרטפֿעל מיט קאָנסטיטוציעס, מײן איך אינסטרוקציעס, װיִאַזױ אַן אַגענט איז זיך נוהג בשעת שטראַפֿירן יענעם פֿונעם טױט. מע באַדאַרף זיך נעמען אַקאָרשט צו די קאָנסטיטוציעס, מײן איך אינסטרוקציעס… (עפֿנט אױף דעם פּאָרטפֿעל און באַקומט אַרױס אַ בריװל). אָ! מע זאָל דערמאָנען משיחן ― שײנה־שײנדלס אַ בריװל! װי זאָגט די שװיגער מײַנע: „אַז מע זוכט אַ שער, געפֿינט מען אַ בעזעם“… מע דאַרף פֿונדעסטװעגן לײענען נאָכאַמאָל, װאָס שרײַבט עפּעס מײַן פּלוניתטע, זאָל מאַריך ימים זײַן? במילא סקוטשנע אין װאַגאָן, ניטאָ װאָס צו טאָן. (לײענט דאָס בריװל). „לכבֿוד בעלי היקר הנגיד החכם…“, בקיצור… „מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י. ערשטנס, קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנק אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אַף װײַטער ניט ערגער…“ (רײַסט אי־בער). דאַנקען השם יתברך, װאָס כאָטש געזונט. (לײענט װײַטער). „צװײטנס, שרײַב איך דיר, זאָלסט אַזױ כּוח האָבן, משומד אײנער…“ (רײַסט איבער). שױן! זי הײבט שױן אָן מיט אירע ברכות!… (לײענט װײַטער). ,,…זאָלסט אַזױ כּוח האָבן, משומד אײנער, צו כאָליען דאָרטן אין דער קרענק, אין דעם װיסטן פֿינצטערן יעהופּעץ, ברענען זאָל עס מיט דיר אינאײנעם אַף אײן פֿײַער, װי איך האָב אַפֿילו כּוח צו פּלאָנטען מיט די פֿיס, אַז בסך־הכּל האָט מיר דער שײנער דאָקטער געהײסן ליגן ― ליגן זאָל ער אַפֿן בית־עולם מיט דיר אין שכנות, װי די מאַמע זאָגט…“ (רײַסט איבער). אַהאַ! די מאַמע זאָגט!… (לײענט װײַטער). ,,…װי די מאַמע זאָגט, ס'זאָל אײַך זײַן הײמלעכער אין די לאַנגע װינטער־נעכט… נאַ דיר גאָר אַזאַ שלאַק ― אַ נײַע פּרנסה האָט אים גאָט צוגעשיקט, דעם ברױטגעבער מײַנעם! ער װעט שטראַפֿירן מענטשן צום טױט! װאָס הײסט דאָס, מענדל, דו װעסט שטראַפֿירן מענטשן צום טױט? פֿאַרװאָס?… (רײַסט איבער). זי הײבט ניט אָן צו פֿאַרשטײן, װאָס מע שרײַבט איר! (לײענט װײַטער). „ביסט דאָך קלאָר משוגע ― משוגע מעגסטו װערן פֿאַר אַלע ייִדן און פֿאַר אַלע גױיִם, להבֿדיל, װי די מאַמע זאָגט…“ (רײַסט איבער). זי איז שױן װידער דאָ מיט דער מאַמע! (לײענט װײַטער). ,,…װי די מאַמע זאָגט: אַ פֿערדל, אַז מע לאָזט דעם אָפּ די לײצעס, פֿאַררײַסט דאָס הױך דעם װײדל. קאַרג, הײסט עס, װאָס דו האָסט איבערגעדינט אַלע עבֿודה־זרות, געװען שױן װאָס אין דער קאָרט: אַ הענדלער ― אַ טענדלער, אָ מעקלער ― אַ שמעקלער, אַ גײער ― אַ דרײער, אַ שדכן ― אַ בדחן, װאָס די גאַנצע װעלט האָט מיט דיר צו טאָן, ― באַדאַרפֿסטו נאָך אױספּרוּװן האַנדלען מיט טױטע לעבעדיקע מתים, װי זאָגט די מאַמע זאַל לעבן: װאַרט־װאַרט, ער װעט זיך דיר שױן באַלד פֿאַרשטעלן פֿאַר אַן אַם אױך ערגעץ אין פּױלן!… װאָלט ניט גלײַכער געװען טױזנט מאָל, זאָלסט, למשל, זײַן אַצינד אַף דער מלחמה מיט יאַמפּאָניע…“ (רײַסט איבער). יאָ, ס'פֿאַרשטײט זיך! אָט פֿלי איך!… (לײענט װײַטער). ,,…און קומען צו פֿאָרן אַהײם אין אַזאַ שטאַנד, חלילה, װי אונדזער משה־װעלװל לװי־אַבֿרהמס איז געקומען, פֿינצטער איז מיר, אָן הענט און אָן פֿיס און אָן לײַב און אָן לעבן, װי די מאַמע זאָגט: די קױל װײס דען װעמען זי שיסט?… געדענק־זשע, מענדל, איצטיקס מאָל זאָג איך דיר מיט גוטן ס'זאָל אַף דיר קומען אַ מהומה, אַ שׂרפֿה, אַ מגפֿה…“ (עס קומט אַרײַן אין װאַגאָן ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר מיט אַ גרױסן טשעמאָדאַן. זוכט אַן אָרט אַף צו זעצן זיך).
צ װ ײ ט ע ס צ ע נ ע
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (רוסיש). מאָזשנאָ ק'װאַס? 1)
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: (באַהאַלט דאָס בריװל אין פּאָרטפֿעל. אױך רוסיש). אַך! דליאַ טשעװאָ ניעט? 2) (צו זיך). אַ פֿײַנער פּאַרשױן מיט אַ שײנעם טשעמאָדאַן… אפֿשר װעט ער זיך לאָזן שטראַפֿירן פֿונעם טױט?
――――
1) מעג מען צו אײַך? ― 2) פֿאַרװאָס ניט? ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (באַשטאַט דעם טשעמאָדאַן, זעצט זיך אַװעק לעבן מנחם־מענדלען. נעמט אַרױס אַ פּאַפּיראָס, רעדט רוסיש). ניעט לי או װאַס אָגניאַ? 1) (צו זיך). נאַדאָ זאָנדיראָװאַט פּאָטשװוּ ― אַ טאַפּ אין װאָגן…
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: אָך! דליאַ טשעװאָ ניעט? (גיט אים אַ שװעבעלע. רעדט צו זיך). גאַנץ גוט, װאָס ער הײבט אָן אַף צופֿריִער.
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (טראָגט אים אונטער אַ פּאַפּיראָס). ניע אוגאָדנאָ לי? 2) (צו זיך). אַ פּאָדכאָדיאַשטשי 3) סוביעקט… אַ פּראָװינציאַל מיט אַ נײַעם גאַרניטער… אפֿשר װעט מען קאָנען מיט אים מאַכן אַ געשעפֿט? כאָטש אַ קלײן סטראַכאָװקעלע אַף אױסשלאָגן די הוצאות…
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: (נעמט). אָך! דליאַ טשעװאָ ניעט? (פֿאַר־רײכערט, רעדט צו זיך). זעט אױס, אַ גאַנץ לײַטישער מענטש. ער װעט זיך, אם ירצה השם, געװיס פֿאַרשטראַפֿירן פֿונעם טױט.
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (צו זיך). מיט אַזאַ כניאָק קאָן מען רײדן אַף ייִדיש. (הײבט אָן רײדן ייִדיש). אַ חיות צו פֿאָרן אין באַן… ניט דאָס, װאָס אַמאָל! אַז מע איז געפֿאָרן מיט דער פֿור, פֿלעגט מען זיך, װי פּאָנימאַיעטיע, 4) שלעפּן און שלעפּן און שלעפּן.
מ נ ה ם ־ מ ע נ ד ל: (זאָגט אים נאָך), שלעפּן און שלעפּן און שלעפּן.
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: מען איז געװען אין גלות באַם בעל־עגלה, כחומר ביד היוצר.
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: כחומר ביד היוצר.
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: ער פֿלעגט אָנפּאַקן אַ בױד מיט פּאַרשױנען פֿון כּל מאמינים שהוא.
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: פֿון כּל מאמינים שהוא.
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: ייִדן, און װײַבער, און אַ זעקל מעל, און אַ חזן, און אַ ציג, און אַ גלח…
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: און אַ ציג, און אַ גלח…
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: און אַז מען איז געקומען באַרג־אַרױף, האָט ער געהײסן די פּאַרשױנען, זײ זאָלן זיך מטריח זײַן אַראָפּגײן, מע בעט אײַך מחילה.
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: מע בעט אײַך מחילה.
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: און הײַנט בין איך מיר אַ פּריץ. זיץ מיר, װי פּאָנימאַיעטיע, אין װאַגאָן און רײכער מיר אַ פּאַפּיראָס, אי ניקאַקיך!
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: אי ניקאַקיך!
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: אײן מעלה האָט נאָר געהאַט דאָס
――――
1) האָט איר אפֿשר פֿײַער? ― 2) צי װילט איר ניט? ― 3) אַ פּאַסנדער. ― 4) איר פֿאַרשטײט? אַמאָליקע פֿאָרן ― מען איז געװען זיכער מיטן לעבן. מע האָט ניט מורא געהאַט, טאָמער חלילה אַן אומגליק, אַ קאַטאַסטראָפֿע, דאָס הײסט, טאָמער קערט מען זיך איבער, װי פּאָנימאַיעטיע, און מע פֿליט, װי די האַלעשקעס, מיטן קאָפּ אַראָפּ.
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: װי די האַלעשקעס, מיטן קאָפּ אַראָפּ.
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: גוט, אַז מען איז באַװאָרנט כאָטש מיט עטלעכע טױזנט קערבלעך אַף נאָכן טױט, דאָס װײַב מיט די קינדער זאָלן חלילה ניט דאַרפֿן, װי פּאָנימאַיעטיע, גײן איבער די הײַזער.
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: איבער די הײַזער… (צו זיך). ער גײט גלײַך, װי אַ גוט פֿערד…
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (צו זיך). ער גײט דאָך מיר נאָך, װי אַ לאָשעקל! (הױך). װאָרעם כּל זמן, פֿאַרשטײט איר מיך, דאָס רעדל דרײט זיך, דרײט זיך עס.
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: דרײט זיך עס.
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: און אַז עס הערט זיך אױף צו דרײען, איז ― סטאָפּ מאַשינאַ!
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: סטאָפּ מאַשינאַ!
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (צו זיך). ער לאָזט זיך פֿירן. מע דאַרף גײן מיט אים גלײַך צו דער שטאַל. (הױך). דער חסרון, װאָס ניט יעדער קאָן זיך באַװאָרענען מיט געלט. הײַנטיקע הוצאות, װי פּאָנימאַ־יעטיע, מיט הײַנטיקע־ע־ע־ע…
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: מיט הײַנטיקע־ע־ע־ע…
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: איז כאָטש, פּאָקרײַניע מיערע, אַ סטראַכאָװקעלע.
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: פּאָקראַנעמיר, אַ סטראַכאָװקעלע… (צו זיך). ס'איז דאָך טאַקע נאָר מן השמים, כ'לעבן!
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: איך האָב מיך גראָד דערמאָנט אַצינד, װאָס באַ אונדז האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה. אייִנער אַ געמײנער באַלעבאָס, װאָס האָט אַף זײַן לעבן ניט פֿאַרמאָגט קײן טױזנט קערבלעך, װי פּאָנימאַיעטיע, ניט אָנגעקוקט קײן גאַנצן הונדערטער אין די אױגן, האָט ער אָבער שׂכל געהאַט באַצײַטנס זיך פֿאַרסטראַכירן אין עטלעכע טױזנט קאַרבן. איצט איז ער געשטאָרבן, פֿאָרנדיק, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, אין באַן, האָט מען זײַן װײַב אױסגעצאָלט באַ אונדז ניט לאַנג פֿינף טױזנט קאַרבן מעות מזומנים, אַחת ואַחת!
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: מעות מזומנים, אַחת ואַחת! פּונקט דאָס אײגענע, װאָס באַ אונדז. באַ אונדז האָט זיך אױך געטראָפֿן אַזאַ מעשה ― ניט מיט פֿינף, נאָר מיט צען טױזנט קערבלעך. גאָט זאָל מיר אַזױ העלפֿן בכל אשר אפֿנה!
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (אױסער זיך). צען טױזנט קאַרבן?
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: צען טױזנט קאַרבן. ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: װאָס האָבן זײ געטאָן מיט אַזאַ סומע געלט?
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: װאָס זאָלן זײ טאָן? זײ האָבן געעפֿנט אַ קראָם, אַ שאַרפֿע קראָם!
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: אַזױ? נו? און זײ לײזן עפּעס געלט?
מ נ ה ם ־ מ ע נ ד ל: נאָך אַ מין לײזן! מאסף ממון!
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (צו זיך). איצט איז דער בעסטער מאָמענט. מע דאַרף אים נעמען אַפֿן צימבל. (הױך). ניט שײך צו זאָגן, מקנא זײַן אַ געשטאָרבענעם; נאָר אַז מע דערמאָנט זיך אָן די לעבעדיקע, װי פּאָנימאַיעטיע… יעדער האָט אַ װײַב און קינדער… (זיפֿצט). איטלעכער באַדאַרף עס טאָן…
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: (זיפֿצט). הערסטו, אָט דאָס שמועסט מען דאָך! (צו זיך). אָט איצט איז די בעסטע צײַט אים נעמען אין חדר אַרײַן.
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (זיפֿצט). אַז װױל איז דעם, װאָס טוט עם אָפּ באַצײַטנס.
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: (זיפֿצט). װער ס'האָט שׂכל, דער פֿאַרכאַפּט פֿריִער, דער… און עס קאָסט גאָרניט אַזױ טײַער. װאָס קאָסט עס דען?
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (אױפֿגעלעבט). עס װענדט זיך אין די יאָרן. איך מײן, אַז מע קאָן דאָס אָפּמאַכן דאָ טאַקע?
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: (אױפֿגעלעבט). פֿאַרװאָס ניט?
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: אַ דאָקטער קאָן מען קריגן נאָכדעם, צושטעלן אַ סװידיעטיעלסטװע, װי פּאָנימאַיעטיע…
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: דאָס איז די לעצטע דאגה דאָס. דער עיקר איז די סומע.
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (כאַפּט זיך צום פּאָרטפֿעל). ניט די סומע איז דער עיקר, דער עיקר איז די יאָרן.
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: (כאַפּט זיך צום פּאָרטפֿעל). געװײנלעך, די יאָרן. למשל, װיפֿל זײַט איר אַלט?
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: איך? װאָס געהער זיך אָן, װיפֿל איך בין אַלט?
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: װאָס הײסט, װאָס געהער זיך אָן? איר זאָגט דאָך, אַז דער עיקר איז די יאָרן, זאָגט איר דאָך!
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: װאָס הײסט? איר װילט דען מ י ך פֿאַרסטראַכירן?
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: װאָס דען? איר װילט מ י ך פֿאַרשטראַ־פֿירן?
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: איר זײַט דען אױך אַן אַגענט?
מ נ ה ם ־ מ ע נ ד ל: נאָך אַ מין אַגענט! אַ סופּ־אַגענט!
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (שטײט אױף, גיט אים די האַנט און שטעלט זיך פֿאָר גאַנץ העפֿלעך, נאָר מיט גדלות). מאַרק מאָיסעיעװיטש לאַמטערנשיסער, אָקרוזשנאָי אַגענט־אַקװיזיטאָר פֿון „עקװיטעבל“.
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: (שטײט אױף און שטעלט זיך פֿאָר גאַנץ עלעגאַנט). מנחם־מענדל יקנהז, סופּ־אַגענט פֿון „יאַקיר“. (עט קומט אַרײַן אין װאַגאָן ב אַ ק פֿ י ש מיט צװײ טשעמאָדאַנען און זוכט אַן אָרט אַף צו זעצן זיך).
ד ר י ט ע ס צ ע נ ע
ב אַ ק פֿ י ש: מאָזשנאָ?
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: פּאָזשאַלוּיסטאַ. 1)
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: פּיזשאַלעטי!
ב אַ ק פֿ י ש: (זעצט זיך אַקעגן, צעלײגט זיך מיט די טשעמאָדאַנעס. אײן טשעמאָדאַן בינדט ער אױף און נעמט אַרױס פֿון דאָרטן פֿלעשלעך מיט קעסטלעך מיט אַלערלײ פֿאַרבײַסנס, שטעלט אַװעק דעם צװײטן טשעמאָדאַן פּאָפּעריק, װי אַ טישל, און נעמט זיך צום אָנבײַסן). אונטערװעגנס, הערט איר, איז גוט, אַז מע פֿירט מיט זיך אַלצדינג, װאָרעם ניט אַף יעדער סטאַנציע קריגט מען װאָס מע דאַרף, און ניט אַלצדינג, װאָס מע גיט מיר, דאָס עס איך. איך האָב מורא פֿאַר מײַן מאָגן. דאָס הײסט, ס'איז חלילה באַ מיר ניט קײן קראַנקער מאָגן, הלװאַי װײַטער, נאָר איך האָב מורא, איך זאָל אים ניט קאַליע מאַכן. דער מאָגן, הערט איר, דאָס איז אַ קעסל. הערט אױף חלילה דער קעסל צו קאָכן, איז די גאַנצע מאַשינע אין דער ערד. (עפֿנט אױף אַ פֿלעשל און גיסט זיך אָן אַ כּוסה). לחײם, ייִדן, לאָמיר זײַן געזונט. (גיסט אָן נאָך אַ כּוסה און טראָגט אונטער מנחם־מענדלען). פֿאַרזוכט, זײַט מוחל, דאָס דאָזיקע ביסל. ס'איז מײַנע אַן אײגענע נאַסטאָיקע אַף מאַראַנצנשאָלעכץ.
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: (צו זיך). עפּעס זײער אַ ליבהאַרציקער פּאַרשױן. אפֿשר װאָלט מען אים געקאָנט פֿאַרשטראַפֿירן פֿונעם טױט? (הױך). אַ דאַנק! גיט בעסער זײ! (װײַזט אָן אַף לאַמטערנשיסערן).
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (צו מנחם־מענדלען). טרינקט, טרינקט. (צו זיך). אַ פֿרײַנטלעכער סוביעקט. מע קאָן אים פֿאַרסטראַכירן, אױסשלאָגן הוצאות…
ב אַ ק פֿ י ש: (טרינקט נאָך אַ גלעזל און טראָגט אונטער לאַמטערנשיסערן). פֿאַרזוכט, איך בעט אײַך, אַ ביסל משקה און פֿאַרבײַסט מיט די דאָזיקע סאַרדעלן. אױסגעצײכנטע סאַרדעלן. האַ? װאָס זאָגט איר? גוטע סאַרדעלן? פֿרישע? איך לאָז מיך ניט אין װעג אַרײַן אָן סאַרדעלן. אַ קשיא אַף אַ מעשׂה, װאָס עם טרעפֿט זיך אין װעג. אין װעג דאַרף מען זײַן געהיט מיטן עסן, װאָרעם דאָס געזונט, הערט איך, איז
――――
1) ביטע. טײַערער פֿון אַלצדינג. (בינדט אױף אַ פּעקל דאַרע קישקע, עסט אַלײן און גיט זײ). האָט איר שױן פֿאַרזוכט מײַנע סאַרדעלן, מעגט איר שױן פֿאַרזוכן מײַן דאַרע קישקע אַװדאי. האָט קײן מורא ניט, ס'איז אי פֿריש, אי כּשר. איך, אַז איך קױף קישקע, קױף איך ניט אַבי װאָסער קישקע. דאָס געזונט, הערט איר, איז טײַערער פֿון אַלצדינג. װאָרעם אַז מע דערמאָנט זיך אינעם טױט, איז מען ניט זיכער מיטן לעבן, ובפֿרט אַז מע האָט אינדערהײם אַ װײַב מיט צװײ קינדערלעך, צװײ אױגן אין קאָפּ.
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (עסט). ניט מער, װי צװײ?
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: צװײ סך־הכּל?
ב אַ ק פֿ י ש: (קײַט). קאַרג? און טאָמער חלילה מאַכט מען אַ שטאַרב?
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (עסט). מיט אײַער קאָמפּלעקציע?
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: (עסט). קײן עין־הרע, מיט אײַער אױסזען.
ב אַ ק פֿ י ש: (קײַט). קוק ניט, װאָס איך בין אַזױ… איך זאָל מיך ניט אונטערהאַלטן מיטן עסן, װאָלט איך שױן ― ע־הע־הע! (בינדט אױף נאָך אַ פּאַקעט). אַנו, פֿאַרזוכט נאָר, זײַט מוחל, פֿון אָט דעם גערײכערטן פֿלײש! ס'איז קאַלט, נאָר ס'איז פֿריש. איך, אַז איך קױף פֿלײש, קױף איך ניט אַבי װאָסער אַ פֿלײש. פֿאַרװאָס נעמט איר ניט קײן זױערע אוגערקע? ס'איז אתרוגים, ניט קײן אוגערקעס. מײַן װײַב זאָל געזונט זײַן, אײדער איך פֿאָר אַרױס פֿונדערהײם, אַז זי הײבט מיר אָן צו פּאַקן, פּאַקט זי און פּאַקט, און פּאַקט, און פּאַקט… נעמט, איך בעט אײַך, צו גלעזלעך װישניק. ס'איז אײגענער װישניק, מײַן וײַבס מלאכה.
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (טרינקט). אַ געטרײַ װײַב באַ אײַך.
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: (טרינקט). באַ אײַך אַ װײַב אַ געטרײַע.
ב אַ ק פֿ י ש: אַ זעלטנהײט. אײנע אין גובערניע! װאָס װײסט איר?
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: ניט קײן װײַב איז דאָס, װי פּאָני־מאַיעטיע, נאָר עפּעס אַן אוצר!
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: אַן אוצר ניט קײן װײַב!
ב אַ ק פֿ י ש: װאָס װײסט איר? װאָס װײסט איר?
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (צו זיך). אָנגעטראָטן אַפֿן רעכטן אָרט… מיר דאָכט, עס װעט גײן אַ גאַנג. (הױך). אַזאַ װײַב דאַרף מען שעצן.
מ נ ח ם ־ מ ע נ דל : (צו זיך). ער גײט מיט אים אַף אַ דרך… (הױך). אַזאַ װײַב דאַרף מען האַלטן בכּבוד, אַזאַ װײַב!
ב אַ ק פֿ י ש: (שײלט אַ מאַראַנץ). װאָס װײסט איר? װאָס װײסט איר? נעמט איך בעט אײַך, אַ מאַראַנץ. ס'איז גוטע מאַראַנצן. אַז איך גײ קױפֿן מאַראַנצן, קױף איך ניט קײן אַבי װאָסערע מאַראַנצן. דאָס האָט אױך זי אײַנגעפּאַקט מיר, מײַן װײַב מײן איך… ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (שײלט אַ מאַראַנץ). אַזאַ װײַב, װי אײַערע, טאָר מען ניט לאָזן אַזױ, אָן אַ שום באַװאָרעניש, חלילה, אַפֿן ערגסטן פֿאַל, טאָמער אַן אומגליק, חס ושלום. װי פּאָנימאַיעטיע? איך גײ מיט דעם גאַנג, אַז װאָבשטשע אַ װײַב באַדאַרף מען באַװאָרענען, און װער שמועסט נאָך מיט קינדער, און װער שמועסט נאָך אַזעלכע מענטשן װי מיר, פּאָנימאַיעטיע, װעג־מענטשן…
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: (צו זיך). ער מאַכט דאָס גאָר ניט שלעכט, כ'לעבן! (הױך). מיר זײַנען דאָך עפּעס װעג־מענטשן, זײַנען מיר!
ב אַ ק פֿ י ש: איך גײ אױך מיט דעם גאַנג, אַז אַ װײַב מוז מען באַװאָרענען, פֿאַרזיכערן כאָטש מיט אַ קאַפּיטאַל פֿון אַזעלכע צען טױזנט קערבלעך. דערױף איז פֿאַראַן נאָר אײן מיטל.
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (אױפֿגעלעבט). אָפּסטראַכירן זיך?
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: (אױפֿגעלעבט). שטראַפֿירן זיך פֿונעם טױט?
ב אַ ק פֿ י ש: פֿון װאַנען האָט איר געטראָפֿן, װאָס איך מײן? איר האָט באַ מיר אַרױסגעריסן די װערטער פֿונעם מױל!
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: דער שׂכל איז מחײב. װאָרעם מיט װאָס דען קאָנען אַזעלכע מענטשן װי מיר, פּאָנימאַיעטיע, באַװאָרענען אונדזערע װײַבער?
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: אַ פּראָסטער שׂכל!
ב אַ ק פֿ י ש: איר זײַט זײער גערעכט. אַז מע קאָן צאָלן ביסלעכװײַז, און קײן סך קאָסט דאָס ניט… װער פֿון אײַך בײדן װאָלט װעלן מאַכן דאָס עסק?
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (כאַפּט זך צום פּאָרטפֿעל). איך, געװײנלעך. (קוקט אַף מנחם־מענדלען פֿון אױבן אַראָפּ).
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: (כאַפּט זיך צום פּאָרטפֿעל). געװײנלעך איך.
ב אַ ק פֿ י ש: װילט איר, הײסט דאָס, בײדע? מהכתיתי, נאָך גלײַכער. (בײגט זיך אָן נאָכן פּאָרטפֿעל). אינעם דאָקטער, מײן איך, װעט קײן מניעה ניט זײַן.
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: פֿונעם דאָקטער קאָן מען נאָכדעם צושטעלן אַ סװידיעטיעלסטװע. דער עיקר איז די יאָרן.
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: אַ פּאַפּיר פֿונעם דאָקטער קאָן מען נאָכדעם צושטעלן. װיפֿל זײַט איר אַלט ― אָט דאָס איז דער עיקר.
ב אַ ק פֿ י ש: איך?
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: װער דען?
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: װער־זשע דען, איך?
ב אַ ק פֿ י ש: װאָס הײסט? איר האָט דאָך געװאָלט, אַז איך זאָל אײַך אָפּ…
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: איר זאָלט אונדז? מיר האָבן געמײנט אײַך!
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: דאָס האָבן מיר אײַך געמײנט! ב אַ ק פֿ י ש: איר? מיך? איר זײַט דען אַג…?
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: פֿאַרשטײט זיך, אַגענטן! נו, און איר?
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: אַגענטן, געװײנלעך! און איר װער זײַט?
ב אַ ק פֿ י ש: (שטײט אױף, טרײסלט זיך אָפּ פֿונעם עסן, גיט זײ די האַנט). איך האָב די ערע מיך פֿאָרצושטעלן: אַקים איסאַקאָװיטש באַקפֿיש, אינספּעקטאָר־אָרגאַניזאַטאָר פֿון „ניו־יאָרק“.
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: אַזױ? אָחינו אַתּה! מאַרק מאָיסעיעװיטש לאַמטערנשיסער, אַגענט־אַקװיזיטאָר פֿון „עקװיטעבל“. (קוקט אַף מנחם־מענדלען פֿון אױבן אַראָפּ).
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: זײַט איר, הײסט דאָס, פֿון אונדזערע מענטשן טאַקע?! (עלעגאַנט). מנחם־מענדל יקנהז, סופּ־אַגענט פֿון „יאַ־קיר“. (עס קומט אַרײַן אין װאַגאָן ט ע ר ק ע ל ט ו י ב מיט זײַן געזינטל, מיט אַ סך טשעמאָדאַנעס, פּעקלעך, קױשלעך מיט פֿאַטשײלעס. זוכט אַן אָרט פֿאַר זיך און פֿאַר דער משפּחה).
פֿ ע ר ט ע ס צ ע נ ע
ט ע ר ק ע ל ט ו י ב: מאָזשנאָ ק'װאַם?
ב אָ ק פֿ י ש: איזװאָלטיע. 1)
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: ס'אודאָװאָלסטװיעם. 2)
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: ספּרעדאָװאָלסטװיעם. (דער נײַער פּאַרשױן מיט דער משפּחה הײבט אָן זיך אױסזעצן מיט װײַב און קינדער און אױסלײגן זיך מיט די פּעקלעך. עס װערט אַ טומל, אַ האַרמידער. דער שרײַט: „מיטאָג! מאַמע, מיטאָג!“ דער װיל אַ טרונק. די מוטער קנאַקט ניסלעך, לײגט די יאָדערן דעם קלײנעם קינד אין מױל אַרײַן, און גאָר אַ קלײן קינד האַלט זי אַפֿן שױס באַ דער ברוסט. די עלטערע שפּאַרן זיך צום פֿענצטער, שטופּן אָפּ אײנס דאָס אַנדערע מיט די עלנבױגן. דער פֿאָטער איז זײ מכבד ― װעמען אַ פּאַטש, װעמען אַ שטורך און װעמען אַ פּאָטילעטשניק).
ב אַ ק פֿ י ש: (צו זיך). אַזאַ בעל־משפּחה װאָלט שױן געװיס געמעגט זײַן געסטראַכירט. (הױך). ניט גוט מיט קינדער אין װעג?
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (צו זיך). אַ פּאָדכאָדיאַשטשי סוביעקט אַף צו סטראַכירן זיך מיט די קינדער!… (הױך). אונטערװעגנס מיט קינדער איז, אַפּנים, שװער?
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: (צו זיך). אפֿשר װאָלט זיך דער דאָזיקער פּאַרשױן פֿאַרשטראַפֿירן פֿונעם טױט אפֿשר?… (הױך). שװער, אַפּנים, מיט קינדער אונטערװעגנס?
ט ע ר ק ע ל ט ו י ב: שװער װי דער טױט!
―――
1) ביטע. ― 2) מיט פֿאַרגעניגן. ב אַ ק פֿ י ש: זײ זײַנען באַ אײַך ציטעריק, װײַזט אױס?
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: איר באַלעװעט זײ?
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: געבאַלעװעט באַ אײַך?
ט ע ר ק ע ל ט ו י ב: (דערלאַנגט אַ שטױס דעם עלטערן, ער זאָל אָפּטרעטן פֿונעם פֿענצטער). ניט אַזױ ציטעריק, װי טײַער.
ב אַ ק פֿ י ש: פֿײַנע קינדער באַ אײַך.
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: קײן עין־הרע, געראָטענע, פּאָני־מאַיעטיע.
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: געראָטענע, קײן עין־הרע.
ט ע ר ק ע ל ט ו י ב: נישקשה. לערנען זײער גוט. גוט דערצױגן. דערציִונג ― דאָס איז דער עיקר. (רופֿט צו דעם עלטערן). אַבראַשאַ, קום נאָר אַהער! גיב דעם דיאַדיע די האַנט. נו, אַבראַשאַ! (אַבראַשאַ װיל ניט גײן און באַקומט אַ פּאַטש פֿונעם פֿאָטער). זעט איר אָט־אָ־דעם פּעמפּיק? (ער װײַזט אַפֿן צװײטן). איז דאָס אַ קאָפּ! אָ גאון, זאָג איך אײַך! נאָר אַ שײגעץ. אױ, אַ שײגעץ! מיט אים אױסטענהן זיך, װעט ער אײַך מאַכן מיט דער בלאָטע… אָט אַ יענץ פֿאַרמורזשעט ייִנגל זעט איר? ― אַ חכם! הערט די מאַמע מיטן קאָטער. נאָר פֿאַר מיר האָט מען אַ ביסל דרך־ארץ. דאָס הײסט, מע װאָלט מיך אױך ניט געהערט, האָב איך אַ קאַנטשיק און שמײַס, אױ, שמײַס איך!… קינדער, הערט איר, באַדאַרף מען לערנען, דערציִען הײסט עס. דערציִונג ― דאָס איז דער עיקר. זעט איר אָט־אָ־דאָס קלײנע װעװריקל, װאָס די מוטער האָדעװעט אים מיט ניסלעך? אַ פּיסק! נאָך ניט אַלט קײן פֿיר יאָר, און רעדט איטלעכס װאָרט, איטלעכס װאָרט, װי אַן אַלטער. דאַװידקע! קום נאָר אַהער, דאַװידקע! (דאָס קלײנע װעװריקל, װאָס מע רופֿט דאָס דאַװידקע, װיל ניט אַראָפּ פֿון דער מוטערס הענט, דרײט אױס דעם קאָפּ צום פֿאָטער). זאָג מיר, דאַװידקע, װיִאַזױ רופֿט מען דיך? )דאַװידקע ענטפֿערט: „טיע־טיע־טיע“). װיפֿל ביסטו אַלט, דאַװידקע? (דאַװידקע ענטפּערט: „טיע־טיע־טיע!“). דאַ־װידקע! זאָג דער מאַמע, זי זאָל דיר געבן פּאָװידלע. (דאַװידקע דרײט אױס דעם קאָפּ צו דער מוטער: „טיע־טיע־טיע!“ …) װאָס זאָגט איר דערױף? איטלעכס װאָרט, איטלעכס װאָרט, װי אַן אַלטער!
ב אַ ק פֿ י ש: (קװעלט). צו אַזעלכע קינדער באַדאַרף מען אַ סך האָבן.
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: מע דאַרף זיך צו זײ, פּאָנימאַיעטיע, גוט אונטערגאַרטלען.
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: גוט אונטערגאַרטלען דאַרף מען זיך.
ט ע ר ק ע ל ט ו י ב: אַ חידוש אָ ביסל! איר זעט גרױע האָר? (באַװײַזט אַף דער באָרד). ניטאָ נאָר קײן פֿופֿצן יאָר נאָך דער חתונה.
ב אַ ק פֿ י ש: (שאָקלט מיטן קאָפּ). אײַ־אײַ־אײַ!
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: קײן עין־הרע, אַזאַ חבֿרה!
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: אַזאַ חבֿרה, קײן עין־הרע! ט ע ר ק ע ל ט ו י ב: אױסהאַלטן, קלײדן, שוכן, לערנען, געבן דערציִונג! דערציִונג ― דאָס איז דער עיקר. דאָס הײסט, איך קלאָג מיך ניט חלילה. דאַנקען גאָט, איך האָב זײער אַ פֿײַנע שטעלע, אַרבעט מיר אױס מײַנע עטלעכע טױזנט קערבלעך מיט אָט די צען פֿינגער. (באַװײַזט זײ די פֿינגער). נאָר אַז איך טו אַ קוק אַף מײַן געזינטל, קײן עין־הרע, און עס קומט מיר אַף דער מחשבֿה, טאָמער חלילה, לאָז גאָט היטן, די שעה זאָל גאָר ניט זײַן… איר פֿאַרשטײט? כּל זמן דער קאָפּ דינט, און די הענט אַרבעטן… איר פֿאַרשטײט?
ב אַ ק פֿ י ש: אָ! מיר פֿאַרשטײען דאָס זײער גוט. מיר זײַנען אױך סעמעינע מענטשן. מיר פֿילן דעם טעם, װאָס הײסט צער גידול בנים.
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: קינדער פֿאַרזאָרגן איז, פּאָנימאַיעטיע אײנע פֿון די גרעסטע זאַכן!
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: אַ גרױסע זאַך צו פֿאַרזאָרגן קינדער, פֿאַרזאָרגן!
ט ע ר ק ע ל ט ו י ב: איך טענה דאָס כּסדר מיט מײַן װײַב, און מיט איטלעכן באַזונדער, װוּ איך קום, טענה איך דאָס אײגענע: װאָס װאָלטן געטאָן אַזעלכע מענטשן, װי מיר, מיטלמעסיקע, ס'זאָל ניט זײַן קײן מיטל אַף צו…
ב אַ ק פּ י ש: (כאַפּט אױס די װערטער). סטראַכירן זיך?
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: פֿאַרסטראַכירן זיך נאַסלוטשאַי סמערטי?
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: אָפּשטראַפֿירן זיך פֿונעם טױט?
ט ע ר ק ע ל ט ו י ב: (אױפֿעלעבט). איך זע אין אײַך, אַז איר פֿאַרשטײט דאָס אַלע זײער גוט, און אַז איר זײַט אַלע גרײט אָפּמאַכן דאָס עסק? קאָן איך אײַך זאָגן דערױף נאָר אַ ײשר־כּוח ― איר טוט אַ גוטע זאַך.
ב אַ ק פֿ י ש: (שטאַרק אױפֿגעלעבט). מיר טוען דאָס, װאָס אונדזער חובֿ הײסט אונדז טאָן.
ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: דאָס, װאָס דער סאָװעסט דיקטירט אונדז, פּאָנימאַיעטיע.
מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: מיר טוען דאָס על־פּי יושר, טוען מיר דאָס.
ט ע ר ק ע ל ט ו י ב: זאָל אײַך גאָט העלפֿן, װי איר װינטשט אײַך, איר זאָלט מאריך ימים ושנים זײַן, גאָט זאָל אײַך מחיה זײַן, װי איר האָט מיך מחיה געװען מיט מײַן װײַב און קינדער; זײ קוקן נעבעך אַרױס דערױף, איך בין דאָך זײער אײנציקער שפּײַזער. (שלעפּט אַרױס אַ פּאָרטפֿעל). װיפֿל רעכנט איר צו מאַכן? למשל, אַף װאָס פֿאַר אַ סומע, הײסט עם.
ב אַ ק פֿ י ש: (נעמט זיך צום פּאָרטפּעל). װי קאָנען מיר װיסן, װאָס פֿאַר אַ סומע? ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (נעמט זיך צום פּאָרטפֿעל). מיר קאָ־
נען אײַך, פּאָנימאַיעטיע, זאָגן אַ דעה? מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: שײך, מיר זאָלן אײַך זאָגן דעות, מיר? ט ע ר ק ע ל ט ו י ב: (דערשטױנט). װאָס הײסט, איר מיר?
איך װיל דאָך אײַך… ב אַ ק פֿ י ש: (אױסער זיך). איר װילט א ו נ ד ז מאַכן דאָס
שפּיל? ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: איר װילט א ו נ ד ז סטראַכירן
נאַסלוטשאַי סמערטי? מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: אָפּשטראַפֿירן פֿונעם טױט װילט א י ר?
א ו נ ד ז?
דען אױך אַגענטן? ב אַ ק פֿ י ש: כאַ־כאַ־כאַ! פֿאַרשטײט זיך, אַגענטן. נו, און איר? ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: אַגענטן, װי פּאָנימאַיעטיע. און װער
זײַט איר? מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: נאָר אַ מין אַגענטן! נו, און איר? ט ע ר ק ע ל ט ו י ב: (עלעגאַנט). לאַזאַר קאָנסטאַנטינאָװיטש
טערקעלטױב, גענעראַל־אינספּעקטאָר און אַגענט־אָרגאַניזאַטאָר פֿון „אור־
בען“. ב אַ ק פֿ י ש: (עלעגאַנט). אַקים איסאַקאָװיטש באַקפֿיש, אינס־
פּעקטאָר־אָרגאַניזאַטאָר פֿון „ניו־יאָרק“. ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (עלעגאַנט). מאַרק מאָיסעיעװיטש
לאַמטערנשיסער, אָקרוזשנאָי אַגענט־אַקװיזיטאָר, װי פּאָנימאַיעטיע, פֿון
„עקװיטעבל“. (קוקט אַף מנחם־מענדלען מיט גדלות). מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: (עלעגאַנט). און איך בין מנחם־מענדל
יקנהז, בין איך, סופּ־אַגענט פֿון „יאַקיר“. (אַלע פֿיר גיבן זיך די הענט,
בײַטן זיך מיט די קאַרטלעך. נאָר אײן מנחם־מענדל טאַפּט זיך אין אַלע
קעשענעס). או־װאַ! ניטאָ נאָך באַ מיר קײן קאַרטלעך, ניטאָ!… ט ע ר ק ע ל ט ו י ב: (זיפֿצט). אַ שװערע פּרנסה, האַ? ב אַ ק פֿ י ש: (זיפֿצט). אױ, כּקריעת ים־סוף! מע פֿאָרט, מע
שמעקט, מע מײנט ― טאָמער?… ל אַ מ ט ע ר נ ש י ס ע ר: (קוקט מיט גדלות אַף מנחם־מענד־
לען). װי פּאָנימאַיעטיע? עס װאָלט אפֿשר געװען נישקשה, עס זאָלן ניט
זײַן אַזױפֿיל אַגענטן. פּאָנימאַיעטיע, קאָנקורענצי… מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל: װאָס טױג מיר קאָנקורענצי־שמענצי?
זאָגט פּראָסט אַף ייִדיש: מע ליגט אין דער ערד און מע באַקט בײגל.
פֿ אָ ר ה אַ נ ג.
געשריבן אין יאָר 1905.