אַדװערטײַזמענט ― רעקלאַמע. אַטענדען צו ביזנעס ― טאָן געשעפֿטן. אײדזשענט ― אַגענט. איך טרײַ מײן בעסט ― איך טו אַלץ װאָס מעגלעך. איסטסײד ― מזרח ניו־יאָרק (דאָס ייִדישע געטאָ). אײַנפֿיקסן ― אײַנריכטן. אָללרײַט ― זײער װױל. אַפּאָינטמענט ― אַ באַגעגעניש. אַפּטאָון ― דער הױכער טײל פֿון ניו־יאָרק. אַפֿטעראָל ― נאָך אַלעמען.
באַדערן ― דולן אַ קאָפּ. באָיעס ― ייִנגלעך. באַרגײן ― אַ מציאה. בוטשער ― קצבֿ. ביזנעס ― געשעפֿט. ביזנעס־בראָקער ― מעקלער. ביקאָז ― װאָרעם. בלאָפֿערס ― ליגנערס. ברוקלין־ברידזש ― די בריק, װאָס פֿאַראײניקט ברוקלין מיט ניו־יאָרק. בראָנקס ― אַ געגנט אין ניו־יאָרק.
גאַבעטשמען ― מיסט־מאַן. גוד באַי ― אַ גוטן טאָג. גוט־אָפּ ― פֿאַרמעגלעך. געסעטעלט די ביזנעס ― אָפּגעמאַכט דאָס געשעפֿט. גרינהאָרן ― אַ פֿרעמדער, אַ ניט־געניטער אין אַמעריקאַנער לעבן.
דאַונטאַון ― דער נידעריקער טײל פֿון ניו־יאָרק. דאָזען ― אַ טוץ. דזשאַב ― באַשעפֿטיקונג. דזשאָדזשעס ― ריכטער. דעליװערי־באָי ― שיק־ייִנגל. דעפּאָזיט ― אַדערױף. דרײַװער ― פֿערד־שמײַסער.
האו־דו־יו־דו ― װאָס מאַכט איר? העט ― הוט.
װאָט איז די טראָבל ― װאָס איז געשען? װאָנדערפֿול ― װוּנדערבאַר. װינדע ― פֿענצטער.
טרײד ― אַרבעט. טרײַען ― פּרוּװן. טריק ― אַ שפּיצל. טשענס ― אַ שאַנס, אַ מעגלעכקײט.
יו נאָו ― פֿאַרשטײט איר מיך. יוז ― באַנוצן.
לאָנדרי ― װעשערײַ. לאָנדרי־ביל ― װעשערײַ־הוצאות. לאָנדרימען ― װעשער. לודלאָװ־סטריט־דזשײל ― אַ געפֿענקעניש אין ניו־יאָרק אױף לודלאָװגאַס. ליװ איט טו מי ― לאָזט דאָס איבער צו מיר.
מופֿן ― זיך איבערקלײַבן. מײַל די פּאָסט ― שיק אַרױס בריװ.
ני־פּענטס־מײקער ― הױזן שנײַדער. נעװערמײן ― עס מאַכט נישט אױס. נעם איך אַ שײװ ― גאָל־אָפּ די באָרד.
סאָ ענד סאָ ― אַזױ און אַזױ. סאַטיספֿײַט ― צופֿרידן. סוט ― רעקל. סופּאָרטען ― אױסהאַלטן. סטאָר ― קלײט. סטײשיאָנערי ― אַ קלײט פֿון שרײַבגעצײַג. סטריט ― גאַס. סטריט־קלינער ― גאַסנקערער. סטריקטלי ― שטרענג. סידאַן ― זיצט. סײַן ― שילד. סײַדװאָק ― טראָטואַר. ספּאָרט ― װױלער יונג ספּרעד ― לײלעך. סקול־באָי ― חדד־ייִנגל.
עקסקיוז מי ― האָט קײן פֿאַראיבל נישט. עקספּענסעס ― הוצאָות
פּאָסטעלקאַדד ― פּאָסט־קאַרטע. פּאַקעט ― קעשענע. פּינאַקעל ― אַזאַ קאָרטנשפּיל. פּײפּערס ― גאַזעטן. פּליִעז ― זײַט אַזױ גוט. פֿלעט ― װײַס־גרעט. פֿאַמילי־אײַרענער ― פּאַמיליענװעש־פּרעסער. פּעני ― אַ גראָשן. פּענסיל ― בלײַפּען. פֿעקט ― פֿאַקט
קאַללערס ― קאָלנערס. קאָמישען ― מעקלערײַ־געלט. קאָנגרעסמענס, אַסעמבלימענס ― פּאַרלאַמענט־דעפּוטאַטן. קאָרנער פֿון סטריט ― גאַס־װינקל. קענדי ― צוקערקעס. קעש ― מזומן.
רומקע ― חדרל. רעגעלע ― געװױנלעכע. רעװרענד ― רבֿ. רענט ― דירה־געלט. רענטען ― דינגען אַ דירה. רעפּוטײשאָן ― רעפּוטאַציע.
שאַפּ ― פֿאַבריק. שױרט־אַײרענער ― העמדער־פּרעסער. דראַמאַטישע שריפֿטן
שװער צו זײַן אַ ייִד ― ― ― ― ― ― ― ― 185 טבֿיה דער מילכיקער ― ― ― ― ― ― ― ― 299
דװיד שפּיראָ. אַ בכּבֿודיקער ייִד, אַ בעל־בית, מיט אַ שײנער שװאַרצער עטװאָס גרױלעכער, הערצל־באָרד. קרובֿ צו פֿופֿציק. געװען אַמאָל אַן עושר, איצט אַ מעקלער אױף דער בערזע. גײט זױבער געקלײדט. האַלט זיך שטאָלץ. רעדט מיט אַזאַ טאָן װאָס אַלע דאַרפֿן אים הערן. אַ הײסער טעמפּעראַמענט.
שׂרה שפּיראָ. זײַן װײַב, ייִנגער מיט אַ פּאָר יאָר פֿון אים. אַ פּראָסטע, נאָר נישט קײן נאַרישע ייִדענע. געװען אַמאָל אַ גאַנץ שײנע.
בעטי. זײער טאָכטער. אַ גימנאַזיסטין פֿון לעצטן קלאַס. אַ שײנהײט. אַ ביסל אַ קאַפּריזנע. נײַנצן יאָר אַלט.
סיאָמקע. זײער זונדל. אַ רירעװדיק בר־מיצװה־ייִנגל. אַ גימנאַזיסטל פֿון דריטן קלאַס.
שניאורסאָן. געענדיקט גימנאַזיע. אַ יאָר צװײ און צװאַנציק. אַ בחור פֿון אַן עכט־ייִדישן טיפּ. שװאַרצע, עטװאָס געגרײַזלטע האָר. אַ ביסל אַן אױסגעבױגענע סעמיטישע נאָז. ברענענדיקע אױגן.
איװאַנאָװ. זײַן חבֿר. אַ קריסט, גלײַך מיט שניאורסאָנען געענדיקט גימנאַזיע. אַ טיפּ פֿון אַן עכטן רוס. רױטע באַקן, ליכטיקע גלײַכע האָר, קאַצאַפּיש אונטערגעשױרן.
גרינסבערג. אַ סטודענט. אַן אױסגעפּוצטער. אַ ביסל אַן אַסימילירטער.
פֿראַטקין. אַ סטודענט. אַ ציוניסט.
הורװיטש. אַ געװעזענער עקסטערן, איצט אַ לערער. פֿאַרשריבן אַלס זײגער־מאַכער. רעדט מיט דער ליטװישער אױסשפּראַך.
רב לוי הײלפּערין. אַ מאָדערנער רבֿ, אַן אָרטאָדאָקס. זױבער געקלײדט. אַ רײנער שװאַרצער סורדוט. אַ זײַדן יאַרמעלקעלע אױפֿן קאָפּ. אַ שײן בערדל. נישט קײן לאַנגע פּאות.
קאַלװאַרסקי. ראַבינער. אַן אַלטער מאַן מיט צװײ אָרדנס אױף דער ברוסט.
גור־אַריה. אַ הױכער, אַ טרוקענער.
שערעשעװיצקי. אַ נידעריקער, אַ געפּאַקטער, מיט אַן אָרדן.
בערנשטײן. געגאָלט.
מאָנאַסעװיטש. געגאָלט.
קעצעלע. אַ קלײן ייִדל. שטאַרק באַװאַקסן. אַ ביסל אַ יאַדעשליװער. רעדט גיך און צװײ מאָל אַ װאָרט. אָנגעטאָן אַ קורץ װײטיקל, אַן אָפּגעבאַרעט קאַפּעליושל. דרײט זיך בײַ דער בערזע.
אַ כאַליאַסטרע מײדלעך. בעטיס חבֿרטעס. גימנאַזיסטקעס. אַלע אין גרינע קלײדלעך, שװאַרצע פֿאַרטעכלעך, װײַסע קעלנערלעך מיט מאַנזשעטלעך. לאַכן כי־כי־כי און מאַכן קניקסן.
אַ קאָמפּאַניע גימנאַזיסטן. אַלע ― רוסישע טיפּן. אַלע אין אוניפֿאָרמס מיט װײַסע קנעפּלעך.
דער שמשׂ. בײַ רב לוי הײלפּערין.
דער עלטסטער . פֿון די זשאַנדאַרמען.
פּאָליציסטן, זשאַנדאַרמען, נאַדזיראַטעלעס, אַ דװאָרניק מיט אַ בלעכל, פּאַסאַזשירן און טרעגערס אױף דער באַן, אַן אָבערקאָנדוקטאָר, קעלנערס אין רעסטאָראַן.
אָרט: דער פֿאָרשפּיל קומט פֿאָר אין אַ רוסישער שטאָט. אַלע פֿיר אַקטן מיטן עפּילאָג שפּילן זיך אָפּ אין אַ גרױסער שטאָט פֿון דער ייִדישער „טשערטאַ“ אין רוסלאַנד, װוּ ניט אַלע ייִדן מעגן װױנען.
צײַט: 1913-1914
מע בעט זײער העפֿלעך די אַרטיסטן, זײ זאָלן זײַן װי װײַט מעגלעך נאַטירלעך גרימירט, ניט אָנקלעפּן קײן בערד, אין די באַװעגונגען נישט איבערטרײַבן, ניט קרימען זיך אױף צו מאַכן לאַכנדיק דעם עולם, ניט צולײגן קײן אײגענע װערטער, און בכלל זיך גוט צוהערן צו די רעמאַרקעס און גוט אײַנשטודירן די שפּראַך פֿון דעם אָריגינאַל.
אין די ערטער װוּ ס'איז אָנגעצײכנט אַז מע רעדט אױף ייִדיש, באַדאַרפֿן די שױשפּילער דאָס אַרױסבאַװײַזן מיט אַ באַזונדערער באַטאָנונג און מיט אַ באַזונדערער באַװעגונג צו דער פּערזאָן, צו װעלכער מע רעדט, אַזױ, אַז מע זאָל עס אַרױסזען און פֿילן.
דאָס רעקװיזיט בײַם אױסשטאַטן די סצענע איז פֿרײַ.
דער עפּילאָג קאָן געשפּילט װערן און ניט געשפּילט װערן ― עס הענגט אָפּ פֿונעם פֿרײַען װילן פֿון דער רעזשי.
(אַ באַזונדער קאַבינעט אין אַ גרױסאַרטיקן קאַפֿע־רעסטאָראַן. שײן מעבלירט. הױכע שפּיגלען. בײַ די זײַטן װײכע סאָפֿעס, סאַמעטענע פֿאָטעלן. אױף די װענט בילדער, דיװאַנעס. בײַ דער זײַט אַ פֿאָרטעפּיאַן. אין מיטן קאַבינעט אַ גרױסער, מיט װײַסן געדעקטער, טיש. אױפֿן טיש ― פֿון כּל־טובֿ. אַ סך פֿלעשלעך מיט אַלערלײ משקאָות. צװישן זײ אַ סך לײדיקע. כּלערלײ פֿאַרבײַסנס, נאָר אַלץ אין דער גרעסטער אומאָרדענונג. שטאַרק אָנגערױכערט און אָנגעװאָרפֿן. ― ס'איז אַ קערמעשל פֿון אַ שטיק עטלעכע און צװאַנציק יונגעלײַט, נאָר־װאָס געענדיקט אַכט קלאַסן גימנאַזיע, װאָס דאַרפֿן אין גיכן אַרײַן אין אוניװערסיטעט. פֿאַרן צעשײדן זיך פֿאַרברענגט מען אַ גוטע שעה און מע טוט אַ לעב־אונטער. שױן בײַם ערשטן אָנהײב, אַז דער פֿאָרהאַנג הײבט זיך אױף נאָר האַלב און מע זעט נאָך כּמעט גאָרניט, הערט זיך שױן דאָס געװיסע סטודענטן־ליד מיטן געװיסן ניגון):
(נאָך די צװײ סטראָפֿן הײבט זיך אױף דער איבעריקער טײל פֿאָרהאַנג, און דער באַל שטעלט זיך פֿאָר אין פֿולן גלאַנץ. דער עולם איז שױן רעכט בגילופֿין. דאָס זײַנען לױטער גימנאַזיסטן, ייִנגערע און עלטערע, אַלע אין זײער אוניפֿאָרם, מיט װײַסע קנעפּלעך, אין פֿאַרשײדענע פּאָזען: װער סע קלאַפּט אױפֿן פֿאָרטעפּיאַן, און װער עס זיצט אין מיטן קאַבינעט אױף דער ערד, און װער עס ליגט אױסגעצױגן אױף דער סאָפֿע, און װער ― גאָר אױפֿן טיש. װער עס רױכערט, און װער עס האַלט אַ כּוס אין דער האַנט. פֿרײלעך זײַנען אַלע. מיטן פּנים צום עולם שטײט װאַניאַ איװאַנאָװ, דיריזשירט מיט אַ לעפֿעלע דעם כאָר, װאָס ענדיקט דאָס ליד מיט די װערטער):
(דער דיריזשאָר איװאַנאָװ דערלאַנגט אַ קלאַפּ אין טיש און רופֿט־אױס הױך אױף רוסיש).
איװאַנאָװ. עי! טשאַעק! שאַמ־פּאַנ־סקאַ־װאָ, טשאָרט װאָזמיчорт возьми: זאָל דער רוח אים כאַפּן!…
(אַ פּאָר חבֿרה־לײַט כאַפּן אים בײַ דער האַנט).
אַ פּאָר סטודענטן. װאַניאַ! ביסט משוגע געװאָרן? שאַמפּאַנסקע?! װײסט, װאָס דאָס קאָסט אָט־אָ־דאָ?
איװאַנאָװ. ניע װאַשע דיעלאָне ваше дело: נישט אײער עסק! אױף מײַן רעכענונג, טשאָרט װאָזמי! איך צאָל! טשאַעק! שאַמ־פּאַנ־סקאַ־װאָ!! (עס לױפֿן אַרײַן צװײ קעלנערס מיט װײַסע פֿאַרטעכלעך, ברענגען שאַמפּאַניער־װײַן, אין אײַז געװיקלט, שטעלן־אַװעק, פֿילן־אָן די בעכערס, גײען־אָפּ).
איװאַנאָװ. גאָספּאָדאַгоспода: רבותי! צו די בעכערס, טשאָרט װאָזמי! (אַלע טוען זיך אַ נעם צו די בעכערס). װאָס זײַנען מיר געװען נעכטן? נעכטן זײַנען מיר געװען ייִנגלעך, קינדער, שנעקעס, גימנאַזיאָרן! אַ ליאַדע לערערל האָט געהאַט רעכט אונדז אָננעמען פֿאַרן קאָלנער און אַרײַנװאַרפֿן אין קאַרצער. אָבער איצט? אָבער מאָרגן? טשאָרט װאָזמי! מאָרגן זײַנען מיר מענטשן! סטודענטן! אױס גימנאַזיאָרן! נידער מיט דער גימנאַזיע! לעבן זאָל די אוניװערסיטעט! הוראַ!!!
אַלע. הוראַ!!! (מע טרינקט, מע קושט זיך, מע האַלדזט זיך, מע רעדט, מע לאַכט, מע איז פֿרײלעך. צװישן דער פֿרײלעכער קאָמפּאַניע איז צו באַמערקן אײנעם אַ גימנאַזיסט פֿון ייִדישן טיפּ, אױך אין אוניפֿאָרם און אױך מיט װײַסע קנעפּ. דאָס איז הערשל שניאורסאָן. כאָטש ער האַלט אונטער די קאָמפּאַניע, טרינקט כּלומרשט גלײַך מיט אַלע, נאָר ער זאָל זײַן פֿרײלעך גלײַך מיט אַלע ― דאָס זעט מען נישט. דאָס באַמערקט אָבער קײנער נישט, אױסער אײנעם ― דער, װאָס האָט געקאָמאַנדעװעט מיטן כאָר, װאָס מע רופֿט אים װאַניאַ איװאַנאָװ. אין דער צײַט, װען אַלע הוליען, גײט צו צו אים װאַניאַ, לײגט אַרױף די האַנט אים אױף דער פּלײצע).
איװאַנאָװ. (צו שניאורסאָנען). װאָס איז מיט דיר, הערשקאָ?
שניאורסאָן. (װי אױפֿגעװאַכט, לעבעדיק). װאָס זאָל זײַן? גאָרנישט.
איװאַנאָװ. װאָס האַלטסטו אױפֿגעהאַנגען די נאָז אױף דער קװינטע? (נעמט אים פֿאַר אַ האַנט, זעצט זיך אַװעק מיט אים אױף אַ זײט).
שניאורסאָן. װער? איך? עס װײַזט זיך דיר אױס.
איװאַנאָװ. עס װײַזט זיך מיר ניט אױס. איך זע, איך קוק נאָך די גאַנצע צײַט נאָך דיר. מיך װעסטו ניט נאַרן, הערשקאָ. איך קען דיך.
שניאורסאָן. איז טאַקע גוט, װאָס דו קענסט מיך… פֿון דעסטװעגן װאָלט נישט געשאַט, זאָלסט מיך קענען אַ ביסל נענטער.
איװאַנאָװ. װאָס־זשע װאָלט געװען?
שניאורסאָן. װאָלסטו מיר ניט געפֿרעגט קײן קשיות. דו װאָלסט דעמאָלט אַלײן געװוּסט, אַז איך בין נישט גלײַך צו אײַך. (פּױזע). איך קאָן מיך ניט פֿרײען, אַזױ װי איר פֿרײט זיך.
איװאַנאָװ. פֿאַר װאָס?
שניאורסאָן. פֿאַר דעם! דערפֿאַר, װײַל איר, אַז איר פֿרײט זיך, פֿרײט איר זיך מיט אײַער גאַנצן װעזן, מיט אַלע אײַערע אבֿרים און חושים…
איװאַנאָװ. (שפּאָטיש) און דו?
שניאורסאָן. און איך? איך טאָר ניט. פֿאַר מײַנע אױגן שטײט שטענדיק די אױפֿשריפֿט: „מעמענטאָ מאָריmementō morī: געדענק דעם טױט“…
איװאַנאָװ. טשאָרט װאָזמי! װאָס פֿאַר אַן אױפֿשריפֿט? װאָס פֿאַר אַ „מעמענטאָ מאָרי“?
שניאורסאָן. האָסט פֿאַרגעסן, אַז איך… אַז איך בין אַ ייִד?
איװאַנאָװ. אָט האָסטו דיר! און אַז אַ ייִד ― איז װאָס?
שניאורסאָן. איז גאָרניט… (קוקט אױף איװאַנאָװן אָן װערטער).
איװאַנאָװ. איך פֿאַרשטײ ניט, הערשקאָ, עפּעס רעדסטו מיר הײַנט מאָדנע רײד… (באַזונדער פֿרײַנטלעך). מיר דאַכט, אַז אױף אונדז, דײַנע חבֿרים, האָסטו זיך ניט צו באַקלאָגן… מיר, דײַנע חבֿרים…
שניאורסאָן. (אַ ביסל אױפֿגערעגט). חבֿרים! חבֿרים! ביסט אַ נאַר! װער רעדט פֿון חבֿרים? דו מײנסט, אַ פּנים, אַז די גאַנצע װעלט איז אָט אַ דאָ אָ? מיר און אונדזערע חבֿרים? דו פֿאַרגעסט, אַז אױף יענער זײַט גימנאַזיע איז אױך דאָ אַ װעלט, און אַ גרױסע װעלט. אױסער אונדז זײַנען פֿאַראַן נאָך מענטשן. נאָר פֿון יענער גרױסער װעלט װײסט איר, אַ פּנים, זײער װינציק. כּמעט גאָרנישט ניט. יענער גיהנום איז אײַך אומבאַקאַנט. (פּױזע). אין מײַן פֿעל װען דו ביסט אָפּ ניט לאַנג, כאָטש אײן יאָר, װאָלסטו דעמאָלט געװוּסט, װאָלסטו דעמאָלט געפֿילט, װאָס הײסט נאָרמאַ, פּראָצענטן, מיניסטערשע צירקולאַרן און נאָך אַזעלכע גוטע זאַכן…
איװאַנאָװ. (מיט אַ באַװעגונג). װאָס הערסטו צירקולאַרן, פּראָצענטן? מיט אַזאַ אַן אַטעסטאַט, װי דו האָסט! מיט אַ גאָלדענער מעדאַל!
שניאורסאָן. אַ גאָלדענע מעדאַל? (אַ מאַך מיט דער האַנט). מע האָט שױן געזען אַזעלכע זאַכן. קאַרג „מעדאַליסטן“ זײַנען פֿאַרבליבן נאָך פֿון פֿאַר־אַ־יאָרן?… און פֿון פֿאַר־צװײ־יאָרן? „מעדאַליסטן“, כאַ־כאַ, אַ טײַערע מציאה! עך! נאָר װאָס איז צו רעדן? (שטײט־אױף). װאָס איז מיט דיר צו רעדן, אַז דו װײסט ניט, דו פֿאַרשטײסט ניט, דו קאָנסט עס נישט פֿאַרשטײן!… (זעצט זיך אַװעק צוריק).
איװאַנאָװ. (קרימט אים איבער). „דו װײסט ניט, דו פֿאַרשטײסט ניט. דו קאָנסט עס ניט פֿאַרשטײן!“… פֿאַר װאָס קאָן איך עס ניט פֿאַרשטײן טשאָרט װאָזמי? איך בין נאָך אַזױ קלוג, װי דו!
שניאורסאָן. נאַר אײנער! מע דאַרף ניט זײַן קלוג ― מע דאַרף נאָר זײַן אַ ייִד דערצו. הײַנט פֿאַרשטײסטו שױן? זאָלסט זײַן אַ ייִד כאָטש אײן יאָר…
איװאַנאָװ. װאָס־זשע װאָלט געװען?
שניאורסאָן. װאָלסטו עס נישט אױסגעהאַלטן. קײן אײן יאָר אַפֿילו.
איװאַנאָװ. אַזױ מײנסטו?
שניאורסאָן. איך בין איבערצײַגט!
איװאַנאָװ. נו, האָסטו אַ טעות! קענסטו מיך נישט. װײסטו נישט, װער װאַניאַ איװאַנאָװ איז! (פּױזע). שאַ! װײסטו, װאָס פֿאַר אַ געדאַנק מיר איז אײַנגעפֿאַלן איצט אין קאָפּ? (טוט זיך אַ פּאַטש אין די קני, רוקט זיך צו צו שניאורסאָנען). הער אױס, הערשקאָ, טאָמער װאָלטן מיר זיך געביטן?
שניאורסאָן. (קוקט אים אָן). װאָס הײסט „געביטן“?
איװאַנאָװ. אָט איך לײג דיר פֿאָר אַ קאָמבינאַציע. דו זאָגסט, איך װאָלט קײן אײן יאָר אַפֿילו ניט געקאָנט זײַן אין דײַן פֿעל? טאָ לאָמיר זיך בײַטן!
שניאורסאָן. (פֿאַרשטײט אים נאָך אַלץ נישט). װאָס הײסט ― לאָמיר זיך בײַטן?
איװאַנאָװ. גאָר פּראָסט. מיר װעלן זיך בײַטן. דו זאָגסט, איך זאָל אײן יאָר כאָטש פּרוּװן זײַן אין דײַן פֿעל, פּרוּװן זײַן אַ ייִד? ― גוט! מיר װעלן זיך בײַטן… אױף אײן יאָר. דו װעסט זײַן איװאַנאָװ, איך װעל זײַן שניאורסאָן.
שניאורסאָן. (שטײט־אױף). דו האָסט, אַ פּנים, ניט פֿון װעמען חוזק צו מאַכן? זוך אַ גרעסערן נאַר פֿון זיך…
איװאַנאָװ. (שטײט אױך אױף). איך מאַך נישט חוזק. איך מײן עס גאַנץ ערנסט, טשאָרט װאָזמי! איך בין אַ בעלן צו זײַן אױף דײַן אָרט. איך װיל פּרובירן אױף זיך אַלײן, װי אַזױ איז, אַז מע איז אַ ייִד? װי אַזױ פֿילט זיך אַ ייִד? איצט האָבן מיר אַ געלעגנהײט. מיר דאַרפֿן בײדע אַרײַן אין אוניװערסיטעט. מיר פֿאָרן בײדע אין אַ נײַ אָרט, אַ פֿרעמדע שטאָט, װוּ קײנער קען אונדז נישט. װעלכער רוח איז דאָס מחויבֿ צו װיסן, װער פֿון אונדז איז איװאַנאָװ און װער ― שניאורסאָן? צי װעמען גײט עס אָן, אַז איך, איװאַנאָװ, בין שניאורסאָן, און דו, שניאורסאָן, ביסט איװאַנאָװ, כאַ־כאַ־כאַ? װאָס זאָגסטו דערױף, הערשקאָ, האַ?
שניאורסאָן. װאָס זאָג איך דערױף? איך קאָן זאָגן נאָר דאָס, אַז דו פּלאַפּלסט נאַרישקײטן, װײַל דו ביסט…
איװאַנאָװ. שיכּור! ― מײנסטו אפֿשר?
שניאורסאָן. חס־וחלילה! װער זאָגט, אַז דו ביסט שיכּור? איך זאָג נאָר, אַז דו ביסט אַ ביסל בגילופֿין, אונטערן גלעזל…
איװאַנאָװ.(ענערגיש). איך? אונטערן גלעזל? דו לײַגסט! נאָך קײנמאָל אױף מײַן לעבן בין איך, טשאָרט װאָזמי, אַזױ ניכטער נישט געװען, װי הײַנט! איך זאָג עס גאַנץ ערנסט, הערשקאָ, פֿרײַנד מײַנער, בײַ מײַן ערנװאָרט! אָט האָסטו דיר מײַן האַנט! (ציט אים אױס אַ האַנט). איך װיל פֿאַרזוכן דעם טעם: װי אַזױ איז עס, אַז מע איז אַ ייִד?
שניאורסאָן. װעסט פֿילן אַ רעכטן טעם! װעסט פֿאַרזאָגן אַ צענטן!
איװאַנאָװ. נאַרישקײטן! (טוט זיך אַ זעץ אין האַרצן). קענסטו מיך נישט! װײסטו נישט, װער װאַניאַ איװאַנאָװ איז, טשאָרט װאָזמי! פֿאָלג מיך, לאָמיר זיך בײַטן! (װיל אַרומנעמען שניאורסאָנען). אױף אײן יאָר נאָר לאָמיר זיך בײַטן…
שניאורסאָן. (שטופּט אים אָפּ פֿון דער גרינג). רעד ניט קײן נאַרישקײטן! סע שלאָגט צו דער גאַל! װאָס הײסט בײַטן? װי בײַט מען זיך דאָס?
איװאַנאָװ. גאָר פּראָסט: מע נעמט און מע בײַט זיך. איך װעל זײַן שניאורסאָן, דו װעסט זײַן איװאַנאָװ. דו װעסט מיר געבן דײַן אַטעסטאַט מיט די פֿינפֿן, איך װעל דיר געבן מײַן אַטעסטאַט מיט די דרײַען, טשאָרט װאָזמי, און ביט פּאָסיעמוбыть посему: דערפֿאַר זײַ! איז דאָס געמאַכט? (ציט אױס שניאורסאָנען אַ האַנט).
שניאורסאָן. דו רעדסט װי אַ קינד, װאַניאַ, כלעבן. װאָס רעדסטו? דאָקומענטן ― עפּעס אַ שפּילעכל? הײַנט אונדזערע עלטערן?
איװאַנאָװ. דאָקומענטן? נאַרישקײטן! אײן יאָר אינגאַנצן נאַפּליעװאַטнаплевать: בלױז אױסצושפּײַען! און די עלטערן ― װאָס גײט עס זײ אָן? װער דאַרף עס װיסן? מיר װעלן דאָך זײַן בײדע אין אײן שטאָט, אין אײן אוניװערסיטעט, װעלן זײ אונדז שרײַבן בריװ, דײַן פֿאָטער צו מיר, מײַן פֿאָטער צו דיר ― און מיט זײערע בריװ װעלן מיר זיך אָפּבײַטן. האָסטו עס פֿאַרשטאַנען, קאָפּ? (כאַפּט שניאורסאָנען פֿאַר אַ האַנט, שלעפּט אים צום טיש. שניאורסאָן לאָזט זיך ניט).
שניאורסאָן. לאָז געמאַך! װאַניאַ, לאָז צורו! די חבֿרים דאַרפֿסטו נאָך…
איװאַנאָװ. זאָרג ניט, זײ װעלן אונדז ניט אַרױסגעבן. אָט אַ דאָ װעט דאָס בלײַבן. (הערט ניט שניאורסאָנען שלעפּט אים צו צום צענטער. טוט אַ זעץ מיט דער האַנט איבערן טיש). סילאַנסсиланс: שאַט! שטיל זאָל זײַן! (דער עולם טוט אַ שטײ־אױף). חבֿרים, שטיל זאָל זײַן! (טוט נאָך אַ מאָל אַ זעץ מיט דער האַנט אָן טיש). איך דאַרף אײַך עפּעס זאָגן זײער אַ װיכטיקע זאַך! (שפּרינגט־אַרױף אױף אַ שטול). הערט נאָר צו מיט קאָפּ! איר זאָלט װיסן זײַן, אַז איך בין שױן מער ניט איך. איך בין שױן ער! (װײַזט אױף שניאורסאָנען, װאָס שטײט נאָך אַ פֿאַרגאַפֿטער און װישט זיך דעם שװײס פֿונעם שטערן). און ער איז שױן נישט מער ער, נאָר איך! ער איז איך, איך בין ער… װאָס קוקט איר זיך איבער און װאָס שמײכלט איר דאָרט אין די הױפֿנס? איך בין נישט שיכּור, טשאָרט װאָזמי! איר װײסט גאַנץ גוט, אַז איך בין נישט שיכּור ― איך קאָן טרינקען. אָט באַלד װעט איר האָרכן, װעט אײַך זײַן קלאָר אַלצדינג. חבֿרים! זײַט װיסן, אַז איך און אונדזער חבֿר שניאורסאָן האָבן זיך געביטן, אױף אַ יאָר האָבן מיר זיך געביטן. מיר האָבן זיך געגעבן דאָס װאָרט, מיר האָבן געהאַלטן אַ װעט. קורץ ― ס'איז נישט אײַער זאַך. איר דאַרפֿט נאָר הערן און זען און שװײַגן. איך באַשװער אײַך מיט אונדזער הײליקן בונד פֿון חבֿרשאַפֿט, אַז דעם זאָל אָפּדאַרן די צונג, װער ס'װעט אַרױסלאָזן אין דרױסן אַ פּיפּס װעגן דער גאַנצער געשיכטע אין פֿאַרלױף פֿונעם דאָזיקן יאָר!… חבֿרים! איך פֿאָדער פֿון אײַך אינעם נאָמען פֿון אונדזער סאָלידאַריטעט, איר זאָלט מיר געבן אײַער ערנװאָרט און שװערן, אַז דאָ, אין דעם קאַבינעט, װערט די זאַך באַגראָבן אױף אײביק, און קײן פֿױגל װעט ניט װיסן. זאָגט איר מיר צו?
קולות. מיר זאָגן דיר צו! מיר זאָגן דיר צו!
קולות. כאָטש מיר װײסן ניט װאָס, מיר װײסן ניט װען!
איװאַנאָװ. אָט באַלד װעט איר װיסן. איר דאַרפֿט מיר נאָר צוזאָגן, אַז ס'װעט ניט אַרױסגעטראָגן װערן פֿון דאַנען אַ װאָרט. איר דאַרפֿט מיר צושװערן, אַז צװישן אונדז װעט דאָס בלײַבן. אַלזאָ, שװערט איר מיר צו? (הײבט אױף צװײ פֿינגער). זאָגט: „מיר שװערן!“
אַלע. (הײבן אױף צװײ פֿינגער, זינגען מיט אַ ניגון). מיר הײבן די הענט און מיר שװערן!
איװאַנאָװ. (אױפֿגעבראַכט). סילאַנס! װאָס פֿאַר אַ געזאַנג, טשאָרט װאָזמי?! דאָ האַנדלט זיך װעגן אַן ערנסטע זאַך, און זײ האָבן זיך צעזונגען גאָר! אַלזאָ, איך פֿאָדער פֿון אײַך, איר זאָלט זײַן ערנסט און זאָגן: „מיר שװערן“.
אַלע. (ערנסט) מיר שװערן. מיר שװערן!
איװאַנאָװ. אָט אַזױ האָב איך אײַך ליב. אַצינד, חבֿרים, אַז איר האָט מיר אָפּגעשװאָרן, װעל איך אײַך שױן דערצײלן, אום װאָס דאָ האַנדלט זיך. אונדזער חבֿר, הערשקאָ שניאורסאָן, װי אײַך איז באַװוּסט, געהערט צו יענעם פֿאָלק, װאָס איז פֿאַרהאַסט און פֿאַרפֿאָלגט אױף דער גאַנצער װעלט, צו יענעם אױסדערװײלטן פֿאָלק, װאָס איז צעזײט און צעשפּרײט, ― מיט אײנעם װאָרט: ער איז אַ ייִד, און אַ ייִד איז זײער שװער צו זײַן. כּמעט אוממעגלעך. אַזױ זאָגט ער, הערשקאָ הײסט עס. און איך זאָג, אַז ס'איז ניט אַזױ גװאַלדיק. דער שד איז גאָרנישט אַזױ שרעקלעך, װי מע מאָלט אים… זאָגט מײַן חבֿר, אַז דערפֿאַר מײן איך עס, װײַל איך בין קײנמאָל קײן ייִד נישט געװען. לאָמיך פּרוּװן, זאָגט ער, זיך געפֿינען אין זײַן פֿעל כאָטש אײן יאָר, װעל איך, זאָגט ער, דעמאָלט פֿילן. גוט. איז געבליבן, איך זאָל אַרײַן אין זײַן פֿעל כאָטש אױף אײן יאָר. װי אַזױ־זשע מאַכט מען דאָס? האָבן מיר זיך געביטן אױף אַ יאָר…
שניאורסאָן: נאָך ניט געביטן, נאָר ער װיל, מיר זאָלן זיך בײַטן.
איװאַנאָװ. געביטן, געביטן! הערט אים ניט! פֿון דער מינוט אָן איז ער שױן ניט מער שניאורסאָן, נאָר איװאַנאָװ, און איך בין אױס איװאַנאָװ, נאָר שניאורסאָן. (ער שפּרינגט אַראָפּ פֿון שטול, ציט>> ־ אַראָפּ פֿון זיך זײַן מונדיר, גיט איבער שניאורסאָנען, שלעפּט אַראָפּ כּמעט מיט גװאַלד פֿון שניאורסאָנען זײַן מונדיר, און בײדע טוען זיך איבער פֿאַר אַלעמען אין די אױגן. װאַניאַ איװאַנאָװ מאַכט אַ ייִדיש פּנים, סטאַרעװעט זיך, ער זאָל זײַן ענלעך צו שניאורסאָנען. דער עולם נעמט אױף די סצענע מיט גרױס ענטוזיאַזם).
אַלע. (אַפּלאָדירן). בראַװאָ! בראַװאָ!
איװאַנאָװ.)שפּרינגט אַרױף װידער אַ מאָל אױף אַ שטול(. חבֿרים! אַצינד, אַז די זאַך איז שױן געמאַכט, דערלױב איך מיך פֿאָרצושטעלן פֿאַר אײַך. איך בין שױן ניט מער דער קריסט, דער דװאָריאַנין, איװאַן איװאַנאָװיטש איװאַנאָװ, נאָר (נעמט אַרױס פֿון שניאורסאָנס זײַט־קעשענע זײַנע דאָקומענטן, דעם פּאַס מיטן אַטעסטאַט, קוקט אַרײַן) ― דער שקלאָװער מיעשטשאַנין, טשאָרט װאָזמי, הערש מאָװשאָװ שניאורסאָן, דער זון פֿונעם פֿאַרהאַסטן און פֿאַרפֿאָלגטן, נאָר פֿון גאָט אױסדערװײלטן פֿאָלק ישׂראל. און דער (װײַזט אױף זײַן חבֿר שניאורסאָן) ― איז שױן נישט מער דער שקלאָװער מיעשטשאַנין הערש מאָװשאָװ שניאורסאָן, נאָר… אַנו, הערשקאָ, נעם־אַרױס אַקאָרשט פֿון קעשענע דײַנע נײַע דאָקומענטן! (יענער נעמט אַרױס). אַן אמתער דװאָריאַנין און אַ זון פֿון אַ דעיסטװיטעלני סטאַטסקי סאָװיעטניקдействительный статский советник: אמתער שטאַט־ראָטגעבער, טשאָרט װאָזמי, איװאַן איװאַנאָװיטש איװאַנאָװ! איך לײג־פֿאָר צוליב דער דאָזיקער מעטאַמאָרפֿאָזע אָנפֿילן די כּוסות און אױסטרינקען. הוראַ!
אַלע. (פֿילן אָן די כּוסות). הוראַ! ( <<מע גראַטולירט און מע קושט זיך מיט די געביטענע חבֿרים און מע טרינקט).
שניאורסאָן. (טרעט אַרױס מיטן כּוס אין דער האַנט). חבֿרים! אונדזער חבֿר װאַניאַ איװאַנאָװ, אָדער, װי ער הײסט שױן איצטערט־אָ, הערשקאָ שניאורסאָן, איז באַגאַנגען, װי איר זעט, אַ שפּאַס, און אױסגעלאָזט האָט זיך עס, װי עס װײַזט אױס, מיט אַן ערנסט. די זאַך איז אָפּגעטאָן ― פֿאַרפֿאַלן. מיר האָבן זיך, הײסט עס, געביטן מיט די יוצרות. זאָל זײַן אין אַ גוטער שעה. װער פֿון אונדז בײדע האָט געמאַכט אַ בעסער געשעפֿט ― דאָס װײס איך, און אױך איר, אױב איר האָט אַ קלעפּקע אין קאָפּ, באַדאַרפֿט אױך פֿאַרשטײן. און טאָמער פֿאַרשטײט איר נישט ― בין איך ניט שולדיק… אײן זאַך נאָר מוז איך זאָגן פֿאָרױס: אַזױ װי מיר קאָנען נישט װיסן, װאָס מיט אונדז בײדן קאָן פּאַסירן אױף דעם נײַעם װעג, װאָס מיר בײדע לאָזן זיך גײן, על־כּן װאָלט איך װעלן אױסנעמען אַ תּנאַי, אַז טאָמער װעט עמעצן פֿון אונדז צװײ אין פֿאַרלױף פֿון דעם יאָר אױסקומען שױן זעער שמאָל, דאָס הײסט…
איװאַנאָװ. (שטופּט אים אָפּ). קײן שום תּנאָים! קײן שום קאָמפּראָמיסן! װאָס ס'זאָל ניט זײַן ― קאָן זיך זײַן! אָפּגעמאַכט ― איז פֿאַרפֿאַלן!
אַלע. פֿאַרפֿאַלן! פֿאַרפֿאַלן!
איװאַנאָװ. ביט פּאָסיעמוбыть посему: אַזױ זאָל זײַן!
אַלע. ביט פּאָסיעמו!
שניאורסאָן. (פֿונעם אָרט). געדענק זשע, װאַניאַ, מײן איך הערשקאָ, זאָלסט קײן חרטה נישט האָבן!
איװאַנאָװ. חרטה? די איװאַנאָװס… פּאַרדאָן! מײן איך די שניאורסאָנס האָבן קײנמאָל קײן חרטה ניט! איך קום אַרױס פֿון אַ פֿאָלק, טשאָרט װאָזמי, װאָס איז שױן דורכגעגאַנגען דורך פֿײַער און דורך װאַסער און דורך מעשענע רערן! מײַנע עלטער־עלטער־זײדעס, װאָס האָבן געקנאָטן לײם בײַ פּרעהן, אױפֿגעשטעלט די אײביקע פּיראַמידן, אױפֿגעבױט די באַרימטע שטעט סדום און עמורה… פּאַרדאָן! איך מײן פּיתום און רעמסס, זײַנען גענוג אױסגעשטאַנען ביז זײ האָבן זיך באַזעצט אינעם געבענטשטן לאַנד מצרים… פּאַרדאָן! מײן איך כּנען. און אַז מיר האָבן זיך באַזעצט אינעם געבענטשטן לאַנד כּנען, איז געקומען בלשאצר… פּאַרדאָן! איך מײן נבוכדנאצר, און האָט פֿאַרברענט אונדזער הײליקן טעמפּל און אָפּגעפֿירט אונדזערע זין און טעכטער אין אײַזערנע קײטן צו זיך אינעם באַרבאַרישן באַבילאָן, און נאָכדעם אין שפּאַניען… חבֿרים! איך מאַך, טשאָרט װאָזמי, אַ היפּשן שפּרונג און לאָז־דורך בלעמען, המנען מיט אַחשװרושן מיט נאָך אַזעלכע פֿײַנע מענטשלעך, װײַל עס טאָגט שױן, װי איר זעט, אין דרױסן ― אַלזאָ, אינעם פֿינצטערן קאַטױלישן שפּאַניען, װוּ עס האָט געװאַרט אױף אונדז די אינקװיזיציע. (מיט היץ). קאָנט איר זיך פֿאָרשטעלן, חבֿרים, װאָס פֿאַר לײַדן מײַנע עלטערן זײַנען אױסגעשטאַנען אין דער אינקװיזיציע? אױפֿן אױטאָ־דאַ־פֿע האָבן זײ זיך געלאָזט ברענען, טשאָרט װאָזמי, אױפֿן עשאַפֿאָט האָבן זײ זיך געלאָזט קױלען, שנײַדן, האַקן, בראָקן, פֿערטלען…
אַלע. (מיט גרױס ענטוזיאַזם און אַפּלאָדיסמענט). בראַװאָ, הערשקאָ, בראַװאָ!
קולות. גאָר ניט צו דערקענען, אַז דאָס איז אַ קריסט!
קולות. אַ ייִד! אַן אמתער ייִד! כאַ־כאַ־כאַ!
אײנער פֿון דעם עולם. אַ געבױרענער זשיד. נאָר פּײסיקעסпейсик: פּאות פֿעלן אים!
נאָך אײנער. און אַ לײַבסערדאַק!
נאָך אײנער. אױ־װײ־מיר! טאַטעלע־מאַמעלע! ציצעלע־האַמעלע! כאַ־כאַ־כאַ!
איװאַנאָװ. סילאַנס! אַז איך רײד, דאַרף זײַן שטיל, טשאָרט װאָזמי!
שניאורסאָן. (צו איװאַנאָװן). האָב צײַט ― דאָס האָסטו ערשט אַן אַדערױף. שפּעטער װעט נאָך זײַן בעסער…
איװאַנאָװ. װער עס װעט װאַגן אָפּצולאַכן פֿון אַ ייִדן, דער װעט האָבן צו טאָן מיט מיר! (באַװײַזט אַ קולאַק). איך װעל נישט פֿאַרשװײַגן קײנעם! איך װעל ניט דערלאָזן, טשאָרט װאָזמי, מע זאָל חוזק מאַכן פֿון מיר דערפֿאַר, װאָס איך שטאַם־אָפּ פֿון אַ פֿאָלק, װאָס האָט געגעבן דער װעלט אַ זאַקאָן, מיט אַ צאַר דאַװיד, מיט אַ פּסאַלטירпсалтирь: בוך פֿון תּהילים, טשאָרט װאָזמי! איך בעט נאָך אַ מאָל אָנצופֿילן די כּוסות און טרינקען פֿאַרן דאָזיקן פֿאָלק, פֿאַרן אױסדערװײלטן פֿאָלק ישׂראל, װאָס איך בין איצט אײנער פֿון זײַנע קינדער. לעבן זאָל דאָס אַלטע אױסדערװײלטע פֿאָלק! הוראַ!
אַלע. הוראַ!
קולות. בראַװאָ! בראַװאָ!
קולות. גאַספּאָדאַгоспода: רבותי! װאָס שװײַגט איר?
קולות. לאָמיר אים נעמען! לאָמיר אים װיגן! קאַטשען! קאַטשען!
קולות. בײדן קאַטשען! בײדן! (דער עולם צעטײלט זיך אױף צװײ. אײן טײל כאַפּט איװאַנאָװן, דער אַנדערער טײל כאַפּט אונטער דעם איבערגעטאָנעם שניאורסאָנען אױף די הענט, און מיט קולות: „בראַװאָ, הערשקאָ! בראַװאָ, װאַניאַ!“ טראָגט מען זײ אַרום טיש, איבערן קאַבינעט, אַ צװײ־דרײַ מאָל. ― דער פֿאָרהאַנג פֿאַלט). (באַ דװיד שפּיראָן. ― אַ גרױס עס־צימער. בעל־הבתּיש מעבלירט. נישט רײַך, נאָר זױבער און מיט גוסט. װײַסע גאַרדינען, גרינע װאַזאָנעס, אַן אַלטער פֿאָרטעפּיאַן, אַ פּאָר ייִדישע בילדער אַף די װענט. ― פֿיר טירן: צװײ רעכטס, פֿירן צו די זײַטיקע צימערן; אײנע אין הינטערגרונט, פֿירט צו די טרעפּ אַראָפּ; אײנע לינקס, אין װינקל, פֿירט צו דער קיך. לינקס אַ פֿענצטער. באַם פֿענצטער, נאָענט צו דער ראַמפּע, שטײט אַ קאַנאַפּע. אַף דער קאַנאַפּע, אָנגעשפּאַרט אַף דער האַנט, זיצט ב ע ט י , שטאַרק פֿאַרטיפֿט אין אַ בוך. אָנגעטאָן גײט זי אין אַ גרין שילערן־קלײד מיט אַ שװאַרץ פֿאַרטעכל. אַ װײַסער שפּיצן־קראַגן מיט װײַסע שפּיצן־מאַנדזשעטן. די האָר פֿאַרקעמט, מיט אַ שײנעם לאַנגן צאָפּ פֿאַרװאָרפֿן אַהינטער. מיט אַ ביכל אין האַנט, איבערן שטוב אַהין און צוריק, שפּאַנט־אַרום ס י אָ מ ק ע , אָנגעטאָן אין אַ גרױסער גימנאַזיאַל־טוזשורקע מיט קלײנע װײַסע קנעפּלעך. ער לערנט אױף אױסנװײניק מיט אַ ניגון, שאָקלט זיך צום טאַקט:
„קאַק ניניע זביכאַיעטסאַ װיעשטשײ אָליעג
אָטאָמסטיט ניעכאַזומנים כאַזאַכאַם…“ און נאָך אַמאָל דאָס אײגענע:
„קאַק ניניע זביכאַיעטסאַ װיעשטשײ אָליעג…“ פֿון דרױסן דערהערט זיך אַ װײַטער קלונג. סיאָמקע הערט ניט אױף אַרױסצושפּאַנען און לערנען אױף אַ קול. בעטי רירט זיך ניט. ― עס קומט אַרײַן פֿון קיך שׂ ר ה ש פּ י ר אָ מיט פֿאַרקאַטשעטע אַרבל).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : (צ ו ד ע ר ט אָ כ ט ע ר). בעטי!
ב ע ט י : (ע נ ט פֿ ע ר ט נ י ט).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : (נ אָ ך אַ מ אָ ל). בעטי ! !
ב ע ט י : (נ ע מ ט נ י ש ט צ ו ד י א ױ ג ן פֿ ו ן ב ו ך). מהו?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : זע נאָר, װי זי האָט זיך אַ ביסל פֿאַרטיפֿט! גאָרנישט אָפּצורײַסן!
ב ע ט י : (ה ײ ב ט ־ א ױ ף ד י א ױ ג ן). װאָס װילסטו, מאַמע?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : נאַ דיר גאָר װאָס איך װיל, האָסטו געהערט אַביסל? עמעצער קלינגט דאָך. (ע ס ה ע ר ט ז י ך אַ צ װ ײ ט ע ר ק ל ו נ ג). עס קער אַװדאי זײַן אַ בעלן אױפֿן צימער.
ב ע ט י : (נ י ש ט צ ו ג ע נ ו מ ע ן ד י א ױ ג ן פֿ ו ן ב ו ך). אַ סך בעלנים, װינציק מחותּנים. זינט מע האָט אױפֿגעהאַנגען דאָס צעטל, אַז סע גיט זיך אָפּ אַ צימער, הערט דאָס גלעקל נישט אױף צו קלינגען; נאָר עמעצן זאָל געפֿעלן ― דאָס נישט.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : מזל־טובֿ! פֿון װאַנען װײסטו? אפֿשר װעט דעם יאָ געפֿעלן?
ב ע ט י : (נ י ש ט צ ו ג ע נ ו מ ע ן ד י א ױ ג ן פֿ ו ן ב ו ך). װאָס קאָן אים דאָ געפֿעלן? אַ קעמערל אָן מעבל, אָן געזונט, אָן לײַב און לעבן.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : װאָס האָסטו געװאָלט? שפּיגלען? סאַמעטענע דיװאַנעס? האָסטו געהערט אַ ביסל? װעדליק דאָס געלט, איז גענוג מעבל. גײ נאָר, טאָכטער, אַראָפּ אונטן, עפֿן. איך קאָן מיך אָט אַזױ אַף די טרעפּ ניט װײַזן… אַן אױסגעשמאָדערטע… טאָמער באַגעגנט מיך עמעצער…
ב ע ט י : (נ י ש ט צ ו ג ע נ ו מ ע ן ד י א ױ ג ן פֿ ו ן ב ו ך). װאָס עפּעס איך? לאָז גײן סיאָמקע.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : זע נאָר, װי מע דינגט זיך דאָ, משטײנס געזאָגט! דאָס קינד לערנט דעם אוראָק, דאַרף מען אים שטערן, האָסטו געהערט אַביסל?
ב ע ט י : (נ י ש ט צ ו ג ע נ ו מ ע ן ד י א ױ ג ן פֿ ו ן ב ו ך). אָן אַן אומגליק. ס'װעט אים גאָרניט שאָדן צו די אוראָקן, אַז ער װעט גײן עפֿענען די טיר.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : (ש ױ ן א ױ פֿ ג ע ר ע ג ט). קינדער מיוחסים ― טפֿו זאָל דאָס ניט װערן! (צ ו ס י אָ מ ק ע ן). גײ נאָר, סיאָמעניו, עפֿן־אױף די טיר אונטן. מע קלינגט.
ס י אָ מ ק ע : (ה ע ר ט נ י ט א ױ ף ח ז ר ן אַ ף א ױ ס נ װ ײ נ י ק, ק ו ק ט אַ ף ד ע ר מ ו ט ע ר). „קאַק ניניע זביכאַיעטסאַ װיעשטשײ אָליעג…“
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : זע נאָר, מע רעדט צו אים, גלײַך װי אין דער װאַנט אַרײַן. גײ עפֿן די טיר ― זאָגט מען דיר. מע קלינגט. האָסטו געהערט אַ ביסל? (ע ס ה ע ר ט ז י ך אַ ד ר י ט ע ר ק ל ו נ ג).
ס י אָ מ ק ע : (װ י א ױ פֿ ג ע װ אַ כ ט פֿ ו ן ש ל אָ ף). מע קלינגט? איך האָב גאָרניט געהערט, מע זאָל קלינגען, איך. אָטאָ גײ איך. (ל ױ פֿ ט צ ו ד ע ר ט י ר אַ ר אָ פּ אַ ף ד י ט ר ע פּ א ו ן כ אַ פּ ט ב ע ת ־ מ ע שׂ ה אַ ט ע נ צ ל).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : (ג ר ײ ט צ ו ם ט י ש, ש ט ע ל ט ד אָ ס ט ײ ג ע ש י ר, ר ע ד ט צ ו ז י ך אַ ל ײ ן). בראָש זײַנען זײ דאָ אַלע פֿאַרטאַרעראַמט. ער איז שטענדיק אַף דער בערזע, דרײט געשעפֿטלעך. די איז אַ גימנאַזיסטקע, לײענט ביכער. דער איז אַ גימנאַזיסט, חזרט די אוראָקן. און דו אַלײן דאַרפֿסט זיך טױטשן טאָג װי נאַכט, טאָ דאָס, טאָ יענץ, טאָ הין, טאָ הער, טאָ דעם, טאָ יענעם…
ב ע ט י : (נ י ש ט צ ו ג ע נ ו מ ע ן ד י א ױ ג ן פֿ ו ן ב ו ך). מיט װעמען רעדסטו דאָרט, מאַמעטשקע? מיט זיך אַלײן?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : מיט װעמען דען זאָל איך רײדן, האָסטו געהערט אַ ביסל? אַז איר אַלע זײַט פֿאַרטראַסקעט, און איך אײנע דרײ מיך אַרום, װי אַ מחותּנתטע באַ דער מיזינקע אַף דער חתונה, און דאַרף אַרבעטן, קײן עין־הרע, אַף אַזאַ שטוב, אָן אַ הילף, אָן אַ האַנט־איבער־נעמער…
ב ע ט י : װער הײסט דיר מאַמעטשקע, ניט צונעמען קײן דינסט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : (ש ט ע ל ט ז י ך אַ װ ע ק, ט ע נ ה ט א י ן א ײ ן אָ ט ע ם, ש י ט װ י פֿ ו ן אַ פֿ אַ ס, װ ע ר נ ד ד י ט אָ כ ט ע ר ק ו ק ט אַ ל ץ א י ן ב ו ך). דינסטן זאָל איך נעמען? פֿון װאַנען װעל איך זײ צאָלן? די שײנע פּרנסות פֿון דער בערזע, משטײנס געזאָגט, אַף װאָס דער טאַטע איז איבערגעקומען, אַז ער דאַרף זײַן אַ מעקלער גלײַך מיט קעצעלען און מיט נאָך אַזעלכע שלים־מזלען, און נאָך באַ הײַנטיקע הוצאָות: דירה־געלט צאָל, פּראַװאָזשיטעלסטװע צאָל, פּראָװאָאוטשעניע צאָל, טאָג װי נאַכט נאָר פּראַװעס און פּראַװעס און פּראַװעס… (ע ס ק ו מ ט צ ו ר י ק ס י אָ מ ק ע. נ אָ ך א י ם ― אַ י ו נ ג ע ר פּ אַ ר ש ױ ן, ע ל ע ג אַ נ ט ג ע ק ל ײ ד ט. א י ן א ײ ן ה אַ נ ט ה אַ ל ט ע ר אַ ק ל ײ ן ט ש ע מ אָ ־ ד אַ נ ט ש י ק ל, א י ן ד ע ר אַ נ ד ע ר ע ר ― אַ פּ ל ע ד. װ י נ אָ ר ע ר ק ו מ ט אַ ר ײַ ן א ו ן ט ו ט א ױ ס ד אָ ס ה י ט ל, ד ע ר ק ע נ ט מ ע ן א י ן א י ם, אַ ז ד אָ ס א י ז ד ע ר ק ר י ס ט א י װ אַ נ אָ װ, ד ע ר, װ אָ ס ה אָ ט ז י ך פֿ אַ ר ש ט ע ל ט פֿ אַ ר ן י יִ ד ן ש נ י א ו ר ס אָ ן).
א י װ אַ נ אָ װ : (פֿ אַ ר נ ײ ג ט ז י ך פֿ אַ ר ד ע ר מ אַ ד אַ ם ש פּ י ר אָ א ו ן פֿ אַ ר ב ע ט י ן, ר ע ד ט ר ו ס י ש). טוט סטאַיאָטסיאַ קאָמנאַטאַ? *
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : (צ ו ב ע ט י ן, אַ ף י יִ ד י ש). מזל־טובֿ! שױן גױים אױך אָנגעהױבן גײן דינגען דירות אַף דער ייִדישער גאַס? (צ ו א י װ אַ ־ נ אָ װ ן, אַ ף ר ו ס י ש). טוט, טוט * * .
א י װ אַ נ אָ װ : מעבלירט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : מעבלירט.
א י װ אַ נ אָ װ : קאָן מען זען דאָס צימער?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : (ק אַ ט ש ע ט ־ אָ פּ ד י אַ ר ב ל. צ ו א י װ אַ נ אָ װ ן). פֿאַרװאָס ניט? (צ ו ב ע ט י ן, אַ ף י יִ ד י ש). ער זאָל שױן אַזױ זײַן מיט דער נאָז, װי ער װעט דינגען דאָס צימער. (צ ו א י װ אַ נ אָ װ ן, אַ ף ר ו ס י ש). פּאָזשאַלאָי־טיע! (װ ײַ ז ט א י ם, װ וּ ע ר ז אָ ל אָ פּ ל ײ ג ן ד אָ ס ט ש ע מ אָ ד אַ נ ט ש י ק ל מ י ט ן פּ ל ע ד, פֿ י ר ט א י ם אָ פּ ר ע כ ט ס, ד ו ר ך ד ע ר ז ײַ ט י ק ע ר ט י ר. ע ס ד ױ ע ר ט אַ מ י נ ו ט. ב ע ט י ז י צ ט א י ב ע ר א י ר ב ו ך. ס י אָ מ ק ע ה ע ר ט נ י ט א ױ ף צ ו ח ז ר ן ז ײַ ן א ו ר אָ ק. ע ס ק ו מ ע ן ־ אָ ן צ ו ר י ק שׂ ר ה מ י ט ן פּ אַ ר ש ױ ן. שׂ ר ה ד ע ר ל אַ נ ג ט א י ם אַ ש ט ו ל. ר ע ד ט אַ ף ר ו ס י ש).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : זיצט, פֿאַר װאָס זיצט איר ניט?
א י װ אַ נ אָ װ : (װ י ל נ י ט ז י צ ן, ד אַ נ ק ט, ק ו ק ט אַ ף ב ע ט י ן). אַלזאָ, װאָס װעט קאָסטן דאָס צימער?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : (ע נ ט פֿ ע ר ט א י ם נ י ט, װ ע נ ד ט ז י ך צ ו ד ע ר ט אָ כ ־
―
* דאָ גיט זיך אָפּ אַ צימער?
** דאָ, דאָ. ט ע ר, ר ע ד ט מ י ט א י ר אַ ף י יִ ד י ש, נ אָ ר װ אַ ר פֿ ט ־ אַ ר ײַ ן ל ש ו ן ־ ק ו ד ש ־ װ ע ר ט ע ר, ט אָ מ ע ר פֿ אַ ר ש ט ײ ט ע ר). בעטי! דער חדר איז דעם אָדון דװקא געפֿעלן. ער פֿרעגט, מה יקר. װיפֿל דברט מען אים?
ב ע ט י : (צ ו ד ע ר מ ו ט ע ר אַ ף י יִ ד י ש, ב אַ ג ע ג נ ט ז י ך מ י ט א י װ אַ ־ נ אָ װ ס א ױ ג ן, װ ע ר ט ר ױ ט ל ע ך). װיפֿל דו װילסט. װאָס פֿרעגסטו באַ מיר?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : איך װײס ניט, װיפֿל איך זאָל אים דברן? פֿופֿצן ראַך? ― איז װינציקלעך. צװאַנציק? ― אפֿשר צו פֿיל? נאָך די בגדים װײַזט אַפֿילו אױס, אַז ער האָט יאָ מעות; נאָר נאָכן טשעמאָדאַנטשיקל ― זעט ער אױס אַ גױ אַ שלים־מזל. (א י ן ד ע ר ג אַ נ צ ע ר צ ײַ ט, װ אָ ס שׂ ר ה ר ע ד ט צ ו ד ע ר ט אָ כ ט ע ר, ל אָ ז ט א י װ אַ נ אָ װ ק ײ ן א ױ ג נ י ט אַ ר אָ פּ פֿ ו ן ב ע ט י ן. ע ס ז ע ט א ױ ס, אַ ז ז י א י ז א י ם ש ט אַ ר ק ג ע פֿ ע ל ן).
ב ע ט י : (ז ש ע נ י ר ט פֿ ו ן ד ע ם, װ אָ ס א י װ אַ נ אָ װ ק ו ק ט אַ ף א י ר אַ ז ױ ג ע ש מ אַ ק, צ ו ד ע ר מ ו ט ע ר, א ױ ך אַ ף י יִ ד י ש). אָבער זאָג אים שױן, מאַמע, װיפֿל דו פֿאַרשטײסט ― אַן עק דאַרף דאָך עס האָבן!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : (צ ו א י װ אַ נ אָ װ ן, אַ ף ר ו ס י ש). דאָס צימער װעט אײַך קאָסטן אַלערלעצט אַ פֿינפֿאונצװאַנציקער אַ חודש.
א י װ אַ ג אָ װ: פֿינף און צװאַנציק? אױסגעצײכנט.
ש ר ה ש פּ י ר אָ: (צ ו ד ע ר ט אָ כ ט ע ר, אַ ף י יִ ד י ש). איך האָב זיך אַרױסגעכאַפּט מיט אַ כּף־האער, געמײנט, ער װעט זיך דינגען ― צום סוף איז ער צופֿרידן… (צ ו א י װ אַ נ אָ װ ן, אַ ף ר ו ס י ש). נאָר װאָס דען? איך דאַרף אײַך זאָגן פֿריִער, אַז באַ אונדז איז אַ מנהג, פֿאַר אַ האַלבן חודש דאַרף מען באַצאָלן פֿאָרױס.
א י װ אַ נ אָ װ : (נ י ט ל אַ נ ג ג ע ט ר אַ כ ט). אַפֿילו פֿאַר אַ גאַנצן. (נ ע מ ט אַ ר ױ ס אַ פֿ י נ פֿ א ו נ צ װ אַ נ צ י ק ע ר א ו ן ט ו ט א י ם אַ װ אָ ר ף ־ אַ ר ױ ס מ י ט צ װ ײ פֿ י נ ג ע ר מ י ט אַ ז אַ ל ײַ כ ט ק ײ ט, װ י מ ע װ אַ ר פֿ ט ־ אַ װ ע ק אַ ן א ױ ס ג ע ל אָ ש ן ש װ ע ־ ב ע ל ע).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : (צ ו ד ע ר ט אָ כ ט ע ר, אַ ף י יִ ד י ש). װאָס זאָגסטו, בעטי? עפּעס צו אַ גיכער פּאַרשױן. מי יודע, װער איז ער, דער שלים־מזל!
ב ע ט י : (צ ו ד ע ר מ ו ט ע ר, אַ ף י יִ ד י ש). טאָמער װאָלט געװען גענוג צו שליממזלען? און װאָס גײט עס דיך אָן, װער איז ער? אַבי אַ קװאַרטיראַנט.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : (צ ו ד ע ר ט אָ כ ט ע ר). װאָס הײסט, װאָס גײט עס מיך אָן, האָסטו געהערט אַ ביסל? אַבי־װעמען װעל איך דאָך ניט אַרײַנלאָזן, און נאָך אַ גױ דערצו! איז אײן מאָל אַװעק. הײַנט דאַרף מען אים אַ פֿרעג טאָן װעגן אַ געשריפֿטס, מכּח שװאַרץ אַף װײַס.
ב ע ט י : פֿאַר װאָס־זשע פֿרעגסטו אים ניט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : (צ ו ד ע ר ט אָ כ ט ע ר). װעל איך אים טאַקע פֿרעגן. (צ ו א י װ אַ נ אָ װ ן, אַ ף ר ו ס י ש). איזװיניטיע… האָט קײן פֿאַראיבל ניט… באַ אונדז איז דאָ שטרענג… זײער שטרענג… מע דאַרף יאַװען דער פּאָליצײ פּאַפּירן… דאָקומענטן… אַ פּאַס… אַ פּאַספּאָרט האָט איר?
א י װ אַ נ אָ װ : אַ? אַ פּאַספּאָרט? (ט ו ט ז י ך אַ נ ע ם צ ו ד ע ר ז ײַ ט ־ ק ע ש ע נ ע א ו ן צ י ט ־ אַ ר ױ ס אַ פּ אַ ם, ג י ט א י ם א י ב ע ר שׂ ר ה ן מ י ט ד ע ר ז ע ל ב ע ר ל ײַ כ ט ק ײ ט, װ י ד ע ם פֿ י נ פֿ א ו נ צ װ אַ נ צ י ק ע ר).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : (נ ע מ ט ד ע ם פּ אַ ס, ג י ט א י ם א י ב ע ר ד ע ר ט אָ כ ט ע ר). אַנו, טו נאָר אַ קוק, טאָכטער, אין זײַן געשריפֿטס, װאָס שטײט דאָרטן?
ב ע ט י : (נ ע מ ט ד ע ם פּ אַ ס, ל ײ ע נ ט מ י ט אַ ה אַ ל ב ע ר ש ט י מ ע, װ י פֿ אַ ר ז י ך). „פּרעדיאַװיטעל סיעװאָ, שקלאָװסקי מיעשטשאַנין, הערש מאָװ־שאָװ שניאורסאָן… גדיע יעװרעיאַם זשיט דאָזװאָליענאָ…“ (ק ו ק ט אַ ף א י ־ װ אַ נ אָ װ ן, אַ ף ד ע ר מ ו ט ע ר. ד י מ ו ט ע ר ― אַ ף א י ר. א י װ אַ נ אָ װ ― אַ ף ז ײ ב ײ ד ן. אַ ש ט ו מ ע ס צ ע נ ע ד ױ ע ר ט אַ מ י נ ו ט).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : (ד אָ ס פּ נ י ם א ױ פֿ ג ע ש ײַ נ ט. אַ ז ע ץ מ י ט ד י ה ע נ ט א י ב ע ר ן ק ל ײ ד ל, צ ו א י װ אַ נ אָ װ ן, אַ ף י יִ ד י ש). זײַט איר, הײסט עס, אַ אונדזעריקער? װאָס־זשע האָבן מיר ביז אַהער געדאַרפֿט זיך מוטשען אומזיסט און רײדן אַף גױעש? מיר האָבן דאָך געקאָנט גאַנץ שײן רײדן אַף אונדזער אײגן לשון, האָסטו געהערט אַ ביסל? האָט כאָטש קײן פֿאַראיבל ניט. טאָמער האָב איך מיך אַרױסגעכאַפּט מיט אַ װאָרט…
א י װ אַ נ אָ װ : (צ ו ב ע ט י ן, ש מ ײ כ ל ט). איך פֿאַרשטײ ניט.. װאָס זאָגט אײַער מוטער?
ב ע ט י : (צ ו ד ע ר מ ו ט ע ר, אַ ף י יִ ד י ש). ער זאָגט, אַז ער װײסט ניט, װאָס דו רעדסט. ער פֿאַרשטײט ניט קײן װאָרט ייִדיש.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : (צ ו ד ע ר ט אָ כ ט ע ר). אַ ביסל אַ משל! אַ ייִד, װאָס מע רופֿט אים שניאורסאָן, פֿאַרשטײט ניט קײן ייִדיש?
ב ע ט י : (צ ו ד ע ר מ ו ט ע ר). נו, זעסטו דאָך. קאַרג ייִדן פֿאַראַן אַצינד, װאָס פֿאַרשטײען ניט קײן ייִדיש?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : אָבער אַ מיעשטשאַנין פֿון שקלאָװ? אין גאָ־טעס װילן!
א י װ אַ נ אָ װ : (פֿ אַ ר ש ט אַ נ ע ן. װ ע נ ד ט ז י ך צ ו ב ע ט י ן). אײַער מוטער װוּנדערט זיך, װאָס איך פֿאַרשטײ ניט גוט קײן ייִדיש? איך בין, פֿאַרשטײט איר מיך, אױסגעװאַקסן ניט אין שקלאָװ באַ מײַנע עלטערן, נאָר אין אַ רוסישער שטאָט… באַ מײַן באַבושקאַ… און געװען מער צװישן קריסטן… האָב איך פֿאַרגעסן ייִדיש רײדן…
ב ע ט י : (צ ו ד ע ר מ ו ט ע ר). דו האָסט פֿאַרשטאַנען, װאָס ער זאָגט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : (צ ו ד ע ר ט אָ כ ט ע ר). פֿאַרשטאַנען, פֿאַרשטאַנען. װאָס קומט אָבער אַרױס פֿונעם פֿאַרשטאַנען, אַז װיבאַלד ער איז אַ אונדזעריקער, איז ער דאָך גלאַט אַף צרות. װי קאָן ער באַ אונדז דינגען דאָס צימער, אַז ער האָט מסתּמא אַ פֿײַג, ניט קײן פּראַװאָזשיטעלסטװע?
ב ע ט י : (אַ ל ס ד אָ ל מ אַ ט ש, צ ו א י װ אַ נ אָ װ ן). מײַן מאַמע זאָגט, אַז װיבאַלד אַזױ, װי קאָנט איר דאָ זײַן, אַז איר האָט ניט קײן פּראַװאָזשי־טעלסטװאָ?
א י װ אַ נ אָ װ : פּראַװאָזשיטעלסטװאָ? װאָס הײסט עס פּראַװאָ־זשיטעלסטװאָ?
ב ע ט י : כאַ־כאַ־כאַ!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : (צ ו ד ע ר ט אָ כ ט ע ר). נו? בין איך גערעכט געװען, אַז איך האָב געזאָגט, ער איז אַ שלים־מזל? ער זעט מיר אױס גאָר אַ חושים צו זײַן! (א י װ אַ נ אָ װ ק ו ק ט פֿ ו ן ד ע ר מ ו ט ע ר אַ ף ד ע ר ט אָ כ ט ע ר א ו ן פֿ ו ן ד ע ר ט אָ כ ט ע ר אַ ף ד ע ר מ ו ט ע ר, פֿ אַ ר ש ט ײ ט נ י ט, װ אָ ס ד אָ ק ו מ ט ־ פֿ אָ ר. ב ע ט י ק ו מ ט א י ם צ ו ה י ל ף).
ב ע ט י : (צ ו א י װ אַ נ אָ װ ן). די מאַמע װוּנדערט זיך, װאָס איר װײסט אַפֿילו ניט, װאָס פּראַװאָזשיטעלסװאָ באַטײַט. באַדאַרף מען אײַך געבן צו פֿאַרשטײן. פּראַװאָזשיטעלסטװאָ הײסט, אַז איר, װײַל איר זײַט אַ ייִד, האָט איר ניט קײן רעכט צו װױנען אין דער דאָזיקער שטאָט, װאָרעם זי רעכנט זיך שױן אױסער דער „טשערטאַ“…
א י װ אַ נ אָ װ : פּאַזװאָלטי! װי אַזױ־זשע קאָן איך דאָ לערנען אין אוניװערזיטעט און ניט װױנען דאָ?
ב ע ט י : איר לערנט דאָ אין אוניװערזיטעט? איר זײַט דען אַ סטודענט?
א י װ אַ נ אָ װ : כּמעט אַ סטודענט. איך האָב אָנגעגעבן מײַנע פּאַפּירן, און הײַנט װער איך צוגענומען.
ב ע ט י : (צ ו ד ע ר מ ו ט ע ר). דו הערסט? ער איז אַ סטודענט אין דער היגער אוניװערזיטעט. (צ ו א י װ אַ נ אָ װ ן) און איר זײַט זיכער, אַז מע װעט אײַך צונעמען?
א י װ אַ נ אָ װ : מער װי זיכער. איך האָב אַ גאָלדענע מעדאַל.
ב ע ט י :(צ ו ד ע ר מ ו ט ע ר). ער איז אַ מעדאַליסט. אַ גאָלדענע מעדאַל.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ : אַ מענדאַל? אַ גאָלדענע מענדאַל? (אַ פּ ל ע ס ק מ י ט ד י ה ע נ ט. צ ו ד ע ר ט אָ כ ט ע ר). נו? װער איז גערעכט? איר לאַכט דאָך פֿון מיר שטענדיק, דו און דער טאַטע, למאַי איך װיל, אַז סיאָמקע זאָל האָבן אַ מענדאַל. (צ ו ם ק װ אַ ר ט י ר אַ נ ט). זיצט. פֿאַר װאָס זיצט איר ניט? (ר ו ק ט א י ם צ ו אַ ש ט ו ל. ע ר ז ע צ ט ז י ך). איך זאָג אַלע מאָל, אַז אַ ייִד דאַרף האָבן אַ מענדאַל. (צ ו ס י אָ מ ק ע ן, װ אָ ס ה ע ר ט נ י ט א ױ ף צ ו ח ז ר ן ש ט י ־ ל ע ר ה ײ ט). קום נאָר אַהער, זונעניו. זעסטו? (װ ײַ ז ט א י ם אַ ף א י װ אַ נ אָ װ ן). אָט האָבן זײ געענדיקט מיט אַ מענדאַל, מיט אַ גאָלדענער מענדאַל, װעלן זײ, אם ירצה השם, געװיס אַרײַן. הײַנט זעסטו שױן, װי אַזױ מע דאַרף זיך לערנען? אַף װאָס מע דאַרף האָבן פֿינפֿן?
ב ע ט י : (צ ו א י װ אַ נ אָ װ ן). די מאַמע זאָגט אים מוסר, אַז מע דאַרף זיך גוט לערנען, בכדי מע זאָל קריגן אַ מעדאַל. ס'איז מײַנס אַ ברודערל… אַ גימנאַזיסטל… (צום ברודער). סיאָמע, קום אַהער, גיב די האַנט. (סיאָמקע גײט־צו, פֿאַרנײגט זיך, גיט די האַנט).
א י װ אַ נ אָ װ: (צו בעטין). אין װיפֿלטן קלאַס איז ער דאָס?
ב ע ט י: אין דריטן קלאַס דערװײַל.
א י װ אַ נ אָ װ: אַזאַ גרױסער ערשט אין דריטן קלאַס?
ב ע ט י: פֿאַר װאָס פֿרעגט איר בעסער ניט, װיפֿל יאָר איז ער געגאַנגען צום עקזאַמען, אײדער מע האָט אים צוגעלאָזט? און װיפֿל טרערן האָט מײַן מאַמע פֿאַרגאָסן?
א י װ אַ נ אָ װ: פֿאַר װאָס האָט מען אים ניט צוגעלאָזט?
ב ע ט י: (צעלאַכט זיך). :אַ־כאַ־כאַ! אַ ייִד ― און פֿרעגט אַזעלכע קשיות!
א י װ אַ נ אָ װ: (זעט, אַז ער איז אַרײַנגעפֿאַלן). יאָ־נו, איך מײן ניט דאָס. איך מײן עפּעס אַנדערש. אין דריטן קלאַס איז ער ― און מע שמועסט שױן װעגן אַ מעדאַל?
ב ע ט י: געװיס. אַניט, װעט ער דאָך ניט אַרײַן אין אוניװער־זיטעט.
א י װ אַ נ אָ װ: (צופֿרידן, װאָס ער קאָן אַביסל אױסשסוען זיך מיט בעטין). װוּ־זשע איז דאָס געזאָגט געװאָרן, אַז אײַער ברודערל מוז אַרײַן דװקא אין אוניװערזיטעט?
ב ע ט י: װוּ איז דאָס געזאָגט געװאָרן, אַז א י ר מוזט אַרײַן אין אוניװערזיטעט?
א י װ אַ נ אָ װ: (שפּיגלט זיך אין בעטיס פּנים). איר האָט מיך געכאַפּט אַפֿן װאָרט.
ב ע ט י: איך האָב אײַך נישט געכאַפּט. איר האָט זיך אַלײן געכאַפּט. די קשיות, װאָס איר פֿרעגט, פּאַסן זיך בעסער פֿאַר אַ גױ, ניט פֿאַר קײן ייִדן.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (נישט איבעריק צופֿרידן, װאָס איר טאָכטער האָט זיך אַרײַנגעלאָזט אין אַ צו־לאַנגן שמועס מיט אַן אומבאַקאַנטן פּאַרשױן, מישט זי זיך אַרײַן, בכדי איבערצורײַסן זײ, און אַ ביסל װילט זיך איר טאַקע באַרימען מיט איר זונדל, ― װענדט זי זיך צו איװאַנאָװן). ער װעט מיט גאָטס הילף געװיס קריגן אַ מענדאַל, אַזױ װי איר. ער לערנט אַף סאַמע פֿינפֿן.
א י װ אַ נ אָ װ: מאָלאָדיעץ!
ב ע ט י: און קריגט פֿאַר יעדן פֿינף אַ פּיטאַקל באַ דער מאַמע.
א י װ אַ נ אָ װ: געקױפֿטע פֿינפֿן?
ס י אָ מ ק ע: (װאָס איז געשטאַנען ביז אַהער און אײַנגעהערט זיך אינעם שמועס, מישט זיך אױך אַרײַן). נישט געקױפֿטע, נאָר פֿאַרדינטע.
א י װ אַ נ אָ װ: בראַװאָ! (נעמט באַ אים דאָס ביכל. לײענט) „פּיעסן אָ װיעשטשעם אָליעגיע“. אַנו? (גיט סיאָמקען, ער זאָל לײענען).
ס י אָ מ ק ע: (גיט־אָפּ צוריק דאָס ביכל. גײַציק). איך קען עס אַף אױסװײניק. (שנײַצט־אױס די נאָז, שטעלט זיך אַװעק, קלינגט הױך, מיט אַ נײַעם אײגענעם ניגון, שאָקלט זיך צום טאַקט). ,,קאַק ניניע זביכאַיעטסאַ װיעשטשײ אָליעג אָטאָמסטיט ניעכאַזומנים כאַזאַכאַם, איך סיאָלאַ אי ניװי זאַ בױנײ נאַביעג אָבכיאָק אָן מעטשאַם אי פּאָזשאַכאַם…“פֿון פּושקין: דאָס ליד פֿונעם קלוגן אָלעג: Как ныне сбирается вещий Олег Отмстить неразумным хозарам, Их селы и нивы за буйный набег Обрек он мечам и пожарам; אָבער מיט אױסרײד־גרײַזן
(בעטי און איװאַנאָװ קקוקן זיך איבער און שמײכלען).
א י װ אַ נ אָ װ: (צו סיאָמקען. בראַװאָ! אױסגעצײכנט! נאָר צו װאָס זינגענדיק? צו װאָס שאָקלען זיך?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (אומרויִק צו דער טאָכטער). װאָס זאָגט ער? ס'איז נישט גוט? נישט געפֿעלן אים, װי ער לײענט?
ב ע ט י: (צו דער מוטער). ער זאָגט ניט, אַז ס'איז נישט גוט. ער זאָגט נאָר, למאַי ער זינגט מיט אַ ניגון און למאַי ער שאָקלט זיך.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אפֿשר װאָלט געװען אַ סבֿרה, אַז ער זאָל מיט אים צולערנען, רעפּעטיטיװען?
ב ע ט י: (צו דער מוטער). רעפּעטירן, ניט רעפּעטיטיװען.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: לאָז זײַן אַזױ. אַנו, טו אים נאָר אַ פֿרעג, װאָס װעט ער װעלן דערפֿאַר? זאָג אים, אַז ס'װעט אים קאָסטן ביליקער דאָס צימער, אױב ער װעט אים רעפּעטיטעװען.
ב ע ט י: (צו דער מוטער). רעפּעטירן, ניט רעפּעטעטעװען. (צו איװאַנאָװן). די מאַמע זאָגט, אַז ס'װעט אײַך קאָסטן אַ סך ביליקער דאָס ציטער…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (פֿאַרריכט). נישט קײן סך, נאָר עטװאָס ביליקער…
ב ע ט י: אױב איר װעט לערנען מיט מײַן ברודערל…
א י װ אַ נ אָ װ: מיטן גרעסטן פֿאַרגעניגן. עס דאַרף ניט קאָסטן ביליקער. איך קאָן מיט אים לערנען אַזױ. איך נײטיק זיך ניט.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (שײַנענדיק). לאָם איך האָבן אַזאַ יאָר, װאָס פֿאַר אַ פֿײַנער מענטש דאָס איז! איך האָב עס אַרױסגעזען באַלד, פֿונעם ערשטן קוק! (צו איװאַנאָװן, פֿרײַנטלעך). מע שיקט אײַך צו פֿון דער הײם? (זעצט זיך אַװעק אַנטקעגן קװאַרטיראַנט, לײגט־צונױף די הענט אױפֿן האַרצן).
א י װ אַ נ אָ װ: װאָס שיקט מען מיר צו פֿון דער הײם?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: געלט מײן איך.
א י װ אַ נ אָ װ: יאָ. מע שיקט מיר צו פֿון דער הײם.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אײַער טאַטע מסתּמא? אָדער אײַער מאַמע?
א י װ אַ נ אָ װ: (קוקט אױף בעטין). יאָ… נײן… דאָס הײסט, איך קריג געלט צוגעשיקט פֿון מײַן באַבושקאַ…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אַזױ גאָר? זײַט איר, הײסט עס, אַפּנים, אַ יתום?
א י װ אַ נ אָ װ: אַ יתום.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אָן אַ טאַטן, אָן אַ מאַמען?
א י װ אַ נ אָ װ: אָן אַ טאַטן, אָן אַ מאַמען.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: שױן לאַנג?
א י װ אַ נ אָ װ: שױן לאַנג.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: פֿון קלײנװײַז אױף?
א י װ אַ נ אָ װ: פֿון קלײנװײַז אױף.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: און קײן זײדע איז נישטאָ?
א י װ אַ נ אָ װ: קײן זײדע נישטאָ.
ב ע ט י: (קאָן נישט לײַדן. צו דער מוטער). מאַמע! װאָס איז דאָס פֿאַר אַ עקזאַמען?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: ס'איז גאָרניט קײן עקזאַמען. איך װיל װיסן. (צום קװאַרטיראַנט. איז זי, הײסט עס, אַן אַלמנה?
א י װ אַ נ אָ װ: װער?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אײַער באַבושקאַ.
א י װ אַ נ אָ װ: פֿאַרשטײט זיך, אַן אַלמנה.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: שױן לאַנג?
א י װ אַ נ אָ װ: שױן לאַנג.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: און האָט ניט חתונה?
א י װ אַ נ אָ װ: נײן.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: און זי איז רײַך?
ב ע ט י: (װידער אַמאָל צו דער מוטער). װאָס פֿאַר אַ דאָפּראָס, מאַמע?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: ס'איז גאָרניט קײן דאָפּראָס. איך פֿרעג גלאַט אַזױ. (צום קװאַרטיראַנט). און זי איז רײַך?
א י װ אַ נ אָ װ: װער?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אײַער באַבושקאַ.
א י װ אַ נ אָ װ: רײַך.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: זײער רײַך?
א י װ אַ נ אָ װ: זײער רײַך.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: דהײַנו, װיפֿל שאַצט מען זי?
א י װ אַ נ אָ װ: (קװענקלט זיך). המ… באַ די צװײ הונדערט טױזנט!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: צװײ הונדערט טױזנט? (צו דער טאָכטער). בעטי, דו הערסט? צװײ הונדערט טױזנט!
ב ע ט י: װאָס פֿאַר אַ פּנים האָט דאָס, מאַמע?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װאָס אַרט עס דיך? (צום קװאַרטיראַנט). זאָגט־זשע מיר, איך בעט אײַך, און מער קײן אײניקלעך האָט זי ניט?
א י װ אַ נ אָ װ: װער?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אײַער באַבושקאַ.
א י װ אַ נ אָ װ: נײן, זי האָט ניט מער.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: זײַט איר, הײסט עס, אײנער?
א י װ אַ נ אָ װ: אײנער.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אײן־און־אײנציקער?
א י װ אַ נ אָ װ: אײן־און־אײנציקער.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: קומט דאָך אױס, אַז איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר זײַט איר דער…
ב ע ט י: (לאָזט איר נישט װײַטער גײן. צום קװאַרטיראַנט). איר װילט דאָך אַװדאי זיך אָפּרוען, אָדער איבערטאָן זיך?
א י װ אַ נ אָ װ: (שטײט־אױף, נעסט זיך צו די זאַכן). יאָ. איך דאַרף זיך איבערטאָן און גײן אין אוניװערסיטעט געװױר װערן…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (צו דער טאָכטער). דאַרף מען זײ אַרײַנטראָגן די זאַכן אין צימער אַרײַן, און געבן זײ װאַסער, און אַ האַנטעך, און ציכלעך אױפֿציִען אַף די קישעלעך. בעטי, זײַ זיך מטריח. איך װעל דערװײַל אַ קוק טאָן צום סאַמאָװאַר, דער טאַטע דאַרף באַלד קומען. (צו סיאָמקען). סיאָמעניו, העלף זײ טראָגן. (בעטי גײט מיט איװאַנאָװן אין זײַן צימער. סיאָמקע כאַפּט און טראָגט זײ נאָך פֿון הינטן דאָס טשעמאָדאַנטשיקל מיטן פּלעד, הערט נישט אױף גײענדיק צו חזרן דעם אוראָק שטילערהײט: ,,קאַק ניניע זביכאַיעטסאַ װיעשטײ אָליעג..“ שׂרה פֿאַרקאַטשעט די אַרבל. גײט־אָפּ אין קיך אַרײַן און קומט גיך צוריק מיטן סאַמאָװאַר און מיטן טײגעשיר. באַלד נאָך איר קומט־אָן פֿונעם זײַטיקן צימער בעטי).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: נו? װאָס האָב איך דיר געזאָגט?
ב ע ט י: װאָס האָסטו געזאָגט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אַז ס'איז אַ יונגערמאַן אַ גאָלד.
ב ע ט י: דו האָסט געזאָגט אַ גאָלד?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װאָס דען האָב איך געזאָגט?
ב ע ט י: אַ שלים־מזל האָסטו דאָך געזאָגט, מאַמעטשקע!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: איך האָב געזאָגט אַ שלים־מזל? איך?
ב ע ט י: װער דען האָט געזאָגט אַ שלים־מזל? איך? (אומגעריכט, אָן אַ קלונג, קומט־אָן דװיד שפּיראָ, אַ פֿאַרשװיצטער, אָנגעטאָן אין אײבערשטן ראָק און אין קאַפּעליוש, מיטן שטעקעלע אין האַנט, בלײַבט שטײן אַף דער טיר אַ מינוט, הערט זיך צו צו זײער שמועס).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (קרימט זײ איבער). געזאָגט־געזאָגט־געזאָגט! איך האָב געזאָגט… דו האָסט געזאָגט… נאָך אַף די טרעפּ לאָזט איר זיך הערן… גאָט איז מיט אײַך! (טוט זיך אױס). מיט װעמענס ירושה קאָנט איר זיך ניט אײַנטײלן? (גײט צום טיש). די מאַמע מיט דער טאָכטער! װען װעט איר אױפֿהערן צו קריגן זיך?
ב ע ט י: װער קריגט זיך דען?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אַנדערע קושן זיך, מיר קריגן זיך ־ איז נאָך ניט גלײַך.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (אין גוטן מוט). „אַנדערע קושן זיך, מיר קריגן זיך ― איז נאָך ניט גלײַך!“… הכּלל, װאָס איז דאָ באַ אײַך געװען פֿאַר אַ שפּאַרעניש: „איך האָב געזאָגט ― דו האָסט געזאָגט“? (זעצט זיך צום טיש).
ב ע ט י: (װיל אים איבערגעבן). פֿאַרשטײסט, פּאַפּאָטשקאַ…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (דערלאָזט נישט). װײס איך װאָס? צו װאָס איבערגעבן? טאַקע כּדאַי!… הער בעסער, דװיד, איך דאַרף דיר דערצײלן אַ שײנס…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: אַ שײנס? איך האָב אױך געבראַכט צו טראָגן אַ שײנס.
ב ע ט י: אױ, פּאַפּאָטשקאַ, דערצײל, דערצײל!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צו דער טאָכטער). נײן, לאָז זי פֿריִער. זי איז בילכער. (צום װײַב). נו?…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (גיסט־אָן טײ דעם מאַן). גאָט האָט אונדז צוגעשיקט אַ גליק. װאָס זאָג איך אַ גליק? צװײ גליקן מיט אַ מאָל.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: צװײ גליקן מיט אַ מאָל? קײן עין־הרע ניט! װאָס פֿאַר גליקן? די קו האָט זיך געקעלבט און די קאַץ האָט זיך געקעצלט?
ב ע ט י: (פֿאַרלײגט אַ פֿינגער). ערשטנס, אַ קװאַרטיראַנט.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: און נאָך װאָס פֿאַר אַ קװאַרטיראַנט! אַלץ הײסט אַ קװאַרטיראַנט!
ב ע ט י: (פֿאַרלײגט נאָך אַ פֿינגער). און, צװײטנס, אַ לערער פֿאַר אונדזער סיאָמקען…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: און נאָך װאָס פֿאַר אַ לערער! אַלץ הײסט אַ לערער! אַן אומזיסטיקער! ער נעמט ניט אַ גראָשן!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: פֿאַר װאָס עפּעס?
ב ע ט י: ער איז אַ רײַכער…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אַלץ הײסט רײַך! אַן עושר. אַן אַדיר! אַ מיליאָנטשיק!
ב ע ט י: ניט ער, די באַבושקאַ זײַנע…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (כאַפּט זיך באַ די אױערן). טראַ־טראַ־טראַ־טאַ־טאַ! בײדע מיט אַ מאָל! לאָז אײנע רײדן. איך פֿאַרמאָג מער ניט װי אײן פּאָר אױערן, גאָט איז מיט אײַך!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (צו דער טאָכטער). נו, דערצײל דו, אַז דו קאָנסט בעסער. (טרעט־אָפּ) אַ גימנאַזיסטקע פֿון זיבעטן קלאַס ― ביסטו בילכער. (טרעט־אָפּ).
ב ע ט י: (צו דער מוטער, מיט בײדע הענט צו איר. מאַמעטשקע, דו קאָנסט בעסער. דערצײל שױן דו, דערצײל.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (גײט־צו. אַ שכן האָט אונדז גאָט צוגעשיקט ― (בײגט זיך אָן צום מאַן, רעדט שטיל) אַ קװאַרטיראַנט, אַ מאָדנע קװאַרטיראַנט! ערשטנס, שטעל דיר פֿאָר, אַז הײסן הײסט ער מאירסאָן…
ב ע ט י: ניט מאירסאָן, נאָר שניאורסאָן.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (אַ קוק בײז אַף דער טאָכטער). מײן איך שניאורסאָן. און פֿאַרשטײט ניט, זאָלסט זאָגן, אַ װאָרט ייִדיש! ער װײסט ניט אַפֿילו, װאָס הײסט פּראַװאָזשיטעלסטװע…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (טרינקט). אַ געשמדטער?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: חס ושלום! אַ ייִד!
ב ע ט י: ער איז אַ סטודענט.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (שטיל, צום מאַן אַפֿן אױער). מיט אַ מענדאַל! אַ גאָלדענע מענדאַל!… צאָלט מיר אַ פֿינפֿאונצװאַנציקער פֿאַרן צימער…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (אַ קוק אַפֿן װײַב). אַ פֿינפֿאונצװאַנציקער פֿאַרן צימער? משוגע? צי חסר־דעה?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: האָב צײַט, ביסט נאָך ניט פֿאַרטיק. (שטיל). ער האָט זיך, אַחוץ דעם, נאָך אונטערגענומען צו לערנען מיט אונדזער סיאָמקען אומזיסט, אָן אַ גראָשן געלט.
ד װ י ד ש פּ י ד אָ: (הױך). װײַזט אױס, אַ רעכטער לץ, אַ פֿרײַער, אָדער אַ פּעכפֿױנל, װי מע רופֿט עס באַ אונדז אַף דער בערזע.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (שטרענג). ששש… ער קאָן נאָך דערהערן, האָסטו געזען אַ ביסל?
ב ע ט י: (צעלאַכט זיך). װי אַזױ װעט ער עס דערהערן, למשל? סײַדן ער זאָל שטײן הינטער דער טיר ― פֿאַרשטײט ער דאָך ניט אַ װאָרט ייִדיש!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (הױך. טפֿו! איך האָב גאָר פֿאַרגעסן, אַז ער פֿאַרשטײט ניט אונדזער לשון. הכּלל, איך זאָג דיר, דװיד, אַ מאָדנעם שכן האָט אונדז גאָט צוגעשיקט! זאָלסט זאָגן, אַ מענטש זאָל זיך עס פּרוּװן דינגען! מע זאָגט דיר פֿינף און צװאַנציק ― זאָג כאָטש צװײ און צװאַנציק… אַז מע שמועסט ― אַן אַדיר! אַ מיליאָנטשיק!
ב ע ט י: (צום פֿאָטער). די מאַמע האָט, װײַזט אױס, חרטה, פֿאַר װאָס זי האָט אים ניט געזאָגט מער.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צום װײַב, שפּאָטיש). טאַקע. למאַי האָסטו אים ניט געזאָגט צװײ מאָל פֿינף און צװאַנציק? אַזאַ צימער! אַ דירה־מלוכה!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (געפֿינט זיך באַלײדיקט). אָט דאָס איז דאָך די מעשׂה מיט אײַך ― באַלד עפּעס, מאַכט איר חוזק. דער טאַטע מיט דער טאָכטער!…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: װער מאַכט דען חוזק, שוטה װאָס דו ביסט? גלאַט אַזױ, מע רעדט ― רעדט זיך. הקיצור המעשׂה, גאָט האָט אײַך דאָ צוגעשיקט אַ העכט פֿון העכטנלאַנד! איך װאָלט אים אַ בעלן געװען אָנקוקן, װאָס פֿאַר אַ חיה דאָס איז… װאָס שטודירט ער? דאָקטאָריע?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: לאָם איך אַזױ װיסן בײז מיט אײַך אינאײנעם!
ב ע ט י: ער דאַרף ערשט הײַנט אַרײַן אין אוניװערסיטעט.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (אױסגעצױגן). אַזױ? ער דאַרף ערשט הײַנט אַרײַן אין אוניװערסיטעט? כאַ־כאַ־כאַ! אױב אַזױ… (כאַפּט זיך אױף). װוּ איז ער ערגעץ? װעל איך אים דערצײלן דעם פּסוק! איך װעל אים אָנזאָגן אַ בשׂורה, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַז ער מעג זיך שױן געזעגענען מיט זײַן אַרײַן אין אוניװערסיטעט לעולם ועד!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ א ו ן ב ע ט י: (איבערראַשט). פֿאַר װאָס עפּעס?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (שפּאַנט־אַרום). פֿאַר װאָס? פֿאַר שבת! דערױף זײַנען מיר דאָך עפּעס ייִדן אַף דער װעלט. אַתּה בחרתּנו מכּל העמים… איך האָב דאָך אײַך געזאָגט, אַז כ'האָב געבראַכט אַ שײנס. ס'איז אַרױס אַ שפּאָגל־נײַער צירקולאַר, אַזױ זאָגט מען באַ אונדז אַף דער בערזע, לכּבֿוד אונדז ייִדן, הײסט עס. בלײַבט שטײן). אָבער אַ צירקולאַר אַשר לא צירקולאַרו אַבֿותינו! אַזאַ מין צירקולאַר, װאָס נאָר אײן מאָל אין טױזנט יאָר קאָן מען אַזעלכעס אַרױסלאָזן, כאַ־כאַ־כאַ! (קוקט זיך אַרום). װוּ איז ער ערגעץ?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װער?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: דער קלײנער װעװריק, סיאָמע דײַנער?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װאָס עפּעס מײַנער? פֿאַר װאָס ניט דײַנער?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: לאָז זײַן מײַנער.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װאָס דאַרפֿסטו אים? (אומרויִק).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: גאָרניט. איך האָב אים געװאָלט אָנזאָגן אַ בשׂורה, אַז ער דאַרף זיך שױן אַזױ ניט מוטשען, טאָג װי נאַכט חזרן די אוראָקן, לערנען אַף סאַמע פֿינפֿן, בכדי צו באַקומען אַ מעדאַל. אױס מעדאַלן ― אַן עק!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (פֿרײלעך). אַזױ? מע דאַרף שױן ניט? מע װעט שױן צונעמען אַזױ? דאַנקען און לױבן!…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צו דער טאָכטער). שױן? זי האָט שױן קײן צײַט ניט! (צום װײַב). װאָס „דאַנקען און לױבן?“ װאָס?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: דו זאָגסט דאָך, אַז מע װעט שױן ניט דאַרפֿן מער, מע װעט שױן צונעמען אַזױ…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: יאָ־נו, אַװדאי װעט מען שױן צונעמען אַזױ. נאָר ניט אין אוניװערסיטעט. פֿאַר סאָלדאַטן װעט מען צונעמען.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (ברעכט די הענט). אַ דונער האָט מיך געטראָפֿן!
ב ע ט י: (נעסט זיך אָן דער מוטערס קריװדע. צום פֿאָטער). פּאַפּאָטשקאַ! למאַי זאָלסטו שרעקן די מאַמע?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צו דער טאָכטער). למאַי האָט זי מיר אָפּגעגעסן דעם קאָפּ: גימנאַזיע און גימנאַזיע און גימנאַזיע? זיך אײַנגעשפּאַרט אײנמאָל פֿאַר אַלע מאָל, אַז סיאָמקע זאָל דװקא אַרײַן אין גימנאַזיע, און אַז סיאָמקע זאָל דװקא שטודירן, און דװקא אַף סאַמע פֿינפֿן?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: איך האָב דיר אָפּגעגעסן דעם קאָפּ, אַז דאָס קינד זאָל אַרײַן אין גימנאַזיע?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: װער דען האָט געאַרבעט, אַז דאָס קינד זאָל אַרײַן אין גימנאַזיע?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (אַ פּליעסק מיט די הענט. צו דער טאָכטער). נו? בעטי! זאָג שױן דו! זײַ שױן דו אַן עדות!
ב ע ט י: ששש… לאָז זײַן גענוג! אָט גײט אונדזער נײַער שכן… (עס קוסט אַרײַן פֿון זײַן צימער איװאַנאָװ, אַן איבערגעטאָנער, גרײט אַװעקצוגײן. דערזעט שפּיראָן, פֿאַרנײגט ער זיך. בעטי שטעלט זײ פֿאָר). דאָס איז מײַן פּאַפּאַ. דאָס איז אונדזער קװאַרטיראַנט, הער שניאורסאָן.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (ציט אים אױס אַ האַנט, הײבט־אָן צו אים גלײַך אַף ייִדיש). שלום עליכם אײַך, פֿון װאַנעט איז אַ ייִד? פֿון װאָסערע שניאורסאָנס?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (אַפֿן אױער צום מאַן). ער פֿאַרשטײט דאָך ניט קײן װאָרט ייִדיש. (הױך. רײד צו זײ אַף רוסיש.
ד װ י ד ש פּ י ד אָ: (צום װײַב ,אַף ייִדיש). רוסיש איז רוסיש. איך שרעק מיך ניט איבער פֿאַר אַזעלכע זאַכן! (צו איװאַנאָװן, אַף רוסיש). סאַדיטיעס. זיצט, פּאַני שניאורסאָן. פֿאַר װאָס זיצט איר ניט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (טראָגט אים אונטער אַ שטול). זיצט, פֿאַר װאָס זיצט איר ניט?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צו איװאַנאָװן). פֿון אַ גלעזל טײ װעט איר זיך ניט אָפּזאָגן? (צום װײַב). שׂרה, גיס אָן טײ. (שׂרה גיסט זײ בײדן אָן טײ). איך האָב געהערט זאָגן, אַז איר זײַט אַ סטודענט, דאָס הײסט, איר װאָלט אַ בעלן געװען זײַן אַ סטודענט…
א י װ אַ נ אָ װ: שױן כּמעט אַ סטודענט… איך האָב אײַנגעגעבן די פּאַפּירן. איך האָב אַ מעדאַל.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אַ גאָלדענע מענדאַל.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: איך האָב געהערט. אַ מעדאַל, און נאָך אַ גאָלדענעם דערצו, איז זײער אַ װױלע זאַך. גאָלד בלײַבט תּמיד גאָלד… נאָר אױב ס'װעט אײַך העלפֿן באַם אַרײַנטרעטן אין אוניװערסיטעט ― דאָס, זעט איר, איז שױן אַ גרױסער ספֿק.
א י װ אַ נ אָ װ: (נײַגעריק). פֿאַר װאָס עפּעס אַזױ?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: װײַל אַ מעדאַל איז שױן הײַנט אױס ייִחוס. איצט גײט שױן אַ נײַע סדרה: גורל!… א י װ אַ נ אָ װ: װאָס הײסט דאָס?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: גורל. זשערעב. מע װעט ציִען אַ זשערעב. מזל זכה בגורל, כאַ־כאַ־כאַ! איר פֿאַרשטײט, צי נײן? איר האָט געענדיקט גימנאַזיע, איך האָב געענדיקט גימנאַזיע. איר האָט אַ גאָלדענע מעדאַל, איך האָב אַ פֿײַג. הײסט מען אונדז ציִען אַ גורל. צי איך אַרױס דעם מזל־זכה־בגורל ― און מע נעמט מיך צו, און אײַך נישט. הײסט מען אײַך גײן אַהײם. האָט איר עס צעקײַט, צי נאָך נישט?
א י װ אַ נ אָ װ: (נאָך ניט פֿאַרשטאַנען, נאָר ער מאַכט זיך װי ער פֿאַרשטײט). אַזױ גאָר? װאָס זשע איז די מעשׂה?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: די מעשׂה איז אַ שײנע מעשׂה, נאָר אַ קורצע. איר װײסט דאָך, אַז דאָרטן אױבן, אין די הױכע פֿענצטער, זיצט מען יומם ולילה און מע זאָרגט זיך רק פֿון אונדזערט װעגן, און מע קלערט, און מע טראַכט־צו אַלע מאָל עפּעס אַ נײַס, װי אַזױ ייִדן צו פֿאַרצוקערן, פֿאַרזיסערן אונדז דאָס לעבן. נו, האָט מען געפֿונען, אַז ס'איז ניט על־פּי יושר און על־פּי מענטשלעכקײט, אַז אין אוניװערסיטעט זאָלן אַרײַנטרעטן נאָר מעדאַליסטן. אַ רחמנות נעבעך אַף די איבעריקע, איר פֿאַרשטײט צי נײן, װאָס האָבן ניט קײן מעדאַלן. זײערע נשמות זײַנען אױך ניט פֿון קלאָטשע. לכן איז געבליבן, אַז אַלע דאַרפֿן זײַן גלײַך. ניטאָ קײן מיוחסים. יאָ מעדאַליסטן, ניט מעדאַליסטן ― באַם אַרײַנטרעטן אין אוניװערסיטעט זאָל מען צװישן דעם פּראָצענט ייִדן, װאָס דאַרפֿן אַרײַן, װאַרפֿן אַ גורל. עלעהײ, לאָז זיך אײַך דאַכטן, צום פּריזיװ. ס'איז אַ זשערעב, אַ לאָטערײ, איר פֿאַרשטײט צי נײן? װעמען ס'איז באַשערט ― דער גײט.
א י װ אַ נ אָ װ: קאָנען דאָך אַרײַן אין אוניװערסיטעט די סאַמע ערגסטע, און די בעסטע זאָלן בלײַבן אין דרױסן?
ד װ י ד ש פֿ י ר אָ: אָט־אָט־אט! הערסטו! אָט דאָס מײנט דאָך טאַקע דער פּסוק! קױם געפֿאַלן אַפֿן שׂכל! מע האָט זיך אַרומגעקוקט, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַז ס'האָבן זיך צונױפֿגעזאַמלט די לעצטע יאָרן אין די אוניװערסיטעטן אַלע בעסטע, דער סאַמע צימעס. נו, און הױלע צימעס איז אַ חסרון… ס'קאָן אַמאָל שאַטן צום מאָגן… הכּלל, יונגערמאַן, ס'טוט מיר זײער לײַד, נאָר איך דאַרף אײַך זאָגן, אַז איר זײַט מיט אײַער גאָלדענער מעדאַל נאָך גאָר אין דרױסן… סײַדן איר זײַט אַ בר־מזל און איר װעט אַרױסציִען אַ גוטן זשערעב?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (ברעכט די הענט). װײ איז מיר!…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (קוקט אַף איר בײז. צו איװאַנאָװן). הקיצור, לאָמיר שױן רײדן פֿון עפּעס פֿרײלעכערס. פֿון װאַנען זײַט איר און פֿון װעלכע שניאורסאָנס קומט איר אַרױס? טאַקע פֿון די אמתע, פֿון די ליובאַװיטשער שניאורסאָנס?
א י װ אַ נ אָ װ: (פֿאַררױטלט זיך, לאָזט ניט אַראָפּ קײן אױג פֿון בעטין. נאָך אַ קורצער פּױזע, צו דװיד שפּיראָן). נו, געװיס פֿון די ליובאַװיטשער… נאָר פֿון װאַנען װײס מען דאָס, אָט דאָס, װאָס איר דערצײלט? אפֿשר איז דאָס…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (כאַפּט־אונטער). אפֿשר איז דאָס נאָר אַ סלוך ― װילט איר זאָגן? קאָנט איר שױן זײַן זיכער. דאָס זאָגט אײַך שפּיראָ, ניט אַבי־װער, נאָר דװיד שפּיראָ ― איר קענט מיך נאָך נישט. ― נאָר אַז איר װעט אײַך צעפֿרעגן, װעט איר װיסן. איך בין פֿון די אמתע ש פּ י ר אָ ס , פֿון די סלאַװיטער, אױב איר האָט געהערט. ניט געהערט? עס טוט מיר לײד!… איז אײן מאָל אַװעק. והשנית, פֿון װאַנען איך װײס עס? פֿון דער בערזע װײס איך עס. איך בין אַלײן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַ בירזשעװיק, אַ מעקלער בין איך, פֿון דער בערזע, און באַ אונדז אַף דער בערזע װײסט מען אַלצדינג. לאָז אַרױס עפּעס אַ נײַער זאַקאָן, אַ צירקולאַר ― איז קודם־כּל װער װערט געװאָר פֿריִער? די בערזע. נאָך מער. אַף דער בערזע װײס מען אָפֿטמאָל אַזעלכע זאַכן, װאָס זײַנען נאָך גאָרנישט געבױרן געװאָרן אַפֿילו, װאָס דאַרפֿן ערשט אַמאָל זײַן. הקיצור, איר גײט דאָך מסתּמא אין אוניװערסיטעט אַרײַן, װעט איר שױן האָרכן, מע װעט אײַך שױן זאָגן. איצט דאַרפֿן מיר באַטראַכטן אַקאָרשט, װאָס װעט זײַן (נעמט זיך באַ דער באָרד און רעדט מיט אַ ניגון). טאָמער איז דאָס טאַקע אַן אמת, װאָס איך האָב אײַך דערצײלט, ― בלײַבט איר דאָך מיט אײַער גאָלדענער מעדאַל, װי דער דראַזשנער רבֿ אַפֿן יריד, בשעת מע האָט אַװעקגעגנבֿעט באַם גױ דעם װאָגן! מילא, מעדאַל יאַק מעדאַל. װאָס װעט אָבער דעמאָלט זײַן מיט אײַער פּראַװאָזשיטעלסטװע?
א י װ אַ נ אָ װ: צו װאָס פּראַװאָזשיטעלסטװע?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: װאָס הײסט צו װאָס? פֿון הײמלעכקײט װעגן. אַ קשיא, װאָס סע מאַכט זיך? טאָמער, חלילה, אַן אָבלאַװע?
א י װ אַ נ אָ װ: (פֿאַרשטײט נישט). װעלכע אָבלאַװע?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צעלאַכט זיך ביטער). כאַ־כאַ־כאַ! (שטײט אױף, װענדט זיך צו זײַניקע). װאָס זאָגט איר דערױף? ער װײס אַפֿילו ניט פֿון אַן אָבלאַװע צו זאָגן!
ב ע ט י: (נעסט זיך אָן דעם קװאַרטיראַנטס קריװדע. צום פֿאָטער). פֿון װאַנען זאָל װיסן אַ פֿרעמדער מענטש, װאָס איז נאָר־װאָס געקומען צו פֿאָרן פֿון אַ רוסישער שטאָט, פֿון די װײַטע גובערניעס?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: גוט. אָבער אַ ייִד איז ער דאָך! און אַ שניאורסאָן דערצו! װאָס הײסט, ער האָט ניט געהערט פֿון קײן אָבלאַװעס, װאָס מע מאַכט דאָ אַף אונדז?
א י װ אַ נ אָ װ: (העכסט צופֿרידן, װאָס בעטי האָט זיך אָנגענומען זײַן קריװדע. צו שפּיראָן). אײַער טאָכטער האָט רעכט, און איר זײַט אױך גערעכט. אַ ייִד דאַרף אַלצדינג װיסן, װאָס סע געהער זיך אָן מיט… מיט זײַן פֿאָלק. בין איך אָבער, װי איך האָב זײ שױן געזאָגט (װײַזט־אָן אַף שׂרהן און בעטין), אױסגעװאַקסן און אױפֿגעצױגן מער צװישן קריסטן, אין אַ רוסישער שטאָט… נאָר געהערט האָב איך, און געלײענט װיפֿל מאָל, אַז באַ אײַך אָט דאָ, װוּ ייִדן װױנען, איז פֿאַראַן פּאָגראָמען…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: װאָסערע פֿלאָמען? נאַ דיר נאָך פּאָגראָמען! װער רעדט דען פֿון פּאָגראָמען?
א י װ אַ נ אָ װ: אָט זאָגט איר דאָך אָבלאַװעס…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (שיסט אױס אַ געלעכטער. שׂרה און בעטי און אױך סיאָמקע װאָס װאַקסט־אױס פֿון זײַטיקן חדר, כאַפּן זיך באַ די זײַטן און העלפֿן לאַכן). כאַ־כאַ־כאַ! מע רעדט פֿון אָבלאַװעס, זאָגט ער גאָר פּאָגראָמען!
ש ר ה ש פּ י ר אָ: (דערזעט סיאָמקען לאַכן). דו ביסט אױך דאָ אין קאָן, קלײנער װעװריק? די אוראָקן גײ לערנען! (סיאָמקע גײט־אָפּ צוריק אָן חשק).
א י װ אַ נ אָ װ: (פֿאַרשעמט). אױב אַזױ… אַנטשולדיקט… איך האָב אײַך נישט אינגאַנצן פֿאַרשטאַנען. פֿון װעלכע אָבלאַװעס רעדט איר דען?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: פֿון װעלכע אָבלאַװעס זאָל איך רײדן? פֿון אונדזערע אײגענע, פֿון די ייִדישע אָבלאַװעס רײד איך, װאָס מע מאַכט דאָ אַף אונדז אַלע נאַכט. װאָס קוקט איר מיך אָן, װי אַ נעכטיקער?
א י װ אַ נ אָ װ: מע מאַכט דאָ אַף אײַך אָבלאַװעס? פֿאַר װאָס?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צעלאַכט זיך ביטערלעך). כאַ־כאַ־כאַ! ער פֿרעגט גאָר, פֿאַר װאָס? (צום װײַב און צו דער טאָכטער). װאָס זאָגט איר צו דעם ייִדן?
א י װ אַ נ אָ װ: נײן.. איך מײן… איר זאָגט אָבלאַװעס. אָבלאַװעס מאַכט מען באַ אונדז אױך, נאָר אַף חיות.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: און מיר זײַנען דאָ ערגער פֿון חיות. למשל, קעץ אָדער הינט קאָנען זיך דאָ אַרומדרײען פֿראַנק און פֿרײַ, װיפֿל זײ װילן, און קײנער שטערט זײ ניט; און אונדז, ייִדן, לאָזט מען דאָ נישט זײַן. מיר טאָרן ניט. באַהאַלטן מיר זיך, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אין די לעכער, אַזױ װי מײַז, כאַפּן זיך אַרײַן בגנבֿה. קומט מען באַנאַכט אונדז זוכן, אונדז כאַפּן און אַװעקשיקן מיטן עטאַפּ פּאָ מיעסטו פּריפּיסקיпо месту приписки: צום רעגיסטראַציע־אָרט פֿון פּריזיװ― װערט דאָס אָנגערופֿן אָבלאַװעס. האָט איר שױן צעקײַט, צי נאָך ניט? (קוקט אַף איװאַנאָװן, זיפֿצט). ע, יונגערמאַן, יונגערמאַן! איר זענט דאָך עפּעס נאָך גאָר־גאָר אַ נעװיקל, כלעבן! און אַ גליקלעכער מענטש! װאַרט־אױס אַ ביסעלע. אױב איר בלײַבט אַ היגער און װעט װערט זײַן באַ גאָט, װעט איר נאָך זוכה זײַן, אם ירצה השם, איבערצולעבן ניט אײן אָבלאַװע.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (צום מאַן, אַף ייִדיש). בײַס דיר אָפּ די צונג! צו װאָס זאָלסטו לײגן יענעם שטײנער אַפֿן האַרצן, האָסטו געהערט אַ ביסל?! גלאַט, אַ מענטש האָט אַ צונג און פּלאַפּלט!
ב ע ט י: (צו דער מוטער, אַף ייִדיש). װאָס האָסטו מורא, יענער װעט זיך איבערשרעקן און אַנטלױפֿן?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צו דער טאָכטער אַף ייִדיש). גוטע יאָרן, אַז זי (װײַזט אַפֿן װײַב) לערנט מיך שׂכל, װי אַזױ צו רײדן מיט אַ מענטשן!
ב ע ט י: (צום קװאַרטיראַנט, אַף רוסיש). מײַן מאַמע, פֿאַרשטײט איר, האָט מורא, אַז מע װעט אײַך דערצײלן, װי אַזױ מע מאַכט אַף אונדז אָבלאַװעס, װעט איר זיך אױפֿהײבן און אַנטלױפֿן, און זי װעט בלײַבן אָן אַ קװאַרטיראַנט, כאַ־כאַ!
א י װ אַ נ אָ װ: (לאַכט. אָ, נײן! (צו שׂרהן). זײַט רויִק, מאַטוש־קאַ, איך בין ניט פֿון די איבערגעשראָקענע. איך האָב פֿאַר אַזעלכע זאַכן קײן מורא נישט. (שטײט־אױף אַװעקצוגײן).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צום װײַב, טריומפֿירנד). זעסטו? אַבי דו מישט זיך אומעטום אַרײַן! (שטײט אױך אױף, צום קװאַרטיראַנט, אַף רוסיש). הכּלל, איר גײט, הײסט עס, אין אוניװערסיטעט געװױר װערן? גײט־גײט. מע װעט אײַך שױן דאָרטן דערצײלן. איר װעט, אם ירצה השם, קומען, װי באַ אונדז אין פּסוק שטײט: בגפּו יבֿוא, בגפּו יצא. נאָר איר װײסט דאָך נעבעך ניט, װאָס דאָס באַטײַט ― אַזױ װי איר װײסט ניט, אַזױ זאָל דאָס אײַך נישט שאַטן. נאָר אײדער איר גײט, װאָלט איך אײַך עפּעס געװאָלט זאָגן, איך מײן טאַקע פֿון אײַער טובֿה װעגן.
א י װ אַ נ אָ װ: צום בײַשפּיל?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: װיבאַלד ס'איז אמת די מעשׂה מיטן זכה־בגורל, בלײַבט איר דאָך דערװײַל אָן אַ קנעלונג, אָן אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע מײן איך. און אָן אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע זײַט איר אַ טױטער מענטש.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (צום מאַן, אַף ייִדיש). װידער אַ מאָל געשראָקן? ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צום װײַב, אַף ייִדיש). װידער אַ מאָל מישסטו זיך אַרײַן אין פֿרעמדע געשעפֿטן? (צום קװאַרטיראַנט, אַף רוסיש). איר קאָנט דאָך דאָ ניט זײַן בשום אופֿן ואופֿן! איר קאָנט דאָ אַפֿילו אַ נאַכט ניט איבערנעכטיקן!
א י װ אַ נ אָ װ: אײן נאַכט אױך ניט? ניעאו־זשעליнеужели: טאַקע?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צו דער טאָכטער, אַף רוסיש). װאָס זאָגסטו דערױף? ער מײנט, איך טרײַב קאַטאָװעס… (אַף ייִדיש). אַ רעכטער לץ!
ב ע ט י: (צום קװאַרטיראַנט). מיר האָבן דאָך אײַך געזאָגט באַלד, אַז דאָ איז זײער שטרענג…
א י װ אַ נ אָ װ: יאָ־נו, איך װײס ― פּראַװאָזשיטעלסטװע. װאָס־זשע טוט מען דערצו?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (אױפֿגעלעבט). װאָס טוט מען דערצו? אָט אַזױ זשע רעדט! אָט אַזױ האָב איך אײַך ליב! אַז אַ מענטש פֿרעגט, װאָס טוט מען ― באַדאַרף מען זיך באַטראַכטן, געפֿינען אַן עצה. (טראַכט אַ װײַלע, האַלט אַ שפּיץ באָרד אין מױל, טוט זיך אַ פּאַטש אין שטערן). שאַ! ס'איז דאָ אַן עצה! א י װ אַ נ אָ װ: צום בײַשפּיל? אײַנגעבן דעם מיניסטער? אַװעקשיקן אַ דעפּעש?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (שלאָגט אים איבער). ששש… כאַפּט ניט! אַ ייִד בלײַבט אַ ייִד! אַ ייִד האָט אײַך קײנמאָל קײן צײַט ניט! (גלעט זיך די באָרד). מיר װעלן די זאַך באַטראַכטן פּאַװאָלינקע, ניט געכאַפּט, און אַרום און אַרום, איר פֿאַרשטײט צי נײן, פֿון אַלע זײַטן. הערט־זשע נאָר צו מיט קאָפּ, װאָס מע רעדט צו אײַך. אַן אַטעסטאַט האָט איר?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: דװיד! װאָס רעדסטו? מיט אַ מענדאַל!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צום װײַב). לאָז צורו! זי איז דאָ מיט איר מעדאַל איז זי דאָ! (צום קװאַרטיראַנט). און אַ פּאַס אױך? און די איבעריקע פּאַפּירן זײַנען באַ אײַך מסתּמא אױך אין דער אָרדענונג?
א י װ אַ נ אָ װ: אין בעסטער אָרדענונג!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: איז גוט. אױב אַזױ, איז גוט. איצט לאָמיר זיך קאָרשט ניט נאַרן (מיט אַ ניגון). װוּ שטײט עס געשריבן, אַז… װי אַזױ רופֿט מען אײַך באַ אײַער הײליקן נאָמען?
א י װ אַ נ אָ װ: (קוקט אַ װײַלע אַרױף, צו דער סטעליע). שניאורסאָן רופֿט מען מיך.
ב ע ט י: (צום קװאַרטיראַנט). דער פּאַפּאַ מײנט אײַער פֿאָרנאָמען און אײַער פֿאָטערס נאָמען.
א י װ אַ נ אָ װ: אַ? הערש מאָװשאָװיטש, שקלאָװסקי מיעשטשאַנין…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (מיטן זעלבן ניגון און גלעטנדיק די באָרד). װוּ שטײט עס געשריבן, זאָג איך, אַז הערשקאָ מאָשקאָװיטש שניאורסאָן, דער שקלאָװער מיעשטשאַנין, באַדאַרף אַרײַנצוטרעטן דװקא אין אוניװערסיטעט און שטודירן דװקא דאָקטאָריע? האַ? טאָמער װאָלט געװען אַזאַ פּלאַן? איר װעט אײַך טאַקע טאָן אײַערס. דאָס הײסט, איר װעט אײַך קודם־כּל גײן ציִען אַ זשערעב, דערנאָך אײַנגעבן, כלאָפּאָטשען און אַזױ װײַטער. נאָר דערװײַל, ביז עפּעס װאָס, איר פֿאַרשטײט צי נײן, װעט איר פֿאַרשרײַבן זיך באַ אַ צײן־דאָקטער פֿאַר אַ דאַנטיסט. לאָז זײַן אַ האַלבער דאָקטער. אַבי, איר פֿאַרשטײט צי נײן, איר זאָלט זיך באַװאָרענען דערװײַל מיט אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע. װאָרעם װיבאַלד איר פֿאַרשרײַבט אײַך פֿאַר אַ דאַנטיסט, אַזױ האָט איר שױן רעכט דאָ צו װױנען. איר פֿאַרשטײט, צי נײן? דערנאָך װעט איר אײַך קאָנען טאָן װאָס איר װילט. האָט איר עס צעקײַט?
א י װ אַ נ אָ װ: (אַ צעטומלטער, קלערט אַ װײַלע). צו װאָס אַ דאַנטיסט, אַז איך בין גאָרנישט געקומען אַהער שטודירן מעדיצין?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: ס'איז דיר אַן אַקציע מיט דעם ייִדן! װער רעדט דאָ פֿון שטודירן? מיר רײדן דאָך דערװײַלע נאָר פֿון פּראַװאָזשיטעלסטװע! שטודירן ― דאָס איז אַ באַזונדערע זאַך, און פּראַװאָזשיטעלסטװע איז װידער אַ באַזונדערע זאַך. אײנס צום אַנדערן געהער זיך גאָרניט אָן. האָט איך עס פֿאַרשטאַנען?
א י װ אַ נ אָ װ: (נאָך סער צעטומלט). װײסט איר װאָס? (קומט זיך אַרום). נישטאָ באַ אײַך אַ טעלעפֿאָן?
ד װ י ד ש פּ י ד אָ: אונטן איז דאָ אַ טעלעפֿאָן, װאָס מע קאָן רײדן. צו װאָס דאַרפֿט איר אַ טעלעפֿאָן?
א י װ אַ נ אָ װ: איך װאָלט אָנגעקלונגען צו מײַנעם אַ חבֿר. ער איז אַ מענטש מיט אַ באַשקאַ (באַװײַזט זיך אַפֿן קאָפּ), װעט ער געפֿינען אַ װעג.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: װער איז דאָס אַזעלכער אײַער חבֿר, װאָס ער האָט אַזאַ באַשקאַ װי איר זאָגט?
א י װ אַ נ אָ װ: ער איז טאַקע פֿון יענער רוסישער שטאָט, װוּ איך האָב געענדיקט גימנאַזיע… אַ רוס איז ער… איװאַנאָװ הײסט ער…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: אַ רוס, װאָס הײסט איװאַנאָװ און האָט אַ קאָפּ, אָדער אַ באַשקאַ, װי איר זאָגט, װאָס זאָל קאָנען געבן עצות? װער איז ער? פֿון װאָסערע איװאַנאָװס?
א י װ אַ נ אָ װ: זײַן פֿאָטער איז טאַקע אַ דאָרטיקער, אַ דעיסטװי־טעלני סטאַטסקי סאָװעטניקдействительный статский советник: אמתער שטאַטס־ראָטגעבער.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: הײסט דאָך עס אַ גענעראַל! (באַקומט מיט אַ מאָל אָפּשײַן). װילט איר אים אָנקלינגען, הײסט עס, זיך אָנפֿרעגן באַ אים דורכן טעלעפֿאָן? צי איר װילט, ער זאָל קומען אַהער?
א י װ אַ נ אָ װ: זאָל ער קומען אַהער. ד װ י ד ש פּ י ר אָ: זאָגט־זשע אים, ער זאָל קומען טאַקע באַלד, כּל זמן איך בין נאָך דאָ. (ריפֿט־אַרײַן סיאָמקען). סיאָמע! גײ נאָר, זוניו, מיט זײ אַראָפּ אונטן צום טעלעפֿאָן אַף אַ מינוט. (סיאָמקע מיט איװאַנאָװן גײען־אַראָפּ אונטן).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (צום מאַן). נו, דװיד? װאָס האָב איך דיר געזאָגט? אַיאָ, אַ מאָדנער פּאַרשױן?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (װיל איר ניט צוליב טאָן). אַ גאַנץ געװײנטלעכער פּאַרשױן… (זעצט זיך צוריק צום טײ טרינקען). נאָר אײן זאַך: אַ שניאורסאָן, פֿון די ליובאַװיטשער שניאורסאָנס, ― און נישט אַ װאָרט ייִדיש! (זיפֿצט. הײַנטיקע דערציִונגען, הײַנטיקע לערנעכצן, גימנאַזיעס…
ב ע ט י: (קוקנדיק אין בוך אַרײַן). ניט די גימנאַזיע איז דאָ שולדיק נאָר די שטאָט. אַ רוסישע שטאָט… צװישן קריסטן…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: נו־יאָ, אַ רוסישע שטאָט, צװישן קריסטן… אָבער אַ שניאורסאָן! איר שפּילט זיך מיט די שניאורסאָנס? זײַן עלטער־זײדע רב שניאור־זלמן פֿון ליאַדי זאָל אױפֿשטײן פֿון קבֿר און אַ קוק טאָן אַף זײַן אײניקל!… (פּױזע). נאָר אױך די אײגענע מעשׂה! למאַי מײַן עלטער־זײדע, רב שמואל־אבא שפּיראָ, פֿון די סלאַװיטער, זאָל אױפֿשטײן פֿון קבֿר און אַ קוק טאָן… (עס קוסט צוריק סיאָמקע מיט איװאַנאָװן. ― דװיד שפּיראָ, נישט געענדיקט זײַנע װערטער, װענדט זיך צו איװאַנאָװן). נו?
א י װ אַ נ אָ װ: ער קומט באַלד צו פֿאָרן?
ס י אָ מ ק ע: מיט אַן אַװטאָמאָביל!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: צו װאָס אַװטאָמאָבילן? זיצט, פֿאַר װאָס זיצט איר ניט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (טראָגט אים אונטער אַ שטול). זיצט, פֿאַר װאָס זיצט איר ניט? (איװאַנאָװ זעצט זיך אַװעק, װאַרפֿט מיט אױגן אַף בעטין, װעלכע רײַסט זיך ניט אָפּ פֿון איר בוך).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: צו איװאַנאָװן). מיר רײדן דאָ פֿון אײַער זײדן, דאָס הײסט, פֿון אײַער עלטער־עלטער־זײדן, דעם ליאַדער רבֿ, זכרונו לבֿרכה. ער זאָל אױפֿשטײן, זאָג איך, און געבן אַ קוק, זאָג איך, אַף זײַן אײניקל װאָס פֿאַר אַ פּנים ער האָט און װי ער זעט אױס… האָט קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך רײד מיט אײַך אַזױ אָפֿנטלעך. איך האָב פֿײַנט רײדן פֿאַרשטעלט. איך בין אַ שפּיראָ, פֿון די אמתע שפּיראָס, איר פֿאַרשטײט צי נײן, פֿון די סלאַװיטער, ― האָב איך ליב זאָגן דאָס, װאָס איך טראַכט, יענעם אין די אױגן. איך קוק אַף אײַך און קלער מיר: רבונו של עולם! שניאורסאָן, רב שניאור־זלמנס אַן אײניקל, ― און פֿאַרשטײט ניט אַ װאָרט ייִדיש! מילא, דאָס בין איך אײַך שױן מוחל… אױסגעװאַקסן צװישן קריסטן, אין אַ רוסישער שטאָט ― װאָס זאָל מען טאָן? אָבער דאָס אױסזען? איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, דאָס פּנים? דער טיפּ, איר פֿאַרשטײט צי נײן? פֿון װאַנען נעמט זיך צו די שניאורסאָנס אַזאַ עכט־רוסישער טיפּ? (שׂרה שפּיראָ, בעטי און סיאָמקע ― אַלע קוקן אַף איװאַנאָװן).
א י װ אַ נ אָ װ: (פֿאַרשעמט זיך, כאַפּט אַ קוק אין שפּיגל, װאָס אַקעגן אַף דער האַנט, פֿאַרװאַרפֿט די בלאָנדע רוסיש־אונטערגעשאָרענע האָר אַרױף). ניעאו־זשעלי? דאָס איז דערפֿאַר, װײַל איך האָב װײַסע האָר…
ד װ י ד ש פּ י ה אָ: װײַסע האָר בין איך אײַך מוחל. פֿאַראַן באַ אונדז, צװישן די שפּיראָס, אױך מיט װײַסע האָר…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (צום מאַן). װער, למשל, איז באַ אײַך אַ שפּיראָ מיט װײַסע האָר?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צום װײַב). מײַן געשװעסטערקינד פּיניע שפּיראָ.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: ס'אַ משל! דײַן געשװעסטערקינד פּיניע שפּיראָ איז ניט קײן װײַסער ― ער איז אַ געלער.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (אױפֿגעטראָגן). מײַן פּיניע איז אַ געלער?
שׂ ר ה ש פּ י ד אָ: װאָס דען ― אַ גרינער איז ער?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צו דער טאָכטער). בעטי! דו הערסט?
ב ע ט י: (רײַסט זיך אָפּ פֿון ביכל). איך הער… (קוקט אין פֿענצטער). אָט איז צוגעפֿאָרן אַן אַװטאָמאָביל.
א י װ אַ נ אָ װ: (כאַפּט זיך אױף). דאָס דאַרף זײַן מײַן חבֿר שניאורסאָן… (סיאָמקע װאַרט ניט ביז מע װעט אים שיקן עפֿענען, לױפֿט אַלײן אַראָפּ).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: װאָסער שניאורסאָן? איר װילט זאָגן איװאַנאָװ.
א י װ אַ נ אָ װ: (צעלאַכט זיך). טפֿו! מײן איך איװאַנאָװ…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: ס'איז דערפֿאַר, װײַל מיר האָבן דאָ גערעדט אַלץ „שניאורסאָן“ און „שניאורסאָן“. ס'איז אַלע מאָל אַזױ. דער נאָמען, װאָס מע רעדט פֿון אים, בלײַבט אונדז אין זכּרון… (עס קומט אַרײַן סיאָמקע מיט שניאורסאָנען, װאָס באַדאַרף שױן גילטן אַלס איװאַנאָװ. ער גײט אָנגעטאָן אין אַ נײַער סטודענטישער אוניפֿאָרם מיט גאָלדענע קנעפּ, האַלט אין האַנט אַ סטודענטיש היטל מיט אַ בלױען ראַנד, פֿאַרנײגט זיך פֿאַר די בעלי־בתּים).
א י װ אַ נ אָ װ: (שטעלט אים פֿאָר). מײַן חבֿר איװאַן איװאַנאָװיטש איװאַנאָװ. (שניאורסאָן גיט אַלעמען די האַנט).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: אַ דרײענדיקער נאָמען ― דאָס קאָן באַ אונדז, ייִדן, נישט געמאָלט זײַן. און אַז דער זון זאָל הײסן מיטן טאַטן אײן נאָמען ― דאָס אַװדאי ניט. סײַדן, באַהיט גאָט, דער טאַטע שטאַרבט אײדער דער זון װערט געבױרן, גיט מען דעם זון אַ נאָמען נאָכן טאַטן. (צום גאַסט). זיצט, פֿאַר װאָס זיצט איר ניט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (טראָגט אים אונטער אַ שטול). זיצט, פֿאַר װאָס זיצט איר ניט? (שניאורסאָן זעצט זיך אַװעק).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (רוקט זיך צו צום גאַסט). די היסטאָריע פֿון דער געשיכטע איז, װי זאָגט ער, אַזאַ מעשׂה: אײַער חבֿר, הער שניאורסאָן, האָט דאָ געדונגען באַ אונדז אַ צימער. אַלצדינג פֿײַן און שײן אַרום און אַרום. נאָר אײן זאַך פֿעלט אים.
ש נ י א ו ר ס אָ ן: פּראַװאָזשיטעלסטװע.
ד װ י ד ש פּ י ד אָ: (צום װײַב און צו דער טאָכטער). זעט איר? אַ קריסט, און אַ נײַער מענטש ― און װײס שױן פֿון פּראַװאָזשיטעלסטװע.
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (פֿאַרכאַפּט זיך). איך בין שױן דאָ באַלד אַ װאָך, האָב איך זיך אָנגעהערט צװישן מײַנע ייִדישע חבֿרים.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: נו־יאָ. ער װעט אױך (װײַזט אַף איװאַנאָװן) געװױר װערן מיט דער צײַט. דערװײַל איז ער, זאָל ער מיר מוחל זײַן, נאָך גאָר אַ נעװיקל. ער װײס אַפֿילו ניט פֿון דעם נײַעם צירקולאַר, װאָס איז אַרױס…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: װעגן זשערעבעס פֿאַר די ייִדישע סטודענטן? דער דאָזיקער צירקולאַר איז ערשט הײַנט נאָר־װאָס אָנגעקומען אין אוניװערסיטעט.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צו איװאַנאָװן). זעט איר? װאָס האָב איך אײַך געזאָגט? (צו שניאורסאָנען). איר זאָגט: אָט־ערשט, און באַ אונדז אַף דער בערזע ― איך בין אַ בערזיאַנער ― װײס מען שױן פֿון אין דער פֿרי אָן, און אפֿשר ― נאָך פֿון נעכטן באַנאַכט… הקיצור, ס'איז אַ שלעכטע מעשׂה, ס'איז אַ גורל, און װיבאַלד אַ גורל…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: איז אַ סך גרינגער צו געװינען דאָס גרױסע געװינס…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (טריִומפֿירנד). מײַנע װערטער! (צום װײַב און צו דער טאָכטער). װאָס זאָגט איר דערױף? און דװקא אַ קריסט! (צו איװאַנאָװן). איר װאָלט זיך געמעגט בײַטן מיט אײַער חבֿר. דאָס הײסט, איך האָב געװאָלט זאָגן, אַז איר װאָלט געמעגט זײַן זײ, און זײ װאָלטן געמעגט זײַן איר… (בײדע חבֿרים קוקן זיך איבער, שמײכלען. ― דװיד שפּיראָ צו שניאורסאָנען). האָב איך געגעבן אײַער חבֿר אַן עצה אַזױ (מיט אַ ניגון). דער זשערעב איז זיך אַ זשערעב. די פּאַפּירן זײַנען פּאַפּירן. און דערװײַל, ביז עפּעס װאָס, באַדאַרף מען זיך באַצײַטנס באַװאָרענען, אַף יעדן פֿאַל, איר פֿאַרשטײט צי נײן, מיט אַ דאַנטיסט.
ש נ י א ו ר ס אָ ן: אים צושרײַבן, הײסט עס, צו אַ דאַנטיסט צוליב פּראַװאָזשיטעלסטװע?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (קװעלט). איר כאַפּט אַלצדינג מיטן קוק, װי אַן אמתער ייִד!… האָט קײן פֿאַראיבל ניט, איװאַן איװאַנאָװיטש, װאָס איך האָב זיך אַרױסגעכאַפּט…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (אַ בײג דעם קאָפּ, שמײכלט). עס מאַכט נישט אױס…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: און אײַער חבֿר איז פּונקט פֿאַרקערט. (קוקט אױף איװאַנאָװן). ער פֿרעגט אַזעלכע זאַכן, גלײַך װי ער װאָלט גאָר קײן ייִד ניט געװען. און צום סוף איז ער דװקא יאָ אַ ייִד, און נאָך װאָסער אַ ייִד! אַ שניאורסאָן, פֿון די אמתע שניאורסאָנס!… איר װײסט ניט, װער די שניאורסאָנס זײַנען. פֿון װאַנען זאָלט איר װיסן? מע באַדאַרף עס אײַך קלאָר מאַכן, װעט איר פֿאַרשטײן…
א י װ אַ נ אָ װ: דאָס איז ניט אינטערעסאַנט פֿאַר מײַן חבֿר…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: אומגעקערט ― זײער אינטערעסאַנט! (צו שפּיראָן. דערצײלט, דערצײלט!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: זײער זײדע (װײַזט אַף איװאַנאָװן) ,דאָס הײסט ,זײער עלטער־עלטער־זײדע ,דער ליאַדיער רבֿ ,האָט געהײסן רב שניאור־זלמן…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (אַף ייִדיש ,צום מאַן). װאָס װײסט אַן ערל פֿון אַ ליאַדיער רבֿ און פֿון אַ רב שניאור־זלמן?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (װערט אױפֿגעטראָגן אַפֿן װײַב. צו איר אױך אַף ייִדיש). אפֿשר װאָלט איך געגאַנגען לערנען זיך באַ דיר, װי אַזױ מיט װעמען מע באַדאַרף צו רײדן?
ב ע ט י: (װיל פֿאַרגלעטן דעם אײַנדרוק, װאָס פֿאָטער און מוטער שמועסן זיך דורך אַף ייִדיש פֿאַר אַ קריסט אין די אױגן). אונדזער קװאַרטיראַנט איז גערעכט, פּאַפּאַ, ― ס'איז נישט אינטערעסאַנט. (איװאַנאָװ װאַרפֿט אַף בעטין אַ בליק פֿון דאַנקבאַרקײט און אַנטציקונג. זײערע אױגן באַגעגענען זיך. שניאורסאָן כאַפּט־איבער זײער בײדנס בליק. בעטי װערט רױט, קוקט צוריק אין בוך אַרײַן).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: איך שמועס עס טאַקע אַלץ אַקעגן אונדזער קװאַרטיראַנט. איך זאָג, אַז דאָס בעסטע פּראַװאָזשיטעלסטװע איז פֿון אַ דאַנטיסט. און אַזױ װי דאַנטיסטן זײַנען דאָ אַלערלײ, און נישט אַ יעדער דאַנטיסט האָט פּראַװ צו צושרײַבן צו זיך דאַנטיסטן, באַדאַרף מען זיך פֿריִער פֿון אַלצדינג זען מיטן דאַנטיסט אַלײן. איך האָב אײנעם אַ באַקאַנטן דאַנטיסט, װאָס פֿאַר קײן אַנדערן װעט ער עס נישט מאַכן פֿאַר קײן דרײַ הונדערט קאַרבן. נאָר באַ מיר װעט דאָס אָפּגײן פֿאַר אַן הונדערטער. (צו איװאַנאָװן). ער באַדאַרף נישט װיסן, הער שניאורסאָן, צי איר פֿאַרמאָגט ניט. דאַנטיסטן, װאָאָבשטשעвообще: בדרך־כּלל, זײַנען בלוטצאַפּערס. איר פֿאַרלאָזט זיך אַף מיר. באַ מיר צאַפּט מען נישט. איך הײס דװיד שפּיראָ. איר לײגט אײַך איבער מיט אײַער חבֿר (װײַזט אַף שניאורסאָנען), מיט איװאַן איװאַנאָװיטשן הײסט דאָס, און לאָמיר טאַקע באַלד און טאַקע שױן געבן אַ גײ אַריבער צו מײַן דאַנטיסט און אָפּמאַכן דאָס אײנס־צװײ־דרײַ… (שניאורסאָן שטײט־אױף, אַנטשולדיקט זיך און טוט אַ רוף מיט זיך דעם חבֿר איװאַנאָװן, ער זאָל אױפֿשטײן פֿון טיש).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (צום מאַן). צו װעלכן דאַנטיסט װילסטו מיט זײ גײן?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ. צו װעלכן דאַנטיסט? צו הענריך לאַפּע־טוטניק.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: צו אָט דעם קאַליקע? ער רײַסט אַרױס, זאָגט מען, געזונטע צײן און שטעלט אַרײַן קראַנקע…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: װאָס מאַכט דאָס אױס? צו פּראַװאָזשיטעלסטװע שאַט עס נישט.
ב ע ט י: (צום פֿאָטער). און דאָס, װאָס ער איז אַ זשוליק מיט קאַסאָקע אױגעלעך?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: איז אױך ניט קײן חסרון. װעלכער לײַטישער דאַנטיסט װעט דאָס װעלן האָבן צו טאָן מיט פּאָליצײ און מיט פּראַװעס?… (אין דער צײַט, װאָס בעטי רעדט, לאָזט איװאַנאָװ פֿון איר קײן אױג ניט אַראָפּ. שניאורסאָן באַמערקט דאָס, רופֿט אָפּ דעם חבֿר אַף אַ זײַט, נענטער צו דער ראַמפּע, פֿאַררײכערן צו פּאַפּיראָסן).
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (צום חבֿר, פֿאָרזיכטיק). נו? װי פֿילסטו זיך באַם ערשטן אַרױספֿאָר? שװער צו זײַן אַ ייִד?
א י װ אַ נ אָ װ: פּוסטיאַקי! װאָס זאָגסטו בעסער אַף מײַן קװאַרטיר? איך מײן, װי געפֿעלט דיר אָט דאָס מײדל?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: נישקשה, אַ פֿײַן מײדל.
א י װ אַ נ אָ װ: (אַנטציקט). אַ פֿײַן מײדל ― זאָגסטו? אַ קראַסאַװיצע!
ש נ י א ו ר ס אָ ן: זע נאָר, װאַניאַ, זאָלסט ניט אַרױסבאַװײַזן דאָ… זאָלסט זיך ניט פֿאַרגעסן, װער דו ביסט און װער זי איז. דו ביסט אַ קריסט, און זי איז אַ ייִדיש מײדל… (באַטאָנט די װערטער). אַ י יִ ד י ־ ש ע ט אָ כ ט ע ר…
א י װ אַ נ אָ װ: (לאָזט קײן אױג ניט אַראָפּ פֿון בעטין פֿון דער װײַטן). גײ שױן גײ, הערשקאָ, פֿאַר װעמען האַלטסטו מיך? איך זאָג נאָר גלאַט אַזױ: קוק דיך צו צום מײדל. זי שײַנט, װי די זון! געפֿעלט דיר אױגן? ברעמען? איר קוק?… אַ קראַסאַװיצע!
ש נ י א ו ר ס אָ ן: אַ קראַסאַװיצע, אַ קראַסאַװיצע. האָסט פֿולקום רעכט. נאָר צופֿיל אײַנקוקן זיך אין איר ― װאָלט איך דיר ניט ראַטן. איך זאָג דיר נאָך אַ מאָל (מיט אַ באַטאָנונג). ס ' א י ז אַ י יִ ד י ש ע ט אָ כ ט ע ר!… און בכלל װאָלט איך דיך בעטן, זאָלסט זײַן געהיט מיט אַ װאָרט אָט דאָ. זאָלסט בעסער אָפּשװײַגן דאָרט, װוּ דו פֿאַרשטײסט ניט, בכדי ס'זאָל זיך זײ ניט װאַרפֿן אין די אױגן, װאָס דו ביסט שױן צו פֿיל גױ… צו װאָס, למשל, האָט דיר געטױגט אױסטראַכטן אַ ליגן, אַז דו ביסט פֿון די ליובאַװיטשער שניאורסאָנס?…
א י װ אַ נ אָ װ: טשודאַק! ניט איך ― דאָס האָט אָט דער ייִד, אָט דער שפּיראָ, מיך אײַנגערעדט, אַז איך בין פֿון יענע שניאורסאָנס… ער איז, װאָאָבטטשע, אַ מאָדנער ייִד, כאַ־כאַ! נאָר די טאָכטער זײַנע! די טאָכטער!… (לאָזט קײן אױג ניט אַראָפּ פֿון בעטין פֿון דער װײַטן).
ש נ י א ו ר ס אָ ן: װידער די טאָכטער? הער שױן אױף צו קוקן אַהין אַזױ שטאַרק!… (װאַרפֿט אַװעק דעם פּאַפּיראָס, טוט זיך אַ דרײ־אױס צוריק, גײט־צו צום טיש, איװאַנאָװ גײט אים נאָך. שניאורסאָן צו שפּי־ראָן). אױסגעצײכנט, הער שפּיראָ. מיר האָבן זיך מיט מײַן חבֿר איבערגעלײגט, און ס'איז געבליבן, אַז איר זאָלט אײַך באַמיִען מיט אים צום דאַנטיסט, און איך װעל מיר גײן אַהײם. (נעמט זיך געזעגענען. איװאַנאָװ געזעגנט זיך אױך מיט שׂרה שפּיראָ און מיט בעטין, דריקט איר די האַנט זײער װאַרעם. שניאורסאָן באַמערקט דאָס).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: נו, װאָס דען? אַז איך זאָג, װײס איך װאָס איך זאָג. װאָס מיך קאָסט שױן אָפּ אָט דאָס פּראַװאָזשיטעלסטװע, זינט איך בין אַ היגער, װאָלט זיך עס אַן אַנדערער געמעגט װינטשן! זעט איר אָט די דאָזיקע גרױע האָר? (װײַזט שניאורסאָנען דעם קאָפּ און די באָרד). דאָס איז אַלץ צו פֿאַרדאַנקען, איר זאָלט מיר קײן פֿאַראיבל ניט האָבן, איװאַן איװאַנאָװיטש, אײַער פּאָליציע מיט אײַערע אוטשאַסטקעס מיט אײַערע פּראַװעס… (נעסט זיך אָנטאָן. אַלע דרײַ לאָזן זיך צו דער טיר ― שניאורסאָן און איװאַנאָװ אַף צו פֿריִער, דװיד שפּיראָ פֿון הינטן).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (צום מאַן). דװיד! האָסט נאָך אַפֿילו דײַן טײ ניט אױסגעטרונקען! האָסט נאָך גאָרניט געגעסן!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (שױן פֿון דער טיר). װאָס מיר טײ? װער מיר עסן? באַ מיר איז אַ ייִדן אַ טובֿה טאָן פֿריִער פֿון אַלע טרינקעכצן מיט אַלע עסעכצן! האָסט פֿאַרגעסן, אַ פּנים, אַז איך הײס דװיד שפּיראָ, פֿון די אמתע שפּיראָס, איר פֿאַרשטײט צי נײן (שױן פֿון יענער זײַט טיר), פֿון די סלאַװיטער!…
ד ע ר פּ אָ ר ה אַ נ ג פֿ אַ ל ט.
ענדע פֿונעם ערשטן אַקט.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: נישט אַזױ. אָט אַזױ דאַרף שטײן. קײן עין־הרע, אַ בחורל פֿון דריטן קלאַס, און הײבסט נישט אָן צו פֿאַרשטײן פֿון דאַנען אַהין. ס'איז נישט דײן מלאָכה. גײ שױן בעסער צו דײַן אַרבעט ― לערנען, מאַכן די אוראָקן!
ס י אָ מ ק ע: האָסט דאָך מיך אַלײן גערופֿן, מאַמע, איך זאָל דיר העלפֿן.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ. העלפֿן? אַז דו קאָנסט אָבער ניט!
ס י אָ מ ק ע: פֿאַר װאָס קאָן איך ניט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: דערפֿאַר װאָס דו קאָנסט ניט, האָסטו געהערט אַ ביסל! (באַװײַזט אים) אָט דאָס גלאָז באַדאַרף שטײן אָט דאָרט, און דאָס שעלעכל באַדאַרף שטײן אָט דאָ, און דער הױכער װײַן־קעלישעק ― אָט דאָרט, און דאָס קלײנע בראָנפֿן־קעלישעקל ― אָט־אַ־דאָ־דאָ. װײסטו שױן?
ס י אָ מ ק ע: נו, האָב איך דאָך געװאָלט אַזױ. (װיל אַװעקשטעלן אַזױ, װי די מאַמע װיל, װאַרפֿט־אום אַ װײַן־קעלישעק און צעברעכט אים).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: שױן? מזל־טובֿ! אין אַ גוטער שעה! אַנו, װיפֿל קעלישקעס האָסטו שױן צעבראָכן?
ס י אָ מ ק ע: (בלײַבט שטײן). װיפֿל קעלישקעס? סך־הכּל אײנעם אַ קעלישעק.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: סך־הכּל? דאַנקען און לױבן יאָסקע דעם טױבן. אַ גליק, װאָס ניט אַלע.
ס י אָ מ ק ע: װאָס בין איך שולדיק, אַז ס'איז אַזעלכע קעלישקעס? מע טוט זײ אַ ריר, ברעכן זײ זיך.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אַ ריר פֿון אַ בלײַען פֿײגעלע! (נעמט צונױף די שטיקלעך גלאָז). זײַן זאָל עס שױן אַ כּפּרה פֿאַר דיר און פֿאַר אונדז אַלע און פֿאַר כּל ישׂראל… (פּױזע). טאָמער װאָלסטו בעסער געגאַנגען טאַקע מאַכן די אוראָקן, אײדער מאַכן היזקות? גײ שױן, גײ צו די אוראָקן!
ס י אָ מ ק ע: (באַטריבט). אוראָקן? טאָג װי נאַכט אוראָקן און אוראָקן! אײן מאָל אין יאָר איז באַ בעטין אימענינעס, איז אױך אוראָקן! (גײט־אָפּ אָן חשק. ― פֿון דער זעלבער טיר קומט־אָן ב ע ט י , האַלב־אױסגעטאָן, די האָר צעלאָזט ,מיט אַ שאַלעכל אַף די נאַקעטע אַקסלען).
ב ע ט י: (בלײַבט שטײן אַף דער שװעל, קוקט זיך אַרום, שײַנט). ניטאָ נאָך קײנער, מאַמע?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (ניט איבעררײַסנדיק איר אַרבעט). אַזױ פֿרי?
ב ע ט י: און דער טאַטע װוּ איז? און דער קװאַרטיראַנט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װוּ זאָלן זײ זײַן? אין אוטשאַסטאָק! האָסט פֿאַרגעסן, אַז מע האָט דעם קװאַרטיראַנט אַרױסגערופֿן אַף זיבן פֿאַרנאַכט אין אוטשאַסטאָק?
ב ע ט י: װאָס־זשע איז אַזױ לאַנג? (קוקט צו זיך אַף דער האַנט, אַף װעלכער ס'איז צו זען אַ גאָלדן בראַסלעטל, מיט אַ זײגערל אײַנגע־פֿאַסט). שױן באַלד אַכט. (גנבֿעט זיך אונטער נאָענט צו דער מוטער, טראָגט איר צו גלײַך צו דער נאָך איר האַנט מיטן בראַסלעטל, װײַזט איר אַפֿן זײגערל). װאָס זאָגסטו, מאַמע, אַף דעם?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (װאַרפֿט אַ קוק אַפֿן בראַסלעטל און אַף דער טאָכטער). אַ בראַנזעליעט?
ב ע ט י: אַ בראַסלעט, ניט קײן בראַנזעליעט!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אַ גאָלדענער?
ב ע ט י: אַ גאָלדענער.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: מיט באַרליאַנטן?
ב ע ט י: מיט בריליאַנטן.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אמתע?
ב ע ט י: אמתע.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (אַ פּליעסק מיט די הענט). בע־טי!
ב ע ט י: װאָס'טו זיך דערשראָקן, מאַמע?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: ס'איז פֿון אים? פֿונעם קװאַרטיראַנט?
ב ע ט י: נו־יאָ, צו די אימענינעס, װאָס איז דען?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: „װאָס איז דען“ ― פֿרעגט זי! (פּױזע). נישט באַדאַרפֿט צו נעמען…
ב ע ט י: (זשענירט). פֿאַר װאָס?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: פֿאַר שבת… ניט אַזױ פֿירט זיך עס באַ לײַטן…
ב ע ט י: באַ לײַטן! װער זײַנען דאָס די „לײַטן“?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: „לײַטן“ ― מײנט מען עס די גאַנצע װעלט, אַלע אָנשטענדיקע מענטשן… אָנשטענדיקע מענטשן זײַנען זיך נ י ט אַזױ נוהג.
ב ע ט י: װי אַזױ דען זײַנען זיך נוהג די אָנשטענדיקע מענטשן?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: באַ אָנשטענדיקע מענטשן איז פֿריִערט אַ װאָרט, דערנאָכעט אַ קנס־מאָל, דערנאָך שרײַבט מען תּנאָים, ברעכט מען טעלער…
ב ע ט י: (װיל ניט הערן װײַטער). מאַמע! איך האָב דיר געזאָגט װיפֿל מאָל, אַז װעגן דעם זאָלסטו מיט מיר גאָרניט רײדן ― עס האַלט נאָך גאָרניט דערבײַ. לאָז מיך צורו! לאָמיך פֿריִער ענדיקן די גימנאַזיע.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: די גימנאַזיע װעסטו, אם ירצה השם, ענדיקן אינגיכן, הלװאַי זאָלן מיר שױן אַזױ גיך אױפֿגעריכט װערן אַלע ייִדן… און אױב ער װיל דיך, דו ביסט אים געפֿעלן, באַדאַרף ער פֿריִערט געבן צו װיסן אונדז, און מתּנות ― דאָס איז שױן נאָכדעם…
ב ע ט י: (פֿאַרזאָרגט, נעמט נישט אַראָפּ קײן אױג פֿונעם בראַס־לעטל). קומט־אױס נאָך דײַן שׂכל, אַז איך באַדאַרף עס אים אָפּגעבן צוריק?…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: חלילה! װער זאָגט דען צוריק? אַ מתּנה גיט מען ניט צוריק ― דאָס איז אַ פּאַטש אין פּנים, האָסטו געהערט אַביסל?… (עס הערט זיך אַ קלונג פֿון אונטן, בעטי הילט זיך אײַן אינעם שאַלעכל און לױפֿט־אָפּ צו זיך. שׂרה רופֿט הױך). סיאָמקע! סיאָמקע? (פֿון דער זײַטיקער טיר באַװײַזט זיך סיאָמקע). גײ נאָר, מע קלינגט שױן. (סיאָמקע לאָזט זיך אַראָפּ עפֿענען און קומט באַלד צוריק אַ פֿאַרסאַפּעטער פֿון די טרעפּ אַרױף).
ס י אָ מ ק ע: אונדזער קװאַרטיראַנטס חבֿר, איװאַן איװאַנאָװיטש.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אַ? דער גױעץ? אַ װױל גױעצל אָט דער איװאַן איװאַנאָװיטש, זײַן זאָל ער די כּפּרה פֿאַר דײַן מינדסטן נאָגל!
ס י אָ מ ק ע: פֿאַר װאָס שילטסטו אים, מאַמע? פֿאַר װאָס קומט עס אים?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: ניט דײַן עסק, קלײנער װעװריק! דו שטעלסט זיך אױך אַװעקעט אױסטענהן מיט דער מאַמע? גײ, צו די אוראָקן גײ!
ס י אָ מ ק ע: װידער אַ מאָל אוראָקן און אָבער אַ מאָל אוראָקן! (גײט־אָפּ װאָרטשענדיק. עס קומט־אַרײַן ש נ י א ו ר ס אָ ן , דער װאָס גילט אונטערן נאָמען איװאַן איװאַנאָװיטש איװאַנאָװ).
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (אָנגעטאָן אין סטודענטישער אוניפֿאָרם, פֿײַנטשיק). אײַך קומט מזל־טובֿ, מאַדאַם. (קוקט זיך אַרום). װוּ איז זי, די אימעניניצע אַלײן? און דער בעל־הבית װוּ איז? און אײַער קװאַרטיראַנט, מײַן חבֿר?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (בעט אים זיצן, זעצט זיך אַלײן אױך אַװעק אַף דער קאַנאַפּע, װאָס אין דער אַװאַנסצענע). די אימעניניצע איז נאָך ניט פֿאַרטיק מיט איר טואַלעט. איר װײסט ניט? אַ באַרישני, ביז זי טוט זיך אָן… און מײַן מאַן מיטן קװאַרטיראַנט ― די זײַנען אין אוטשאַסטאָק. טאַקע צוליב אײַער חבֿרס פּראַװאָזשיטעלסטװע.
ש נ י א ו ר ס אָ ן: װידער אין אוטשאַסטאָק? װידער פּראַװאָזשיטעלסטװע?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װאָס זשע? איר מײנט, ס'איז גרינג צו זײַן אַ ייִד? גוט איז אײַך, אַז איר זײַט ניט קײן ייִד, װײסט איר ניט פֿון קײן פּראַװעס…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: ער האָט דאָך שױן געהאַט אַלע פּראַװעס, אײַער קװאַרטיראַנט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אַלע פּראַװעס? ניט מער זאָלן זײ עס פֿאַרמאָגן, איך מײן טאַקע די גױים מײן איך… (פֿאַרכאַפּט זיך). אַחוץ אײַך. אײַך רעכענען מיר נישט פֿאַר קײן גױ…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (לאַכט). פֿאַר װאָס עפּעס?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: דערפֿאַר, װײַל אַף אײַך זיצט אַ ייִדישער קאָפּ. און אַ פּנים, דאַרף איך אײַך זאָגן, איז באַ אײַך אױכעט אַ ייִדיש.
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (כאַפּט אַ קוק אין שפּיגל). טאַקע באמת?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װאָס־זשע, איך װעל אײַך אױסטראַכטן אַ ליגן? פֿרעגט װעמען איר װילט… (פֿאַרכאַפּט זיך). נאָר אפֿשר האָב איך אײַך דערמיט באַלײדיקט? בעט איך אײַך, איר זאָלט מיר הונדערט מאָל מוחל זײַן…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: באַלײדיקט? חלילה! אַדרבה, פֿאַרקערט!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: זאָל איך האָבן אַזאַ יאָר, װאָס פֿאַר אַ חכם איר זײַט! איך האָב שױן ניט אײן מאָל געטראַכט, הלװאַי װאָלטן געװען אַ סך אַזעלכע גױים, װי איר…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: װאָס־זשע װאָלט געװען?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װאָלט אפֿשר געקומען משיח… (רוקט זיך צו נענטער צום גאַסט און רעדט מיט אַ האַלבן טאָן נידעריקער). יאָ, װאָס האָב איך אײַך געװאָלט בעטן, איװאַן איװאַנאָװיטש? (קוק זיך אַרום). איצט איז דאָ נישטאָ קײנער, קאָן איך מיט אײַך רײדן אױג אַף אױג. איך האָב מיך שױן עטלעכע מאָל געקליבן מיט אײַך צו רײדן… (קװענקלט זיך). האָט קײן פֿאַראיבל ניט, איך װאָלט עס אפֿשר ניט באַדאַרפֿט, נאָר אַ מאַמע, אַ מאַמעס האַרץ… (אַנטשליסט זיך). איך האָב אײַך געװאָלט בעטן, איר זאָלט מיר זאָגן, װי אַן אײגענער, װי אַן אמתער גוטער פֿרײַנט: װ ע ר איז ער און װ אָ ס איז ער?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: װער, אײגנטלעך?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װער!… איר װײסט שױן, װעמען איך מײן. אײַער חבֿר מײן איך.
ש נ י א ו ר ס אָ ן: װעלכן חבֿר?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װעלכן חבֿר!… שניאורסאָנען מײן איך!
ש נ י א ו ד ס אָ ן: אַ? שניאורסאָנען מײנט איר? אַקעגן װאָס פֿרעגט איר דאָס, אײגנטלעך? (כאַפּט זיך צו צו דער קעשענע, נעסט־אַרױס דעם פּאָרטטאַבאַק, װיל פֿאַררײכערן אַ פּאַפּיראָס און געפֿינט ניט, באַהאַלט צוריק).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אַקעגן װאָס איך פֿרעג? אַקעגן דעם, װאָס איר זאָגט, אַז װער עס פֿרעגט, דער בלאָנדזשעט ניט…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: װאָס־זשע פֿרעגט איר עפּעס גראָד באַ מ י ר?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: באַ װעמען דען זאָל איך פֿרעגן? איר זײַט דאָך עפּעס מיט אים, װי אַנדערע צװײ, און ער האַלט דאָך פֿון אײַך עפּעס גאָר װי אַן אײגענער ברודער, טוט ניט אָן אײַך פֿון דאַנעט אַהין…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: סע קאָן זײַן… װאָס־זשע, אײגנטלעך, װילט איר װיסן פֿון מיר?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װיל איך װיסן פֿון אײַך, װאָס פֿאַר אַ מענטש ער איז?…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: זײער אַ װױלער מענטש.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: דאָס איז גאָר?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: װאָס נאָך האָט איר געװאָלט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אַז ער איז אַ װױלער מענטש ― דאָס װײס איך אָן אײַך.
ש נ י א ו ר ס אָ ן: װאָס־זשע װילט איר פֿ ו ן מ י ר?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װיל איך פֿון אײַך, אַז איר זאָלט מיר זאָגן, צי ס'איז טאַקע אמת, אַזױ װי ער דערצײלט, אַז ער האָט אַ באַבושקאַ, אַ רײַכע, אַ מיליאָנטשיצע פֿון צװײ הונדערט טױזנט?…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (שלאָגט איר איבער). אַ מאָדנע ייִדענע איר זענט! איר אַלײן האָט נאָר־װאָס געזאָגט, אַז איך בין מיט אים די בעסטע, די נאָענטסטע פֿרײַנט, גײט איר באַ מיר זיך נאָכפֿרעגן אַף אים און קאָנטראָלירן, װאָס ער זאָגט אײַך און װאָס ער דערצײלט אײַך!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: איר מײנט, חלילה, איך גלײב אים ניט, אָדער װאָס? איך גלײב אים אַלצדינג. ער איז אַ בחור ― אַף מיר אַזאַ יאָר! אַ פֿײַנער בחור, און אַ לײַטישער בחור, אַן אָפֿענע האַנט, און אַ גוט האַרץ, און אַן אײדלמאַן ביז גאָר. נאָר װאָס דען? עפּעס פֿעלט אים… איך װײס ניט װאָס… אַן עבֿירה, װאָס איר זײַט אַ קריסט, װעט איר מיך ניט פֿאַרשטײן…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: נישקשה, איר מעגט רײדן ― איך פֿאַרשטײ אַלצדינג. (כאַפּט זיך װידער צו דער קעשענע, נעמט אַרױס דעם פּאָרטטאַ־באַק, זעט, ער איז אַ לײדיקער, אָן פּאַפּיראָסן, באַהאַלט ער אים צוריק).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: איר פֿאַרשטײט אַלצדינג, נאָר דאָס װעט איר ניט פֿאַרשטײן. איר זײַט פֿאָרט נישט קײן ייִד! איר זאָלט זײַן אַ ייִד ― עהע־הע!…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (דערפֿרײט). װאָס־זשע װאָלט געװען?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װאָלט איר גאָר אַנדערש פֿאַרשטאַנען. און אַזױ איז אַרױסגעװאָרפֿן אונדזער גאַנצער שמועס.
ש נ י א ו ר ס אָ ן: עס טוט מיר לײד. נאָר אַקעגן װאָס, אײגנטלעך, איז אָט דער גאַנצער שמועס?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אַקעגן װאָס? אַקעגן דעם, װאָס איר זאָגט, מע קען ניט אַ מענטשן, ביז מע עסט ניט אױף מיט אים אַ פּוד זאַלץ. איך מײן עס טאַקע אײַער חבֿר, אונדזער קװאַרטיראַנט שניאורסאָן. איר זײַט דאָך מיט אים באַקאַנט שױן אַזױ לאַנג, מע קאָן זאָגן, פֿון קינדװײַז אָן, ― װי האַלט איר פֿון אים? איך מײן, װאָס פֿאַר אַ מײנונג זײַט איר פֿון אים? איר מעגט זײַן זיכער, אַז אַלצדינג, װאָס איר זאָלט ניט זאָגן, ― איז צװישן אונדז װעט דאָס בלײַבן. מיר זײַנען ניט אַזעלכע מענטשן, חלילה…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (נעסט װידער אַ מאָל אַרױס דעם פּאָרטטאַבאַק, געפֿינט נישט קײן פּאַפּיראָס, באַהאַלט עס צוריק). הערט, װאָס איך װעל אײַך זאָגן, מאַדאַם. איר אַלײן זאָגט דאָך אַף מיר, אַז איך האָב אַ ייִדישן קאָפּ אַף זיך…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: איך זאָג? אַלע זאָגן עס. און אַ ייִדיש פּנים אױך…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: זײער שײן. װיבאַלד אַזױ, פֿאַרשטײט איר דאָך אַלײן, אַז איך פֿאַרשטײ אײַך דורך און דורך. איך פֿאַרשטײ אַ זאַך מיטן קוק… מיר דאַרף מען קײן פֿינגער אין מױל ניט לײגן…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: געװיס אַזױ! איר'ט אים אָפּבײַסן…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: אַלזאָ, הערט זשע מיך אױס, מײַן ליבע מאַדאַם. איר האָט געפּועלט באַ מיר. איך װעל אײַך זאָגן אַלצדינג, װאָס איר װילט. נאָר…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: נאָר װאָס?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: נאָר מיט אײן תּנאַי.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: דהײַנו, מיט װאָס פֿאַר אַ תּנאַי?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: איר װעט מיר פֿריִער ענטפֿערן אַף דעם, װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אָך! מיטן גרעסטן כּבֿוד! איך װעל אײַך זאָגן אַלצדינג, װי אַן אײגענעם טאַטן… װאָס־זשע, אַשטײגער, האָט איר געװאָלט פֿרעגן?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: איך האָב אײַך געװאָלט פֿרעגן… דאָס הײסט, איך האָב געװאָלט װיסן באַ אײַך, צי ער האָט גערעדט מיט אײַער טאָכטער, צי מיט אײַך נאָר אַלײן?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (פּינטלט מיט די אױגן). װער גערעדט?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: אַזױ? איצט פֿרעגט א י ר שױן „װער?“ איך רײד פֿונעם זעלביקן פּאַרשױן, װאָס איר… איך װיל װיסן, צי ער האָט מיט אײַך גערעדט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (פּינטלט מיט די אױגן). װעגן װאָס גערעדט? האָט קײן פֿאַראיבל ניט ― איך פֿאַרשטײ ניט גוט רוסיש…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (שױן אַ ביסל בײז). אַ? איר פֿאַרשטײט ניט גוט רוסיש? (װיל אױפֿשטײן).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (האַלט אים אָפּ). האָט קײן פֿאַראיבל ניט, איװאַן איװאַנאָװיטש, אפֿשר האָב איך אײַך באַלײדיקט?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: באַלײדיקט? זאָל גאָט היטן! איך האָב פֿײַנט באַלײדיקן זיך… איך מײן נאָר, אַז איר זײַט, דאַכט מיר, שױן צו אַ קלוגיטשקע!…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: למאַי זאָלט איר מיך חושד זײַן, איװאַן איװאַנאָװיטש? גלױבט מיר, זאָל עס מיר אָנגײן, װאָס איך װינטש אײַך!… מײַן מאַן, אַ שטײגער, זאָגט אױך אַף אײַך, אַז איר זײַט אַ גאָלד. און אַפֿילו מײַן טאָכטער, װאָס האָט פֿײַנט אַזױ גיך נאָכגעבן, ― איר קענט דאָך זי, זי איז אַ שפּיראָ, פֿון די שפּיראָס ― זאָגט זי אױך, אַז…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (אױפֿגעלעבט). אַז װאָס?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אַז… אָבער איר װעט דאָך עס קײנעם ניט איבערגעבן?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: פֿאַר װעמען האַלט איר מיך?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: מײַן טאָכטער זאָגט, אַז זי זאָל האָבן די ברכות, װאָס איר זײַנט מער ייִד, װי אונדזער שכן שניאורסאָן.
ש נ י א ו ר ס אָ ן: אָט דאָס איז גאָר?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װאָס נאָך האָט איר געװאָלט?… (רוקט זיך צו נאָך אַ מאָל נאָענט צו אים, רעדט שטיל און זיס.) הכּלל, איז װאָס זאָגט איר װעגן אים?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (מאַכט זיך תּמעװאַטע). װעגן װעמען?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װעגן װעמען!… װעגן שניאורסאָנען!
ש נ י א ו ר ס אָ ן: װעגן שניאורסאָנען? גאָרניט. װאָס האָב איך אַף אים צו זאָגן? איך האָב אײַך נאָר אַ פֿרעג געגעבן אַ זאַך, װאָס איך װאָלט עס געדאַרפֿט װיסן, טאַקע פֿון אײַער אינטערעס װעגן, מאַכט איר זיך נאַיִװ, גלײַך װי איר פֿאַרשטײט ניט, ― האָב איך מיט אײַך ניט װאָס צו רײדן… (שטײט־אױף, כאַפּט זיך װידער אַ מאָל צו די פּאַפּיראָסן, לאָזט זיך גײן).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (דערשראָקן). װוּהין איז, איװאַן איװאַנאָװיטש? אָט באַלד קומען זײ דאָך, אײַער חבֿר און מײַן מאַן און די איבעריקע נעסט…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: אַף אײן מינוט. איך האָב פֿאַרגעסן קױפֿן פֿאַ־230 ש ל ו ם ע ל י כ ם פּיראָסן. איך קום באַלד צוריק. (גײט־אָפּ. פֿון צװײטן צימער שטעקט זיך אַרױס בעטיס קאָפּ; די האָר שױן צוגעקליבן).
ב ע ט י: מאַמע! װער איז דאָ געװען? מיט װעמען האָסטו דאָ געשמועסט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: דער כּפּרהניק איז דאָ געװען. קום נאָר אַהער, בעטי!
ב ע ט י: (גײט־צו). װאָסער כּפּרהניק?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: זי װײסט שױן ניט װאָסער כּפּרהניק! אונדזער קװאַרטיראַנטס חבֿר.
ב ע ט י: קאָנסטו דאָך זאָגן איװאַן איװאַנאָװיטש. װוּ־זשע איז ער אַהינגעקומען?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װעט זי מיך לערנען רײדן! ער קומט באַלד צוריק. זיץ, טאָכטער, איך דאַרף דיר עפּעס דערצײלן אַ שײנס.
ב ע ט י: אַבי אַ שײנס. (זעצן זיך אַװעק בײדע אַף דער קאַנאַפּע, װאָס נאָענט צו דער ראַמפּע).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װער ס'איז שײן ― איך בין קלוג.
ב ע ט י: אַקעגן װאָס איז דאָס געזאָגט געװאָרן?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אַקעגן דעם, װאָס דו זאָגסט: „אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד“. לאָזט זיך אױס, אַז פֿונעם סוד װײסט די גאַנצע װעלט, אַ חוץ מיר, טאַטע־מאַמע.
ב ע ט י: װאָסער סוד?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װעגן דיר מיט אונדזער קװאַרטיראַנט, אַז עס האַלט באַ…
ב ע ט י: (צעבײזערט). אַי, מאַמע! עס האַלט גאָרניט דערבײַ, האָב איך דאָך דיר געזאָגט שױן! איך קלער גאָר אַפֿילו ניט פֿון דעם, װאָס דו מײנסט און װאָס דיר װילט זיך…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: פֿון װאַנען זשע װײסן דאָס אַנדערע, זײַטיקע מענטשן?
ב ע ט י: פֿון אײַך אַלײן מסתּמא. איך מײן טאַקע פֿון דיר און פֿונעם טאַטן. איר זאָלט װינציקער רײדן דערפֿון, װאָלט קײנער ניט גערעדט.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: מיר רײדן דען עפּעס? מיר שװײַגן! רײדן רײדן אַנדערע, זײַטיקע.
ב ע ט י: װער זײַנען די אַנדערע, די זײַטיקע?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אָט, למשל, אָט דער גױ האָט אָפּגערעדט מיט מיר אַ האַלבע שעה…
ב ע ט י: (אומרויִק). װאָס־זשע האָט ער גערעדט מיט דיר?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: ער האָט מיך געפֿרעגט, װי אַזױ און װאָס און װען, און װוּ האַלט דאָס באַ אײַך מכּוחן שידוך…
ב ע ט י: (אױסער זיך). טאַקע אַזױ, מיט די װערטער האָט ער באַ דיר געפֿרעגט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: דװקא מיט די װערטער װילסטו?
ב ע ט י: װי אַזױ־זשע פֿאָרט האָט ער דיך געפֿרעגט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װאָס איז באַ מיר ― אַ קאָפּ פֿון אַ באַדי? איך בין טאַקע מחױבֿ צו געדענקען איטלעכס װאָרט באַזונדער? און װאָס ביסטו עס פֿאַר אַ סליעדאָװאַטעל, װאָס איך דאַרף דיר אָפּגעבן דין־וחשבון? איך דערצײל דיר, אַז ער האָט מיך געפֿרעגט ― האָט ער מיך געפֿרעגט. קײן ליגנערין בין איך, דאַכט זיך, ניט געװען קײנמאָל, און הײַנט אױך ניט…
ב ע ט י: (אײַנגעהאַלטן). גוט, מאַמע. איך זאָג דען, חלילה, עפּעס?… הכּלל, לאָמיך הערן װײַטער. װאָס־זשע האָסטו אים דערױף געענטפֿערט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: ענטפֿערן װעל איך אים? אַזאַ נאַר בין איך טאַקע? איך האָב אָנגענומען אַ פֿולן מױל מיט װאַסער און האָב געכאַפּט אַ שװײַג.
ב ע ט י: גאָרנישט געענטפֿערט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אַזױ װי די װאַנט!
ב ע ט י: אַ שאָד. האָסט אים באַדאַרפֿט זאָגן, ערשטנס, אַז ס'איז אַ נעכטיקער טאָג…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: געװיס האָב איך אים געזאָגט, אַז ס'איז אַ נעכטיקער טאָג.
ב ע ט י: און, צװײטנס, אַז זײַטיקע מענטשן האָבן דאָ ניט װאָס צו אינטערעסירן זיך…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: נאָך שענער האָב איך אים געזאָגט. איך האָב אים געזאָגט, אַז ער מעג טאַקע האָבן אַ ייִדישע נאָז, נאָר שטעקן זי אַהין, װוּ מע דאַרף ניט, איז ניט נײטיק…
ב ע ט י: זעסטו, מאַמע, דאָס איז שױן איבעריק. דאָס האָסטו אים נ י ט באַדאַרפֿט זאָגן.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: חלילה! אַזױ טאַקע, מײנסטו, מיט די װערטער? אַזױ גראָב בין איך נאָך ניט! איך האָב אים נאָר געזאָגט, אַז אַלע געפֿינען, אַפֿילו דו אױך, אַז ער האָט אַ ייִדישע נאָז… (בעטי מאַכט אַ באַ־װעגונג). נײן! דאָס הײסט, נישט קײן ייִדישע נאָז האָב איך אים געזאָגט, נאָר אַ ייִדיש פּנים…
ב ע ט י: (אומגעדולדיק). צו װאָס, מאַמע, האָבן דיך געטױגט אָט די איבעריקע רײד? און װאָס איז דאָס גלאַט פֿאַר איבעריקע שמועסן? און װאָס װילט איר פֿון מיר מיט אײַערע שידוכים?…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: שאַ! שרײַ ניט אַזױ! מע װערט פֿון דיר ניט גליקלעך, האָסטו געהערט אַ ביסל!
ב ע ט י: מאַמע! איך װיל זיך מיט דיר ניט צעקריגן הײַנט, אַף מײַנע אימענינעס. נאָר אײן זאַך װעל איך באַ דיר בעטן: דו זאָלסט זיך ניט אַרײַנמישן אין מײַנע געשעפֿטן.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אין אירע געשעפֿטן!…
ב ע ט י: נו־יאָ. יעדער האָט זיך זײַנע געשעפֿטן. דו זאָלסט שטײן פֿון דער װײַטן, צוקוקן ― און שױן!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: הערן און זען און שװײַגן?
ב ע ט י: און שװײַגן! איך בין שױן ניט קײן קלײן מײדעלע. איך קאָן שױן מײַן שטעטל באַשטײן. איך בין שױן אַלט נײַנצן יאָר!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אַזױ? אַזש נײַנצן יאָר? פּססנו! אַ קלײניקײט? װאָס זאָגט איר אַף דעם פּרעסטאַרעץ? נײַנצן יאָר! (עס דערהערט זיך אַ קלונג. בעטי אַנטלױפֿט צו זיך. שׂרה רופֿט סיאָמקען אַף אַ קול). סיאָמקע? סיאָמעניו, גײ נאָר, מע קלינגט! (סיאָמקע קומט־אַרױס, לױפֿט עפֿענען און קומט אַרײַן מיטן פֿאָטער).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (טראָגט אַף בײדע הענט פּעקלעך און סקאָרמוטשן, גיט דאָס איבער שׂרהן, טוט זיך אױס. ננו, נאַ דיר אַ לױפֿעניש! באַשערט געװען צרות ― האָט גאָט צוגעשיקט אַ קװאַרטיראַנט מיט פּראַװאָזשיטעלסטװעס! טאָמער איז קאַרג אײגענע צרות, באַדאַרף מען נאָך האָבן פֿרעמדע!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װוּ־זשע איז ער אַלײן?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: װער?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: דער קװאַרטיראַנט.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: שניאורסאָן? ער קומט באַלד. ער האָט זיך קױם אַרױסגעכאַפּט פֿון דאָרט, װי פֿון אַ באָד, און איז אַװעקגעפֿלױגן קױפֿן בלומען און אַ טאָרט לכּבֿוד די הײַנטיקע אימענינעס. (קוקט זיך אַרום). װוּ איז זי ערגעץ, אונדזער אימעניניצע?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: זי טוט זיך אָן. (צו סיאָמקען). דו גײ נאָר צו דײַנע אוראָקן. האָסט דאָ ניט װאָס צו שטײן.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: װאָס יאָגסטו אַרום דאָס קינד? די אוראָקן און די אוראָקן! הײַנט אױך אוראָקן? (סיאָמקע קוקט מיט דאַנקבאַרקײט אַפֿן פֿאָטער).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: איך װיל ניט, ער זאָל דאָ שטײן. איך באַדאַרף מיט דיר עפּעס רײדן.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: אַ סוד? (צו סיאָמקען). נו, גײ, מײַן זון, װעסט נאָכדעם אַ ביסל שפּעטער אַרױסקומען, װעסטו פֿאַרזוכן פֿון אָט די אַלע גוטע זאַכן. (װײַזט אים אַף די פּעקלעך, װאָס אַפֿן טיש ― סיאָמקע אָפּ). נו, װאָס פֿאַר סודות, למשל?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (רעדט שטיל, כּמעט דעם מאַן אַפֿן אױער). איך קאָן דיך אָנזאָגן אַ בשׂורה, דװיד: עס האַלט שױן באַ זײ װײַט. גאָר װײַט.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (דװקא הױך). באַ װעמען באַ זײ?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: ששט!… כּלומרשט װײס ער ניט. מע באַדאַרף אים צעקײַען און אַרײַנלײגן אין מױל אַרײַן. באַ די קינדער ― באַ אונדזער טאָכטער מיטן קװאַרטיראַנט.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: אָט אַזױ אַז דו רעדסט, פֿאַרשטײט מען. װאָס־זשע הײסט עס „װײַט?“ און װאָס עפּעס אַזאַ גדולה אַף דיר?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: פֿאַר װאָס ניט? האָסט אַ שענערן שידוך? אַ משפּחה, זאָגסטו דאָך אַלײן, די ליובאַװיטשער שניאורסאָנס. די ערשטע באַ ייִדן.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: ניט די ערשטע, נאָר די צװײטע. פֿריִער די שפּיראָס, דערנאָך די שניאורסאָנס. נו? און װײַטער װאָס?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: און װײַטער ― דער יונגערמאַן אַלײן.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: איך האָב קעגן יונגנמאַן גאָרניט װאָס צו זאָגן, בלתּי װאָס ער איז אַ ביסל… אַ ביסל… (זוכט מיט די פֿינגער). אַ ביסל אונטערגעשלאָגן מיט גױ.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: דערפֿאַר איז ער אָבער אַ דימענט פֿון אַ מענטשן און האָט אַ רײַכע באָבע אַ מיליאָנטשיצע…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: זעסטו, דאָס איז שױן באַ מיר דאָס לעצטע שבלעצטע. ערשטנס, האָב איך די מיליאָנען אירע נישט געצײלט, און זײ װאַרעמען מיך װינציק־װאָס. און, צװײטנס, װאָס אָנבאַלאַנגט געלט ― איז אונדזער בעטי נישט קײן אַבי־װער. (מיט גדלות). זי איז שפּיראָס אַ טאָכטער, און קומט־אַרױס, דו פֿאַרשטײסט צי נײן, פֿון די אמתע…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: פֿון די אמתע, פֿון די סלאַװיטער שפּיראָס. מע װײס שױן. מע האָט שױן געהערט! איז זי אָבער נאַקעט און באָרװעס, גאָט זאָל ניט שטראָפֿן פֿאַר די רײד, און האָט ניט אַ קאָפּיקע נדן ― דאָס דאַרף מען ניט פֿאַרגעסן. און הײַנטיקע צײַטן, אַ מײדל אָן נדן, איז אַזױ װי אַ… אַ…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: נו, זאָג שױן, נו ― װי אַ חזן אָן אַן עמוד, װי אַ מלמד אָן אַ קנעלונג, אָדער װי אַ שטוב אָן אַ דאַך… נאָר זאָג מיר, איך בעט דיך, נשמה מײַנע, פֿון װאַנען װײסטו דאָס, אַז עס האַלט באַ זײ אַזױ װײַט? בעטי האָט מיט דיר גערעדט? צי ער אַלײן?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: מיט מיר דאַרף מען רײדן? און װוּ זײַנען מײַנע אױגן? (רעדט נאָך שטילער). זאָלסט אָנקוקן, דװיד, אַ בראַנזעליעט האָט ער איר אונטערגעטראָגן, הײַנט צו די אימענינעס, מיט באַרליאַנטן ― אָט אַזעלכע באַרליאַנטן! (װײַזט מיט די הענט).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (דערשטױנט). אַ בראַסלעט? בריליאַנטן? (הױך). װאָס פֿאַר בראַסלעטן? װאָס פֿאַר בריליאַנטן?… פֿע! באַ מיר גײט עס ניט! איך בין אַ שפּיראָ! (טוט זיך אַ װאָרף צו זײַטיקן צימער).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (האַלט אים צו באַם אַרבל). שששאַ! מאַך ניט קײן געפּילדער! באַװײַז ניט אַרױס דעם כּהן! דאָס אײגענע קאָן מען אַ ביסעלע שטילער אױך! צו װאָס איז דער כּעס, האָסטו געהערט אַ ביסל?!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (אין כּעס). װאָסער כּעס? װער איז אין כּעס? איך האָב פֿײַנט מיט כּעס! איך האָב ליב מיט גוטן! אָט גײ איך אַרײַן און זאָג איר צװײ װערטער ― איך האָב פֿײַנט לאַנגע דיבורים! איך װעל איר זאָגן אַזױ: „הער־זשע אױס, טאָכטער. מילא טאָרטן, בלומען ― דאָס פֿאַרשטײ איך נאָך. אָבער בראַסלעטן? בריליאַנטן?… זאָלסט אַזױ גוט זײַן און מוחל זײַן אים אָפּגעבן דעם בראַסלעט צוריק ― און שױן!“… (לאָזט זיך גײן צו בעטין אין איר צימער).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (גײט אים נאָך). נאָר מיט גוטן, דװיד. איך בעט דיך, ניט מיט בײזן. הײַנטיקע קינדער טאָר מען ניט אַנדערש…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (גײענדיק). זי לערנט מיך, װי אַזױ צו רײדן! (אָפּ. ― שׂרה בלײַבט שטײן פֿון דער זײַט טיר, לײגט־צו אַן אױער, הערט־אונטער, טאָמער װעט זי כאַפּן אַ װאָרט. ― אין דער צײַט דערהערט זיך אַ קלונג. סיאָמקע לױפֿט עפֿענען און קומט צוריק אַ פֿאַרסאַ־פּעטער).
ס י אָ מ ק ע: איװאַן איװאַנאָװיטש!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: דער רוח האָט אים געבראַכט צו טראָגן ― אַ כיטרע גױעץ! (טרעט־אָפּ פֿון דער טיר, פֿײַנטלעך צום אַרײַנגעקומענעם שניאורסאָן, װאָס גילט פֿאַר איװאַנאָװן). מײַן מאַן איז שױן דאָ. ער טוט זיך איבער.
ש נ י א ו ר ס אָ ן: און מײַן חבֿר? (נעסט־אַרױס אַ פּאַפּיראָס).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: שניאורסאָן? ער קומט אױך באַלד צו גײן. (עס הערט זיך װידער אַ קלונג). אָט דאָס דאַרף ער זײַן מסתּמא. סיאָמעניו, זײַ זיך מטריח! (סיאָמקע לױפֿט עפֿענען און קומט צו לױפֿן).
ס י אָ מ ק ע: אונדזער קװאַרטיראַנט שניאורסאָן! (עס קומט אַרײַן א י װ אַ נ אָ װ , װאָס גילט אַלס שניאורסאָן, אָנגעלאָדן מיט בלומען אין אײן האַנט און מיט אַ פּראַכטפֿולן טאָרט אין דער אַנדערער האַנט. דאָס פּנים שײַנט. מיט אַ צופֿרידן שמײכל גריסט ער זיך מיט זײַן חבֿר און שטעלט־אַװעק די בלומען מיטן טאָרט אַפֿן טיש. אין דעם קומט אָן דװיד שפּיראָ פֿון דער טאָכטערס צימער צוריק, באַגריסט זיך מיטן קװאַרטיראַנטס חבֿר שניאורסאָן, װאָס גילט אַלס איװאַנאָװ, כאַפּט אַ קוק אַפֿן קװאַרטיראַנטס בוקעט מיטן טאָרט, קוקט זיך איבער מיטן װײַב פֿיל־דײַטיק)
שׂ ר ה ,ש פּ י ר אָ: (צום קװאַרטיראַנט, פֿרײַנטלעך, נעמט־צו דעם בוקעט מיטן טאָרט). װאָס האָט איר באַדאַרפֿט נאָך אַלײן זיך מטריח זײַן?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צום װײַב). אַלײן איז מער מצװה, דו פֿאַרשטײסט צי נײן… (צום קװאַרטיראַנט און צו זײַן חבֿר). זיצט, פֿאַר װאָס זיצט איר נישט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (טראָגט זײ אונטער שטולן). זיצט, פֿאַר װאָס זיצט איר נישט? (זײ באַדאַנקען, װילן נישט זיצן, פֿאַררײכערן צו פּאַפּיראָסן. ― שׂרה צום מאַן, אױף ייִדיש). נו, דװיד, װאָס איז מיטן אוטשאַסטאָק? פּטור געװאָרן?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צום װײַב, אַף ייִדיש). װאָס דען? איך, אַז איך גײ! איך האָב זײ אַלעמען פֿאַרשטופּט דאָס מױל: דעם אַרײַנגערוקט אין יד אַרײַן אַ צענערל, דעם מטמא געװען מיט אַ פֿינפֿערל, דעם אַרײַנגעװאָרפֿן אַ דרײַערל, און אונדזער דװאָרניק אױך אַ חצי פֿױגל… (צום קװאַרטיראַנטס חבֿר, צום אמתן שניאורסאָן, װאָס גילט אַלס איװאַנאָװ) הערט איר, װאָס איך װעל אײַך זאָגן, איװאַן איװאַנאָװיטש? (זיפֿצט אָפּ). ס'איז שװער צו זײַן אַ ייִד! שװער און ביטער, װי דער טױט!
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (צו שפּיראָן, כּלומרשט פֿאַרװוּנדערט) טאַקע? װאָס איז דען? צום חבֿר). װידער דאָס אַלטע לידל? װידער אוטשאַסטאָק? װידער פּראַװאָזשיטעלסטװע? נאָך נישט צוגעגעסן זיך?
― א י װ אַ נ אָ װ: פּוסטיאַקי! (צו שׂרהן). און װוּ איז די אימעניניצע?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (צום קװאַרטיראַנט). זי קומט באַלד אַרױס.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צום קװאַרטיראַנטס חבֿר) אַיאָ, דאָ איז עס באַ אים „פּוסטיאַקי“? אַיאָ, דאָ איז ער באַ זיך אַ גאַנצער תּקיף? אַנו, פֿרעגט אים אַקאָרשט, װאָס האָט ער געזאָגט דאָרטן, בעת דער אַלטער סטאָלאָנאַטשאַלניק האָט אים אַ רוף געגעבן: „עי, הערשקאָ, קום נאָך אַהער!“?
א י װ אַ נ אָ װ: (צום חבֿר). דו פֿאַרשטײסט? אַן אַלטער שכּור, פֿאַרגינט ער זיך מיר זאָגן „דו“, ― זאָל איך אים שװײַגן?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (לאַכט. צום חבֿר). װאָס־זשע האָסטו אים דערױף געענטפֿערט?
א י װ אַ נ אָ װ: איך האָב אים דערױף גאָרנישט געענטפֿערט. איך האָב אים נאָר אַ פֿרעג געגעבן: „פֿון װען־אָן זײַנען מיר דאָס געװאָרן אַזױ נאָענט, װאָס מיר „דוצן“ זיך אײנס דאָס אַנדערע?“…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (לאַכט). נו, און װײַטער װאָס?
א י װ אַ נ אָ װ: װײַטער זאָגט ער צו מיר: „מאָלטשאַטмолчат: שװײַג, זשידאָװ־סקאַיאַ מאָרדאַייִדישע מאָרדע!“ ― שיִער נישט אַרױס אַ סקאַנדאַל…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (װערט צעגאַנגען פֿאַר געלעכטער). כאַ־כאַ־כא!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צום װײַב, װאָס איז פֿאַרנומען מיט אױפֿבינדן די פּעקלעך און אױסשטעלן אַלץ אַפֿן טיש). זע נאָר זע, װי דער האָט זיך אַ ביסל צעלאַכט! (צו שניאורסאָנען). אײַך איז גוט צו לאַכן, אַז איר זײַט זיך אַ סטודענט, און הײסט איװאַן איװאַנאָװיטש, און האָט אַ טאַטן אַ דעיסטװיטעלני סטאַטסקי סאָװעטניקдействительны старцы советник: אמתדיקן ראָטגעבער … איך װאָלט אַ בעלן געװען אַף אַ טשיקאַװעס זען, װען איר זאָלט זיך געפֿינען, למשל, אין זײַן פֿעל (װײַזט אַפֿן קװאַרטיראַנט) כאָטש נישט לאַנג, כאָטש אײן יאָר… (בײדע חבֿרים קוקן זיך איבער און שיסן אױס אַ געלעכטער. ― אין דעם קוסט־אָן בעטי פֿון איר חדר, אָנגעטאָן שױן נישט װי אַ שילערין, נאָר אין אַ לאַנג קלײד, מאָדערן פֿאַרקעמט. בײדע חבֿרים לאָזן זיך צו איר, גראַטולירן זי מיט איר געבורטסטאָג. פֿאָטער און מוטער קװעלן אָן. ― גראַטולירנדיק, דערזעט שניאורסאָן אַף בעטיס האַנט דאָס בראַסלעטל. בעטי באַמערקט עס, װערט רױט, באַהאַלט איר האַנט. בײדע חבֿרים קוקן זיך איבער).
ב ע ט י: װאָס איז דאָ באַ אײַך אַזױ פֿרײלעך ― איך האָב געהערט אײַער געלעכטער אַזש אַהין? פֿון װאָס רעדט זיך דאָ?
ד װ י ד ש פּ י ד אָ: (צו דער טאָכטער). מיר רײדן דאָ פֿון דעם, װי ס'איז שװער צו זײַן אַ ייִד. פֿאַרשטײט מיך נישט איװאַן איװאַנאָװיטש. זאָג איך זײ, זײ זאָלן פּרוּװן זײַן אַ ייִד כאָטש אײן יאָר, װאָלטן זײ שױן געפֿילט דעם טעם. לאַכן זײ פֿון מײַן געדאַנק.
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (צו שפּיראָן). אַנטשולדיקט. נישט פֿון אײַער געדאַנק האָבן מיר געלאַכט, נאָר פֿון מײַן חבֿר, װי ער האָט זיך דורכגעשמועסט מיטן סטאָלאָנאַטשאַלניק. (צו בעטין). יענער האָט מכבד געװען מײַן חבֿר מיט אַ קאָמפּלימענט.
ב ע ט י: (צו שניאורסאָנען). אים אָנגערופֿן מיטן אמתן נאָמען?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: גלײַך װי איר זײַט געװען דערבײַ. (בײדע חבֿרים לאַכן).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צו שניאורסאָנען). איר לאַכט, אַיאָ? באַ אײַך איז גאָרנישט, אַז איר הערט דאָס דאָזיקע שענדלעכע װאָרט, װײַל איר זײַט אַ קריסט, פֿילט איר נישט. און באַ אונדז טריפֿט זיך בלוט! דאַכט זיך, װאָס אַזעלכעס שטעקט אינעם װאָרט „זשיד“? נאָר אַז אַ גױ זאָגט דאָס אַרױס, זאָגט ער עס מיט אַזױ פֿיל רישעות און מיט אַזױ פֿיל גיפֿט, אַז נישט װילנדיק פֿילט איר זיך באַלײדיקט… אַװדאי איז ער געװאָרן אָנגעצונדן, אײַער חבֿר (װײַזט אַף איװאַנאָװן, װאָס גילט אַלס שניאורסאָן), אַז יענער האָט אים אַ זאָג געגעבן „זשידאָװסקאַיאַ מאָרדאַ“! מע קאָן װערן נישט נאָר אָנגעצונדן ― מע קאָן די אַפּאָפּלעקציע באַקומען! (קאָכט זיך). פֿאַר װאָס? פֿאַר װען? װעמען טשעפּעט ער? װעמען מאַכט ער דאָ ענג? גלאַט מע נעמט אַ בחור, גאָט די נשמה שולדיק, און מע שלעפּט אים אַלע מאָל אין אוטשאַסטאָק, איר פֿאַרשטײט צי נײן, מע לאָזט אים נישט זיצן רויִק אײן װאָך אַפֿילו. זײ זוכן אַלע מאָל אַ נײַע עבֿירה אַף זײַן פּראַװאָזשיטעלסטװע: דאָס געפֿעלט זײ נישט ― דער דאַנטיסט איז נישט רעכט כּשר; דאָס דאַכט זיך זײ אױס, אַז די דאָקומענטן זײַנען נישט, װי עס געהער צו זײַן… אַ גאָטס רחמנות אַפֿן יונגנמאַן…
א י װ אַ נ אָ װ: (צו שפּיראָן). װאָס האָט איר אַף מיר אַזױ רחמנות?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: יאָ־נו, װאָס באַװײנט איר אים אַזױ?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: דערפֿאַר, װאָס דאָס האַרץ טוט װײ. דערפֿאַר, װאָס איך בין אַ ייִד, און אַ ייִד איז נישט קײן גױ. אַ גױ האָט נישט אין זיך קײן קאַפּ רחמנות…
א י װ אַ נ אָ װ: (צו שפּיראָן). אַזױ מײנט איר ― אַז נאָר אַ ייִד פֿאַרמאָגט דאָס געפֿיל פֿון רחמנות?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (צום מאַן, אַף ייִדיש). צו װאָס טױג דיר דברן פֿאַר אַן ערל אַזעלכע װערטער? זעסט דאָך, אַז דער יהודי (װײַזט מיט די אױגן אַף איװאַנאָװן) נעמט זיך אַזש אָן זײַן קריװדע…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (אױך אַף ייִדיש). סקאָצל קומט ― אָט איז זי אױך דאָ! (אַף רוסיש). איך זאָג נישט, אַז אַ קריסט פֿאַרמאָגט נישט דאָס געפֿיל פֿון רחמנות. איך זאָג נאָר, אַז אַ גױ אַף אַ ייִדן האָט אַזױ פֿיל רחמנות, װי אַף אַ הונט, נאָך װינציקער ― אָט װאָס איך זאָג! (צו שניאורסאָנען, װאָס גילט אַלס איװאַנאָװן). זײַט זיך מודה, אַז איר האַנדלט קעגן אונדז, ייִדן, אַ סך ערגער, װי, למשל, קעגן הינט, אָדער קעגן פֿערד. הינט זײַנען באַ אײַך פּטור פֿון פּראַװאָזשיטעלסטװע, אַף פֿערד איז באַ אײַך פֿאַראַן אַ חבֿרה „צער בעלי־חײם“, און אונדז, ייִדן, איז באַ אײַך אַ מיצװה צו יאָגן און צו רודפֿן און צו שלאָגן און צו טרײַבן און צו מאַכן פּאָגראָמען…
ב ע ט י: (צום פֿאָטער). װאָס טענהסטו, פּאַפּאַ, צו איװאַן איװאַנאָװיטשן? איװאַן איװאַנאָװיטש איז נישט פֿון יענע קריסטן, װעלכע…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צו דער טאָכטער, לאָזט איר נישט ענדיקן). איך װײס, איך װײס, אַז זײ זײַנען נישט פֿון יענע. הערסטו! דעריבער זאָג איך עס זײ! מיט אַן אַנדערן װאָלט איך דען אַרײַנגעלאָזט זיך אין אַזעלכע רײד? (צום קװאַרטיראַנטס חבֿר). איך װאָלט אַ בעלן געװען זען, איר זאָלט זײַן אַ ייִד, און ענדיקן גימנאַזיע מיט אַ גאָלדענער מעדאַל, און נישט אַרײַן אין אוניװערסיטעט, און האָבן צו טאָן מיט דאַנטיסטן און מיט נאַדזיראַטעלעס און מיט סטאָלאָנאַטשאַלניקעס און מיט נאָך אַזעלכע שװאַרצע יאָר!
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (צו שפּיראָן). װאָס־זשע װאָלט געװען?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: װאָלט איר געפֿילט דעם טעם, װאָס הײסט שטיפֿקינד, און װאָס הײסט זײַן אין גלות, נע־ונד, גרױס איטלעכן אין די אױגן… עך־עך־עך, איװאַן איװאַנאָװיטש! איר מעגט זיך טאַקע איבערנעמען מיט אײַערע לײַט, װאָס באַקלאָגן זיך אַף אונדז, ייִדן, און װאַרפֿן אונדז אױס אַלערלײ חטאָים, זאָגן אַף אונדז, אַז מיר זײַנען בלוטצאַפּערס, אַז מיר זױגן אײַער בלוט. כאַ־כאַ! נישטאָ װער ס'זאָל לאַכן! מיר זײַנען דאָס די בלוטצאַפּערס באַ דער װעלט! (אַלע מאָל מיט מער היץ). מיר, װאָס פֿאַרנעמען דעם לעצטן אָרט, װאָס זײַנען נידעריקער פֿון נידעריק ― איך װײס? ציטערן פֿאַר אַ פֿליג, ― זײַנען מיר דאָס אײַערע גזלנים! אײַערע בלוטפֿרעסער!… נײן! די אמתע בלוטצאַפּערס, אױב איר װילט װיסן, ― דאָס זײַט איר, איר, קריסטן! יאָ. איך זאָג עס אײַך גאַנץ אָפֿנטלעך, אין די אױגן: איר ― איך מײן נישט אײַך, איך מײן דאָס גאַנצע רוסישע פֿאָלק ― איר זײַט אַ בלוטדורשטיק פֿאָלק, איר פֿאַרשטײט צי נײן!…
א י װ אַ נ אָ װ: (צו שפּיראָן, מיט אײַנגעהאַלטענער אױפֿרעגונג). מיר דאַכט, אַז דאָס איז שױן אַ ביסל צו שאַרף געזאָגט. פֿון װאַנען זײַט איר דאָס אַזױ קלאָר אין קריסטן? פֿון װען־אָן קענט איר דאָס אַזױ דאָס רוסישע פֿאָלק?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: פֿון װאַנען איך בין אַזױ קלאָר ― דאָס איז אַ באַזונדערע זאַך. איך בין, דאַנקען גאָט, קלאָר אומעטום. נאָר מיר דאַכט זיך, אַז דאָס דאָזיקע פֿרעגן באַ מיר האָבן באַדאַרפֿט זײ (װײַזט אַף שניאורסאָנען, װאָס גילט אַלס איװאַנאָװ), נישט איר. (איװאַנאָװ װיל ענטפֿערן. שניאורסאָן טוט זיך מיט אים אַ קוק־איבער. איװאַנאָװ בלײַבט שטיל, פֿאַררײכערט נאָך אַ פּאַפּיראָס. דװיד שפּיראָ רעדט װײַטער, װענדט זיך צו שניאורסאָנען). אָט נעמט, למשל, אָט דאָס אָ: איר באַשולדיקט אונדז, אַז מיר באַנוצן אײַער בלוט אין אונדזערע מצות, אַז עס קומט פּסח…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (אין דער לופֿט, האַלב ייִדיש, האַלב לשון־קודש). טאָמער װײסטו, צו װאָס דאַרף מען דברן פֿון דעם אומגליק?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צום װײַב, אַף ייִדיש). אפֿשר װעל איך גײן באַ דיר לערנען זיך, װאָס און װי אַזױ צו רײדן?
ב ע ט י: (אַף רוסיש). פּאַפּאַ! די מאַמע האָט רעכט ― דאָס איז נישט קײן טעמע צוליב מײַנע אימעניעס.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צו דער טאָכטער, אױך אַף רוסיש). װאָס איז שײך יאָ אימענינעס, נישט אימענינעס? גײ האָרך, װאָס אין שטאָט טוט זיך מיטן נײַעם פּעקל, װאָס מיר, ייִדן, האָבן אַף זיך! עס קאָכט די גאַנצע בערזע מיטן קריסטלעכן קינד, װאָס מע האָט געפֿונען אַנומלטן אַ געהרגעטן און אַ צעשטאָכענעם דאָ, אַף דער ייִדישער גאַס!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (אַף ייִדיש). געהרגעט און צעשטאָכן זאָלן זײ דיר װערן פֿון גאָט, רבונו של עולם! (אַף רוסיש). ס'איז גאָר נישט כּדאַי אַקעגן נאַכט אַפֿילו צו דערמאָנען אַזאַ פּאַסקודסטװע… (דערזעט סיאָמקען, װי ער שטײט, צונױפֿגעלײגט די הענטלעך, און הערט זיך אײַן מיט גרױס אינטערעס צום שמועס). דו קלײנער װעװריק, דו דאַרפֿסט אױך הערן, אַז מע רעדט פֿון אַזאַ מיאוסקײט? גײ בעסער צו דײַנע אוראָקן. דער אױפֿדערנאַכט איז נאָך גענוג גרױס! (סיאָמקע גײט־אָפּ צו זיך אָן חשק).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (באַרויִקט זיך נישט). עס קאָכט, עס קאָכט די שטאָט מיט דעם דאָזיקן מיאוסן עסק! די גאַנצע לופֿט איז אָנגעפֿילט מיט שׂינאה, און סע שמעקט מיט פּאָגראָם…
א י װ אַ נ אָ װ: (צו שפּיראָן). אײַך חלומען זיך נאָר פּאָגראָמען…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: מיר חלומען זיך פּאָגראָמען דערפֿאַר, װײַל איך האָב שױן איבערגעלעבט צװײ, איר פֿאַרשטײט צי נײן! און איך זאָל נישט קענען איװאַן איװאַנאָװיטשן, װי אַזױ זײ קוקן דערױף, װאָלט איך עס נישט גערעדט פֿאַר זײ אין די אױגן. ס'איז דאָך טאַקע נאָר אַ האַרצװײטיק, אַז אין הײַנטיקער צײַט, אין דער צײַט פֿון חכמה און װיסנשאַפֿט, פֿון עלעקטריע, טעלעפֿאָן, גראַמאָפֿאָן, עראָפּלאַן, סינעמאַטאָגראַף און נאָך אַזעלכע זאַכן, זאָלן מענטשן גלײבן אין אַזעלכע װילדע בבא־מעשׂיות, אַז ס'איז פֿאַראַן באַ אונדז, װי זײ זאָגן, אַזאַ סעקטע, װאָס באַנוצט בלוט!…
א י װ אַ נ אָ װ: סעקטעס און סעקטאַנטן זײַנען פֿאַראַן אומעטום, באַ אַלע פֿעלקער…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (מיט היץ, צו איװאַנאָװן). נאָר נישט באַ ייִדן! אױסגעשלאָסן!
ב ע ט י: כאַ־כאַ־כאַ־כאַ! כאַ־כאַ־כאַ־כאַ־כאַ־כאַ! (װערט צעגאַנגען פֿון געלעכטער).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: זי איז זײער גערעכט, װאָס זי לאַכט. אַז איר האָט זיך פֿאַרביטן מיט די טענות. ער, דער ייִד (װײַזט אַף איװאַנאָװן), װיל האָבן, אַז באַ אונדז זײַנען, װי אומעטום, פֿאַראַן סעקטעס און סעקטאַנטן, און זײ, דער קריסט (װײַזט אַף שניאורסאָנען), לײקענען־אָפּ, אַז באַ ייִדן, הײסט עס, זײַנען קײן סעקטעס נישט פֿאַראַן. הײַנט װי אַזױ זאָל מען נישט לאַכן? (בײדע חבֿרים כאַפּן זיך, הערן פֿאַרשעמט).
א י װ אַ נ אָ װ: (װיל זיך פֿאַרענטפֿערן). איך האָב נישט געזאָגט, אַז באַ אײַך… באַ אונדז מײן איך, זײַנען פֿאַראַן סעקטאַנטן. איך האָב נאָר געזאָגט, אַז מיר… מײן איך, אַז זײ, די קריסטן הײסט עס (װײַזט אַפֿן חבֿר), מעגן גלײבן, אַז באַ אײַך… באַ אונדז מײן איך, זײַנען יאָ פֿאַראַן סעקטאַנטן…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צו קײנעם נישט). זעט נאָר בעסער, װי דער פּלאָנטעט (װײַזט אַף איװאַנאָװן): „באַ אײַך ― באַ אונדז, באַ אונדז ― באַ אײַך“…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (װיל צערײַבן און פֿאַרגלעטן, רעדט צו זײן חבֿר). דער הער שפּיראָ האָט פֿולקום רעכט. דיר, אַלס ייִד, װאָלט געמעגט אָנשטײן װיסן, אַז די בבא־מעשׂה פֿון סעקטעס און סעקטאַנטן, װאָס נוצן מענטשנבלוט, איז אַן אַלטע מעשׂה פֿון פֿאַרצײַטן. דו, אַלס ייִד, װאָלסט געמעגט צו װיסן, אַז דעם זעלבן בלבול האָט מען אַמאָל, מיט אַ סך יאָרן פֿריִער, באַשולדיקט אונדז, קריסטן, אַז מיר קױלן פֿרעמדע קינדער און באַנוצן זײער בלוט צו הײליקע צװעקן…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (שלאָגט אים איבער). װײס איך! װאָס פֿאַר אַ ייִד איז ער? אױך מיר אַ ייִד! נישטאָ װער ס'זאָל לאַכן, כאַ־כאַ! שױן אײן מאָל אַ ייִד! איר װעט מיר גלײבן, צי נײן? עס מאַכט זיך צײַטן, װאָס עס גלײבט זיך גאָרנישט, אַז ער איז אַ ייִד, און נאָך אַ שניאורסאָן דערצו! און װײסט איר, װאָס נאָך איך װעל אײַך זאָגן, איװאַן איװאַנאָװיטש? האָט קײן פֿאַראיבל נישט, נאָר איך מוז אײַך זאָגן אָפֿנטלעך, אַז איר זײַט שױן מער ייִד פֿון אים. אַ סך מער ― איך זאָל האָבן די ברכות! זאָגט אײַך װאָס איר װילט, נאָר באַ אײַך איז פֿאַראַן עפּעס אַזעלכעס, אַזױנס… (מאַכט מיט די פֿינגער). איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַ ניצוץ פֿון אַ ייִדן… אַ נשמה, אַ ייִדישע נשמה…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (לאַכט). אַזױ גאָר? אײַער װײַב געפֿינט, אַז אַף מיר זיצט אַ ייִדישער קאָפּ, און איר זאָגט, אַז איך האָב אַ ייִדישע נשמה. איר װעט שױן אָט באַלד אױסטראַכטן אַף מיר אַ בלבול, אַז איך בין גאָר אינגאַנצן אַ ייִד… (אַלע צעלאַכן זיך. עס דערהערט זיך אַ קלונג).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (צופֿרידן, װאָס סע האָט איבערגעשלאָגן דעם דאָזיקן שמועס). אָ, עס גײען געסט! סיאָמקע, װוּ ביסטו ערגעץ? (קוקט זיך אַרום). סיאָמקע!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צום װײַב). האָסט פֿאַרגעסן, אַז דו האָסט אים נאָר־װאָס דורכגעטריבן? (סיאָמקע דערהערט, אַז מע רופֿט אים, קומט צו לױפֿן).
ס י אָ מ ק ע: װאָס איז?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: גײ, סיאָמעניו, מע קלינגט! (סיאָמקע לױפֿט־אַראָפּ).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צום װײַב, אַף ייִדיש). װאָס איז ער באַ דיר, װאָלט איך געװאָלט װיסן ― אַ לאַקײ, צי אַ שװײצאַר? (צו שניאורסאָנען אַף רוסיש). אַ לאָװקע יונגאַטש אונדזער זונדל! און לערנען לערנט ער ― לאָז אײַך שױן אײַער חבֿר זאָגן… (אין דעם קומט צו לױפֿן סיאָמקע מיט אַ גדולה).
ס י אָ מ ק ע: (הױך). בעטיס חבֿרטאָרינס ― אַ גאַנצע כאַליאַסטרע! (דװיד שפּיראָ רײַסט איבער דעם שמועס. בעטי לױפֿט אַקעגן די אַרײַנגעקומענע חבֿרטעס, אַ שטיק פֿינף־זעקס מײדלעך, שילערינס, אַלע אָנגעטאָן, װי גימנאַזיסטקעס, אין גרינע קלײדלעך, שװאַרצע פֿאַרטעכלעך און װײַסע שפּיצן־קראַגנס מיט מאַנזשעטלעך. בעטי צעקושט זיך מיט זײ, פֿירט זײ צו און שטעלט זײ פֿאָר פֿריִער פֿאַר די עלטערן).
ב ע ט י: מײַנע חבֿרטעס, מײַנע עלטערן. (דערנאָך צום קװאַרטיראַנט מיטן חבֿר). הער איװאַנאָװ, הער שניאורסאָן ― זײַט באַקאַנט. (די מײדלעך גײען־צו אײנציקװײַז, מאַכן קניקסן).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: זיצט, פֿאַר װאָס זיצט איר נישט? (טוט אַ װוּנק צום װײַב, זי זאָל זײ אױפֿנעמען).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (טראָגט זײ אונטער שטולן). זיצט, פֿאַר װאָס זיצט איר נישט? (די מײדלעך מאַכן נאָך אַ מאָל צו קניקסן, זעצן זיך אױס. אין דער זעלבער צײַט דערהערט זיך נאָך אַ קלונג. סיאָמקע לױפֿט עפֿענען און קומט אַרױף װידער מיט אַ שׂימחה).
ס י אָ מ ק ע: נאָך דרײַ געסט: צװײ סטודענטן און אײנער אַזױ אַ מענטש! (אַלע לאַכן).
ד װ י ד ש פּ י ד אָ: װי יענער פּױלישער, װאָס האָט געזאָגט: „איך האָב געזען פֿאָרן צװײ ייִדן מיט אַ ליטװאַק“… (צו דער טאָכטער). װער זאָל דאָס זײַן?
ב ע ט י: דאָס זײַנען די סטודענטן גרינסבערג און פֿראַטקין, װאָס איך האָב מיך מיט זײ באַקענט באַ מײַנער אַ חבֿרטע אַף אימענינעס. און דער דריטער, הורװיטש ― דער איז אַ געװעזענער עקסטערן, הײַנט אַ לערער. (אין דער צײַט, װאָס דאָ װערט גערעדט, הערט זיך פֿון יענער זײַט טיר אַ הוסטערײַ און אַ קלאַפּערײַ פֿון קאָלאָשן, װאָס מע טוט־אױס אין פֿאָדערצימער. דערנאָך באַװײַזן זיך דרײַ פּאַרשױנען: צװײ אין נײַע סטודענטישע אוניפֿאָרמס; אײנער פֿון זײ, ג ר י נ ס ב ע ר ג , איז טשאַקענדיק אױסגעפּוצט, מיט גאָלד באַלײגטע אַרבל און קאָלנער, מיט אַ שפּאַגע, זעט אױס, װי אַן אָפֿיציר. דער דריטער, ה ו ר װ י ט ש ― אין אַ גרױען פּידזשאַק מיט אַ ברײטן שװאַרצן שניפּס אַפֿן האַלדז. ― בעטי קומט זײ אַקעגן. אַלע דרײַ באַגריסן זי זײער פֿײַערלעך. די צװײ סטודענטן טראָגן איר אונטער בלומען).
ג ר י נ ס ב ע ר ג: (אַ קלאַפּ אַ פֿוס אָן אַ פֿוס). אימעיו טשעסט פּאָזדראַװיט! *
פֿ ר אַ ט ק י ן: פּאָזדראַװליאַיו! **
ה ו ר װ י ט ש: (אַף ייִדיש). מזל־טובֿ! און אַ גוט יום־טובֿ אײַך!
ב ע ט י: (באַדאַנקט, שטעלט זײ פֿאָר פֿריִער פֿאַר אירע עלטערן אײנציקװײַז). סטודענט גרינסבערג, סטודענט פֿראַטקין, הער הורװיטש. דער (װײַזט אַף הוּרװיטשן) רעדט נישט קײן אַנדער שפּראַך, אַחוץ ייִדיש.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: ער איז זײער גערעכט. מיר האָבן נישט מיט אונדזער לשון װאָס צו שעמען זיך. (בעטי פֿירט זײ צו דערװײַל צו שניאורסאָנען מיט איװאַנאָװן, דערנאָך שטעלט זי זײ פֿאָר פֿאַר אירע חבֿרטעס, װעלכע שטאַטן־אָפּ נאָך אַ מאָל צו קניקסנס. די שטימונג װערט יום־טובֿדיק. דװיד שפּיראָ טוט אַ װוּנק צום װײַב, זי זאָל אױפֿנעמען די געסט). זיצט, פֿאַר װאָס זיצט איר נישט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (טראָגט זײ אונטער שטולן). זיצט, פֿאַר װאָס זיצט איר נישט? (די געסט באַדאַנקען).
ג ר י נ ס ב ע ר ג: פּאָקאָרנאָ בלאַגאָדאַריו! *
פֿ ר אַ ט ק י ן: מערסי, מאַדאַם!
ה ו ר װ י ט ש: (ייִדיש). אַ שײנעם דאַנק אײַך, מומעניו!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (רײַבט אַ האַנט אָן אַ האַנט). זײער אָנגעלײגטע געסט! איך האָב ליב יונגעלײַט. מאַלאַדיאָזש! יונג בלוט! (צו הורװיטשן). אײַער נאָמען איז, דאַכט מיר, אױב איך האָב קײן טעות נישט, הורװיטש? פֿון װאָסערע הורװיטשעס זײַט איר?
ה ו ר װ י ט ש: פֿון די אמתע הורװיטשעס, פֿון די פּינסקער הורװיטשעס.
―
* איך האָב דעם כּבֿוד צו גראַטולירן. ** איך גראַטוליר. * אַ דאַנק!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: אַזױ? קען איך דאָך אײַך. אײַער זײדע איז געװען, אױב איך האָב קײן טעות נישט, אַ …
ה ו ר װ י ט ש: אַ שמש אין שול, און מײַן טאַטע איז אַ מלמד. (עס װערט אַ געלעכטער).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (פֿילט זיך קאָנפֿוזעדיק, געפֿינט זיך אָבער באַלד). נו־יאָ. װאָס איז דער געלעכטער? אַ שמש איז גאָרנישט אַזאַ חרפּה. יגיע כפּיך, זאָגט ער, כי תאכל. יעדער האָט זיך זײַן טועכץ. און אַ מלמד איז אַװדאי קייִן בזיון נישט. (צו הורװיטש). אַ סימן, אַז אײַער טאַטע קאָן לערנען.
ה ו ר װ י ט ש: דװקא נישט. ער איז אַ דרדקי־מלמד, לערנט ייִדישע קינדער עבֿרי.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: נו־יאָ. דאָס איז אױך אַ זאַך ― אױסלערנען קינדער דאַװנען. (װיל צערײַבן דעם שמועס, װענדט זיך צום װײַב). אפֿשר װאָלסטו זיך מטריח געװען, מײַן װײַב, אַף אַ טשיקאַװעסט אַ קוק טאָן דאָרט צום סאַמאָװאַר, אים אײַנרױמען אַ סוד אַפֿן אױער, ער זאָל פֿאַרזידן, ― װעלן מיר מכבד זײַן די ליבע געסט, ראשית חכמה, מיט טײ, און דערנאָך װעלן מיר נעמען עפּעס אין מױל אַרײַן און טרינקען מיט זײ לחײם לכבוד אונדזער אימעניניצע, װאָרעם אַז גאָט האָט געהאָלפֿן אַזאַ יום־טובֿ, מיר האָבן דערלעבט, אונדזער טאָכטער איז אַלט געװאָרן, ברוך השם, אַזױ גרױס, װי…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (גרײט צו גײן אין קיך אַרײַן, שלאָגט איבער דעם מאַן). צו װאָס איבעריקע רײד? װער פֿרעגט דיך, װיפֿל זי איז אַלט? װער שלעפּט דיך באַ דער צונג, האָסטו געהערט אַ ביסל?!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צום װײַב). װאָס האָסטו מורא, ס'װעט איר שאַטן צום שידוך? צי דו ציטערסט פֿאַר אַ גוט אױג?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: שאַטן נישט שאַטן ― נאָר למאַי זאָל אַ מענטש האָבן אַ טבֿע רײדן אַזעלכע זאַכן, װאָס קײנער פֿרעגט אים נישט? (גײט־אָפּ, מיטגערופֿן סיאָמקין, ער זאָל איר העלפֿן אין דער קיך).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צו אַלעמען). אָט האָסטו דיר! אַ ייִדענע בלײַבט אַ ייִדענע, זי מעג זײַן די גרעסטע חכמה אין דער װעלט! די װײַבער ― ס'זאָל אײַך צו קײן חרפּה נישט זײַן, באַרישניס, –– האָבן אין זיך אַלע מאָל אױבערשפּיצלעך. באַ מיר איז אַן אָפֿענער זעקס־און־זעכציק. איך בין אַ שפּיראָ, און די שפּיראָס װײסן נישט פֿון קײן חכמות. איך גײ מיט דעם גאַנג, אַז מיטן אמת קאָן מען אױסגײן די גאַנצע װעלט… הערט־זשע אױס, רבותים, װאָס איך װעל אײַך זאָגן. (נעסט־אַרום די טאָכטער). איר קוקט־אָן אָט דאָס מײדל, אָט די באַרישני מײן איך? בערטאַ דאַװידאָװנאַ שפּיראָ רופֿט מען זי. זאָלט איר װיסן זײַן אַלע, אַז הײַנטיקן טאָג איז איר געװאָרן למזל פּונקט נײַנצן יאָר! (צעקושט זיך מיט איר).
אַ ל ע: נײַנצן יאָד? (יונגװאַרג הײבן זיך אױף פֿון די ערטער, גײען־צו בעטין און גראַטולירן זי נאָך אַ מאָל, רופֿן־אױס יעדער באַזונדער). נײַנצן יאָר! (אין דעם קומט־אָן שׂרה מיטן סאַמאָװאר. סיאָםקע טראָגט איר נאָך אַ גרױסע טאַץ מיט טײגעשיר).
ש ר ה ש פּ י ר אָ: זאָגט כאָטש: „ביז הונדערט און צװאַנציק“, האָסטו געהערט אַ ביסל?!
ב ע ט י: הונדערט און צװאַנציק װעט זײַן, מאַמאָטשקאַ, אַ ביסל צו פֿיל, האָב איך מורא… (צו די אױפֿגעשטאַנענע געסט). נו, גאָספּאָדאַ? צום טיש, צום טײ טרינקען!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (ברײט און גאַסטפֿרײַנטלעך). צום טיש, מײַנע ליבע געסט, צום טיש! זיצט, פֿאַר װאָס זיצט איר נישט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (שטעלט יעדן אַ שטול). זיצט, פֿאַר װאָס זיצט איר נישט? (אַלע זעצן זיך אױס, די מײדלעך אױך. סיאָמקע זעצט זיך אױך צום טיש).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (זעצט זיך אַלײן אױך אַװעק גאַנץ אױ־בנאָן). אָט אַזױ האָב איך אײַך ליב! איצט נעמט און װאַרפֿט־אַרײַן צוקער, און טרינקט טײ, און עסט אײַנגעמאַכטס, אָט שטײט. (צום װײַב). שׂרה! גיב אײַנגעמאַכטס! (צו די געסט). און דערצײלט, װאָס הערט זיך עפּעס נײַס אַף דער גרױסער װעלט? איך מײן באַ אײַך, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אין אוניװערזיטעט. װער איז אַרײַן? װער איז אַרױס? װער האָט זיך געשמדט? און װער האַלט באַ שמדן זיך? (מישט מיטן לעפֿעלע אין גלאָז, זיפֿצט). איך װײס נישט, װי אַזױ איר. איך, אַז איך רײד פֿון משומדים, און איבערהױפּט פֿון די, װאָס שמדן זיך צוליבן אוניװערזיטעט, קאָכט זיך אױף אין מיר דאָס גאַנצע בלוט און איך װער מלא גזלן!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (נאָכדעם װי זי האָט אױסגעטײלט אַלעמען טײ און אײַנגעמאַכטס, זעצט זיך אַװעק אַ ביסל אָן אַ זײַט, צונױפֿגעלײגט די הענט אַפֿן האַרצן). װאָס דאַרפֿסטו זיך אָפּעסן דאָס האַרץ פֿאַר יעדער זאַך? לאָזן זײ זײַן, דװיד, פֿאַר דיר די כּפּרה!
ה ו ר װ י ט ש: (טרינקט טײ). אָ־מן!
ג ר י נ ס ב ע ר ג: (צו שפּיראָן). װאָס זײַט איר דאָס עפּעס, פּאַני שפּיראָ, אַזױ אױפֿגעטראָגן אַף זײ? באַרעכנט אײַך נאָר פֿריִער אַקוראַט, גײט אַרײַן אין זײער לאַגע, און דערנאָך װעט איר זײ באַשולדיקן…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: נעבעך! געפֿעלט אײַך דאָס רחמנות, װאָס מע לײגט דאָ אַף זײ? מענטשן שפּײַט מען אין פּנים אַרײַן, מע טראַכט־צו פֿון זײערטװעגן זשערעבעס, מיט צרות, מיט שלעק, מיט מכּות־מצרים, –– װאָלטן זײ, דאַכט מיר, באַדאַרפֿט אַ שפּײַ טאָן אַפֿן גאַנצן אוניװערזיטעט מיט אַלעם מיט אַנאַנדער? נײן! גײט מען אַװעק צום כאַם, און מע פֿאַלט אים צו די פֿיס, מע קושט אים אין הענטל אַרײַן און מע קױפֿט זיך אײַן צו אים אין יִחוס!
ה ו ר װ י ט ש: (צו שפּיראָן). בראַװאָ! איר האָט אַרױסגעריסן דאָס, װאָס באַ מיר איז געלעגן אַף דער צונג. (נעסט זיך צום לעקעך מיטן שאָקאָלאַד).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: װאָס דען? איך בין אַ שפּיראָ, איר פֿאַרשטײט צי נײן! די שפּיראָס האָבן אין זיך הײס בלוט, װאָס גײט זײ בירושה פֿון די סלאַװיטער! (צו הורװיטשן). איר, פּאַני הורװיטש, װײסט דאָך יאָ, װער די סלאַװיטער זײַנען געװען! (מיט היץ). די, װאָס זײַנען געגאַנגען אַף קידוש־השם סקװאָז סטראָי, זיך געלאָזט קנוטעװען ― און נישט פֿאַרלױרן זײער שטאָלץ פֿאַר די כאַמעס!…
א י װ אַ נ אָ װ: (רױט פֿון אױפֿרעגונג). אַלצדינג פֿײַן. נאָר צו װאָס אַזעלכע שאַרפֿע װערטער, װי „כאַם“? קײן אַנדער נאָמען האָט איר שױן נישט פֿאַר… פֿאַר די קריסטן?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: װאָס קאָנט איר דאָ אַזױ נישט לײַדן, אַז איך זאָג „כאַם“?
ש ד ח ש פּ י ר אָ: (צום מאַן, אַף ייִדיש). שניאורסאָן איז דען נישט גערעכט? צו װאָס אַזעלכע דיבורים, אַז סע זיצט אַן ערל? (װײַזט מיט די אױגן אַף שניאורסאָנען, װאָס גילט אַלס איװאַנאָװ).
ג ר י נ ב ע ר נ: (צו דװיד שפּיראָן). גוט, לאָמיר אָננעמען, אַז איר זײַט גערעכט, פּאַני שפּיראָ. װאָס־זשע זאָלן זײ אָבער טאָן, אָט די אי־ בערגעבליבענע פֿון יענער זײַט טיר?
פֿ ר אַ ט ק י ן: (צו גרינסבערגן). װאָס זאָלן זײ טאָן? װוּ שטײט דאָס, אַז זײ דאַרפֿן דװקא זײַן דאָקטױרים? אָדער אַדװאָקאַטן? אָדער אינזשעניערן?
ה ו ר װ י ט ש: (װישט־אױס די ליפּן, שטעלט זיך אַװעק, רעדט שאַרף). שטיװל זאָלן זײ נײען! װאַסער זאָלן זײ טראָגן! פּריקאַזטשיקעס זאָלן זײ זײַן! אַבי נישט קײן משומדים! (זעצט זיך אַװעק, נעסט זיך צו די ניסלעך).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צום קװאַרטיראַנט. װײַזט אַף פֿראַטקינען און אַף הורװיטשן). איר הערט װערטער? לערנט זיך פֿון זײ, װי צו זײַן אַ ייִד! אױך יונגעלײַט, און אױך סטודענטן, און שטעלן זיך נישט אײַן, אַזױ װי איר, פֿאַר עשׂון…
א י װ אַ נ אָ װ: (צו שפּיראָן). פֿאַר װעמען זאָגט איר?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: פֿאַר עשׂון. איר װײסט נישט, װער עשׂו איז?… (צום עולם). איך האָב גאָר פֿאַרגעסן צו דערקלערן, אַז אונדזער ליבער שכן (װײַזט אַף איװאַנאָװן) פֿאַרשטײט נעבעך נישט אַ װאָרט ייִדיש. „עשׂו“ איז באַ אים תּרגום־לשון… מײנט איר אפֿשר, אַז ער איז, חלילה, אַן אַבי־װער? סך־הכּל איז ער אַ שניאורסאָן, פֿון די אמתע שני־ אורסאָנס, איר פֿאַרשטײט צי נײן, פֿון די ליבאַװיטשער…
ה ו ר װ י ט ש: (איבערראַשט). און פֿאַרשטײט נישט קײן ייִדיש? װי קאָן עס זײַן?! (קנאַקט ניסלעך).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: נו, זעט איר דאָך! ב ע ט י: (פֿאַרענטפֿערט דעם קװאַרטיראַנט). אַ מענטש איז אױסגעװאַקסן אין אַ רוסישער שטאָט, צװישן קריסטן, ― װאָס איז דער װוּנדער?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: אַ תּירוץ איז דאָס אַפֿילו אַ שװאַכער! פֿונדעסטװעגן, הערט איר, פֿונעם אמת אַװעקגײן קאָן מען נישט. זײַן שבֿח דאַרף מען אים זאָגן אין די אױגן. איך בין זיכער פֿאַר אים, װי פֿאַר זיך אַלײן, אַז אױסבײַטן דאָס רענדל ― דאָס פֿאַר קײן געלט נישט! אַ ייִדישע נשמה, איר פֿאַרשטײט צי נײן, איז אײַך גאָרנישט אָפּצושאַצן; אָט נעמט למשל, טאַקע אים אַלײן, אונדזער ליבן קװאַרטיראַנט מײן איך, זאָל ער מיר הונדערט מאָל מוהל זײַן: װעלכס האַלט אים אָפּ, אַשטײגער, פֿון צו שמדן זיך? (צײלט אַף די פֿינגער). אַז קײן טאַטע־מאַמע האָט דאָס נישט. ייִדיש רײדן קאָן דאָס נישט. דאַװנען –– נישט אַ לעק. נו, פֿרעגט זיך אַ קשיא: װעלכער גוטיאָר צװינגט אים, ער זאָל זיך האַלטן אָן זײַן ייִדישקײט, און נאָך אַזױ אױסגעריסן װערן, װי ער װערט אױסגעריסן? (צײלט װידער אַף די פֿינגער). אין אוניװערזיטעט נישט אַרײַן, כאָטש ער האָט אַ גאָלדענע מעדאַל. קײן פּראַװאָזשיטעלסטװע נישטאָ. אין אוטשאַסטאָק װערט ער געשלעפּט, ברוך השם, כּמעט אַלע צװײ װאָכן, און האָט פֿון די גויִם –– עס מעג זײ אָנגײן כאָטש האַלב!
ה ו ר װ י ט ש: (הױך). אָ־מן! (קנאַקט ניסלעך).
א י װ אַ נ אָ װ: (אין דער צײַט, װאָס דװיד שפּיראָ רעדט, קוקט ער זיך איבער עטלעכע מאָל מיט זײַן חבֿר שניאורסאָן. בײדע שמײכלען. צום עולם). מאָלט אײַך, ס'איז נישט אַזױ שרעקלעך, װי דער הער שפּיראָ װעט אײַך דערצײלן. נאָר לאָז שױן זײַן אַפֿילו אַזױ ― איז װאָס? דאָס אַלײן, װאָס איך האָב עס נישט געטאָן, ניט מיר נאָך נישט קײן רעכט, איך זאָל װאַרפֿן אַ שטײן אין דעם, װאָס מוז דאָס טאָן…
ג ר י נ ס ב ע ר ג: (צו שניאורסאָנען). בראַװאָ, שניאורסאָן, בראַװאָ!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צו גרינסבערגן, אױפֿגעבאַכט). װאָס בראַװאָ? װער בראַװאָ? אַף אײַך, פּאַני גינצבורג, איז מיר גלאַט אַ חידוש, איר זאָלט זיך אָננעמען די דאָזיקע זײַט! איר זײַט דאָך עפּעס אַ גינצבורג, און קומט אַרױס אַװדאי פֿון די אמתע גינצבורגס…
ג ר י נ ס ב ע ר ג: (צו דװיד שפּיראָן). װאָסער גינצבורג? מײַן נאָמען איז גאָר גרינסבערג, נישט נינצבורג… (צום איבעריקן עולם). אַװדאי איז שניאורסאָן גערעכט, װאָס ער זאָגט, אַז מיר טאָרן נישט װאַרפֿן קײן שטײן אין די, װאָס מ ו ז ן דאָס טאָן. און אַז זײ מוזן דאָס טאָן ― דאָס איז דאָך, דאַכט מיר, קלאָר פֿאַר אַלעמען! נײט נאָר אַרײַן אין זײער לאַגע, אין דער לאַגע פֿון יונגע מענטשן, פֿאַר װעמען עס עפֿנט זיך אַ גרױסע, אַ פֿרײַע, אַ ליכטיקע װעלט, ― זאָלן זײ זיך אָפּשטעלן צוליב אַ נאַריש־ קײט?…
ב ע ט י: (אָנגעצונדן). צוליב אַ נאַרישקײט זאָגט איר? מפֿקיר זײַן דאָס אײגענע פֿאָלק צוליב אַ קאַריערע ― הײסט באַ אײַך אַ נאַרישקײט? פֿאַרלײקענען אַלצדינג, װאָס אַ מענטשן איז נאָענט און טײַער: אי טאַטע־מאַמע, אי זײַן אָפּשטאַם, אי זײַן אַלט פֿאָלק ― הײסט באַ אײַך אַ נאַרישקײט? (מיט הײסער פֿאַראַכטונג). איך פֿאַרשטײ גלאַט נישט, װי קאָן עס אַ מענטש, װאָס פֿאַרמאָגט אין זיך כאָטש אַ טראָפּן ערנגעפֿיל, אַריבערלױפֿן באַ הײַנטיקע צײַטן פֿון די שװאַכע צו די שטאַרקע, פֿון די געיאָגטע צו די יעגערס, פֿון די געפּײַניקטע צו די פּײַניקער? אַ מענטש, װאָס טוט־אָפּ אַזאַ מיאוסע זאַך צוליב זײַנע אײגענע קלײניטשקע אינטערעסן, איז נישט מער װי אַ טרוס, אַ רענעגאַט, אַ פֿאַררעטער!…
ה ו ר װ י ט ש: (אַפּלאָדירט דער ערשטער. בראַװאָ!
אַ ל ע: (אַפּלאָדירן, אױסער דער פֿאַרשעמטער גרינסבערג און איװאַנאָװ; די מײדלעך אַפּלאָדירן אױך). בראַװאָ! בראַװאָ!
ב ע ט י: (אַ צעהיצטע, אַ פֿאַררױטלטע, פֿאַרנײגט זיך אין אַ שפּאַס). מערסי!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (שטײט־אױף, קושט די טאָכטער אין שטערן, צום עולם, מיט גדלות). אָט אַזױ רעדט אַ מײדל, װאָס קומט אַרױס פֿון די אמתע שפּיראָס, פֿון די סלאַװיטער, איר פֿאַרשטײט צי נײן!…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (װערט שיר צעגאַנגען פֿאַר תּענוג. רעדט שטיל). מיר פֿאַר איר קאָפּ!
א י װ אַ נ אָ װ: (צו בעטין). בערטאַ דאַװידאָװנאַ, אַנטשולדיקט. און װי איז, צום בײַשפּיל, אַז אײנער בײַט־איבער זײַן גלױבן נישט צוליב אַזאַ אינטערעס, װי אַרײַן אין אוניװערזיטעט, נאָר צוליב אַן אַנדער זאַך. װעלן מיר זאָגן, צום בײַשפּיל, אַ קריסט האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ ייִדיש מײדל… (טרעפֿט זיך נישט װילנדיק מיט שניאורסאָנס אױגן, קערט זיך אָפּ פֿון אים). נו־יאָ. עס קאָן זיך דאָך טרעפֿן אַזעלכס…
ה ו ר װ י ט ש: ס'זאָל זיך אַזױ נישט טרעפֿן, װי עס טרעפֿט זיך! (שײלט אַ מאַראַנץ).
א י װ אַ נ אָ װ: אַלזאָ, איז ער פֿאַרליבט, זאָג איך, אינעם מײדל, און דאָס מײדל האָט זיך פֿאַרליבט אין אים און גײט־איבער אין זײַן גלױבן, ― נו, װי איז דעמאָלט?
ב ע ט י: (שאַרף און גאָרנישט לאַנג געטראַכט). איז זי אַ פֿאַר־רעטערן!
אַ ל ע: (אױסער גרינסבערג). בראַװאָ! בראַװאָ!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (שטײט װידער אױף, טריומפֿירנד). װאָס זשע? מיט אַ שפּיראָ װיל ער זיך אױסטענהן, כאַ־כאַ!
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (הײבט זיך פּלוצעם אױף). אַנטשולדיקט, מײַנע הערן. איך, אַלס קריסט, האָב די גאַנצע צײַט זיך נישט אַרײַנגעמישט אין אײַער געשפּרעך, װײַל דאָ אַז גערעדט געװאָרן װעגן אַ זאַך, װאָס איז מיר, אײגנטלעך, פֿרעמד. איצט װיל איך מיר דערלױבן נאָר אײן באַמערקונג. בערטאַ דאַװידאָװנאַ האַלט זיך פֿעסט, אַז אַ ייִדיש מײדל, װאָס טוט אָפּ אַזאַ זאַך, װײַל זי איז פֿאַרליבט אין אַ קריסט, איז אַ פֿאַררעטרן. װיל איך צוגעבן, אַז אױסער דעם, איז דאָס גלאַט נישט נאַטירלעך און נישט פּראַקטיש אױך, װאָרעם… (קוקט אַפֿן חבֿר, אינטאָנירט די װערטער). בלוט בלײַבט בלוט! דאָס, װאָס איז אײַנגעזױגן געװאָרן מיט דער מוטערס מילך, קאָן נישט אָפּגעװישט אָדער אױסגעװעבט װערן! און זײַט זיכער, אַז באַ דער ערשטער געלעגנהײט, באַ דעם ערשטן צעקריגן זיך, װעט איר דער שטאַרק־פֿאַרליבטער קריסט (קוקט אַפֿן חבֿר אינקװיזיטאָריש) דערמאָנען איר אָפּשטאַם…
ה ו ר װ י ט ש: און װעט זיך נישט פֿױלן מכבד זײַן זי מיטן שײנעם נאָמען „זשידאָװקאַ“. (עסט דעם מאַראַנץ).
א י װ אַ נ אָ װ: (אױפֿגעבראַכט, אַלערלײ קאָלירן). דאָס קאָן נאָר געמאָלט זײַן אָדער גאָר באַ אַ גרױסן מערזאַװעץ, אָדער גאָר באַ אַ גרױסן שכּור!…
ה ו ר װ י ט ש: װאָס באַם ניכטערן אַף דער לונג, איז באַם שיכּורן אַף דער צונג…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: ס'איז דיר אַן אַנטיק מיט די צװײ! (װײַזט אַפֿן קװאַרטיראַנט און אַף זײַן חבֿר). אָט האָט איר אַ גױ, אַ דרײַגאָרנדיקן איװאַן, איװאַן איװאַנאָװיטש איװאַנאָװ, איז ער פֿאַר ייִדן, װי איר זעט, שטאָל און אײַזן; און דער ייִד שניאורסאָן, פֿון די אמתע, פֿון די ליבאַװיטשער שניאורסאָנס ― אַקוראַט פֿאַרקערט! אַן אָפּגעטאָנענע זאַך! אַ כּשוף!…
ה ו ר װ י ט ש: (װישט די הענט). משיחס צײַטן! (אַלע באַטראַכטן, קוקן זיך אײַן אין די צװײ חבֿרים. בײדע שניאורסאָן און איװאַנאָװ, פֿילן זיך שטאַרק מטושטש. ― עס הערט זיך אַ שאַרפֿער קלונג. סיאָמקע כאַפּט זיך אױף, לאָזט זיך לױפֿן, פֿאַרטשעפּעט זיך באַ אַ שטול און פֿאַלט).
ה ו ר װ י ט ש: אָט האָב איך אײַך געבראַכט. און אָט ליגט עס! (עס װערט אַ געלעכטער).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (אױפֿגעכאַפּט, אַ פּליעסק מיט די הענט, צו סיאָמקען). אַ גוטן זעץ געטאָן? זײער רעכט! אַ מצװה! פֿלי נישט, װי אַ משוגען קעלבל! (לאָזט זיך צו סיאָמקען).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (לאָזט זיך אױך צו סיאָמקען). חלילה נישט אױסגעלונקען אַ פֿוס? (צום װײַב). װאָס יאָגסטו אַרום דאָס קינד אַ גאַנצן אױפֿדערנאַכט, טאָ הין, טאָ הער?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װער יאָגט אים? ער יאָגט זיך אַלײן! דערהערט ער אַ קלונג, לױפֿט ער הענדום־פּענדום! (הײבט־אױף סיאָמקען פֿון דער ערד). נישט אַ זעץ געטאָן זיך אין ערגעץ?
ס י אָ מ ק ע: (אױפֿגעשטאַנען, פֿאַרשעמט). גאָרנישט, גאָרנישט.
ה ו ר װ י ט ש: איך האָב געװוּסט פֿריִער, אַז גאָרנישט. שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: דאַנקען גאָט, װאָס גאָרנישט. (סיאָמקע לאָזט זיך צו דער טיר שױן נישט אַזױ ראַשיק, הינקט־צו אַ ביסל).
ה ו ר װ י ט ש: (צו שׂרהן אַ געראָטענער בחורל באַ אײַך.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: מיר זאָל זײַן פֿאַר אים!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (גײט צוריק אַף זײַן אָרט). נאָר־װאָס האָט זי געזאָגט: אַ מצװה, זײער רעכט“ ― און איצט איז שױן „מיר זאָל זײַן“! עך, װײַבער, װײַבער! נישט אומזיסט פֿאַרגלײַכן זײ אונדזערע חכמים צו „קאקי חיורא“ ― צו װײַסע גענדז…
ס י אָ מ ק ע: (אַרײַנגעקומען צוריק אַ פֿאַרסאַפּעטער, װי אַלע מאָל. הינקט שױן נישט). נאָך אַ גאַסט ― קעצעלע! (זעצט זיך אַװעק צוריק אַף זײַן אָרט).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (פֿאַרקרימט זיך, קראַצט זיך אין קאָפּ, שטאַרק אומצופֿרידן). קעצעלע? ױבוא המן –– מאַכט רש″י: דער רוח האָט אים געבראַכט צו טראָגן!…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װאָס האָסטו צום ייִדן? װאָס ער איז אַ קבצן?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: אַ קבצן בין איך דיר מוחל. ער איז אַ שלים־מזל. (צו די געסט). איר האָט נאָך אַף אײַער לעבן אַזאַ שלים־מזל נישט געזען. און נישט גענוג ער איז אַ שלים־מזל, זעט ער אַלצדינג אַרום זיך נאָך מער שלים־מזלדיק, װי סע איז! (עס קוסט אַרײַן קעצעלע פֿון פֿאָ־דערצימעד אַן אױסגעטאָענער. אַף אים איז אַ שבתדיקע קאַפּאָטע, אַ װײַס העמד, נאָר דאָס פּנים אױסגעשמירט אין טינט און די הענט אײַנגעטונקען אין טינט. דװיד שפּיראָ װענדט זיך צו אים גאַסטפֿרײַנטלעך). ברוך הבא אַ ייִד! אַן אָנגעלײגטער גאַסט! (שטעלט אים פֿאָר פֿאַר די געסט). דאָס איז הער קאַץ, אונדזערער אַ שכן און אַ בערזיאַנער, איר פֿאַרשטײט צי נײן, דרײט זיך באַ דער בערזע הײסט עס, און איז נישט שוה בשוה מיט דער פּאָליציע… (קעצעלע פֿאַרנײגט זיך צום עולם, שמײכלט), געװען אַמאָל אונדזערער גאָר אַ נאָענטער שכן, געװױנט אָט דאָ טאַקע, אונטער אונדז, נישט הײַנט געדאַכט… איך זאָג: „נישט הײַנט געדאַכט“, װײַל אַלע מאָל פֿלעגט צוליב אים באַ אונדז זײַן אָבלאַװעס… (צו קעצעלען). זיצט, פּאַני קאַץ, פֿאַר װאָס זיצט איר נישט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (טראָגט אים צו אַ שטול). זיצט, פֿאַר װאָס זיצט איר נישט?
ק ע צ ע ל ע: אַ דאַנק, איך קאָן באַשטײן. (זעצט זיך, באַטראַכט די געסט, װאָס רײדן דערװײַל צװישן זיך שטילערהײט).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: װאָס־זשע הערט זיך עפּעס, פּאַני קאַץ? װי גײט עס מיט אײַער פּראַװאָזשיטעלסטװע? (װײַזט אים אַפֿן טײ, װאָס שׂרה האָט אים אונטערגעטראָגן). טרינקט אַ גלעזל טײ. פֿאַר װאָס טרינקט איר נישט? שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: טרינקט, פֿאַר װאָס טרינקט איר נישט? (רוקט אים צו דעם צוקער).
ק ע צ ע ל ע: אַ דאַנק, כ'האָב שױן געטרונקען. (נעמט זיך צום טײ טרינקען מיט גרױס חשק, דרײט מיטן לעפֿעלע. צום בעל־הבית). װעגן מײַן פּראַװאָזשיטעלסטװע װילט איר װיסן? איך האָב שױן אַ נײַע האָב איך, איך בין שױן הײַנט אַ טינטנמאַכער בין איך, איך מאַך טינט מאַך איך. (װײַזט די הענט, װאָס זײַנען אײַנגעטונקען אין טינט. דער גאַנצער עולם באַטראַכט זײַנע אױסגעשמירטע הענט).
ה ו ר װ י ט ש: נו, און איר פֿאַרקױפֿט טינט מסתּמא, אַזױ װי איך בין אַ זײגערמאַכער און לערן „רוס“ מיט ייִדישע קינדער?
ק ע צ ע ל ע: װאָס דען? צוליב דער פּראַװאָזשיטעלסטװע רעכן איך זיך פֿאַר אַ טינטנמאַכער רעכן איך זיך, און צוליב דער פּאָליציע מוז איך שטענדיק זײַן אױסגעשמירט אין טינט מוז איך זײַן.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צו שניאורסאָנען, װאָס גילט אַלס איװאַנאָװ. זעט איר? אײַער פּאָליציע! אײַערע פּראַװעס! איז דער אַ טינטנמאַ־כער און האַנדלט אַף דער בערזע, און יענער (װײַזט אַף הורװיטשן) איז אַ זײגערמאַכער און רעפּעטירט קינדער אין גימנאַזיע! שװער צו זײַן אַ ייִד, האַ? (צו קעצעלען). נו, און װאָס הערט זיך עפּעס גלאַט אַזױ אין שטאָט?
ק ע צ ע ל ע: אין שטאָט װאָס הערט זיך? עס הערט זיך נישט גוט הערט זיך עס! ס'איז חושך אין שטאָט, חושך ואפֿלה!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: דהײַנו? נעמט אַ ביסל אײַנגעמאַכטס, פֿאַר װאָס נעמט איר נישט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אײַנגעמאַכטס פֿאַר װאָס נעמט איך נישט? (רוקט אים צו אײַנגעמאַכטס).
ק ע צ ע ל ע: אַ דאַנק, כ'האָב שױן גענומען. (נעסט זיך צום אײַנגעמאַכטס). „דהײַנו“ פֿרעגט איר? איך רײד פֿונעם אומגליק רײד איך, פֿונעם געקױלעטן שײגעצל, װאָס מע האָט געפֿונען. זײ װילן אונדז מאַכן אַ פּאָגראָם װילן זײ. (באַם װאָרט „פּאָגראָם“ שטעלט יונגװאַרג אױף מױל און אױערן, הערן זיך אײַן). און אַ פּאָגראָם װעט שױן זיכער זײַן אַ פּאָגראָם.
ה ו ר װ י ט ש: שױן לאַנג שטיל געװען!…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (צו קעצעלען). בײַסט אײַך אָפּ די צונג! למאַי זאָלט איר אױסלײגן?
ק ע צ ע ל ע: איך לײג נישט אױס. איך הער נאָר, װאָס מע רעדט הער איך. זײ װילן, די דיעלאָ זאָל זײַן פּסח זאָל זי זײַן, בכדי מע זאָל קאָנען מאַכן דעם פּאָגראָם אַף פּסח אַקוראַט.
ד װ י ד ש פּ י ד אָ: אַקוראַט פּסח? און איר װײסט דאָס אַלצדינג?
ק ע צ ע ל ע: געװיס װײס איך! למאַי איך װײס, אַז זײ װילן צוציִען צו דער דיעלאָ נאָך מענטשן װילן זײ, עפּעס אײנעם אַ שניאורסאָן?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: )װאָס גילט אַלס איװאַנאָװ). אײנעם אַ שניאורסאָן?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צו קעצעלען). װאָס פֿאַר אַ שניאורסאָן, אײגנטלעך, װיל מען דאָס צוציִען?
ק ע צ ע ל ע: די שניאורסאָנס קומען־אַרױס, פֿאַרשטײט איר מיך, פֿון די ליבאַװיטשער שניאורסאָנס קומען זײ אַרױס.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: פֿון װאַנען די שניאורסאָנס קומען־אַרױס ― דאָס װײסן מיר אָן אײַך. איך פֿרעג װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָט אַהער, צו דער דיעלאָ, יענער שניאורסאָן?
ק ע צ ע ל ע: װאָס פֿאַר אַ שײַכות ― װײס איך נישט. נאָר איך װײס, אַז מע װיל צוציִען אַ שניאורסאָן װיל מען. עס פֿעלט זײ, פֿאַרשטײט איר מיך, צום רומל אַ צדיק פֿעלט זײ, װײַל דער צדיק, זאָגן זײ, נעמט צונױף דאָס בלוט פֿון אַלע געקױלעטע גױיִשע קינדער און צעטײלט דאָס די ייִדן פֿון דער גאַנצער װעלט אַף פּסח צעטײלט ער עס, און אַזױ װי די שניאורסאָנס קומען־אַרױס פֿון די צדיקים, דעריבער זוכן זײ אַ שניאורסאָן זוכן זײ. האָט איר עס צעקײַט? (דאָס גאַנצע יונגװאַרג, און אַפֿילו סיאָמקע בתוכם, הערט זיך אײַן מיט גרױס שפּאַנונג אין קעצעלעס געשפּרעך. אַף זײערע געזיכטער זעט זיך אַרױס אַ געפֿיל פֿון עקל. שׂרה שפּיראָ שפּײַט־אױס אַף אַ זײַט. קײנער קאָן קײן װאָרט נישט אַרױסרײדן. נאָר אײן איװאַנאָװ, װאָס גילט אַלס שניאורסאָן, כאַפּט זיך אַרױס מיט אַ װאָרט).
א י װ אַ נ אָ װ: (צו קעצעלען. װאָס־זשע גראָד שניאורסאָן? נישטאָ דען מער באַ אײַך, איך מײן באַ אונדז, קײן אַנדערע „צאַדיקעס“?
ח ו ר װ י ט ש: (אַף איװאַנאָװ). אָט דער ייִד רעדט לשון־קודש, װי אַן עכטער פֿאָני: „צאַדיקעס“!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צום עולם). אונדזער קװאַרטיראַנט װעט אײַך אַביסל אַרױסבאַװײַזן זײַן לומדות! פֿרעגט אים בחרם, װאָס איז דאָס אַזעלכס „צאַדיקעס“! (װײַזט אַפֿן קװאַרטיראַנט, װעלכער איז געבליבן אַ ביסל פֿאַרשעמט). אָט האָט איר אײַך אַ שניאורסאָן! (דער גאַנצער עולם לאַכט. נאָר אײן קעצעלע שטױנט, קוקט זיך אײַן אין איװאַנאָװ, װאָס גילט אַלס שניאורסאָן, מיט אַלע אױגן).
ק ע צ ע ל ע: (צו שפּיראָן). אָט דער איז דען אַ שניאורסאָן אָט דער?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: נו־יאָ, אַ שניאורסאָן. איר זײַט ערשט געװױר געװאָרן?
ק ע צ ע ל ע: טאַקע אַן אמתער שניאורסאָן?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: פֿון די אמתע, פֿון די ליבאַװיטשער שניאורסאָנס. ק ע צ ע ל ע: (זופּט־אױס דאָס לעצטע ביסל טײ און װישט־אױס דאָס פֿאַרװאַקסענע פּנים). אױב אַזױ, בין איך אים נישט מקנא בין איך אים!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: יאָ־נו! )באַװײַזט אַפֿן קװאַרטיראַנט). װאָס זאָגט איר אַף דעם צדיק שניאורסאָן?
ה ו ר װ י ט ש: פֿון די למד־ואו צדיקים, װאָס אַף זײ שטײט די װעלט! (דער עולם לאַכט, און דער קװאַרטיראַנט איװאַנאָװ אױך בתוכם).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (שטײט־אױף). דװיד! טאָמער װאָלט שױן געװען גענוג צדיקים מיט שניאורסאָנס, האָסטו געהערט אַ ביסל! דו װאָלסט זיך בעסער מטריח געװען אין קעלער אַרײַן אױסזוכן דעם װײַן, װאָס דו האָסט צוגעגרײט צו דער טאָכטערס אימענינעס, און איך װעל דערװײַל גרײטן צום טיש, ― דער עולם קער שױן אַװדאי װעלן עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (כאַפּט זיך אױף). אָך! באַ מיר האָסטו געפּועלט! קײן טאַנץ, זאָגט מען, גײט נישט פֿאַרן עסן. זײער פֿײַן! דו גרײט צום טיש, און איך װעל זיך אַראָפּלאָזן אין קעלער אַרײַן נאָך דעם ביסל משקה –– אָן דעם איז אַ שׂמחה קײן שׂמחה נישט. „ױין ישׂמה“ ― שטײט באַ אונדז געשריבן. (צו קעצעלען). זײַט־זשע מוחל, פּאַני קאַץ, מיט מיר אין קעלער אַרײַן, איך װעל אײַך מכבד זײַן מיטן לעמפּל, דאָס הײסט, איר װעט מיר צולײַכטן, און איך װעל זוכן. עס דאַרף דאָרט זײַן אַ פּאָר פֿלעשלעך װײַן, פֿאַרבליבן נאָך פֿון פֿאַראַיאָרן פּסח, צוליב די אימעניעס. אָבער װײַן! שױן אײן מאָל װײַן! מן האָדום האָדום הזה… )גײט־אָפּ מיט קעצעלען דורך דער קיך־טיר אין קעלער אַרײַן. אַלע שטײען־אױף).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (צו דער טאָכטער, רױמענדיק פֿונעם טיש). בעטיטשקע? טאָמער װאָלסטו אַרײַנרופֿן די נעסט צו זיך אַף אַ װײַלע, ביז איך װעל דאָ צונעמען פֿון טיש און צוגרײטן אַלץ, װאָס מע דאַרף? ס'איז מעגלעך?
ב ע ט י: (צו דער מוטער). פֿאַר װאָס נישט מעגלעך? (צו די געסט, מיט שפּאַסעדיקער פֿײַערלעכקײט). איך האָב די ערע אײַנצולאַדן מײַנע הױכגעשעצטע געסט צו זיך, אין מײַנע אַפּאַרטאַמענטן! (מאַכט אַ באַװעגונג פֿון אַ פּרינצעסן. ― פּאָרלעכװײַז, רײדנדיק צװישן זיך, גײט יונגװאַרג אָפּ מיט בעטין דורך דער זײַטיקער טיר. סיאָםקע מאַכט פֿאַר זײ אַ װאַרע, פֿאַרנײגט זיך פֿאַר יעדן פּאָרל הומאָריסטיש, דערנאָך גײט ער צו צו דער מוטער).
ס י אָ מ ק ע: זאָל איך דיר אפֿשר העלפֿן, מאַמע?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (אָפּגערױמט פֿונעם טיש, לײגט אַ װײַס טישטעך, און אַפֿן טישטעך –– צוריק דאָס געשיר). װעסטו, חלילה, נישט אָנטאָן קײן שאָדן? שטעל בעסער צונױף די שטולן אַרום טיש. (סיאָמקע נעמט זיך צו דער אַרבעט זײער פֿליסיק). אָט אַזױ, האָב איך דיך ליב! אָט אַזױ, ביסטו אַ װױל ייִנגעלע! אַצינד קום מיט מיר, מײַן קינד, אין קיך אַרײַן. װעסט מיר העלפֿן דאָרט איבערװישן דאָס געפֿעס. האָסט דאָך ליב העלפֿן דעך מאַמע ― זי איז אײן מענטש אַלײן… (גײט־אָפּ אין קיך. סיאָמקע, מיט גרױס צופֿרידנקײט –– נאָך איר; גײענדיק הינטער דער מוטערס פּלײצע, כאַפּט ער אַ טענצל, ― אַ האַלבע מינוט בלײַבט די סצענע לײדיק. עס קומט־אַרױס פֿון איר צימער בעטי, נאָך איר ― איװאַנאָװ, װאָס גילט אַלס שניאורסאָן. בעטי זעצט זיך אַװעק אַף דער קאַנאַפּע, װאָס נעבן דער ראַמפּע. איװאַנאָװ –– נעבן איר).
א י װ אַ נ אָ װ: בערטאַ דאַװידאָװנאַ! איר האָט מיר געװאָלט עפּעס זאָגן?
ב ע ט י: (מינעט זיך, קװײנקלט זיך, דערנאָך אַנטשליסט זי זיך). איך האָב צו אײַך אַ ביטע…
א י װ אַ נ אָ װ: (דערפֿרײט). איר? צו מיר? אַ ביטע?…
ב ע ט י: אַ גרױסע ביטע! נאָר גיט מיר אײַער האַנט, אַז איר װעט זיך נישט געפֿינען באַלײדיקט.
א י װ אַ נ אָ װ: (דערשראָקן). פֿון אײַך באַלײדיקט? (גיט איר די האַנט). אָט האָט איר מײַן ערן־װאָרט!
ב ע ט י: (קװענקלט זיך נאָך). איך האָב אײַך געװאָלט בעטן… אַז אָט דאָס אָ… (װײַזט אים אַפֿן בראַסלעטל). זאָלט איר באַ מיר נעמען צוריק… (זי טוט אױס דאָס בראַסלעטל). איך װיל… איך דאַרף… איך מוז עס אײַך אָפּגעבן צוריק…
א י װ אַ נ אָ װ: (העכט איבערראַשט). פֿאַר װאָס צוריק? איר װילט נישט מײַן פּרעזענט? אָדער איך האָב אײַך דערמיט באַלײדיקט?…
ב ע ט י: זאָל גאָט היטן! פֿאַרקערט! איך דאַנק אײַך זײער! און דער פּרעזענט אײַערער איז באַ מיר זײער־זײער אָנגעלײגט!… איר װײסט דאָך אַלײן גאַנץ גוט, אַז ס'האָט מיך גערירט… אײַער פּרעזענט איז באַ מיר טײַער…
א י װ אַ נ אָ װ: נאָר װאָס דען?
ב ע ט י: נאָר… ס'איז מיר נישט אָנגענעם פֿאַר… פֿאַר… נו, פֿאַר מײַנע עלטערן.. (מיט אַ געבעט־פּנים). איך בעט אײַך, הער שניאורסאָן, איך בעט אײַך, נעמט עס צו, באַהאַלט עס אַף אַן אַנדערש מאָל… אפֿשר אַף שפּעטער… (גיט אים אין האַנט אַרײַן דאָס בראַסלעטל).
א י װ אַ נ אָ װ: (נעסט עס מאַשינאַל, האַלט איר האַנט פֿעסט). אַף װען ― אַף שפּעטער?
ב ע ט י: (װיל אַװעקנעמען איר האַנט). אַף נאָכדעם, נאָך אַלע עקזאַמענעס… איך האָב דאָך אײַך געזאָגט, אַז איצט װײס איך נישט… (רײַסט זיך). לאָזט מיך, הער שניאורסאָן! איצט לאָזט מיך אָפּ! דאָרט זיצן מײַנע חבֿרטעס… ס'איז נישט שײן…
א י װ אַ נ אָ װ: (לאָזט נישט אַרױס איר האַנט). נײן! בערטאַ דאַװידאָװנאַ, דאָס װעט זײַן צו־שפּעט פֿאַר מיר… צו־לאַנג צו װאַרטן! איך קאָן נישט װאַרטן מער… איך האָב נאָך הײַנט געקליבן זיך… הײַנט איז אַ געלעגנהײט, אײַערע אימענינעס, האָב איך געװאָלט רײדן מיט אײַערע עלטערן…
ב ע ט י: (כאַפּט זיך אױף, איר האַנט איז נאָך אַלץ אין זײַנע הענט). זאָל אײַך גאָט היטן! הײַנט נישט! פֿאַר קײן פֿאַל נישט!… איר הערט? פֿאַר קײן פֿאַל נישט!
א י װ אַ נ אָ װ: (לאָזט נישט אָפּ איר האַנט). װען דען? בערטאַ דאַװידאָװנאַ, װען דען? זאָגט מיר, גיט מיר האָפֿענונג!…
ב ע ט י: איך װײס נישט… איך װײס אַלײן נישט… איך האָב דאָך אײַך געזאָגט, אַז שפּעטער, נאָכן עקזאַמען, נאָך אַלע עקזאַמענעס… (רײַסט זיך). לאָזט מיך אָפּ ― עס קאָן אָנקומען עמעצער…
א י װ אַ נ אָ װ: געדענקט־זשע ― איך האָב אײַער װאָרט. (דריקט איר די האַנט, לאָזט זי אָפּ. זי לױפֿט אַװעק, װערט פֿאַרשװוּנדן. ― איװאַנאָװ שטײט־אױף, װישט זיך דעם שװײס, שפּאַנט אַ פּאָר מאָל הין און צוריק פֿאַרטראַכט, שטעלט זיך אָפּ. אין דעם קומט־אָן פֿון דער זעלבער טיר, װוּ בעטי איז נאָר־װאָס פֿאַר־ שװוּנדן געװאָרן, שניאורסאָן, װאָס גילט אַלס איװאַנאָװ, זעט, װי דער חבֿר שטײט פֿאַרטראַכט, לײגט־אַרױף פֿון הינטן די האַנט אַף זײַן חבֿרס פּלײצע. יענער קערט זיך אום האַלב צו אים מיטן פּנים).
ש נ י א ו ר ס אָ ן: װאָס איז מיט דיך, װאַניאַ? װאָס שטײסטו אַזױ פֿאַרטראַכט? שװער צו זײַן אַ ייִד?…
א י װ אַ נ אָ װ: פּוסטיאַקי!
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (פֿאַרקוקט אים אין די אױגן). האָסט נאָך נישט קײן חרטה?
א י װ אַ נ אָ װ: חרטה?…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: איך מוז דיר מאַכן אַ באַמערקונג, װאַניאַ, אַז דו ביסט נאָך נישט פֿאָלקאָם שטאַרק אין דײַן ייִדישער ראָל… הײַנט, צום בײַשפּיל, האָסטו געשפּילט זײער שלעכט. האָסט זיך געהאַלטן, װי אַ קאַליקע! עטלעכע מאָל שיִער־שיִער נישט אַרױסגעגעבן זיך. שלעכט געשפּילט, אָט־װראַ־טי־טעל־נאָ! (נעמט אַרױס אַ פּאַפּיראָס, גיט איװאַנאָװן אױך אַ פּאַפּיראָס). מיט אײנעם װאָרט, ס'איז דיר הײַנט נישט געגאַנגען זײַ זיך מודה.
א י װ אַ נ אָ װ: (נעמט באַ אים דעם פּאַפּיראָס). יאָ, טשאָרט װאָזמי! הײַנט איז מיר נישט געגאַנגען.
ש נ י א ו ר ס אָ ן: װאָס איז די מעשׂה? אפֿשר איבער דעם, װאָס בערטאַ דאַװידאָװנאַ איז הײַנט אַן אימעניניצא? (פֿאַרקוקט אים אין די אױגן).
א י װ אַ נ אָ װ: (קוקט אים אָן). װאָס געהער זיך אָן אַהער בערטאַ דאַװידאָװנאַ?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: אָ! זי געהער זיך שטאַרק אָן אַהער! דו מײנסט, אַפּנים, אַז איך װײס נישט, װאָס דאָ קומט־פֿאָר? א י װ אַ נ אָ װ: (קוקט אים אָן שאַרף). װאָס װײסטו? װאָס קומט־פֿאָר?
ש נ י א ו ר ס אָ ז: איך װײס שױן אַלצדינג!… זעץ דיך קאָרשט אָט דאָ. (זעצט זיך אַװעק אַף דער קאַנאַפּע. שניאורסאָן פֿאַררײכערט, גיט דעם חבֿר פֿאַררײכערן). הער, װיל דיך עפּעס פֿרעגן אַ זאַך. נאָר איך װעל דיך בעטן, זאָלסט מיר ענטפֿערן אױפֿריכטיק און זאָגן דעם גאַנצן אמת.
א י װ אַ נ אָ װ: װאָס פֿאַר פֿאָררעדעס? (בײדע זײַנען אומרויִק).
ש נ י א ו ר ס אָ ן: זאָג מיר נאָר, װאַניאַ, װי קומט צו בערטאַ דאַװידאָװנאַ אָט דאָס בראַסלעטל מיט בריליאַנטן? די שפּיראָס פֿאַרמאָגן קױם אַף דירה־געלט ― נישט אַף בריליאַנטן.
א י װ אַ נ אָ װ: צו װאָס פֿרעגסטו דאָס? און װאָס גײט עס אָן דיך?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: עס גײט מיך אָן דערפֿאַר, װײַל… װײַל איך װעל נישט דערלאָזן, ס'זאָל גײן אַזױ װײַט…
א י װ אַ נ אָ װ: (איבערראַשט). דו װעסט נישט דערלאָזן?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (פֿעסט). יאָ, איך! איך קאָן עס נישט דערלאָזן!… (שטיל, נאָר מיט פֿײַער). דערױף האָבן מיר דען זיך געביטן מיט די נעמען, פֿאַרפֿירט דעם דאָזיקן נאַרישן מאַסקאַראַד, דאָס דאָזיקע ייִנגלשע שפּיל אין ייִד און קריסט, בכדי דו זאָלסט פֿאַרפֿירן אַ ייִדיש מײדל?…
א י װ אַ נ אָ װ: (שפּרינגט־אױף פֿון אָרט). זײַ פֿאָרזיכטיק, הערשקאָ!…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (אױך אױפֿגעשטאַנען). און דו זײַ נאָר נישט משוגע, װאַניושקאַ!… (נעמט אים פֿאַר אַ האַנט). למאַי זאָלן מיר זיך היצן?
א י װ אַ נ אָ װ: דאָס היצסטו זיך, נישט איך.
ש נ י א ו ר ס אָ ן: לאָמיר בעסער שמועסן געלאַסן. (זעצן זיך צוריק). איך װײס, אַז דו ביסט נישט פֿעיִק צו טאָן אַ געמײנהײט… זאָג מיר אַף דײַן ערן־װאָרט: דו מײנסט דאָס טאַקע ערנסט?
א י װ אַ נ אָ װ: ערנסטער קאָן שױן גאָרנישט זײַן!
ש נ י א ו ר ס אָ ן: נו, און דאָס, װאָס זי איז אַ ייִדיש קינד, און דו ביסט, װי שפּיראָ האָט זיך אױסגעדריקט, אַ דרײַגאָרנדיקער איװאַן?
א י װ אַ נ אָ װ: דאָס איז אַ טשעפּוכאַ!
ש נ י א ו ר ס אָ ן: און דאָס, װאָס בערטאַ דאַװידאָװנאַ האָט דאָ ערשט מיט אַזאַ פֿײַער אַרױסגעזאָגט איר מײנונג װעגן שמד און װעגן רענעגאַטן ― דאָס איז באַ דיר אױך אַ טשעפּוכאַ? װאָס װעסטו זאָגן דערױף? א י װ אַ נ אָ װ: אױב עס װעט נאָר גײן אין דעם, װעלן מיר זוכן אַן אַנדער אױסװעג… ש נ י א ו ר ס אָ ן: אַן אַנדער אױסװעג? צום בײַשפּיל, װאָס פֿאַר אַן אױסװעג? אפֿשר מײנסטו שױן פֿאַרבלײַבן אַף שטענדיק אין דײַן איצטיקער ראָל און שפּילן די קאָמעדיע פֿון אַ ייִדן אַף װײַטער? אַף שטענדיק?
א י װ אַ נ אָ װ: עס קאָן זײער זײַן…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: איך שטעל מיר פֿאָר!… װי אַזױ רעכנסטו דאָס צו טאָן, װאָלט איך אַ בעלן געװען צו װיסן?…
א י װ אַ נ אָ װ: דאָס געהער זיך שױן נישט אָן מיט דיר! פֿאַרלאָז זיך שױן אַף מיר.
ש נ י א ו ד ס אָ ן: (װערט שױן גאָר אױפֿגערעגט). אַף דיר זיך פֿאַרלאָזן? נײן! דאָס װעט נישט זײַן! זאָלסט נישט מײנען, װאַניאַ, אַז דאָס איז דיר אַ שפּילעכל! דאָ גײט אין דער ערע פֿון אַן אומשולדיק קינד, װאָס איז לײַכט צו פֿאַרפֿירן, איבעררײדן! איך זאָג דיר נאָכאַמאָל, אַז איך װעל נישט דערלאָזן. איך װעל צעשלאָגן אַלע דײַנע פּלענער! (בײדע װערן זײער אױפֿגערעגט).
א י װ אַ נ אָ װ: דו מײנסט דאָס ערנסט?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: ערנסטער קאָן שױן גאָרנישט זײַן!
א י װ אַ נ אָ װ: װעסט אפֿשר מיך אַרױסגעבן פֿאַר ענדע מײַ, נאָך אײדער דאָס יאָר איז איבערגעלאָפֿן?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: אַז ס'װעט נײטיק זײַן, װעל איך טאָן אַלצדינג…
א י װ אַ נ אָ װ: װעסט זײַן, הײסט עס, אַ פֿאַררעטער?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: רוף עס אָן, װי דו װילסט.
א י װ אַ נ אָ װ: (מיט גיפֿט). װיבאַלד אַזױ, ביסטו דאָך טאַקע אַ…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: אַ װאָס?.. אַ װאָס בין איך? ― נו, זאָג שױן, זאָג שױן אָפּ דעם גאַנצן פּסוק!…
א י װ אַ נ אָ װ: (כאַפּט זיך אױף אין העכסטער אױפֿרעגונג, שרײַט אַף אַ קול, דראָעט מיטן קולאַק). ברענג מיך נישט אַרױס,ֿ הערשקאָ!… (פֿאַרכאַפּט זיך, טוט אַ מאַך מיט דער האַנט, לאָזט זיך מיט ברײטע טריט צו דער זײַטיקער טיר, װאָס פֿירט צו זײַן צימער, און װערט פֿאַרשװוּנדן. –– פֿון דער טיר, װאָס פֿירט צו בעטין, באַװײַזט זיך װידער אַמאָל בעטי, בלײַבט ,שטײן אַ װײַלע, זעט, װי דער קװאַרטיראַנט איז אָפּגעלאָפֿן צו זיך, לױפֿט זי צו צו שניאורסאָנען, װאָס גילט אַלס איװאַנאָװ).
ב ע ט י: (דערשראָקן). װאָס איז דאָ? איװאַן איװאַנאָװיטש, װאָס איז דאָ געשען? דאָ איז געװען שניאורסאָן ― װאָס איז ער אַנטלאָפֿן?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (נאָך אױפֿגערעגט). אײַער שניאורסאָן איז משוגע געװאָרן!
ב ע ט י: איר האָט אײַך דאָ צעקריגט?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (פֿלײַסט זיך שמײכלען). צעאַמפּערט זיך, נישט צעקריגט. ב ע ט י: (זעצט זיך אַװעק, זעצט אים אַװעק נעבן זיך). דערצײלט מיר, איװאַן איװאַנאָװיטש, איך בעט אײַך, דערצײלט מיר אַלצדינג, װאָס איז דאָ פֿאָרגעקומען? ער האָט אײַך מסתּמא עפּעס געזאָגט?… דערצײלט מיר ― איך פֿאָדער עס פֿון אײַך. איר הערט? איך פֿאָדער עס!
ש נ י א ו ר ס אָ ן: בערטאַ דאַװידאָװנאַ, איך קאָן נישט.
ב ע ט י: (קאַפּריזנע). איך הײס!
ש נ י א ו ר ס אָ ן: אַז ס'װעט קומען די נײטיקע צײַט, װעל איך עס אײַך אַלײן זאָגן.
ב ע ט י: (אומגעדולדיק). נײן. איר װעט מיר זאָגן באַלד. די מינוט. די רגע!
ש נ י א ו ר ס אָ ן: בערטאַ דאַװידאָװנאַ, איך טאָר עס אײַך נישט זאָגן! איך בין געבונדן.. מיט אַ װאָרט…
ב ע ט י: װאָס פֿאַר װערטער? װער געבונדן? איר רעדט מיט מיר פֿאַרשטעלט…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: אַז איר װעט מיר געבן אײַער האַנט, אַז איר װעט מיך אױסהערן רויִק, און אַז צװישן אונדז װעט דאָס בלײַבן, ― װעל איך מיט אײַך רײדן אַנדערש…
ב ע ט י: (ציט אים אױס בײדע הענט). אָט האָט איר מײַן האַנט!
ש נ י א ו ר ס אָ ן: דאָס, װאָס איך האָב אײַך צו זאָגן, איז אַ הײליקער סוד, װאָס דאַרף נאָך נעמען אַ ביסל צײַט… אַ פּאָר חדשים… דעמאָלט װעט זיך עס דערקלערן אַלײן פֿון זיך… דערװײַל קאָן איך אײַך זאָגן אײנס ― און דאָס איז מײַן פֿליכט, ― װאָרעם איר זײַט מיר צו טײַער! איר זאָלט װיסן, אַז… (טאָקט־אָפּ יעדעס װאָרט באַזונדער). ד אָ ס, װ אָ ס מ ײַ ן ח בֿ ר מ ײ נ ט , ק אָ ן ע ס נ י ש ט ז ײַ ן ב ש ו ם א ו פֿ ן א י ן ד ע ר װ ע ל ט א ו ן ע ס װ ע ט נ י ש ט ז ײַ ן ק ײ נ מ אָ ל!… א י ר ה ע ר ט? ק ײ נ ־ מ אָ ל נ י ש ט!…
ב ע ט י: (נעמט צו די הענט. דערשראָקן). איך פֿאַרשטײ אײַך נישט, איװאַן איװאַנאָװיטש… װאָס הײסט עס?… איר רעדט האַלבע װערטער…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: איך רײד האַלבע װערטער. דאָס איז אמת. נאָר איך מײן, אַז איר פֿאַרשטײט מיך… און איך װיל, אַז איר זאָלט מיר גלײבן, איר זאָלט האָבן צו מיר צוטרױ, װי צו אַן אײגענעם… ברודער. אינגאַנצן דאָס אַרױסזאָגן קאָן איך נישט איצט. ס'איז נאָך נישט געקומען די צײַט… ענדע מײַ װעל איך עס אײַך קאָנען זאָגן…
ב ע ט י: נאָך נישט געקומען די צײַט?… ענדע מײַ?… עפּעס רעדט איר אַ מאָדנע שפּראַך… מיט רעטענישן רעדט איר… איר פֿאַרטומלט מיך… איך בין אַזױ אױך אומגליקלעך, פֿאַרשאַפֿט איר מיר נאָך שמערצן… אַלע! אַלע! אַפֿילו איר אױך…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: עס טוט מיר װײ, בערטאַ דאַװידאָװנאַ, װאָס איך פֿאַרשאַף אײַך שמערצן. איך האָב מיט אײַך אַנדערש געװאָלט רײדן, פּראָסט און אָפֿנהאַרציק, אָן רעטענישן… (דאָס קול װיברירט, די אױגן ברענען). קאָן איך נאָך איצט נישט. איך בעט אײַך דערװײַל, איר זאָלט מיר גלײבן! איך טאָר עס נישט, װײַל איך בין געבונדן… ביז אַ צײַט… ביז ענדע מײַ… ענדע מײַ װעל איך אײַך קאָנען דערצײלן אַלץ… אַלץ, װאָס דאָ איז פֿאָרגעקומען, אױפֿבינדן דעם פּלאָנטער, װאָס דאָ איז אַרױס… דעמאָלט װעל איך אײַך שױן קאָנען אױפֿדעקן אױך מײַן האַרץ און מײַנע געפֿילן צו אײַך, װאָס איך טראָג דערװײַל באַ זיך טיף פֿאַרבאָרגן, כאָטש איך מײן, אַז איר װײסט זײ שױן פֿון לאַנג… איר דאַרפֿט עס װיסן… עס קאָן נישט זײַן, איר זאָלט עס נישט װיסן… (בעטי מינעט זיך, װערט אַלערלײ פֿאַרבן). װאָס איז מיט אײַך, בערטאַ דאַװידאָװנאַ?
ב ע ט י: װי… װי קאָנט איר אַזעלכס רײדן? איך פֿאַרגעסט, אַז… אַז…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: איך װײס גאַנץ גוט, װאָס איך רײד. איך האָב קײן זאַך נישט פֿאַרגעסן…
ב ע ט י: איר האָט פֿאַרגעסן דעם אָפּגרונט, װאָס צװישן אונדז…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: איך האָב נישט פֿאַרגעסן, בערטאַ דאַװידאָװנאַ, קײן זאַך. איך געדענק גאַנץ גוט, װער א י ר זײַט, און איך װײס, װער א י ך בין, און דאָך זאָג איך אײַך, אַז איך בין זיכער אין אונדזער בײדנס גליק… ס'װעט נישט זײַן פֿאַר אונדז קײן שטערונג, קײנער פֿון אונדז װעט נישט דאַרפֿן ברענגען קײן קרבן, קײנער פֿון אונדז װעט נישט דאַרפֿן ברעכן זײַן געװיסן… (מיט פֿײַער). איר װעט זײַן מײַנע! קײנעמס נישט, נאָר מײַנע!…
ב ע ט י: (אױפֿגעשאַנען, כאַפּט זיך באַם קאָפּ). איך בין שױן גאָר צעמישט!.. איך פֿאַרשטײ נישט, װאָס דאָ טוט זיך… װאָס טוט זיך דאָ? איר מאַכט מיך משוגע!… (עס קומט־אָן דװיד שפּיראָ פֿון קעלער מיט עטלעכע פֿלעשלעך װײַן אין בײדע הענט).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (לעבעדיק). דװיד המלך האָט געװוּסט, װאָס ער זאָגט: ױין יִשׂמח ― װײַן מאַכט פֿרײלעך. װאָס איז דען אַ שׂמחה אָן װײַן? (עפֿנט־אױף בעת מעשׂה אַ פּאָר פֿלעשלעך מיט אַ קנאַק. װישט זיך די הענט. קוקט זיך אַרום). װוּ איז ער, דער שלים־מזל, קעצעלע מײן איך? פֿאַרפֿאַלן געװאָרן דאָרטן אין קיך? (דערזעט נאָר די טאָכטער מיט שניאורסאָנען, װאָס גילט אַלס איװאַנאָװ). נו, עולם, װוּ זײַט איר ערגעץ? (גײט־צו נענטער צו דער טאָכטער, װאָס איז נאָך נישט געקומען צו זיך). װוּ זײַנען זײ, אַלע דײַנע געסט? װוּ איז שניאורסאָן?
ב ע ט י: (האַלב מיטן פּנים צום פֿאָטער, קוקט אַראָפּ). שניאורסאָן האָט זיך צעקריגט מיט איװאַן איװאַנאָװיטשן.
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (טרעט־אַרױס). נישט צעקריגט, צעאַמפּערט זיך. ד װ י ד ש פּ י ר אָ: צעאַמפּערט זיך איז שענער? אַזעלכע גוטע פֿרײַנט? װי קומט דאָס? װוּ איז ער, אונדזער צעאַמפּערטער קװאַרטיראַנט?
ב ע ט י: (װי פֿריִער). ער איז ברוגז געװאָרן און איז אַװעק צו זיך.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: ברוגז געװאָרן? איך האָב נישט ליב, אַז מע איז ברוגז! איך בין אַ שפּיראָ, און די שפּיראָס, איר פֿאַרשטײט צי נײן, האָבן פֿײַנט, אַז מע שפּילט זיך אין ברוגזלעך! אָט גײ איך, װעל איך אים אַראָפּברענגען אין אײן כּהרף־עין און מאַכן שלום. איך האָב ליב, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַז ס'איז שלום! איך הײס דװיד שפּיראָ!… (גײט־אָפּ אין דער זײַטיקער טיר צום קװאַרטיראַנט, צום אמתן איװאַנאָװ, װאָס גילט אַלס שניאורסאָן. ― אין דעם קומט אָן פֿון דער קיך קעצעלע, און באַלד פֿון בעטיס צימער קומען־אַרײַן פּאָרלעכװײַז יונגװאַרג. פֿון דער זײַטיקער טיר קומען־אָן דװיד שפּיראָ מיטן קװאַרטיראַנט, דעם אמתן איװאַנאָװ, װאָס גילט אַלס שניאורסאָן. דװיד שפּיראָ פֿירט אים צו צו שניאורסאָנען, װעלכער גילט אַלס איװאַנאָװ). אָט האָב איך אים געבראַכט, אונדזער ברוגזן דאַנטיסט. נו, גיט זיך די הענט, און שלום זאָל זײַן! אַזױ הײסט אײַך דװיד שפּיראָ, און אַ שפּיראָ אַז ער הײסט, דאַרף מען אים פֿאָלגן! (צו דער טאָכטער). בעטי! װאָס שטײסטו, װי אַ מחותּנתטע פֿון חתנס צד? קום נאָר אַהער! העלף מיר מאַכן אַ שלום צװישן יעקבֿן מיט עשׂון, װאָס האָבן זיך צעקריגט פֿאַר דער בכורה.. נעם־צונױף זײערע הענט אָט אַזױ אָ און לאָזן זײ זיך איבערבעטן!
ב ע ט י: (נאָך צערודערט, שמײכלט איבער כּח). װאָס זײַנען זײ, קלײנע קינדער? (נעמט־צונױף זײערע בײדנס הענט. בײדע חבֿרים קו־ קן נישט אײנס דאָס אַנדערע אין די אױגן, שמײכלען פֿאַרלעגן).
ה ו ר װ י ט ש: (קוקט אַף די בײדע). זאָל מיך אַזױ װיסן אַ בײזע װעטשערע, אױב איך הײב אָן צו װיסן, װער פֿון די צװײ (װײַזט אַף בײדע חבֿרים) איז דאָ דער יעקבֿ, און װער איז דער עשׂו? (עס װערט אַ גע־ לעכטער).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: װאָס איז די נפֿקא־מינה? אַבי שלום. אַף שלום האַלט זיך אױף די װעלט. אַזױ שטײט געשריבן באַ אונדז אין די הײליקע ספֿרים… (הײבט־אױף די אױגן). אַלע זײַנען שױן דאָ? און װוּ איז די בעל־הביתטע? (עם קומט־אַן שׂרה שפּיראָ פֿון קיך מיט אַ גרױסער װאַזע איבערגעדעקט. נאָך איר גײט־נאָך סיאָמקע מיט אַ טעצל מעסער און גאָפּלען). מאַדאַם! דו ביסט אױך דאָ? ביסט געקומען צו דער רעכטער צײַט! נו, עולם, צום טיש, און לאָמיר אַקאָרשט נעמען צו ביסלעך משקה, אַזױ װי גאָט האָט געבאָטן. (פֿאַרנעמט דעם אױבנאָן, צעגיסט דעם װײַן אין די גלעזלעך. אַלע שטעלן זיך אױס אַרום טיש). און לאָמיר טרינקען אַ כּוס לכּבֿוד די ליבע, טײַערע געסט, און לכּבֿוד דער אימעניניצע אונד־ זערער, װאָס איז הײַנט געװאָרן אַקוראַט נײַנצן יאָר. און אַז מיר האַלטן אין טרינקען (גיסט), װעלן מיר שױן טרינקען פֿאַר כּל ישׂראל און צו־װינטשעװען, אַז יעקבֿ מיט עשׂון זאָלן זיך שױן קײנמאָל נישט קריגן און נישט אַמפּערן זיך… איך מײן נישט נאָר אָט די דאָזיקע (װײַזט אָן אַף די צװײ חבֿרים, װאָס שטײען באַם טיש און בעטי צװישן זײ) ― איך מײן טאַקע די אמתע יעקבֿס, איר פֿאַרשטײט צי נײן, מיט די אמתע עשׂוס זאָלן לעבן צװישן זיך בשלום ושלוה, ― און ס'זאָל װערן אױס פּראַװאָזשיטעלסטװעס, אױס דאַנטיסטן, אױס טינטנמאַכערס, אױס סטאָלאָנאַטשאַלניקעס, װי אין פּסוק שטײט: וגר זאב עם כּבשׂ ― אַ װאָלף מיט אַ שעפֿעלע צוזאַמען… (הײבט־אױף זײַן כּוס. אַלע נעמען זיך צו די גלעזלעך). לחײם, ייִדן, לחײם!… )סע באַגעגנט זיך מיט די גלעזלעך).
ל אַ נ ג ז אַ ם פֿ אַ ל ט ד ע ר פֿ אָ ר ה אַ נ ג. ענדע פֿונעם צװײטן אַקט. (אַ קאַבינעט באַם רבֿ, רב לױ הײלפּערין. צװײ שאַפֿעס מיט ספֿרים אײן שאַפֿקע אַ גלעזערנע, פֿון װאַנען עס זעען זיך אַרױס אַ זילבערן חנוכּה־לעמפּל, אַ קידוש־בעכער, אַ חרם, אַ געפֿלאָכטענע הבֿדלה. אַפֿן װאַנט, צװישן אַנדערע ייִדישע בילדער, אױך דאָס באַקאַנטע בילד פֿון דאָקטאָר הערצל. אַפֿן טיש אָפֿענע ספֿרים, ביכער, צײַטונגען, ייִדישע און רוסישע. באַ דער װאַנט אַ שרײַב־טיש. ― דער רבֿ, רב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן , קרובֿ צו פֿופֿציק, א שײנער ייִד, אַ זױבערער, אין אַ שװאַרצן לאַנגן סורדוט, אין אַ װײַס געפּרעסט העמד. אַ קלײן בערדל, אונטערגעהאַקטע פּאות, אַ הױכער װײַסער שטערן, אַ קלײן זײַדן יאַרמעלקעלע אַפֿן קאָפּ, װאָס פֿאַרלירט זיך אין די שײנע שװאַרצע, ערטערװײַז באַזילבערטע האָר. ער מאַכט דעם אײַנדרוק מער פֿון אַ מיושבֿדיקן אײראָפּעער, פֿון אַ בכּבֿודיקן גבֿיר אַ סוחר, און אַרום אים ― אַ רעדל בכּבֿודע ייִדן, אָנגעזעענע בעלי־בתּים פֿון שטאָט: ג ו ר א ר י ה ― אַ הױכער, אַ טרוקענער. ש ע ר ע ש ע װ י צ ק י –– אַ נידעריקער, אַ געפּאַקטער, מיט אַן אָרדן אַף דער ברוסט. ב ע ר נ ש ט ײ ן , מ אָ נ אַ ס ע װ י ט ש ― געגאָלטע בערד. ר אַ ב י נ ע ר ק אַ ל װ א ר ס ק י ― אַן אַלטער מאַן מיט צװײ אָרדנס. אַלע אין פֿראַקן, װײַסע שניפּסן, צילינדערס, זײערע פּנימער שײַנען. די אַלע, מיטן רבֿ און מיטן ראַבינער אין דער שפּיץ, זײַנען נאָר־װאָס צוריקגעקומען פֿונעם גובערנאַטאָר, באַ װעמען זײ זײַנען געװען אַלס דעפּוטאַציע).
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (רעדט געלאַסן, געצײלטע װערטער). לאָמיר האָפֿן, ייִדן, אַז דעם גובערנאַטאָרס װערטער װעלן מקױם װערן, און עס װעט, אם ירצה השם, זײַן שטיל, און אַז מיר װעלן זיך, מיט גאָטס הילף, באַגײן הײַנטיקן פּסח אָן אַ פּאָגראָם.
ר אַ ב י נ ע ר ק אַ ל װ אַ ר ס ק י: (צום רבֿ). איר זײַט נאָך אין ספֿק, אַז ס'װעט זײַן שטיל? אַז נאַטשאַלסטװאָ װיל נישט, קאָנט איר שױן זיכער זײַן. איך האָב איבערגעלעבט נישט אײן פּאָגראָם, איז מיר שױן באַקענט די שטימונג נאָכן חוש הריח.
ג ו ר אַ ר י ה: װיבאַלד דער גובערנאַטאָר האָט געזאָגט מיט דעם לשון: „בודטיע ספּאָקאָיני!“ ― מעג מען שױן זײַן רויִק. ש ע ר ע ש ע װ י צ ק י: זײער קאָרעקט! „פּריניאַטי מיערי“ ― האָט ער געזאָגט. זײער קאָרעקט! זײער קאָרעקט!
ב ע ר נ ש ט ײ ן: „אי ניע װאָזבוזשדאַיטיע דרוגיך“ ― האָט ער צוגעלײגט.
מ אָ נ אַ ס ע װ י ט ש: (מיט אַ דריבנע געלעכטערל). כע־כע, דער פּשט איז, הײסט עס, אַז מיר זאָלן נישט מאַכן אַף זיך אַלײן קײן פּאָגראָם, כע־כע־כע!
ר אַ ב י נ ע ר ק אַ ל װ אַ ר ס ק י: זאָגט דאָס נישט. אַ גובערנאַ־ טאָר דאַרף זײַן נײטראַל… איך בין שױן ראַבינער באַלד דרײַסיק יאָר. מיר האָבן שױן דאָ געהאַט אַלערלײ גובערנאַטאָרן.
ג ו ר אַ ר י ה: איר דאַרפֿט זײַן צופֿרידן, װאָס מיר האָבן איצט אַזאַ גובערנאַטאָר. אַ דימענט פֿון אַ גױ!
ש ע ר ע ש ע װ י צ ק י: זײער קאָרעקט! זײער קאָרעקט! די האַנט געגעבן איטלעכן, געבעטן זיצן. „סאַדיטיעס, אַבראַם באָריסאָװיטש“ ― האָט ער געזאָגט צו מיר… זײער קאָרעקט! זײער קאָרעקט!
ב ע ר נ ש ט ײ ן: קומט אים דערפֿאַר אױך אַ דאַנק? שױן גענוג טרױעריק, מאָלט אײַך, דער פֿאַקט אַלײן, אַז ייִדן דאַרפֿן גײן מיט אַ דעפּוטאַציע צום גובערנאַטאָר, אַז סע קומט אונטער אַ יום־טובֿ, און בעטן שטיצע פֿאַר זײערע ברידער…
מ אָ נ אַ ס ע װ י ט ש: כע־כע! און ס'איז גענוג אַז־אָך־און־אַז־װײ, אַז ייִדן פֿרײען זיך דערמיט, װאָס דער גובערנאַטאָר טרײסט זײ מיט אַזעלכע װערטער, װי„בודטיע ספּאָקאָיני“, „פּריניאַטי מיערי“, כע־כע! מיר קאָנען, הײסט עס, שלאָפֿן רויִק ― מע װעט אונדז נישט באַפֿאַלן, װי אין מלחמה־צײַט, און מע װעט אונדז נישט אױסשעכטן מיט װײַב און קינדער לכּבֿוד דעם הײליקן יום־טובֿ, כע־כע־כע!
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (זיפֿצט). װאָס זאָל מען טאָן, אַז מיר לעבן אין אַזאַ ביטערער צײַט? אין הײַנטיקער צײַט, אַז מע קאָן אונדז באַשולדיקן אין אַזאַ מיאוסער זאַך, װי מיט הונדערטער יאָרן פֿריִער, איז נישטאָ װאָס צו רײדן, און מיר דאַרפֿן זאָגן: „גם זו לטובֿה!“…
ג ו ר אַ ר י ה: גם זו לטובֿה! גם זו לטובֿה!
ש ע ר ע ש ע װ י צ ק י: זײער קאָרעקט! זײער קאָרעקט! און װי געפֿעלט אײַך דאָס, װאָס דער גובערנאַטאָר האָט זיך נאָכגעפֿרעגט אַף די שניאורסאָנס? „אַבראַם באָריסאָװיטש, זאָגט ער צו מיר, טשטאָ װי זנאַ־יעטע פּראָ שניאורסאָנאָװ?“…
ב ע ר נ ש ט ײ ן: נישט אַזױ, און נישט אײַך אַלײן האָט ער געפֿרעגט. דאָס האָט ער באַ אונדז אַלעמען געפֿרעגט: װאָס װײסן מיר צו זאָגן װעגן אײנעם אַ שניאורסאָן?
מ אָ נ אַ ס ע װ י ט ש: כע־כע! אַ צדיק שניאורסאָן, האָט ער געזאָגט. אַ „צדיק“ און אַ „חאַסידימעץ“. מיט דעם לשון און מיט די װערטער, כע־כע! ר אַ ב י נ ע ר ק אַ ל װ אַ ר ס ק י: „חאַסידימעץ“? –– איך געדענק גאָרנישט, ער זאָל זאָגן אַזאַ װאָרט.
ש ע ר ע ש ע װ י צ ק י: געזאָגט, געזאָגט! זײער קאָרעקט! זײער קאָרעקט!
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: װאָס זאָלט איר קלערן? גאָט האָט אָנגערוקט אַ כמאַרע אַף זײ, אַ מין פֿינצטערניש אין מיטן העלן טאָג, און האָט זײ מבֿלבל געװען זײערע מוחות, אַז זײ זאָלן גלײבן אין אַזעלכע װילדע נאַרישקײטן. דאָס איז אַ שטראָף פֿאַר זײ אַלײן, נישט פֿאַר אונדז, װאָרעם אַז ס'װעט קומען די צײַט, ס'װעט זײ ליכטיק װערן אין די אױגן, װעלן זײ זיך שעמען דעמאָלט פֿאַר זיך אַלײן… און דעריבער דאַרפֿן מיר זאָגן נאָך אַ מאָל: „גם זו לטובֿה!“… (דער עולם הײבט־אָן געזעגענען זיך). נו, האָט זשע מיר אַ גוטן יום־טובֿ, און זאָגט אָן אַלע ייִדן די גוטע בשׂורה, אַז פֿון אַ פּאָגראָם זײַנען מיר יעדנפֿאַלס געזיכערט… איך, פֿון מײַן זײַט, װעל הײסן אױסרופֿן װעגן דעם הײַנט נאָך אין אַלע שולן.
ר אַ ב י נ ע ר ק אַ ל װ אַ ר ס ק י: און איך װעל עס דערמאָנען מאָרגן אין מײַן „ריעטש“… אַ גוטן יום־טובֿ.
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: איך װינטש אײַך אַלעמען אַ כּשרן פּסח, אַ פֿרײלעכן יום־טובֿ.
אַ ל ע: אַ גוטן יום־טובֿ! אַ פֿרײלעכן יום־טובֿ! אַ גליקלעכן יום־ טובֿ! (דער רבֿ באַגלײט זײ אַרױס ביז דער טיר. זײ גײען־אָפּ. נאָך זײער אַװעקגאַנג זעצט זיך רב לױ הײלפּערן אַװעק צום שרײַב־טיש און װאַרפֿט־אָן אַף דער גיך אַ צעטל, טוט אַ קלונג מיט אַ גלעקל, װאָס שטײט אַפֿן טינטער, און עס קומט־אַרײַן ד ע ר ש ם שׂ , אָנגעטאָן רײן, אין אַ הױכן שװאַרצן קאַפּעלוש, בלײַבט שטײן מיט גרױס הכנעה באַ דער טיר).
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: הײַנט, באַלד נאָך מעריבֿ, זאָל אױסגערופֿן װערן אין אַלע שולן, בתּי־מדרשים און מנינים די דאָזיקע װערטער (לײענט פֿונעם אָנגעשריבענעם צעטל): „מען איז מכריז ומודיע אינעם נאָמען פֿונעם גובערנאַטאָר, אַז אַלע רײד װעגן אַ פּאָגראָם אַף ייִדן הײַנטיקן פּסח זײַנען אױסגעטראַכט. עס זײַנען אָנגענומען געװאָרן אַלע מיטלען, און מע בעט, אַז ייִדן זאָלן זיך האַלטן רויִק“… (גיט־איבער דעם שמשׂ דאָס צעטל. דער שמשׂ גײט־אָפּ. רב לױ הײלפּערין שטײט־אױף, גלײַכט זיך אױס, זיפֿצנדיק. עס עפֿנט זיך אױף אַ האַלבע טיר און עס באַװײַזט זיך װידער דער שמשׂ).
ד ע ד ש מ ט: אַ קריסט איז געקומען –– װיל זיך זען.
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: זאָל עס אַרײַנקומען. (עס קומט אַרײַן א י װ אַ נ אָ װ , דער, װאָס גילט אַלס שניאורסאָן. דער שמשׂ מאַכט־צו נאָך אים די טיר, װערט פֿאַרשװוּנדן).
א י װ אַ נ אָ װ: (טוט־אױס דאָס היטל, בלײַבט שטײן אין פֿאַרלעגנהײט, באַטראַכט אַ װײַלע דעם רבֿ. קענטיק, אַז ער שלאָגט זיך מיט דעך דעה. ענדלעך גײט ער צו, שטעלט זיך פֿאָר). איװאַנאָװ.
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (שטײט־אױף, ציט אים אױס די האַנט, נעמט אים פֿרײַנטלעך אױף. רעדט אַ שײן רוסיש.) זײער אָנגע־ נעם! זיצט. (װײַזט אים אַף אַ שטול. זעצט זיך אַלײן אױך אַף אַ שטול אַקעגן אים). מיט װאָס קאָן איך דינען?… איר רײכערט? (שטעלט אים אונטער אַ פּושקע פּאַפּיראָסן).
א י װ אַ נ אָ װ: (באַדאַנקט). איך בין צו אײַך געקומען, ראַבבי, זיך באַראָטן, װי מיט אַ פֿאָרשטײער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, פֿונעם ייִדישן גלױבן… צום אָנהײב האָב איך מיך געװאַקלט, כּמעט װי געשראָקן… כאָטש געהערט האָב איך פֿון אײַך אַ סך גוטס… דאָך ― דעם ערשטן מאָל אַף מײַן לעבן באַ אַ ייִדישן ראַבבי… נאָר אַז איך האָב אײַך דערזען, ― דערלױבט מיר צו זאָגן עס אײַך אין די אױגן, –– האָט איר מיט אײַער אױסזען, מיטן ערשטן קוק, מיך אינגאַנצן אַװעקגעקױפֿט, און איך זע־אַרױס, אַז מיט אײַך קאָן מען רײדן גאַנץ אָפֿנטלעך.
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (מיט אַ שמײכל). איך דאַנק אײַך זײער פֿאַר אַזאַ אָנגענעמער מײנונג װעגן מיר… איר קאָנט דאָ זאָגן אַלץ, װאָס איר האָט צו זאָגן.
א י װ אַ נ אָ װ: איך װעל זײַן קורץ, װי װײַט מעגלעך. איך בין אַ קריסט, און דורך אַ צופֿאַל געפֿין איך זיך צװישן ייִדן. איך האָב זיך באַקענט מיט אַ ייִדיש מײדל און האָב זיך פֿאַרליבט אין איר… און איך מײן, דאָס הײסט, איך װײס, אַז זי מיך האָט אױך ליב, און ס'איז קײן אַנדער אָפּהאַלט נישט פֿאַראַן, אױסער אײן זאַך: װאָס זי איז אַ ייִדישע, און איך בין אַ קריסט… זי זאָל אָננעמען קריסטנטום ― דאָס קאָן נישט זײַן פֿאַר קײן פֿאַל אין דער װעלט. אין דעם בין איך איבערצײַגט, װאָרעם זי איז צו אַ הײסע פּאַטריאָטן פֿאַר איר פֿאָלק, און איך אָנערקען, אַז פֿון מײַן זײַט װאָלט דאָס געװען אַ פֿאַרברעכן, איך זאָל זי צװינגען דערצו. אירע עלטערן װאָלטן דאָס נישט איבערגעטראָגן. נו, איז געבליבן באַ מיר, אַזױ װי איך האָב זי זײער שטאַרק ליב, און קײן אַנדער אױסװעג איז נישטאָ, ― האָב איך מיך פֿעסט אַנטשלאָסן, ― כאָטש מײַנע עלטערן װעלן זײַן קעגן דעם, שטאַרק קעגן דעם, –– איך זאָל אַריבערגײן… דאָס הײסט, איך זאָל אָננעמען ייִדישקײט… װאָס װעט איר זאָגן דערױף? (אָפּגעזאָגט, פֿילט זיך איװאַנאָװ, װי ס'איז אים אַראָפּ אַ באַרג פֿון די פּלײצעס).
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (געזעסן די גאַנצע צײַט אָנגעשפּאַרט אַף דער לינקער האַנט און מיט דער רעכטער געבלעטערט אַן אָפֿענעם ספֿר, האָט אָפּגעאָטעמט, פֿאַרמאַכט דעם ספֿר, אַװעקגעשטעלט די אױגן אַפֿן גאַסט מיט אַ ביטער שמײכל). איך פֿרעג אײַך נישט, װער איר זײַט און װאָס איר זײַט. איך פֿרעג נישט, װער איז דאָס מײדל, װאָס איר האָט אַזױ ליב. אַזעלכע זאַכן האַלט מען, געװײנלעך, בסוד… איך קאָן אײַך אָבער, יונגערמאַן, לײַדער, מיט קײן זאַך נישט העלפֿן און קײן שום עצה נישט געבן. איך קאָן אײַך נאָר זאָגן אײן זאַך: איך באַדױער אײַך פֿונעם גאַנצן האַרצן. איך האָב אַף אײַך רחמנות.
א י װ אַ נ אָ װ: (איבערראַשט). רחמנות?… (װישט זיך דעם שװײס).
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: נעבעך אַ רחמנות אַף אײַך. אַ גאָטס רחמנות!
א י װ אַ נ אָ װ: איך פֿאַרשטײ אײַך נישט…
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: אָט װעל איך עס אײַך דערקלערן. באַרעכנט אײַך נאָר גוט: זיבן מיליאָן אומגליקלעכע, רעכטלאָזיקע, פֿאַרהאַסטע, געיאָגטע און געפּלאָגטע שטיפֿקינדער פּלאָנטען זיך אַרום אינעם דאָזיקן גרױסן לאַנד, זײַנען אומעטום איבעריק און איטלעכן גרױס אין די אױגן. מע זיצט און מע ברעכט זיך די מוחות, מע קליגט זיך און מע טראַכט און מע קאָן גאָרנישט צוטראַכטן, װי אַרום זײערער פּטור צו װערן, ― װילט איר, אַ גליקלעכער מענטש, אַ פֿרײַער, אַריבערגײן צו אָט די דאָזיקע זיבן מיליאָן אומגליקלעכע? איר װילט זײַן, אַפּנים, דער ערשטער פֿונעם אַכטן מיליאָן?… (פּױזע). איך זע, איר װוּנדערט זיך, װאָס איר הערט פֿון מיר, אַ רבֿ, אַזעלכע רײד? פֿאַר אײַך, פֿאַר אַ קריסט, איז עס טאַקע אַ װוּנדער. אײַערע גײַסטלעכע פֿאָרשטײער טוען נישט אַזױ, בעת עס קומט אַ פֿרעמדער צו זײ אָננעמען זײער גלױבן. אַדרבה, באַ זײ װערט עס גאָר פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מצװה צוציִען אין זײער לאַגער װאָס מער פֿרעמדע… מיר, ייִדן, אָבער קאָנען זיך אַזאַ לוקסוס נישט דערלױבן. אונדזער װעלט איז ענג און פֿינצטער, דאָס לעבן פֿול פּײַן און נױט, ― װי אַזױ־זשע האָבן מיר דאָס רעכט צורײדן די פֿרעמדע, די פֿרײַע און גליקלעכע מענטשן, זײ זאָלן אַריבערגײן צו אונדז?… נאָך פֿון אַמאָל אָן, פֿון גאָר די אַלטע צײַטן, האָט אונדזער תּורה אונדז אָנגעזאָגט, אַז מיר זאָלן זײַן געהיט פֿון אָנצונעמען גרים. יעדער גר, יעדער פֿרעמדער הײסט עס, װאָס קומט צו גײן צו אונדז פֿון אַן אַנדער װעלט און װיל זיך אָנשליסן אָן אונדזער פֿאָלק, ― דאַרפֿן מיר אים פֿריִער װאָרענען, עפֿענען די אױגן, ער זאָל זיך גוט אַרומקוקן, װוּהין ער גײט, ער זאָל זיך גוט באַטראַכטן, װאָס ער טוט, ער זאָל װיסן און געדענקען, אַ ז ס ' א י ז ש װ ע ר צ ו ז ײַ ן אַ י יִ ד !…
א י װ אַ נ אָ װ: אַנטשולדיקט. די דאָזיקע װערטער: „ס'איז שװער צו זײַן אַ ייִד“ האָב איך געהערט שױן װיפֿל מאָל, און עס קאָן זײַן ― איך גיב־צו, ― אַז ס'איז נישט גרינג צו זײַן אַ ייִד. האָב איך אָבער אײַך געזאָגט שױן דעם מאָטיװ, פֿ אַ ר װ אָ ס איך גײ דאָס טאָן. עס איז קײן אַנדער אױסװעג נישטאָ.
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: צו אַ שװאַכער מאָטיװ אַף צו מאַכן אַזאַ ערנסטן שריט!
א י װ אַ נ אָ װ: אַנטשולדיקט, ראַבבי. ליבע איז, נאָך אײַער מײנונג, אַ שװאַכער מאָטיװ? ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: ליבע איז אַ הײליק געפֿיל, נאָר אַ שװאַכער מאָטיװ אַף צו מאַכן אַזאַ שריט. ברעכן אַ גלױבן קאָן מען נאָר באַ אַן אינעװײניקסטן קריזיס, װען איך הער אױף צו גלײבן אין דעם און הײב־אָן צו גלײבן אין אַן אַנדערן, ― אָבער נישט צוליב דערגרײכן אַ געװיסן ציל, עס מעג זײַן אַפֿילו װי שײן. מיר, צום בײַשפּיל, באַדױערן אונדזערע משומדים אַלץ אײנס, צי זײ האָבן זיך געטױפֿט צוליב פּראַװאָ־זשיטעלסטװאָ, צוליב אַ דיפּלאָם, צוליב פּרנסה, אָדער צוליב אַ מײדל… פֿאַרשטײט זיך, אַז אײַער מאָטיװ איז פֿײַנער, די פּסיכאָלאָגיע איז אַן אײדעלערע; אָבער דער קאָמפּראָמיס בלײַבט אַ קאָמפּראָמיס. עס איז געמאַכט געװאָרן אַ שטיקל געשעפֿט מיט גאָט, אַ מין „ביזנעס“, װי די אַמעריקאַנער רופֿן עס אָן…
א י װ אַ נ אָ װ: עס האַנדלט זיך דאָ, אײגנטלעך, נישט װעגן גלױבן… דאָ רעדט זיך נישט װעגן גאָט…
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: איך װײס. איך רײד אױך נישט פֿון גלױבן. אין גלױבן איז מען בכלל הײַנטיקע צײַטן שװאַכלעך. סײַ באַ אונדז, סײַ באַ אײַך… איך רײד פֿונעם פֿאָלק, פֿון דער אומה רײד איך. איר װעט דאָך נישט װעלן אײַנרײדן זיך אַלײן, אַז איר, אַלס געבױרענער קריסט און אױפֿגעצױגענער צװישן קריסטן, באַ הײַנטיקע ביטערע צײַטן פֿון ראַסנהאַס, װען מענטשן זײַנען װעלף, ― אַז איר האָט ליב אַ ייִדן, אַז באַ אײַך איז אַ ייִד און נישט אַ ייִד אַלץ אײנס…
א י װ אַ נ אָ װ: (ענטוזיאַסטיש). באַ מיר איז אַלץ אײנס! איך װײס, אַז איך האָב ליב אָט דאָס מײדל מיט מײַן גאַנצן װעזן –– און איך װיל נישט װיסן פֿון קײן זאַך!…
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (מיט אַ שמײכל). נו־יאָ, איך גלײב אײַך זײער גערן און איך פֿיל אײַך מיט מיט מײַן גאַנצן האַרצן… איך דאַרף אײַך אָבער זאָגן, יונגערמאַן, פֿאַראַן באַ אונדז אַ שפּריכװאָרט, אַפֿילו אַביסל אַ באַנאַלס, נאָר אַן אמתדיק װאָרט: „װי קאָנסטו ליב האָבן דאָס װײַב, אַז דו האָסט נישט ליב איר משפּחה?“… אונדזער משפּחה איז, לײַדער, נאָך קײנמאָל אַזױ נישט פֿאַרהאַסט געװען פֿון אַלעמען, װי אין דער לעצטער צײַט. נאַט זעט, באַ װאָס עס האַלט, אַף װאָס מיר זײַנען אַריבער! (נעמט אַ רוסיש בלאַט פֿון טיש און װײַזט אים). זעט, װאָס מע שרײַבט װעגן אונדז! (װײַזט אים אין בלאַט).
א י װ אַ נ אָ װ: (טוט אַ קוק, לײענט הױך). „בלוט פֿאַר בלוט!“… (לײגט־אַװעק דאָס בלאַט מיט פֿאַראַכטונג). דאָס האָב איך געלײענט נאָך נעכטן… נו, װער װײסט דאָס נישט, אַז די גאַנצע דיעלאָ פֿונעם ריטואַל־מאָרד איז אַ פֿאַנטאַזיע, אַ שװינדל, אַ גראָב שטיקל אַרבעט?
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (מיט צופֿרידנקײט). דאָס זאָגט איר? עס איז זײער אָנגענעם צו הערן פֿון אַ קריסט אַזעלכע װערטער. װאָס זאָגן אָבער אַנדערע קריסטן? אָט זײַנען מיר געװען נאָר־װאָס באַם גובערנאַטאָר אַ דעפּוטאַציע, איך און נאָך עטלעכע פֿאָרשטײער פֿון דער היגער ייִדישער געמײנדע. נו, האָט מען געשמועסט אַלץ װעגן דעם רי־טואַל־מאָרד, אָדער װעגן דעם „שװינדל“, װי איר רופֿט עס אָן… באַ אײַך איז דאָס אַ שװינדל, און באַ זײ איז דאָס אַ גאַנצער עסק, אַ פּראָצעס. איר האָט באַדאַרפֿט הערן, מיט װאָס פֿאַר אַן ערנסט דער גובערנאַטאָר, אַ געבילדעטער אינטעליגענטער מאַן, האָט אונדז געשטעלט נאַיִװע פֿראַגן אײנע נאָך דער אַנדערער און נאָכגעפֿרעגט זיך אַלץ אַף אײנעם אַ שניאורסאָן, צי קענען מיר אים נישט? אַ שניאורסאָן פֿעלט זײ צום פּראָצעס.
א י װ אַ נ אָ װ: (פֿאַראינטערעסירט). טאַקע ערנסט? צו װאָס באַדאַרפֿן זײ אַ שניאורסאָן?
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: בכדי ס'זאָל זײַן מער „ריטואַל“. די שניאורסאָנס, פֿאַרשטײט איר מיך, קומען אַרױס פֿון…
א י װ אַ נ אָ װ: פֿון די ליבאַװיטשער „צאַדדיקעס“… זוכט מען, הײסט עס, דעם „צאַדדיק“ שניאורסאָן?
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (מיט אַ שמײכל). פֿון אײַערע װערטער קאָן מען אַרױסזען, אַז איר פֿאַרקערט מיט ייִדן און האָט זיך אָנגעזאַפּט מיט װערטער… אַלזאָ, זוכט מען אַ שניאורסאָן אַף צו באַשולדיקן אים אין ריטואַל־מאָרד. אַ שאָד! איר זײַט אַ קריסט, װעט איר דאָס גאָרנישט קאָנען פֿאַרשטײן, װי װײַט לעכערלעך און שמערצלעך דאָס איז צו הערן, אַז מענטשן זוכן צו באַשולדיקן אין אַזאַ מיאוסן פֿאַרברעכן די אײניקלעך פֿון יענעם גרױסן לאַדיער רבֿ, רב שניאור־זלמן, װאָס זײ, די זוכער, זײַנען, כלעבן, נישט װערט צו דערמאָנען דעם נאָמען זײַנעם…
א י װ אַ נ אָ װ: דאָס זײַט איר גערעכט. יעדער ערלעכער קריסט װעט אײַך נאָכגעבן, אַז איר האָט רעכט. נאָר, גאָספּאָדין ראַוױן, איך בעט אײַך הונדערט מאָל פֿאַרצײַונג, װאָס איך דערלױב מיר צו באַמערקן אײַך אײן זאַך: װיבאַלד אַז איר זײַט אַזױ שטאָלץ אַף אײַערע גרױסע מענטשן, –– װי אַזױ גײט איר דאָס מיט דעפּוטאַציעס און דערנידעריקט זיך פֿאַר יענע, װעלכע באַשמוצן אַזױ מיאוס אײַערע גרױסע?
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (האַלב פֿאַרמאַכט די אױגן, רעדט מיט אַ איראָניש שמײכל). און װי אַזױ װאָלט איר געטאָן?
א י װ אַ נ אָ װ: איך זאָל זײַן אַף אײַער אָרט, װאָלט איך נישט געגאַנגען צום גובערנאַטאָר, ער זאָל מיר העלפֿן פֿון אַ ייִדישן פּאָגראָם…
רב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (צעלאַכט זיך). ערשטנס, נישט פֿון אַ י יִ ד י ש ן פּאָגראָם, נאָר פֿון אַ ק ר י ס ט ל ע כ ן. ייִדן האָבן דערװײַל נאָך קײנמאָל קײן פּאָגראָם נישט געמאַכט…
א י װ אַ נ אָ װ: פּאַרדאָן. איך האָב מיך נישט גוט אױסגעדריקט. איך זאָג, אַז װען איך זאָל זײַן אַ ייִד, װאָלט איך מיך געשעמט קניִען פֿאַר די, װאָס מאַכן אַף מיר פּאָגראָמען…
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (אַ ביסל מיט פֿאַרדראָס). און װען איך זאָל זײַן אַ קריסט, װאָלט איך מיך נאָך מער געשעמט, אַז ייִדן זאָלן קומען צו מיר מיך בעטן, איך זאָל זײ נישט באַפֿאַלן אין דעם פֿײַערלעכסטן און אין דעם פֿרײלעכסטן פֿון זײערע ימים־טובֿים, נישט מאַכן אַ תּל פֿון זײער האָב און גאָב און נישט באַרירן זײערע פֿרױען און קינדער… (אין אױפֿרעגונג אױפֿגעשטאַנען און געמאַכט אַ פּאָר טריט הין און צוריק).
א י װ אַ נ אָ װ: (נאָך אַן אומאַנגענעמער פּױזע). אַנטשולדיקט, געערטער ראַבבי, נישט דאָס האָב איך געמײנט… איך האָב געװאָלט זאָגן, אַז װען איך זאָל זײַן אַ ייִד, װאָלט איך געזוכט הילף באַ זיך אַלײן… איר זײַט אַ פֿאָלק פֿון זיבן מיליאָן, װי איר זאָגט, און אַ פֿאָלק מיט אַזאַ פֿאַרגאַנגענהײט, מיט אַזאַ קולטור, ― װי דערלאָזט איר, מע זאָל אײַך אַזױ טרעטן מיט די פֿיס? (מיט היץ). אָ! איך װאָלט זײ באַװיזן, אַז אַ מענטש קאָן אַלײן באַשטײן פֿאַר זיך! איך האָב קײן מורא נישט פֿאַר פּאָגראָמען!
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: געװיס! װײַל איר זײַט אַ קריסט. און אַז איר זאָלט זײַן אַ ייִד, אָן רעכט צו װױנען, אָן רעכט צו לערנען, אָן רעכט צו רירן זיך פֿון דאַנען אַהין, אָן רעכט צו שיצן זיך אַפֿילו, אַז יענער פֿאַלט אַף אײַך אָן אין מיטן העלן טאָג אומבאַשטראָפֿט, און איר זאָלט, אַזױ װי מיר, למשל, פּרוּװן אָפּליגן דרײַ טעג מיט דרײַ נעכט פֿאַרשטעקט ערגעץ אַף אַ בױדעם, אָדער אין אַ פֿינצטערן קעלער, אָן ברױט און אָן װאַסער, און איר זאָלט הערן דאָס פֿאַרשטיקטע געװײן פֿון אומשולדיקע קינדערלעך, ― אױ, בין איך זיכער, אַז איר װאָלט דעמאָלט געזונגען אַן אַנדער לידל!… (פּױזע). נײן, יונגערמאַן! װעדליק איך פֿאַרשטײ אײַך, איז נישט א י ר דאַרפֿט נעמען אַף זיך אַזאַ שװערע אַרבעט צו זײַן אַ ייִד. מיר, אַז מיר טראָגן אונדזער שװערן גלות אַזױ פֿיל הונדערטער יאָרן, ― װײסן מיר צוליב װאָס: צוליב אונדזער אַלטער תּורה. צוליב דער תּורה קאָנען מיר זיך לאָזן אי טרעטן מיט די פֿיס, אי לאָזן זיך ברענען אַף פֿײַערן. אָבער איר? צוליב אַ מײדל?… נײן, נישט כּדאַי! נישט כּדאַי! טוט דאָס נישט!… (מאַכט אַ באַװעגונג אַף אױפֿשטײן).
א י װ אַ נ אָ װ: (שטײט־אױף). איר מאַכט מיר שװער דאָס האַרץ, געערטער ראַבבי, איר האַלט מיך אָפּ, איר שרעקט מיך.
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: איך שרעק אײַך נישט. איך זאָג אײַך נאָר דאָס, װאָס איך מײן. אַ ייִד װ ע ר ן קאָן מען נישט. אום אַ ייִד צו װערן, באַדאַרף מען פֿריִער דורכמאַכן דעם גאַנצן ייִדישן גלות. מיט דער מאַמעס מילך באַדאַרף מען אײַנזײגן אין זיך דאָס קאָנען בײַשטײן דעם נסיון פֿון צו זײַן אַ ייִד… פֿאָלגט מיך, איר לײגט אײַך פֿריִער גוט איבער, װאָס פֿאַר אַן ערנסטן שריט איר גײט מאַכן, און פֿרעגט זיך אַלײן, װאָס װעט זײַן מיט אײַך נאָכדעם, שפּעטער, אױב אײַער ליבשאַפֿט צום מײדל װעט אָפּגעקילט װערן? צי װעט איר קײן חרטה נישט האָבן? און צי װעט איר קאָנען אױסהאַלטן אַלע רדיפֿות און יאָגענישן און אַלע גזירות רעות, װאָס האָגלען אַף אונדזערע קעפּ?…
א י װ אַ נ אָ װ: (מיט אַ זיפֿץ). אפֿשר זײַט איר גערעכט. איך דאַנק אײַך זײער פֿאַר אײַער אָפֿנהאַרציקײט. נאָר איך מוז אײַך זאָגן, נישט װי פֿאַר אַ פֿרעמדן, נאָר װי פֿאַר אַ פֿרײַנט, אַז באַ מיר איז דאָס אַ באַשטימטע זאַך… (ענערגיש). אַזױ מוז דאָס זײַן און אַנדערש קאָן עס נישט זײַן, װײַל קײן אַנדער אױסװעג איז נישטאָ. איך האָב ליב דאָס מײדל ― און זי מוז זײַן מײַנע! (גיט דעם רבֿ די האַנט).
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (דריקט אים די האַנט). נו, זאָל אײַך גאָט העלפֿן, װי איר װינטשט אײַך אַלײן. איר האָט מיך געפֿרעגט, האָב איך אײַך געזאָגט דאָס, װאָס מײַן געװיסן און מײַן פֿאַרשטאַנד האָבן מיר דיקטירט. און װײַטער –– װי איר פֿאַרשטײט. גײט געזונט און זײַט מצליח. (איװאַנאָװ פֿאַרנײגט זיך טיף, גײט־אָפּ. רב לױ הײלפּערין מאַכט־צו די אָפֿענע ספֿרים, װאָס אַפֿן טיש, און טראָגט זײ איבער אײנציקװײַז אין ספֿרים־שראַנק. ― נאָך אַ קורצער פּױזע עפֿנט זיך אַ האַלבע טיר און עס באַװײַזט זיך װידער אַ מאָל דער שמשׂ).
ד ע ר ש מ שׂ: אַ ייִד פֿרעגט זיך נאָך, צי קאָן ער זיך זען. שפּיראָ הײסט ער.
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: זאָל ער אַרײַנקומען. (עס קומט־ אַרײַן דװיד שפּיראָ. דער רבֿ גײט אים אַקעגן).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: גוט מאָרגן, רבי! (פֿאַרנײגט זיך מיט גרױס דרך־ארץ).
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (גיט אים די האַנט, פֿרײַנטלעך). װאָס װעט איר זאָגן גוטס? זיצט. (זעצט זיך אַװעק).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (קװײנקלט זיך, בלײַבט שטײן). גוטס פֿרעגט איר, רבי? װוּ האָט איר הײַנטיקע צײַטן גוטס? (זיפֿצט, זעצט זיך אַװעק). איך װײס נישט, אױב איר קענט מיך… נאָר אַז איך װעל אײַך זאָגן, װער איך בין, װעט איר שױן אַװדאי װיסן. מײַן נאָמען איז דװיד שפּיראָ. פֿון די אמתע שפּיראָס… (קוקט, װאָס פֿאַר אַ װירקונג עס מאַכט אַפֿן רבֿ, װאַרט אַ װײַלע און רעדט װײַטער). פֿון די סלאַװיטער שפּיראָס בין איך. (דער רבֿ זיצט אומגערירט. דװיד שפּיראָ רעדט װײַטער). איך בין געגאַנגען פֿאַרבײַ, בין איך אַרײַנגעקומען הערן, װאָס הערט זיך מכּח דער דעפּוטאַציע, װאָס איז געגאַנגען הײַנט צום גובערנאַטאָר, און צי ס'איז אמת, װאָס מע זאָגט באַ אונדז אַף דער בערזע, ― איך בין אַלײן אַ בער־זיאַנער, זאָגט מען אַף דער בערזע, אַז דער גובערנאַטאָר זאָל האָבן באַרויִקט די דעפּוטאַציע און זאָל האָבן געזאָגט, זאָגט מען, אַז מע קאָן זײַן זיכער, אַז קײן פּאָגראָם װעט הײַנטיקן פּסח נישט זײַן.
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (מיט אַ גרינגן שמײכל). באַ אײַך אַף דער בערזע װײסט מען תּמיד פֿריִער, װאָס סע טוט זיך. נאָך נישטאָ קײן שעה זינט מיר זײַנען אױפֿגענומען געװאָרן באַם גובערנאַטאָר ― און די בערזע װײס שױן.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (פֿילט זיך עטװאָס פֿרײַער). איר שפּילט זיך מיט דער בערזע? באַ אונדז אַף דער בערזע האָט מען נאָך געװוּסט נעכטן, װאָס דער גובערנאַטאָר װעט אײַך הײַנט זאָגן… אָבער ס'איז אמת, אַז ער האָט אײַך באַרויִקט? ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: יאָ, ס'איז אמת, ער האָט אונדז באַרויִקט. איך האָב שױן אַפֿילו באַפֿױלן, מע זאָל װעגן דעם אױסרופֿן הײַנט אין אַלע שולן. צו גאָט אַ האָפֿענונג, אַז מיר װעלן האָבן אַ רויִקן יום־טובֿ.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: דאַנקען גאָט. געלױבט השם יתברך! (פּױזע. קענטיק, אַז ער האָט עפּעס צו זאָגן. קוקט זיך אַף די הענט. אַנטשליסט זיך, טוט פֿריִער אַ הוסט־אָפּ אַף אַ זײַט). האָט קײן פֿאַראיבל נישט, רבי, איך האָב אַגבֿ צו אײַך טאַקע אַ שטיקל עסק אױך… דאָס הײסט, נישט קײן עסק, נאָר אַ מין… אַ מין שאלה אַזעלכע… דאָס הײסט, איך בין נישט געקומען פֿרעגן אַ שאלה, װי אַ ייִדענע פֿרעגט, נאָר גלאַט אַזױ עפּעס אַ זאַך האָב איך אײַך געװאָלט פֿרעגן, אַ מין עצה הײסט עס… די מעשׂה איז אַזױ. איך בין אַ היגער בעל־הבית, שפּיראָ הײס איך, דװיד שפּיראָ, פֿון די אמתע שפּיראָס, איר פֿאַרשטײט צי נײן, פֿון די סלאַװיטער… (פּױזע. קוקט, טאָמער װעט דאָס פֿאָרט אַ נעם־טאָן דעם רבֿ).
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (פֿרײַנטלעך). װאָס־זשע האָט איר געװאָלט פֿרעגן, אײגנטלעך?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: נישט פֿרעגן, נאָר גלאַט אַזױ, בדרך עצה זיך דורכרײדן מיט אײַך װעגן אַ זײַטיקן ענין, אױב ס'איז דערלױבט… בין איך, הײסט עס, אַ היגער בעל־הבית, און עס קומען אַרײַן צו מיר פֿאַרשײדענע מענטשן, צום מײנסטן יונגעלײַט, סטודענטן… איך האָב אַ באַקאַנטן קריסט, אַ סטודענט. בעט ער מיך, ער װיל זיצן מיט אונדז באַם סדר… האָב איך געװאָלט הערן פֿון אײַך, רבי, אײַער שיקול־הדעת, צי איז כּדאַי, למשל, אַז אַ קריסט זאָל זיצן באַ ייִדן גלײַך מיט אַלעמען באַם סדר, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַלס גאַסט?…
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: פֿאַר װאָס נישט? אַדרבה! (מיט אַ שמײכל). זאָל ער זען, װאָס מיר טוען מיט זײער קריסטלעך בלוט אַף פּסח…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (אױפֿגעלעבט). מײַנע װערטער! כאַ־כאַ! פּונקט דאָס אײגענע טענה איך מיט מײַן װײַב: לאָזן זײ זען! לאָזן זײ װיסן! עס קאָן צונוץ קומען אַמאָל. דער גױ איז בטבֿע, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַ גאַנץ װױלער גױ… אַ דעיסטװיטעלני סטאַטסקי סאָװעטניקס אַ זון… כאָטש אַפֿילו זײער פּראָסט באַ זיך! אָבער טאַקע פּראָסט, װאָס פּראָסט הײסט! באַ אונדז איז ער אַ גאַנצער בן־בית און אינטערעסירט זיך מיט אַלצדינג, װאָס איז שײך צו ייִדישקײט. בעט ער זיך באַ מיר, אַזױ װי הײַנט איז באַ אונדז פּסח, װיל ער זײַן מיט אונדז אינאײנעם באַם סדר. ער װיל זען, זאָגט ער, װי אַזױ עס קומט־פֿאָר באַ אונדז, זאָגט ער, די פּאַסקע? נו, װי זאָגט מען אים אָפּעט? ער קאָן דאָך מײנען טאַקע באמת מי יודע װאָס… טענהט אָבער מײַן װײַב אײנס… צו װאָס טױג דיר אַ גױ, אַ איװאַנאָװ, צום סדר? ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (מיט אינטערעס). ער הײסט איװאַנאָװ?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: איװאַנאָװ אַלײן איז װינציק, הײסט ער נאָך איװאַן איװאַנאָװיטש איװאַנאָװ.
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (געלאַסן, נאָך אַ קורצער פּױזע). האָט איר נישט אַ טאָכטער?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: נאָך װאָס פֿאַר אַ טאָכטער! אַ בת־יחידה, און, דאַנקען גאָט, אַ געראָטענע, אַ חכמה און אַ יפֿת־תּואר ױפֿת־מראה, ענדיקט הײַנטיקן נאָך־פּסח גימנאַזיע. (פּױזע. װערט מיט אַ מאָל אומרויִק). װאָס פֿרעגט איר עפּעס, צי איך האָב אַ טאָכטער?
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (ענטפֿערט נישט, נאָך אַ קורצער פּױזע). שױן לאַנג, אַז ער גײט־אַרײַן צו אײַך?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: װער?
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: אָט דער קריסט איװאַנאָװ.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: פֿון תּחילת װינטער אָן, אַלע טאָג כּמעט. װאָס איז דען?… (פּױזע). ער איז באַ אונדז, װי איך האָב געזאָגט שױן, אַ גאַנצער בן־בית. װאָרום גלאַט אַן אַבי אַ װאָסער אַ גױ װאָלט איך נישט אַרײַנגעלאָזט. נאָר אַ דעיסטװיטעלני סטאַטסקי סאָװעטניקס אַ זון, איר פֿאַרשטײט צי נײן, און אַן אוהבֿ־ישׂראל ― װי אַזױ מײנט איר? ― פֿאַר אַ ייִדן איז ער אײַך די כּפּרה, סכּנת־נפֿשות! און איז באַקאַנט מיט אַלע אונדזערע ימים־טובֿים, דינים און מנהגים. מײַן װײַב זאָגט בדרך ליצנות, אַז אָט דער גױ װעט שױן באַלד קאָנען פּסקענען שאלות…
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (שלאָגט אים איבער). און ער קען זיך מיט אײַער טאָכטער?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: װער?
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: אָט דער קריסט איװאַנאָװ.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: איך זאָג דאָך אײַך ― אַ בן־בית… (װערט װידער אומרויִק). אַקעגן װאָס פֿרעגט איר עס דען?
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (שטײט־אױף, גײט אַ פּאָר טריט הין און צוריק פֿאַרטראַכט, די הענט פֿאַרלײגט אַהינטער, שטעלט זיך אָפּ, גײט צו צו שפּיראָן, װעלכער איז אױך גלײַך אױפֿגעשטאַנען און װאַרט אַף אַן ענטפֿער, רעדט צו אים געלאַסן). גיט אַכטונג אַף אײַער טאָכטער…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (איבערראַשט. כאַפּט־אַרױס אַ פֿאַטשײלע, װישט זיך דעם שװײס, פּלאָנטעט מיט דער צונג). איך… איך פֿאַרשטײ נישט, רבי, װאָס… װאָס איר זאָגט… װאָס הײסט, איך זאָל אַכטונג געבן? װאָס געהער זיך אָן אַהער מײַן טאָכטער? װאָס… װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז ער מיט מײַן טאָכטער?…
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (װײך). באַרויִקט אײַך, זיצט. (שפּיראָ זעצט זיך אַװעק, שטײט אָבער באַלד אױף, װײַל דער רבֿ שטײט. זעצט זיך דער רבֿ אַװעק, און נאָך אים שפּיראָ). איך װאָלט אײַך אַפֿילו נישט באַדאַרפֿט זאָגן דאָס, װאָס מיר איז איבערגעגעבן געװאָרן בסוד… נאָר אַזױ װי עס גײט דאָ, װי איך זע, אין נפֿש, בין איך מיר מתּיר אױסצוזאָגן אַ פֿרעמדן סוד, און מסתּמא װעט איר װיסן, װי אַזױ צו באַגײן זיך, ס'זאָל נישט אַרױסקומען, אַז דער סוד איז אַרױס פֿון דאַ־ נען… אָט דער קריסט איװאַנאָװ איז נאָרװאָס געװען באַ מיר.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (העכסט איבערראַשט). איװאַן איװאַנאָװיטש? באַ אײַך? װען איז ער געװען?
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: נאָר־װאָס, מיט עטלעכע מינוט פֿאַר אײַך.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: מיט עטלעכע מינוט פֿאַר מיר? װאָס האָט ער דאָ געטאָן?
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: געקומען זיך אַן עצה האַלטן, װאָס טוט מען? אַזױ װי אים איז געפֿעלן אײַער טאָכטער… ער איז פֿאַרליבט אין איר און װיל זיך צוליב איר מגײר זײַן…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (שפּרינגט־אױף, זעצט זיך אַװעק צוריק, כאַפּט־אַרױס די פֿאַטשײלע, װישט זיך דעם שװײס. קאָן נישט אַרױסרײדן קײן װאָרט).
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (באַרויִקט אים). איר באַדאַרפֿט זיך אַזױ נישט אױפֿרעגן. איר באַדאַרפֿט דאַנקען גאָט, װאָס חלילה נישט פֿאַרקערט… הײַנטיקע צײַטן… הײַנטיקע קינדער… אַדרבה… איר דאַרפֿט עס נאָר װיסן, בכדי איר זאָלט זען װאָס צו טאָן…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (קױם װאָס ער קאָן שױן רײדן). נו, געװיס, געװיס אַזױ… איך דאַנק אײַך, רבי, איך דאַנק אײַך זײער און זײער! (דריקט אים די האַנט). איר האָט מיר געעפֿנט די אױגן… דעם מוח געעפֿנט… אַ קלײניקײט?… אַזאַ מעשׂה!.. אַצינד איז שױן רעכט… אַצינד איז שױן פֿאַרענטפֿערט אַ סך קשיות… (שטײט־אױף, טוט זיך אַ פּאַטש אין שטערן). אַי־אַי־אַי, דװיד שפּיראָ! דו מײנסט, ביסט אַ חכם? ביסט אַ נאַר! (אַלע מאָל העכער). ביסט אַ שוטה! אַ פּרא־אָדם ביסטו!… (זעצט זיך אַװעק צוריק). האָט קײן פֿאַראיבל נישט, רבי, איך בין אַזױ איבערראַשט, עס האָט מיר אַזױ דערהרגעט מײַן קאָפּ, אַז איך װײס גאָרנישט, װאָס איך רײד!… איר זאָלט װיסן, װאָס דאָ קומט־פֿאָר! װאָס פֿאַר אַן אומגליק! ס'איז הימל עפֿן זיך! צרות מיט צרות! (רײַבט זיך דעם שטערן). װי זאָגט איר: צער גדול בנים… (פּױזע). אײן טאָכטער סך־הכּל, און אַ געראָטענע, און שױן דאָ אַ חתן אױך, כּמעט אַ חתן, מיט אַ רײַכער באָבע, מיט בראַסלעטן, װאָס איך בין נישט צופֿרידן, און מײַן װײַב װיל דװקא יאָ דעם שידוך, פֿאַרקערט, ס'איז גאָר אַ קריסט, אַ איװאַנאָװ, דעם חתנס אַ חבֿר טאַקע ― גאַנצע פּעק צו דערצײלן, אָט אַזעלכע פּעק! (באַװײַזט מיט בײדע הענט). אַן עבֿירה, ס'איז ערבֿ יום־טובֿ, איך נעם באַ אײַך צו צײַט… (שטײט־אױף, דער רבֿ נאָך אים). און אַלײן האָב איך אױך אַ סך צו טאָן, באַזאָרגן װײַן אַף אַרבע כּוסות, איר פֿאַרשטײט צי נײן, און נאָך כּדומה אַזעלכע אַרבעט אַ סך… האָט מיר אַ גוטן יום־טובֿ. איך דאַנק אײַך זײער, רבי, פֿאַר דעם, װאָס איר האָט מיר דאָ די אױגן געעפֿנט ― איצט װײס איך כאָטש, װוּ איך בין אין דער װעלט!… (געזעגנט זיך). אַ גוטן יום־טובֿ!
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (באַגלײט אים). אַ גוטן יום־טובֿ. געדענקט נאָר, װאָס איר האָט צו טאָן. נישט געאײַלט זיך, יעדע זאַך פֿריִער גוט באַטראַכטן, איבערװעגן…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: געװיס, געװיס. אַ גוטן יום־טובֿ! (לאָזט זיך גײן און קערט זיך באַלד אום צוריק. דאָס פּנים איז מיט אַ מאָל באַ אים פֿאַרענדערט, װי עלטער געװאָרן. דער שטערן געקנײטשט. כאַפּט זיך באַם קאָפּ). יאָ! װאָס־זשע הײסט עס? האָט קײן פֿאַראיבל נישט, רבי, איך נעם צו באַ אײַך נאָך אַ מינוט צײַט… איר זאָגט, איך זאָל װיסן, װאָס איך האָב צו טאָן… װאָס, אײגנטלעך, איז דאָ צו טאָן? און װאָס, אַשטײגער, האָט איר אים אַן עצה געגעבן, ער זאָל טאָן? איך מײן דעם קריסט, איװאַנאָװן?…
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: איך האָב אים געזאָגט דאָס אײגענע, װאָס איך זאָג אײַך: אַז מע דאַרף זיך גוט באַטראַכטן…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (מיט אַ מאָל אױפֿגעקאָכט). װאָס הײסט „באַטראַכטן“? װאָס איז דאָ פֿאַראַן צו טראַכטן? און אַז ער װעט טראַכטן פֿון הײַנט ביז איבער אַ יאָר, װעט אים שפּיראָ אַװעקגעבן זײַן טאָכטער?! אָט גײ איך אַהײם און קער־איבער די שטוב מיטן קאָפּ אַראָפּ, מיט די פֿיס אַרױף! װאָס הײסט? װי קאָן איך דערלאָזן אַזאַ זאַך, אַז מײַן קינד, דװיד שפּיראָס אַ טאָכטער… איר זאָגט, ער איז אַ דעיסטװיטעלני סטאַטסקי סאָ־װעטניקס אַ זון און ער װיל זיך צוליב איר מגײר זײַן? און אַז ער זאָל זיך זיבעצן מאָל מגײר זײַן? נײן, איך װעל דאָס נישט דערלאָזן! (װאָס װײַטער, אַלץ מיט מער היץ). כּל זמן איך לעב, װעט דאָס נישט זײַן! איך װעל אים זאָגן! איך װעל אים דערצײלן, װער די שפּיראָס זײַנען! איך בין אַ שפּיראָ, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַ שפּיראָ!…
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: פֿונדעסטװעגן זאָג איך אײַך נאָך אַ מאָל: נישט געאײַלט. מע באַדאַרף זיך פֿריִער גוט באַטראַכטן… ס'איז אַ שװערע הלכה… הײַנטיקע קינדער… אַ ראָמאַן… װער װײסט, װוּ עס האַלט באַ זײ?… מע באַדאַרף זיך גוט באַטראַכטן…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (מיט היץ). װאָס איז דאָ צו טראַכטן! ס'איז קלאָר, װי דער טאָג! אַזױ װי דער הימל קאָן נישט קומען צו דער ערד! מײַן טאָכטער קאָן נישט חתונה האָבן פֿאַר אַ גױ, יענער מעג זײַן מי יודע װער און מעג זיך זיבן און זיבעציק מאָל מגײר זײַן! זי קומט אַרױס, איר פֿאַרשטײט צי נײן, פֿון די אמתע שפּיראָס, פֿון די סלאַװיטער… (מיט פֿאָרװוּרף, קוקט אַפֿן רבֿ שאַרף). איך האָב אײַך געזאָגט שױן עטלעכע מאָל, פֿון װאָסערע שפּיראָס איך בין, און איר –– גאָרנישט… איך זע, אַז איר הערט זיך נישט צו צו מײַנע װערטער!… די סלאַװיטער האָבן זיך געלאָזט טרײַבן סקװאָז סטראָי, קנוטעװען האָבן זײ זיך געלאָזט! (נאָך מיט מער היץ). יאָרן־לאַנג אױסגעזעסן אין די טורמעס ― און נישט פֿאַרלױרן זײער שטאָלץ פֿאַר עשׂון! זאָל איצטער אָט דעם עשׂוס אַן אײניקל האָבן אַן השׂגה, אַז שפּיראָס טאָכטער זאָל פֿאַר אים חתונה האָבן, און איך, דװיד שפּיראָ, זאָל זײ פֿירן צו דער חופּה?! (שלאָגט זיך אין האַרצן). סײַדן איך װעל פֿריִער שטאַרבן! (כּמעט מיט טרערן). און אַפֿילו אַז איך װעל שטאַרבן, װעלן נאָך מײַן טױט אױפֿשטײן פֿון די קבֿרים די סלאַװיטער, די גע־קנוטעװעטע, און װעלן נישט דערלאָזן, אַז אָט אַ יענע גראָבע האַנט עשׂוס, װאָס האָט אַמאָל אױפֿגעהױבן אַף זײ די רוט, װאָס האָט פֿון זײ שטיקער פֿלײש געריסן, זאָל זיך צורירן צו זײערס אַן אײניקל!…
רב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (גערירט, טראַכט אַ װײַלע). הערט־זשע אױס, מײַן ליבער שפּיראָ. זיצט, זיצט נאָך אַ װײַלע. (זעצט אים אַװעק און זעצט זיך אַלײן אױך). אין אײַערע װערטער הערט זיך טאַקע אַ קול פֿון די אמתע סלאַװיטער ― װער װײס דאָס נישט די סלאַװיטער? נאָר לאָמיר קאָרשט באַטראַכטן אַצינד די זאַך פּאַװאָלינקע אַרום און אַרום. מע טאָר נישט אײַלן זיך אַזױ, װי איך האָב אײַך געזאָגט שױן, ― ס'איז אַ שװערע הלכה!… מע דאַרף קודם זען, װי אַזױ זאָל זײַן דערװײַלע מיט דעם קריסט, מיט דעם איװאַנאָװן, װאָס איר האָט אים אײַנגעלאַדן צום סדר?…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (נאָך אױפֿגעטראָגן). װער האָט אים אײַנגעלאַדן? נישט איך האָב אים אײַנגעלאַדן ― ער האָט זיך אַלײן אײַנגעלאַדן, אײַנגעבעטן זיך! איצט זע איך שױן! איצט פֿאַרשטײ איך שױן!…
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: איר האָט דאָך אים אָבער צוגעזאָגט ― איז פֿאַרפֿאַלן. מוז ער שױן צום סדר באַ אײַך זײַן. טאָרט איר אים נישט אָפּזאָגן. אַזױ איז מײַן מײנונג, לכל־הפּחות ― מײַן ראַט.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (קאָכט זיך). סטײַטש, רבי, װאָס רעדט איר? האָט קײן פֿאַראיבל נישט. נאָר װי קאָן איך, שפּיראָ, נאָך דעם, װי דער גױ האָט אַזאַ השׂגה?… ס'איז דאָך הימלשרײַענד! ס'איז דאָך…
ר ב ל ו י ה ײ ל פּ ע ר י ן: (שלאָגט אים איבער). יאָ, איר זײַט פֿאָלקאָם גערעכט. נאָר מע טאָר נישט זיך גראָב באַגײן מיט אַ מענטשן, ער מעג זײַן װער ער איז: אַ ייִד, נישט אַ ייִד ― אַ מענטש! און אַן אײדעלער מענטש, קענטיק… מענטשלעכקײט, גאַסטפֿרײַנטלעכקײט איז אָן אַלעמען אַ גרױסע זאַך. ובפֿרט מיר, ייִדן, דאַרפֿן זײַן מער געהיט, װי אַלע אַנדערע מענטשן. אָט טאַקע װײַל מיר זײַנען באַ זײ אין גלות און װײַל זײ זאָגן אַף אונדז מי יודע װאָס, באַדאַרפֿן מיר זײ װײַזן, אַז מיר זײַנען נישט ערגער, און אַמאָל אפֿשר נאָך בעסער פֿון זײ. איר זײַט דאָך אַ שפּיראָ, באַדאַרפֿט איר דאָס פֿאַרשטײן… (שטײט־אױף).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (אױך אױפֿגעשטאַנען, אַ ביסל װײכער). געװיס פֿאַרשטײ איך, װאָס איר מײנט. װער רעדט פֿון אַרױסטרײַבן? אַרױסטרײַבן װעל איך אים נישט. אַזױ גראָב בין איך אױך נישט. און אַז איך האָב אים צוגעזאָגט, איז צוגעזאָגט. שפּיראָ, אַז ער זאָגט אַ װאָרט, איז פֿאַרפֿאַלן. נאָר די פּלענער זײַנע װאָס ער האָט געבױט (װידער אױפֿ־געקאָכט), דאָס, װאָס דער גױ האָט דאָרט געגראָבן הינטער מײַנע פּלײצעס, װעל איך צעשלאָגן! דאָס, װאָס ער מײנט, װעט נישט זײַן! (מיט פֿײַער). קײנמאָל נישט און פֿאַר קײן פֿאַל נישט אין דער װעלט! דאָס קאָנט איר אײַך שױן פֿאַרלאָזן אַף מיר! דאָס זאָגט אײַך דװיד שפּיראָ, פֿון די אמתע שפּיראָס, איר פֿאַרשטײט צי נײן, פֿון די סלאַװיטער!… אַ גוטן יום־טובֿ און אַ גוטן תּמיד. (געזעגנט זיך מיטן רבֿ. דער רבֿ באַגלײט אים צו דער טיר).
ד ע ר פֿ אָ ר ה אַ נ ג פֿ אַ ל ט.
ענדע פֿונעם דריטן אַקט. (באַ שפּיראָן איז שױן אַלץ פּסחדיק גרײט צום סדר. אױבנאָן דאָס הסב־בעט ― צװײ קישנס, מיט אַ װײַס לײַלעך איבערגעדעקט. אַפֿן הסב־בעט ליגן צוגעגרײט אַ װײַסער קיטל, אַ װײַסער זײַדענער גאַרטל מיט אַ װײַסער זײַדענער יאַרמלקע, אַן אַלטע, שױן געלבלעך פֿון דער צײַט, מיט זילבער באַברעמט און מיט אַ זײַדענעם קאָטעס אַראָפּגעהאַנגען. אַפֿן טיש ליגן מצות, שטײען כּוסות. פֿון צװײ גרױסע גראַפֿינקעס פֿינקלט אַרױס דער װײַן. באַם אױבנאָן שטײט די קערה. אַף דער קערה ליגן איז אַ געהעריקן סדר: אַ פֿליגעלע, אַ גערגעלע, אײער, אָפּגעשײלטע קאַרטאָפֿלעס, אָנגעריבענער כרײן (מרור), צעשטױסענע ניס מיט עפּל (חרוסת) און אַ קלײן גלעזל מיט זאַלצװאַסער. עטלעכע הגדות, גרױסע און קלײנע. ― אַף דער סצענע באַװײַזט זיך פֿון דער זײַטיקער טיר דװיד שפּיראָ, אַ האַלב־אָנגעטאָענער אין נײַע מלבושים, מיט אַן אױסגעפּרעסט אײבערשט העמד, מיט שלײקעס, אָן אַ קאָלנער. ער איז שטאַרק צעטראָגן).
ד װ י ד: (הױך). שׂרה! בעטי! סיאָמקע! װוּ זײַט איר אַלע? אױסגעשטאָרבן? (פֿון דער קיכטיר װײַזט זיך שׂרה שפּיראָ, נאָך אין די װאָכעדיקע מלבושים, מיט אַ נײַ הילצערן לעפֿל אין האַנט.) שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װאָס איז דאָרטן? װאָס האָסטו זיך צעשריגן, װי אַף אַ פּאָזשאַר? ד װ י ד ש פּ י ר אָ: װער האָט דען געשריגן? גאָרנישט אָנגעהױבן צו שרײַען! האָסט מיר צוגעגרײט אַ העמד –– װוּ איז אַ קאָלנער? שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: דאָרט װוּ דאָס העמד, דאָרט איז דער קאָלנער. זוך, װעסטו געפֿינען, האָסטו געהערט אַביסל! ד װ י ד ש פּ י ר אָ: װוּ האָב איך צײַט צו זוכן? אַ שעה אַז איך זוך… (גײט־אָפּ צוריק). שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אַ שעה אַז ער זוכט! (גײט־אָפּ אין קיך. ― אין אַ האַלבער מינוט אַרום קומט־אַרױס װידער דװיד שפּיראָ, שױן מיט אַ קאָלנער, נאָר אָן אַ שניפּס. ער שפּיליעט דעם קאָלנער. דער קאָלנער װיל זיך נישט פֿאַרשפּיליען. דאָס מאַכט אים נאָך מער נערװעז). ד װ י ד ש פּ י ר אָ: שׂרה! שׂרה!… שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (קומט נאָך אַ מאָל אַרױס פֿון קיך, שױן אָן אַ לעפֿל). װאָס איז שױן װידער? ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (שפּיליענדיק דעם קאָלנער). האָסט מיר צוגעגרײט אַ העמד מיט אַ קאָלנער ― װוּ איז אַ שניפּסל?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װאָס טוט זיך עס מיט דיר? דאָרט ליגט אַלצדינג. דאָרט ליגט דאָס שניפּסל. אַפֿילו דעם צילינדער האָב איך דיר דאָרט צוגעגרײט. װאָס ביסטו אַזױ צעטראָגן, דװיד? ביסט מיר עפּעס זײער צעפֿלאָכטן!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (הערט נישט אױף צו טאָן מיטן קאָלנער). מע קאָן זײַן צעפֿלאָכטן, אַז מע האָט עפּעס צו רײדן מיט אַ װײַב אַ נײטיקע זאַך ― און מע קאָן נישט!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װאָס הײסט מע קאָן נישט? (גײט־צו צו אים. אומרויִק). אַ נײטיקע זאַך? װאָס האָסטו נישט געזאָגט ביז אַהער?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (נאָך אַלץ נישט פֿאַרטיק מיטן קאָלנער). װי האָב איך געקאָנט ביז אַהער, אַז ס'איז ערבֿ יום־טובֿ? װײַן אַף אַרבע כּוסות האָט מען באַדאַרפֿט ברענגען? און אַרומװאַשן זיך דאַרף מען אױך? און אָנטאָן זיך אױך? (פּױזע). ס'איז אַ מיאוסער עסק, שׂרה, זײער אַ מיאוסער עסק! (קוקט זיך אַרום, רעדט שטיל). איך בין געװען באַם רבֿ, באַ רב לױ הײלפּערין…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (שטאַרק אומרויִק). װאָס האָסטו געטאָן באַם רבֿ פּלוצים ערבֿ פּסח?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: ששש!… (קוקט זיך אַרום). נאָר נישט געפּילדערט, װעל איך דיר דערצײלן אַלצדינג. (קױם פֿאַרשפּיליעט דעם קאָלנער). די רגע קום איך אַרױס… (גײט־אָפּ צו זיך. שׂרה בלײַבט אַלײן).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װאָס טוט זיך עס מיט אים?… „געװען באַם רבֿ“… „אַ מיאוסער עסק“… זאָל איך אַזױ װיסן בײז, אױב איך הײב אָן פֿאַרשטײן, װאָס ער מײנט… (עס קומט אַרױס דװיד שפּיראָ, שױן אינגאַנצן אָנגעטאָן, מיטן צילינדער אין האַנט, שׂרה גײט אים אַקעגן, אומגעדולדיק). גאָט איז מיט דיר, דװיד, דערצײל שױן, װאָס האָט זיך געטראָפֿן? װאָס פֿאַר אַ מיאוסער עסק?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (נעמט אַרױס די פֿאַטשײלע און גלעט דעם צילינדער. קוקט זיך אַרום). איצט איז נישטאָ קײנער? פֿריִער נישט געקאָנט רײדן מיט דיר. אַז מע דרײט זיך אַרום, טאָ דער, טאָ יענער. (שטיל). װוּ זײַנען די קינדער?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (אױך שטיל). די קינדער טוען זיך אָן. זײ װעלן באַלד אַרױסקומען. דערצײל שױן גיכער. צי נישט די עצמות!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: האָרך נאָר אױס, שׂרה, נאָר איך בעט דיך, ס'זאָל זײַן שטיל… ס'אַ שלעכטע מעשׂה מיט אונדזער בעטין… נישט מיט בעטין, נאָר מיט אונדזער קװאַרטיראַנטס חבֿר. איך מײן, מיט אונדזער איװאַן איװאַנאָװיטשן…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (ברעכט די הענט). װײ איז מיר! װאָס איז שױן? ד װ י ד ש פּ י ר אָ: האָב צײַט –– אָט דערצײל איך דאָך דיר!… איך בין געװען באַם רבֿ, באַ רב לױ הײלפּערין…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װאָס האָסטו געטאָן באַ רב לױ הײלפּערין?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: גלאַט אַזױ אַרײַנגעגאַנגען. און אַגבֿ ― אַ פֿרעג טאָן אים, צי ס'איז נישקשה, אַז אַ קריסט, איװאַן איװאַנאָװיטשן האָב איך געמײנט, זאָל זיצן מיט אונדז באַם סדר?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (הױך). האָט ער געזאָגט מסתּמא, אַז נײן? מײַנע רײד! װאָס האָב איך דיר געזאָגט?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: ששש!… אַקוראַט פֿאַרקערט! נאָר נישט דאָס ― האָב צײַט, כאַפּ נישט אײנס פֿאַר דאָס אַנדערע! הקיצור, װער איך געװױר באַם רבֿ אַ שײנע זאַך… (קוקט זיך אַרום). אַז אונדזער קריסט, איװאַן איװאַנאָװיטש מײן איך, איז מיט פֿינף מינוט פֿריִער פֿאַר מיר אױך געװען באַם רבֿ, באַ רב לױ הײלפּערין, און אױך מכּח אַן עצה האַלטן זיך.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אַן עצה האַלטן זיך? אַז װאָס?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (קוקט זיך אַרום. גאַנץ שטיל). אַז ער װיל זיך מגײר זײַן… איװאַן איװאַנאָװיטש, הײסט עס, װיל זיך מגײר זײַן.
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (הױך). איװאַן איװאַנאָװיטש? מגײר זײַן? װאָס'ט זיך מיר געחלומט!… משוגע געװאָרן?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: ששש! װאַרט־אױס! װעסט הערן, צוליב װאָס! עס האָט מיך אַזױ אױפֿגעטראָגן, אַז איך האָב געמײנט, איך װעל עס נישט אױסהאַלטן, אַז איך װעל דאָרט די אַפּאָפּאָלעקציע באַקומען! ער האָט מיר דעם קאָפּ אַראָפּגענומען, און איך האָב מיר גאָר קײן אָרט נישט געקאָנט געפֿינען!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (פֿאַרשטײט נאָך נישט). צוליב װאָס־זשע װיל ער עס טאָן דער משוגענער גױ?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (קוקט זיך אַרום, רעדט נאָך שטילער). צוליב דעם װיל ער זיך מגײר זײַן, װײַל ער איז פֿאַרליבט, זאָגט ער, אין… אין… אין אונדזער בעטין, און װיל, זאָגט ער, מיט… מיט… מיט… מיט איר האָבן חופּה וקידושין… נו? הערט זיך אַזעלכס?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (אַ פּליעסק מיט די הענט, שרײַט־אױס אַף אַ קול). אױ, אַ דונער האָט מיך דערשלאָגן! אױ, איך װעל דאָס נישט אױסהאַלטן! (ברעכט די הענט, טראָגט זײ צו צום האַרצן). איך האָב אָבער געװוּסט, אַז דאָ איז עפּעס! דאָס האַרץ האָט מיר אָבער געזאָגט, אַז ס'איז נישט גלאַט, אַז דער גױ פּלאָנטעט זיך מיר דאָ נישט אומזיסט… אַלע בײזע, װיסטע, פֿינצטערע חלומות! נאַ דיר גאָר אַ קריסט! אַ איװאַן איװאַנאָװיטש! און װער האָט אים פֿאַרנאַדעט, אַז נישט דו?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: איך?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װער דען ― איך? באַ מיר װאָלט ער שױן לאַנג געעפֿנט מיטן קאָפּ די טיר! האָסטו זיך אָנגעקלעפּט אין אים, אַז ער האָט אַ ייִדיש פּנים מיט אַ ייִדישער נאָז! ד װ י ד ש פּ י ר אָ: אַ ייִדישע נאָז ― דאָס איז געװען דײַנע װערטער. איך האָב נאָר געזאָגט, אַז ער האָט אַ ייִדישע נשמה… נאָר נישט דאָס איז דער עיקר אַצינד. איצט באַדאַרף מען צוטראַכטן עפּעס אַן עצה, װי אַזױ װערט מען זײַנער פּטור?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װאָס פֿאַר עצות דאַרף מען זוכן? מע דאַרף אים געבן דעם װעג ― און שױן!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (מיט שרעק, רעדט שטיל). זאָל גאָט היטן! װאָס רעדסטו? מע באַדאַרף זיך באַטראַכטן פֿריִער…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װאָס איז דאָ צו טראַכטן, האָסטו געהערט אַביסל? (הױך). מע באַדאַרף אים (צעצױגן) אַרױסטרײַבן! אַרױסיאָגן!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (שטיל). ששש!… נאָר נישט געיאָגט און נאָר נישט געטריבן! זאָל דיך גאָט היטן, שׂרה, פֿון דאַנען אַהין אָן מיר! דו הערסט, װאָס איך זאָג? ס'װעט זיך טאָן חושך! װעסט פֿאַרקאָכן אַ קאַשע! װעסט אונדז מאַכן אומגליקלעך אַלעמען! דו פֿאַרשטײסט גאָרנישט, װאָס דאָ טוט זיך! דאָ איז אַ ראָמאַן ― װײסטו כאָטש, װאָס דאָס הײסט? (קוקט זיך אַרום, רעדט נאָך שטילער). דאָס איז באַ זײ אַן אָפּגערעדטע זאַך פֿון פֿריִער!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (פֿאַרברעכט די הענט). װײ איז מיר! און װאָס איז מיט שניאורסאָנען?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: אַפּנים, אַ נעכטיקער טאָג?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װאָס רעדסטו, דװיד? און װאָס איז מיטן שידוך?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: און דאָס, װאָס ער האָט איר געװאָלט שענקען אַ בראַנזעליעט? און דאָס, װאָס ער שרײַבט אַלע מאָל בריװ צו דער באַ־בושקע?…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (אַ פּאָר מאָל שפּאַנט ער אַרום און בלײַבט שטײן). ס'איז דיר אַן אַקציע מיט איר! מיר האָט זיך אױפֿגעקאָכט דאָס גאַנצע בלוט, אַז איך האָב דערהערט אַזאַ מעשׂה, און זי רעדט גאָר פֿון בראַנזעליעטן מיט באַבושקעס! איך בין שיִער משוגע געװאָרן נאָר פֿון דעם געדאַנק אַלײן, אַז עשׂו קאָן גאָר האָבן אַ השׂגה אַף די סלאַװיטערס אַן אײניקל, און איר ליגט אין זינען בראַנזעליעטן! באַבושקעס קריכן איר אין קאָפּ אַרײַן!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: װאָס־זשע האָט זי געשװיגן ביז אַהער?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (שטעלט זיך אָפּ, טײַט איר מיט אַ פֿינגער. דאָס דאַרפֿסטו פֿרעגן באַ איר! דערױף ביסטו אַ מאַמע!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (ברעכט די הענט). װײ איז מיר! װינד איז מיר! פֿאַרפֿינצטערט בין איך געװאָרן!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: איצט איז נישט קײן צײַט פֿון ברעכן די הענט און פֿון גװאַלדעװען. איצט דאַרף מען עפּעס צוטראַכטן, דו פֿאַרשטײסט צי נײן, געפֿינען עפּעס אַן עצה. אָבער שטיל, מיט שׂכל און מיט אַ גאַנג, נישט פֿי־פֿו־פֿאַ, גלאַט אין דער װעלט אַרײַן, און אָן גװאַלדן, אָן פּילדערײַען! דער רבֿ, רב לױ הײלפּערין, איז גערעכט. ס'איז, זאָגט ער, אַ שװערע הלכה! ס'איז אַן אײדעלע מאַטעריע, זאָגט ער… כ'האָב שױן גענוג געטראַכט דעם גאַנצן טאָג! (כאַפּט זיך באַם קאָפּ). דער קאָפּ װערט מיר אָקערשט נישט צעפֿאַלן אַף שטיקלעך! (פּױזע). דערװײַל איז יום־טובֿ און מע דאַרף גײן דאַװנען. (קוקט זיך אַרום). דאָ װעט קומען דער קריסט… אים געגעבן דאָס װאָרט ― פֿאַרפֿאַלן! װאָס װעט ער טראַכטן, אַז מע װעט אים איצט אָפּזאָגן פֿונעם סדר? רב לױ הײלפּערין זאָגט אױך דאָס אײגענע: אַ מױל, זאָגט ער, איז נישט קײן כאָלעװע. ובפֿרט, זאָגט ער, באַ שפּיראָן… קודם כּל, זאָגט ער, איז מענטשלעכקײט… אַ מענטש! דו פֿאַרשטײסט, צי נײן? דער עיקר ― דו זאָלסט זיך נאָר נישט אַרײַנמישן דערװײַל. דו לאָז עס איבער אינגאַנצן אַף מיר! לאָזן נאָר איבערגײן די סדרים פֿריִער, די ערשטע טעג יום־טובֿ, װעל איך שױן מיט אים רײדן, װעל איך שױן טאָן אַלצדינג ― קאָנסט שױן זײַן זיכער, אַז באַ מיר װעט ער אַלײן אַװעק. (מיט פֿײַער). ער װעט באַ מיר אַװעק װוּ דער ליבער שבת־קודש גײט־אַװעק! ער װעט אַפֿילו נישט װיסן, פֿאַר װאָס און פֿאַר װען! זײַ זיכער! דאָס װעט נישט זײַן, אַז דװיד שפּיראָס טאָכטער, װאָס קומט־אַרױס פֿון די סלאַװיטער… (עס קומט אָן ס י אָ מ ק ע , אַן אױסגעצװאָגענער. אָנגעטאָן יום־טובֿדיק אין זײַן אוניפֿאָרם, מיט אַ װײַס קעלנערל, האַלט אַ גרױסן מחזור אונטערן אָרעם).
ס י אָ מ ק ע: (טראָגט־צו דעם פֿאָטער דעם מחזור). טאַטע, אָט דאָס איז דער מחזור, װאָס דו דאַרפֿסט?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (עפֿנט־אױף דעם טאָװל, לײענט). „מחזור לראש־השנה ױום־הכּפּורים“… געטראָפֿן, װי אַ בלינד פֿערד אין גרוב אַרײַן! (גיט אים אָפּ). דאָרט, אַף דער קאָמאָדע, גײ, ליגט אַן אַנדער מחזור! שטײט אָנגעשריבן מיט גרױסע אותיות: „מחזור לשלש רגלים“… יאָרן! שפּיראָס אַ ייִנגעלע זאָל נישט װיסן קײן חילוק פֿון אַ מחזור ביז אַ מחזור… (סיאָמקע לױפֿט צוריק נאָכן מחזור. דװיד שפּיראָ צום װײַב). איך בעט דיך נאָך אַ מאָל, שׂרה, װי גאָט איז דיר ליב! װי אין אַן אױג אַ שטאָך! ס'איז אַ שװערע הלכה, אַן אײדעלע מאַטעריע… מע באַדאַרף דאָ זײַן זײער־זײער פֿאָרזיכטיק! (עס קומט־אָן סיאָמקע מיטן מחזור).
ס י אָ מ ק ע: (עפֿנט־אױף, װײַזט דעם פֿאָטער מיטן פֿינגער, לײענט אַף אַ קול, צעצױגן). „מח ־ זור ־ ל ־ ש ־ לש ־ רג ־ ל ־ ים“…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (נעמט דאָס קינד פֿאַרן אױערל). רגלים, נישט רגלים! נישט געדאַכט זאָלסטו װערן ― אַ בר־מצװה־בחורל און קומט אַרױס פֿון די סלאַװיטער!… קום אין שול אַרײַן! (טוט אָן דעם צילינדער. צום װײַב). געדענק זשע, שׂרה, װאָס איך האָב דיר געזאָגט (שטיל, טראָגט־צו אַ פֿינגער צום מױל). װי גאָט איז דיר ליב! װי אין אַן אױג אַ שטאָך!… (גײט־אָפּ מיט סיאָמקען אין שול אַרײַן. ― עס קומט־אַרױס פֿון איר צימער ב ע ט י. שׂרה שפּיראָ װאַרפֿט אַ זײַטיקן קוק אַף דער טאָכטער, נעמט זיך איבערשטעלן די כּוסות).
ב ע ט י: (אָנגעטאָן יום־טובֿדיק, שײן פֿאַרקעמט. שטעלט זיך אַװעק אַקעגן שפּיגל, מאַכט צו־רעכט די פֿריזורקע. צו דער מוטער). מאַמע! געפֿעלט דיר די פֿריזורקע? האָסט דאָך ליב, אַז איך גײ אַזױ פֿאַרקעמט. האַ? מאַמע? (שׂרה שפּיראָ זעט איר פּנים דורכן שפּיגל, ענטפֿערט נישט. בעטין װוּנדערט עס. זי דרײט זיך אױס צו דער מוטער). פֿאַר װאָס ענטפֿערסטו נישט, מאַמע? און װאָס ביסטו אַזױ פֿאַרצאָרנט? צוליבן יום־טובֿ?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (טוט איר אַרבעט). אַז מע האָט אַזאַ טאָכטער, װי דו, קאָן מען זײַן פֿאַרצאָרנט.
ב ע ט י: (גײט־צו נאָענט צו דער מוטער). װאָס איז שױן, מאַמע? װאָס פֿאַר אַ נײַס?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: פֿאַר װעמען ס'איז אַן אַלטס, פֿאַר מיר איז דאָס אַ נײַס… (הערט־אױף איבערשטעלן די כּוסות). איך האָב גאָרנישט געװוּסט, טאָכטער, אַז באַ דיר איז דאָ אַזעלכע פֿאַרבאָרגענישן מיט אַזעלכע סודות… איך האָב זיך קײנמאָל נישט געריכט אַף דיר, אַז דו זאָלסט זײַן אַזאַ פֿאַרביסענע און אָפּטאָן אונדז אַזאַ זאַך…
ב ע ט י: (איבערראַשט). װאָס פֿאַר סודות? װאָס פֿאַר אַ פֿאַרביסענע? און װאָס פֿאַר זאַכן האָב איך אָפּגעטאָן?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: דער טאַטע איז אױס מענטש. ער װעט דאָס, זאָגט ער, נישט אױסהאַלטן! און איך װעל מסתּמא אױך שטאַרבן פֿאַר דער צײַט… (באַהאַלט דאָס פּנים אין פֿאַרטעך, װײנט).
ב ע ט י: (דערשראָקן, נעמט זי אַרום). מאַמוניו! גאָט איז מיט דיר! װאָס קומט דאָ פֿאָר? איך װײס גאָרנישט פֿון װאָס צו זאָגן!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (הײבט אױף די פֿאַרװײנטע אױגן, באַטראַכט די טאָכטער). אַנו, קוק מיר גלײַך אין די אױגן אַרײַן! װי קאָנסטו זאָגן אַזעלכס? װי קאָנסטו עס אָפּלײקענען מיר, אַ מאַמע, אין די אױגן?… (פּױזע). װאָס האָט געטאָן דער גױ באַם רבֿ?
ב ע ט י: (שטױנט). װאָסער גױ? באַ װעלכן רבֿ?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: זע נאָר, װי גלײַך זי קוקט מיר אין פּנים אַרײַן! (פּױזע, שטרענג). זאָג נאָר, װאָס האָט געטאָן איװאַן איװאַנאָװיטש באַם רבֿ, רב לױ הײלפּערין?
ב ע ט י: (שטאַרק איבערראַשט, װערט רױט). איװאַן איװאַנאָװיטש באַם רבֿ? באַ הײלפּערין? װאָס האָט ער דאָרטן געטאָן?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: איך מײן, אַז דו װײסט עס בעסער פֿון מיר און פֿריִער פֿון מיר… קוק זי נאָר אָן, װי זי טאַפּט װערטער! נעבעך אַ רחמנות! זי װײסט גאָרנישט פֿון דער גוטער בשׂורה, אַז דער גױ איװאַן איװאַנאָװיטש װיל װערן אױס גױ!…
ב ע ט י: (אױפֿגעשײַנט). איװאַן איװאַנאָװיטש װיל װערן אַ ייִד?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אַ גדולה אַף דער באָבע! און אַ שײַנדעלע פֿאַר אונדז אַלעמען! און דאָס איז דאָך אינגאַנצן צוליב דיר, װאָרעם ער איז דאָך נאָך דיר די כּפּרה ― דאָס האָב איך שױן לאַנג אַרױסגעזען, און דו האָסט עס אַװדאי גוט געװוּסט, ― און נאָך דעם אַלעמען האָסטו אַ פּאָטעפֿאַלנאָסט מיר קוקן גלײַך אין די אױגן אַרײַן און אײַנרײדן מיך, אַז דו װײסט נישט פֿון װאָס צו זאָגן?!
ב ע ט י: (כאַפּט זיך באַם האַרצן). מאַמע! איך שװער דיר באַ מײַן לעבן, אַז די געשיכטע מיטן רבֿ, מיט הײלפּערין, הער איך דאָס ערשטע מאָל פֿון דיר!…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (מיט גיפֿט). אַזױ? ס'איז גאָרנישט קײן אָפּגערעדטע זאַך באַ דיר מיטן גױ פֿון פֿריִער? דער רבֿ רב לױ הײלפּע־רין איז דאָך מסתּמא אַ ליגנער? אָדער דער טאַטע האָט דאָס אַװדאי פֿונעם קאָפּ אױסגעטראַכט?
ב ע ט י: (אױפֿגערעגט). מיר דאַכט, מאַמע, אַז מיך קענסטו אױך נישט פֿאַר אַזאַ גרױסע ליגנערן. איך האָב אײַך ביז אַהער נאָך מיט קײן זאַך נישט געליגנערט! (מיט האַרץ). אַז איך שװער דיר באַ מײַן לעבן, אַז איך הער עס ערשט פֿון דיר, גלײבסטו מיר נישט און הערסט נישט אױף מיך צו באַװאַרפֿן מיט שטעכװערטלעך!…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: מיט שטעכװערטלעך? עס קאָן שױן גוט שטעכן און ברעכן מײַנע שׂונאים, אַז מע דערמאָנט זיך, אַז דו האָסט גענומען בידים און האָסט צעשלאָגן אַזאַ גליק! איך רײד שױן נישט פֿון דער באַבושקע ― איך רײד פֿונעם קרן: אַזאַ גאָלדענער בחור, אַ טאַטנס אַ קינד, אַ פֿאַמיליאַנט, קומט־אַרױס פֿון אַזאַ משפּחה!…
ב ע ט י: (שױן גאָר אױפֿגערעגט, צעשרײַט זיך). אָבער װאָס װילט איר האָבן פֿון מײַן לעבן? װאָס האָט איר זיך אַלע אָנגעזעצט אַף מיר? אַלע אַף מיר! אַלע אַף מיר!… (פֿאַלט אַף אַ שטול, באַהאַלט דאָס פּנים אין די הענט, װײנט שטילערהײט. ― עס דערהערט זיך אַ קלונג. שׂרה שפּיראָ לױפֿט עפֿענען און קומט באַלד אַרױף צוריק).
ב ע ט י: (הײבט־אױף דאָס פֿאַרװײנטע פּנים). װער איז?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (בײז). דער גר.
ב ע ט י: װאָסער גר?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: דײַן איװאַן איװאַנאָװיטש! (בעטי כאַפּט זיך אױף, װישט זיך אױס די אױגן, מאַכט אַ באַװעגונג אַװעקצוגײן, נאָר בלײַבט שטײן. שׂרה שפּיראָ גײט־אָפּ אין דער טיר, פֿון װאַנען איר מאַן איז פֿריִער אַרױסגעקומען, רעדט בעת מעשׂה צו דער טאָכטער). איך גײ זיך דערװײַל אָנטאָן און בענטשן ליכט. (עס קומט־אָן שניאורסאָן, װאָס גילט אַלס איװאַנאָװ, שױן נישט אין סטודענטישער אוניפֿאָרם, נאָר אין אַ שװאַרצן אָנצוג, אין װעלכן עס זעט זיך נאָך מער רעליעף אַרױס זײַן סעמיטישער טיפּ. די האָר, אָנגעפּאַרפֿומירט מיט פֿעטן, זעען־אױס נאָך
מער שװאַרץ און נאָך מער געגרײַזלט, װי אַלע מאָל). ש נ י א ו ר ס אָ ן: (אױפֿגעלײגט, צו בעטין, גיט איר די האַנט). אײַער פֿאָטער איז געװען אַזױ ליבנסװירדיק און האָט מיר דערלױבט בײַצוּװױנען מיט אײַך די צערעמאָניע פֿון אײַער יום־טובֿ… (קוקט זיך אַרום). װוּ איז ער? מסתּמא נאָך אין שול? אַ שאָד, װאָס ער האָט נישט געװאָלט מיך מיטנעמען אױך אין שול. דאָס װעט שױן זײַן, זאָגט ער, צו פֿעט… (בעטי זעצט זיך, בעט אים אױך זיצן. זי איז צעטראָגן). װאָס איז עפּעס אײַער מוטער אַזױ בײז אַף מיר? זי האָט מיר נישט געענטפֿערט אַף מײַן גוטן־אָװנט, און אַף מײַן גראַטולירן זי מיטן פֿײַערטאָג האָט זי עפּעס אַ מורקע געגעבן און איז אַנטלאָפֿן געװאָרן… (פּױזע). און איר, בערטאַ דאַװידאָװנאַ, אױב איך האָב קײן טעות נישט, זײַט מיר עפּעס אױך נישט אַזױ, װי אַלע מאָל… (בײגט זיך צו צו איר נאָענט). װאָס איז געשען, בערטאַ דאַװידאָװנאַ? װאָס קוקט איר אַף מיר מיט אַזעלכע אױגן?
ב ע ט י: (קוקט אים גלײַך אין די אױגן. רעדט שטיל. דאָס קול ציטערט). איר האָט מיר פֿאַרשאַפֿט, איװאַן איװאַנאָװיטש, גרױסע, גרױסע אומאַנגענעמלעכקײטן! (פֿון יענער זײַט טיר באַװײַזט זיך שׂרה שפּיראָ, אַ האַלב־אױסגעטאָענע, און װינקט צו דער טאָכטער מיט די הענט, גיט איר צײכנס, זי זאָל נישט רײדן. בעטי זעט דאָס, און שניאורסאָן, װאָס זיצט מיטן פּנים צו בעטין און מיטן רוקן צו דער טיר, זעט דאָס נישט).
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (צו בעטין). איך? אײַך? אומאָנגענעמלעכקײטן? מיט װאָס, צום בײַשפּיל?
ב ע ט י: (ענטפֿערט נישט באַלד). מיט אײַער װיזיט באַם רבֿ…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (שטױנט). װאָסער װיזיט? באַ װעלכן רבֿ? (שׂרה שפּיראָ באַװײַזט זיך נאָך אַ מאָל, רופֿט מיט ענערגישע צײכנס בעטין צו זיך. בעטי זעט דאָס, רירט זיך נישט פֿון אָרט).
ב ע ט י: (צעמישט פֿון דעם, װאָס די מוטער שטערט זי). יאָ, יאָ… װאָס פֿרעגט איר מיך איבער עטלעכע מאָל? צו װאָס אָפּלײקענען פֿון מיר? פֿון מיר!… (פּױזע. ― רעדט שטיל, אױפֿגערעגט). איר זײַט געװען באַם רבֿ זיך באַראָטן װעגן אַזאַ װיכטיקן שריט, װאָס איר גײט טאָן… צוליב… צוליב מיר… און באַ מיר האָט איר גאָרנישט געפֿונען פֿאַר נײטיק צו פֿרעגן?!… װאָס זאָל דאָס באַטײַטן?… װאָס קוקט איר מיך אָן? װאָס מאַכט איר זיך װי איבערראַשט?… איר װעט דאָך נישט אָפּלײקענען, אַז איר זײַט געװען באַם רבֿ? הײלפּערין רופֿט מען אים…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (שטױנט). איך? באַם רבֿ? באַ הײלפּערין? איך הער דעם דאָזיקן נאָמען דעם ערשטן מאָל פֿון אײַך אַצינד! איך שװער אײַך באַ מײַן ערן־װאָרט! (שׂרה הערט נישט אױף צו רופֿן די טאָכטער מיט צײכנס).
ב ע ט י: (שױן גאָר צעמישט). אַצינד װײס איך שױן װידער נישט, װאָס דאָ קומט פֿאָר… װאָס טוט זיך דאָ אַרום מיר?… אַז איך װעל נישט אַראָפּ פֿונעם זינען, װעט טאַקע זײַן אַ װוּנדער!… (כאַפּט זיך באַם קאָפּ). שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (מײנט, אַז די טאָכטער האָט נישט געזען, אָדער נישט פֿאַרשטאַנען, אירע צײכנס, רופֿט זי הױך). קום נאָר אַהער, בעטי, אַף אַ װײַלע –– איך דאַרף דיך האָבן! נו־זשע! גיכער! דער טאַטע װעט באַלד קומען פֿון שול, און איך דאַרף נאָך ליכט בענטשן, האָסטו געהערט אַ ביסל! (בעטי הײבט זיך אױף אָן חשק, גײט צו דער מוטער).
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (אַן איבערראַשטער, שפּאַנט־אום עטלעכע מאָל הין און הער, שטעלט זיך אָפּ, לײגט־צו אַ פֿינגער צום שטערן. נאָך אַ קורצער פּױזע). אַאַאַ?… איצט פֿאַרשטײ איך שױן!… (װײַזט אַף יענער זײַט טיר װוּ זײן חבֿרס צימער געפֿינט זיך). אָט דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן!… (לאָזט זיך אַהין, הערט זיך אײַן, קלאַפּט־אָן אין דער טיר. אין דעם קומט־אָן פֿון פֿאָדערצימער דער אמתער איװאַנאָװ, װאָס גילט אַלס שניאורסאָן, יום־טובֿדיק אָנגעטאָן, מיט אַ פֿריש געראַזירט פּנים און מיט אַ גרױסן בוקעט בלומען אין האַנט. דער אמתער שניאורסאָן גײט אים אַקעגן. זײ באַגריסן זיך. שניאורסאָן צום חבֿר). אָן אַ קלונג?
א י װ אַ נ אָ װ: איך האָב אַ שליסל. (באַװײַזט אים דעם שליסל. לײגט־אַװעק דעם בוקעט אַפֿן טיש).
ש נ י א ו ר ס אָ ן: װאָס פֿאַר בלומען אין מיטן דרינען?
א י װ אַ נ אָ װ: לכּבֿוד אײַער פּאַסכאַ…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: פֿאַר װאָס האָסטו שױן נישט פֿאַרכאַפּט אין אײנװעגס אַ חמצדיקן טאָרט אױך? װאָלט דיך שפּיריכע אַרױסגעװאָרפֿן מיטן טאָרט און מיט די בלומען אינאײנעם…
א י װ אַ נ אָ װ: (לאַכט). אַ כאָמעץ ― דאָס װײס איך, אַז מע טאָר נישט… (קוקט זיך אַרום). איך זע, הערשקאָ, אַז דו ביסט שטאַרק אױפֿגעלײגט לכּבֿוד יום־טובֿ? דאָס האָב איך דיר צוגעהאָלפֿן באַם בעל־הבית, ער זאָל דיר דערלױבן צו זײַן באַ דער צערעמאָניע פֿון אײַער פּאַסכאַ.
ש נ י א ו ר ס אָ ן: אַזױ? אַ שײנעם דאַנק דיר דערפֿאַר!
א י װ אַ נ אָ װ: (לאַכט). אַ קאָמישער מענטש אָט דער שפּיראָ! ער האָט זיך אַ מאָל דרײַ מיט מיר באַראָטן, צי זאָל ער דיר עס דערלױבן, צי נײן? אָט איז באַ אים אױסגעקומען יאָ, און אָט –– נײן. ער האָט אַלץ געציטערט, טאָמער זאָגט ער דיר אָפּ, זאָלסטו נישט איבערטראַכטן װעגן ייִדן גאָט װײסט װאָס, כאַ־כאַ! (באַטראַכט דעם חבֿר אין זײַן שװאַרצן אָנצוג). אינעם דאָזיקן קאָסטיום זעסטו אױס, הערשקאָ, װי אַן עכטער סעמיט, טשאָרט װאַזמי!
ש נ י א ו ר ס אָ ן: און דו, װאַניאַ, זאָלסט זיך אָנטאָן אין דרײַ סעמיטישע קאָסטיומען, װעסטו אַלץ אױסזען, װי אַ פֿאָני, עס װעט דיר אַפֿילו נישט העלפֿן די לעקציעס, װאָס דו גײסט נעמען באַ אונדזער רבֿ, באַ הײלפּערין…
א י װ אַ נ אָ װ: (איבערראַשט). פֿון װאַנען װײסטו, אַז איך בין געװען באַם רבֿ?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (מיט גיפֿט). כאַ־כאַ פֿון װאַנען איך װײס? איך װײס אַלצדינג ― האָב איך דיר שױן לאַנג געזאָגט. איך װײס אַפֿילו, װאָס דו האָסט באַ אים געטאָן…
א י װ אַ נ אָ װ: (קוקט־אַראָפּ). צום בײַשפּיל?
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (איראָניש). װי עס זעט אױס, האָסטו זיך אַ נעם געגעבן װערן אַ ייִד טאַקע גאָרנישט אַף קאַטאָװעס?
א י װ אַ נ אָ װ: (װיל זײַן רויִק). עס קאָן גאַנץ מעגלעך זײַן.
ש נ י א ו ר ס אָ ן: און מסתּמא אַלץ צוליב יענעם געװיסן צװעק?…
א י װ אַ נ אָ װ: (װי פֿריִער). זעלבסטפֿאַרשטענדלעך.
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (אַלץ מיט דעם זעלבן גיפֿט). אַזױ זיכער ביסטו אין דײַן זיג?
א י װ אַ נ אָ װ: אָן צװײפֿל.
ש נ י א ו ר ס אָ ן: און װעגן שטערונגען טראַכסטו גאָרנישט? האָסט קײן מורא פֿאַר… קאָנקורענטן, למשל?
א י װ אַ נ אָ װ: (הײבט־אױף די אױגן). קאָנקורענטן?… אפֿשר ביסטו דאָס פֿון די קאָנקורענטן? אַ־זױ?… איצט פֿאַרשטײ איך שױן, פֿאַר װאָס דו װײסט אַזױ פֿיל…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: נישט מער װיפֿל מיר איז נײטיק.
א י װ אַ נ אָ װ: אַף צו טרײַבן שפּיאָנאַזש אַרום מיר און אָנצוהאַלטן די קאָנקורענציע?…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: דו װעסט מיך נישט איבערשרעקן מיט קײן װערטער…
א י װ אַ נ אָ װ: איצט פֿאַרשטײ איך שױן, פֿאַר װאָס עס טוט דיר אַזױ װײ דער קאָפּ פֿאַר מיר…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: װײַל איך װיל נישט, זאָלסט זיך מאַכן צום נאַר… עס װעט דיר נישט העלפֿן קײן רבֿ, קײן צען רבנים אױך ― זאָג איך דיר פֿריִער!
א י װ אַ נ אָ װ: (שטאַרק אױפֿגערעגט. שױן אױך מיט גיפֿט). אַלס גוטער פֿרײַנט, נאַטירלעך, זאָגסטו דאָך עס מיר… און איך בין געװען אַזאַ נאַר און האָב דיר טאַקע געגלײבט ביז אַהער… איך האָב געמײנט, עס האָט זיך מיר געדאַכט, אַז עס גײט באַ דיר טאַקע פֿון דײַן גוטפֿרײַנטשאַפֿט. איצט באַװײַזט זיך גאָר אַרױס אין דיר אַ קאָנקורענט… און אפֿשר נאָך אַ „געפֿערלעכער“ קאָנקורענט? כאַ־כאַ!…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (דרײסט). זאָלסטו טאַקע װיסן! און ס'איז זײער גוט, װאָס דו װײסט עס! די קאָרטן זײַנען אָפֿן, װעלן מיר, הײסט עס, שפּילן אַן אָפֿענעם זעקס־און־זעכציק!
א י װ אַ נ אָ װ: גוט. איך נעם־אָן דעם קאַמף!
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (שטאַרק אױפֿגערעגט). אומזיסט לאַכסטו אַזױ, װאַניאַ. װעסט זײַן צעשלאָגן, װי אַ… א י װ אַ נ אָ װ: (נישט װינציקער אױפֿגערעגט). מיר װעלן שױן זען, װער װעמען!… (עס קומט אַרױס שׂרה שפּיראָ, אָנגעטאָן יום־טובֿדיק, זעט־אױס אַ סך ייִנגער און שענער ― גאָרנישט צו דערקענען. זי טראָגט צװײ זילבערנע לײַכטער, מיט אָנגעצונדענע בענטשליכט. נאָך איר גײט בעטי אױך מיט 2 זילבערנע לײַכטער. די 4 לײַכטער װערן אַװעקגעשטעלט אַפֿן טיש. בײדע חבֿרים פֿלײַסן זיך באַגעגענען די דאַמען מיט אַ שמײכעלע. שׂרה שפּיראָ ענטפֿערט דעם קװאַרטיראַנט מיט אַ פֿרײַנטלעכן גוט יום־טובֿ. און אַף זײַן חבֿר, אַפֿן אמתן שניאוסאָן, װאָס גילט אַלס איװאַנאָװ, װיל זי אַפֿילו קײן קוק נישט טאָן. אַקעגן אָבער בעטי איז מער צוגעלאָזט צום אמתן שניאורסאָן, װי צום אמתן איװאַנאָװ. אַלע פֿילן זיך נישט גוט. עס נעמט אָבער נישט קײן סך צײַט, װינציקער װי אַ מינוט. עס קומט־אָן דװיד שפּיראָ מיט אַ ברײטן גוט יום־טובֿ. נאָך אים סיאָמקע).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (אַף ייִדיש). גוט יום־טובֿ! גוט יום־טובֿ!
ס י אָ מ ק ע: (נאָך אים). אַ גוט יום־טובֿ!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: גוט יום־טובֿ, גוט יאָר!
ב ע ט י: גוט יום־טובֿ. (בײדע חבֿרים פֿאַרנײגן זיך פֿאַרן בעל־הבית גאַנץ העפֿלעך. –– נישט קוקנדיק אַפֿן ברײטן „גוט יום־טובֿ“, זעט־אױס דװיד שפּיראָ שטאַרק צערודערט. שׂרה און בעטי זײַנען פֿאַרװײנט. בײדע חבֿרים זײַנען אָנגעדרודלט אײנס אַף דאָס אַנדערע. נאָר אײן סיאָמקע איז אױפֿגעלײגט, שפּיגלט זיך אין דעם פֿינקלדיקן װײַן, װאָס אַף אַרבע כּוסות, און בלעטערט די הגדות, װאָס ליגן אַפֿן טיש).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (װיל צעשלאָגן די שטימונג, באַטראַכט דעם טיש מיט דער קערה מיט אַלע זאַכן, פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, רעדט װי צו זיך אַלײן). נו, איז שױן צוגעגרײט, הײסט עס, אַלצדינג באַ דיר? די קערה מיט די מצות מיט די הגדות, און אליהו הנבֿיאס כּוס איז אױך דאָ? קאָן מען, הײסט עס, זיך נעמען צו דער אַרבעט? (זיפֿצט). שױן לאַנג אַזאַ פּסח נישט געװען! אָט די מימרות מיט די זאָגעכצן, װאָס אין שטאָט, מיט די פּחדים פֿאַר אַ פּאָגראָם, מיט די דעפּוטאַציעס צום גובערנאַטאָר, און ועל כולם –– אָט דאָס פּעקל מיט דער דיעלאָ ― אַלצדינג אַרום און אַרום… (װײַזט מיט דער האַנט אַרום קאָפּ). אַזאַ פּסח זאָל זיך שױן נישט אומקערן!…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: נישט כּדאַי פֿאַרן סדר צו דערמאָנען… גאָט װעט העלפֿן, װעלן מיר עס, אם ירצה השם, איבערלעבן.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: געװיס װעלן מיר עס איבערלעבן! מיר װעלן זײ אַלע איבערלעבן!… מיר האָבן איבערגעלעבט גרעסערע צרות, מיט גרעסערע המנס, מיט אַ פּרעה מלך מצרים… (טרעט־אָפּ פֿונעם טיש). נו? קינדער! קודם כּל (צום קװאַרטיראַנט), זאָגט אײַער חבֿר, ער זאָל זיך מטריח זײַן אַקאָרשט אָנטאָן דאָס היטל. באַם סדר איז מען זיך נוהג באַ אונדז, מע זיצט אין היטלען. און איר אַלײן, הער שניאורסאָן, זײַט מוחל אױך דאָס אײגענע… דאָס, װײניקסטנס, װאָלט אַזאַ ייִד, װי איר, װאָס קומט־אַרױס פֿון די ליבאַװיטשער שניאורסאָנס, כלעבן, געמעגט װיסן… (בײדע חבֿרים גײען אָפּ אין פֿאָדערצימער, יעדער נאָך זײַן היטל, און קומען בײדע צו גײן אָנגעטאָן אין די היטלען. אין דער זעלבער צײַט טוט אָן דװיד שפּי־ראָ אױבן, אַף דער קאַפּאָטע, דעם צוגעגרײטן װײַסן קיטל מיט די ברײטע אַרבל און די װײַסע פֿאַרגעלבטע, מיט זילבער באַברעמטע, יאַרמעלקע מיטן קאָטעס, און האַלט באַ אַרומגאַרטלען זיך מיטן װײַסן אַלטן זײַדענעם גאַרטל. די אַרײַנגעקומענע חבֿרים גרופּירן זיך אַרום בעטין, באַטראַכטן פֿון דער װײַטן שפּיראָן אין זײַנע װײַסע בגדים).
א י װ אַ נ אָ װ: (צו בעטין). אײַער פֿאָטער זעט אױס װי אַ פּאַסטאָר, װי אַן אַרכיערײ…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (אױך צו בעטין). גיכער ― װי אַ כּהן גדול אינעם אַלטן בית־המקדש…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (רופֿט־צו צו זיך מיטן פֿינגער דעם קװאַרטיראַנט, דעם אמתן איװאַנאָװ). פּאַני שניאורסאָן! זײַט־זשע מוחל! (ער גײט צו צו שפּיראָן, און דער אמתער שניאורסאָן, װאָס גילט אַלס איװאַנאָװ, בלײַבט שטײן מיט בעטין פֿון יענער זײַט טיש) זעט איר אָט דאָס אָ? (װײַזט אַף דער יאַרמעלקע און אַפֿן גאַרטל). דאָס האָב איך אַ ירושה פֿון מײַן עלטער־עלטער־זײדן, פֿון די סלאַװיטער… פֿון יענע סלאַװיטער, װאָס אָט דעם עשׂוס (באַװײַזט מיט די אױגן פֿון דער װײַטן אַף שניאורסאָנען, װאָס גילט אַלס איװאַנאָװ) –– אָט דעם עשׂוס עלטער־עלטער־זײדע האָט אַמאָל געמישפּט מיט קנוט…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (צום מאַן, אַף ייִדיש). צו־װאָס דערמאָנען איצט אַזעלכע זאַכן און דברן פֿאַרן ערל אַזעלכע רײד?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צום װײַב, אױך אַף ייִדיש, װײַזנדיק מיט די אױגן אַף שניאורסאָנען). זעסט דאָך, װי עס אַרט אים, דעם גר־צדק, װי דער פֿאַראַיאָריקער שנײ…
ב ע ט י: (אױפֿגעטראָגן פֿון פֿריִער און פֿון דעם, װאָס פֿאָטער און מוטער װאַרפֿן זיך דורך מיט ייִדישע רײד, װענדט זיך מיט אַן אױסגעמוטשעט שמײכל צו שניאורסאָנען. זי װיל אים אַרױסבאַװײַזן מער פֿרײַנטלעכקײט איבער דעם, װאָס איר פֿאָטער איז פּלוצעם צו אים געװאָרן אַזױ קאַלט און רעדט כּסדר נאָר מיטן קװאַרטיראַנט). אײַך, איװאַן איװאַנאָװיטש, באַדאַרף זיך אױסװײַזן מאָדנע (באַװײַזט אים אַפֿן טיש) אָט דער גאַנצער פּאַראַד מיט דער גאַנצער צערעמאָניע…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (װאָס שטײט נאָענט צו בעטין און הערט זיך צו מיט אַן אױער, װאָס שפּיראָ רעדט מיט זײַן חבֿר, ענטפֿערט איר אױך מיט אַ שמײכל און שטיל, אַזױ אַז נאָר זי אַלײן זאָל הערן). אַ סך מער מאָדנע װײַזט מיר אױס אָט דאָס, װאָס אײַער פֿאָטער איז אַף מיר אַזױ אָנגעשטױסן. און מער פֿון אַלצדינג אַרט מיך אָט דאָס, װאָס איר אַלײן, בער־טאַ דאַװידאָװנאַ, זעט מיר אױס הײַנט אַזױ טרױעריק… עס טוט מיר װײ דאָס האַרץ קוקנדיק אַף אײַך… איך פֿאַרזיכער אײַך, אַז דאָ איז פֿאָרגעקומען אַ מיספֿאַרשטענדעניש, װאָס מיט דער צײַט װעט זיך עס אַרױסבאַװײַזן…
ב ע ט י: (קוקט אַפֿן פֿאָטער און רעדט צו שניאורסאָנען שטיל, אַזױ אַז ער אַלײן זאָל זי הערן). פֿאַר מיר איז אַלצדינג אײן מיספֿאַרשטענדעניש… אַ רעטעניש פֿונעם אָנהײב ביזן סוף… עס דרײט זיך מיר דער קאָפּ, און אַלץ זעט מיר אױס, װי אַ חלום, װי אַ פֿאַרדרײטער, פֿאַרפּלאָנטערטער חלום…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צו דער טאָכטער, זעט פֿון דערװײַטן, אַז זי רעדט עפּעס מיטן קװאַרטיראַנטס חבֿר. שטרענג). בעטי! װאָס דערצײלסטו דאָרטן איװאַן איװאַנאָװיטשן?
ב ע ט י: (צום פֿאָטער, הױך). פֿונעם סדר רײדן מיר…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: אַ? דו מאַכסט אים קלאָר דעם סדר, װי אַזױ עס קומט באַ אונדז פֿאָר? דאָס טוסטו זײער גוט! דערקלער אים שױן אַלצדינג. און װאָס האָט איר זיך אַװעקגעשטעלט אַזױ װײַט? קומט אַהער אַביסל נענטער! (בעטי און שניאורסאָן גײען־צו נענטער צו שפּיראָן). פֿאַר װאָס זאָל ער נישט זען אַלצדינג פֿון דער נאָענט? (צום קװאַרטיראַנט, װײַזט אים אַף דער קערה). אָט זעט איר אָט די קערה? (איװאַנאָװ, שניאורסאָן און בעטי קוקן־אַרײַן אַלע דרײַ אין דער קערה). זאָגט אים, פּאַני שניאורסאָן, זאָגט אים, אײַער חבֿר, –– איר װעט דאָס אים בעסער קאָנען געבן צו פֿאַרשטײן, ― אַז דאָס אַלצדינג איז אַ זכר פֿון מצרים. (באַװײַזט אַפֿן מרור). דאָס, למשל, איז כרײן… מרור װערט דאָס באַ אונדז אָנגערופֿן. די טײַטש איז –– ביטערניש. אַ װוּנק אַפֿן ױמררו ― װאָס מע האָט אונדז פֿאַרביטערט דאָס לעבן אין מצרים, נישט ערגער װי מע פֿאַרביטערט אונדז דאָס לעבן איצט אױך… און דאָס (װײַזט אַפֿן חרוסת) איז באַ אונדז אַ „זכר לטיט“, װאָס אונדזערע עלטערן האָבן געקנאָטן לײם און געמאַכט ציגל, איר פֿאַרשטײט צי נײן, פֿאַר פּיתום מיט רעמסס… (די דרײַ קוקן־אַרײַן אינעם חרוסת, און מער פֿון אַלעמען קוקט טאַקע אַרײַן איװאַנאָװ, דער װאָס גילט אַלס שניאורסאָן). איר מײנט, ס'איז טאַקע לײם? נײן, עס כאַפּט נאָר דעם אָפּבליק, עס זעט־אױס װי לײם, רױטע לײם. בסך־הכּל איז עס צעריבענער עפּל מיט צעשלאָגענע ניס. און דאָס, װאָס ס'איז באַגאָסן מיט רױטן, זאָלט איר זיך נישט שרעקן ― ס'איז חלילה נישט קײן בלוט… ס'איז װײַן… (רעדט צום קװאַרטיראַנט און קוקט אַף זײַן חבֿר). קוקט אײַך נאָר גוט צו!… (אַלע דרײַ קוקן, און מער פֿון אַלע –– איװאַנאָװ, דער, װאָס גילט אַלס שניאורסאָן). „חרוסת“ װערט דאָס אָנגערופֿן באַ אונדז… איר פֿאַרשטײט צי נײן, חרוסת!… נו, און דאָס איז אַ פֿליגעלע מיט אַ גערגעלע פֿון אַ הון ― אַ זכר פֿונעם „קרבן־פּסח“, װאָס איז געװען אַמאָל באַ ייִדן… אָבער נאָר אַ זכר, מער נישט אַז אַ זכר, איר פֿאַרשטײט צי נײן! װאָרעם קײן קרבנות איז שױן באַ אונדז הײַנט נישטאָ. אַ סוף! שױן העכער צװײ טױזנט יאָר אַז ס'איז נישטאָ באַ אונדז קײן שום קרבנות, קײן סימן נישט!…. אַצינד, אַז איר זײַט שױן אַ ביסל קלאָר געװאָרן אין די אַלע זאַכן, מעגן מיר זיך שױן נעמען אָפּריכטן דעם סדר, װי מיר האָבן עס בירושה פֿון אונדזערע עלטער־עלטער־זײדעס. איך װעל מיך באַזעצן אױבנאָן, אָט אַף אַ דעם הסב־בעט (טוט זיך אַ זעץ־אַרײַן אין די אױסגעבעטע קישנס און מאָסטעט זיך אײַן), װי אַ מלך, צו באַװײַזן, אַז מיר זײַנען אַ פֿאָלק פֿון מלכים, פֿון פֿרײַע מענטשן, נישט פֿון קנעכט, פֿאַרקױפֿטע, װי אַמאָל, צו פּרעה מלך מצרים… און איר זעצט זיך נאָר אױס אַלע אַרום טיש, נענטער צום מלך… אָט אַזױ… (אַלע זעצן זיך אױס אַרום טיש. שׂרה שפּיראָ ― אין דער רעכטער האַנט פֿונעם מאַן. פֿון דער לינקער האַנט זעצט זיך בעטי. נעבן איר –– דער קװאַרטיראַנט. אַקעגן –– דעם קװאַרטיראַנטס חבֿר מיט סיאָמקען. דװיד שפּיראָ האָט פֿאַר זיך אַן אַלטע הגדה. שׂרה שפּיראָ ― אַ גראָבן ,,קרבן־מנחה“. צו בעטין אין דער הגדה קוקט־אַרײַן דער קװאַרטיראַנט, װאָס גילט אַלס שניאורסאָן. צו סיאָמקען אין זײַן קלײן הגדלה קוקט־אַרײַן דעם קװאַרטיראַנטס חבֿר, װאָס גילט אַלס איװאַנאָװ. דװיד שפּיראָ עפֿנט אױף די אַלטע הגדה, באַװײַזט זי דעם קװאַרטיראַנט איװאַנאָװן). זעט איר אָט די אַלטע הגדה? דאָס איז באַ מיר אױך אַ ירושה פֿון די סלאַװיטער… (מישט־אױף דאָס שער־בלאַט). טאַקע נעבעך פֿון זײער אײגענער דרוק, „דפֿוס סלאַװיטאַ“ ― געדרוקט אין סלאַ־װיטע… (זיפֿצט). עך־עך־עך! די הגדה זאָל קאָנען רײדן, װאָלט זי געהאַט װאָס צו דערצײלן… אַצינד הײבן מיר אָן! (נעמט אַ קאַראַפֿין מיט װײַן און הײבט־אָן צו גיסן אין די כּוסות, רעדט דערװײַל צי סיאָמקען). װי מײנסטו, זונעניו, װעסט זיך מיר נישט פֿאַרפּלאָנטען, דו שקאָץ אײנער, אין די פֿיר קשיות, װי פֿאַראַיאָרן אין דער צײַט?
ס י אָ מ ק ע: (לאַכט). זאָל גאָט היטן! איך קען זײ אַף אױסװײניק, װי אַ װאַסער!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (קװעלט, שעפּטשעט). מיר פֿאַר דײַן פּיסק! (שפּיראָ האָט נאָך נישט אָנגעפֿילט קײן צװײ כּוסות, דערהערט זיך אַ שאַרפֿער און אַ לאַנגער קלונג. אַלע טוען אַ ציטער־אױף אַף די ערטער).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (שטעלט אַװעק דעם װײַן). װאָס איז דאָס? פּלוצעם גאָר אין מיטן דרינען? װער קאָן דאָס זײַן?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (טױט). דער קלונג, האָב איך מורא, שמעקט מיט פּאָליציע… סיאָמעניו, זײַ זיך מטריח. (נאָך אײדער זי זאָגט דאָס אַרױס איז שױן סיאָמקע אַף די פֿיס. ער לױפֿט־אַראָפּ עפֿענען. אַלעמענס אױגן זײַנען געװענדט צו דער טיר. עס נעסט נישט קײן האַלבע מינוט, איז שױן סיאָמקע דאָ צוריק אַן איבערגעשראָקענער).
ס י אָ מ ק ע: זשאַנדאַרן מיט נאַדזיראַטעלעס אָן אַ שיִער, און אונדזער דװאָרניק אױך מיט זײ!… ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (טױט). אַן אָבלאַװע? פּסח צום סדר?! דאָס טרעפֿט מיר דעם ערשטן מאָל אַף מײַן לעבן!… (עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומען־אַרײַן אַ גאַנצע כאַליאַסטרע זשאַנדאַרמען, נאַדזיראַטעלעס, גע־הײמפּאָליציסטן, און אַ גױ אַ דװאָרניק מיט אַ בלעכל אַפֿן היטל, אַף װעלכן סע שטײט אָנגעשריבן אַף רוסיש: „דװאָרניק“, און מיט אַ גרױסן בוך אונטערן אָרעם. דער עלטסטער צעשטעלט די זשאַנדאַרן מיט די נאַדזיראַטעלעס, באַ יעדער טיר אַ זשאַנדאַרם מיט אַ נאַדזיראַטעל, און אַלײן גײט ער צו מיט צװײ נאַדזיראַטעלעס צום טיש. דװיד שפּיראָ װיל אױפֿשטײן אַקעגן די געסט).
ד ע ר ע ל ט ס ט ע ר: (הײבט אױף די האַנט). װסיע נאַ מיעס־טאַך ― אַלע זאָלן בלײַבן זיצן אַף זײערע ערטער! (צו דװיד שפּיראָן). װער איז דאָ דער כאָזיאַאין?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (קױם װאָס ער קאָן אַרױסרײדן אַ װאָרט, נאָר רעדט מיט שטאָלץ). דער כאָזיאַאין, דער בעל־הבית –– דאָס בין איך.
ד ע ר ע ל ט ס ט ע ר: אײַער נאָמען?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: סלאָװוּטסקי מיעשטשאַנין דאָװיד שליאָמאָװ שאַפּיראָ. שאַ־פּי־ראָ.
ד ע ר ע ל ט ס ט ע ר: (װײַזט אַף שׂרהן). און דאָס איז?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: מײַן װײַב סאָראַ יצחק־לײבאָװאַ שאַפּיראָ. (װײַזט אַף בעטין און אַף סיאָמקען). און דאָס זײַנען מײַנע קינדער בער־טאַ און סאָלאָמאָן.
ד ע ר ע ל ט ס ט ע ר: בערטאַ און סאָלאָמאָן… און װער איז אָט דער? (װײַזט אַף שניאורסאָנען, װאָס גילט אַלס איװאַנאָװ).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: דאָס איז אַ גאַסט באַ אונדז. אַ קריסט. איװאַן איװאַנאָװיטש איװאַנאָװ. אַ דעיסטװיטעלני סטאַטסקי סאָװיעטניקס אַ זון…
ד ע ר ע ל ט ס ט ע ר: (קוקט זיך איבער מיט זײַנע חבֿרה־לײַט). אַ קריסטיאַנין? אַ פּראַװאָסלאַװנעי? איװאַן איװאַנאָװיטש איװאַנאָװ? װי קומט אַהער אַ קריסטיאַנין? אַף אַ ייִדישן מאָלצײַט? אין אַ ייִדישן פּראַזדניק?
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (הײבט־אָן קומען צו זיך, רעדט גיך). דער קריסט איז, אײגנטלעך, נישט אונדזער גאַסט, נאָר דער גאַסט פֿון אונד־ זער קװאַרטיראַנט. מיר האָבן אַ קװאַרטיראַנט אַ דאַנטיסט. (װײַזט אַף איװאַנאָװ, װאָס גילט אַלס שניאורסאָן). דאָס הײסט, זײַן װאָלט ער באַ־ דאַרפֿט זײַן אַ סטודענט, נאָר איזן איז ער אַ דאַנטיסט, איבער די פּראָ־ צעסן און איבער די זשערעבעס, װאָס מע האָט הײַנט צוגעטראַכט אין אוניװערזיטעט, אַזױ װי, למשל, צום פּריזיװ אַז מע גײט…
ד ע ר ע ל ט ס ט ע ר: (אַ מאַך מיט דער האַנט). דאָס איז נישט אינטערעסנע! איר זאָגט מיר בעסער אַן אַנדער זאַך, ליבער מענטש. באַ אײַך דאַרף דאָ זײַן אײנער אַ ייִד, פֿון די שניאורסאָנס… װוּ איז ער ערגעץ?… (קוקט זיך אַרום).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (קוקט זיך איבער מיטן װײַב, דערשראָקן, רעדט שטיל, אַף ייִדיש). אַ גוט יום־טובֿ! קעצעלע האָט אָבער געזאָגט, אַז מע זוכט אים מיט ליכט!…
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (ברעכט די הענט, שטיל. װײ איז מיר, װאָס זשע װעט זײַן?
ד ע ר ע ל ט ס ט ע ר: (צו דװיד שפּיראָ, צעציט די װערטער). באַ דיר געפֿינט זיך אַ ייִד שני־אור־סאָן. װעסט זיך באַ מיר נישט אױסדרײען! אָט באַלד װעלן מיר זען. (צום דװאָרניק). דװאָרניק, סטופּאַי סיודאַ! (דער דװאָרניק מיטן בלעכל און מיטן בוך גײט־צו צום עלטסטן. דער עלטסטער נעמט באַ אים דאָס בוך, עפֿנט דאָס אױף, זוכט, באַװײַזט מיטן פֿינגער שפּיראָן). אָט איז די פּאָדװאָרנע קניגאַ, און אָט שטײט פֿאַרשריבן שװאַרץ אַף װײַס, אַז… (אַלע פּאָליציסטן בײגן זיך אָן, קוקן־אַרײַן אין בוך. דער דװאָרניק מיטן בלעכל בײגט זיך אױך אָן איבערן עלטסטן און קוקט אױך אין בוך אַרײַן. דער עלטסטער הײבט־אױף דעם קאָפּ, דערזעט דעם דװאָרניקס פֿיזיאָנאָמיע, טוט אַ הוק אַף אים). פּשאָל!… (דער דװאָרניק שפּרינגט־אָפּ, דער עלטסטער זעצט־פֿאָר. אָט דאָ שטײט פֿאַרשריבן, הײסט עס, אַז באַ אײַך װױנט אײנער אַ שקלאָװסקי מיעשטשאַנין מיטן נאָמען הערש מאָװשאָװ שניאורסאָן. װוּ איז ער? (קוקט טריומפֿירנד אַף שפּיראָן. דװיד שפּיראָ קוקט אַפֿן װײַב, און אײדער ער באַװײַזט צו זאָגן אַ װאָרט, רופֿט זיך אָפּ פֿון זײַן אָרט, נישט אױפֿשטײענדיק, דער אמתער איװאַנאָװ, װאָס גילט אַלס שניאורסאָן).
א י װ אַ נ אָ װ: (רויִק און הױך). שניאורסאָן ― דאָס בין איך.
ד ע ר ע ל ט ס ט ע ר: (קוקט זיך אײַן אין איװאַנאָװן). איר זײַט דאָס דער שניאורסאָן? (קוקט זיך איבער פֿאַרװוּנדערט מיט זײַנע חבֿרה־לײַט. אײנער נעמט־אַרױס אַ קלײן עלעקטריש לאַמטערנדל, טוט אַ שטעל־אָן דאָס ליכט גלײַך אַף איװאַנאָװן. אַלע באַטראַכטן אים פֿאַרװוּנדערט. ― דער עלטסטער צו שפּיראָן). נײן, גאָספּאָדין שפּיראָ! איר זײַט מיר צו אַ קלוגער ייִד! איר באַװײַזט אונדז דעם אמתן שניאורסאָן, פֿון יענע, פֿון די ליבאַװיטשער…
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (קוקט אַפֿן װײַב, צענעמט די הענט). װאָס װיל ער פֿון מײַן לעבן?
א י װ אַ נ אָ װ: (נעמט־אַרױס פֿון דער זײַט־קעשענע אַ פּאַק פּאַפּירן, ציט זײ אױס צום עלטסטן, רעדט מיט איראָניע). איר גלײבט נישט, אַז איך בין שניאורסאָן? אָט האָט איר מײַנע דאָקומענטן, װאָס װעלן אײַך איבערצײַגן, אַז דאָס בין איך דער „צאַדדיק“ שניאורסאָן, װאָס איר זוכט אים און װאָס איר דאַרפֿט אים אַזױ נײטיק האָבן צו אײַער אומגע־לומפּערט־געקינצלטן פּראָצעס, מיט װעלכן איר מאַכט זיך לעכערלעך פֿאַר דער גאַנצער װעלט…
ד ע ר ע ל ט ס ט ע ר: (אױפֿגערעגט, צו איװאַנאָװן). קאַק װי סמעיעטיע ― װי װאַגט איר צו רײדן מיט פּאָליציע מיט אַזאַ שפּראַך?!
א י װ אַ נ אָ װ: (מיט פֿײַער). דערפֿאַר, װײַל איר און די, װאָס האָבן אײַך געשיקט אַהער, װײסט ניט, װאָס איר טוט! אין אײַער פֿאַרבלענדעניש דעקט איר צו מיט שאַנד דאָס גאַנצע לאַנד אונדזערס…
ד ע ר ע ל ט ס ט ע ר: (אױסער זיך פֿאַר כּעס, צו איװאַנאָװן). ניע ראַזסוזשדאַט!… (צו די קאָלעגן). ז ײ ע ר לאַנד!… (קוקט זיך איבער מיט אַ איראָניש געלעכטער מיט זײַנע חבֿרה־לײַט, װאָס שטױנען, הערנדיק פֿון אַ ייִדן אַזעלכע װערטער).
א י װ אַ נ אָ װ: נו־יאָ! אונדזער אַלעמענס לאַנד, נישט נאָר אײַערס!
ד ע ר ע ל ט ס ט ע ר: (אַ טופּ מיטן פֿוס). מאָלטשאַט, זשיד פּראָקליאַטעי!… אָט הײס איך, מע זאָל דיך נעמען, װעסטו באַ מיר אַנדערש רײדן!… (אַלע װערן פֿאַרגליװערט פֿאַר שרעק, אױסער איװאַנאָװ און זײַן חבֿר, דער אמתער שניאורסאָן).
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (כאַפּט זיך אױף פֿון זײַן אָרט, טוט אַ צי די הענט צום עלטסטן). פּאַרדאָן! (באַװײַזט אַפֿן חבֿר). לאָזט אים צורו. ער איז נישט שניאורסאָן. דער אמתער שניאורסאָן ― דאָס בין איך! (אַלע קוקן אַף שניאורסאָנען. די הײמישע מײנען, ער איז אַראָפּ פֿונעם זינען. דער נאַדזיראַטעל שטעלט־אָן אַף שניאורסאָנען דאָס לאַמטערנדל. אַלע קוקן זיך אײַן אין זײַן פּנים, קנײטשן מיט די פּלײצעס, פֿאַרשטײען נישט, װאָס דאָ קומט־פֿאָר).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צום װײַב, אַף ייִדיש). װאָס איז דאָס פֿאַר אַן אָנשטעל, איך בעט דיך?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: אַלע בײזע װיסטע חלומות!…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (באַלױכטן פֿונעם לאַמטערנדל, צו פּאָליציע). קוקט, קוקט זיך צו גוט!… מיר דאַכט, אַז מע קאָן דאָס אַרױסזען אין דער פֿינצטער אױך, װער פֿון אונדז בײדע איז דאָ דער אמתער שניאורסאָן… אַ צדיק, אָדער נישט קײן צדיק ― נאָר דער אמתער שניאורסאָן –– דאָס בין איך!
א י װ אַ נ אָ װ: (פֿון זײַן אָרט). נײן, איך! װאָס הערט איר אים? ער שפּאַסט, ער טרײַבט קאַטאָװעס. אָט זײַנען מײַנע פּאַפּירן…
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (צו איװאַנאָװן). װאַניאַ! גענוג! איצט גײט נישט מער קײן קאַטאָװעס. די זאַך איז צו ערנסט. (צום עלטסטן). פּאַפּירן האָב איך אױך! (נעמט אױך אַרױס פּאַפּירן פֿון קעשענע). די פּאַפּירן זײַנען אָבער גאָרנישט. די פּאַפּירן זײַנען געביטענע. די פּאַפּירן, װאָס מײַן חבֿר האַלט, –– דאָס זײַנען, אײגנטלעך, גאָר מײַנע דאָקומענטן. און אָט די פּאַפּירן, װאָס באַ מיר אין האַנט, ― דאָס זײַנען די דאָקומענטן פֿון מײַן חבֿר איװאַן איװאַנאָװיטש איװאַנאָװ. אין דעם איז די גאַנצע געשיכטע. איך קאָן זי אײַך דערצײלן אין דרײַ װערטער. זײַט אַזױ גוט! (ציט־אױס צום עלטסטן די פּאַפּירן. דער נאַדזיראַטעל שטעלט־אָן נאָך אַ מאָל דאָס לאַמטערנדל אַף בײדע יונגעלײַט, קוקט זיך איבער פֿילדײַטיק מיט זײַנע קאָלעגן. דער עלטסטער נעמט־צו באַ בײדע חבֿרים די פּאַפּירן און קוקט אין זײ אַרײַן אינאײנעם מיט זײַנע קאָלעגן. דערזען, אַז פּאָליציע שטודירט די פּאַפּירן, גײט־צו װידער אַ מאָל דער דװאָרניק מיטן בלעכל און שטעקט אַרײַן זײַן נאָז אױך).
ד ע ר ע ל ט ס ט ע ר: (טוט אַ דרײ־אױס דעם קאָפּ צום דװאָרניק און אַ הוק אַף אים). פּשאָל!… (דער דװאָרניק שפּרינגט־אָפּ. ― אין דער זעלבער צײַט קומט פֿאָר אַ געשפּרעך אין ייִדיש צװישן שניאורסאָנען, דװיד שפּיראָ, שׂרה שפּיראָ און בעטי, װאָס זיצט אַקעגן שניאורסאָנען אַזױ איבערראַשט, אַז זי האַלט כּמעט באַ פֿאַלן אין חלשות).
ש נ י א ו ר ס אָ ן: (צו בעטין, אַף ייִדיש). זײַט נאָר רויִק, בערטאַ דאַװידאָװנאַ, דאָ װעט זיך באַלד דערקלערן דאָס רעטעניש, װי איר רופֿט דאָס, און איר װעט פֿאַרשטײן אַלצדינג… (צו דװיד שפּיראָ, אױך אַף ייִדיש). און איר זאָלט גאָר קײן מורא נישט האָבן, רב דװיד, איך בין דאָס טאַקע דער אמתער שניאורסאָן, װאָס זײ דאַרפֿן האָבן צום רומל, נאָר איך הער זײ, װי די קאַץ!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (צום װײַב). דו הערסט, שׂרה? ער רעדט דאָך ייִדיש!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: נסים פֿון גאָט ― אַ ייִד רעדט ייִדיש!
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: האָב איך נישט געזאָגט די גאַנצע צײַט, אַז ער האָט אַ ייִדישע נאָז?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: דאָס האָב א י ך געזאָגט, אַז ער האָט אַ ייִדישע נאָז.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: און איך װאָס האָב געזאָגט?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: דו האָסט געזאָגט: אַ ייִדישע נשמה.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: גוט. לאָז זײַן אַ נשמה… װער־זשע פֿון די צװײ איז געװען באַם רבֿ, באַ רב לױ הײלפּערין?
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: איך פֿאַרשטײ דאָ גאָרנישט… און די באַ־בושקע װעמענס איז?
ד ע ר ע ל ט ס ט ע ר: (איבערגעקוקט בײדנס פּאַפּירן, איבערגעגעבן זײ אײנעם פֿון די נאַדזיראַטעלעס, װענדט זיך צו דװיד שפּיראָ און צו שׂרה שפּיראָ. שטרענג). און איר זאָלט דאָ מיר גאָר נישט איבעררײדן זיך אַף אײַער זשידאָװסקי דיאַלעקט: גער־גער־גער! פּאָ־רוססקי זאָלט איר רײדן! אַלע פּאָ־רוססקי! (צו זײַנע קאָלעגן). סטראַננאָ! אַ מאָדנע געשיכטע! דאָ קומט־פֿאָר עפּעס אַ שװינדל! אַ ייִדישע מאַכענאַציע! ש נ י א ו ר ס אָ ן: (פֿון זײַן אָרט). קײן שום שװינדל! קײן שום מאַכענאַציעס! דאָ איז געװען –– איך װעל עס אײַך דערקלערן אין צװײ־דרײַ װערטער –– דאָ איז פֿאָרגעקומען אַ פּראָסטער װעט צװישן צװײ חבֿרים, װאָס האָבן נאָר־װאָס געענדיקט גימנאַזיע. איך, שניאורסאָן דער ייִד, האָב געענדיקט מיט אַ גאָלדענעם מעדאַל, און מײַן חבֿר, אָט דער קריסט איװאַנאָװ, האָט קױם־קױם געענדיקט. נו, האָבן מיר געהאַלטן אַ װעט. איך האָב געזאָגט, אַז ס'איז שװערער צו זײַן אַ ייִד, און מײַן חבֿר האָט געזאָגט, אַז ס'איז נישט אַזױ שרעקלעך. האָבן מיר זיך ― פֿאַראַיאָרן ענדע מײַ איז דאָס געװען –– געביטן מיט די דאָקומענטן און געקומען צו פֿאָרן אַהער, אין אוניװערזיטעט. איך מיט זײַן שװאַכן אַטעסטאַט מיט סאַמע דרײַען, אַלס איװאַנאָװ, און ער מיט מײַן גלענצנדן אַטעסטאַט פֿון סאַמע פֿינפֿן און מיט אַ גאָלדענעם מעדאַל, אַלס שניאורסאָן. זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז מיך האָט מען באַלד צוגענומען אין אוניװערזיטעט, און אים האָט מען געװיזן די טיר, װאָרעם אײדער מיר זײַנען געקומען אַהער, איז שױן דאָ געװען צוגעגרײט אַ צירקוליאַר װעגן ציִען זשערעבעס. נו, האָט ער זיך צוגעשריבן צו אַ דאַנטיסט און איז אױסגעריסן געװאָרן מיט זײַן פּראַװאָזשיטעלסטװאָ אַף װאָס די װעלט שטײט ― ער װײסט שױן דעם טעם, װי גרינג ס'איז צו זײַן אַ ייִד! נאָר אַזױ װי מיר האָבן זיך דאָס װאָרט געגעבן, ס'זאָל זײַן אַ סוד ביז דאָס יאָר װעט זיך ענדיקן, האָבן מיר בײדע געהאַלטן װאָרט. און מיר װאָלטן דאָס װאָרט נישט געבראָכן איצט אױך, ביז ענדע מײַ. האָט זיך אָבער איצט געטראָפֿן אַזאַ צופֿאַל, װאָס קײנער האָט נישט געקאָנט פֿאָרױסזען, באַטראַכט איך מיך פֿרײַ פֿון מײַן װאָרט. דאָ גײט דאָך אין גערעכטיקײט ― איר זוכט מיט ליכט אַ שניאורסאָן, װאָס האָט אַ שײַכות צום געװיסן ריטואַל־פּראָ־צעס, און איך בין דאָך דער אמתער שניאורסאָן, ― װי קאָן איך דערלאָזן, אַז פֿאַר אַ ייִדן שניאורסאָן זאָל לײַדן אַ קריסט איװאַנאָװ? װי אַזױ װעט איר באַשולדיקן אײַערן אַ קריסט, אַן איװאַנאָװ, אַ זון פֿון אַ דעיסט־װיטעלני סטאַטסקי סאָװעטניק, אַז ער באַנוצט אײַער קריסטלעך בלוט אַף פּסח? אַז באַשולדיקן ― װעט איר שױן באַשולדיקן מ י ך , דעם אמתן שניאורסאָן, װאָס איך געהער מיך אַזױ אָן מיט אײַער ריטואַל־פּראָצעס און מיט ריטואַל בכלל, פּונקט אַזױ װי עס געהער זיך אָן אַהער מײַן חבֿר איװאַן איװאַנאָװיטש איװאַנאָװ! (װײַזט אַף זײַן חבֿר).
א י װ אַ נ אָ װ: (צו שניאורסאָנען). האָסט אַראָפּגעריסן פֿון אונדז בײדן די מאַסקע פֿאַר דער צײַט, הערשקאָ. פֿאַרפֿאַלן! נאָר ס'איז אַ שאָד װאָס דו האָסט דאָס געטאָן. װאָלט איך געװען שניאורסאָן ביזן סוף, װאָלט דאָס מיר געמאַכט פֿאַרגעניגן צו זיצן אַף דײַן אָרט אַפֿן באַשולדיקונגס־בענקל. איך װאָלט זײ באַװיזן (װײַזט מיטן פֿינגער אַף אַלע פּאָליציסטן מיטן דװאָרניק אינאײנעם), אָט די אָ, װאָס האָבן מיך געזױגן אַ גאַנצן װינטער, װי נאַריש און װי לעכערלעך ס'איז די גאַנצע געשיכטע זײערע מיטן ריטואַל!… איך װאָלט זײ באַװיזן, אָט אַ די אָ…
ד ע ר ע ל ט ס ט ע ר: (צו בײדע חבֿרים). װאָס האָט איר זיך אַװעקגעשטעלט פּרעדיקן אָט אַ דאָ אָ?! (איװאַנאָװ װיל ענדיקן, דער עלטסטער טוט אַ טופּ מיטן פֿוס אַף אים). מאָלטשאַט! איך װעל אײַך בײדן דאָס מױל פֿאַרשליסן! איך װעל אײַך בײדן הײסן נעמען אַהין!…
א י װ אַ נ אָ װ: דאָס װיל איך טאַקע!
ד ע ר ע ל ט ס ט ע ר: (מלא רציחה. צו די נאַדזיראַטעלעס). בײדע זאָלט איר זײ נעמען און אָפּפֿירן! װער פֿון זײ איז דער אמתער שניאורסאָן ― דאָס װעט מען שױן דאָרטן דערגײן ― טאַם ראַזבערוט! מאַרש!… (בײדע נאַדזיראַטעלעס לאָזן זיך צו די צװײ חבֿרים. די איבעריקע חבֿרה רינגלען זײ אַרום. אַלע, װאָס אַרום טיש, קוקן זיך איבער. אַף זײערע פּנימער איז אָנגעצײכנט װוּנדער, קאָנפֿוז, איבערראַשונג און שרעק).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (אַף ייִדיש). חידושים ונפֿלאות –– ממש יציאת מצרים!
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (ברעכט די הענט). װײ איז מיר! װאָס טוט זיך דאָ?…
ב ע ט י: מאַמע! ס'איז מיר נישט גוט! (פֿאַרװאַרפֿט דעם קאָפּ אַפֿן שטול).
שׂ ר ה ש פּ י ר אָ: (לאָזט זיך צו דער טאָכטער). אױ, אַ דונער האָט מיך דערשלאָגן! װאַסער! װאַסער!! (בײדע חבֿרים װילן זיך אַ װאָרף טאָן נאָך װאַסער. די נאַדזיראַטעלעס מיט די זשאַנדאַרמען האַלטן זײ אָפּ. סיאָמקע ציטערט און װײנט שטיל.
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (שטײט־אױף, לאָזט זיך צו דער טאָכטער מיט זײַן אָנגעגאָסענעם כּוס מיט װײַן. נעם, טאָכטער, אַ קאַפּעלע װײַן, נעם! (גיסט איר מיט ציטערדיקע הענט אין מױל אַרײַן. אָט אַזױ. (צום װײַב). ס'איז גאָרנישט! ס'איז גאָרנישט! ס'װעט איבערגײן!… און אים (װײַזט אַף שניאורסאָנען). װעט אױך גאָרנישט זײַן. ס'איז נישט דער ערשטער בלבול. ס'איז נישט װערט אַ שאָס פּולװער… און דעם (װײַזט אַף איװאַנאָװן) װעט אַװדאי גאָרנישט זײַן! אַ דעיסטװיטעלני סטאַטסקי סאָװעטניקס אַ זון!… (גלײַכט זיך אױס װי לאַנג ער איז, רעדט הױך). חידושים ונפֿלאות! יציאת מצרים! אַזאַ מעשׂה טרעפֿט זיך (צעציט די װערטער) אײן מאָל אין צען טױזנט יאָר! און נאָר באַ דװיד שפּיראָ אין שטוב!…
ד ע ר פֿ אָ ר ה אַ נ ג פֿ אַ ל ט.
ענדע פֿון פֿערטן אַקט (אַ דעבאַרקאַדער פֿון אײַזנבאַן. ― עס דרײען זיך אַרום אַלערלײ פּאַסאַזשירן, מיט און אָן האַנטגעפּעק, ― אַ ג ל אָ ק , אַ זײגער, עטלעכע טאַטשקעס, װעגעלעך, מיט און אָן באַגאַזש. –– טרעגערס מיט בלעכלעך אַף די היטלען און מיט נומערן. ― רעכטס, באַ דער װאַנט, דרײַ גלעזערנע טירן: ערשטע, צװײטע און דריטע קלאַס. אױפֿשריפֿטן אַף רוסיש. אױך „בופֿעט“ אַף רוסיש. –– לינקס. באַ דער אַקעגן־װאַנט, זעט זיך אַ לאַנגער װאַגאָן, בלױע פֿאַרב, אָנגעשריבן: 1טער קלאַס. ― נעבן װאַגאָן ― אַן אָבערקאָנדוקטאָר מיט אַ פֿײַפֿעלע אַפֿן האַלדז. אײן טיר פֿון װאַגאָן איז אָפֿן. פֿון די פֿענצטער זעען זיך אַרױס פּנימער פֿון פּאַסאַזשירן, הערן און דאַמען. –– אַפֿן טירל פֿון װאַגאָן שטײט א י װ אַ ־ נ אָ װ , דער װאָס האָט ביז אַהער געגילט אַלס שניאורסאָן, אָנגעטאָן אין אַ קעסטלדיקער רײַזעמיצע מיט אַ געלן רײַזענטאַש איבער די פּלײצעס. אים זײַנען אַרױס באַגלײטן און געפֿינען זיך נאָענט צום װאַגאָן: ד װ י ד ש פּ י־ר אָ , שׂ ר ה ש פּ י ר אָ , און ס י אָ מ ק ע נעבן זײ, זײער טאָכטער ב ע ט י , מיטן אמתן ש נ י א ו ר ס אָ ן , װאָס האָט געגילט אַלס איװאַנאָװ. די בײדע שטײען געאָרעמט, זעען־אױס װי אַ פּאָרפֿאָלק, נאָר־װאָס נאָך דער חתונה, אָדער װי חתן־כּלה פֿאַר דער חתונה. דאָס איז צו זען פֿון דעם תּענוג, װאָס פֿאָטער און מוטער האָבן, קוקנדיק אַף זײ. דװיד שפּיראָ װײַזט עס אַרױס דורך דעם, װאָס ער װינקט צו שׂרהן, זי זאָל קוקן. שׂרה שפּיראָ קוקט אַפֿן פּאָרפֿאָלק און קלײַבט נחת. ― אױסער דער פֿאַמיליע שפּיראָ, זײַנען אַרױסגעקומען באַגלײטן איװאַנאָװן אַלע זײַנע באַקאַנטע: ג ר י נ ס ב ע ר ג, פֿ ר אַ ט ק י ן , ה ו ר װ י ט ש און ק ע צ ע ל ע: אױך די כאַליאַסטרע מײדלעך, װאָס זײַנען געװען באַ בעטין אַף די אימענינעס ― נענטער פֿון אַלע צום אָפּרײַזנדן איװאַנאָװ שטײט דאָס פּאָרפֿאָלק, שניאורסאָן און בעטי. אַלע דרײַ קוקן זיך איבער, קענטיק, זײער פֿרידלעך, מיט גוטפֿרײַנט־שאַפֿט און מיט ליבשאַפֿט ― אַז דער פֿאָרהאַנג הײבט זיך אױף, טוט דער אָבער־קאָנדוקטאָר אַ פֿײַף און אַ מאַך מיט דער האַנט ערגעץ װײַט אַרױף ― קענטיק, צו די איבעריקע קאָנדוקטאָרן, מע זאָל זײַן גרײט. א י װ אַ נ אָ װ שפּרינגט דעמאָלט אַראָפּ פֿונעם װאַגאָן, לאָזט זיך צום פּאָרפֿאָלק).
א י װ אַ נ אָ װ: צום לעצטן מאָל לאָמיר זיך נאָך אַ מאָל געזעגענען! (גיט זײַן חבֿר שניאורסאָנען די האַנט). ש נ י א ו ר ס אָ ן: פֿאָר געזונט, װאַניאַ, און פֿאַרגעס, פֿאַרגעס אַלצדינג, װאָס געװען… און דאַנק גאָט, װאָס דער שפּאַס, װאָס דו ביסט געװען זײַן אױפֿטוער, האָט זיך נישט אױסגעלאָזט מיט קײן ערנסט…
א י װ אַ נ אָ װ: גאָט צו דאַנקען –– װײס איך נישט פֿאַר װאָס, נאָר דיר בין איך יאָ שולדיק אַ דאַנק פֿאַר דער לעקציע, װאָס דו האָסט מיר געגעבן. איך האָב אין דעם פֿאַרלאָרענעם יאָר אַ סך, אַ סך געלערנט… און איך בעט דיך, הערשקאָ, זאָלסט מיר שרײַבן פֿון אױסלאַנד, װען איר בײדע, דו און בערטאַ דאַװידאָװנאַ, װעט אַהין פֿאָרן שטודירן. און לאָמיר אַף אונדזער רוסישן שטײגער צעקושן זיך דרײַ מאָל. (בײדע חבֿרים נעמען־אַראָפּ די היטלען און צעקושן זיך דרײַ מאָל גאַנץ געשמאַק, כּמעט מיט טרערן אין די אױגן, דערנאָך גײט־צו איװאַנאָװ צו בעטין, נעמט־אַראָפּ דאָס היטל, דריקט איר די האַנט לאַנג און הײס.) זײַט געזונט, בערטאַ דאַװידאָװנאַ, און גליקלעך! דערמאָנט מיך נישט צו בײזן! (טוט איר אַ קוש די האַנט).
ב ע ט י: און איר, איװאַן איװאַנאָװיטש, פֿאַרגעסט נישט, אַז איר האָט אונדז דאָס װאָרט געגעבן, אַז מיר בלײַבן שטענדיקע גוטע פֿרײַנט. אַף אײביק אַף אײביק! (דריקט אים די האַנט זײער װאַרעם. –– דער אָבערקאָנדוקטאָר טוט אַ מאַך מיט דער האַנט צו איװאַנאָװן, ער זאָל אַרײַן אין װאַגאָן, און טוט אַ פֿײַף צום צװײטן מאָל. איװאַנאָװ קושט בעטין די האַנט נאָך אַ מאָל און שפּרינגט־אַרײַן אין װאַגאָן, בלײַבט שטײן אַפֿן זעלבן טירל, נעמט־אַראָפּ דאָס היטל, גריסט פֿרײַנטלעך צו אַלעמען. אַלע גריסן מיט דער זעלבער פֿרײַנטלעכקײט צו אים, מאַנצבילן מיט די היטלען, פֿרױען מיט די טיכעלעך. אין דער דאָזיקער צײַט רעדט דװיד שפּיראָ דאָס לעצטע װאָרט, אַרױסגעטראָטן אַ פּאָר שריט).
ד װ י ד ש פּ י ר אָ: (מיטן קאַפּעלוש אין האַנט). נאָך אַ מאָל פֿאָרט געזונטערהײט, איװאַן איװאַנאָװיטש, און לאָזט זײ גריסן דאָרטן אַלע אײַעריקע, און דערצײלט זײ אַלץ, װאָס איר האָט געזען און װאָס איר האָט געהערט! לאָזן זײ װיסן, אַז ס'איז גרינג פֿון אַ ייִדן צו רײדן, אָדער צו שרײַבן, אָפּצולאַכן, באַשולדיקן, אױסטראַכטן בילבולים, און נאָך אַזעלכע זאַכן. נאָר ז ײַ ן אַ ייִד, איר פֿאַרשטײט צי נײן, איז נישט אַזױ גרינג! שװער צו זײַן אַ ייִד!… (דער אָבערקאָנדוקטאָר פֿײַפֿט צום דריטן מאָל. – דער פֿאָרהאַנג פֿאַלט).
ע נ ד ע.
געשריבן אין יאָר 1914 אַ פֿאַמיליענבילד אין פֿיר אַקטן.
ט בֿ י ה ד ע ר מ י ל כ י ק ע ר . אַ שטאַרקער ייִד פֿון אַריבער פֿופֿציק.
האַנדלט מיט קעז און פּוטער. אָנגעטאָן דאָרפֿיש. די קאַפּאָטע אונטערגעשטעקט.
די פּאות אונטערגעהאַקט. אין באָרד געצײלטע גרױע האָר. גוטע שמײכלענדיקע
אױגן. ג אָ ל ד ע . זײַן װײַב. געװען אַ מאָל אַ שײנע. צ ײ ט ל. זײער טאָכטער. אַן אױסגעגעבענע. ח װ ה. זײער צװײטע טאָכטער. אַ מײדל. ש ל מ ה ל ע . צײטלס קינד. ש ײ נ ד ע ל ע . צײטלס קינד. מ י ק י ט אַ ג אַ ל אַ ג אַ ן. אַ געװעזענער װאָלאָסטנאָי שרײַבער, איצט אַ בעל־הגוף. אַ גױ אַ יאַבעדניק. ט ע ק ל אַ. זײַן װײַב. פֿ ע ד י אַ. זײער זון. טראָגט לאַנגע האָר, אַ שװאַרץ העמדל, הױכע שטיװל ―
אַלאַ גאָרקי. ס ט אַ ר ש י נ אַ. אַ בכּבֿודיקער גױ. האָט ליב דעם טרונק. ס ט אָ ר אָ ס ט אַ. אַ נידעריקער גױעץ, אַ גרױסער טרינקער. ס אָ ט ס ק י. געװען אַמאָל אַ טשערעדניק, אַ גױ מיט רױטע האָר. א ו ר אַ ד נ י ק. אַ יונג מיט בײנער. שטרענג, װי אַ גענעראַל־גובערנאַטאָר. ז אָ ז ו ל י אַ. אַ שרײַבערל אין װאָלאָסט. אַ יונגער שײגעץ. געפּוצטע שטיװל.
מעשׂה פּאַניטש.
גױים און גױעס, פּאַרובקעס און שיקסעס מיט קאַרעלן און רױטע שיך. אַלע פֿיר אַקטן שפּילן זיך אָפּ אין דאָרף: די ערשטע דרײַ ― אין פֿאַרלױף פֿון אײן זומער, דער לעצטער אַקט ― אין אַ פּאָר יאָר אַרום. (אַ דאָרפֿשטוב. ― אַ גראַם חדר. װײַס־געשמירטע װענט. דרײַ טירן: אײנע ― אַנפֿאַס, אין דרױסן אַרױס: אײנע רעכטס, אין קיך צו; אײנע ― לינקס, אין אַ צװײטן חדר אַרײַן. צוגעקליבן פּראָסט, בעל־הבתּיש, נאָר רײן און זױבער. אַ דעמבענער טיש מיט הילצערנע בענקלעך. פֿון שאַפֿע קוקט אַרױס אַ סאַמאָװאַר, אַ קופּערנע קװאָרט, אַן אַלטמאָדישער קאַראַפֿין מיט אַ קידוש־גלעזל פֿון פֿאַרביקן קרישטאָל, אױך אַ גראָבע װאַקסענע הבֿדלה. אַף די װענט ― בילדער אָן רעמלעך פֿון עפּעס אַ רבֿ, פֿון רב משה מאָנטעפֿיאָרע, פֿון דאָקטער הערצל און פֿון גראַף טאָלסטאָי. אױך אַ ייִדישער װאַנט־לוח. אַן אַלטמאָדישער װאַנטזײגער. ― אין מיטן שטוב, אַף אַ טאַבורעט, זיצט ג אָ ל ד ע איבער אַ הילצערנער קאַדושקע און שלאָגט פּוטער).
ג אָ ל ד ע: (דעקט־אױף די קאַדושקע, קוקט־אַרײַן, דעקט־צו צוריק). אַ מעשׂה אָן אַן עק! מע שלאָגט און מע שלאָגט! מע שלאָגט און מע שלאָגט! ― און קײן פּוטער זעט מען נישט!… עס איז נאָר אַן עין־הרע האָט עמעצער געגעבן ― הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן… (שלאָגט װײַטער. עס עפֿנט זיך די דרױסן־טיר און עס באַװײַזט זיך צ ײ ט ל , אײַנגעהילט אין אַ שאַל).
צ ײ ט ל: (קוקט זיך אַרום, בלײַבט שטײן, זעט, אַז מע באַמערקט זי נישט, טוט זי אַ הוסט מיט אַ שמײכל). ט'מאָרגן, מאַמע!
ג אָ ל ד ע: (הײבט־אױף דעם קאָפּ, דערזעט צײטלען, טוט זי אַ רוק־אַװעק פֿון זיך די קאַדושקע, כאַפּט זיך אױף). אַ װײטיק איז דער מאַמע אַ גרױ־סער! אַ גאַסט! צײטל! אָט אַ גאַסט! (כאַפּט זיך אַרום מיט איר קושן). װאָס־זשע מאַכסטו, טאָכטער? טו זיך אױס! (װיקלט זי אַרױס פֿון דער שאַל). און מאָטל װאָס טוט? און די קינדער װאָס מאַכן?
צ ײ ט ל: אַלע געזונט, דאַנק גאָט. װוּ איז דער טאַטע? און חװה װוּ איז? װאָס מאַכט זי?
ג אָ ל ד ע: דער טאַטע, װי אַלע מאָל, אין בױבעריק מיטן ביסל מילכיקס. און חװה איז אין גאָרטן באַ דער אַרבעט ― האָסט זי נישט באַגעגנט? איז װאָס טוען די קינדערלעך דײַנע ― זײ װאַקסן? (װאַרפֿט זיך הין און הער). װעסט אפֿשר עסן? צ ײ ט ל: אַ דאַנק, כ'בין שױן אַ געגעסענע. (באַטראַכט די װענט). באַ אײַך איז אַלץ װי געװען… (שטעלט זיך אָפּ באַ גראַף טאָלסטאָיס בילד). אָט דאָס איז באַ אײַך צוגעקומען. װעמענס פּאַרטרעט איז דאָס? ג אָ ל ד ע: װײס איך, עפּעס אַ שלימזל אַ גראַף, פֿון אירע לײַט, חװהס גראַפֿן… װעסט אפֿשר טרינקען?
צ ײ ט ל: אַ דאַנק, איך בין שױן אַ געטרונקענע… אַ גראַף זאָגסטו ― װאָס־זשע נײט ער באָרװעס?
ג אָ ל ד ע: פֿרעג מיך עפּעס גרינגערס! װאָס איר קומט אױס! זי ליגט מיר גוט אין האַרצן, די שװעסטער דײַנע!… זיץ, פֿאַר װאָס זיצסטו נישט? (זעצן זיך בײדע אַװעק צום טיש). זײ קערן שױן זײַן גרױסע, די קינדער דײַנע, קײן עין־הרע נישט?
צ ײ ט ל: און קלוג ― מיט סכּנת־נפֿשות! דו פֿאָרסט, זאָגן זײ, צום זײדן ― לאָז גריסן דער באַבע!…
ג אָ ל ד ע: (װערט צעגאַנגען פֿאַר נחת). מיר פֿאַר זײערע בײנדעלעך!
צ ײ ט ל: און שײן ― זאָלסט אָנקוקן אַ שלמהלע! זאָלסט זען אַ שײנדעלע! אין זײערע פּנימלעך נישט אַרײַנצוקוקן!
ג אָ ל ד ע: (װערט צעשמאָלצן). טפֿו־טפֿו־טפֿו! געזונט און שטאַרק זאָלן זײ דיר זײַן! (כאַפּט זיך אױף). טאָמער װעסטו פֿאָרט עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן, צײטל־קרױן?
צ ײ ט ל: (האַלט זי אָפּ מיט דער האַנט). מע דאַרף נישט, מאַמע, גאָרנישט… דו באַקלאָגסט זיך אַף חװהן ― װאָס איז מיט איר געשען?
ג אָ ל ד ע: גאָרנישט. װאָס זאָל זײַן? אַ מײדל פֿון הײַנטיקע מײַד־לעך… שױן צופֿיל הײַנטיק!… װי זאָגט דער טאַטע: „אַן אָקס האָט אַ לאַנגע צונג ― און קאָן קײן שופֿר נישט בלאָזן“… (זיפֿצט). שװײַג איך ― איז מיר שלעכט. רעד איך ― איז נאָך ערגער… אײן שטיקל גליק, װאָס דער טאַטע װײס נאָך נישט. ער זאָל װיסן ― װאָלט זיך געטאָן חושך!
צ ײ ט ל: (כאַפֿט זיך אױף). דו שרעקסט מיך, מאַמע!
ג אָ ל ד ע: (באַרויִקט זי). קינד! װאָס שרעקסטו זיך? ס'איז גאָרנישט! דו מײנסט חלילה עפּעס װײס איך װאָס? אַ געלעכטער! נישט מער, ס'איז נישט שײן… עס פּאַסט נישט! פֿאַר טבֿיהס טאָכטער פּאַסט נישט אַזאַ זאַך… (זי קוקט זיך אַרום, רעדט אַ ביסל שטילער). מיקיטע גאַלאַגאַן געדענקסטו נאָך?
צ ײ ט ל: אָט דער, װאָס איז געװען אַמאָל שרײַבער אין װאָלאָסט?
ג אָ ל ד ע: אָט־אָט! אָט דער אָ!
צ ײ ט ל: נו?
ג אָ ל ד ע: און זײַן זונדל געדענקסטו?
צ ײ ט ל: כװעדקע? נו־נו? 302 ש ל ו ם ע ל י כ ם
ג אָ ל ד ע: (בײגט זיך אָן צו איר אַפֿן אױער). איז זי מיט אים אַ גאַנצער רב שמעלקע…
צ ײ ט ל: אַ גאַנצער רב שמעלקע? דהײַנו?
ג אָ ל ד ע: דהײַנו… זי נעמט באַ אים ביכלעך אַף צו לײענען.
צ ײ ט ל: אָט דאָס איז גאָר?
ג אָ ל ד ע: װאָס נאָך ס'טו געװאָלט? זי זאָל מיט אים גײן טאַנצן?… ס'איז, מאָל דיר, גענוג, אַז מײַן טאָכטער שטײט־אָפּ שעהן־װײַז באַם טיר אָדער באַם טױער מיטן װאָלאָסטנאָיס זונדל און מע רעדט און מע רעדט, און מע רעדט און מע רעדט… פֿון װאָס רעדט מען אַזױ לאַנג? און מיט אַ גױ נאָך?… דערצײלן דעם טאַטן ― האָב איך מורא; קענסט דאָך דעם טאַטן! און חװהן קענסטו דאָך אױך! אַ שװעבעלע! און אַן עקשנטע ― דער טאַטע מיט די בײנער!
צ ײ ט ל: מאַמע, דיר שטעלט זיך פֿאָר שױן צו פֿיל! עס װײַזט זיך דיר מער אױס, װי ס'איז…
ג אָ ל ד ע: אױ, צײטל, מיר װײַזט זיך שױן גאָרנישט אױס, הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן. נאָר טאָמער װערט געװױר דער טאַטע, איז װינטש איך מיר גאָרנישט אַף דער װעלט צו זײַן!… איך שלאָף נישט קײן נעכט, דער קאָפּ װערט מיר שיִער נישט צעשפּאָלטן! (פּױזע). מילא, דאָס, װאָס זי קען זיך מיט מיקיטקעס זונדל, איז נאָך, װי זאָגסטו, אַ האַלבע צרה. איך פֿרעג אָבער אַן אַנדער זאַך: פֿון װאַנען נעמט זיך איר באַקאַנטשאַפֿט מיטן גלח, די כּפּרה זאָל ער זײַן פֿאַר איר מינדסטן נאָגל?…
צ ײ ט ל: מיט װעלכן גלח?
ג אָ ל ד ע: מיטן גלח פֿון אונדזער דאָרף, אײַנגעזונקען זאָל ער װערן!
צ ײ ט ל: פֿון װאַנען װײסטו? װער האָט דיר געזאָגט?
ג אָ ל ד ע: מע דאַרף מיר זאָגן? איך האָב קײן אױגן נישט? איך בין דאָך אַ מאַמע, האָסטו געהערט אַביסל, און אַ מאַמע האָט אױגן און זעט אַלצדינג!…
צ ײ ט ל: װאָס־זשע האָסטו געזען אַזעלכס?
צ ײ ט ל: אָט דאָס איז אַלץ?
ג אָ ל ד ע: װאָס נאָך האָסטו געװאָלט ― זײ זאָלן זיך אַרומכאַפּן קושן? װאָלט איך עס כאָטשבע געקאָנט דערצײלן דעם טאַטן ― דערלאָזט מיך נישט דאָס האַרץ, װאָרעם ער װעט עס נישט איבערטראָגן, הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן, דער משוגענער טאַטע אײַערער, װאָס פֿאַר אַ קינד װעט ער זיך מפֿקיר זײַן, ובפֿרט נאָך פֿאַר חװהן ― אַז יענע איז באַ אים דאָס אױג אין קאָפּ!… אַנומלטן איז זי עפּעס געװען נישט מיט אַלעמען, פֿאַרקילט זיך ― נו־נו, האָסטו באַדאַרפֿט זען, װאָס דער ייִד האָט צעאַרבעט! און װער איז שולדיק אין דעם גאַנצן אומגליק מיט חװהן, װען נישט ער אַלײן טאַקע, דער אָבֿי דײַנער?
צ ײ ט ל: דער טאַטע? מיט װאָס איז ער שולדיק?
ג אָ ל ד ע: מיט דעם, װאָס ער קען צופֿיל… ער קען אַלײן אַ סך און װיל, אַז זײַן טאָכטער זאָל זײַן אַזאַ קענערקע, װי ער… נײן, שענער פֿון אַלץ איז, װאָס ער אַלײן זאָגט, אַז ס'שטײט געשריבן אין די הײליקע ספֿרים, אַז װיבאַלד אַ הון הײבט־אָן צו קרײען קוקאַריקו, װי אַ האָן, טראָגט מען זי אַװעק צום שוחט… (עס הערט זיך פֿון דרױסן חװהס קול, עס הערט זיך אַלע מאָל נענטער).
ח װ ה: (זינגט אַ גוייִש לידל מיט אַ באַקאַנטער מעלאָדיע). און עס בלאָזט, און עס דרײט, און אַ רעגנדל גײט. װער־זשע װאָלט מיך, אַזאַ מײדל, ביז אַהײם מיך באַגלײט?
ג אָ ל ד ע: (צו צײטלען). אָ! חװהס קול. װאָס זאָגסטו אַפֿן לידל?
ח װ ה: רופֿט אַ בחור זיך אָפּ, שפּרינגט פֿון װעלדל אַרױס: „װאַרט אַ ביסל, שײנע מײדל, איך באַגלײט דיך צו הױז!“… (דאָס לידל פֿאַרענדיקט זי שױן אין שטוב. דערזען צײטלען זיצן מיט דער מוטער). זע־נאָר ― צײטל, אַ גאַסט! (לױפֿט־צו. צײטל שטײט־אױף. זײ צעקושן זיך). װי קומסטו אַהער?
צ ײ ט ל: װי איך קום? מיט אַ פֿור.
ג אָ ל ד ע: זיך פּאַרבענקט נאָך דער מאַמע, האָט זי געדונגען אַ גױ און איז געקומען.
צ ײ ט ל: (באַטראַכט די שװעסטער). אױסגעװאַקסן!…
ג אָ ל ד ע: קײן עין־הרע…
צ ײ ט ל: און שײן געװאָרן ― אַ קראַסאַװיצע!
ח װ ה: (מאַכט אַ גרימאַסע). אַ קראַסאַװיצע? נאָך װײַט, מאָל דיר!…
ג אָ ל ד ע: (צו צײטלען). זאָלסט אָנקוקן, אַז זי טוט זיך אָן ― אַ פּרינצעסן! אַ קײסערינע! (צו חװהן). הערסטו, חװה, האָב איך נישט גע־וװּסט, אַז מיר האָבן הײַנט אַ גאַסט ― װאָלט איך שױן געװוּסט פֿון אַלדאָס גוטס! ח װ ה: װאָס איז? די קאַץ האָט זיך געװאַשן? פֿונקען זײַנען געפֿלױגן פֿון אױװן?
ג אָ ל ד ע: (צו צײטלען). שױן ― אָט האָסטו זי! באַלד מאַכט זי דיר חוזק! אַקוראַט װי דער טאַטע אײַערער! די עפּעלעך פֿאַלן נישט װײַט פֿונעם בױמעלע.
ח װ ה: (לאַכט). לאָז מיך, מאַמע, איכ'ל דיר העלפֿן אױסשלאָגן די פּוטער. (פֿאַרנעמט דער מוטערס אָרט).
צ ײ ט ל: (צו חװהן). װאָס איז טאַקע פֿאַר אַ לאַכן?
ג אָ ל ד ע: (צו צײטלען). װײס איך, װאָס הערסטו זי? דערצײל בעסער, װאָס מאַכט דײַן מאָטל? ער איז עפּעס נישט מיט אַלעמען?
צ ײ ט ל: נײן. אַזױ איז ער דװקא נישקשה. נאָר עס מאַכט זיך צײַטנװײַז, קלאָגט ער זיך אַפֿן האַרצן. טרינקט ער באַ מיר טשאָקעלאַדע מיט פּוטער אַלע טאָג…
ג אָ ל ד ע: װאָס־זשע? ער פֿילט עפּעס חלילה אינעװײניק? צי װאָס?
צ ײ ט ל: זאָל גאָט היטן! געזונט און שטאַרק. נאָר דער הוסט… אַז ער הײבט־אָן צו הוסטן ― הוסט ער און הוסט!
ג אָ ל ד ע: (ברעכט די הענט). אַזױ? צום הוסט איז גוט שאַלװי מיט פּאָלדעראָק, געקאָכט אין סיראָװעטקע, און אַף באַנאַכט גוט אַרומװיקלען דעם האַלדז מיט אַן איבערגעקערטער זאָק…
ח װ ה: (שיסט־אױס אַ געלעכטער). כאַ־כאַ־כאַ! (גאָלדע און צײטל טוען זיך אַזש אַ װאָרף).
ג אָ ל ד ע: (צו חװהן). טפֿו אַף די שׂונאימס קעפּ! האָסט דאָך אונדז איבערגעשראָקן אַף טױט ― הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן! (צו צײטלען) אָט אַזױ, װי דו זעסט, איז אַלע מאָל. באַלד עפּעס װאָס דו זאָלסט נישט זאָגן ― איז כאַ־כאַ־כאַ! און עס װעט דיר נאָר חוזק מאַכן פֿון דער גאַנצער װעלט! דער טאַטע מיט די בײנער!
ח װ ה: קומט־אױס, אַז ס'אַ חסרון, װאָס איך בין געראָטן אינעם טאַטן? און באַ מיר איז דאָס אַ גדלות… (הערט נישט אױף צו שלאָגן די פּוטער, זינגט אונטער דער נאָז און צום טאַקט): און עס בלאָזט, און עס דרײט, און אַ רעגנדל גײט, װער־זשע װאָלט מיך, אַזאַ מײדל, ביז אַהײם מיך באַגלײט?…
ג אָ ל ד ע: (צו חװהן). װאָס־זשע, טאָכטער? האָסט שױן גאָר קײן אַנדער לידל נישט געקאָנט געפֿינען, נאָר אָט דאָס, װאָס אַלע שיקסעס זינגען? צ ײ ט ל: (װיל צערײַבן). װוּ איז דער טאַטע? אַזױ שפּעט? (עס עפֿנט זיך די דרױסן־טיר און עס קומט אַרײַן ט בֿ י ה ). ט בֿ י ה: (די פּאָלעס אונטערגעשטעקט, די בײַטש אין גאַרטל, דאָס פּנים פֿרײלעך, שײַנט). װוּ איז דער טאַטע? אָט איז ער דאָ! הנה זה בא! מאַכט רש″י: טשאָרט לעדאַשטשע נע װיזמע… (נעמט־אַרױס די בײַטש פֿונעם גאַרטל, טוט זי אַ װאָרף פֿון זיך אין װינקל אַרײַן, גײט־צו צו צײטלען). אַ גאַסט! װאָס מאַכסטו עפּעס, צײטל? (צעקושט זיך). װאָס מאַכט דײַן ברױטגעבער?
צ ײ ט ל: װאָס זאָל ער מאַכן? ער אַרבעט.
ט בֿ י ה: אַבי ער האָט אַרבעט… מיר אַלע אַרבעטן, װי אין פּסוק שטײט: י ג י ע כּ פּ י ך כּ י ת א כ ל ― אַז דו װעסט אַרבעטן, װעסטו עסן, אַנישט װעסטו לײגן די צײן אַף די באַנטענעס… און די קינדער װאָס מאַכן?
צ ײ ט ל: װאָס זאָלן זײ מאַכן? שפּילן זיך. געבעטן מיך לאָזן גריסן דעם זײדן.
ט בֿ י ה: (קװעלט־אָן). גאָלדענע קינדער! באַרליאַנטענע קינדער! איך האָב זײ ליב, װי אײגענע. אַז די הײליקע תּורה זאָגט: כ ר ח ם אָ ב ע ל ב נ י ם , איז דאָס נישט אומזיסט. (צײלט די װערטער). כ־ר־ח־ם אָבֿ על ב־נים ― איר הערט װערטער? (צו חװהן). דיר, חװהלע, האָב איך געבראַכט אַ מתּנה, װאָס װעט זײַן באַ דיר אָנגעלײגט. (לײגט־אַרײַן די האַנט אין בוזעם און ציט־אַרױס פֿון דאָרט אַ בוך). איך זאָל דערצײלן פֿון װאַנען און װי אַזױ אָט דער בוך קומט צו מיר ― איז נסים ונפֿלאות, טאַקע נאָר יציאת־מצרים! נאַ! (גיט איבער דאָס בוך צו חװהן). דו װעסט עס נאָכדעם לײענען און דערצײלן מיר, װאָס סע שטײט דאָרטן. איך דאַרף עס װיסן, מחמת דער דאָזיקער, װאָס האָט געמאַכט אָט דעם בוך, איז טאַקע מײַנער אַ קונה. דאָס הײסט, נישט ער, די מאַמע זײַנע איז פֿון מײַנע קונהטעס, גיט מיר פֿײַן צו לײזן פֿאַר קעז און פּוטער, און האָט אַ זון, איז דאָס אַ לאָקש! (כאַפּט זיך באַם בױך לאַכנדיק). זינט גאָט האַנדלט מיט לאָקשן, איז נאָך אַזאַ לאָקש נישט געבױרן!
ח װ ה: (װאָס האָט שױן געכאַפּט אַ קוק אין בוך אַרײַן). דאָס זעט מען…
ט בֿ י ה: אַ פּגירה װאָלט איך מיך פֿריִער געריכט אַף דעם יאָקל בן פֿלעקל! שרײַבט ער גאָר ביכער, אָט דער שמױגער! (װערט שיִער דערשטיקט פֿאַר געעלכטער). אַז ס'איז דאָ געלט, הערט איר, איז דאָ אַלצדינג. װי זאָגט די גמרא: אַ ס ק אַ ק ו ר ד ע ד מ ס ק נ ת א ד ק אַ ר נ אָ ס ע ד פֿ אַ ר ש מ אַ כ ט ע , מאַכט רש″י: יאַק פּשענאָ ― טאָ אי דורען קאַשו נאַװאַרע… איך זאָל האָבן זײַן מאַמעס געלט, װאָלט איך ― עהע־הע! ― אָנגעשריבן אָט אַזאַ בוך! (װײַזט מיט בײדע הענט, װאָס פֿאַר אַ בוך ער װאָלט אָנגעשריבן).
ג אָ ל ד ע: דאָס איז יאָ ― װעמען גאָט גיט מיטן לעפֿל, און װעמען מיטן שעפֿל… 306 ש ל ו ם ע ל י כ ם
ט בֿ י ה: (קוקט־אַראָפּ צו זיך אַף די שטיװל). גוט מאָרגן, געלי, רעטעך טראָג איך!… אַ משל, דעריבער גײען קאַטשקעס באָרװעס… (צום װײַב). צו װאָס טױג דיר, גאָלדע־ברודער, משלים? אַמער, האָב איך דיר געבראַכט צו פֿירן נײַס פֿון בױבעריק ― אָט אַזעלכע פּעק! (װײַזט מיט די הענט). אַ פֿולן װאָגן!
ג אָ ל ד ע: אָט דערפֿאַר, אַפּנים, האָסטו זיך הײַנט אַזױ געזאַמט, טבֿיה?
ט בֿ י ה: (שטעקט־אָפּ די פּאָלעס). אַביסל דערפֿאַר און אַביסל נישט דערפֿאַר… װײסט דאָך, אַז מע קומט קײן בױבעריק, װערט מען פֿאַרפֿאַלן, װי אין פּסוק שטײט: מ ש ו ט ב אָ ר ץ ו מ ת ה ל ך ב ה ― טאָ דער, טאָ יענער: „רב טבֿיה, אַהער! רב טבֿיה אַהין!“ װי די שטײנער, װאָס האָבן זיך געקריגט באַ אַבֿרהם אָבֿינו צוקאָפּנס… דער שרײַט: „רב טבֿיה, קעז!“ דער שרײַט: „רב טבֿיה, פּוטער!“ אַ רוח אין אײַער פֿאָרנט און מיטן אַרײַן ― װאָס װאָלט איר געטאָן, אַז ס'זאָל קײן טבֿיה גאָר נישט זײַן? אױס טבֿיה! געשטאָרבן טבֿיה!
ג אָ ל ד ע: בײַס דיר אָפּ די צונג, לאָזן די שׂונאים שטאַרבן, האָסטו געהערט אַביסל!… גײ בעסער װאַש דיך, װעסטו עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן. אַ גאַנצן טאָג נישט געגעסן, הלװאַי זאָל איך ליגן זאָגן!
ט בֿ י ה: זעסטו, גאָלדע־ברודער, װאָס אמת איז אמת. װי אין פּרק שטײט געשריבן: א ם א י ן ק מ ח א י ן ת ו ר ה ― אַז מ'עט מכּות עסן, װעט מען קדחת קענען… װען האָט מען צײַט צו טראַכטן װעגן אַכילה, אַז דער קאָפּ איז אין דער אדמה, צו אַלדע שװאַרצע יאָר? טאָג־אײַן טאָג־אױס איז מען פֿאַרטאַרעראַמט און פֿאַרטראַסקעט, הו־האַ, פּרנסה!… און גײ פֿרעג דעם רבונו־של־עולם קשיות, למאַי זאָל טבֿיה דער מילכיקער האָרעװען מער פֿאַר אַלעמען? פֿאַרפֿאַלן! גאָט האָט שױן אַזױ אײן מאָל באַשאַפֿן זײַן װעלטל, און קײן עצות באַדאַרף ער נישט פֿון קײנעם! װי אין פּסוק שטײט געשריבן: מ י ב ר כ ב ו מ י ב ס ו ס י ם ― װער עס פֿאָרט, און װער עס גײט צו־פֿוס… מסתּמא דאַרף אַזױ צו זײַן, אַז די נגידים זאָלן זיך נעבעך װאַלגערן אין בױבעריק אַף די דאַטשעס, און אָנטאָן זיך כּל הפֿאַרגעניגנס וכל הװױלטאָגן שבעולם, און דו, טבֿיה, ביסט נישט קלײן אױפֿצושטײן גאַנץ פֿרי, כּלחוך השור, אַז גאָט אַלײן שלאָפֿט נאָך, אײַנשפּאַנען דאָס פֿערדל און אַװעקפֿירן פֿון זײער כּבֿוד װעגן דאָס גאַנצע דאָברע־מזל, פֿון קעז און פֿון פּוטער און פֿון סמעטענע און פֿון שאָר ירקות, טאַקע פֿון כּל מאמינים שהוא, װי אינעם הײליקן מחזור שטײט געשריבן…
ג אָ ל ד ע: אָבער מע װײס, אַז דו קענסט! גײ װאַש דיך, װעסטו עסן!
ט בֿ י ה: איך גײ, איך גײ! (לאָזט זיך צום עמער מיט דער קװאָרט, פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, הערט נישט אױף דעם שמועס). דאָס הײסט, איך באַקלאָג מיך נישט, חס ושלום! טבֿיה איז נישט פֿון די, װאָס באַקלאָגן זיך און װײנען אַף „מי יחיה“, װאָרעם ס'איז דאָ ייִדן, װאָס זײַנען מיר מקנא. אײַך איז, קײן עין־הרע, גאַנץ גוט, רב טבֿיה, אַזױ זאָגן זײ. װאָס ענטפֿערט מען זײ דערױף? זאָג איך: װאָס קומט אַרױס, זאָג איך, אַז אײן ייִדן איז גוט? אַלע יעהופּעצער נגידים, זאָג איך, װאָלט געמעגט זײַן אַזױ װי מיר… חוץ מײַן שאָדן… (װאַשט זיך, װישט די הענט מיט אַ גראָבן האַנטעך און זאָגט שטיל דעם „שׂאו־ידיכם“, זעצט זיך צום טיש, מאַכט המוציא).
ג אָ ל ד ע: (צו די טעכטער) זעצט זיך צום טיש, קינדער, איכ'ל אַרײַנטראָגן עסן. (צײטל און חװה זעצן זיך צום טיש. גאָלדע אָפּ אין קיך).
ט בֿ י ה: און רעד מיט זײ, מיט די הײַנטיקע, זאָגן זײ, אַז ס'אַ פּאַסקודנע װעלט, מע דאַרף זי איבערמאַכן. כאַ־כאַ, שוטים! נאַראָנים! ס'אַ־נ־אומזיסטע אַרבעט! װאָרעם זי בעט אײַך נישט, די װעלט, אַז איר זאָלט זי איבערמאַכן (קײַעט). דער װאָס האָט זי געמאַכט ― יענער זאָל זי איבערמאַכן… תּ ו ל ה א ר ץ ע ל ב ל י מ ה ― שטײט געשריבן… דער פּשט איז: לאָז זי זיך שטײן, װי זי שטײט… צו װאָס זאָלט איר זיך מישן אין פֿרעמדע עסקים? (עס קומט־אָן גאָלדע מיטן עסן). אָט, למשל, לאָם איך מיך אַרײַנמישן צו אײַער מאַמעס טעפּ אין קיך אַרײַן ― װאָס װעט זי מיר זאָגן?
ג אָ ל ד ע: יום השישי פּריפּעטשיק ― קײן אַנדער פֿאַרגלײַכן נישט געפֿונען? דערצײל בעסער נײַס, זאָגסטו, האָסט גאַנצע פּעק. (זי צעגיסט איטלעכן אין די טעלער דאָס עסן, זעצט זיך דערנאָך אַלײן אױך אַװעק באַם עק טיש).
ט בֿ י ה: (עסנדיק). מענדל װערעביװקער קענט איר? אַ ייִד אַ בעל־גוף, זיצט אין װערעביװקע נאָך פֿון פֿאַר מתּן־תּורה אָן… אַ סבֿרה, אַז נאָך זײַן טאַטע און זײַן טאַטנס טאַטע, דאָס הײסט זײַן זײדע און זײַן עלטער־זײדע און זײַן עלטער־עלטער־זײדע זײַנען געװען װערעביװקער, װי מיר זאָגן אין דער הגדה (זינגט מיטן נוסח פֿון דער הגדה) ה ר י אָ נ ו! ו בֿ נ י נ ו! ו בֿ נ י בֿ נ י נ ו!…
ג אָ ל ד ע: מע װײס, אַז דו קענסט, מע װײס! דו זאָג בעסער, טבֿיה, װאָס'ט זיך געטראָפֿן מיט מענדל װערעביװקער? האָט זיך צעזונגען אַ ביסל!
ט בֿ י ה: האָסט קײן צײַט נישט? (קוקט אַרױף). דאַכט זיך, עס רעגנט נישט. (עסט װײַטער). האָט זיך געטראָפֿן מיט אים אַן אומגליק. דהײַנו? ער, מענדל הײסט עס, האָט, נישט דאָ געדאַכט, נישט פֿאַר קײן שום ייִדן געדאַכט, זײַן אײגנס זיבן טעכטער, װי די בעכער, הױכע, געזונטע, קײן עין־הרע, קײן בײז אױג, װי אין פּסוק שטײט: ו י ת ר ו צ צ ו ה ב נ י ם ― די טעכטער זײַנען אױסגעװאַקסן. טעכטער האָבן שױן אַזאַ טבֿע: באַטאָג עסן זײ, באַנאַכט װאַקסן זײ…
ג אָ ל ד ע: זאָלן זײ װאַקסן געזונטערהײט ― אַ ביסל אַ זאָג פֿון אַ מענטשן, האָסטו געהערט אַ ביסל?! ט בֿ י ה: (לאָזט עס דורך פֿאַרבײַ מיט אַ שמײכל). הקיצור, איז זיך מײשב די עלטערע טאָכטער מענדלס און זאָגט דעם פּסוק „אָהבתי“, דאָס הײסט, זי פֿאַרליאַפּעט זיך אין אַ גױ, עפּעס אַ שײגעץ פֿון װערעביװ־קע טאַקע, און שמדט זיך אַװעק און האָט כאַסלערע פֿאַרן גױ, און ושם נאמר ― רוף מיך קנאַקניסל!… (נעמט זיך צוריק צום עסן).
ג אָ ל ד ע: (ברעכט די הענט). אַ װײטיק איז דער מאַמע אירער!… (חװה האָט באַלד אױפֿגעהערט צו עסן. צײטל ברעכט די הענט, װי די מוטער).
צ ײ ט ל: פֿון װאַנען װײסטו עס, טאַטע?
ט בֿ י ה: פֿון װאַנען איך װײס? איך װײס עס פֿונעם סאַמע רעכטן צאַפּן. פֿונעם גלח אַלײן װײס איך עס, ימח שמו וזכרו! (הערט־אױף עסן). איך װײס נישט פֿאַר װאָס, נאָר איך האָב אים פֿײַנט, אָט דעם אָטיעץ אַלעקסײ… דאָס הײסט, האָבן האָב איך צו אים גאָרנישט, װאָס איך װינטש אים ― מעג אים אָנקומען כאָטש האַלב, נאָר כ'האָב אים פֿײַנט!… דעם טאָג, װען איך באַגעגן מיך מיט אים, װײס איך פֿריִער, אַז ס'װּעט זיך עפּעס טרעפֿן… (צו חװהן). דו מעגסט עס אָנרופֿן, חװה, פֿאַנאַטיזמע, און כּדומה, און איך זאָג מיר מײַנס, אַז אַ גלח גײט־איבער דעם װעג ― איז שלים־שלים־מזל… והראיה (צו אַלעמען): װאָס איז עפּעס גראָד הײַנט מײַן פֿערדל געפֿעלן געװאָרן זיך צעלאָזן משוגענערװײַז באַרג־אַראָפּ, און ױברח יעקבֿ ― פּוץ מיטן װאָגן אין דער בלאָטע, און באַץ אַ קריגל מיט צװײ טעפּלעך, פּראַװדע ― לײדיקע, װאָרעם דאָס איז שױן געװען צוריקװעגס, װײַטער װאָלט איך געקאָנט האָבן אַ גרױסן שאָדן… און װער איז שולדיק, אַז נישט דער גלח? װי קומט אַהער אַ גלח ― װעט איר האָרכן. פֿאָרנדיק אַהינצוּװעגס מיט דעם גאַנצן דאָברע־מזל, פֿאַרטיפֿט אין מחשבֿות, װי געװײנטלעך אַפֿן ניכטערן האַרצן, און דער װאַלד איז שטיל, און די זון שײַנט װי אַ מנורה, מחיה נפֿשות, ― איך טו אַ קוק: ער פֿאָרט מיר אַקעגן, מיט זײַן געלער בריטשקע, און די באָרד זײַנע איז פֿונעם װינט צעטײלט אַף צװײען, און די בױמלדיקע אײגעלעך שמײכלען צו מיר פֿון דער װײַטן. מאַך איך מיך כלא ידע ― גלײַך װי איך זע נישט, װי אין תּהלים שטײט געשריבן: ע ם ח ס י ד תּ ת ח ס ד ― מע דאַרף װיסן מיט אַ גױ װי צו האַנדלען… דערזען, אַז איך זע אים נישט, טוט ער, דער גלח ימח שמו, אַ זאָג צו מיר: „טפּרררו, טעװל, װאָס מאַכסטו גוטס?“ קאָן מען שױן אַזױ גראָב נישט זײַן, און איך ענטפֿער אים: ,,טפּרררו, באַטיושקאַ, װאָס הערט זיך עפּעס באַ דיר?“… מאַכט ער צו מיר: „דו זעסט־אױס, טעװל, זײער גוט!“… טראַכט איך מיר: „זאַלץ דיר אין די אױגן, שטײנער דיר אין האַרצן!'“… און ענטפֿערן ענטפֿער איך אים: „דו זעסט־אױס, פֿאָטערל, נאָך בעסער“… „װײסטו, זאָגט ער, טעװל, װאָס אין װערעביװקע האָט זיך געטראָפֿן?“ זאָג איך: „נײן, פֿאָטערל, איך װײס נישט, װאָס אין װערעביװקע האָט זיך געטראָפֿן. קטונתּי, זאָג איך, װער בין איך אַזעלכער, פֿ ו ן צ װ ײ װ ע ל ט ן 309 איך זאָל מטריח זײַן, זאָג איך, אַזאַ הײליקן באַטיושקאַ, װי דו ביסט? נאָר, זאָג איך, אױב איך האָב געפֿונען, זאָג איך, לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן, װעסטו אפֿשר זײַן, זאָג איך, אַזױ גוט און װעסט מיר דערצײלן?“… פֿױלט ער זיך נישט און נעמט און דערצײלט מיר די גאַנצע געשיכטע, הײבט־אָן נישט גלײַך, נאָר פֿון פֿצון־זײַט, „נאַש באָך, װאַש באָך“, װי זײַן שטײגער איז, און איך זע, עס קומט אים צו אַ שטיק געזונט, ימח שמו וזכרו! נײן, הערט װײַטער, װאָס אַ גלח קאָן! דאָס אַלײן איז אים קאַרג, װאָס מיר צאַפּט זיך בלוט, האָט ער נאָך אין זיך אַ פּאָטעפֿאַלנאָסט פֿאַר מיר צו באַרימען זיך, אַז ער האָט אַ גרױסן חלק אין דעם דאָזיקן שטיקל אַרבעט, און אַז ער האָט דאָס באַװאָרנט מענדל װערעביװקערס טאָכטער!… װער איך שױן גוט אין כּעס און עס װילט זיך מיר אים אָפּענטפֿערן מיט אַ משל און מיט אַ מדרש און מיט אַ פּסוק, װי טבֿיה קען; נאָר איך האַלט מיך אײַן ― װאָס טױג מיר האָבן צו טאָן מיט אַ גלח?
ג אָ ל ד ע: זײער רעכט האָסטו געטאָן, טבֿיה…
ט בֿ י ה: (צו די טעכטער). אָט איז זי אױך מסכּים! (צום װײַב). װאָס װאָלסטו אָבער געטאָן, גאָלדע־ברודער, װען דו הערסט פֿון אים די װײַטערדיקע דיבורים?
ג אָ ל ד ע: װאָס װײַטער?
ט בֿ י ה: װאָס װײַטער אַלץ בעסער. װי זאָגט מען דאָס: „טיפֿער אין װאַלד, געדיכטער די בײמער“… איך אָבער האָב אים געלאָזט רעדן. רעד צעזעצטערהײט ― װאָס אַרט עס מיך, אַז דו רעדסט?… נאָר ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז עס פֿאַרדריסט מיך, זאַלצט ער מיר אױף די װוּנדן און דערצײלט, כּלומרשט אַזױ זיך, פֿאַרבײַגײענדיק, װאָס פֿאַר אַ גליק מענדל װערעביװקערס טאָכטער האָט געמאַכט. „מהכתּיתי, זאָג איך, לאָז איר גאָט העלפֿן“… דערזען, אַז ער קאָן מיך נישט אײַנבײַסן, טוט ער אַ זאָג צו מיר מיט זײַן צוקערדיק שמײכעלע: „איך האָב געװאָלט, זאָגט ער, באַ דיר, טעװל, עפּעס פֿרעגן“. „פֿרעג, זאָג איך, באַטיושקאַ, איכ'ל דיר, זאָג איך, אָפּענטפֿערן על ראשון ראשון“… טוט ער אַ גלעט די באָרד און אַ מאַך צו מיר: „דו ביסט דאָך, זאָגט ער, טעװל, אַ ייִד אַ חכם. װי װאָלט געװען, למשל, װען מיט דיר טרעפֿט זיך, זאָגט ער, אַזאַ מעשׂה? װען דײַן טאָכטער, זאָגט ער, פֿאַרליבט זיך אין אַ אונדזעריקן און זי װיל, זאָגט ער, פֿאַר אים חתונה האָבן?“… „אַה, נישט דערלעבן װעסטו דאָס, דו פּאַסקודנער פּאָפּ!“, ― טראַכט איך מיר אין האַרצן און ענטפֿערן ענטפֿער איך אים אַזױ: „קטונתּי, זאָג איך, װער בין איך, װאָס איך זאָל זוכה זײַן צו אַזאַ כּבֿוד? נאָר, זאָג איך, װען מיט מיר, זאָג איך, טרעפֿט זיך אַזאַ גליק, איז אָדער לאָם איך דאָס נישט דערלעבן, אָדער, זאָג איך, מײַן קינד װאָלט בעסער אַרײַן אין דער ערד, אָדער מיר בײדע, זאָג איך, װאָלטן אײַנגענומען אַ מיתה משונה, װי אין פּסוק שטײט: תּ מ ו ת נ פֿ ש י ע ם פּ ל ש תּ י ם!… און װען אַפֿילו, זאָג איך, טבֿיה זאָל פֿאַרמאָגן, זאָג איך, צען טעכטער, װאָלטן אַלע צען, זאָג איך, גיכער געמעגט זײַן די כּפּרה אין אײן טאָג, אײדער אײנע פֿון זײ, זאָג איך, זאָל אױסבײַטן דאָס רענדל!“… (באַ די װערטער טוט חװה אַ פֿאַל צו צײטלן אַף די הענט).
צ ײ ט ל: (כאַפּט זי אונטער). גאָט איז מיט דיר, חװה!
ג אָ ל ד ע: אַ דונער האָט מיך געטראָפֿן! דאָס קינד חלשט! חװהניו! טאָכטער מײַנע! (בײגט זיך אָן איבער איר). נשמה מײַנע!…
ט בֿ י ה: (האָט אַ װאָרף געגעבן דאָס לעפּל, זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון טיש, װי אַ משוגענער, די אױגן פֿול שרעק, די הענט טרײסלען זיך). געחלשט?… װוּ?… חװהלע?… לאָזט מיך!… (בײגט זיך אָן צו איר, גלײַכט זיך אױס צוריק און צעשרײַט זיך). װאָס־זשע שטײט איר, װי די לײמענע גולמס? װאַסער גיט אַהער! װאַסער! ראַטעװעט! (גאָלדע לױפֿט נאָך װאַסער, צײטל האַלט די שװעסטער). זי האָט געחלשט!… באַ די שלײפֿן באַדאַרף מען זי קװעטשן!… אָט אַזױ!… (בײגט זיך אָן װידער צו חװהן, קװעטשט איר דעם קאָפּ מיט בײדע הענט. חװה עפֿנט־אױף די אױגן, קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן און הײבט זיך פּאַמעלעך אױף, טבֿיהס האַרץ באַװעגט זיך. זײַן פּנים שײַנט).
ח װ ה: (מאַכט זיך צורעכט די האָר). װאָס איז דאָ געװען?
ט בֿ י ה: (שױן גאָר אַן אַנדער מענטש). גאָרנישט, קינד מײַנס, גאָרנישט! (גלעט זי איבערן קאָפּ).
ג אָ ל ד ע: (מיט אַ קװאָרט װאַסער). נעם אַ קאַפּעלע װאַסער! דיר איז נישט גוט געװאָרן אַף צו חלשן, הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן!…
ט בֿ י ה: װאָס חלשן? װער חלשן? אָטשאַדעט געװאָרן!… (שטופּט אָפּ דאָס װײַב מיט דער קװאָרט װאַסער). צו װאָס װאַסער? מע דאַרף ניט קײן װאַסער! איר זעט דאָך ― אָטשאַדעט! פֿאַרדרײט זיך דער קאָפּ ― נו, איז איר נישט גוט געװאָרן! זע־נאָר, װאָס דאָ טוט זיך אַ ביסל! מאַכט זיך אַמאָל, אַ מענטשן דער קאָפּ טוט וױי… (צו חװהן). װי אַזױ איז דיר איצטער, חװהלע? איבערגעגאַנגען? (גלײַכט זיך אױס). נו, װי דען? איך האָב דאָך באַלד געזאָגט, אַז ס'איז גאָרנישט מיט גאָרנישט… איז דאָך עס אָבער מיט װײַבער, נשים, נישט געדאַכט זאָלן זײ װערן! אַ ביסל אַ טאַרעראַם! אַ געפּילדער! „זי חלשט!“… „ראַטעװעט!“… װער חלשט? װאָס ראַטעװעט? אַ שׂרפֿה ― מע זאָל ראַטעװען?… עך, װײַבער, װײַבער! (מיט פּאַטאָס). נישט אומזיסט האָט אײַך שלמה המלך אַזױ נישט ליב געהאַט! נישט אומזיסט זאָגט ער אין שיר־השירים אַף אַלע װײַבער, אַז… אַז… אַז… (טוט זיך אַ פּאַטש אין שטערן). ברוך מזכּיר נשמות ― לאָם איך מיך דערמאָנען, װאָס ער זאָגט אַף אײַך?… (מיט כּעס). אַז איר פֿאַרדולט מיר מײַן קאָפּ!!!….
פֿ אָ ר ה אַ נ ג.
ענדע פֿונעם ערשטן אַקט. (אַ גרױסער הױף. אַף יענער זײַט הױף ― אַ גאָרטן. פֿון װײַטן, רעכטס, זעט מען אַרױס די שטוב, אַ דאָרפֿישע געבײַדע מיט אַ פּריזבע. לינקס ― אַ שטאַל. נאָענט צו דער ראַמפּע ― אַ ברונעם מיט אַלץ װאָס געהערט צו אַ ברונעם, אַף שעפּן װאַסער. דער גאָרטן ענדיקט זיך מיט אַ געפֿלאָכטענעם פּלױט. ― מיט אַ גראָבאײַזן אין די הענט שטײט חװה אָנגעבױגן און פּאָלעט דעם גאָרטן. אָנגעטאָן איז זי װי אַ דאָרפֿסמײדל: צװײ צעפּ מיט רױטע סטענגעס, אַן אױסגענײט מאַלאָראָסיש העמד מיט ברײטע אַרבל, אַ גרינער קאָרסאַזש אַף אַ קורץ שװאַרץ קלײדל).
ח װ ה: (אַרבעט מיטן גראָבאײַזן לאַנגזאַם און זינגט מעלאַנכאָליש זיס): װינטן װײען, אַזש
(זינגענדיק קומט זי צו אַלע מאָל נענטער צו דער ראַמפּע. ― פֿון יענער זײַט פּלױט באַװײַזט זיך פֿ ע ד י אַ ג אַ ל אַ ג אַ ן. אַף זײַן שװאַרץ העמדל ― אַ פּידזשאַק. דאָס היטל אַף אַ זײַט, אין האַנט אַ ביכל. אָנגעשפּאַרט אָן פּלױט פֿון יענער זײַט, הערט ער זיך אײַן, װי חװה זינגט). פֿ ע ד י אַ: (אַפּלאָדירט). בראַװאָ! בראַװאָ!
ח װ ה: (כאַפּט זיך באַם האַרצן). אױ, האָסטו מיך דערשראָקן, פֿעדיאַ! (װאַרפֿט אַװעק דעם גראָבאײַזן, לאָזט זיך צו אים).
פֿ ע ד י אַ: (לאַכט). איך האָב גאָרנישט געװוּסט, אַז דו ביסט אַזאַ איבערגעשראָקענע… (שפּאַנט־אַריבער פֿון דער זײַט פּלױט). און װאָס איז די מעשׂה, װאָס דו זינגסט עפּעס אַזױ, אַזױ… װי אַזױ זאָל איך דיר זאָגן? עפּעס האַרצעדיק? אומעטיק?
ח װ ה: אומעטיק אַפֿן האַרצן, זינגט זיך אומעטיק…
פֿ ע ד י אַ: (גײט־צו צו איר נאָענט, גיט איר די האַנט). אומעטיק אַפֿן האַרצן? (פֿאַרקוקט איר אין די אױגן). װאָס איז דיר, הערצעלע מײַנס? טײַבעלע מײַנס? (װיל זי אַרומנעמען, זי לאָזט זיך נישט).
ח װ ה: דו פֿאַרגעסט, װאָס מיר שטײט פֿאָר? (זיפֿצט).
פֿ ע ד י אַ: נאַרישקײטן!
ח װ ה: באַ דיר איז עס אפֿשר נאַרישקײטן… (דערזעט באַ אים דאָס ביכל). דאָס װאָס איז?
פֿ ע ד י אַ: װאָס כ'האָב דיר צוגעזאָגט. מאַקסים גאָרקי.
ח װ ה: (לעבעדיק). אַך, גאָרקי!… (נעמט דאָס ביכל, מישט־אױף, דערזעט דאָס בילד). דאָ איז דאָס בילד אַ סך שענער!… װי פּראָסט! װי אײנפֿאַך! אָט דאָס איז אַ מענטש! אָט דאָס איז אַ כאַראַקטער!… אַ דאַנק. (דריקט אים נאָך אַ מאָל די האַנט, קוקט אַפֿן פּאָרטרעט, װאָס אין ביכל, און אַף פֿעדיאַן). װײסט, אַף װעמען ער איז פּאָכאָזשע?
פֿ ע ד י אַ: אַף װעמען?
ח װ ה: אַף װעמען? פֿאַרשטײט זיך, אַף דיר! (צעלאַכט זיך).
פֿ ע ד י אַ: װאָס־זשע לאַכסטו?
ח װ ה: (טראָגט אים אונטער דאָס ביכל). נאַ זע! צװײ טראָפּן װאַסער!…
פֿ ע ד י אַ: (קוקט נישט אין ביכל, קוקט אַף איר). װי שײן דו ביסט הײַנטיקן פֿרימאָרגן! װי די זון ― אַזױ שײַנסטו! װי דער הימל זײַנען דײַנע אױגן! און דער קאָסטיום, האַלקע מײַנע, דער דאָזיקער קאָסטיום װי ער פּאַסט דיר! (באַטראַכט זי). אונדזער נאַציאָנאַלער קאָסטיום פֿון מאַלאָראָסיע! װי שײן דו ביסט, עװאַ!…
ח װ ה: און װי שײן דו האָסט אױסגעלערנט זיך רעדן, פֿעדיאַ! װי פֿון אַ ביכל אַקוראַט!… (צעלאַכט זיך װידער).
פֿ ע ד י אַ: עפּעס לאַכסטו מיר הײַנט צופֿיל, האַלעטשקע?
ח װ ה: ס'איז מיר פֿרײלעך ― לאַך איך…
פֿ ע ד י אַ: אָט ערשט איז דיר געװען אומעטיק, איצט ― שױן פֿרײלעך!…
ח װ ה: געװען פֿינצטער, אױפֿגעגאַנגען די זון, געװאָרן ליכטיק… (קוקט אים טיף אין די אױגן אַרײַן). פֿ ע ד י אַ: (קאָן נישט בײַקומען איר קוקן). אַ האַלבע מלוכה פֿאַר אַ טרונק װאַסער, טײַבעלע מײַנס!
ח װ ה: קום, איכ'ל דיך אָנטרינקען! (זײ לאָזן זיך בײדע צום ברונעם. חװה פֿריִער, פֿעדיאַ נאָך איר. געשיקט, בריהש, װי אַן אמת דאָרפֿיש מײדל, כאַפּט זי דעם עמער, פֿאַרװאַרפֿט דעם שטריק אין ברונעם אַרײַן, אַ טרײסל אַהער און אַהין ― פֿאַרטיק אַן עמער װאַסער). האָב איך ערלעך פֿאַרדינט מײַן האַלבע מלוכה?
פֿ ע ד י אַ: (טרינקט זיך אָן). אַ גאַנצע מלוכה, קעניגן מײַנע!… װײסטו, װאָס איך בין געקומען? איך האָב געװאָלט מיט דיר עפּעס רעדן, עװאַ…
ח װ ה: (מיט אַמאָל איז פֿאַרשװוּנדן איר פֿרײלעכקײט). עפּעס רעדן?… זיץ. (זעצט זיך אַװעק אַף די הילצערנע צאַמרינעס פֿון ברונעם, װײַזט אים אַן אָרט נעבן זיך).
פֿ ע ד י אַ: (זעצט זיך אװעק, נעמט־אַרױס אַ פּאַפּיראָס). איך האָב זיך געװאָלט זען מיטן באַטיושקאַ, מיטן פֿאָטער אַלעקסײ, מיט אונדזער גלח…
ח װ ה: (אַ מאַך מיט דער האַנט). נאָר נישט װעגן דעם!…
פֿ ע ד י אַ: (פֿאַרװוּנדערט). פֿאַר װאָס עפּעס, טײַבעלע?
ח װ ה: אַזױ… הײַנט נישט… נישט אױפֿגעלײגט…
פֿ ע ד י אַ: איך זע טאַקע, אַז דו ביסט נישט אױפֿגעלײגט… (פֿאררײכערט דעם פּאַפּיראָס, זעט־אױס אומצופֿרידן. חװה באַמערקט עס).
ח װ ה: דו פֿאַרגעסט, װאָס מיר שטײט־פֿאָר, פֿעדיאַ! מאַכן אַזאַ שריט… אָפּגעזעגענען זיך מיט אַלץ… מיט מײַן גאַנצן פֿאַרגאַנגענעם, מיט טאַטע־מאַמע און מיט אַלע מײַניקע אַף שטענדיק…
פֿ ע ד י אַ: אַף שטענדיק?
ח װ ה: אַף אײביק!… דו קענסט נישט מײַן טאַטן, פֿעדיאַ! דאָס איז אַ מענטש מיט אַ כאַראַקטער! ער װעט מיך גיכער זען אַ טױטע, אײדער מוחל זײַן מיר דעם שריט! קײנמאָל נישט!
פֿ ע ד י אַ: קײנמאָל נישט?
ח װ ה: קײנמאָל נישט! כאָטש ליב האָט ער מיך ― נישטאָ נאָך אַזאַ פֿאָטער דער צװײטער!… (פּױזע. רעדט מיט געבעט). װאָס טוט מען, פֿעדיאַ טײַערער, װאָס טוט מען, אַז מײַן טאַטע זאָל מיך פֿאַרשטײן און… זאָל מיר מוחל זײַן? װי אַזױ מאַכט מען?…
פֿ ע ד י אַ: (מאַכט אַ אומפֿרײַנטלעכע מינע). דו זאָרגסט זיך פֿאַר דײַן טאַטן מער װי פֿאַר זיך. דו האָסט אין זינען דײַן טאַטן מער װי די גאַנצע װעלט…
ח װ ה: (פֿאַרדראָסיק). און דו האָסט אין זינען זיך מער װי די גאַנצע װעלט, און אַפֿילו מער װי מיך…
פֿ ע ד י אַ: (אױפֿגעבראַכט). אָ, נײן! זעסטו, דאָס זאָגסטו שױן דורכױס נישט אמת ― און דו אַלײן װײסט עס!… (מיט פֿײַער). דו װײסט גאַנץ גוט, אַז די װעלט ― דאָס ביסטו!… אַז פֿאַר דיר בין איך גרײט… (פֿאַרװאַרפֿט דעם פּאַפּיראָס).
ח װ ה: (ענדיקט פֿאַר אים). אין פֿײַער און אין װאַסער… װי אין די ביכלעך שטײט געשריבן… איך װאָלט װעלן װיסן אָט װאָס, פֿעדיאַ. איך װאָלט װעלן װיסן, װי װאָלט געװען, װען דו זאָלסט דאַרפֿן מאַכן דעם שריט, װאָס מיר שטײט־פֿאָר?
פֿ ע ד י אַ: װאָלט איך אים געמאַכט און װינציקער גערעדט, טײַבעלע מײַנס! איבעריקנס, צו װאָס איז דער עקזאַמען, עװאַ?… און איבערהױפּט, װאָס טוט זיך עס מיט דיר? אָדער באַ דיר איז עפּעס ― װאָס פֿאָרגעקומען, אָדער איך האָב דיך נישט געקענט?
ח װ ה: אַזױ שפּעט זיך אַרומגעקוקט, אַז דו קענסט מיך נישט?
פֿ ע ד י אַ: (האָט זיך פֿאַרכאַפּט). איך זאָג נישט, אַז איך קען דיך נישט ― נײן! איך זאָג, אַז איך ד ע ר ק ע ן דיך נישט… און אָן אַלעמען, זע איך אַרױס, עװאַ, אַז דו ביסט הײַנט גלאַט נישט אױפֿגעלײגט… װען איך װײס, אַז דו ביסט הײַנט אַזאַ… (שטרעקט איר אױס די האַנט). זײַ געזונט, עװאַ!
ח װ ה: (אַ לאָז צו אים מיט בײדע הענט). פֿעדיאַ! מײַן קאַפּריזנער העלד! גײ נישט אַװעק! לאָז מיך נישט אַלײן! איך נײטיק זיך אין אַ גוט װאָרט!… איך האָב דעם גאַנצן פֿרימאָרגן אַרױסגעקוקט אַף דיר!… (אין פֿאַרצװײפֿלונג). איך האָב מיט דיר אַזױ פֿיל צו רײדן! אַזױ פֿיל!
פֿ ע ד י אַ: (זעצט זיך אַװעק צוריק). פֿאַר װאָס זשע רעדסטו נישט? דו װײסט, אַז איך האָב ליב הערן, װי דו רעדסט, קעניגן מײַנע!
ח װ ה: (װערנד זי רעדט, שפּילט זי זיך מיט אירע צעפּ, צעפֿלעכט זײ און פֿאַרפֿלעכט). דו װײסט נישט, װאָס איך טראָג־איבער. פֿון איטלעכן באַזונדער! פֿון איטלעכן באַזונדער!… מײַנע הײמישע קוקן מיר נאָך, היטן מיר די טריט… זײ שטױסן זיך, אַז איך בין צו דיר… אַז… עס ציט מיך צו דיר!… מײַן שװעסטער ― זי האָט זיך דערלױבט מיר צו לײענען אַ נאָטאַציע! די מאַמע מײַנע זאָגט מיר גאָרנישט, נאָר זי קוקט אַף מיר און זיפֿצט… הלװאַי װאָלט זי בעסער מיר שױן געזאָגט, פֿירגעהאַלטן, געשאָלטן!… װאָרעם יעדער זיפֿץ אירער רײַסט־אױס באַ מיר אַ שטיק האַרץ!… הײַנט די מלחמה, װאָס מיר שטײט־פֿאָר מיטן טאַטן!… אים זאָגן, אַז איך האָב דיך ליב, אַז איך קאָן אָן דיר נישט לעבן?… אָט האָב איך דיר, זעסטו, אױסגעזאָגט דעם גאַנצן אמת…
פֿ ע ד י אַ: איך דאַנק דיר, עװאַ! (נעמט איר האַנט, װיל זי אַרומנעמען אינגאַנצן, זי לאָזט זיך נישט). װאָס איז מיט דיר, האַרציקע?
ח װ ה: איך װײס אַלײן נישט, װאָס מיט מיר איז! זע איך דיך נישט ― שטאַרב איך אַװעק… דערזע איך דיך ― צינדט זיך אָן אין מיר אַ פֿײַער ― נישט אַף דיר, נײן! נאָר אַף יענע, װאָס האָבן אױסגעטראַכט, אַז מענטשן זאָלן זײַן אָפּגעװײַטערט אײנס פֿון דאָס אַנדערע מיט זײער גלױבן און מיט זײער…
פֿ ע ד י אַ: מיר באַדאַרפֿן זיך אַװעקשטעלן העכער פֿון די אַלע קינדערײַען, װאָס מענטשן האָבן צוגעטראַכט! (רוקט זיך צו). איך זאָג דיר, דו קעניגן פֿון מײַן נשמה, אַז ס'נישטאָ די זאַך אַף דער װעלט, װאָס זאָל שטײן אונדז אין װעג… באַרויִק דיך, עװאַ, פֿאַרגעס נישט, אַז איך בין מיט דיר אַלע מאָל און אומעטום, און אַז דײַן גליק (באַגײַסטערט) ― דאָס איז דער אײנציקער צװעק פֿון מײַן לעבן! צוליב דיר װעט מיר שײַנען אָט די זון, זיך פֿאַרבן אָט דער הימל, גרינען אָט דאָס גראָז, בליִען אָט די קװײטן… צוליב דיר װעט מיר די גאַנצע װעלט זיך פֿאַרװאַנדלען אין אַ גן־עדן, און דו װעסט זײַן פֿאַר מיר די קעניגן פֿון דעם גן־עדן, און איך װעל זײַן דײַן געטרײַער קנעכט! איך װעל היטן דײַנע טריט, דײַן שלאָף, דײַנע קאַפּריזן, קוקן אין דײַנע אױגן. אין די שײנע קלאָרע אױגן דײַנע!…
ח װ ה: (כאַפּט אים אַרום אין עקסטאַז מיט בײדע הענט אַרום האַלדז). אױ! פֿעדיאַ! פֿעדיאַ! (לאָזט אים אָפּ). דו מאַכסט מיך קראַנק! דו מאַכסט מיך משוגע! איך װעל אַראָפּ פֿונעם זינען ― אַזױ ליב האָב איך דיך! איך בין אַ פֿאַרפֿאַלענע ― איך װײס דאָס, איך פֿיל, אַז איך גײ צו גרונט, נאָר איך קאָן מיך נישט בײַקומען! איך גײ פֿאַרלױרן, איך בין אַ פֿאַרלױרענע!… (באַהאַלט דאָס פּנים אין די הענט).
פֿ ע ד י אַ: אַ פֿאַרלױרענע? צו װאָס זאָלסטו עס זאָגן, קרײנדעלע, אַז דו װײסט, אַז ס'איז נישט אַזױ? צו װאָס, האַרציקע, אַזעלכע װערטער, אַז דו װײסט אַלײן, אַז דײַן נשמה איז לױטער, װי קרישטאָל, און אַלײן ביסטו רײן, װי אַ מלאך? (נעמט־אַרום איר טאַליע, רעדט איר גלײַך אין אױער, קושט אירע צעפּ). איך זע דיך אַ פֿרײלעכע, אַ צופֿרידענע, אַ גליקלעכע, אָ, טײַערע געטרײַע עװאַ מײַנע! דײַן פּנים שײַנט, זע איך, אַזױ װי די זון אין האַלבן טאָג… דײַנע אױגן לױכטן, זע איך, װי די שטערן אין האַלבע נאַכט… פֿון גליק, פֿון ליבע… און גיך װעט דאָס זײַן, גאָר־גאָר גיך… מיר'ן נאָך הײַנט זײַן בײדע באַם באַטיושקאַ אַלעקסײ…
ח װ ה: (האָט זיך אַרױסגעריסן פֿון זײַנע אָרעמס, גלײַך אַזױ װי אַ שלאַנג האָט זי אַ ביס געגבן, און איז שטײן געבליבן אַף די פֿיס). אָ, נײן! נײן! נישט הײַנט! הײַנט נישט!… איך װיל נישט! איך קאָן נישט! (פֿעדיאַ צו איר ― ער װיל זי אַרומנעמען). לאָז מיך! לאָז מיך אָפּ! גענוג גענוג אָנגערעדט זיך! פֿעדיאַ, אַנטלױף! פֿאָלג מיך.― טראָג זיך אָפּ!… פֿאַרנאַכט זעען מיר זיך נאָך אַמאָל, װידער אָט אַ דאָ… גײ, פֿעדיאַ! גײ, טײַערער!
פֿ ע ד י אַ: (קאָן נישט אַװעקגײן, קוקט איר אין די אױגן, דריקט איר די האַנט, לאָזט זיך גײן, קוקט זיך אום צוריק, מאַכט צו איר מיטן היטל. זי שיקט אים אַ קוש אין דער לופֿט, און נאָך אַ קוש, און נאָך אַ קוש. ― אומבאַמערקט באַװײַזט זיך פֿון דער װײַטן ט בֿ י ה , אין דער צײַט, װען פֿעדיאַ שפּאַנט־אַריבער צוריק איבערן פּלױט און חװה נעמט זיך צוריק צום גראָבאײַזן. ער קומט־אָן מיטן עמער אין האַנט, די פּאָלעס אונטערגעשטעלט, גײט־צו צום ברונעם בעת פֿעדיאַ איז שױן פֿון יענער זײַט פּלױט, שטעלט זיך אַװעק פֿון אונטער דער האַנט אַרױס אײַנצוקוקן זיך אין דער װײַטן, דערזעט די טאָכטער מיטן גראָבאײַזן אין די הענט, באַקלערט זיך פֿריִער װאָס ער זאָל טאָן, נעמט זיך דערװײַל צו דער אַרבעט ― שעפּן װאַסער).
ט בֿ י ה: (גרײט אַראָפּצולאָזן דעם עמער אין ברונעם אַרײַן, בלײַבט שטײן, רופֿט די טאָכטער מיטן פֿינגער). אַנו, קום נאָר אַהער, חװהלע! זײַ־זשע מוחל…
ח װ ה: (גײט־צו מיטן גראָבאײַזן). װאָס איז, טאַטע? מיך רופֿסטו?
ט בֿ י ה: (װײַזט מיט דער האַנט). װער איז אָט אַ יענער אָ אָט דאָרטן?
ח װ ה: (קוקט זיך אײַן). װוּ?
ט בֿ י ה: (װײַזט איר אַרױף, אַהין, װײַט). אָט אַ דאָרטן אָ, פֿון יענער זײַט פּלױט… צי עס װײַזט זיך מיר אױסעט?
ח װ ה: עס װײַזט זיך דיר אױס.
ט בֿ י ה: (הערט נישט אױף אײַנצוקוקן זיך). איך װאָלט אָבער געמעגט שװערן, אַז ס'אַ מענטש…
ח װ ה: (קוקט אױך אַהין). יאָ, ס'אַ מענטש.
ט בֿ י ה: און אױב כ'האָב קײן טעות נישט, דאַרף עס זײַן כװעדקע גאַלאַגאַן, זאָל מאַריך ימים ונשים זײַן… איז דאָס ער?
ח װ ה: ער…
ט בֿ י ה: (מיטן פּנים צו דער טאָכטער). גײט ער נישט פֿון דאַנען?
ח װ ה: (דרײסט, דעם פֿאָטער אין די אױגן). פֿון דאַנען…
ט בֿ י ה: צו װעמען האָט ער עס באַדאַרפֿט, דער קדיש?
ח װ ה: צו מיר.
ט בֿ י ה: צו דיר?
ח װ ה: צו מיר.
ט בֿ י ה: װאָס־זשע האָט ער געװאָלט, דער תּכשיט?
ח װ ה: װאָס זאָל ער װעלן?
ט בֿ י ה: איך מײן… מסתּמא האָט מען געשמועסט?
ח װ ה: געװיס האָט מען געשמועסט.
ט בֿ י ה: פֿון װאָס, למשל? אַז פֿון געשעפֿט ― זיכער נישט, פֿון פּאָליטיקע ― נישט, און פֿון ביכער אױך נישט…
ח װ ה: האָסט נישט געטראָפֿן, טאַטע… מיר האָבן אַקוראַט גערעדט װעגן ביכער… (ציט־אַרױס פֿון קאָרסאַזש דאָס בוך, װאָס פֿעדיאַ האָט איר איבערגעלאָזט). אָט דאָס האָט ער מיר געבראַכט צו טראָגן…
ט בֿ י ה: אַ ביכל? (נעמט און באַטראַכט דאָס בוך). מהכתּיתי. ביכער דאַרף מען לײענען… פֿון ביכער װײסט מען אַלץ, װאָס אַף דער װעלט טוט זיך, סײַ אַפֿן הימל, סײַ אַף דער ערד. נאָר װאָס דען? אײן זאַך פֿאַר־ פֿ ו ן צ װ ײ װ ע ל ט ן 317 שטײ איך נישט: מיט ביכלעך קאָן מען, דאַכט מיר, טרעפֿן גלײַך אין שטוב אַרײַן. צו װאָס שפּאַנען איבער אַ פּלױט, װי אַ יװן אין סוכּה?… צי אפֿשר איז דאָס אַזאַ סחורה, װאָס האָט מורא פֿאַר אַ גוט־אױג?… פֿון די גוטע ביכלעך, װאָס מע דאַרף זיך מיט זײ באַהאַלטן אַפֿן בױדעם?
ח װ ה: (נעמט־צו דאָס ביכל). ס'איז דװקא אַ לעגאַל ביכל און מע מעג עס לײענען ― ס'איז פֿון גאָרקין.
ט בֿ י ה: (מאַכט־צו אײן אױג). פֿון גאָרקען? װער איז געװען דער גאָרקע?
ח װ ה: מאַקסים גאָרקי ― אַ שרײַבער אַ רוסישער… דער צװײטער פֿון טאָלסטאָי, פֿונעם גראַף טאָלסטאָי, װאָס זײַן פּאַרטרעט הענגט באַ אונדז אַף דער װאַנט…
ט בֿ י ה: אַ? אָט אַ יענער גראַף טאָלסטאָי, װאָס זאָגט, אַז מע שטעקט דיר אָפּ אַ פּאַטש אין אײן באַק, זאָלסטו זאָגן ײשר־כּוח, דערלעבט איבער אַ יאָר ― און אונטערשטעלן די אַנדערע באַק?… און װאָס דרשנט ער, אָט דער דאָזיקער מאַקסים דײַנער? װי אַזױ הײסט ער ― גאָרקע?
ח װ ה: חוזק קאָנסטו מאַכן, טאַטע, פֿון װעמען דו װילסט, נאָר נישט פֿון אַזעלכע מענטשן, װי דער גראַף טאָלסטאָי אָדער גאָרקי… מאַקסים גאָרקי איז אַ מענטש, װאָס זײַן נאָמען לאָזט זיך הערן װײַט, זײַנע ביכער װערן איבערגעזעצט און געלײענט אומעטום. אַלצדינג, װאָס ער איז דערגאַנגען, איז ער דערגאַנגען פֿון זיך אַלײן, אין ערגעץ נישט געלערנט… אַ פּראָסטער מענטש, נאָר אַ גרױסער מענטש… אָט האָסטו זײַן פּאַרטרעט. (טראָגט־צו דעם פֿאָטער דאָס ביכל, װײַזט אים אַפֿן בילד).
ט בֿ י ה: (שטעלט־אַװעק דעם עמער, װישט־אָפּ די הענט אָן דער פּאָלע, נעמט דאָס ביכל, קוקט אַפֿן בילד מיט אײן אױג צוגעמאַכט, װי אַ מבֿין). פּסס! אַ גדול! (שאָקלט מיטן קאָפּ, פֿאַרבײַסט אַ ליפּ). טאַקע גאָר פֿון די גדולים!… װי אין פּסוק שטײט: ה י ד י ם י ד י ע שׂ ו ― אַ פּלײצע אַביסל! נו־נו! װי קאָן גאָר אַ ייִד אַזױ אױסװאַקסן? װוּ װעט זיך באַ ייִדן נעמען אַזאַ פּלײצע מיט אַזעלכע ידים?… (פּױזע). נאָר װײסטו, װאָס איך װעל דיר זאָגן, טאָכטער? מיר דאַכט זיך, אַז ער איז מיר עפּעס זײער קענטלעך! איך װאָלט געמעגט שװערן, אַז איך האָב אים געזען, אָט דעם נפֿש!
ח װ ה: װוּ האָסטו אים געקאָנט זען?
ט בֿ י ה: װוּ ― געדענק איך שױן נישט אַקוראַט. נאָר אױב איך האָב קײן טעות נישט, איז אָדער באַ דער באַן טראָגן זעק, אָדער אין װאַלד שלעפּן קלעצער…
ח װ ה: (נעמט־צו באַם פֿאָטער דאָס ביכל, באַהאַלט עס צוריק אונטערן קאַרסאַזש). קומט־אױס נאָך דײַנע רײד, אַז טראָגן זעק, אָדער שלעפּן קלעצער, איז אַ בזיון? און דו אַלײן, טאַטע, פֿלעגסט נישט שלעפּן קײן קלעצער?… 318 ש ל ו ם ע ל י כ ם
ט בֿ י ה: נישט הײַנט געדאַכט, פֿאַר װאָס נישט? (לאָזט־אַראָפּ מיטן שטריק דעם עמער אין ברונעם).
ח װ ה: און איצט האָרעװעסטו נישט? און מיר אַלע האָרעװען ניט? (קוקט װי דער פֿאָטער פֿאַרװאַרפֿט דעם שטריק מיטן עמער אין װאַסער).
ט בֿ י ה: דאָס איז אַ באַזונדערע זאַך, קינדעניו! דערױף איז פֿאַראַן אַ פּסוק אַ בפֿירושער, פֿאַרשטײסטו מיך, אין דער תּורה: ב ז י ע ת אַ פּ י ך תּ א כ ל ל ח ם ― דאָס שטיקל ברױט דאַרף מען פֿאַרהאָרעװען, אומזיסט גיט קײנער נישט… נאָר װאָס דען? נישט דאָס האָב איך דיר געװאָלט זאָגן… געװאָלט האָב איך פֿרעגן באַ דיר, זאָלסט מיר זאָגן, װאָס פֿאַר אַ באַקאַנטשאַפֿטן פֿירט איר עס? און װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז מיט טבֿיהס טעכטער, אײגנטלעך, אַזאַ כאַם?
ח װ ה: (אַ טריט צוריק). פֿאַר װאָס קומט אים אַזאַ נאָמען? דו קענסט אים?
ט בֿ י ה: (ציט די שטריק מיטן עמער פֿון ברונעם). װאָס דען איז ער? מר־בר־רב־אַשיס אַן אײניקל? רב כװעדקע ברב מיקיטע גאַלאַגאַן ― אַ קלײניקײט! אַזאַ גױ אַ יאַבעדניק, װי מיקיטע, װאָס קומט־אַרױס פֿון סאַמע מיוחסים… דער זײדע טערענטי עליו השאָלעכץ געװען אַ שיכּור הגדול הגיבור והנורא און געשלאָגן דאָס װײַב דרײַ מאָל אַ װאָך, און דער עלטער־זײדע עליו הפּאָקרישקע איז געזעסן יומם וליל און אַכטונג געגעבן אַף די חזירים…
ח װ ה: (פֿאַרדראָסיק, נאָר האַלט זיך אײן). דו אַלײן זאָגסט װיפֿל מאָל, אַז דער עיקר איז דער מענטש אַלײן, נישט דער ייִחוס, פֿון װאַנען ער שטאַמט… סע שטײט געשריבן, זאָגסטו, אַז אַלע מענטשן קומען־אַרױס פֿון אײן טאַטן, און אַז אײן גאָט האָט זײ באַשאַפֿן, און קומט צו עפּעס…
ט בֿ י ה: (שטעלט־אַװעק דעם אָנגעשעפּטן עמער װאַסער אַף דער הילצערנער צאַמרינע פֿון ברונעם). ע, נאַרעלע, װײסטו דאָך גאָרנישט װאָס דו רעדסט. דאָס איז עפּעס אַ נ ד ע ר ש , און דאָס איז װ י ד ע ר עפּעס אַנדערש. באַ גאָט זײַנען טאַקע אַלע אַלץ אײנע מיוחסים. נאָר װאָס דען? װאָס צו גאָט איז צו גאָט, און װאָס צו לײַטן איז צו לײַטן, װי דער מדרש זאָגט…
ח װ ה: (לאָזט אים נישט ענדיקן). אַף אַלצדינג איז באַ דיר פֿאַראַן, טאַטע, אָדער אַ מדרש, אָדער אַ פּסוק, אָדער װי אַזױ נאָך הײסט עס דאָרט באַ דיר… װאָס פֿאַר אַ פּסוק װעסטו מיר אױסזוכן דערױף, װאָס אָט האָט גאָט באַשאַפֿן אַזאַ װעלט, אַזאַ שײנע װעלט (װײַזט מיט די הענט אַרום זיך), און אַזאַ גרױסע װעלט, און מענטשן קאָנען זיך נישט אײַנטײלן. דער זאָגט: צוליב מיר האָט גאָט באַשאַפֿן די װעלט, און דער זאָגט ― צוליב אים. דער באַרימט זיך, אַז זײַן גאָט איז דער אמתער, און דער זאָגט: נײן, מײַן גאָט איז דער אמתער!…
ט בֿ י ה: (פֿאַרשטעלט זיך די אױערן). טע־טע־טע! פֿילאָזאָפֿיע! פֿ ו ן צ װ ײ װ ע ל ט ן 319 פּידרעך! נעכטיקע טעג! אַפֿן הימל אַ יריד! הקיצור, נישט איך װעל דיך, נישט דו װעסט מיך איבערשפּאַרן, װי אין חומש שטײט געשריבן: כּ ל ע ו ר ב ל מ י נ ה ו ― איטלעכער װעט בלײַבן באַ זײַן משוגעת… װוּ־זשע האַלטן מיר, ברוך מזכּיר נשמות? יאָ! באַ דעם האַלטן מיר, אַז פֿאַרן רבונו־של־עולם זײַנען אַלע מענטשן גלײַך. ל י ה ש מ י ם ו ל י ה אָ ר ץ ― ייִדן און, להבֿדיל, גױים ― אַלע גלײַך. נאָר דאָס װײסטו, אַז די תּורה האָט אונדז אָנגעזאָגט, אַז מיר זאָלן ליב האָבן אַלע מענטשן, נאָר עמלקן זאָלן מיר געדענקען?!…
ח װ ה: אַקעגן װאָס זאָגסטו דאָס, טאַטע?
ט בֿ י ה: אַקעגן דעם, װאָס איך זיץ צװישן גױים אַזױ פֿיל יאָר, דער סטאַרשינאַ װעט פֿאַר מיר קײן זאַק באָרשט נישט אַװעקגעבן, און דער סטאַראָסטאַ ― יענער איז נאָך מיר גאָר די כּפּרה. אַיאָ? פֿונדעסטװעגן, לאָז גאָט היטן באַ אַ שׂימחה, איך מײן באַ אַ פּאָגראָם, װײס איך נישט אױב עס װעט זיך נישט פֿאַרװאַלגערן באַ זײ אין בוזעם אַ פּאָר שטײנער פֿון מײַנעטװעגן…
ח װ ה: צו װאָס אַזעלכע טרױעריקע געדאַנקען?
ט בֿ י ה: איך האָב מיך דערמאָנט אָן מענדל װערעביװקער, װאָס פֿאַר אַ סוף ער האָט געהאַט. (נעמט אָן די טאָכטער פֿאַר אַ האַנט). האָרך נאָר אױס, חװה, װאָס איך װעל באַ דיר פֿרעגן…
ח װ ה: װאָס װעסטו פֿרעגן?
ט בֿ י ה: נאָר זאָלסט מיר זאָגן אַקוראַט, נישט װי פֿאַר אַ טאַטן, נאָר װי פֿאַר אַ גוטן פֿרײַנט, װאָס האָט דיך ליב און זײַן אײנציקער װוּנטש איז דיך צו זען גליקלעך…
ח װ ה: (שטאַרק אומרויִק). צו װאָס אַזאַ לאַנגע פֿאָררעדע?
ט בֿ י ה: (נעמט זיך באַ דער באָרד). װי װאָלט געװען, למשל, װען איך קום צו דיר און זאָג דיר: טאָכטער לעבן! טו פֿון מײַנעטװעגן אַ זאַך, װאָס דיר קאָן דערפֿון נישט אַרױסקומען קײן רעה און מיר װעט דאָס זײַן די גרעסטע טובֿה ― װאָלסטו עס מיר געטאָן, צי נײן?
ח װ ה: געװיס יאָ…
ט בֿ י ה: און אַז ס'זאָל זיך דיר מאַכן טאָן אַ זאַך, װאָס קאָן אַװעקהרגענען דעם טאַטן, װאָלסטו דאָס געטאָן?
ח װ ה: געװיס נישט…
ט בֿ י ה: װיבאַלד אַזױ (פֿרײלעך), הײַנט װאָס האָבן מיר נאָך צו שמועסן? װיבאַלד אַזױ, איז ל א אָ מ ר כּ ל ו ם ― האָט קלים גאָרנישט געזאָגט!… נישט איך האָב דיך געפֿרעגט, נישט דו האָסט מיר געענטפֿערט… און װי אין פּסוק שטײט: ו י ש כּ ח ה ו ― מאַכט רש″י: „נע בולאָ ניקאָלע או מיקאָלע“… חבֿר װי געװעזן!… (ציט איר אױס זײַן האַנט. חװה נעמט באַ אים די האַנט מאַשינאַל. ער כאַפּט דעם עמער װאַסער און לאָזט זיך צו דער שטאַל־צו. חװה איז געבליבן שטײן און קוקט אים נאָך, ביז ער װערט פֿאַרשװוּנדן. זי לאָזט זיך גײן גלײַך װי צו אים און קערט זיך אָבער אום צוריק).
ח װ ה: (אַ מאַך מיט דער האַנט, צו זיך אַלײן, אַנטשלאָסן). נו! מיר′ן נאָך זעען!… (זי לאָזט זיך צו דער שטוב צו).
פֿ אָ ר ה אַ נ ג.
ענדע פֿונעם צװײטן אַקט.
דריטער אַקט ע ר ש ט ב י ל ד.
(באַם װאָלאָסטנאָי שרײַבער מיקיטאַ גאַלאַגאַן אין הױף ― קאָנטורן פֿון אַ שטוב. עס דאַרף צו זײַן פֿאַרענדערט פֿון דער דעקאָראַציע װאָס אין צװײטן אַקט דערמיט, װאָס אָנשטאָט דעם ברונעם קאָן זײַן אָדער אַ בױם מיט אַ בענקל אַרום בױם, אָדער אַ סטורדע הײ מיט הראַבלעס אָנגעװאָרפֿן, אָדער שטײנער, אָדער לײם־ציגל, אַרום װעלכע מע קאָן זיצן צוגעשפּאַרט און רײכערן ליולקעס. ― די דעקאָראַציע פֿונעם ערשטן בילד פֿון דריטן אַקט באַדאַרף זײַן צונױפֿגעשטעלט אַזױ, אַז װי־נאָר דאָס בילד ענדיקט זיך, זאָל דער צװײטער פֿאָרהאַנג זיך אױפֿהײבן און דאָס צװײטע בילד פֿון דריטן אַקט זאָל שױן קאָנען אָנפֿאַנגען. און אַזױ װי דאָס צװײטע בילד פֿון דריטן אַקט הײבט זיך אָן שבת־צו־נאַכטס, באַ שטאַרקער פֿינצטערניש, װעלן די איבעריקע אַקסעסואַרן פֿון דער פֿריִערדיקער דעקאָראַציע קאָנען אומבאַמערקט צוגענומען װערן. ― דער הױף דאַרף זײַן מער אין דער פּערספּעקטיװ, װי אין דער װירקלעכקײט. אין דער פּרעספּעקטיװ קאָנען זײַן בײמער, װעגן, רעדער און אױך, אױב מעגלעך, געמאָלטע קי. ― אַפֿן גראָז, אָדער אַף די שטײנער, אָדער באַם הײ, זיצן צוגעשפּאַרט דער בעל־הבית פֿונעם הױף, מ י ק י ט אַ ג אַ ל אַ ג אַ ן , ד ע ר ס ט אַ ר ־ ש י נ אַ מיטן ס ט אַ ר אָ ס ט אַ און מע רײכערט ליולקעס. אָנגעטאָן איז מען יום־טובֿדיק, מיט רױטע, בלױע און גרינע גאַרטלען, מיט װײַסע און גרױע שמױסענע היטלען, כאָטש ס'איז זומער. דער סטאַרשינאַ מיטן סטאַראָסטאַ טראָגן גרױסע בלעכלעך אַפֿן האַרצן. באַ דער זײַט שטײט, מיטן היטל אין אײן האַנט און מיט אַ גרױסן שטעקן אין דער אַנדערער האַנט, דער ס אָ ט ס ק י , אױך מיט אַ בלעכל און מיט געלע האָר אַפֿן קאָפּ, קוקט מיט רעספּעקט אַפֿן
מ י ק י ט אַ ג אַ ל אַ ג אַ ן: צװײ מאָל איז ער געװען באַ מיר, דער ייִד. אײן מאָל נאָך גאַנץ פֿרי, באַלד נאָך דעם, װי מײַן װײַב האָט פֿאַרטריבן די קו אין טשערעדע, און דאָס אַנדערע מאָל שױן נאָך האַלבן טאָג ― שױן בײדע געװען, אי ער, אי זי, זײַן װײַב, הײסט דאָס. מיך געבעטן, געוױינט, געחלשט, אין די הענט מיר געקושט, איך זאָל זײ נאָר זאָגן, װוּ זײער כװאַװאַ איז?
ס ט אַ ר ש י נ אַ: נו, און דו װאָס?
מ י ק י ט אַ ג אַ ל אַ ג אַ ן: איך װאָס? גאָרנישט! איך װײס נישט! פֿון װאַנען זאָל איך װיסן? און זײ װידער אַ מאָל און אָבער אַ מאָל! פֿאַלן מיר צו די פֿיס, קושן מיר די הענט און װײנען און קלאָגן און יאָמערן… און ער, טעװל הײסט עס, װײַזט מיר אַף גאָט און אַפֿן הײליקן לעמפּל ― איך זאָל אים צולאָזן צו זײַן כװאַװאַן נאָר אַף צװײ מינוט, נאָר אַף צװײ װערטער!… טשעפּע זיך אָפּ, קלעשטש! ייִד אײַנגעגעסענער, טפֿו!… (שפּײַט אױס).
ס ט אַ ר ש י נ אַ: און דו װאָס?
מ י ק י ט אַ ג אַ ל אַ ג אַ ן: איך װאָס? גאָרנישט! טשעפּע זיך אָפּ, זאָג איך, קלעשטש װאָס דו ביסט! אײַנגעגעסענער ייִד, טפֿו!… (שפּײַט־אױס). און דאָ ציטער איך, טאָמער טוט ער אַ קוק אַרײַן אין דער צװײטער האָרניצע ― דאָרט זיצט דאָך אַקוראַט זײַן כװאַװאַ! װאָס טוט מען? זאָג איך צו זײ: איר װעט אַװעקגײן, זאָג איך, מיט גוטן ― איז גוט, אַנישט, זאָג איך, האָבן מיר אַ זאַקאָן, זאָג איך, און פּאָ־זאַקאָנו קאָן איך, זאָג איך, אַראָפּברענגען דעם אוראַדניק אַהער!… מײנט איר, ער האָט זיך איבערגעשראָקן? דרײַ אוראַדניקעס, זאָגט ער, און אַפֿילו דער גובערנאַטאָר אַלײן קאָן אים אױך גאָרנישט טאָן! װאָרעם פֿאַר זײַן קינד קאָן ער אָנשפּאַרן צום קײסער ― איר הערט װערטער? צום קײסער!…
ס ט אַ ר ש י נ אַ: (צום בעל־הבית). און איך אַף דײַן אָרט װאָלט נישט אַזױ געטאָן… טעװל איז פֿאָרט אַן אײגענער מענטש… (צום סטאַ־ראָסטאַ). האָב איך רעכט, סטאַראָסטאַ? (שפּײַט־אױס).
ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: (רײכערט). זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַר־שינאַ, טעװל איז אַן אײגענער מענטש.
ס ט אַ ר ש י נ אַ: און אַ גוטער מענטש, כאָטש ער איז אַ זשיד. האָב איך רעכט, סטאַראָסטאַ?
ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, טעװל איז אַ גוטער מענטש, כאָטש ער איז אַ זשיד.
מ י ק י ט אַ ג אַ ל אַ ג אַ ן: (צום סטאַרשינאַ). װי אַזױ־זשע דען װאָלסטו געטאָן, האָספּאָדין סטאַרשינאַ?
ס ט אַ ר ש י נ אַ: (רײכערט). איך װי אַזױ װאָלט געטאָן? איך װאָלט נישט געװאַרט, ביז ער'ט קומען צו מיר, בעטן זיך און בוקן זיך… כ'װאָלט געקומען צום ייִדן און װאָלט אים געזאָגט: הער נאָר, טעװל, אַזױ און אַזױ איז די מעשׂה. מײַן זון כװעדאָר און דײַן טאָכטער כװאַװאַ האָבן זיך פּאָליובעט און זײ מוזן זיך נעמען. און אַזױ װי מײַן זון איז אַ פּראַװאָסלאַװנער און דײַן טאָכטער נישט, באַדאַרף דײַן כװאַװאַ אָננעמען אונדזער פּראַװאָסלאַװיע… (שפּײַט־אױס). האָב איך רעכט, סטאַראָסטאַ?
ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ! כװאַװאַ מוז אָננעמען אונדזער פּראַװאָסלאַװיע! (שפּײַט־אױס). פֿ ו ן צ װ ײ װ ע ל ט ן 323
מ י ק י ט אַ ג אַ ל אַ ג אַ ן: װאָס פֿאַראַ קלוגע קעפּ איר זײַט בײדע! איר פֿאַרגעסט, אַז טעװל איז אַ ייִד און איז קלוגער פֿון אונדז אַלעמען. אײדער מיר װאָלטן זיך אַרומגעקוקט, װאָלט ער זײַן טאָכטער באַשטאַט און אַזױ פֿאַרטאַכטאָרעט, אַז דער רוח אַלײן װאָלט זי נישט געקאָנט געפֿינען! ― דערצײלן זײ מיר מעשׂיות! אומזיסט בין איך געװען אַ װאָלאָסטנאָי שרײַבער גוטע פֿינף און דרײַסיק יאָר?
ס ט אַ ר ש י נ אַ: װאָלסט נאָך איצט אױך געװען אַ װאָלאָסטנאָי שרײַבער, זאָלסט נישט געװען גראָבן, דערלאַנגען און יאַבעדען אַף דער הראָמאַדע… מיט אַ הראָמאַדע טאָר מען זיך נישט זאַטשעפּען. האָב איך רעכט, סטאַראָסטאַ?
ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ! מיט הראָמאַדע טאָר מען זיך נישט זאַטשעפּען!
מ י ק י ט אַ ג אַ ל אַ ג אַ ן: װאָס איז מיט אײַער הראָמאַדע? אָט דאָ, אין דעם קולאַק (װײַזט אַ קולאַק), איז באַ מיר אײַער הראָמאַדע!
ס ט אַ ר ש י נ אַ: רעד נאָך אַ ביסל, װעסטו זיך באַ מיר דעררעדן!… (צום סאָטסקי). ע! סאָטסקי! װוּ ביסטו?
ס אָ ט ס ק י: (גײט־צו מיט גרױס רעספּעקט). אָט דאָ בין איך, האָספּאָדין סטאַרשינאַ!
ס ט אַ ר ש י נ אַ: אַנו, טו־נאָר אַ שפּרונג צום באַטיושקאַ בלאַ־האָטשינע, װאָס דױערט עס באַ זײ אַזױ לאַנג? די זון האַלט שױן װײַט (קוקט אַרױף). מע װעט שױן באַלד קלינגען צו דער װעטשערני ― ביז װאַנען װעלן מיר דאָ זיצן? מיר האָבן נאָך צו טאָן אין װאָלאָסט אױך גענוג. האָב איך רעכט, סטאַראָסטאַ?
ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, מיר האָבן נאָך צו טאָן און צו טאָן!… (דער סאָטסקי גײט־אָפּ. עס קומט אַרױס פֿון שטוב די בעל־הביתטע, ט ע ק ל אַ , אָנגעטאָן אין אירע יום־טובֿדיקע מלבושים, מיט דער גרינער זאַפּאַסקע און רױטן קאָקאָשניק. זי הערט שיִער נישט אומגעװאַלגערט פֿונעם סאָטסקי, װאָס האָט זיך צעלאָזט אַזױ האַסטיק אַפֿן באַפֿעל פֿון זײַן נאַטשאַלסטװע).
ט ע ק ל אַ: (שפּײַט־אױס, שילט דעם סאָטסקי מיט דער תּוכחה און מיט אַ קװיטש). זאָלסט גאָר קײן גוטס נישט האָבן, דו רױטער הונט! רוק און לענד זאָלסטו ברעכן אַפֿן גלײַכן װעג! (בײַט־איבער דעם טאָן, גײט־צו זײער העפֿלעך, בוקט זיך נידעריק פֿריִער צום סטאַרשינאַ, דערנאָך צום סטאַראָסטאַ, פֿאַרגעסט נישט גריסן דעם מאַן אױך). געזונט זאָלן זײַן דער האָספּאָדין סטאַרשינאַ, דער האָספּאָדין סטאַראָסטאַ און דער האָספּאָדין כאָזיאַאין! מע האָט אײַך געלאָזט בעטן אין האָרניצע אַרײַן. עס דאַרף באַלד קומען דאָס פּאָרל פֿונעם באַטיושקאַ דעם בלאַהאָטשינע, װעלן מיר פֿון דאַנען גײן אינאײנעם אין דער צערקװע, און דערװײַלע װעט איר כאָטש נעמען צו גלעזלעך, לכּבֿוד דעם הײליקן שבת…
ס ט אַ ר ש י נ אַ: (הײבט זיך אױף, גלײַכט זיך אױס די בײנער). דאָס האָט מען שױן לאַנג באַדאַרפֿט! ס'איז הײס אין דרױסן און עס טריקנט אין גאָרגל… האָב איך רעכט, סטאַראָסטאַ?
ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: (אױפֿגעלעבט). זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, עס טריקנט אין גאָרגל. (פֿאַרהוסט זיך אַזש. אַלע גײען אָפּ צו דער שטוב צו. עס דערהערט זיך פֿון דרױסן אַ רעש פֿון אַ צוגעפֿאָרענער פֿור און אַ קול „טפּררררו!“ דערנאָך באַװײַזט זיך דאָס פּאָרל. חװה אָנגעטאָן װי אַ כּלה, מיט אַ הױכן קאָקאָשניק, אַן אױסגענײט העמד, אַ סך סטענגעס פֿון אַלערלײ קאָלירן און רױטינקע שיכלעך אַף די פֿיס. פֿעדיאַ גאַלאַגאַן ― מיט אַ בלום אין דער לאַץ. דאָס גרױע שמױסן־היטל פּאַסט זיך אים זײער צום פּנים מיט די שװאַרצע װאָנצעס).
ח װ ה: (גײט אױף צו פֿריִער, זעצט זיך צו אַפֿן בענקעלע, װאָס נעבן בױם, פֿאַרװאַרפֿט דעם קאָפּ). אוף!… איך װיל אַביסל אָפּרוען זיך אָט אָ דאָ. (עס רוקט זיך אָן דער פֿאַרנאַכט).
פֿ ע ד י אַ: (זעצט זיך נעבן איר). ביסט מיד?
ח װ ה: נישט מיד, נאָר כ'װיל אַזױ אַ ביסל זיצן… (בײגט זיך צו צו אים, שפּאַרט־אָן דעם קאָפּ אַף זײַן אַקסל. פֿעדיאַ נעמט זי אַרום, גלעט זי. ― פֿון װײַטן דערהערט זיך אַ קלינגערײַ אין די קלױסטער־גלעקער: גלין־גלין־גלאָן! גלין־גלין־גלאָן! חװה טוט זיך אַ כאַפּ־אױף). פֿעדיאַ! לאָז מיך!
פֿ ע ד י אַ: (האַלט זי צו). װאָס איז מיט דיר, עװאַ?
ח װ ה: (בעט זיך). לאָז מיך, פֿעדיאַ! לאָז מיך, טײַערער! איצט איז נאָך צײַט!… (אין דרױסן װערט פֿינצטערער און פֿינצטערער).
פֿ ע ד י אַ: װאָס צײַט? האָסט חרטה? װילסט מיך איבערלאָזן אַלײן? האָסט אַף מיר קײן קאַפּ רחמנות… איך בין באַ דיר גאָרנישט… (לאָזט זי אָפּ).
ח װ ה: נײן, נישט דאָס… דו פֿאַרשטײסט נישט. דאָס איז איבער מײַנע כּוחות!…
פֿ ע ד י אַ: װאָס איז איבער דײַנע כּוח?
ח װ ה: (הערט זיך צו, װי די גלעקער קלינגען). װי פֿאַרשטײסטו נישט? אָט דאָס אָ… אָט די אַלע צערעמאָניעס… און דאָס אָפּזאָגן זיך פֿון טאַטע־מאַמע, און פֿון אַלץ… אַך, פֿעדיאַ! װיפֿל נידערטרעכטיקײטן!..
פֿ ע ד י אַ: נאַרישקײטן! װערטער בלױז…
ח װ ה: סאַמע ליגן! ליגן און פֿאַלשקײט!
פֿ ע ד י אַ: צוליב אַזאַ הײליקן צװעק, װי אונדזער ליבע… (עס װערט נאָך פֿינצטערער).
ח װ ה: באַגײן אַ פֿאַרברעכן?… הרגענען טאַטע־מאַמע?… (פֿון שטוב באַװײַזט זיך טעקלאַ). ט ע ק ל אַ: (דרײט־אױס דעם קאָפּ אין שטוב אַרײַן). אָט זײַנען זײ אָ!… (אָפּ אין שטוב צוריק. דאָס פּאָרל כאַפּט זיך אױף).
ח װ ה: (צו פֿעדיאַן, גיט אים די האַנט). קום, פֿעדיאַ, קום, איך בין גרײט! (גײען־אָפּ בײדע אין שטוב אַרײַן. פֿון דרױסן קומען־אָן אַ גאַנצע כאַליאַסטרע פּאַרובקעס און שיקסעס, אַלע יום־טובֿדיק, אַלע מיט בלומען אין די לאַצן און אין די היטלען. אײנער פֿון די חבֿרה סקריפּעט אַף אַ פֿידל. דער אַנדערער באַראַבאַנעט אין אַ פּײַקל. די ייִנגערע פּאַרובקעס מיט די שיקסעס טאַנצן און זינגען צו): טשאָביטע, טשאָביטע װי מאָאי! טשאָם זשע װי נע ראָביטע, װי מאָאי? (זײ גײען און טאַנצן פּאָרלעכװײַז. עס װערט אַלע מאָל פֿינצטערער און פֿינצטערער. דאָס טאַנצן װערט לאַנגזאַמער און דאָס זינגען לאָזט זיך אױס מיט אַ מינאָרנע טאָן אױסגעצױגן: סאָנצע ניזענקאָ, װעטשער בליזענקאָ. ביז עס װערט שטאַרק פֿינצטער, און אַף דער בינע איז שױן נישטאָ קײנער. דעמאָלט װערט פֿאַרשװוּנדן די דעקאָראַציע פֿונעם ערשטן בילד און עס דערשײַנט די דעקאָראַציע פֿונעם צװײטן בילד פֿונעם זעלבן אַקט, װעלכער גײט אומאונטערגעבראָכן).
צ װ ײ ט ב י ל ד.
(באַ טבֿיהן אין שטוב די זעלבע דעקאָראַציע, װאָס אין ערשטן אַקט. ― שבת־צו־נאַכטס דער טיש איז נאָך געדעקט שבתדיק, מיט אַ װײַס טישטעך. צװײ מעשענע לײַכטער מיט די אױסגעברענטע בענטשליכט. צװײ קױלעטשן, איבערגעדעקט מיט אַ האַנטיכל מיט רױטע פֿרענזעלעך. עס הערשט אַ סומנע פֿינצטערניש. די שאָטנס קלעטערן אַף די װענט. עס הענגט אַף אַלץ אַ מרה־שחורהדיקע שטילקײט. עס הערט זיך שאַרף דער טיק־טאַק פֿונעם אַלטפֿרענקישן זײגער, װאָס אַף דער װאַנט. ― פֿון דער דרױסן־טיר קומט־אָן ג אָ ל ד ע פֿאַרװיקלט אין אַ שאַל, קױם װאָס מע דערקענט זי אין דער פֿינצטערניש).
ג אָ ל ד ע: (שטײט אַ װײַלע, טוט־אױס די שאַל, זיפֿצט, רעדט צו זיך אַלײן). פֿאַרשפּילט אַ קינד! פֿאַרזינדיקט!… מע לױפֿט אַרום זי זוכן… דעם נעכטיקן טאָג זוכט מען… פֿאַרפֿאַלן!.. גלײַך װי געשטאָרבן… ערגער װי געשטאָרבן, הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן…. װי טראָגט מען איבער דעם װײטיק? דעם בזיון?… (פּױזע. פֿאַרברעכט די הענט). גאָטעניו, גאָטעניו! אָדער גיב מיר אָפּ מײַן קינד, אָדער נעם מיך צו!… (טוט אַ קוק אין פֿענצטער אַרױס). אַ דונער איז מיר! שױן שטאָק־נאַכט ― צײַט מאַכן פֿײַער, זאָגן „גאָט פֿון אַבֿרהם“… (גײט־אָפּ אין קיך. עס דערהערט זיך אין גיכן פֿון דאָרט אַן אַלטע, נאָר אַן אָנגענעמע שטימע מיטן אַלטן באַהאַר־ציקטן נוסח): גאָט פֿון אַבֿרהם, פֿון יצחק און פֿון יעקבֿ! באַהיט דײַן ליב פֿאָלק ישׂראל פֿון אַלדאָס בײז! אונדזער ליבער שבת־קודש גײט אַװעק… די װאָך, װאָס גײט אַקעגן, זאָל אונדז קומען צו געזונט און צו פּרנסה, צו מזל און צו ברכה, צו גליק און צו הצלחה, צו תּורה, צו מעשׂים טובֿים און צו יראת־שמים, צו ישועות ונחמות און צו אַלעם גוטען געװען ― אָמן!
(טראָגט־אַרײַן דאָס אָנגעצונדענע לעמפּל, שטעלט עס אַװעק אַפֿן טיש. זיפֿצט). הלװאַי כאָטש אין דעם זכות פֿון שבת־צו־נאַכט, צוליב אַ פֿולער װאָך, טאָמער װעט פֿאָרט דער אײבערשטער רחמנות האָבן, טאָן אַ נס… ער, אַז ער װיל, קאָן ער!… (עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומט־אַרײַן פֿון דרױסן צײטל, אײַנגעהילט אין אַ שאַל, אַ פֿאַרשמאַכטע).
צ ײ ט ל: אַ גוטע װאָך, מאַמע! (טוט־אױס די שאַל).
ג אָ ל ד ע: אַ גוטע װאָך, אַ גוט יאָר אונדז אַלעמען! (פֿאַלט אַפֿן בענקל, ברעכט־אױס אין אַ געװײן).
צ ײ ט ל: נו, גענוג, מאַמע, גענוג. ס'איז פֿון גאָט, װי דער טאַטע זאָגט… װוּ איז דער טאַטע? נישטאָ נאָך? (גאָלדע הײבט־אױף דעם קאָפּ, װישט־אױס די אױגן).
ג אָ ל ד ע: נישט געװען פֿון דעמאָלט אָן… לױפֿט אַרום, װי אַ פֿאַרסמטע מױז, פֿון אינדערפֿרי אָן, קלאַפּט אין אַלע טירן ― אַ נעכטיקער טאָג! קאַלטע פּריפּאַרקעס!…
צ ײ ט ל: זאָג עס נישט, מאַמע. אַפֿן טאַטן איז דאָ אַ האָפֿענונג. דער טאַטע קאָן רעדן…
ג אָ ל ד ע: װאָס העלפֿט דאָס קאָנען רעדן פּױליש, אַז מע לאָזט אין הױף נישט אַרײַן?… מע דאַרף נישט מער, קינדעניו, װיפֿל א י ך האָב פֿאַר זײ אױסגעװײנט… רעדן קאָן איך נישט, װי דער טאַטע דײַנער, אָבער װ ײ נ ע ן? װײנען קאָן איך בעסער פֿון אים! נאָר װאָס, מישטײנס געזאָגט? אַ גױ פֿאַרשטײט דען ייִדישע טרערן? אַ גױ פֿילט דען אַ ייִדיש האַרץ? (װײנט נאָך אַ װײַלע, װישט די טרערן). דער בראָך איז אַזױ גרױס, צײטל, אַז איך האָב גאָר פֿאַרגעסן אַ פֿרעג טאָן, װאָס מאַכט דײַן מאָטל, און די קינדער דײַנע װאָס טוען? צ ײ ט ל: מײַן מאָטל ― װאָס זאָל ער מאַכן? ער איז קראַנק. הוסט!… די קינדער, האָב איך אָנגעזאָגט מאָטלען, ער זאָל זײ לײגן שלאָפֿן, און אַלײן האָב איך מיך געלאָזט אַהער צו־פֿוס, װײַל ס'איז נאָך געװען שבת…
ג אָ ל ד ע: אָבער צו־פֿוס?
צ ײ ט ל: און אַז דער טאַטע איז געװען הײַנט צװײ מאָל באַ אונדז אין שטעטל, און בײדע מאָל צו־פֿוס, זוכן חװהן?
ג אָ ל ד ע: צװײ מאָל געװען באַ דיר?
צ ײ ט ל: הערסט! פֿון װאַנען זשע דען װאָלט איך געװוּסט פֿונעם אומגליק?
ג אָ ל ד ע: דער קאָפּ איז מיר אַזױ דערשלאָגן, אַז איך װײס גאָר־ נישט װאָס איך רעד!… מילא איך, װי אַזױ איך װעל עס איבערלעבן ― װײסט נאָר גאָט… װי אַזױ אָבער ער, דער טאַטע דײַנער, װעט דאָס אַרי־ בערטראָגן ― איז הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן!… אַז ער לאָזט גאָרנישט װײנען! און אַלײן איז ער שװאַרץ, װי די ערד… אַז ער האָט זי אַזױ ליב געהאַט! (שלאָגט זיך מיט בײדע הענט אין קאָפּ). חװה! חװה! חװה! װאָס האָסטו געטאָן מיט אונדז?!…
צ ײ ט ל: (נעמט־אַרום די מוטער, בײדע װײנען). אָבער, מאַמע!… (עס עפֿנט זיך די דרױסן־טיר און עס קומט־אַרײַן טבֿיה. ס'איז צו זען אַז דער מענטש איז צערודערט. די האָר צעבורשעט. נאָר נישט געװײנט, געלאַסן, רויִק, פֿאַרטיפֿט אין זיך אַלײן. גאָלדע און צײטל הערן־אױף צו װײנען, װאַרטן װאָס װעט זײַן).
ט בֿ י ה: (דרײט זיך פֿריִער אַרום אַ װײַלע אַף אײן אָרט, חי צעמישט, גלײַך װי ער װאָלט עפּעס געזוכט אַרום זיך, בלײַבט שטײן, רעדט צו זיך אַלײן). נו, טבֿיה? שײן אױסגעפֿײַנט זיך!… פֿײַן ― פֿײַן!… צער גידול בנים ― אָט דאָס הײסט נחת פֿון קינדער!… (נאָך אַ קורצער פּױזע, טוט זיך אַ פֿליק באַ דער באָרד). אַלטער נאַר!… (שרײַט הױך). דו ביסט עס װערט!.. דער הונט איז װערט דעם שטעקן!… װוּ זײַנען געװען דײַנע אױגן?… (אַ פּאַטש אין שטערן). דײַן שׂכל װוּ איז געװען?… (פּױזע. רעדט שטילער). דער גאַנצער װעלט געגעבן עצות, און אַלײן װעסטו שטאַרבן אַ נאַר… (פּױזע. גײט־אַרום, פֿאַרלײגט די הענט אַהינטער, טראַכט עפּעס. דערנאָך בלײַבט ער שטײן, האַלט צוגעמאַכט די אױגן. כאַפּט זיך אױף. נאָך אַ טיפֿן זיפֿץ). נאָר אײנס צום אַנדערן געהער זיך נישט אָן. װאָס צו גאָט ― איז צו גאָט… קײן צו־להכעיסן אים טוט מען נישט און קײן ברוגזלעך מיט אים פֿירט מען נישט. ס'איז מוצאי שבת־קודש אַף דער װעלט ― דאַרף מען אים מאַכן הבֿדלה… (עפֿנט־אױף די שאַפֿע, נעמט־אַרױס דאָס קאַראַפֿינטשיקל מיט בראָנפֿן מיטן קידוש־גלעזל, דערנאָך ― די ברײטע געפֿלאָכטענע הבֿדלה, טראָגט עס צו צום טיש, גיסט־אָן דאָס קידוש־גלעזל, רעדט דערװײַל). מילא, שלש־סעודות פֿאַרשפּעטיקט ― װעט ער מוחל זײַן… און מנחה־מעריבֿ האָב איך געדאַװנט ― אַזאַ יאָר אַפֿן גלחס קאָפּ!… (צום װײַב). געדענקסטו כאָטש, גאָלדע, װי װײך ער פֿלעגט צו מיר זײַן, ימח שמו וזכרו? כאָטש צו אַ מכּה אים צו צולײגן!… און תּמיד מיט אַזעלכע זיסע רײדעלעך, אַלץ פֿאַרגנבהנען זיך הינטן־אַרום: „נאַש באָך, װאַש באָך“… קום איך איצט און צו אים (בײגט זיך צו) אַ פֿאַל צו די פֿיס, אַז ער כאַפּט מיך נישט פֿאַר אַ האַנט, הײבט מיך אױף: „אי־פֿע, זאָגט ער צו מיר, טעװל! װי קומט דאָס צו דיר, אַז דו זאָלסט זיך, זאָגט ער, אַראָפּלאָזן אַזױ נידעריק, אַ מענטש, זאָגט ער, פֿאַר אַ מענטשן?“… „באַטיושקאַ! ― זאָג איך צו אים ― עס װאַלגערט זיך, זאָג איך, פֿאַר דײַנע פֿיס נישט קײן מענטש, זאָג איך, נאָר אַ טאַטע, אַן אומגליקלעכער פֿאָטער, זאָג איך, װאָס שלעכטע מענטשן, זאָג איך, זײַנען אים באַפֿאַלן אין מיטן העלן טאָג, זאָג איך, און װילן צונעמען, זאָג איך, באַ אים אַ קינד!… (גאָלדע און צײטל באַהאַלטן די פּנימער, װײנען). דו ביסט, זאָג איך, קלאָר, באַטיושקאַ, אין אונדזערע הײליקע ספֿרים, באַדאַרפֿסטו געדענקען, זאָג איך, דאָס משל, װאָס דער נבֿיא האָט דערצײלט דװיד המלכן, זאָג איך, מיטן שעפֿעלע, װאָס באַם אָרעמאַן ― איז געקומען דער נגיד און האָט אַװעקגעלײגט דעם אָרעמאַנס שעפֿעלע“… װאָס טױג אײַך ― איך האָב אים גוט אָרײַנגערעדט! װי טבֿיה קאָן!… (פּױזע). דאַרף מען, הײסט עס, מאַכן, זאָגט איר, הבֿדלה?… (רופֿט־צו די טאָכטער, גיט איר, זי זאָל האַלטן די געפֿלאָכטענע הבֿדלה. גאָלדע גײט אױך צו נענטער, זי זאָל הערן, װי ער מאַכט הבֿדלה. ער פֿאַרשטעלט זיך מיט דער לינקער האַנט די אױגן, אין דער רעכטער האַלט ער דעם כּוס, הײבט־אָן די װערטער „הנה אל ישועתי“ דװקא גאַנץ הױך, און מיט אַ ניגון, נאָר באַלד װערט אים דאָס קול איבערגעהאַקט, מער קײן װערטער הערט מען נישט, נאָר מע זעט, אַז ער װײנט, כאָטש דאָס פּנים זעט מען נישט, װאָרעם ס'איז פֿאַרשטעלט. אַף אים קוקנדיק, װײנען שטיל אױך גאָלדע און צײטל, באַהאַלטן די פּנימער אין די פֿאַרטעכער. מע הערט נאָר, װי ער לאָזט־אױס די װערטער מיט אַ ניגון: „המבֿדיל בין קודש לחול!“… אָפּגעמאַכט די הבֿדלה און אָפּגעזופּט פֿונעם קעלישעקל, גיסט ער אױס עטלעכע טראָפּן אַפֿן עק טיש, װאָס איז אָפּגעקאַטשעט פֿונעם טישטעך, צינדט־אָן דעם אָנגעגאָסענעם בראָנפֿן מיט דער געפֿלאָכטענער הבֿדלה, טונקט־אײַן אין פֿײַער בײדע קלײנע פֿינגער, טוט מיט זײ אַ װיש די אױגן, זאָגט עפּעס בעת מעשׂה שטילערהײט, דערנאָך שטופּט ער אָן דערמיט אַלע קעשענעס אַף אַ פֿולער װאָך). אַ גוטע װאָך! אַ גוטע װאָך!
ג אָ ל ד ע און צ ײ ט ל: אַ גוטע װאָך, אַ גוט יאָר!…
ט בֿ י ה: האָבן מיר זיך מיטן רבונו־של־עולם, הײסט עס, צערעכנט: ער מיר מײַנס, איך אים זײַנס ― קװיט! אַצינד קאָנען מיר זיך אומקערן צו אונדזערע אײגענע געשעפֿטן, װי אין פּסוק שטײט: א י ש ל פֿ ע ל ו… (פּױזע). נו, גאָלדע־ברודער? װאָס זאָגסטו? האַ?…
ג אָ ל ד ע: װאָס זאָל איך זאָגן? (ברעכט די הענט).
ט בֿ י ה: (קוקט אַפֿן װײַב, װי דורך ברילן). אָט אַזױ!… נישטאָ שױן באַ אונדז מער קײן חװה!… אַן עק ― אױס חװה!… שױן נאָך אַלע היומס… כּל־זמן עס האָט זיך נאָך געשלאָגן אַן אָדער, כּל־זמן זי איז נישט אַריבערגעטראָטן אַף י ע נ ע ר זײַט, האָב איך נאָך געהאַט אַ האָפֿענונג אַף גאָט און אַף זיך… איצט, אַז זי איז שױן אַריבער אַ ה י ן ― איך װײס עס שױן אַקוראַט, טבֿיה װעט נישט זאָגן דאָס, װאָס ער װײסט נישט, ― איז פֿאַרפֿאַלן, נישטאָ מער קײן חװה! געשטאָרבן חװה!… השם נתן, השם לקח ― אַזױ מוזן מיר זאָגן, און ברוך דײן אמת! (גאָלדע און צײטל װײנען). איצט קאָנט איר װײנען… יאָ! איצט האָט איר ביד צו װײנען. נאָר נישט טבֿיה… (דאָס קול איז אים געבראָכן, עס הערן זיך טרערן). בלאָטע! טבֿיה װײנט נישט! טבֿיה איז נישט קײן ייִדענע!… און על־פּי דין באַדאַרפֿן מיר זיך זעצן שיבֿעה… אַף אײן שעה נאָר… נישט מער װי אײן שעה… אַן אַנדערער אַף מײַן אָרט װאָלט געגאַנגען אָנפֿרעגן זיך באַ אַ רבֿ. איך דאַרף נישט פֿרעגן באַ קײנעם ― טבֿיה איז נישט קלײן צו װיסן אַ דין אַלײן. װאָרעם ער װײס, אַז באַ אָט אַזאַ־נ־אומגליק באַדאַרף מען זיך אַװעקזעצן אַף דער ערד נאָר אַף אַ שעה, נישט מער װי אַף אײן שעה, און ע ד כּ א ן א ו מ ר י ם ב ש ב ת ה ג ד ו ל! אָפּגעזעסן די שעה, אױסגעװײנט זיך ― גענוג! פֿאַרגעסן! װי אין פּסוק שטײט: ו־יש־כּ־ח־הו! אָט אַזױ װי מע פֿאַרגעסט אַ טױטן! נײן! װאָס זאָג איך? ערגער װי אַ טױטן! אַ טױטן דערמאָנט מען אַמאָל… נאָך אַ טױטן זאָגט מען קדיש, מע האָט יאָרצײַט… דאָ ― איז נישט שײַך קײן קדיש, נישט קײן יאָרצײַט. גאָרנישט! חװה לא יזכר ולא יפּקד! (גאַנץ הױך). אַזעלכע קינדער זײַנען נישט װערט קײן טרער! אַזעלכע קינדער טאָרן נישט דערמאָנט װערן, נישט צו גוטן, נישט צו בײזן ― ל א י ז כ ר ו ל א י פּ ק ד! איר הערט, װאָס איך זאָג אײַך? (נאָך העכער). דער נאָמען חװה זאָל מיר נישט דערמאָנט װערן מער!… געשטאָרבן חװה! ערגער װי געשטאָרבן! חװה איז גאָר קײנמאָל אַף דער װעלט נישט געװען!… (זעצט זיך אַװעק אַף דער ערד, ציט־אַראָפּ אײן שטיװל. אַף אים קוקנדיק, זעצן זיך אַװעק אױך דאָס װײַב און די טאָכטער, װאָס ברעכן־אױס אין אַ געװײן. טבֿיה, זיצנדיק אין אײן שטיװל, טוט זיך מיט אַ מאָל אַ כאַפּ־אָן מיט בײדע הענט באַם קאָפּ, קוקט אַרױף און רופֿט־אױס גאַנץ הױך, װי ער בײַ־זערט זיך). גאָט! גאָט! גאָט! װוּ ביסטו, גאָט?!…
ה אַ ס ט י ק פֿ אַ ל ט ד ע ר פֿ אָ ר ה אַ נ ג.
ענדע פֿון דריטן אַקט. (די זעלבע דעקאָראַציע, װאָס אין דריטן אַקט, צװײטן בילד. ― אַ פֿרימאָרגן.
ש ל מ ה ל ע און ש ײ נ ד ע ל ע , װאָס זײַנען נאָר־װאָס אױפֿגעשטאַ־ נען, שפּילן זיך אין אײנע העמדלעך מיט דער קאַץ).
ש ל מ ה ל ע: לאָז אָפּ די קאַץ, שײנדעלע!
ש ײ נ ד ע ל ע: װאָס עפּעס, שלמהלע?
ש ל מ ה ל ע: לאָז אָפּ, זאָג איך!
ש ײ נ ד ע ל ע: פֿאַר װאָס?
ש ל מ ה ל ע: אַזױ…. איך האָב מיך דערמאָנט, דער זײדע זאָגט, אַז אַ קאַץ טאָר מען נישט מוטשען ― ס'אַ צער בעלי־חײם.
ש ײ נ ד ע ל ע: װאָס הײסט עס „שערבעלע חיה“?
ש ל מ ה ל ע: נישט שערבעלע חיה, נאָר צער בעלי־חײם.
ש ײ נ ד ע ל ע: װאָס־זשע הײסט עס?
ש ל מ ה ל ע: ס'הײסט, זאָלסט דאָס אָפּלאָזן, אַנישט װעט דיך גאָט שטראָפֿן און דו װעסט שטאַרבן!
ש ײ נ ד ע ל ע: (לאָזט־אָפּ די קאַץ). אַזױ װי דער טאַטע איז געשטאָרבן?
ש ל מ ה ל ע: אַזױ װי דער טאַטע איז געשטאָרבן און אַזױ װי די באָבע איז געשטאָרבן.
ש ײ נ ד ע ל ע: נו, און די מומע חװה פֿאַר װאָס רעכנסטו נישט?
ש ל מ ה ל ע: די מומע חװה איז נישט געשטאָרבן. די מומע חװה איז ערגער װי געשטאָרבן…
ש ײ נ ד ע ל ע: װאָס הײסט עס ערגער װי געשטאָרבן?
ש ל מ ה ל ע: נישט דײַן עסק ― שװײַג!
ש ײ נ ד ע ל ע: (בלאָזט זיך אָן). פֿאַר װאָס זאָל איך שװײַגן?
ש ל מ ה ל ע: אַזױ. דער זײדע האָט געהײסן שװײַגן.
ש ײ נ ד ע ל ע: פֿאַר װאָס האָט ער געהײסן שװײַגן?
ש ל מ ה ל ע: אַזױ האָט ער געװאָלט.
ש ײ נ ד ע ל ע: פֿאַר װאָס האָט ער געװאָלט?
ש ל מ ה ל ע: ע! ביסטו דאָך אַ קלעשטש! טאָ נאַ זשע דיר! (דערלאַנגט איר אַ זעץ, זי אים צוריק. עס קומט־אָן צ ײ ט ל ).
צ ײ ט ל: שױן? אַ מלחמה צוױשן אײַך? אַ, נישט געדאַכט זאָלט איר װערן ― אַפֿן ניכטערן האַרצן? גײט אָנטאָן זיך, װעל איך אױסרױמען דעם הקדש און דערנאָך אײַך געבן אָנבײַסן! (שלמהלע און שײנדעלע גײען־אָפּ אין זײַטיקן חדר. צײטל בלײַבט און נעמט זיך רױמען די שטוב). װער װאָלט זיך דאָס געקאָנט ריכטן, אַז אין אַזאַ קורצער צײַט זאָל װערן אַזאַ מין איבערקערעניש אין אַ שטוב! אַזאַ תּל פֿון אַ גאַנצער משפּחה!… אַ צאָרן פֿון גאָט! איובֿס צרות, װי דער טאַטע זאָגט… דעם ערשטן פּעטשאַטעק האָב געמאַכט איך: צו אײן־און־דרײַסיק יאָר געבליבן אַן אַלמנה מיט צװײ קינדער פּיסקליאַטעס־יתומים אַפֿן טאַטנס קאָפּ… און די מאַמע האָט גענומען און איז אַװעקגעשטאָרבן, נישט געקאָנט צוזען דעם צער פֿונעם טאַטן, װאָס חװה האָט אים אַװעקגעקױלעט אָן אַ מעסער… (פּױזע). אױ, חװה! חװה! האָסט גענומען און האָסט זיך אַלײן באַגראָבן אַ לעבעדיקע און האָסט אונדז אַלעמען דעם קאָפּ אַראָפּגענומען, חרובֿ געמאַכט אַ גאַנצע סעמײסטװע… (נעמט זיך פֿאַרקערן דאָס לעצטע ביסל מיסט. ― פֿון דער דרױסן־טיר קומט אָן ט בֿ י ה מיט אונטערגעשטעקטע פּאָלעס, װי אַלע מאָל, בעת ער האַלט אין דער אַרבעט. אין אױסזען האָט ער זיך שטאַרק פֿאַרענדערט: גרױ װי אַ טױב, די פֿריִער־אונטערגעהאַקטע פּאות זײַנען אַביסעלע לענגער געװאָרן, נאָר די אױגן שמײכלען, װי פֿריִער).
ט בֿ י ה: אָנגעפּאָיעט דאָס פֿערדל מיט די בהמהלעך, קאָן מען שױן אַ טראַכט טאָן װעגן זיך אױך, װי מיר זאָגן אין דאַװנען: כּ ל ז מ ן ש ה נ ש מ ה ב ק ר ב י. אַ געדאַװנטער בין איך שױן, אַ געגעסענער אױך, איצט דאַרף מען געבן אַ פֿאָר־אַרױס קײן בױבעריק מיטן ביסל סחורה, קעז און פּוטער און שאָר ירקות. נעם, צײטל, קלײַב־צונױף דאָרט אין קעלער װאָס גאָט האָט געגעבן, דאָס גאַנצע ביסל גוטס. איכ'ל דערװײַל אַרײַנכאַפּן אַ קאַפּיטל תּהלים, װעט דאָס זײַן װי געפֿונען… (צײטל גײט־אָפּ דורך דער דרױסן־טיר. טבֿיה זעצט זיך אַװעק צום טיש מיט אַ תּהלים, װעלכן ער האָט אַרױסגעצױגן פֿונעם טיש־קעסטל, צעשאָקלט זיך און זינגט שטיל אונטער דער נאָז, נאָר ער לאָזט־אױס מיט אַ ניגון און הױך). „אַשרי כּל חוסי בו!“ (עס קומט־אָן צײטל מיט אַ צעשראָקן פּנים).
צ ײ ט ל: טאַטע! דער סטאַרשינאַ מיטן סטאַראָסטאַ מיט עפּעס נאָך גױים גײען אַהערצוצו…
ט בֿ י ה: ערשטנס, פֿון װאַנען װײסטו, אַז אַהער? און דאָס אַנדערע ― װאָס האָסטו זיך אַזױ דערשראָקן? מיט גנבֿהשע פֿערד האַנדל איך נישט? דעם קײסער זאַטשעפּע איך נישט?… װאָס קאָנען מיר טאָן די גױים, אַז מיר האָבן אַזאַ גרױסן גאָט? װי אין תּהלים שטײט געשריבן: מ ה י ע שׂ ה ל י אָ ד ם?… (עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומען־אַרײַן גוײם. צװישן זײ דער סטאַרשינאַ מיטן סטאַראָסטאַ מיטן סאָטסקי ― אַלע דרײַ מיט בלעכלעך. די גוײם טוען־אױס די היטלען. טבֿיה בלײַבט אין היטל, נאָר ער מאַכט־צו דעם תּהלים, שטײט־אױף און איז מקבל־פּנים די געסט מיט אַ פֿרײַנטלעך שמײכל. דער סאָטסקי מיטן לאַנגן שטעקן בלײַבט שטײן באַ דער טיר).
ס ט אַ ר ש י נ אַ: געזונט זאָל זײַן טעװל!
ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: (און נאָך אים אַלע גוײם, אױסער דעם סאָטסקי). אַ געזונט, טעװל!
ט בֿ י ה: אַ געזונט אַף אײַך אַלעמען, אַף דער גאַנצער הראָמאַדע. װאָס װעט איר זאָגן גוטס? און װאָס הערט זיך עפּעס נײַס אַף גאָטס װעלט? (אַלע גוײם קוקן אַפֿן סטאַרשינאַ).
ס ט אַ ר ש י נ אַ: נײַס? װאָס אַף דער װעלט טוט זיך װײסטו בעסער פֿון אונדז. דו ביסט אַ גראַמאָטנער און פֿאָרסט־אַרום טאָ הין, טאָ הער. און דערצו ביסטו אַ ייִד, און ייִדן װײסן אַלץ! (צום סטאַראָסטאַ). האָב איך רעכט, סטאַראָסטאַ?
ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, ייִדן װײסן אַלץ!
ט בֿ י ה: סע קאָן זײַן, אַז מיר װײסן אַ סך, נאָר נישט אַלץ. אַלץ װײסט נאָר אָט אַ יענער אָ! (װײַזט אַרױף). װאָס־זשע פֿאָרט װעט איר זאָגן גוטס? (אַלע גוײם קוקן צום סטאַרשינאַ).
ס ט אַ ר ש י נ אַ: גוטס האָבן מיר דיר צו זאָגן, טעװל, װינציק… מיר זײַנען געקומען דיר זאָגן, אַז מע שיקט דיך אַרױס פֿון דאַנען… נישט מיר ― דאָס האָט די גאַנצע הראָמאַדע אַזױ געװאָלט… װאָס זאָגסטו, סטאַראָסטאַ?
ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ! די הראָמאַדע האָט אַזױ געװאָלט…
ט בֿ י ה: פֿאַר װאָס, אַ שטײגער? מיט װאָס האָב איך זוכה געװען אַזאַ כּבֿוד באַ אײַער הראָמאַדע? דאַכט זיך, איך האָב אין די העכער פֿופֿציק יאָר, װאָס איך זיץ מיט אײַך, קײנעם נישט באַגנבהט, אָדער באַגזלט, אָדער אָפּגענאַרט, אָדער אַזױ באַלײדיקט…
ס ט אָ ר ש י נ אַ: װער זאָגט דאָס דען? קײנער זאָגט דאָס נישט! נאָר הראָמאַדע האָט זיך אַרומגעזען, אַז פֿון אַלע דערפֿער שיקט מען אַרױס די ייִדן… װאָס זאָגסטו, סטאַראָסטאַ?
ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, פֿון אַלע דערפֿער שיקט מען אַרױס די ייִדן…
ט בֿ י ה: מער נישט? און אַז אין אַלע דערפֿער װעלן זיך די גױים אָפּשנײַדן די נעזער, װעט איר אײַערע נעזער אױך געבן שנײַדן? (אַלע גוײם קוקן צום סטאַרשינאַ).
ס ט אַ ר ש י נ אַ: ביסט אַ טשודאַק, טעװל! ס'זאָל זײַן געװענדט אָן מיר, װאָלסטו דאָ געמעגט זיצן און זיצן ביזן טױט אַפֿילו… װאָס זאָגסטו, סטאַראָסטאַ?
ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ! ער װאָלט דאָ געמעגט אַפֿילו שטאַרבן!
ט בֿ י ה: מוחל! שטאַרבן שטאַרב שױן בעסער דו, אָדער דער סטאַרשינאַ! איר זײַט גױים מיט טשינעס, מיט בלעכלעך, אײַך װעט מען באַגראָבן מיט פּאַראַד… און מיך װעט מען דאַרפֿן פֿירן אין שטאָט אַרײַן, װאָרעם דאָ איז דאָך נישטאָ קײן ייִדישער בית־עולם… נײן, איך מוז נאָך לעבן, אַזױ לאַנג די ערד האַלט מיך, װאָרעם גאָט האָט מיך געבענטשט מיט קלײנע קינדער יתומים אַף דער עלטער… און װוּהין װעל איך זיך מיט זײ אַהינטאָן? סײַדן נעמען אַ טאָרבע און גײן איבער די הײַזער? פֿאַר װאָס קומט עס מיר?… (נאָך די פּנימער פֿון די גוײם איז צו באַמערקן, אַז זײ זײַנען גערירט פֿון זײַנע װערטער). און נאָך אַ זאַך דאַרפֿט איר געדענקען ― אַז ס'איז פֿאַראַן אַ גאָט אַף דער װעלט… איך זאָג נישט א ו נ ד ז ע ר גאָט, א ײַ ע ר גאָט ― איך רעד פֿון יענעם, פֿון אונדזער אַ ל ע מ ע נ ס גאָט, װאָס זיצט אָט דאָרט אױבן און קוקט־אַראָפּ אַהער אונטן און זעט אַלע פּאָדלאָסטן, װאָס װערן אָפּגעטאָן באַ אונדז, און פֿאַרשרײַבט דאָס אַלצדינג צו זיך אין בוך אַרײַן, װי אין די הײליקע ספֿרים שטײט געשריבן… (די גוײם קוקן זיך איבער, שאָקלען־צו מיט די קעפּ).
ס ט אַ ר ש י נ אַ: (זיפֿצט). ביסט אַװדאַי זײער גערעכט, טעװל, ביסט גערעכט, װי גאָט אַלײן. נאָר װאָס קאָנען מיר טאָן? קעגן דעם װילן פֿון דער הראָמאַדע קאָן מען נישט גײן, װען דו זאָלסט אַפֿילו אַװעקשטעלן דרײַ עמער בראָנפֿן! װאָס זאָגסטו, סטאַראָסטאַ?
ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, אַפֿילו דרײַ עמער בראָנפֿן!…
ט בֿ י ה: (טראַכט אַ װײַלע). װײסט איר זשע, װאָס איך װעל אײַך זאָגן? שאַ! אָט װעלן מיר באַלד װיסן, װאָס מיר זאָלן טאָן. איר זאָגט, אַז דאָס איז דער װילן פֿון דער הראָמאַדע? דער װילן פֿון דער הראָמאַדע איז אַװדאַי הײליק. באַ אונדז איז אױך אַזױ: אַז קהל װיל, איז פֿאַרפֿאַלן. די מעשׂה איז אָבער די, װאָס דער װילן פֿון גאָט איז נאָך הײליקער. װאָס קומט־אַרױס, װאָס קהל װיל, אַז גאָט װיל נישט? סײַדן, גאָט אַלײן הײסט, אַז איר זאָלט נעמען אַ מענטשן אומזיסט־אומנישט און צעברעכן אים אַף שטיקלעך… אױב אַזױ, װעלן מיר פּרוּװן. מיר'ן עס באַלד װיסן… (אַלע גוײם קוקן אַפֿן סטאַרשינאַ).
ס ט אַ ר ש י נ אַ: װי אַזױ װעלן מיר דאָס װיסן?
ט בֿ י ה: װי אַזױ מיר'ן דאָס װיסן? מיר'ן װאַרפֿן גורל. (לײגט־אַװעק די האַנט אַפֿן תּהלים). אָט דעם ספֿר זעט איר? ס'איז אונדזער תּהלים. „פּסאַלטיר“ הײסט דאָס באַ אײַך… אַ הײליקער ספֿר… װעל איך אײַך זאָגן אַ װאָרט, אײן װאָרט נאָר, אַרױסגענומען פֿונעם דאָזיקן הײליקן בוך. איז אױב עמעצער פֿון אײַך װעט מיר קאָנען נאָכזאָגן דאָס דאָזיקע װאָרט, איז אַ סימן, אַז הראָמאַדע איז גערעכט, און אַז נישט ― איז אַ סימן, אַז גאָט הײסט נישט, איר זאָלט מיר שלעכטס טאָן… גײט עס? (אַלע גוײם קוקן אַפֿן סטאַרשינאַ).
ס ט אַ ר ש י נ אַ: װאָס אַ ייִד קאָן צוטראַכטן, װעלן קײן צען גױים דערױף נישט פֿאַלן, זײ מעגן האָבן איטלעכער באַזונדער אַ קאָפּ, װי אַ פֿאַס די גרױס! װאָס זאָגסטו, סטאַראָסטאַ?
ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, אַ קאָפּ, װי אַ פֿאַס די גרױס!…
ס ט אַ ר ש י נ אַ: װאָס־זשע איז דאָס פֿאַר אַ װאָרט באַ דיר אַזעלכעס, טעװל? לאָמיר האָרכן.
ט בֿ י ה: גיב־זשע מיר אַ האַנט. (ציט־אױס דעם סטאַרשינאַ די האַנט. יענער דערלאַנגט אים אַ האַנט, אָבער מיט אַזאַ כּוח, אַז טבֿיה פֿאַרקרימט זיך אַזש און טוט אַ זאָג אין אַ זײַט). נו, אַ יד באַ דעם ערל ― זי מעג אים אָפּדאַרן!… (צום סטאַרשינאַ). געדענקט־זשע און הערט זיך אײַן אַלע מיט קאָפּ ― איך זאָג אײַך דאָס װאָרט: ו ח ל ק ל ק ו ת!… (די גוײם קוקן זיך איבער, רירן מיט די ליפּן).
ס ט אַ ר ש י נ אַ: נײן, טעװל, צו גיך! צו ראַשיק! עס קומט־אױס באַ דיר כאַל־כאַל־כאַל, עפּעס אַזױ װי אַ קאַלב װערגט זיך… װאָס זאָגסטו, סטאַראָסטאַ?
ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, אַ קאַלב װערגט זיך…
ט בֿ י ה: אױב אַזױ, װעל איך אײַך זאָגן אַן אַנדער װאָרט. (בלע־טערט דעם תּהלים), זאָגט מיר דאָס װאָרט: מ מ ע מ ק י ם… (דער סטאַרשינאַ, דער סטאַראָסטאַ, אַלע גוײם, אױסער דעם סאָטסקי, שטרענגען אָן אַלע כּוחות, רירן מיט די ליפּן. ― פֿון צװײטן זײַטיקן צימער שטעקט־אַרױס דעם קאָפּ צײטל, רעדט צום פֿאָטער).
צ ײ ט ל: טאַטע! עס גײט אַהער דער אוראַדניק מיטן װאָלאָסטנאָי שרײַבער זאָזוליאַ! (אָפּ צוריק, לאָזט די טיר אַ ביסל אָפֿן און קוקט־אַרײַן מיט אײן אױג).
ט בֿ י ה: ברוך הבא, נײַע געסט! ו י בֿ ו א ה מ ן ― מאַכט רש″י: דער רוח האָט זײ געבראַכט… (ער טוט־אױס דאָס היטל. עס קומט אַרײַן ברײט, װי אַ גובערנאַטאָר, דער א ו ר אַ ד נ י ק אין זײַן גאַנצער אוניפֿאָרם, נאָך אים ― דער יונגער שרײַבער פֿון װאָלאָסט, ז אָ ז ו ל י אַ, מיט אַ גרױסן פּאָרטפֿעל).
א ו ר אַ ד נ י ק: (פֿאַרנײגט זיך קױם־קױם פֿאַרן סטאַרשינאַ מיטן סטאַראָסטאַ. דער סאָטסקי ציט זיך אױס, װי אַ סטרונע, און װערט פֿאַרשטאָרבן, אַלע גוײם בלײַבן פֿאַרגאַפֿט). ע־ע־ע… װוּ איז דאָ דער… דער… דער ייִד טעװעל?
ט בֿ י ה: (טרעט־אַרױס גאַנץ דרײסט). דאָס בין איך אָט יענער ייִד, װאָס הײסט טבֿיה… מיר דאַכט, אַז מיר זעען זיך נישט צום ערשטן מאָל… ערשט הײַנטיקן נאָװיגאָד האָב איך…
א ו ר אַ ד נ י ק: (די װאָנצעס אַרױף, רעדט שטרענג). איכ'ל בעטן, מיט זײַטיקע רײד מיר נישט פֿאַרפֿאָרן אין דער צײַט, װען איך בין באַשעפֿטיקט מיט די אָנגעלעגנהײַטן פֿון מײַן דינסט! (צו זאָזוליאַן). אַנו, זאָזוליאַ, זײַ זיך מטריח, נעם־אַרױס דעם פּריגאָװאָר און לײען!
ז אָ ז ו ל י אַ: (נעמט־אַרױס אַ פּאַפּיר פֿון פּאָרטפֿעל, אַ גרױסן בױגן, באַשריבן פֿון אַלע פֿיר זײַטן, שנײַצט־אױס די נאָז, הוסט זיך אױס און הײבט־אָן צו לײענען אַף אַ קול). „פּאָ אוקאַזו יעהאָ אימפּעראַטאָר־סקאָהאָ װעליטשעסטװאַ, מי ניזשעפּאָדפּיסאַװשיעסיאַ…',
ט בֿ י ה: (לײגט־אַװעק די האַנט אַפֿן שרײַבער זאָזוליאַס מױל). שאַ! איך װײס שױן װאָס װײַטער שטײט. (צום אוראַדניק). דאָס איז דער פּריגאָװאָר פֿון דער הראָמאַדע, װאָס מע שיקט מיך אַרױס פֿון דאָרף? צו װאָס די אומזיסטע טירחה מיט לײענען פּאַפּירן? דאָס קאָן מען דאָך זאָגן אין דרײַ װערטער: „זײַט זשע מוחל, רב טבֿיה, מע בעט אײַך מחילה“ ― קורץ און שאַרף!
א ו ר אַ ד נ י ק: (אױסער זיך פֿאַר כּעס). איך פֿאַרשטײ נישט ― דו לערנסט מיך װאָס צו טאָן? מײַן אַרבעט ― איך דאַרף דיר דורכלײענען דעם פּריגאָװאָר, און דו דאַרפֿסט זיך אונטערשרײַבן, אַז דו האָסט אים אױסגעהערט! פֿאַרשטאַנען?
ט בֿ י ה: װאָס איז דאָ צו פֿאַרשטײן? די גרױסע תּורה? צי די חכמה, װאָס שטעקט דערבײַ? פּכע! און פֿון אונטערשרײַבן איז אױך קײן מניעה נישט, אַבי ס'זאָל נאָר זײַן מיט װאָס מחמת די כּלים אַף צו שרײַבן ― דאָס איז אין מײַן גבֿול נישטאָ…
א ו ר אַ ד נ י ק: (צום שרײַבער). זאָזוליאַ! נעם־אַרױס דײַן שרײַבגעצײַג, װעט ער זיך אונטערשרײַבן! (זאָזוליאַ שלעפּט־אַרױס פֿון קעשענע אַ פֿלעשל מיט טינט, אײַנגעװיקלט אין אַ פּאַפּיר, ציט־אַרױס פֿון פּאָרטפֿעל אַ לאַנגע פּען, טונקט־אײַן פֿאָרזיכטיק און טראָגט־אונטער טבֿיהן, װי מע דערלאַנגט אײנעם אַ טײַערע מתּנה, צעלײגט דאָס פּאַפּיר, װײַזט אים מיט דער האַנט, װוּ צו חתמענען). נאָר פּאַװאָליע, זאָלסט נישט מאַכן קײן קליאַקס!
ט בֿ י ה: (נעמט די פּען). גוט װאָס דו האָסט מיר געזאָגט, װאָרעם מיט דער בײַטש אָרודעװע איך בעסער, װי מיט דער פּען… (צום אוראַדניק). שרײַבן שרײַב איך מיך אונטער אַף ייִדיש, אי דאָס ― קױם־קױם…
א ו ר אַ ד נ י ק: שרײַב װי דו קאָנסט, נאָר דו דאַרפֿסט װיסן, װאָס דו שרײַבסט. דו שרײַבסט זיך אונטער, אַז דו האָסט אױסגעהערט דעם פּריגאָװאָר און אַז אין פֿיר און צװאַנציק שעה פֿאַרלאָזטו דאָס דאָרף… פֿאַרשטאַנען?
ט בֿ י ה: װאָס איז דאָ צו פֿאַרשטײן? מע גיט מיר פֿיר און צװאַנציק שעה אַף אַרומצוקוקן זיך, כאַפּן דעם אָטעם, פֿאַרקױפֿן די כודאָבע, אײַנפּאַקן די בעבעכעס ― און מאַרש, װוּ די אױגן װעלן טראָגן? אַװדאַי איז דאָס „גם זו לטובה“, װי אין אונדזערע ספֿרים שטײט געשריבן, װאָרעם װאָס װאָלט איך געטאָן, װען מע זאָל מיר הײסן, איך זאָל די רגע נעמען די פֿיס אַף די פּלײצעס און אָפּטראָגן זיך פֿון דער דאָזיקער הײליקער ערד, װוּ מײַנע זינדיקע פֿיס טאָרן נישט…
א ו ר אַ ד נ י ק: (האַקט אים איבער שטרענג). גענוג! איך האָב קײן צײַט נישט אױסצוהערן דײַנע פּלאַפּלערײַען!… אונטערגעשריבן זאָל מיר װערן ― און אַן עק!
ט בֿ י ה: היט זיך ― איך שרײַב! (פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, שטעלט־אַװעק דעם נאָמען „טבֿיה“ מיט אַזעלכע אותיות, װאָס מע קאָן זײ זען פֿון דער װײַטן אָן אַ בריל. גיט איבער די פּען צום שרײַבער און אַלײן אָטעמט ער אָפּ). ברוך שפּטרני!
ז אָ ז ו ל י אַ: (קוקט־אַרײַן אין פּאַפּיר). נו, אַ שרײַבעכץ באַ זײ!… (צום סאָטסקי). קריג מיר אַ ביסל זאַמד, ס'װעט זיך קײנמאָל נישט אױסטריקענען!… (דער סאָטסקי װאַרפֿט זיך אין אַלע װינקעלעך, קאָן נישט קריגן קײן ביסל זאַמד. זאָזוליאַ װערט אױפֿגעבראַכט, פֿאָכעט מיטן פּאַפּיר אין דער לופֿט, דערנאָך טראָגט ער עס צו צו דער װײַס־געשמירטער װאַנט, אַף װעלכער עס דרוקט זיך אָפּ טבֿיהס אונטערשריפֿט גאַנץ קלאָר. אין דער זעלבער צײַט האָט אים דער סאָטסקי געבראַכט צו טראָגן פֿון קיך אַ פֿולע זשמעניע מיט אַש פֿונעם אױװן. זאָזוליאַ טוט עס אים אַ שמיץ אין פּנים אַרײַן. ― דער עולם קלײַבט זיך אַװעקצוגײן. פֿריִער פֿון אַלע שטײט־אױף דער אוראַדניק, נאָך אים גײט־נאָך זאָזוליאַ מיטן פּאָרטפֿעל, דערנאָך דער סטאַרשינאַ מיטן סטאַראָסטאַ מיטן סאָטסקי, און נאָך זײ די איבעריקע גוײם).
ט בֿ י ה: (צום סטאַרשינאַ). נו? צו װאָס האָסטו געדרײט אַ מוח? פֿאַר װאָס האָסטו מיר באַלד נישט געזאָגט, אַז ס'איז שױן פֿאַרטיק באַ אײַך אַף מיר אַ פּריגאָװאָר?
ס ט אַ ר ש י נ אַ: (אַרױסגײענדיק). װאָס קאָן מען טאָן מיט אַ הראָמאַדע? הראָמאַדע אַז זי שפּאַרט זיך אײַן, איז װי אַ נאַראָװיסטע פֿערד!… װאָס זאָגסטו, סטאַראָסטאַ?
ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, װי אַ פֿערד!…
ט בֿ י ה: (שרײַט זײ נאָך). הראָמאַדע שפּאַרט זיך אײַן? מע װײסט װער די הראָמאַדע אײַערע איז און װער עס האָט אײַך אױפֿגעבורעט!… מײנט נישט, אַז עס װעט אײַך אָפּלױפֿן גלאַט! מיר האָבן אַ גאָט! אַ גרױסן פֿ ו ן צ װ ײ װ ע ל ט ן 337 גאָט! און אַ שטאַרקן גאָט!… (דער גאַנצער עולם אָפּ. ― פֿון זײַטיקן חדר רײַסט זיך אַרײַן צײטל מיט אַ געװײן. אירע קינדער האַלטן זיך באַם פֿאַרטעך).
צ ײ ט ל: (ברעכט די הענט). װײ איז מיר! װינד איז מיר! װאָס װעלן מיר איצטער טאָן? איך האָב געהערט איטלעכס װאָרט!… װוּהין װעלן מיר גײן מיט אַזעלכע קלײנע קינדער?… (אַף איר קוקנדיק, װײנען אױך די קינדער).
ט ב י ה: (פֿאַלט־אָן אַף דער טאָכטער). זע־נאָר, װי זי האָט זיך עס אַביסל צעיאַכמערט, װי צו ונתנה־תוקף! און אַף איר קוקנדיק, די װערעם אױך… שוטה! װאָס װײנסטו װאָס? ס'אַ גאָטס זאַך!… און איך בין נישט קײן בן־יחיד באַ גאָט! נישט דער ערשטער און נישט דער לעצטער… פֿון װאַנען טרײַבט מען אונדז נישט, און װען טרײַבט מען אונדז נישט? האָט מען נישט געזאָגט נאָך אונדזער עלטער־עלטער־זײדן אַבֿרהם אָבֿינו: ל ך ־ ל ך מ אַ ר צ ך ― זײַט־זשע מוחל, רב אַבֿרהמל, א ל ה אָ ר ץ א ש ר א ר א ך ― אין פֿיר און צװאַנציק שעה, כאַ־כאַ־כאַ!… (צו די קינדער). אַז איר װעט אונטערװאַקסן און לערנען חומש, װעט איר קומען צו דער סדרה לך־לך, װעט איר זיך דערמאָנען, אַז מע האָט אײַך אַרױסגעשיקט מיטן זײדן און מיט דער מאַמע דערפֿאַר, װאָס… דערפֿאַר, װאָס מיר זײַנען ייִדן. א ת ה ב ח ר ת נ ו מ כ ל ה ע מ י ם ― מע האָט אונדז ליב אומעטום… אַז איר'ט אױסװאַקסן און װערן גרױסע, װעט איר ערשט דעמאָלט פֿאַרשטײן דעם אמתן פּשט פֿון דער סדרה לך־לך… איר, גײט אײַך דערװײַל שפּילן (פֿירט זײ אַװעק אין צװײטן חדר), און דו, צײטל, נעם זיך פּאַקן אין װעג אַרײַן. ביז איך װעל קומען, װעסטו זײַן גרײט. איך װעל אױספֿאַרקױפֿן דאָס ביסל כודאָבע, און מיר'ן נאָך הײַנט אַף דער נאַכט קאָנען אָפּרײניקן זײ דאָס הײליקע דאָרף… װוּהין? װוּהין גאָט װעט הײסן, אַבי נישט צװישן אַזעלכע חיות, װאָס מיר האָבן זײ געהאַלטן פֿאַר מענטשן… װוּ איז ערגעץ מײַן בײַטש? (געפֿינט די בײַטש). אָט איז די בײַטש. װי אין פּסוק שטײט: כ י ב מ ק ל י ע ב ר ת י א ת ה י ר ד ן ― מאַכט רש″י: געקומען מיטן בײַטשל און אַװעק מיטן בײַטשל… כאַ־כאַ־כאַ! (אָפּ. צײטל בלײַבט שטײן אַ װײַלע. דערנאָך טוט זי זיך אַ נעם צו דער אַרבעט. עס װערן אױפֿגעעפֿנט קאַסטנס און קעסטלעך, און זי פּאַקט װאָס זי קאָן, צעװאַרפֿט און לײגט־צונױף, מאַכט אַ חורבן).
צ ײ ט ל: כ'זאָל, זאָגט ער, פּאַקן זיך אין װעג אַרײַן… זאָל מיר אַזױ װיסן אַלדאָס בײז, װי איך װײס װאָס צו פּאַקעװען! אַז צו װאָס מע נעמט זיך ― איז אַן עבֿירה, און אַלצדינג איז טײַער, אײַנגעבאַקן אין האַרצן!… טאָמער איז קאַרג געװען די צרות װאָס ביז אַהער ― איז נאַ דיר אַ נײַע צרה. און אַלץ איבער איר!… כאָטש מיר גלױבט זיך נישט, אַז חװה… (אין דער מינוט עפֿנט זיך די דרױסן־טיר און עס באַװײַזט זיך אַף דער שװעל חװה, מיט אַ רױטער פֿאַטשײלע אַפֿן קאָפּ אַרומגעבונדן. זי האָט זיך פֿאַרענדערט, אָבער נאָך שענער געװאָרן. דאָס פּנים שטאָלץ, און אונטער דער רױטער פֿאַטשײלע, פֿאַרבונדן אַרונטער, זעט זי אױס װי אַ שײנע ציגײַנער־פּרינצעסן. אַפֿן האַלדז טראָגט זי קאַרעלן, אַ סך שנירלעך. צײטל דערזעט די שװעסטער, לאָזן זיך איר אָפּ די הענט, און זי בלײַבט אַ װײַלע אָן לשון. דערנאָך כאַפּט זי זיך מיט בײדע הענט באַם האַרצן). חװה?!…
ח װ ה: (נאָך אַלץ אַפֿן שװעל, אַ מאַך מיט דער האַנט). ששש!… אָן סצענעס! אָן געפּילדער! (קוקט זיך אַרום). דער טאַטע ניטאָ? (גײט־אַרײַן, מאַכט צו די טיר). איך האָב געמײנט, ער איז אין דער הײם… (באַטראַכט דעם חורבן). איר פּאַקט זיך אין װעג אַרײַן?… (צײטל גלײבט נישט אירע אױגן, קוקט זי זיך אײַן אין חװהן אין טױט־שרעק).
צ ײ ט ל: דו… דו… דו װײסט שױן?…
ח װ ה: געװוּסט שױן לאַנג, אַז סע קאָכט זיך… נאָר נישט געגלײבט, אַז אַזױ גיך… נישט געגלײבט… װי איז דאָס מעגלעך? װי איז דאָס מעגלעך?!… (גײט־צו נענטער, װאַרפֿט־אַראָפּ פֿון זיך די רױטע שאַל און זעצט זיך אַװעק צום טיש, שפּאַרט־אָן דעם קאָפּ אַף דער האַנט. צײטל הײבט־אָן קומען צו זיך, באַטראַכט די שװעסטער פֿון קאָפּ ביז פֿיס, װאַרט ביז יענע װעט עפּעס זאָגן. זעט ― יענע שװײַגט, הײבט זי אָן צו רעדן װײך, נאָר שטראָפֿנדיק).
צ ײ ט ל: װיבאַלד אַזױ, אַז דו האָסט געװוּסט, װי דו זאָגסט, שױן פֿון לאַנג, אַז עס קאָכט זיך, פֿאַר װאָס־זשע האָסטו געשװיגן? נישט שױן־זשע האָסטו נישט געקאָנט גאָרנישט טאָן צוליב אונדזער טאַטנס עלטער?… נישט שױן־זשע…
ח װ ה: (כאַפּט זיך אױף, װי אַן אָפּגעבריטע). שװעסטער, שװײַג! רעד נישט דאָס, װאָס דו װײסט נישט! איך בין נישט געקומען אַהער אױסהערן פֿון דיר מוסר! מאָראַל! נאָטאַציעס!… (צײטל טרעט־אָפּ אין שרעק, װיל זיך פֿאַרענטפֿערן).
צ ײ ט ל: נישט דאָס האָב איך געמײנט… איך האָב געמײנט, װוּ ביסטו געװען ביז אַהער? פֿאַר װאָס ביסטו…
ח װ ה: (ענדיקט פֿאַר איר). פֿאַר װאָס בין איך נישט געקומען פֿריִער? װי אַזױ האָב איך געקאָנט זײַן רויִק אין דער צײַט, װען איר האָט אַזױ פֿיל געליטן? פֿון װאַנען װײסטו, אַז איך בין געװען רויִק? װאָס װײסטו פֿון דער טראַגעדיע, װאָס איך האָב איבערגעלעבט ביז אַהער? די שרעק מיט די פּחדים מיט דעם קאָשמאַר? אַך, צײטל, מײַן נשמה איז דאָך געװען די גאַנצע צײַט אָט דאָ… איטלעכס מאָל, אַז איך האָב דערהערט פֿון אַ פּאָגראָם ערגעץ אין אַ שטעטל, בין איך געװען אַ צעמישטע!… (גײט־אַרום הין און צוריק, רעדט אין אױפֿרעגונג). מײַנע טרערן האָט קײן מענטש נישט געזען און מײַנע װײטיקן האָט קײן מענטש נישט געפֿילט!… (שטעלט זיך אָפּ אַקעגן צײטלען). און דאָס װײסטו, אַז אינעם טאָג פֿונעם יאָרצײַט נאָך דער מאַמע בין איך געװען אַף דער מאַמעס קבֿר? נײן, פֿון װאַנען זאָלט איר דאָס װיסן?… און אַז דעם טאָג פֿון יום־כּיפּור האָב איך געפֿאַסט ― דאָס װײסטו אַװדאי נישט… פֿון װאַנען זאָלסטו װיסן?… באַ אײַך בין איך אַ משומדתטע… אַ משומדתטע, כאַ־כאַ־כאַ!… (פּױזע. גײט־אַרום, שטעלט זיך אָפּ). א י ך ב י ן נ י ש ט ק ײ ן מ ש ו מ ד ת ט ע!… דו קוקסט מיך אָן? איך בין נישט משוגע, און איך רעד נישט פֿון היץ… מע האָט מיך נישט געשמדט דערפֿאַר, װאָס איך אַלײן האָב מיך נישט אָפּגעשמדט ― דו פֿאַרשטײסט װאָס איך זאָג?… דאָס װאָס דער גלח האָט דאָרט געפּרײמפּלט ― איז אַ פּוסטע צערעמאָניע… איך האָב מיך פֿון מײַן א י ך נישט אָפּגעזאָגט!… איך בין די אײגענע, װאָס כ'בין געװען…
צ ײ ט ל: װען דער טאַטע זאָל דאָס הערן!…
ח װ ה: װאָס־זשע װאָלט געװען?… צײטל! איך קען דעם טאַטן בעסער, װי דו! דער טאַטע ― דאָס בין איך!… איך װײס פֿריִער, װאָס ער װעט זאָגן… נאָר עס אַרט מיך נישט! עס מעג אַלצדינג פֿאַרברענט װערן! עס מעג די װעלט זיך איבערקערן ― איך װעל אױספֿירן מײַנס! (גײט־אַרום אױפֿגערעגט).
צ ײ ט ל: װאָס־זשע רעכנסטו צו טאָן, חװה? (זי זעצט זיך אַװעק צום טיש אין אַ דראַמאַטישער פּאָזע).
ח װ ה: דאָס, װאָס איר!… דאָרט װוּ איר ― דאָרט איך! אײַער אַרױסטרײַבן איז מײַן אַרױסטרײַבן! אין דער מינוט, װאָס מע האָט אונטערגעשריבן דעם פּריגאָװאָר אײַך ― האָט מען אונטערגעשריבן אױך מיר!… נישטאָ דער כּוח, װאָס זאָל מיך קאָנען אָפּהאַלטן! נישטאָ דער מענטש, װאָס זאָל מיך קאָנען איבעררעדן! צײטל, איך בין אַ פֿאַרבלאָנדזשעטע, נישט קײן פֿאַרלױרענע!… דו הערסט? אַ פֿאַרבלאָנדזשעטע!…
צ ײ ט ל: אױב אַזױ, װעט דיר דער טאַטע מוחל זײַן…
ח װ ה: איך בעט נישט, מע זאָל מיר מוחל זײַן! איך בין נישט קײן בעל־תּשובֿהניצע, װאָס כאַפּט אַ חרטה! איך האָב נישט געזינדיקט קעגן קײנעם, נאָר קעגן זיך אַלײן!… קײנעם קײן שלעכטס געטאָן, אױסער זיך אַלײן!… (פֿאַרטראַכט).
צ ײ ט ל: (מיניעט זיך). האָב קײן פֿאַראיבל נישט, שװעסטער, איך װיל דיך עפּעס פֿרעגן…
ח װ ה: (רײַסט איר איבער). איך װײס, װאָס דו װילסט מיך פֿרעגן ― װאָס װעט זײַן מיט י ע נ ע ם? מ י ט א י ם?… גאָרנישט! ער עקזיסטירט נישט מער פֿאַר מיר!… אַז ער האָט געקאָנט װיסן פֿונעם פּריגאָװאָר און באַהאַלטן פֿון מיר, מאַכן זיך, אַז ער װײס נישט פֿון װאָס צו זאָגן ― איז ער דאָס, װאָס ער איז, און װאָס איך האָב געמײנט, אַז ער איז עס נישט!… (רײַסט־אַראָפּ פֿון האַלדז די קאַרעלן, טוט זײ אַ שמיץ פֿון זיך). נישטאָ קײן צוריקקערן! פֿאַרברענט אַלע שיפֿן!… 340 ש ל ו ם ע ל י כ ם
צ ײ ט ל: (קוקט אין פֿענצטער, ברעכט די הענט). אױ, דער טאַטע!…
ח װ ה: (שטײט־אױף, לײגט־צונױף די הענט אַפֿן האַרצן, דרײסט). װאָס־זשע איז דער אױ? צו אים בין איך דאָך געקומען…
צ ײ ט ל: (אױסער זיך). אָט אַזױ אָ טאַקע אין אײן אָטעם? זאָל דיר גאָט אױסהיטן! מע דאַרף פּאַװאָלינקע, נישט מיט אַ מאָל… מע דאַרף אים צוגרײטן… אַ רחמנות אַפֿן טאַטן! לאָז מיך, שװעסטער, איך בין נישט אַזױ נאַריש, װי דו מײנסט…
ח װ ה: װאָס־זשע װילסטו פֿון מיר? (אומגעדולדיק).
צ ײ ט ל: זאָלסט איבערזיצן אַ װײַלע דאָרט באַ מיר… אָדער נײן ― די קינדער זײַנען דאָרט… בעסער אָט דאָ… (װײַזט אַף דער קיך־טיר). ביז איך װעל דיך אַ רוף טאָן… (װיל זי פֿירן).
ח װ ה: (לאָזט זיך נישט). װאָס פֿאַר באַהאַלטערלעך? איך האָב עס פֿײַנט! איך גײ גלײַך!
צ ײ ט ל: (צוגעשטאַנען). איך בעט דיך! טו מיר צוליב! נאָר אַף אַ װײַלע! (חװה אָפּ. צײטל טוט זיך אַ װאָרף צוריק צו דער אַרבעט. עס קומט־אַרײַן פֿון דרױסן טבֿיה).
ט בֿ י ה: (אַ װאָרף די בײַטש אין װינקל אַרײַן). װי אין פּסוק שטײט: ו י נ צ ל ו אַ ת מ צ ר י ם ― אױסגעפֿאַרקױפֿט אַלצדינג! פֿון דער גאַנצער כודאָבע געמאַכט אַ מחק… אױס טבֿיה דער מילכיקער!… און אַזױ גיך, אַזױ בחפּזונדיק!… אַ בײז אײַלעניש!… װי דער תּרגום זאָגט: ה אָ ג ב ר אָ ו ה אָ ט ר ס ק אָ… אין פֿיר און צװאַנציק שעה גענומען און צעבראָכן אַזאַ גוטס, אַ בעל־הבתּישקײט פֿון אַזױ פֿיל יאָרן! פֿאַרקױפֿט אַלצדינג בחצי־חינם, פֿאַר אַ דריטל געלט ― פּטור געװאָרן… (טרײסלט־אָפּ די הענט. פּױזע). װען גאָלדע עליה השלום זאָל אױפֿשטײן און אַ קוק טאָן אַף דעם חורבן!… (באַהאַלט דאָס פּנים, קוקט כּלומרשט אין פֿענצטער. דערנאָך קערעװעט ער זיך אױס צו דער טאָכטער). װײסטו, צײטל, מיט װעמען מיר איז געװען שװערער װי מיט אַלעמען צו שײדן זיך?
צ ײ ט ל: מיט װעמען?
ט בֿ י ה: מיט װעמען? מיט מײַן געטרײַען דינער, מיטן פֿערדל… קריעת ים־סוף! (זיפֿצט). אױסגעדונגען זיך און אָנגעהאַריקעט זיך גוט, און אָנגעפּאַטשט זיך גוט אײנס דאָס אַנדערע אין די הענט, נעם איך דאָס פֿערדל פֿאַרן פּאָװאָד, געװײנטלעך מיט דער פּאָלע, און גיב עס איבער דעם גױ און װינטשעװע אים מיט מזל־ברכה, ס'זאָל זײַן אין אַ גוטער שעה אַ מזלדיקער ― אַז מײַן בחור דרײט נישט אױס צו מיר די חנעװדיקע מאָרדע, טוט אַ קוק צו מיר מיט די צװײ פֿערדישע אױגן? אַ שטומע צונג, רעדן קאָן עס נישט, נאָר פֿאַרשטאַנען האָב איך גלײַך, װי עס װאָלט מיר װעלן זאָגן: „אָט אַזױ, טבֿיה, דאַנקסטו אָפּעט דײַן געטרײַ פֿערדל, װאָס פֿ ו ן צ װ ײ װ ע ל ט ן 341 האָט דיר געדינט שװער און ביטער אַזױ פֿיל יאָרן?!… גײ פֿאַרענטפֿער זיך פֿאַר אַ פֿערד און גיב אים צו פֿאַרשטײן, אַז איך בין דאָ גאָט די נשמה שולדיק, און אַז מע לערנט מיט מיר די סדרה לך־לך, און אַז איך אַלײן װײס נאָך אױך נישט, װוּהין איך גײ!… דערװײַל גײ איך אין שטאָט, שױן באַשטעלט אַ פֿור, און דאָרט אין שטאָט װעלן מיר שױן האָבן אַ ישוב. דאָרט זײַנען דאָך פֿאַראַן עפּעס ייִדן, פֿאַראַן אַ רבֿ, מסתּמא װעט מען אונדז שױן אַן עצה געבן: אַמעריקע, צי אַרגענטינע, צי פּאַלעסטינע, צי ארץ־ישׂראל… איך װאָלט אַפֿילו בעסער געװאָלט קײן ארץ־ישׂראל. װאָרעם װאָס װעל איך טאָן אַף די עלטערע יאָרן אין אַמעריקע? אַז נישט זײ פֿאַרשטײען מײַן לשון, נישט איך פֿאַרשטײ זײער לשון… זעסטו, ארץ־ישׂראל ― פֿאָרט, װי זאָגט מען, באַטקאָװשטשינע! װי אין פּסוק שטײט: א ר ץ ז בֿ ת ח ל בֿ ו ד בֿ ש… הײַנט װאָס איז װערט דאָס, װאָס מע קאָן זײַן אַף דער מוטער רחלס קבֿר, אין דער מערת־המכפּלה, כאַפּן אַ קוק אַפֿן ירדן, זען דעם באַרג סיני, אָנקוקן פּדן־ארם, קדש־ברנע און נאָך כּדומה אַזעלכע ערטלעך? (פּױזע). און דו, צײטל, זע איך, ביסט שױן אױך באַלד פֿאַרטיק?
צ ײ ט ל: באַלד פֿאַרטיק, נאָר צו די ספֿרים דײַנע האָב איך מורא געהאַט אָן דיר זיך צורירן…
ט בֿ י ה: זײער גלײַך… די ספֿרים װעל איך אַלײן אײַנפּאַקן. (גײט צו דער שאַפֿע, נעמט אַ ספֿר נאָך אַ ספֿר, פּאַקט אין קאַסטן). דאָס איז אַ חומש… דאָס ― אַ סידור, מײַן אַלטער סידור… מיר געדינט געטרײַ, װי, להבֿדיל, דאָס פֿערדל… דאָס ― אַ תּהלים… און דאָס? ― אַ סליחה… אַ הגדה… אַ קינה… און װאָס איז אָט אַ דאָס קלײנע װעװריקל? ― אַ בענטשערל… גײט אױך נישט צו־פֿוס… און װער שמועסט אָט־דער „מנורת־המאור“, אָדער אָט דער „שבֿט־מוסר“ אַף עבֿרי־טײַטש ― אין זײ קוק איך דאָך אַרײַן אַלע שבת באַטאָג… דאָס אַלץ דאַרף מען מיטנעמען אין גלות אַרײַן. דאָס איז אונדזער גאַנצן פֿאַרמעגן. די אײנציקע ירושה, װאָס מיר האָבן געירשנט פֿון אונדזערע אָבֿות־אַבֿותינו… (פֿונעם זײַטיקן חדר לױפֿן־אַרױס צײטלס קינדער און גלײַך צו טובֿיהן).
ש ל מ ה ל ע: װוּהין פֿאָרן מיר, זײדעניו?
ט בֿ י ה: װוּהין די אױגן טראָגן… מע טרײַבט אונדז אַרױס…
ש ײ נ ד ע ל ע: פֿאַר װאָס טרײַבט מען אונדז אַרױס?
ט בֿ י ה: דערפֿאַר, װאָס מיר זײַנען ייִדן… ומפּני חטאינו גלינו מאַרצנו, קינדערלעך… אונדז טרײַבט מען, אונדז האָט מען געטריבן, אונדז װעט מען טרײַבן… (די גאַנצע צײַט, װאָס ער רעדט מיט די קינדער, רעדט ער נישט אױף צו פּאַקן די ספֿרים און אַנדערע זאַכן).
ש ײ נ ד ע ל ע, ש ל מ ה ל ה: (בײדע אינאײנעם). פֿאַר װאָס, זײדעניו, פֿאַר װאָס?
ט בֿ י ה: פֿאַר װאָס? זאָג איך דאָך אײַך ― דערפֿאַר, װאָס מיר זײַנען ייִדן… זײ װילן, מיר זאָלן זײַן אױס ייִדן… נאָר מיר זאָגן: נײן, ייִדן זײַנען מיר געװען, און ייִדן װעלן מיר בלײַבן!… מיר'ן זײ איבערלעבן!… אונדזערע זײדעס האָט מען נאָך ערגערס געטאָן ― מע האָט זײ געברענט אַפֿן פֿײַער, געטרונקען אין װאַסער ― און עס האָט נישט געהאָלפֿן: אױסגעפֿירט האָבן מיר!… געדענקט דאָס, קינדערלעך, געדענקט, װאָס דער זײדע זאָגט אײַך ― ס'װעט אײַך אַמאָל צונוץ קומען… אײַך װעט אפֿשר זײַן בעסער װי אונדז, געװיס בעסער, װאָרעם ס'װעלן קומען בעסערע צײַטן, װאָס מ'עט פֿאַרשטײן, אַז מיר זײַנען אױך מענטשן, גאָטס באַשעפֿענישן… דערװײַל זײַט גרײט ― מיר פֿאָרן… (צײטל מיניעט זיך די גאַנצע צײַט, װיל עפּעס זאָגן).
צ ײ ט ל: טאַטע, האָב קײן פֿאַראיבל נישט ― כ'האָב דיך געװאָלט עפּעס פֿרעגן…
ט בֿ י ה: װי אַזױ מע פֿאָרט קײן ארץ־ישׂראל?
צ ײ ט ל: (װיל אַרױף אַף אירס). נײן, נישט דאָס האָב איך געװאָלט פֿרעגן…
ט בֿ י ה: װאָס זשע? דו װילסט װיסן, װאָס װעלן מיר דאָרטן טאָן? דאָס, װאָס אַלע ייִדן! װאָס ס'װעט זײַן מיט כּ ל ישׂראל, װעט זײַן מיט ר ב ישׂראל! מה נפֿשך: הענט האָבן מיר? האָרעװען זײַנען מיר געװױנט? און מענטשן זײַנען דאָ אומעטום, און גאָט שמועסט מען נישט ― מלוא כּל האָרץ כּבודו!… (זיפֿצט). אַװדאי טוט מיר באַנג, אַװדאי איז מיר שװער זיך צו שײדן אָט מיט אָט די װענט! (באַװײַזט אַף די לײדיקע װענט). אָט מיט אָט דער ערד! (װײַזט אַראָפּ אַף דער ערד). איך װאָלט קושן אָט די װענט! איך װאָלט צוגעפֿאַלן צו אָט דער ערד! װאָרעם דאָ בין איך געבױרן, דאָ בין איך אױך אױפֿגעװאַקסן, דאָ האָב איך געהאַט צרות, דאָ האָב איך געהאַט נחת, פּראַװדע מער צרות װי נחת ― נאָר דאָס איז אַ גאָטס זאַך… (שטײט־אױף פֿון דער ערד, גלײַכט זיך אױס די בײנער, טוט אַ קוק אַרױס אין פֿענצטער). און אָט דער הױף? און אָט די פּריזבע, און דער גאָרטן, און אַפֿילו אָט דאָס פֿאַרטשאַכנעטע בױמעלע װעט זיך מיר חלומען באַנאַכט אין דער פֿרעמד… און ועל כּולם ― דאָס פֿערדל. (זיפֿצט). אױ, אָט דאָס פֿערדל! אַ שטיק געזונט האָט דאָס באַ מיר צוגענומען! איך זאָל האָבן אַ טבֿע פֿון װײנען, װאָלט איך מיך צעװײנט… דער רחמנות מיטן צער־בעלי־חײם… (פּױזע). אָן, זעסטו? (װײַזט מיט דער האַנט אַפֿן װינקל). דאַכט זיך, װאָס? אַ קאַץ, אַ חיה… פֿונדעסטװעגן איז פֿ ו ן צ װ ײ װ ע ל ט ן 343 אַף דער קאַץ אױך אַ רחמנות ― מיר פֿאָרן אַװעק, און זי לאָזן מיר איבער דאָ אַלײן. צער־בעלי־חײם…
צ ײ ט ל: (נעמט זיך אָן מיט קוראַזש). אַז ס'איז יאָ אַזױ, זאָג זשע מיר, טאַטע, פֿאַר װאָס איז אַף אַ חיה מער רחמנות, מער צער־בעלי־חײם, װי אַף אַ מענטשן?
ט בֿ י ה: שוטה! װער האָט דאָס דיר געזאָגט, אַז אַף אַ חיה איז מער רחמנות, װי אַף אַ מענטשן? דו האָסט פֿאַרגעסן, װאָס מיר זאָגן יום־כּיפּור צו כּל־נדרי?…
צ ײ ט ל: װאָס מיר זאָגן יום־כּיפּור װײסטו בעסער… נאָר איך װײס אַן אַנדער זאַך… (שטעלט זיך אײַן, רעדט שטיל, נאָר מיט אַ טאָן פֿון װיר־דיקײט, אַזױ, אַז דאָס קול ציטערט איר). איך װײס, אַז אָט פֿאָרן מיר אַװעקעט פֿון דאַנען, אַף שטענדיק, אַף אײביק, מיר װעלן שױן צוריק אַהער נישט אומקערן זיך קײנמאָל… און אײן מענטש לאָזן מיר דאָ איבער אײנעם אַלײן, עלנט װי אַ שטײן…
ט בֿ י ה: װאָס באַלעבעטשעט זי? װאָסער מענטש? װאָסער שטײן?
צ ײ ט ל: (קוקט דרײסט און גלײַך דעם פֿאָטער אין פּנים אַרײַן). דו האָסט פֿאַרגעסן, טאַטע, אַז דו האָסט נאָך אַ טאָכטער…
ט בֿ י ה: (איבערראַשט פֿון אומגעריכטקײט, בײַט זיך שטאַרק אין געזיכט, קאָן זיך קײן אָרט נישט געפֿינען, פֿאַלט־אָן אַף דער טאָכטער און נעמט שרײַען גאָר הױך אַף אַ קול). איך האָב נישט נאָך קײן טאָכטער! נישטאָ באַ מיר מער קײן טעכטער, נישטאָ און נישט געװען קײנמאָל! דו הערסט, װאָס איך זאָג? (קלאַפּט אין טיש. צײטל האָט זיך דערשראָקן. אינסטינקטיװ כאַפּט זי זיך אָן אין די קינדער).
ש ל מ ה ל ע: (צו טבֿיהן). װאָס האָסטו זיך צעשריגן, זײדעניו?
ש ײ נ ד ע ל ע: (צו טבֿיהן). װאָס בײזערסטו זיך אַף דער מאַמע? (דאָס רירט טבֿיהן, און ער רעדט שױן מיט אַ טאָן נידעריקער).
ט בֿ י ה: אײַער מאַמע פֿאָלגט נישט איר טאַטן… אײַער מאַמע װײסט נישט פֿון כּיבוד־אַבֿ… אײַער מאַמע דעררגזט מיך… װאָס דער טאַטע זאָגט, זאָגט זי מיר קאַפּױר… איך זאָג דיר נאָך אַמאָל, צײטל, און נאָך אַ מאָל, און נאָך צען מאָל, אַז איך האָב נישט מער קײן טעכטער! איך האָב נישט ― און שױן!… (פֿאַרלײגט די הענט אַהינטער און שפּאַנט־אַרום הין און צוריק).
צ ײ ט ל: (װאַרט איבער אַ װײַלע, ביז דער כּעס װעט אים אַ ביסל אָפּגײן). דו אַלײן זאָגסט, טאַטע, אַז סע שטײט געשריבן, דו װײסט שױן װוּ, אַז גאָט האָט רחמנות אַף אַלע זײַנע באַשעפֿענישן, אַפֿילו אַף אַ װאָרעם…
ט בֿ י ה: האָסט געהערט קלינגען, און קאָנסט נישט נאָכזינגען… (שטעלט זיך אָפּ). סע שטײט געשריבן אין… אין… (טראַכט). אין אַשרי־יושבֿי־בֿיתך שטײט דאָס געשריבן: ו ר ח מ י ו ע ל כּ ל מ ע שׂ י ו דער אײבערשטער טוט טאָן שפּײַזן אַלע זײַנע באַשעפֿענישן, פֿון די װיזלטיר ביז אַ קלײן װערעמל, און ביז אַ מילב אַפֿילו…
צ ײ ט ל: װאָרעם ער האָט אַף דעם רחמנות…
ט בֿ י ה: (פֿילט זיך געשלאָגן, שפּאַנט אַרום). רחמנות… רחמנות… ער האָט רחמנות… פֿון רחמנות רעדט זי איצט מיט מיר… (שטעלט זיך אַװעק אַקעגן צײטלען). רחמנות? פֿון רחמנות רעדסטו מיט מיר? װוּ איז געװען א י ר רחמנות דעמאָלט, װען איך בין געלעגן, װי אַ הונט, פֿאַרן גלח, ימח שמו וזכרו, זיך געװאַלגערט אים פֿאַר די פֿיס (בײגט זיך אײַן), געפּױזשעט, װי אַ װאָרעם?… פֿון װאַנעט װײס איך, אַז זי איז נישט געװען אין צװײטן חדר דעמאָלט און געהערט איטלעכס װאָרט ― װוּ איז געװען ד ע מ אָ ל ט איר רחמנות? (שפּאַנט־אַרום, בלײַבט שטײן, רעדט מיטן זעלבן טאָן פֿון איראָניע און פֿאַרביטערטקײט. ― אין דער צײַט, װען ער שפּאַנט־אַרום, גײען אים נאָך די קינדער אַקוראַט נאָך זײַנע טריט; ער שטעלט זיך אָפּ, שטעלן זײ זיך אױך אָפּ *). און װוּ איז זי געװען, בעת דײַן מאַמע עליו־השלום איז געלעגן אָט דאָ אױסגעצױגן אַף דער ערד, איבערגעדעקט מיט שװאַרצן?… װוּ איז געװען איר רחמנות דעמאָלט?…
צ ײ ט ל: דו אַלײן זאָגסט דאָך אָבער, אַז אַפֿילו גאָט איז מוחל די גרעסטע עבֿירה, אױב נאָר מע האָט חרטה און מע טוט תּשובֿה. און װער נאָך װײס, אַזױ װי דו, אַלצדינג, װאָס סע שטײט געשריבן?…
ט בֿ י ה: אָט טאַקע װײַל איך װײס, דעריבער זאָג איך דיר אַקוראַט, אַז דערױף האָט מען נישט חרטה און דאָ העלפֿט נישט קײן תּשובֿה!… דער װאָס גײט אײן מאָל אַװעק פֿון אונדז, יענער קומט נישט מער צוריק!… דאָס צװײַגל, װאָס מע רײַסט־אָפּ פֿאַלט־אָפּ ― מוז פֿאַרפֿױלט װערן!… (דערזעט פֿון דער װײַטן קאַרעלן אַף דער ערד, בײגט זיך אָן, הײבט עס אױף). װאָס איז פֿאַר קאַרעלן? גױיִשע קאַרעלן ― װי קומען זײ אַהער?…
צ ײ ט ל: (נעמט באַ אים די קאַרעלן, רעדט אין אײן אָטעם). דאָס איז אירע קאַרעלן, אירע קאַרעלן… און זי אַלײן איז אױך דאָ… זי האָט זיך אַרומגעקוקט! אַרומגעזען! זי האָט חרטה, טאַטע, זי װיל צוריק!… און נישט נאָר זי װיל צוריק ― זי איז שױן געקומען צוריק און איז גרײט מיט אונדז אינאײנעם איבערטראָגן אַלצדינג! דאָרט װוּ מיר ― דאָרט איז זי… (גײט־צו גאָר נאָענט, רעדט שטילער). זי איז געװען באַ דער מאַמע אַפֿן קבֿר ― דאָס װײסטו? זי פֿאַסט יום־כּיפּור, טאַטע, דו הערסט? זי פֿאַסט יום־כּיפּור…
ט בֿ י ה: (צעמישט). װער איז געװען אַפֿן קבֿר? װער פֿאַסט דאָס יום־כּיפּור? װאָסערע לאָקשן? װאָסערע פֿלאָמען? װאָס ― װער ― װעמען? ___________
* דער אױטאָר בעט ― נישט שאַרזשירן! די קינדער טוען דאָס ערנסט, די עלטערע באַמערקן נישט. פֿ ו ן צ װ ײ װ ע ל ט ן 345
צ ײ ט ל: װאָס הײסט װער? חװה! פֿון חװהן רעדן מיר דאָך!… (אין דער מינוט עפֿנט זיך די קיך־טיר און עס רײַסט זיך אַרײַן חװה. באַגעגנט זיך מיט טבֿיהס קוק, בלײַבט זי שטײן באַ דער טיר, אָן לשון, נאָר מיט גרױס װירדע און מיט גדלות צונױפֿגעלײגט די הענט אַפֿן האַרצן און קוקט דעם פֿאָטער גלײַך אין די אױגן אַרײַן. די ערשטע מינוט טוט זיך טבֿיה אַ לאָז צו דער דרױסן־טיר אַװעקצוגײן, נאָר צײטל פֿאַרגײט אים אַף צו־פֿריִער און אירע קינדער מיט איר).
ט בֿ י ה: (צו צײטלען מיט די קינדער). לאָזט מיך!… לאָזט מיך!…
צ ײ ט ל: זאָל איך קרענקען! זאָל איך שטאַרבן אָט אָ דאָ מיט מײַנע צװײ קינדער!… (האַלט אים צו, די קינדער װײנען).
ט בֿ י ה: (פֿאַרטומלט). װאָס טוט זיך דאָ? בין איך טבֿיה? אָדער איז דאָס אַ חלום? (װײַזט מיט דער האַנט). דער כּוח הדמיון… די געבליטן…
ח װ ה: (געלאַסן און דרײסט). נישט קײן חלום, נישט קײן דמיון, נאָר די װירקלעכקײט אַלײן… איך האָב געהערט אַלצדינג, װאָס דאָ איז גערעדט געװאָרן ― פֿון צװײַגעלעך, װאָס װערן אָפּגעריסן, און פֿון בלעטלעך, װאָס װערן אָפּגעפֿאַלן… (גײט־צו אַ פּאָר שריט נענטער). קײנער האָט קײן צװײַגן נישט געריסן, און בלעטער זײַנען נישט געפֿאַלן…
ט בֿ י ה: (חזרט איבער). „קײנער האָט קײן צװײַגן נישט געריסן, בלעטער זײַנען נישט געפֿאַלן“… (צעשרײַט זיך פּלוצים אַף אַ קול). ס'אַ ליגן! יאָ געריסן! יאָ געפֿאַלן!… (צעלאָזט זיך אַף חװהן). װאָן פֿון דאַנען!! װאָן פֿון מײַנע אױגן ― װאָן ! ! ! …
צ ײ ט ל: (לױפֿט־צו צום פֿאָטער, קושט אים די הענט). טאַטע! גאָט איז מיט דיר! װאָס טוסטו, טאַטע געטרײַער?
ש ל מ ה ל ע: זײדעניו, װאָס טוסטו? פֿאַר װאָס טרײַבסטו די מומע חװה?
ש ײ נ ד ע ל ע: דאָס איז דאָך אונדזער מומע חװה, זײדעניו!…
ט בֿ י ה: (װיל זיך אַרױסרײַסן פֿון די אײניקלעך). אַװעקעט, ממזרים! אָנגעהאַנגען זיך אַף מיר, װי די קלעשטשעס! (האָט באַלד חרטה, װאָס ער בײזערט זיך אַף זײ, גלעט זײ איבער די קעפּלעך). טײַערע קינדערלעך! אָרעמע שעפֿעלעך מײַנע! פֿון װאַנען האָט א י ר זיך אַהער גענומען אַף מײַן קאָפּ? נאַט אײַך גאָר אײניקלעך אַ פּאָר אַף דער עלטער! װי זאָגט איװאַן זלאָדי: „נע מאַלאַ באַבאַ כלאָפּאָטי“… (פּױזע). עך, גאָלדע, גאָלדע! דאָס איז געװען אַ חכמה! זי, עליו־השלום, פֿלעגט זאָגן: מע טאָר נישט זינדיקן, טבֿיה, מע טאָר זיך נישט קלאָגן, נישט בײזערן, נישט זײַן אין כּעס… אמת, װי איך בין אַ ייִד, אמת! כּעס איז עבֿודה זרה… מיט כּעס קאָן מען גאָרנישט מאַכן… מאַכן קאָן מען נאָר מיט גוטן… מיט גוטן… טבֿיה האָט פֿײַנט זיך אָפּעסן דאָס האַרץ… טבֿיה האָט ליב יעדע זאַך פֿריִער צו באַקלערן, באַטראַכטן, אַרומרעדן… װאָס װעט זײַן פֿון דעם, אַז מיר'ן זיך אַלע היצן, אַלע שפּרינגען פֿון דער הױט אַרױס, װי מיר זאָגן אין דער הגדה פּסח צום סדר: כּ ו ל נ ו ח כ מ י ם , כּ ו ל נ ו נ בֿ ו נ י ם? לאָמיר קאָרשט באַרעכענען, נאָר מיט אַ קלאָרן מוח און מיט קאַלטע לונג־און־לעבער: װאָס איז דאָ געװען? װאָס איז פֿאָרגעקומען?
צ ײ ט ל: (אױפֿגעלעבט). אָט דאָס װילן מיר דאָך! מיר װילן מיט גוטן…
ט בֿ י ה: (שלאָגט איר איבער). און איך װאָס װיל? איך װיל דען חלילה מיט בײזן? פֿאַר װאָס זאָל איך װעלן זײַן בעסער פֿונעם רבונו־של־עולם? אים שטײט־אָן צו זײַן אַ מוחל־עװנות און אָנשרײַבן אין סידור יום־כּיפּור צו כּל־נדרי מיט גרױסע קידוש־לבֿנה־אותיות: ס ל ח תּ י כּ ד בֿ ר י ך!?… נישט מער, אַז ס'האָט זיך שױן יאָ אַזױ געמאַכט, אַז מיר קאָנען זיך דורכשמועסן, װאָלט איך דיך געװאָלט עפּעס פֿרעגן… (צו חװהן, נישט קוקנדיק איר גלײַך אין פּנים, נאָר מיט אַ זײַט). װי אַזױ האָסטו נאָר־װאָס געהאַט געזאָגט? קײנער האָט קײן צװײַגעלעך נישט געריסן? בלעטלעך נישט געפֿאַלן? אַ ביסל אַ זאָג! (צו צײטלען). טבֿיהס טאָכטער רעדט נישט גלאַט… טבֿיהס טעכטער ― נישט געדאַכט זאָלן זײ װערן!…
צ ײ ט ל: (צו חװהן, שטאַרק אױפֿגעלעבט). װאָס־זשע? איך האָב באַלד געװוּסט, אַז דער טאַטע װעט…
ח װ ה: (צו צײטלען). אַלץ אײנס!… איך האָב מיך קײן קאָפּ נישט איבערגעשראָקן. איך האָב אײן מאָל געזאָגט, אַז איך גײ ― גײ איך… אױב נישט מ י ט אײַך, איז נ אָ ך אײַך… סײַ װי סײַ, דאָרט װוּ איר ― דאָרט איך. אײַער אומגליק ― מײַן אומגליק.
ט בֿ י ה: (אױך צו צײטלען). דו הערסט װערטער? דאָרט װוּ מיר ― דאָרט איז זי. אונדזער אומגליק ― איר אומגליק. אָט דאָס איז אַ לשון! אָט אַזױ רעדט טבֿיהס טאָכטער, און אָט אַזױ באַדאַרף זי רעדן!… אַנישט ― װאָס װאָלט געװען דער חילוק צװישן מענדל װערעביװקער און טבֿיה דעם מילכיקן?… אַנו, טוט אַ פֿרעג באַ מענדל װערעביװקער, װוּ שטײט „ברוגז רחם תּזכּור“? און לאָז ער אײַך זאָגן, װען זאָגן מיר „סלחתּי כּדבֿריך“, און װיפֿל מאָל זאָגן מיר „סלחתּי כּדבֿריך“? און װאָס איז די טײַטש „סלחתּי כּדבֿריך“? אַזױ לאַנג שמײַסט מען אים! אַ ייִד אַן עם־האָרץ איז ערגער פֿון אַ גױ!… (פּױזע). נישט מער, אײן זאַך: איך װאָלט אפֿשר באַדאַרפֿט צומאַכן די אױגן און מיטן ערשטן קוק װאָלט איך אפֿשר באַדאַרפֿט מוחל זײַן… (חװה מאַכט אַ באַװעגונג אַף צו ענטפֿערן. צײטל מאַכט צו איר מיט די הענט הינטערן פֿאָטערס פּלײצעס, זי זאָל שװײַגן). איז מיר שלעכט: סטײַטש, און װוּ איז גאָט? קעגן גאָט איז מען דאָך אַזױ זינדיק! אַזױ זינדיק!… נאָר צוריק באַטראַכט איך מיך: װאָס בין איך מחױב זיך אָננעמען גאָטס קריװדע?… (כאַפּט זיך אָן באַם קאָפּ). אַך טי, רבונו־של־עולם! דו ביסט מײַן עדות, אַז איך האָב ניט געבראָכן דאָס װאָרט, נאָר איך קאָן נישט מער! (שרײַט הױך). איך קאָן נישט! דו האָסט אַלײן אָנגעשריבן אין דײַן הײליקער תּורה: כּרחם אָבֿ על בנים; װאָס בין איך שולדיק, אַז זי איז פֿאָרט מײַנס אַ קינד? (שלאָגט זיך מיט דער האַנט אין האַרצן). פֿאָרט אײַנגעבאַקן באַ מיר אין האַרצן! אין דער נשמה! (צו חװהן, צענעמט ברײט די הענט). קום אַהער צו מיר, חװהלע, דו ביסט מײַן קינד!… (חװה פֿאַלט אים אַפֿן האַלדז. צײטל האָט אַרומגענומען אירע צװײ קינדערלעך, װײנט שטיל).
פֿ אָ ר ה אַ נ ג פֿ אַ ל ט ל אַ נ ג ז אַ ם.
געשריבן אין יאָר 1915