מאָנאָלאָגן

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַ מעשׂה מיט אַ גרינהאָרן
מיסטער באַראַבאַן, ביזנעס־בראָקערbroker: מעקלער, דערצײלט, װי אַזױ ער האָט אָנגעלערנט אַ גרינהאָרן, װאָס האָט געהײַראַט צוליב ביזנעס. איבערדערצײלט מיט זײַן לשון.

― איר זאָגט: אַמעריקע איז אַ לאַנד פֿון ביזנעס ― נעװערמײנדnever mind: זאָרגט זיך נישט. עס דאַרף אַזױ צו זײַן. נאָר אַפֿטעראָלafter all: נאָך אַלעמען גײן הײראַטן און פֿאַרקױפֿן זיך צוליב ביזנעס ― דאָס איז שױן, עקסקיוז מיexcuse me: האָט קײן פֿאַראיבל נישט, אַ חזירײַ. איך פּרעדיק ניט קײן מאָראַל, נאָר איך זאָג אײַך, ס'אַ פֿעקטfact: פֿאַקט, אַז נײַן און נײַנציק פּראָצענט גרינהאָרנס הײראַטן בײַ אונדז צוליב ביזנעס.― פֿאַרדריסט דאָס מיך, און אַז איך דערטאַפּ אַזאַ גרינהאָרן, װעט ער שױן פֿון מיר טרוקן נישט אַרױס. ליװ איט טו מיleave it to me: לאָזט דאָס איבער צו מיר, װעל איך אײַך דערצײלן אַ שײנס!

זיץ איך מיר אײנמאָל אין מײַן אָפֿיס און מײלmail: שיק אַרױס די פּאָסט, קומט אַרײַן צו מיר אַ גרינהאָרן, נאָך גאָר אַ באָיboy: ייִנגל. און מיט אים אַ װײַבעלע ― װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? ― בלוט און מילך. שײן װי דער טאָג און פֿריש װי אַן עפּעלע, נאָר־װאָס פֿונעם בױם. אַרײַנגעקומען, רופֿט ער זיך אָן צו מיר: „האָו דו יו דוHow do you do: שלום־עליכם! זײַט איר דאָס מיסטער באַראַבאַן דער ביזנעס־בראָקער?“ „סידאַןsit down: זעצט זיך! װאָס'ט איר זאָגן גוטס?“ עפֿנט ער מיר אױף זײַן האַרץ און דערצײלט מיר אַ גאַנצע געשיכטע, סאָ ענד סאָso and so: אַזױ און אַזױ, אַזױ װי ער איז אַ באָי ערשט צען יאָר אין לאַנד, אַ ני־פּענטס־מײקערknee-pants maker: שנײַדער פֿון קורצע הױזן בײַ טרײדאַרבעט, און אין אים האָט זיך פֿאַרליבט אָט דאָס װײַבעלע, געװען אַ מײדל אַן אַרבעטערין, װאָס פֿאַרמאָגט טױזנט דאָלערדאָלאַר אין קעשcash: מזומן געלט, האָט ער מיט איר חתונה געהאַט און זוכט אַ ביזנעס, זײ זאָלן קאָנען מאַכן אַ לעבן און פֿאַרשפּאָרן אַרבעטן אין שאַפּ, װאָרעם ער האָט, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, אַ רעמאַטעז, בײַ אים בלײַב עס, און אַזױ װײַטער. קוק איך אױפֿן װײַבעלע און זאָג צו אים: „אין װאָס פֿאַר אַ ביזנעס װאָלט איר געגאַנגען?“ ענטפֿערט ער מיר: „ער װאָלט געעפֿנט אַ סטײשיאָנעריstationery: פּאַפּירקראָם“. און ער גיט מיר צו פֿאַרשטײן, אַז אין אַ סטײשיאָנערי װאָלט „זי“ אים אױך געקאָנט קומען צו הילף. איר פֿאַרשטײט אַ גרינהאָרן? ניט גענוג ער האָט דערטאַפּט אַ פּרי, אַן אתרוגל אױף צו מאַכן שהחיינו, און ניט גענוג זי ברענגט אים טױזנט דאָלער אין קעש, איז ער נאָך אַ בעלן, זי זאָל אים אַרבעטן און ער װעט זיך זיצן מיט זײַנע חבֿרים, שפּילן אין פּינאַקעלpinochle: אַ קאָרטנשפּיל און אַזױ װײַטער ― איך קען מײַנע לײַט! טראַכט איך מיר: אַ מכּה װעסטו בײַ מיר האָבן אַ סטײשיאָנערי! איך קאָן באַשטײן, דו זאָלסט בײַ מיר ליגן, װי אַ הונט, אין אַ לאָנדריlaundry: װעשערײַ. װעסט בײַ מיר װערן אַ לאָנדרימעןlaundryman: װעשער! װאָס איז מיר עפּעס אײַנגעפֿאַלן אַ לאָנדרי? װײַל איך האָב גראָד געהאַט אױף דער האַנט אַ לאָנדרי צו פֿאַרקױפֿן. און איך רוף מיך אָן צו מײַן גרינהאָרן: „צו װאָס טױג דיר, זאָג איך, זיך באַרעדן מיט אַ סטײשיאָנערי־סטאָרstore: קראָם אַכצן שטונדן אין מעת־לעת, אַרױסקוקן, טאָמער װעט דורכלױפֿן אַ סקול־באָיschoolboy: חדר־ייִנגל און כאַפּן קענדיcandy: צוקערקעס פֿאַר אַ פּעני און אַזױ װײַטער? אַמער, ליװ איט טו מי ― איכ'ל דיר געבן אַ שענערע ביזנעס, אַ לאָנדרי אין די בראָנקסThe Bronx: אַ געגנט אין ניו־יאָרק, װעסטו אַרבעטן רעגעלעregular: געװײנטלעך שטונדן און לעבן, װי אַ קײסער! און איך נעם אַ פּענסילpencil: בלײַער און טו אים אַ רעכן אױס, אַז נאָך אַלע עקספּענסעסexpenses: הוצאָות ― רענטrent: דירה־געלט און שױרט־אײַרענערshirt-ironer: העמד־אױספּרעסער און פֿעמילי־אײַרענערfamily-ironer: פֿאַמיליענװעש־פּרעסער און דעליװערי־באָיdelivery-boy: שיק־ייִנגל און לאָנדרי־בילlaundry-bill: װעשערײַ־הוצאָות און אַזױ װײַטער, בלײַבט אים איבער רײנע עטלעכע און דרײַסיק דאָלער אַ װאָך ― דאַרף מען בעסער? „װאָס װעט דאָס קאָסטן?“ זאָג איך: „טױזנט דאָלער, איז דאָס אַ באַרגײןbargain: מציאה, נאָר ליװ איט טו מי ― איכ'ל עס אײַך מאַכן פֿאַר אַכט הונדערט. איר'ט, זאָג איך, דאַרפֿן נאָר אָפּצאָלן די פּאָר דאָלער, פֿאַרבינדן די אױגן, נעמען די שליסל ― און איר זײַט אָלרײַטall right: אין גוטן שטאַנד. דערװײַל, זאָג איך, גײט געזונט און קומט צו מיר אין דרײַ טעג אַרום, װײַל איצט האָב איך קײן צײַט ניט ― און גוד־באַיgoodbye: זײַט געזונט“.

און אַלײן בין איך אַװעק צו מײַן לאָנדרימען און גיב אים אָפּ מזל־טובֿ: גאָט האָט מיר צוגעשיקט אַ העכט, אַ גרינהאָרן, און אַז ער האָט איצט אַ טשענסchance: געלעגנהײט, אױב ער איז אַ מענטש, פּטור צו װערן פֿון דער לאָנדרי אין גלײַכן געלט, זאָל ער װיסן װאָס ער האָט צו טאָן, און אַזױ װײַטער… האָט דער גנבֿ פֿאַרשטאַנען, װאָס איך מײן, און זאָגט צו מיר: „ברענגט אים נאָר, דעם העכט, װעט שױן זײַן אָלרײַט“… אין דרײַ טעג אַרום ― מײַן גרינהאָרן איז דאָ, געבראַכט אַ דעפּאָזיטdeposit: אַדערױף, אַװעקגעשטעלט זיך מיטן װײַבעלע אױף אַ װאָך טרײַעןtry: פּרוּװן, װי דער שטײגער איז, און מײַן לאָנדרימען האָט שױן מסתּמא געזען, אַז די װאָך פֿון טרײַען זאָל זײַן אָלרײַט, און נאָך מיט אַ שמיצל אױף יענער זײַט אָלרײַט ― און מע האָט געסעטעלטsettled: אָפּגעמאַכט די ביזנעס. דער גרינהאָרן האָט אָפּגעצײלט די פּאָר דאָלער, דער לאָנדרימען האָט אים איבערגעגעבן די ביכער מיט די שליסל, איך האָב אָפּגענומען מײַן רח″ש דװקא פֿון בײדע צדדים, און אַזױ װײַטער ― מיסטער באַראַבאַן ביזנעס־בראָקער װײסט װאָס ער האָט צו טאָן ― און, װי זאָגט איר, פֿיניטאַ לאַ קאָמעדיאַfinita la commedia: די שפּיל האָט זיך געענדיקט. אַיאָ? אַזױ זאָגט איר. בײַ מיר הײבט די קאָמעדיע זיך ערשט אָן. װאָרעם אַז ס'איז אַלצדינג שױן געװען פֿאַרטיק אַרום און אַרום, האָט זיך ערשט צעברענט אין מיר אַ פֿײַער אױף דעם גרינהאָרן, פֿאָר װאָס קומט אים, דעם ממזר, אַן אָפּגעשײלט אײעלע גלײַך אין מױל אַרײַן, אַזאַ װײַבעלע, טױזנט דאָלער אין קעש און אַ פֿאַרטיקע ביזנעס אָן קאָפּװײטיק? מע דאַרף בײַ אים די לאָנדרי אָפּהאַנדלען פֿאַר האַלב געלט און אַװעקגעבן זי צוריק צום פֿריִערדיקן לאָנדרימען. װי אַזױ? דערױף בין איך דאָך מיסטער באַראַבאַן ביזנעס־בראָקער, בײַ מיר איז נישטאָ אַ זאַך, װאָס איך זאָל ניט קאָנען דורכפֿירן! בין איך אַװעק אַקוראַט אַקעגן דער לאָנדרי אױפֿן קאָרנערcorner: ראָג פֿון דער צװײטער סטריטstreet: גאַס און האָב אָפּגעדונגען בײַם אײדזשענטagent: אַגענט אַ רומקעroom: חדרל, אַרײַנגעפֿידלט אים אַ צען־דאָלער־בילten-dollar bill: צענער אַן אױפֿגאָב און האָב אױסגעהאַנגען אַ סײַןsign: שילד אױף דער װינדעwindow: פֿענצטער:

„אָט דאָ עפֿנט זיך אַ לאָנדרי“.

אַװדאי גײט ניט אַװעק קײן טאָג צײַט ― מײַן גרינהאָרן איז דאָ מיט אַ צעיושעטן קאָפּ: סטײַטש! ער איז אַ געקױלעטער; „װאַט איז די טראָבלwhat is the trouble: װאָס איז דער מער?“ דערצײלט ער מיר פֿונעם אומגליק, עפּעס אַ שװאַרץ יאָר האָט אָפּגעדונגען אַקוראַט אַנטקעגן אים אַ סטאָר און עפֿנט אַ לאָנדרי! „װאָס־זשע װילסטו, גרינהאָרן?“ װיל ער, איך זאָל אים געפֿינען אַ קונה אױף דער לאָנדרי, װעט ער מיך באַדאַנקען אױפֿן שענסטן אַרט און װעט אײביק גאָט בעטן פֿאַר מיר, און אַזױ װײַטער. באַרויִק איך אים און זאָג אים, אַז ניט אַזױ גרינג געפֿינט מען אַ קונה. נאָר ער זאָל זיך פֿאַרלאָזן אױף מיך, איכ'ל טרײַען מײַן בעסטtry my best: טאָן אַלץ װאָס מעגלעך. דערװײַל זאָל ער גײן אַהײם און קומען אין דרײַ טעג אַרום, מחמת איך בין פֿאַרװאָרפֿן מיט ביזנעס, און אַזױ װײַטער ― און גוד־באַי!

און אַלײן האָב איך געשיקט רופֿן מײַן אַלטן לאָנדרימען און דערצײל אים סאָ ענד סאָ: אַצינד האָסטו אַ טשענס אַװעקצוקניהן צוריק בײַם גרינהאָרן דײַן לאָנדרי פֿאַר האַלב געלט. זאָגט ער: „װי אַזױ װעט איר עס מאַכן?“ זאָג איך: „װאָס גײט'ס אײַך אָן? ליװ איט טו מי ― דערױף בין איך דאָך עפּעס מיסטער באַראַבאַן ביזנעס־בראָקער“. זאָגט ער: „אָלרײַט“. זאָג איך: „װעל איך האָבן דערפֿאַר מײַן קאָמישעןcommission: קאַרטאַזש?“ זאָגט ער: „אָלרײַט“. זאָג איך: „איך מוז האָבן דערפֿאַר אַ הונדערטער“. זאָגט ער: „אָלרײַט“. און אַזױ װײַטער. דערװײַל זײַנען איבערגעלאָפֿן די דרײַ טעג ― מײַן גרינהאָרן איז דאָ מיטן װײַבעלע. דאָס װײַבעלע האָט זיך אַביסל אױסגעבלײכט, נאָר זי איז נאָך אַלץ שײן, װי די זון. „װאָס הערט זיך?“ „װאָס זאָל זיך הערן, זאָג איך, איר דאַרפֿט, זאָג איך, דאַנקען גאָט, איך האָב קױם־קױם געפֿונען אַ בעלן אױף אײַער לאָנדרי. נאָר װאָס דען? איר'ט מוזן, זאָג איך, פֿאַרלירן געלט“. „װיפֿל?“ „פֿרעגט ניט, זאָג איך, װיפֿל איר פֿאַרלירט, פֿרעגט װיפֿל איר געװינט. װאָרעם װיפֿל, זאָג איך, איר זאָלט ניט נעמען, איז דאָס װי געפֿונען. איר שפּילט זיך, זאָג איך, מיט אַמעריקאַנער קאָנקורענטן? זײ קאָנען אײַך, זאָג איך, אַרײַנטרײַבן אין אַזעלכע עקספּענסעס, אַז איר זאָלט דאַרפֿן, זאָג איך, אױפֿכאַפּן זיך אין מיטן בײַנאַכט און אַנטלױפֿן אין אײן העמד!“… װאָס טױג אײַך, איך האָב אױף זײ אָנגעװאָרפֿן אַזאַ שרעק, אַז זײ האָבן אָפּגענומען האַלב װיפֿל זײ האָבן אַרײַנגעלײגט און האָבן נאָך אָפּגעצאָלט מיר רח″ש אױך, װאָרעם איך בין דאָך ניט מחויבֿ זיך באַרעדן אומזיסט, און ― אױס לאָנדרי!… נאָר האָט צײַט, איר זײַט נאָך ניט פֿאַרטיק. אױב איר האַלט קאָפּ, דאַרפֿט איר געדענקען, אַז איך האָב געהאַט אַרײַנגעצימבלט צען דאָלאַר אַן אױפֿגאָב דעם אײדזשענט פֿאַר אַ סטאָר און אױסגעהאַנגען אַ סײַן אױף אַ לאָנדרי. פֿרעגט זיך אַ קשיא: למאַי זאָל איך לאָזן צען דאָלער גלאַט אױפֿן װינט, מיר ניט, דיר ניט? בײַ מיסטער באַראַבאַן ביזנעס־בראָקער איז דען גנבֿהש געלט, צי װאָס? איז אײן מאָל אַװעק. צװײטנס, ברענט מיך נאָך אַלץ אױף דעם גרינהאָרן און עס פּאָרקעט מיך: דער ממזר האָט נאָך עטלעכע הונדערט דאָלער אין פּאַקעטpocket: קעשענע און אַ װײַבעלע בײַ דער זײַט ― גינגאָלד! פֿאַרװאָס קומט דאָס אים? מיסטער באַראַבאַן, דער גרעסטער ביזנעס־בראָקער פֿון דער איסט־סײדEast Side: מיזרח־טײל פֿון שטאָט, באַדאַרף האָבן אַ װײַב, עקסקיוז מי, אַ פֿאַרזעעניש און נאָך אַ קסאַנטיפּע דערצו, און דער גרינהאָרן ― דאַרף אים גאָט צושיקן אַזאַ צאַצקע, יו נאָוyou know: פֿאַרשטײט איר מיך, אַ מזוזהלע ― אױסקרענקען זאָל ער עס! פֿױל איך זיך ניט און שרײַב אים אַװעק אַ פּאָסטעלקאַרדpostcard: פּאָסטקאַרטל, ער זאָל קומען צו מיר אױף אַן אַפּאָינטמענטappointment: באַגעגעניש אין דער און דער שעה, איך האָב צו אים אַ ביזנעס. לאָזט ער זיך ניט בעטן און קומט צו גײן אין דער אָפּגעשטעלטער צײַט, און דװקא מיט איר, מיטן װײַבעלע. באַזעץ איך זײ, מײַנע ליבע געסט, און דערצײל זײ אַ מעשׂה, סאָ ענד סאָ: „איר קענט ניט די אַמעריקאַנער בלאָפֿערסbluffers: ליגנערס! איר זאָלט װיסן, װאָס פֿאַר אַ טריקtrick: שפּיצל דער גנבֿ, דער אַלטער לאָנדרימען, האָט אײַך אָפּגעטאָן ― אַזש די האָר שטעלן זיך קאַפּױר!“… „דהײַנו?“ „דהײַנו, זאָג איך, דאָס האָט ער, זאָג איך, אָפּגעדונגען די סטאָר אַקעגן אײַך און האָט אױסגעהאַנגען אַ סײַן אױף אַ לאָנדרי, בכדי, זאָג איך, איר זאָלט זיך דערשרעקן און אים אָפּטרעטן פֿאַר האַלב געלט צוריק זײַן לאָנדרי“. דערהערט אַזאַ מעשׂה, האָט זיך דאָס פּאָרפֿאָלק גענומען איבערקוקן, געװאָרן אָנגעצונדן, און איבערהױפּט דאָס װײַבעלע. די אױגן האָבן איר געברענט, װי צװײ קױל פֿײַער. „ס'איז אַ יושר, זאָג איך, איר זאָלט זיך מיט אים אָפּרעכענען, מיטן גנבֿ, ער זאָל אײַך האָבן צו געדענקען!“ „מיט װאָס קאָנען מיר זיך מיט אים רעכענען?“ „ליװ איט טו מי, זאָג איך, איכ'ל אים שױן צו רעכט מאַכן, דעם פֿױגל, אַז ער װעט בײַ מיר, זאָג איך, קײן תּחית־המתים ניט אױפֿשטײן, און אײַך, זאָג איך, װעט דערפֿון אַרױסקומען אַ טובֿה; איר'ט, זאָג איך, האָבן אַ ביזנעס נאָך בעסער, װי פֿריִער!“ קוקן זײ אױף מיר, װי די טײַבעלעך, װי אײנער רעדט: פֿון אײַער מױל און גאָטס אױערן, און לאַנג לעבן זאָלט איר, און אַזױ װײַטער! און איך נעם און לײג זײ פֿאָר אַ פּלאַן: דאַרפֿן זײ קױפֿן פֿרעמדע ביזנעס און צאָלן יענעם פֿאַר דער פֿירמע אין טאָג אַרײַן? אַמער, גײ איך שױן צום אײגענעם לענדלאָרדlandlord: בעל־הבית און דינג זײ אָפּ די סטאָרקע, װאָס דער גנבֿ האָט געװאָלט דינגען, און איך פֿיקסfix: מאַך צו רעכט זײ אײַן פֿאַר אַזעלכע דרײַ־פֿיר הונדערט דאָלער אַ לאָנדרי אַקוראַט אַקעגן זײַן לאָנדרי און שטעל זיך אַװעק מיט אים קאָנקורירן, װיפֿל ער נעמט, נעם איך ביליקער, און איך מאַך אים אין דרײַ װאָכן צײַט צו מופֿןmove: זיך איבערקלײַבן ― זאָל מײַן נאָמען ניט הײסן באַראַבאַן! װאָס טױג אײַך, איך האָב זײ אַזױ צעשרױפֿט, אַז דער גרינהאָרן איז מיר שיִער ניט אַרױפֿגעפֿאַלן קושן, און דאָס שײנע װײַבעלע זײַנס האָט זיך צערױטלט און איז געװאָרן נאָך שענער, װי געװען. און דעם זעלבן טאָג נאָך האָב איך גערענטrented: געדונגען פֿון זײערט װעגן די סטאָרקע, און ס'איז גיך פֿאַרטיק געװאָרן בײַ מיר אַ נײַע לאָנדרי מיט אַ סײַן און מיט טישן און מיט האַק און פּאַק, און מײַן פּאָר פֿאָלק האָט זיך גענומען צו דער אַרבעט, און ס'איז אַװעק צװישן זײ און צװישן אַלטן לאָנדרימען אַ פֿלאַם־פֿײַערדיקע קאָנקורענציע. מע האָט זיך געשמיסן מיט די פּרײַזן, װי װײַט מע האָט געקאָנט. האָט יענער געשטעלט פֿיר און צװאַנציק סענט אַ דאָזען פֿלעטflat: װײַס־גרעט, האָבן זײ געשטעלט אַכצן, און נאָך צוגעגעבן אַ „ספּרעדspread: לײַלעך“ אומזיסט. האָט יענער אַרונטערגעלאָזט אױף אַכט סענט העמדער, האָבן זײ אַראָפּגעשמיסן אױף אַ פּעני און אַ האַלב קאַלערסcollars: קאָלנערס, האָט יענער שױן געמוזט אַראָפּשמײַסן אױף אַ פּעני, און אַזױ װײַטער. דער שפּיץ איז ― מע האָט זיך אַזױ לאַנג געשמיסן, ביז דער גרינהאָרן האָט זיך אָפּגעשאָקלט פֿון די פּאָר דאָלער און געבליבן אָן אַ פּעני, נישט געהאַט מיט װאָס צו צאָלן רענט. האָט ער צוגעמאַכט די לאָנדרי, אַרױס בשן־ועין, װי שטײט אין פּסוק: בשקאַפּע יבֿוא, בשקאַפּע יצא און איצט רוט ער זיך בײַ מיר אָפּ אין לודלאָװ־סטריט־דזשײלLudlow Street Jail: אַ תּפֿיסה ― דאָס האָב איך אױסגעזוכט פֿאַר זײַן װײַבעלע אַ לאָיערlawyer: אַדװאָקאַט , װאָס מאָנט בײַ אים פֿון אירט װעגן דרײַ זאַכן: 1) איר געלט, די טױזנט דאָלער נדן; 2) אַ גט; און 3) ביז זי װעט אַמאָל באַקומען פֿון אים דעם גט, זאָל ער זי סופּאָרטעןsupport: אױסהאַלטן לױט די געזעצן פֿון לאַנד ― אַ רוח אין זײַן טאַטנס טאַטן אַרײַן, דעם גרינהאָרן!…