ייִדישע שרײַבער

שלום עליכם (אַלע װערק)

פֿיר זײַנען מיר געזעסן

מענדעלע מוכר־ספֿרים ― אַ שײנער זקן, רעדט צוקער־זיס.

ביאַליקחיים נחמן ביאַליק 1873-1934 ― אַ פּאָעט, אַ בעל־מחשבֿות.

בן־עמי ― אַ ייִד, װאָס קאָכט זיך.

שלום־עליכם ― אַן אַלטער באַקאַנטער, װאָס הערט זיך צו און שרײַבט אַלצדינג אַרײַן אין אַ ביכל.

אַלע מײנען, אַז בערג, למשל, שטײען אױף אײן אָרט. און איך זאָג אײַך, אַז בערג גײען, און נאָך װי אַזױ! זײ לױפֿן! װען איך בין דערגאַנגען דעם דאָזיקן שׂכל? אין דער צײַט, װען מיר, דרײַ ייִדישע שריפֿטשטעלער און אײנער אַ פּאָעט, האָבן געמאַכט די ערשטע עקסקורסיע צו די באַרימטע, מיט אײביקן שנײ באַדעקטע, אַלפּנבערג.

אַרױסגעגאַנגען אַ פּאָר מײַל פֿון שטאָט אַרױס, האָט זיך אונדז אױסגעדאַכט: אָט־אָט זײַנען מיר בײַ די בערג, אָט־אָט נעם צי אױס אַ האַנט ― גיט איר זײ אָפּ שלום. נאָר װאָס װײַטער מיר גײען צו זײ, אַלץ װײַטער גײען זײ אַװעק, אַנטלױפֿן פֿון אונדז. מיר הײבן אָן גײן אַביסל גיכער, שטאַרק גיך, ― בלאָטע! זײ לױפֿן נאָך גיכער.

― זײ רײצן זיך מיט אונדז? ― רוף איך מיך אָן צום איבעריקן עולם.

― װער?

― די בערג.

― איך װײס גאָר נישט װאָס דאָס איז! ― רופֿט זיך אָן מײַן קאָלעגע מיטן הײסן טעמפּעראַמענט, װעלכער איז קלאָר אין די אַלפּנבערג, װי אַ ייִד אין אַשרי. ― ס'איז קײנמאָל נישט געװען אַזױ װײַט, װי איצטיקס מאָל. איר זאָלט מיך פֿאָלגן, װאָלטן מיר געגאַנגען אַביסל גיכער.

און אָט אַזױ האָט ער אונדז אונטערגעגעבן אַלע מאָל מער היץ, מיר זאָלן גײן גיכער, מער פֿון אַלעמען זיך אײַנגעמידט און מחמת דעם איז ער געװאָרן בײז, גערעדט מיט גאַל, געשאָטן מיט פֿײַער, אױסגעלאָזט כּל־חמתו אױף פֿאָניע־גנבֿ מיט זײַן רעװאָלוציע און מיט זײַן קאָנסטיטוציע.

― שאַט! איך װיל אײַך עפּעס פֿרעגן! ― אַזױ האָט זיך אָנגערופֿן צו אונדז דער זײדע רב מענדעלע, און מיר אַלע האָבן זיך אױפֿגעשטעלט אױף אַ װײַלע. ― איך װיל, איר זאָלט מיר זאָגן, יעדער באַזונדער, װי אַזױ פֿילט איר זיך אין דער מינוט?

אַ פּנים, אַז מײַן קאָלעגע מיטן הײסן טעמפּעראַמענט האָט דער ערשטער פֿאַרשטאַנען דעם זײדנס פֿראַגע, מחמת ער האָט זיך געאײַלט ענטפֿערן דער ערשטער, װישנדיק מיט די פּאָלעס דעם שװײס פֿונעם נאַסן שטערן.

― איך פֿיל מיך אַזױ גרינג, אַז איך װאָלט געפֿלױגן, װי אַן אָדלער, נישט אַרומגעקוקט זיך צוריק אַפֿילו אױף אַ מינוט.

― און איך ― מאַכט דער יונגער פּאָעט ביאַליק, אײַנגעקוקט זיך אױף מיר ― איך פֿיל מיך נישט שלעכט, נאָר פֿליִען װי אַן אָדלער ― װײס איך ניט, אױב איך װאָלט געפֿלױגן.

אַצינד איז געקומען די צײַט, איך זאָל אױך עפּעס ענטפֿערן. און איך האָב געזאָגט:

― איך פֿיל, אַז עס װאָלט מיר צוגעקומען אַ שטיק געזונט, װען מיר זעצן זיך אָט־דאָ, למשל, אױפֿן גראָז…

מײַן קאָלעגע מיטן הײסן טעמפּעראַמענט איז געװאָרן אָנגעצונדן. ער האָט געזאָגט, אַז אױב מיר װעלן אָט אַזױ גײן, װעלן מיר שבת האַלטן אונטערן באַרג. מיך האָט ער געמאַכט אױסצודרײען. ער האָט ניט פֿאַרשטאַנען, װי אַזױ נעמט זיך אונטער אַזאַ מענטש װי איך גײן, אַז איך װײס, אַז איך קאָן ניט גײן?

פֿונדעסטװעגן האָט דאָס אים גאָרנישט געשטערט, ער זאָל צונױפֿלײגן דעם שירעם, פֿאַרקאַטשען די פּאָלעס און גלײַך מיט אונדז אַלע זיך אַ װאָרף טאָן אין גרינעם פֿרישן שמעקעדיקן גראָז אַרײַן און געניסן טעם גן־עדן פֿון רוען אין מיטן פֿעלד, אונטער גאָטס הימל, און הערן דעם זײדן דערצײלן אַ מעשׂה.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

באַשרײַבן אַ מעשׂה און דערצײלן אַ מעשׂה ― דאָס איז זיך צװײ באַזונדערע זאַכן. פֿאַראַן מענטשן, װאָס װעלן אײַך באַשרײַבן אַ זאַך אױסגעצײכנט, און לאָזן זײ אײַך עפּעס נעמען דערצײלן, צעברעקלען זײ דאָס און צעקײַען עס אײַך אַזױ, אַז עס שלאָגט צו דער גאַל. און פֿאַראַן מענטשן, װאָס װעלן אײַך דערצײלן אַ מעשׂה טשאַקענדיק, אױסגעטאָקט און אױסגעפּוצט, מחיה־נפֿשות, ― און פּרוּװט, לאָזן זײ דאָס װעלן איבערגעבן אױף פּאַפּיר ― איר זאָלט זײ אַראָפּנעמען דעם קאָפּ! פֿאַראַן נאָך אַ קאַטעגאָריע גליקלעכע מענטשן, װאָס זײַנען װײַט פֿון בײדע זאַכן, ניט דערצײלן, ניט באַשרײַבן; נאָר פֿון זײ רײדן מיר נישט. מיר רײדן פֿון די, װאָס די נאַטור האָט זײ געבענטשט מיט בײדע טאַלאַנטן. דער זײדע רב מענדעלע מוכר־ספֿרים באַזיצט בײדע מתּנות פֿון זײַן ליבן נאָמען אױפֿן העכסטן שטײגער. ער, אַז ער דערצײלט אַ מעשׂה, מאַכט ער אַ בילד, און איר זיצט און הערט און זעט, און עס דאַכט זיך אײַך, אַז איר לעזט דאָס פֿון אַ בוך, ― נײן! װאָס זאָג איך? עס דאַכט זיך אײַך, אַז דאָס לעבט, אַז דאָס רעדט, אַז דאָס קומט־פֿאָר פֿאַר אײַערע אױגן, און עס װילט זיך אײַך אײביק אַזױ זיצן און הערן, און הערן, און הערן…

דער שמועס, װאָס בײַ אונדז האָט זיך געקײטלט, האָט זיך אָנגעהױבן, געװײנטלעך, פֿון פּאָליטיק, פֿון דער ייִדישער לאַגע אינעם אומגליקלעכן לאַנד, און מען איז אַריבער אױף דעם, װאָס אונדז, שריפֿטשטעלער, איז מער נאָענט צום האַרצן, ― אױף דער ליטעראַטור. די גאַנצע צײַט איז אָבער דער זײדע געזעסן פֿאַרכמורעט, מיט אַ ביטער שמײכעלע אױף די ליפּן, װי אײנער רעדט: „נאַראָנים האָבן געפֿונען פֿון װאָס צו רײדן!“… מײַן קאָלעגע מיטן הײסן טעמפּעראַמענט האָט געװאָלט מאַכן די אונטערהאַלטונג מער אינטערעסאַנט, האָט ער אַרױפֿגעפֿירט דעם שמועס אױף „נאַציאָנאַליזם“, און האָט גענומען אײַנטײלן די רעװאָלוציאָנערן מיט די בונדיסטן מיט די אַריסטאָקראַטן פֿון אײן זײַט, און די ציוניסטן מיט די טעריטאָריאַליסטן פֿון דער אַנדערער זײַט, ― אַלע האָבן זיך פֿון אים ניט גענאַרט! עס האָט אָבער קײנעם נישט גענומען. דער גאַנצער פּולװער מיט אַלע קױלן זײַנען איצטיקס מאָל געװען אַרױסגעװאָרפֿן. דער זײדע האָט זיך אױפֿגעהױבן מיט אַ קאָפּ העכער פֿון דער גאַנצער װעלט און האָט געזאָגט, אַז כּל־זמן עס װעט לעבן די „אונערבאַרעמלעכקײט פֿון עקזיסטענץ“ („אַכזריות הקיום“), װעט אים נישט נעמען נישט דאָס „שלעכטע“ נישט דאָס „גוטע“, װאָרעם עס איז נישטאָ אױף דער ערד נישט „שלעכטס“ נישט „גוטס“ ― עס איז נאָר דאָ דאָס, װאָס עס איז… און ער האָט אױסגעלאָזט זײַן פֿילאָזאָפֿישע טעאָריע מיט אַ בקשה צו אונדז, זײַנע אײניקלעך, אַז מיר זאָלן איצטיקס מאָל אַראָפּװאַרפֿן פֿון זיך די שריפֿטשטעלערישע קאַפּאָטע, פֿאַרגעסן, אַז ס'איז דאָ אױף דער װעלט אַ קולטור מיט אַ ליטעראַטור מיט בוכדרוקערײַ מיט מוכרי־ספֿרים און פֿאַרלעגער און אַרױסגעבער און צײַטשריפֿטן און גאַזעטן, מיט מענטשן־רשעים און מענטשן־צדיקים, מיט פֿאָניע, מיט להבֿדיל, ייִדן, מיט נאָך אַזעלכע זאַכן, און מיר זאָלן געדענקען, אַז איצט, אין דעם דאָזיקן טאָג, זײַנען מיר גלאַט מענטשן ― טוריסטן, װאָס האָבן געמאַכט אַן עקסקורסיע אין די אַלפּנבערג. עלעהײ ענגלענדער! און מחמת מיר זײַנען אַביסל מיד, האָבן מיר זיך אַנידערגעזעצט אָט דאָ אַביסל רוען, און לאָמיר בעסער רײדן, דערצײלן גלאַט אַזױ אין דער װעלט אַרײַן.

― מעשׂיות! מעשׂיות! ― האָבן אױסגעשריִען מיר, אַלע דרײַ אײניקלעך. ― דערצײלט אונדז עפּעס אַ מעשׂה, זײדעניו, אַ מעשׂה!

― אַ מעשׂה? װאָס פֿאַר אַ מעשׂה זאָל איך אײַך דערצײלן?

― דערצײלט אונדז, זײדעניו, אַ מעשׂה פֿון זיך אַלײן, פֿון אײַער אײגענעם לעבן, פֿון פֿאַרצײַטן!

― גוט, איך װעל אײַך דערצײלן אַ מעשׂה מיט אַ פֿערטל עוף, נאָר מיט אַ תּנאַי…

― אַז מע זאָל אײַך נישט איבערשלאָגן אינמיטן? ניט פֿאַרלױפֿן אױף צו־פֿריִער? ניט אַרײַנפֿאָרן מיט אַ װאָגן אין שליטן אַרײַן?

― אָט־אָט־אָט! גוט, װאָס איר װײסט מײַן טבֿע און װאָס איר קענט זיך אַלײן.

אַזױ האָט אונדז געזאָגט דער זײדע, זיך גענומען צום מדרש, װאָס ער האָט מיטגענומען אין װעג אַרײַן צדה־לדרך, פֿאַרריסן די ברילן אַרױף אױפֿן שטערן, געגעבן אַ קוק־אַרײַן, פֿאַרמאַכט דעם מדרש, אַראָפּגעלאָזט די ברילן צוריק אױף דער נאָז און אָנגעהױבן מיט אַ ניגון פֿון דער גמרא:

א. אַ מעשׂה מיט אַ פֿערטל עוף

― הערט־זשע, אָמר רבי יוחנן ― האָט רבי יוחנן געזאָגט: איבער קמצא ובֿר־קמצא איז חרובֿ געװאָרן ירושלים; איבער אַ הון מיט אַ האָן איז חרובֿ געװאָרן די שטאָט ביתּר; איבער אַ פֿלעקל פֿון אַ װאָגן איז חרובֿ געװאָרן טור־מלכּא. דערלױבט מיר צוצוזעצן: איבער אַ פֿערטל עוף איז פֿון אַבראַמאָװיטש געװאָרן מענדעלע מוכר־ספֿרים. הערט אַ מעשׂה!…

מיר רוקן זיך צונױף אַלע דרײַ נאָך נענטער צום זײדן, און דער זײדע הײבט אָן צו דערצײלן בזה־הלשון:

― שטעלט אײַך פֿאָר אַ גרױסן פֿירעקעכיקן פּלאַץ, פֿאַרבױט פֿון אײן זײַט מיט אַ ברײטן מױער, אַ פּאַלאַץ, פֿון דער אַנדערער זײַט ― מיט אַ שײנעם בית־המדרש, בײַ דער זײַט, להבֿדיל, אַ מרחץ, אַ גרױסע קיך, ברײטע שטאַלן און קאַמערס מיט קעמערלעך ― דאָס איז דער „הױף“. װעמענס הױף ― דאָס װעט איר װיסן שפּעטער. אין בית־המדרש זיצן יומם־ולילה צען ייִדן לומדים און לערנען. נאָר אַז מע זאָגט אײַך צען ייִדן לומדים זיצן און לערנען, שטעלט איר זיך שױן פֿאָר אין דער פֿאַנטאַזיע די געװיסע „עשׂרה־בטלנים“, דאָס הײסט: פֿאַרשמירטע, אָפּגעריסענע, אָרעמע לײדיק־גײער. האָט צײַט! דאָס זײַנען געװען צען שײנע זױבער־געקלײדטע פּאַרשױנען, מיט ליכטיקע פּנימער, געקליבענע לומדים פֿון דער ליטע, װאָס יעדער פֿון זײ װאָלט געמעגט זײַן אַ רבֿ בכּל־תּפֿוצות־ישׂראל. אַ זכיה האָט געהאַט דער, װאָס איז צוגעלאָזט געװאָרן צו הערן פֿון זײ אַ װאָרט. אַלע פֿרי און פֿאַרנאַכט האָט מען דאָרט געדאַװנט ― דאָס איז זעלבסטפֿאַרשטענדלעך. האָט איר אײַך דעם בית־המדרש. אַצינד װעלן מיר זיך דורכגײן מיט אײַך אין קיך אַרײַן. נאָר אַז איך זאָג אײַך אַ קיך, זאָלט איר ניט מײנען, אַז איך רײד פֿון סתּם אַ קיך מיט אַן אױװן, מיט אַן אונטערן־אױװן, מיט אַן אױפֿן־אױװן און מיט אַ קאַץ. נײן, דאָס מײן איך אַ גאַנצן רעסטאָראַן מיט לאַנגע געדעקטע טישן, און אױף די טישן ― פֿון כּל־טובֿ: פֿיש און פֿלײש און ביר און פּירות אַלערלײ, און כּל־דכפֿין ― פֿראַנק און פֿרײַ פֿאַר דער גאַנצער װעלט, מיט צװײ טירן, פֿון אײן טיר אַרײַן, פֿון דער אַנדערער אַרױס, אױף און אָפּ, װי אױף אַ יאַריד! און די קאַמערן מיט די קעמערלעך זײַנען געפּאַקט מיט פּראָװיזיע אױפֿן גאַנצן יאָר, און משרתים, דינערס און דינסטן און משגיחים, דרײען זיך אַרום הין און הער, און עס קאָכט װי אין אַ קעסל. װער עס קאָכט, װער עס באַקט, װער עס דערלאַנגט עסן, װער עס װאַשט, װער עס פּרעסט, װער עס הײצט די באָד, װער עס לעשט די ליכט אום שבת, ― דערױף איז פֿאַראַן אין הױף אַ באַזונדערער פּאַרשױן, אַ שבת־גױ מיטן נאָמען פּאַװלאָ, װאָס פֿון אים האָב איך פֿאַר אײַך גאָר אַ באַזונדערע מעשׂה. איר קאָנט פֿאַרשטײן, װער דער פּאַװלאָ איז ― אַז ס'זײַנען געװען מענטשן, װאָס פֿלעגן בײַ דעם פּאַװלאָ זיך נאָכפֿרעגן, װען איז ראָש־חודש און װען איז דער מולד… נאָר מיר לאָזן פֿאָרלױפֿיק פּאַװלאָ צו־רו. און מיר קערן זיך אום צוריק אין „הױף“ אַרײַן. דאָס האָט איר אײַך דעם פּרוזדור, דעם אַרײַנטריט. אַצינד װעלן מיר זיך מטריח זײַן מיט אײַך אין טרקלין, אין פּאַלאַץ אַרײַן, זיך באַקענען מיטן אײגנטימער פֿונעם „הױף“.

שטעלט אײַך פֿאָר אַ בילדשײנעם מענטשן, האַלב־ייִדיש, האַלב־אײראָפּעיִש געקלײדט, מיט אונטערגעבױגענע פּאות, מיט אַ װײַסן קאָלנער, מיט אַ ליכטיק שטרענגן פּנים, מיט מאַניערן פֿון אַ פֿירסט. דער גאַנצער „הױף“ שטײט פֿאַר אים װי פֿאַר אַ מלך. אין שטוב איז רײן, זױבער, רײַך, נאָר אײנפֿאַך און שטרענג, און זעלטן װער עס האָט די ערע אַהער אַרײַנצוטרעטן, אַ חוץ שבת; און קומט שבת, װערט געדעקט אַ לאַנגע רײע פֿון טישן, און אַ חוץ דער פֿאַמיליע װערן אײַנגעלאַדן אױך געסט פֿון די פֿאָרנעמסטע אורחים. איך האָב אײַך פֿאַרגעסן מיטצוטײלן, אום איר זאָלט האָבן אַ ריכטיקן באַגריף פֿון דעם „הױף“, אַז אין שטוב דרײט זיך אַרום אױך אַ גלוח. דאָס איז אַ דײַטש, אַ לערער צו די קינדער, װאָס לערנט מיט זײ „שפּראַך“. אױבנאָן, אױף אַ הױכן שטול, זיצט דער בעל־הבית, דער אײגנטימער אַלײן, און אַלע אױגן זײַנען צו אים.

װײסט איר, װער דאָס איז? דאָס איז אַ ליטװישער גבֿיר, אַ ייִד אַ סוחר, רב יונה סלוצקער, און די מעשׂה קומט־פֿאָר נישט אין קײן אַנדער שטאָט, נאָר טאַקע אין סלוצק.

אַצינד לאָזן מיר איבער דעם בן־מלך און נעמען זיך צו דער בת־מלכּה, דאָס מײן איך ― צו רב יונה סלוצקערס טאָכטער, װאָס איר נאָמען איז געװען פֿײגל און גערופֿן האָט מען זי די „קלײנע אײגעלעך“, נישט בלשון סגי־נהור, װײַל זי האָט געהאַט גרױסע אױגן, נאָר טאַקע דערפֿאַר, װײַל זי האָט געהאַט זײער קלײנע אײגעלעך, און מחמת רב יונה סלוצקער איז געװען אַ ייִד אַ גבֿיר און די טאָכטער האָט געהאַט קלײנע אײגעלעך, האָט מען איר געזוכט אַ חתן אַן אָרעם־בחור, נאָר אַ מושלם, אַ צאַצקע, אַזעלכן, װאָס זאָל זײַן אײנער בײַ גאָט, דער אַנדערער בײַ אים, ― און גאָט האָט אים געבראַכט די מציאה אין שטוב אַרײַן.

איר שטױסט זיך שױן אַװדאי, אַז דאָ װיל איך אײַך דערצײלן שױן פֿון זיך. אַלזאָ, מוז איך אײַך דערקלערן, װער בין איך געװען און װאָס בין איך געװען צו יענער צײַט. מיך האָט גאָט געבענטשט מיט דרײַ טיטלען מיט אַ מאָל. איך בין געװען אַ „יתום“, אַ „יורש“ און אַ „נשׂרף“. אַ יתום בין איך געװען פֿון טאַטע־מאַמע אין אַ קלײן שטעטל אין דער ליטע, אין קאַפּוליע. אַ יורש בין איך געװען אױף אַ חלק פֿון דער דירה, װאָס איז געבליבן אונדז בירושה ― געװײנטלעך, ניט אױף אַ גרױסן חלק: דעם גרעסטן חלק האָט געהאַט מײַן עלטערער ברודער, דער בכור; אױף מײַן חלק האָט זיך אָנגענומען סך־הכּל אַ „זיבעטל“, װאָס אַז מע זאָל געװען די דירה צו יענער צײַט פֿאַרקױפֿן, װאָלט זיך אָנגענומען אױף מײַן חלק אַװדאי אַ קערבלעך דרײַסיק, און געװיס זײַנען געװען אַ סך אַזעלכע, װאָס האָבן מיר מקנא געװען. נאָר אַזױ װי מע האָט די דירה באַצײַטנס ניט פֿאַרקױפֿט, ― און שולדיק זײַנען אין דעם געװען טאַקע די יורשים אַלײן ― איז זי אין דער גרױסער שׂרפֿה, װאָס עס איז געװען בײַ אונדז אין קאַפּוליע, אָפּגעברענט געװאָרן, און צו מײַנע צװײ טיטלען, „דער יתום“ און „דער יורש“, איז צוגעזעצט געװאָרן אַ דריטער טיטל: „דער נשׂרף“, װעלכער האָט אײַנגעשלונגען יענע ערשטע צװײ טיטלען, װי די זיבן מאָגערע קי פֿון מצרים, װאָס האָבן אַזױ בריהש אײַנגעשלונגען אין זיך די זיבן פֿעטע קי, אַזױ אַז קײנער האָט ניט דערקענט, װאָס פֿאַר אַ גוטן אָנבײַסן זײ האָבן געהאַט…

מילא, דערצײלן אײַך װאָס אין קאַפּוליע האָט זיך אָפּגעטאָן בשעת פֿונעם „יתום“ מיטן „יורש“ איז געװאָרן אַ „נשׂרף“ ― װיל איך נישט. דאָס לאָז איך איבער אױף אַן אַנדערש מאָל. איך װיל אײַך נאָר מודיע זײַן, אַז עס האָבן זיך געפֿונען גוטע באַרמהאַרציקע מענטשן, װאָס האָבן רחמנות געהאַט אױפֿן „יתום“ דעם „נשׂרף“ (דער טיטל „יורש“ איז אַװעק, װוּ דער ליבער שבת־קודש גײט אַװעק) און האָבן אים אָפּגעפֿירט פֿון קאַפּוליע קײן סלוצק צו רב יונה סלוצקער אין בית־המדרש אַרײַן ― לערנען.

מײַן איבערראַשונג, אַז איך בין אָנגעקומען צו רב יונה סלוצקער אין „הױף“ אַרײַן, לאָזט זיך ניט באַשרײַבן. איך בין זיכער, אַז קײן תּלמיד פֿון דער ישיבֿה און קײן סטודענט פֿון אוניװערסיטעט האָט אַזױ פֿלײַסיק נישט געלערנט און אַזױ פֿיל הנאה געהאַט פֿון דעם לערנען, װי דער „יתום“ פֿון קאַפּוליע האָט געהאַט בײַ רב יונה סלוצקער אין בית־המדרש. אײביק װעל איך ניט פֿאַרגעסן די לאַנגע װינטער־נעכט אינעם העל־באַלױכטן ניט־אָנגעהײצטן בית־המדרש, אױף די גלאַטע בענק מיט די געפּאָלירטע סטענדערס, װוּ דאָס קול קלינגט זיך אָפּ מיט אַ זעלטענער זיסקײט, װאָס צעגײט זיך ממש אין די בײנער. נאָכדעם ― דאָס געשמאַקע דאַװנען מיטן ערשטן מנין פֿאַרטאָג, אַז דער רבונו־של־עולם אַלײן שלאָפֿט נאָך, און נאָכן דאַװנען ― דאָס הײסע גלעזל טײ מיט זודיקע מילך מיט פֿרישע געבעקס, נאָר־װאָס פֿונעם אױװן. און ועל־כּולם ― פֿרײַטיק אין באָד אַרײַן מיט די פּראַכטפֿולע שטײנערנע בענק, רײנע שעפֿלעך, מחיהדיקע שפּריצערס, רײנע באַסײנס אױף צו שװימען ― אַן אמתער גן־עדן! איך זאָג אײַך דעם אמת: איך װאָלט װעלן אײביק זײַן אַ „יתום“ אַ „נשׂרף“ און זיצן בײַ רב יונה סלוצקער אין „הױף“, אַלס אָרעם־בחור, און לערנען. איז דאָך אָבער דאָ אַ שׂטן־מקטרג אױף דער װעלט, גײט ער און רעדט אָן די לומדים, װאָס האָבן מיט מיר געלערנט אין בית־המדרש, אַז זײ זאָלן רײדן מיט רב יונה סלוצקער װעגן דעם קאַפּוליער אָרעם־בחור, און רב יונה סלוצקער גיט אַרױס אַ באַפֿױל, אַז שבת זאָל מען מיך ברענגען צום „טיש“. פֿונעם שמועס, װאָס די עשׂרה־בטלנים האָבן געהאַט צװישן זיך, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אום װאָס דאָ האַנדלט זיך. קײן גרױסער חכם דערצו האָט מען נישט באַדאַרפֿט זײַן, װאָרעם זײ האָבן מיר גלײַך אַרױסגעזאָגט, אַז איך בין אַ גרױסער בר־מזל, און האָבן שױן געקוקט אױף מיר װי אױף אַ פּרינץ, װי אױף רב יונה סלוצקערס טאָכטערס חתן.

װאָס איך האָב איבערגעלעבט יענעם טאָג, װען איך האָב באַדאַרפֿט צום ערשטן מאָל גײן צום „טיש“ ― באַדאַרף איך אײַך נישט דערצײלן. דער כּוח־הדמיון האָט מיך געכאַפּט אױף די פֿליגלען און האָט מיך אַװעקגעטראָגן צו אַלדי שװאַרצע יאָר, ערגעץ הינטער די הרי־חושך, און איך האָב מיך דערזען זיצן אױבנאָן אױף אַ גאָלדענעם שטול, אָנגעטאָן אין סאַמע זײַדענע מלבושים, און דער גאַנצער „הױף“ מיט די עשׂרה בטלנים מיט, להבֿדיל, פּאַװלאָ דעם שבת־גױ קניִען און בוקן צו מיר, און איך שאַף מיך מיט זײ, זײ זאָלן מיר דערלאַנגען די גמרא… און פּלוצעם, איך טו אַ קוק ― עס פֿליט אַ קאַרעטע מיט געגילטע רעדער און מיט ברענענדיקע פֿערד, און אין קאַרעטע, זע איך, זיצט צעלײגט אַ גראַף ― דער „יתום“, דער „יורש“, דער „נשׂרף“ פֿון קאַפּוליע, און װיל גאָרנישט אַ קוק טאָן אױף מיר…

― װאָס נעמסטו זיך איבער אַזױ? ― טענה איך צו אים. ― דאָס בין איך דאָך טאַקע אַלײן, הײַנט װאָס איז מיט דיר דער ייִחוס?…

― הקיצור, איך װעל אײַך נישט מאריך זײַן, קינדער, מע האָט מיך געבראַכט צום „טיש“ דעם ערשטן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס און מע האָט מיך אַװעקגעזעצט בײַם עק טיש, פּונקט אַקעגן דעם גבֿיר און אַקעגן דעם גבֿירס טאָכטער מיט די קלײנע אײגעלעך. דער גבֿיר האָט אַלע מאָל געװאָרפֿן אױף מיר אַ פּאָר שװאַרצע שאַרפֿע שטרענגע אױגן, מיט װעלכע ער האָט מיך דורכגעניזעטпронзать: דורכגעלעכערט דורך און דורך. די „קלײנע אײגעלעך“ האָבן געקוקט צו זיך אין טעלער אַרײַן. מיר איז געװען ניט אַם בעסטן ― דאָס דאַרפֿט איר אַלײן פֿאַרשטײן.

אָפּמאָלן אײַך די פּרעכטיקע סעודה ― למאַי זאָלט איר מיך נײטן, איך זאָל אײַך טאָן אַזאַ זאַך, װאָס איר קאָנט דאָס געפֿינען אין שבֿועותדיקן „אַקדמות“? איך װיל אײַך נאָר זאָגן אײנס: דעם ערשטן מאָל אױף מײַן לעבן האָב איך דערזען אַזױ פֿיל טעלער מיט טעלערלעך! און גלאַנצנדיקע, גלאַטע, גליטשיקע. איר מײנט, ס'איז אַ מעלה? האָט צײַט, איר װעט עפּעס הערן! דערצו דאַרף איך מיך מודה זײַן, אַז מיטן שׂכל פֿון גאָפּל־מעסער בין איך צו יענער צײַט נאָך עפּעס נישט אַזױ שטאַרק באַקאַנט געװען, און דאָ דערלאַנגט מען אײַך, אַ געבראָטענעם, אַ פֿערטל עוף, גוט אײַנגעפּרעגלט אין שמאַלץ, אָנגעפֿילט און באַגאָסן מיט אַ מין זאַך (צימעס מן הסתּם?), װאָס איך האָב עס נאָך קײנמאָל נישט פֿאַרזוכט. אַװדאי דאַרף מען זײַן אַ גרױסער חכם, מע זאָל פֿאַרשטײן, אַז דאָס איז ניט קײן שלעכטער מאכל. נאָר במה דבֿרים אַמורים ― װען איז דאָס גערעדט געװאָרן, אַז מע זאָל דאָס נעמען אין האַנט אַרײַן, װי גאָט האָט געבאָטן, און טאָן מיט דעם דאָס, װאָס דער טאַטע האָט געטאָן. װי־זשע איז אָבער דער דין, אַז מע דאַרף נאָכקוקן װאָס אַנדערע טוען? איך קוק און זע, אַז אַלע קליגן זיך, בריהן זיך מיטן מעסער און מיטן גאָפּל, ― קליג איך מיך אױך און בריה מיך אױך מיטן מעסער און מיטן גאָפּל, און דאָ דער גבֿיר מיט זײַנע שאַרפֿע שטרענגע אױגן, װאָס נידערן אײַך גלײַך אין דער נשמה אַרײַן! איר קאָנט זײַן װי הונגעריק, מוזט איר פֿאַרלירן דעם אַפּעטיט. אַװעקלײגן דעם גאָפּל מיטן מעסער איז אָבער אױך ניט קײן פּלאַן. שלעכט! פּלוצעם ― אַז מײַן פֿערטל עוף הײבט זיך ניט אױף פֿונעם טעלער, גלײַך װי עס װאָלט בײַ דעם אױסגעװאַקסן פֿליגל, און טוט ניט אַ פֿלי איבערן גאַנצן טיש ― און גלײַך דעם גבֿיר אין פּנים אַרײַן, און פֿונעם פּנים גלײַך אױף זײַנע רײנע שײנע רײַכע שבתדיקע בגדים?!!!

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

איר װילט װיסן דעם סוף פֿון דער מעשׂה? איר װײסט אים שױן… דער גאַנצער מײן מײַנער איז געװען ― ערשטנס, מיר זאָלן אַביסל אױסרוען די פֿיס, און, צװײטנס, כאָטש אַ האַלבע שעה נישט רײדן פֿון אונדזערע מכּות. אַצינד קאָנען מיר גײן װײַטער.

און מיר האָבן זיך אױפֿגעהױבן פֿון דער ערד און מיר זײַנען אַװעק װײַטער.

ב. דעם זײדנס האָטעל

עס טרעפֿט אַמאָל, אַז איר זאָלט װעלן זײַן נישט דאָס, װאָס איר זײַט? איך, למשל, װאָלט אַ בעלן געװען אַמאָל זײַן נישט קײן ייִד ― געװײנטלעך, נישט אױף שטענדיק, חלילה! איך מײן נאָר אַזױ, אױף אַ קורצער צײַט, און אָנקוקן מיט מײַנע נישט־ייִדישע אױגן, װאָס פֿאַר אַ פּנים עס האָט בשעת ייִדן גײען און רײדן און פּילדערן און שפּאַרן זיך און מאַכן מיט די הענט? איך מײן, עס שײַנט צו זײַן אַ העכסט אינטערעסאַנט בילד? אַ גאַנץ געװײנלעכער שמועס װאָלט געװיס אױסגעזען אין מײַנע אױגן, אַז מע קריגט זיך און מע רײַסט זיך, און בשעת צװײ ייִדן אַמפּערן זיך איבער אַ פּרינציפּיעלער פֿראַגע, װעגן װען פֿאַרגײט די זון, װעגן װען האָבן מיר הײַנטיקן יאָר ראָש־השנה, װעגן װיפֿל קאָן װערט זײַן אָט דער דאָזיקער מױער, וכדומה, ― װאָלט איך זיכער מײנען, אַז מע קריגט זיך און עס האַלט בײַ פּעטש.

די דאָזיקע געדאַנקען זײַנען מיר געקומען אין קאָפּ אַרײַן אין דער צײַט, װען מיר, דרײַ ייִדישע שריפֿטשטעלער און אײנער אַ פּאָעט, האָבן געמאַכט די ערשטע נסיעה צו די באַרימטע אַלפּנבערג. כּמעט אַלע די, װאָס מיר האָבן באַגעגנט אױף אונדזער רײַזע, צװישן זײ פֿראַנצױזן, דײַטשן און ענגלענדער, האָבן זיך אָפּגעשטעלט און עפּעס װי פֿאַרװוּנדערט געקוקט אױף אונדז, גלײַך װי מיר װאָלטן אָנגעקומען מי־יודע פֿון װאָס פֿאַר אַ לאַנד און געגאַנגען אָנגעטאָן מי־יודע אין װאָס פֿאַר אַ מלבושים. איך רעכן, אַז ס'איז געװען דערפֿאַר, װאָס מיר האָבן געשמועסט טאַקע אַביסל צו הױך, און אַביסל דערפֿאַר, װאָס מיר האָבן גערעדט אינאײנעם אַלע פֿיר. רײדן אַלע אינאײנעם איז אַ קונסט, װאָס נאָר מיר, ייִדן, באַזיצן דאָס: קײן אַנדער פֿאָלק קאָן זיך נישט באַרימען דערמיט. אונדזערע אַסיפֿות, דין־תּורהס, שׂימחות און זיצונגען האָבן אַ שם אױף דער װעלט. פּאַרלאַמענטאַריזם, דאָס הײסט, אַז יעדער אײנציקער זאָל רײדן באַזונדער, איז אַ נײַס, װאָס מיר האָבן דערמיט צו פֿאַרדאַנקען דעם ציוניזם און, איבערהױפּט, דעם דאָקטאָר הערצל. דאָס איז טאַקע אַ גוטע זאַך, נאָר נישט אומעטום און נישט אַלע מאָל. װאָסער אַ פּנים האָט פּאַרלאַמענטאַריזם בײַ דרײַ ייִדישע שריפֿטשטעלער און אײנעם אַ פּאָעט, בשעת מע גײט זאַלבע פֿערט אין דער שװײץ צװישן די באַרימטע, מיט אײביקן שנײ באַדעקטע, אַלפּנבערג און מע רעדט אַלע פֿיר װעגן ליטעראַטור, פּאָעזיע, תּלמוד, מדרש, היסטאָריע, פּאָליטיק, רעװאָלוציע, וכדומה אַזעלכע זאַכן? מיר װעלן דאָך נישט מאַכן גײענדיק אַ „זיצונג“ און אױסקלײַבן אַ פּרעזידענט און בעטן בײַ אים דאָס װאָרט!

די מענטשן, װאָס מיר באַגעגענען, די פֿראַנצױזן, דײַטשן און ענגלענדער, גײען אױף די אײגענע בערג, װאָס מיר, נאָר זײער גײן איז נישט אינטערעסאַנט. זײ גײען און שװײַגן, אָדער אַז זײ רײדן, רײדן זײ אַזױ שטיל, אַז קױם־קױם װאָס מע הערט. יעדער פֿון זײ האָט אין זינען נאָר זיך, נאָר זײַן אײגענעם מאָגן. דאָס איז אַ כּלל: אַז עטלעכע מענטשן גײען צוזאַמען און שװײַגן, איז אַ סימן, אַז זײ זײַנען פֿאַרטיפֿט אין זײערע מאָגנס. ייִדן זײַנען װײַט פֿון אַזעלכע זאַכן. אַ מאָגן איז בײַ אונדז אַ באָמבע, װאָס די נאַטור האָט אונדז אָנגעהאַנגען, װי אַן אינעװײניקסטע טאָרבע, אַן אָפּקומעניש אױף דער װעלט. איך זאָג עס נישט פֿון זיך. דער זײדע רב מענדעלע האָט דאָס שױן אָנגערירט װיפֿל מאָל אין זײַנע אומשטערבלעכע כּתבֿים.

װי אַזױ די מעשׂה איז ― אַלע דורכגײער האָבן אױף אונדז געקוקט מיט גרױס באַװוּנדערונג. אײניקע האָבן זיך אָפּגעשטעלט און אײַנגעהערט זיך אין אונדזערע געשרײען, געװאַרט, אַ פּנים, ביז מיר װעלן זיך אָנהײבן שלאָגן. שוטים! זײ װײסן נישט, אַ פּנים, אַז נאָך אַזעלכע אמתע גוטע פֿרײַנד, װי מיר, איז שװער צו געפֿינען אױף דער גאַנצער װעלט, כאָטש קײן קאָמפּלימענטן מאַכן מיר נישט אײנס דעם אַנדערן, אין קאָרטן שפּילן מיר נישט, און פֿון אַנדערע תּענוגים פֿון עולם־הזה, װאָס בינדן צונױף באַקאַנטע מענטשן, װײסן מיר נישט. אונדזער גאַנץ פֿאַרגעניגן איז, אַז דער ייִדישער גלות טרײַבט אונדז אַמאָל צוזאַמען אױף אײן פּלאַץ, גיסן מיר אױס אײנס פֿאַר דאָס אַנדערע אונדזער פֿאַרביטערט האַרץ, װײנען צוזאַמען אױף גלות־השכינה, באַדױערן די אָרעמע צעשלאָגענע „קליאַטשע“, אָדער די „כּנסת־ישׂראל“, און אַז גאָט העלפֿט, מע נעמט צו ביסלעך משקה אַמאָל בײַ אַ מלװה־מלכּה, װערט מען אַזױ שטאַרק פֿרײלעך, אַז עס גיסן זיך אַזש טרערן פֿון די אױגן…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

די זון האָט געהאַלטן אין רעכטן שפּאַצירן איבערן העל־בלױען שװײצאַרישן הימל, באַגאָסן די בערג אַרום און אַרום מיט גאָלדענע סנאָפּעס, װאָס האָבן זיך צעשאָטן אַזױ װי זאַנגען איבער די אײביקע שטײנער און געקײַקלט זיך אַראָפּ־באַרג, איבער גרינע טאָלן, און אַרײַנגעפֿאַלן אינאײנעם מיט די שלענגלדיקע װאַסערלעך אין דער גלענצנד־בלױער אומרויִקער „ראָנאַRhône: דער טײַך“, װאָס לױפֿט מיט אַ געזאַנג צװישן די פֿעלדזן, גאָט װײס פֿון װען־אָן און ביז װאַנען, גאָט װײס פֿאַר װאָס און צוליב װאָס װאַקסט פֿאַר אונדזערע אױגן, װערט אַלע מינוט ברײטער און שענער, און עס דאַכט זיך, אַז ער לױפֿט שױן נישט מער פֿון אונדז, װי פֿריִער, נאָר, אַדרבא, ער גײט אונדז אַקעגן מקבל־פּנים זײַן, קוקט אױף אונדז פֿרײַנדלעך, נאָר מיט גדלות, װינקט צו אונדז, אַז מיר, פֿיר ייִדישע שריפֿטשטעלער, זאָלן זיך מטריח זײַן אַהין, צו אים אַרױף, נאָענט צום הימל, צו גאָטס שטול; דאָרט װעט ער אונדז צײַגן זײַנע גרױסע װוּנדער; דאָרט װעט ער אונדז לײענען אַ קאַפּיטל פֿון מעשׂה־בראשית; דאָרט װעט ער אונדז דערצײלן װאָס גאָט קאָן, און פֿון דאָרט װעט ער אונדז באַװײַזן דאָס נידעריקע, נאַרישע װעלטל, װוּ נאַרישע קינדער האָבן אױסגעבױט קלײנע שטיבעלעך און האָבן דאָס אַ נאָמען געגעבן שטעט, געלאָזט לױפֿן קלײנע װעגעלעך און האָבן דאָס אַ נאָמען געגעבן באַנען, האָבן זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר מלכים, קעניגן און פּרעזידענטן, שפּילן אין מלחמות, ים־געשלעג, האַרן און קנעכט ― פּונקט אַזױ װי בײַ די גרױסע…

בײַ יעדן פֿון אונדז באַקומט דער באַרג אַן אַנדער נאָמען: בײַ אײנעם הײסט ער „דער זקן“; דער אַנדערער האָט געפֿונען, אַז אים פּאַסט הײסן „דער גדול“; נאָך אײנעם איז געפֿעלן אים אַ נאָמען געבן „רב זײַט־זשע מוחל“. דעם זײדן רב מענדעלע האָט זיך פֿאַרגלוסט אַראָפּברענגען אַהער דעם גרעסטן ריז עוג־מלך־הבשן, װאָס זאָל כאַפּן דעם באַרג אױף די פּלײצעס און לױפֿן מיט אים תּ″ק600 מײַל אין אײן אָטעם און װעלן אַרױפֿװאַרפֿן אים אױף די ייִדן; פּלוצעם טוט גאָט אַ נס און עס װאַקסן אױס בײַם מערדערישן קעניג צװײ צײן, אײנער אַרױף, דער אַנדערער אַראָפּ, און דער מערדערישער קעניג בלײַבט שטײן מיטן באַרג, נישט אַהער, נישט אַהין ― אַ זעלטן טראַגיקאָמיש בילד!…

― װי אַזױ הײסט ער, אָט דער שײנער באַרג?

אַלע אױגן קוקן אױף מײַן קאָלעגע מיטן הײסן טעמפּעראַמענט ― ער איז דאָך אין דער שװײץ אַ גאַנצער בעל־הבית: ער קען זיך, זאָגט ער, מיט אַלע בערג און איז אױסגעבונדן מיט אַלע טײַכן און טײַכלעך ― מיט אײנעם אַ װאָרט, אַ „הײמישער מענטש“. מײַן קאָלעגע מיטן הײסן טעמפּעראַמענט האָט זיך אָפּגעשטעלט, געװאָרן רױט, געריבן זיך דעם שטערן, געקוקט אַרױף, אױפֿן סאַמע שפּיץ באַרג; נאָכדעם האָט ער אױסגעשפּיגן מיט אַזאַ כּעס, גלײַך װי עמעצער װאָלט אים אָנגעטראָטן אױפֿן פֿוס:

― טפֿו זאָל דאָס װערן! איך האָב פֿאַרגעסן דעם נאָמען פֿונעם באַרג! געװוּסט נאָר־װאָס ― און פֿאַרגעסן! װאָס זאָגט איר דערױף?

― פֿאַרגעסן? ― רופֿט זיך אָן דער זײדע רב מענדעלע, ― הערסטו! װאָס פֿאַרגעסעניש מאַכט ― פֿרעגט בײַ מיר. נישטאָ קײן ערגערע שטראָף אױף דער װעלט, װי אַז מע פֿאַרגעסט! מיר איז באַקאַנט דער טעם, אַז מע װײס עפּעס אַ זאַך און פּלוצעם פֿליט דאָס אַרױס פֿון זכּרון, װי אַ פֿײגעלע פֿון דעם שטײַגעלע ― גײ כאַפּ דאָס! פֿאַרגעסעניש איז אַ חלאַת, אַן אָנשיקעניש, אַן אומגליק אױף אַ מענטשן! אױב איר װילט, קינדער, װעל איך אײַך דערצײלן אַ מעשׂה, נישט קײן פֿאַנטאַזיע, נאָר טאַקע אַ מעשׂה־שהיה, װאָס מיט מיר האָט געטראָפֿן אין אַדעס פֿאַר עטלעכע יאָרן. אַ מעשׂה מיט אַ האָטעל…

― איך װעל אײַך דערצײלן אַ שענערע מעשׂה, װאָס מיט מיר האָט געטראָפֿן אין אַדעס!… הערט איר? ס'איז װערט צו באַשרײַבן!…

אַזױ האָט זיך אָנגערופֿן מײַן קאָלעגע מיטן הײסן טעמפּעראַמענט און האָט שױן געװאָלט אָנהײבן דערצײלן, האָט אים דער פּאָעט איבערגעשלאָגן:

― אָט װעל איך אײַך דערצײלן נאָך אַ שענערע מעשׂה, װאָס מיט מיר האָט זיך געטראָפֿן, נישט אין אַדעס, נאָר אין זשיטאָמיר!

― און װוּ בין איך? ― האָט זיך אַרױסגעכאַפּט דער פֿערטער, טאַקע איך אַלײן, ― איך װעל אײַך בעסער דערצײלן אַ מעשׂה פֿון דרײַ שטעט מיטאַמאָל, װעט איר זיך האַלטן בײַ די זײַטן!…

― פֿון דרײַ שטעט מיטאַמאָל? אױב אַזױ ― קומט אײַך די בכורה!

אַזױ האָט זיך אָנגערופֿן דער זײדע מיט אַ הילכיקן געלעכטער און מיט אַ ניגון און האָט אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט אין דער לופֿטן, װי אײנער רעדט: „איר האָט אױסגעכאַפּט?… פֿאַר אײַך די מציאה!“…

אַלע פֿיר האָבן זיך צעלאַכט, און איך האָב מיך דערמאָנט אינעם פּסוק: „שבֿעה דבֿרים בגולם“, און פֿאַרשטאַנען, װי אומטאַקטיש עס איז פֿון אונדזער זײַט, װאָס מיר זײַנען אַרײַנגעפֿאָרן מיט אונדזערע מעשׂיות דעם זײדן אין די רײד אַרײַן, און מיר זײַנען גרײט געװען פֿאַרריכטן אונדזער פֿאַרברעכן. מיר האָבן אָבער לאַנג באַדאַרפֿט בעטן דעם זײדן, ער זאָל אונדז דערצײלן די מעשׂה, װאָס מיט אים האָט זיך געטראָפֿן אין אַדעס, און דער זײדע (אַז מע בעט אים שטאַרק, פּועלט מען בײַ אים) האָט פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, װי זײַן שטײגער איז, אַרױפֿגערוקט די ברילן אױפֿן הױכן, װײַסן, קלוגן שטערן, װאָס קוקט אַרױס פֿון די כװאַליעדיקע שנײ־װײַסע האָר. די קלײנע נאָר שאַרפֿע, טיפֿע, דורכדרינגענדיקע אױגן האָבן זיך האַלב געשלאָסן, געקוקט אַרױף, אַביסל אין אַ זײַט, און אױפֿן פּנים האָט זיך צעגאָסן דאָס שײַנענדיקע קינדערשע שמײכעלע, װאָס מאַכט אים תּמיד ייִנגער מיט פֿופֿציק יאָר און גיט אים צו אַזױ פֿיל חן, אַז עס װילט זיך זיצן אַזױ אײביק נעבן אים און האָרכן אים רײדן און רײדן און רײדן!…

און לאַנגזאַם, װי זײַן שטײגער איז, מיט אַ האַלב־קאָמישן, האַלב־ערנסטן טאָן, האָט ער אָנגעהױבן זײַן געשיכטע בזה־הלשון:

― דאָס איז געװען, װי איך האָב אײַך געזאָגט, מיט עטלעכע יאָר צוריק אין אַדעס, דאָס הײסט, נישט אין אַדעס גופֿא, נאָר עטלעכע סטאַנציעס הינטער אַדעס. קורץ, איך בין געפֿאָרן אַהײם קײן אַדעס. אָסיענצײַט איז דאָס געװען. דער אינדרױסן האָט זיך אײַנגעהילט אין אַ רעגנמאַנטל. דער הימל האָט געגאָסן מיט טרערן, דער װינט האָט געקלאָגט, די ערד האָט געטרױערט, געבענקט נאָך דער ליבער װאַרעמער זון, װי אַן אַלמנה נאָך איר מאַן. די בײמער האָבן זיך שױן לאַנג אָפּגעטרײסלט פֿון די געלע בלעטלעך, די פֿױגלען האָבן פֿאַרלאָזן זײערע נעסטן, צוגעזאָגט אױף, אם ירצה השם, איבער אַ יאָר צוריק קומען, אַז גאָט װעט שענקען דאָס לעבן… אַ דריבנע רעגנדל האָט געזיפּט פֿון אױבן אומאױפֿהערלעך און פֿון צײַט צו צײַט צעבײזערט זיך און געשמיסן אין די פֿאַרשװיצטע פֿענצטער פֿון אונדזער װאַגאָן, װוּ מיר זײַנען זיך געזעסן גאַנץ ברײטלעך, באַקװעם, אין דער װאַרעם, אַ גאַנצע קאָמפּאַניע און געשמועסט פֿון פֿאַרשײדענע זאַכן, ענינים און קעגנשטאַנדן. אַקעגן מיר איז געזעסן אַ פּאַסאַזשיר, אַ געבילדעטער, אַ באַלעזענער, אַ פּראַכטפֿולער מענטש, װי עס האָט זיך אַרױסגעװיזן נאָכדעם ― אַ קריסט, אַ זעלטענער ייִדנפֿרײַנד. איר װײסט, אַז איך האָב פֿײַנט אַ מה־יפֿית־ייִדן ערגער װי אַ משומד, און װער נישט נתפּעל פֿון אַ קריסט, װאָס זאָגט אױף אונדז אַ גוט װאָרט. נאָר צו דעם פּאַרשױן האָב איך געהאַט אַ פּערזענלעכע סימפּאַטיע דורך אַ פֿאַרבאָרגענער צוציִונגס־קראַפֿט, װאָס ליגט אַביסל טיפֿער פֿון אונדזער פֿאַרשטאַנד. װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? איך האָב זיך געפֿילט מיט אים אַזױ גוט, איך װאָלט זאָגן: הײמיש, אַז עס װאָלט װירקלעך מיר נישט נימאס װערן פֿאָרן מיט אים נאָך דרײַ טעג. עס האָט זיך מיר געװאָלט מיט עפּעס װאָס־נישט־איז נוצלעך זײַן אים, טאָן עפּעס אַ געפֿעליקײט, און שטעלט אײַך פֿאָר, אַז די גוטע געלעגנהײט איז מיר געקומען צו דער האַנט גאַנץ אַלײן, פֿון זיך. װאָס איז די מעשׂה? אַזױ װי ער פֿאָרט דעם ערשטן מאָל אין מײַן שטאָט, אין אַדעס, װאָלט ער װעלן עפּעס אַ רעכטע סטאַנציע, אַן אָנשטענדיקן האָטעל, און אַזױ װי איך בין אַן אַדעסער תּושבֿ פֿון אַ סך יאָרן, אפֿשר איז מעגלעך, איך זאָל אים רעקאָמענדירן נאָך מײַן פֿאַרשטאַנד דאָס שענסטע און דאָס בעסטע האָטעל אין אַדעס?

― אַ האָטעל? אָך!…

מיט בײדע הענט האָב איך מיך אָנגעכאַפּט אינעם דאָזיקן צופֿאַל און האָב גענומען אים אױסמאָלן מיט די שענסטע פֿאַרבן אַ באַװוּסטן האָטעל, לױט מײַן מײנונג, דאָס גרעסטע און דאָס שענסטע האָטעל, װאָס אין דער שטאָט. ערשטנס, די פּאַנאָראַמע. דאָס הױז איז אױפֿגעשטעלט געװאָרן אַזױ קונציק, אַז אַלע פֿענצטער קוקן אַרױס אױפֿן ים. הײַנט די ברײטע, הױכע, ליכטיקע חדרים, דער פּרעכטיקער װינטער־גאָרטן, די אָראַנזשעריעןorangerie, דאָס לעזע־צימער, די באַדינונג, איך מײן די „מענטשן“. הײַנט דער רעסטאָראַן, די מוזיק ― קורץ, איך האָב מיך אַזױ באַגײַסטערט, גלײַך װי איך װאָלט געמאָלט אַ גן־עדן, נישט קײן האָטעל.

אַ ליכטיקע, װאַרעמע, פֿרײלעכע סטאַנציע אין אַ פֿרעמדער שטאָט, בשעת אין דרױסן איז אַזױ אָנגעכמורעט, איז צען מאָל אַזױ אָנגעלײגט, װי אין אַן אַנדער צײַט. מײַן פּאַרשױן האָט מיך אױסגעהערט מיט לױכטנדיקע דאַנקבאַרע אױגן און מיט אַ שײַנענדיק גליקלעך פּנים. איך האָב באַמערקט, װי ער האָט אַרױסגענומען פֿון דער טאַש אַ נאָטיץ־ביכל, אָפּגעשפּיליעט פֿונעם זײגער אַ גאָלדן שטיפֿטל, און האָט געװאַרט ביז איך װעל ענדיקן, אום ער זאָל קאָנען פֿאַרשרײַבן דעם נאָמען פֿונעם האָטעל. איך בין אָבער נאָך אַלץ געװען באַגײַסטערט פֿון מײַן באַשרײַבונג און האָב נישט אױפֿגעהערט אױסצורעכענען די מעלות פֿונעם מערקװירדיקן האָטעל. איך האָב גאָר נישט באַמערקט, אַז מיר זײַנען שױן אָט־אָט אין אַדעס. נאָר אַז דער עולם האָט גענומען אױפֿהײבן זיך פֿון די ערטער און קוקן אַרױף צו די פּעקלעך, האָט מײַן פּאַרשױן פֿאָרזיכטיק מיט זײער אַ פֿרײַנדלעך שמײכעלע, זיך געװענדט צו מיר און האָט מיך זײער העפֿלעך אַ פֿרעג געטאָן, װי אַזױ איז דער נאָמען פֿונעם האָטעל?

― אַך! יאָ, דער נאָמען? אָט באַלד װעל איך אײַך זאָגן!…

און איך האָב מיך אױף אַ װײַלע פֿאַרטראַכט ― גאָט מײַנער! װי אַזױ איז דער נאָמען? אָט ערשט האָב איך געװוּסט… בלאָטע! נישטאָ קײן נאָמען! אַװעקגעפֿלױגן!… אומזיסט האָב איך מיר געריבן דעם שטערן, געזוכט אין אַלע קעשענעס ― נישטאָ קײן נאָמען! אפֿשר מײנט איר, אַ שװערער נאָמען, אַ פֿאַרפּלאָנטערטער, װאָס איז נישט גרינג צו געדענקען? אָט װעט איר הערן! קײן מער גרינגערער נאָמען קאָן שױן גאָר נישט זײַן אין דער װעלט! נאָך מער, דאָס איז אַזאַ נאָמען, װאָס מע קאָן אים נישט פֿאַרגעסן, מע זאָל אַפֿילו װעלן! איר װעט הערן, װעט איר אַלײן זאָגן! קורץ, איך האָב געמײנט, אַז איך װעל מיר נאָר אַ מעשׂה אָנטאָן! דער נאָמען איז מיר געלעגן, װי מע זאָגט, אױף דער צונג: אָט־אָט! נאָר אַרױסרײדן אים ― בשום־אופֿן נישט, כאָטש שרײַ חי־וקים! כאָטש לײג זיך און שטאַרב! איך װעל אײַך מער נישט דערצײלן. מײַן פּאַרשױן האָט, אַ פּנים, געזען מײַן טרױעריקע לאַגע. ער האָט געװאָלט מיר אױסהעלפֿן װי װײַט מעגלעך, אַרױסציִען מיך פֿון דער בלאָטע, װוּהין איך בין מיט מײַן אײגענעם װילן פֿאַרקראָכן. ער האָט דערצו אָנגעװענדט אַלע קרעפֿטן. ער האָט מיר גענומען אונטערזאָגן, אױסרעכענען אַלע נעמען פֿון דער גאַנצער װעלט. דאָס איז געװען: „גראַנד־האָטעל“, „בעלװיו“, „טערמינוס“, „מעטראָפּאָל“, „נאַציאָנאַל“, „אינטערנאַציאָנאַל“, „בריסטאָל“, „פּאַריז“, „מאַדריד“, „סאַנקט־פּעטערסבורג“, „שיקאַגאָ“, „סאַנרעמאָ“, „לאָנדאָן“, „האַמבורג“, „קאָנסטאַנטינאָפּאָל“ ― נײן, נײן און נײן! קורץ, מײַן פּאַרשױן האָט געזען, אַז נעמען פֿון שטעט גײען נישט, האָט ער זיך אַ װאָרף געטאָן אױף נעמען פֿון לענדער: אפֿשר „פֿראַנציע“? „מאָנטענעגראָ“? „אַנגלעטער“? „ראָססיאַ“? „עסטרײַך־אונגאַרן“? „בעלגיע“? „האָלאַנד“? „בראַזיליע“? „אַרגענטינאַ“? ― װוּ? עס הײבט זיך גאָר נישט אָן! אפֿשר „האָטעל פּאָסט“? „האָטעל ראָיאַל“? „האָטעל אײראָפּאַ“? „האָטעל לאָװר“? „האָטעל דאַגמאַראַ“? „האָטעל אימפּעריאַל“? ― קורץ, איך האָב געזען, װי מײַן פּאַרשױן האָט באַהאַלטן דאָס נאָטיץ־ביכל, צוגעשפּיליעט צוריק צום זײגער דאָס גילדענע שטיפֿטל, זיך גאַנץ העפֿלעך מיט מיר אָפּגעזעגנט, געדאַנקט, געבעטן, איך זאָל מיר נישט באַמיִען, ער װעט שױן װי־ס'נישט־איז אַלײן זען, מע זאָל אים פֿירן אינעם בעסטן האָטעל… און איך? אַ גרוב, װען עס עפֿנט זיך מיר, װאָלט איך אַרײַן אַ לעבעדיקער! אַזאַ שאַנדע! אַזאַ סקאַנדאַל! אױספּאַטשן זיך! שמיץ בין איך דאָך װערט געװען!… און איך האָב גענומען זיך אַלײן זאָגן מוסר: אַלטער נאַר װאָס דו ביסט! דו אַלײן זאָגסט אַלע טאָג אַן איבערגעדרײטן מדרש: מוטבֿ שאהיה רשע כּל־ימי, בעסער לאָמיך זײַן אַ רשע אַלע מײַנע יאָרן, ואל אהיה שוטה אַפֿילו שעה אַחת, אַבי נישט זײַן קײן נאַר אײן שעה אַפֿילו, ― זאָלסטו אָפּטאָן אַזאַ דומהײטDummheit: נאַרישקײט? װער האָט דיך געבעטן, זאָלסט רעקאָמענדירן אַן אומבאַקאַנטן מענטשן אַ האָטעל אין אַדעס? װי קומט צו דיר האָטעלן? און װי אַזױ פֿאַרגעסט מען דאָס אַ זאַך, װאָס מע װײס, װאָס מע זעט דאָס אַלע טאָג, װאָס מע קלערט פֿון דעם אַלע מינוט???…

קורץ, איך װעל אײַך מער נישט דערצײלן. איך בין געקומען אַהײם אַ צעקאָכטער, אַרומגעגאַנגען איבערן שטוב און געריבן זיך דעם שטערן, טאָמער װעל איך מיך דאָ כאָטש דערמאָנען דעם נאָמען פֿונעם האָטעל? ― נישטאָ קײן נאָמען!

― װײסטו נישט, ― זאָג איך צו מײַן װײַב ― װי אַזױ הײסט דאָס האָטעל?

― װאָסער האָטעל?

― הערסט! איך זאָל איר זאָגן װאָסער האָטעל! איך פֿרעג דאָך בײַ דיר!

― זאָג מיר דעם נאָמען ― מאַכט זי צו מיר.

נו? גײט רעדט מיט אַ ייִדענע! בקיצור, מע דאַרף אַלײן זיך מטריח זײַן זיך דורכגײן אַהין צום האָטעל! נאָר, װי געװײנלעך, אַז אַ מענטש קומט פֿון װעג, געפֿינען זיך אַכצנהונדערט געשעפֿטן, בריװ, עסקים ― מע דאַרף דאָס אַלץ דערלײדיקן. און איך װער נאָך מער אױפֿגערעגט, נערװעז, אין כּעס אױף זיך און אױף דער גאַנצער װעלט, לאָז אױס דאָס האַרץ צו די אומשולדיקע. און אָט אַזױ האָט מען מיר פֿאַרדרײט דעם קאָפּ. עס איז געװאָרן נאַכט, מע האָט שױן לאַנג אָפּגעגעסן, מע דאַרף זיך שױן לײגן שלאָפֿן ― און מיך מוטשעט נאָך אַלץ דער נאָמען פֿונעם האָטעל. האָט איר געהערט אַ מעשׂה?… קורץ, איך װעל אײַך מער נישט דערצײלן. עס איז געבליבן, אַז מאָרגן כּאור גײ איך צום האָטעל גאָר אָן אַ שום תּירוץ! עס נעמט מיך אָבער נישט קײן שלאָף! איך װאָלט שױן װעלן דערלעבן טאָג, װעל איך מיך אָנטאָן און װעל פֿריִער פֿאַר אַלע היומס צוגײן צום האָטעל און אַ קוק טאָן אױפֿן שילד, װאָס פֿאַר אַ נאָמען עס טראָגט. פּלוצעם טוט דאָס מיך אַ טראָג־אױף פֿונעם בעט און איך טו מיך אָן.

― גאָט איז מיט דיר! ― זאָגט צו מיר מײַן װײַב, אַן איבערגעשראָקענע נעבעך אױף טױט, ― װוּהין איז?

― איך װעל דאָס נישט אױסהאַלטן! ― זאָג איך, ― איך מוז גײן באַלד אַ קוק טאָן!

― װוּהין אַ קוק טאָן?

― נעם אַ לאַמטערן ― זאָג איך צו מײַן װײַב ― און קום מיט מיר!

― װוּהין?

― פֿרעג מיך נישט, קום!

מילא, די לאַגע פֿון מײַן װײַב נעבעך פֿאַרשפּאָר איך אײַך צו באַשרײַבן. איר דאַרפֿט אַלײן פֿאַרשטײן די לאַגע פֿון אַ װײַב, װאָס איר מאַן איז אַװעקגעפֿאָרן פֿון דער הײם, דאַכט זיך, געזונט און שטאַרק ― און קומט צו פֿאָרן אַהײם אַ ברוגזער, רעדט נישט, שפּאַנט אַרום איבער דער שטוב און רײַבט זיך דעם שטערן, װי אַ פֿאַרריקטער, און פּלוצעם כאַפּט ער זיך אױף בײַנאַכט פֿון בעט, הײסט אָנצינדן אַ לאַמטערן און זאָגט: „קום!“… נאָר װאָס טוט נישט אַ װײַב נעבעך צוליב איר מאַן? מע זאָגט איר „קום“ ― גײט זי! קורץ, װאָס טױג אײַך, איך גײ, מײַן װײַב גײט מיר נאָך. איך טיאָפּקע אין דער בלאָטע, מײַן װײַב טיאָפּקעט מיר נאָך. גאָט האָט געהאָלפֿן, מיר זײַנען געקומען. געקומען צום האָטעל, אױפֿגעהױבן די לאַמטערן, איך גיב אַ קוק אױפֿן שילד ― אַנו, טרעפֿט, װאָס פֿאַר אַ נאָמען? אַז איר װעט זײַן מיט אַכצן קעפּ, װעט איר אױך נישט טרעפֿן! דאָס האָטעל הײסט מיטן נאָמען: „אָדעסאַ“!!!…

ג. דער פּאָעט און זײַן כּלה

― נו? אַצינד דערצײלט איר; איר האָט, זאָגט איר, צו דערצײלן אַ שענערע מעשׂה.

אַזױ האָט זיך געװענדט דער זײדע רב מענדעלע צו מײַן קאָלעגע מיטן הײסן טעמפּעראַמענט, װעלכער האָט גענומען פֿאַרענטפֿערן זיך, אַז, ערשטנס, האָט ער נישט געזאָגט, אַז ער װײס אַ „שענערע“ מעשׂה. דאָס האָט גאָר געזאָגט דער פּאָעט. און אױב ער האָט דאָס יאָ געזאָגט, האָט ער נישט דאָס געמײנט. אַ סימן, זאָל דערצײלן דער פּאָעט פֿריִער זײַן מעשׂה, נאָכדעם שױן װעט ער דערצײלן זײַן מעשׂה.

און עס איז געבליבן, אַז דער פּאָעט זאָל דערצײלן פֿריִער זײַן מעשׂה. און דער יונגער פּאָעט האָט זיך אױסגעהוסט און האָט אָנגעהױבן צו דערצײלן זײַן געשיכטע כּהאַי־לישנא:

― געװיס איז יעדער פֿון אײַך געװען אַ מאָל אַ חתן און געהאַט אַ כּלה. איר זײַט עלטער פֿון מיר, האָט איר דאָס אפֿשר שױן לאַנג פֿאַרגעסן. איך געדענק עס נאָך, אַזױ װי נעכטן איז דאָס געװען. אַך! װאָס פֿאַר אַ ליכטיק שטיקל צײַט! מיר איז גוט װי די װעלט! מיך האָט געטראָפֿן אַ גליק! איך בין אַ חתן, איך נעם אַ כּלה, אַ שײן מײדל, מיט זעקס הונדערט קאַרבן נדן, מיט צװײ יאָר קעסט, מיט אַ גאָלדענעם זײגער אין דער טאַש, און בין אין אַ גרױסער שטאָט, אין זשיטאָמיר, און אין דרױסן איז ל″ג־בעומרדיק, די זון צעגיסט זיך אין בריליאַנטן, דער לױטערער הימל שפּיגלט זיך, די פֿײגעלעך זינגען, אױפֿן האַרצן איז יום־טובֿדיק, עס װילט זיך אַרומנעמען די גאַנצע װעלט, זיך צעקושן מיט אַלע מענטשן אױף דער ערד! איך קאָן מיר גאָר נישט פֿאָרשטעלן, אױב עס איז פֿאַראַן בײַ מיר אױף דער װעלט אײן מענטש, װאָס זאָל מיר נישט זײַן „הײמיש“, װי דער זײדע זאָגט, װאָס זאָל מיר נישט זײַן באַפֿרײַנדעט, אײַנגעבאַקן אין האַרצן! דאָס װאָרט „פֿרעמד“ עקזיסטירט מער נישט! װאָס הײסט דאָס, מענטשן זאָלן גאָר זײַן פֿרעמד? אַלץ, װאָס מע האָט ליב, איז נישט פֿרעמד, און איך האָב ליב אַלעמען! איך האָב ליב זימל דעם שנײַדער, װאָס לױפֿט מיט דער אַרבעט, חײם־הערש דעם בעל־עגלה, װאָס עס שמעקט פֿון אים סמאָלע, לײזער־בער דעם װאַסערפֿירער מיט די אָנגעשװאָלענע פּאַפּעציס און מיטן אָפּגעשײלטן פּנים, און אַפֿילו איװאַן דעם גױ, װאָס אַז ער שיכּורט זיך אָן, שװערט ער זיך, אַז ער װעט אױסקױלען אַלע ייִדן, װאָלט איך אַרומגעכאַפּט קושן זײַן חנעװדיקע שאַרשאַװעшершав: אָנגעקריצט שטעכעדיקע מאָרדע. הײַנט לערנט אײַך אָפּ אַ קל־וחומר: מה־דאָך איװאַן, װאָס אָט שיכּורט ער זיך אָן און מאַכט אַ תּל פֿון אַלע ייִדן, גלוסט זיך מיר אַרומנעמען אים מיט בײדע הענט, הײַנט לא־כּל־שכּן אַ חבֿר, װאָס איך בין מיט אים אינאײנעם אױסגעװאַקסן, אינאײנעם אַװעק קײן װאַלאָזשין אין דער ישיבֿה, אינאײנעם געהונגערט, אינאײנעם אױסגעריסן געװאָרן!… קורצע װערטער, איך האָב מיך באַגעגנט מיט מײַן חבֿר דעם ערשטן טאָג, װאָס איך האָב געמאַכט אַ שפּאַציר מיט מײַן כּלה איבער דער שטאָט, און איר פֿאַרשטײט שױן אַלײן, אַז איך האָב געװאָלט, אַז מײַן כּלה זאָל װיסן, װער מײַן חבֿר איז, און מײַן חבֿר זאָל װיסן, װער מײַן כּלה איז, און זײ זאָלן זיך באַקענען, און זײ זאָלן זיך ליב קריגן אײנס דאָס אַנדערע, אַזױ װי איך האָב ליב זײ און זײ מיך און מיר אַלע די גאַנצע װעלט! און איך בין געפֿאַלן מײַן חבֿר אױפֿן האַלדז און האָב מיך צעקושט מיט אים, און אין אײן װעגס מיט מײַן כּלה, און האָב זײ פֿאָרגעשטעלט אײנס דאָס אַנדערע: „דאָס איז מאַדמואַזעלmademoiselle… פֿרײַלײַןfräulein… ע־ע־ע… מײַן כּלה… זי הײסט… יאָ! און דאָס איז הער… מאָסיעmonsieur… ע־ע־ע… דאָס איז מײַן בעסטער טײַערסטער חבֿר… זײַן נאָמען איז… איך האָב דיר, דאַכט זיך, דערצײלט פֿון אים, נשמה מײַנע? מע רופֿט אים… ער װעט דיר שױן אַלײן זאָגן, װי אַזױ מע רופֿט אים… װי אַזױ רופֿט מען דיך? דו װײסט דאָך, װי אַזױ מע רופֿט דיך! װאָס שװײַגסטו?!…

איר פֿאַרשטײט דאָך שױן מסתּמא, פֿאַר װאָס מײַן חבֿר האָט געשװיגן? ער האָט געװיס גערעכנט, אַז פֿאַר גרױס גליק בין איך אַראָפּ פֿון זינען… נאָר װאָס מײַן כּלה האָט זיך בשעת־מעשׂה געטראַכט ― דאָס װײס איך נישט עד־היום הזה. מיר זײַנען שױן, ברוך־השם, מאַן און װײַב עטלעכע יאָר און מיר רײדן נישט דערפֿון עד־היום הזה. עס איז אונדז בײדן נישט אָנגענעם דערפֿון צו רײדן. ס'איז דאָ זאַכן, װאָס מע װיל זײ פֿאַרגעסן, אױסמעקן פֿונעם זכּרון, נאָר עס איז אוממעגלעך! דאָס, װאָס מע דאַרף געדענקען, פֿאַרגעסט מען, און דאָס, װאָס מע װיל פֿאַרגעסן, געדענקט זיך… דאָס איז, הײסט עס, דער היוצא־לנו־מזה, די מאָראַל פֿון דער געשיכטע. איך האָב געענדיקט. אַצינד זאָלן אַנדערע דערצײלן.

אַזױ האָט אױסגעלאָזט דער יונגער פּאָעט, און מײַן קאָלעגע מיטן הײסן טעמפּעראַמענט האָט אָנגעהױבן צו דערצײלן זײַן געשיכטע מיט אַ קללה, װי זײַן שטײגער איז אַלע מאָל, װען ער רעדט פֿון דעם, װאָס ער האָט נישט ליב.

ד. װי אַזױ רופֿט מען מיך?

― אַז עס האָבן זיך אָנגעהױבן בײַ אונדז אין אַדעס די בהלות מיטן שיף פּאָטיאָמקיןКнязь Потёмкин Таврический, מיט די באָמבעס, װאָס זײַנען געפֿלױגן איבער אונדזערע קעפּ, און מיט די שׂרפֿות און הריגות, האָב איך געזאָגט: אײַנגעזונקען זאָל דאָס װערן הײַנטיקן טאָג, איך װיל נישט זײַן דערבײַ! איך װעל בעסער פֿאָרן אין עק װעלט, כאַפּט דאָס דער רוח! און איך האָב מיך גענומען גרײטן אין װעג אַרײַן. נאָר עס איז גרינג צו זאָגן: פֿאָרן! אַזױ גיך לאָזט אײַך אַרױס קװאַס פֿון דער פֿאַס? מע דאַרף אַ פּאַס!… איך בין נישט שולדיק, װאָס עס גראַמט זיך בײַ מיר קװאַס מיט פֿאַס און מיט פּאַס און מיט גאַס און מיט משוגעת… יאָ, איז װוּ האַלט איך? דאַרף מען אָנהײבן אַרבעטן מכּוח אַ פּאַס, האָבן צו טאָן מיט אַלערלײ פּאַרשױנען, ימח־שמם־וזכרם, און באַקענען זיך מיט די שרײַבערלעך, עס זאָל אױף זײ קומען אַ חלירע הײַנטיקן טאָג!…

― איר זײַט שױן באַלד פֿאַרטיק מיט דער גאַנצער תּוכחה. אפֿשר װאָלט געװען אַ סבֿרה, איר זאָלט אױפֿהערן שילטן און בעסער דערצײלן טאַקע די מעשׂה אַלײן?

אַזױ האָט זיך אָנגערופֿן דער זײדע, און מײַן קאָלעגע מיטן הײסן טעמפּעראַמענט, האָט גענומען פֿאָרזעצן זײַן דערצײלונג:

― איך שילט דען װעמען? כאַפּט עס דער רוח! איך זאָג עס גלאַט אַזױ, זאָל עס אײַך גײן כּף־הקלע! הכּלל, האָב איך גענומען אױסאַרבעטן מיר אַ פּאַס. און װאָס עס הײסט בײַ אונדז אױסאַרבעטן אַ פּאַס ― דאָס דאַרף איך אײַך, דאַכט מיר, נישט דערצײלן? אױסאַרבעטן אַ פּאַס הײסט: באַקענען זיך מיט אַלע מאָרדעס פֿון אַלע פּאַראַזיטן און טײלן געלט, װי, להבֿדיל, בײַ ייִדן ערבֿ יום־כּיפּור בײַ דער שול. יעדער מאָרדע ― אַ קאַרב! בקיצור, איך האָב מיך אָנגעקוקט מיט גענוג מאָרדעס, ביז איך בין געקומען צו יעהאָ בלאַהאָמאָרדיעєго благомордє: זײַן עקצעלענץ דעם אָדון אַלײן… דורכגעגאַנגען אַלע שיבֿעה־מדורי־גיהנום, בין איך אַרײַנגעקומען צום אָדון אין קאַבינעט אַרײַן און געטראָפֿן אים בײַ דער רעכטער אַרבעט ― סקריפּען מיט דער פּען. און דאָס װײסט איר דאָך, אַז אַ טשינאָװניק סקריפּעט מיט דער פּען, איז ער דעמאָלט ― חיות נישט זיכער! די גאַנצע װעלט מעג אונטערגײן, מוז מען שטײן און אָפּװאַרטן, ביז ער װעט אױפֿהערן צו סקריפּען. איך בין אָבער זײער קײן בעלן נישט צו שטײן בײַ דער טיר און װאַרטן ביז יעהאָ בלאַהאָמאָרדיע װעט אַמאָל אױפֿהערן סקריפּען. האָב איך מיך מישבֿ געװען און האָב מיר געגעבן אַ הוסט אַזױ פֿון דער גרינג, געשיקט אַ שטאַפֿעט, הײסט עס, אַז עס איז געקומען אַ מענטש…

מײַן אָדון אָבער הערט נישט אױף צו סקריפּען. בין איך מיך מישבֿ און גיב אַ העכערן הוסט. הײבט ער אױף דעם קאָפּ, שטעלט אַרױף אױף מיר אַ פּאָר אָנגעגאָסענע אױגן און עפֿנט אױף אַ גאָמבע:

― טשטאָ נאַדאַчто надо? (װאָס דאַרפֿסטו?)

װער איך דאָך מסתּמא שױן אָנגעצונדן, װי אַ שװעבעלע. װאָס איז דאָס פֿאַר אַ „טשטאָ נאַדאַ“? און װאָס דאַרף מען עפֿענען אַזאַ מױל? איך, אַז איך װער אין כּעס, פֿאַרגעס איך באַלד אױף װאָס פֿאַר אַ װעלט איך בין; עס װערט מיר פֿינצטער אין די אױגן, עס הײבט מיר אָן צו קיצלען אָט־אַ־דאָ אין נאָז. װאָס עס קומט מיר אין מױל אַרײַן דאָס זאָג איך, און עס גלוסט זיך מיר צעברעכן װאָס איך זע, צערײַסן, מאַכן אַ תּל! איך געדענק אַ מעשׂה, איך בין געװען אַ קינד נאָך, אַ יתום בין איך געװען, און האָב פֿײַנט געהאַט דאָס װאָרט „יתום“ אַזױ װי חזיר, און האָב נישט געקאָנט לײַדן, אַז מע האָט מיר אַרױסבאַװיזן, אַז מע האָט רחמנות אױף אַ יתום. רחמנות אַז מע באַװײַזט אַרױס פֿאַר דער גאַנצער װעלט ― עקלט דאָס, שלאָגט צו דער גאַל, פּאַסקודסטװע! בקיצור, איך בין געװען אַ יתום און מע האָט אױף מיר געהאַט רחמנות, און מער פֿון אַלע האָט אױף מיר רחמנות געהאַט אונדזער שכנה, יהושעכע האָט מען זי גערופֿן. איז זיך מישבֿ אײנמאָל אָט די יהושעכע און האָט רחמנות אױפֿן יתום און נעמט אים אָן, איך בעט אײַך איבער אײַער כּבֿוד, אַ פּאָר הױזן. מילא, איך זאָל אײַך דערצײלן די גרױסקײט, די שײנקײט און די רײַכקײט פֿון די הױזן ― איז נישט שײך. אײן מאָל אין הונדערט יאָר גיט זיך אײַן אַזאַ פּאָר הױזן. איך װײס נישט, אױב מע קריגט זײ הײַנט פֿאַר דרײַ רובל אַ טוץ! מילא, בין איר אײַך נישט אױסן. איר האָט נאָר באַדאַרפֿט אָנקוקן, װי די יהושעכע האָט צונױפֿגערופֿן אַלע שכנות מיט אַלע יענטע־מירלס פֿון דער גאַס, צענומען די הױזן, באַװיזן די הױזן פֿאַר דער גאַנצער װעלט, אַלע זאָלן זען, װאָס פֿאַר הױזן אָט די יהושעכע האָט אָנגענומען דעם יתום. און די גאַנצע װעלט האָט זיך געשפּיגלט אין די הױזן, באַטראַכט זײ װי אַן אבֿן־טובֿ, געשאַצט און מקנא געװען נישט אַזױ דעם יתום אױף די באַרימטע הױזן, װי יהושעכען אױף דער מיצװה… איך בין געשטאַנען פֿון דער װײַטן אַ צעקאָכטער, טרערן האָבן זיך מיר געשטעלט, נישט אין די אױגן, נאָר אָט אַ־דאָ־אָ, אין גאָרגל. יהושעכע האָט מסתּמא גערעכנט, אַז איך בין אױפֿן זיבעטן הימל פֿון דער מתּנה, נאָר איך שעם זיך, האָט זי זיך אָנגערופֿן צו מיר זיס אַזױ װי צוקער:

― קום אַהער, יתום, שעם זיך נישט, מעסט נאָר אָן אױף אַ מינוט די הױזן, װאָס איך האָב דיר אױפֿגענײט.

מער האָט מען נישט באַדאַרפֿט. איך בין צוגעלאָפֿן, געכאַפּט די הױזן, אַרײַנגעפֿאָרן אין זײ פֿריִער מיט די נעגל, נאָכדעם מיט די צײן, דאָס איבעריקע מיט די פֿיס ― קורץ, עס איז אין עטלעכע מינוט פֿון די הױזן געבליבן נאָר אַ זכר, אַז עס איז אַמאָל געװען אַ פּאָר הױזן אױף דער װעלט, און נישט מער… בקיצור, װוּ־זשע האַלט איך? יאָ, בײַ מײַן אָדון בפֿקדך, װי ער האָט מיך אָפּגעגאָסן מיט זײַן געשרײ „טשטאָ נאַדאַ“ און װי אַזױ איך בין שױן געװאָרן אין כּעס און האָב אים שױן געװאָלט אָפּשפּילן אַ װיװאַט, װי עס געהערט צו זײַן. האָב איך מיך אָבער באַרעכנט: װאָס װעט זײַן דערפֿון? איך קאָן דאָך דערװײַל בלײַבן אָן אַ פּאַס! האָב איך מיך איצטיקס מאָל אײַנגעהאַלטן און גײ־צו צום טיש און דערלאַנג אים די פּאַפּירן אָן װערטער. מײַן אָדון האָט געגעבן אַ קוק־אַרײַן אין די פּאַפּירן און אַ פֿרעג בײַ מיר: „װי אַזױ רופֿט מען דיך?“ שװײַג איך. דערזען, אַז איך שװײַג, האָט ער דאָס קול געהעכערט אױף אַ פּאָר טענער און האָט מיר אַ פֿרעג געטאָן נאָכאַמאָל: „װי אַזױ רופֿט מען דיך? װי אַזױ איז דײַן נאָמען?!“… מײַן נאָמען??? װי איר זעט מיך לעבן, הערט איר, פּונקט אין דער מינוט האָב איך פֿאַרגעסן, אַז חוץ מײַן פּסעװדאָנים האָב איך מײַן אײגענעם נאָמען. אָבער װי אַזױ, מײנט איר, פֿאַרגעסן? טאַקע פֿאַרגעסן! לחלוטין פֿאַרגעסן! אַלע נעמען פֿון דער גאַנצער װעלט האָב איך געדענקט; אַלע נעמען פֿון מײַנע קרובֿים, פֿרײַנט און באַקאַנטע זײַנען מיר געשטאַנען פֿאַר מײַנע אױגן, נאָר אײן נאָמען, מײַן אײגענער נאָמען, איז אַװעק װוּ דער ליבער שבת־קודש גײט אַװעק, פֿאַרשװוּנדן געװאָרן! הערט אַ מעשׂה! „רבונו של עולם! װי אַזױ הײס איך? װי אַזױ רופֿט מען מיך? נו???“… פֿאַרגעסן, כאָטש האַקט מיר אָפּ דעם קאָפּ! װאָס טוט מען דאָ? דער אָדון קוקט אױף מיר מיט אױגן, װי אױף אַ רעכטן שאָלטיק. „אָט־אָט ― טראַכט איך מיר ― מאַכט ער מיר אַ דרײַגאָרנדיקן מי־שברך מיט אַ בגימטריא, טוט אַ קלונג און עס קומען אַרײַן צװײ מלאַכי־חבלה און מע כאַפּט מיך אױף, װי דער רוח דעם מלמד, און מע פֿירט מיך אָפּ מיט כּבֿוד גלײַך אין כאָלאָדנע אַרײַן! איך האָב עס פֿײַנט, װײַל דעם טעם פֿון דעם האָב איך שױן פֿאַרזוכט. גענוג! מער װיל איך נישט.

איז דאָך אָבער דאָ אַ גרױסער גאָט, װאָס פֿירט אױס דעם גערעכטן, גיט ער מיר אײַן אַ שׂכל, איך זאָל מיך האַלטן שטאַרק אַזױ װי אײַזן. און די לײַט, אַז מע האַלט זיך מיט זײ שײגעצעװאַטע און מע הײבט אױף דאָס קול נאָר אױף אײן טאָן העכער, אַזױ װערן זײ אײַך באַלד װײך, כאָטש לײג זײ צו צו אַ מכּה. כּך־הװה. אָט װעט איר הערן, װאָס פֿאַר אַ שמועס עס האָט זיך צװישן אונדז פֿאַרבונדן. איך גיב אים אײַך איבער אַקוראַט:

ער: װי אַזױ רופֿט מען דיך?

איך: װעמען? מיך?

ער: װעמען דען? מיך?

איך: אַזױ װי איך שטײ אין די פּאַפּירן.

ער: װי אַזױ שטײסטו אין די פּאַפּירן?

איך: לײענען קאָנסטו?

ער: װער? איך?

איך: װער דען? איך?

ער (שטאַרק אױף אַ קול): קאַאַקкак: היתּכן! מיט מיר רעדסטו אַזױ? מיט מיר? דו װײסט, מיט װעמען דו רעדסט?!

איך (אױך שטאַרק אױף אַ קול): און דו װײסט, מיט װעמען דו רעדסט?

דערהערט פֿון מיר אַזאַ הױכן טאָן, צו װעלכן ער איז זינט ער לעבט נישט געװױנט געװאָרן צו האָרכן פֿון אַ ייִדן, האָט ער געגעבן אַ קוק־אַרײַן אין מײַנע פּאַפּירן און האָט איבערגעלײענט אין דער הױך מײַן נאָמען ― און מער האָב איך נישט באַדאַרפֿט!

װאָס װײַטער איז געװען ― איז שױן נישט אינטערעסאַנט. איך בין, ברוך־השם, אַרױס בשלום און דאַנק און לױב גאָט אַלע טאָג און אַלע שעה, װאָס ער האָט מיך אױסגעלײזט פֿונעם דאָזיקן גלות, הלװאַי איך זאָל פֿון אים שױן קײנמאָל נישט װיסן!

― אָמן! ― האָבן מיר זיך אָפּגערופֿן אַלע דרײַ, און דער זײדע האָט אַ װוּנק געטאָן צו מיר, אַז איצט איז מײַן צײַט צו דערצײלן. און איך בין צוגעטראָטן צו מײַן געשיכטע „מיט די דרײַ שטעט“.

ה. אַ מעשׂה מיט דרײַ שטעט

― רבותי! דאָס איז געװען מיט אַ פּאָר יאָר פֿריִער פֿאַר דער „קאָנסטיטוציע“. איך בין דעמאָלט געװען אױף מײַן רײַזע איבער שטעט און שטעטלעך. איך האָב געמאַכט אַ טורנע צו גונסטן פֿון פֿאַרשײדענע חבֿרות איבער גאַנץ ליטע. אײנמאָל אַרום חנוכּה קומען מיר אָן עטלעכע אײַנלאַדונגען מיטאַמאָל פֿון דרײַ שטעט: מאָהליװ, װיטעבסק און סמאָלענסק, װאָס געפֿינען זיך אין שכנות, אַלע דרײַ אױף אײן ליניע, און פֿון אַלע דרײַ שטעט פֿון פֿאַרשײדענע חבֿרות: פֿון „רײנע ציוניסטן“, פֿון „פּועלי־ציוניסטן“ און פֿון „בונדיסטן“. זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז די אַלע חבֿרות האָבן געלעבט צװישן זיך פֿרײַנדלעך, װי אַ קאַץ מיט אַ מױז. די „רײנע ציוניסטן“ האָבן חלילה קײן שלעכטס אױף זײערע חבֿרים די „פּועלי־ציוניסטן“ נישט גערעדט. זײ האָבן נאָר געשריבן, אַז זײ װײסן, אַז די „פֿאַלשע ציוניסטן“ קלײַבן זיך אַראָפּברענגען מיך אין די אױבנדערמאָנטע דרײַ שטעט, בכדי אױסצונוצן מיך צו זײער אַרבעט, װאָס האָט מיט ציוניזם גאָר נישט צו זאָגן. די „פּועלי־ציוניסטן“ האָבן אױך נישט באַנוצט זיך מיט שאַרפֿע װערטער קעגן זײערע קאָלעגן, די „רײנע ציוניסטן“. זײ האָבן נאָר באַדױערט, װאָס די דאָזיקע פֿאַלשע משיחס, די שבתי־צבֿיניקעס, פֿירן אַגיטאַציע פֿאַר אַן אינסטיטוט, װעלכער איז שױן לאַנג טױט… דערפֿאַר האָבן די „בונדיסטן“ אױסגעגאָסן כּל־חמתם אױף בײדע ציוניסטישע חבֿרות און פֿאַרזיכערט מיך, אַז מײַן קומען צו זײ איז אַ גאַראַנטירטער דורכפֿאַל… קורץ, מיט מיר איז געװען נישט פֿרײלעך. װאָס טוט מען דאָ? בין איך געפֿאַלן אױף אַ המצאה, אױף אַ ייִדישע פּשרה: „יחדיו“ און „יחלוקו“. דאָס הײסט, איך האָב זײ אָפּגעענטפֿערט: „קינדערלעך, אַזױ און אַזױ. איך קום צו אײַך צו פֿאָרן נאָר מיט אַ תּנאַי, איר זאָלט זיך פֿאַראײניקן אַלע דרײַ חבֿרות פֿאַר אַלע דרײַ שטעט“… נאָך אַ קורצער אונטערהאַנדלונג איז מײַן פּראָיעקט אָנגענומען געװאָרן, און עס האָבן אָנגעהױבן לױפֿן הין און צוריק בריװלעך מיט דעפּעשן װעגן מײַן מאַרשרוט, אין װעלכער שטאָט איך זאָל זײַן פֿריִער. דער דאָזיקער פּונקט איז אונדז אָנגעקומען שװערער, װי אַלע אַנדערע פּונקטן. אַלע טאָג האָט מען געענדערט דעם פּלאַן: פֿריִער איז געװען בײַ אונדז באַשטימט, אַז איך פֿאָר קײן מאָהליװ, פֿון מאָהליװ קײן װיטעבסק, פֿון װיטעבסק קײן סמאָלענסק און פֿון סמאָלענסק צוריק איבער מאָהליװ אַהײם. נאָכדעם איז געבליבן, איך זאָל בעסער פֿריִער פֿאָרן קײן סמאָלענסק, און פֿון דאָרטן קײן מאָהליװ, און פֿון מאָהליװ קײן װיטעבסק, און צוריק איבער מאָהליװ אַהײם. נאָכדעם איז דער פּלאַן אױך צעשלאָגן געװאָרן, און עס איז געבליבן, אַז איך פֿאָר קודם קײן װיטעבסק, פֿון װיטעבסק קײן מאָהליװ, פֿון מאָהליװ קײן סמאָלענסק, פֿון סמאָלענסק צוריק איבער מאָהליװ אַהײם. האָבן זיך חבֿרה באַטראַכט און האָבן בעסער אױסגעאַרבעט אַ נײַעם פּלאַן, טאַקע פֿון מײַן טובֿה װעגן, אַז איך זאָל קודם זיך אַראָפּכאַפּן קײן סמאָלענסק, פֿון סמאָלענסק קײן װיטעבסק איבער מאָהליװ, און פֿון װיטעבסק צוריק קײן מאָהליװ, און פֿון מאָהליװ באַלד נאָכן אָװנט גלײַך אַהײם. טעג האָב איך געהאַט דערױף: דעם 18טן, 19טן, 20טן. אַלזאָ, געדענקט־זשע דעם חשבון מיט קאָפּ: דעם 18טן ― סמאָלענסק, דעם 19טן װיטעבסק, דעם 20טן ― מאָהליװ. אַרױסגעפֿאָרן בין איך דעם 17טן אױף דער נאַכט, געגעבן דרײַ דעפּעשן אין אַלע דרײַ שטעט, אַז איך קום צו דער באַשטימטער צײַט, און דער עולם האָט דאָרט צוגעגרײט אַלצדינג, װאָס מע דאַרף, געדרוקט פּלאַקאַטן, בילעטן, פּראָגראַמעס און אַזױ װײַטער. פֿאָרנדיק צו דער באַן, האָב איך אָנגעהױבן נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל צעקײַען און איבערחזרן מײַן מאַרשרוט, און מחמת זײ האָבן מיר פֿאַרדרײט דעם קאָפּ מיט זײערע אַלע מאָל נײַע פּלאַנען, האָב איך, גאַנץ נאַטירלעך, פֿאַרלאָרן דעם חשבון, און עס האָט זיך מיר געדאַכט, אַז איך דאַרף זײַן דעם 18טן אין װיטעבסק, דעם 19טן אין סמאָלענסק און דעם 20טן אין מאָהליװ. כּך־הװה. איך האָב גענומען אַ בילעט און פֿאָר מיר גאַנץ רויִק קײן װיטעבסק. איך קום צו פֿאָרן קײן װיטעבסק אױפֿן װאָקזאַל, איך דרײ מיך אַרום אַ האַלבע שעה, אַ שעה, צװײ שעה, טאָמער װעל איך עמעצן דערזען פֿון די ציוניסטן אָדער פֿון די בונדיסטן? קײנער איז נישט אַרױסגעקומען מיך אָפּנעמען, מקבל פּנים זײַן!

טאַקע ציוניסטן און טאַקע בונדיסטן, און פֿאָרט נישט אין אָרדענונג… און איך האָב מיר גענומען אַן עקיפּאַזש און הײס מיך פֿירן אין דעם גרעסטן האָטעל. געדונגען אַ נומער, זיך אײַנגעװאַשן, איבערגעטאָן גאַנץ רויִק, און טראַכט מיר: „אַז איר זײַט יאָ אַזעלכע חבֿרה־לײַט, זײַט איר נישט קראַנק מיך זוכן אין אַלע האָטעלן. נישקשה, שלום־עליכם איז נישט קײן שפּילקע, איר װעט אים אַזױ לאַנג זוכן, ביז איר װעט אים געפֿינען“… אַראָפּגעגאַנגען אונטן אין רעסטאָראַן עסן מיטאָג, איך טו אַ קוק: צװײ גרױסע פּלאַקאַטן:

„אַ גאַסט בײַ אונדז אין שטאָט! אַ גאַסט!!!

שלום־עליכם דער גרעסטער ייִדישער הומאָריסט!

דעם 19טן…“

― דעם 19טן? װאָס הײסט דעם 19טן?… ― און איך רוף־צו דעם קעלנער, אַ בחורעץ אַ ליטװאַק מיט רױטע הענט, מיט שװאַרצע פּיסקעס און מיט אַ װײַס טישטעכל אונטערן אָרעם פֿונעם קױטיקן פֿראַק.

― זאָג מיר נאָר, מײַן טײַערער, װאָס האָבן מיר הײַנט?

דער בחורעץ דער קעלנער האָט אױסגעשנײַצט די שװאַרצע נאָז אינעם װײַסן טישטעכל און אַ זאָג געטאָן צו מיר:

― הײַנט? הײַנט האָבן מיר אַ בוריקאָװע באָרשט מיט קרױט, זײער אַ גוטן באָרשט, אַ זראַזע מיט פֿאַרפֿעלעך, און קאַטשקע, אױב איר װילט…

― נײן, ― זאָג איך ― נישט דאָס מײן איך. איך מײן, װאָס פֿאַר אַ טאָג האָבן מיר הײַנט?

דער בחורעץ האָט זיך אַביסל פֿאַרטראַכט:

― װאָס פֿאַר אַ טאָג מיר האָבן הײַנט? דינסטיק, דעם 18טן.

― װי אַזױ־זשע, זאָג איך, הײסט די שטאָט?

― װאָסער שטאָט?

― אָט די שטאָט, זאָג איך, אײַער שטאָט?

בלײַבט ער שטײן און קוקט מיך אָן און מאַכט צו מיר:

― װאָס הײסט, װי אַזױ הײסט די שטאָט? די שטאָט הײסט װיטעבסק, הײסט די שטאָט!

― דו לײַגסט! ― זאָג איך צו אים, ― עס האָט זיך דיר געחלומט, מײַן טײַערער. אײַער שטאָט הײסט סמאָלענסק, נישט װיטעבסק!

― כי־כי־כי!… כי־כי־כי!…

דער גרעסטער ייִדישער הומאָריסט האָט, אַ פּנים, אױסגעזען בײַם בחור דעם קעלנער אין די אױגן פֿאַרן גרעסטן טיפּש אין דער װעלט, מחמת ער, דער בחור דער קעלנער, האָט זיך אָפּגעקערעװעט אָן אַ זײַט, באַהאַלטן די שװאַרצע מאָרדע אינעם װײַסן סערװעטל, איך זאָל נישט זען, װי ער שטיקט זיך פֿאַר געלעכטער. און איך נעם מיך נאָך אַ מאָל צו די פּלאַקאַטן און לײען. עס שטײט מיט גרױסע אותיות:

„שלום־עליכם אין װיטעבסק!“…

אין װיטעבסק? רבונו־של־עולם! װי קום איך קײן װיטעבסק, אַז איך בין גאָר הײַנט אין סמאָלענסק? בקיצור, איך קאָן מיר שױן קײן אָרט נישט געפֿינען. װער מיר באָרשט? װאָס מיר קאַטשקע? מע דאַרף אַװעקפֿאָרן פֿון דאַנען, לױפֿן קײן סמאָלענסק. נאָר, אום איך זאָל װיסן אַקוראַט, װוּ איך האַלט אין די יוצרות, װעל איך בעסער פֿריִער טעלעגראַפֿירן אַהײם צו מײַן װײַב, זי זאָל מיר באַלד געבן צו װיסן דורך אַ טעלעגראַמע, װוּ דאַרף איך זײַן דעם ערשטן אָװנט?… אין די זאַכן, װאָס געהערן זיך אָן מיט צײַט און מיט מאַרשרוט, איז מײַן װײַב אַ פּראָפֿעסאָר. און בכדי ס'זאָל נישט נעמען קײן סך צײַט, קלאַפּ איך אַװעק צו איר אַ דעפּעש, דרינגענד, עטלעכע קורצע װערטער:

„דראַטע פּאָסטרעסטאַנטעposte restante, װוּ בין איך הײַנט?“

אַװעקגעשיקט די דעפּעש, האָב איך מיך אַביסל באַרויִקט און האָב זיך אומגעקערט אױף דער סטאַנציע צוריק צום בוריקאָװע באָרשט מיט דער זראַזע און מיט דער קאַטשקע און האָב זיך צוגעלײגט אַביסל דרעמלען און בין, װי דער שטײגער איז, אַנטשלאָפֿן געװאָרן. אין שלאָף פּלאָנטען זיך מיר חלומות: רױטע װײַבער, שװאַרצע קעץ. איך האָב אַ סימן: װיבאַלד עס חלומען זיך מיר רױטע װײַבער אָדער שװאַרצע קעץ, איז אַ װיסטער סוף. כּך־הװה: איך כאַפּ זיך אױף ― אױ־װײ, שפּעט! מע דאַרף לױפֿן װאָס גיכער, טאָמער װעל איך נאָך פֿאַרכאַפּן סמאָלענסק! און איך לױף אַװעק צו דער באַן און זעץ מיך אױף און פֿאָר קײן סמאָלענסק, און זיצנדיק אין װאַגאָן, הײב איך מיך אָן דערפֿרעגן בײַם קאָנדוקטאָר, װען קום איך קײן סמאָלענסק? בלײַבט ער שטײן, קוקט אױף די שפּיץ שטיװל און זאָגט מיר אָן אַ בשׂורה, אַז אין סמאָלענסק װעל איך זײַן מאָרגן זעקס אַזײגער אינדערפֿרי. װער איך דאָך מסתּמא אױפֿגעטראָגן:

― װאָס הײסט מאָרגן זעקס אינדערפֿרי?? איך דאַרף דאָרט זײַן נישט שפּעטער פֿון הײַנט זײגער זיבן פֿאַרנאַכט!…

הערט ער מיך אױס, דער קאָנדוקטאָר, גאַנץ רויִק און גיט מיר צו פֿאַרשטײן מיטן זײגער אין דער האַנט, אַז פֿון דאַנען קײן סמאָלענסק לױפֿט דער קוריער אױך נישט װינציקער װי צװעלף שעה נאָך מיט מינוטן, און איצט האָבן מיר שױן זײגער פֿיר מיט מינוטן, הײַנט װי אַזױ קאָנען מיר זײַן הײַנט אין סמאָלענסק?… קומט אױס, אַז ער איז גערעכט. נאָר װאָס האָב איך דערפֿון? פֿאַרשפּילט סמאָלענסק! װאָס טוט מען איצטער? פֿאָרן צוריק קײן װיטעבסק? כאַפּט דאָס דער רוח! לאָם איך כאָטש װיסן, װוּ האַלט איך מיט מאָהליװ? דאָס װײס אָבער קײנער נישט אַזױ גוט, װי מײַן װײַב. דאָ דערמאָן איך מיך, אַז איך האָב געבעטן מײַן װײַב, זי זאָל מיר טעלעגראַפֿירן קײן װיטעבסק; איצט פֿאָר איך קײן סמאָלענסק, ― הײַנט װי קומט די קאַץ איבערן װאַסער? נאָר אַ ייִד אַ למדן, װי זאָגט איר, גיט זיך אַן עצה; נעם איך און שרײַב אָן נאָך אַ דעפּעש צו מײַן װײַב און גיב איבער מײַן קאָנדוקטאָר אױף אַ סטאַנציע:

„טעלעגראַפֿיר סמאָלענסק װען בין איך מאָהליװ“.

אַצינד לאָמיר זיך אַרײַנלאָזן אױף אַ װײַלע אין „הלכות לשון“, פֿילאָלאָגיע, און נעמען איבערזעצן בוכשטעבלעך מײַנע בײדע דעפּעשן פֿון דער שפּראַך, אױף װעלכער זײ זײַנען געשריבן, דאָס הײסט פֿון רוסיש, אױף אונדזער לשון, װעט אױסקומען, אַז, ערשטנס, פֿרעג איך מיך אָן בײַ מײַן װײַב: װוּ בין איך („סראָטשי, גדיע יאַ סעװאָדניאַгде я севодня?“), און, צװײטנס, הײס איך, מע זאָל מיר טעלעגראַפֿירן קײן סמאָלענסק בשעת איך בין אין מאָהליװ („טעלעגראַפֿירוּי סמאָלענסק, קאָגדאַ יאַ מאָגיליאָװיע?“). אַזעלכע צװײ דעפּעשן װען איר האָט, למשל, פֿון אײנעם, קאָנט איר אַנדערש נישט דענקען, סײַדן יענער איז גערירט. און דערצו דאַרפֿט איר נישט פֿאַרגעסן, אַז סמאָלענסק איז אױך נישט קײן הונט און האָט אױך נישט געשװיגן. חבֿרה האָבן מיך, געװײנלעך, דערװאַרט דעם 18טן אױפֿן װאָקזאַל פֿון זײגער אײנס בײַטאָג ביז צװעלף בײַנאַכט. עס האָט זיך געטאָן חושך! דער עולם האָט צעטראָגן דעם זאַל, געשריִען אױף די ציוניסטן, אַז זײ האָבן געמאַכט אַ שװינדל, אױסגעטראַכט אַ „שלום־עליכם“, אױסגענאַרט דאָס ביסל מינץ. װאָס טױג אײַך, מע האָט געמוזט עפֿענען די קאַסע און אומקערן דעם פּובליקום דאָס געלט. נאָך האַלבע נאַכט האָבן די ציוניסטן מיט די בונדיסטן פֿאַר האַרצװײטיק זיך צונױפֿגעלײגט און אַװעקגעקלאַפּט צו מיר אַהײם אַ דעפּעש:

„װאָס איז מיט שלום־עליכמען?“

אַצינד לאָמיר אַװעקװאַרפֿן דעם בן־מלך און זיך נעמען צו דער בת־מלכּה. מײַן װײַב זאָל געזונט זײַן, אַז זי האָט באַקומען אָט די אַלע דרײַ פֿרײלעכע דעפּעשן, האָט זי נישט געמאַכט קײן לאַנגע מחזקות, זיך אױפֿגעזעצט און איז אַװעק גלײַך קײן מאָהליװ.

אין פֿלוג, װעט אײַך אױסקומען אַפֿילו אַביסל װילד: װאָס איז עפּעס קײן מאָהליװ? נאָר אַז איר װעט מיך אױסהערן ביזן סוף, װעט איר אַלײן זאָגן, אַז זי איז אַ חכמה. ערשטנס, קען זי מיך שױן נישט דאָס ערשטע יאָר. זי װײס, אַז איך טעלעגראַפֿיר צו איר פֿון װיטעבסק, אַז זי זאָל טעלעגראַפֿירן קײן סמאָלענסק, איז אַ סימן, אַז איך בין אין מאָהליװ. זי געדענקט, פֿאַרשטײט איר מיך, אַ מעשׂה־שהיה. איך בין אַמאָל געװען אין װאַרשע און געפֿאָרן אױף פּסח אַהײם קײן קיִעװ. פּלוצעם קומט איר אָן פֿון מיר אַ דעפּעש דעם ערשטן טאָג פּסח, אַז איך האַלט יום־טובֿ אין האָלענדרע, נישט װײַט פֿון װאַפּניאַרקע. װי קום איך קײן װאַפּניאַרקע, אַז װאַפּניאַרקע ליגט גאָר אױפֿן װעג צװישן זשמערינקע און אַדעס? אַ פֿאָלג מיך אַ גאַנג! זאָלט איר נישט פֿרעגן קײן קשיות. איך האָב עס נישט געטאָן חלילה פֿאַר שלעכטיקײט. מײַן מײן איז געװען צו גוטן. איך האָב מיך זײער געאײַלט, געװאָלט קומען אַהײם װאָס פֿריִער, געביטן אײן שנעלצוג אױפֿן אַנדערן אַזױ לאַנג, ביז איך האָב מיך אַרױפֿגעשלאָגן אױף אַדעסער ליניע און געבליבן שטעקן אױף אַ סטאַנציע האָלענדרע. נאָר גם זו לטובֿה. עס איז נאָך דאַנקען גאָט, װאָס איך בין נישט פֿאַרפֿאָרן קײן ריגע. דאָס נעמט זיך פֿון כאַפּעניש. נישט אומזיסט זאָגט דאָס פֿאָלק אַ װערטל: פֿון אײַלעניש קאָן קײן גוטס נישט אַרױסקומען… דאָס האָט איר אײַך אַלזאָ נומער אײנס.

והשנית, איז מײַן װײַב געגאַנגען מיט אַ רעכענונג, אַז לױט מײַנע דעפּעשן האָט דאָס אומגליק באַדאַרפֿט פּאַסירן נישט אין װיטעבסק און נישט אין סמאָלענסק, נאָר ערגעץ צװישן די דאָזיקע צװײ שטעט. דעריבער האָט זי נישט געקאָנט אױסקלײַבן קײן בעסערן מיטלפּונקט אַלס די שטאָט מאָהליװ. עס איז פֿאַר איר נישט געװען קײן שום ספֿק, אַז אױפֿן בעסטן פֿאַל האָט דאָ געמוזט פֿאָרקומען אַ צוזאַמענשטױס פֿון צװײ לאָקאָמאָטיװן, אײנער פֿון סמאָלענסק קײן װיטעבסק, דער אַנדערער פֿון װיטעבסק קײן סמאָלענסק. פֿון אַזאַ צוזאַמענשטױס, האָט זי גערעכנט, האָבן אַלע װאַגאָנעס געמוזט צעבראָכן װערן אױף שפּענדלעך; געהרגעטע אױף טױט ― נישט װינציקער פֿון צװײ הונדערט; שװער פֿאַרװוּנדעטע ― עטלעכע הונדערט, צװישן זײ ― אַ סך גערירטע פֿונעם זינען, און צװישן די לעצטע ― געװײנלעך איך.

באַלד, דאַרפֿט איר װיסן, האָט מײַן װײַב אַ טבֿע, אַז טאָמער פֿאָר איך אָפּ פֿון דער הײם, אַזױ הײבט זי אָן איבערקלערן אױף מיר די שרעקלעכסטע צופֿאַלן, װאָס קאָנען זיך נאָר טרעפֿן אױף דער װעלט. װוּ ערגעץ אַ צרה, אַ שלאַק, אַן אומגליק אױף דער באַן, אַן אײַנגעפֿאַלענע בריק, אַ דונערשלאַגDonnerschlag: דונער־קלאַפּ, אַן ערד־ציטערניש, אַ שׂרפֿה, אַ פּלוצלעכע עפּידעמיע, אַן איבערפֿאַל פֿון באַװאָפֿנטע גזלנים, אַ ביס פֿון אַ שלאַנג, װאָס טרעפֿט זיך אײן מאָל אין פֿינף הונדערט יאָר ― אָט די אַלע זאַכן װאַרטן, נאָך איר מײנונג, אױף מיר און קוקן אַרױס, װען איך װעל דאַרפֿן פֿאָרן. און אַז איך קום אַהײם גאַנץ, גלײבט זי נישט אירע אױגן; זי קוקט אױף מיר װי אױף אַ מוצלח, װאָס איז אַרױס גליקלעך, ממש פֿון טױט לעבעדיק, און זי בענטשט גומל.

איצטיקס מאָל, אַז זי האָט מיך דערזען געזונט און שטאַרק, האָט זי זיך צעװײנט װי אַ קלײן קינד. פֿרעג איך זי: „װאָס װײנסטו, נאַרעלע?“ ענטפֿערט זי מיר: „ער פֿרעגט נאָך, װאָס איך װײן! עס איז אים דאָס אַנדערע „ראָװנע!“ “…

װאָס פֿאַר אַ „ראָװנע“, פֿרעגט איר? דאָס איז זיך אױך אַ מעשׂה פֿון מײַנע נסיונות. אױב איר האָט שטאַרק חשק, װעל איך אײַך דערצײלן, װאָס ס'האָט זיך געטראָפֿן מיט מיר אין ראָװנע. דאָס איז געװען פֿאַר עטלעכע יאָרן, בין איך געלעגן אין פּעטערבורג װעגן אַ ייִדישער צײַטונג, און איך האָב מיך געקליבן פֿאָרן אַהײם איבער װילנע. האָב איך

אָפּגערעדט מיט מײַן פֿרױ, אַז איך פֿאָר אַרױס אַזאַ און אַזאַ טאָג פֿון פּעטערבורג, און אױב איך דאַרף זײַן אין װילנע, װעל איך אָפּשטײן אַ טאָג אָדער צװײ אין װילנע, און פֿון דאָרטן ― אַהײם, און אױב איך דאַרף ניט װילנע ― פֿאָר איך גלײַך פֿון פּעטערבורג אַהײם. כּך־הװה. עס איז אױסגעקומען אַזױ, אַז איך דאַרף מיך אין װילנע נישט אָפּשטעלן און אַז איך פֿאָר גלײַך. דאָס, האָב איך געװוּסט, װעט בײַ מײַן װײַב זײַן זײער אָנגעלײגט, האָב איך איר געגעבן אַ דעפּעש שױן פֿון װעג, בײַנאַכט; פֿאַרשלאָפֿן בין איך געװען, האָב איך די װערטער „איך פֿאָר גלײַך“ איבערגעזעצט אױף רוסיש אַביסל נישט ריכטיק, דהײַנו: אַנשטאָט „יעדו פּריאַמאָеду прямо: איך פֿאָר גלײַך“, האָב איך געשריבן: יעדו ראָװנאָеду ровно: איך פֿיר גלײַך“… און מחמת איך האָב שױן אַ צײַט נישט געזען זיך מיט די קינדער, האָב איך צוגעשטעלט נאָך צװײ װערטער: „װסטרעטשײַ דיעטמיвстречай детьми“, דאָס הײסט: זאָלסט מיך באַגעגענען מיט די קינדער. קורץ און גוט, איך קום צו פֿאָרן אַהײם פֿאַרנאַכט, איך לױף אַרום װי אַ משוגענער איבערן װאָקזאַל ― װער מיר װײַב? װאָס מיר קינדער? קײן נפֿש נישט! איך פֿאָר־צו צו מײַן שטוב ― פֿינצטער, װי אױף אַ בית־הקבֿרות! איך קלינג און קלינג, איך רײַס דאָס גלעקל, איך קלאַפּ אין טיר ― קױם מיט צרות, עס האָט זיך באַװיזן אַ קעכין, אַ פֿאַרשלאָפֿענע װי אַ קאַץ, אַ שװאַרצע ליטװיטשקע. איך טו זי אַ כאַפּ, די ליטװיטשקע:

― װוּ איז די מאַדאַם? װוּ זײַנען די קינדער?

― אַװוּ די מאַדאַם? ― ענטפֿערט מיר די ליטװיטשקע מיט אַ שמיר איבער דער נאָז, ― די מאַדאַם איז ניסטאָ!

― װאָס הײסט זי איז ניסטאָ? ― פֿרעג איך זי איבער אױף איר שפּראַך.

― זײ זײַנען דאָך אַװעקגעפֿאָרן!

― װאָס הײסט זײ זײַנען אַװעקגעפֿאָרן? װוּהין זײַנען זײ אַװעקגעפֿאָרן?

― איך װײס װוּהין? קײן ראָװנע.

― װאָס עפּעס קײן ראָװנע?

― װאָס פֿרעגט איר מיר? איר האָט דאָך זײ אַלײן אַרױסגערופֿן קײן ראָװנע?

― איך האָב זײ גערופֿן קײן ראָװנע? איך?

― װער דען? איך? ― אַזױ מאַכט צו מיר די קעכין די ליטװיטשקע, און עס דאַכט זיך מיר, אַז זי לאַכט.

איר פֿאַרשטײט? מיר טריפֿט זיך בלוט ― און זי לאַכט! איך שװער אײַך בנאמנות, הערט איר, עס איז אַ שאַנדע צו זאָגן, קײן אַנדערן װאָלט איך עס נישט דערצײלן, אָסור אױב איך האָב אױף מײַן לעבן מיט אַ פֿינגער אַמאָל אָנגערירט אַ מענטשן!… נאָר די דאָזיקע פֿאַרשלאָפֿענע ליטװיטשקע מיט איר נאַריש געלעכטערל האָבן מיך אַזױ אַרױסגעבראַכט פֿון די כּלים, אַז איך האָב מיך פֿאַרגעסן, װוּ איך בין אין דער װעלט!… װאָס, מײנט איר, איז געװען דער סוף? איך האָב געהאַט אױף זיך אַ מישפּט… דאָס װאָרט „ראָװנע“ האָט מיך געקאָסט געלט און איך האָב נאָך באַדאַרפֿט בעטן מחילה בײַ דער ליטװיטשקע…

הכּלל, דערהערט אַזאַ גוטע בשׂורה, אַז מײַן װײַב איז מיט די קינדער אין ראָװנע, כאַפּ איך דאָך מסתּמא די פֿיס אױף די פּלײצעס און פֿלי קײן ראָװנע. איך קום צו פֿאָרן קײן ראָװנע ― װער? װאָס? נישטאָ קײנעם! איך הײב מיך אָן דערפֿרעגן, צי איז נישט געװען דאָ ערגעץ אַזאַ און אַזאַ פֿרױ מיט עטלעכע קינדער? זאָגט מען מיר: געװען און אַװעקגעפֿאָרן. דאַרף מען פֿאָרן צוריק אַהײם, הײסט עס? איך קום צו פֿאָרן אַהײם, טרעף איך בײַ מיר אין שטוב דעם דאָקטער. װאָס איז שױן? מײַן פֿרױ איז קראַנק געװאָרן פֿאַר צרות…

― נו, פֿרעג איך דיך, ― אַזױ זאָג איך צו איר נאָכדעם, אַז מיר בײדע האָבן זיך שױן אַביסל באַרויִקט ― װאָס ביסטו געפֿלױגן מיט די קינדער קײן ראָװנע און װאָס האָסטו, אײגנטלעך, געקלערט?

― זאָלסט מיך נאָר נישט פֿרעגן! ― מאַכט זי צו מיר, ― איך, אַז איך האָב דערהאַלטן דײַן דעפּעש, איך זאָל פֿאָרן מיט די קינדער צו דיר קײן ראָװנע, בין איך שיִער נישט משוגע געװאָרן. אַלערלײ מחשבֿות זײַנען מיר דורכגעפֿלױגן אין קאָפּ. איך האָב נישט אַנדערש גערעכנט, אַז דו ביסט חלילה פֿאַרשלאַפֿט געװאָרן אין מיטן װעג, ערגעץ נישט װײַט פֿון ראָװנע, אָדער אױף אַ טיפֿוס, אָדער אױף שװאַרצע פּאָקן…

― פֿון װאַנען האָבן זיך גענומען שװאַרצע פּאָקן? ― פֿרעג איך זי אײַנגעהאַלטן.

― איך האָב גראַדע דעם טאָג געלײענט ― זאָגט זי ― אַ בלאַט, אַז עס גײען אַרום אַצינד שװאַרצע פּאָקן אין… אינדיע.

דאָ קאָן איך מיך שױן מער נישט אײַנהאַלטן און שפּרינג אונטער אױפֿן בענקל.

― איך פֿאַרשטײ נישט! װוּ איז אינדיע און װוּ איז פּעטערבורג?!

קוקט זי אױף מיר, װי אַ מאַמע אױף אַ קינד, און מאַכט צו מיר:

― אַ קשיא אױף דיר!

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

נו, װיפֿל איז װערט אַזאַ װײַב?

ו. די היסטאָריע פֿון דער „קליאַטשע“

די זון האָט געהאַלטן אין רעכטן בראָטן, אין רעכטן באַקן, אָנגעגליט די שטײנער פֿונעם באַרג, װי אַן אײַזנפּרעס, און געמאַכט אונדז שװיצן, אַז מיר האָבן געמוזט אַראָפּװאַרפֿן פֿון זיך די קאַפּאָטעס, זיך װישן דעם שװײס און גײן באַרג־אַרױף אַביסל נישט אַזױ ראַשיק, פּאַװאָלינקע, אַזױ לאַנג, ביז מיר האָבן אָנגעהױבן פֿילן פֿיס ― און דאָס איז אַ שלעכטער סימן, װאָרעם אַן אבֿר פֿון אַ מענטשן האָט ליב, מע זאָל אים נישט פֿילן; קױם פֿילט איר אים, איז נישט גוט ― דאָס האָב איך געהערט נאָך אין חדר פֿון מײַן רבין, װאָס פֿלעגט אױך מאַכן פֿילנדיק אַזעלכע אבֿרים, װאָס אָן אים װאָלט איך זײ קײנמאָל נישט געפֿילט… בקיצור, מיר האָבן דערפֿילט פֿיס, און האָבן אָנגעהױבן אונטערקוקן אײנס אױפֿן אַנדערן און פֿרעגן זיך אײנער דעם אַנדערן:

― װאָס איז די מעשׂה? איר שטײט שױן אָפּ?

― װוּ? איך? חס־וחלילה!

― װאָס־זשע שלעפּט איר זיך?

― עס װײַזט זיך אײַך אױס…

― מיר דאַכט, אַז איר הינקט עפּעס אונטער אױף אַ פֿוס?

― װער? איך?

― אײַך איז, אַ פּנים, שװערלעך אַרױף אַ באַרג?

― עס הײבט זיך גאָר נישט אָן!

― װאָס־זשע סאָפּעט איר אַזױ?

― איר האָט אַ טעות: איך סאָפּע קײנמאָל נישט, בײַ מיר איז נישטאָ קײן טבֿע פֿון סאָפּען.

― נו, און איר װי אַזױ פֿילט זיך עפּעס?

― גאַנץ גוט! נאָר די פֿיס װילן נישט דינען.

― בײַ מיר אױך דאָס אײגענע.

― און בײַ מיר נישט אַזױ די פֿיס, װי די פּיאַטעס!

― די פּיאַטעס איז בלאָטע! די ליטקעס פֿון די פֿיס!…

דאָס פֿאַרשטײט אַ מינדסט קינד, אַז נאָך אַזאַ געשפּרעך האָבן מיר אַלע פֿיר ייִדישע שריפֿטשטעלער, צװישן זײ אײנער אַ פּאָעט, זיך אַװעקגעזעצט אױפֿן גרינעם גראָז און האָבן זיך ממש מחיה געװען. דעם זײדן רב מענדעלע האָבן מיר אָפּגעטראָטן דעם אױבנאָן און מיר דרײַ האָבן זיך אױסגעזעצט אַרום אים, װי אײניקלעך אַרום אַ זײדן, אָדער װי תּלמידים אַרום אַ רבין, האָרכן דעם אַלטנס תּורה, װי ער דרשענט און טײַטשט פּסוקים און דערצײלט מעשׂיות, װאָס האָבן אַ שײַכות צו דעם, װאָס אונדז אַלעמען באַרירט ― צו דער ייִדישער ליטעראַטור, אױסגעמישט אַלעמאָל מיט אַ זײַטיקער מעשׂה, אָדער, װי ער רופֿט דאָס אָן, מיט אַ „הקדמה“. אַ הקדמה פֿון פֿאָרנט, אַ הקדמה אין מיטן, אַ הקדמה צום סוף.

― אַז איך בין פֿאַרגאַנגען מיטן טראָגן מיט דער „קליאַטשע“… ― אַזױ האָט דער זײדע אָנגעהױבן צו דערצײלן אַ מעשׂה, נאָר מע האָט אים באַלד איבערגעשלאָגן אין רעכטן אָנהײב, װי דער שטײגער איז. איטלעכער האָט געשטעלט אַן אַנדער פֿראַגע:

― זײדע! פֿון װאַנען האָט זיך גענומען צו אײַך „די קליאַטשע“?

― זײדע! װעלכע איז געװען דאָס ערשטע װערק, װאָס איר האָט געשריבן אין ייִדיש, און װאָס האָט אײַך געבראַכט צו שרײַבן ייִדיש?

― זײדע! פֿאַרװאָס האָט איר זיך אױסגעקליבן דעם פּסעװדאָנים „מענדעלע מוכר־ספֿרים“?

דער זײדע האָט גאַנץ רויִק, מיט האַלב־צוגעמאַכטע אױגן און מיט אַ שמײכעלע אױף די ליפּן, אױסגעהערט אַלע אונדזערע פֿראַגן, און האָט אונדז נאָכדעם מיט אַ הילכיקן געלעכטער אָפּגעענטפֿערט:

― נו? שױן? מער האָט שױן קײנער גאָר נישט װאָס צו פֿרעגן? טאָמער האָט איר נאָך אַ פּאָר שאלות ― אַדרבא, גיט אַהער, שעמט זיך נישט, שיט אױס אַלע אינאײנעם אין אײן קופּע, ס'איז גאַנץ ייִדישלעך. איר, מיט אײַער פֿרעגן מיך פֿון אַלע זײַטן, דערמאָנט מיר אַ בילד, װי אַ מוטער קומט פֿון מאַרק מיט אַ פֿולן קאָשיק פֿאַרשײדענע זאַכן: עפּל, און באַרן, און בײגל, און בולקעס, און אײער, און קאַרטאָפֿל, און מערלעך, און פֿלױמען, און פּעטרישקע, און אַ רױטער האָן מיט אַ האַרטן קאַם אױך אין קאָן, ― און עס באַפֿאַלן זי די קינדער פֿון אַלע זײַטן: מאַמע! מיר אַן עפּל! מאַמע! מיר אַ באַר! מאַמע! קאָן מען עסן רױע מערלעך? מאַמע! אױף װאָס דאַרף מען פּעטרישקע? מאַמע! װאָס קאָסט דער האָן? „קינדערלעך! ― בעט זיך נעבעך די מאַמע, ― לאָזט מיך כאַפּן דעם אָטעם, װעל איך אײַך אַלעמען צופֿרידן שטעלן!“…

אַזױ האָט אונדז דער זײדע באַרויִקט און האָט אונדז אַלעמען געגעבן אַ תּשובֿה יעדן אױף זײַן פֿראַגע, חלילה נישט דורכגעלאָזט קײנעם. און עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז צו שרײַבן ייִדיש, דאָס הײסט, צו רײדן מיטן גאַנצן פֿאָלק אױף זײַן לשון, האָט אים שױן לאַנג געצױגן, נאָך פֿאַרן ערשטן אַרױסטריט אױפֿן פֿעלד פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור; און מחמת שרײַבן ייִדיש איז מיט פֿערציק יאָר פֿריִער נאָך געװען אַ שאַנדע, ובפֿרט נאָך פֿאַר אַזאַ יונגנמאַן אַ משׂכּיל, װי ער, װאָס „קלוגע מענטשן“ האָבן אױף אים געזאָגט, אַז דאָס װאַקסט אַ „חײם זעליק סלאָנימסקי1810-1904“, ― האָט ער זיך מיט זײַן ערשטן װערק „דאָס קלײנע מענטשעלע“ באַהאַלטן בחדרי־חדרים, אַז קײנער זאָל ניט װיסן, און האָט אַװעקגעשטעלט דערױף אַ נאָמען פֿון אַ לעבעדיקן פּאַרשױן, אײנעם אַ סענדערל אַ מוכר־ספֿרימניק, װאָס האָט זיך אַרומגעשלעפּט אין יענער צײַט מיט זײַן פֿערד־און־װעגעלע אין דער סבֿיבֿה פֿון באַרדיטשעװ, דאָס באַרימטע גלופּסק אַלײן. „דאָס קלײנע מענטשעלע“, אָדער „יצחק אַבֿרהמל תּקיף“, איז גענומען געװאָרן פֿון אַ לעבעדיקן פּאַרשױן, װאָס האָט אין יענער צײַט געקנאַקט אין גלופּסק מיט דער גרױסער בײַטש און אָנגעטריבן די כּנסת־ישׂראל… אָנגעשריבן האָט ער „דאָס קלײנע מענטשעלע“ אין פֿאַרלױף פֿון דרײַ טעג, נישט מער, מיט פּחדים און מיט פֿיבער, און אַװעקגעשיקט עס אין „קול־מבֿשׂר“ אַרײַן, צו אַלכּסנדר צעדערבױם. דערזען אױפֿן שער דעם נאָמען „סענדערל מוכר־ספֿרים“, האָט זיך אַלכּסנדר צעדערבױם דערשראָקן, צי מײנט מען דאָס ניט אים אַלײן טאַקע (אַלכּסנדר―סענדער―סענדערל)? האָט ער זיך מישבֿ געװען ― קײן גרױסע צערעמאָניעס מיט אַ ייִדישן מחבר דאַרף

קײנמאָל אַ ייִדישער רעדאַקטאָר נישט מאַכן, ובפֿרט נאָך אין יענער צײַט ― און האָט אים איבערגעמאַכט דעם נאָמען סענדערל אױף מענדעלע, ― און אָט אַזױ איז זיך אַרױס אױף דער װעלט „מענדעלע מוכר־ספֿרים“, װאָס האָט נישט אױפֿגעהערט אַרומצופֿאָרן מיט זײַן ביסל געדרוקטע סחורה איבער דער מדינה פֿון גלופּסק, פֿאַרבלאָנדזשעט פֿון דאָרטן קײן קאַבצאַנסק און טונעיאַדעװקע…

דאָס זײַנען די דרײַ הױפּט־שטעט, אָדער די דרײַ ק″קין, װי ער רופֿט זײ אָן אױף לשון־קודש, װאָס פֿיגורירן אין אַלע כּתבֿים פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים און װאָס דריקן אױס אין זײערע נעמען די קװינטעסענציע פֿונעם ייִדישן געטאָ אין יענער צײַט. דאָס זײַנען די דרײַ זאַכן, װאָס האָבן אָפּגעשטעמפּלט דאָס פֿאַרצײַטיקע רוסישע ייִדנטום: גלופּסק ― אומװיסנהײט, קאַבצאַנסק ― אַרמוטArmut: אָרעמקײט, טונעיאַדעװקע ― פּוסטעפּאַסניקעס, לײדיק־גײערס, אָן אַ שום מלאָכה, אָן אַרבעט נעבעך, איבעריקע באַשעפֿענישן אױף דער װעלט.

― אָט דאָס זײַנען געװען די הױפּט־עלעמענטן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין יענער עפּאָכע, װאָס מיר איז באַשערט געװען מיט זײ זיך אַרומצושלעפּן בכל־תּפֿוצות־ישׂראל… ― אַזױ האָט געזאָגט דער זײדע מיט אַ זיפֿץ און מיט אַ ביטער שמײכעלע. ― נאָר איר האָט זיך, דאַכט מיר, נאָכגעפֿרעגט אױפֿן ייִחוס פֿון דער „קליאַטשע“? דאַרף מען אײַך, קינדערלעך, טאָן צוליב און דערצײלן. אַזױ איז געװען די מעשׂה: אײנמאָל, אין אַ זומערטאָג איז דאָס געװען, זיץ איך מיר אַזױ אין גלופּסק אױף דער אַכסניא פֿאַרטראַכט און קוק מיר דורך אַן אָפֿענעם פֿענצטער אין דרױסן אַרױס און דערזע אַן אױסגעמוטשעטן, פֿאַרשװיצטן ייִדן מיט אונטערגעשטעקטע פּאָלעס פֿון אַ צעריסענער קאַפּאָטע, שטײט און קאַטעװעט אַן אָרעמע אױסגעמוטשעטע פֿאַרשװיצטע קליאַטשע מיט אַ צעביסענער פֿעל, אײַנגעשפּאַנט אין אַ פֿולן װאָגן מיט ציגל, שילט מיט טױטע קללות אי די קליאַטשע, אי זיך, אי די גאַנצע װעלט: ― ברענען זאָל די פֿעל דײַנע, װיסטע קליאַטשע װאָס דו ביסט! ― און זי, די קליאַטשע, האָט אױסגעדרײט די פֿאַרװיסטע, פֿאַרפֿינצטערטע מאָרדע אירע צום ייִדן, קוקט אױף אים, װי אַ זינדיקער מענטש, און עס דאַכט זיך מיר, אַז איך הער, װי זי זאָגט צו אים:

― שוטה! קליאַטשע רופֿט ער מיך! ביסט אַלײן אַ קליאַטשע! טו אַ קוק אַהין, צו יענעם פּלאַץ, װוּ איך שלעפּ די ציגל, װעסטו זען, אַז איר זײַט אַלע קליאַטשעס, װיסטע, פֿינצטערע קליאַטשעס, אַז אָך און װײ איז צו אײַך אַלעמען!

אַזױ, האָט זיך מיר געדאַכט, רעדט די קליאַטשע, און איך האָב אױפֿגעהױבן די אױגן אױף יענעם פּלאַץ, װאָס די קליאַטשע האָט אָנגעװיזן מיט איר מאָרדע, און איך האָב דערזען אַ באַקאַנטן נפֿש פֿון יענע פֿײַנע בריות, װאָס האָבן זיך אױסגעצײכנט אין גלופּסק מיט פֿינף פֿינגער אַרױפֿצושלאָגן זיך אױף אַ מױער, און אױף נאָך אַ מױער, און דאָס אַלץ נעבעך פֿון כּשרע ייִדישע מטבעות, פֿון כּשר ייִדיש שװײס און בלוט… דער שײנער מענטש, דער פֿײַנער בריה, איז געשטאַנען די הענט אַרונטער, דאָס היטל פֿאַררוקט אַרױף, דער שטערן האָט געשװיצט און געבױט גרױסע פּלענער, און אַרום אים האָבן זיך, װי קנעכט, אונטערטעניק אַרומגעדרײט אָרעמע ייִדלעך נעבעך, געקוקט אים, װי געטרײַע הינט, אין די אױגן אַרײַן, געװען גליקלעך מיט זײַנס אַ שמײכעלע און געציטערט פֿאַר אַ בײזן קוק דאָס נײַניעריקע, ― און עס איז מיר געקומען אױפֿן זינען דער פּסוק פֿון שיר־השירים: לְסֻסָתִי בְּרִכְבֵי פַרְעֹה ― צו דער קליאַטשע אינעם רײַטװאָגן פֿון פּרעה, דִּמִּיתִיךְ רַעְיָתִי ― טו איך דיך טאָן גלײַכן, כּנסת־ישׂראל! ― און איך בין פֿאַרגאַנגען אױף טראָגן מיט דער „קליאַטשע“…

דרײַ טעג בין איך אַרומגעגאַנגען איבער גלופּסק אַ צעטראָגענער, װי מײַן ישׂראליק, נישט געהערט װאָס מע רעדט צו מיר, געענטפֿערט איטלעכן אױף זײַן „גוט־מאָרגן“ מיטן װאָרט „קליאַטשע“, װאָרעם אַלע פּנימער האָבן אױסגעזען בײַ מיר קליאַטשעדיק, און אָט אַזױ האָב איך מיך געקליאַטשעט, ביז איך בין געקומען אַהײם קײן טונעיאַדעװקע און האָב מיך פֿאַרשלאָסן בײַ זיך אין חדר אױף זעכצן טעג און אָנגעשריבן אַלע זעכצן קאַפּיטלעך פֿון דער „קליאַטשע“…

אַצינד איז געבליבן די פֿראַגע: װאָס טוט מען מיט דער „קליאַטשע“? דעמאָלט האָט נאָך קאָלומבוס ניט אַנטדעקט אַמעריקע, און דעריבער האָבן זיך נאָך ניט געפֿונען יענע באַרמהאַרציקע לײַט, װאָס האָבן אין דרײַסיק יאָר אַרום רחמנות געהאַט אױף מיר, דעם אָרעמען מענדעלע מוכר־ספֿרים, און האָבן מיך אַרױסגעגעבן דאָרטן, ניט צו פֿרעגן בײַ מיר מײַן הסכּמה, ניט צו געבן מיר צו װיסן: הנה זײַט װיסן, רב מענדעלע, אַז מע האָט אײַך אַ טובֿה געטאָן, מע האָט אײַך באַגנבֿעט!…

דאָ האָט זיך דער זײדע אָפּגערוט אַ װײַלע און האָט זיך פֿאַרטראַכט. מיר, די אײניקלעך, האָבן זיכער געקאָנט מײנען, אַז דאָ װעט זיך אָנהײבן שיטן פֿײַער, פּעך און שװעבל אױף די פֿײַנע מענטשן אין אַמעריקע, װאָס האָבן װירקלעך באַגאַנגען אַן אומגעהײַערן פֿאַרברעכן קעגן דעם אײנציקן ייִדישן קלאַסיקער, קעגן דעם גרעסטן ייִדישן דיכטער, דענקער און קינסטלער, דערמיט װאָס זײ האָבן איבערגעדרוקט און אַרױסגעגעבן אַלע זײַנע װערק ניט אין אַמעריקע אַלײן, נאָר אױך אַריבערגעפּעקלט אַהער, קײן „יוראָפּ“, און געמאַכט אים אַ מיאוסע מפּלה, אַ קאָנקורענץ אױף זײַן סחורה טאַקע מיט זײַן אײגענער סחורה ― און גײט לאָדט זײ צום ונתנה־תּוקף!…

נאַטירלעך, איז מײַן קאָלעגע, דער װאָס מיטן הײסן טעמפּעראַמענט, אַרױס מיט אַ פֿײַערדיקן פּראָטעסט קעגן די אַמעריקאַנער פּיראַטן, ים־גזלנים, זײ געמאַכט (הינטער די אױגן) מיט דער בלאָטע גלײַך, זיך געװוּנדערט װאָס מע שװײַגט:

― װאָס שװײַגט איר זײ, זײדע? ― האָט אױסגערופֿן מײַן קאָלעגע. ― איך, אױף אײַער אָרט, װאָלט פֿון זײ געמאַכט אָט־אָ־דאָס־אָ!

און מײַן קאָלעגע מיטן הײסן טעמפּעראַמענט האָט באַװיזן מיט בײדע הענט אין דער לופֿטן װאָס ער װאָלט פֿון זײ געמאַכט, נאָר װאָס, אײגנטלעך, ― איז שװער געװען צו פֿאַרשטײן, מחמת מיט הענט קאָן אַ מענטש מאַכן מי־יודע װאָס!… דערױף האָט אים דער זײדע געענטפֿערט מיט אַ שמײכעלע:

― איך װעל אײַך דערצײלן: כּל־זמן איך בין נאָר אַ ניגזל אַלײן, איז נאָך צו דערלײַדן ― װאָס קאָן מען טאָן? פֿון אַן אומגליק איז קײנער נישט באַהיט. נאָר זײַן דערצו נאָך אַ שוטה אױך ― דאָס איז שױן צו פֿיל פֿאַר מיר! פּראָטעסטירן, רעכענען זיך, צאָלן ― דאָס איז נאַריש; דאָס דאַרפֿן טאָן אַנדערע, ניט איך. װאָס איך אַלײן דאַרף טאָן ― װעט מן הסתּם געטאָן װערן… מענדעלע מוכר־ספֿרים, ברוך־השם, איז נאָך נישט געשטאָרבן! מילא, בקיצור המעשׂה, דאָס אַלץ איז נאַרישקײטן. איר װילט דאָך װיסן, װי אַזױ איז די „קליאַטשע“ אַרױס אױף דער װעלט? ― דאַרף מען אײַך דערצײלן װאָס װײַטער איז געװען.

און דער זײדע האָט אונדז איבערגעגעבן אַ געשיכטע, װי אַזױ ער האָט אין אַ געשלאָסענער פֿאַרזאַמלונג פֿון אינטימע פֿרײַנד צום ערשטן מאָל געלײענט די „קליאַטשע“, װי אַזױ זײַנע אינטימע פֿרײַנד האָבן פֿריִער געלאַכט פֿון אים, געמאַכט חוזק איבערן נאָמען פֿונעם װערק. נאַ דיר גאָר אַ פֿערד, אַ קליאַטשע! און װי אַזױ זײ זײַנען נאָכדעם געװאָרן ערנסט… װי אַזױ אײנער (יוסף בצלאל האַרקאַװי) האָט נאָכן איבערלײענען די „קליאַטשע“ צוגענומען בײַם מחבר דאָס העפֿטל, אַרײַנגעלײגט אין זײַט־קעשענע אָן װערטער, אַװעקגעפֿירט דאָס קײן פּעטערבורג און צוגעשיקט אין אַ צײַט אַרום דעם פֿאַרפֿאַסער אַ פֿאַרטיקע, אַן אָפּגעדרוקטע „קליאַטשע“. װי אַזױ נאָכדעם דער צענזאָר האָט געהאַט אַ מיאוסע מפּלה דערפֿאַר, װאָס ער האָט דורכגעלאָזט אַזאַ „טריפֿה סחורה“, און נאָך אַ סך אינטערעסאַנטע מעשׂיות האָט אונדז דערצײלט דער זײדע, װערנדwährend: בשעת מיר, זײַנע אײניקלעך, זײַנען געזעסן און אױסגערוט זיך דערװײַלע אונדזערע אױסגעמוטשעטע פֿיס.

ז. אַ מינוט פֿאַרן טױט

װידער אַ מאָל זײַנען מיר געזעסן זאַלבע פֿערט, די זעלבע פֿיר ייִדישע שריפֿטשטעלער, צװישן זײ דער ייִנגסטער פֿון אַלע ― אַ דיכטער. דער זײדע איז געװען, װי אַלעמאָל, דער צענטער, געזעסן אינמיטן; מיר, די אײניקלעך, אַרום אים. עס איז געװען אַ זומערנאַכט, אַ פּרעכטיקע, אַ װאַרעמע אַ שמעקנדיקע נאַכט. עס האָט זיך נישט געגלוסט גײן אין שטוב אַרײַן. שװער געװען זיך צעשײדן מיט אַזאַ נאַכט! גערעדט האָט מען װעגן איבערנאַטירלעכס, אומבאַגרײַפֿלעכס אין דער נאַטור און װעגן דעקאַדענץ אין דער ליטעראַטור. דער זײדע האָט געקוקט מיט זײַנע ניט גרױסע, נאָר שאַרפֿע, האַלב־צוגעמאַכטע, קורצזיכטיקע אױגן ערגעץ אין דער האַלב־פֿינצטערער װײַטקײט אַרײַן. נאָכדעם איז געקומען צו רײד װעגן באַשרײַבן די נאַטור. דער זײדע האָט געזאָגט, אַז באַשרײַבן די נאַטור הײסט פּראָפֿאַנירן די נאַטור, און ער האָט גענומען מאָלן מיט זײַן אײנפֿאַכער נאָר געשמאַקער ייִדישער שפּראַך אַ נאַכט־בילד מיט אַ האַלב־ערנסטן און האַלב־קאָמישן טאָן, אַזױ, אַז עס איז שװער געװען צו װיסן, אױב ער מײנט דאָס באמת, אָדער ער שפּאַסט?…

אָט אַזױ האָט דער זײדע געשילדערט אַ זומערנאַכט:

― שטיל גנבֿעט זיך אַרײַן די נאַכט. אײנציקװײַז, אַזױ װי ליכט, װערן אױסגעלאָשן די רױטפֿאַרביקע שטראַלן פֿון דער פֿאַרגײענדיקער זון. אַ קלײן װינטעלע לױפֿט־דורך און רױמט אײַך אײַן אַ סוד: „דער טאָג איז פֿאַרבײַ… דער טאָג שטאַרבט אָפּ“… די בײמער האָבן אַראָפּגעלאָזט די ברעמען, זײ װילן שלאָפֿן. אַן אומעט, אַ מרה־שחורה אַרום און אַרום, װי שבת פֿאַרנאַכט צו שלש־סעודות, װען אַלץ טרױערט, אַלץ בענקט און די נשמה־יתירה רײַסט זיך ערגעץ, צאַפּלט, עס איז איר שװער צו שײדן זיך… נאָר שאַט! אָט גײט זי, די נאַכט־מכשפֿה. און פֿאַרשפּרײט איבער אונדז אירע שװאַרצע פֿליגלען. אָט באַלד װעט זי זיך באַזעצן אין איר פֿינצטערן געצעלט, װאָס װעט באַלײַכט װערן פֿון פֿינקלדיקע שטערן. אָט באַלד װעט זי אונדז זאָגן: אַ גוטע נאַכט! שטיל װעט זי אָפּלײענען „קריאת־שמע“, און װעט אײַנשלאָפֿן, און עס װעלן זיך איר חלומען אַלערלײ משונה־פֿאַרדרײטע פֿאַרפּלאָנטערטע װעלט־חלומות…

דער זײדע װערט שטיל. מיר זיצן װי פֿאַרכּישופֿט. מיר װאָלטן װעלן הערן װײַטער, װי ער מאָלט זײַנע פּרעכטיקע נאַכטבילדער אין דער דאָזיקער פּרעכטיקער זומערנאַכט. ער פֿאַרשטײט אונדזער װוּנטש.

פּלוצעם רײַסט איבער דער זײדע זיך אַלײן און רופֿט זיך אָן:

― מילא, נו, בקיצור, נאַטור! עס איז גאָלע ליגן! אַלע אונדזערע באַשרײַבענישן, שילדערונגען און מאָלעכצן האָבן אַזאַ פּנים קעגן דער נאַטור אַלײן און געבן אונדז פֿון איר אַזאַ באַגריף, פּונקט אַזױ װי אָט־אַ־יענע געװיסע בילדער פֿון דער הגדה, װאָס זײַנען געדרוקט אין װילנע אָדער איז באַרדיטשעװ, גיבן אונדז אַ באַגריף פֿון יציאת־מצרים… אױב איר װילט, װעל איך אײַך, קינדער, בעסער דערצײלן אַ מעשׂה־שהיה, אַ מוראדיקע מעשׂה, װאָס מיט מיר האָט אַמאָל פּאַסירט אין בעסאַראַביע. די געשיכטע האָט אין זיך עטװאָס מיסטישעס, אומבאַגרײַפֿלעכס, און שטימט זײער מיט דער דאָזיקער פּראַכטפֿולער נאַכט, װאָס איז פֿול מיט כּישוף, מיסטיציזם און דעקאַדענץ… װילט איר האָרכן, זאָלט איר זיצן שטיל, רויִק, און דער עיקר ― נישט איבערשלאָגן אינמיטן, װי דער מינהג איז, און ניט פֿרעגן קײן קשיות. איך בין אײַך מבֿטיח, אַז עס װעט אײַך מיט דער צײַט אַלײן אַלצדינג פֿאַרענטפֿערט װערן.

און מיר אַלע דרײַ האָבן זיך צוגערוקט נאָך נענטער צום זײדן, און דער זײדע האָט אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט איבער דער לופֿט, גלײַך װי ער װאָלט עמעצן אָפּגעטריבן פֿון זיך, און האָט אָנגעהױבן רויִק און לאַנגזאַם צו דערצײלן זײַן שרעקלעכע געשיכטע בזה־הלשון:

― בעסאַראַביע, װײסט איר, איז אַ װינקל חלילה נישט פֿון מכשפֿים, נישט פֿון לצים, נישט פֿון װעלטבאַרימטע גנבֿים, גזלנים און רױבער. בעסאַראַביע איז זיך אַ װינקל פֿון אַנטיסעמיטן, פּאַפּשױעס, װײַן און מאַמעליגע, אַזױ, אַז פֿונעם נאָמען בעסאַראַביע איז נישט צו דערװאַרטן, עס זאָל זיך דאָרטן טרעפֿן מיט מיר עפּעס אַן אױסערגעװײנלעכע, איבערנאַטירלעכע געשיכטע. פֿונדעסטװעגן מוז איך אײַך זאָגן פֿאָרױס, אַז איר װעט הערן, װעט איר ניבֿהל־ומשתּומם װערן פֿאַר שרעק, און איר װעט שטױנען. איר װעט נישט פֿאַרשטײן מיטן גלײַכן שׂכל, װאָס דאָ שטעקט אַזעלכעס, און כּמעט האָב איך מורא, אַז איר װעט ניט װעלן גלײבן, דאָס הײסט, איר װעט חלילה ניט רעכענען אױף מיר, אַז איך זאָל אײַך איבערגעבן אַ פֿאַנטאַזיע פֿאַר אַ װירקלעכע געשיכטע; חס־ושלום! אַזױ גראָב װעט איר ניט זײַן! נאָר װאָס דען? איר װעט זיך קלערן: אַ קשיא אױפֿן אַלטן, אפֿשר האָט זיך אים אױסגעדאַכט?…

נו, אַלזאָ, הערט־זשע מיט קאָפּ. שטעלט אײַך פֿאָר מיט אַ יאָר עטלעכע און דרײַסיק צוריק אַ שטאָט אין בעסאַראַביע (נאָר ניט קעשענעװ, װאָרעם קעשענעװ קריכט שױן פֿונעם האַלדז!). אַלזאָ, אַ שטאָט אין בעסאַראַביע, און אין מיטן שטאָט אַן אַרײַנפֿאָרהױז. מילא, װאָס אַן אַרײַנפֿאָרהױז איז און װי אַזױ זעט אױס אַן אײַנפֿאָרהױז ― דאַרף מען אײַך ניט דערצײלן. דאָס איז אַ הױז, װאָס איז געשטעלט געװאָרן לכתּחילה צוליב „פּריצים“, און װיבאַלד צוליב פּריצים, קאָנט איר שױן זיכער זײַן, אַז עס איז פֿאַרזאָרגט מיט אַלע מעגלעכע באַקװעמלעכקײטן, װאָרעם אַ פּריץ איז נישט קײן ייִד. אַ ייִד איז אַ ייִד, און אַ פּריץ איז אַ פּריץ! נאָר נישט דאָס בין איך אױסן…

די שטוב אַלײן איז זיך אַפֿילו אַ גאַנץ געװײנלעכע שטוב פֿון „מיטלמעסיקן װוּקס“, ניט הױך, ניט נידעריק, מיט אַ רױטן דאַך פֿון שינדל, מיט אָ הױכן ברײטן טױער אױף אַרײַנצופֿאָרן מיטן גאַנצן עקיפּאַזש גלײַך אין הױף אַרײַן, מיט צװײ רײען חדרים פֿון בײדע זײַטן, רעכטס און לינקס, װאָס די טירן זײערע גײען אַרױס צום הױף און די פֿענצטער צו דער גאַס. די צימערן זײַנען רײן, ברײט, גענוג ליכטיק. בעל־הבתּיש מעבל: אַ קײַלעכיקער טיש אין מיטן צימער, אַ שײן הילצערן געפּאָלירט בעט, פֿריש צוגעקליבן און מיט דיװאַנעס פֿאַרהאַנגען, אַ קלײדער־שאַפֿע אױך אַזױנע, אַ װעשקעסטל, אַ װײכע קאַנאַפּע מיט אַ שפּיגל איבער איר, מיט שטולן אַ פּאָר. אױף די װענט בילדער, געװײנלעכע בילדער, פּאָרטרעטן פֿון משה מאָנטעפֿיוריMoses Haim Montefiore 1784-1838 מיט דער ברײטער געפּלעטער מאַנישקע, פֿון, להבֿדיל, נאַפּאָלעאָן באָנאַפּאַרטעNapoleon Bonaparte 1769-1821 מיטן המן־טאַש אױפֿן קאָפּ און מיט דער האַנט אין זשילעט, מיט אַביסל אַ צו בײז אױסזען ― פּונקט דער היפּוך פֿון, להבֿדיל, רב משה מאָנטעפֿיורי, װאָס זעט אױס שױן אַביסל צו פֿיל זיס־צוקערדיק. מערקװירדיק! צװײ באַזונדערע העלדן פֿון צװײ עפּאָכעס, געמאָלט פֿון באַזונדערע קינסטלער, און בײדע מיט אײן חסרון, בײדע איבערגעכאַפּט די מאָס… נאָר ניט דאָס בין איך אױסן. די שענסטע און די בעסטע צירונג װאָס אין צימער איז די הרובע, דער אױװן ― אַ פּראָסטע הרובע, ניט קײן געקינצלטע, אַ געװײנלעכע, אַ געלע, מיט בלױע פֿלעקן, אַ חנעװדיקע, און דער עיקר, אַ װאַרעמע הרובע ― אַ געטרײַע, װי אַ מאַמע! דערפֿון איז געדרונגען, אַז די מעשׂה, װאָס איך װיל אײַך דערצײלן, האָט זיך געטראָפֿן אום װינטער ― און דאָס איז זײער נײטיק צום ענין.

אַזױ װי דער זומער האָט אין זיך זײַן זומערדיקן חן און שײנקײט, װאָס אונדז איז ליב און טײַער, אַזױ האָט אױך דער װינטער בײַ אונדז זײַן חן מיט זײַן צױבער, בשעת אין דרױסן איז גוט קאַלט, דער װינט בלאָזט, דער פֿראָסט ברענט און גנבֿעט זיך אַרײַן דורך די צוגעמאַכטע לאָדן און מאָלט צאַצקעס אױף די שױבן פֿון די פֿענצטער, און איר זיצט זיך מיט אַ געזעלשאַפֿט אין אַ װאַרעם־אָנגעהײצטן און גוט־באַלײַכטן חדר, בײַ אַ געדעקטן טיש מיט אַ זודיקן סאַמאָװאַר, װאָס קאָכט און פּאַרעט און ציט אױס אַ לאַנגן דינעם טאָן. זאָגט אײַך װאָס איר װילט ― איטלעכע זאַך איז גוט אין איר צײַט. נישט גוט איז נאָר, אַז אין מיטן װינטער װערט פּלוצעם זומערדיק, דרילעװאַטע, אָדער אַז אין מיטן זומער װערט קאַלט, װינטערדיק… נאָר נישט דאָס בין איך אױסן.

געזעסן בײַם סאַמאָװאַר און געטרונקען טײ אײנער אַלײן, האָב איך אַרױסגעקוקט, אַז עמעצער אַ לעבעדיקער פּאַרשױן זאָל זיך באַװײַזן, רײדן אַ װאָרט, װי עס מאַכט זיך אַמאָל, אַז מע פֿאַרבענקט זיך נאָך אַ מענטשן. װאָרעם מענטשן האָבן אַ טבֿע: זײ עסן זיך צו, נאָר אַז מע זעט זײ נישט, בענקט מען נאָך זײ. גאָט האָט געהאָלפֿן, עס האָט זיך געעפֿנט די טיר און עס האָט זיך באַװיזן אַ נפֿש אַ באַװאַקסענער מיט האָריקע הענט, אײנער פֿון די נפֿשות, װאָס נאָר אַ לאַנד פֿון פּאַפּשױעס, װײַן און מאַמעליגע קאָן אַרױסגעבן. אָפּמאָלן אײַך אים ― געפֿין איך נישט פֿאַר נײטיק צו אונדזער געשיכטע, נאָר אין צװײ װערטער זאָגן שאַט נישט: גרעבער װי לענגער, און אַזױ פֿאַרװאַקסן מיט שמאַלץ, אַז קױם װאָס ער כאַפּט דעם אָטעם. דאָס איז דער בעל־הבית פֿון דער אַכסניא. אַרײַנגעקומען איז ער צו מיר, װי געװײנלעך, מקבל־פּנים זײַן דעם אורח, אים אָפּגעבן שלום, פֿרעגן, פֿון װאַנען ער איז און װוּהין ער פֿאָרט און װאָס איז זײַן טועכץ, אַ קוק, אַ שמעק, אַ טאַפּ אין װאָגן, אפֿשר דאַרף ער עפּעס האָבן, װעט ער אים דינען. נו, און אַזױ װײַטער. לאַנג בעטן אים זיצן האָב איך נישט באַדאַרפֿט; טרינקען מיט מיר אַ גלעזל טײ האָב איך אױך בײַ אים געפּועלט. און עס איז אַװעק בײַ אונדז אַ געשפּרעך, װאָס איך זע נישט, ער זאָל האָבן פֿאַר אײַך אַן אינטערעס. דער געשפּרעך האָט זיך געדרײט אַרום אַלערלײ װעלט־ענינים, שטאָט־זאַכן, מיסחר, פֿאַמיליע־אָנגעלעגנהײטן, און אַביסל גלאַט אַזױ, אַבי גערעדט, נישט געשװיגן. מײַן בעל־הבית, װי איך האָב אײַך שױן געזאָגט, איז געװען אַ ייִד אַביסל אַ שװערער, אַביסל צו פֿיל פֿאַרװאַקסן מיט שמאַלץ, דעריבער איז אים שװער געװען אָנצוהײבן רײדן. אַלע מאָל, װען ער דאַרף עפּעס זאָגן, סאָפּעט ער זיך פֿריִער גוט אױס, װי אַ בלאָזזאַק, און קױם האָט ער זיך אָפּגעסאָפּעט און דעם בלאָזזאַק אױסגעבלאָזן, איז בײַ אים אַװעק װי אַ מיזמור, און ער האָט מיר אָפּגעגעבן דין־וחשבון פֿון גאַנץ בעסאַראַביע, מיך באַקאַנט געמאַכט מיט אַלע פּריצים, װעלכע פּריצים עס האָבן אַ סך ערד און װינציק הינט, און װעלכע פּריצים עס האָבן װינציק ערד, נאָר אַ סך הינט. אױך פֿון פֿערד האָט ער מיר דערצײלט זײער אַ סך שײנע מעשׂיות, פֿון „ערלעכע“ פֿערד און פֿון „גנבֿהשע“ פֿערד, און פֿון גנבֿים, װאָס גנבֿענען פֿערד, און פֿון גנבֿים, װאָס גנבֿענען אַנדערע זאַכן, און פֿון גזלנים, װאָס קומען אַהער פֿון רומעניע, מײסטנס ציגײַנער, װאָס טוען אָפּ אַמאָל אַזעלכע זאַכן, אַז די האָר שטעלן זיך קאַפּױר! איך האָב אים אױסגעהערט, באַטראַכט אָט דעם באַװאַקסענעם נפֿש מיט די האָריקע הענט, צי געהערט ער זיך נישט אָן אַ װײַטער קרובֿ מיט אָט די גזלנים פֿון רומעניע… איך האָב אָבער אַרױסגעזען, אַז אומזיסט האָב איך אים חושד געװען, װאָרעם פֿון זײַן װײַטערן שמועס האָט זיך אַרױסבאַװיזן, אַז ער איז גלאַט אַ גראָבער יונג, אַן עם־האָרץ און נעבעך אַ גרױסע בהמה! פֿון די גזלנים איז ער אַרױף אױף מכשפֿים, לצים, רוחות און שדים, מתים, װאָװקעלאַקעס און שרעטעלעך, װאָס ער אַלײן מיט זײַנע אױגן האָט דאָס געזען ― אַ סימן, זײ זײַנען מיט הערנער. װער איז מיט הערנער ― האָב איך אים פֿאַרגעסן פֿרעגן, און אַגבֿ האָבן זיך מיר געקלעפּט די אױגן… גאָט װײס, װיפֿל צײַט מײַן חכם װאָלט אַזױ געזעסן איבער מיר, װען איך הײב נישט אָן אונטערצודרעמלען. שטאָף אױף צו דערצײלן האָט ער נאָך געהאַט, װײַזט אױס, גענוג, מחמת אַז ער האָט זיך געזעגנט, האָט ער מיר צוגעזאָגט, אַז מאָרגן אין דער צײַט װעט ער ערשט דערצײלן און דערצײלן. פֿאַרן אַװעקגײן האָט ער מיט מיר אינאײנעם באַטראַכט די פֿענצטער, צי האָט מען גוט פֿאַרמאַכט די לאָדן, געכאַפּט אַ קוק צום אױװן, צי האָט מען נישט פֿרי צוגעשטעקט דעם קױמען, באַװיזן מיר, װי אַזױ מע פֿאַרשליסט די טיר, געזאָגט אַ גוטע נאַכט, אָפּגעלאָזט דעם בלאָזזאַק און אַװעק.

נאָך זײַן אַװעקגײן האָב איך די טיר צוגעשלאָסן און געפּרוּװט, אױב זי עפֿנט זיך נישט. נײן ― זי עפֿנט זיך נישט. נאָכדעם האָב איך באַטראַכט די פֿענצטער אַלע, געכאַפּט אַ קוק, אַזױ זיך פֿאַרבײַגײענדיק, אונטערן בעט, גענומען זיך אױסטאָן, צוגעגרײט דעם זײגער אױפֿן טיש און די שװעבעלעך, אַרײַן אין בעט אַרײַן, זיך איבערגעדעקט מיט אַ װאַרעמער רײנער בײַענער קאָלדרע, אױסגעלאָשן דאָס פֿײַער, און…

דאָ האָט זיך דער זײדע פּלוצעם אָפּגעשטעלט און איז אַנטשװיגן געװאָרן. די נאַכט איז װירקלעך געװען פֿול מיט כּישוף. דער הימל האָט אַראָפּגעקוקט צו אונדז מיט זײַנע שטערן, װאָס האָבן זיך געמיניעט, געביטן זיך, געפּינטלט, װי אַ מענטש, װאָס פּינטלט מיט די אױגן. זײ האָבן צו אונדז געװוּנקען, זײ האָבן גערעדט צו אונדז, זײ האָבן אונדז געזאָגט: „װען איר זאָלט װיסן, װאָס עס טוט זיך דאָ בײַ אונדז אין הימל?!“… „נו, אַדרבא, זאָגט אונדז, שטערנדלעך, זאָגט אונדז, װאָס טוט זיך דאָרט בײַ אײַך אין הימל?“… נאָר די שטערנדלעך זאָגן נישט, װאָס עס טוט זיך דאָרט בײַ זײ אין הימל. זײ מינען זיך, זײ בײַטן זיך, זײ פּינטלען, װי אַ מענטש װאָס פּינטלט מיט די אױגן. און מיר קוקן, קוקן אין הימל אַרײַן, און װײסן נישט, װאָס דאָרטן טוט זיך.

מיר האָבן זיך אַלע, אַ פּנים, שטאַרק פֿאַרטיפֿט אין די שטערן און גאָר נישט באַמערקט, אַז דער זײדע שװײַגט עפּעס זײער לאַנג. און אַלע דרײַ האָבן מיר זיך אָנגערופֿן צו אים:

― נו?

― װאָס נו?

― װאָס זײַט איר אַנטשװיגן געװאָרן?

― איך האָב געװאָלט אײַך אױספּרוּװן, צי איר האַלט קאָפּ.

― װאָס הײסט, צי מיר האַלטן קאָפּ? געװיס האַלטן מיר קאָפּ.

― זאָגט־זשע מיר, קינדערלעך, װוּ האַלט איך?

― איר האַלט בײַ דער בײַענער װאַרעמער קאָלדרע. איר האָט זיך אײַנגעדעקט, אױסגעלאָשן דאָס פֿײַער און…

― אָט אַזױ האָב איך אײַך ליב. װיבאַלד איר האַלט קאָפּ, קאָן איך אײַך דערצײלן װײַטער. אַלזאָ, איך האָב מיך גאַנץ פֿײַן איבערגעדעקט און ― אַ גוטע נאַכט!… איך װעל אײַך ניט זאָגן אַקוראַט, צי איך האָב שױן געהאַט אײַנגעשלאָפֿן, צי איך האָב נאָר־װאָס געזאָלט אַנטשלאָפֿן װערן, צי איך האָב שױן געהאַט אָפּגעשלאָפֿן אַ צײַט, ― איך װײס נאָר, אַז די אױגן האָב איך געהאַלטן צו, נאָר געהערט האָב איך טריט, שטילע טריט ― מע גײט!… איך הער מיך צו שטאַרק ― יאָ, מע גײט!… „עט! עס װײַזט זיך מיר אַװדאי אױס!… דאָס איז אַ סך־הכּל, אַ רעזולטאַט פֿון דעם בעל־הביתס מעשׂיות“… אַזױ טראַכט איך מיר און װיל מיך איבערדעקן איבערן קאָפּ ― איך הער װידער אַ מאָל גאַנץ קלאָרע טריט! איך הײב מיך אָן באַרעכענען: אפֿשר גײט מען דאָס אינעם אַנדערן צימער אױף יענער זײַט װאַנט? אפֿשר פֿון אױבן איבער מײַן קאָפּ? נײן! איך הער טריט אָט דאָ, בײַ זיך אין צימער, נישט װײַט פֿון מײַן בעט! איך האָב צונױפֿגענומען אַלע מײַנע געדאַנקען, איך דערמאָן זיך, אַז איך האָב, דאַכט זיך, גוט צוגעשלאָסן די טיר, באַטראַכט די פֿענצטער אַלע, געזען אױך װאָס אונטערן בעט טוט זיך ― װער קאָן דאָס זײַן און פֿון װאַנען האָט ער זיך אַהער גענומען?… און דאָ איז אַ פֿינצטערניש, כאָטש נעם זיך אַרױס די אױגן! װאָס טוט מען? אױסרײַבן אַ שװעבעלע? זײַט איר גערעכט. אַ שׂכל איז דאָס טאַקע. די פֿראַגע איז אָבער, װוּ נעמט מען אַ שװעבעלע, אַז די שװעבעלעך ליגן ערגעץ װײס איך װוּ, אױפֿן טיש? נו? װאָס װעט איר טאָן? אַיאָ, איר שװײַגט? אַז עמעצער איז פֿאַראַן בײַ מיר אין צימער ― איז שױן בײַ מיר קײן ספֿק נישט געװען. די קשיא איז נאָר, פֿון װאַנען האָט ער זיך גענומען? װי אַזױ איז ער אַרײַן? פֿאָלגלעך, דאַרפֿן מיר קלערן, אַז אָדער דורך דער טיר, אָדער דורכן פֿענצטער? אױב דורך דער טיר, איז דאָס דער בעל־הבית אַלײן, מיט אַ נאָכשליסל; אױב דורכן פֿענצטער, איז דאָס גלאַט אַ גנבֿ. קײן גרױסע נפֿקא־מינה אַפֿילו איז דאָס נישט, נאָר אַ מענטש אַ בר־דעת האָט ליב יעדע זאַך באַקלערן, ער זאָל װיסן, װוּ ער איז אין דער װעלט, ער זאָל נישט בלאָנדזשען אין דער פֿינצטער אַפֿילו דעמאָלט, װען עס איז פֿינצטער… איך האָב מיר פֿאָרגעשטעלט, פֿאַרשטײט איר מיך, אין קאָפּ אַלצדינג, װי אין פּסוק שטײט: הֶחָכָם עֵינָיו בְּרֹאשֹׁו. איך האָב מיר אױסגעמאָלט מײַן צימער, דעם טיש, דאָס בעט, װי אַזױ האָב איך מיך געלײגט? מיטן פּנים צום פֿענצטער, מיט די פֿיס צו דער טיר. פֿאָלגלעך, װען עס זאָל זײַן אָפֿן די טיר, װאָלטן דאָס דערפֿילט פֿריִער פֿון אַלעמען ― װער? די פֿיס. שטעק איך אַרױס פּאַװאָלינקע אַ שפּיץ פֿוס פֿון אונטער דער קאָלדרע, געװיס װעל איך דערפֿילן עפּעס אַ װינטעלע? ― װער! װאָס! די טיר איז צו ― דערױף װעל איך שװערן! דאַרף מען זיך נעמען צום פֿענצטער. װי אַזױ־זשע טוט מען דאָס? שטעק איך אַרױס פּאַװאָלינקע פֿון אונטער דער קאָלדרע אַ האַנט ― קײן שפּור פֿון קײן װינטל, פֿון קײן קעלט. עס איז צו טיר און טױער, און די טריט װערן אַלע מאָל קלערער און נענטער. איך מעג שװערן, אַז איך הער עמעצער נעבן מיר אָטעמט שױן! עס פֿאַרשטײט זיך, אַז יעדע מינוט, יעדע סעקונדע איז אַ טאָג, אַ יאָר.

אַ קאַלטער שװײס האָט שױן לאַנג אַרױסגעטרעטן! דאָס האַרץ קלאַפּט, קלאַפּט, װי אַ זײגער. װאָס טוט מען? אַראָפּשפּרינגען פֿון בעט? אָנהײבן שרײַען? מאַכן אַ גװאַלד? צו װעמען? אױף װעמען? אַ פּנים, איר װײסט דען, מיט װעמען איר האָט צו טאָן? אױפֿזעצן זיך אױפֿן בעט ― האָט איר מורא זיך אַ ריר טאָן, װאָרעם צו װאָס זאָלט איר װײַזן יענעם, אַז איר שלאָפֿט נישט? ממה־נפֿשך, איז דאָס אַ גנבֿ, װעט ער זיך נעמען זײַנס, װאָס אים איז נײטיק, און װעט זיך גײן געזונטערהײט. אָבער אַז איר װעט נעמען מאַכן קולות, װעט ער דאָך װעלן ראַטעװען זײַן אײגענע פֿעל, װעט ער אָנפֿאַלן אױף אײַך װער װײס מיט װאָס פֿאַר אַ כּלי־זײן, װעט איר, הײסט עס, אַלײן מאַכן אים פֿאַר אַ גזלן, ― צו װאָס נוצט דאָס אײַך? װאָס־זשע דען? װאַרטן ביז ער װעט צוגײן צו אײַך צום בעט און װעט אַרױפֿפֿאַלן אױף אײַך און װעט אײַך אָנהײבן װערגן, שטיקן? איז עפּעס אױך נישט קײן פּלאַן. אַלזאָ, אַצינד זאָגט שױן איר, װאָס װאָלט איר געטאָן? לאָם איך הערן. איר זײַט יונגע לײַט, העלדן!…

אַזױ האָט זיך דער זײדע געװענדט צו אונדז, זײַנע דרײַ אײניקלעך, און געװאַרט אױף אונדזער ענטפֿער. דער ערשטער האָט זיך אַרױסגעכאַפּט מיט זײַן ענטפֿער דװקא דער ייִנגסטער פֿון אַלע, דער פּאָעט. ער האָט זיך אָנגעצונדן, װי אַן אמתער העלד, געמאַכט צװײ מוראדיקע קולאַקעס און באַװיזן, װי אַזױ ער װאָלט געגעבן אַ שפּרונג־אַראָפּ פֿונעם בעט, װי אַזױ ער װאָלט אים צוגעבױגן צו דער ערד, װי אַזױ ער װאָלט אים געשטיקט, און האָט אױסגעלאָזט מיט פֿײַער: ― נפֿש תּחת נפֿש! מיר אַ טױט, דיר אַ טױט!…

אױסגעהערט די תּשובֿה פֿונעם פּאָעט, האָט דער זײדע אַ קנײטש געטאָן מיט דער האַנט, װי אײנער רעדט: „מהיכא־תּיתי!“ און האָט זיך געװענדט צו מײַן קאָלעגע מיטן הײסן טעמפּעראַמענט: װאָס װאָלט ער געטאָן? און מײַן קאָלעגע מיטן הײסן טעמפּעראַמענט האָט אים אָפּגעענטפֿערט גאַנץ אױפֿריכטיק:

― איך װעל אײַך זאָגן דעם אמת, זײדע: גײן אָנפֿאַלן אױף אַ מענטשן, װאָס איך קען אים נישט און זע אים נישט ― דאָס װאָלט איך נישט געטאָן. איך װאָלט אים איבערגעלאָזט דעם זײגער מיט האַק און פּאַק, כאַפּט אים דער רוח, און אַלײן װאָלט איך אַרױסגעשפּרונגען דורכן פֿענצטער. האָבן צו טאָן מיט יעדן פּאַרך, מיט יעדן גנבֿ? זאָל דאָס גײן אין דער ערד אַרײַן…

― אױך גערעכט! ― מאַכט דער זײדע, ― האָבן צו טאָן נישט מיט קײן גלײַכן איז אַװדאי נישט כּדאַי… נו, און איר, װאָס װאָלט איר געטאָן, װען מיט אײַך טרעפֿט זיך אַזאַ מעשׂה?

אַזױ זאָגט דער זײדע שױן צו מיר, און איך ענטפֿער אים אױך גאַנץ אָפֿנטלעך:

― איך? איך װאָלט פֿאַרשפּאָרט אַלע זאַכן! איך װאָלט נישט אָנגעפֿאַלן אױפֿן גנבֿ, איך װאָלט נישט געשפּרונגען דורכן פֿענצטער. איך װאָלט… איך װאָלט… געשטאָרבן!

― אָט דאָס איז ריכטיקער פֿון אַלץ! ― מאַכט דער זײדע מיט אַ הילכיקן געלעכטער, און אױף אים קוקנדיק לאַכן אַלע, אַחוץ מיר. ― שטאַרבן פֿאַר שרעק איז טאַקע זײער אַ װױלע עצה, נאָר אײדער מע קומט דערצו, פֿאַלט אַרױס דרײַ מאָל די נשמה, עס באַשלאָגט אײַך אַ קאַלטער שװײס, און איר פֿילט, אַז דער מוח הײבט זיך אײַך! איר זעט פֿאַר זיך דעם מלאך־המװת, איר פֿילט אױף זיך דעם קאַלטן חלף, נאָר איר װײסט נישט, װען װעט זײַן דער „כיק“!… בקיצור, איך װעל אײַך מער נישט דערצײלן. איך הער נעבן מײַן בעט עמעצער סאָפּעט, אָבער װי אַזױ נאָך! מיט אימפּעט, מיט כּעס: „האַ! אי־האַ! אי־האַ!“ איך פֿיל דורך דער קאָלדרע עמעצנס אַ האַנט אױף זיך, אַ פֿעסטע, אַ שװערע, אַ קאַלטע, אַ האָריקע האַנט, און טאַקע באַלד נאָך אַ האַנט. אַהאַ! עמעצער קריכט צו מיר אין בעט אַרײַן, אָט־אָט איז ער שױן, אָט־אָט כאַפּט ער מיך בײַם גאָרגל! אָט־אָט דערלאַנגט ער מיר מיט אַן אײַזן איבערן קאָפּ! אָט־אָט… נו? חכמים! װאָס װעט איר איצטער טאָן?

דאָ האָט זיך דער זײדע אָפּגעשטעלט, אַ פּנים, געװאָלט אָפּרוען אַ װײַלע. מיר האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז עס איז אים מסתּמא שװער געװען איבערצולעבן נאָכאַמאָל אַזאַ קריטישן מאָמענט, האָבן מיר אים געלאָזט, ער זאָל אַביסל אָפּרוען, און אַלײן האָבן מיר זיך גענומען אײַנהערן אין דער שטילקײט פֿון דער נאַכט. איר װײסט, ליבע פֿרײַנד? די שטילקײט פֿון דער נאַכט רעדט, רעדט װערטער. הערט זיך אײַן אַמאָל, װעט איר הערן קולות, שטילע נאָר זיסע װערטער פֿון אַן אומבאַקאַנטן נפֿש, װאָס זיצט נעבן אײַך און סודעט זיך און שושקעט זיך מיט אײַך, און עס מאָלט זיך אײַך אױס, אַז אײַך איז באַקענט די שטימע, איר האָט ערגעץ געהאָרכט, איר װײסט נישט װוּ… און עס דאַכט זיך אײַך אױס, אַז איר האָט געהערט אַ זיפֿץ, אַ טיפֿן זיפֿץ, און איר װײסט נישט, װער האָט דאָס געזיפֿצט: צי אָט דער אומבאַמערקטער נפֿש, װאָס זיצט נעבן אײַך, אָדער איר אַלײן האָט דאָס געזיפֿצט?… און עס כאַפּט אײַך אָן אַ מורא מיט אַ בענקעניש אינאײנעם; איר װאָלט גערן אױפֿהײבן זיך, אַװעקגײן, נאָר עפּעס האַלט אײַך צו ― איר װײסט נישט װאָס… עמעצער ציט אײַך בײַ דער נשמה, איר װײסט נישט װער… און עס בענקט זיך אײַך מיט סכּנות־נפֿשות ― איר װײסט נישט נאָך װעמען… פּלוצעם הערט איר: פּליוך! װי אין אַ טײַך אַז מע װאַרפֿט אַרײַן אַ שטײנדל, אָדער אין אַ ברונען האָט עמעצער אַראָפּגעלאָזט אַ זאַך!… אַרום און אַרום אײַך, װײסט איר, איז נישטאָ קײן ברונען, נישטאָ קײן טײַך. װאָס באַדײַט דער פּליוך?… אָדער אַ „קראָ“ לאָזט זיך הערן. פֿון װאַנען גײט דער „קראָ“, אַז אַלע פֿױגלען שלאָפֿן?… און עס דאַכט זיך אײַך, אַז די ערד אָטעמט, קױם־קױם װאָס מע הערט. גלײַך מיט אײַך אָטעמט זי, די ערד, די גאַנצע װעלט, און איר פֿילט, אַז איר זײַט אַ חלק פֿון דער אָטעמדיקער ערד, פֿון דער גרױסער־גרױסער װעלט, װעלכע איז אַ גרױסער־גרױסער סוד פֿאַר אײַך…

דאָס שטילשװײַגן פֿונעם זײדן האָט זיך װידער פֿאַרצױגן מער װיפֿל מע באַדאַרף, און מיר זײַנען אױסגעגאַנגען װיסן גיכער דעם סוף פֿון דער געשיכטע, און מיר האָבן זיך װידער אַ מאָל גענומען מינטערן דעם זײדן.

― נו?

― װאָס נו?

― װאָס הײסט, װאָס נו? װאָס איז געװען װײַטער? װער איז דאָס געװען? און װאָס האָט ער אײַך געטאָן? װי אַזױ זײַט איר אַרױס פֿון זײַנע הענט?

― אַזױ? איר װילט טאַקע װיסן דעם סוף? האָט צײַט. מאָרגן איז אױך אַ טאָג. עלעהײ, זאָל זיך אײַך דאַכטן, עס איז אַ סיפּור־המעשׂה, װאָס איז געדרוקט ערגעץ אין אַ בלאַט, און דער רעדאַקטאָר דער חכם האָט אײַך איבערגעהאַקט אין סאַמע מיטן, אַװעקגעשטעלט פֿון אונטן די געװיסע צװײ װערטער: „פֿאָרזעצונג פֿאָלגט“ ― און גײט לאָדט אים צום ונתנה־תּוקף. עס פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס האָט דער קלוגער רעדאַקטאָר אײַך געטאָן מיט אַ כּיװן, בכדי איר זאָלט מאָרגן אױך קױפֿן זײַן בלאַט ― איר האָט אַן אַנדער ברירה? אָדער עלעהײ, זאָל זיך אײַך דאַכטן, עס איז די מעשׂה מיט דער שלאַנג.

― מיט װאָסער שלאַנג?

― איר װײסט נישט די מעשׂה מיט דער שלאַנג? ― ציט אױס דער זײדע מיט אַ ניגון, ― װעל איך אײַך דערצײלן אַ נײַע מעשׂה, אַ מעשׂה מיט אַ שלאַנג.

אײנמאָל, דאָס איז געװען דעם 31טן דעקאַבער, פּונקט ערבֿ נײַ־יאָר, לײענט מען אין אַ צײַטונג אַזאַ מין געשיכטע: „אַ יונגע שײנע פֿרױ, אַן ערשטלינג, איז געזעסן מיט איר ברעקעלע קינד אױף די הענט בײַם פֿענצטער, נאָר־װאָס געקליבן זיך געבן דעם קינד זױגן. פּלוצעם, מע װײס נישט װי און פֿון װאַנען, קריכט אַרױס אַ שלאַנג, טוט זיך אַ קאַטשע אַרױף גלײַך אױף דער פֿרױ, כאַפּט אַרײַן די ברוסט אין מױל אַרײַן און הײבט אָן צו זײגן. זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז די פֿרױ איז באַלד אױפֿן אָרט געפֿאַלן חלשות. נאַטירלעך, איז מען זיך צונױפֿגעלאָפֿן פֿון דער גאַנצער שטאָט רעטןretten: ראַטעװען די אומגליקלעכע פֿרױ. מע האָט צונױפֿגערופֿן די גרעסטע דאָקטױרים פֿון שטאָט, נאָר גײט טוט עפּעס, האַלט מלחמה מיט אַ גיפֿטיקער חיה! מע קאָן דאָ גאָר נישט מאַכן, מחמת טאָמער רירט מען אָן די שלאַנג, אַזױ לאָזט זי אַרױס איר גיפֿט און טױט די פֿרױ אױפֿן אָרט. װידער צוריק, זאָל מען לאָזן די שלאַנג זאָל זײגן װײַטער, װעט זי אַזױ לאַנג זײגן, ביז די פֿרױ װעט שטאַרבן… שלעכט! ― אַזױ לאָזט אױס די צײַטונג, ― די לאַגע איז זײער קריטיש, די שלאַנג זײגט, די פֿרױ חלשט. דאָקטױרים זיצן און זוכן מיטלען. אונדזערע רעפּאָרטערן שטײען און װאַרטן. מאָרגן װעלן מיר געבן צו װיסן אונדזערע לעזער װאָס ס'איז געװאָרן מיט דער פֿרױ און מיט דער שלאַנג“. עס פֿאַרשטײט זיך, אַז נישט אײן מאָרגן איז אַװעקגעגאַנגען. דער עולם האָט נישט אױפֿגעהערט צו קױפֿן אַלע טאָג די צײַטונג, געזוכט דעם סוף פֿון דער פֿרױ מיט דער שלאַנג אַ צײַט מיט יאָרן, און איך האָב מורא, אַז עס זײַנען פֿאַראַן אַזעלכע געטרײַע לעזער, װאָס עד־היום נאָך הערן זײ נישט אױף צו קױפֿן די צײַטונג אַלץ צוליב דער פֿרױ מיט דער שלאַנג… שױן־זשע האָב איך נישט פֿאַרדינט בײַ אײַך, קינדער, איר זאָלט מיר װאַרטן ביז מאָרגן? אַ גוטע נאַכט!

און דער זײדע איז אױפֿגעשטאַנען פֿון דער ערד און האָט גענומען זיך געזעגענען מיט אונדז אױף דער רעכטער אמת. זײַנען מיר, אַלע דרײַ אײניקלעך, צוגעפֿאַלן צו אים, געבעטן, געחלשט, געקושט ― קױם מיט צרות געפּועלט, ער זאָל זיך אַװעקזעצן צוריק אױף זײַן אָרט און פֿאָרזעצן זײַן שרעקלעכע געשיכטע.

― געדענקט־זשע, קינדער, װוּ האַלטן מיר? מיר האַלטן, װי אַזױ דער נפֿש גײט מיט שטילע טריט צו מײַן בעט. איך הער, װי ער סאָפּעט מיט אימפּעט און מיט כּעס: „האַ! אי־האַ! אי־האַ!“ איך פֿיל דורך דער קאָלדרע עמעצנס אַ האַנט, און טאַקע באַלד נאָך אַ האַנט, עמעצער קריכט צו מיר אין בעט אַרײַן, אָט־אָט איז ער שױן בײַ מיר אין בעט!… איך װײס נישט, װי אַזױ איר; איך האָב מיך אָנגעלײענט אַמאָל, אין די יונגע יאָרן, אַ סך אַזעלכע מעשׂיות, מוראדיקע, מיט שדים, גזלנים, מכשפֿים, רוחות ― די דאָזיקע אַלע מעשׂיות, דאַרף איך אײַך זאָגן דעם רײנעם אמת, האָבן אױף מיר נישט געמאַכט קײן שום אײַנדרוק, אױסער דעם, װאָס איך האָב נאָר געװאָלט װיסן דעם סוף, אַ שטײגער, אָט אַזױ װי איר אַצינד… דער באַגריף פֿון „אָנפֿאַלן“, „איבערפֿאַלן“, הרגענען“, „טױטן“ ― איז מיר געװען פֿרעמד. אַפֿילו דער מלאך־המװת מיט די פֿילע אױגן איז אױך געװען בײַ מיר נישט מער װי אַ „סטראַשידלע“, אַן אױסגעטראַכטער חלום אױף צו שרעקן אונדז, און װײַטער גאָר נישט… דאָ אָבער האָב איך דערזען דעם מלאך־המװת פֿאַר מײַנע אױגן. איך האָב אים דערזען און האָב אים דערקענט, אַז דאָס איז ― ער! ער! איך האָב נאָר נישט געקאָנט טרעפֿן, מיט װאָס פֿאַר אַ טױט איך װעל פֿון אים דאָ פֿאַלן, און האָב דעריבער נישט געװוּסט, צו װאָס איך זאָל מיך פֿריִער כאַפּן: צום קאָפּ, צום האַלדז, צום בױך? נעהערneher: נענטער פֿון אַלץ האָט זיך מיר פֿאָרגעשטעלט, אַז צװײ גרױסע, בײנערדיקע, קאַלטע הענט װעלן מיך אַרומכאַפּן בײַם האַלדז און װעלן מיך נעמען װערגן. איך װעל װערן ברױן און בלױ, די אױגן װעלן מיר אַרױס פֿון שטערן, און איך װעל נישט קאָנען שרײַען. אױך האָט זיך מיר פֿאָרגעשטעלט אַ שװערע זאַך, אַן אײַזערנע, לאָזט זיך אַראָפּ מיר אױפֿן קאָפּ, און איך װער פּריטשמעליעט… אָדער אַ ברײט שאַרף קאַלט מעסער טוט אַ שנײַד־אַרײַן זיך גלײַך צו מיר אין בױך אַרײַן, און איך הער דעם שניט… איך װײס אַלײן נישט, קינדער, פֿון װאַנען עס האָט זיך צו מיר גענומען מוט און כּוח ― פֿון דערשרעק װערט דער גרעסטער טרוס אַ העלד, און אױב איר װילט װיסן, װעל איך אײַך אױסזאָגן אַ סוד, אַז קײן „העלדן“ זײַנען גאָר נישטאָ אין ערגעץ; דער אמתער העלד איז טאַקע נאָר דער טרוס… הקיצור, איך האָב דערזען, אַז עס איז מיר אַ מינוט צום טױט, האָב איך מיר אַ טראַכט געטאָן: „װאָס ליגסטו, שוטה? אױף װעמען װאַרטסטו? דײַן לעבן אין דאָך סײַ װי אַצינד נישט װערט אַ גראָשן“… און איך האָב מיך געגעבן אַ הײב־אױף און אַ שפּרונג־אַרױס פֿון בעט, און בין שױן געװען מיט אײן פֿוס בײַם טיש, און האָב געכאַפּט אַ שװעבעלע און געגעבן אַ רײַב־אױס און אַ טראָג־צו צום בעט, ― איך טו אַ קוק: אַ גרױסער, אַ שװאַרצער, אַ קודלאַטער הונט, אַן אמתער „סיביריאַק“ מיט רױטע אױגן!…

געלעגן איז דער כּלבֿ־שבכּלבֿים, אַ פּנים, די גאַנצע צײַט, ערגעץ אונטער דער קאַנאַפּע, אָדער צװישן דער שאַפֿע, איז אים נימאס געװאָרן צו ליגן אַלײן, אָדער עס איז אים געװאָרן קאַלט, איז ער דאָס געקומען צו מיר מיט אַ װיזיט, זיך באַקענען מיטן נײַעם אורח, און אַגבֿ איז טאַקע בײַ מיר אױף דער בײַענער קאָלדרע פֿיל בעסער, װאַרעמער און געשמאַקער…

אױף מאָרגן האָט מיר דער האָריקער בעל־אַכסניא דערצײלט, אַז דאָס האָט ער באַקומען אַ מתּנה פֿון אַ פּריץ.

― עס איז אַ שטילער הונט, ― האָט ער זיך פֿאַרענטפֿערט ― זײער אַ שטילער הונט. ער טשעפּעט נישט קײן פֿליג אַפֿילו. ער איז שױן זײער אַלט, און דערצו איז ער נאָך בלינד אױף בײדע אױגן.

ח. דער ייִדישער קרילאָװИван Андреевич Крылов 1769-1844

איצטיקס מאָל זײַנען מיר געזעסן זאַלבע פֿערט שױן אין װאַגאָן פֿון אײַזנבאַן. מיר האָבן זיך געמאַכט אַ פֿאָר־אַרױס פֿון שטאָט אױף אַ טאָג, אַ מין „פּאַרטי דע פּלעזירpartie de plaisir: פֿאַרברענגען“. נישט חלילה אױף דער יאַגד ― שיסן האָבן מיר נישט ליב. נישט שיפֿן זיך אױף אַ שיפֿל ― מיר קאָנען נישט. אױך נישט קײן אַנדערע תּענוגים זיך אָנטאָן ― װאָס זײַנען מיר? פּריצים? עס גײט אונדז מער נישט אָפּ? דורכפֿאָרן זיך אַביסל ― מהיכא־תּיתי. פֿאָרנדיק שמועסט זיך אַמאָל בעסער װי אין דער הײם. און פֿון װאָס שמועסן פֿיר ייִדישע שריפֿטשטעלער, אַז זײ זיצן זאַלבע פֿערט אין אײן װאַגאָן? פֿון ליטעראַטור. דעם ייִנגסטן פֿון אונדז, דעם פּאָעט, איז אײַנגעפֿאַלן אַ געדאַנק, אַז אונדזער פֿאָלקס־ליטעראַטור פֿעלט נאָר אײן זאַך ― פֿאַבלען, „באַסניעסбасни: לעגענדע“. אָבער באַסניעס! עכט־ייִדישע! מיטן ייִדישן לשון, מיט ייִדישן װיץ, מיט פֿעפֿער! די אידעע איז אונדז אַלעמען געפֿעלן; שטאַרק געפֿעלן! דאָס הײסט, עס רעדט זיך נאָר אַזױ ― געפֿעלן. װי קאָן עס גלײַך געפֿעלן אַ זאַך, װאָס יענער האָט דאָס פֿאָרגעלײגט, נישט איך? מע דאַרף עס פֿריִער רעכט צעקײַען און ערשט נאָכדעם „מסביר זײַן“, געבן צו פֿאַרשטײן, באַלײַכטן, אױסבעסערן, איטלעכער נאָך זײַן השׂגה און פֿאַרשטאַנד. עס פֿאַרשטײט זיך, אַז תּחילת האָבן מיר זיך אַביסל געשפּאַרט, נאָכדעם טאַקע רעכט צעאַמפּערט זיך, דאָס הײסט, חלילה נישט געקריגט זיך, נאָר גלאַט אַזױ אױסגעװיזן, יעדער באַזונדער, אַז ער פֿאַרשטײט בעסער פֿונעם אַנדערן…

און עס איז געבליבן בײַ אונדז אַלע פֿיר, אַז מע דאַרף זיך נעמען שרײַבן „באַסניס“. די פֿראַגע איז נאָר ― מי ומי ההולכים? װער זאָל זיך נעמען צו דער אַרבעט? דאָ האָט יעדער פֿון אונדז אַרױסבאַװיזן אַזױ פֿיל באַשײדנקײט און עניװת, אַז מע האָט זיך װידער געמוזט צעקריגן. איטלעכער פֿון אונדז האָט אַרױפֿגעלײגט די אַרבעט אױפֿן צװײטן, און מיר אַלע אױפֿן „זײדן“. אײנער האָט געזאָגט, אַז אַזאַ ערנסטע אַרבעט דאַרף נעמען אױף זיך מײַן קאָלעגע מיטן הײסן טעמפּעראַמענט; ערשטנס, װײַל ער איז אַן ערנסטער מענטש, און, צװײטנס, װײַל ער באַזיצט שפּראַך, עטלעכע לשונות. דער אַנדערער, טאַקע מײַן קאָלעגע מיטן הײסן טעמפּעראַמענט, האָט געדרונגען פּונקט קאַפּױער, אַז דאָס פּאַסט פֿאַר מיר, דװקא װײַל איך בין נישט אַזאַ ערנסטער מענטש… איך האָב אָנגעװיזן אױפֿן ייִנגסטן פֿון אונדז, אױפֿן פּאָעט, אַז דאָס איז פֿאַר אים װי אָנגעמאָסטן: סטײַטש, אַ דיכטער! און דער ייִנגסטער פֿון אונדז, דער דיכטער טײַט אױף מיר מיטן פֿינגער: „אַדרבא, דאָס פּאַסט פֿאַר אײַך, איר זײַט אַ הומאָריסט!“… אַזױ לאַנג, ביז עס איז געבליבן, אַז מיר אַלע פֿיר דאַרפֿן זיך נעמען צו דער אַרבעט און אַרױסגעבן אַ בוך פֿון פֿאַבלען.

― קינדער! ― רופֿט זיך אָן דער זײדע מיט זײַן פֿרײלעך שמײכל, װי געװײנלעך, ― איך האָב מורא, אַז די ערשטע פֿאַבל װעט מען דאַרפֿן מאַכן איבער אונדז טאַקע אַלײן, און הײסן װעט דאָס מיטן נאָמען „דער קװאַרטעט“…

דער געדאַנק האָט אַרױסגערופֿן אַ הילכיקן געלעכטער אין אונדזער גאַנצער חבֿרה, און דער ייִנגסטער פֿון אונדז, דער דיכטער, האָט זיך אַראָפּגעגליטשט פֿון דער באַנק און האָט זיך גענומען קאַטשען פֿאַר געלעכטער. ער האָט שױן אַזאַ טבֿע, אַז ער הײבט אָן לאַכן, לאַכט ער אַזױ געשמאַק, ביז ער מאַכט דעם גאַנצן עולם לאַכנדיק. פּלוצעם װאַקסט אױס אַ גלאַטער קאָפּ פֿון נאָך גאָר אַ יונגנמאַן, אַ בחור, מיט אַ גלאַט געגאָלט געזיכט, װי אַן אַרטיסט, מיט לאַכנדיקע אױגן, מיט רירעװדיקע ברעמען, און רופֿט זיך אָן צו אונדז בזה־הלשון:

― איזװיניטיע, גאָספּאָדאַизвините господа: זײַט מוחל, רבותי! עס איז אַביסל נישט פּריליטשנעприлична: לײַטיש, אפֿשר טאַקע נישט טאַקטיטשנעтактична: טאַקטפֿול, װאָס איך װריװאַיעврываюсь: לאָז זיך אַרײַן זיך אומגעבעטן אין אַ פֿרעמדן שמועס. איר האָט, נישט װילנדיק, מיר אָנגעטראָטן אױפֿן פֿוס. איך זיץ די גאַנצע צײַט, פֿון יענער זײַט, און האָרך, װי איר ראַזסוזשדאַיעטразсуждает: שמועסט פֿון אַ זאַך, װאָס איך האָב פֿאַרבראַכט דערױף אַ סך. באַסניעס דאָס איז מײַן קאָניאָק, מײַן לעבן. אַ זאַק מיט באָרשטש אַװעקגעגעבן. מײַן נאָמען איז פֿעלדשטײן, פֿון קעשענעװ בין איך אַלײן. איך שטודיר דאָקטער מעדיצין, אין דער גרױסער שטאָט בערלין. איר הערט, װי איך רײד מיט סטיכעסстихи: גראַמען? אַזאַ פּריװיטשקעпривычке: שטײגער צו־נ־אַלדי רוחות! קורץ, איר קוקט מיך אָן, װי אַ הון ― אַ האָן; איר חלשט װיסן, װער איך ביז, איר זײַט גערעכט, עס האָט אַ זין. איך װעל אײַך זאָגן צװײ געצײלטע װערטער, װעט איר זיך אױפֿכאַפּן פֿון די ערטער: איך בין דער ייִדישער קרילאָװ, און אַן עק אַ סוף.

אָבער טאַקע אַזױ װי ער האָט געטראָפֿן! אַלע פֿיר האָבן מיר זיך געגעבן אַ הײב־אױף פֿון די ערטער און געבעטן דעם ייִדישן קרילאָװ, ער זאָל זיך אַװעקזעצן דאָ מיט אונדז. דער ייִדישער קרילאָװ האָט זיך לאַנג נישט געלאָזט בעטן. ער האָט זיך אַװעקגעזעצט נעבן אונדז און האָט אָנגעהױבן שיטן מיט גראַמען אַזױ פֿיל, אַז עס האָט זיך געדרײט דער קאָפּ. עס האָט זיך געדאַכט, אַז די גראַמען פֿאַלן פֿון די פּאָליצעס, פֿון די טשעמאָדאַנעס, שפּרינגען דורך די פֿענצטער, שיטן זיך און קײַקלען זיך, װי באָב, װי אַרבעס. אײדער איר האָט צעקײַט די ערשטע עטלעכע רײַמען, זײַנען שױן געקראָכן צו אײַך אין אױער אַרײַן פֿרישע גראַמען ― מיט אײנעם װאָרט, עס האָט זיך בײַ אים געגראַמט פֿון אַלע זײַטן. קײנער פֿון אונדז האָט קײן צײַט געהאַט אַ װאָרט אױסצורײדן. דער ייִדישער קרילאָװ האָט אונדז אַלעמען פֿאַרכּישופֿט מיט זײַנע גראַמען און מיט זײַנע באַסניעס, װעלכע איך גיב איבער װאָרט און װאָרט:

אַן אײזל מיט אַ סאָלאָװײ
אַן אײזל דערזעט אַ סאָלאָװײ
און מאַכט צו־נ־אים מיט אַ געשרײ,
װי אַ נאַכאַל, אַ בלאַסן:
„הער נאָר, סאָלאָװײטשיק, מײַן טאַלאַנטליװע חזן!
מע זאָגט, דו זינגסט עפּעס אַזעלכע שטיק,
װאָס סע פּשוט אַן אַנטיק!
דו װײסט דאָך, אַז איך בין אַ מבֿין,
װי אַ קאַץ אַף הײװן.
טאָמער װאָלסטו מיר געזונגען עפּעס אַ זאַך,
אַ פּאָר שטיקלעך, נישט קײן סך,
נאָר לעבעדיק און הױך,
עס זאָל גײן אַ רױך“…
און ער האָט זיך עס צעלאָזט, דער סאָלאָװײ,
מיט אַ שלשלת, מיט אַ דרײ,
מיט אַ פֿײַף און מיט אַ קנאַק,
װי אונדזער חזן פּאַסטערנאַק
אַף אַ ברית, אַז ער כאַפּט אַ כּוסע,
פֿריִער אַ קלײנע, דערנאָך ― אַ גרױסע,
און מאַכט דעם גרױסן מי־שברך
אונדזער נגיד רב נתן־קורח…
אַ סוף. ער האָט געענדיקט, דער סאָלאָװײ.
רופֿט זיך אָן דער אײזל צו אים אַזױ:
„נישט זאָגן קײן ליגן ―
דו זינגסט נישט שלעכט קײן ניגון.
אָטשען זשאַלочень жаль: אַ שאָד! עס גײט פֿאַרלאָרן אַ טאַלאַנט.
אין אונדזער קעלבל האָב איך מיך דערמאַנט.
װען דו זאָלסט זײַן מיט דעם באַקענט,
װאָלט דײַן געמבע ערשט געשמט“…
. . . . . . . . . . . . . .
װאָס איז פֿון דער באַסניע די נראַװאָאוטשעניעнравоучение: נימשל?
אַז איר שרײַבט אָן אַ סאָטשינעניעсочинение: צונױפֿשטעל
און איר װילט װיסן אױף דעם אַ מניעניעмнение: סבֿרה,
זאָלט איר דאָס בעז מאַלײשאַװאָ סטיעסניעניאַбез малейшего стеснения: אָן קײן שום קװענקלעניש,
און עס זאָל נישט זײַן קײן שום ניעדאָראַזומעניעнедоразумения: מיספֿאַרשטענדעניש, ―
אַרײַנװאַרפֿן אין אַ גוטן אָרט דליאַ אוניטשטאָזשעניאַдля уничтожения: אױף פֿאַרטיליקונג

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

דער ייִדישער קרילאָװ האָט אונדז נישט געלאָזט לאַנג קװיקן זיך מיט דער ערשטער באַסניע. ער איז אױפֿגעשטאַנען מיט אַ שײַנענדיק פּנים און מיט שמײכלענדיקע אױגן, אַרײַנגעלײגט בײדע גראָבע פֿינגער אין בײדע זײַטן זשילעט און גענומען לײענען אונדז די צװײטע באַסניע:

דער װאָלף און די קאַץ
עס לױפֿט אַ װאָלף פֿון שװאַרצן װאַלד,
עס ברענט דער פֿראָסט, עס בלאָזט, ס'איז קאַלט,
נאָר ער מוז נעבעך לױפֿן,
··· אַניט ― װעט מען זײַן פֿעלעכןפֿעלעכל פֿאַרקױפֿן.
··· מײַן װאָלף ―
··· צום דאָרף.
ער זעט, עס זיצט אַ קאַץ אַלײן,
און הײבט אָן בעטן זײער שײן:
„קעצעלע! קעצעלע! מיר זאָל זײַן פֿאַר דײַן פּנים!
אױף מײַן פֿעל זײַנען דאָ אַ סך בעלנים!
נעם מיך אַרײַן צו דיר, װײַבעלע!
זײַ מיך מכבד מיט אַ געבראָטן טײַבעלע!“
― װײסטו װאָס? לױף זיך דורך צו מײַן טאָטע.
― איך קאָן נישט! איך האָב בײַ אים געלקחנט די קאַפּאָטע.
― נו, גײ־זשע צו יענקל דלות.
― ס'איז גרינג צו זאָגן. װוּ איז זײַן טלית?
― נו, װײסטו װאָס? גײ צום בעל־הבית: צו בערל טינופֿת.
― איך קאָן נישט! איך האָב בײַ אים אַװעקגעלײגט די עופֿות.
― נו, אױב אַזױ, איז אַ שלעכטער משׂא־ומתּן,
צוריק אין װאַלד, אַ רוח אין דײַן טאַטן!…
. . . . . . . . . . . . . .
יעדע באַסניע האָט זיך איר נראַװאָאוטשעניע.
פֿון דאַנען פֿירן מיר אַרױס אַ פּריאַמאָיע זאַקליוטשעניעпрямая заключения: גלײַכע מסקנא:
אַז איר פֿאַררוקט דעם טשאָלנט, מעגט איר גיסן שמאָלץ
צען פּוד. נאָר לײגט איר נישט קײן האָלץ,
כאָטיאַכאָטש עס מעג זײַן אום פֿרײַטיק,
װעט דער קוגל נישט זײַן צײַטיק.
. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

נישט געלאָזט אונדז אָפּרוען זיך פֿון דער צװײטער באַסניע, האָט אונדז דער ייִדישער קרילאָװ גענומען לײענען אַ דריטע:

„קװאַרטעט“, בײַ מיר הײסט עס „די קאַפּעליע“
אַז איר װילט װיסן װער ―
איז אַ ציג, אַן אײזל מיט אַ בער
האָבן זיך צונױפֿגענומען אַלע דרײַ
נעפּרעמעננאָнепремення: זיכער מאַכן אַ שפּילערײַ.
מע זיצט זיך ברײט און װײך, װי אױף װאָטןװאַטע,
מע קוקט אַרײַן אין די ביכער מיט די נאָטן,
די אינסטרומענטן טראָגט מען צו,
מע מישט די נאָטן װײס איך װוּ,
מע קלאַפּט, מע רײַבט מיט די סמיטשאָקןסמיטשיקעס,
עס פֿליִען פֿון די פֿידלען די קאָלאָקןколок: פֿלאָקן.
דאָ צעבײזערט זיך דער אײזל
און גיט אַ שנאָל דער ציג אין נעזל:
„אָט באָלװאַנעס!
זיך צערימפּלט, װי די שאַרלאַטאַנעס!
ממה־נפֿשך, מאַכן מיר אַ שפּילערײַ,
דאַרף מען שפּילן אַלע דרײַ
צום טאַקט, צום קלאָפּ,
און האַלטן קאָפּ.
הער נאָר, דו, רב בער!
די ציג זאָל זיצן דאָרט, און דו ― אַהער!“
בקיצור, עס דױערט נישט קײן סך, טוט די ציג אַ לאַך:
„מע־ע־ע! אַז אָך און װײ איז אײַך!
איר זײַט בײדע גראָבע יונגען!
אומזיסט אַרױסגעשטעלט די צונגען!
אָט פֿליט אַ סאָלאָװײ,
ער װעט אײַך זאָגן, װי אַזױ
מע דאַרף באַזעצן די קאַפּעליע,
זי זאָל נישט קריכן אַף דער סטעליע“.
דערהערט דער סאָלאָװײ,
צעלאַכט ער זיך און מאַכט צו זײ:
„כאַ־כאַ־כאַ, קלעזמאָרים!
גרילצערס, שאָרים־באָרים!
איר קאָנט שױן שטײן, איר קאָנט שױן זיצן
איר קאָנט אײַך גראַבלען, איר קאָנט אײַך קריצן.
פֿון אײַער שפּילן, איר מעגט מיר גלײבן
װעט די װעלט קײן נחת נישט דערלעבן.
. . . . . . . . . . . . . .
פֿון דער באַסניע די זאַקליוטשעניע
איז אַ טיפֿע נראַװאָאוטשעניע:
אַז מע רופֿט אױף אַ חתן צו דער תּורה
און ער קען נישט די הפֿטורה,
מעג ער אָנטאָן דרײַ טליתים,
װעט ער נישט אױפֿשטײן קײן תּחית־המתים.

דער שניט פֿון די באַסניעס מיט זײערע אומדערװאַרטע „נראַװאָאוטשעניעס“ האָבן אונדז, מע קאָן זאָגן, צום טױט געשלאָגן, און אײדער מיר האָבן צײַט געהאַט זיך אַרומקוקן און זיך נעהער צו באַקענען מיטן אינטערעסאַנטן נפֿש, האָט געגעבן אַ פֿײַף דער צוג, און דער „ייִדישער קרילאָװ“ האָט זיך געגעבן אַ כאַפּ צו זײַנע פּעקלעך, זיך אָפּגעזעגנט מיט אונדז, נאַטירלעך אין גראַמען, געביטן זיך מיט די אַדרעסן, און שטײענדיק שױן מיט די טשעמאָדאַנעס אין די הענט בײַ דער טיר, האָט ער אונדז דערװײַל דעקלאַמירט נאָך אַ באַסניע מיטן נאָמען:

אַ פֿוקס אין װײַנגאָרטן
אַ פֿוקס אַ מחותּן, הונגעריק װי אַ װאָלף,
פֿאַרבײַ אַ װינאָגראַדניקвиноградник: װײַנגאָרטן אַ גראָמאַדנעם
(איך װעל אײַך זאָגן אױף זשאַרגאָן,
װעט איר כאַפּן דעם טאָן:
„אַ גאָרטן אַ װינאָגראַדנעם“).
ער דרײט זיך, דער מחותּן,
בײַ די זײַטן און אין מיטן,
די פֿײגעלעך פּישטשען,
די װײַנטרױבן בלישטשען.
או־װאַ, אַן עבֿירה ―
אַ טײַערע פּרי,
און האָבן אַ זעלטענעם ריח;
נאָר זײ הענגען אַזױ הױך,
כאָטש דראַפּע זיך אױף די װענט,
כאָטש קריך פֿון דער פֿעל,
צערײַס זיך די הענט,
מאַך פֿון זיך אַ תּל!…
אָפּגעשטאַנען אַזױ אַקעגן אַ שעה,
מאַכט ער פֿאַר דאָסאַדע: „װײס איך ―
אױף װאָס ייִדן מאַכן אַ ברכה!
איך זאָל אַזױ האָבן הצלחה:
אַ שטיקל טרוקן ברױט מיט זאַלץ,
באַשמירט מיט פּוטער אָדער שמאַלץ,
האָט טױזנט מאָל מער טעם!
װינאָגראַד! אַ גאַנצער טאַרעראַם!
אַ טרעסקאַװיציтресковицы: דאָרש, אַ מציאה!
דאָקטױרים פּראָפּיסעװעןпрописывают: פֿאַרשרײַבן אַ רפֿואה!
װאָפּערװיךво первых: ערשטנס, איז ער גרין אַזױ װי גראָז,
האָט קײן ייִדישן טעם, װײס איך װאָס!
זױער װי פּסחדיקער װײַן,
איך דאַרף אים אַף סים־סאָטсемьсот: 700 כּפּרות,
װי צײן־װײטיק,
װי מײַנע צרות ―
לאָז ער אײַך גײן אין דער ערד אַרײַן!“…
. . . . . . . . . . . . . .
פֿון דער דאָזיקער באַסניע, ק'סאָזשאַלעניעк сожаление: צום באַדױערן,
ציִען מיר אַ מאָדנע נראַװאָאוטשעניע:
אַז סע שטײען אין גאַס צװײ ייִדן
און בעסיעדעװען זיך ספּאָקאָינעспакойна: רויִק און צופֿרידן,
חלילה נישט געקריגט זיך, נישט געספּאָרעטспоре: זיך שפּאַרן,
נישט געשטורכעט, נישט געטאָרעט,
נאָר גלאַט אַזױ, מיט הענט, מיט בײנער, ―
דאַרף נישט אַרײַנמישן זיך קײנער,
װאָרעם צװישן יאָ און נײן,
קאָנט איר כאַפּן אין די צײן…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

שױן שטײענדיק מיט די טשעמאָדאַנעס אױפֿן װאָקזאַל, אין אַ לאַנגן ראָק, מיט אַ היטל אױף אַ זײַט, האָט „דער ייִדישער קרילאָװ“ צו אונדז געװוּנקען פֿון דער װײַטן. די קלוגע אױגן, די רירעװדיקע ברעמען, דאָס פּנים, דאָס גאַנצע סימפּאַטישע אױסזען זײַנס האָט גערעדט, גערעדט, גערעדט מיט גראַמען. צום לעצטן מאָל האָט ער אונדז געשענקט אַ שמײכל און אױסגעשריגן פֿון דער װײַטן:

באַסניעס װעל איך אײַך ערשט שיקן;
איך האָף צו גאָט, זײ װעלן אײַך געפֿעלן.
איר װעט, אם ירצה השם, זיך קװיקן.
דער עולם װעט די פֿינגער לעקן, איר װעט קװעלן!
געשריבן אין יאָר 1908