— שלום־עליכם!
— עליכם־שלום!
— פֿון װאַנען פֿאָרט מען?
— פֿון װאַרשע.
— װאָס איז אײַער געשעפֿט?
― איך בין אַ ייִדישע צײַטונג.
― מה שמכם?
— ייִדישע פֿאָלקסצײַטונג. און איר, פֿון װאַנען זײַט איר?
— פֿון װאַנען זאָל איך זײַן? פֿון יעהופּעץ.
— װאָס איז אײַער געשעפֿט?
— װאָס זאָל זײַן מײַן געשעפֿט? איך בין אַ ייִדישער שרײַבער.
― מה שמכם?
― שלום־עליכם.
— שלום־עליכם? קומט דאָך אײַך שלום־עליכם.
― עליכם ועל בניכם.
― װאָס־זשע מאַכט איר עפּעס, פּאַני שלום־עליכם?
― װאָס זאָלן מיר מאַכן? מע שרײַבט.
— װאָס שרײַבט מען?
— װאָס זאָל מען שרײַבן? װאָס מע זעט, דאָס שרײַבט מען.
— װאָס האָט איר פֿון אײַער שרײַבן, װאָס איר שרײַבט?
― װאָס זאָל מען האָבן? צרות האָט מען, בױכװײטיק, האַרצקלעמעניש, בזיונות, יסורים, אַנגסטן, גריזאָטע…
― אָט דאָס איז גאָר?
― װאָס נאָך האָט איר געװאָלט?
― איך מײן…
— כּבֿוד? אָן אַ שיעור און אָן אַן ערך! קײן שרײַבער אױף דער װעלט האָט נישט אַזױ פֿיל כּבֿוד, װיפֿל אַ ייִדישער מחבר. אַ קלײניקײט בײַ ייִדן אַ שרײַבער, אַ מענטש װאָס שרײַבט?
— איר מײנט דאָס ערנסט?
— װאָס דען, אין שפּאַס? קוקט זיך צו, װאָס סע טוט זיך אָפּ אױף אונדזערע יובילײען: װינטשעװאַניעס מיט „אָטקריטקעס“ פֿון פֿאַרערער, פֿון הײסע חסידים און גלאַט פֿון געטרײַע לעזער שיטן זיך פֿון אַלע עקן װעלט: פֿון כּתרילעװקע, פֿון טונעיאַדעװקע, פֿון טעטרעװעץ, פֿון שלש־סעודותשאָק, פֿון גאַלאַגאַנישאָק און פֿון סטרישטש — און פֿון װאַנען נישט? הײַנט די קאָרעספּאָנדענציעס, װאָס דער יובילאַר אַלײן שרײַבט אַרײַן אין די בלעטער! הײַנט די סעודות, די באַנקעטן, די טאָסטן ― הינט טראָגן גאַנצע קעפּ! הײַנט די סטיפּענדיעס, די צדקה, װאָס סע װערט בשעת־מעשׂה צעטײלט אין ארץ־ישׂראל לטובֿת הפּועלים!… איר שפּילט זיך מיטן כּבֿוד פֿון אַ ייִדישן מחבר?
— נײן, נישט דאָס מײן איך; איך מײן…
― פּרנסה? מיטן פֿולן מױל, אַבי ער האָט צײַט און קאָן נאָך זײַן דערצו אַ מלמד, אַ קרעמער, אַ מעקלער, אַ שדכן, אָדער אַזױ אַ ייִד אַ מקבל, װאָס קאָן גײן איבער די הײַזער צונױפֿמאַכן אױף זײַן בוך… איר שפּילט זיך מיט אַ ייִדישן מחבר? אַ ייִדישער מחבר איז אַ באַװאָרנטער מענטש.
― װאָס הײסט, ער איז אַ באַװאָרנטער מענטש?
― ער איז באַװאָרנט פֿון בײדע װעלטן: פֿון עולם־הזה און פֿון עולם־הבא; ער איז באַװאָרנט פֿון ברױט און פֿון געזונט, פֿון גוטע פֿרײַנד, פֿון װײַב און קינדער און פֿון לײַב און לעבן…
― מיר דאַכט, פּאַני שלום־עליכם, איר רעדט שױן מיט דער גאַל, איר פֿאַרקריכט שױן אַהין, װי יענער, װאָס אין יענעם „דור“?… נישט גוט אַזױ. נישט שײן פֿאַר אַ ייִדישן שרײַבער, װאָס שרײַבט פֿאַרן פֿאָלק, ער זאָל אַזױ ליאַפּען אױף ייִדן. אַ ייִד איז מחויבֿ אָננעמען אַלצדינג פֿאַר ליב און זאָגן דרײַ מאָל אַ טאָג…
— גם זו לטובֿה?
― אַװדאי גם זו לטובֿה! װאָרעם װאָס װאָלט געװען, איר זאָלט דאָס אױך נישט האָבן? װאָס פֿאַר אַ פּנים װאָלטן מיר געהאַט צװישן די פֿעלקער, מיר זאָלן די אײן־און־אײנציקע קאַפּאָטע אױך אַראָפּװאַרפֿן פֿון זיך? מיר האָבן דען עפּעס אַן אַנדער מלבוש, אַחוץ אונדזער ליטעראַטור, מיט װאָס צו באַװײַזן זיך פֿאַר דער װעלט?
― איר זײַט אפֿשר גערעכט.
— װאָס הײסט אפֿשר? געװיס! נאָר לאָמיר רײדן פֿון עפּעס פֿרײלעכערס.
― װען האָב איך יאָרצײַט?
— נישט דאָס. איך האָב צו אײַך אַ שטיקל…
― אַ שטיקל בקשה? מסתּמא עמעצן באַשרײַבן אױף די גאַזעטן?
― חס־ושלום! איך האָב צו אײַך אַ שטיקל געשעפֿט.
— מכּוח אַ שידוך?
— נײן… און אפֿשר יאָ, מכּוח אַ שידוך.
― װער איז דער חתן? פֿון װאַנען איז די כּלה?
― דער חתן איז אין יעהופּעץ, די כּלה איז פֿון װאַרשע.
― אַביסל אַ װײַטער שידוך. װי אַזױ רופֿט מען זײ?
— די כּלה הײסט ייִדישע פֿאָלקסצײַטונג, און דער חתן ― שלום־עליכם. געפֿעלט אײַך דער פּלאַן?
— מהיכא־תּיתי, אַבי…
― אַבי װאָס?
― אַבי גאָר נישט.
— האַלבע װערטער האָב איך פֿײַנט. זאָגט, װאָס קװעטשט אײַך?
― װער האָט אײַך געזאָגט, אַז עס קװעטשט מיך? עס הײבט מיך נישט אָן צו קװעטשן! הכּלל, װאָס־זשע װילט איר?
— װיל איך, אַזױ װי איך בין אַ ייִדישע גאַזעט, און איר זײַט אַ ייִדישער שרײַבער, זאָלט איר שרײַבן, און איך װעל דרוקן.
― װאָס זאָל איך שרײַבן?
― פֿעליעטאָנען… אױף צו לאַכן.
― לאַכן? עס גלוסט זיך װײנען…
― איר מעגט אײַך װײנען, אַבי דער עולם זאָל לאַכן. איר פֿאַרשטײט, צי נײן?
― איך פֿאַרשטײ, פֿאַרװאָס זאָל איך נישט פֿאַרשטײן? איר װילט, איך זאָל מיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ מאַרשעליק, אַ פּורים־שפּילער, אַ פּאַיאַץ, אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק, בכדי פֿרײלעך מאַכן דעם עולם…
― אָ! אָט דאָס הײבט זיך אָן מיט אַ ייִדישן מחבר! װער זאָגט דען מאַרשעליק, פּורים־שפּילער, פּאַיאַץ, פֿאַרשלעפּטע קרענק? איך האָב נאָר געװאָלט, איר זאָלט שרײַבן אַזױ, אַז ס'זאָל זײַן מיט אַ שפּיצל און מיט אַ װיצל, מיט אַ גלעט און מיט אַ שטאָך, מיט אײנעם װאָרט ― דער עולם זאָל האָבן הנאה…
― און זאָגן: „אַ רוח אין זײַן טאַטן אַרײַן, אָט דעם שלום־עליכמען! אַ האַנט ― זי זאָל אים נאָר אָפּדאַרן! אַ צונג ― זי זאָל אים נאָר אָפּנעמען!“…
― הײַנט װיל איך, איר זאָלט זיך אַביסל אױסטענהן מיט אונדזערע ייִדן, און דװקא אױף זײער גלות־שפּראַך, אױף „מאַמע־לשון“. איר זאָלט זײ זאָגן, אַז איר זײַט טאַקע אַזעלכע און אַזעלכע, איר זײַט אָבער אַזעלכע און אַזעלכע!… דאָס הײסט, איר זאָלט זײ באַגראָבן ― נאָר אײדל, פֿײַן, לײַטיש… איר פֿאַרשטײט, צי נײן?
― איך פֿאַרשטײ, פֿאַר װאָס זאָל איך נישט פֿאַרשטײן? איר װילט, איך זאָל מיט זײ שפּילן אין יענעם שפּיל, װאָס מע רופֿט דאָס „קעצעלע־מײַזעלע“?… מהיכא־תּיתי, פֿאַרװאָס נישט? אַבי…
― אַבי װאָס?
― אַבי גאָר נישט.
― איך האָב דאָך אײַך געזאָגט, אַז איך האָב פֿײַנט האַלבע װערטער. זאָגט, װאָס קװעטשט אײַך?
― װער האָט אײַך געזאָגט, אַז עס קװעטשט מיך? עס הײבט מיך נישט אָן צו קװעטשן. הכּלל, װאָס װילט איר נאָך?
― הײַנט װיל איך, איר זאָלט זײ געבן בילדער.
― זײ זאָלן גענעצן?
― דערצײלן מעשׂיות…
― זײ זאָלן קאָנען גרינג אַנטשלאָפֿן װערן?
― שרײַבן אַ גרױסן ראָמאַן, אַ ראָמאַן מיט אַ ליבע, מיט רירנדיקע סצענעס, ס'זאָל פֿאַרכאַפּן דעם אָטעם, מיט אײנעם װאָרט ― ס'זאָל זײַן אַ „ראָמאַן“…
― אין זעקס טײלן מיט אַ פּראָלאָג און מיט אַן עפּילאָג, אַ־לאַà la: אַזױ װי שמ″רנחום־מאיר שײַקעװיץ 1849-1905? משונה־װילדע אומגעלומפּערטע סצענעס, װאָס נישט געשטױגן, נישט געפֿלױגן, למשל: אַ מלמד פֿון נעסװיזש זאָל ראָמאַנסירן מיט אַ דינסטמײדל רבֿקה; ער זאָל שרײַבן הײסע בריװלעך, און זי זאָל זינגען זיסע לידלעך; נאָכדעם זאָל ער אַװעקפֿאָרן קײן פּאַריז און אין נײַן חדשים אַרום קומען צוריק אַ באַראָן, אַ מיליאָנער, און טרעפֿן זײַן געליבטע אין קיך בײַ אפֿרים שקאָנטיסט, אַ מערדער, אַ באַנדיט, און דאָרטן זאָל זײַן צװישן זײ אַ דועל; װיל אים אפֿרים דער שקאָנטיסט צעשפּאַלטן אױף צװײען, לױפֿט אַװעק דער נעסװיזשער באַראָן צום גובערנאַטאָר און כאַפּט אים אױף פֿונעם שלאָף און ברענגט אים צו פֿירן מיט דרײַ זשאַנדאַרן; דערזען אַזאַ מעשׂה, כאַפּט דער שקאָנטיסט אַ מעסער און שטעכט זיך, און רבֿקה די מױד פֿאַלט אין אָנמאַכט און זינגט בשעת־מעשׂה אױף דײַטש אַזאַ „טראָװערדיקטרױעריק“ ליד, אַז אַ שטײן קאָן אױך צעגאָסן װערן…
― שױן? האָט איר שױן געענדיקט? מע באַדאַרף נישט קײן נעסװיזשער מלמדים זאָלן פֿאָרן קײן פּאַריז, גובערנאַטאָרן זאָל מען אױפֿכאַפּן פֿונעם שלאָף, שקאָנטיסטן זאָלן זיך שטעכן און דינסטמײדלעך זאָלן זינגען אױף דײַטש „טראָװערדיקע“ לידער אין קיך. איך פֿאַרלאַנג פֿון אײַך, איר זאָלט געבן אַ ראָמאַן, נאָר אַ ייִדישן ראָמאַן, אַ פֿאַרליבעניש, נאָר אַ ייִדיש פֿאַרליבעניש. איר פֿאַרשטײט, צי נײן?
― איך פֿאַרשטײ, פֿאַרװאָס זאָל איך נישט פֿאַרשטײן? איר װילט, איך זאָל אײַך שרײַבן פֿונעם לעבן, פֿונעם אמתן ייִדישן לעבן; איר װילט, איך זאָל אײַך טאַקע שרײַבן מיט נערװן, מיט בלוט, טאַקע טיף־טיף פֿונעם האַרצן, דאָס װאָס סע קאָסט געזונט, דאָס װאָס סע מאַכט אַלט פֿאַר דער צײַט, געקנײטשט דאָס פּנים, גרױ די האָר ― אָט דאָס װילט איר? מהיכא־תּיתי, פֿאַר װאָס נישט? אַבי…
― אַבי װאָס?
― אַבי גאָר נישט.
― װידער האַלבע װערטער? אַמער זאָגט, װאָס קװעטשט אײַך?
― װער האָט אײַך געזאָגט, אַז סע קװעטשט מיך? עס הײבט מיך נישט אָן צו קװעטשן! הכּלל, װאָס נאָך װילט איר?
― איך װיל, איר זאָלט זיך מטריח זײַן כאָטש אײן מאָל אין חודש דורכקוקן די אַלע ביכער און ביכלעך, װאָס די שרײַבערס שרײַבן…
― מאַכן קאַליע פּאַפּיר…
― די דרוקער דרוקן…
― אַז מע שמירט, פֿאָרט מען; אַז מע צאָלט, דרוקט מען…
― די בוכהענדלער קױפֿן…
― בײַטן ספֿרים אױף ספֿרים, „שילע נאַ שװײקעМеняешь шило на швайку: אײן סאָרט פּאָנץ פֿאַר אַן אַנדערן“…
― און דער עולם לײענט…
― אַ ברירה האָט ער? מע גיט נישט דער בהמה קײן קלײַען, קײַט זי שטרױ…
― זאָלט איר זיך מטריח זײַן אָט דאָס אַלצדינג דורכקוקן, איבערלײענען און איבערגעבן נאָכדעם אין קורצן דעם לײענער, אים רעכט צעקײַען, װעלכעס איז גוט און װעלכעס טױג אױף כּפּרות…
― אַ רחמנות אױפֿן מאָגן…
― מיט אײנעם װאָרט ― איר זאָלט שרײַבן קריטיק.
― מישטײנס געזאָגט! בין איך מיר אױך אַ בהמה און פּגר אױך אין דער טשערעדע…
― נאָר װאָס דען? איך װעל אײַך בעטן, ס'זאָל זײַן שטיל…
― װאָס באַדאַרף מען שרײַען?
― און אָן פֿײַער…
― און אױך אָן װאַסער…
― און אָן כּעס…
― כּעס איז עבֿודה־זרה…
― אײַער קריטיק זאָל זײַן אי לעבעדיק, אי נוצלעך, אי ערנסט, אי װיצלעך… איר פֿאַרשטײט, צי נײן?
― איך פֿאַרשטײ, פֿאַר װאָס זאָל איך נישט פֿאַרשטײן? איר װילט, איך זאָל פֿון די שמאַטעס, װאָס מע פֿאַרפֿלײצט מיט זײ אונדזער ליטעראַטור־מאַרק, מאַכן אַ גאַנצן צימעס. גריבלען זיך אין אַ קופּע מיסט און אױסזוכן אַמאָל אַ פּערל ― אַ גרינגע אַרבעט, מע קאָן פֿון איר בלױ באַשטײן, זײער געזונט סײַ פֿאַרן גוף, סײַ פֿאַר דער נשמה. נו, מהיכא־תּיתי, פֿאַרװאָס נישט? איך בין גרײט, אַבי נאָר…
― אַבי נאָר װאָס?
― אַבי גאָר נישט.
― פֿע, פּאַני שלום־עליכם! איך האָב אײַך שױן װיפֿל מאָל געזאָגט, אַז איך האָב פֿײַנט האַלבע װערטער; מיט מיר באַדאַרפֿט איר רײדן פּראָסט; זאָגט, װאָס באַדײַט דער „אַבי“?… געלט?
― װער רעדט פֿון געלט?
― װאָס דען? כּבֿוד?
― װער רעדט פֿון כּבֿוד?
― װאָס דען? געזונט?
― װער רעדט פֿון געזונט?
― װאָס־זשע דען זאָגט איר „אַבי“?
― אַבי מע זאָל לײענען!…