ברײטלעך און געלאַסן, מיט געפּערלטע װערטער, האָט אונדז דערצײלט אַ מעשׂה, טאַקע פֿון זיך אַלײן, אַ שײנער ייִד מיט אַ שבתדיקער קאַפּאָטע און מיט אַ ברײטן דעניק אױפֿן זײַדענעם קאַשקעט און מיט אַן אױסגעצװאָגן פּנים, אַביסל פֿאַרזאָרגט און מיט קנײטשן אױפֿן ברײטן װײַסן שטערן:
― אַז ס'איז באַשערט, הערט איר, אַן אומגליק, טרעפֿט דאָס אײַך גלײַך אין שטוב אַרײַן. איר מעגט זײַן מיט אַכצן קעפּ, װעט איר זיך פֿון דעם נישט אױסבאַהאַלטן. איך בין מיר, װי איר זעט מיך, אַ ייִד אַ ספּאָקױנער, אַ רויִקער, כ'פֿלי נישט, כ'לױף נישט, כ'האָב פֿײַנט קהלשע געשעפֿטן, איך אַנטלױף פֿון גבאָות, סנדק, חתן־בראשית, דאָס, יענץ, וכדומה.
קיצור, דאַרף זיך טרעפֿן אַ מעשׂה, בײַ אונדז אין שטעטל איז געשטאָרבן אַ ייִד, „מנשה־גױ“, װאָרעם ער איז געװען, זאָל ער מיר מוחל זײַן, אַ פּראָסטער נפֿש, נישט געקאָנט כּמעט דאַװנען, װי זאָגט מען עס, קײן צלם פֿאַר קײן אַלף, נישט לײענען, נישט שרײַבן, נישט דאָס, נישט יענץ, וכדומה.
קיצור, אַ פּראָסטער שלש־סעודות, נאָר אַן ערלעכער מענטש, אַן אָרנטלעכער ביז גאָר; דאָס װאָרט איז געװען הײליק, יענעמס קערבל קודש־קדשים, און קאַרג, קאַרג! ― זיך לאָזן אַרױסנעמען בײדע אױגן פֿאַר אײן גראָשן, דאָס גאַנצע לעבן געקליבן געקליבן, געקליבן געקליבן ― און סאַמע אינמיטן… געשטאָרבן. מילא, געשטאָרבן ― געשטאָרבן. אַז מנשה איז געשטאָרבן, קומט מען צו גײן צו מיר און מע זאָגט מיר: באשר אַזױ װי מנשה איז געשטאָרבן און האָט איבערגעלאָזט גאַנץ פֿײַנע עטלעכע קערבלעך, מיט חובֿות, מיט באַלעבאַטישקײט, מיט הײַזער, מיט דאָס, מיט יענץ, מיט וכדומה, ― לכן, אַזױ װי ס'איז נישטאָ, װער ס'זאָל פֿירן די געשעפֿטן, די קינדער נעבעך זײַנען נאָך קלײנע קינדער, פֿיר ייִנגלעך און אײנס אַ מײדל, און זי אַלײן, די אַלמנה מײנט מען, איז אַ ייִדענע, לכן זאָל איך זײַן דער בעל־הבית, דער אַפּיטרופּוס, דער אָפּעקון הײסט עס. װיל איך דאָך מסתּמא נישט הערן, נישט זען: װאָס טױג מיר אָפּעקון ― אַפֿיקומן? װאָס דאַרף איך דאָס? האָט זיך אָנגעהױבן אַן עסק: סטײַטש, איר זײַט בײַ אונדז דער אײנציקער אין שטאָט, דאָס, יענץ, וכדומה, אַן עבֿירה אַזאַ פֿאַרמעגן, און װאָס װעט זײַן דער תּכלית פֿון די קינדער, קלײנע קינדער נעבעך, פֿיר ייִנגלעך און אײנס אַ מײדל? װאָס װעט אײַך אַרן? זײַט איר דער אָפּעקון, און זי, די אַלמנה מײנט מען, װעט זײַן די אָפּעקונשע!… בעט איך זיך בײַ זײ רחמים: װאָס װילט איר האָבן פֿון מיר? װאָס בין איך בײַ אײַך פֿאַר אַן אַפֿיקומן, אַז איך װײס אַפֿילו נישט מיט װאָס מען עסט דאָס?… האָבן זײ דאָך אָנגעהױבן װידער אַ מאָל: און סטײַטש, און װוּ איז מענטשלעכקײט, און טאַקע אַ מיצװה אױך, און דאָס, און יענץ, און וכדומה…
קיצור, איך האָב נישט געקאָנט אָפּזאָגן און בין געװאָרן אַן אַפֿיקומן, אַן אָפּעקון הײסט עס, אַ „געטװערדעװעטערפּאָטװערדעװעטער“, אינאײנעם מיט איר טאַקע, מיט דער אַלמנה מײנט מען. און אַז איך בין געװאָרן, מיט גאָטס הילף, אַן אַפֿיקומן, אַן אָפּעקון הײסט עס, האָב איך קודם־כּל גענומען מאַכן אַ סך־הכּל, װאָס האָבן זײ געלט, די קינדער נעבעך? צונױפֿגעשלאָגן װוּ ס'איז געװען ערגעץ אַביסל אײגנס, אַ שטוב, אַ קלײט, אַ פֿערד, אַ בהמה, אַ דאָס, אַ יענץ, אַ וכדומה ― פֿון אַלצדינג האָב איך געמאַכט געלט… נישט אַזױ גרינג, מאָלט אײַך, איז דאָס מיר אָנגעקומען, װאָרעם מנשה, עליו־השלום, איז געװען אַ ייִד אַ נגיד, אַ פֿאַרפֿונדעװעטער, װי מע זאָגט, אַ „בעל־הגוף“. װיפֿל מע האָט אים געשאַצט, האָט ער געהאַט מער… נאָר קײן חשבון איז בײַ אים נישט געװען קײנמאָל. געװען, זאָל ער מיר מוחל זײַן, אַ ייִד אָן אַ פּען. אַלע מאָל האָט זיך אָפּגעזוכט אַן אַנדער חובֿ. געװען צעשטעקט אױף דער גאַנצער װעלט, פֿון איטלעכן איז אים געקומען געלט. האָב איך באַדאַרפֿט, פֿאַרשטײט איר מיך, דאָס אַלצדינג טראָגן אױפֿן קאָפּ, צונױפֿנעמען, מאַכן געלט, אָ ברירה האָב איך געהאַט? און אַלצדינג אַלײן, װאָרעם זי, די אָפּעקונשע מײנט מען, איז אַ „טאָפּ־ייִדענע“, װײס נישט פֿון דאַנען אַהין. אַפֿילו אַן ערלעכע, נאָר אַ כּשרע בהמה. פֿרעגט זי בחרם, װאָס איז אַ גוט װעקסל, װאָס איז אַ שלעכט װעקסל, װאָס איז דאָס, װאָס איז יענץ, װאָס איז וכדומה!…
קיצור, איך האָב צונױפֿגעשלאָגן די עטלעכע קערבלעך, אַ היפּשע פּױטיקע. צונױפֿגעשלאָגן מיט צרות, מיט לײד די עטלעכע קערבלעך, באַדאַרף מען זען עפּעס טאָן מיט זײ, װאָרעם װאָס װעט זײַן דער תּכלית, אַז זײ װעלן עסן פֿונעם גרײטן? קינדער נעבעך דאַרפֿן האָבן אַ העמדעלע, אַ שיכעלע, אַ דאָס, אַ יענץ, אַ וכדומה. הײַנט עסן? מע װעט אַזױ לאַנג עסן, ביז מע װעט אױפֿעסן אינגאַנצן. װאָס װעט זײַן נאָכדעם? אַ מענטש אַן אָרנטלעכער, פֿאַרשטײט איר מיך, איז מחויבֿ פֿאַרזאָרגן דעם תּכלית. האָב איך אָנגעהױבן קלערן, אַהער־אַהין, װאָס מאַכט מען מיטן געלט? אַ געשעפֿט? ― װער װעט דאָס פֿירן, אַז זי, די אָפּעקונשע מײנט מען, איז, מישטײנס געזאָגט, אַ בהמה, און די קינדער נעבעך זײַנען קינדער?… פֿאַרלײַען? אַװעקגעבן דאָס אױף פּראָצענט? ― טאָמער זעצט יענער אָן, װער װעט נאָכדעם זײַן שולדיק? דער אַפֿיקומן! האָב איך מיך מישבֿ געװען: װאָס דאַרף מען אַ בעסער געשעפֿט, װי מײַן געשעפֿט? האַ? און װאָס דאַרף מען אַ גרעסערן בטוח, װי איך? האַ? איך האָב, ברוך־השם, קרעדיט אומעטום, אױף אַלע ירידים, און אַ נאָמען האָב איך ― ביז מײַן לעבן זאָל איך קײן ערגערן נאָמען נישט האָבן. נישט גלײַכער טױזנט מאָל, איך זאָל אַרײַנבראָקן די עטלעכע קערבלעך צו מיר אין קראָם אַרײַן? האַ? אונטערפֿרישן מיט נאָך סחורה און מיט נאָך סחורה? האַ? און פֿאַר מזומנים אַז מע קױפֿט סחורה, האָט דאָך דאָס טאַקע גאָר, זאָגט איר, אַן אַנדער טעם, װאָרעם איטלעכער װיל זיך זען מיט אַ מזומן קערבל. מזומנע קערבלעך איז הײַנט, פֿאַרשטײט איר מיך, װינציק פֿאַראַן. אומעטום איז נאָר פּאַפּיר, נאָר װעקסל, אַ שרײַב אַהער, אַ שרײַב אַהין, אַ דאָס, אַ יענץ, אַ וכדומה…
קיצור, כ'האָב אַרײַנגעלײגט דאָס גאַנצע געלט צו מיר אין געשעפֿט אַרײַן און ס'איז אַװעקגעגאַנגען קײן מעשׂה נישט, דאָס הײסט, נישט שלעכט, טאַקע גאָר נישט שלעכט! דער פּדיון, פֿאַרשטײט איר מיך, איז געװאָרן אַ סך גרעסער, װאָרעם אַז ס'איז פֿאַראַן אַ סך סחורה, לײזט זיך גאָר אַנדערש, װי זאָגט איר: אַז ס'איז פֿאַראַן אַ סך פֿיש אין טײַך, כאַפּט זיך גאָר אַנדערש. נאָר װאָס דען? אײן זאַך איז געװען שלעכט: די הוצאה! איך בין געװאָרן אַ צװײענדיקער בעל־הוצאה. צװײ געזינדלעך, קײן עין־הרע!… איך מיט מײַן הױז־געזינד, קײן עין־הרע, שמועסט מען נישט. נו, און זי, די אַלמנה מײנט מען, באַדאַרף, און די קינדער נעבעך באַדאַרפֿן, פֿינף קינדער פֿרעמדע, פֿיר ייִנגלעך, אײנס אַ מײדל. נישט קײן קלײניקײט! שוכן און קלײדן, אין חדר געבן, דעם שרײַבער צאָלן. הײַנט אַמאָל אַ פֿאָר, אַ נאַשערײַ, אַ דאָס, אַ יענץ, אַ וכדומה ― מע קאָן דאָך אַנדערש נישט! װאָס װעט יענער זאָגן? אַ שלעכטער אַפֿיקומן ― צוגענומען דאָס געלט און זשאַלעװעט די יתומים אַ גראָשן אױף אַ צוקערקע… אַי, װאָס איך האָרעװע, דרײ זיך דעם קאָפּ, פֿאָר נאָך סחורה, האָב אױף זיך אַ בוך מיט חובֿות, מיט שלעק, מיט צרות, מיט דאָס, מיט יענץ, מיט וכדומה? ― דאָס איז נישט יענעמס עסק! קײן שותּפֿות האָט זי דאָך, די אַלמנה מײנט מען, מיט מיר נישט געמאַכט, מיר זאָלן זיך טײלן אױף דער האַלב!… אַי, זי האָט מיר אַרײַנגעלײגט געלט? איז, ערשטנס, ליגט דאָס געלט אין סחורה, און והשנית, ליגט דאָס נישט אומזיסט, איך צאָל דאָך פּראָצענט!… און װאָס איז װערט דער טאַרעראַם, װאָס איך האָב צו טאָן טאָג װי נאַכט, טאָ דאָס, טאָ יענץ, טאָ וכדומה? גײ זײַ אַן אַפֿיקומן! האָב אין זינען נעבעך פֿרעמדע קינדער, צי זײ װילן לערנען, צי זײ װילן נישט? צי זײ גײען אַהין, װוּ מע דאַרף, צי װוּ מע דאַרף נישט? צי דאָס, צי יענץ, צי וכדומה? װאָס בין איך ― טאַקע זײער אַפּיטרופּוס, װאָס איך בין מחויבֿ זײ צו באַװאָרענען? מע קאָן הײַנטיקע צײַטן, זאָגט איר, קײן אײגענע קינדער נישט באַװאָרענען, ובפֿרט אַז גאָט העלפֿט, עס גיט זיך נאָך אײַן אַ שלעכט קינד ― איז גאָר אַ ברכה פֿון גאָט! מנשה, זאָל מיר מוחל זײַן, איז געװען אַ ייִד אַ פּראָסטאַק, נאָר אַן ערלעכער ייִד כאָטש; און קינדער האָט ער איבערגעלאָזט ― זאָל זיך גאָט מרחם זײַן! אײנס ערגער פֿונעם אַנדערן! מילא, די עלטערע זײַנען נאָך צו דערלײַדן: אײנער איז אַ טױבער, נעבעך אַ דערשלאָגענער, האָב איך אים געמאַכט פֿאַר אַ בעל־מלאָכה. דער אַנדערער איז גלאַט אַ אידיאָט, נאָר אַ שטילער, טשעפּעט קײנעם נישט און דאַרף גאָרנישט. דער דריטער האָט זיך באַװיזן קינדװײַז יאָ אַ געראָטענער, נאָר אַז ער איז אונטערגעװאַקסן, האָט ער זיך צונױפֿגעקאָמפּאַניעט מיט װוּ ערגעץ אַ שלעפּער און איז געװאָרן אַ שאַרלאַטאַן, מע זאָל באַהיט און באַװאָרנט װערן!… ער האָט אַזױ לאַנג געבושעװעט, געװױעװעט, געאַרבעט, געדאָסט, געיענצט, געוכדומהט, אַז איך האָב אים געמוזט געבן עטלעכע קערבלעך ― און גײ געזונט קײן אַמעריקע! פֿון קינדװײַז אָן האָט דאָס אים געצױגן קײן אַמעריקע! און מיר זײַנען פּטור געװאָרן… און דאָס מײדל האָב איך חתונה געמאַכט, געגעבן כּמעט טױזנט קאַרבן נדן, אױסגעקלײדט, געפּראַװעט אַ חופּה מיט כּלי־זמר, מיט דאָס, מיט יענץ, מיט וכדומה, אַלצדינג װי עס געהער צו זײַן, כּמעט װי בײַ אַן אײגענער טאָכטער. װאָס דען? ס'איז עפּעס אַ תּירוץ? װאָס, מישטײנס געזאָגט? אַז קײן טאַטן נעבעך האָבן זײ נישט, און זי, די מאַמע מײנט מען, איז אַ בהמה ― װער װעט זיך פֿאַר זײ שלאָגן קאָפּ אָן װאַנט, אַז נישט איך?… „שוטה! אָפּגעריסענער נאַר! ― פֿלעגט צו מיר אָפֿטמאָל זאָגן מײַן אַלטע, ― אַװדאי באַדאַרפֿסטו זיך מפֿקיר זײַן פֿון פֿרעמדע קינדערס װעגן! אָט װעסטו זען, װי מע װעט דיר אָפּדאַנקען מיט שטײנער פֿאַר דײַן אַפֿיקומן, װאָס דו ביסט!“… אַזױ פֿלעגט זי צו מיר זאָגן, און זי האָט געטראָפֿן: מע דאַנקט מיר אָפּ, מע דאַנקט מיר אָפּ מיט שטײנער, און נאָך מיט װאָסערע שטײנער! אָט װעט איר באַלד האָרכן, װאָס איך האָב אױף זיך פֿאַר אַ פּעקל. איך בין שטאַרקער פֿון אײַזן, הערט איר, אַז איך טראָג עס אַריבער…
קיצור, פֿון אַלע קינדער, װאָס מנשה, עליו־השלום, האָט איבערגעלאָזט, איז דאָ אײנער, דער קלענערער פֿון אַלע, הײסט ער דניאלטשיק ― איז דאָס, ברוך־השם, אַ געראָטנס, אַ צאַצקעלע, אַ דניאלטשיק פֿון גאָט! פֿון קינדװײַז אָן איז דאָס געװען טאַקע עפּעס נאָר אַן אָנשיקעניש, און גענוג. ער האָט געקאָנט זיך פֿאַרגינען צו פֿינף יאָר פּאַטשן די מאַמע זײַנע מיט אַ כאָלעװע פֿון אַ שטיװל איבער די פּיסקעס, און דװקא שבת אינדערפֿרי פֿאַרן דאַװנען! אַראָפּרײַסן בײַ איר דעם שלײער, בשעת עס זיצט אַ פֿרעמדער מענטש ― דאָס איז בײַ אים געװען אַ װאָכעדיקער גאַנג! די ייִדענע, זאָג איך אײַך, איז אַן אײַזערנע ייִדענע, אַז זי האָט דאָס געקאָנט אַריבערטראָגן פֿון אים! טאָג װי נאַכט האָט מען געהאַט צו טאָן מיט דניאלטשיקן. אַלע מאָל, װען איך בין געקומען אַהין, האָב איך זי געטראָפֿן, די אַלמנה מײנט מען, זיצן און װײנען, מיט אַ טענה: פֿאַר װאָס האָט זי גאָט געשטראָפֿט מיט אַזאַ קינד? פֿאַר װאָס איז ער נישט אױסגערונען בײַ איר אין בױך, אײדער ער האָט גאָר באַדאַרפֿט געבױרן װערן אױף דער װעלט? דאָס, װאָס דניאלטשיק האָט איר געטאָן, קאָן מען גאָר נישט איבערדערצײלן. ער האָט אַרױסגעגנבֿעט װוּ ס'איז געװען בײַ איר אַ שטיקל צירונג, אַ פֿינגערל, אַן אױערינגל, אַ שנירל פּערל, אַ זײַדן טיכל, אַ לעמפּל, אַ מעסערל, אַן אַלטע פּאָר ברילן, אַ דאָס, אַ יענץ, אַ וכדומה ― אַלצדינג איז בײַ אים געװען אַ קרן, אַלצדינג האָט ער אַרױסגעטראָגן פֿון שטוב, פֿאַרקױפֿט און אױסגעגעבן אױף צוקערקעס, מיט ניס, מיט קאַװענעס, מיט גוטן טיטון פֿאַר זיך און פֿאַר זײַנע חבֿרים. מאָלט אײַך, שײנע חבֿרימלעך! שלעפּערס, גנבֿים, שיכּורים ― דער רוח װײס אים, װוּ ער האָט זײ דערטאַפּט! װאָס ער האָט געהאַט האָט ער אַװעקגעגעבן די חבֿרים זײַנע: אַ נײַע פּאָר שטיװל, אַ קאַפּעליוש, דאָס אײבערשטע העמד פֿון זיך… „דניאלטשיק, װאָס טוסטו? אַ נײַע פּאָר שטיװל גײסטו און גיסט אַװעק?“… „נאַפּליעװאַטнаплявать: עס מאַכט מיר ניט אױס! ― זאָגט ער, — אַ רחמנות, יענער גײט נעבעך באָרװעס“… װאָס זאָגט איר אױף דעם בעל־רחמנות?! פֿון געלט שמועסט מען נישט: װוּ ער האָט דערטאַפּט אַ מזומנעם גראָשן ― האָט ער אַװעקגעגעבן דער חבֿרה זײַנער. „דניאלטשיק, אום גאָטעס װילן, װאָס טוסטו דאָס?“… „נאַפּליעװאַט! — זאָגט ער, ― יענער האָט אױך אַ נשמה, יענער באַדאַרף אױך עסן“… װי געפֿעלט אײַך אַזאַ מין פֿילאָזאָף, אַ מכניס־אורח? אַז מע שמועסט אַ כּלי־שלמה, אַן „אױסװירפֿלינג“ פֿון דער נאַטור! און אפֿשר מײנט איר ― אַ נאַריש ייִנגל, אָדער חלילה נישט קײן שײן קינד? ― אַ דורכגעטריבענער, אַ שײנער יונג, אַ געזונטער, אַ פֿרײלעכער, אַ זינגער און אַ טענצער, נאָר עפּעס אַ בלוט אַזאַ טרפֿהס, צו־נ־אַלדי שװאַרצע יאָר!… װאָס האָבן מיר מיט אים נישט איבערגעטאָן? געפּרוּװט זיך מיט גוטן, געפּרוּװט זיך מיט בײזן; געהאַלטן דרײַ טאָג מיט דרײַ נעכט באַזונדער אין אַ קאַמער פֿאַרשלאָסן, געשלאָגן מיט אַן אַראַפּניק, צעבראָכן אױף אים אַ גוטן יאַמשאָװן שטעקן פֿון אַ דרײַערל ― מײַנעם אַן אײגענעם שטעקן… װי אַן אַרבעס אָן דער װאַנט! אַװעקגעגעבן אים צו אַ בעל־מלאָכה, געװאָלט מאַכן פֿון אים אַ זײגער־מאַכער, אַ גאָלדשמיד, אַ סטאָליער, אַ כּלי־זמר, אַ קאָװאַל, אַ דאָס, אַ יענץ, אַ וכדומה ― אוממעגלעך! ער װיל נישט אַרבעטן, כאָטש נעם צעשנײַד אים אױף צװײען! „װאָס װעט זײַן פֿון דיר, דניאלטשיק?“ „אַ פֿרײַ פֿײגעלע“, ― זאָגט ער און לאַכט נאָך. „אַ פֿרײַ פֿײגעלע? ― אַן אַרעסטאַנט, אַ גנבֿ װעט פֿון דיר זײַן!“ „נאַפּליעװאַט!“ ― מאַכט ער און דרײט זיך אױס און װערט פֿאַרשװוּנדן.
קיצור, מיר האָבן אַ שפּײַ געטאָן אױף אים, געלאָזט װאַקסן, און ס'איז אױסגעװאַקסן פֿון אים אַ תּכשיט, װאָס זאָלט איר קלערן! דאָס הײסט, גנבֿענען האָט ער אױפֿגעהערט; ס'איז שױן נישט געװען כּמעט װאָס. נאָר גלאַט, די הנהגה זײַנע, די שײנע חבֿרימלעך און די פּאָסטעמקעלעך זײַנע, מיט אַ מין הלבשה: אַ רױט העמדל איבער די הױזן מיט אַ פּאָר גרױסע שטיװל, האָר האָט ער זיך פֿאַרלאָזט, װי אַ דיאַק, די מאָרדע האָט ער זיך אָפּגעגאָלט ― אַ פֿײַן בחורל!… צו מיר האָט ער קײנמאָל נישט געהאַט קײן העזה צוטרעטן. אַז ער האָט עפּעס באַדאַרפֿט קאָכן, האָט ער געשאָסן דורך איר, דורך דער מאַמע מײנט מען. און די מאַמע איז אַזאַ בהמה, אַז זי האָט אים נאָך ליב אױך, דעם טײַערן קדיש. ס'איז פֿאַר איר אַלצדינג רעכט! אײנמאָל קום איך אַרױס אין קלײט אַרײַן, איך טו אַ קוק ― מײַן חבֿרה־מאַן איז דאָ, ער װאַרט אױף מיר.
— ברוך־הבאָ, אַ גאַסט, דניאלטשיק, זאָג איך. װאָס װעסטו זאָגן עפּעס גוטס?
― איך בין געקומען, מאַכט ער, אײַך זאָגן, אַז איך האָב חתונה.
— מזל־טובֿ, זאָג איך, אין אַ גוטער שעה. פֿאַר װעמען האָסטו חתונה?
— פֿאַר אַסנהן, ― מאַכט ער.
— װאָסער אַסנה?
— אונדזער אַסנה, מאַכט ער, די װאָס זי איז געװען בײַ אונדז אין שטוב.
— אַלע בײזע װיסטע חלומות! ― זאָג איך, — פֿאַר אַ דינסטמױד האָסטו חתונה?
— נאַפּליעװאַט! ― מאַכט ער, — אַ דינסטמײדל איז דען קײן מענטש נישט?
― אַז אָך און װײ, זאָג איך, איז דער מאַמע דײַנער! ביסטו געקומען, הײסט עס, מיך רופֿן אױף דער חתונה?
― נײן! ― מאַכט ער, — איך בין געקומען צו אײַך מכּה מלבושים, מכּוח אױסקלײדן זיך צו דער חתונה. מיר האָבן אױסגערעכנט, איך מיט אַסנהן, אַז מיר דאַרפֿן האָבן אַזױ: מיר אַ גאַרניטער אַ קאָרטענעם, און אַ גאַרניטער פֿון פּאַרוסינע אױף זומער, און העמדער אַ טוץ אונטערשטע, און אײבערשטע אַ האַלב טוץ; און אַסנהן ― ציץ אױף אַ קלײדל, און אײן קלײדל אַ װאָלנס, און זאָנע אַ גאַנץ שטיקל אױף העמדער, מאָראָזאָװסСавва Васильевич Морозов 1770-1860 זאָנע, און פֿוטער אױף אַ בורנעס, און שאָלעכלעך צװײ, און אַ האַלב טוץ נאָזטיכלעך, און אַביסל דאָס, און אַביסל יענץ, און אַביסל וכדומה…
― און װײַטער גאָרנישט? ― זאָג איך און האַלט זיך קױם אײַן פֿאַר געלעכטער.
― און װײַטער גאָרנישט. ― מאַכט ער.
קיצור, דאָ האָב איך מיך שױן מער נישט געקאָנט אײַנהאַלטן; ס'איז מיט אַ מאָל אָנגעפֿאַלן אױף מיר אַזאַ געלעכטער, אַז איך בין שיִער אַראָפּגעפֿאַלן פֿונעם בענקל. ― און אױף מיר קוקנדיק, האָבן זיך צעלאַכט אַלע מײַנע מענטשן. מיר האָבן שיִער צעטראָגן די קלײט פֿאַר געלעכטער! אַז איך האָב מיך גוט אױסגעלאַכט, רוף איך מיך אָן צו מײַן שײנעם חתן:
― זאָג מיר נאָר, איך בעט דיך, דניאלטשיק־סערצע, האָסט עפּעס אַרײַנגעלײגט צו מיר אַ גרױסן חלק אין קלײט אַרײַן, װאָס דו ביסט געקומען צו מיר מיט אַזאַ צעטל?
― איך װײס נישט, מאַכט ער צו מיר, איך װײס נישט אַקוראַט, װיפֿל עס נעמט זיך אָן אױף מײַן חלק. נאָר װעדליק דאָס געלט, װאָס ס'איז געבליבן פֿון מײַן טאַטן, אַז מע זאָל דאָס טײלן אױף פֿינף חלקים, װעט דאָס אױף מײַנע חתונה־קלײדער כאַפּן, און עס װעט נאָך עפּעס, דאַכט מיר, בלײַבן אױף נאָך דער חתונה אױך…
קיצור, װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? אַז ער האָט מיר אױסגערעדט די דאָזיקע װערטער, איז גלײַך װי עמעצער זאָל מיר געבן מיט אַ פּיסטױל אין האַרצן, אָדער אָפּשיטן מיט פֿײַער, אָדער אָפּגיסן מיט הײס װאַסער, אָדער איך װײס אַלײן נישט מיט װאָס! ס'איז מיר פֿינצטער געװאָרן אין די אױגן! איר פֿאַרשטײט? לא־די װאָס איך האָב געהאַט מיט זײ צו טאָן אַזױ פֿיל יאָרן, געטראָגן אױף זיך אַן אַלמנה נעבעך מיט פֿינף קינדער, אַלעמען פֿאַרזאָרגט און חתונה געמאַכט, און געדאָסט, און געיענצט, און געוכדומהט, צום סוף װאַקסט אױס אַזאַ שײגעץ אױף מײַן קאָפּ און גיט מיר אָנצוהערעניש װעגן חלקים גאָר!…
― נו, נישט מײַנע װערטער? ― מאַכט צו מיר מײַנע, ― האָב איך דיר נישט געזאָגט, אַז מע װעט דיר אָפּדאַנקען מיט שטײנער?…
קיצור, װאָס טױג אײַך, איך האָב געגעבן אַלצדינג, װאָס ער האָט געװאָלט. װאָס װעל איך גײן האָבן צו טאָן מיט אַזאַ שנעק? עס פּאַסט גאָר נישט פֿאַר מיר! נאַ, גײ צו אַלדי שװאַרצע יאָר, װערג זיך, װער פֿאַרברענט, פֿאַרשׂרפֿעט, אַבי פּטור װערן פֿון אַ שלאַק!… מײנט איר, אַז איך האָב שױן דערמיט געפּטרט? װאַרט אױס, װעט איר ערשט הערן. אין אַ חודש אַרום נאָך דער חתונה קומט ער צו גײן צו מיר, דער שײנער יונגערמאַנטשיק, איך זאָל אים, למען־השם, באַלד געבן צװײ הונדערט מיט דרײַ און צװאַנציק קערבלעך.
― װאָס איז פֿאַר אַ חשבון צװײ הונדערט מיט דרײַ און צװאַנציק קערבלעך? — פֿרעג איך אים.
— אַזױ טרעפֿט אָן, מאַכט ער צו מיר גאַנץ קאַלטבלוטיק, דאָס בירשענקל מיטן ביליאַרד.
― װאָסער בירשענקל? װאָסער ביליאַרד?
― איך האָב מיר געמאַכט, זאָגט ער, אַ געשעפֿט: איך האָב איבערגענומען אַ בירשענקל מיט אַ ביליאַרד. אַסנה װעט פֿאַרקױפֿן ביר און איך װעל זײַן בײַם ביליאַרד, אַכטונג געבן, װי מע שפּילט אױף ביליאַרד. מע קאָן דערפֿון, זאָגט ער, האָבן שײן פּרנסה.
― אַ שײנע פּרנסה! ― זאָג איך צו מײַן נײַעם בעל־פּרנסה, ― עס פּאַסט טאַקע פֿאַר דיר אַזאַ פּרנסה, אַ שענקל מיט אַ ביליאַרד!
― נאַפּליעװאַט! ― מאַכט ער, ― אַבי נישט צונעמען בײַ יענעם. אײן מאָל אין טאָג אַ שטיקל טרוקן ברױט, אַבי נישט קײן פֿרעמדס…
װי געפֿעלט אײַך, אַ שטײגער, דניאלטשיק רעדט מיט פֿילאָסאָפֿיע!…
― געזונטערהײט! — זאָג איך, — פֿאַרקױפֿט אײַך ביר און שפּילט אײַך אױף ביליאַרד. װאָס געהער זיך דאָס אָן מיט מיר?
— עס געהער זיך אָן, זאָגט ער, מיט אײַך, װײַל איר דאַרפֿט געבן געלט, צװײ הונדערט מיט דרײַ און צװאַנציק קערבלעך.
― װאָס הײסט, איך דאַרף געבן? ― זאָג איך, — פֿון װאָסער געלט, אַ שטײגער?
— פֿון מײַן טאַטנס געלט, מאַכט ער און פֿאַרקרימט זיך אַפֿילו נישט־
איר װעט מיר גלײבן? עס האָט זיך מיר בשעת־מעשׂה געגלוסט אָננעמען אים פֿאַרן קאַרק און אַרױסװאַרפֿן אים פֿון קלײט צו אַלדי שװאַרצע יאָר!… נאָר צוריק האָב איך מיך מישבֿ געװען: מיט װעמען װעל איך מיר דאָ, מישטײנס געזאָגט, פּאַסקודיקן די הענט? כאַפּט אים דער װאַטן־מאַכער! לאָז מײַנס איבערגײן!…
― זאָג מיר, דניאלטשיק, מאַך איך צו אים, דו װײסט כאָטש, װיפֿל ס'איז פֿון דײַן טאַטן געבליבן געלט?
— נײן, מאַכט ער, װאָס דאַרף איך עס װיסן? איך װעל נאָך צײַט האָבן צו װיסן איבער־אַ־יאָר, אם ירצה השם, אַז ס'װעט מיר װערן אײן און צװאַנציק יאָר, װעל איך בײַ אײַך דעמאָלט אָפּנעמען דין־וחשבון… דערװײַל גיט מיר די צװײ הונדערט דרײַ און צװאַנציק קערבלעך, לאָם איך גײן.
דערהערט אַזעלכע דיבורים, איז מיר פֿינצטער געװאָרן אין די אױגן. מײנט איר, פֿאַר װאָס? נישט מחמת איך האָב חלילה מורא פֿאַר עמעצן, װאָרעם װאָס האָב איך מורא צו האָבן? איך האָב קאַרג אױסגעבראַכט זיך אױף זײ? אַ װערטעלע אױסצורײדן — אױסגעהאַלטן אַזױ פֿיל צײַט אַן אַלמנה נעבעך מיט פֿינף קינדער, אַלעמען פֿאַרזאָרגט און חתונה געמאַכט, און געדאָסט, און געיענצט, און געוכדומהט, ― קומט אַזאַ שנעק און רעדט גאָר פֿון אָפּנעמען בײַ מיר דין־וחשבון!
קיצור, איך האָב אַרױסגענומען און האָב אים געגעבן צװײ הונדערט דרײַ און צװאַנציק קאַרבן, און געבעטן גאָט, ער זאָל מיך כאָטש לאָזן צורו… און ס'איז טאַקע אַװעקגעגאַנגען אַ צײַט, איך האָב נישט אָנגעקוקט דעם פּנים זײַנעם. פּלוצעם, איך קום אַמאָל צו גײן אַהײם — אַהאַ, ער איז דאָ!… עס האָט זיך מיר אָפּגעריסן אין האַרצן, אַז איך האָב אים דערזען. נאָר אַרױסבאַװײַזן אים, אַז עס אַרט מיך, טאָר מען נישט. מאַך איך זיך תּמעװאַטע און רוף מיך אָן צו אים:
— אָ! אַ גאַסט! װאָס איז די מעשׂה, דניאלטשיק, װאָס מע זעט דיך נישט? װאָס מאַכסטו עפּעס אין געזונט? װי גײט דאָס דיר אין די „געשעפֿטן“?
― געזונט, מאַכט ער, נאַפּליעװאַט! נאָר די געשעפֿטן זײַנען נישט אין בעסטן.
„מזל־טובֿ דיר! ― טראַכט איך מיר, ― זאָלסט דערלעבן אָנזאָגן בעסערע בשׂורות!… דאָס שמעקט שױן מיט פֿריש געלט“…
― דהײַנו, װאָס איז? ― זאָג איך, ― עס לײזט זיך נישט קײן געלט?
― װאָסער געלט? װער רעדט פֿון געלט? געלט, מאַכט ער, נאַפּליעװאַט! איך האָב שױן נישט קײן בירשענק, איך האָב שױן נישט קײן ביליאַרד, איך האָב שױן נישט קײן װײַב. זי האָט מיך אַװעקגעװאָרפֿן, אַסנה הײסט עס. נאָר כאַפּט זי דער רוח, נאַפּליעװאַט! איך פֿאָר אַװעק, זאָגט ער, קײן אַמעריקע, מײַן ברודער רופֿט מיך שױן לאַנג קײן אַמעריקע.
דערהערט, אַז ער פֿאָרט קײן אַמעריקע, איז מיר אַראָפּ אַ שטײן פֿונעם האַרצן. ער האָט מיטאַמאָל באַקומען חן אין מײַנע אױגן. איך זאָל מיך נישט שעמען, װאָלט איך אים אַרומגעכאַפּט קושן…
― קײן אַמעריקע? ― זאָג איך, ― מהיכא־תּיתי. אַמעריקע, זאָגט מען, איז אַ פֿרײַ לאַנד. מענטשן, זאָגט מען, װערן דאָרט גליקלעך, זײַנען מאַסף־ממון. ובפֿרט, אַז מע האָט נאָך דאָרטן אַן אײגענעם, איז גאָר גוט… ביסטו געקומען, הײסט דאָס, זיך געזעגענען מיט מיר? זײער פֿײַן פֿון דײַן זײַט… זאָלסט כאָטש נישט פֿאַרגעסן דאָרטן אַמאָל אַרײַנשרײַבן אונדז אַ בריװל. פֿאָרט הײמישע מענטשן, װי זאָגט ער… דניאל, אפֿשר כאַפּט דיר נישט אױף הוצאָות? קאָן איך דיר געבן צו־שטײַער…
― צוליב דעם, זאָגט ער, בין איך טאַקע אַרײַנגעקומען צו אײַך. גיט מיר דרײַ הונדערט קאַרבן, דאַרף איך האָבן.
― דרײַ הונדערט קאַרבן? ― זאָג איך, ― עס װעט אפֿשר זײַן אַביסל צו פֿיל? טאָמער װאָלט געװען גענוג ק″ן150?
― װאָס באַדאַרפֿט איר זיך מיט מיר דינגען? איך װײס דען נישט, אַז איך זאָל אײַך זאָגן פֿיר הונדערט, װעט איר מיר געבן פֿיר הונדערט אױך, און פֿינף הונדערט אױך, און זעקס הונדערט אױך?… נאָר איך באַדאַרף נישט קײן געלט, נאַפּליעװאַט! איך באַדאַרף נאָר דרײַ הונדערט קאַרבן אױף הוצאָות.
אַזױ מאַכט ער צו מיר, דניאלטשיק הײסט עס, און קוקט מיר גלײַך אין די אױגן אַרײַן. „דרײַ הונדערט מכּות, קלער איך מיר, זאָל זיך מײַנע שׂונאים זעצן אױפֿן לײַב! איך זאָל כאָטש װיסן ― אַן עק, אַז דערמיט האָט זיך פֿאַרשלאָסן די ערד, און ער װעט שױן אױפֿהערן קומען צו מיר אַלע מאָל דאָסן און יענצן און וכדומהן!“…
קיצור, כ'האָב אַרױסגענומען און אָפּגעצײלט אים דרײַ הונדערטער אַחת־ואַחת, און נאָך געקױפֿט אַ מתּנה דעם עלטערן ברודער זײַנעם, אַ גאַנצן פֿונט טײ װיסאָצקיס, מיט גוטע פּאַפּיראָסן אַ טױזנט, מיט עטלעכע פֿלעשלעך כּרמל־װײַן, און חוץ־לזה האָט אים מײַן װײַב אָפּגעבראָטן אַ קאַטשקע, מיטגעגעבן בולקעס מיט מאַראַנצן, מיט צרות, מײַנע שׂונאים, מיט האַרצװײטיק, מיט דאָס, מיט יענץ, מיט וכדומה אױפֿן װעג, און מיר האָבן אים אַרױסבאַגלײט צום באַן, זיך גאַנץ פֿײַן אָפּגעזעגנט מיט אים, צעקושט, װי מיט אַן אײגן קינד, געװײנט מיט טרערן, גאָט זאָל מיר אַזױ העלפֿן, פֿאָרט אױף מײַנע הענט אױסגעװאַקסן, און טאַקע אַ װױלער יונג, למאַי זאָל איך לײקענען? ער איז נאָר אַביסל פֿאַרשײַט, װײַטער האָט ער אַ האַרץ, אױף מיר אַזאַ יאָר! איך װעל אײַך זאָגן דעם רײנעם אמת: אַביסל בין איך געװען צופֿרידן, װאָס ער איז אַװעקגעפֿאָרן, פּטור געװאָרן פֿון אַ פּריטשעפּע… און אַביסל האָט מיר װײ געטאָן דאָס האַרץ: אַ יונג קינד, נעבעך נע־ונד, מי־יודע װוּהין ער קאָן פֿאַרפֿאָרן, און װאָס סע קאָן פֿון אים װערן דאָרטן?… ער זאָל כאָטש שרײַבן אַמאָל אַ בריװל… און אפֿשר איז גלײַכער, ער זאָל גאָר נישט שרײַבן. לאָז ער זיך לעבן דאָרטן הונדערט און צװאַנציק יאָר און זײַן גליקלעך! איך האָב געבעטן גאָט פֿאַר אים, װי פֿאַר אַן אײגן קינד, מעגט איר מיר גלײבן!…
כּך־הװה. עס איז נישט אַװעקגעגאַנגען קײן צװײ יאָר אַפֿילו פֿון זינט ער האָט זיך אַװעקגעלאָזט קײן אַמעריקע, עפֿנט זיך נישט די טיר און עס קומט נישט אַרײַן עפּעס אַ מין דײַטש מיט אַ הױכן קאַפּעליוש, אַ שײנער יונגאַטש, אַ געזונטער, אַ ברײטבײניקער און אַ פֿרײלעכער, און כאַפּט מיך נישט אַרום קושן?
― װאָס איז די מעשׂה? ― זאָגט ער, ― איר האָט מיך נישט דערקענט, צי איר מאַכט זיך, אַז איר דערקענט מיך נישט?
― טפֿו זאָלסטו נישט װערן! דניאלטשיק, ס'איז דו? ― זאָג איך מיט אַ געלעכטער כּלומרשט, און אין האַרצן קאָכט אין מיר אַ פֿײַער, און איך טראַכט מיר: „פֿאַר װאָס ביסטו דאָרטן נישט דערהרגעט געװאָרן, מײַנע שׂונאים, ערגעץ אױפֿן באַן, אָדער דערטרונקען געװאָרן אױפֿן ים?“… — װען קומסטו אָן, דניאלטשיק, און װאָס טוסטו הי?
― קומען קום איך אָן, זאָגט ער, הײַנט אינדערפֿרי. און װאָס טו איך הי? איך בין, זאָגט ער, געקומען צו אײַך זיך צערעכענען.
דערהערט אָט דאָס װאָרט „זיך צערעכענען“, איז מיר שױן געװאָרן דרײַ לעכער אין האַרצן. װאָס פֿאַר חשבונות האָט ער מיט מיר, דער שאַרלאַטאַן?… נאָר איך האָב מיך אָנגענומען מיט האַרץ און רוף מיך אָן צו אים:
― װאָס האָסטו זיך נאָך באַדאַרפֿט מטריח זײַן אַזש פֿון דאָרטן אַהער? ממה־נפֿשך, האָסט געװאָלט מאַכן אַ חשבון, האָסטו געקאָנט אָפּשיקן מיר דורך דער פּאָסט, װאָס מיר קומט אַרױס…
― װאָס אײַך קומט אַרױס? ― זאָגט ער מיט אַ שײן געלעכטערל ― איך װײס נישט, פֿון װעמען עס קומט אַרױס… איך האָב מורא, אַז עס קומט פֿון אײַך אַרױס…
― װעמען? ― זאָג איך, ― דיר אפֿשר קומט אַרױס?…
― מיר, זאָגט ער, און מײַנע ברידער און מײַן שװעסטער ― אונדז אַלעמען. איך בין דאָס געקומען אומיסטנע פֿון אַמעריקע זיך צערעכענען מיט אײַך פֿאַר אונדז אַלעמען… איך װיל אַ חשבון פֿונעם טאַטנס געלט, װאָס אײַך קומט ― װעט איר זיך אָפּנעמען; װאָס אונדז קומט ― װעט איר אונדז אַרױסצאָלן. און טאָמער װעט גײן דאָרטן אין אַ קלײניקײט, איז נאַפּליעװאַט; מיר װעלן מסתּמא דורכקומען, חלילה זיך נישט קריגן… װאָס־זשע מאַכט איר עפּעס? װאָס מאַכן די קינדער אײַערע? איך האָב זײ געבראַכט איטלעכן באַזונדער אַ מתּנה…
מיר איז אָפּגעגאַנגען אַ מינוט צו חלשן, אָדער כאַפּן אַ בענקל און פּלעטן אים דעם קאָפּ… איך האָב מיך אײַנגעהאַלטן און האָב אים געהײסן קומען, אם ירצה השם, נאָך שבת, װעלן מיר זיך רעכענען, און אַלײן בין איך אָפּגעפֿאָרן פֿון דער הײם זיך צעפֿרעגן בײַ אַדװאָקאַטן, װאָס טוט מען, װי אַזױ װערט מען פּטור פֿון דעם דאָזיקן פּעקל?… די אַדװאָקאַטן אָבער, װײס זײ דער גוטער יאָר, צי זײ װײסן טאַקע נישט, צי זײ מאַכן זיך נישט װיסנדיק?… דער זאָגט, אַז װיבאַלד ס'איז איבערגעלאָפֿן מער פֿון צען יאָר, איז פֿאַרפֿאַלן. דער זאָגט: נײן, בין איך אַן אַפֿיקומן, אַן אָפּעקון הײסט עס, מעג איבערגײן הונדערט יאָר, דין־וחשבון באַדאַרף איך אָפּגעבן… פֿרעג איך אַ קשיא: „װי אַזױ זאָל איך געבן דין־וחשבון, אַז איך האָב נישט קײן בוך און קײן שום חשבונות?“… זאָגט דער אַדװאָקאַט: „איז טאַקע נישט גוט“… „נישט גוט, זאָג איך, װײס איך אַלײן; איר גיט מיר בעסער אַן עצה, װאָס טוט מען?“ איז נישטאָ קײן װערטער!… איך בין אַן אײַזערנער, הערט איר, אַז איך האַלט דאָס אױס! צו װאָס האָט דאָס מיר געטױגט, פֿרעג איך אײַך, דער גאַנצער משׂא־מתּן מיטן קלאָפּאָט, מיטן גאַנצן דאָס, מיטן יענץ, מיטן וכדומה? װעלכער רוח האָט מיך געטראָגן, איך זאָל װערן אַן אַפֿיקומן אַף פֿרעמדע קינדער? װאָלט דען נישט געװען גלײַכער טױזנט מאָל, איך זאָל געװען דעמאָלט ליגן אַף אַ היציק שלאַפֿקײט, אָדער אױסברעכן זיך אַ פֿוס, אָדער אַזױ עפּעס אַן אומגליק זאָל מיך געװען טרעפֿן, אַבי נישט האָבן אַף זיך אַזאַ פּעקל, מיט אַן אַפֿיקומן, מיט אַן אַלמנה נעבעך, מיט יתומים, מיט אַ דניאלטשיק, מיט אַ חשבון, מיט אַ דאָס, מיט אַ יענץ, מיט אַ וכדומה?…