— פֿון װאַנען איך פֿאָר? ― רופֿט זיך אָן צו מיר אַ ייִד אַ הױכער, אַ דאַרער, אַ באָרדיקער, מיט אַ פּלוסן היטל; ער האָט נאָר־װאָס אָפּגעדאַװנט און לײגט־צונױף דעם טלית און תּפֿילין.— פֿון װאַנען איך פֿאָר? אַז אָך און װײ איז מיר, איך פֿאָר פֿונעם פּריזיװ פֿאָר איך. דאָס איז מײַנער טאַקע אַ זון, אָט דער יונגערמאַן, װאָס ליגט אָט דאָ אױסגעצױגן אױף דער באַנק. דאָס פֿאָר איך מיט אים פֿון יעהופּעץ פֿאָר איך. געװען בײַ אַדװאָקאַטן זיך אַן עצה האַלטן, און אין אײנװעגס בײַ פּראָפֿעסאָרן האָרכן, װאָס װעלן זײ זאָגן װאָס? אַ פּריזיװ האָט מיר גאָט צוגעשיקט. פֿיר מאָל געשטאַנען, און נאָך נישט פֿאַרטיק. און דװקא אַ בן־יחיד, אײן־און־אײנציקער הײסט דאָס, אַ רײנער, אַן אמתער, אַ כּשרער פּערװיזראַדניקпервизрядник: סטודענט אין ערשטן קלאַס… װאָס קוקט איר מיך אָן װאָס? ס'איז אײַך פּריקרע? איר מעגט דאָס האָרכן מעגט איר עס.
די היסטאָריע פֿון דער געשיכטע איז אַזאַ מעשׂה: אַלײן בין איך אַ מעזערעטשער פֿון מעזערעטש; אַ נולד בין איך, דאָס הײסט אַ געבאָרענער, װי מע זאָגט, אַ מאַזעפּעװקער; אַ נכתּבֿ, אַ צוגעשריבענער הײסט דאָס, אַ װאָראָטיליװקער; דאָס הײסט, אַמאָל בין איך, נישט הײַנט געדאַכט, געזעסן אין װאָראָטיליװקע בין איך, נאָר הײַנט זיץ איך אין מעזערעטש. װער איך בין און װי אַזױ איך הײס ― איז אײַך קײן גרױסע נפֿקא־מינה, דאַכט מיר; נאָר מײַן זונס נאָמען מוז איך אײַך יאָ זאָגן װאָרעם עס געהער זיך אָן צום ענין, און שטאַרק! הײסן הײסט ער איציק, דאָס הײסט אַבֿרהם־יצחק, נאָר רופֿן רופֿט מען אים אַלטער; אַזױ האָט זי אים אַ נאָמען געגעבן, מײַנע זאָל געזונט זײַן, מחמת ער איז אַ ציטעריקער, אײן־און־אײנציקער איז ער, אַ בן־יחיד. דאָס הײסט, מיר האָבן געהאַט, אַ חוץ אים, נאָך אַ ייִנגל האָבן מיר געהאַט, אַ ייִנגערן פֿון אים מיט אַ יאָר אָדער אָנדערהאַלבן, אים צו לענגערע יאָר; ער האָט געהײסן אײַזיק האָט ער געהײסן. באַדאַרף זיך טרעפֿן אַן אומגליק, מע האָט אים קינדװײַז, אײַזיקן הײסט דאָס, איבערגעלאָזט אײנעם אַלײן (איך בין, נישט הײַנט געדאַכט, דעמאָלט נאָך געװען אַ װאָראָטיליװקער בין איך נאָך געװען, דאָס הײסט, איך בין געזעסן אין װאָראָטיליװקע); איז זיך מישבֿ דאָס קינד, אײַזיק הײסט דאָס, און קריכט־צו גלײַך אונטערן סאַמאָװאַר און גיסט אױס אױף זיך אַ זודיקן סאַמאָװאַר, נישט פֿאַר אײַך געדאַכט, און קאָכט זיך אָפּ, אים צו לענגערע יאָר, אױף טױט קאָכט ער זיך אָפּ! פֿון דעמאָלט אָן איז ער, איציק, אַבֿרהם־יצחק הײסט דאָס, געבליבן אַ בן־יחיד, און זי האָט אים פֿאַרצױגן, מײַנע זאָל געזונט זײַן, געגעבן אַ נאָמען אַלטער.
װעט איר דאָך פֿרעגן: סטײַטש, אַ בן־יחיד, אײן־און־אײנציקער, װאָס געהער זיך אָן מיט אים אַ פּריזיװ, װאָס? הערסטו, אָט דאָס איז דאָך דער גאַנצער פֿאַרדראָס! שאַ! אפֿשר מײנט איר, חס־ושלום, אַז ער איז אַ געזונטער יונג, װי עס גיט זיך אױס אַמאָל אַ קינד, װאָס װאַקסט אין ראָסקאָש? האָט איר אױך אַ טעות. איר װעט פֿאַר אים קײן צװײ גראָשן נישט געבן; אַ פֿאַרזעעניש, אַ קראַנקער! שײך צו זאָגן אַ קראַנקער? קײן קראַנקער, חלילה, איז ער נישט, נאָר אַ געזונטער אַװדאי נישט. אַן עבֿירה, ער שלאָפֿט איצטער, װיל איך אים נישט װעקן; אָט װעט ער אױפֿשטײן, װעט איר זען אַ סנאַסט פֿון אַ מענטשן, הױט און בײנער, לאַנג און שמאָל, אַ פּנימל װי אַ פֿײַג, גְּרוֹגֶרֶת דְּרַבִּי צָדוֹק, און אַ װוּקס, מישטײנס געזאָגט, אױסגעצױגן װי אַ לולבֿ, אינגאַנצן געראָטן אין איר, אין מײַנער, זאָל געזונט זײַן, אױך אַ הױכע און אַ מאָגערע, אַן אײדעלע הײסט דאָס… הײַנט פֿרעג איך אײַך: באַדאַרף איך עפּעס אין זינען האָבן אַ פּריזיװ, אַז דין און לאַנג איז ער, טױגן טױג ער נישט, און אַ װילגאָטעלגאָטע, באַפֿרײַונג האָט ער?
ס'איז געקומען צום פּריזיװ ― װער מיר װילגאָטע? װאָס מיר װילגאָטע? עס הײבט זיך גאָרנישט אָן! װאָס איז די מעשׂה? די מעשׂה איז אַ פּשוטע מעשׂה. דאָס אַנדערע ייִנגל מײַנס, אײַזיק, דער װאָס האָט זיך קינדװײַז, נישט פֿאַר אײַך געדאַכט, אָפּגעקאָכט מיטן סאַמאָװאַר, האָט מען פֿאַרגעסן, אַ פּנים, אױסשטרײַכן פֿון די מעטריקעס. בין איך דאָך אַװעקגעלאָפֿן צום קאַזיאָנעם רבֿ, צום שוטה, מיט אַ גװאַלד: „סטײַטש, גזלן, רוצח אײנער, װאָס האָט איר געהאַט צו מיר? למאַי האָט איר נישט אױסגעמעקט מײַן אײַזיקן למאַי?“ פֿרעגט ער מיך, דער טיפּש: „װער איז געװען דער אײַזיק?“ „װאָס הײסט, זאָג איך, אײַזיקן װײסט איר נישט? מײַן זון אײַזיק, דער װאָס האָט איבערגעקערט אױף זיך דעם סאַמאָװאַר“, זאָג איך. „װאָסער סאַמאָװאַר?“ ― מאַכט ער. „גוט מאָרגן, זאָג איך, איר זײַט אַ היגער? אַ גוטער קאָפּ אױף אײַך! אױף אַזאַ קאָפּ, זאָג איך, איז גוט קנאַקן ניס… װער געדענקט נישט, זאָג איך, די מעשׂה מיט מײַן אײַזיקן, װאָס האָט זיך אָפּגעקאָכט מיטן סאַמאָװאַר? איך פֿאַרשטײ נישט, זאָג איך, װאָס זײַט איר דאָס פֿאַר אַ ראַבינער בײַ אונדז אין שטעטל, אַז קײן שאלות, זאָג איך, פּאַסקודיעטפּסקנט (שפּעט־לשון) איר נישט, דערױף איז פֿאַראַן, זאָג איך, אַ רבֿ, זאָל מאריך ימים זײַן; איז, דאַכט זיך, אַ יושר, איר זאָלט כאָטש אַכטונג געבן, זאָג איך, אױף די געשטאָרבענע זאָלט איר; אלא נישט ― צו װאָס באַדאַרף מען אײַך מיט אײַער טאַקסע?“… צום סוף, הערט װאָס ס'לאָזט זיך אױס. אומזיסט אומנישט האָב איך אים אָפּגעזידלט, דעם שײנעם רבֿ, װאָרעם די מעשׂה מיטן סאַמאָװאַר איז גאָר געװען נישט דאָ אין מעזערעטש, ס'איז גאָר געװען בשעת מיר זײַנען, נישט הײַנט געדאַכט, געזעסן אין װאָראָטיליװקע. איר פֿאַרשטײט אַ מעשׂה? ס'איז מיר גאָר אַרױסגעפֿלױגן פֿון קאָפּ איז דאָס מיר!
קיצור־הדבֿר, װאָס טױג אײַך היסטאָריעס ― זאַכן ― מעשׂיות, ביז איך האָב מיך אַ ריר געטאָן, פּאַפּירן אַהער, פּאַפּירן אַהין, האָט מײַן אַבֿרהם־יצחק, איציק הײסט דאָס, װאָס מע רופֿט אים אַלטער, אָנגעװױרן די גאַנצע װילגאָטע. נישטאָ קײן װילגאָטע! נישטאָ קײן װילגאָטע? שלעכט! אַ גװאַלד, אַ געפּילדער, סטײַטש, אַ בן־יחיד, אײן־און־אײנציקער, אַ רײנער, אַן אמתער, אַ כּשרער פּערװיזראַדניק, און אָן אַ שום װילגאָטע! נאָר גײ שרײַ חי־וקים ― פֿאַרפֿאַלן!
האָבן מיר דאָך אָבער אַ גרױסן גאָט אױף דער װעלט! גײט מײַן אַלטער, איציק הײסט דאָס, און שלעפּט נישט אַרױס דעם גרעסטן זשערעב, נומער 699? די פּריסוטסטװע האָט זיך דעמאָלט געװיגט. דער פּרינצעדאַטעל אַלײן האָט אים געגעבן אַ זעץ אין פּלײצע: „בראַװאָ, איצקאָ, מאָלאָדיעץ!“ די גאַנצע שטאָט האָט מיר מקנא געװען: נומער זעקס־הונדערט־נײַן־און־נײַנציק! אָט אַ גליק! מזל־טובֿ! מזל־טובֿ!… מיט מזל זאָלט איר לעבן! ― פּונקט װי איך װאָלט דאָ אױסגענומען דאָס גרױסע געװינס, די רי″ש אַלפֿים!
נאָר אונדזערע ייִדעלעך… ס'איז געקומען צום פּריִאָם ― אַז מע האָט אָנגעהױבן צו בראַקעװען, בראַקעװעט מען נאָך! אַלע זײַנען געװאָרן מיט אַ מאָל װיסטע פֿינצטערע קאַליקעס; דער מיט אַזאַ חסרון, דער מיט אַזאַ חסרון…
קיצור־הדבֿר, װאָס טױג אײַך היסטאָריעס ― זאַכן ― מעשׂיות, ס'איז אָנגעקומען צו מײַן זונס נומער 699, און מײַן איציק, אַלטער הײסט דאָס, האָט נעבעך געמוזט מיט זײַן כּבֿוד שטעלן זיך צום פּריִאָם מיט אַלע שנײַדערס און מיט אַלע שוסטערס, און עס איז געװאָרן בײַ מיר אין שטוב אַ געװײן. שײך זאָגן אַ געװײן? אַ יללה, חושך! מײַן װײַב, זאָל געזונט זײַן, לײגט אײַן די װעלט, די שנור חלשט: סטײַטש, װוּ איז דאָס געהערט געװאָרן, אַ בן־יחיד, אײן־און־אײנציקער, אַ רײנער, אַן אמתער, אַ כּשרער פּערװיזראַדניק ― און אָן אַ פּיצל װילגאָטע?! און ער, מײַן זון הײסט דאָס, גאָרנישט, גלײַך װי נישט אים מײנט מען: „װאָס עס װעט זײַן מיט כּל־ישׂראל, װעט זײַן מיט רב ישׂראל“. ― אַזױ זאָגט ער כּלומרשט מיט אַ װערטל, און דער פּופּיק בשעת־מעשׂה ציטערט אים מסתּמא גוט, װאָס זאָלט איר דאָ קלערן?
האָבן מיר דאָך אָבער אַ גרױסן גאָט אױף דער װעלט! פֿירט מען אַרײַן מײַן איציקן, מחילה, אַ נאַקעטן, נעמט דער דאָקטער באַטראַכטן מײַן איציקן, אַלטערן הײסט דאָס, אױסמעסטן אים אין דער לענג און אין דער ברײט, טאַפּן, קוקן, מוטשען, אַהער־אַהין ― װאָס, מישטײנס געזאָגט, אַז ער טױג ניט, דער הונט (דאָס הײסט, טױגן טױג ער, נאָר פֿאַר קײן סאָלדאַט טױג ער נישט): ער כאַפּט נישט סך־הכּל קײן דריטהאַלבן װערשקעס אין דער ברײט כאַפּט ער נישט! ניע גאָדיעןне годен: טױג ניט, אַ װײַסער בילעט… װידער אַ מאָל אַ שׂימחה, אַ גדולה, מזל־טובֿ, מזל־טובֿ!… מיט מזל זאָלט איר לעבן!… צונױפֿגעקומען זיך די משפּחה, געשטעלט משקה, געטרונקען לחײם. דאַנקען השם־יתברך, געפּטרט דעם פּריזיװ!
נאָר אונדזערע ייִדעלעך… מײנט איר דאָך, אַז עס האָט זיך נישט געפֿונען אַ שײגעץ, װאָס איז אַ בעלן געװען מסרן אין דער גובערניע, אַז איר האָב „געשמירט“? װאָס טױג אײַך, ס'איז נישט אַװעקגעגאַנגען צװײ חדשים פֿונעם פּריזיװ, קומט מיר אָן אַ פּאַפּיר, אַז מע בעט מײַן איציקן, אַלטערן הײסט דאָס, ער זאָל זיך מטריח זײַן אַהינצוצו, אין דער גובערסקי פּריסוטסטװעгуберський присутствие: געבײַדע פֿון דער גובערניע, נאָך אַ מאָל, „נאַ װאָספּיטאַניעна воспитание: צוליב דערציִונג“ הײסט דאָס. װי געפֿעלט אײַך, אַ שטײגער, די גוטע בשׂורה, האַ? אַ שײנע חתונה! מײַן װײַב, זאָל געזונט זײַן, לײגט אײַן די װעלט, די שנור חלשט: סטײַטש, סטײַטש, צװײ מאָל צום פּריזיװ, אַ בן־יחיד, אײן־און־אײנציקער, אַ רײנער, אַן אמתער, אַ כּשרער פּערװיזראַדניק!
קיצור־הדבֿר, װאָס טױג אײַך היסטאָריעס — זאַכן — מעשׂיות, אַז מע רופֿט אין דער גובערניע אַרײַן, קאָן מען קײן חזיר נישט זײַן און מע מוז פֿאָרן. געקומען אין דער גובערניע, הײב איך דאָך מסתּמא אָן אַרומלױפֿן, אַהין־אַהער, טאָמער זכות־אָבֿות, אַ גוט װאָרט ― גײ שרײַ „אַני שלמה“, דערצײל יענעם אַ מעשׂה, אַ בן־יחיד, אײן־און־אײנציקער, און נישט קײן געזונטער דערצו, ― מאַכט ער נאָך דאָס גרעסטע געלעכטער! און מײַן זון? אַ שענערן לײגט מען אין קבֿר אַרײַן. נישט מחמת דער פּריזיװ; ער הערט, זאָגט ער, דעם פּריזיװ הערט ער אין דער לינקער פּיאַטע; אױב ס'איז אים באַשערט, זאָגט ער, דינען װעט ער דינען; נאָר װאָס דען? ער קאָן נישט איבערטראָגן אונדזערע יסורים קאָן ער נישט, דאָס הײסט, די יסורים פֿון די װײַבער קאָן ער נישט צוזען: אַ גובערסקי פּריסוטסטװע, אַ קשיא אױף אַ מעשׂה, טאָמער, איך װײס? ס'איז דאָך נאָר אַ גורל, װי זאָגט איר, אַ לאָטעריע איז דאָך עס!
האָבן מיר דאָך אָבער אַ גרױסן גאָט אױף דער װעלט! מע האָט אַרײַנגעפֿירט מײַן איציקן, אַלטערן הײסט דאָס, אין דער גובערסקי פּריסוטסטװע, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אַ נאַקעטן, װי די מאַמע האָט אים געהאַט, און מע האָט אים גענומען װידער אַ מאָל פֿון מה־טובֿו, באַטראַכטן אין דער לענג און אין דער ברײט, װידער אַ מאָל טאַפּן, קוקן, מוטשען. װאָס, מישטײנס געזאָגט? אַז ער טױג נישט, דער הונט (דאָס הײסט, טױגן טױג ער, נאָר פֿאַר קײן סאָלדאַט טױג ער נישט). אײנער האָט זיך אַפֿילו געשטעלט אַקעגן און געפּרוּװט אַ זאָג טאָן: „גאָדיען“. האָט אים דער דאָקטער אָפּגעהאַקט: „ניע גאָדיען!“ דער זאָגט: „גאָדיען“, דער זאָגט: „ניע גאָדיען“. „גאָדיען, ניע גאָדיען“ ― אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, ביז דער גובערנאַטאָר אַלײן האָט זיך מטריח געװען פֿונעם בענקל, צוגעגאַנגען, אַ קוק געטאָן און געזאָגט: „סאָװערשענאָ ניע גאָדיעןсовершено не годен: טױג אין גאַנצן ניט“, דאָס הײסט ― ער טױג אױף נײַן־און־נײַנציק כּפּרות… האָב איך באַלד אַװעקגעקלאַפּט אַ דעפּעש אַהײם, געװײנטלעך פֿאַרשטעלט: „מזל־טובֿ! טאָװאַר אָקאָנטשאַטעלנע זאַבראַקאָװאַןтовар окончательне: די סחורה איז צו סוף בראַקירט“.
דאַרף זיך טרעפֿן אױף מײַן גליק, װעט איר האָרכן אַ שײנס, אַז מײַן דעפּעש קומט אָן נישט צו מיר אַהײם, נאָר צו מײַנעם אַ געשװעסטערקינד, מײַן נאָמען טאַקע הײסט ער, אַ ייִד אַ נגיד, און, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אַ גרױסער דבֿר־אַחר. און ס'איז קײן חידוש נישט ― ער האַנדלט מיט אָקסן האַנדלט ער. האָט ער געהאַט אַרױסגעטריבן טאַקע אין דער אײגענער גובערניע אַ פּאַרטיע אָקסן און אַרױסגעקוקט אױף אַ דעפּעש, אַז די אױגן זײַנען אים שיִער נישט אַרױס. קאָנט איר פֿאַרשטײן, װי אַזױ אים איז געװאָרן אױפֿן האַרצן, אַז מע האָט אים אָפּגעגעבן מײַן דעפּעש: „טאָװאַר אָקאָנטשאַטעלנע זאַבראַקאָװאַן“… איך האָב געמײנט, ער װעט מיך אױפֿעסן אַ לעבעדיקן, אַז איך בין געקומען אַהײם. איר פֿאַרשטײט אַ השׂגה פֿון אַ נגיד אַ דבֿר־אַחר, װאָס האַנדלט מיט אָקסן? גענוג ער נעמט איבער פֿרעמדע דעפּעשן, איז ער נאָך גערעכט!…
אַצינד װעלן מיר זיך אומקערן נאָכאַמאָל צוריק צו יענער צײַט, װען איך בין נאָך געװען, נישט הײַנט געדאַכט, אין װאָראָטיליװקע, און מײַן איציק, אַלטער הײסט דאָס, איז נאָך געװען אַ קלײן קינד איז ער נאָך. ויהי־היום טרעפֿט זיך אַ מעשׂה, עפּעס אַ רעװיזיע אין שטאָט, מע איז אַרומגעגאַנגען פֿון שטוב צו שטוב און מע האָט איבערגעשריבן איטלעכן באַזונדער, פֿון קלײן ביז גרױס, װי אַזױ ער הײסט און װיפֿל ער איז אַלט, און װיפֿל קינדער האָט ער, צי זכרים, צי נקבֿות, און װי אַזױ רופֿט מען זײ?… אַז ס'איז געקומען צו מײַן איציקן: װי אַזױ רופֿט מען אים? זאָגט מײַן װײַב, זאָל געזונט זײַן: אַלטער. איז זיך מישבֿ יענער, מע זאָגט אים אַלטער — אַ שײנע רײנע כּפּרה; גײט ער און פֿאַרשרײַבט: „אַלטער“.
אַװדאי קומט מיר אָן פּונקט אין אַ יאָר אַרום נאָכן פּריזיװ אַ נײַע בשׂורה: מע זוכט מײַן זון אַלטערן, ער זאָל זיך שטעלן מחילה צום פּריזיװ אין װאָראָטיליװקע! ― װאָס סע האָט זיך מיר געחלומט יענע נאַכט און הײַנטיקע נאַכט און אַ גאַנץ יאָר! נאַ דיר אַזאַ נײַס! ברוך־הבאָ אַ ייִד רב אַלטער!
קיצור־הדבֿר, װאָס טױג אײַך היסטאָריעס ― זאַכן ― מעשׂיות, מע רופֿט מײַן איציקן, אַלטערן הײסט דאָס, נאָכאַמאָל צום פּריזיװ גאָר איבעראַנײַס! מײַן װײַב, זאָל געזונט זײַן, לײגט אײַן די װעלט, די שנור חלשט. סטײַטש, װוּ איז דאָס געהערט געװאָרן, מע זאָל אױספֿאָרן די גאַנצע װעלט פֿון אײן עק ביזן אַנדערן עק, אַז אַ בן־יחיד, אײן־און־אײנציקער, אַ רײנער, אַן אמתער, אַ כּשרער פּערװיזראַדניק זאָל באַדאַרפֿן שטײן דרײַ מאָל צום פּריזיװ! נאָר גײ רײד טערקיש, רײד טאָטעריש ― װאָס טוט מען װאָס? בין איך אַװעקגעלאָפֿן צו אונדזער „אָבטשעסטװעобществе: קהילה“, געמאַכט אַ גװאַלד, קױם געפּועלט, צען ייִדן זאָלן אָפּשװערן און חתמענען זיך, אַז זײ װײסן פּאָזיטיװ, אַז איציק איז אַבֿרהם־יצחק, און אַבֿרהם־יצחק איז אַלטער, און אַז אַלטער און איציק און אַבֿרהם־יצחק זײַנען אַלע אײן פּאַרשױן.
באַקומען דאָס פּאַפּיר, בין איך אַװעק מיטן פּאַפּיר קײן װאָראָטיליװקע. געקומען קײן װאָראָטיליװקע ― אַ גאַסט! װאָס מאַכט אַ ייִד רב יאָסל? װאָס טוט איר הי? װיל איך דאָך מסתּמא נישט אױסזאָגן ― צו װאָס דאַרף איך עס? גלײַכער אַז אַ ייִד װײס װינציקער. „גאָרנישט, זאָג איך, איך באַדאַרף דאָ האָבן צו אַ פּריץ“… „מכּוח װאָס?“… „מכּוח פּראָסע, זאָג איך, איך האָב געהאַנדלט, זאָג איך, פּראָסע האָב איך געהאַנדלט, געגעבן אַן אַדערױף, נישטאָ נישט קײן פּראָסע, נישט קײן אַדערױף, פֿאַרפֿאַלן, זאָג איך, די קו מיטן שטריקל!“ און לאָז מיך אַװעק גלײַך אין דער פּריסוטסטװע. איך קום אין דער פּריסוטסטװע קום איך, טרעף איך דאָרט אַ שרײַבער פֿון די שרײַבערס און דערלאַנג אים דאָס פּאַפּיר. איבערגעלײענט דאָס פּאַפּיר, װערט ער מלא־רציחה, דער שרײַבער הײסט דאָס, און טוט מיר אַ שמיץ דאָס פּאַפּיר אין פּנים אַרײַן מיט אַ מין פֿײַער, מע זאָל באַהיט און באַװאָרנט װערן! סטופּאַיטיעступайте: גײט ― גײן זאָלט איר, הײסט דאָס, צו אַלדי רוחות מיט אַלע אײַערע נעמען און מיט אַלע אײַערע ייִדישע מאַניפֿאָרגעס! „איר װילט זיך, זאָגט ער, אױסדרײען פֿונעם פּריזיװ, זשידי מאַשעניקיжиды машеньки: ייִדישע מײדלעך, זאָגט ער, װערט בײַ אײַך פֿון אַבֿרהם ― יצחק, און פֿון יצחק ― איציק, און פֿון איציק ― אַלטער. נײן, בײַ אונדז גײען נישט אָן אַזעלכע שטיקלעך, שאַכער־מאַכער!“… „נו, קלער איך מיר, װיבאַלד „שאַכער־מאַכער“, מײנט ער מסתּמא אַ קערבל“… און איך נעם אַרױס אַ מטבע און װיל אים אַרײַנרוקן אין האַנט אַרײַן, און רוף מיך אָן צו אים שטילערהײט: „איזװיניטיע, װאַשע װיסאָקע־פּראַװאָזשיטעלסטװעваше высокое-правительстве: אײַער הױכע רעגירונג!“… אַז ער כאַפּט זיך נישט אױף מיט אַ געשרײ: „װזיאַטקיвзятки: כאַבאַר!?“… עס זײַנען זיך צונױפֿגעלאָפֿן נאָך שרײַבערס, און, װאָס טױג אײַך, מע האָט מיר געגעבן דעם װעג האָט מען מיר… אַזאַ־נ־אומגליק ― באַדאַרף איך אָנטרעפֿן גראָד אױף אַ „נקי־כּפּימניק“!… מאָלט אײַך, עס רעדט זיך נאָר אַזױ, אַז ער נעמט נישט ― צװישן ייִדן װערט מען נישט פֿאַרפֿאַלן; איך האָב געפֿונען אַ ייִדן, װאָס דורך אים נעמט ער… עס האָט געהאָלפֿן װי אַ טױטן באַנקעס ― און ס'איז געבליבן, אַז איך האָב נאָך אַ זון, װאָס ער הײסט אַלטער. זאָל ער מוחל זײַן, אַלטער הײסט דאָס, זיך שטעלן אין װאָראָטיליװקע צום פּריזיװ זאָל ער זיך. אַ גוט פּעקל!
װי אַזױ איך האָב איבערגעלעבט דאָס יאָר ― בין איך שטאַרקער פֿון אײַזן בין איך! כאָטש אַז מע װיל שמועסן צוריק, װאָס האָב איך, שוטה, מורא צו האָבן? צען מאָל פּריזיװ, אַז איך װײס, אַז ער טױג נישט, דער הונט (שײך זאָגן, טױג נישט? טױגן טױג ער, נאָר פֿאַר קײן סאָלדאַט טױג ער נישט); ובפֿרט, אַז מע האָט אים שױן צװײ מאָל אַרױסגעבראַקעװעט האָט מען אים. נאָר צוריק בין איך זיך מישבֿ: אַ פֿרעמדע שטאָט, אַ פּריסוטסטװע מיט „נקי־כּפּימניקעס“, אַ קשיא אױף אַ מעשׂה?…
האָבן מיר דאָך אָבער אַ גרױסן גאָט אױף דער װעלט! מײַן אַלטער, איציק הײסט דאָס, האָט װידער אַ מאָל געצױגן אַ זשערעב, װידער אַ מאָל זיך געשטעלט צום פּריִאָם, און גאָט האָט אַ נס געטאָן, די װאָראָטיליװקער פּריסוטסטװע האָט אױך געזאָגט „ניע גאָדיען“, און האָט אים אַרױסגעגעבן אױך אַ װײַסן בילעט. האָבן מיר שױן, מיט גאָטס הילף, צװײ װײַסע בילעטן!
געקומען אַהײם ― שׂשׂון־ושׂימחה! געמאַכט אַ סעודה, צונױפֿגערופֿן כּמעט די גאַנצע שטאָט, געהוליעט, געטאַנצט ביז טאָג. װעמען הער איך אַצינד? און װער איז צו מיר גלײַך? אַ קיסר!
אַצינד װעלן מיר זיך אומקערן צוריק צו מײַן אײַזיקן, עליו־השלום, דער װאָס האָט, אים צו לענגערע יאָר, איבערגעקערט אױף זיך דעם סאַמאָװאַר נאָך קינדװײַז, ― װעט איר הערן אַ שײנס װעט איר הערן. איר פֿאַרשטײט אַ מעשׂה? גײ זײַ אַ נבֿיא, אַז דער שײנער רבֿ דער קאַזיאָנער פֿון װאָראָטיליװקע װעט אים פֿאַרגעסן אױסמעקן פֿון די מעטריקעס, דעם געשטאָרבענעם הײסט דאָס, און עס װעט זיך רעכענען אױף מיר אַ חובֿ, אַז איך האָב נאָך ערגעץ אַ זון אײַזיק, װאָס באַדאַרף זיך שטעלן הײַנטיקס יאָר צום פּריזיװ! נאַ דיר אַזאַ מין באָמבע! װאָס איז דאָס פֿאַר אַן אומגליק אױף מיר? װער מיר אײַזיק? אײַזיק איז שױן לאַנג אױף דער אמתער װעלט! אַזױ טענה איך, האַלט מיך אַן עצה מיט אונדזער ראַבינער: װאָס טוט מען, װאָס? זאָגט ער: „ס'איז נישט גוט!“ „פֿאַרװאָס, זאָג איך, איז נישט גוט, פֿאַרװאָס?“ „דערפֿאַר, זאָגט ער, װײַל איציק און אײַזיק איז אײן נאָמען“. „װי אַזױ, זאָג איך, איז איציק און אײַזיק אײן נאָמען, חכם אײנער?“ זאָגט ער: „איציק איז יצחק, יצחק איז איסאַק, איסאַק איז איזאַק און איזאַק איז אײַזיק“… אַ גוטער משל!
קיצור־הדבֿר, װאָס טױג אײַך היסטאָריעס ― זאַכן ― מעשׂיות? מע זוכט מײַן אײַזיקן, מע טרענט פֿון מיר די אָדערן, איך זאָל אים שטעלן צום פּריזיװ זאָל איך אים! אין שטוב בײַ מיר איז געװאָרן אַ נײַער געװײן. שײך זאָגן, אַ געװײן? חורבן־בית־המקדש. ערשטנס, האָט מײַן װײַב, זאָל לעבן, זיך דערמאָנט אינעם געשטאָרבענעם, אױפֿגעװעקט די אַלטע װוּנדן. „נעכײַ װאָלט ער, זאָגט זי, בעסער לעבן און שטײן איצטער צום פּריזיװ, אײדער, זאָגט זי, ער זאָל ליגן אין דער ערד און די בײנער זײַנע זאָלן פֿױלן“… והשנית, האָט זי מורא, טאָמער חלילה איז טאַקע, לא יעלה ולא יבֿוא, װי דער ראַבינער זאָגט, אַז איציק איז יצחק, יצחק איז איסאַק, איסאַק איז איזאַק און איזאַק איז אײַזיק, איז דאָך טאַקע נישט פֿרײלעך!… אַזױ זאָגט זי, מײַן װײַב זאָל געזונט זײַן, און לײגט אײַן די װעלט, און מײַן שנור, געװײנטלעך, חלשט! אַ װערטעלע אױסצורײדן ― אַ בן־יחיד, אײן־און־אײנציקער, אַ רײנער, אַן אמתער, אַ כּשרער פּערװיזראַדניק, דרײַ מאָל געשטעלט זיך צום פּריזיװ, צװײ װײַסע בילעטן ― און איז נאָך נישט פֿאַרטיק!…
האָב איך גענומען, הײסט דאָס, די פֿיס אױף די פּלײצעס און בין זיך דורכגעפֿאָרן קײן יעהופּעץ בין איך זיך, אַן עצה האַלטן זיך מיט אַ רעכטן אַדװאָקאַט, און אַגבֿ האָב איך טאַקע מיטגענומען מײַן זון, איך זאָל זײַן מיט אים בײַם פּראָפֿעסאָר, הערן װאָס דער פּראָפֿעסאָר װעט זאָגן, צי טױג ער, צי טױג ער נישט, כאָטש איך װײס אַלײן גאַנץ גוט, אַז ער טױג נישט, דער הונט (שײך זאָגן, ער טױג נישט? טױגן טױג ער, נאָר פֿאַר קײן סאָלדאַט טױג ער נישט)… און אַז איך װעל הערן װאָס דער אַדװאָקאַט װעט מיר זאָגן און װאָס דער פּראָפֿעסאָר װעט מיר זאָגן, װעל איך שױן דעמאָלט קאָנען שלאָפֿן רויִק, אױפֿהערן האָבן צו טאָן מיטן פּריזיװ… צום סוף, װאָס לאָזט זיך אױס? עס לאָזט זיך אױס, אַז די אַדװאָקאַטן מיט די פּראָפֿעסאָרן װײסן אַלע מער פֿון אַ טױטן װײסן זײ. אַז דער זאָגט אַזױ, און דער זאָגט אַזױ; װאָס אײנער זאָגט, דרינגט דער אַנדערער קאַפּױר. דול און משוגע צו װערן! װעט איר הערן.
צום ערשטן אַדװאָקאַט האָב איך אָנגעטראָפֿן אױף אײנעם אַ גראָבן קאָפּ אַ שטומפּיקן, און דװקא מיט אַ גרױסן שטערן און מיט אַ גלאַטן קאָפּ, אַ ליסינע, כאָטש נעם קאַטשע־אױס אױף איר אַ בלאַט לאָקשן. ער האָט בשום־אופֿן נישט געקאָנט פֿאַרשטײן, דער חכם, װער איז אַלטער, און װער איז איציק, און װער איז אַבֿרהם־יצחק, און װער איז געװען אײַזיק? דערצײל איך אים דאָך איבער נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל, אַז אַלטער און איציק און אַבֿרהם־יצחק ― דאָס איז אײן מענטש, און אײַזיק איז דער, װאָס האָט איבערגעקערט אױף זיך דעם סאַמאָװאַר, בשעת איך בין נאָך געװען אַ װאָראָטיליװקער, אין װאָראָטיליװקע הײסט עס… מײן איך, אַז איך בין שױן מיט אים פֿאַרטיק. צום סוף טוט ער מיך אַ פֿרעג גאָר איבעראַנײַס: „פּאַזװאָלטיпозвольте: לאָמיך, שטײט נאָר שטײט, װער־זשע איז צװישן זײ דער עלטערער, איציק, צי אַלטער, צי אַבֿרהם־יצחק?“ „אָט האָסטו דיר! ― מאַך איך צו אים, ― איך האָב אײַך שױן, דאַכט זיך, פֿופֿצן מאָל געזאָגט האָב איך אײַך, אַז איציק און אַבֿרהם־יצחק און אַלטער איז אַלץ אײן פּאַרשױן, דאָס הײסט, דער אמתער נאָמען זײַנער איז איציק, דאָס הײסט אַבֿרהם־יצחק, נאָר רופֿן רופֿט מען אים אַלטער, די מאַמע זײַנע, זאָג איך, האָט אים אַזױ פֿאַרצױגן, און אײַזיק, זאָג איך, איז דער, װאָס האָט איבערגעקערט אױף זיך דעם סאַמאָװאַר, זאָג איך, בשעת איך בין נאָך געװען אַ װאָראָטיליװקער, אין װאָראָטיליװקע הײסט עס“… „װען־זשע, מאַכט ער, װאָסער יאָר הײסט דאָס, איז געשטאַנען אַבֿרהם־אַלטער, מײן איך, יצחק־אײַזיק, צום פּריזיװ?“ „װאָס באַלעבעטשעט ער? — זאָג איך. — װאָס האָט איר צונױפֿגעמישט קאַשע מיט באָרשט? דאָס ערשטע מאָל אױף מײַן לעבן, זאָג איך, טרעפֿט זיך מיר, אַז אַ ייִד זאָל טראָגן אױף זיך אַזאַ גױיִשן קאָפּ, זאָג איך! מע זאָגט דאָך אײַך, אַז יצחק און אַבֿרהם־יצחק און איציק און אײַזיק און אַלטער — דאָס איז אַלץ אײן מענטש! אײן מענטש!“ — „שאַט, זאָגט ער, שרײַט ניט אַזױ, װאָס שרײַט איר?“… איר האָרכט? ער איז נאָך גערעכט!…
בקיצור, כ'האָב אַ שפּײַ געטאָן און אַװעקגעגאַנגען צו אַן אַנדער אַדװאָקאַט, און האָב אָנגעטראָפֿן שױן דװקא אױף אַ גמרא־קעפּל האָב איך אָנגעטראָפֿן, נאָר אַביסל שױן צו פֿיל איבערגעשפּיצט. ער האָט זיך געריבן דעם שטערן און געלערנט דעם פּשט, געדרײט, געמוטשעט די זאַקאָנעס, געדרונגען, אַז נאַ אָסנאָװאַניע טאַקאָי טאָ סטאַטיאַна основание такой то статья: אױפֿן יסוד פֿון דעם־און־דעם געזעץ האָט די מעזערעטשער פּריסוטסטװע אים גאָר ניט געטאָרט צושרײַבן. נאָר װאָס דען? ס'איז פֿאַראַן אַ זאַקאָן, זאָגט ער, אַז װיבאַלד די פּריסוטסטװע האָט אים יאָ צוגעשריבן, דאַרף אים יענע פּריסוטסטװע אױסשרײַבן, „װיקליוטשאַיעןвыключаен: בטל“ הײסט עס. און װידער איז פֿאַראַן, זאָגט ער, אַ זאַקאָן, אַז די פּריסוטסטװע האָט אים צוגעשריבן און יענע פּריסוטסטװע האָט אים ניט אױסגעשריבן, „װיקליוטשאַיעטвыключает: בטלט“ הײסט עס, מוז זי אים אױסשרײַבן, „װיקליוטשאַיען“ הײסט עס. און װידער איז פֿאַראַן אַ קאַסאַציעкасатся: זאָרג, אַז װיבאַלד יענע פּריסוטסטװע װיל ניט אױסשרײַבן, „װיקליוטשאַיען“ הײסט עס…
בקיצור, אַזאַ זאַקאָן און אַזאַ זאַקאָן, אַזאַ קאַסאַציע און אַזאַ קאַסאַציע ― ער האָט מיר אָנגעקאַסאַציעט אַ פֿולן קאָפּ האָט ער מיר אָנגעקאַסאַציעט, און איך האָב געמוזט גײן צו אַ דריטן האָב איך געמוזט, און האָב אָנגעטראָפֿן אױף אַ נײַעם שלימזל, נאָך גאָר אַ יונג אַדװאָקאַטל, נאָר־װאָס פֿון דער נאָדל אַרױס, דאָס הײסט, װאָס האָט ניט לאַנג געענדיקט „יורי“, זײער אַ צוגעלאָזט מענטשל אַפֿילו, מיט אַ צינגעלע װי אַ גלעקל ― און סע קלינגט. װײַזן װײַזט אױס, אַז ער לערנט זיך נאָך רײדן לערנט ער זיך, מחמת אַז ער רעדט, זעט מען, אַז ער האָט הנאה האָט ער, ממש סע קומט אים צו אַ שטיק געזונט. ער האָט זיך אַזױ צערעדט, אַזױ צעפֿלאַקערט, געהאַלטן אַ גאַנצע דרשה געהאַלטן, אַז איך האָב געמוזט אים איבערשלאָגן אין מיטן און זאָגן: „זײער פֿײַן, זאָג איך, איר זײַט אַװדאי זײער גערעכט; נאָר װאָס טױג מיר, זאָג איך, אײַער װײנען, װאָס איר באַװײנט מיך? איר גיט מיר בעסער אַן עצה, זאָג איך, מיט מײַן זון װאָס טו איך, טאָמער חלילה טוט מען אים אַ רוף טאָמער?“
קיצור־הדבֿר, װאָס טױג אײַך היסטאָריעס ― זאַכן ― מעשׂיות, איך האָב מיך דערשלאָגן צום רעכטן, צום אמתן אַדװאָקאַט. דאָס איז, פֿאַרשטײט איר מיך, שױן אַן אַדװאָקאַט פֿון די אַלטע אַדװאָקאַטן, אַן אַדװאָקאַט, װאָס פֿאַרשטײט אַן ענין. איך האָב אים אױסדערצײלט די גאַנצע געשיכטע פֿון אַלף ביז תּיו, און ער איז געזעסן די גאַנצע צײַט צוגעמאַכט די אױגן און געהאָרכט. אױסגעהערט, מאַכט ער צו מיר: „שױן? האָט איר שױן געענדיקט? פֿאָרט אַהײם, ס'איז בלאָטע, מער װי דרײַ הונדערט קערבלעך שטראָף װעט איר נישט צאָלן“. „אָט דאָס איז גאָר? ― זאָג איך. ― ע! איך זאָל װיסן, אַז דאָ שמעקט נאָר מיט דרײַ הונדערט קערבלעך שטראָף! איך האָב מורא פֿאַר מײַן זון האָב איך מורא!“ „װאָסער זון?“ „װאָס הײסט, זאָג איך, װאָסער זון? מײַן אַלטער, איציק הײסט דאָס!“ „װאָס געהער זיך דאָס אָן, זאָגט ער, מיט איציקן?“ „װאָס הײסט, זאָג איך, װאָס סע געהער זיך אָן? טאָמער, חלילה, שלעפּט מען אים נאָך אַ מאָל טאָמער?“ „ער האָט דאָך, זאָגט איר, אַ װײַסן בילעט“. „ער האָט, זאָג איך, צװײ װײַסע בילעטן!“ „נו, אם־כּן, װאָס־זשע װילט איר?“ „װאָס זאָל איך װעלן? װילן װיל איך גאָרנישט; איך האָב נאָר מורא, זאָג איך, אַזױ װי מע זוכט איצטער אײַזיקן, און אײַזיק איז נישטאָ, און אַזױ װי אַלטער, איציק הײסט עס, שטײט פֿאַרשריבן אַבֿרהם־יצחק, און יצחק ― אַזױ זאָגט דער ראַבינער אונדזערער דער לעקיש ― איז איסאַק, און איסאַק איז איזאַק, און איזאַק איז אײַזיק, קאָן מען חלילה זאָגן אױף מײַן איציקן, אָדער אַבֿרהם־יצחקן, אַלטערן הײסט דאָס, אַז ער איז דאָס דער אײַזיק!“ „נו, װאָס־זשע איז, מאַכט ער; אַדרבא, נאָך גלײַכער! אױב איציק איז אײַזיק, װעט איר פֿאַרשפּאָרן צאָלן שטראָף אױך. ער האָט דאָך, זאָגט איר, אַ װײַסן בילעט?“ „צװײ, זאָג איך, װײַסע בילעטן! די בילעטן האָט אָבער איציק נישט אײַזיק“. „איר זאָגט דאָך, מאַכט ער, אַז איציק איז אײַזיק?“ „װער זאָגט דען, זאָג איך, אַז איציק איז אײַזיק?“ „אָט האָט איר דאָך נאָר־װאָס, זאָגט ער, געזאָגט, אַז איציק איז אײַזיק!“ „איך זאָג? װי קאָן איך, זאָג איך, זאָגן אַזאַ זאַך, אַז איציק איז גאָר אַלטער, און אײַזיק איז דער װאָס האָט איבערגעקערט אױף זיך דעם סאַמאָװאַר, בשעת איך בין נאָך געװען אַ װאָראָטיליװקער, אין װאָראָטיליװקע הײסט עס!“… װערט ער אָנגעצונדן און הײסט מיר גײן: „סטופּאַיטיעступайте: גײט, זאָגט ער, װי, זאָגט ער, נאַדאָיעדליװעнадоедливые: פֿאַרדריסלעכער, זאָגט ער, יעװרײеврей: ייִד“, זאָגט ער!… איר פֿאַרשטײט װאָס דאָס הײסט? דאָס הײסט: איך בין אַ נודניק. איר הערט? איך בין אַ נודניק! איך!!!