„― איר רעדט פֿון די אומגליקן, פֿון די הײַנטיקע שׂרפֿות רעדט איר. איר װילט הערן אַ שײנס, װי אַזױ מע נעמט אַ הונדערטער אױף די נשׂרפֿים בײַ אַ נגיד אַ קמצן, אַ חזיר, אַ נהרג־על־פּחות־משװה־פּרוטה, װאָס האָט אױף זײַן לעבן קײן נדבֿה נישט געגעבן?“
אַזױ האָט זיך אָנגערופֿן צו מיר מײַן װיז־אַ־װיvis-à-vis: שכן אין װאַגאָן אײנמאָל אין דער פֿרי, נאָכן איבערבײַסן, און האָט פֿאַררײכערט אַ פּאַפּיראָס און מיר אױך געגעבן פֿאַררײכערן.
עס האָט אױסגעװיזן, אַז די מעשׂה, װאָס מײַן װיז־אַ־װי האָט זיך געקליבן מיר צו דערצײלן, האָט אים אַלײן הנאה געטאָן, שטאַרק הנאה געטאָן. װאָרעם אײדער ער האָט נאָך אָנגעהױבן צו דערצײלן, האָט ער זיך שױן צעלאַכט, װי אַ מענטש, װאָס האָט זיך דערמאָנט אָן זײער אַ לאַכנדיקע זאַך. ער האָט אַזױ געשמאַק געלאַכט, אַז ער איז זיך אַזש פֿאַרגאַנגען. אַזאַ מענטשן איז גלײַכער, אַז מע לאָזט אים פֿריִער זיך אױסלאַכן, װי עס געהער צו זײַן, אַנישט װעט די מעשׂה האָבן אַ פּנים פֿון חוזק. דערנאָך האָט זיך מײַן װיז־אַ־װי אױסגעהוסט און אָנגעהױבן בזה־הלשון:
„― איך האָב אײַך שױן איבערגעגעבן פֿון אונדזער שטאָט אַ שײן ביסל טיפּן. איצט האָב איך פֿאַר אײַך נאָך אַ טיפּ. יואל טאַשקער רופֿט מען אים. איר זאָלט אָנקוקן אַ ייִדל. קײן דרײַ צעבראָכענע פֿירער װעט איר פֿאַר אים נישט געבן. אַ קלײנס, אַ דאַרס, אַ טרוקנס, אַ בערדל אַ שיטערס, און אַז סע גײט, לױפֿט עס, און אַ הילוך ― װוּ איר האָט ערגעץ אַ שׂונא! כאָטש אַפֿילו אַ נגיד. װאָס זאָג איך ― אַ נגיד? אַ גבֿיר, אַן אַדיר, אַ מיליאָנטשיק. דאָס הײסט, איך האָב זײַנע מיליאָנען, לאָז זיך אײַך דאַכטן, נישט געצײלט. מעגלעך, אַז ער פֿאַרמאָגט טאַקע אַ מיליאָן, און מעגלעך, אַז עס פֿעלט אים אַ סך צו אַ האַלבן מיליאָן. נאָר װיפֿל ער האָט, איז ער דאָס, גלײבט מיר, נישט װערט. װאָרעם דער מענטש איז אַ חזיר. בײַ אים אַרױסרײַסן אַ נדבֿה ― איז כּקריעת־ים־סוף. ס'איז גאָר נישטאָ דער בעטלער, װאָס זאָל געדענקען, אַז יואל טאַשקער זאָל האָבן װען געגעבן אַן אָרעמאַן אַ שטיקל ברױט אַפֿילו. אין שטאָט קען מען אים שױן, דעם פּאַרשױן, אַזױ, אַז עס מאַכט זיך, מע גיט אַן אָרעמאַן אַ נדבֿה און ער קריװדעט זיך, זאָגט מען אים: „גײט, זײַט מוחל, צו יואל טאַשקער, װעט מען אײַך געבן מער“. אָט אַזאַ מין נגיד איז דאָס. אפֿשר מײנט איר, חלילה, אַ גזלן, אָדער אַ גראָבער יונג, אָדער אַ נחות־דרגא? ― נײן. דװקא אַ טאַטנס אַ קינד, און דװקא אַ ייִד, װאָס קאָן לערנען, און דװקא אַזױ זיך אַ גאַנץ ערלעכער. יענעמס נישט זאַטשעפּען. אַבי מע זאָל זײַנס נישט אָנרירן. שלי שלי, שלך שלך ― איר פֿאַרשטײט, צי נײן? זײַן געשעפֿט ― ער איז אַ בעל־הלװאה, און האָט הײַזער, און האַנדלט מיט פּריצים. טאָג־װי־נאַכט פֿאַרטאַרעראַמט. פֿאָרט אַרום, לױפֿט אַרום, עסט נישט, שלאָפֿט נישט, פֿאַרגינט זיך נישט האַלטן אַ מענטשן, אומעטום אַלײן, נישט קײן קינד, נישט קײן רינד. דאָס הײסט, ער האָט געהאַט קינדער אױך, נאָר דער רוח װײס װאָס. האָט ער זײ צעטריבן. זײ זײַנען אין אַמעריקע, זאָגט מען. דאָס װײַב איז אים געשטאָרבן, האָט ער גענומען און צעטריבן די קינדער. און געשטאָרבן איז זי, זאָגט מען, בײַ אים פֿון הונגער. נאָר מסתּמא איז דאָס אַ ליגן. און אפֿשר איז דאָס אַן אמת. אַ סימן ― ער האָט זיך מיטן אַנדערן װײַב אױף דער צװײטער װאָך געגט. טרעפֿט איבער װאָס? איבער אַ גלאָז מילך. כאַ־כאַ, װי איר זעט מיך אַ ייִדן! ער האָט זי געכאַפּט אײנמאָל מיט אַ קריגל מילך, מאַכט ער צו איר: „ממה־נפֿשך ― טרינקסטו מילך, װײַל דו האָסט די טשאַכאָטקע, װאָס־זשע דאַרף איך דיך? אלא דו טרינקסט גלאַט אַזױ מילך, הפֿקר־ציבעלעס ― ביסטו דאָך אַן אױסברענגערין!“…
„דערפֿאַר האָט ער אײן מעלה (אַ מענטש מיט סאַמע חסרונות איז נישטאָ): ער איז פֿרום. פֿרום מיט סכּנות־נפֿשות! מילא, װילסט דיר זײַן פֿרום, זײַ דיר פֿרום, װעמען אַרט עס? נײן. װילט זיך אים, אַז די גאַנצע װעלט זאָל זײַן פֿרום. גאָטס סטראַפּטשע. ער קאָן נישט לײַדן, אַז אַ ייִד גײט אָן אַ היטל, איז אין כּעס, למאַי יונגע װײַבלעך טראָגן אײגענע האָר, און קױלעט זיך מיט די עלטערן, װאָס גיבן זײערע קינדער אין די גימנאַזיעס, און נאָך אַזעלכע זאַכן.
„באַדאַרף גאָט פֿירן מסתּמא אַזױ, אַז בײַ אים אין הױף װױנט אַ שכן, אַן אַדװאָקאַט פֿון די אַמאָליקע אַדװאָקאַטן. אַ טשאַסטנע פּאָװערענעчастный поверен: פּריװאַטער אַדװאָקאַט, הײסט עס. און גראָד נישט אַזאַ גרױסער ירא־שמים. גײט אָן אַ היטל, גאָלט זיך דאָס בערדל, פֿאַררײכערט שבת אַ פּאַפּיראָס. אַלצדינג װי עס געהער צו זײַן. לאָז זיך אײַך דאַכטן, טאַקע װאָס אין דער קאָרט. קאָמפּאַניעװיטש רופֿט מען אים. אַ נפֿש אַ הױכער, אַ ברײטער, אַביסל אַן אײַנגעבױגענער, מיט אײַנגעפֿאַלענע באַקן, מיט ממזרשע אױגן, נאָר אַ שטילער, אַ שװײַגנדיקער, אַ פֿאַרבאָרגענער הולטײַ. לעבן לעבט ער מער פֿון קאָרטן, װי פֿון אַדװאָקאַטור, און צו אים קומען זיך צונױף אַלע װױלע יונגעלײַט, װאָס האָבן ליב אַ קערטל, אַ קאָלבאַס און נאָך אַזעלכע זאַכן… מילא, איז אױך די אײגענע מעשׂה; עס זיצט בײַ דיר אַ שכן נישט אַזאַ צדיק ― װאָס גײט עס דיך אָן? איך מײן דעם יואל טאַשקער מײן איך. װעסטו מיט אים קײן שידוך נישט טאָן. װאָס קאָן דאָ זײַן? נײן. קאָן ער נישט איבערטראָגן, טאַשקער הײסט עס, למאַי מע שטעלט בײַ קאָמפּאַניעװיטשן דעם סאַמאָװאַר אום שבת? למאַי מע קאָכט בײַ קאָמפּאַניעװיטשן אַ פֿלײשיקן װאַרעמעס אום תּישעה־באָבֿ? למאַי מע טובֿלט נישט בײַ קאָמפּאַניעװיטשן דאָס נײַע געפֿעס אױף פּסח? און נאָך אַזעלכע זאַכן. פֿײַערט ער אױפֿן שכן, רעדט אױף אים המנס מסירות, דערצײלט פֿאַר איטלעכן הױך, בקול־רם: „האָט איר געהערט אַן עזות פֿון אַ משומד? זיצט בײַ מיר אין שכנות און שטעלט אַ סאַמאָװאַר אום שבת!“ ― דערהערט דאָס קאָמפּאַניעװיטש, הײסט ער שטעלן איבער אַכט טאָג שבת צװײ סאַמאָװאַרן. װערט אונדזער יואל שיִער נישט צעפּוקעט, באַקומט, לאָז זיך אײַך דאַכטן, כּמעט די אַפּאָפּלעקציע. מענטש אײנער! נעם און זאָג אים אָפּעט פֿון דער דירה, װעסטו פּטור װערן פֿון אַ צרה ― טוט אים באַנג דער שכן. ער צאָלט, זאָגט ער דירה־געלט בעסער פֿון אַלע שכנים, כאַ־כאַ.
„האָב איך אײַך שױן באַקאַנט געמאַכט מיט צװײ טיפּן. איצט באַדאַרף איך אײַך פֿאָרשטעלן אַ דריטן פּאַרשױן, פֿרױקע־שײגעץ הײסט ער. אױך אַ טיפּ און שפּילט אױך אַ ראָל אין דער געשיכטע, װאָס איך דערצײל אײַך. דאָס הײסט, פֿון אים טאַקע נעמט זיך די גאַנצע מעשׂה.
„דער דאָזיקער פּאַרשױן איז, לאָז זיך אײַך דאַכטן, אַזאַ מין טיפּ. אַלײן איז ער אַ יונגערמאַן, װאָס װערט אָנגערופֿן אַ „מעורבֿ עם הבריות“. לאָז זיך אײַך דאַכטן, האַלב חסיד, האַלב פֿראַנצױז. אַ קאַפּאָטע אַ לאַנגע, נאָר אַ קאַפּעליושל אױפֿן קאָפּ. אַ העמד אַ װײַס, אַ שניפּסל אַ רױטס, נאָר אַ ציצה פֿונעם טלית־קטן דאַרף מען אַרױסזען. אין שטאָט רעדט מען אונטער אױף אים: עפּעס אַ װײַבל, אַן אשת־איש, זאָגט מען… נאָר אין שול אַרײַן לױפֿט ער פֿײַל אױסן בױגן. מיט אײנעם װאָרט, ער איז אָט דאָס, װאָס מע רופֿט בײַ אונדז „אַ גאָטס גנבֿ“. מיט װאָס באַשעפֿטיקט ער זיך ― ער איז אַ פּראָמילניק. אַ מעקלער פֿון געלט, פֿון הלװאָות, פֿון װעקסלען. דורך זײַנע הענט גײט דורך געלט ― טױזנטער און טױזנטער. קײנעם האָט טאַשקער נישט געגלױבט אַזױ װי פֿרױקען. קומט צו אַ הלװאה, האָט ער מורא אַרױסצולאָזן אַ הונדערטער פֿון די הענט. נאָר קױם האָט פֿרױקע געזאָגט, אַז מע מעג לײַען, איז נישטאָ װאָס צו רײדן. אפֿשר מײנט איר, אַז דער פֿרױקע איז אין געלט־זאַכן טאַקע אַזאַ צדיק? בין איך אײַך נישט ערבֿ. ער איז נאָר אַ קלוגער, אַ דורכגעטריבענער, אַ ממזר־בן־הנידה, און, לאָז זיך אײַך דאַכטן, אַ גרױסער עזות־פּנים. צו אים אין מױל אַרײַנפֿאַלן ― איז װי אין גיהנום. איר קאָנט פֿאַרשטײן, אַז הײסן הײסט ער אפֿרים קאַץ און רופֿן רופֿט מען אים, כאַ־כאַ, פֿרױקע־שײגעץ.
„האָט איר אײַך שױן אַלע דרײַ טיפּן. דאַרף זיך טרעפֿן אַ מעשׂה, עס הײבט זיך אָן דער זומער מיט די שׂרפֿות און עס ברענט אָפּ דראַזשנע ― אַ גאַנצע שטאָט, נישט דאָ געדאַכט, און עס הײבן אָן צו גײן פֿון דאָרטן בריװ, יללות, דעפּעשן ― מע זאָל אַרױסשיקן װיפֿל מע קאָן און װאָס גיכער, װאָרעם אַ גאַנצע שטאָט מיט ייִדן, נישט פֿאַר אײַך געדאַכט, ליגן אין דרױסן און גײען אױס פֿון הונגער. מילא, װערט דאָך בײַ אונדז אַ ויצעקו אין שטעטל: „ייִדן, רחמנים בני־רחמנים! װאָס שװײַגט מען? פֿאַר װאָס טוט מען עפּעס נישט?“ ― אַהין־אַהער, עס בלײַבט, אַז מע שיקט אַרױס אַ דעפּוטאַציע איבער דער שטאָט קלײַבן נדבֿות. מי ומי ― װער איז די דעפּוטאַציע? מסתּמא איך, און נאָך צװײ־דרײַ אָרנטלעכע בעלי־בתּים פֿון די פֿײַנסטע, און, לאָז זיך אײַך דאַכטן, פֿרױקע־שײגעץ בתוכם, װאָרעם צו די זאַכן דאַרף מען האָבן אַן עזות־פּנים. און מע נעמט אַ פֿאַטשײלע און מע גײט קלײַבן געלט. װוּהין גײט מען פֿריִער? געװײנטלעך, צו די נגידים. געקומען צום נגיד, צו יואל טאַשקער. „גוט מאָרגן, רב יואל!“ „גוט מאָרגן, גוט יאָר. װאָס װעט איר זאָגן? זיצט“. גאָר פֿײַן, װאָס פֿײַנער קאָן שױן גאָר נישט זײַן. װאָרעם אַזױ איז דער טאַשקער, דאַרפֿט איר װיסן, דװקא אַ גאַסטפֿרײַנדלעכער פּאַרשױן. איר װעט אַרײַנקומען, װעט ער אײַך אױפֿנעמען פֿאַר אַ גאַסט, הײסן דערלאַנגען אַ בענקל, בעטן זיצן, מיט אײַך רײדן, פֿײַן, שײן, ביז איר רעדט נישט מיט אים פֿון קײן געלט. און הײבט איר אָן רײדן פֿון געלט, אַזױ בײַט זיך אים איבער דאָס פּנים, אײן אױגל מאַכט זיך בײַ אים צו פֿון זיך אַלײן, און די לינקע באַק, נישט אין מײַן מאָס, װערט בײַ אים אײַנגעצױגן, װי בײַ אַ מענטש, װאָס האָט געכאַפּט דעם פּאַראַליטשпаралич: פּאַראַליז. ס'איז אַ רחמנות, זאָג איך אײַך, דעמאָלט אױף אים צו קוקן. אָט אַזאַ טיפּ איז דאָס.
„אַלזאָ, װוּ האַלטן מיר אין די יוצרות? יאָ, זײַנען מיר געקומען צו טאַשקערן, די דעפּוטאַציע הײסט עס. „גוט מאָרגן, רב יואל“. „גוט מאָרגן, גוט יאָר. זיצט. װאָס װעט איר זאָגן?“ „מיר זײַנען געקומען צו אײַך נאָך אַ נדבֿה“. האָט זיך בײַ אים צוגעמאַכט אײן אױגל און אַ צי געטאָן, נישט אין מײַן מאָס, די באַק: „אַ נדבֿה? פּלוצעם, אין מיטן דערינען, אַ נדבֿה?“… רופֿט זיך אָן צו אים פֿרױקע, ער איז דאָך דער עזות־פּנים: „אַ נײטיקע נדבֿה, רב יואל, זײער אַ נײטיקע. איר האָט שױן געהערט מן הסתּם. אַ גאַנצע שטאָט, נישט דאָ געדאַכט, אָפּגעברענט געװאָרן. דראַזשנע“… װאָס רעדט איר? דראַזשנע אָפּגעברענט געװאָרן? פֿאַרפֿינצטערט בין איך געװאָרן! סטײַטש, איך האָב דאָך צו שטעקן אין דראַזשנע מיט אַזױ פֿיל געלט! בדיל־הדל!“… הײבט אים אָן פֿרױקע אױסרײדן דאָס האַרץ, אַז זײַנע קאָמיטעטן האָט דאָס נישט געשאַט, אַז אָנגערירט האָט דאָס נאָר די אָרעמעלײַט. נאָר גײ רײד, אַז יענער װיל נישט הערן. ברעכט די הענט, לױפֿט אַרום איבערן שטוב, װי אַ משוגענער, און שרײַט אין אײן קול: „אומגליקלעך! בדיל־הדל! איר זאָלט מיט מיר גאָר נישט רײדן אַצינד! איר האָט מיר דערהרגעט מײַן קאָפּ! איך װעל דאָס נישט אױסהאַלטן!“…
„געזעסן, געזעסן, האָבן מיר זיך אױפֿגעהױבן: „אַ גוטן טאָג, רב יואל“. אַ קוש די מזוזה ― און מיר גײען װײַטער. אַרױסגעגאַנגען פֿון דאָרטן, רופֿט זיך אָן צו אונדז פֿרױקע־שײגעץ: „הערט איר, ייִדן? זאָל מײַן נאָמען נישט הײסן אפֿרים קאַץ, אױב איך שלעפּ נישט אַרױס בײַ אָט דעם כּלבֿ קײן הונדערטער אױף די דראַזשנער נשׂרפֿים!“ „װאָס רעדסטו, פֿרױקע, ביסט משוגע?“ „װאָס אַרט אײַך? אַז איך זאָג אײַך, איך נעם געלט, מעגט איר זיך שױן פֿאַרלאָזן ― איך הײס אפֿרים קאַץ“.
„כּך־הװה. װעט איר הערן װײַטער. אין אַ פּאָר טעג אַרום פֿאָרט מיט דער באַן אונדזער נגיד רב יואל טאַשקער קײן טאָלטשין אױפֿן יאַריד, און דער שכן זײַנער, קאָמפּאַניעװיטש, פֿאָרט אױך, און נאָך ייִדן, טאָלטשינער און אומאַניער ― אַ פֿולער װאַגאָן, און מע רעדט, מע שמועסט, אַלע אינאײנעם, װי געװײנטלעך. גאַנץ באַזונדער, אין אַ װינקעלע, זיצט זיך יואל טאַשקער פֿאַרשטעקט, קוקט אַרײַן מיט אײן אױגל אין אַ „חוק־לישׂראל“, װי געװײנטלעך. װאָס געהער ער זיך אָן מיט די אַלע ייִדן? ובפֿרט מיט אָט דעם הולטײַ קאָמפּאַניעװיטש, װאָס ער קאָן זײַן געגאָלט פּנים נישט אָנקוקן? נאָר, װי אױף צו־להכעיס, האָט זיך אָט דער קאָמפּאַניעװיטש אַװעקגעזעצט אַקוראַט אַקעגן אים און שװײַגט. רבונו של עולם, טראַכט זיך יואל, װי אַזױ װערט מען פּטור פֿון אָט דעם טרײפֿניאַק? אַריבערגײן אין צװײטע קלאַס ― איז אַן עבֿירה געלט. בלײַבן דאָ ― קאָן ער נישט צוזען אָט די געגאָלטע מאָרדע מיט די ממזרישע אױגן. בקיצור, גאָט האָט געטאָן אַ נס, אױף דער ערשטער סטאַנציע טראָגט אָן גאָט אַ באַקאַנטן, לאָז זיך אײַך דאַכטן, טאַקע פֿרױקע־שײגעץ. אונדזער טאַשקער האָט דערזען פֿרױקען, האָט ער זיך ממש מחיה געװען. אַ נײַע הױט אױף אים געקומען. עס װעט זײַן מיט װעמען צו רײדן אַ װאָרט. „װוּהין פֿאָרט דאָס אַ ייִד?“ „װוּהין פֿאָרט איר?“ ― מע האָט זיך צערעדט. פֿון װאָס? נעכטיקע טעג, לאָקש־בױדעם־ציבעלע, אױפֿן הימל אַ יאַריד. אַהין־אַהער, מען איז אַרױף אױף אַ שמועס, װאָס יואל טאַשקער האָט דאָס נישט פֿײַנט. „הײַנטיקע קינדער, פּוסטע בחורים, אױסגעלאַסענע טעכטער, הפֿקר אַ װעלט“. פֿרױקע־שײגעץ האָט אױפֿגעמישט אַן אַלטע מעשׂה מיט דער אומאַניער שנור, װאָס איז אַנטלאָפֿן מיט אַן אָפֿיציר. און אַ מעשׂה מיט אַ בחור, װאָס האָט חתונה געהאַט אין צװײ שטעט. און נאָך אַ מעשׂה מיט אַ ייִנגל, װאָס האָט נישט געװאָלט לײגן קײן תּפֿילין, האָט אים דער טאַטע געשלאָגן, האָט ער אים געשלאָגן צוריק. „געשלאָגן צוריק? אַן אײגענעם טאַטן?!“ ― און עס װערט אין װאַגאָן אַ טומל. אַלע װערן אױפֿגערעגט, און מער פֿון אַלעמען אונדזער יואל טאַשקער: „מײַנע װערטער, כע־כע! געװאָרן אַ הפֿקרות! ייִדישע קינדער װילן נישט דאַװנען! װילן נישט לײגן קײן תּפֿילין!“… „תּפֿילין לײגן בין איך אײַך מוחל! ― רופֿט זיך אָן פּלוצעם קאָמפּאַניעװיטש, װאָס האָט די גאַנצע צײַט ביז אַהער געשװיגן. ― תּפֿילין קאָנט איך אײַך יאָ לײגן און נישט לײגן. דאָס אַרט מיך נישט. מיך אַרט אַ סך מער דער טלית־קטן. מיך ברענט אױף אונדזערע יונגעלײַט, פֿאַר װאָס זײ טראָגן נישט קײן אַרבע־כּנפֿות. מילא, תּפֿילין ― איז אַן אַרבעט: מע דאַרף זײ אָנטאָן, מע דאַרף זײ אױסטאָן. אָבער טראָגן אַ טלית־קטן ערגעץ אונטער אַ העמד ― װער זעט מיך?“
„אָט אַזױ האָט זיך אָט דער אַפּיקורס קאָמפּאַניעװיטש צעדרשעט שטיל און נישט געכאַפּט און אַזױ ערנסט, אַז װען עס פֿאַלט אַראָפּ, לאָז זיך אײַך דאַכטן, אַ דונער, אָדער װען דער װאַגאָן קערט זיך איבער, װאָלט אונדזער טאַשקער זיכער נישט באַדאַרפֿט זײַן מער איבערראַשט. „װאָס הײסט דאָס? משיחס צײַטן! אָט דער קאָלבאַסניק רעדט פֿון טלית־קטנס? פֿון אַרבע־כּנפֿות?! און ער רופֿט זיך אָן ― נישט צו קאָמפּאַניעװיטשן, נײן ― נאָר צו פֿרױקען: „װאָס זאָגסטו אױף דעם צדיק אין פּעלץ, כע־כע? ער רעדט אױך פֿון טלית־קטנס, אַרבע־כּנפֿות!“ „פֿאַרװאָס נישט? ― זאָגט צו אים פֿרױקע, כּלומרשט תּמעװאַטע. ― זײ זײַנען דען קײן ייִדן נישט?“
„דאָס האָט שױן יואל טאַשקער נישט געקאָנט אַריבערטראָגן: ערשטנס, װאָס איז דאָס פֿאַר אַ „זײ“? און, צװײטנס, װאָס איז קאָמפּאַניעװיטש פֿאַר אַ ייִד? „כע־כע, אַ שײנער ייִד! אַ ייִד, װאָס שטעלט אַ סאַמאָװאַר אום שבת. אַ ייִד, װאָס פֿרעסט אַ פֿלײשיקן װאַרעמעס אום תּישעה־באָבֿ. אַ ייִד, װאָס טובֿלט אַפֿילו נישט דאָס געפֿעס אױף פּסח! אָט אַזאַ ייִד רעדט פֿון טלית־קטנס, אַרבע־כּנפֿות?!“… „װאָס־זשע איז? ― מאַכט צו אים פֿרױקע װידער תּמעװאַטע, ― װאָס געהער זיך אָן, רב יואל, דאָס צו דעם? אַ ייִד װי קאָמפּאַניעװיטש קאָן טאַקע טאָן אַלצדינג, װאָס איר רעכנט אױס, און אַ טלית־קטן אונטערן העמד איז בײַ מיר רעכט, אַז זײ זאָלן יאָ טראָגן“. „װער? אָט דער גלוח? ― צעשרײַט זיך נעבעך טאַשקער אױף אַ קול, ― אָט דער הולטײַ? אָט דער פּושע־באלקי־ישׂראל?!“…
„אַלע ייִדן בלײַבן שטיל, קוקן אױף דעם קאָמפּאַניעװיטשן, און קאָמפּאַניעװיטש שװײַגט. פֿרױקע־שײגעץ שװײַגט אױך. נאָכדעם טוט ער זיך אַ כאַפּ־אױף, פֿרױקע הײסט עס, װי אַ מענטש, װאָס האָט זיך אײַנגעשטעלט אױף צו גײן אין אַ ריזיקע: „װײסט איר װאָס, רב יואל? איך גײ מיט דעם גאַנג, אַז אַ ייִדישע נשמה קאָן מען נישט שאַצן. קױם רעדט אַ ייִד פֿון טלית־קטן, מסתּמא טראָגט ער אַלײן אַ טלית־קטן. איך שטעל אײַן אַ הונדערטער אױף דראַזשנער נשׂרפֿים. שטעלט איר אױך אײַן אַ הונדערטער, און לאָמיר זײ בעטן טױזנט מאָל מחילה, אײַער שכן הײסט עס, זײ זאָלן פֿאַר אונדז צעשפּיליען די קאַפּאָטע מיטן העמד און װײַזן, צי זײ טראָגן אַ טלית־קטן, צי נײן?“ ― „גערעכט, גערעכט!“ ― רופֿט זיך אָן דער גאַנצער עולם און מע הײבט זיך אָן היצן און פּילדערן און עס װערט פֿרײלעך אין װאַגאָן. נאָר אײן קאָמפּאַניעװיטש זיצט זיך, װי אַ זײַטיקער ― און שאַ. גלײַך, װי נישט אים מײנט מען. און אונדזער יואל טאַשקער? דער איז נעבעך אױסגעשטאַנען אין דער מינוט אַ שװיצבאָד. טאַקע אַ שטיק חיבוט־הקבֿר. אױף זײַן לעבן האָט ער זיך נישט געװעט מיט קײנעם אױף קײן צװײ גראָשן. פּלוצעם זאָל ער אַװעקשטעלן אַ גאַנצן הונדערטער! און װאָס װעט זײַן, לא יעלה ולא יבֿוא, טאָמער טאַקע חלילה טראָגט אָט דער כּל־בוניק אַ טלית־קטן?… צוריק אָבער טוט ער זיך אַ טראַכט: „עט־נו! קאָמפּאַניעװיטש? אָט דער משומד? מײַן קאָפּ זאָל מיר דעמאָלט קרענקען!“ און ער נעמט זיך אָן מיט האַרץ, צעגאַרטלט זיך, נעמט אַרױס אַ הונדערטער, און מע קלײַבט אױס צװײ פֿרעמדע, נאָר לײַטישע ייִדן אין װאַגאָן און מע לײגט אײַן בײַ זײ דאָס געלט, און מע טוט זיך אַ נעם צו קאָמפּאַניעװיטשן, ער זאָל זיך אױסטאָן ― װער? װאָס? אַ נעכטיקער טאָג! קאָמפּאַניעװיטש האָט זיך צערעדט: װאָס בין איך, זאָגט ער, עפּעס אַ ייִנגעלע? צי אַ קאָמעדיאַנשטשיק? װאָס הײסט ― איך װעל נעמען און װעל מיך אױסטאָן נאַקעט פּלוצעם אין מיטן העלן טאָג אָט דאָ אין װאַגאָן פֿאַר אַן עדה ייִדן?“…
„דערהערט אַזעלכע דיבורים, איז אונדזער יואל טאַשקער געװאָרן גרעבער װי לענגער. „אַהאַ! ― מאַכט ער צו פֿרױקען מיט אַ ליכטיק פּנים, ― װער איז גערעכט? איך, צי דו? איך קען מײַנע לײַט! פֿון טלית־קטנס גאָר רעדט אַזאַ ייִד, כע־כע!“
„איז דאָך שלעכט. טוען זיך אַ נעם אַלע ייִדן צו קאָמפּאַניעװיטשן: „סטײַטש, אַזאַ זאַך! ממה־נפֿשך, אָדער אַהין, אָדער אַהער. באַרעכנט אײַך: סײַ־װי־סײַ, אַ הונדערטער אױף די אומגליקלעכע נשׂרפֿים!“ „אױף די אומגליקלעכע נשׂרפֿים!“ ― העלפֿט זײ אונטער יואל טאַשקער און קוקט גאָרנישט אױף קאָמפּאַניעװיטשן. „ייִדן נעבעך ליגן מיט װײַב און קינדער אין דרױסן אונטערן הימל!“ ― רעדט מען װײַטער איבער קאָמפּאַניעװיטשן. „נעבעך אין דרױסן אונטערן הימל!“ ― העלפֿט אונטער יואל טאַשקער. „װי האָט דאָס נישט אַ ייִד קײן גאָט אין האַרצן?“ „קײן גאָט אין האַרצן?“ ― זאָגט יואל טאַשקער איטלעכס װאָרט.
„אַהין־אַהער, מע האָט קױם געפּועלט בײַ אָט דעם קאָמפּאַניעװיטשן, ער זאָל אױפֿשפּיליען מחילה די קאַפּאָטע מיטן זשילעט, מיטן אײבערשטן העמד ― און שטעלט אײַך פֿאָר אַ טיפּ: אָט דער קאָמפּאַניעװיטש טראָגט אונטערן העמד אַ טלית־קטן. אָבער אַ טלית־קטן! אַ גרױסן, אַ כּשרן, אַ בערשעדער טלית־קטן מיט בלױע תּכלת און מיט גראָבע כפֿול־שמונהדיקע רבנישע ציצית ― כאַ־כאַ־כאַ! צװישן טלית־קטנס אַ טלית־קטן! דאָס קאָן נאָר אַזאַ גנבֿ, װי פֿרױקע־שײגעץ! אמת, ער האָט טאַקע אָנגעװױרן נאָכדעם יואל טאַשקערן פֿאַר אַ קונד. פֿרױקע טאָר זיך אים עד־היום פֿאַר די אױגן נישט װײַזן. דערפֿאַר האָט ער אָבער אַרױסגעצױגן פֿאַר די דראַזשנער נשׂרפֿים אַ הונדערטער, אַ גאַנצן הונדערטער, און בײַ װעמען? בײַ אַ נגיד אַ קמצן, אַ חזיר, װאָס האָט אױף זײַן לעבן קײן נדבֿה נישט געגעבן, קײן שטיקל ברױט אַן אָרעמאַן! מעג נישט קומען אױף אים קײן מיתה־משונה? איך מײן טאַקע אָט דעם פֿרױקען מײן איך“…