אױפֿן לײַװנט אַ נגידיש הױז פֿון אַלטפֿרענקישן שטאַט. אַלטפֿרענקיש, נאָר רײַך מעבל. אַלטמאָדישע בילדער, צװישן זײ נאַפּאָלעאָן דער ערשטער, קײסער אַלעקסאַנדער, אױך אַלטע ייִדישע גדולים און גאונים, מעשענע העסעס אױף די װענט מיט סטריגעװע ליכט. פֿון דעם גלעזערנעם אַלטן שראַנק קוקן־אַרױס גאָלדענע און זילבערנע כּלים. צװישן זײ אַן אַלטער בעכער, אַן אַלטער הדס. גאַנץ פֿאָרנט בײַ דער טיר אַ גרױס זילבערן חנוכּה־לעמפּל, פֿיליגראַנע אַרבעט, אונטערגעהאַלטן מיט צװײ לײבן; אױבן פֿױגלען מיט מאָדנע אױסגעדרײטע קעפּ. אַלץ איז פֿאַרטיק צו בענטשן חנוכּה־ליכטלעך. דער בעל־הבית אַלײן, רב אַבֿרהמעלע װײראַך, אַ גבֿירישער יונגערמאַן, אַ טאַטע פֿון קינדער, שטײט גרײט מיטן װעקסן ליכטל (דער שמשׂ) אין האַנט; ער װאַרט נאָר אױף דער בעל־הביתטע מיט די דינסטן ― זײ זאָלן אַרײַנקומען פֿון קיך הערן אים חנוכּה־ליכטלעך בענטשן. עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומט ־אַרײַן פֿריִער די בעל־הביתטע, נחמה װײראַך, אַ װײַבל אַ יפֿת־תּואר, אַ סך צירונג; איר גײט־נאָך אַ קינד, אַ ייִנגעלע פֿון אַ יאָר זיבן־אַכט, מיט אַ זײַדן העמדעלע און מיט אַ גאָלד געאַרבעט סאַמעטן יאַרמעלקעלע אױפֿן קאָפּ. באַלד קומען־אָן אױך די דינסטן, אַ ייִדענע אַ קעכין, אַ מײדל אַ פּאָקאָיאָװע, אַ יונג אַ משרת מיט פֿעטע באַקן און אַ ציקאַװע ייִדל אַ מלמד אין אַן אַטלעסענער קאַפּאָטע מיט אַ פּעלצן קאַפּעליושל אױפֿן קאָפּ. רב אַבֿרהמעלע װײראַך מאַכט די ברכה, בײגט זיך צו, צינדט־אָן די ליכטלעך, אַ ליכטל נאָך אַ ליכטל. דער גאַנצער עולם ענטפֿערט אָמן. אַלע פּנימער זאָגן אַרױס פֿרײד, אַלע אױגן פֿינקלען. רב אַבֿרהמעלע װײראַך נעמט־אַרױס דאָס בײַטעלע, גיט דעם קינד חנוכּה־געלט. די דינסטן גײען אָפּ. עס װערט אַ באַװעגונג אױפֿן עקראַן ― עס קומען־אָן אײנס נאָך אײנס געסט, קרובֿים, שכנים און גלאַט ייִדן בעלי־בתּים פֿון שטאָט. אַלע באַגריסן די בעלי־בתּים, גיבן דעם קינד חנוכּה־געלט. די געסט זעצן זיך אױס דערװײַל בײַ די קלײנע טישלעך. מע שפּילט װער אין דאָמינאָ, װער אין שאָך. מע גרײט צום טיש. מע שטעלט־אױס שטולן. דער בעל־הבית זעצט זיך אױבן־אָן. די בעל־הביתטע בעט דעם עולם צום טיש. די דינסטן טראָגן אַרײַן אין גרױסע פּאָלומעסקעס געבאַקענע לאַטקעס, שמאַלץ און גריװן און אַנדערע גוטע זאַכן. עס גיסט זיך װײַן, אַזױ װי װאַסער. דאָס קלײנע איציקל כאַפּט זיך אַלע מאָל אַרױס פֿון טיש, שפּילט אין דרײדל. אױפֿן עקראַן שפּיגלט זיך אָפּ דאָס דרײדל מיט די אותיות: נ. ג. ה. ש. דער עולם קלײַבט נחת פֿונעם קינד. מע טרינקט לחײם.
אױפֿן עקראַן דאָס זעלבע הױז ― באַנײַט. נײַע באַלעבאַטים. אין די שטריכן פֿונעם בעל־הבית איז צו דערקענען דעם קלײנעם איציקל. ער איז אױסגעװאַקסן. ער איז שױן אַלײן אַ גבֿיר, אַ גרױסער גבֿיר. זײַן נאָמען איז שױן איצט איסאַק אַבראַמאָװיטש. ער האָט אַ װײַב אַ גרױסע אַריסטאָקראַטקע. קלעאָפּאַטראַ דאַװידאָװנאַ רופֿט מען זי ― זי פֿירט די שטוב קוממיותדיק, הױך־הױך אַריסטאָקראַטיש. דאָס הױז איז דאָס זעלבע נאָר אַנדערע מעבל, אַנדערש באַפּוצט, מאָדערן־סטיל. פֿון די אַלטע העסעס איז נישטאָ קײן זכר. די אַלטע בילדער אַראָפּ. אױף זײער אָרט הענגען נײַע, מאָדערנע בילדער. מע װאַרט אױף געסט. עס שטײען טישלעך, גרינע טישלעך. אױף די טישלעך ליגן צוגעגרײט פּעשלעך קאָרטן, שטיקלעך קרײַד מיט בערשטעלעך ― דער גאַנצער קלאַפּער־געצײַג. אין װינקל בײַ דער טיר הענגט דאָס אַלטע זילבערנע חנוכּה־לעמפּל ― פֿון יוצא װעגן, צוליבן טאַטן ― אַן אַלטע טראַדיציע פֿאַרבליבן פֿון אַמאָליקע יאָרן.
איסאַק אַבראַמאָװיטשעס בן־יחידל, יאַשענקע, שפּילט זיך דאָרט ערגעץ מיט דער באָנע (אַ קריסטין). אַלע מינוט קומט יאַשענקע אַרײַן און אַרױס. די באָנע לױפֿט אים נאָך און שלעפּט אים אַװעק. אײנציקװײַז קומען זיך צונױף די געסט. לױטער אַריסטאָקראַטן, מיט זײערע װײַבער, דאַמען אַריסטאָקראַטקעס. אַלץ איז אױסגעפּוצט אױפֿן שענסטן אַרט. קלעאָפּאַטראַ דאַװידאָװנאַ נעמט־אױף די געסט. עס קומט אַרײַן פֿון אַ זײַטיק חדר דעם בעל־הביתס פֿאָטער, רב אַבֿרהמעלע װײראַך, שױן רעכט װײַס, גײט־צו צום לעמפּל, װאָס בײַ דער טיר, בײגט זיך צו, בענטשט חנוכּה־ליכטלעך. עס רײַסט זיך אַרײַן דער קלײנער יאַשענקע. קלעאָפּאַטראַ דאַװידאָװנאַ קוקט בײז אױף דער באָנע; יענע שלעפּט אים אַרױס.
אױף אַ מינוט טוט דער עולם אָן די היטלען. דער אַלטער בענטשט־אָפּ חנוכּה־ליכטלעך, גײט באַלד אַװעק. דער עולם איז איבערגעקומען. דאַנקען גאָט… מע טוט־אױס די היטלען, מע זעצט זיך אַװעק אַרום די גרינע טישלעך, מע נעמט זיך צו דער אַרבעט.
אױפֿן עקראַן ― אַ קינדער־חדרל. אַ סך שפּילעכלעך און צאַצקעס. אין װינקל צוגעגרײט אַ בױם ― אַ יאָלקע ― באַצײַטנס, לכּבֿוד קריסטמאַסChristmas: ניטל, פֿײַן צוגעקליבן, שױן מיט ליכטלעך, און װי מיט שנײ באַדעקט. יאַשענקע רײַסט זיך צו דער טיר. ער װיל דװקא אַהין, אין זאַל, װוּ די געסט. די באָנע האַלט אים דװקא צו, לאָזט אים דװקא ניט. ער רײַסט זיך, און זי לאָזט אים נישט. יאַשענקע דאַרף ניט זען, װי מע בענטשט חנוכּה־ליכטלעך. קלעאָפּאַטראַ דאַװידאָװנאַ האָט אַזױ געהײסן!…
אױפֿן לײַװנט די זעלבע זאַל. איסאַק אַבראַמאָװיטש װײראַך שױן אױך װײַסלעך געװאָרן. קלעאָפּאַטראַ דאַװידאָװנאַ װײראַך איז די זעלבע קלעאָפּאַטראַ דאַװידאָװנאַ, נאָר שױן נישט אַזױ גײַציק, װי פֿריִער. אַ שטילע מרה־שחורה ליגט אױף זײערע פּנימער, װי אױך אױף די פּנימער פֿון די געסט, װאָס קומען שױן נישט מיט אַזאַ אימפּעט און זעצן זיך ניט אַזױ האַסטיק צו די גרינע טישלעך. קענטיק, אַז יעדער טראָגט אַ זאָרג בײַ זיך אין האַרצן, טיף פֿאַרבאָרגן. דאָס אַלטע זילבערנע חנוכּה־לעמפּל הענגט זיך אַלץ אױפֿן זעלבן אָרט, בײַ דער טיר. נאָר נישט דער אַלטער רב אַבֿרהמעלע װײראַך גײט־צו בענטשן חנוכּה־ליכטלעך. דער אַלטער רב אַבֿרהמעלע װײראַך איז שױן לאַנג אױפֿן הײליקן אָרט. דאָ אין זאַל, אין אַ שװאַרצער ראַם געפֿאַסט, הענגט זײַן בילד ― אַ גרײַז־גרױער מאַן מיט טיף־פֿאַרזאָרגטע אױגן. חנוכּה־ליכטלעך בענטשט אַ יונגער בחור, אַ סטודענטל מיט רױטע בעקלעך. נאָכן פּנים איז צו דערקענען, װער דאָס איז. דאָס איז יאַשענקע אַזױ אױסגעװאַקסן. אַרום אים ― נאָך עטלעכע סטודענטלעך, אַלע אין די היטלען. נאָך די סימנים פֿון זײערע פּנימלעך און באַװעגונגען איז צו דערקענען, אַז די געסט זײַנען טײלװײַז איבערראַשט, טײלװײַז צופֿרידן: „װײראַכס זונדל שײַנט אַ ציוניסט“… טאַטע־מאַמע קוקן זיך איבער אַביסל פֿאַרשעמט. קלעאָפּאַטראַ דאַװידאָװנאַ פֿײַערט. זי האָט זיך קײנמאָל נישט געריכט, אַז בײַ זײ זאָל אױסװאַקסן אַזעלכעס… אַזעלכעס… זי קנײטשט מיט די פּלײצעס, זי ברעכט די הענט, זי קוקט פֿאַרזאָרגט אױף איר קינד און אױף די געסט, האַלב געשמײכלט, האַלב גרײט צו בעטן בײַ זײ מחילה, גלײַך װי זי װאָלט זיך פֿאַרזינדיקט קעגן עמעצן.
אירע אױגן זאָגן:
― די װעלט גײט צוריק!… װער װײס, װער װײס, װאָס מיר װעלן נאָך דערלעבן?…