אָט אַזאַ מין קאַרטל האָב איך געטראָפֿן בײַ זיך אױפֿן טיש הײַנטיקן חנוכּה פֿון מײַנעם אַ גוטן באַקאַנטן, אַן אױפֿגעקומענעם, פֿריש־געבאַקענעם גבֿיר, פּלאַטאָן פּאַנטאַלאָנאָװיטש לאָקשנטאָפּאָװ.
מילא, דעם פּשט פֿון די װערטער „נאַ טשאַשקו טשאַיוна кашку чаю: אױף אַ גלעזל טײ“ פֿאַרשטײט דאָך יעדער אײנציקער גאַנץ גוט: אַ „װינט“, אַ „פּרעפֿעראַנס“, אַ „זעקס און זעכציק“, אַן „אָקע“, אָדער אַ „סטוקלקע“… נאָר דער „פּאָ סלוטשאַיו חנוכּהпо случаю хануко: צוליב חנוכּה“ ― װאָס לאָזט ער מיך דאָ הערן? װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז פּלאַטאָן פּאַנטאַלאָנאָװיטש מיט חנוכּה, אַז דאַװנען גײט ער שױן הײַנט נאָר אײן מאָל אין יאָר, אי דאָס ― אין כאָרשול, אין שטוב הערט מען שױן ניט בײַ אים אַ ייִדיש װאָרט ― איבער דער באָנע, די באָנע זאָל חלילה ניט לאַכן, און „ציוניסטן“ האָט ער פֿײַנט, קען ניט הערן דעם נאָמען זײערן?
― װאָס האָט איר צו זײ? ― האָב איך אַמאָל אַ פֿרעג געטאָן אױף ציקאַװעס. ― װאָס האָבן זײ אײַך אַזעלכעס געטאָן, די ציוניסטן?
― ציוניסטן? ― איך בעט אײַך, דערמאָנט מיר ניט דעם נאָמען זײערן! איך… איך… איך האָב זײ פֿײַנט! איר מײנט מחמת װאָס? מחמת איך האָב פֿײַנט אַ ייִדן? חלילה־וחס! אַדרבא, בײַ מיר אַ ייִד איז דװקא מיטן גרעסטן כּבֿוד; כאָטש אַפֿילו אונדזערע ייִדעלעך, צװישן אונדז רײדנדיק… גאָר ניט… װי זאָגט איר, כאַטאַ פּאָקרעשקעхата покрешке: דאָס הױז איז ברעכעװדיק… נאָר אין שטוב בײַ מיר האָב איך ליב, ס'זאָל זײַן ייִדיש: פּסח ― מצה, סוכּות ― פּירעזשקעס מיט האָניק, פּורים ― דאָס, װי אַזױ הײסט דאָס? המן־טאַשן, טײגלעך, פֿאַרפֿל, מאָנדלעך, קישעלעך און די אַלע איבעריקע גוטע זאַכן… ― אַזױ זאָגט צו מיר פּלאַטאָן פּאַנטאַלאָנאָװיטש און באַלעקט זיך אַזש.
נאָך אַ סך זאַכן איז פּלאַטאָן פּאַנטאַלאָנאָװיטשן פֿאַרבליבן פֿונעם ייִדישקײט, װאָס ער קען זיך מיט דעם ניט צעשײדן, למשל: פֿיש געפֿעפֿערטע מיט כרײן, „פּעטשאַ“ מיט געטריקנטע פּענעצלעך מיט קנאָבל, פֿלײשיקע קרעפּלעך צו דער יױך ― דאָס װאָלט ער אַ בעלן געװען אַלע טאָג, און אַ ייִדיש ראָסלפֿלײשל מיט לעבערלעך און מיט פּופּיקלעך ― דאָס חיות! ער װאָלט מוחל געװען צען ביפֿסטײקן פֿאַר אײן ייִדיש העלדזל, מיט מעל אָנגעפֿילט און מיט אַ פֿאָדעם פֿאַרנײט. ער װאָלט אַװעקגעגעבן פֿופֿצן קאָמפּאָטן פֿאַר אײן ייִדישן צימעס מיט מערן, גוט געבראַזשעטброжение: פֿערמענטירט, מיט מעל פֿאַרפּראַװעט, און אַ שטיקל ברוסט זאָל זײַן דערבײַ; דאָס שטיקל ברוסט אַז מע פֿעפֿערט צו, איז דאָך אַ כּפּרה אַלע מאָדנע פֿלײשן מיט די הײַנטיקע װוּרשטן מיט די װאַרשעװער שינקעס, װאָס ייִדן מוטשען זיך, זײ װילן ס'זאָל האָבן אַ ייִדישן טעם און אַ פּנים פֿון חזיר…
הקיצור, איך האָב מיך פֿאַררעדט פֿון עסנװאַרג און האָב פֿאַרגעסן, אַז איך האָב באַקומען אַן אײַנלאַדונג פֿון פּלאַטאָן פּאַנטאַלאָנאָװיטש „פּאָ סלוטשאַיו חנוכּה נאַ טשאַשקו טשאַיו“…
אָנגעקלונגען בײַ דער טיר און אַרײַנגעקומען אין שטוב אַרײַן, האָט מיר אַ זעץ געטאָן אין פּנים אַרײַן אַ ליכטיקײט מיט אַ װאַרעמקײט מיט אַ הו־האַ פֿון די געסט. און עס האָט זיך געלאָזט הערן דאָס באַקאַנטע װאָרט: „פּאַססpass: איך נעם ניט מײַן רײ!“ אַקעגן מיר איז אַרױסגעקומען דער באַלעבאָס אַלײן. גוט געפּאַקט, מיט אַ בײַכל און מיט אַ ליסינע און מיט אַ פֿרײַנטלעך שמײכל, װאָס איז אָנגעגרײט נאָך פֿון פֿריִער לכּבֿוד די געסט. איך האָב מיך ניט געקענט אײַנהאַלטן און האָב אים אַ פֿרעג געטאָן טאַקע דאָ אױפֿן אָרט:
― זאָגט מיר, איך בעט אײַך, מײַן ליבסטער פּלאַטאָן פּאַנטאַלאָנאָװיטש, װאָס איז אײַך עפּעס אױסגעקומען פּלוצעם „לכּבֿוד חנוכּה“?
― פֿרעגט מיך עפּעס גרינגערס. ― מאַכט ער צו מיר און נעמט מיך אונטער דער האַנט, װי אַ מחותּן פֿון חתנס צד, און פֿירט מיך צו צו דער מאַדאַם לאָקשנטאָפּאָװ, און אַלײן גליטשט ער זיך אַרױס פֿון מײַנע הענט.
די מאַדאַם לאָקשנטאָפּאָװ, פּאַנטאָמינאַ פּאַנטעלעמאָנאָװנאַ, אױך אַ היפּשע שטיק, אָנגעטאָן אין גאָלע זײַדנס, אײַנגעטונקען אין בריליאַנטן, צו פֿינף־זעקס רינגען אױף איטלעכן פֿינגער, װי אַ שאַנסאָנעטעchanson: ליד זינגערין, האָט מיך באַגעגנט מיט זײער אַ זיס שמײכעלע: אײנס פֿון די שמײכעלעך, װאָס ס'איז בײַ איר צו קריגן צו יעדער צײַט. זי איז געזעסן בײַ אַ גרױסאַרטיקן סאַמאָװאַר און צעגאָסן טײ אין די גלעזער מיט אַ מאָס, גלײַך װי מע צעגיסט קרײַטער אױף אַ רפֿואה. אױפֿן גרױסן שײן־אױסגעבעטן טיש שטײען אױסגעשטעלט גרױסע הױכע פּיראַמידן, טאָרטן אַזעלכע, װאָס אַז מע טוט אַ קוק אױף זײ, פֿאַרשטײט מען, אַז זײ זײַנען געמאַכט געװאָרן ניט אױף צו עסן; איר װײסט אַפֿילו ניט, פֿון װאַנען, װי אַרום הײבט מען זײ אָן צו עסן? איר װעט דאָך ניט אױפֿשטײן אין מיטן דרינען, כאַפּן אַ מעסער, צי אַ גאָפּל, און אומװאַלגערן אַזאַ מאַכינע, אַזאַ בױדעם! װאָס פֿאַר אַ פּנים װעט איר האָבן נאָכדעם בײַ זיך אַלײן, אַז איר װעט צעװאַלגערן דעם דאָזיקן בױדעם און צעגיסן דעם קרעם אױפֿן טישטעך? די מאַדאַם װעט אײַך דװקא זאָגן מיט אַ שמײכעלע: „ניטשעװאָничего: גאָרניט, עס מאַכט ניט אױס!“ נאָר איר דאַרפֿט שױן פֿאַרשטײן װאָס דער „ניטשעװאָ“ באַטײַט… גלײַכער, זאָג איך אײַך, איר זאָלט בעסער ניט נאָכגעבן דעם יצר־הרע; מע האָט אַנידערגעשטעלט אַ טאָרט ― לאָז ער שטײן געזונטערהײט!… דאָס אײגענע איז מיט די באַרן, מיט די עפּל און מיט די מאַראַנצן. איר זעט, דוכט זיך, פֿאַר אײַערע אױגן אַ גאַנצן אוצר מיט באַרן, מיט עפּל און מיט מאַראַנצן; נאָר לאָז זיך אײַך ניט גלוסטן! זײ ליגן אַזױ קונציק אױסגעלײגט: אַ שורה עפּל, אַ שורה באַרן, אַ שורה מאַראַנצן, אַרומגעלײגט בײַ די זײַטן מיט קאָנפֿעקטן, ראָזשינקעס און טײטלען, נאָר אַזױ ממזריש, אַז אױב איר װילט אַרױסבאַקומען, למשל, אַ באַר, אָדער אַן עפּל, מוזט איר אָנרירן אַלע איבעריקע שכנים ― און עס הײבן אָן פֿאַלן און שפּרינגען אױפֿן טיש, און פֿונעם טיש אױף דער ערד, אײן עפּל נאָכן אַנדערן, אײן מאַראַנץ נאָך דער אַנדערער, ― דעמאָלט, עס זאָל זיך אײַך עפֿענען אַ גרוב, װאָלט איר, דוכט זיך, בעסער אין דער ערד אַרײַן, אײדער נאָכלױפֿן צונױפֿקלײַבן די עפּל, װאָס קאַטשען זיך אונטערן טיש!… דאָס אײגענע איז מיטן אײַנגעמאַכטס און מיט די אַלע איבעריקע זיסע זאַכן, װאָס שטײען אױסגעשטעלט אױפֿן טיש. קוקט ניט, װאָס ס'איז צוגעגרײט געװאָרן טעלערלעך, מיט שעלעכלעך, מיט לעפֿעלעך, מיט געפּעלעך אָן אַ שיעור. איר קענט, חלילה, אַ נעם טאָן ניט מיט דעם לעפֿל, װאָס מע דאַרף, און ניט אין יענעם שעלעכל, װאָס מע דאַרף, פֿאַרגיסן און אָנאַרבעטן אַ חתונה ― װאָס טױג עס אײַך? איר װילט אַ שטיקל לעקעך מיט אײַנגעמאַכטס? ― װעט איר עסן אין דער הײם. דאָ מוזט איר טרינקען אַ קאַלט גלאָז טײ, ביטער װי גאַל, זיצן אין געהאַקטע װוּנדן און שמײכלען, גלײַך װי ס'איז אײַך גוט װי די װעלט.
― װי אַזױ טרינקט איר טײ ― מיט לימענע, צי אָן לימענע? ― פֿרעגט מיך פּאַנטאָמינאַ פּאַנטעלעמאָנאָװנאַ מיט אַ זיס שמײכעלע, ― אײנס פֿון יענע שמײכעלעך, װאָס איז בײַ איר צו קריגן צו יעדער צײַט, און װאַרפֿט מיר אַרײַן אַ שטיקל לימענע אין גלאָז, בכדי די טײ זאָל זײַן, אַ פּנים, נאָך ביטערער. אַקעגן מיר, בײַם טיש, זיצט אַ יונגערמאַן מיט אַ רירעװדיק פּנים און מיט גילדענע ברילן, װאָס קענען זיך ניט האַלטן בײַ אים אױף דעך נאָז, ניט מחמת די נאָז איז דערצו ניט מסוגל, נאָר מחמת דער יונגערמאַן אַלײן זיצט ניט אײַן אױף קײן אָרט; אַז ער רעדט, רעדט ער ניט נאָר מיט הענט ― מיט אַלע אבֿרים. עס װײַזט אױס, אַז מיט מײַן אַרײַנקומען האָב איך זײ איבערגעשלאָגן אין מיטן אַ שמועס, װאָרעם אַז איך האָב מיך אַנידערגעזעצט צו דער טײ, האָט דער יונגערמאַן מיט די ברילן אױף דער נאָז אָנגערופֿן זיך צו דער מאַדאַם:
― װאָס־זשע איז פֿאָרט אַזעלכעס, אײגנטלעך, חנוכּה?
― איך זאָג דאָך אײַך, אַז חנוכּה איז אַזאַ יום־טובֿ, װאָס… װאָס מע רופֿט אים חנוכּה… שאַ, אָט װעלן מיר פֿרעגן בײַ זײ; זײ קערן װיסן אַקוראַט.
אַזױ זאָגט צו אים פּאַנטאָמינאַ פּאַנטעלעמאָנאָװנאַ, אָנװײַזנדיק אױף מיר, און טוט זיך אַ כאַפּ:
― פּאַרדאָן! איך האָב גאָר פֿאַרגעסן, אַז איר זײַט נאָך ניט באַקאַנט. סאָלאָמאָן נאַומאָװיטש שלום־עליכם ― אַ ייִדישער שריפֿטשטעלער; פֿאַנפֿאַראָן פֿאַראַאָנאָװיטש יאָנטעװזאָן ― מײַנער אַ קאַוזען (אַ שװעסטערקינד).
האָבן מיר זיך בײדע אױפֿגעכאַפּט פֿון די ערטער, צוגעלאָפֿן אײנער צום אַנדערן, גלײַך װי מיר װאָלטן גרײט געװען פֿאַלן אײנס אױף דאָס אַנדערע אױפֿן האַלדז; אין אמתן האָבן מיר נאָר אָפּגעמאַכט די געװיסע צערעמאָניע פֿון באַקענען זיך. זיך באַקענט, זעצן מיר זיך צוריק צום טיש, און יאָנטעװזאָן רוקט זיך צו צו מיר אַ ביסל נענטער און רופֿט זיך אָן:
― האָט איר געהערט אַ ביסל? איך װיל װיסן װאָס איז חנוכּה, איך גײ אױס, ― אַז װעמען איך פֿרעג װאָס איז חנוכּה פֿאַר אַ יום־טובֿ ― װײס קײנער ניט װאָס צו ענטפֿערן.
― װי קומט דאָס, ― זאָג איך, ― אַז אַ ייִד, װאָס הײסט יום־טובֿ־זאָן, זאָל ניט װיסן װאָס חנוכּה איז פֿאַר אַ יום־טובֿ?
― ס'איז אײַך אַ חידוש? מאַכט ער צו מיר און רוקט זיך צו נאָך נעענטער. ― איך קען זיך מיט אײַך װעטן אױף װיפֿל איר װילט, אָט זיצן דאָרט אין זאַל אפֿשר אַ האַלבע מאה ייִדן, אױב עס װעט זיך געפֿינען אַפֿילו אײנער, װאָס װעט אײַך זאָגן, װאָס איז חנוכּה, גיב איך אײַך מײַן קאָפּ!
― װאָס טױג מיר אײַער קאָפּ? ― זאָג איך. ― לאָמיר זיך בעסער װעטן אױף געלט.
― אַך! װעטן זיך! מיטן גרעסטן פֿאַרגעניגן! ― מאַכט צו מיר יאָנטעװזאָן און כאַפּט זיך אױף פֿונעם אָרט. ― צו װיפֿל גײען מיר אין געװעט?
― צו פֿינפֿאונצװאַנציקער?
― צו פֿינפֿאונצװאַנציקער! אָפּגעדאַנקט דער מאַדאַם פֿאַר דער טײ און באַקומען פֿון איר נאָך אַמאָל דאָס זיסע שמײכעלע, לאָזן מיר זיך בײדע אין דער גרױסאַרטיקער ליכטיקער זאַל אַרײַן. די לאָמפּן ברענען; די גרינע טישלעך זײַנען בײַ־זעצט מיט אַלערלײ פּאַרשױנען, צום מײנסטן, מיט קײַלעכיקע גלאַנצנדיקע ליסינעס; די גלאַנצנדיקע ליסינעס שפּיגלען זיך אָפּ אין די הױכע שײנע שפּיגלען; עס הערט זיך אַ הו־האַ, אַ גערעדערײַ פֿון אַ סך מײַלער, נאָר מער פֿון אַלץ לאָזט זיך הערן דאָס װאָרט „פּאַסס!“
מיר הײבן אָן שפּאַצירן פֿון אײן טישל צום אַנדערן. מען איז שטאַרק באַשעפֿטיקט און שטאַרק אױפֿגעטראָגן אײנס אױף דאָס אַנדערע פֿאַר אַ שלעכטן גאַנג. דער האָט טענות, דער פֿאַרענטפֿערט זיך; דער בײַט זיך מיט די ערטער, דער טאַשט קאָרטן, גיך־גיך, מע האָט קײן צײַט ניט, גלײַך װי אָט באַלד װעט מען קלינגען דאָס דריטע מאָל און מע װעט חלילה עפּעס פֿאַרשפּעטיקן. מיר גײען צו צו אַ טישל, װוּ פֿיר באַיאָרנטע מענטשן, אַלע מיט װײַסע קײַלעכיקע גלאַנצנדיקע ליסינעס, שפּילן אין „װינט“. אָפּגעענטפֿערט מיר אױף מײַן „גוטן אָװנט“ מיט אַ גרינגן שאָקל מיטן קאָפּ, גיבן זײ יאָנטעװזאָנען איטלעכער באַזונדער צו צװײ פֿינגער, און יאָנטעװזאָן איז זיך מישבֿ, װאָס טױג אים לאַנגע מחזקות, אַ מער טרעט ער צו גלײַך צום עסק און רופֿט זיך אָן צו זײ:
― האָט קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך שלאָג אײַך איבער. איך און אָט דער יונגערמאַן )ער װײַזט אָן מיט דער בריל אױף מיר( האָבן געהאַלטן אַ װעט מכּוח… מכּוח װאָס איז חנוכּה פֿאַר אַ יום־טובֿ? איך זאָג אַזױ, און זײ זאָגן אַזױ… בכן, איז געבליבן, מיר זאָלן אײַך בעטן, איר זאָלט אונדז פּותר־חלום זײַן און זאָגן, אױב ס'איז מעגלעך, אין דרײַ װערטער, װאָס איז אַזעלכעס חנוכּה?
אַלע פֿיר פּאַרשױנען מיט די װײַסע קײַלעכיקע גלאַנצנדיקע ליסינעס הײבן אױף די אױגן און קוקן אױף אונדז אַזױ, גלײַך װי מיר װאָלטן בײדע פּלוצעם געשטעלט זיך מיטן קאָפּ אַראָפּ, מיט די פֿיס אַרױף.
― פּיק! ― זאָגט אײנער, און אַלע איבעריקע זאָגן: פּאַסס!…
― טרעף! ― זאָגט דער אַנדערער, און אַלע איבעריקע זאָגן: פּאַסס!…
איז די משמעות, אַז מיר האָבן דאָ ניט װאָס צו טאָן. גײען מיר צו צום אַנדערן טישל. דאָרטן זיצן יונגע לײַט, שױן אָן ליסינעס, דאָס הײסט, קױם־קױם װאָס סע שנײַדט זיך בײַ זײ אױף די קעפּ װײַס־קײַלעכיקע טעלערלעך. דאָ גײט דאָס שפּיל אַ סך לעבעדיקער. ס'איז אַ „װינט“ מיט אַ „שטורעם“; מע היצט זיך, מע קריגט זיך, מע װאַרפֿט זיך דורך מיט אַזעלכע װערטער, װאָס דוכט זיך, װען ניט בײַ קאָרטן, קריגט מען פֿאַר זײ פּעטש.
בײַ דעם דאָזיקן טישל איז געװען אײנער אַ יונגערמאַן מיט אַ רױטן האַלדז און מיט אַ פּרישטשעװאַטע פּנים, און ער איז געװען בײַ זײ דאָס כּפּרה־הינדל. װער עס האָט געהאַט גאָט אין האַרצן, דער האָט זיך אין אים נוקם געװען. בײַ איטלעכן גאַנג, װאָס ער האָט געמאַכט, האָט ער באַקומען פֿון זײַנע חבֿרים אַן אַנדער קאָמפּלימענט:
― אַ מענטש מאַכט אַ גאַנג!
― װיסטער קאַליקע!
― שטיװל־פֿלעכטער!
― שוסטער! װוּ זײַנען אײַערע אױגן?
― אין באַבקעלעך באַדאַרפֿט איר שפּילן!
― קאַצענער מוח! רוק און לענד באַדאַרף מען אײַך איבערברעכן, און ערשט נאָכדעם אַװעקזעצן אין באָד פֿאַר אַ סטראָזש!
און דער יונגערמאַן, דאָס כּפּרה־הינדל, װיל זיך פֿאַרענטפֿערן, לאָזט מען אים נישט.
― װאָס װעט איר זאָגן, װאָס? איר האָט װאָס צו זאָגן? איר זײַט נאָך גערעכט? איר װײסט דען נישט, אַז איר זײַט אַ װיסטער פֿינצטערער קאַליקע, אַ שוסטער, אַ שטיװל־פֿלעכטער?
און אַזױ װײַטער, אַלץ דער אײגענער ניגון.
― קומט! ― רוף איך מיך אָן צו יאָנטעװזאָנען אױפֿן אױער. ― איר זעט דאָך, אַז עס האַלט דאָ רחוק משׂכר וקרובֿ לפּעטש…
― האָט קײן יסורים נישט, מען איז די גרעסטע גוטע ברידער. ― מאַכט צו מיר יאָנטעװזאָן און איז אַ בעלן זײ אָנמוטן, דערצײלן זײ, אַז מיר האָבן געהאַלטן אַ װעט מכּוח חנוכּה; ער זאָגט אַזױ, איך זאָג אַזױ; בכן איז געבליבן, מיר זאָלן זײ בעטן, די יונגע לײַט הײסט דאָס, זײ זאָלן אונדז פּותר־חלום זײַן און זאָגן, אױב ס'איז מעגלעך, אין דרײַ װערטער: װאָס איז אַזעלכעס חנוכּה?
― דאָס קאָנט איר געװאָר װערן נאָר בײַ „זײ“. ― רופֿט זיך אָן אײנער פֿון דער חבֿרה און באַװײַזט אױפֿן „כּפּרה־הינדל“. ― טאָמער האָט איר עפּעס אַ שװערע זאַך, אַ שאַרפֿן גאַנג, אַ פֿאַרדרײטן חשבון, זאָלט איר פֿרעגן בײַ „זײ“. „זײ“ װעלן דאָס אײַך באַלד פּותר זײַן אין אײן כּהרף־עין, מחמת „זײ“ האָבן, קײן עין־הרע, אַ טײַערן קאָפּ אונטער זיך!…
די גאַנצע חבֿרײא צעלאַכט זיך, און דאָס „כּפּרה־הינדל“ אַלײן לאַכט אױך פֿון דער חכמה.
― גיט קאָרטן! ― רופֿט זיך אָן אײנער פֿון זײ, און מיר פֿאַרשטײען, אַז מיר װעלן דאָ אױך גאָר נישט מאַכן; לאָזן מיר זיך גײן װײַטער, צו אַ טישל, װוּ דרײַ פּאַרשױנדלעך, יונגעלײַט, מיט אונטערגעשמיצטע בערדלעך, שפּילן אין „פּרעפֿעראַנס“. דאָ בײַ דעם טישל, איז מען שױן נישט אַזױ בײז און אױפֿגעטראָגן, װי דאָרטן. מע גריסט זיך מיט יאָנטעװזאָנען גאַנץ העפֿלעך, װי מיט אַ גוטן באַקאַנטן, און יאָנטעװזאָן שטעלט מיך פֿאָר פֿאַר זײ:
― סאָלאָמאָן נאַומאָװיטש שלום־עליכם, אַ ייִדישער שריפֿטשטעלער. מיר האָבן געהאַלטן אַ װעט מכּוח אַ מאָדנעם ענין, מכּוח חנוכּה. איך זאָג אַזױ זײ זאָגן אַזױ; איז געבליבן, מיר זאָלן אײַך בעטן, איר זאָלט אונדז פּותר־חלום זײַן און זאָגן, אױב ס'איז מעגלעך, אין דרײַ װערטער, װאָס איז אַזעלכעס חנוכּה?
― חנוכּה? ― זאָגט אײנער און קוקט אין די קאָרטן אַרײַן. ― חנוכּה? פּאַסס!
― חנוכּה? ― זאָגט דער אַנדערער. ― חנוכּה איז אַזאַ יום־טובֿ, װאָס מע קאָן שפּילן אין פּרעפֿעראַנס.
― און עסן לאַטקעס מיט שמאַלץ, ― לײגט צו דער דריטער און מאַכט אַ גאַנג; טוט דער ערשטער אַ שפּרונג אױפֿן בענקל און אַ ריס די קאָרטן, גלײַך װי עמעצער האָט אים דערלאַנגט מיט אַ שײַט האָלץ איבערן קאָפּ, אָדער אָנגערירט מיט אַ הײסן אָנגעגליטן אײַזן פֿון הינטן, און צעשרײַט זיך אױף אים, גלײַך װי ער האָט אים געקױלעט די קאַפּאָטע:
― איך פֿאַרשטײ ניט! מיר שפּילן אין פּרעפֿעראַנס, צי מיר פֿאַרנעמען זיך מיט „ליטעראַטור“?
און דערבײַ האָט ער געגעבן אױף אונדז בײדן אַזאַ גלאַנץ מיט די אױגן, אַז מיר האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז מיר זײַנען דאָ איבעריק, מע װעט זיך באַגײן אָן אונדז. מיר הײבן זיך אױף און גײען װײַטער.
אַ גרױסער קײַלעכיקער טיש, אַרום טיש פֿאַרשײדענע פּאַרשױנען פֿון אַלערלײ מינים.
― װי אַזױ הײסט די שפּיל? ― פֿרעג איך בײַ מײַן יאָנטעװזאָן. ― און װער זײַנען די שפּילערס?
― די שפּיל ― זאָגט יאָנטעװזאָן ― הײסט „דיאַבעליק“ ― און די שפּילערס װעל איך אײַך באַלד פֿאָרשטעלן אײנציקװײַז: זעט איר, אָט יענעם אָ ― דאָס איז אַ דאָקטער אָן פּראַקטיקע; און דער אַנדערער, װאָס זיצט נעבן אים, ― דאָס איז אַ אינזשעניר, מע װײס ניט פֿון װאַנען און פֿון װאָס… און דער װײַסינקער מיטן קװיטשיק קולכל ― דאָס איז אַן אױסגעפּאַטשטער אַדװאָקאַט…
― ששש!… ― מאַך איך צו אים. ― שטילער אַביסל!
― האָט קײן מורא ניט! ― זאָגט צו מיר יאָנטעװזאָן. ― אָט דאָ מעגט איר אױף זײ זאָגן װאָס אין דער קאָרט, זײ הערן במילא נישט קײן װעלט!… און אָט יענער בלאָנדין ― דאָס איז אַ ייִד אַן אַפּטײקער, װאָס שפּילט ניט אין קײן קאָרטן נאָר דעמאָלט, װען ער שלאָפֿט… און אָט־אַ יענער יונגערמאַן, װאָס מיט די גרױע האָר, דאָס איז אַ כעמיקער, װאָס מאַכט פֿון סחורה געלט און פֿון געלט בלאָטע… און װײַטער, די איבעריקע ― אײנער אַ באַנקיר, דער אַנדערער אַ בוכהאַלטער און דער דריטער אַן אַגענט, דער פֿערטער אַ צוקער־מעקלער…
― און װער איז אָט־אַ־יענער עוג־מלך־הבשן? ― פֿרעג איך בײַ יאָנטעװזאָנען און װײַז אים אָן אױף אײנעם אַ הױכן, אַ געזונטן, װאָס האָט ניט אױף זיך דעם צלם אלהים.
― װער? ― זאָגט יאָנטעװזאָן. ― אָט אַ יענץ זיבעלע? דאָס איז מײַנער אַ גוטער ברודער, נישט קײן היגער, פֿון די „הונגעריקע גובערניעס“. איר זעט, װי ער שאַרט דאָס גאָלד? איך האָב מורא, ער װעט דאָ אַלעמען דורס זײַן, װי אַ טכױר! מע באַדאַרף צוגײן צו אים, אַ פֿרעג טאָן, װאָס איז חנוכּה, ער װעט אונדז זאָגן אַקוראַט ― ער איז אַ יודע־נגן…
און יאָנטעװזאָן גײט־צו צו אים און רופֿט אים אָפּ אױף אַ זײַט און שטעלט מיך פֿאָר, און דערצײלט אים די גאַנצע געשיכטע, װי אַזױ מיר זײַנען געגאַנגען אין געװעט װעגן חנוכּה: איך האָב געזאָגט אַזױ, ער האָט געזאָגט אַזױ; בכן, איז געבליבן, מיר זאָלן אַ פֿרעג טאָן בײַ אים, ער זאָל אונדז פּותר־חלום זײַן, אױב ס'איז מעגלעך, אין דרײַ װערטער, װאָס איז חנוכּה?
דאָס זיבעלע האָט אַנידערגעשטעלט אױף אונדז אַ פּאָר אױגן און באַטראַכט אונדז בײדן װי משוגעים.
― אױב ס'איז אײַך ― זאָגט ער ― שטאַרק נײטיק צו װיסן, זאָלט איר זיך מטריח זײַן צו מיר אױף דער אַכסניא. איר טרעפֿט מיך אין דער הײם תּמיד פֿון האַלב פֿיר פֿאַרטאָג ביז האַלב נײַן אין דער פֿרי… איצט בין איך פֿאַרנומען; מע באַדאַרף צונעמען בײַ זײ דאָס גאָלד…
― אָט האָט איר אַ קלאָרע ידיעה! ― מאַכט צו מיר יאָנטעװזאָן, און מיר לאָזן זיך גײן װײַטער. אױפֿן װעג באַגעגענען מיר אײנעם, יאָנטעװזאָנס אַ גוטן באַקאַנטן, אַ יונגנמאַן מיט אַ פֿלאַמעדיק פּנים און מיט שטאַרק צעבורשעטע האָר. דער יונגערמאַן לױפֿט, װי אַ פֿאַרסמטע מױז. יאָנטעװזאָן שטעלט אים אָפּ מיט אַ ברײטן שלום־עליכם.
― אָ, פּאַני פּיפּערנאָטער! װוּהין לױפֿט מען דאָס אַזױ?
― לאָז מיך אָפּ! ― מאַכט צו אים דער יונגערמאַן מיטן פֿלאַמענדיקן פּנים און מיט די צעבורשעטע האָר. ― לאָז מיך אָפּ, איך ברען װי אַ שטרױענער דאַך! אפֿשר געפֿינט זיך בײַ דיר, ברודער, אַ פּאָר הונדערטער, װעסטו מיך דערהאַלטן בײַ מײַן כּבֿוד!
― מיטן גרעסטן פֿאַרגעניגן! ― מאַכט צו אים יאָנטעװזאָן. ― נאָר מיט אײן תּנאַי, זאָלסט מיך אױסהערן, װאָס איך װעל בײַ דיר פֿרעגן. דער יונגערמאַן מיטן פֿלאַמענדיקן פּנים און מיט די צעבורשעטע האָר שטעלט אָן די אױערן.
― ס'איז אַזאַ געשיכטע, ― מאַכט צו אים יאָנטעװזאָן גאַנץ ערנסט: ― איך און אָט־אָ־דער יונגערמאַן, הער שלום־עליכם, אַ ייִדישער שריפֿטשטעלער, האָבן געהאַלטן אַ װעט איבער אַ מאָדנעם ענין: װאָס איז חנוכּה? איך זאָג אַזױ זײ זאָגן אַזױ; בכן, איז בײַ אונדז געבליבן, מיר זאָלן זיך װענדן צו דיר מיט אַ בקשה, דו זאָלסט אונדז קלאָר מאַכן, אױב ס'איז מעגלעך, אין דרײַ װערטער, װאָס איז אַזעלכעס חנוכּה?
― טפֿו זאָלסטו װערן, מיט װאָס מענטשן פֿאַרנעמען זיך!
אַזױ מאַכט דער יונגערמאַן מיטן פֿלאַמענדיקן פּנים און מיט די צעבורשעטע האָר און סטײַעט ניט. מיר בלײַבן שטײן בײדע אין מיטן זאַל, װי די נאַראָנים.
― װוּהין גײט מען װײַטער?
― װוּהין גײט מען װײַטער?
― טאָמער װאָלטן מיר געגאַנגען צו די דאַמען?
― לאָמיר גײן צו די דאַמען.
אַרום אַ באַזונדערן גרױסן טיש זיצן זעקס שאַרף־אױסגעפּוצטע דאַמען, און צװישן זײ סך־הכּל אײן זכר, אַ קאַװאַליר מיט אַ פֿערדיש פּנים און מיט אַ װײַסן שרונט איבערן גאַנצן קאָפּ, און מע שפּילט אין יענער קלוגער שׂכלדיקער שפּיל, װאָס מע רופֿט זי „סטוקלקע“. פּונקט אױף דער מיט שטײט אַ טעלערל, און אַלע דאַמען װאַרפֿן אַהין צו די זילבערנע גילדנס. דער קאַװאַליר מיטן פֿערדישן פּנים און מיטן װײַסן שרונט טײלט־אױס קאָרטן, און בכדי ער זאָל חלילה קײן טעות ניט האָבן און עס זאָל אױסקומען פּונקט זיבן, צײלט ער: זונטיק, מאָנטיק, דינסטיק, מיטװאָך, דאָנערשטיק, פֿרײַטיק, שבת. און װידער אַ מאָל ― זונטיק, מאָנטיק, דינסטיק, מיטװאָך און אַזױ כּסדר. דאָס ערשטע מאָל, אַז ס'איז געװען אײנס, האָבן די דאַמען שטאַרק געלאַכט פֿון דער חכמה; אַזױ לאַנג, ביז עס האָט זיך זײ צוגעגעסן )קרעפּלעך עסן װערט אױך נימאס!( און געשלאָגן צו דער גאַל, זײַנען זײ געזעסן, װי די טאָקן, און געגענעצט, כּלומרשט קײן קאַפּ נישט פֿאַראינטערעסירט אין דער שפּיל, װי אײנער רעדט: „מע גיט קאָרטן, באַדאַרף מען נעמען, װאָס זאָל מען טאָן?“… נאָר איטלעכס מאָל, װען מע דעקט אױף טרומף, װערט מען עטװאָס לעבעדיקער. אַלע דאַמען נעמען זיך פּאַװאָלינקע צו זײערע קאָרטן. גיבן אַכטונג, די אַנדערע זאָל ניט זען, און אַלײן כאַפּט מען אַ קוק צו יענער און אַ פֿרעג: „האַ? װאָס איז טרומף? װיפֿל איז דער רעמיזremise: דורכפֿאַל אין דערפֿילן אַ קאָנטראַקט אין פּרעפֿעראַנס? װער אין ערשט?“ די דאָזיקע דרײַ שאלות מוז איבערפֿרעגן איטלעכע דאַמע באַזונדער, און זײערע אױגן הײבן אָן ביסלעכװײַז לײַכטן, זײערע פּנימער שײַנען, און דער אײנציקער קאַװאַליר מיטן פֿערדישן פּנים און מיטן שרונט מוז זײ אונטערטרײַבן אַלעמען: „נו, מאַדאַם, װאָס שװײַגט איר? איר גײט, צי איר שטײט?“ ― אַלע מאָל די אײגענע חכמה. אײנע, אַ גראָבלעכע, אַן אױסגעפּוצטע דאַמע מיט אַ קלײן נעזל, מיט באַבקעװאַטע הענט מיט שװאַרצע נעגל, נאָר מיט בריליאַנטענע רינגען אױף אַלע פֿינגער, האַלט די קאָרטן פֿעסט צום קאָרסעט און טראַכט: „זי האָט נעבעך אײן־און־אײנציקן קיניג טרומף. װאָס טוט מען? אָפּװאַרפֿן ― איז אַן עבֿירה; שפּילן ― האָט זי מורא: טאָמער שלאָגט מען איר קיניג מיטן אַסace: טױז, איז זי דאָך אין רעמיז!“… הקיצור, זי ייִשובֿט זיך אַזױ לאַנג, ביז זי זאָגט „פּאַסס“ און לײגט אַװעק די קאָרטן, האַלט זײ צו מיט דער האַנט, די איבעריקע דאַמען זאָלן ניט דערזען װעמען זי האָט אָפּגעװאָרפֿן. און מחמת עם טרעפֿט זיך אַ מאָל מיט זײ אױך אַזאַ אַן אומגליק, קוקן זײ זיך איבער אײנע מיט דער אַנדערער מיט אַ האַלב שמײכעלע. יענע דאַמע, װאָס פֿונעם קיניג פֿאַרשטײט גאַנץ גוט, װאָס דאָס שמײכעלע באַטײַט, נאָר זי מאַכט זיך תּמעװאַטע, האַלט די האַנט אױפֿן אָפּגעװאָרפֿענעם קיניג און שפּילט מיט די בריליאַנטענע פֿינגערלעך, װי אױפֿן פֿאָרטעפּיאַן, און זינגט־צו צום טאַקט, מע זאָל טאַקע אין אײנװעגס מײנען, אַז „מוזיק“ איז בײַ איר דאָס חיות.
― װאָס גײט איר אום לײדיק? פֿאַר װאָס שפּילט איר ניט? ― רופֿט זיך אָן די דאַמע פֿונעם קיניג צו יאָנטעװזאָנען, בכדי די איבעריקע דאַמען זאָלן אױפֿהערן איבערקוקן זיך.
― מיר זײַנען פֿאַרנומען מיט זײער אַ װאַזשנעם ענין! ― זאָגט צו איר יאָנטעװזאָן. ― מיר האָבן גענומען אױף זיך אַ שװער שטיקל אַרבעט, איך און אָט דער יונגערמאַן ― מיר האָבן געהאַלטן אַ װעט װעגן חנוכּה; איך זאָג אַזױ, זײ זאָגן אַזױ ; האָבן מיר זיך מישבֿ געװען, מיר זאָלן פֿרעגן איטלעכן באַזונדער. אפֿשר קאָנט איר, מאַדאַם, אונדז פּותר־חלום זײַן און זאָגן, אױב ס'איז מעגלעך, אין דרײַ װערטער, װאָס איז אַזעלכעס חנוכּה?
― חנוכּה? ― צעלאַכט זיך די דאַמע פֿונעם קיניג, צעמישט דערװײַל די אָנגעװאָרפֿענע קאָרטן און טאַקע אין אײנװעגס באַװײַזט זי די צײן, מע זאָל זען, אַז ס'איז אײגענע, נישט קײן אַרײַנגעשטעלטע. ― כאַ־כאַ־כאַ! בײַ די דאַמען װילן זײ געװאָר װערן װאָס איז ח־ח־חנוכּה!
― שאַט, שאַט, װאָס לאַכט איר אַזױ! ― רופֿט זיך אָפּ צו איר אַ הױכע דאַמע מיט אַ מאַנצבילש פּנים. ― זאָגט, אַז איר װײסט נישט ― און אַן עק! װאָס דאַרף מען דאָ לאַכן?
― איר זײַט, אַ פּנים, נישט צופֿרידן מיטן רעמיז? ― ענטפֿערט איר אָפּ די דאַמע פֿונעם קיניג מיט אַ שטאָך און הערט נישט אױף צו לאַכן און באַװײַזן די צײן. ― װען איך װאַרף אָפּ דעם קיניג טרומף, װי אַנדערע, ― מאַכט יענע װאָס מיטן מאַנצבילשן פּנים, ― װאָלט איך אפֿשר אױך ניט געשטעלט קײן רעמיז.
― הכּלל, ― מישט זיך אַרײַן יאָנטעװזאָן ― װײס קײנער ניט װאָס איז חנוכּה?
― אַװדאי איז חנוכּה אַ גוטע זאַך, אַז גאָט העלפֿט, מע האָט סך־הכּל אײן צענטל טרומף און מע שפּרינגט אַרױס גליקלעך, אָן אַ רעמיז, און מע כאַפּט נאָך אַ רובל מיט צװאַנציק!
אַזױ רופֿט זיך אָן נאָך אַ דאַמע מיט גאָלד־פֿאַרביקע האָר און מיט אַ סך בריליאַנטענע פֿינגערלעך, און שאַרט צונױף דאָס געװינס און דעקט דאָס איבער מיט אַ װײַס געשטיקט טיכעלע, װי מע דעקט איבער אַ חלה אױף אַ מוציא, מע זאָל איר, אַ פּנים, נישט געבן קײן גוט אױג…
― עס װײַזט אױס, אַן מע באַדאַרף גײן װײַטער. ― מאַכט צו מיר יאָנטעװזאָן און זוכט מיט די אױגן. ― שאַ, אָן גײט אַ ייִדל! איך קען אים, ער איז דער מאַדאַם לאָקשנטאָפּאָװ אַ קרובֿ. אױב דער ייִד װעט אונדז ניט זאָגן װאָס איז חנוכּה, מעגט איר זיך שױן געזעגענען מיטן פֿינפֿאונצװאַנציקער.
דער ייִד, װאָס יאָנטעװזאָן האָט אױף אים אָנגעװיזן, קאָן מען זאָגן, איז אַ צװײענדיקער ייִד, דאָס הײסט, אַ ייִד פֿון צװײ װעלטן, אַביסל פֿון דער אַלטער װעלט און אַביסל פֿון דער הײַנטיקער װעלט. דאַכט זיך, אַ לאַנגע קאַפּאָטע ― נאָר אַ װײַסע מאַנישקע; דאַכט זיך, פּאות ― נאָר אָן אַ היטל; דאַכט זיך, אַ גרױסע באָרד ― נאָר אַ קײַלעכיקע. מיר גײען־צו צו אים און דערצײלן אים די גאַנצע מעשׂה, װי אַזױ מיר האָבן געהאַלטן אַ װעט מכּוח חנוכּה, איך האָב געזאָגט אַזױ און זײ האָבן געזאָגט אַזױ ; בכן, איז בײַ אונדז געבליבן דער הסכּם, מיר זאָלן אים בעטן, ער זאָל אונדז פּותר־חלום זײַן און קלאָר מאַכן, אױב ס'איז מעגלעך, אין דרײַ װערטער, װאָס איז אַזעלכעס חנוכּה?
― חנוכּה? ― רופֿט זיך אָן צו אונדז דער צװײענדיקער ייִד מיט אַ פֿרײלעך געלעכטערל. ― איך האָב מורא צו זאָגן, נאָר מיר שײַנט, אַז איר האָט שױן בײדע לאַנג נישט געדאַװנט.
― פֿון װאַנען איז געדרונגען? ― פֿרעגן מיר אים.
― ס'איז געדרונגען ― זאָגט ער ― דערפֿון, אַז װען איר זאָלט, אַ שטײגער, האָבן אַ טבֿע דאַװנען אַלע טאָג אין דער פֿרי און אױף דער נאַכט, װאָלט איר דאָך געזאָגט „על הנסים ועל הפּורקן ועל הגבֿורות ועל התּשועות ועל המלחמות“; און אַז איר זאָלט זאָגן אַלע טאָג אין דער פֿרי און אױף דער נאַכט „על הנסים ועל הפּורקן ועל הגבֿורות ועל התּשועות ועל המלחמות“, װאָלט איר געװוּסט װאָס איז חנוכּה… אין „זעקס און זעכציק“ שפּילט איר? װעלן מיר מאַכן אין דרײַען אַ „פֿינפֿהונדערט אײנס“.
― אַז ס'איז שױן יאָ אַזױ, ― מאַכט צו אים יאָנטעװזאָן און קװעטשט אים צו צו דער װאַנט ― דערצײלט־זשע אונדז װאָס שטײט דאָרטן בײַ אײַך אינעם „על־הנסים“ געשריבן? מחמת איך מוז אײַך זאָגן דעם אמת, איך האָב שױן פֿאַרגעסן אַפֿילו װי אַזױ מע דאַװנט.
― אַזױ? ― זאָגט דער צװײענדיקער ייִד אַלץ מיט אַ געלעכטער און באַװײַזט אױפֿן קאָפּ. ― נישט דאָ דער אָרט דערױף. דאָ איז פֿאַראַן אַנדערע אַרבעט. ס'איז דאָך הײַנט חנוכּה, און חנוכּה, זאָלט איר װיסן, איז אַ מיצװה צו שפּילן אין קאָרטן… הקיצור, לאָם איך װיסן, מיר מאַכן אַ „זעקס און זעכציק“ אין דרײַען, צי נײן? גיכער, די נאַכט שטײט ניט.
מיר דערזעען פֿון װײַטן שטײט אַ רעדל פֿון יונגעלײַט, אינטעליגענטן, פֿאַרטיפֿט אין אַ שמועס װעגן „ליטעראַטור“ לאָזן מיר איבער דעם צװײענדיקן ייִדן, גײען־צו צום רעדל און פּרוּװן זיך מאַכן אַ רײד מכּוח „חנוכּה“.
― חנוכּה? מיר זײַנען נישט קײן ציוניסטן… ― רופֿט זיך אָן אײנער פֿון זײ, אַ יונגערמאַן מיט קונציק פֿאַרדרײטע װאָנצעס און מיט אַ לאַנגן נאָגל אױפֿן מינדסטן פֿינגער, און דער איבעריקער עולם צעלאַכט זיך פֿון דעם װיץ. מיר טרעטן־אָפּ פֿון דער דאָזיקער פֿרײלעכער קאָמפּאַניע און דערזעען אַ סטודענט מיט אַ בלױען קאָלנער און מיט גילדענע קנעפּ שטײט און רעדט מיט אַ מאַמזעלכן מיט רױטע הענט. דער סטודענט מיטן בלױען קאָלנער און מיט די גילדענע קנעפּ דרײט די װאָנצעס, װאָס װעלן אַ מאָל זײַן, און דאָס מאַמזעלכן מיט די רױטע הענט קוקט אױף דער סטעליע און דרײט זיך אױפֿן קאָריק.
― איך װײס שױן. ― מאַכט צו מיר יאָנטעװזאָן שטילערהײט. ― דאָס מאַמזעלכן איז טאַקע אונדזער פּלאַטאָן פּאַנטאַלאָנאָװיטשעס טעכטערל, און דער יונגערמאַן איז אַ סטודענטל, נישט קײן באַקאַנטער. װײַזט אױס, אַז ער שדכנט זיך צו איר, דאָס הײסט, צו די פֿופֿציק טױזנט, װאָס מע גיט איר נדן… כּדאַי פֿונדעסטװעגן צו הערן, פֿון װאָס רעדט דאָס דאָזיקע פּאָרל.
מיר גײען צו אַביסל נעענטער און כאַפּן אײנציקע װערטער: „גײשע… באַלעט… אָפּערעטקע… סלאַװסקאַיאַ שפּילט גוט… טאַמאַרינאַ שפּילט בעסער“…
― פּאַרדאָן! ― רופֿט זיך אָן יאָנטעװזאָן צום סטודענט. ― איך מוז אײַך איבערשלאָגן אין מיטן די רײד, כאָטש איך האָב ניט די ערע צו זײַן מיט אײַך באַקאַנט. דאָ איז אַזאַ געשיכטע: איך און אָט דער יונגערמאַן האָבן געהאַלטן אַ װעט מכּוח חנוכּה; איך זאָג אַזױ, זײ זאָגן אַזױ. בכן איז געבליבן, מיר זאָלן פֿרעגן איטלעכן באַזונדער. אפֿשר װאָלט געװען אַ סבֿרה, איר זאָלט זײַן אַזױ גוט און פּותר־חלום זײַן אונדז, אױב ס'איז מעגלעך, אין דרײַ װערטער „װאָס איז דאָס אַזעלכעס חנוכּה?…
דער סטודענט קוקט אױפֿן מאַמזעלכן, דאָס מאַמזעלכן ― אױפֿן סטודענט, און בײדע שמײכלען. נאָכדעם מאַכט דער סטודענט צו יאָנטעװזאָנען אױף רוסיש:
― פּראַװאָ ניע זנאַיו, יאַ ניע זדיעשני, יאַ אָדעסיטправо не знаю, я не здешний, я одессит: כ'לעבן, איך װײס נישט, איך בין נישט קײן היגער, איך בין אַן אַדעסער.
― איזװיניטיע, מי ניע זנאַלי, טשטאָ װי אָדעסיטизвините, мы не знали, что вы одессит: האָט קײן פֿאַראיבל נישט, מיר האָבן נישט געװוּסט, אַז איר זײַט אַן אַדעסער… ― זאָגט צו אים יאָנטעװזאָן, טוט זיך אַ בײג צו אים און רופֿט זיך אָן צו מיר: ― אָן זיצט מײַנער אַ באַקאַנטער, אַ ייִדישער לערער, װאָס גיט שטונדן. ער איז אַ היגער, ניט קײן „אַדעסיט“, ער װעט אונדז שױן געװיס זאָגן װאָס איז חנוכּה…
מיר גײען צום ייִדישן לערער. אַ יונגערמאַן מיט ברילן, האַלט פֿאַרלײגט אַ פֿוס איבער אַ פֿוס און רײכערט אַ פּאַפּיראָס. יאָנטעװזאָן שטעלט מיך פֿאָר און דערצײלט אים די מעשׂה, װי אַזױ מיר זײַנען געגאַנגען אין געװעט איבער „חנוכּה“: איך האָב געזאָגט אַזױ, ער האָט געזאָגט אַזױ; בכן איז געבליבן, מיר זאָלן פֿרעגן דאָ בײַ איטלעכן באַזונדער. האָבן מיר שױן איבערגעפֿרעגט כּמעט אַלע געסט, װײס קײנער ניט װאָס צו זאָגן. בכן, בעטן מיר אים, הײסט דאָס, ער זאָל זײַן אַזױ פֿרײַנטלעך אונדז פּותר־חלום זײַן און זאָגן, אױב ס'איז מעגלעך, אין דרײַ װערטער, װאָס איז אַזעלכעס חנוכּה?
― חנוכּה? ― מאַכט דער לערער מיט אַ ניגון, כאַפּט זיך אױף און צעלאַכט זיך. ― אָט דאָ װילט איר געװאָר װערן, װאָס איז חנוכּה? געטראָפֿן דעם אָרט, װי איר זעט מיך לעבן! איר פֿרעגט זײ בעסער, װאָס הײסט „װינט“, „בעזיק“, „פּרעפֿעראַנס“, „אָקע“, „באַנטשאָק“, „סטוקלקע“, „טערטל־מערטל“, „זעקס און זעכציק“, „עקאַרטע“, „שמען־דע־פֿער“, „מאַקאַאָ“, „טראַנטעקאַראַנט“…
― האָט קײן פֿאַראיבל ניט, ― שלאָגט אים איבער יאָנטעװזאָן אין מיטן ― דאָס װײסן מיר אַלײן. איר זאָגט אונדז בעסער, װאָס איז חנוכּה?
― „חנוכּה“ װילט איר בײַ זײ װיסן? ― זאָגט װײַטער דער לערער. ― איר פֿרעגט זײ בעסער װאָס הײסט אַ חזירל געפּרעגלט אין פּוטער, אַ „יאָלקע“ אױף יום־טובֿ, אַ „פּאַסקעпаска: חגא־טאָרט“ אױף פּסח? איר פֿרעגט זײ בעסער, װאָס הײסט „װאַלס־לואי־קענזvalse Louis XV“, „מיניאָן“, „שאַקאָן“, „פּאַדעקאַטרpas de quatre“, „פּאַדעספּאַןpas d'Espagne“, „פּאַדעפּאַטינע“? איר פֿרעגט זײ בעסער, װאָס הײסט „פֿלירט“, אָדער אַ פֿאַרבײַטעניש, אַ פֿאַרדרײעניש, אַ פֿאַרפּלאָנטעניש מיט די װײַבער, מײַן װײַב דײַן װײַב…
― האָט קײן פֿאַראיבל ניט ― האַקט אים איבער יאָנטעװזאָן נאָך אַ מאָל. נאָר אונדזער פּאַרשױן האָט זיך צעלאָזט, װי אַ װאַסער, צעגאָסן, װי אַ פֿאָנטאַן; ס'איז אוממעגלעך געװען אָפּצושטעלן דאָס װאַסער; ס'איז ניט געװען מיט װאָס צו פֿאַרשטעקן דעם דאָזיקן פֿאָנטאַן…
― גרישקאַ! גרישקאַ ― צעשרײַט זיך יאָנטעװזאָן און שטעלט אָפּ אַ ספּריטנע ייִנגעלע פֿון אַ יאָר נײַן אָדער צען, מיט ברענענדיקע שװאַרצע אײגלעך, װאָס לױפֿט פֿאַרבײַ אונדז. ― גרישקאַ! גרישקאַ! קום נאָר אַהער, נשמה מײַנע, איך װיל דיך עפּעס פֿרעגן.
גרישקאַ גײט צו צו יאָנטעװזאָנען, װי צו אַ גוטן באַקאַנטן, און הײבט אױף צו אים די שװאַרצע ברענענדיקע אײגלעך.
― זאָג נאָר, גרישקאַ, נשמה מײַנע, ייִדיש לערנסטו?
― אַ קאַק־זשעאַ קשיא? ― מאַכט גרישקאַ. ― אַלף, בית, גימל, ריש…
― בראַװאָ! מאָלאָדיעץ! ― מאַכט צו אים יאָנטעװזאָן מיט אַ קניפּ אין בעקל. ― זאָג נאָר, גרישקאַ, דו װײסט, אַז ס'איז פֿאַראַן אַזאַ יום־טובֿ, װאָס מע רופֿט דאָס „חנוכּה“?
― אַ קאַק־זשע? ― מאַכט גרישקאַ.
― זאָג־זשע מיר, מײַן טײַערער, װאָס איז דאָס חנוכּה?
― חנוכּה? ― מאַכט גרישקאַ און זײַנע שװאַרצע ברענענדיקע אײגלעך לױפֿן אַרום הין און צוריק, אַרױף און אַראָפּ, װי די מײַזלעך. ― חנוכּה? חנוכּה? סײטשאַסсейчас: איצט!… דער פּאַפּאַשאַ… די מאַמאַשאַ… דער פּאַפּאַשאַ עסט… װי אַזױ הײסט דאָס?… מצה מיט שלח־מנות… און די מאַמאַשאַ דרײט אַ װײַסע הון אָט אַזױ… אי קושאַיוט יעװרײסקי קרעפּליעקיи кушают еврейский креплеки: און מע עסט ייִדישע קרעפּלעך…
גרישקאַ באַװײַזט מיט די הענטלעך אױפֿן קאָפּ, װי אַזױ די מאַמע שלאָגט כּפּרות, און באַלעקט זיך פֿון די ייִדישע קרעפּלעך.
און אױף מײַן יאָנטעװזאָנען פֿאַלט אָן פּלוצעם אַזאַ געלעכטער, אַז איך מײן ― אָט באַקומט ער דעם שלאַק.
אין זאַל איז ליכטיק און װאַרעם. די לאָמפּן מיט די ליוסטרעס ברענען. די װײַסע קײַלעכיקע גלאַנצנדיקע ליסינעס פֿון די שפּילערס שפּיגלען זיך אָפּ אין די הױכע גלאַנצנדיקע שפּיגלען. עס הערט זיך אַ הו־האַ, אַ גערעדערײַ פֿון אַ סך מײַלער; נאָר מער פֿון אַלץ לאָזט זיך הערן דאָס װאָרט „פּאַסס!“ איך שטײ, װי אַ נאַר, אין מיטן זאַל, און מײַן נײַער באַקאַנטער, פֿאַנפֿאַראָן פֿאַראַאָנאָװיטש יאָנטעװזאָן, קאַטשעט זיך פֿאַר געלעכטער. דאָס לאַכט ער פֿון מיר, װאָס איך האָב אָנגעװאָרן די װעט.
אָט אַזױ פֿאַרשפּילט מען אַ פֿינפֿאונצװאַנציקער!