נישטאָ אײן זאַך אױף דער װעלט, װאָס מע זאָל דערפֿון נישט װיסן אין כּתרילעװקע; נישטאָ אײן נײַס אױף דער װעלט, װאָס מע זאָל דערפֿון נישט געװאָר װערן בײַ די קלײנע מענטשעלעך.
אמת, אַז עס קומט אָן אַהין, קומט דאָס אָן שױן אַביסל שפּעטלעך און נישט פֿון דער ערשטער האַנט ― נו, װאָס זשע איז? אַן אומגליק אַ גרױסער? אַדרבא, מיר דאַכט, אַז ס'איז גאָר אַ מעלה, די גרעסטע מעלה.
װאָרעם, צװישן אונדז רײדנדיק, װאָס האָבן, אַ שטײגער, די כּתרילעװקער ייִדן צו פֿאַרלירן, אַז זײ װעלן געװאָר װערן די הײַנטיקע נײַעסן, די בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות, װאָס לאָזן זיך הערן אױף דער װעלט, חלילה־וחס, שפּעטער מיט אַ חודש אָדער מיט צװײ, און אַפֿילו מיט אַ יאָר שפּעטער? ― אַ גרױסער אומגליק!
הקיצור, די כּתרילעװקער קלײנע מענטשעלעך זײַנען געװאָר געװאָרן, ― אַפֿילו אַביסל שפּעטלעך ― אַז ס'איז דאָ אַ װאָרט, װאָס הײסט ציוניזם.
תּחילת האָט נישט יעדער פֿאַרשטאַנען אַקוראַט װאָס איז די טײַטש „ציוניזם“. שפּעטער, אַז מע האָט אָנגעשמעקט אין כּתרילעװקע דעם פּשט פֿון „ציוניזם“, אַז עס נעמט זיך פֿון „ציון“ װאָס אין סידור, און אַז ציוניסטן איז אַזאַ מין חבֿרה, װאָס האָבן חשק איבערפּעקלען אַלע ייִדן קײן ארץ־ישׂראל, איז געװאָרן אין שטאָט, װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? ― חוכא־וטלולא! מע האָט זיך געהאַלטן בײַ די זײַטן. זײערע געלעכטערן, מײן איך, האָט מען באַדאַרפֿט הערן פֿאַר אַ מײַל, און די גלײַכװערטלעך, װאָס זײַנען געפֿלױגן אױף רב הערצל דעם דאָקטאָר, אױף דעם דאָקטאָר גאָרדעןאהרן דוד גורדון 1856-1922 און אױף אַלע איבעריקע דאָקטױרים, װאָלט כּדאַי געװען, כ'לעבן, מע זאָל זײ צונױפֿזאַמלען, פֿאַרשרײַבן און אַרױסגעבן באַזונדער אין אַ ביכל; איך בין אײַך ערבֿ, אַז עס געפֿינט זיך אין זײ אַ סך מער זאַלץ און אַ סך מער פֿעפֿער, װי אין יענע לאַקריץ־זיסע װערטער און קלוגע רײד, װאָס מע דרוקט זײ אַלע יאָר אין די לוחות אױף דער צװײטער זײַט.
אַ מעלה האָבן די כּתרילעװקער לײַט, אַז כּל־זמן זײ לאַכן ― לאַכן זײ, נאָר אַז זײ לאַכן זיך גוט אָן, הײבן זײ ערשט דעמאָלט אָן צעקײַען די זאַך נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל און הײבן אָן צו פֿאַרשטײן. אַזױ איז געװען אױך מיטן ציוניזם. פֿריִער האָט מען געלאַכט, געמאַכט חוזק, געזאָגט װערטלעך; נאָכדעם האָט מען אָנגעהױבן זיך צוהערן, װאָס מע רעדט און װאָס מע שרײַבט אױף די בלעטער, איבערחזרן און איבערקײַען „נאָך אַ מאָל דאָס אײגענע װידער צוריק“, און שפּעטער, אַז מע האָט דערהערט שמועסן עפּעס פֿון אַ באַנק, אַ ייִדישע באַנק מיט ייִדישע אַקציעס, און װיבאַלד אַקציעס, איז דאָך, אַ פּנים, די משמעות, אַז מע רעדט עסק, „געשעפֿט“, „לשון געלט“, ― און מיט געלט װאָס קאָן מען הײַנטיקע יאָרן נישט אױספֿירן אױף דער װעלט? ובפֿרט נאָך בײַם טערק מיט דער רױטער יאַרמעלקע, װאָס איז אַלײן אױך אַ גוטער כּתריליק גלײַך מיט אַלע כּתרילעװקער? און פֿון דעמאָלט אָן האָט מען זיך גענומען אין כּתרילעװקע צום ציוניזם גאַנץ געשמאַק. די כּתרילעװקער זײַנען ברוך־השם, אַזעלכע לײַט, װאָס איר פּועלט בײַ זײ װאָס איר װילט. דאָס, װאָס נעכטן האָט זיך זײ געדאַכט קרום װי אַ קאָטשערע און שװער כּקריעת־ים־סוף, איז בײַ זײ הײַנט גלײַך, װאָס גלײַכער קאָן שױן גאָר נישט זײַן, און גרינג װי אױפֿעסן אַ בײגל, אָדער אױסרײכערן אַ פּאַפּיראָס. אָפּקױפֿן בײַם טערק ארץ־ישׂראל ― װאָס קאָן נאָך זײַן גרינגער דערפֿון? װאָרעם לאָמיר זיך נישט נאַרן, אין װאָס קאָן דאָ זײַן די מניעה? געלט איז דאָך נישט שײך צו זאָגן; װאָס פֿאַר אַ ראָלע שפּילט בײַ אונדז געלט? אײן רױטשילד (ער זאָל נאָר װעלן) קאָן ער דאָך אָפּקױפֿן גאַנץ ארץ־ישׂראל מיט סטאַמבול און מיטן טערק אינאײנעם. פֿאַרן מקח איז אַװדאי נישטאָ װאָס צו זאָרגן זיך. ס'איז דאָך עפּעס אַ געשעפֿט, װעט מען זיך דינגען; ממה־נפֿשך, אַ רענדל אַראָפּ, אַ רענדל אַרױף. בלײַבט איבער נאָר אײן זאַך: באשר װאָס? טאָמער װיל ער נישט פֿאַרקױפֿן? עט, נאַרישקײטן! פֿאַרװאָס זאָל ער נישט װעלן? והשנית, מיר זאָלן װעלן זיך גוט אױסרעכענען, זײַנען מיר דאָך מיט אים שטיקלעך אײגענע גאָר ― נײן, טאַקע גאַנץ נאָענטע קרובֿים, אמתע שני־שבשלישיס, ייִדן און טערקן, יצחק און ישמעאל…
קיצור־הדבֿר, מע האָט געמאַכט אײן אַסיפֿה און די אַנדערע און די דריטע ― ס'איז געװאָרן מיט גאָטס הילף אַ „חבֿרה“, און מע האָט געקליבן „טשלענעסчлене: מיטגלידער“, אױסגעװײלט אַ פּרעזידענט, אַ װיצעפּרעזידענט, אַ קאַזנאַטשײ און אַ סעקרעטאַר און אַ קאָרעספּאָנדענט, גלײַך װי אין אַלע לײַטישע שטעט; און איטלעכער האָט זיך פֿאַרשריבן שקל־געלט, װער אַ קאָפּיקע און װער צװײ קאָפּיקעס אַ װאָך. יונגע לײַט האָבן געהאַלטן פֿלאַם־פֿײַערדיקע „רעדעס“, געזאָגט זײער שײנע דרשות. די װערטער „ציון“, „ציוניזם“, „ציוניסטן“ האָבן זיך געלאָזט הערן העכער און העכער. די נעמען „דאָקטאָר הערצל“, „דאָקטאָר נאָרדױMax Simon Nordau 1849-1923“ און די איבעריקע דאָקטױרים האָבן זיך געלאָזט הערן אָפֿטער און אָפֿטער. „טשלענעס“ זײַנען געװאָרן װאָס װײַטער מערער און מערער. און געלט האָט זיך אױך צונױפֿגעקליבן אַ היפּשע פּױטיקע, ― האָט מען געמאַכט אַ גרױסע אַסיפֿה און מע האָט זיך אַװעקגעזעצט באַקלערן, װאָס טוט מען מיטן געלט: צי מע זאָל דאָס קאַפּיטאַל דערװײַל איבערלאָזן דאָ אױפֿן אָרט, מאַכן אַ באַזונדערן „פֿאָנד“ פֿאַר די כּתרילעװקער ציוניסטן, צי מע זאָל דאָס אָפּשיקן אין צענטער אַרײַן, צי מע זאָל נאָך אַביסל צוּװאַרטן, ביז עס װעט זיך צונױפֿקלײַבן אַ היפּשע סומע, און די שטאָט װעט װערן אַן אַקציאָנער פֿון דער ייִדישער באַנק.
די דאָזיקע אַסיפֿה איז געװען, קאָן מען זאָגן, אײנע פֿון די הײסע שטורעמדיקע אַסיפֿות אין כּתרילעװקע. די דעות האָבן זיך צעטײלט: אַ סך זײַנען געשטאַנען פֿאַרן „צענטער“, געזאָגט: מיר זײַנען מחויבֿ אונטערצוהאַלטן דעם „צענטער“, װאָרעם אַז מיר װעלן נישט אונטערהאַלטן דעם „צענטער“, און איר װעט נישט אונטערהאַלטן דעם „צענטער“, ― פֿון װאַנען זשע װעט ער ציִען חיונה?… אַנדערע האָבן געדרונגען פֿאַרקערט, אַז דער „צענטער“ װעט זיך באַגײן אָן כּתרילעװקע: „מיר זײַנען נישט מחויבֿ פֿאַרזאָרגן די גאַנצע װעלט; עמעצער זאָרגט זיך דען פֿאַר כּתרילעװקע? לאָז זיך יעדער אין זינען האָבן זיך ― װעט אױך זײַן גענוג“…
איז אױפֿגעשטאַנען דער פּרעזידענט, נח רב יוסילעס, אַ נגידס אַן אײדעם און אַ יונגערמאַן אַ משׂכּיל, נאָך גאָר אָן אַ באָרד, און האָט געזאָגט עטלעכע װאַרעמע װערטער:
― „פֿיר טױזנט יאָר ― אַזױ האָט נח דער פּרעזידענט אָנגעהױבן און האָט גענומען אַביסל צו אַ הױכן טאָן ― פֿיר טױזנט יאָר, אַז מע קוקט אױף אײַך פֿון דער הײך פֿון די דאָזיקע פּיראַמידן!“ מיט די דאָזיקע װערטער האָט זיך אַמאָל געװענדט דער גרױסער נאַפּאָלעאָן צו זײַן גװאַרדיע, בשעת ער איז געגאַנגען אײַננעמען מצרים. כּמעט מיט די דאָזיקע װערטער װילט זיך מיר אָנהײבן מײַן הײַנטיקע רעדע צו אײַך, נאָר אַ ביסעלע אַנדערש: שױן באַלד צװײ טױזנט יאָר, ברידער, אַז מיר געפֿינען זיך… נישט אױף דער הײך פֿון די פּיראַמידן, נאָר טיף, נײַן אײלן אין דער ערד. שױן באַלד צװײ טױזנט יאָר, אַז מיר קוקן אַרױס… נישט אױף אונדזער „גװאַרדיע“, נאָר אױף משיחן, ער זאָל קומען אונדז אױסלײזן פֿון גלות און אונדז ברענגען אַהין, אינעם לאַנד פֿון אונדזערע אָבֿות, קײן ארץ־ישׂראל… שױן באַלד צװײ טױזנט יאָר, אַז מיר פֿאַסטן אַלע שיבעה־עשׂר־בתּמוז, עסן נישט קײן פֿלײש אין די נײַן טעג, און קומט תּשעה־באָבֿ, זעצן מיר זיך אין די זאָקן אױף דער ערד, װײנען און קלאָגן אױף חורבן בית־המקדש… שױן באַלד צװײ טױזנט יאָר, אַז מיר דערמאָנען זיבן און זיבעציק מאָל אַ טאָג ציון און ירושלים ― און פֿרעגט: װאָס האָבן מיר געטאָן פֿון ציונס װעגן און פֿון ירושלימס װעגן?
אַן עבֿירה, כלעבן, װאָס ס'איז אין כּתרילעװקע נישטאָ קײן סטענאָגראַף, װאָס זאָל געװען קאָנען זײַן אױף יענער אַסיפֿה און פֿאַרשרײַבן די אױסגעצײכנטע רעדע פֿון נח דעם פּרעזידענט אות־באות, װי עס פֿירט זיך אין לײַטישע שטעט. מיר מוזן זיך דעריבער באַגנוגענען נאָר מיט די עטלעכע װערטער, װאָס מיר האָבן געבראַכט על־פּי זכּרון, און ברענגען דעם סוף פֿון דער דאָזיקער טאַלאַנטפֿולער רעדע אין קורצן:
― אַצינד ― אַזױ האָט נח דער פּרעזידענט אױסגעלאָזט זײַן דרשה, און דער שװײס האָט גערונען פֿון אים טײַכנװײַז ― אַצינד, אַז מיר האָבן זוכה געװען צו דערלעבן אַזאַ צײַט, אַז דער אַלטער קראַנקער ישׂראליק האָט זיך װי אױפֿגעכאַפּט פֿונעם שלאָף, ער גלײַכט זיך אױס די אױסגעמוטשעטע בײנער זײַנע, קוקט זיך אַרום װוּ ער איז אין דער װעלט, און זאָגט „בית־יעקבֿ לכו־ונלכה ― קומט, קינדער, לאָמיר גײן!“ ― באַדאַרפֿן מיר, רבותי, זיך נישט פֿאַרלאָזן אױף קײנעם, נישט אַרױסקוקן אױף קײן נסים און נישט פֿאַרלאָזן זיך אױף אונדזערע גרױסע, װאָרעם אַז איר װעט זיך פֿאַרלאָזן אױף די גרױסע, װעט איר מעגן װאַרטן. ס'איז אַ סך גרינגער צו געהרגעט װערן פֿון אַ דונער, אײדער אױסרײַסן בײַ אַ גבֿיר אַ קערבל אױף ציון. אַלײן, אַלײן באַדאַרפֿן מיר אָנהײבן צו בױען אונדזער גרױסן בנין. אם אין אני לי ― מי לי?… אַװדאי מעגן מיר זיך איבערנעמען, אַז מיר האָבן דערלעבט אַזאַ צײַט, אַז ייִדן זאָלן גאָר האָבן אַ השׂגה צו רײדן פֿון אַן אײגענער ייִדישער באַנק! אַװדאי באַדאַרפֿן מיר זען, אַז כּתרילעװקע זאָל נישט אָפּשטײן פֿון אַנדערע שטעט און כּתרילעװקער ייִדן זאָלן אױך האָבן אַ חלק אין אונדזער „אײגענער ייִדישער באַנק“! איך מוז אײַך אָבער זאָגן רבותים, אַז לױט די חשבונות, װאָס אונדזער קאַזנאַטשײказначей: קאַסירער װעט אונדז דאָ באַלד פֿאָרשטעלן, האָבן מיר נאָך נישט די גאַנצע סומע אױף צו באַצאָלן אַפֿילו פֿאַר אײן אַקציע. עס פֿעלט אונדז נאָר כּמעט העכער האַלב, דאָס הײסט, אַ פֿינף־זעקס קאַרבן. לכן איז אַ יושר, ברידער, איר זאָלט זיך אָנטאָן אַ כּוח טאַקע דאָ אױפֿן אָרט און טאַקע באַלד צונױפֿלײגן זיך, איטלעכער װיפֿל ער קאָן, און זען, סע זאָל װערן די גאַנצע סומע, צען רובל, גאָר אָן שום תּירוץ!… און לאָזן אונדזערע ברידער אױף דער גאַנצער װעלט װיסן, אַז אין כּתרילעװקע זײַנען אױך פֿאַראַן ציוניסטן, װאָס סע ברענט אין זײ דאָס הײליקע פֿײַערל פֿון ציון, און לאָז דער דאָקטאָר הערצל זען, אַז זײַן האָרעװאַניע פֿון אונדזערט װעגן איז כאָטש ניט אומזיסט!…
פּליעסקען מיט די הענט און שרײַען „בראַװאָ“ ― דערפֿון װײס מען נאָך נישט אין כּתרילעװקע ― און דאַנקען גאָט, װאָס מע װײס נאָך נישט. דער געפּילדער מיטן געשרײ איז אַזױ אױך גענוג גרױס; מע זאָל נאָך דערצו דאַרפֿן פּאַטשן מיט די הענט און שרײַען „בראַװאָ“, װאָלט מען גאָר טױב געװאָרן, צו אַלדי שװאַרצע יאָר. דאָרטן, אַז עס געפֿעלט עמעצנס אַ װאָרט, גײט מען צו און מע גיט אים איבער דער פּלײצע.
― װאָס זאָגט איר אױף אונדזער פּרעזידענט? האַ?
― אַ פּיסק ― דער רוח זאָל אים נעמען!
― און אַ קענער! ער האָט דאָך אױסגעמישט קאַשע מיט באָרשט, גמרא און ספֿרים און אַלע ביכער…
― מע באַדאַרף האָבן אַ קאָפּ פֿון אַ קלױסטער, מע זאָל דאָס אַלצדינג געדענקען פֿון אױסנװײניק!
― בהמה! יענער זיצט טאָג װי נאַכט און קוקט אין די ביכער אַרײַן!
בקיצור, ס'איז געבליבן, מע זאָל אױסשרײַבן אַן אַקציע. נאָר ס'איז גרינג צו זאָגן „אױסשרײַבן אַן אַקציע“. װי קומט די קאַץ איבערן װאַסער, אַז ייִדן ליגן ערגעץ פֿאַרשטעקט אין אַ לאָך, אין כּתרילעװקע, און די ייִדישע באַנק איז ערגעץ װײס איך װוּ, אין לאָנדאָן? האָט זיך אָנגעהױבן אַ חתונה: בריװלעך; בריװלעך אַהין, בריװלעך אַהער. שמעיה דער סעקרעטאַר און דער קאָרעספּאָנדענט פֿון די כּתרילעװקער ציוניסטן האָט זיך אָפּגעשריבן, װי מען זאָגט, אַלע פֿינגער, ביז ער האָט באַקומען אַ קלאָרע ידיעה, װוּהין און װי אַזױ מע באַדאַרף שיקן דאָס געלט. נאָכדעם, אַז ער האָט שױן גוט געװוּסט װוּהין און װי אַזױ מע באַדאַרף שיקן דאָס געלט, האָט ער געהאַט אױף זיך אַ נײַעם אומגליק ― דעם כּתרילעװקער פּאָסטמײַסטער. דער באַקאַנטער כּתרילעװקער פּאָסטמײַסטער, אַ גראָבער פּריץ, און אַ גרױסער מפֿונק, קאָן נישט איבערטראָגן דעם ריח פֿון קנאָבל (כאָטש קנאָבל בײַם עסן האָט ער אַלײן ליב דאָס חיות!). אַז עס קומען אַרײַן צװײ איבעריקע ייִדן אױף דער פּאָסט, האַלט ער זיך בײַ דער נאָז, שרײַבט און לײענט:
― שלום… שליאָמקאַ… טשעסנאָקчеснок: קנאָבל…
אַז שמעיה האָט אים דערלאַנגט דעם פּאַקעט, האָט ער אים אַ שמיץ געטאָן צוריק אין פּנים אַרײַן: ס'איז נישט אַזױ געשריבן דער קאָנװערט, װי מע באַדאַרף. דאָס אַנדערע מאָל האָט ער אים אַ שמיץ געטאָן אין פּנים אַרײַן: ער זאָל גײן ברענגען טריװאַקס. דאָס דריטע מאָל האָט ער שױן נישט געהאַט צו װאָס זיך צו טשעפּען, האָט ער באַטראַכט דעם פּאַקעט פֿון אַלע זײַטן, גענומען שמעלצן דעם טריף און לײגן חתימות, און בשעת־מעשׂה אַ פֿרעג געטאָן שמעיהן, נישט קוקנדיק אים גלײַך אין פּנים אַרײַן: „װאָס פֿאַר געשעפֿטן האָט ער מיט לאָנדאָן, װאָס ער שיקט אַהין געלט?“ האָט זיך אונדזער שמעיה קאָרעספּאָנדענט, אַ פּנים, אַרױסגעכאַפּט, צי אפֿשר האָט ער געװאָלט זיך באַרימען פֿאַרן פּאָסטמײַסטער (אַלע קאָרעספּאָנדענטן זײַנען גרױסע באַרימער!):
― דאָס געלט ― מאַכט ער ― גײט גלײַך אין אונדזער אײגענער ייִדישער באַנק אַרײַן…
האָט דער פּאָסטמײַסטער אַ קוק געטאָן אױף שמעיהן, װי פֿאַרחידושט:
― זשידאָװסקע באַנק? װי קומט צו ייִדן אַ באַנק?
איז זיך מישבֿ שמעיה: אַז דו ביסט יאָ אַזאַ צורר־היהודים, װעל איך דיר װײַזן װאָס הײסט „זשידאָװסקאַжидовска: ייִדיש באַנק“! און גײט און דערצײלט אים פּיזמונות מיט גוזמאָות (אַלע קאָרעספּאָנדענטן האָבן ליב מגזם זײַן!), אַז די ייִדישע באַנק איז די ערשטע באַנק אין דער װעלט. זי פֿאַרמאָגט צװײ הונדערט טױזנט מיליאָן פֿונט שטערלינג רײן גאָלד. אױף אונדזער געלט איז דאָס אַזאַ סומע, װאָס ס'איז שװער אױסצורעכענען, מחמת אַ פֿונט שטערלינג באַטרעפֿט אױף אונדזער געלט כּמעט אַ הונדערטער…
רופֿט זיך אָן צו אים דער פּאָסטמײַסטער, און טוט אַ לעק די חתימה מיט דער צונג און אַ קװעטש איבערן צעלאָזטן טריף:
― מאָל דיר, דאָס לײַגסטו שױן, װי אַ הונט! אַ פֿונט שטערלינג איז קױם צען קערבלעך.
― דאָס איז אַ פּראָסטער פֿונט שטערלינג, ― װיל זיך שמעיה פֿאַרענטפֿערן ― און אַ גילדענער פֿונט באַטרעפֿט אַ סך מער!
― פּאַשאָל װאָן, דוראַק! ― זאָגט צו אים דער פּאָסטמײַסטער מיט אַ געלעכטער. ― װעמען דערצײלסטו מעשׂיות? אַ ייִד מוז דיר זײַן אַ מאַשעניק! אַ ייִד מוז עמעצן אָפּנאַרן! ס'זאָל זײַן אַן אַנדערער אױף מײַן אָרט, װאָלט ער דיר מכּות צוגענומען דײַן פּאַקעט! דו װײסט, אַז איך האָב רעכט אַרעסטירן דײַן פּאַקעט מיט דיר און מיט אײַער גאַנץ „קהל“ אינאײנעם דערפֿאַר, איר זאָלט נישט אַריבערשיקן אונדזער געלט קײן לאָנדאָן? מיר װעלן האָרעװען, אַקערן מיט דער נאָז די ערד, און די ייִדעלעך װעלן קומען צו גײן אױפֿן גרײטן, פֿרעסן און זױפֿן און נאָך נעמען און אַריבערפּעקלען אונדזער גאָלד דער שװאַרץ יאָר װײס װוּהין, אין אַ „זשידאָװסקע באַנק“!…
שמעיה האָט שױן געזען, אַז ער האָט אָנגעאַרבעט אַ גוטע חתונה, האָט ער אָנגענומען אַ פֿולע מױל און האָט אָפּגעשװיגן, װי אַ קעצעלע. ער װאָלט אָפּגעגעבן איצטער מי־יודע װיפֿל, ער זאָל קאָנען נעמען צוריק די װערטער, ― ס'איז שױן אָבער געװען צו שפּעטלעך (אַ סך קאָרעספּאָנדענטן װאָלטן אפֿשר װעלן צוריקנעמען זײערע װערטער מיט זײערע קאָרעספּאָנדענציעס, װאָס זײַנען פֿול מיט שקרים־וכּזבֿים, נאָר בלאָטע! צוריק כאַפּט מען נישט!). אונדזער כּתרילעװקער קאָרעספּאָנדענט איז גערן געװען, אַז ער האָט אָפּגענומען דעם „רעצעפּיסрецепись: רעצעפּט“ און איז אַװעק פֿון דער פּאָסט, װי אַן אָפּגעשמיסענער.
אַװעקגעשיקט דאָס געלט, האָבן די כּתרילעװקער ציוניסטן אָנגעהױבן אַרױסקוקן אױף דער אַקציע פֿון טאָג אױף טאָג. ס'איז אַװעקגעגאַנגען אַ חודש און צװײ און דרײַ חדשים און פֿיר חדשים ― נישטאָ קײן געלט, נישט קײן סחורה! האָט מען זיך אַ נעם געטאָן צום סעקרעטאַר, צום קאָרעספּאָנדענט הײסט דאָס, טאָמער האָט ער נישט אַזױ געשריבן דעם אַדרעס, װי עס געהער צו זײַן ― שמעיה האָט נעבעך געהאַט צו זינגען און צו זאָגן; לא־די ער האָט נישט אױפֿגעהערט צו שרײַבן בריװלעך אין קאָמיטעט, אין צענטער און אין לאָנדאָן, האָט ער נאָך באַדאַרפֿט אױסשטײן די טענות פֿון די כּתרילעװקער לײַט מיט זײערע װערטלעך, װאָס האָבן אים געשטאָכן אין דער זיבעטער ריפּ… פֿאַר די מתנגדים, דאָס הײסט, פֿאַר די ערלעכע, פֿרומע ייִדן און די חסידים, װאָס האַלטן נישט מיטן ציוניזם, איז דאָס דערװײַל געװען אַ שטיקל עסק: ― „מיר האָבן דען נישט געװוּסט פֿריִער, אַז עס װעט אַזױ זײַן? ― האָבן זײ געזאָגט און גערײצט זיך מיט די ציוניסטן. ― מיר האָבן אײַך דען נישט געזאָגט, אַז מע װעט נאָר אױסנאַרן די עטלעכע גילדן, און גײ לאָד מיך צום ונתנה־תּוקף?“…
האָט גאָט רחמנות געהאַט אױף אונדזער קאָרעספּאָנדענט און ס'איז אים אָנגעקומען אײנמאָל אין אַ פֿרימאָרגן אַ בריװ פֿון לאָנדאָן, אַז די אַקציע, װאָס ער האָט אױסגעשריבן, איז שױן דאָ, דאָס הײסט, נישט דאָ, אין כּתרילעװקע, נאָר אױף דער גרענעץ; מע באַדאַרף זי נאָר אָפּשטעמפּלען.
עס איז װידער אַװעקגעגאַנגען אַ חודש און צװײ חדשים און דרײַ חדשים און פֿיר חדשים ― נישטאָ קײן אַקציע! האָבן חבֿרה גענומען עסן דעם סעקרעטאַר: װוּ איז דײַן אַקציע? נאָך שטעמפּלט מען זי?… און האָבן אים נישט געזשאַלעװעט קײן שטעכװערטלעך, װי דער שטײגער איז. אים נעבעך איז דאָס שטעמפּלען גוט געלעגן אין האַרצן, נאָך מער װי די אַקציע אַלײן; ער האָט פֿונעם שטעמפּלען שיִער געשפּיגן מיט בלוט. האָט ער פֿאַרקאַטשעט די אַרבל און האָט זיך גענומען איבעראַנײַס שרײַבן בריװלעך בכל־תּפֿוצות ישׂראל. „היתּכן? ― האָט ער געשריבן. ― הישמע כּזאת? מע זאָל אַזױ לאַנג האַלטן אײן אַקציע און שטעמפּלען זי? מע זאָל זי, דאַכט מיר, באַדאַרפֿן אָפּשטעמפּלען מיט צען טױזנט שטעמפּלען, װאָלט זי שױן אױך באַדאַרפֿט זײַן לאַנג אָפּגעשטעמפּלט!“… און דער חבֿרה ציוניסטן האָט ער געזאָגט אַלע טאָג:
― ממה־נפֿשך, איר האָט געװאַרט אַזױ פֿיל, װעט איר װאַרטן נאָך אַביסל; אַזױ לאַנג, װי עס האָט געדױערט, װעט שױן געװיס נישט געדױערן…
און כּך הוה: עס האָט נישט געדױערט קײן נײַן חדשים אַפֿילו, איז אָנגעקומען אַ פּאַקעט אױף רב יוזיפֿל דעם רבֿס נאָמען (אונדזער קאָרעספּאָנדענט האָט נישט געװאָלט האָבן צו טאָן מיטן פּאָסטמײַסטער). און אַז ס'איז אָנגעקומען דער פּאַקעט, האָט מען צונױפֿגערופֿן אַן אַסיפֿה פֿון אַלע טשלענעס טאַקע בײַ רב יוזיפֿל דעם רבֿ אין שטוב, און אַזױ װי אַלע ייִדן, און כּתרילעװקער ייִדן אַװדאי און אַװדאי, האָבן אומעטום און אַלע מאָל קײן צײַט נישט און איטלעכער װיל תּמיד זײַן דער ערשטער, איז קײן חידוש נישט, װאָס מע האָט זיך געשטופּט און געקװעטשט אײנס דאָס אַנדערע, געקראָכן אײנער דעם אַנדערן אױף די קעפּ, געריסן אײנער בײַם אַנדערן פֿון די הענט און באַטראַכט די ייִדישע אַקציע פֿון „אונדזער אײגענער ייִדישער באַנק“.
לאַנג־לאַנג האָבן די כּתרילעװקער ציוניסטן זיך געשפּיגלט אין דער ייִדישער אַקציע פֿון „אונדזער אײגענער ייִדישער באַנק“, תּחילת געזיפֿצט און נאָכדעם געזאָגט איטלעכער באַזונדער אַן אַנדער המצאה; ס'איז געװאָרן עפּעס אַביסל פֿרײלעכער, עפּעס לעבעדיקער, ליכטיקער אױף דער נשמה, װי אײנער װאָס װאַלגערט זיך אין דער פֿרעמד, בענקט אַהײם, קוקט אַרױס אױף אַ ידיעה, און פּלוצעם נעמט ער אָפּ זײער, זײער אַ גוטן גרוס פֿון דער הײם. ס'איז אי פֿרײלעך, אי עס ציט דאָס האַרץ: עס גלוסט זיך גײן טאַנצן, און טאַקע אַביסל זיך אױסװײנען אין אײנװעגס…
שפּעטער, אַז דער עולם האָט זיך גוט אָנגעקוקט, האָט רב יוזיפֿל דער רבֿ, װאָס האָט פֿײַנט שטופּן זיך אױבן־אָן, כאָטש ער איז רבֿ, אַ זאָג געטאָן:
― אַנו, װײַזט נאָר אַהער?
און ער האָט זיך אָנגעזאָטלט מיט אַ פּאָר ברילן, געקוקט, געקוקט, פּאַװאָלינקע באַטראַכט פֿון אַלע זײַטן די „ייִדישע אַקציע פֿון אונדזער אײגענער באַנק“, און דערזען ייִדישע אותיות, געדרוקט אױף לשון־הקודש, האָט ער אָנגעטאָן דאָס שבתדיקע היטל, געמאַכט אַ ברכה „שהחיינו“, און װידעראַמאָל געקוקט און געקוקט אין דער אַקציע אַרײַן, און דאָס פּנים האָט אים אָנגעהױבן װערן עפּעס װי מרה־שחורהדיק, און מע װאָלט געמעגט שװערן, אַז עס האָבן זיך אים געשטעלט טרערן אין די אױגן.
― רבי! װאָס זאָרגט איר זיך? ― האָט מען אים אַ פֿרעג געטאָן. ― מע באַדאַרף זיך פֿרײען, טאַנצן באַדאַרף מען גײן, צום סוף… װי קומט דאָס צו אײַך…
רב יוזיפֿל דער רבֿ האָט נישט באַלד געענטפֿערט. ער האָט אַרױסבאַקומען ערגעץ, פֿון אַ קעשענע, װאָס הינטן אין דער קאַפּאָטע, כּמעט בײַ די פּאָלעס, אַ משונה־מאָדנע פֿאַטשײלע, האָט אױסגעשנײַצט כּלומרשט די נאָז, נאָר אין אמתן מײן איך, אַז ער האָט אַ װיש געטאָן די אױגן, און אַ זאָג געטאָן מיט אַ זיפֿץ און מיט זײער, זײער אַן אָנגעבראָכן קול:
― כ'האָ' מיך פֿאַרבענקט אַהײם…